☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:52 pm

· #235658
כפתור
ווי קומט אריין דעיטינג?.. איך בין "נייגעריג" אויב פרויען זענען אינטערעסירט און די סאבזשעקס וואס מען טוט דא דיסקוטירן.
יעצט בין איך נייגעריג געווארן אויב ק"ש האט א פאליסי אויף יא אדער נישט אריין לאזן פרויען

קאווע שטיבל פרעיגט נישט אויב מ'זאגט שלא עשני אשה, אדער שעשני כרצונו...!אדער, צי מ'דאוונט אין ביהמ"ד אדער אין ווייבער שול. צי מ'גייט צו באקן מצות ער"פ אדער מ'באקט לאטקעס, ער"פ .צי מ'זיצט אין פראנט אדער אין בעק אויפ'ן ב.פ. באס. צי מ'טוט אן א פלעסטיק אויפ'ן קאפ ביי כפרות שלאגן. צי מ'האט מורא פון די טשיקנס אדער נישט. צי מ'דרייווט ארויס אין קאנטרי יעדן דאנערשטיג פארנאכטס אדער נישט. צי מ'לערנט דף היומי אדער נישט....ס'איז נאך דא א סאך שאלות צו פרעיגן. אבער קאווע שטיבל פרעיגט נישט קיין איינס פון דעי שאלות...!

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:25 pm

· #235685
אז דו רעדסט שוין פון די אלע שאלות, ווייסן דען אלע נשים וועלכע פרי מען נוצט פאר די ארבע מינים? למשל אין קלויזענבורג איז מען זיך נוהג אז די נשים שאקלען נישט לולב.. אלא מאי איז דאך משמע פון רש"י אז צופיל פרויען דרייען זיך נישט דא ודו"ק.

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 7:04 pm

· #235687
דריידל
ירא שמים
אז איך וויל ליינען וועגן אגעוויסע נושא אין חכמות חיצוניות (בין הסדרים פארשטייט זעך) און איך זוך א ט.ב. גיי איך צו עמעזאן וכדו' טרעף איך דארטן אהן א ים מיט ביכער פון אלע מינע פרייזען פון פינף דאלער ביז דריי הונדערט דאלער בערך בעט איך דא פון די חשובע פראפעסארן זאלן שרייבן עפעס עצות וואו אזוי צו טרעפן דאס ריכטיגע
ואו אויך וואוזוי מזעט די לעוועל
און וואו וויסט מען עפעס וועגן דעם מחבר


די דארפסט וויסן מער ווייניגער וואס די זיכסט. ס'איז א גוטע עצה אז די זאלסטיך אריבערכאפן צו א גרויסע לייברערי (אויב ביסטי אין ברוקלין, קענסטי גיין צום צענטראלע לייברערי לעבן פראספעקט פארק אדער צו די ביזנעס לייברערי אויף קעדמען פלאזא) ווי די קענסט באקומען הילף פון א לייברעריען צו טרעפן וואס די זיכסט. איינמאל די טרעפסט עפעס וואס שמעקט דיר זאלסטי אראפשרייבן די ISBN מיט די title און name of author.

איך גיי געווענדליך צו www.dealoz.com/ ווי זיי קאמפעירן פרייזען פון פארשידענע וועבסייטס. קענסט קויפן געניצטע בוקס פאר שפאט ביליג. נגיע קען קאסטן איבער הונדרעט דאלער און ס'איז ממש אשאד. ס'איז אויך גוט צו וויסן אז מ'דארף נישט קויפן די לעצטע עדישאן. די וואס גיבן ארויס די ביכער ווילן נישט אז מ'זאל אוועקלייגן די ביכער פון איין יאר אויפ'ן צווייטן, טוישן זיי ארום די פעיזשעס אדער קאלירן פון אילוסטרציה וכדומה, סתם נערישקייטן, אז ס'זאל אויסקוקען אנדערש. די סקולס פארלאנגען פון די סטודענטן צו קויפן די לעצטע עדישאן אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן, דאס מאכט אז די פרייז פון א בוק וואס האט געקאסט פאראיאר 100 דאלער קען יעצט גיין פאר בלויז 5 דאלער. ס'דא אמאל אן אויסנאם ווען מ'קען טאקע נישט ניצן די אלטע אבער עפ"י רוב איז עס בערך די זעלבע.

