זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קאמענטירעראסאך מאל הערט מען אין די נייעס -בעיקר ווען מעגא קאמפעניס שטעלן זיך צוזאם- אז ''רעגעלעטורס'' קוקן דורך צו זיי וועלן ערלויבען די דיעל דורכגיין, מקען אויך הערן פון יוראפעאישע אדער אמעריקאנע ''רעגעלעטורס'', ווער זענען די רעגעלעטערס? ווי קען מען זיי ריטישען...?
אויב איך געדענק גוט איז דאס די FTC די פעדערעל טרעיד קאמיסיע, און די ועג וויאזוי סארבעט איז: אז עס זענען דא געזעצן איבער קאמפעטישען איז ווען גרויסע קאמפעניס שטעלן זיך צאם ווערט ווייניגער קאמפעטישען דעמאלטס גייט די FTC און קלאגט די קאמםעניס איו געריכט... טשעק עס נאך מער פונקטליך אויף וויקיפידיע. איך האב נישט קיין צייט צי טייפן
וואס מיינט חרד''ל? אין אר''י
חרדי לייט
איך האב פארשטאנען אז
@געוואלדיג מיינט עס סארקאסטיש.
עטץ זענטץ ביידע גערעכט. טראדיצינאלי האט עס געמיינט חר'די ד'תי ל'אומי, אבער היינט קען עס אויך מיינען ח'רדי ל'ייט אזוי ווי חרד''ק מיינט חרדי קל.
אה און עס קען אויך מיינען מאסטערד.
אוי, טעיתי כשה אובד בקש... פשוט א טעות געהאט עס מיינט טאקע חרדי לאומי, איך האב אויסגעמישט מיט חרד״ק
אנאנים: דו ביסט 100% גערעכט. א ראיה האב איך ווייל איך געדענק ווען מ'האט זיי נעבעך פארטריבן פון גוש קטיף, האטציך א סאך געטון איבער די חרד"ל'ניקעס וועלכע האבן ברובם געוואוינט דארט. די עיקר חילוק פון זיי ביז די רעגולאר מזרחי/מפד"ל איז אז זיי האבן געטראגן גרויסע קאפלעך. (בבחינת זעקס סלייסעס, דאהי). דער טערם חרדי-לייט איז טאקע א סלענג טערם וועלכער איז אויפגעקומען א סאך שפעטער. און האט גארנישט צו טון מיט די אידעאלאגיע פון מזרחי/מפד"ל...!
איינער ווייסט אויב א סים קארד אין אויסלאנד וועט ארבייטן אין פעיזש פלאס פאון?
ס'איז בעצם א ווערייזאן פאון וואס האט געווענליך GSM ראדיאו. שטעל ארויף די מאדעל וועט מען קענען זעהן.
פעידזש פלאס האט שוין אויך אייגענע פאונס
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נישט געוואוסט. סיי ווי קען @רויטע וואנצעס ארויף לייגן דער מאדעל פאון אויב ער איז נאך אין טאון.
Galaxy mini s4
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך זעה נישט פארוואס עס זאל נישט ארבייטען אין אייראפע אבער בעסער רופט Page plus זיכער צו מאכען אז ס'איז נישט locked.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
זאג מיר וועלכע שטאט די ווילסט פארן?
http://cloud.tapatalk.com/s/57ec060e559c9/WorldwideFormatted.pdfדא האסטו די בענדס פון די גאנצע וועלט
פארוואס ווען איינער לייגט ארויף א youtube וידיאו דא אויף ק"ש (נישט קיין לינק ) קען איך עס בכלל נישט זעהן איך זעה נאר א שווארצע ליידיגע באקס ?
וויפיל איך ווייס קען נישט אן אויסלענדישע סים קארד ארבייטן אין א מיני s4, ס'קען נאר גיין פון s5 און העכער (איך ווייס נישט אויב מיני s5-s7)
אויב די phone איז unlocked ארבעט עס איבעראל.
נאר אסאך מאל דארף מען ענטערן די בענד פאר אינטערנעט.
מיינסט צו זאגן די APN
איך האב געלייגט א פייל פון די בענדס פון די גאנצע וועלט. שטעל צוזאם די בענדס פון די פאון צו די לאנד וואו דו פארסט.
כזעה ווי די אומן עולם טאנצט אין עיר-פארט, פרטעסטירט, שרייט, ואין פוצה פה, יעדער דא אין שטיבעל איז אקעי דערמיט
וויל איך וויסן טאמער מארגן מאכן אלע וויזניצע אינגערלייט א הפגנה אויפן FDR אויפן וועג צו מאנסי צו זייער רבי, אדער די בעלזא אינגערלייט א הפגנה אויפן וועג קיין א״י, וואלט מען נישט דא געשריגען חילול השם, בהמות, משגועים.
