☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

בן אדם » דינסטאג יוני 9, 2015 6:45 pm

· #281672
די קעניג פין אמעריקע
פארשטייט זיך ס׳ דארף זיין א שיינע פירוש ס׳ זאל אויפגעכאפט ווערען.

אויב קענסטו גוט ענגליש וואלט איך דיר געראטן צו לערנען די ענגלישע ווערסיע, ס'איז אסאך געשמאקער. (פארשטייט זיך נאר אויב ביזט נישט מקפיד אויף יגיעת התורה).

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג יוני 9, 2015 6:57 pm

· #281673
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
בן אדם
די קעניג פין אמעריקע
פארשטייט זיך ס׳ דארף זיין א שיינע פירוש ס׳ זאל אויפגעכאפט ווערען.

אויב קענסטו גוט ענגליש וואלט איך דיר געראטן צו לערנען די ענגלישע ווערסיע, ס'איז אסאך געשמאקער. (פארשטייט זיך נאר אויב ביזט נישט מקפיד אויף יגיעת התורה).

ס׳ מיר גענוג שווער צו לערנען ציזאמען מיט די ארטסקרול אויך. כ׳ מיין מ׳ וועט מיר געבען גענוג שכר אויף יגיעה אזוי אויך.

בן אדם » דינסטאג יוני 9, 2015 7:11 pm

· #281674
יאפס... די אלע וואס קומען מיט מס"נ צו א שיעור און פאפן דארטן איין, זיי קענען נאך האבן מער מער שכר פאר יגיעה ועמילות התורה ווי דער דער וואס איז עוסק אין קוועטשען דעם ר' חיים און הייסט פאר יעדעם ווי אזוי צו לערנען.

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 7:32 am

· #281770
בין איך דער גרעסטער ליבעראל פון קאווע שטיבל אדער די עלטערע ניקים האבן שוין ריטייערעט ?, מ׳טעהנט זיך דא די לעצטע צוויי טעג וועגן אסאך אישוס וואס די (לינקע) ניקס פלעגן אמאל שפרינגען , סתם פאר נייגעריגקייט האט איר אלע איינגענומען א שטומעניש ?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/281710">viewtopic.php?p=281710#p281710</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/281407">viewtopic.php?p=281407#p281407</a><!-- l -->

@יאיר
@יואב
@געפילטע פיש
@לעיקוואד
@הוגה
@פארוואס?
@יואליש
@איש עברי
@פלאוויוס
@בר דעת
@נהורא נפישא
@יידל
@מאטי
@אנאנים
@ביבער
@ממרום שלח אש
וועמען האב איך פארגעסן ?

וואס גייט פאר מיט ענק ?

איש עברי » מיטוואך יוני 10, 2015 7:33 am

· #281771
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שבת אחים
בין איך דער גרעסטער ליבעראל פון קאווע שטיבל אדער די עלטערע ניקים האבן שוין ריטייערעט ?, מ׳טעהנט זיך דא די לעצטע צוויי טעג וועגן אסאך אישוס וואס די לינקע ניקס פלעגן אמאל שפרינגען , סתם פאר נייגעריגקייט האט איר אלע איינגענומען א שטומעניש ?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/281710">viewtopic.php?p=281710#p281710</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/281407">viewtopic.php?p=281407#p281407</a><!-- l -->

@יאיר
@יואב
@געפילטע פיש
@לעיקוואד
@הוגה
@פארוואס
@יואליש
@איש עברי
@פלאוויוס
@בר דעת
@נהורא נפישא
@יידל
@מאטי


וועמען האב איך פארגעסן ?

וואס גייט פאר מיט ענק ?

ריטייערט. איינגענומען א שטומעניש. בכלל מער נישט אזוי ליבעראל.

