☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 3:44 pm

· #436609
כ'זע אין דעם פלעיליסט אז דרכו בקודש פון כ"ק אדמו"ר פון רחלין איז אנצוהייבען כמעט יעדן קליפ מיט פארמאכטע אויגן, און ענדיגען מיט פארמאכטע אויגן.

וויאזוי גייט עס צו? דער רבי מיט אפענע אויגן (פאן וכו') קליקט אויף 'ריקארד', דאן פארמאכט ער די אויגן, עפענט עס צוריק און זאגט א הייליגען דיבור, פארמאכט עס נאכאמאל, עפענט עס נאכאמאל און קוועטשט 'סטאפ'?

וואלווי » דינסטאג אקטאבער 8, 2019 2:04 am

· #437192
איך וויל תשובה טוהן אויף די חטא פון ארויסצוען א סמארט-טעלעפון ברבים אין א שאפפינג מאל, איז דאס א בין אדם למקום?

אדער א בין אדם לחבירו פאר'ן רייצען אנדערע, וממילא אין יוה"כ מכפר עד שירצה את חבירו?

קורקלענד » דינסטאג אקטאבער 8, 2019 2:37 am

· #437194
וואלווי
איך וויל תשובה טוהן אויף די חטא פון ארויסצוען א סמארט-טעלעפון ברבים אין א שאפפינג מאל, איז דאס א בין אדם למקום?

אדער א בין אדם לחבירו פאר'ן רייצען אנדערע, וממילא אין יוה"כ מכפר עד שירצה את חבירו?

אזויווי איר האט געזינדיגט אויפן חשבון פון א רבים וועט איר דארפן תשובה טוהן אויפן זעלבן אופן ווי א גוזל את הרבים. פאר פערציג טעג דארפט איר שטיין איר די שאַפּפּינג מאָלל און פארטיילן שומרים קארטלעך פאר אלע אידישע דורכגייער.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 8, 2019 8:34 am

· #437196
וואלווי
איך וויל תשובה טוהן אויף די חטא פון ארויסצוען א סמארט-טעלעפון ברבים אין א שאפפינג מאל, איז דאס א בין אדם למקום?

אדער א בין אדם לחבירו פאר'ן רייצען אנדערע, וממילא אין יוה"כ מכפר עד שירצה את חבירו?

איז עס געווען דעמאלס ווען איך האב דיר געטעקסט אין גראסערי? אויב אזוי איז שנים שעשאוהו פטורין.

וואלווי » דינסטאג אקטאבער 8, 2019 8:35 am

· #437197
קורקלענד
וואלווי
איך וויל תשובה טוהן אויף די חטא פון ארויסצוען א סמארט-טעלעפון ברבים אין א שאפפינג מאל, איז דאס א בין אדם למקום?

אדער א בין אדם לחבירו פאר'ן רייצען אנדערע, וממילא אין יוה"כ מכפר עד שירצה את חבירו?

אזויווי איר האט געזינדיגט אויפן חשבון פון א רבים וועט איר דארפן תשובה טוהן אויפן זעלבן אופן ווי א גוזל את הרבים. פאר פערציג טעג דארפט איר שטיין איר די שאַפּפּינג מאָלל און פארטיילן שומרים קארטלעך פאר אלע אידישע דורכגייער.

לא היו ישראל ראוין לאותה חטא אלא להורות תשובה לרבים

וואלווי » דינסטאג אקטאבער 8, 2019 9:00 am

· #437198
שמעקעדיג
וואלווי
איך וויל תשובה טוהן אויף די חטא פון ארויסצוען א סמארט-טעלעפון ברבים אין א שאפפינג מאל, איז דאס א בין אדם למקום?

אדער א בין אדם לחבירו פאר'ן רייצען אנדערע, וממילא אין יוה"כ מכפר עד שירצה את חבירו?

איז עס געווען דעמאלס ווען איך האב דיר געטעקסט אין גראסערי? אויב אזוי איז שנים שעשאוהו פטורין.

LOL

ס'געווען אין דע fruits and vegetable isle. מילא האט עס א דין אביזרהו דעריות בשדה, ווי א רשות היחיד, מילא איז ספק טומאה ברה"י טהור.

