☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

קל וחומר » דינסטאג פעברואר 9, 2016 3:17 pm

· #320832
דערמאנסט מיר ווען כ'בין געווען אין ישיבה קטנה איז געווען א בחור וואס האט געוואלט זיין הייליג, פלעגט ער זאגן דעם פרים הנשרפים מיט אזא קול של בכי, עד כדי כך אז ד'עולם האט געהאט גרויס מיטלייד מיט די פארברענטע קוהן.

קרעקער » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 3:02 pm

· #321077
1 מאן לייגט אראפ א גאנצע באנדע פאברעכער איינס ביי איינס
ווייסט איינער וואס ער טוט? קראטי?
ווי אזוי קען איך מיך דאס אויסלערנען?
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=uqqRLNThgYg">https://www.youtube.com/watch?v=uqqRLNThgYg</a>

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 3:25 pm

· #321079
Re: 1 מאן לייגט אראפ א גאנצע באנדע פאברעכער איינס ביי איינס
א שטויס בא די ביצים דארף צומאכן די דזאב.

מדארף וויסן ווי זוי אונצוקומען אהין סאיז דא קארסעס פארדעם.

פליקער » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 3:33 pm

· #321080
שוין אמאל פארפירט איבער די נושא דא

וכדומה.. » דינסטאג פעברואר 16, 2016 11:43 pm

· #321678
@יואב
אוואו איז אנטלאפן דער טונקעל הויטיגער היפהאפ מיטן שמוציג געשוירענע בערדעל , און ווער האט באזעצט זיין פלאץ, א טריקענע אלטע מגן דוד מיט א לאך אינדערמיט?

#טראגעדיע

פעטיציע צוריק צוברענגען דעם אלטן יואב בילד

יואב » דינסטאג פעברואר 16, 2016 11:52 pm

· #321680
וכדומה..
@יואב
אוואו איז אנטלאפן דער טונקעל הויטיגער היפהאפ מיטן שמוציג געשוירענע בערדעל , און ווער האט באזעצט זיין פלאץ, א טריקענע אלטע מגן דוד מיט א לאך אינדערמיט?

#טראגעדיע

פעטיציע צוריק צוברענגען דעם אלטן יואב בילד

דאס איז נישט סתם א לעכל, נאר דער שלום סימבאל.

אין א צייט וואס אן אומ'יושר'דיגן double standard ווערט געפירט קעגן מדינת ישראל, און דאס איז אין גרויס טייל דער מאדערענער שלייער פאר אנטיסעמיטיזם, שפיר איך שטאלץ מיך צו אידענטעפעצירן מיט דעם אידישן און אזוי אויך ישראל'ס סימבאל.

אין דער זעלבער צייט אבער האלט איך און איך קוק ארויס פאר שלום און רעכטן, ספעציעל אינדעווידועלע רעכטן פאר פאלעסטינער, אפילו אויב דאס זאל מיינען א טייער פרייז.

און איבער יענעם שווארצן בילד פון מיר? אזוי שטארק ווילסטו נאכאמאל זען וויאזוי כ'קוק אויס?

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 17, 2016 2:42 am

· #321687
קען מיר איינער מסביר זיין פשט אין די פלינט מישיגיען וואסער קריזיס? אמעריקא וואס פירט די וועלט און מישט זיך אריין שוין די לעצטע זיבעציג יאהר אין כמעט יעדע געפעכט אויף די אנדרע זייט וועלט און זיי זענען בונה ומחריבן פון אנדרע לענדער קען נישט צושטעלן קיין נארמאלע ריינע וואסער סיסטעמעס פאר זייערע אייגענע בירגער? אבער פאר מדינת ישראל האבן זיי 11 מיליאן דאללער צוגעבן יעדען טאג? און פאר נאך הונדרעטער אנדרע לענדער, ביליאנען פאר אפריקע. שווערע ביליאנען ווערן געשווענדעט פאר שטותים און הבלים אבער ווען סקומט צו אונזערע אייגענע בירגער געבן זיי נישט קיין קרעפ? איך זאג נישט אז מ׳זאל נישט געבן פאר אפריקע צי פאר ישראל נישט דעס איז מיין פוינט (אפשר טאקע זאל אמעריקא נישט געבן אבער דאס איז א באזונדערע שמועס) אבער אויב זיי האבן געלט פאר זייערע דריטע קאזינס ווי איז די געלט פאר זייערע אייגענע קינדער וואס הונגערן? וואס איז געשעהן מיט אונזערע פרייאריטס? מרעדט נישט דא אז די גאווערמענט זאל צושטעלן פאר זייערע בירגער פרייע ווייפיי מרעדט דאך דא פון וואסער!!! פשוטע אלד פעשאון וואסער!!! עני וועי, איינע פון די צעהן טויזענט זאכן וואס איך פארשטיי נישט אין אמעריקא!