סארי פאר די שפעטע רעספאנס; כ'האב פשוט יעצט באמערקט דיין תגובה

@ירא שמים

וואס איז אבער יא די חילוק צווישען די פינף דאלערדיגע און די הונדערט דאלערדיגע אחוץ פון די דערמאנטע טעמים

דריידל » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 8:42 pm

· #235705
יעדעס מאל א בוק ווערט איבערגעדריקט פאלט די פרייז פון די אלע מהדורה ווייל ס'איז מער נישטא קיין פארלאנג דערויף. זייער אפט, האט אבער די אלטע 99% די זעלבע אינפארמאציע ווי די נייע.

chusid » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:00 pm

· #235712
וויפיל שעה א טאג אין עוורידש אינזשויט זיך א קאווע שטיבל מעמבער. איך רעד נישט פין א נישט שלעכטע מינוט לאמיר זאגן ער דאווענט אין א שטיבל ווי סאיז דא גרויסע פענסטערס וכו. איך רעד פין אינזשויען.. שמועסן ליינען וכו

איך פארברענג לכל הפחות פיר שעה א טאג אויף אינזשויען. און די עוורידש יונגערמאן ביי אונז?

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 10:32 pm

· #235737
דריידל, וואס האסטו צוזאגן וועגן אלעקטראנישע ביכער ווי קינדעל איי-בוקס גוגל-בוקס

דריידל » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 10:48 pm

· #235742
איך בין זייער נישט באהאווענט מיט די סארט ליין פארמאטס.

די פארשטייסט אליינס אז דאס גייט נישט צוזאמען; איינער וואס דרייט זיך אין לייברעריס איז געווענדליך אן אנדערע טיפ פון די וואס באניצן זיך מיט קינדעל, איי בוקס א.ד.ג.

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:59 pm

· #236166
דריידל
איך בין זייער נישט באהאווענט מיט די סארט ליין פארמאטס.

די פארשטייסט אליינס אז דאס גייט נישט צוזאמען; איינער וואס דרייט זיך אין לייברעריס איז געווענדליך אן אנדערע טיפ פון די וואס באניצן זיך מיט קינדעל, איי בוקס א.ד.ג.

כפארשטיי נישט אליינס פארוואס גייט עס נישט צוזאמען ,וואסערע צווי טיפס זענען די צוויי

chusid » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:30 pm

· #236186
איך פארשטיי פונקטליך די מחלוקה אויפן שם באבוב ווייל חסידות איז פארטיי אין נישט בלויז א אמצעי צו עבדות השם. אבער אין די צדיקים'ס מיינד וואס איז די מחלוקה?

נולד מאוחר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:34 am

· #236207
ישראל קאפקע
ווען ווערט די ניינציג טעג זינט דעם פסק, און וויאזוי פלאנט באבוב 45 זיך צו רופן?
נישט קיין פאליטיק און שקלא וטריא, ביטע, נאר אויב איינער ווייסט עפעס קראנט,

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:41 am

· #236208
דריידל
איך בין זייער נישט באהאווענט מיט די סארט ליין פארמאטס.

די פארשטייסט אליינס אז דאס גייט נישט צוזאמען; איינער וואס דרייט זיך אין לייברעריס איז געווענדליך אן אנדערע טיפ פון די וואס באניצן זיך מיט קינדעל, איי בוקס א.ד.ג.

לאו דוקא, וביודעי ומכירי קאמינא. ענדערש מאך א חילוק צווישן די וואס דרייען זיך אין לייברעריס און ביך געשעפטן און גנב'ען ביכער אויף די אינטערנעט, און צווישן די וואס גייען ערליך און צאלן 25 דאלער פאר א ביכל צו ליינען, געווענליך עפעס א נארישע נאוועל פון א בעסטסעללינג שרייבער.

