זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
ידעןערב יו״כ גיי איך יא אין מקוה. האבעך באמערקט ווי איינער שלעפט ארויס די שטאפער און טובלט זעך. איז עס מער ווי סתם א טבילה און מע ווערט הייליגער אדער סע נאר גוט פאר זיינע נערווען?
אה ער האט אויך ארויסגעשטעקט זיין פינגער און געפלאטשקעט און מסתם אנגעקומען צו די שי פעמים ק טבילות...
אין א געוויסע מקווה האב איך אמאל געזען א צעטל הענגען ביים בור אז דאס ארויסשלעפן דעם שטאפער צעברעכט דעם פילטער, און יענער בעט זיך די קראנקע OCD'ניקעס זאלן עס נישט טון ווייל די מקוה האט א רב המכשיר וואס ווייסט די הלכה און מאכט זיכער אז די מקוה זאל זיין כשר לכל הדעות אן ארויסציען שטאפערלעך.
איז עס וואר אז ס'צעברעכט דער פילטער?
זייט דעמאלטס וויל איך אלס צערייסן די אלטע אידן וואס קומען און שלעפן ארויס דעם שטאפער, חוץ פון דעם וואס כ'פיל אלץ דער שטראם קאלטע שטינקעדיגע וואסער אריינפליסן פון די צוקושטע מי גשמים בור.
זר זהבפארוואס אדרעסירט ביבי נתניהו די יו ען אין די ענגלישע שפראך? פארוואס דארף ער אריין שפילן אין די הענט פון די אנטיסעמיטן וואס טענה'ן אז איזרעאל איז אמעריקע'ס 51'סטע סטעיט? (אין
אבאמא'ס קעיס, 59'סטע סטעיט)
פארטרעט ער א לאנד אן א שפראך? ס'מאכט עפעס נישט קיין גוטן רושם, ער זאל מיר אנטשולדיגן!
די דריטע שפראך אין ישראל איז ענגליש אויב נישט די צווייטע.
מען לערנט עס אין אלע סקולס, און יעדער וואס האט דאס מינימאלסטע בילדונג אין יונעווערסיטי קען ענגליש. ווער רעדט נאך פון א פרעזידענט.
און פארקערט, איך האלט אז דאס געט עם אסאך רעספעקט, ווייזענדיג אז ער איז א געלערנטע מענטש, און נישט סתם א פארקאקטע אכמאדינידזשאד וואס קען בלויז קוראן-שפראך און אביסל געפילטע פערסיש.
איז דא היינט עפעס באווייז אז עסן פיש און פלייש איז א סכנה?
איך בין אלץ נוהג צי טרינקען צווישען פיש און פלייש.
האט עס א פשט היינטיגע צייטען?
ידעןערב יו״כ גיי איך יא אין מקוה. האבעך באמערקט ווי איינער שלעפט ארויס די שטאפער און טובלט זעך. איז עס מער ווי סתם א טבילה און מע ווערט הייליגער אדער סע נאר גוט פאר זיינע נערווען?
אה ער האט אויך ארויסגעשטעקט זיין פינגער און געפלאטשקעט און מסתם אנגעקומען צו די שי פעמים ק טבילות...
די פסיכאלאגן וואס דער היימישער עולם נוצט ווארטן פאר אזעלכע או.סי.די. פאציענטן. דרך אגב. כ'האב געזעהן אן אדווערטייזמענט אין איינס פון די חשוב'ע צייטונגען וואו מ'רעכנט אויס אלע תענוגי עוה"ז וואס ס'ווארט אפ די קאסטומערס אין האטעל. און אויף די אנדערע זייט פון בלעטל איז געווען א קול קורא פון א פרומען איד וואס איז זיך מתמרמר פארוואס מען סערווירט די געסט, מענער און פרויען אין איין דיינינג רום. דער איד בעט זיך אז מ'זאל לכה"פ אויפשטעלן א "שפאניש ווענטל" ביי יעדע משפחה. האב איך איין קשיא צו דעם איד Pפארוואס דארפסטו פארן אין האטעל און זיין א פרומער. בלייב אינדערהיים און דו וועסט נישט דארפן מחיצות.
