☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:42 am

· #61292
שמעקעדיג
אוי קאוועט טרינקער, שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס...

איך האף אז דו מיינסט עס נישט ערנסט...
מענטשן וועלכע האבן שרעקליכע פאביעס, זיי קענען נישט אריינגיין צווישן א גרויסע קראוד, אדער אין א עלעוועיטאר, פארן אויף א בריק, טרעפן זיך צוביסלעך בארואיגט און זיי קענען עס טון גרינגער און גרינגער.
פארוואס מאכסטו עס אוועק?
די אלע פאביעס האבן פסיכאלאגישע פראבלעמען, און די פסיכאלאגן טוען דאס אויסגלייכן, לפשט ערמומיות שבלב.

עכ"פ לו יהא כדברך, לאמיר הערן, "וואס זאגן די פסיכאלאגן פאר די מענטשן ווען זיי קומען מיט זייער פראבלעם"?

דו מיינסט אוודאי עקמומיות שבלב. ווייל צו ערמומיות העלפט נישט קיין פסיכאלאגן. א פאר פעטש קען ענדערש העלפן.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 5:25 am

· #61311
יאפ ראביי באלעגאלע. פשוט א טעות סופר.
די ר און ק קנעפלעך זענען דאך איינס נעבן די אנדערע.
שכוח פארן אויפמערקזאם מאכן.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:03 pm

· #61616
sunbar
איך בין נייגעריג צו וויסן ווי אזוי די עולם האט געוויסט פון קאווע שטיבל די ערשטע עטליכע טעג. איך האב הערשט אויסגעפונען עטליכע חדשים שפעטער...

און איך האב צו פארדאנקען דעם פיינעם איידעל'ן מענטש נ.ר. את חטאי אני מזכיר. איך האב א שטארקן יצר הרע צו בלעטערן אויף זיין וועבסייט. איין טאג האב איך געזען ווי ער ברענגט נאך א מאמר בשם "קאווע שטיבל". נאר אלס א ענטפער צו דיין שאלה. איך מיין אז רוב פון די אריגינאלע מעמבערס ווי זר זהב, שמואל הלוי וכו' זענען פליטים פון "איי וועלט" זיי האבן געזוכט אן ארט וואו די הנהלה און די מעמבערס פירן זיך אויף עטיש און יושר'דיג.

משה רוקח » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:24 pm

· #61762
שמעקעדיג
אסאך מאל פאר איך אונטער א קאוטש באס, און בעפאר די ברעיק-לייטס צינדן זיך אן, קומט ארויף געלע לעקטערלעך (נישט בלינקען).
קוקט אויס ווי דער באס "ווייסט" אז אט אט גייט מען ברעיקן.

מה הפשט? איינער ווייסט? בערל באלעגאלע אפשר??

אפשר צינדט זיך אהן דער לייט יעדעס מאל דער דרייווער ריליסט דעם גאז פעדאל.

ידען » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 8:25 pm

· #62434
פארוואס האט מען צוויי אויגען?

מע זעהט בעסער מיט צוויי?

יידל » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 8:36 pm

· #62436
ידען
פארוואס האט מען צוויי אויגען?

מע זעהט בעסער מיט צוויי?

יא. כדי צו זען א קלארע 3D אויסלייג מוז מען האבן צוויי אויגן.

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 8:37 pm

· #62438
יא, מיט איין אויג זעט מען נאר 2D און מ'קען נישט זען depth of field, (ווי ווייט זאכן געפונען זיך אינעם זעען-פלוין).

יידל האקט, יא עז איי סעד.

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 8:54 pm

· #62441
און פארדעם האבן 3 די קעמרעס צוויי לענזעס.

הציץ ונפגע » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 9:02 pm

· #62443
געפילטע פיש
ווי ווייט זאכן געפונען זיך אינעם זעען-פלוין

👍 געוואלדיג!

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:56 am

· #62562
וואס איז אזוי געוואלדיג?

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 8:40 pm

· #62779
וואס מיינט טשארייער קופערניקעס און דבילה?

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:00 pm

· #62788
קופערניקוס איז א נאמען פון א באקאנטן געלערנטער פילאזאף. מען האט שוין גערעדט דערפון אין שטיבל ערגעץ וואו.

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:12 pm

· #62793
יידל
ידען
פארוואס האט מען צוויי אויגען?

מע זעהט בעסער מיט צוויי?

יא. כדי צו זען א קלארע 3D אויסלייג מוז מען האבן צוויי אויגן.