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 7:36 am

· #281772
😂
עברי ! וויל מיס יו , לאז אונז נישט איבער ! 😢

נופת צופים » מיטוואך יוני 10, 2015 7:57 am

· #281773
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
@שבת, אונזערע ליבעראלן זענען זעלבסט-טראכטענדע ליבעראלן, און לויפן נישט נאך קיין פארטייען אדער אגענדעס. אז געפילטע אדער הוגה האט א ליבעראלע געדאנקען-גאנג מיינט נאכנישט אז ער מוז גיין סיינען און אדוואקאטירן פאר יעדע געזעץ וואס האט צו טוהן מיט טוילעטס אדער אז ער מוז זיך זארגן אז ער גייט זיך צולאזן ווי א טשאקלעד באר אין פופציג יאר ארום.

ס'סאונדט אזויווי,
You must agree to free will... You have no choice.
(קרעדיט: כ'געדענק נישט וועמענ'ס חתימה)

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 8:09 am

· #281775
נופת צופים
@שבת, אונזערע ליבעראלן זענען זעלבסט-טראכטענדע ליבעראלן, און לויפן נישט נאך קיין פארטייען אדער אגענדעס. אז געפילטע אדער הוגה האט א ליבעראלע געדאנקען-גאנג מיינט נאכנישט אז ער מוז גיין סיינען און אדוואקאטירן פאר יעדע געזעץ וואס האט צו טוהן מיט טוילעטס אדער אז ער מוז זיך זארגן אז ער גייט זיך צולאזן ווי א טשאקלעד באר אין פופציג יאר ארום.

ס'סאונדט אזויווי,
You must agree to free will... You have no choice.
(קרעדיט: כ'געדענק נישט וועמענ'ס חתימה)


איך האב נישט געזאגט אז זיי ״מוזן״ אריינרעדן !!! כ׳פרעג וואס איז געשעהן מיט זיי ווען אמאלדיגע צייטן וואלט זיך דא אין אזעליכע אשכולות געטוהן אויף טישן און בענק !, לעצטענס זענען זיי אלע שטיל מעהר ווייניגער! דאס אלעס!

חוץ מזה כ׳האב בכלל נישט גערעדט פון די טוילעטס ! מ׳רעדט דא פון גלאובל ווארמינג און קעפטיליזם!

נופת צופים » מיטוואך יוני 10, 2015 8:32 am

· #281776
מוז מען איינזעצן אז אם לעיקוואד כאן הכל כאן און אז נישט, שלאפט יעדער.
די לעצטע פיר און צוואנציג שעה איז געוועהן דא א בית הקברות.
אפשר האט זיך אויפגעמאכט א נייע קרעטשמע פון וואס אונז ווייסמער נישט?

רוסישער » מיטוואך יוני 10, 2015 7:03 pm

· #281930
national geographic
בהמשך צו די פרענק אשכול, איך בין א גרויסע "פען" פון national geographic (גראדע יא באופן של משוגע לאותו דבר...), בעט איך די וואס ווייסן געשמאקע קטעים זאלן דאס אהערבריינגען, בעיקר זוך איך יעצט צו וויסן די סודות פון "ביהיינד דא סינס", ווי נעמט מען א ווידאו אין די בויך פון א מסוכנ'דיקער שלאנג א.א.וו. געזוכט אביסל אבער גארניט געפונען

פוחת ועומד » מיטוואך יוני 10, 2015 9:13 pm

· #281946
פארוואס זעהט מען היינט מער סיענעס ווענס ווי אדיסיס ביים ציבור?

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:03 am

· #281988
וויל סאיז ביליגער, דער עולם איז אויסגעזעקעלט..

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:14 am

· #282024
זאכן וואס כ'וויל וויסן
וכדומה..
וויל סאיז ביליגער, דער עולם איז אויסגעזעקעלט..

וועגען דעים זעהט מען קרייסלערס. אפי׳ ס׳ גארבעדש. אין ס׳ פרעסט געז.
אויך קען זיין די סיבה. ווייל טאיאטא אפראווד אסאך שווערער ווי האנדא. איז אמאל ווען מער מענטשען האבען געהאט אנגעזעצטע קרעדיט האט מען געמוזט גיין צו האנדא. אבער היינט ווען אסאך האבען עס שוין געפיקסט קען מען זיך ערלויבען א טאיאטע

קאמענטירער » דאנערשטאג יוני 11, 2015 3:37 pm

· #282122
איינער האט מיר פארגעשלאגען אפצוקויפען זיין ביכעל פון שעיקספעיר (יוליס צעזאר) אין יידיש און ווען כקוק אריין זעה איך אז כפארשטיי נישט קיין ווארט וואס ער רעדט, איז מיין שאלה וואס פארקויפט שעיקספער? דברי משלים? חכמה? מדע? אז סזאל זיך מיר לוינען צי ציברעכן מיין קאפ צו עס פארשטיין?