נולד מאוחראיז דא היינט עפעס באווייז אז עסן פיש און פלייש איז א סכנה?
איך בין אלץ נוהג צי טרינקען צווישען פיש און פלייש.
האט עס א פשט היינטיגע צייטען?
איך וויל נישט נעמען א ריזק אז ס'זאל געשען וואס די גמרא זאגט אויב מ'עסט פיש און פלייש צוזאמען. והשנית. א גלעזל וויין אדער בראנפן נאך די פיש איז נישט קיין שלעכטע זאך.
berlbalagulehנולד מאוחראיז דא היינט עפעס באווייז אז עסן פיש און פלייש איז א סכנה?
איך בין אלץ נוהג צי טרינקען צווישען פיש און פלייש.
האט עס א פשט היינטיגע צייטען?
איך וויל נישט נעמען א ריזק אז ס'זאל געשען וואס די גמרא זאגט אויב מ'עסט פיש און פלייש צוזאמען. והשנית. א גלעזל וויין אדער בראנפן נאך די פיש איז נישט קיין שלעכטע זאך.
ערענסט גערעדט איז דא עפעס וויסנשפאט אויף די נושא?
נולד מאוחרberlbalagulehנולד מאוחראיז דא היינט עפעס באווייז אז עסן פיש און פלייש איז א סכנה?
איך בין אלץ נוהג צי טרינקען צווישען פיש און פלייש.
האט עס א פשט היינטיגע צייטען?
איך וויל נישט נעמען א ריזק אז ס'זאל געשען וואס די גמרא זאגט אויב מ'עסט פיש און פלייש צוזאמען. והשנית. א גלעזל וויין אדער בראנפן נאך די פיש איז נישט קיין שלעכטע זאך.
ערענסט גערעדט איז דא עפעס וויסנשפאט אויף די נושא?
אויב די מאכסט א גוגל סערטש אויף די ווערטער "fish and meat together" קומט אויפען ערשטן בלעטל ארויף בלויז היימישע מראה מקומות , ווי ask moses אדער ou kosher. איך מיין דעס פארענטפערט דיין פראגע...
איך וויל וויסן פארוואס ווען מען זוכט א בעל תפלה אינדערוואכן דאן שיקט מען צו א בחור סהאט א מקורפשוט צו עס איז גערעכט?
דאס און גילוי האבען די זעלבע סייענטיפישע באווייזונגען.
ווי אויך נישט טריקענען די פיס פאר מען טוט אהן די זאקען, און די סכנה פין מלח סדומית אז עס קען מאכען בלינד, און אז מען טוט אהן צוויי בגדים אויף איינמאל פארגעסט מען אלע צרות, און די ליסטע קען גיין פין דא ביז קאנארסי..
איחוד פעלדדאס און גילוי האבען די זעלבע סייענטיפישע באווייזונגען.
ווי אויך נישט טריקענען די פיס פאר מען טוט אהן די זאקען, און די סכנה פין מלח סדומית אז עס קען מאכען בלינד, און אז מען טוט אהן צוויי בגדים אויף איינמאל פארגעסט מען אלע צרות, און די ליסטע קען גיין פין דא ביז קאנארסי..
גילוי רעדסטו אפי' ווען א ארס'דיגע שלאנג טרינק פון דיין וואסער פאסירט גארנישט?
איחוד פעלדווי אויך נישט טרוקענען די פיס פאר מען טוט אהן די זאקען
וואס איז דאס? קיינמאל נישט געהערט דערפון!
שמעקעדיגאיחוד פעלדווי אויך נישט טרוקענען די פיס פאר מען טוט אהן די זאקען
וואס איז דאס? קיינמאל נישט געהערט דערפון!
<a class="postlink" href="http://www.chabadlibrary.org/books/adhaz/sh/sh6/12/1/index.htm">http://www.chabadlibrary.org/books/adha ... /index.htm</a>
אינמיטן סעיף ט׳, ער שרייבט דארט אז עס איז נאר ווען מען טוט אן שיך, אדער אנפלאות, אהן זאקן.
