☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

שטערן » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:33 pm

· #40593
לעמיל
ידען
וויזוי קענען מענטשען זיין גרייט צו זיין סאלדאטען אין א מלחמה ווען אזויפיל פון זיי גייען שטארבען?

פארוואס זאל א מענטש וועלען חתונה האבען אז עס דא אזויפל וואס האבען פראבלעמען? נאר יעדער טראכט נישט ביי מיך, איך מיין די זעלבע איז ביי סאלדאטען
---
ונבנתה האקט


נישט קיין פארגלייך
חתונה האבן איז אייביג דא א וועג ארויס
א מלחמה, איינמאל די ביסט א סאלדאט, קענסטו דיך נישט ארויסדרייען אפי' דו זעסט די טויט פאר דיין אויגען

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:44 pm

· #40597
חתונה האבען איז אייביג דא א וועיג ארויס???? אזוי מיינסטו....

תלמיד חכם » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:51 pm

· #40603
גראדע איז געווען אין די נייעס אז די suicide ראטע איז איינער א טאג, ס'איז א שרעק ,, אבער פאר א גוי זעה איך נישט עפעס בעסער ווי די מיליטער,,
הלוואי זאל מען איינפירען די דיסספלין פין די מיליטער אין ישיבות גדולות עכ"פ ,

שטערן » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:58 pm

· #40604
לעמיל
חתונה האבען איז אייביג דא א וועיג ארויס???? אזוי מיינסטו....


נישט איך מיין, איך ווייס.
ס'דא אויף דעם א גאנצע מסכת אין ש"ס .

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:04 pm

· #40609
שטערן
לעמיל
חתונה האבען איז אייביג דא א וועיג ארויס???? אזוי מיינסטו....


נישט איך מיין, איך ווייס.
ס'דא אויף דעם א גאנצע מסכת אין ש"ס .

דריי דיך דא נאך אביסעל און נאכדעים וועמער רעדען

outspoken » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:19 pm

· #40619
פארוואס ווען א קינד באגייט א גרויסע פארברעכען ווערט ער געמשפט ווי א גרויסע? ממה נפשך האט א קינד שכל ווי א גרויסע דארף ער אלץ באשטראפט ווערן ווי א גרויסע, ווייטער אויב זיין שכל איז נישט רייף דארף מען זיך רעכנען דערמיט אפילו מ'רעדט פון א געפרליכע עבירה

qwerty » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:51 am

· #40832
outspoken
פארוואס ווען א קינד באגייט א גרויסע פארברעכען ווערט ער געמשפט ווי א גרויסע? ממה נפשך האט א קינד שכל ווי א גרויסע דארף ער אלץ באשטראפט ווערן ווי א גרויסע, ווייטער אויב זיין שכל איז נישט רייף דארף מען זיך רעכנען דערמיט אפילו מ'רעדט פון א געפרליכע עבירה


ווייל ווען אן אזוי געריפענר "קינד" ווייזט ארויס אז ער האט אזויפיל שכל צי טין אזא גרויסע קריים וואס בד"כ קען עס נאר אן ערוואקסענער, ווייזט ער דערמיט אז ער איז שוין אויסגעוואקסען.

kliger » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:58 pm

· #41109
גוטע רעסטאראנטען אין נ.י.
גוטע,געשמאקע,ביליגע,שיינע

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:38 pm

· #41125
פאר גוט איז דא איין ליסטע.
פאר געשמאק איז דא נאך א ליסטע.
פאר ביליג איז דא א דריטע ליסטע.
און שיין קען מען צאמשטעלן א פערדע ליסטע.

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:12 pm

· #41133
outspoken
פארוואס ווען א קינד באגייט א גרויסע פארברעכען ווערט ער געמשפט ווי א גרויסע? ממה נפשך האט א קינד שכל ווי א גרויסע דארף ער אלץ באשטראפט ווערן ווי א גרויסע, ווייטער אויב זיין שכל איז נישט רייף דארף מען זיך רעכנען דערמיט אפילו מ'רעדט פון א געפרליכע עבירה

ווען א קינד גייט אופן גאדער שטראפט מען עם נישט אויף די עוולה וואס ער האט געטאן, נאר אז ער זאל עס נישט טון נאכאמאל.
ווען ער טוט א קליין עולה איז נישט כדי עם צי שטראפן ווייל ער פארשטייט נישט פונקטליך וואס מען וויל פין עם, ער וויסט איין זאךדאס טאר מען נישט טון. א קליינע עוולה איז נישט געפערליך אז ער טוט נאכאמאל במילא קען מען נישט שטראפען אויב ער פארשטייט ווואס דא גייט פאר.