טמיר » זונטאג פעברואר 21, 2016 12:19 am

· #322105
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ביים סאטמערן עולם (לדוגמא) קושן יונגעלייט די מאמע אדער באבע אויפן הענט?
כ'פרעג נישט וואס מ'וואלט געדארפט טון, נאר וואס רוב מענטשן טוען למעשה

שלום על ישראל » זונטאג פעברואר 21, 2016 12:38 am

· #322107
טמיר
ביים סאטמערן עולם (לדוגמא) קושן יונגעלייט די מאמע אדער באבע אויפן הענט?
כ'פרעג נישט וואס מ'וואלט געדארפט טון, נאר וואס רוב מענטשן טוען למעשה

א חלק, יא.

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 22, 2016 11:22 pm

· #322350
כ'וויל וויסן אויב דודי קאליש האט גענומען די להשיג שיעורים?

קל וחומר » דינסטאג פעברואר 23, 2016 12:00 am

· #322351
כ'וויל וויסן וויפול pages ס'קומט ארויף ווען @שמעקעדיג קליקט אויף זיינע לייקס.

רימון » דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:35 am

· #322381
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
טמיר
ביים סאטמערן עולם (לדוגמא) קושן יונגעלייט די מאמע אדער באבע אויפן הענט?
כ'פרעג נישט וואס מ'וואלט געדארפט טון, נאר וואס רוב מענטשן טוען למעשה

יא. קושן די מאמעס הענט ווערט געברענגט אין מגן אברהם בשם האר''י.

טמיר » דינסטאג פעברואר 23, 2016 2:34 pm

· #322417
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס געשעט אז מ'כאפט א נסיעה'לע מיט ס'ווייב אין א קאר טא גא, און מ'פאקט אריין אפאר קליינווארג אין די בעק, און א פאליציאנט שטעלט דיך אפ?

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג פעברואר 23, 2016 2:38 pm

· #322419
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
טמיר
וואס געשעט אז מ'כאפט א נסיעה'לע מיט ס'ווייב אין א קאר טא גא, און מ'פאקט אריין אפאר קליינווארג אין די בעק, און א פאליציאנט שטעלט דיך אפ?

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

כ'גלייב אז קיינער האט עס נאכנישט פרובירט, אבער ס'דא א סברה אז ס'זאל האבן די זעלבע דין ווי איינער וואס לייגט די קינדער אויפן מילך קעסטל אין בעק פונעם סטעישן וואגאן.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

Bpjew » דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:38 pm

· #322467
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
Where can i post to rent a cell phone?

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 30, 2016 11:37 pm

· #327064
ס'שוין פארגעקומען די עסקנים אסיפה מיט די פאליציי באאמבטע לכבוד פסח?

Bpjew » מיטוואך מערץ 30, 2016 11:39 pm

· #327065
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קאווע טרינקער
ס'שוין פארגעקומען די עסקנים אסיפה מיט די פאליציי באאמבטע לכבוד פסח?


קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 30, 2016 11:45 pm

· #327066
ביסט זיכער ס'בילד פון היי יאר? כ'בין באזארגט

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 10, 2016 12:56 am

· #328470
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז דא אין היסטארי א נישט אידשע אנערקענטע חכם, פילזאף, טראכטער, וואס האט איינגעזען אז הלכהדיגע אידשקייט איז די אמת. און האט אנגעהויבן היטן הלכה ?

בן אדם » זונטאג אפריל 10, 2016 2:04 am

· #328481
אברהם אבינו

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 10, 2016 2:25 am

· #328485
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
.

פליקער » דינסטאג אפריל 12, 2016 1:36 pm

· #328846
פארוואס איז טאקע נישטא קיין ענדע גימל אדער ענדע ט

Bpjew » דינסטאג אפריל 12, 2016 3:49 pm

· #328877
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
Anyone has muni meter for 4/06/16 12:09 PM? Thanks

בן אדם » דינסטאג אפריל 12, 2016 4:51 pm

· #328885
פליקער
פארוואס איז טאקע נישטא קיין ענדע גימל אדער ענדע ט

צוזאמען זענען זיי דעך יא אן ענדע

מפוזרי » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:06 pm

· #328889
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נולד מאוחר
איז דא אין היסטארי א נישט אידשע אנערקענטע חכם, פילזאף, טראכטער, וואס האט איינגעזען אז הלכהדיגע אידשקייט איז די אמת. און האט אנגעהויבן היטן הלכה ?

