☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:48 pm

· #293755
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נישט צום זאך. דער פארשוין האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגערופען אלס אן אפיקורס,.נישט עפעס ע קלוגע. דער זעלבע מארמערושע פויער, אבער אן אפיקורס צו תורת ה', נישט תורת לאקשן פון ל''י אוועני''ו. ס'קומט זיך מ'זאל זידלען, ניין?

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 2:04 pm

· #293761
ליטוואק פון בודאפעסט
נישט צום זאך. דער פארשוין האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגערופען אלס אן אפיקורס,.נישט עפעס ע קלוגע. דער זעלבע מארמערושע פויער, אבער אן אפיקורס צו תורת ה', נישט תורת לאקשן פון ל''י אוועני''ו. ס'קומט זיך מ'זאל זידלען, ניין?



ל ע ב ע ד י ג !!!
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

👍 👍 👍
שרייב נאר אזעלכע תגובות אלץ מארמארישע פּויער פון ליע עוועניא בין איך מיך מחי׳ מיט דיין שפראך 🙂

ליטוואק האסט געכאפט א קורצשלוס?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 1:30 pm

· #293902
שבת אחים
איך ווייס נישט וואס אנדערע טוען, מיין מעריב קוקט אויס אביסל אנדערש ווי זיך אריינקוועטשען אין א פארשטינקענע בעיסמענט אויף 53 סטריט, איך גיי מאכן מעדעטאַציע יעדע נאכט און איך connect מיך צו מיר אליינס, איך גיי שפאצירן אין סטעטן איילענד פּארקס און עס איז די פּערפעקט פלאץ פאר דעם!

פארוואס איך טוה עס? ווייל איך האב זייער הנאה פון דעם און איך האב מיך איבערצייגט אז ס׳העלפט מיר!

הייסטעס ביסט א פשוטער ברעסלעווער 😠
וואס דרייסטו א קאפ מיט אטד?

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 3:07 pm

· #293915
פארוואס זאגט מען אייער נעכטען. פון ווי נעמט זיך די ווארט אייער? אויך פאר וואס דארף מען זאגען ״אייער נעכטען״ מ׳קען זאגען פלעין ״אייער״

אור חדש » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 4:38 pm

· #293923
[ציטאט אראפגענומען]

הייסט אזוי ווי ask ווערט פאר די גרינגערע aks.

יהושע חיים » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 5:18 pm

· #293928
איך ווינדער מיך ווי די ליטווישע מוהלים לייגן זייער טלית זיי האבן נישט קיין גארטיל (שטארקע דאגה נישט געקענט שלאפן ביינאכט 🙂)

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 5:29 pm

· #293931
די ליטווישע גייען אויך טליתים? 😉

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 5:42 pm

· #293935
יהושע חיים
איך ווינדער מיך ווי די ליטווישע מוהלים לייגן זייער טלית זיי האבן נישט קיין גארטיל (שטארקע דאגה נישט געקענט שלאפן ביינאכט 🙂)

בכלל האבן אנדערע מנהגים און אן אנדערע דרך ווי אזוי זיי פירן דורך א ברית.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 8:27 pm

· #293972
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מיין טאטע איז א ליטווישע מוהל, און ער האט א גארטעל ספעציעל פאר ברית'ן. ווען ער איז געקומען לעצטענ'ס מל'ן מיין קינד, האט ער עס פארגעסען אין אויסלאנד, און ער האט אריינגעשטופט דער טלית אין די פאסיג, אבער ס'איז נישט אזוי געלונגען און די ארומיגע האבען איהם געמוזט העלפען. פרעג נישט! אבער דער קינד איז געמל'ט ב''ה.

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:11 pm

· #293984
אז ס'קומט אן שווער איז א סימן אז דאס איז ריכטיג

א איד » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:22 pm

· #293992
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
חוץ דיין טאטענס גארטל וואס ער האט איבערגעלאזט אין אויסלאנד, האט קיינער דארט נישט געהאט קיין גארטל? אתמהה?