איש חזון » דינסטאג אקטאבער 8, 2019 1:41 pm

· #437203
וואלווי
ספק טומאה ברה"י טהור

???

וואלווי » מיטוואך אקטאבער 9, 2019 11:47 pm

· #437224
איש חזון
וואלווי
ספק טומאה ברה"י טהור

???

כדי לערבב את השטן...

יין שרף » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 12:13 am

· #437226
איש חזון
וואלווי
ספק טומאה ברה"י טהור

???

ס'איז דאך זמן הרגל..

וואלווי » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 12:28 am

· #437227
יין שרף
איש חזון
וואלווי
ספק טומאה ברה"י טהור

???

ס'איז דאך זמן הרגל..

סמארטפון איז א ספק טומאת אביזרייהו דעריות "דרבנן" וממילא ספיקו טהור אפילו ברשות היחיד

יין שרף » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 8:17 am

· #437228
וואלווי
יין שרף
איש חזון
וואלווי
ספק טומאה ברה"י טהור

???

ס'איז דאך זמן הרגל..

סמארטפון איז א ספק טומאת אביזרייהו דעריות "דרבנן" וממילא ספיקו טהור אפילו ברשות היחיד

געוואונדערט פארוואס יעדע רבי'לע האט זיך א מקוה, אלס עריות דרבנן ברשות היחיד..

גרוש » מאנטאג נאוועמבער 4, 2019 7:20 am

· #437838
פארוואס טרעפט מען נישט אין קאווע שטיבל קיין איין אשכול וועגן די פרשה פון "ר' ישראל משה וויינגארטן"?

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2019 12:20 pm

· #437855
וואלווי
איש חזון
וואלווי
ספק טומאה ברה"י טהור

???

כדי לערבב את השטן...

וואלווי: דער שטן איז שוין גענוג צומישט. נאך פון ראש השנה. ער האט נישט געוואוסט אויב ער זאלל פארן קיין אומאן אדער מירון. מ'דארף א ביסל צומישן אונזערע רעבעס. וועלכע ווערן ליידער משוגע פון ליידיגיין. זיי ווייסן נישט וואס צו טון מיט'ן טאג. זי האבן אן איסתפקתא אויב זיי זאללן פארן קיין פלארידא אדער קיין פאלם ספרינגס...!

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 4, 2019 12:22 pm

· #437856
גרוש
פארוואס טרעפט מען נישט אין קאווע שטיבל קיין איין אשכול וועגן די פרשה פון "ר' ישראל משה וויינגארטן"?

(געוועזענער) גרוש: ווייל ס'ליגט א יעדן אין די לינקע פיאה.ער האט געטון אלע מעשים טובים אין וואס זיין טאכטער באשולדיגט איהם.

נהורא נפישא » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:59 pm

· #438092
איך וואלט זייער געוואלט וויסן אויב אין די ספרים פון איזשבעצע חדר ותלמידיו, ראדזין, איגר לובלין, ר' צדוק וכו' אויב זיי ברענגן קיינמאל נישט פון רבין פון קאצק צוליב דעם פילוג.
איך האב נישט געטראפן אבער איך קען דאס נישט פעסשטעלן בבירור.
ייש"כ למפרע

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:44 am

· #438239
berlbalaguleh
גרוש
פארוואס טרעפט מען נישט אין קאווע שטיבל קיין איין אשכול וועגן די פרשה פון "ר' ישראל משה וויינגארטן"?

(געוועזענער) גרוש: ווייל ס'ליגט א יעדן אין די לינקע פיאה.ער האט געטון אלע מעשים טובים אין וואס זיין טאכטער באשולדיגט איהם.

ווי אזוי האסט דאס מברר געווען?

real fake news » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:41 am

· #438243
נהורא נפישא
איך וואלט זייער געוואלט וויסן אויב אין די ספרים פון איזשבעצע חדר ותלמידיו, ראדזין, איגר לובלין, ר' צדוק וכו' אויב זיי ברענגן קיינמאל נישט פון רבין פון קאצק צוליב דעם פילוג.
איך האב נישט געטראפן אבער איך קען דאס נישט פעסשטעלן בבירור.
ייש"כ למפרע

ס'דא א ספר פון די ראדזינער (בעל התכלת) א הקדמה צו זיין טאטן'ס ספר בית יעקב, ווי ער רעכנט אויס די השתלשלות החסידות פון בעש"ט ביז עם, אין ער לאזט דארט אויס די קאצקער.