נאז לעכער איז אויך דא צוויי מזאל בעסער קענען שמעקן

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:14 pm

· #62795
דבילה איז א זאך וואס מען מאכט אונטער טיש. כדי נישט צי דארפן מקיים זיין וואס מזאגט

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:26 pm

· #62802
נולד מאוחר

נאז לעכער איז אויך דא צוויי מ׳זאל בעסער קענען שמעקן

מיט איין גרויסע לאך וואלט מען נישט געקענט פונקט אזוי?
און פארוואס האט מען צוויי אויערן?

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:21 pm

· #62808
שמעקעדיג
קופערניקוס איז א נאמען פון א באקאנטן געלערנטער פילאזאף. מען האט שוין גערעדט דערפון אין שטיבל ערגעץ וואו.

קופורניקוס איז געווען אסאך זאכן, פיליזאף איז נישט איינע פון זיי, מערסט באוויסט איז ער פאר זיין אסטראנאמיע.

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:22 pm

· #62809
נולד מאוחר
דבילה איז א זאך וואס מען מאכט אונטער טיש. כדי נישט צי דארפן מקיים זיין וואס מזאגט

פון עיגולי דבילה האט איר אמאל געהערט?

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:23 pm

· #62810
איחוד פעלד
נולד מאוחר

נאז לעכער איז אויך דא צוויי מ׳זאל בעסער קענען שמעקן

מיט איין גרויסע לאך וואלט מען נישט געקענט פונקט אזוי?
און פארוואס האט מען צוויי אויערן?

מיט צוויי אויערן קען מען בעסער וויסן פון וועלכע דירעקציע די קול קומט.

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:44 pm

· #62814
איחוד פעלד
נולד מאוחר

נאז לעכער איז אויך דא צוויי מ׳זאל בעסער קענען שמעקן

מיט איין גרויסע לאך וואלט מען נישט געקענט פונקט אזוי?
און פארוואס האט מען צוויי אויערן?

איך האב געמיינט ציפרעגן , פארגעסן די ?

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:45 pm

· #62815
געפילטע פיש
איחוד פעלד
נולד מאוחר

נאז לעכער איז אויך דא צוויי מ׳זאל בעסער קענען שמעקן

מיט איין גרויסע לאך וואלט מען נישט געקענט פונקט אזוי?
און פארוואס האט מען צוויי אויערן?

מיט צוויי אויערן קען מען בעסער וויסן פון וועלכע דירעקציע די קול קומט.

מיט צווי מוילס וואלט מען געקענט עסן, האקן שטיקר.

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:48 pm

· #62816
איך וויל וויסן: זענען דא דא אידן עלטער ווי 60?

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:50 pm

· #62818
נולד מאוחר
געפילטע פיש
איחוד פעלד
נולד מאוחר

נאז לעכער איז אויך דא צוויי מ׳זאל בעסער קענען שמעקן

מיט איין גרויסע לאך וואלט מען נישט געקענט פונקט אזוי?
און פארוואס האט מען צוויי אויערן?

מיט צוויי אויערן קען מען בעסער וויסן פון וועלכע דירעקציע די קול קומט.

מיט צווי מוילס וואלט מען געקענט עסן, האקן שטיקר.
מיילער, און צדיקים פלעגן זאגן, הלוואי ווען מ'קען ווען האבן צוויי מיילער, וואלט מען געקענט איינס נוצן פאר עבודת השם און איינס פאר דברים בטילים.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:58 pm

· #62851
משה רוקח
שמעקעדיג
אסאך מאל פאר איך אונטער א קאוטש באס, און בעפאר די ברעיק-לייטס צינדן זיך אן, קומט ארויף געלע לעקטערלעך (נישט בלינקען).
קוקט אויס ווי דער באס "ווייסט" אז אט אט גייט מען ברעיקן.

מה הפשט? איינער ווייסט? בערל באלעגאלע אפשר??

אפשר צינדט זיך אהן דער לייט יעדעס מאל דער דרייווער ריליסט דעם גאז פעדאל.[/quote
איך ווייס נישט וועגן קאוטש באסעס, אבער א סאך סקול באסעס בערך דרייסיג יאר צוריק האבן געהאט דעם "פיטשור" אז ווען דער דרייווער האט אראפגענומען דעם פוס פון געז פעדאל האבן זיך אנגעצונדן צוויי געלע לעמפלעך.

רגיל » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:35 pm

· #63794
גייט איר מיט אן אינטערהעמעד?
איך בין אלטס בחור נישט געגאנגן, נאך די חתונה האט די עזר כנגדו נישט אויפגעהערט מיטשענען איך זאל אנטון. וואס איז ביי ענק?