א איד » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:34 pm

· #294000
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אבער ער איז דאך פון די יוצאי בודאפעסט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:44 pm

· #294007
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מאך דיר א צימעס דערפון. ער האט נישט זיך געקימערט צופיל דערוועגען. ס'איז פארצופאל געווען אין א חסידיש'ע 'סמעדרעש, אבער ער האט עס נישט געזוכט, נאר זיך פארלאזט אויפ'ן פאסיג.
אז די זאכען וואס מ'וויל וויסען זענען מיין טאטע'ס פעדעמער, איז א סימן אז מ'האלט אין מיט'ן וואך, אין מיט'ן זומער!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 9:56 pm

· #294012
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
דער צלם בלייבט אין הארצ'ן

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 10:11 pm

· #294014
[ציטאט אראפגענומען]

האסט גארנישט צוגעלייגט צו מיינע ווערטער. האסט געטוישט מיינע ווערטער. אין שפעטער פאראכטען מיט מיינע ארגענעלע ווערטער. היינו דאמרי אינשי צוברעך נישט און פארעכט נישט. במערבא אמרי העלף נישט און שטער נישט. באט איך גיב דיר עניוועי א לייק

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 11:17 pm

· #294033
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווען דער ברית איז ביי מנחה, פרעגסטו נישט קיין קשיא'ס, ווייל ביי ענק גייט מען שוין נישט קיין טלית, נאר ביי מתפללי נוסח אשכנז איז געבליבען דער אריגינעלער מנהג אז דער בעל תפלה, בעל קורא, אלע וואס באקומען כיבודים ביים דאווענען (און א ברית) און ביי אחינו יוצאי דייטשלאנד ואונגארין (פון פאר איינער האט 'מפיח געווען רוח החסידות ' ביי זיי!) אפילו בחורים ביי שחרית גיין טלתים (אן עטרות).

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 11:22 pm

· #294035
אוודאי, אז מ'גייט נישט קיין גארטל נאכדערצו מיט א קורצע רעקל ר"ל איז דארף מען זיך כאטש אנטון א טלית, ניין?

יהושע חיים » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 11:28 pm

· #294038
ביי א ברית גייען אויך חסידים מיט א טלית כדי צו קענען מקיים זיין די מנהג פון אריינלייגן די טלית אין די גארטל.

chusid » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:40 am

· #294070
אן עמעראצישע שאלה: עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו רעדן מיט א קאמוניסט, איז מיר שווער געווארען אויב איז קאמוניזם א אידילאגיע פון יושר וצדק דאן וויאזוי האט זיך אפגעטוען אזויפיל רשעות אונטער זיי?

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:42 am

· #294071
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
סנאך דא היינט קאמוניסטן ?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 1:00 am

· #294073
קאמוניזם האט באשטראפט די שונאים און מחריבים פון קאמוניזם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 6:55 am

· #294084
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווייל קאמיוניזם פארגעסט אינגאנצען פון די נאטורליכע מענטשליכע שוואכקייטען. און וויבאלד ס'איז א סיסטעם פון all or nothing, ס'קען נאר געלונגען טאמער יעדער איז אין שפאן, ממילא דארף מען עס צווינגען אויף די מענטשהייט, און צווינגען קומט מיט רשעות

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 8:36 am

· #294089
רוסישע קומיוניזם איז געווען אויס גערופען מיר איר רשעות. נישט איבעראל ווי ס׳געווען קומיוניזם איז געווען די זעלבע לעוועל רשעות. חוץ פון דעם ביי דעמוקרטיע איז אויך דא גענוג און נאך רשעות.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 8:37 am

· #294090
ס׳האט נישט מיטען סיסטעם. אז די מענטשען זענען רשעים וועלען זיי זיין רשעים אין עני סיסטעם

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 8:42 am

· #294092
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ס'איז עפעס אין רוסישע/כינעזישע בלוט צו זיין רשעים? די רוסישע זענען אלס א פאלק וואס דערדרוקען אנדערע, און דאס האט זיך איבערגעפיהרט פונ'ם צאר ביז קאמיוניזם, אבער דאס איז קלאר אז יעדער סארט איבערמעכטיגע רעגירונג סיסטעם, צו קאמיוניזם צו פאשיזם, מוז דערדרוקען אנדערע און גייען מיט שפיכות דמים.