עס מיז נישט זיין אז עס האט א פשט אבער עס איז זייער אינטערסאנט אז פינקט די קאלירען איז געווארן אנגענומען אינטערצינאל
וויייס פאר דאקטוירים כלעטליך
גרינע כלעטליך פאר די וואס מאכען אפעראציעס
געל פאר שילע באסעס
שטארק בלוי פאר די פאליציי
בלוי פאר יונגלעך
ראזע\פינק אר מיידלעך
ברוין פאר די תפיסות
שווארץ פאר גלחים שופטים און להבדיל בין אלף אלפי אויך חרדים
רויט צו אפשטעלן
גרין אז מען זאל ווייטער גיין
געהל??
געהל איז פאר "פארזיכטיג" CAUTION
און ביי חסיד'ישע אידן:
טונקעלע מלבושים אינדערוואכן
ווייסע שבת (דאס ווערט שוין געברענגט ע"פ קבלה)
גוטזאגערעס מיז נישט זיין אז עס האט א פשט אבער עס איז זייער אינטערסאנט אז פינקט די קאלירען איז געווארן אנגענומען אינטערצינאל
וויייס פאר דאקטוירים כלעטליך
גרינע כלעטליך פאר די וואס מאכען אפעראציעס
געל פאר שילע באסעס
שטארק בלוי פאר די פאליציי
בלוי פאר יונגלעך
ראזע\פינק אר מיידלעך
ברוין פאר די תפיסות
שווארץ פאר גלחים שופטים און להבדיל בין אלף אלפי אויך חרדים
רויט צו אפשטעלן
גרין אז מען זאל ווייטער גיין
געהל??
וועל איך דא דורכלערנען סוגיות קאלירען
די אייבערשטער האט אריינגעלייגט א כח אין א קאליר
א קאליר האט א כח צו טוישען די מצב און די מאד ביי יעדעם איינעם
ווייס מאכט א מענטש זאל זיין מער פרייליך
גרין בריאוגט א מענטש די זעלבע ווי גראז
ברוין מאכט א מענטש מער טרויעריג וועגן דעם ניצט מען עס אין תפיסה
רויט כאפט די מענטשעס אויג זייער שנעל אזוי ווי מען זעט ביי הלכות צניעות
שווארץ איז א איידעלע קאליר און מען גייט נישט אין ווייסען משום יהורא
לאו דוקא... רויט ציט נישט מער, נאר היות עס איז א שרייעדיגע קאליר, וועט מען קוקען, און דעמאלס קען מען צוקומען צו אומגעווינטשענע זאכן... וד'ל
sunbarלאו דוקא... רויט ציט נישט מער, נאר היות עס איז א שרייעדיגע קאליר,
בקיצור רויט איז א שטערקערע קאליר צו עס ציט צו עס שרייט
67 מיליאן מענטשען האבען מיטגעהאלטען די דיבעיטס.
וויזוי ווייסען זיי?
<a class="postlink" href="http://electronics.howstuffworks.com/question433.htm">http://electronics.howstuffworks.com/question433.htm</a>
זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך וויל וויסן צו עס איז דא אזא זאך ווי פארשפארן א אימעל אדרעס?? איך האב געדארפט האבן וויכטיג נאך א אימעל אדרעס אבער יעצט דארף איך עס שוין נישט. האב איך געוואלט וויסן צו איך קען דאס אפשפארן???????
געפילטע פיש
וואס איז די באדייט פון די ? ???
וואס איז די באדייט פון דיינע זיבן פראגע צייכענעס?
מיקוה נייעסאיך וויל וויסן צו עס איז דא אזא זאך ווי פארשפארן א אימעל אדרעס?? איך האב געדארפט האבן וויכטיג נאך א אימעל אדרעס אבער יעצט דארף איך עס שוין נישט. האב איך געוואלט וויסן צו איך קען דאס אפשפארן?
מקוה נייעס און געפילטע פיש פארטראגן זיך נישט.
זינט געפילטע האט זיך אפגערעדט אויף די פיש וואס גייען אין מקוה, שוין...
מקוה'לע, פארוואס ווילסטו עס אפשפארן? קענסט עס איגנארירן. עס קאסט דיר גארנישט עס צו לאזן אפן.