איך קען אפאר גרים, זיי אלע זאגן אז פריער זענען זיי געווען אנערקענטע חכמים ופילוסופים.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:44 pm

· #328909
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
זאלכע חכמים קענאעך געניג.
כוויל וויסען איינער וואס איז געווען באקאנט אלץ חכם נאך פאר ער איז געווארן פרום

א איד » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:50 pm

· #328913
ר' אברהם סטאק פון מאנסי

בן אדם » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:59 pm

· #328915
איז דא א פילוסוף וואס איז געווארן א קריסט?

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 12, 2016 6:10 pm

· #328919
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
א איד
ר' אברהם סטאק פון מאנסי

וואס איז זיין גוישע נאמען?
איך קען נישט טרעפן זיין וויקי בלעטעל.
לינק פליז?

טמיר » דינסטאג אפריל 12, 2016 6:12 pm

· #328920
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נולד מאוחר
איז דא אין היסטארי א נישט אידשע אנערקענטע חכם, פילזאף, טראכטער, וואס האט איינגעזען אז הלכהדיגע אידשקייט איז די אמת. און האט אנגעהויבן היטן הלכה ?

קוק דא <a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_converts_to_Judaism">https://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of ... to_Judaism</a>

טמיר » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:08 am

· #328947
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
בכלל אז א גוי גלייבט אין די תורה מיינט נאך נישט אז ער גייט זיך מגייר זיין, ער איז נישט מחוייב

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

יהושע חיים » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:15 am

· #328949
טמיר
בכלל אז א גוי גלייבט אין די תורה מיינט נאך נישט אז ער גייט זיך מגייר זיין, ער איז נישט מחוייב

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk


איך זיך נאך דער בריסקער גוי וואס איז מקפיד אויף א שיטה פון א ראשון וואס איז נישט אנגענימן בנוגע ז מצות בני נח

שבת אחים » מיטוואך אפריל 13, 2016 8:48 am

· #328956
בן אדם
איז דא א פילוסוף וואס איז געווארן א קריסט?


אוואדי. ס׳איז דא אסאך. אמאליגע צייטן איז געוועהן א דיים און א דאזען.

שבת אחים » מיטוואך אפריל 13, 2016 8:53 am

· #328958
א איד
ר' אברהם סטאק פון מאנסי


קענסט אים? איך קען אים שוין באלד פערציג יאהר, אויך מיר א פילאסף!, ער פלעגט ארבעטן אין וויזניצע ביהמ״ד אין מאנסי קלינען די ביסקיסעס און רייניגן די מקוה, ער איז געוועהן א האמלעיס וואס די חסידים האבן שטארק מקרב געוועהן (בתוכם מיין טאטע זז״ג)נאך אפאר יאהר זיך דרייען מיט חסידים איז אים געפאלן די אידישע לעבן האט ער זיך מגייר געוועהן.

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 13, 2016 10:46 am

· #328961
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
לויט ווי איך פארשטיי איז א פרום לעבען די בעסטע וועג צי לעבן, ממילא זוך איך דוקא יא אנדערע חכמים וואס האבן איינגעזען דאס אלץ אן אמת.
סתם אויב איינער נעמט אן אידשקייט און סאיז עם גארנישט מחייב, איז אזוי ווי דער סאטמרער וואס וווינט אין אמעריקע אין גייט נישט צים כותל.

בן אדם » מיטוואך אפריל 13, 2016 10:56 am

· #328965
פארדעם דארף מען זיך נאכנישט מגייר זיין, מ'קען אננעמען די הלכות און בלייבן א גוי אויך. ביי געוויסע גוים איז שטארק ארויפגעקוקט די Jewish system פון זמני הוסת. אויך פון אמאליגע צייטען, אסאך געזעצן זענען געבויט אויף די תורה.

---
ריכטיג האקט

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 13, 2016 10:57 am

· #328966
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב הלכה איז גוט ווייל מאיז מחויב דאן איז צרות. סמיינט אז סתם א עול, איז שוין בעסער צי זיין נישט מחויב

א איד » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:33 pm

· #328980
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שבת אחים
א איד
ר' אברהם סטאק פון מאנסי


קענסט אים? איך קען אים שוין באלד פערציג יאהר, אויך מיר א פילאסף!, ער פלעגט ארבעטן אין וויזניצע ביהמ״ד אין מאנסי קלינען די ביסקיסעס און רייניגן די מקוה, ער איז געוועהן א האמלעיס וואס די חסידים האבן שטארק מקרב געוועהן (בתוכם מיין טאטע זז״ג)נאך אפאר יאהר זיך דרייען מיט חסידים איז אים געפאלן די אידישע לעבן האט ער זיך מגייר געוועהן.

