שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
פארוואס?Engagerמיין אינטערעסע איז אין מאטעמאטיקס און סייענס.
איהר האט נישט געטראפן קיין בעסערע זאכן זאל אייך אינטרעסירן...
זייט אונז ביטע מסביר, ווי אזוי קומט עס צו א היימישער יונגערמאן צו האבן אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס?!
עס זענען דא א פאר שטיקלעך וועריאבעלס אין דיין הודעה:
דער פראבאביליטי אז עמיצער אויף קאווע שטיבל איז א היימישער יונגערמאן:
(P(A
לאמיר זאגען אז דאס איז 0.8
דער פראבאביליטי פון האבען אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס:
(P(B
דער פראבאביליטי פון האבען אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס נישט זייענדיג א חסיד:
לאמיר זאגען אז דאס איז P(B|A')=0.2.
דער פראבאביליטי פון א
חסיד צו האבען אן אינטערעסע און מאטעמאטיקס:
לאמיר זאגען דו האלסט אז דאס איז P(B|A)=0.01.
אויב אזוי, פרעגסטו טאקע א גוטע קשיא: ווי אזוי קומט עס צו אז עמיצער ווי איך למשל (80% זיכער א היימישער יונגערמאן) זאל זיין פון דער 1% וואס האט אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס?
--
אבער, דו דארפסט צוריקגיין א טריט, און פרעגען קודם צו בין איך טאקע א היימישע יונגערמאן? לאמיר דאס אויסארבעטען מיט Bayes' Formula:

אויב אזוי, וואס איז (P(A|B)? דער פראבאביליטי אז איך בין א היימישער יונגערמאן, given that איך האב אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס?
0.8*0.01
(0.8*0.01) + (0.2*0.2)
= 0.1667
ממילא קומט יעצט אויס דער פראבאבילטי אז איך בין א היימישע יונגערמאן אויף בלויז 16.7%.
עס איז אסאך מער שייך (83.3%) אז איך בין נישט...
❗
אוטש מײן קאפ טוט װײ..
אינטיסטרט אין אלעס וואס טוט זיך אויף דער וועלט ספעציעל אין חצרות הקודש איון פארציטטישע היסטוריע איך האב הנאה צו הערען א צוויטע צד אנדערש ווי איך בין צוגעוואינט ביז היינט, ווילאנג עס איז אין די ראמען פון אמונה און השקפה, מיין הארץ בליטיג צו זעהן נושרים אדער היימישע מיט די גאנצע שמונה בגדים וואס זענען שוין ווייט יודישקייט אך האף און ווארט פאר די טאג וואס ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים
א- איד וועלכע שפירט אז ער גייט אדורך זייער א שווער לעבן, און ער קען שעפן אביסל חיות פונעם פורום דא.
ב-לויז פארדעם אליינס וואלט זיך עס שוין געלוינט אהער צוקומען, על אחת כמה וכמה טובה כפולה ומכופלת,
ג-ם חדשים לבקרים וגם יין נושן איז דא צו באקומען בשפע רב ובמידה גדושה
ד-בר גדול ודבר קטן ווערט דא מלובן און ארומגענומען פון אלע סארט וועגן ודרכים.
ה-אב איך פארדען חשק צו באקומען הורמנא ורשותא להשתמש בעט הסופר און פארברענגען דא אביסל.
איך בין אינטעריסירט אין פאליטיק און היסטוריה, קונסט, אלגעמיינע וויסנשאפט. איך בין א יודע ספר און איך וייס הידוע מירב ווטסון צו שקיים, אלפא איך מיין אז דאס איז שוין כיהודי פאר היינט.
איך בין אן אטווערפענע וואס דא אין אנטווערפן איז זייער א אנגעזעצטע מצב נישטא קיין נייעס נישטא גארנישט האב איל מחליט געווען אז דא אין קאווע שטיבל איז דאך יא דא וואס צו טוהן בין איך געקימען
איך בין געווען א בן בית בא רעב הערשעלע ספינקער.
איך בין אין ריעל עסטעט מענעדזשמענט 15 יאר
I live in monsey and daven by Lipa Shmelzer. I am interested in networking.
