זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
ווייל אזויישראל גלויבערווי קומט עס פאר? אין אמעריקא אדער אין אייראפע
איך מיין אין אמעריקע.
איין פלאץ שטייט אין יוטה און איין פלאץ זאגט אין בערלין. גיי ווייס
איך זע שוין, ס'גייט שפילן אין ביידע פלעצער, אין יוטא - וואס איז די גרעסטע סינעמא אין אמעריקא, און אין בערלין, וואס איז די גרעסטע סינעמא אין דער וועלט. וואו! דאס איז א דערגרייכונג..
ווער קען בעסער ענגליש, אבאמא אדער טראמפ?
בן אדםווער קען בעסער ענגליש, אבאמא אדער טראמפ?
טראמפ זאגט אז ער קען אלעס בעסער! אפילו זאכן וואס ער אליינס איז מודה אז ער קען נישט דאך איז ער אייביג בעסער ווי יענעם, אויב פארשטייט ער נישט עפעס פרעגט ער איוואנקא, פרעג אים אליינס, ער וועט דיר אלעס זאגן אדער טוויטן אינמיטן די נאכט.
איז ביי ענגליש שייך אזא זאך, אז מען זאל אויפוואקסען דערמיט פערציג פופציג יאר, און איינער זאל עס נישט אזוי גוט קענען ווי דעם צווייטען?
כ'מיין ביי אידיש קען מען זיכער נישט פרעגן ווער עס קען עס בעסער, צו שמואל שלמה טעללער אדער סקווירא רבי, איז דאס ביי ענגליש אנדערש צוליב די היי ווערטער?
גליקלעך: איך האלט אז הרב שמואל שלמה טעללער קען בעסער רעדן אידיש ווי די סקווירא רעבע שליט"טא. פשוט. די רעבע זאגט אייביג אז ער וועיסט נישט...! און א רעבע וואס וועיסט נישט וויל איך נישט האבן. איך וויל גיין צו א רעבי'ן וואס ער וועיסט יא. ווייל אויב די רעבע וועיסט קעינמאל, גארנישט איז ער דאך אייניג מיט'ן באלאגאלעה. וועלכער וועיסט אויכעט כמעט גארנישט. אויסער צו איינשפאנען די פערד (טיעמסטער) און זיי שמייסן אז זיי זאללן פארן שנעללער...!... 😂 🙄
מיין שאלה האט זיך אנגעהויבן ווייל לעצטענס האב איך אביסל מיטגעהאלטן די טוויטער מעסעדזשעס פון די נייעם קעניג אונזערן, און כ'האב באמערקט אז א געוויסע ווארט איז נישט געווען געספעלט אזוי ווי די אנגענומענע מסורה ביז היינטצוטאגס (עוד בתקופת הפרעזידענטען), נאר נאכ'ן מאכן אביסל רעסערטש האב איך טאקע געזען אז ס'איז נישט נאר איין ווארט נאר עטליכע ווערטער און ס'איז שוין א שטיקל מדובר דערוועגן.
שמעקעדיגאיך וויל פארשטיין פארוואס פליען מיט א סטאפ איז ביליגער ווי א נאן-סטאפ פלייט?
צב.ש. איך וויל פארן א נסיעה קיין ארץ ישראל. א דירעקטע פלייט מיט למשל דעלטא וועט מיר קאסטן בערך $1,200 (ווענדט זיך אין די צייט פון יאר), אבער פארן מיט א סטאפ אין יוראפ וועט מיר שפארן א 3-400 דאלער.
לכאורה מיטן שכל מאכט עס נישט קיין סענס. לדוגמא איך פאר מיט בריטיש און איך סטאפ אין לאנדאן פאר עטליכע שעה - קאסט עס עקסטער אראפצונעמען מיינע געפעק און עס טראנספערירן צום קומענדיגן פלייט; דער נעקסטער פלייט דארף ווערן צוגערישט; מען באצאלט באזונדער פאר אנדערע פילאטן און סטוארדעס; עס קאסט מער געז זיך נאכאמאל צו הייבן; ע"פ רוב גיבט מען נאך א מיעל; און סוף כל סוף פלי איך מער שעות ווי אויף א דירעקטן פלייט. לויט מיין קאפ דארף א עירליין דערלייגן געלט פון אזא נסיעה מיט א סטאפ.
עם איי מיססינג סאמטינג?
כאטש אפאר ניקס האבן מיר שוין געענטפערט, האב איך דא געפינען א תשובה קלאר און דייטליך.