ר' אברהם סטאק איז געווען א גלח
איך מיין אז דו רעדסט פון ר' אברהם גאלדשטיין, וואס האט געארבעט אין פאפא ביהמ"ד

שבת אחים » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:53 pm

· #328985
ניין, איך קען גאלדשטיין אויך, איך געדענק נאך ווען גאלדשטיין האט זיך מגייר געוועהן,
איך זאג דיר נאכאמאל איך קען שוין אברהם סטאק באלד פערציג יאהר. מיין טאטע איז געוועהן איינע פון זיינע נאנטע פריינד, ער איז געווארן א איד ווייל ער האט געארבעט אין וויזניץ, פרעג דיך נאך.

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 13, 2016 2:57 pm

· #329012
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]

הכרת הטוב איז געווענדליך פאר איינער וואס דארף עפעס פון מיר, כגלייב נישט די האלסט אז דיר אייבשטער דארף מיר זאלן עם עפעס טאן.
וואס איז מיט איינעם וואס האט אסאך צרות און איז נישט מכיר טוב , איז נישט שייך די גאנצע זאך?
אקעי איך פארפאר פון די נושא דא.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 1:11 am

· #329098
זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז אזוי, די ווייב מחמת גילטי פילינג פון סווייפן סקארטל כאילו סאיז א געים זאגט מיר היינט, ״שטילע, טרעיט יורסעלפ לכבוד יו״ט באקום עפעס ניי״,
כדארף נישט יעצט קיין נייע בגדים, אבער וואס קען איך טאקע באקומען ניי? כ'וויל מיך טריטן, איינער מיט א געדאנק?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 1:57 am

· #329102
.

mevakesh » פרייטאג אפריל 15, 2016 6:52 pm

· #329387
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
פארוואס האט @הוגה 'ס תגובות צום סוף אפאר ליידיגע שורות מיט א פינטעל?

הוגה » מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:28 pm

· #329403
mevakesh
פארוואס האט @הוגה 'ס תגובות צום סוף אפאר ליידיגע שורות מיט א פינטעל?


שאלה זו כבר שאלו חכמי ק"ש ונתתרצה כמה פעמים. דוק ותשכח.


.

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 19, 2016 7:36 pm

· #330115
וואס פשט, אז יעדעס מאל די ליסקע רבי גייט צו בחירות
He is "spotted" voting...
?

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 11:49 pm

· #330157
וואס איז פשט אז יעדעס מאל ס'דא בחירות, ווערט קאווע טרינקער spotted אין שטיבל, בגדול?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 4:33 pm

· #330440
כאטש מיר זענען זיך נוהג גאנץ פסח זיך נישט צו מישן מיט פרעמדע, איז ידוע פון צדיקים אז אחרון של פסח איז אן ענין זיך צו מישן. לאו דוקא מיטן ברודער אדער שכן, אדער טשאקאלאד פון גראסערי, נאר עס ווערט געברענגט אז צדיקים האבן זיך גאר געמישט אפילו מיט די גאר נידריגע שיכטן פון כלל ישראל, און פון הימל איז דא א השגחה מען זאל נישט נכשל ווערן אין קיין דבר איסור.

וויל איך וויסן אזוי,

ביי געוויסע משפחות זענען פאראן אזעלכע וואס זענען מחמיר און עסן נישט קיין אריזאנע ווייץ מצות. וועלן זיי אחרון של פסח יא עסן?

דאקעגן ביי אנדערע משפחות, עסט מען נישט די סאטמארע 82 פלייש צוליב געוויסע חומרות אין הלכה. וועלן זיי מקיל זיין עסן די פלייש אום אחרון של פסח?

אנדערע זענען שטארק נזהר נישט צו נעמען די גע'אסר'טע בעלזע פלייש. וועלן זיי אחרון של פסח זיך מורה היתר זיין און ערלויבן צו עסן א שטיקל בעלזא פלייש?

פאראן אזעלכע וואס עסן נישט געוויסע הכשרים א גאנץ יאר. וועלן זיי אחרון של פסח עס יא אין מויל נעמען? וועלן זיי צב"ש טרינקען קאוקע קאלע?

די וואס זענען זיך מתנזר פון מדינת ישראל, צי איז דאס געוויקסן פון גוש קטיף אדער אנדערע מקומות פון מתנחלים, אדער די הכשר פון רבנות, וכו', צי וועלן זיי דאס אריינלאזן אין זייער שטוב אחרון של פסח?

וזרח השמש » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 6:30 pm

· #330452
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ביז דערווייל איז נאך נישט אחרון של פסח און מישט דיך נישט אריין

קל וחומר » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 6:37 pm

· #330453
מעג מען טייפן אין א מעמאו אויפן טעלעפאון אום חוה"מ?

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 22, 2016 7:19 am

· #330492
יא
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92