אסאך מאהל האב איך אויך עפעס צו צוגעבען צום שמועס וואס איך קלער וועט זיין לתועלת למשל בנוגע וואס איינער בעט מפרסם זיין די קשיות מיט תרוצים וועגען אמונה דער בעל דרשן איז גערעכט אז ער וויל נישט מפרסם זיין די קשיות ווייל צו וואס געבן איינעם קשיות און ספיקות וואס האט עס נישט און סקען גאר זיין וועסט איהם געבען א אייזערנע קשיא און דער תירץ וועט זיין נישט אזוי קלאר וועט זיין יצא שכרו בהפסדו וכו,
שווארצע קעז?? כ'אב שוין געזעהן געלע, ווייסע קעז, אפילו גרינע [אין ישיבה צייטען], אבער שווארצע? סאונדס סקערי 😮
I know a bitאיך בין געווען א בן בית בא רעב הערשעלע ספינקער.
I daven by Lipa Shmelzer. .
עמ, איך מעג עפעס פרעגן? מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?
ווייסטע וואס, בעסער כ'פרעג נישט.
שלום עליכם, יהא בואכם לברכה ולהצלחה בכל דרכיך.
berlbalagulehשמעקעדיגאנבעליוועבל וויפיל נייע שרייבערס ווילן זיך נעמען די מיה און אונז פארבעסערן מזמן לזמן, און זיי ווערן סטאק ערגעצוואו על אם הדרך
חברה, נוצט אייער ג'י פ'י ע'סס!!!
שלום עליכם הרב שמעקעדיג שליט"א: אזוי ווי איך זעה אז ס'איז ב"ה דא א שפע פון נייע ניקס און זיי שטעלן זיך אלע פאר. אויסרעכענענדיג זייערע אייגענע מעלות און חסרונות. האביך געטראכט אז אויך איך וועל מיך פארשטעלן דא פאר'ן עולם.
והנה:מיט בערך צוויי און א האלב יאר צוריק, אין א זוניגן מיטוואך (אדער אפשר איז גאר געוועין פארוואלקנט. כ'געדענק שוין נישט.) אום 17'טן יולי למספרם, האביך געבלעטערט אויף פארשידענע וועבסייטס ווען כ'האב מיך באגעיגנט מיט דעם לאגא פון קאווע שטיבל. די צוויי עיליענ'ס וואס זיצן ביי א טישל, טרינקען עפס א משקה. מסתמא קאווע. און זיי שמועסן געמיטליך. דער נאמען פון דעם סייט הייסט "קאווע שטיבל" האב איך מיך דערמאנט אז איך האב געהערט איבער א ווינדערליכע נייע וועבסייט וואס האטציך אויפגעמאכט ארום פורים צייט יענעם יאר. אומר ועושה. איך האב אויפגעמישט דעם הויפט פעידזש און זיך איינגעשריבן. מיט מיין עכטן נאמען "בערל בעל עגלה". זייענדיג אן אור אייניקל, בן אחר בן, פון מיין מאמע'ס זייט פון דעם אריגינעלן בערל בעל עגלה פון שאראש פאטאק, וואס איז צווישן הוידו נאנאש און דעברעצין אין מדינת אונגארן. איך בין אויך א חסיד פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע. בעל דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה. האבנדיג אדורכגעלערנט זיינע ספרים. און צו די זעלבע צייט בין איך א פייערדיגער ציוני. באוואונדערנדיג וואספארא שיין הערליך לאנד די אידעלעך האבן ב"ה אהערגעשטעלט אין ארצנו הקדושה. אידישע היסטאריע און קורות הדורות איז איינס פון מיינע מערסט אינטרעסאנטע סאבדזשעקטס. און די היינטיגע אידישע פאליטיק איז מיר אויך זייער שטארק אינטרעסאנט...איך האף אז מיין עקספיריענס אויף קאווע שטיבל וועט בעז"ה זיין א געשמאקע און אינטרעסאנטע. מיט אזויפיל באטייליגטע פון דעם עם חכם ונבון, בליעה"ר....!