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:38 pm

· #63797
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/191">viewtopic.php?f=4&t=191</a><!-- l -->

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:50 pm

· #63801
געפילטע פיש
צדיקים פלעגן זאגן, הלוואי ווען מ'קען ווען האבן צוויי מיילער, וואלט מען געקענט איינס נוצן פאר עבודת השם און איינס פאר דברים בטלים.

געפילטע, רשב"י האט דאס געזאגט.

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:01 pm

· #63807
נא, איז ער נישט געווען קיין צדיק?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:15 pm

· #63810
איך ווייס נישט פארוואס (עה, איך ווייס יא) אבער ווען איך האב געשריבן די תגובה האביך געטראכט אז דאס וועסטו שרייבן, יודע צדיק נפש דגיו.

ד"א, שכוח פאר'ן אחראי וואס האט פאראכטן מיין תגובה.

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:02 pm

· #63820
איך מיין איך ווייס אויך פארוואס, איך זע יעצט, ס'א ירושלמי אין ברכות, נישט געוויסט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:56 pm

· #63987
נולד מאוחר
געפילטע פיש
איחוד פעלד
נולד מאוחר

נאז לעכער איז אויך דא צוויי מ׳זאל בעסער קענען שמעקן

מיט איין גרויסע לאך וואלט מען נישט געקענט פונקט אזוי?
און פארוואס האט מען צוויי אויערן?

מיט צוויי אויערן קען מען בעסער וויסן פון וועלכע דירעקציע די קול קומט.

מיט צווי מוילס וואלט מען געקענט עסן, האקן שטיקר.

איך מיין אז ס'איז א גמרא ערגעץ. די גמרא פרעגט פארוואס האט דער אייבישטער באשאפן נאר איין מויל? ס'וואלט בעסער געווען מ'זאל האבן איין מויל פאר דברי תורה ותפילה און איינס פאר דברי חול. נאר, די גמרא (אויב ס'איז א גמרא). פיהרט אויס. אז איין מויל איז שווער צו היטן נישט צו רעדן דברים האסורים ווי לשה"ר וכדומה. כש"כ צוויי מיילער (מוילס(

געפילטע פיש » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:00 am

· #64018
berlbalaguleh
איך מיין אז ס'איז א גמרא ערגעץ. די גמרא פרעגט פארוואס האט דער אייבישטער באשאפן נאר איין מויל? ס'וואלט בעסער געווען מ'זאל האבן איין מויל פאר דברי תורה ותפילה און איינס פאר דברי חול. נאר, די גמרא (אויב ס'איז א גמרא). פיהרט אויס. אז איין מויל איז שווער צו היטן נישט צו רעדן דברים האסורים ווי לשה"ר וכדומה. כש"כ צוויי מיילער (מוילס(

פוילט אייך נישט און לייענט אפאר תגובות ווייטער.
ונבנתה העיר
געפילטע פיש
צדיקים פלעגן זאגן, הלוואי ווען מ'קען ווען האבן צוויי מיילער, וואלט מען געקענט איינס נוצן פאר עבודת השם און איינס פאר דברים בטלים.

געפילטע, רשב"י האט דאס געזאגט.

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 3:01 am

· #64083
הפתגם של הרדיו מן 1010 ווינס הולך בערך כך : "תן לנו עשרים ושתים דקות, ואנחנו נתן לכם את כל העולם", וכך אומר הקריין שם "שלש" פעמים בשעה, בתחלת השעה, בעשרים דקות אחרי השעה, ועשרים דקות אחריו,
ולשיטתם נראה שיש ששים ושש דקות בשעה,
ואני בער ולא אבין, מנין להם השש הדקות הנוספות האלו בכל שעה ? והיא פלא גדול, ומצוה ליישב.

שימעלע » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 10:49 am

· #64130
איחוד פעלד
נולד מאוחר

נאז לעכער איז אויך דא צוויי מ׳זאל בעסער קענען שמעקן

מיט איין גרויסע לאך וואלט מען נישט געקענט פונקט אזוי?
און פארוואס האט מען צוויי אויערן?

זעה דא

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:15 pm

· #64177
בנימין פרנקל
הפתגם של הרדיו מן 1010 ווינס הולך בערך כך : "תן לנו עשרים ושתים דקות, ואנחנו נתן לכם את כל העולם", וכך אומר הקריין שם "שלש" פעמים בשעה, בתחלת השעה, בעשרים דקות אחרי השעה, ועשרים דקות אחריו,
ולשיטתם נראה שיש ששים ושש דקות בשעה,
ואני בער ולא אבין, מנין להם השש הדקות הנוספות האלו בכל שעה ? והיא פלא גדול, ומצוה ליישב.