<a class="postlink" href="http://crankyflier.com/2012/01/03/why-does-a-connecting-flight-cost-more-than-a-nonstop-ask-cranky/">http://crankyflier.com/2012/01/03/why-d ... sk-cranky/</a>
ווי אזוי קען מען Download א קליפ פון יוטוב?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
<!-- w --><a class="postlink" href="http://Www.onlinevideoconverter.com">Www.onlinevideoconverter.com</a><!-- w -->
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז די מצב אין פלארידע מען איז נאך חושש אויפן זיקא וויירעס? דער עולם פארט אדער נישט?
די מצב פון זיקא ווייס איך נישט, אבער צו דער עולם פארט, קען איך אייך ענטפערן, יא דער ציבור פארט אין גרויסן
איך בין פאריגע וואך געווען אין עירפארט אויפפיקן מיינס א קרוב וואס איז צירוקגעקומען פון פלארידע, און יענע פלייט אליין איז פול געווען מיט היימישע אידן.
נישט גאנץ פלארידא איז אנגעשטעקט מיט זיקא, בלויז מיאמי קאנטי. פארט לאדערדעיל, באקע רעטאן, פאלם ביעטש ועוד איז נישטא קיין זיקא. פאר מענטשן וואס זענען נישט פרוכטבאר (אלץ עידזש אדער בורט קאנטראל) איז בכלל נישט קיין פראבלעם. אפילו טאמער ווערט מען אנגעשטעקט מיט די וויירוס איז עס נישט ספעציעל שעדליך, העכסטנס שפירט מען זיך נישט גוט פאר א וואך צוויי, אבער נישט מער.
מ'דארף אבער נעמען אין אכט אז די וויירוס קען זיך געפינען אין די ספערם פון א מאן ביז א יאר. טאמער פלאנט מען אראפ צו גיין פון בורט קאנטראל אין א יאר, קען עס זיין שעדליך
טאמער פארט מען יא קיין מיאמי קען מען זיך טעסטן צו זעהן אויב מ'איז געווארן אנגעשטעקט מיט זיקא. אזא טעסט קאסט בערך $750 און אסאך אישורענס קאמפאניס דעקן עס.
איז דא אן ענין צו עסן וואס מער פירות אויף חמשה עשר?
לדעתי, דער ענין פון פרוכט גילט אינגאנצן נישט אויף שבת, ופשוט.
בן אדםאיז דא אן ענין צו עסן וואס מער פירות אויף חמשה עשר?
ליטוואק פון בודאפעסטלדעתי, דער ענין פון פרוכט גילט אינגאנצן נישט אויף שבת, ופשוט.
ס'העלפט גאנץ גוט פאר די מאחרים לצא"ת...
א רוצח במזיד שחייב מיתה מיינט איינער וועלכער האט געוואלט הרג'ענען, אדער איז גענוג אז ער האט געוואלט געבן דעם קלאפ פון וואס יענער איז געשטארבן? [ס'דארף אודאי זיין מכה שיש בה כדי להמית וכו'].
במושכל ראשון, און דאכציך אז כ"ה אין די סעקולערע געזעץ, איז דער דגוש צי ער האט געוואלט הרג'ענען. לערנענדיג חו"ר [משפטים] האביך אבער געהאט כמה דיוקים כצד ב'.
לדוגמא: רש"י ברענגט א מיעוט אויף א רופא, א רב, און א טאטע שהרגו.
עני אינפאו?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אז ער האט נישט געוואלט הארגענען איז דאך עס נישט ערגער פון א נתכוון להרוג את זה והרג את חבירו. און אפי' למאן דמחייב, איז עכ"פ געווען א כוונת הריגה. (הגם לויט דעם מ"ד קען מען שוין עכ"פ זאגן אז נתכוין להרוג איז לאו דוקא און די כוונה איז נתכוין להכות).
אבער דו ביסט לכאורה גערעכט אז די משמעות הפסוקים אין משפטים איז לכאורה אנדערש. ווי מ'זעהט פון דעם אדון המכה את עבדו וואס איז נארמאלערהייט נישט מיט א כוונה צו הרג'ענען.
לעומת זה די פסוקים אין פ' מסעי מיין איך צייגן קלאר אז עס מוז זיין 'אינטענט' צו הרג'ענען.
דאס איז פארשטייט זיך אלעס א געססינג געים, די תשובה איז איין גוגל סערטש אוועק.
ווען ווערט ווינטער לויט פעסט האנטער אויף קול מבשר?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז אזוי עקלהאפטיגע?
קלוגע יודלוואס איז אזוי עקלהאפטיגע?
אפשר ווייל ס׳האט א שאלישאדעס גערוך, ס׳הערשט דארט א געמישטע ריח פון איימיטצוויבל מיט איבערגענעכטיגטע חרוסות וואס מ׳האט געגעסן יוכ״פּ קטן נאך כפרות שלאגן פאר מנחה, ... שרעקליך...