נהורא נפישא » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 11:57 am

· #438254
יא ייש"כ דאס האב איך באמערקט. מיין שאלה איז צו די פילוג איז געגאנגען אויף אן אופן אז מ'האט זיך אינגאנצן אפגעטרייסלט טאקע און אויך טאקע אין שפעטערדיגע דורות צו מ'האט דאס אנגעהאלטן בשיטה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:19 pm

· #438255
ס'נישט געווען סתם אזוי א פאליטישע טיילונג, זיי האבן זיך געקריגט אויף איהם אין יסודות'דיג זאכן, איך ווייס נישט צו זיי האבן בכלל געהאט וואס נאכצוברענגען פון איהם.

נהורא נפישא » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:34 pm

· #438262
רביה''ק זי''ע
ס'נישט געווען סתם אזוי א פאליטישע טיילונג, זיי האבן זיך געקריגט אויף איהם אין יסודות'דיג זאכן, איך ווייס נישט צו זיי האבן בכלל געהאט וואס נאכצוברענגען פון איהם.

איך ווייס נישט וואס איר מיינט מיט דעם אז צעווישן איזשביצער איז אנטשטאנען חילוקי דעות אויף יסודותדיגע ענינים. אוודאי קען מען עס מסביר זיין אין טערמינען פון חילוקי השקפה אבער ס'איז דא א פאליטישע רקע וואס האט געברענגט צו זייער ציטיילונג און דאס איז אז דער קאצקערס השקפה אויפן לעבן איז געווען זייער א שטרענגע, דער מענטש ביסודו איז דאך א שטיק שקר און דער קאצקער איז געווען אן אומן וואס האט זיך דערגרינטעוועט אויף דעם שקר מיט א געוואלדיגע טיעפקייט, זיינע ווערטלעך, טייטשן, און אפריזמען זענען טאקע מלא חכמה וחריפות, אט דער חכמת החיים זיינע איז געווען זיין שמיני שבשמינית און דאס האט צוגעברענגט אז ער האט גרינגעשעצט אין דער מענטשהייט און דאס האט אויסגעקלאפט זייער שלעכט אויף געוויסע תלמידים וואס האבן געהאלטן אז מיט די השקפה פון אמת מול השקר דארף אבער די וועלט אנגיין און עס מוז זיין א געזונטע יחס צעווישן רבי'ן אין זיינע תלמידים. עכ"פ דאס איז די פשוטסטע מהלך וויאזוי כ'האב דאס אפגעלערנט. מיין ספק איז נאר אויב ער האט זיך גענצליך אפגעטרייסטעלט פונעם קאצקער מכל וכל ווי צו זאגן אז די רבי איז געפארן שלעכט און מיר האבן נישט קיין שייכות מער מיט אלעס וואס ער האט געשאפן אדער אז די קאצקער איז צו הויעך און געהויבען אז מיר זאלן זיך ביי אים האדווען, אבער זיינע דברי תורה זענען דברי אלקים חיים. מיר קוקט אויס דער ערשטער. איך זוך דאס נאר צו באשטעטיגן.
אבער צו זאגן אז ס'איז בכלל נישטא וואס נאכצוזאגן פונעם קאצקער לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 1:50 pm

· #438263
ווען דער קאצקער איז דאס ערשטע מאל אריין צום רבין פון לובלין האט ער איהם געזאגט אז זיין דרך אין עבודת השם ברענגט מרה שחורה, און צום סוף איז טאקע אזוי געווען, די לעצטע צוואנציג יאר פון זיין לעבן איז ער אריינגעפאלן אין א שרעקליכע מרה שחורה פון וואס ער האט זיך נישט געקענט ארויסזעהן. וואס האט ער געהאט פון די גאנצע געראנגל מיט'ן שקר? אז צום סוף האט ער איינגעזעהן אז זיין עקל פון שקר און זיין רצון זיך אפצושאקלען דערפון איז אויך בשקר יסודה, און נישט קענענדיג אקצעפטירן די פאקט אז זיין ער האט געלעבט אין א שקר זיין גאנץ לעבן איז ער געווארן דיפרעסט.