יא. איך האב פארגעסן צו צוגעבן אז מיין עלטער זיידע ע"ה בערל בעל עגלה דער ערשטער איז געווען סגן ראש הקהל אין שאראש פאטאק. אויך פלעיגט ער פארלערנען א שיעור עין יעקב פאר די חשוב'ע בעלי בתים פון שטעטל. ער האט געהאט א פירוש ע"ט (עברי טייטש) און פו דארט האט ער אפגעליינט אלע זיסע פשטים. יודעי דבר פארציילן אז דער זיידע ע"ה ר' בערל בעל עגלה דער ערשטער איז אויכעט געווען א גרויסער טאלמעד חאכעם. ער האט געקענט גאנץ צאינה וראינה אויף אויסנווייניג. א יעדע וואך שבת ביי די דרשה אויף די פרשת השבוע וואס דער רב שליט"א (זצ"ל) האט געזאגט פאר מוסף, האט מיין עלטער זיידע ע"ה זיך אנגערופן צום רב וועלכע שטיקל ער האט געגנב'ט פון די צאינה וראינה. אזוי אז דער רב האט שוין מורא געהאט צו זאגן א גוט ווארט פון די מדרשים. האט ער זיך אונטערגענימען א יעדע וואך ליל ששי וועט ער איבערקוקן די צאינה וראינה און וויסן וועלכע ווערטלעך נישט צו זאגן. ומעשה שהיה. איין וואך, דאנערשטיג ביינאכט האט מיין עלטער זייידע ע"ה פונקט געדארפט גיין צום רב פרעיגן א שאלה אדער עפעס איבערשמועסן פון די קהל'ישע עניינים. אזוי ווי ער קומט אריין זעהט ער אז דער רב קוקט אריין אין די צאינה וראינה. איז ער געלאפן און פארציילט אין די גאנצע שטאט פאר אלע גרויסע טאלמידעי חאכאמעם. "איך האב ענק געזאגט אז דער רב גנב'ט זיינע טוירעס פון די צאינה וראינה. די וואך האב איך עים טאקע געכאפט ביי די מעשה"...!... 😂
חייםדירבסאיך בין אינטעריסירט אין פאליטיק און היסטוריה, קונסט, אלגעמיינע וויסנשאפט. איך בין א יודע ספר און איך וייס הידוע מירב ווטסון צו שקיים, אלפא איך מיין אז דאס איז שוין כיהודי פאר היינט.
ר' חיים ביטע פאלג אויס קעלנערס בקשה צודקת און דאסמאל נוטץ נישט אוטא-קאררעקט..
😂 🙄 😳 😮 אתה מורשה לכתוב גם בעברית. זה בסדר.אף אחד לא יעקם את הפה...!
העי, כ'האב געמיינט קאווע שטובל טאלערירט נישט אפיקורסות? וואלטסט רעדן עברית אויפדעם אידאך דא פאליש צו כ'ווייס וואס, עכ'פ נישט דא. [טאמיר די מיינסט אז כ'מיין עס ערענסט, גיי אהיים[דאס אליין קומט פון די עברית'ישע סעי'אינג 'לך הביתה'..] ]
לא להנאת גופיהעי, כ'האב געמיינט קאווע שטובל טאלערירט נישט אפיקורסות? וואלטסט רעדן עברית אויפדעם אידאך דא פאליש צו כ'ווייס וואס, עכ'פ נישט דא. [טאמיר די מיינסט אז כ'מיין עס ערענסט, גיי אהיים[דאס אליין קומט פון די עברית'ישע סעי'אינג 'לך הביתה'..] ]
דו וואלסט שוין געדארפט צו וויסן אז איך בין איינער פון די גרויסע קנקאים דא אין קאווע אין קאווע שטיבל. פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. איך שטיי על המשמר אז ס'זאל זיך ח"ו נישט אריינכאפן א ברעקל ציונות. און מ'זאלל ח"ו נישט צוקומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים, ימח שמם וזכרם. ס'איז מיר א חידוש אז דו האסט נישט געהערט פון מיינע גרויסע רביס אין קנאות, ווי הרב ישראל מ. סופר זי"ע/ שליט"א המכונה מנשה פליפ-פלאפ. און הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו לשבח... 😂 🙄
אגיד את האמת, חשבתי שאני מגיע לפורום אחר אמריקאי באידיש
איך בין א חבר אבער שוין לאנג נישט באזוכט דעם אנדערן פארום
זוכנדיג "ר' משה בטלן" בין איך אנגעקומען דא.