פרוואס קאווע שטיבל באנוצט זיך נישט מיט HTTPS, עס קומט ביי מיר ארויף Not Secure
מומחהפרוואס קאווע שטיבל באנוצט זיך נישט מיט HTTPS, עס קומט ביי מיר ארויף Not Secure
די אמת'ע תירוץ קען נאך וויסן די בעל השטיבל. אבער איך בין משער אז ס'געווען צי קאמפליצירט אויפצושטעלן די וועבזייַטל מיט ענקריפּשאַן. ס'וואלט טאקע געדארפט זיין מער פארזיכערט מיט ענקריפּשאַן אבער למעשה איז די ריסק דא נישט אזוי גרויס סייווי.
איש חזוןווען ווערט ווינטער לויט פעסט האנטער אויף קול מבשר?
זיי האבען געהערט דיין וויי געשריי! הער קולמע היינט.....!
@די קעניג פין אמעריקעשלום עליכם, זאג? טראמפּ קלאגט דיך נאכנישט אין געריכט פאר דיין ניק, ״דער קעניג פון אמעריקע״, ער האלט דאך אז ער איז דער איינציגסטער בעסטע קעניג וואס האט נאר אמאל געלעבט... ווי רופט אים נאר קטליא ״מלך זקן וכסיל״... 😂
[ציטאט אראפגענומען]
Is it true?
וואס געשענט אויב איך פאלג נישט תיכף ומיד די Remove the card QUICKLY פון די מיטער אדער געז פאמפ?
פרוביר עס אויס
נישט אויף מיין אחריות
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערסאנט איז אז MediaOTG טוט מארקעטינג פאר לייטערס סוכה און מאכט חוזק פון די נאכגעמאכטע. פאריאר איז געלאפן א באקאנטע סעריע פון there is a sukkah, and then there's a lietters sukkah.
יעצט ווערט מען געוואר אז there is a great ad, and then there's a copycat.
ס'איז אויך באקאנט אז זיי גנב'ענען כמעט אלע זייערע געדאנקען פון איזראעלי מארקעטינג איידיעס.
שבת אחים@די קעניג פין אמעריקעשלום עליכם, זאג? טראמפּ קלאגט דיך נאכנישט אין געריכט פאר דיין ניק, ״דער קעניג פון אמעריקע״, ער האלט דאך אז ער איז דער איינציגסטער בעסטע קעניג וואס האט נאר אמאל געלעבט... ווי רופט אים נאר קטליא ״מלך זקן וכסיל״... 😂
@שבת אחים
טראמפ האט א געוואונהייט נישט אויסצוהערען א גאנצע סענטענס.
סא ווען ער זעהט מיין ניק ליינט ער נאר 'די קעניג'
אין ער זאגט 'סיט דאון איי נוא אלרעדי פראם וויטש קאנטרי. סיט דאון' אין ער הערט נישט ווייטער. ממילא קלאגט ער מיר נישט.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב איך גיי נישט מיט קיין שטריימל יעצט ביינאכט וועל איך קענען טון א נארמאלע שידוך מיט מיין בחור?
קענסט דיך משדך זיין מיט מיר, אפשר נישט, ווייל במשך די טאג בין איך אויך נישט געגאנגען.
טמיראויב איך גיי נישט מיט קיין שטריימל יעצט ביינאכט וועל איך קענען טון א נארמאלע שידוך מיט מיין בחור?
ס'זעהט מיר אויס ווי די זוכ'סט איינער וואס איז מקפיד. ווייל ווען נישט פרעגסטו נישט.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
.
ווי אזוי לייגט מען ארויף א ווידיא פון YOU TUBE דא אויף קאווע שטיבל
קען אפשר איינער רעקעמאנדירען א גוטע דאקטערס אפיס וואס איז אפען שפעט יעדע נאכט? אבער גוט מיינט גוט! נישט עפעס א ערגענט קעיר פי עי. (בארא פארק)
וואס איז שלעכט מיט קעסלער?
נישט פאר מיינע נערווען די ווארטן צייט דארטען
פאר א גוטע דאקטער איז דא א לאנגע שורה. ס'איז א צייכן פון קוואַליטעט.
מישו מאוד מענייןווי אזוי לייגט מען ארויף א ווידיא פון YOU TUBE דא אויף קאווע שטיבל
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=149920#p149920ווי מאכט בארא פארק סיינס זייער סיינס? כ׳גלייב נישט זיי מאכען עס אויף ניו יוטריקט ווייל זיי האבען דארט סך הכול א גליינע גאראדש. איז לכאורה קויפען זיי עס אונליין. קען איינער זיך אויס? מיין חבר ברויך א סיין פאר זיין געשעפט. איך וואלט געקענט באשטיין איהם צו העלפען.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב ס'קומט אן אפדעיט איבערן נייעם וועקער
די קעניג פין אמעריקעווי מאכט בארא פארק סיינס זייער סיינס? כ׳גלייב נישט זיי מאכען עס אויף ניו יוטריקט ווייל זיי האבען דארט סך הכול א גליינע גאראדש. איז לכאורה קויפען זיי עס אונליין. קען איינער זיך אויס? מיין חבר ברויך א סיין פאר זיין געשעפט. איך וואלט געקענט באשטיין איהם צו העלפען.