אדער אפשר נאר ברסלב מעג ווייל די גאנצע פאהרן איז נישט רעגילער סאיז א אויפגעקלערטע געדאנק. ממילא איז יעדער אקעי דערמיט
WTF
ברענג אהער א קליפ אדער לינק און נאכדעם ווארט צו זעהן וואס די עולם רעאגירט
פארוואס ביי סליחות ביי שמע קולינו זאגסט מען די שטיקל פון יהיו לרצון אמרי פינו שטיל און נישט חו״ק
פארוואס דארף איך געבן געלט פאר קופת העיר וואס טיילט עס אויס פאר ארעמעלייט און צעבראכענע אידן, און די גדולי ישראל וועלן מתפלל זיין פאר מיין הצלחה אז איך זאל ווייטער קענען געבן פאר קופת העיר און זיי וועלן דאס אויסטיילן וכו' וחוזר חלילה, זאלן די גדולי ישראל מתפלל זיין דירעקטלי פאר די הצלחה פון די ארעמעלייט און צעבראכענע אידן?
פארוואס קומט די מפתח [די באקס אונטער די שלום עליכם אשכולות] ארויף נאר ווען מ'איז איינגעשריבען
ונבנתה העירווער איז רעבעצין צפורה העלער פון המודיע'ס קנין?
די וואך האט זי א מאמר בנוגע וואס אנדערע טראכטן אויף מיר מיט'ן קעפל 'they think, therefore i am?', א שפיל אויפן פילאזאפישן ווארט
I think, therefore I am, גאנץ שיין פאר א היימישע פרוי, ניין?
אז מען רעדט שוין,
@געפילטע פיש [ס'איז מיר גוט, אויף צו קענען טעגן מוז מען ארויסשרייבן די גאנצע נאמען?...], קענסט שוין אפ-שטויבן די ניין-טעג'דיגע חתימה...
די וואך איז איר קעפל: To Cry or Not to Cry.
כ'בין נישט זיכער, אבער עס דערמאנט מיר פון שעיקספיער'ס to be or not to be.
די וועלט זאגט דאך אז די קאפ איז א גנב...
"הונדערטער טויזענטער מענטשן עוואקואירן". די בילדער ווייזן ריזיגע שורות קארס שלענגלען זיך אויף איין זייט פונעם ראוד. אבער וואוהין? האבן זיי א ציל וואו זיי ווילן אנקומען? וואו גייען די אלע מענטשן דארטן עסן און שלאפן? כ'פארשטיי אז א קליינע חלק האט געלט און פלאץ אין א האטעל, אבער וואו גייען די איבריגע?
ביי אסאך מענטשן וואס האבן אן עטרה אויפן טלית איז די אונטן פינעם טלית שמוציג און האט אזאנע קעסטלעך און עס זעהט אויס ווי מען האט אראפ גענומען די עטרה און צוריקגעלייגט די ראנג זייט פון טלית אונטן אנשטאט אויבן.
איז דאס א מיסטעיק?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
עס קומט פון צוזאמלייגן די טלית
פארוואס אין מיין שבת'דיגן טלית האלט זיך נישט דער פאולד/קנייטש. די מערסטע איז 2 וואכן. איך מוטשע מיך ביים צוזאמלייגן דעם טלית מוצ"ש...!
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
berlbalagulehפארוואס אין מיין שבת'דיגן טלית האלט זיך נישט דער פאולד/קנייטש. די מערסטע איז 2 וואכן. איך מוטשע מיך ביים צוזאמלייגן דעם טלית מוצ"ש...!
ווי זוי איז די שלום בית ?
אזוי ווי דער טלית... 😂
נעה. די שלום בית איז זייער גוט,ב"ה...! א מזל ס'איז נישט קאנעקטעד צום טלית...! מיין ווייב האט שוין געטרייט צו ביגלען דעם טלית. כ'האב עס שוין אריינגעגעבן צו א פראפענישיאנעל (פי' ער טשארדזשט א סאך געלט) קלינער. ס'העלפט גארנישט. אפשר איז עס א טערקישער (אדער טשייניז) טלית. נאר איך ווייס נישט דערפון...! אויב איינער האט אן עצה וועל איך איהם מכיר טובה זיין.
אה...איך האב אן עצה. קויפן א נייעם טלית...שויןl געטראכט פון די עצה...
ונבנתה העירבחורים וגם בתולות, זקנים עם נערים, יעדער 'פראוועט' נענועים לענגער ווי צוועלף סעקונדען. 99 פראצענט אבזערווירטע מאכן אויך פארשידענע גרימאסן - צום ווייניגסטענס ציעט מען זיך אביסל צוזאמען דעם שטערן.
בין איך נייגעריג: וואס - חוץ די אפדעיטעד גראסערי ליסט - לויפט דורך זייער מחשבה?
לעצור טללים רעים?
דער תגובה האט אויף מיר גע'פועל'ט א 'הזזה'
ווי קען איך שאפן די קליפ פון קאסובע רבי ביי די נענעים,״? סאיז מיר וויכטיג
פונעם אהבת שלום אדער תורת חיים?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יעדעס יאר עקסטער טו איך זעך וואונדערן...