על המחיה » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:18 am

· #41311
וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?

מטעם מצא או מוצא?
📎 שמחת-נישואי-בן-הרהצ-מבערגסאז-בני-ברק-57.jpg

qwerty » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:18 pm

· #41388
על המחיה
וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?

מטעם מצא או מוצא?


מען וואלט אפשר געדארפט מאכען א נייע אשכול אויף "טעמי המנהגים"?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:40 pm

· #41635
חלה נאה וחסודה, קול חתן וקול חלה...

דער רב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:25 pm

· #41707
ער איז פשוט הונגעריק
על המחיה
וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?

מטעם מצא או מוצא?


איך דענק אז ער איז פשוט הונגעריק, און טאמער לאזט ער די חלה אויפן טיש בשעת'ן טאנצען, האט ער מורה אז א צווייטער קען עס אויפעסען.

אדער דער ווייטער, ועט אויפראמען דעם טיש, וועט ער עס צינעמען.

אזוי, קען ער רואיק טאנצען, ווי לאנג ער וויל, אז ער האט שוין פת בסלו

שטערן » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 7:03 pm

· #41975
על המחיה
וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?

מטעם מצא או מוצא?


מוצא??
מוצא טויג דאך נישט
מוצא אני אני מר ממות את האשה!
אפשר מצא
מצא אשה מצה טוב
וואס קען מען נעמען??? אפשר א מצה....

פערינא » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 7:25 pm

· #41976
על כן יעזוב איש את אביו ואת אימו.. והיה לבשר אחד

א רמז אז מגייט זיך היינט פארפלעכטען און ווערן איינס

ודברי פפ''ח

נחום » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 2:13 am

· #42053
אין מזרזין אלא למזורזין
איך האב זיך אלעאל געוואונדערט פארוואס זאגען חז"ל אין מזרזין אלא למזורזין ?

וואס איז דער הסבר אין דעם?

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 2:30 am

· #42057
דער רב
על המחיה
וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?
מטעם מצא או מוצא?


איך דענק אז ער איז פשוט הונגעריק, און טאמער לאזט ער די חלה אויפן טיש בשעת'ן טאנצען, האט ער מורה אז א צווייטער קען עס אויפעסען.
אדער דער ווייטער, וועט אויפראמען דעם טיש, וועט ער עס צינעמען.
אזוי, קען ער רואיק טאנצען, ווי לאנג ער וויל, אז ער האט שוין פת בסלו


אפשר טאקע א רמז פארן חתן אז ער באקומט יעצט "פת בסלו"?...

העי נאו » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 4:16 am

· #42064
תלמיד חכם
גראדע איז געווען אין די נייעס אז די suicide ראטע איז איינער א טאג, ס'איז א שרעק ,, אבער פאר א גוי זעה איך נישט עפעס בעסער ווי די מיליטער,,
הלוואי זאל מען איינפירען די דיסספלין פין די מיליטער אין ישיבות גדולות עכ"פ ,
די איזרעליס ווילען דאס טון אין אינז סטאפען נישט צי האקען אויף זיי!

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:43 am

· #42083
געפילטע פיש
חלה נאה וחסודה, קול חתן וקול חלה...

דערמאנט מיר א מעשה שאולי היה ואולי משל היה, געווען אמאל א חתונה ווי דער עולם זיצט געמיטליך ביי די טישן, קומט צוגיין א וועיטער און גייט ארום זאגן "די כלה איז א זונה" דער עולם שמייכעלט אונטער און עסט ווייטער, ביז ער קומט אן צום אויבן-אן דער מחותן הערט די ווערטער און שפרינגט אויף מיט כעס פרעגענדיג דעם וועיטער ווער האט דיך געהייסן דאס זאגן? יענער זאגט איך ווייס נישט פון גארנישט דער קעיטערער האט מיר געהייסן איך זאל ארומגיין זאגן, שוין דער מחותן לויפט אריין מיט א אימפעט אין קאך כאפט אן דעם קעיטערער און שרייט באנומענע קולות אויף עם ביסט משוגע דו ווילסט פארשעמען מיין טאכטער?
דער קעיטערער בעהט זיך רבי איד בארוהיגט אייך, די בעקעריי האט בטעות געשיקט נישט ריכטיגע חלות האב איך געבעטן דעם וועיטער ער זאל ארומגיין זאגן דעם עולם אז "די חלה איז מזונות"...