איך פארשטיי אז זיי מאכן עס אויף ניו יוטרעקט. די סיין דארף אנקומען צום געשעפט. ס'דארף פיטן אויף די טראק. פארדעם דעליווערן זיי עס אין קלענערע שטיקלעך אין שטעלן עס צוזאמען ווען זיי הענגן עס אויף.
זייערע ארבעט איז זייער טאלאנטפול מיט אסאך קריעטיוויטי. מען קען דאס נישט כאפן אויף אמאזאן אדער אליבאבא.
וויפל פראצענט קארס אין בארא פארק האבן נישט קיין לעלוס???
ווען מזאל צאמרעכענען אלע ווי איי פי׳ס, הצלה, שומרים ,חברים, שמירה, עזרת נשים, חסד, שוויצערס, טונא בייגלס, מתעסקים, חסד של אמת, גבאים, רבנים, פאליטשאונס, לעקערס, ליעזאונס, ליידיגייערס, בופערס, וכודמה קומט אויס אז 96 פראצענט פון בארא פארק איז הויעך אויף לעלוס...
אזוי ארומפארענדיג אין בארא פארק נאכדערצי פאר די הייליגע טעג ווי יעדער איז פארנומען מיט זייערע יו״ט׳דיגע געברויכן און די פרעשיור איז גאר גרויס, ווערן מיר נישט אפגעשוינט פון די יללות, יעדע פאר מינוט הערט זיך אזעלכע מאדענע פייפערן און יאמערליכע קולות!... יעדער האט א אנדערע קוויטש און אנדערע פייפער מיט אנדערע תנועה. יעדער האט א אנדערע קאליר לעקטער, דער בליציגט פון אויבן, דער פון אונטען, און דער אנדערע פון די אינמיטן, איינער שרייעט זיך איבער דעם צווייטן. אלץ איז מוראדיג וויכטיג און אלעס איז לויטערע חסד לשם שמים...
#א דור פון טונא בייגלס.
נ״ב מ׳רעדט דא ניטאמאל פון סקול באסעס און קאר סערוויסעס מיט אואבער, דאס איז א באזונדרע מכות מדינה און א גזירה פארזוך...
אויב זעקס און ניינציג פראצענט האבן לעלא'ס דאן איז אובער מיט קאר סערוויס'ס מערסטנס פיר פראצענט. פאר פיר פראצענט לוינט זיך נישט צו מאכן א עקסטערע עסק. אבער צוריק צו דיר. וואס פונקטליך ווילסטו וויסן?
קורקלענד: ווען מ'זאל מאכן א פאלל וועט מען זעהן אז 99.5% פון די באפעלקערונג פון בארא פארק זענען פון די 4% פון שבת אחים. גם אני בתוכם. בתוך עמי אנכי יושב...!
איך פיל מיך ווי א גר מיט א לייסענס פלעיט וואס האט 3 alphabets אויף די לינקע זייט און 4 נומבערס אויף די לינקע זייט אלס רענדאם אן קיין רמזים און צו אלע בושות איז מיין קאר נאך שווארץ ווי מ'זאגט בלעק אן בלעק. צומאל פארשטעק איך נאך מאך מיין פנים מ'זאל נישט זען ווער דער לוזער איז ...
וואלווי: לא ירדתי לסוף דעתך (אפילו לתחילת דעתך לא עליתי) מיט די רמזים און די 4 אוןן 3 נאמבערס. אבער איין זאך איז זיכער. די קאליר פון א קאר וואס מ'באשטעלט איז נישט אזוי ווי די געבורט פון א קינד וואס דער מענטש ווייסט נישט צו ס'איז א יונגל אדער א מיידל ביז לאחר המעשה.אויב ער דארף מאכן א שלום זכר אדער געבן א קידוש. נאר די קאליר פון א קאר קענמען זיך אליינס אויסוועהלן ביים דילער. איך האב שוין געהאט רויטע , גרינע און בלויע קארס. אבער די יעצטיגע קאליר איז ב"ה זייער שיין צוגעפאסט. ממש אזוי ווי כ'האב געוואלט. לייט גרעי. מער זאג איך נישט מפני חשש גילוי. ווייל דאמאלס קען איך שוין אויסזאגן מיין לייסנס פלעיט נאמבער אויך...!
גרעי אן גרעי?