פארוואס מענטשן קויפן "גרויסע" הושענות, רוב שמשים פארקויפן גרויסע און קליינע, וואו שטייט אז די קליינע איז נישט גוט? דעם שמש פארשטיי איך ער וויל דאך מאכן געלט, אבער וואס טראכט דער קאסטומער, אז ווייל דער שמש האט גרויסע איז עס א גרעסערע הידור???
מסתם טראכטן זיי טאקע נישט...
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
סארי...
נאכן פאוסטען האבעך באמערקט אז @דער געוואגטער האט מכוון געווען
קען זיין אז די מקור איז ברש"י סוכה מד: ועכשיו נהגו להביא ענפים ארוכים ויפים כדי שיהא מינכרא מצוה בעין יפה ע"כ.
הגם עס שטייט נישט ווי לאנג עס דארף זיין, אבער קען זיין אז וועגן דעם זיכן מענטשן ענדערש די גרויסע, אבער וויבאלד עס קאסט טייערער שפארט מען זיך אויף די קינדער'ס וואס איך אויך זיכער כשר.
שטאפענע קאפעליטשווי קען איך שאפן די קליפ פון קאסובע רבי ביי די נענעים,״? סאיז מיר וויכטיג
ביי נחום. פונקטליך וואו ווייסיך נישט. נאר כ'ווייס פאר זיכער אז איך האב עס געזעהן ביי איהם אויפ'ן בלאג...!
פארוואס האבן קארס נישט א ווייפער אויף די אונטערשטע פענסטער, אזויווי מיניווענס?
א נייגעריגע גוגל סורטש ווייזט אז ס'צוליב די וועג וויאזוי לופט פירט רעגן ארום די אויטא. ביי נארמאלע קארס פליט די רעגן אראפ מיט'ן ווינט, ביי suv'ס און מיניווענס בלייבט עס שטעקן.
ביי גויים זענען אלס פארהאנען פארשידענע סארט טרענטס, אסאך מאל קען מען דאס פארשטיין, אסאך מאל איז דאס מאדנע, אבער אסאך מאל איז דאס עפעס וואס מיין מוח קען נישט דידעקטען. וויפיל איך האב געשפירט צו פארשטיין די פאלגענדע טרענט דערפון איז מיר נאך שווערער געווארן די תאוה. איך האב פראבירט צו פארשטיין אויב דאס איז cool, און אויסער גרויליג, נאריש, דיסקאסטינג האב נישט געקענט אויפקומען מיט עפעס בעסערס: און דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער פאריקטער "סקעלעטן בילד". אויף טישערט, אויפן קאפ, אויפן קאר, אויפן האנט, אויפן נאז, אויפן שיך, אויפן טעלעפאן. פאר Christ sake וואס די גיהנם דארף זיין ראסעריש ארומצוגיין מיט אן אימה אנווארפענדע סקעלעטן. מיינען זיי דען דעם הכל הולך למקום אחד?
נו? דאס בילד טוט אייך עפעס מעורר זיין?

מעיל באקסעס.
און בארא פארק איז דא אמאל וואס מדארף וואקן זעקס בלאקס צו טרעפן א מעיל באקס, און אמאל זעהט מען צוויי באקסעס אפגעריקט קוים צוויי בלאקס איינס פונעם צווייטן.
פרייוויליג: די עס. עס. פון די נאציס ימ"ש האבן געהאט א יוניט מיט א סקעלעטאן. ס'האט געהייסן די..."טאוטן קאפ"...איינהייט...!
פאר זיי האט עס טאקע געפאסט. זיי זענען געווען די ריכטיגע מלאכי המוות...!
איך האב אמאל געליינט אז ווען דער הייליגער ריזינער איז אנטלאפן איז ער געווען פארשטעלט ווי א פרוי
ווייס עימיצער דערוועגן
יישר כח
הייליגער ריזינער פארשטעלא ווי א פרוי
.
הייליגער ריזינער פארשטעל ווי א פרוי
איך האב אמאל געליינט אז ווען דער הייליגער ריזינער איז אנטלאפן איז ער געווען פארשטעלט ווי א פרוי
ווייס עימיצער דערוועגן
יישר כח
אמאל זיצענדיג אין די לייבערי פון היכל מנחם האב איך געטראפן אן אלט ספר כ'קען מיך נישט דערמאנען וועלכע אבער איך האב דארט קלאר געזעהן אזוי 99 פראצענט
אויב איז דא אנדערע וואס האבן דאס געזעהן ביטע עס פאבליצירן
יישר כח
[ציטאט אראפגענומען]
אויב קענסטו ברענגן את מקור וואלט עס שטארק ארויסגעהאלפן
ווייסט עמיצער צו עס איז דא א אידישע ווארט "מעשניק"
און אויב יא וואס די באדייט דערפון איז
יישר כח