זעענדיג דאס איז דער איזביצער צוריקגעגאנגען צום דרך פונעם רבין פון לובלין, יא, א מענטש איז א שטיק שקר, און די רצון זיך אפצושאקלען דערפון איז אויך שקר. מצוות זענען שקר, עבירות זענען שקר, שמחה איז שקר, עצבות איז שקר, גאנץ עבודת השם איז שקר, על כרחך אתה חי ועל כרחך אתה שקר. נאכמער, לעבן אין א שקר איז נאר א פראבלעם ווען ס'איז דא אמת, ס'דא שקר, און איך גיי צום שקר. אויב אבער ס'נישט דא קיין אמת, ס'איז אלץ שקר, איז מאי אולמא האי מהאי? ס'דאך אלץ שטוית במיץ עגבניות. פארקערט גאר, דער וואס מאכט אן אינטערשייד, דאס איז אמת און דאס איז שקר, דער לעבט דאך אין אזא שקר שאין כדוגמתו. נו, אז די סיבה פארוואס דער קאצקער האט געזאגט די אלע שארפע ווערטער איז נאר געווען ווייל ער האט געהאט א פערזענליכע הנאה דערפון און ס'איז אלץ שקר, וואס איז שייך נאכצוזאגן פון איהם? ער האט הנאה געהאט פון שרייען פוי, זאל איהם וואויל באקומען, איך האב הנאה פון זאגן אז מצוות זענען עבירות און עבירות זענען מצוות, קוש מיר.

נהורא נפישא » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 2:04 pm

· #438266
פונקט ווי די שפת אמת און שם משמואל וואס זענען אויך נישט במהותם שארף ווי דער קאצקער קענען ברענגן מדברי תורתו וואלטן גענוג און נאך פון די דברי תורה פונעם קאצקער אויך געדארפט זיין רעלעוואנט אפילו נאכן פילוג אלא מאי זיי האבן אוועקגעווארפן די רינגל פונעם קייטל מכל וכל.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 2:11 pm

· #438267
דו רעדסט פון מענטשן וואס זענען געווען מער שארף צו ווייניגער שארף, דער איזביצער איז געווען אויסגעשפראכן קעגן שארפקייט. וואס וואלסטו געוואלט, ער זאל ציטירן א שארף ווארט פונעם קאצקער און זיך נעמען האקן אויף איהם?

דו לייגסט אראפ צוויי צדדים, אדער האט דער איזביצער געהאלטן אז תורת קאצק איז שקר, אדער האט ער געהאלטן אז ס'איז אמת נאר מ'טאר נישט פאוקאסן נאר אויף דעם. איך האב פארשטאנען א דריטע צד, אז בעצם האט ער געהאלטן אז זיין רבי איז געווען הונדערט פראצענט גערעכט און מ'דארף אויסרייסן דעם שקר מכל וכל, נאר דער רבי האט פארזעהן איין נקודה, אז די גאנצע געראנגעל מיט'ן שקר איז אויך שקר, און מ'דארף דאס אויך אויסרייסן.

נהורא נפישא » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:11 pm

· #438323
איך פארשטיי נישט פארוואס איר כאפט נישט וואס איך מיין, מיין שאלה איז א פשוטע היסטארישע שאלה איבערן פילוג וואספארא משמעות דער פילוג האט געהאט, איז דער איזשיביצער אוועקגעגאנגען בבחינת גבה טורא ביניהו און איז געווען א תוהה על הראשונות און אפגעהאקט מכל וכל אדער האט ער געהאלטן אז דער קאצקער איז א צו הויעך פאר די מענטשהייט אבער ער האט נאכאלטס מחשיב געווען דעם קאצקער אזויווי אסאך כותבי הקורות שרייבן.
איך וויל זיך דאס אויפדרינגען פון דעם אויב אינעם חדר פון די פורשים ברענגן זיי מדברי תורתו פונעם קאצקער לכה"פ אזויווי זיי ברענגן פון אנדערע גדולי החסידות דאן איז א סימן אז למעשה האבן זיי אים מחשיב געווען. צוזאגן אז פונעם קאצקער איז נישט דא קיין דברי תורה וואס איז נישט פארבינדן מיט דעם שארפן אנטי-שקר פיליזאפיע איז זיכער נישט ריכטיג. איך קען אויב ס'פאדערט דא נאכברענגן גענוג און נאך דברי תורה וואס וואלט געקענט שטיין אין ר' צדוק, אויב ברויכסטו איבערצייגונג קען איך ברענגן איך וויל פשוט יעצט נישט זיין כי ריכול ליזול וליחשב.