יואב » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 5:51 pm

· #236428
וואס האט דער עולם קעגן דעם אשכולות וועקער? איך כאפ נישט וואס איז שלעכט מיטן ארויסציען ישן נושנ'דיגע פארשטויבטע אשכולות, און זאלן זיין טאנצן אויף דער אויבערפלאך. אז אזא אשכול האט אמאל געווירבלט, אדער אויב ס'קען זיין רעלעוואנט מוז דאס אפזיצן כמו אבן במים עזים, בלויז וויבאלד ס'איז געשריבן געווארן פאראיאר? אשכולות פארמאגן אן עקספארעישן דעיט?

גאלד » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:30 pm

· #236625
די כיבודים אונטער די חופה איז עפעס אביסל מאדנע, מ'שרייט אויס בקול רעש גדול דעם שם הנכבד און די רילעשנשיפ, אקעי בלויז דער נאמען מהיכי תיתי ביי א ברית טוט מען עס אויך, אבער וואסי פשט פון מפרט זיין דער קירבות, "ר' משה גרונעם דער עלטער פעטער פון די כלה", איך גלייב אז ס'האט עפעס א סיבה, קען זיין ווייל בימים ההם האבן מענטש געוואוינט אין דער מרחקים און מענטשן האבן נישט געוואוסט ווער איז וואס, איך געס, איינער ווייסט

דריידל » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 1:58 pm

· #236651
אז די רעדסט שוין דערפון, איך בין פאריגע וואך געווען בין א חופה און מ'האט אויפגערופן: פלוני בין פלוני (נאמען געטוישט), חברותה פון די מחותן איז מכובד מיט א ברכה. דאז איז מיר געווען א חידוש אז מ'זאגט די רילעישאנשיפ אפילו ווען ס'נישט א קרוב משפחה

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 2:24 pm

· #236664
פלוני בין פלוני...נאו וואנדער האסט געטוישט די נאמען.

chusid » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:27 pm

· #236723
חג הסיגד
היינט איז א יום טוב ביי די אטיופיער אידנטום וואס רופט זיך חג הסיגד, עס איז א טאג פין חשבון הנפש, ווייסט איינער עפעס מער? וואס איז דע יום טוב? מקור?

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:16 pm

· #236780
גאלד
די כיבודים אונטער די חופה איז עפעס אביסל מאדנע, מ'שרייט אויס בקול רעש גדול דעם שם הנכבד און די רילעשנשיפ, אקעי בלויז דער נאמען מהיכי תיתי ביי א ברית טוט מען עס אויך, אבער וואסי פשט פון מפרט זיין דער קירבות, "ר' משה גרונעם דער עלטער פעטער פון די כלה", איך גלייב אז ס'האט עפעס א סיבה, קען זיין ווייל בימים ההם האבן מענטש געוואוינט אין דער מרחקים און מענטשן האבן נישט געוואוסט ווער איז וואס, איך געס, איינער ווייסט

לכאורה כדי למעט מחלוקת צווישן די צוויי מחותנים, רופט מען אויס קבל ציבור ומלואו אז מען האט זיך גלייך איינגעטיילט, כך וכך פארן מחותן מצד החתן, כך וכך פארן מחותן מצד הכלה.

איי לפי"ז פארוואס רופט מען נישט אויס ביים בענטשן?

אויסגערוט » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:33 pm

· #236808
ווייל ביים בענטשען זענען זיי שוין סייווי צוקריגט

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:04 pm

· #236815
דארף מען האבן א פערמיט און באצאלן פאר סיטי אראפצולייגן א קעסטל מיט פרייע צייטונגען, שאפערס רוט לינק וכדומה, אויף די קארנערס פון די גאסן? אויב נישט פארוואס לאזט די סיטי צו ביזנעס אויף סיטי פראפערטי בחינם?