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 10:06 am

· #42086
נחום
איך האב זיך אלעאל געוואונדערט פארוואס זאגען חז"ל אין מזרזין אלא למזורזין ?

וואס איז דער הסבר אין דעם?

ווען חז''ל זאגען אין..... אלא ל.... מיינט עס נישט ליטערעל, נאר זיי ווילן ארויס ברענגען א ראיון אויף א שטארקן אופן.
והא ראי ' לא נברא רעממים אלאלעקום עקמומת שבלב'' יעדער ווייסט אז א רעם האט נעטירלעכע בענעפיטס פאר די פעלדער, ס'פערטילייזעד די פעלדער, דאך האבן חז''ל געזאגט אלא לעקם עקמומת שבלב.
די ראיה האב איך געהערט פון ר' אביגדור מיללער ז''ל.
צי חז''ל האבן געוויסט די נעטירלעכע מעלות פון א דינערן בליצען ווייס איך נישט.

qwerty » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:11 am

· #42097
נחום
איך האב זיך אלעאל געוואונדערט פארוואס זאגען חז"ל אין מזרזין אלא למזורזין ?

וואס איז דער הסבר אין דעם?



לכאורה איז דער ביאור אזוי:

איינער וואס איז שוין פון פריער אויך, בטבע "א מזורז" איז דענסטמאלט שייך אז מען זאל עם נאכמער מזרזר זיין.

אבער איינער וואס איז בטבע "א קראצער", איז נישט דא קייו תועלת עם צי מזרז זיין, ווייל וויבאלד אז ער איז א קראצער בטבע, וועט דאס וואס מען איז עם מזרז, סיי ווי נישט העלפען.


נולד מאוחר איז גערעכט אז "אלא" מיינט נישט ממש אבסאלוט נאר וואס איז דער עיקר תועלת.

דאס מיינט אז כאטש מקען טאקע אלעמען מזרז זיין אבער חז"ל בריינגען ארויס אז ווען איינער האט מדת הזריזות בטבע איז דא צי וועמען צי רעדען, אז מוועט עם מזרז זיין וועט עס אסאך העלפען אבער טאמער איז ער "א קראצער" בטבע, זאגען חז"ל "דאנט ווייסט יור טיים" ווייל עס וועט קיין סאך נישט העלפען, עניוויי, ווי מיר זעען דאס טאקעא, אז עס איז אוי.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 7:09 pm

· #42232
מעג א עושר דרייוון א וויהיקל אן אינשורענס?

Shmilly » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 7:33 pm

· #42244
no cause its the law that you must have insurance

qwerty » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:46 pm

· #42281
זר זהב
מעג א עושר דרייוון א וויהיקל אן אינשורענס?


דער רעכטיגער ענטפער איז: יא און ניין.

אפיציעל, לוטן חוק מיז יעדער האבען עפעס א מין סארט אינשורענס אבער מען איז נישט געצוואונגען צי צאלען געלט און קויפען אן אינשורענס פאלאסי אזוי ווי עס טיען עס רוב מענטשען.

אויב א מענטש וויל, (ער מיז נישט זיין אזא גרויסער גביר אפילו) קען ער מאכען "סעלף אינשורד" אנישורענס וואס מיינט אז ער נעמט א סכום פון זיינע אייגענע געלט, לוט דעם סכום פון די מינימום אינשורענס וואס די סטייט פארלאנגט און ער לייגט דאס אריין אין א ספעשעל אקאונט טאמער מוועט דאס דארפען כדי ציבאצאלען דעם הזק פין עקסעדענט און אז די קענסט באווייזען אז די האסט עס געטין אזוי ווי זיי ווילען ביזט די א-קיי און מיזט ניט קויפען אינשורענס.