יעדע 22 מינוט נאך :00 :20 :40 געבן זיי דיר נייעס. און איך מיין אז היינט האבן זיי א פרישן סלאגאן פאר :20 און :40 "THE PPL YOY KNOW THE PPL YOU TRUST 1010 WINS"

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:24 am

· #64400
וויזוי קויפט מען די מעגע דזשעקפאט לאטא? ס'איז זייער קאנפיוזינג.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:47 am

· #64406
גיי אין גאז סטאנציע און האנדל דיר איין איינס פאר א דאלער!
וואס איז דיין שאלה? וואס איז קאנפיוזינג?

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:52 am

· #64408
אה פאר איין דאלער? זעמיר שוין 2 ניקים וואס וויסן נישט וויזוי ס'ארבעט... די דזשעקפאט קאסט 2 דאללער, און ס'דא צופיל דעטאלן. ס'דא POWER PLAY וואס פאר נאך א דאלאר האסטע עפעס מער טשאנסן צו געווינען. איך כאפ נאך נישט פונקטליך וויזוי מ'פילט עס אויס.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:00 am

· #64411
אה די דזשעקפאט איז איין זאך, די מעגא איז א צווייטע.
זר, קויף נישט יעצט דעם דזשעקפאט. עס איז איבער 400 מיליאן דאלער, וועסט עס נישט קענען הענדלען!
וועס בעסער אפשניידן מיט 25 מיליאן.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:01 am

· #64412
ס'400 פאר טעקס. כעל געבן רוב פאר צדקה.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:02 am

· #64413
<a class="postlink" href="http://www.ildado.com/powerball_power_play.html">http://www.ildado.com/powerball_power_play.html</a>

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:03 am

· #64414
שמעקעדיג
אה די דזשעקפאט איז איין זאך, די מעגא איז א צווייטע.
.

איך זעה אז מ'רופט מען עס מעגע מיליאנס דזשעקפאט

outspoken » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:07 am

· #64415
בנימין פרנקל
הפתגם של הרדיו מן 1010 ווינס הולך בערך כך : "תן לנו עשרים ושתים דקות, ואנחנו נתן לכם את כל העולם", וכך אומר הקריין שם "שלש" פעמים בשעה, בתחלת השעה, בעשרים דקות אחרי השעה, ועשרים דקות אחריו,
ולשיטתם נראה שיש ששים ושש דקות בשעה,
ואני בער ולא אבין, מנין להם השש הדקות הנוספות האלו בכל שעה ? והיא פלא גדול, ומצוה ליישב.

כ'האב אמאל געליינט אז ס'איז אן אלטע סלאגען וואס אסאך רעדיא סטעישען'ס האבן עס גענוצט אין די '60S ווייל דעמאלטס איז די
average commute time געווען 22 מינוט.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:10 am

· #64416
ער האט אן אנדערן פשט אינעם סלאגאן

outspoken » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:18 am

· #64419
זר זהב
ער האט אן אנדערן פשט אינעם סלאגאן

ווי אזוי פלעגט די רביזיכרונע ליבראכע זאגען , אלו ואלי דברי...

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:22 am

· #64421
KYW ראדיא אין פילאדעלפיע נוצט אויך דעם סלאגאן.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:13 pm

· #64480
שמעקעדיג
אה די דזשעקפאט איז איין זאך, די מעגא איז א צווייטע.
זר, קויף נישט יעצט דעם דזשעקפאט. עס איז איבער 400 מיליאן דאלער, וועסט עס נישט קענען הענדלען!
וועס בעסער אפשניידן מיט 25 מיליאן.

פארוואס. קויף יא. איך רעזערוויר שוין א פלאץ אין ליין. דריטער נאך די טיר אויף די רעכטע זייט.

Shmilly » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:29 pm

· #64487
וואס פלאנט איר צו טהון מיט 400 מיליאן דאלער???

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:38 pm

· #64488
חז"ל זאגן מרבה נכסים מרבה דאגה.
דאס איז אפילו אויף בלויז צוואנציג מיליאן.
ווער רעדט נאך פון 400 מעלאנעס.
איך זאג דיר וועסט עס נישט קענען הענדלען.

און חוץ וואס די מאפיא האלט א אויג אויף די חברה (נישט קאנפירמד)

נס קאווע » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:40 pm

· #64489
פון $400 גייט אראפ האלב אויב נעמט מען ארויס דאס גאנצע און פון דעם גייט נאך אראפ $70 דאללער טעקס אז עס בלייבט איבער נישטיגע $130,000,000 ס' לוינט שוין באלד נישט דאס גאנצע

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:40 pm

· #64490
אבער מיין יעצטיגער מצב קעניך דאך אויך נישט הענדלן איז מה לי הכא מה לי התם