יואב » דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:58 pm

· #282191
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך זוך א גוטער עפפ צו קענען אראפלאדענען און לייענען אויף ענדרויד PDF, און נישט קיין חילוק וויפיל בלעטער איך לאדן אראפ זאל דאס זיין גרינג און באקוועם צו לייענען.

מוז לאו דוקא זיין א בחינמ'דיגער עפפ. כ'האב שוין אבער דאונלאוידעט מערערע אזאנע עפפס, ס'ליינט זיך מיך זייער אומבאקוועם. אויב וויל איך לייענען ווי א מענטש ברויך דאס זיין אין פיצעלע אותיות ווי די תפילה לתיקון קרי אין ימים נוראימ'דיגן מוסף. ווידער אז הייב איך אן צו ארומזומען גייט אלצדינג ארויס פון די ראמען.

שכח למפרע.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

אפשר » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:17 pm

· #282201
איך נוץ Adobe Reader וואס איך גלייב אז דו האסט שוין פרובירט, און בד"וו מיט זייער Document Cloud סערוויס איז זייער געשמאק אז מען קען סינקן פון קאמפיוטער צום טעלעפאון.

למעשה האב איך געטראפן די בעסטע אפציע צו ניצן די Google Books עפפ, וואס עס האט א אפציע צו ארויף לאדענען א PDF צו ליינען אינעם עפפ, וואס דעמאלטס האט עס אלע פיטשורס פון Google Books, ווי למשל אריין זומען אז די ווערטער שפרייטן זיך אויס אויף אפאר בלעטער וואס מ'קען דערנאך מישן זייער באקוועם.

וכדומה.. » פרייטאג יוני 12, 2015 2:14 am

· #282239
@יואב דער עולם ווייסט נישט דערפון

אויף דעם ADOBE READER עפפ ביי די מעניו איז דא אפשען וואס הייסט VEIW MODES און איינע פון די אפשענס דארט איז TEXT REFLOW דאס דארף לכאורה לעזן דיין פראבלעם, סנעמט די טעקסט און שטעלט עס אויס לויט דיין סקרין באקוועם צו ליינען, און נאכדעם מיטן דאבעל-טעפן אויף די סקרין קענסטו קאנטראלען ווי גרויס סזאל זיין, נאכדעם וואס דו שטעלסט אן טעקסט ריפלאו,

סוועט נישט ארבעטען ביי יעדע PDF נאר אויב די טעקסט איז OPEN אויב דו פארשטייסט וואס איך מיין..

נופת צופים » פרייטאג יוני 12, 2015 6:11 am

· #282250
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
@וכדומה.. הונדערט לייקס פאר דיר. כ'מיטשע זיך שוין יארן מיט פידיעף'לעך מיט פיצילע אותיות און כ'האב נישט פארשטאנען פארוואס קענען זיי נישט מאכן אט דעיס. ס'אזא סימפל זאך. די אלע רידערס האבן דאך עס. נאר פידיעף קען מען נישט? סטופיד מיך איז מיר נישט אריינגעפאלן צו טרייען צו טרעפן ביי די סעטטינגס.

אנ-פליפפינג-בעליוועבל.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 12, 2015 8:33 am

· #282261
עמעזאן קינדל טוט די זעלבע זאך דוכט זיך. עס לייענט גאר גוט פי די ע'ס און טוט עדזשאסטן די סייז פון די פאנטס.

קאמענטירער » זונטאג יוני 14, 2015 1:36 pm

· #282499
כזעה אז דא אין שטיבעל איז דא עטליכע אשכולות ווי צו לייגען בילדער , ווי זאל איך לייגען סתם אינטערסאנטע בילדער?