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:15 pm

· #237151
וועלכע ספיעשיס איז די הומאנויד אינמיטן?
ווי עס קוקט אויס איז די איראנער נוקלעארע פארהאנדלונגען 'אינטערגאלעקטיק'. 😂
#קערי,אשטאן,זאריף.
📎 IMG_20141123_141219.jpg

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:55 pm

· #237171
ישראל קאפקע: לשיטתך, איז זי? א מלאך המושיע, סיי וועלכע ספיעיס זי זאלל זיין. זי העלפט דאך צו צו באגראבן מדינת ישראל און פאראויסברענגען די אגענדא און פלאן פון די איסלאמישע רעפובליק אף איראן צו באשטיין אויף זייערע רעכטן צו האבן און פראדוצירן נוקלעארע געווער און ווייטשטרעקיגע באליסטיק מיסילס. דאס איז דאך קעיגן אינטערנאציאנאלן געזעץ אז מדינת ישראל זאלל האבן נוקלעארע געווער און די דעמאקראטישע איסלאמישע רפובליק אף איראן זאלל נישט. די יו.ען. און די אינטערנאציאנאלע געריכט אין האאג זענען מסכים צו דעים. זיי (און דו און דיינע גוטע פריינט ) ווילן זעהן אן אונטערטעניגע און שוואכע מדינת ישראל. וואס וועט זיך בייגן צום אינטערנאציאנאלן געזעץ. און די יו.ען. . --די זעלבע יו.ען. וואס האט אין יאר 1967 פריי געמאכט דעם וועיג פאר דעם עגיפטישן פרעזידענט נאסער און זיין ארמיי צו באגראבן די ציוניסטישע מדינה -- די זעלבע יו.ען. וועט גאראנטירן די זיכערקייט פון מדינת ישראל... 🙄

ישראל קאפקע » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:45 pm

· #237200
ר'בערל,
איז דאס א שכר, אדער אן עונש?
יעדע ווערטל מיינע, נאכגעפאלגט מיט א לאנגע מגילה, א חזרה אויף די פריערדיגע, נאר מיט לייכטע שינויים אין די לשון. 😂 😞 😛 🙄

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:58 pm

· #237203
לאמיר לייגן אין א זייט דעם דיון איבער שכר ועונש. איך האב געהאט א גרויסן רעבי'ן. הרב סענדער דער דייטש זכות יגון עלינו. איך האב נישט פארפעלט קיין איין וואך צו ליינען דעם "איד". האט מיך מיין היילגער רבי אויסגילערנט וויאזוי מ'שרייבט און רעדאגירט א צייטונג. ער האט אייביג גענוצט די זעלבע לשונות. נאר מיט אן אנדער'ן סדר. האב איך מיך אויסגילערנט פון דעים אז צו ארויסגעיבן דעם איד איז זייער א גרינגע זאך. מ'מאכט א זיגל פון אלע לשונות. און א יעדע וואך נוצט מען זיי איבער. נאר מיט אן אנדערן סדר. איך טו אויך די זעלבע. ווייל איך האב פאקטיש נישט וואס צו צו געיבן. דיין אגענדא איז זייער קלאר פאר מיר. און מיין רעאקציע איז אויך זייער קלאר. פונקטליך פארוואס איך בין אבעסס'ד מיט'ן האלאקאוסט. וואס עס ליגט מיר א פחד אין מיינע ביינער אז ס'זאל זיך ח"ו נישט איבער חזר'ן, דארף מען אפשר פרעיגן ביי גרויסע פסיכאלאגן און מבינים אויף תורת הנפש. משא"כ כבודו האט נישט דעים פחד אין זיין הינטער באוואוסטיין קענסטו דיר ערלויבן צו זיין ראציאנאל און זיך האלטן צום אינטערנאציאנאלן געזעץ און רחמנות האבן אויף די עמלקים וועלכע וואוינען אין עזה און אין די אקופירטע שטחים. אבער איך נישט...!

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 6:40 pm

· #237461
די חוטשע פרשה
איך האב שוין כמה פעמים געהערט פין די מעשה אין חוטשע ווי א מענטש איז אוועק געפארען אויף א לאנגע צייט אין ווען ער איז אהיים געקומען האט ער געטראפען זיין פרוי שוואנגערט. ווייסט איינער מער פרטים איבער די מעשה? למעשה האבען די גדולי הדור איר מתיר געווען פאר איר מאן איז א שטיקל סימן אז למעשה איז נישט פארגעקומען די ערגסטע.

petergrifin » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:07 pm

· #237492
חוטשע?

chusid » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:49 pm

· #237508
petergrifin
חוטשע?