אבער ע"פ רוב קען מען אפשפארן. איך האב אפגעשפארט א גי'מעיל אקאונט נישט לאנג צוריק.
שמעקעדיגמקוה נייעס און געפילטע פיש פארטראגן זיך נישט.
זינט געפילטע האט זיך אפגערעדט אויף די פיש וואס גייען אין מקוה, שוין...
מקוה'לע, פארוואס ווילסטו עס אפשפארן? קענסט עס איגנארירן. עס קאסט דיר גארנישט עס צו לאזן אפן.
אבער ע"פ רוב קען מען אפשפארן. איך האב אפגעשפארט א גי'מעיל אקאונט נישט לאנג צוריק.
פארוואס זאל איך עס לאזן אפען ? איך נוץ דאס נישט.....וויאזוי האסטו עס אפגעשפארט ??
וועלכע תגובה האט די מערסטע לייקס?
מיקוה נייעספארוואס זאל איך עס לאזן אפן? איך נוץ דאס נישט..... וויאזוי האסטו עס אפגעשפארט ??
ביי גוגל, גיי צו דיין נאמען אויבן ביים רעכטן זייט, און דרוק דעם עראו סימבאל, דאן דרוק ACCOUNT
עס וועלן ארויסקומען עטליכע אפציעס, צווישן זיי, אויסצומעקן דעם אקאונט.
זעה בילד:
📎 close_Account.jpg
שמעקעדיגמקוה נייעס און געפילטע פיש פארטראגן זיך נישט.
זינט געפילטע האט זיך אפגערעדט אויף די פיש וואס גייען אין מקוה, שוין...
ס'נישט אז מיר פארטראגן זיך נישט, נאר איך פארטראג נישט ווען מענטשן לייגן פאנקטועישענס (?,!, וכדומה) איבער די מאס, אדער מאכן גרויסע שרעקעדיגע פאנטס אין בלוט-רויטע קאלירן, די אלע זאכן צייגן אן אז זיי מוזן שרייען צו מאכן א פוינט, און אז מ'קען נישט מאכן די זעלבע פוינט רואיגערהייט מיינט אז ער טרייעט צו קאמפענסעיטן פאר די חסרון אין תוכן. ווי אויך מאכט מיר עס קאפ וויי.
מיקוה נייעס
פארוואס זאל איך עס לאזן אפן? איך נוץ דאס נישט..... וויאזוי האסטו עס אפגעשפארט ??
און וואס שטערט דיר אז ס'בלייבט אפען אין א פארשטופטע ווינקל פונעם אינטערנעט?
א גרויסן יישר כח שמעקעדיג זאלסט זיין געבענטשט איך האב עס שוין געטוהן און עס האט געארבעט ב"ה נאכמאל א יישר כח
געפילטע פיש איך פארטראג נישט ווען מענטשן לייגן פאנקטועישענס (?,!, וכדומה) איבער די מאס, אדער מאכן גרויסע שרעקעדיגע פאנטס אין בלוט-רויטע קאלירן, די אלע זאכן צייגן אן אז זיי מוזן שרייען צו מאכן א פוינט, און אז מ'קען נישט מאכן די זעלבע פוינט רואיגערהייט מיינט אז ער טרייעט צו קאמפענסעיטן פאר די חסרון אין תוכן. ווי אויך מאכט מיר עס קאפ וויי.
כ'האב טאקע באמערקט ווי דו ביזט א רואיגער סאלידער ניק, און ברענגסט ארויס דיינע דעות שטיל און רואיג, ווערסט נישט פארלוירן פון אטאקעס...
אבער נישט יעדער איז אזוי ווי דיר.
שמעקעדיגכ'האב טאקע באמערקט ווי דו ביזט א רואיגער סאלידער ניק, און ברענגסט ארויס דיינע דעות שטיל און רואיג, ווערסט נישט פארלוירן פון אטאקעס...
אבער נישט יעדער איז אזוי ווי דיר.
פאו'ס געזעץ?
קען מיר איינער זאגן בקיצור ווואס איז די מעשה מיט'ן פילם ''פידלער אן די רוף''? מה טיבו?