נקודת-אמת » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:02 am

· #438372

אין הקדמה פון בית יעקב שרייבט דער אייניקל (דאכט זיך ר' גרשון העניך טאקע) דער סדר ההשתלשלות פונעם זיידענס דרך החסידות, פונעם בעש"ט הק', דער רבי ר' בער, דער רבי ר' אלימלך, דע רעבין פון לובלין, (דער 'חוזה') דער 'ייד' וואס איז נסתלק געווארן בחיי רבו, דער 'רבי ר' בונם' פון פרשיסחא און אויף דעם שרייבט ער אז דער איזשביצער זיידע ר' מרדכי יוסף (בעל מי השילוח) איז געוועהן המורם מתלמידיו (דא), פונעם רעבין ר' בונם! (דער רבי פונעם קאצקער)
און: "ואחר הסתלקות רבינו שמחה בונם זללה"ה שלש עשרה שנה סבל צער החבאת מערת עדולם שלא הגיע העת עדיין ללמד תורה ברבים בפרהסיא" (דא)
ווער ס'האט נישט פארשטאנען מיינט ער די יאהרן וואס ער איז געוועזן אין קאצק.
און '@ריעל פעייק ניוז' האט שוין דערמאנט דאס, אבער נישט מדוייק,:
real fake news
ס'דא א ספר פון די ראדזינער (בעל התכלת) א הקדמה צו זיין טאטן'ס ספר בית יעקב, ווי ער רעכנט אויס די השתלשלות החסידות פון בעש"ט ביז עם, אין ער לאזט דארט אויס די קאצקער.

ככלל איז די הקדמה זייער לאנג און מקיף, אסאך טענות וואס מ'האט געהאט אויף דרכי המקובלים ודרך החסידות בכלל ודרך פרשיסחא ואיזשביצא בפרט.
און ער פארענטפערט אלעס דבר דבור על אופניו.
עד כאן וואס מ'האט אפגעלערנט אין ראדזין איבער די נקודה.

מצד שני, ווייס איך אז כקש"ת אדמו"ר הגה"צ ר' יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א ראש ישיבת 'תורת חכם' בעיה"ק ירושלים תובב"א
וואס טוט כידוע כסדר אסאך אין תורת קאצק ואיזשביצא, האב איך אמאהל געליינט אין זיינע קונטרסים א ביאור אז שפיץ נקודת קאצק האט ממשיך געוועהן דער איזשביצער
דאס הייסט, אז דער איזשביצער איז א המשך פון קאצק, (מיט א שינוי א ביסל, וועגן די נייע דערהער)
ס'איז נאך פארהאן א געוואלד וואס צו שרייבן, ועוד חזון למועד.

real fake news » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 10:27 am

· #438382
נקודת אמת: וואס זאגסטו אנדערש ווי איך האב געשריבן?

און פון רעב איטשע מאיר איז נישט צו א גרויסע ראיה ווייל כידוע מאכט ער אסאך תורות און איז מגזם אסאך כידוע ליו"ח (כמיין ח"ו נישט צו מזלזל זיין בכבודו נאר ער האט אן אייגנגארטיגע מהלך צו זאגן רמזים און חידושים אויף אלעס אפילו ער ווייסט אז סאיז נישט אמת ואכמ"ל)

