זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
אפטעמיסטוויאזוי קען זיין אז אין ישראל שלאגט מען זיך אזוי קעגן גיין אין דער ארמיי, און אין וויליאמסבורג שלאגט מען זיך אזוי צו יא באקומען דעם ארמיי (בילדינג)?
אפטעמיסט: ס'איז זייער א גוטע דזשאוק. (מסתמא גייט דער עוילעם לאכן.) פליס לייג עס אוועק פאר די נעקסטע חתונה אדער שבע ברכות וואו דו גייסט בדחנ'ען. 😂 🙄 🙂 😳 😮
ווער עס גייט מיך געבן מיין 1,300 לייק?
צום ערשטען מאל צום צווייטעם מאל צום דריטען מאל זכה לו ל
@פישל'ע העררינגמשולם שטיינפעלדפיטומי מיליאיך וויל וויסן
פאר וואס א נארמאלע מענטש, א רעכטע אוהב את הבריות, איינער מיט א שטארקע שכל הישר, איינער וואס פארשטייט אפצוטיילן א דינע האר אין צווייען הייסט א לינקער
אין א פערד, איינער וואס גייט אין וואנט אריין, איינער וואס איז פיל מיט hate, איינער וואס איז my way or no way, שלעכט, נעריש, ראציג, אין פאציג הייסט א רעכטע
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/Left%E2%80%93right_politics">http://en.m.wikipedia.org/wiki/Left%E2% ... t_politics</a>
איך האב נישט געמיינט אין פאליטיקס, איך האב געמיינט ביי אונז אידן
פון ווען הייבט מען אן עסן המן טאשן?
פארוואס אפערירן נישט די פאליס קארס מיט פאר וויל דרייוו רעדער. איך בין געזיצן נעכטן ביי א רויט לייט, און פארענט פון מיך איז געשטאנען א פאליס קאר. יענע קאר איז געווען א דאזדש טשארדזער וועלכע איז בעק וויל דרייוו (זאגאר מער מסוכן). ווען ס'איז געווארן גרין האט ער אנגהויבן אזאנס צו גליטשן, אזש מיר האט געדאכט איך גיי זיך טרעפן זיצן אינעם ארעסטאנט זיץ, צוזאמען מיט מיין קאר.
אזויפיל געלט צאלט מען פאר זיכערקייט, און דווקא אט די חברה וואס דארפן זיך יאגן אין א שניי צו העלפן צווילע, נישט נאר וואס זיי האבן קיין פאר-וויל-דרייוו, זענען זיי זאגאר בעק וויל דרייוו. אפשר ברויכן אונז זיי העלפן. סארא שיגעון. עם איי מיסינג סאמטינג?
זיי האבן דאך ספעציעלע טרעקלעך פאר הילף, מען קען נישט אויסשטאטן די טויזענטער אדער מיליאנען פאליציי אויטאס מיט טייערע 4-ווהיל דרייוו טרעקלעך איבערן יאר.
פארוואס פירט מען זיך אז אויב מ'רעדט צו א לאטינא דאן מאכט מען נאך זיין אקצענט "אמיגא נאו פראבלעמא קאם טאמארא " די זעלבע איז ווען מ'רעדט צו א סלאווישן גייט באלד אריבער דער ענגליש צו א סלאווישער אקצענט. כ'מיין כ'האב נאך נישט געזען אז א ספאנישער אדער א רעד נעק ווען ער רעדט צו א חסיד אז ער זאל טוישן דעם אקצענט.
ווייל א חסיד (שוטה) מיינט אז ער דארף אויסזען אויפגעקלערט אפילו צום גרעסטן שקלאף וואס וואשט דיינע טוילעטס! ווילאנג יענער איז נישט א איד איז דאך יענער קאאאאאאאאאאאאאאאל......
.
דער פאליס לעידיס וואס שטייען געווענליך ביי גרויסע סקולס, צו קוקן ווי אזוי מ'גייט אריבער דער גאס,
האבען זיי אמאל געהאלפן ראטעווען כאטש איין נפש אחת???? אלס וואס ווערן זיי באצאלט?