<a class="postlink" href="http://www.dmv.ny.gov/iies/FS-100.pdf">http://www.dmv.ny.gov/iies/FS-100.pdf</a>

<a class="postlink" href="http://www.dmv.org/insurance/alternatives-to-auto-insurance.php#tz_NY">http://www.dmv.org/insurance/alternativ ... .php#tz_NY</a>

נחום » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:57 am

· #42386
והיו מלכים אומניך - מיסעס אבאמא וועט זיין מיין קלינינג ליידי
איך וואונדער זיך פארוואס ווען דער נביא וויל אונדז מאכען באגייסטערט ווי געוואלדיג גוט עס וועט זיין בא די גאולה, זאגט אינדז צי אז עס וועט זיין והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך....

איז מיר זייער שווער צי פארשטיין וואס איז דערגרויסער יחוס אין דעם?

מילא, והיו מלכים אומניך - איך וועל זיין זייער ציפרידען אז מיסעס אבאמא וועט זיין מיין קלינינג ליידי, וואשען די וועש, קלינען מיין טוילעט און טאן מיינע אנדערע שמוציגע ארבעט אפילו וואשען מיינע דישעס הארט מיר אויך נישט אז מיין רעבעצען וועט האבען מנוחה און נישט דארפען אליין טאן אלעס.

אבער, "ושרותיהם מניקותיך"??? וועט מיסעס אבאמא זייגען מיינע קינדער??? 😲

פוי, פוי, פוי!

איך וועל נישט לאזען אז גוי'טע זאל זיין די מנקת פין מיינע קינדער אפילו אויב די שיקסע הייסט מיסעס אבאמא אדער מיסעס ראמני.

פארוואס זאל עני איד זיין אינטערעסירט אין אזא עקלדיקע זאך און דאס שאצט מען אונדז אריין אין נאדען פין די גאולה?

וואסארא גרויסער יחוס איז עס?

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:28 am

· #42396
אין די צייטן פון די נביא איז געווען נארמאל צו האבן א דינסט צו זייגן די קינדער, אזוי ווי דבורה מינקת רבקה וואס איז נישט געווען קיין אידיש קינד.

נחום » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:33 am

· #42471
געפילטע פיש
אין די צייטן פון די נביא איז געווען נארמאל צו האבן א דינסט צו זייגן די קינדער, אזוי ווי דבורה מינקת רבקה וואס איז נישט געווען קיין אידיש קינד.


איך פארשטיי נאך נישט.

ע"פ דין מעג מען ניצען א גויטע בשעת הדחק אויב סאיז נישט דא א אידישע מנקת איז עס אזוי ווי בדיעבד און בשעת הדחק ווען מען האט נישט קיין בעסערע עצה.

און בא רבקה איז צוויי זאכען:
ערשטענס איז נישט געווען קיין אנדערע אידישע מאמע אויף דער וועלט.
און צווייטענס איז רבקה'ס מאמע אויך נישט געווען קיין אידישע און אלס בייבי איז רבקה אויפגעוואקסען אין א בית עבודה זרה איז איר גויטע מינקת נישט ערגר ווי איר גויטע, מאמע.

משא"כ אין צייט פון נביא איז בדרך כלל נישט אזוי שווער צי געפינען אן אידישע מינקת און אפילו אפילו אויב אמאל איז עס געווען א גויטע, האט מען עס געטין בדיעבד און בשעת הדחק.

דעריבער, פארוואס זאל דער נביא אונדז ציזאגען אז בימות המשיח וועלען מיר האבען דעם גרויסען גליק וואס איז נאר בדיעבד און בשעת הדחק?

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:17 pm

· #42489
פון ווי נעמסטו אז א גויטע איז א דיעבד?
ווי אויך איז א שפחה כנענית א העכערע שטאפל, אין הלכה ווי א גוי.

qwerty » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:19 pm

· #42491
נחום

פוי, פוי, פוי!

איך וועל נישט לאזען אז גוי'טע זאל זיין די מנקת פין מיינע קינדער אפילו אויב די שיקסע הייסט מיסעס אבאמא אדער מיסעס ראמני.

פארוואס זאל עני איד זיין אינטערעסירט אין אזא עקלדיקע זאך און דאס שאצט מען אונדז אריין אין נאדען פין די גאולה?

וואסארא גרויסער יחוס איז עס?