יהודי פשוט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:30 am

· #438383
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רביה''ק זי''ע
ווען דער קאצקער איז דאס ערשטע מאל אריין צום רבין פון לובלין האט ער איהם געזאגט אז זיין דרך אין עבודת השם ברענגט מרה שחורה, און צום סוף איז טאקע אזוי געווען, די לעצטע צוואנציג יאר פון זיין לעבן איז ער אריינגעפאלן אין א שרעקליכע מרה שחורה פון וואס ער האט זיך נישט געקענט ארויסזעהן. וואס האט ער געהאט פון די גאנצע געראנגל מיט'ן שקר? אז צום סוף האט ער איינגעזעהן אז זיין עקל פון שקר און זיין רצון זיך אפצושאקלען דערפון איז אויך בשקר יסודה, און נישט קענענדיג אקצעפטירן די פאקט אז זיין ער האט געלעבט אין א שקר זיין גאנץ לעבן איז ער געווארן דיפרעסט.

זעענדיג דאס איז דער איזביצער צוריקגעגאנגען צום דרך פונעם רבין פון לובלין, יא, א מענטש איז א שטיק שקר, און די רצון זיך אפצושאקלען דערפון איז אויך שקר. מצוות זענען שקר, עבירות זענען שקר, שמחה איז שקר, עצבות איז שקר, גאנץ עבודת השם איז שקר, על כרחך אתה חי ועל כרחך אתה שקר. נאכמער, לעבן אין א שקר איז נאר א פראבלעם ווען ס'איז דא אמת, ס'דא שקר, און איך גיי צום שקר. אויב אבער ס'נישט דא קיין אמת, ס'איז אלץ שקר, איז מאי אולמא האי מהאי? ס'דאך אלץ שטוית במיץ עגבניות. פארקערט גאר, דער וואס מאכט אן אינטערשייד, דאס איז אמת און דאס איז שקר, דער לעבט דאך אין אזא שקר שאין כדוגמתו. נו, אז די סיבה פארוואס דער קאצקער האט געזאגט די אלע שארפע ווערטער איז נאר געווען ווייל ער האט געהאט א פערזענליכע הנאה דערפון און ס'איז אלץ שקר, וואס איז שייך נאכצוזאגן פון איהם? ער האט הנאה געהאט פון שרייען פוי, זאל איהם וואויל באקומען, איך האב הנאה פון זאגן אז מצוות זענען עבירות און עבירות זענען מצוות, קוש מיר.
ב"ה אז דו גלייבסט נאר וואס דו ווילסט גלייבן, אבער איך גלייב אביסל אנדערש....

די הייליגע קאצק'ער רבי האט פיינט געהאט שקר און געזיכט דעם אמת, ער האט געטראפן דעם אמת און זיך געשלאגן פאר דעם זיין גאנצן לעבן, ער האט געוואלט אויפשטעלן א דור פון מענטשן וואס זאלן לעבן נאר מיט'ן אמת, און דאס האט זיך נישט אויס גע'ארבעט, מענטשן זענען צו שטארק מקושר מיט'ן שקר, זעהענדיג אז ער קען נישט אויפטוהן וואס ער וויל אויפטוהן איז ער געווארן צובראכן און זיך טיילווייז איינגעשפארט

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 12:39 pm

· #438387
קען זיין אז דו ביזט אויפגעוואקסן אין גור ממילא האסטו געהערט אנדערע מעשיות ווי מיר, פון די מעשיות וואס איך האב געהערט קומט אויס אז ער איז געווען דיפרעסט.

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 7:03 pm

· #438407
רביה''ק זי''ע
קען זיין אז דו ביזט אויפגעוואקסן אין גור ממילא האסטו געהערט אנדערע מעשיות ווי מיר, פון די מעשיות וואס איך האב געהערט קומט אויס אז ער איז געווען דיפרעסט.

Wow ס'דרייען זיך אזוי פול קאצקער'ס אין אונזער דור...!

נקודת-אמת » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 8:50 pm

· #438639
real fake news
נקודת אמת:
1. וואס זאגסטו אנדערש ווי איך האב געשריבן?
2. און פון רעב איטשע מאיר איז נישט צו א גרויסע ראיה ווייל כידוע מאכט ער אסאך תורות און איז מגזם אסאך כידוע ליו"ח
(כמיין ח"ו נישט צו מזלזל זיין בכבודו נאר ער האט אן אייגנגארטיגע מהלך צו זאגן רמזים און חידושים אויף אלעס אפילו ער ווייסט אז סאיז נישט אמת ואכמ"ל)

1. דו האסט געשריבן אז ער לאזט אויס, ער לאזט נישט אויס, ער שרייבט אז ער איז געוועהן אין תפיסה און ער האט נישט געקענט משפיע זיין.