איך גלייב אז יא. זיי פעלן שטארק אויס
שמעקעדיגזיי האבן דאך ספעציעלע טרעקלעך פאר הילף, מען קען נישט אויסשטאטן די טויזענטער אדער מיליאנען פאליציי אויטאס מיט טייערע 4-ווהיל דרייוו טרעקלעך איבערן יאר.
דעי פארשטינקענע 4 וויהל קענען זיי זיך נישט ערלויבען? און אנדערע פלעצער ווי און ענגלאנד זענען זיי אויסשטאפירט מיט וואלווא קארס צו אפילו בי עם דובעליו, וואס איז טייערער ווי 4 וויהל דרייוו אויף פארשטינקענע פארד קארס.
סאו וואטדער פאליס לעידיס וואס שטייען געווענליך ביי גרויסע סקולס, צו קוקן ווי אזוי מ'גייט אריבער דער גאס,
האבען זיי אמאל געהאלפן ראטעווען כאטש איין נפש אחת???? אלס וואס ווערן זיי באצאלט?
מסתמא, 40 יאר צוריק איז א קינד געשטראבן צוליב א עקסידענט, און דער לאקאלער פאליטישן איז פונקט אויסגעשטאנען פאר א שווערע רי-עלעקשן,
האט דער ביליגער לץ פאליטשן געטראפן א גאלדענע געלעגנהייט צו ציען פאזיטיווע עטענשן, און פארגעשלאגן א נייע געזעץ אויף לעולם ועד, דער "דשאני לאו", צו וואס
זיך געלאזט פאטראגאפירן מיט א זויערע פנים צוזאמען מיט צאמגעבראכנע משפחה, און זיך נאך אהער געשטעלט ווי דער בעל הרחמים פון די שטאט,
בקיצור, לכבוד די תאות פון א פאליטישן דארף מיר זיך ספראווען מיט א פרישע ביוראקרעסי לעולם ועד
למשל יענער וואך האט מען נעבעך געטראפן די קערפער פון די פארלוירענעם גייסטישן קראנקן קינד אוואנטע אקענדא,
נו וואס קלערסטע, אשר יגרנו בא, דער עטענשן סיקער טשאק שומער וועקט זיך אויף אז מ'דארף מאכן א "אוואנטע לאו",
דו ביליגער לץ!!! מוז מען טאקע צו אנזעטיגן דיין כבוד, נאך יעדע טראגעדיע, רייטן דערויף און איינפירן א נייע געזעץ אויף לעולם ועד???
אריבערגעפירט אין א עקסטער אשכול
איז מעגליך צו ליינען א מעשה אהן Visualizing?
לכאורה נישט
פונקט געהאט א שמועס מיט איינעם איבער Visualizing. זאגט ער מיר אז ער Visualized כמעט גארנישט, וואס ער ליינט אדער זעהט איז ביי אים על פי רוב פאקטן אין קאפ נישט קיין פיקטשער. ער טענה'עט אז אסאך מענטשען טראכטן אזוי.
ווען איך דערצייל עם איבער א מעשה מיט א הויז און גארטן מיט א גרויסע בוים פון פארענט טראכט ער נישט פון א הויז מיט א בוים?
ביים ליינען אדער הערן א מעשה זעהט ער עס נישט לעבעדיג מיט קאלירן מיט די ווינט די שאטען אא"וו נאר סתם א בוים. אפשר קען מען עס מגדיר זיין, אז ער זעהט טאקע בילדער אבער נישט אלס א פילם.