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 2:10 pm

· #294156
וועלכע רעסטאראן מאכט גוטע שבת פעקעדזשעס פאר קאפל'ס, איך האב געזען עטליכע עדס, ווער געט ברייטער און גוטע עסן?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 2:25 pm

· #294166
אין בארא פארק איז דא סאטמער51 אדער לוזיס אויף 55 און ניו יוטריקט ביידע מאכן געוואלדיגע גוטע עסן. סאטמער איז $99 לוזיס $90. בנוגע ברייטקייט ווייס איך נאר וועגן סאטמאר51, נאכנישט אויסגעקומען צו נעמען פון לוזיס. איך בין געווען צופרידן. יעדער האט אבער אן אנדערע אפעטיט.

chaims » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 5:08 pm

· #294201
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די גרעסטע רשעות איז אלס געטוהן געווארען אינעם נאמען פין גרויסע אידיאלען

I can't believe I just said that...

וכדומה.. » זונטאג אוגוסט 9, 2015 7:11 pm

· #294683
וואס איז פשט אז מענטשן האבן אזא גרינגשעצונג צו אלטע מענטשן, און מלאכט זיך אונטער פון וואס זיי זאגן, כאילו די וועלט'ס נער זאגט יעצט עפעס.

איך מיין, זיי זענען אויך אמאל געווען יונג, טריציג, און אויבערחכם'דיג. יעצט האלטן זיי שוין נאכדעם, און האבן למעשה מער עקספיריענס ווי דיר, איז וואס לאכסטו פון וואס ער זאגט כאילו א דריי יעריג קינד רעדט יעצט, וואס איז דעי צינישע שמייכל אויף דיין פנים, ווען ער זאגט דיר עפעס?

פון וואו, און פארוואס נעמט זיך דעי גרינגשעצן און זיך אויסלאכן וואס אלטע מענטשן זאגן, און האלטן אז זיי פארשטייען נישט און רעדן נישט צום זאך, און ווי עלטער די מענטש איז אלס ערגער ווערט די געלעכטער, וואסי פשט?

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 9, 2015 8:33 pm

· #294691
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עס איז די זעלבע סיבה מען לאכט אויף אומבאהאלפענע מענטשן! וואס איז אזוי פאני?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 9, 2015 9:38 pm

· #294699
וכדומה..
וואס איז פשט אז מענטשן האבן אזא גרינגשעצונג צו אלטע מענטשן, און מלאכט זיך אונטער פון וואס זיי זאגן, כאילו די וועלט'ס נער זאגט יעצט עפעס.

איך מיין, זיי זענען אויך אמאל געווען יונג, טריציג, און אויבערחכם'דיג. יעצט האלטן זיי שוין נאכדעם, און האבן למעשה מער עקספיריענס ווי דיר, איז וואס לאכסטו פון וואס ער זאגט כאילו א דריי יעריג קינד רעדט יעצט, וואס איז דעי צינישע שמייכל אויף דיין פנים, ווען ער זאגט דיר עפעס?

פון וואו, און פארוואס נעמט זיך דעי גרינגשעצן און זיך אויסלאכן וואס אלטע מענטשן זאגן, און האלטן אז זיי פארשטייען נישט און רעדן נישט צום זאך, און ווי עלטער די מענטש איז אלס ערגער ווערט די געלעכטער, וואסי פשט?