די קושי' איז לכאורה א שטאקע קושיא און איך בין נישט זיכער וואס דער ענטפער איז, אבער איך וועל זיך משתדל זיין צי פארענטפערען עכ"פ בדרך אפשר.

מען דארף קלערען צי מינקת מיינט טאקע א מינקת ממש אדער ממיינט עס בשם המושאל וואס אמאל מיינט זייגען אזוי ווי מיר זאגען היינט אויף איינגליש "נורסינג"?

וואס דער "פשוטו של מקרא" פון דעם ווארט "נורסינג" מיינט אמאל ווען א בייבי זייגט מילך פון די מאמע און אמאל מיינט עס ווי מיר זאגען אויף איינגליש "נורטורינג" nurturing וואס איז נישט קיין מזון גשמי נאר מזון רוחני וואס איז כולל אלע באדערפעישען פון בייבי ווי למשל צי געבען דייפערס פאר די בייבי און אפוואשען וואס די בייבי האט אנגעשמיצט און "נעמען ער" פין דיאלע זאכען וואס איז ציפיל אוןצי שווער פאר די מאמע.

איך דענק אז די קענסט באשטיין אז מרס אובאמא וועט רייניקען די שמיציגע דייפערס פין דיין בייבי! דאס איז א מין סארט "נורטורינג" וואס די בייבי דארף.

אדער אויב מוויל טייטשען מינקת ממש, מיינטעס אז אלע ווייבער פין אלע שרים וועלען קימען זיך בעטען רחמים אז מיר זאלען זיי לאזען זיין די מינקת ממש כפשוטו אבער מיר וולען זיי נישט לאזען כאטש זיי וועלען עז בעטען און מיר וועלען זיי נאר לאזען טאן די זאכען וואס וועט נישט שאטן אינדזערע קינדער.

איחוד פעלד » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:44 pm

· #42501
און בכלל איז שווער דעמאלס וועט מען זייגען די קינדער פין שטיינער, איין שטיין מילעך און איינס האניג, איז וואזשע דארף מען די גויטעס אויף דעם?

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:54 pm

· #42505
איינער דארף דאך האלטן די שטיינער...

סיריעסלי אבער, איך זע נישט אז די קושי' זאל זיין אזוי שווער, אויך האב איך נישט געוויסט אז טשעינדזשען פעמפערס איז מזון רוחני.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:14 pm

· #42515
כ'האב שוין אמאל מעורר געווען אז בפשטות נאך ביאת המשיח (עכ"פ נאך די "עולם כמנהגו נוהג" סטעידזש) וועט מען מער נישט דארפן טשענדזשן קיין דייפערס און נישט האבן קיין פראבלעמען מיט טוילעט פאפיר.
די גאנצע ענין האט מיט קליפות און חיצונים, און ע"פ קבלה איז דער ענין פון זיך אויסרייניגן א הויכע זאך וואס דער מענטש רייניגט זיך פון די טומאות, און דאס וועט בטל ווערן בביאת הגואל.
בבחינה כבני ישראל במדבר, מכניס ואינו מוציא.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:15 pm

· #42516
נאר פאר אידן? וועלן גויים אויך מער נישט ארויסגיין?

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:17 pm

· #42518
יא, אבער אויב איז דאס מזון רוחני וועט מען דעמאלס אויך דארפן ווינדלען די קינדער, מ'װעט דאך זיין אין א מצב פון כולו רוחני, מיינסטו מ'וועט אויסלאזן אזא רוחניות'דיגע זאך?

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:18 pm

· #42519
לאו דוקא,
אפילו ביי די מן, שטייט אין די ראשונים אז מ'האט געדארפט ארויסגיין.
על אף ס'איז געווען מזון רוחני

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:19 pm

· #42520
ביי די מן?
רש"י זאגט דאס "מכניס ואינו מוציא".
זעה איך האב יעצט מוסיף געווען אויף מיין תגובה הנ"ל, אז ס'איז טאקע אזוי ווי די אידן מדבר.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:22 pm

· #42525
דערפאר האב איך געשריבן "ראשונים" (לאפוקי רש"י)

נחום » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:48 pm

· #42540
איחוד פעלד
און בכלל איז שווער דעמאלס וועט מען זייגען די קינדער פין שטיינער, איין שטיין מילעך און איינס האניג, איז וואזשע דארף מען די גויטעס אויף דעם?