ווען איך ליין אדער איך הער א מעשה זעי איך אויך נאר די פאקטן
איך פארשטיי אז עס האט צוטוהן ווי טיף די מענטשעןס דמיון גייט ,
א שטארקע טיפער פאנטאזירער זעיט א גאנצע מעשה ווי ממש אין לעבן, געווענליך די מענטשען זענען זייער אפטימיסטיג אבער נישט רעליסטיג פין די אנדערע זייט איז ער אייביג מלא תקוה, ווידערום דער וואס זעיט נאר פאקטן שוועבן נישט אין דמיונות דעי זענען מער פעסעמיסטיש אין רעליסטיג
איך גיי אויך געווענליך אריין בעומק המחשבה, כאילו בעל השמועה עומד לפני. דעריבער איז מיר זייער שווער זיך אפצורייסן אינמיטן א מעשה אדער א קליפ, ווייל עס רייסט מיר ארויס פונעם עולם הדמיון צום אמת, וואס איז שווער. ווידעראום האבעך חברים וואס ממש אומפארשטענדליך, אינמיטן די טיפסטע אינטערעסאנטסטע שטיקל האבן זיי נישט א פראבלעם צו פארקלאפן דעם בוך (אדער לעפטאפ) און גלייך צוריק שיפטן צום אמת'ן וועלט. כאב עס קיינמאל נישט פארשטאנען געהעריג ביז יעצט ליינענדיג דא.
איך קלער אויך אז מען מוז עס זעהן.
מצד שני, אז לערנענ'דיג גמ' וועל איך הערן אז ראובן האט געבארגט געלט פאר שמעון, קען עס אפשר יא דורכגיין אהן זעהן.
אולי איז די סיבה פון זיך פארשטעלן כדי מען זאל קענען ארויסנעמען דערפון די מצב און איהרע מעגליכקייטן, למשל אז מען הערט אז פלוני האט זיך אויסגעגליטשט, פרעגט דער מוח, נו, ועכשיו? אבער אז מען זעהט עס שפינט דער מוח אלע מעגליכקייטן וואס דא גייט פאר, אה, דא זעה איך דעם גוטן זעץ, און דאס עפענט די מעגליכקייט אז ער האט געגעבן א געשריי און אפשר איז געווארן אן אנגעלויפעכץ...
קען אפשר זיין אז עס זענען דא גאר באקאנטע סינעריאו'ס וואס דער מוח האט שוין געקאטעלאג'ט איהר אינפארמאציע און השלכות ווי אין א זיפ פייל [אויך ווייל זענען זיי נישט די פרט צו וואס מען וויל צוקומען], און אז איך הער אז ראובן האט געבארגט געלט דארף איך עס נישט זעהן ווייל דער מוח טראגט מיר גלייך צום צווייטן סטעפ און שטעלט מיר פאר אלע סינעריאו'ס וואס קען יעצט געשעהן, ער לייקענט, ער צאהלט נישט וכו' וכו'.
מסופקני, איך קען אליין נישט דערגיין צו איך משל מיר אויס ווי ראובן בארגט פאר שמעון.
שמעקדיג, סדא חבירים דא וואס האלטן אז דאס וואס די ריפסט די אמת וועלט איז אויך נאר א דמיון, איז דאך פשט אז זיי קענכן פארקלאפן די בוך און אריבער גיין צים צווייטען דמיון.
ונבנתה העיר אז איך הער אז ראובן האט געבארגט געלט דארף איך עס נישט זעהן ווייל דער מוח טראגט מיר גלייך צום צווייטן סטעפ און שטעלט מיר פאר אלע סינעריאו'ס וואס קען יעצט געשעהן, ער לייקענט, ער צאהלט נישט וכו' וכו'.
מסופקני, איך קען אליין נישט דערגיין צו איך משל מיר אויס ווי ראובן בארגט פאר שמעון.
פארשטייט זיך אז נישט אלעמאל קומט אריין די visualization, ווען ראובן בארגט פון שמעון, אדער ווען איך ליין אויב די סקווער רוט פון צוויי איז ראציאנאל, טראכט איך נישט פון צוויי עפלעך, אבער ווען מ'לערנט פשט העני את ידו לפנים וויזואלייזטו נישט א טיר מיט א עני? אדער ווען דו ליינסט די מעשה פון גאלדילאקס טראכסטו נישט פון א הויז מיט הארטע און ווייכע בעטן?
קען מיר אפשר איינער געבען נאך וועב זייטלעך אזויווי
(1) אידישע וועלט
(2) פאליש
ישר כח למפרע
געלטקען מיר אפשר איינער געבען נאך וועב זייטלעך אזויווי
(1) אידישע וועלט
(2) פאליש
ישר כח למפרע
קאווע שטיבל
איך וויל וויסן:
וואס איז דער פרוכט וועלכע מען ניצט אלס איינער פון די ד' מינים?