איך בין א ליטפישער ירושלמער
איך האב מער צו טאהן מיט דקדוק און נוסחאות אא"ז
אבער וויפל צייט איך האב קען זיך אינטרעסירן אויך אין הלכה מנהגים
און אביסל היסטאראיע
איך האף א דאס איז גענוג
Not a lot to say - yet! I have to learn a bit more about this place before. סייג לחכמה שתיקה. עס וועט קומען בקרוב. אלענפאלס עס זעט אויס אינטערעסאנט. איך האף אז איך וועל נישט פארברענגען צופיל צייט דא
איך בין אין מיינע צוואנציגער יארן און איך זעה ווי פיל נישט ריכטיגע אינפארמאציע ווערט מפורסם און איך טראכט אז אויב ווייס איך די ריכטיגע אינפארמאציע בין איך מחויב דאס צו מפרסם זיין
שמיעסן אביסל דעם חסידש׳ן פארפלאגטער פארגעסענעם דרך. ללמוד וללמד בכל פרטיה ודקדוקיה. פרקי מחשבה/די מצב פון אידישקייט, איר עתיד, און איר עקזיסטענץ. די צעיושטע בלבול וואס פלאגט ביטערליך דעם בית החסיד. /רביס/ חסידישע פראקציעס, שידוכים/שלום בית. חינוך. זיך צענויף שמיעסן.
א מידדל עידש יונגערמאן פון בארא פארק,א לייסענסד פראפעססיאנעל.
איך דריי מיך שוין דא בערך א יאהר און איך פיל אז מיין יארגאנג דארף מער רעפרעזענטאציע דא און שטיבל.
איך האב א פוינט אף וויאו פון א נאטראלער מענטש, וואס איז שוין אריבער א ביסלת איך ווער נישט אווערהיטעט אזוי שנעל
געוואלדיגאיך בין אין מיינע צוואנציגער יארן און איך זעה ווי פיל נישט ריכטיגע אינפארמאציע ווערט מפורסם און איך טראכט אז אויב ווייס איך די ריכטיגע אינפארמאציע בין איך מחויב דאס צו מפסרסם זיין
כ'זעה נישט דער גרויסע חיוב. מ'העט דיר נישט שמייסען פאר דעם. באט עניוועי, ברוכים הבאים!!
דער נאמען קאווע שטיבל איז הולך וגדל עד כי גדל מאד און איז וועלן בארימט מיט איהר שם טוב אלץ אן ערליך ווינקל ווי חסידים ואנשי מעשה טרעפן זיך צוזאם איבערצושמועסן ענינים העומדים על הפרק.
עס איז מיר א גרויס כבוד צו ווערן א חלק דערפון.
א שטילער אידל . ארבעט און לערנט
האט נישט ליב קיין רעש
וויל הערן. וויל מבשר זיין נאר גוטע בשורות
דערפרייען הערצער און נישט ווייטאן חלילה
און ווי מען וועט קענען זיין בייהילפיג וועט מיר דאס מאכן גוט פילן
איך האב בנאַכט פריי ציט אין עס זעט אויס גשמעק וויל איך זען אויב דאס וועט זיין אינטרסאנעט פאר מיר איך זאל מיך קענען שרייבען נאַכט אין זייען פאר מיך אליען אביסעל
נ.ב
מיין SPELLING איז נישט די בעסטע
יישר כח
א קליין שעפעלע וואס וויל פון צייט צו צייט טוען מיין שליחות אויף וואס איך בין אויף די וועלט אראפ געקומען און מזכה זיין אידישע קינדער מיט די הייליגע לעכטיגע תורה הקדושה.
איך בין א כולל יונגערמאן מיט איבעריגע צייט כסדר. און דא פארברענגן קען העלפן לינדערן די לאנגווייליגקייט שמערצן. איך האב ליב מוזיק און אלעס ארום און דא אין קאווע שטיבל איז אייביג דא אפדעיטס און נייעס פון מוזיק. איך פארפאס ניגונים, איך מיקס אליינס, און איך שפיל א קלערינעט און א פלוט.
ברוכים הבאים. נעם דעם פייפער און הייב אן מאכן פרייליך..
מוזיקאנטאיך בין א כולל יונגערמאן מיט איבעריגע צייט כסדר. און דא פארברענגן קען העלפן לינדערן די לאנגווייליגקייט שמערצן. איך האב ליב מוזיק און אלעס ארום און דא אין קאווע שטיבל איז אייביג דא אפדעיטס און נייעס פון מוזיק. איך פארפאס ניגונים, איך מיקס אליינס, און איך שפיל א קלערינעט און א פלוט.
האסט גענומען לעסענס פארן פייפען אדער זיך אליינס געלערנט?
בתוך עמי אנכי יושב. א איד'ל וואס הארוועט אויף עולם הזה און האפט אויף עולם הבא. א איד'ל מיט א געזינדל, א קינדל אין ווינדל, און בוגרת בפרק האישה נקנית. א תלמיד פון מיין רבין ז"ל, א חסיד פון מיין רבי'ן, און א שארפער קעגנער די פאלשע רביס.