פידלער אויפן דאך איז א פילם אדאפטעישען פון די מיוזיקעל מיטן זעלבן נאמען וואס איז באזירט אויף שלום עליכם'ס טעוויע דעם מילכיגן, ס'איז א מעשה פון ר' טעביע פון שטאט אנטעווקע, ווי אזוי ס'גייט צו דע טאג טעגליכען לעבן אין שטעטל, די יאר איז אין די אנהויב ניינצען'ערס, און ער פראבירט צו לעבן א רואיג נארמאל לעבן מיט זיין ווייב און פינף טעכטער, מיט חלומות פון ווערן אן עושר "איף איי וואז עי ריטשמאן", און ווי יענטע די שדכנ'טע פראבירט אנצושדכנען זיין עלסטער טאכטער (צייטל?) צום בוטשער, אבער זי איז באליבט מיט עפעס א שניידער, זיין צווייטע טאכטער פארליבט זיך אין א צווייטן אידיאלאג, און די דריטע שוין צו א קריסטליכן ערל, וכו' זיינע אלע מיטמאכענישן, קווענקלענישען, ווי ער רעדט זיך אויס פארן בוכ"ע זאל עם ארויסהעלפן, "וואס גייט דיר שוין אן אז טעוויע פון אנטעווקע וועט זיין אן עושר?" און זיינע אינערליכע קאמפען מיט זיך אליין, מיטן גלח, מיטן ווייב, (ליעבסט מיט צערטע?). ס'איז א וואנדער ארבעט, זייער לאנג, אבער ווערט צו וואטשען.
וויל וויסן
אין יעדע טשייניז אוקשען היינט קומט א ראפעל לשם שמים אמאל קאסט עס $10 אמאל $20 און אמאל $36, ווער ס' זוכט צו קויפן א ראפעל און דוקא דאס ווייס איך טאקע נישט אבער וואס איך וויל וויסן איז ווער איז עס מנדב? עס שטייט ניטאמאל הרוצה בעילום שמו, קען זיין הרוצה וויל נישט מען זאל וויסן
איינער קען מסביר זיין די נייע וואפן פונעם פענטעגאן?
<a class="postlink" href="http://www.businessinsider.com/beoings-counter-electronics-high-power-microwave-advanced-missile-project-2012-10">http://www.businessinsider.com/beoings- ... ct-2012-10</a>
זר זהבאיינער קען מסביר זיין די נייע וואפן פונעם פענטעגאן?
<a class="postlink" href="http://www.businessinsider.com/beoings-counter-electronics-high-power-microwave-advanced-missile-project-2012-10">http://www.businessinsider.com/beoings- ... ct-2012-10</a>
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? די נייע סיסטעם ווארפט מייקראוועיוו שטראלן אויף א געביידע, און אלע עלעקטראנישע פארבינדונגען אין דעם געביידע שטארבן אפ!
דאס איז ניי? ערגעץ וואו האביך געליינט א שטיק צייט צוריק אז דאס איז איינע פון די פלענער וואס מדינת ישראל פלאנט צו טון מיט איראן.
ליין
דאזר זהבדאס איז ניי? ערגעץ וואו האביך געליינט א שטיק צייט צוריק אז דאס איז איינע פון די פלענער וואס מדינת ישראל פלאנט צו טון מיט איראן.
ליין
דא
דארט רעדט מען פון עלעקטראמאגנעטיק פולס, און דא פון היי-פאוער מייקראוועיווס. וואס די דיפערענץ איז? כ'מיין אז מייקראוועיווס קען מען אסאך בעסער קאנטראלירן.
אהא, הער איך.
אויף וויקיפידיע זע איך אז דאס איז יא א סארט עלעקטראמעגנעטיק וואפן. <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Electromagnetic_weapon">http://en.wikipedia.org/wiki/Electromagnetic_weapon</a>
אז מען רעדט שוין פון זאכן וואס איך וויל וויסן, און פון וואפן, איז אזוי:
פארוואס איז נאך נישט פאראן א וואפן וועלכע מען שיסט אויף א פלאץ, און אלע אין געגענט אדער בנין שלאפן תיכף איין א טיפער שלאף?
וואלט דאס נישט געווען דער בעסטער וועג צו באהאנדלען, למשל, טעראריסטן, משכונות כאפער, וכדומה?