אפטעמיסטאיך וויל וויסן:
וואס איז דער פרוכט וועלכע מען ניצט אלס איינער פון די ד' מינים?
ס'טייטש מ'קעמיר ערווארטן א נייעם ניק אין שטיבל. קומענדיגער ניק איז אפטעמיסט, האט גארנישט מיטן פינטל איד. גוט צו וויסן.
Banana
diffBanana
דו קלויזעבורגער איינער...
וואסי פשט רביים זענען באוואפענט מיט שטעקנעס. צו וואס דארפן זיי דאס? צו העלפן גיין? פארוואס ביי דורכשניטליכע מענטשן ברויך מען נארמאל זיין א זיידע דערפאר. פאר שיינקייט? פארוואס איז א שטעקן שיין, און אפילו אז יא, פארוואס דווקא ביים שטעקן, מאכן זיי באמיאונגן זייער שיינקייט זאל ארויסשטארצן? אפשר בבחינת "שרביט הזהב", אויסצושטרעקן פאר איינעם צו געבן רשות הדיבור, איז עס טאקע אזוי?
זיי ארבעטן אסאך שווערע ווי אונז אלע עמך אידן, ממילא האבן זיי נישט קיין כח זיך אונטער צו האלטען,
איי אונז שטיין שוין אויף 6, אין אפיס יעדן טאג 9 ביז 6, ביים אהיים קומען העלפט מען ארויס אין שטוב, דערנאך גיין לערנען וגו', משא''כ זיי אויס געפאפענע ליידיגגייערס וואס פארן אויף וועקאציע אפאר מאל א יאר, האבן נאך נישט געארבעט שווער זיינט זיי זענען ארויס פון מאמע'ס געדערן? תיקו
שטילע אינגערמאןזיי ארבעטן אסאך שווערע ווי אונז אלע עמך אידן, ממילא האבן זיי נישט קיין כח זיך אונטער צו האלטען,
איי אונז זענען שטייין שוין אויף 6, אין אפיס יעדן טאג 9 ביז 6, ביים אהיים קומען העלפט מען ארויס אין שטוב, דערנאך גיין לערנען וגו', משא''כ זיי אויס געפאפענע ליידיגגייערס וואס פארן אויף וועקאציע אפאר מאל א יאר, האבן נאך נישט געארבעט שווער זיינט זיי זענען ארויס פון מאמע'ס געדערן? תיקו
דאן איז דאס נישט תיקו, נאר תיובתא.
ווער האט א בעסערער תירוץ?
איך מיין אז במקור איז עס געמאכט ארויסצושטעקן ווען מ'ווארט פאר א היטש, אזוי האב איך געזעהן צדיקים מדורות הקודמים זיך פירן, מיט די צייט איז נשתכח געווארן די עיקר
ווען וועסט מיר מסביר זיין פארוואס זיי ברויכן א אויפגעבלאזענע דיקע פעלץ, און ערקלערן פארוואס זיי דארפן א דרייווער; ווען וועסט מיר געבן צו פארשטיין די עמקות פון מרבה מחלוקת זיין בישראל, און מיר זאגן פארוואס זיי ווארפן א. ג. שיריים-- וועט מען זיך זעצן דן זיין די עמקות פון זייער מנהג השטעקען.
יואבוואסי פשט רביים זענען באוואפענט מיט שטעקנעס. צו וואס דארפן זיי דאס? צו העלפן גיין? פארוואס ביי דורכשניטליכע מענטשן ברויך מען נארמאל זיין א זיידע דערפאר. פאר שיינקייט? פארוואס איז א שטעקן שיין, און אפילו אז יא, פארוואס דווקא ביים שטעקן, מאכן זיי באמיאונגן זייער שיינקייט זאל ארויסשטארצן? אפשר בבחינת "שרביט הזהב", אויסצושטרעקן פאר איינעם צו געבן רשות הדיבור, איז עס טאקע אזוי?