לית דין בר נש » זונטאג יוני 14, 2015 2:22 pm

· #282516
וויפיל מאל א וואך געווינט איר א Free Cruise צו די "בהמות"? לעצטענס געווין איך כמעט טעגליך אזא Free cruise.

געוואלדיג » זונטאג יוני 14, 2015 3:34 pm

· #282529

מנחם אבראמאוויטש » זונטאג יוני 14, 2015 4:27 pm

· #282545
לית דין בר נש
וויפיל מאל א וואך געווינט איר א Free Cruise צו די "בהמות"? לעצטענס געווין איך כמעט טעגליך אזא Free cruise.

די חשבון איז אז ס'לוינט זיך פאר די קאמפאמיס צו געבן די רייזע פאר בחינם אויפ'ן חשבון אז מ'וועט שפענדן אבנארמאלע געלט אויף די אטראקציעס אויף די שיף זעלבסט.
מענטשן לאזן זיך קאסטן געלטער ווי וואסער ווען זיי זענען אויף וואקאציע און די שיף פארט סייוי.
אדעראיז סתם א סקעם: www.cbsnews.com/news/lessons-from-my-free-cruise/

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 14, 2015 10:56 pm

· #282659
פארוואס פונקט די טשולענט
עס איז איינגעפירט אין אסאך יודישע שטיבער אז אפילו די מאמע קאכט אלע מאכלים א גאנצע וואך אין אויך לכבוד שבת, דאך מאכט די טאטע די ״ טשולענט״ אויף שבת. לכאורה איז די סיבה ווייל זיי ווילען א טייל נעמען אין צוגרייטען עסן אויף שבת. אבער איין זאך פארשטיי איך נישט. פארוואס פונקט די טשולענט ס׳ דאך דא אזוי פיהל אנדערע מאכלים. אפילו גרינגערע זאכען צו קאכען. ווי למשל אייער, לעבער, פיש, פערפעל, פלייש. וואס עפעס די טשולענט.

פליקער » זונטאג יוני 14, 2015 11:01 pm

· #282660
כדי צי קיצלען קעיניגליכע מוחות

petergrifin » זונטאג יוני 14, 2015 11:18 pm

· #282664
לכאורה איז עס װעגן די װײבער האבן גענוג געהאט פון די מענער װאס קומען ארײן אין קאך און מישן זיך אין די טעפּ און נאך דעם
האבן זײ נאך טענות פארװאס ס׳איז פארברענט, פעלט זאלץ, דארף נאך פלײש, נישט געקאכט גענוג לאנג וכו׳.

סאשי פיש » זונטאג יוני 14, 2015 11:31 pm

· #282668
Re: פארוואס פונקט די טשולענט
פארוואס פונקט אין שבת אחים

קאצקע ציקער » זונטאג יוני 14, 2015 11:41 pm

· #282672
אדער ווייל די איבעריגע מאכלים איז נישט אזוי גפערליך אז ס'קימט נישט אויס אזוי גיט, אבער אז די טשולנט געלונגט נישט אזוי איי איי איז אך און וויי די גאנטצע שבת איז צושטערט און אפשר די גאנטצע וואך אויך. ממילה טראסט מען נישט די ווייבער פאר דעם און מען מאכט עס אליינס

ירח בן יומו » זונטאג יוני 14, 2015 11:45 pm

· #282673
קיינמאל נישט געהערט פון דעם מנהג.
ווייסט איינער פון וואו די מנהג שטאמט?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 14, 2015 11:52 pm

· #282677
Re: פארוואס פונקט די טשולענט
סאשי פיש
פארוואס פונקט אין שבת אחים

וואו וואלט בעסער געווען?

יין שרף » מאנטאג יוני 15, 2015 12:24 am

· #282683
שבת אחים איז געמאכט פאר נאכן עס עסן...

petergrifin » מאנטאג יוני 15, 2015 1:07 am

· #282691
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
@יין שרף welcome back .

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג יוני 15, 2015 2:01 am

· #282696
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פארוואס סושי פיש? אז ס׳ סושי ווייסט מען דאך אז ס׳ פיש. ס׳ לכאורה א דאפלטע לשון.