2. ר' איטשע מאיר שליט"א'ס גוזמאות אין תורה, זענען בעיקר אין זיין מהלך פון אויפווייזן אז בכל התורה כולה אפשר שיאמר בחי' 'אלו ואלו דברי אלוקים חיים'
און ס'איז נישט זיין חידוש, נאר ס'קומט שוין פונעם בעל ה'תורת חכם' וואס ר' איטשע מאיר'ס ביהמ"ד הייסט נאך איהם.
אן עקסטערע שמועס אויף דער גאנצער עניין וועט נאך נאכפאלגן בעזה"י לכשיהיו עתותיי בידי,
איך בין שאקירט געווארן אז ער האט נאך נישט געהאט קיין אנשי-שם אשכול.
מ'גייט זיך נעמען צו דעם נעקסטע פאר טעג,
א חוץ די רעיון אז אלע מחלוקת'ן מוזן שטומען אז 'אלו ואלו דברי אלוקים חיים'
לא שמעתי על עוד גוזמאות בתורתו, ולהיפך, ער איז א גרויסער עמקן, און א גלייכער קאפ
אדרבה קענסט פרעגן ר' @לעיקוואד שליט"א אויף דער עניין,
און בעיקר עניין הגרי"מ מארגענשטערן בעזה"י נרחיב באשכול המיוחד שייפתח בעזה"י בעבורו.

הוגה » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 6:56 pm

· #438787
@נקודת-אמת, מיר קוקן ארויס אויף די באשרייבונגען בכליון עינים.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 8:55 pm

· #439714
עס לויפט ארום אויף וואטסאפ א דרשה פון איינעם איבער ארבייטסגעבער וואס באהאנדלען נישט שיין די ארבייטער יענער האט א גוטען שפראך און עס קוקט אויס ווי ער איז נישט דערשראקן פון האקעלע נושאים
ווייסט איינער ווער דאס איז?
נ.ב.איך קען נישט ארויפלייגן די דרשה עס איז צו גרויס

יין שרף » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 9:02 pm

· #439715
יהושע הורוויץ?

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 9:11 pm

· #439716
יין שרף
יהושע הורוויץ?

ווער איז דאס? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?

יין שרף » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 9:51 pm

· #439717
mevakesh
יין שרף
יהושע הורוויץ?

ווער איז דאס? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?

@Shiurimhorovitz אויף טעלעגראם.

(דיסקלעימער, איך קען אים נישט, אבער וויפיל איך האב שוין יא געהערט, איז ער נישט די וועלט'ס חכם...)

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 10:24 pm

· #439718
וויפיל איך האב עם געהערט רעדט ער דברים של חכמה. בנוסף א גרויסע הארץ.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 9, 2019 2:06 pm

· #439730
איז דא אזא זאך אין די ביזנעס וועלט, אז ווען מ'רופט אן א קאמפעני, דארף מען נישט אויסהערן קערפולי, ווייל די מעניו אפשאנס האבען זיך נישט געטשענדזשט...?

קורקלענד » זונטאג יאנואר 19, 2020 12:43 pm

· #441770
.

שלום על ישראל » זונטאג יאנואר 19, 2020 12:57 pm

· #441773
[ציטאט אראפגענומען]

שטויבער

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 5, 2020 12:53 pm

· #443644
בדוק ומנוסה? דהיינו? כ'בין נייגעריג.
📎 Screenshot_20200305-125057_Adobe Acrobat.jpg

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 5, 2020 2:45 pm

· #443649
ונבנתה העיר
בדוק ומנוסה? דהיינו? כ'בין נייגעריג.

די נסיעה אן סמארטפאונ'ס איז בדוק ומנוסה...