וואס איז דיין פראבלעם. ווערסט שוין אלט?

samiam » זונטאג אוגוסט 9, 2015 9:47 pm

· #294705
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יהושע חיים
איך ווינדער מיך ווי די ליטווישע מוהלים לייגן זייער טלית זיי האבן נישט קיין גארטיל (שטארקע דאגה נישט געקענט שלאפן ביינאכט 🙂)

כ'האב געזעהן א מוהל וואס ניצט זיין צווי אינערשטע ציצית פאר א גערטל.
go get some sleep now [emoji12]

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 1:12 pm

· #294766
לייג אריין די ערשטע ספר דארט.

א איד » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 3:34 pm

· #294989
וואס איז @אנאנים'ס ליידיגע תגובה אינעם ספרים שאנק פארום?

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 9:35 pm

· #295046
כ'מיין אז ס include נישט מאחורי

ירא שמים » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:22 pm

· #295048
קענען די מנהלים זעען אויב זיי ווילען אישי מודעות ?

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 10:39 pm

· #295053
[ציטאט אראפגענומען]

וכדומה.. » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:20 am

· #295077
[ציטאט אראפגענומען]


אויב האסטו נישט צוטריט צו מאחורי [צו ביסט נישט אריינגעסיינט], זעסטו נישט די לייקס פון דארט, און אפילו בוסט יא אריינגעסיינט און דו האסט צוטריט וואס דעמאלטס קענסטו יא זעהן די לייקס פון מאחורי, וועסטו אויך נישט זעהן דעם פולן נומער אויפן הויפט בלאט, ווייל סדא נאך טונקעלע פלעצער א וואו משרייבט און מלייקט זיך צווישן די עליטע חברה דא, און אויב האסטו נישט צוטריט צו יענע פארומס, וועסטו נישט זעהן יענע לייקס.

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:24 am

· #295080
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
טאקע ?! נאך אויסער מאחורי ? וואוזוי הייסען יענע עליטע פארומס ? וואס דארף מען טוען צו האבן די זכיה צו זיין דארט .

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:29 am

· #295082
מ'דארף אויך זיין א ירא שמים בסתר.

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:30 am

· #295083
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
כבין א ירא שמים בסתר כבגלוי , כמעג אריין ?

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:28 am

· #295101
ירא שמים
טאקע ?! נאך אויסער מאחורי ? וואוזוי הייסען יענע עליטע פארומס ? וואס דארף מען טוען צו האבן די זכיה צו זיין דארט .

הבל הבלים.

יהושע חיים » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 7:56 am

· #295104
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב מען רעט שוין וועגן מאחורי
ווילאנג דארף מען ווארטן אנציקומן אהין שוין געשיקט א בקשה צו @סדרן א שטיק צייט צוריק

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:41 am

· #295140
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך האב געהאט ווען כהאב געזוכט א תגובה וואס איז פארמעקט געווארן איז ארויפגעקומען אזא מעלדונג .

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:52 am

· #295142
זאכן וואס כ'וויל וויסן
אפשר מיינט ער גרופעס , סעקזעסטירט נאך אזא זאך ?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:00 pm

· #295144
שפעקולאציעס ביזן הימל,
עס איז ס"ה פאראן א חדר הגבאים ווי די מנהלים, אחראים און גבאי חודש האבן צוטריט, און איז נישט אפן פארן פובליק.

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:03 pm

· #295145
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז אבער געשען מיט די גרופעס ?

רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 5:07 pm

· #295269
יא מ'לייקט זיך דארט אויך, אבער דארט אנדערש ווי דא לייקט מען נאר ווען מ'רעדט צום זאך 😂

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 12:24 am

· #295706
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
כזיך די טאפאטאלק אשכול

סאיז צרות סהאט זיך מיר אפדעיטיד די אפפ כקען נישט עדיטן א פאסט נאכן שיקן

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 12:26 am

· #295707
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/259808">viewtopic.php?p=259808#p259808</a><!-- l -->
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92