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 15, 2015 12:17 pm

· #282743
איך וואלט אפגילערנט פשט אין דוקא טשולענט ווייל דאס מאכן אלע בחורים אין זייער דירות אין ירושלים און אפי' אין אמעריקא מאכן דאס ישיבה גדולה בחורים אין קעמפ אין קרא"ק פאט"ס אונטער די בעט ממילא אין דאס זענען זיי זייער עקספיריענס, ממילא די ערשטע וואך וואס מען עסט אינדערהיים נאך די חתונה איז גרויס עקסייטמענ"ט אין די היים מען ארבעט ווי א team איז גיווענליך וועט די מאן זאגן די ווייסט וואס פארא גוטע טשולענט איך פלעג מאכן אין ישיבה איך פלעג אריינלייגן דאס און יענץ אלע מיינע חברים פלעגן זיך מחיה זיין דערמיט די ווילסט איך זאל מאכן מיין רעסעפ"י? און זי אינטערסירט עס ווי א פאריעריגע שניי פונקטליך די רעסעפ"י לאזט זי אים עס מאכן.
מיין שאלה איז א צווייטע פארוואס טאקע קאכן זיך נאר מענער אין טשולענט איך האב קיינמאל גיהערט פון פרויען וואס ווערן משוגע פאר טשולענט.

געוואלדיג » מאנטאג יוני 15, 2015 5:10 pm

· #282792
גראדע איך מאך די פיש.

געוואלדיג » מאנטאג יוני 15, 2015 5:11 pm

· #282793
און מיין טאטע מאכט די פאטעיטא קוגל.

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג יוני 15, 2015 5:41 pm

· #282806
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ביסט אבער א יחיד. רוב מענער וואס קאכען עפעס, מאכען די טשולנט.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 15, 2015 6:00 pm

· #282810
נישט ממש א יחיד. ער האט זיך מיט וועמען צו אינדענטיפיצירן.
רב ספרא מחריך רישא. רבא מלח שיבוטא.

ירא שמים » מאנטאג יוני 15, 2015 11:24 pm

· #282915
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
געוואלדיג
גראדע איך מאך די פיש.

קאצקע ציקער » דינסטאג יוני 16, 2015 1:19 am

· #282930
מיין שאלה איז א צווייטע פארוואס טאקע קאכן זיך נאר מענער אין טשולענט איך האב קיינמאל גיהערט פון פרויען וואס ווערן משוגע פאר טשולענט.

א גיטע פראגע

וויל קענען » דינסטאג יוני 16, 2015 5:49 am

· #282942
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
כ’מיין אז די סיבה איז ווייל פרויען האבן ליב צוקערדיגע זאכן מכח זיי געוויינען זיך צו צו’עסן אסאך צוקער האבן זיי נישט ליב אזאלעכע עסן ווי טשאלענט אדער ברוינפן ביר וויין וכדומה (ס’איז איין אריכות אבער דאס איז די שפיטץ )
ערעב קאצקע ציקער די דארפסט עס קענען מסביר זיין בטוב טעם מיט א ציקער’דיגע שפראך
בדרך אגב צוקער קומט מיט א ו’ נאכן צ׳ אדער א י’ ? ס׳איז א טעות פונעם ברית

נופת צופים » דינסטאג יוני 16, 2015 6:35 am

· #282945
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וויל קענען

בדרך אגב צוקער קומט מיט א ו’ נאכן צ׳ אדער א י’ ? ס׳איז א טעות פונעם ברית


ס'קומט מיט א ויו.

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6

וויל קענען » דינסטאג יוני 16, 2015 8:14 am

· #282949
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
כ’האב עס געפרעגט פון @קאצקע ציקער ווייל כ’האב געזען אז ער הייסט ציקער מיט א י׳
קען זיין אז ער איז א ליטוואק וואס א ואו איז ווי א u און דא שרייבט ער פאר חסידישע

chusid » זונטאג יוני 21, 2015 1:53 am

· #283956
רוב כלל ישראל היינט זענען חילונים--מיין פראגע איז צו איז דאס ע"פ רוב געשען דורכאויס איין דור ,דאס הייסט אז זיי האבן געהאט א זיידע וואס איז געגאנגען פון שטארק רעליגיעז דראסטיש צו א חילוני אדער איז די טראנזישען געווען דורכאויס אפאר דורות?