באבע יוטל

chusid » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:01 pm

· #237509
ווי ליגט די מייק פין tv hosts and guests?

קליגער אינגערמאן » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:51 pm

· #237514
אין די קנאבל פונעם בארד..
(יעצט וועסטו פרעגן ווי א חכם.. הע ער האט נישט קיין בארד! קשיא אויף א מעשה)

chusid » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:56 am

· #237526
קליגער אינגערמאן
אין די קנאבל פונעם בארד..
(יעצט וועסטו פרעגן ווי א חכם.. הע ער האט נישט קיין בארד! קשיא אויף א מעשה)

ועוד קשה, וואס טוט א פרוי?

stuck » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:13 pm

· #237587
זייער דרינגענג: ווייסט איינער נעמען און נאמבערס פון לאקאלע בראקערס אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק? איך זוך צו קויפן א דירה און ווייס מיך נישט צו וועם צו ווענעדן. א דאנק.

העלא » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:42 pm

· #237600
וויזוי קען זיין אז יעקב אבינו וואס איז איז געווען אזוי אפגעהיטן אז ביי די 84 יאר האט ער געהאט "ראשית אוני",
ווען עס איז געווען "וישק יעקב לרחל" האט ער ניטאמאל געהאט א פגם מחשבה,

ווי באקאנט אז ביי די אפגעהיטענע אידן, געשעהט מיט יעדע קלייניקייט,

פישלע העררינג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:50 pm

· #237601
stuck
זייער דרינגענג: ווייסט איינער נעמען און נאמבערס פון לאקאלע בראקערס אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק? איך זוך צו קויפן א דירה און ווייס מיך נישט צו וועם צו ווענעדן. א דאנק.

ביזנעס דירעקטארי. עיין שם ותמצא נחת.

ברסלבער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:55 pm

· #237603
העלא
וויזוי קען זיין אז יעקב אבינו וואס איז איז געווען אזוי אפגעהיטן אז ביי די 84 יאר האט ער געהאט "ראשית אוני",
ווען עס איז געווען "וישק יעקב לרחל" האט ער ניטאמאל געהאט א פגם מחשבה,

ווי באקאנט אז ביי די אפגעהיטענע אידן, געשעהט מיט יעדע קלייניקייט,

שתי תשובות בדבר. איינס ווער זאגט אז ראשית אוני מיינט אז ער האט נישט געהאט קיין מחשבה? צווייטנס איז די מציאות דאן געווען אנדערש, עס איז געווען אזא זאך ווי קושן לשם חיבה וקורבה און נישט לשם זנות.

Ben-Shishim » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:32 pm

· #237619
עין קדושת לוי סוף פרשת חי שרה על הפסוק ויבאה יצחק ........ויאהבה
געאייגענט פאר יונג אין אלט

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:07 pm

· #237733
ווי אזוי ארבעטן די אלע וועטער סטאנציעס סיי אויף זייערע וועבסייטס און סיי אויף זייערע עפפס? יעדע געגנט האט כסדר אפדעיטס אויפן טאג און אויפן שעה מיט א נאצישע פונקטליכקייט, עס קוקט עפעס אויס ווי יעדע געגנט האט א דעזיגנירטן אגענט וואס קוקט נאכאנאנד פאר דעם וועטער, יומם ולילה לא ישבותו...

ווי אזוי ארבעט דאס? איז דאס טאקע גענצליך קאמפיוטערייזד? ווי אזוי ווייסט דער מענטש/פראגראם יעדע געגנט פונקטליך יעדע דעטאל און יעדע ווינטער וואטש און ווי אזוי עס גייט זיך שפירן? מיטן ווינט, פארוואלקנט, פארנעפלט, שווארצע אייז, א.א.וו. עס קוקט מיר אויס ווי כישוף.

יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:17 pm

· #237735
וואס? כישוף געלאנגט אויך נישט?

chusid » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:16 am

· #237774
וויאזוי האבן פאלאטישנ'ס אלץ א אנטווארט אויף די סעקאנד נישט קיין חילוק די נושא? בכלל איז אינטערעסאנט וויאזוי ער געדענקט צו ענטפערן אלע פראגן וואס די רעפארטער האט געפרעגט און פארגעסט קיינמאל נישט,

דריידל » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:47 am

· #237782
שמעקעדיג
ווי אזוי ארבעטן די אלע וועטער סטאנציעס סיי אויף זייערע וועבסייטס און סיי אויף זייערע עפפס? יעדע געגנט האט כסדר אפדעיטס אויפן טאג און אויפן שעה מיט א נאצישע פונקטליכקייט, עס קוקט עפעס אויס ווי יעדע געגנט האט א דעזיגנירטן אגענט וואס קוקט נאכאנאנד פאר דעם וועטער, יומם ולילה לא ישבותו...

ווי אזוי ארבעט דאס? איז דאס טאקע גענצליך קאמפיוטערייזד? ווי אזוי ווייסט דער מענטש/פראגראם יעדע געגנט פונקטליך יעדע דעטאל און יעדע ווינטער וואטש און ווי אזוי עס גייט זיך שפירן? מיטן ווינט, פארוואלקנט, פארנעפלט, שווארצע אייז, א.א.וו. עס קוקט מיר אויס ווי כישוף.


איך בין נישט איבערצייגט אז זיי ווייסן טאקע...
גענוג מאל זענען זיי נישט אויפ'ן זעלבן פעידש מיט די מציאות. ווען זיי שרייבן אז ס'איז טיילווייז פארוואלקענט וכדומה, קען מען טאקע נישט כאפן ביי א ליגענט ווייל טיילווייז קען מיינען סיי 5% און סיי 95%. אבער ווען זיי זענען מער ספעציפיש, זענען זיי אסאך מאל נישט גערעכט.

chusid » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:25 am

· #237956
ווען איך לייג צו internet gb אויף מיין ווערייזען פלען גייט די פרייז ארויף, וואס געבו זיי מיר מער? ארבעטערס ווייערס אא'וו איז דאך סיי ווי דא

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 5:14 pm

· #238070
ברסלבער
צווייטנס איז די מציאות דאן געווען אנדערש, עס איז געווען אזא זאך ווי קושן לשם חיבה וקורבה און נישט לשם זנות.

משא"כ היינט?

ברסלבער » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 5:23 pm

· #238072
איך רעד פון ביי אונז היימישע אידן.

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 6:17 pm

· #238079
דאכט זיך @געפילטע פיש מיינט צוזאגן "משא"כ היינט....נישט? דאן דעמאלס אויך נישט."

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:07 pm

· #238084
נועם אלימלך פרשת בשלח:

ובזה הוא מובן הפסוק וישק יעקב לרחל, גם הוא תמוה שיעקב אבינו ע״ה יעשה כזאת, אלא הפי׳ הוא כך כאשר כתבנו שכל דבר הטוב שראה יעקב אבינו ע״ה בא מכח דבר ההוא אל הדביקות ית״ש ויתעלה, ובכאן שראה את רחל שהיתה יפת תואר עד מאוד הדביק עצמו בו ית׳ על ידה כנ״ל. וזהו הפי׳ וישק יעקב לרחל שהדביקות נקרא נשיקה התדבקות רוחו ברוחו, ומלת לרחל כמו בשביל רחל.


אריין אין טייטשן עפ"י אכשר דרא אשכול...

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:25 pm

· #238087
בראשית רבה ע, יב
"וישק יעקב לרחל" כל נשיקה לתפלות בר מן תלת: נשיקה של גדולה, נשיקה של פרקים, נשיקה של פרישות.

נשיקה של גדולה - (ש"א י, א): "ויקח שמואל את פך השמן ויצוק על ראשו וישקהו"
נשיקה של פרקים - (שמות ד, כז): "וילך ויפגשהו בהר האלהים וישק לו"
נשיקה של פרישות - (רות א, יד): "ותשק ערפה לחמותה ורות דבקה בה"
רבי תנחומא אמר אף נשיקה של קריבות שנאמר "וישק יעקב לרחל" שהיתה קרובתו.
ד"א למה בכה שראה האנשים מלחשים אלו לאלו מפני שנשקה מה בא זה לחדש לנו דבר ערוה שמשעה שלקה העולם בדור המבול עמדו אומות העולם וגדרו עצמן מן הערוה הדא אמרת שאנשי מזרח גדורים מן הערוה:


משמע עס איז א מחלוקת די צוויי פשטים במדרש אויב דער נשיקה איז געווען אלץ קירבה, אדער אלץ תפלות/ערווה.