<a class="postlink" href="http://tora.us.fm/tnk1/mlbim/milot/mkl_mte_mijent.htm">http://tora.us.fm/tnk1/mlbim/milot/mkl_mte_mijent.htm</a>
יואבוואסי פשט רביים זענען באוואפענט מיט שטעקנעס. צו וואס דארפן זיי דאס? צו העלפן גיין? פארוואס ביי דורכשניטליכע מענטשן ברויך מען נארמאל זיין א זיידע דערפאר. פאר שיינקייט? פארוואס איז א שטעקן שיין, און אפילו אז יא, פארוואס דווקא ביים שטעקן, מאכן זיי באמיאונגן זייער שיינקייט זאל ארויסשטארצן? אפשר בבחינת "שרביט הזהב", אויסצושטרעקן פאר איינעם צו געבן רשות הדיבור, איז עס טאקע אזוי?
א מנהיג דארף פאָרשטעלן מנהיגות. מטה משה. מטה אהרן. כי במקלי עברתי. אונז ווילן8 נישט א מנהיג וואס איז שייף עייל שייף נפיק. מיר ווילן עס זאל זיין אנמערקבאר אויף איהם אז ער איז א מנהיג. ווייל דאס איז די טייטשט פון א מנהיג. עס זעהט זיך אן אז ער פירט.
דאס איז פארשטייט זיך נאר געזאגט פאר די גרעסערע רביים וואס זענען באמת מנהיגים. כדוגמת רביי סאטמאר, גור'ער רבי, בעלזא רבי, באבוב, פאפא וכו'.
יואבוואסי פשט רביים זענען באוואפענט מיט שטעקנעס. צו וואס דארפן זיי דאס? צו העלפן גיין? פארוואס ביי דורכשניטליכע מענטשן ברויך מען נארמאל זיין א זיידע דערפאר. פאר שיינקייט? פארוואס איז א שטעקן שיין, און אפילו אז יא, פארוואס דווקא ביים שטעקן, מאכן זיי באמיאונגן זייער שיינקייט זאל ארויסשטארצן? אפשר בבחינת "שרביט הזהב", אויסצושטרעקן פאר איינעם צו געבן רשות הדיבור, איז עס טאקע אזוי?
ס'דא רעביס וואס זענען חולה אויפ'ן פיס דערפאר גייען זיי מיט שטעקענעס, אבער רוב רעביס זענען קראנק און קאפ און דערפאר גייען זיי מיט שטעקענעס...
אכב איין שטיקעלע מעשה פון ספר נהרי א"ש תורות ותולדות הגאון הגדול רבי שמעון זעליכוב'ער זצ"ל:
פעם אמר לו איש, להרעבי'ס יש להם הרבה ממון, כי כולם גונבים ולוקחים מכל אשר בא תחת ידם. נענה לו הגאון הנ"ל ואמר: מיר קענסטו נישט חושד זיין און דעם, ווייל איך האב נישט א שטעקן, אזוי ווי דו אנדערע.
העומדים והנוכחים לא יכלו לרדת לתוך עומק הדברים, כולם הסתכלו על רבינו בתמיה, וברצונם להביא פתרון דבריו המפליאים.
וכאשר הרגיש הגאון הנ"ל כי לא תפסו דבריו, אמר: אמרו חז"ל (נדרים כ"ה ע"א) בלוה שהוטמין הממון במקלו, ונתן להמלוה, וא"כ שבע שכבר חזר את חובו, ובאמת כן הוא כיון דבעת השבועה היה המלוה אוחז בהמקל שבתוכה היה הכסף... נראה מזה כי הגנבים מטמינים את ממונם במקלם, ולפי שיטתך דבאמת "רבי" אני, אבל לא גנב, והראיה, שאין לי מקל.
ודפח"ח.
אפשר איז דעס אן אנדערע טעם פארוואס זיי גייען מיט שטעקענעס, ווייל זיי זענען א באנדא פאלנע גנבים....