וואו רעדט זיך וועגען שטיינער?

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:49 pm

· #42542
נחום
איחוד פעלד
און בכלל איז שווער דעמאלס וועט מען זייגען די קינדער פין שטיינער, איין שטיין מילעך און איינס האניג, איז וואזשע דארף מען די גויטעס אויף דעם?


וואו רעדט זיך וועגען שטיינער?

אז ס'איז אזוי געשעהן פאר ר' זושא, מן הסתם וועט אזוי זיין לעתיד פאר יעדעם

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:04 pm

· #42557
אז ס'איז אזוי געזעהן פאר די ששים רבוא זעקסטלינגען אין מצרים.....

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:28 pm

· #42574
משם ראיה? זיי זענען דאך געווען אפגעהיטן מיט שם לשון מלבוש, ע"כ האבן זיי געלעבט מיט ניסים

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:42 pm

· #42580
ענטפער צו נחום
נחום
איך האב זיך אלעאל געוואונדערט פארוואס זאגען חז"ל אין מזרזין אלא למזורזין ?

וואס איז דער הסבר אין דעם?

ווייל פאר א פויל'ן וועט עס ממילא נישט העלפן

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:56 pm

· #42586
מארגען מארגען נאר נישט היינט
זאגן אלע פוילע לייט.
קרעדיט: מיין עלטער באבע

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:33 pm

· #42638
קאווע טרינקער
מארגען מארגען נאר נישט היינט
זאגן אלע פוילע לייט.
קרעדיט: מיין עלטער באבע

קרעדיט: דויטשע שפריכווארט.
Morgen, morgen, nur nicht heute, sagen alle faulen Leute

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:35 pm

· #42640
געפילטע פיש
קאווע טרינקער
מארגען מארגען נאר נישט היינט
זאגן אלע פוילע לייט.
קרעדיט: מיין עלטער באבע

קרעדיט: דויטשע שפריכווארט.
Morgen, morgen, nur nicht heute, sagen alle faulen Leute

WOW
מיין באבע איז טאקע פון דארט
איז עס אויך דיין באבע?
וועלעכע רעסיפי געפילטע פיש האסטו?
אוי, גילוי

ידען » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 7:28 am

· #44606
פארוואס דארף מען ארויסדייעלען מיט א 1 פאר די עריע קאוד אבער ווען מע קאלט פון א סעלפאן דארף מען נישט לייגען די 1 פאר דעם?

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 10:53 am

· #44624
אפשר דארף מען קודם וויסן פארוואס אפאר יאר צוריק האט זיך דאס געטוישט, ביז דאן האט מען נישט געדארפט ארויסדייעלן מיט א 1.

ידען » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 12:03 pm

· #44637
וואס זענען די זאכען וואס מע לייגט יעדע שטיק צייט אויף די גאסען? אזעלעכע ווייערס וואס זעהט אויס געמאכט צו טשעקען די טרעפיק און קאנעקטעד צו א באקס וואס איז געטשעינט צו א בוים אדער א לעמפ פויל.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 1:13 pm

· #44658
ידען
וואס זענען די זאכען וואס מע לייגט יעדע שטיק צייט אויף די גאסען? אזעלעכע ווייערס וואס זעהט אויס געמאכט צו טשעקען די טרעפיק און קאנעקטעד צו א באקס וואס איז געטשעינט צו א בוים אדער א לעמפ פויל.

אין דעם באקס (וואס איז אויך פארמאכט מיט א שלאס) איז דא א מאשינקע וואס ס'רוקט זיך פאראויס מיט איין נאמבער א יעדעס מאל וואס די מאשינקע כאפט א קלאפ דורך "עיר פרעשור" וואס קומט ווען א קאר פארט איבער דעם "ראבער האוז" וואס איז אויסגעצויגן איבער די ברייט פון ראוד. "קאונטער" בלע"ז. נאך א געוויסע צייט טשעקט ווער ס'טשעקט אויב ס'פארן אריבער גענוג קארס צו בארעכטיגן ארויף צו לייגן א "טרעפיק לייט" ביי די גאס. אדער וואו ס'עקזיסטירט שוין א "לייט", אויב ס'פעלט אויס צו מאכן א "טוירנינג" לייט אויך.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92