Hallo
i saw that its a good website it have good music and films and clips
and i like to hear music
i would like that you can ship me the new music
thanks Avrumi
איך בין א ייד אזא בתוך עמי אנכי יושבת'דיגער, כאטש וואס איך, ווי איר זעט, גלייך דעם ייד מער ווי דעם איד.
דאס יידישע גלות טוט פליסן אין מיין בלוט און ליגט איינגעווארצלט ביז אראפ דעם שטאם פון מיין עקזיסטענץ. איך האב קיין אקטיוו קרעמל אינעם רעאליסטישן קאפע-הויז – געלויבט דער פון אויבן. פטור מכלום אי אפשי ואי אפשר, האב איך אלזא איצט אנגעקלאפט אין דעם ווירטואלן קאווע-שטיבל. די פראגע איז נישט פארוואס איך זאל וועלן שרייבן אין אזא מקום; פרעגט בעסער עד האידנא אמאי לא אתאי. פארוואס זאלן אזויפיל יידן פארברענגען מיט חברותא'שאפט און הארמאניע, באנוצן די אינטערנעץ פאר גוטע צוועקן, ואני אנה אני בא.
איך האב א גרויסער אינטערעס אין יידישער ליטעראטור, מאדערנע וויסענשאפט, היסטאריע, שפראך און גראמאטיק.
אז ווילט איר וויסן אביסל מער איבער מיינע מיינונגען: איך באטראכט מיך זעלבסשטענדיג אז רעדט מען פון דער אלגעמיינער פאליטיק. פארט וועל איך מאנכעמאל נעמען לינקע שטעלונגען אז ברויך מען ארויסהייבן סאציאלע-גלייכהייט וכדו'.
אין יעדן פאל קוק איך ארויס אויף מיין אנוועזנהייט, זאל דאס זיין ללמוד וללמד.
I love the idea of this website that people can write articles and questions and other can answer I know for the technology department in this website because I love keep you updated with the technology and everything else
איך האב נישט געקלערט אדער געוואוסט אז איך וועל זיך ברויכן פארשטעלן איידער איך הייב אן צו שרייבן בכלל.
בעצם האב איך נאך אפי' נישט געקלערט איבער וואס און ווי אזוי דער ניק גייט און וועט געצילט ווערן.
פארוואס צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל איז א דבר פשוט, צוליב וואס דא איז א גוט און פיין פלאץ פאר אנשים כערכי וואס האט הנאה פונעם פלאץ און וויל אויך מהנה זיין אנדערע בעזר ה'.
וואס איז פשט פון דעם נאמען "בוךווארעם"
bookworm
נישט קיין ווילימסבירגער,נישט קיין פלאטבושער,נישט קיין מאנסינער,נישט קיין לייקווערדער,נישט קיין בודפעסטער,נישט קיין נאו סקריווער, נישט קיין לאנדענער, נישט קיין מאנטשעסטער,נישט קיין אנטווערפער, נישט אפילו א אפריקאנער
*אמת מארץ תצמח*
א מענטש, א איד וזהו.
קורץ, שארף צום זאך.
Sorry for my english just don't have as of now a yiddish keyboard.
I do like many of the the discussions Im reading for a long time already here in shtiebel, its an amazing place with
a heimish open atmosphere and I feel a zchiye to become a part of it.
די איינציגסטע סיבה פארוואס איך שרייב יעצט דא איז, ווייל אז נישט קען איך מיר נישט איינשרייבן...
פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר דא? איך זוך א פלאץ זיך אביסל צו לופטערן אין מיין פרייע צייט.
יארגאנג? חסידות? טאלאנטן? המממ.... גילו!!!
זעהענדיג די געשמאקע שמועסן דא אין קאווע שטיבעל האב איך באשלאסן אז איך וויל ווערן א חבר זייענדיג בטבע א גוטע שמועסער, וואס האט ליב אלעס צו וויסן הערן און פארשטיין, איך וואוין אין בארא פארק און איך האב ב"ה א געשליפען צינגל וואו מען רופט עס
שמן זיתדי איינציגסטע סיבה פארוואס איך שרייב יעצט דא איז, ווייל אז נישט קען איך מיר נישט איינשרייבן...
פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר דא? איך זוך א פלאץ זיך אביסל צו לופטערן אין מיין פרייע צייט.
יארגאנג? חסידות? טאלאנטן? המממ.... גילו!!!
שלום עליכם שמן זית.
קיין סיבה צו שרייבן דא פארמאגט איר נישט, אבער שוין האט איר באוויזן אין א פינף שורה'דיגער תגובה אריינצורוקן דעם פארריסענעם טערמין "גילוי". אפשר טיילט איר מיט פון וואנען אזא גר ווי אייך האט אפגענומען דעם קאוד.
וואס "האקט" טוט באדייטן ווייסט איר שוין? און וואס איז דאס "מאחורי", און וויאזוי קומט מען אן אהין איז אייך בכלל נישט שווער?
אנטשולדיגט פאר אזא אויפנאמע, איך שפיר אבער אז מיר קענען זיך שוין מעגליך פאר א לענגערער צייט דא.
עליכם השלום יואב.
אלף, איך קען דיר נישט און כ'ווייס נישט פארוואס דו טראכסט אז יא.
שנית, לו יהא אונז קעמער זיך, זעה איך נישט ס'זאל מיר קומען אזא אויפנאמע. זיי דיר מסביר אויב מעגליך.
והשלישית, אויב דו ביזט אינטערסירט, איך דריי מיר שוין דא א שטיק צייט, יעצט האב איך פשוט באשלאסן זיך איינצושריייבן.
און פארדעם ווייס איך פון די טערמין "גילו".
די צוויי זאכן וואס דו האסט דערמאנט, ווייס איך נישט, און אויב דארף איך עס וויסן, וועל איך דיר דאנקבאר זיין פארן מיר לאזן וויסן.
שלום עליכם!! ב"ה אז מען קען פארברענגען צוזאם. איין זאך פארשטיי איך נישט, איז דא א שטיבל אדער א ווינקל? און ווי איז די קאווע? און וואס פאר א קאווע איז דא צו באקומען?
איך האב אן הנאה צו האבן א דיאלאג בדרך כבוד און באזירט אויף פאקטן, און ווען עס איז באזירט אויף בויך סברות, צו זיין מודה על האמת, מיט חברים וואס האבן אויכעט דעם הנאה
כ'בין איינער וואס האט אלעמאל זיך אינטעריסירט אין פארשידענע תחומים ,אף העברייאיש "סקרן" איז פארוואס דוקא קאווע-שטיבל? ווייזט אויס אז דא פירט זיך די געשפרעך על מי מנוחות (לפי ערך) לגבי אנדערע ערטער אפשר איז דאס טאקע ווייל אמעריקאנער אידן זיינעו מער "פתוח" צו הערן א צווייטער צד? עכ"פ האב איך שוין 40 ווערטער...
Здравствуйте и добро пожаловать на борт
דאסװאדאניע
Ich bin ah chasidishe geboirene in di heimishe comunity ich bin ah groiseh chusoid fin aleh rebbes nisht kein chilik vee erlich tze vosere poiren zei zenen far mich zenen zei aleh chushev ich bin mentsch vos hut lib zich tzi bakenen mit andereh meinugen in vee azoi andere mentshen trachten in fardem hub ich zich eingeshriben in vebsatel kedai andreh zolen heren vos ich hub tzi zogen in az ich zol heren vos andere zogen. Moshiach
איך בין א פשוט'ר יוד וואס האט הנאה פון קאווע און ציקער. איך האפ אנטייל צו נעמען אין דיסקוסיעס אויף נייעס געשעענישן, וויסנשאפט, טעכנאלאגיע, און קולטוראלע נייעס. איך בין נישט זיכער וועגן מיין ספּעציפישע טאלאנטן, אבער איך האפ צו ביישטייערן אין א ווערדיגען אופן.
כבין נישט קיין נייע ליינער בהאב פשוט מחליט געווען אנצוהייבן שרייבן און קאנריביוטן אביסעלע, איך האב אסאך אין בויך לאמיר עס געבן א שאט! איך גלייך זייער קריטיק באמת איך זאג און איך גלייך עס צו הערן פארשטייט זיך נאר ווען סעאיז אמת און רעלעוואנט
ZIER LANG GEVART FAR DIR MOSHIACH IS BESSER ZULST REDEN MIT A NURMALE SHPRACH YIDISH UDER ENGLISH IN NISHT DI NEI GESHAFENE YINGLISH SHPRACH.