וואס איז פשט אז ווען די וועטער מבינים זאגן אז ס'גייט זיין א שניי, שטייט שוין די מעכדיגע שומרים טראק אויף 52 אין 13?
אפשר ווייס איך נישט וואס שומרים טוט אלץ, וויפיהל איך ווייס האט שומרים גארנישט מיט קיין שניי,
שנית כל לאמער זאגן זיי האלטן זיך גוט מוט די שניי, שוין ארלעדיגט, וואס איז דער משוגעת אפזיצן דארט א וואך נאכן שניי?
די פארקינג איז גענוג געדרענגט ווען מ'קומט דאווונען אין שומר שבת אדער איבער בייסן אין די גלילות, סארא משוגעת איז דאס צו נעמען דריי ספאטסאלץ ווין ס'גייט אדער 'האט געשנייט? נאכדערצו היי יאר ווען ס'האלע אין איין שניי'ן זיצען זיי דארט אפאר וואכן,
עמ איי מיסינג סאמטינג?
שומרים איז גרייט על כל שניי באל שלא תבא. כאפן די שקצים וואס ווארפן שניי באל'ס אויף אידישע באסעס.
רויטע וואנצעסשומרים איז גרייט על כל שניי באל שלא תבא. כאפן די שקצים וואס ווארפן שניי באל'ס אויף אידישע באסעס.
וועגען דעים איז די טראק געפארקט פאר אפאר וואכן אויף 52 אין 13? הייסט דאס איז די פלאץ ווי די גוים באווארפן די מענטשהייט? פששש נאך א מזל די זאגסט מיר, מער גיי איך נישט אהין.
אבער וואס האט די טראק מיט כאפן די גוים? מ'לויפט זיי נאך מיטן טראק? כ'מיין א קאר וואלט געווען בעסער.
העי,
@berlbalaguleh האט מען דיין באס שוין טאקע באווארפן אויף דער קארנער?
איך בין א שלעכטע בדחן, די עולם כאפט נישט די דזשאק.
ווי א נער קום איך כסדר צוריק צו דעם אשכול צו פרעגן מיינע שאלות און קשיות, כאטש נישט אלעמאל ווערן זיי גע'ענטפערט.
מיין היינטיגע שאלה איז אזוי:
חבר בד"ץ עדה החרדית אין וויליאמסבורג שבירושלים הרב אולמאן, זיין שריפט און זיין געשטעל מאכט א רושם פון אן ערענסטע תלמיד חכם, איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן, וואסי פשט אז יעדעס מאל ער חתמ'ט, הסכמות מחאות אדער פיוס בריוו פארן ראב"ד, וועט איר באמערקען אז ער שרייבט אריין אין די לעצטע "ן" א געוויסע קאוד, א נומער אדער אות, ביי יעדע חתימה זעהט אויס דער קאוד אנדערשט.
ווייסט איינער א הסבר?
איינער זאגט אז דאס זענען נומערן וואס גייען אויפן סדר, מיטן ציהל אז מען זאל
נישט מזייף זיין זיין חתימה.
ייש"כ.
יואבוואסי פשט רביים זענען באוואפענט מיט שטעקנעס. צו וואס דארפן זיי דאס? צו העלפן גיין? פארוואס ביי דורכשניטליכע מענטשן ברויך מען נארמאל זיין א זיידע דערפאר. פאר שיינקייט? פארוואס איז א שטעקן שיין, און אפילו אז יא, פארוואס דווקא ביים שטעקן, מאכן זיי באמיאונגן זייער שיינקייט זאל ארויסשטארצן? אפשר בבחינת "שרביט הזהב", אויסצושטרעקן פאר איינעם צו געבן רשות הדיבור, איז עס טאקע אזוי?
איך געדענק נישט אויפן מאמענט, אבער עס האט עפעס א מקור. איך וועל פרובירן זיך צו דערמאנען.
וואס מיינט "איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום" וואן איך קליק אפאר מאל אויף א לייק הודעה
לכאורה איז יענע לייק געווען אויף אן הודעה וואס מ'האט אויסגעמעקט
Why do people buy stocks, as a commodity it for the dividends.