רויטע וואנצעס » זונטאג יוני 21, 2015 1:58 am

· #283957
ווענד זיך פארוואס. איז עס געווען צוליב השכלה אדער די וועלט קריג, איז עס געשעהן און איין דור. איז עס געווען וועגן די אמעריקאנער שמאלץ טאפ, איז עס געגאנגען אביסל שטאטער.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 21, 2015 8:02 pm

· #284111
שבת אחים
בין איך דער גרעסטער ליבעראל פון קאווע שטיבל אדער די עלטערע ניקים האבן שוין ריטייערעט ?, מ׳טעהנט זיך דא די לעצטע צוויי טעג וועגן אסאך אישוס וואס די (לינקע) ניקס פלעגן אמאל שפרינגען , סתם פאר נייגעריגקייט האט איר אלע איינגענומען א שטומעניש ?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/281710">viewtopic.php?p=281710#p281710</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/281407">viewtopic.php?p=281407#p281407</a><!-- l -->

@יאיר
@יואב
@געפילטע פיש
@לעיקוואד
@הוגה
@פארוואס?
@יואליש
@איש עברי
@פלאוויוס
@בר דעת
@נהורא נפישא
@יידל
@מאטי
@אנאנים
@ביבער
@ממרום שלח אש
וועמען האב איך פארגעסן ?

וואס גייט פאר מיט ענק ?


איך קען נישט ענטפערן פאר יעדן, אבער פאר מיר איז די תירוץ אז אמאל איז געווען מיט וועם זיך צו טענה'ן, אפילו די רעכטע האבן געקענט פירן א ריספעקטפול שמועס, און כאטש פראבירט צו מאכן סענס, היינט ליידער דערקען איך נישט דאס פלאץ דא, אין רוב אשכולות עכ"פ.

דאס איז די פוילע תירוץ, די עכטע תירוץ אין איין ווארט איז "צייט."

chusid » זונטאג יוני 21, 2015 9:15 pm

· #284137
רויטע וואנצעס
ווענד זיך פארוואס. איז עס געווען צוליב השכלה אדער די וועלט קריג, איז עס געשעהן און איין דור. איז עס געווען וועגן די אמעריקאנער שמאלץ טאפ, איז עס געגאנגען אביסל שטאטער.

וויאזוי האט מען זיך דעמאלטס אן עצה געגעבן מיט משפחה? היינט אויב איינער גייט פון א פרומע לעבן צו פריי פארלירט ער די גאנצע משפחה. איז עס געווען גרינגער?

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 21, 2015 9:34 pm

· #284141
שבת אחים
בין איך דער גרעסטער ליבעראל פון קאווע שטיבל אדער די עלטערע ניקים האבן שוין ריטייערעט ?, מ׳טעהנט זיך דא די לעצטע צוויי טעג וועגן אסאך אישוס וואס די (לינקע) ניקס פלעגן אמאל שפרינגען , סתם פאר נייגעריגקייט האט איר אלע איינגענומען א שטומעניש ?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/281710">viewtopic.php?p=281710#p281710</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/281407">viewtopic.php?p=281407#p281407</a><!-- l -->

@יאיר
@יואב
@געפילטע פיש
@לעיקוואד
@הוגה
@פארוואס?
@יואליש
@איש עברי
@פלאוויוס
@בר דעת
@נהורא נפישא
@יידל
@מאטי
@אנאנים
@ביבער
@ממרום שלח אש
וועמען האב איך פארגעסן ?

וואס גייט פאר מיט ענק ?

יא האסט מיר פארגעסן. און ווי געפילטע זאגט, דער ענטפער איז 'צייט'. 😈

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 24, 2015 12:39 am

· #284803
פארוואס זאגט מען "צוויי דאללער" נישט "דאללערס" אזויווי ענגליש "two dollars"

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 24, 2015 7:52 am

· #284828
אינטערעסאנט. לפי"ז דארף מען אויך זאגן "צוויי קוואדארן" (קוואדערס)?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92