נקודת החבדית » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:28 pm

· #238088
תניא פרק מה
עוד יש דרך ישר לפני איש לעסוק בתורה ומצות לשמן ע"י מדתו של יעקב אע"ה שהיא מדת הרחמי' לעורר במחשבתו תחלה רחמים רבים לפני ה' על ניצוץ אלהות המחיה נפשו אשר ירד ממקורו חיי החיים א"ס ב"ה הממלא כל עלמין וסובב כל עלמין וכולא קמיה כלא חשיב ונתלבש במשכא דחויא הרחוק מאור פני המלך בתכלית ההרחק כי העוה"ז הוא תכלית הקליפו' הגסות כו' ובפרט כשיזכור על כל מעשיו ודבוריו ומחשבותיו מיום היותו אשר לא טובים המה ומלך אסור ברהטים ברהיטי מוחא כי יעקב חבל נחלתו. וכמשל המושך בחבל וכו' והוא סוד גלות השכינה. וע"ז נאמר וישוב אל ה' וירחמהו לעורר רחמים רבים על שם ה' השוכן אתנו כדכתיב השוכן אתם בתוך טומאתם. וזש"ה וישק יעקב לרחל וישא את קולו ויבך. כי רחל היא כנסת ישראל מקור כל הנשמות. ויעקב במדתו העליונה שהיא מדת הרחמים שבאצילות הוא המעורר רחמים רבים עליה. וישא את קולו למעלה למקור הרחמים העליונים הנק' אב הרחמים ומקורם. ויבך לעורר ולהמשיך משם רחמים רבים על כל הנשמות ועל מקור כנסת ישראל להעלותן מגלותן ולייחדן ביחוד העליון אור א"ס ב"ה בבחי' נשיקין שהיא אתדבקות רוחא ברוחא כמ"ש ישקני מנשיקות פיהו דהיינו התקשרות דבור האדם בדבר ה' זו הלכה וכן מחשבה במחשבה ומעשה במעשה שהוא מעשה המצות. ובפרט מעשה הצדקה וחסד. דחסד דרועא ימינא והוא בחי' חיבוק ממש כמ"ש וימינו תחבקני. ועסק התורה בדבור ומחשבת העיון הן בחי' נשיקין ממש. והנה ע"י זה יכול לבוא לבחי' אהבה רבה בהתגלות לבו כדכתיב ליעקב אשר פדה את אברהם כמ"ש במ"א:

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:34 pm

· #238089
דער תניא איז שוין אוודאי א רמז / דרש על פי קבלה, נישט דער פש,, נאר על פי קבלה איז רחל כנסת ישראל וכו', ואינו נוגע לענין.
דווקא דער נועם אלימלך איז גארנישט אזוי אכשר דרא..

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 8:48 pm

· #238095
נמחק.

סיבה: פישעלע'ס ווייסטו שוין?

נולד מאוחר » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:20 pm

· #238098
וויאזויAmerican express קליינע געשעפטן שבת קען אוועק געבען דרייסיג דאלאר פאר יעדער קארד מעמבער?
כפארשטיי אז ביי היימישע ניצט מען דאס סאך מער.
פאר עדווערטייזמענט צאלט מען אזוי סאך?

דריידל » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:00 am

· #238112
זיין ווילן אז מענטשן זאלן ניצן זייער קארטל און אויך אז געשעפטן זאלן עס עקסעפטן. עימעקס טשארשט די מערסטע מירטשענד פיעס און זיי האלטן אז מיט געבן די פראמאושן וועט עס געבן אן אינסענטיוו פאר געשעפטן עס צו עקסעפטן.

נולד מאוחר » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:26 am

· #238115
כהאב כעמיינט סאיז א היימישע זאך דאס נישט עקסעפטן amex
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92