איך האב אמאל געליינט וועגן א שטינק באמבע, און אין די שטערן וועגן א באמבע וועלכע מאכט טויב אלע אין די געגנט.
איך מיין אבער אז א שלאף באמבע וואלט געווען די בעסטע.
רוסלאנד האט אמאהל פראבירט דאס צו טוהן ווען טעראריסטען האבען פארכאפט א טעאטער, און די רעזאלטאטען זענען געוועהן פאטאל.
פון רוסלאנד איז נישט א רייע, זיי טויגן צו גארנישט.
שמעקעדיגעס איז געוווען א אינטערוויו מיט איינעם פון קדם. ער האט אויסגעשמועסט לגבי דעם איינרעדעניש אז וויפיל וואסער מען מעג על פי הלכה האט שוין קדם צוגעלייגט, ממילא טאר מען נישט מוסיף זיין אפילו א טראפעלע.
זאגט ער דארט אז להד"מ, עס הייבט זיך נישט אן. עס איז הונדערט פראצענט גרעיפ דזשוס.
געפילטע פישמ'מעג ע"פ שו"ע מישן ביז צוויי דריטל וואסער, אבער פאר די זעלבע פרייז קענסטו קויפן די רעגולער גרעיפ דזשוס און אליין מישן מיט וואסער.
טו סעט די רעקארד סטרעיט, איז וויכטיג צו וויסן דאס פאלגענדע.
קדם פארקויפט אויך א "לייט" גרעיפ דזשוס, וואס האט נאר א דריטל די קעלאריס פון געווענליכע גרעיפ דזשוס.
זיי לייגן אליינס צו וואסער און נאך אפאר באשטאנדטיילן וואס מאכט די גרעיפ דזשוס "לייכטער".
די קאמפאני "טעם פרי" מאכט אויך אזא סארט גרעיפ דזשוס ווי זיי לייגן אריין וואסער און צוקער.
און די אלע זענען כשר לקידוש ולארבע כוסות וכו'.
אבער ס'איז זייער מעגליך אז אין די סארטן גרעיפ דזשוס טאר מען שוין נישט צוגיסן מער וואסער.
נקוט האי כללא בידך:
די סארט גרעיפ דזשוס רופט זיך "גרעיפ דזשוס בעווערעדזש" ד.ה. גרעיפ דזשוס דרינק.
אויף די סארט שטייט נישט 100% גרעיפ דזשוס, ווייל ס'איז צוגעלייגט אנדערע זאכן אויך, כנ"ל.
ברכת עושה מעשה בראשית אויף א הוריקען
דארף מען מאכן עושה מעשה בראשית אויף ׳סענדי׳?
וויזוי מע טראגט ארויף די קרעין אויף די פרידאם טאער איז גרינגער צו פארשטיין,אבער וויזוי טראגט מען עס ראפ נאכען ענדיגען בויען?
נ נחדארף מען מאכן עושה מעשה בראשית אויף ׳סענדי׳?
טייל זאגן א משנה הבריות, אזא גרויסע פרוי איז נאך נישט געווען אין די היסטאריע. גרעסער ווי אן עלעפאנט.
אריין אין הוריקעין וויצן אשכול.
שמעקעדיגנ נחדארף מען מאכן עושה מעשה בראשית אויף ׳סענדי׳?
טייל זאגן א משנה הבריות, אזא גרויסע פרוי איז נאך נישט געווען אין די היסטאריע. גרעסער ווי אן עלעפאנט.
און אז מענער זאלען זיין אזעלכע "טשיקענס" איז שוין יא געווען אין די היסטאריע?
היינט איז די באס סערוויס פרי און איך פאר ארום אין די גאנצע שטאט פאר בחנם.
פארוואס זענען זיי אזוי גוט געווארען?
זיי האבען דאך שאדען מיליענס.
די שטאט איז באוויסט צו מאכען נאך א דאלער ווי זיי קענען נאר, און יעצט זענען זיי אזוי ברייט?
און אויך ווילעך וויסען. פון ווי גייט די שטאט האבען די געלט פאר די שאדענס פון די האריקעין?