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 5, 2020 10:05 pm

· #443659
וואלווי: איך האב יא א סמארטפאון. איך נעם עס נאר ארויס ווען דער עולם שלאפט. איך זיץ אין די זעקסטע שורה ביי די ווינדאו. אויף די לינקע זייט. אבער איך בעט דיך. פארצייל נישט פאר קיינעם דעם סוד. ווייל כ'האב מורא אז מ'וועט מיך ארויסווארפן פון פלעין. אדער. מ'וועט מיך (ח"ו) איבערלאזן אין ליזענסק...וואו וועלל איך דאמאלס גיין...! או. קעי. נאכדעים וואס מ'וועט אי"ה צוריקקומען מעגסטו שוין פארציילן פאר די סדרנים. דאמאלס האביך שוין נישט מורא פאר זיי...!

וואלווי » פרייטאג מערץ 6, 2020 2:41 am

· #443666
berlbalaguleh
וואלווי: איך האב יא א סמארטפאון. איך נעם עס נאר ארויס ווען דער עולם שלאפט. איך זיץ אין די זעקסטע שורה ביי די ווינדאו. אויף די לינקע זייט. אבער איך בעט דיך. פארצייל נישט פאר קיינעם דעם סוד. ווייל כ'האב מורא אז מ'וועט מיך ארויסווארפן פון פלעין. אדער. מ'וועט מיך (ח"ו) איבערלאזן אין ליזענסק...וואו וועלל איך דאמאלס גיין...! או. קעי. נאכדעים וואס מ'וועט אי"ה צוריקקומען מעגסטו שוין פארציילן פאר די סדרנים. דאמאלס האביך שוין נישט מורא פאר זיי...!

האב נישט מורא, יונגערמאן. אז מ'וועט נישט וועלען לייגען אין ביה"ח, דעמאלטס מעגסטו אפשר זארגען...

גליקלעך » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 1:16 am

· #443766
איז טאקע געווען איבער זעקס טויזנט באנוצער אויפן סייט דא צווישן מארטש דריי און פיר?

און אין די לעצטע פיר און צוואנציג שעה איבער צוויי אלפים געסט?

סאמטינג איז ווראנג.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 18, 2020 8:10 am

· #443958
אין די צייט, הערט מען נאר איין שטיק נייעס, קאראנא. און אזוי מאכט טאקע סענס. איך וויל אבער וויסען ווי מ'קען הערן די נייעס וואס ווערט אין די טעג באהאלטן דורך די קאראנא סומאטוכע, וואס שטופט מען אריין אונטער אונזער נעזער?

כפתור » מיטוואך מערץ 18, 2020 1:51 pm

· #443973
איינער ווייסט אויב מען מאכט נאך מציצה בפה ווילאנג די קאראנא וויירוס גייט אן?
פארוואס וויל איך וויסן?
ווייל איך בין נייגעריג

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך מערץ 18, 2020 2:07 pm

· #443974
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
כפתור
איינער ווייסט אויב מען מאכט נאך מציצה בפה ווילאנג די קאראנא וויירוס גייט אן?
פארוואס וויל איך וויסן?
ווייל איך בין נייגעריג
כ'בין געווען ביי א ברית און געזעהן ווי מ'מאכט עס, מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ כ'האב געשפירט ווי כ'פראסקע יענעם אן

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 19, 2020 12:18 pm

· #444004
פארוואס טאר איך נישט ליינען דעם פארום?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/443969">viewtopic.php?p=443969#p443969</a><!-- l -->

ישעיה » פרייטאג מערץ 20, 2020 12:04 pm

· #444045
רביה''ק זי''ע
פארוואס טאר איך נישט ליינען דעם פארום?

<a class="postlink" href="/post/443969">https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 69#p443969</a>

ס'איז אפשר אורטודוקסיש געשטימט

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 22, 2020 1:57 am

· #444083
דער גאלדענער אדלער
כ'בין געווען ביי א ברית און געזעהן ווי מ'מאכט עס, מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ כ'האב געשפירט ווי כ'פראסקע יענעם אן

ווי איך פארשטיי, ווערט די וויירוס נישט טראנסמיטעט דורך די בלוט, דהיינו, אז טאמער ס'גייט אריין אין די בלוט, וועט די באדי עס פייטן אן קיין סייד אפעקטס.
טעל מי איף איים ראונג