☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2015 8:09 pm

· #292441
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ניין, איך רעד וועגען דער ציטיר פונ'ם פיאסעצנער. אז דער צווייטע וועלט'ס קריג איז אן אויסנאמליכע צרה קען נישט באשטעטיגט ווערען דורך די ענקע שטאנדפונקט פון א פארצרה'טע מענטש אין מיט'ן די צרות.
אה''נ כ' סיון איז גאנץ לאנג אנגעגאנגען. איך האב נישט קיין וויסענשאפט ווען און וויאזוי רוב אשכנזישע אידען האבען עס אויפגעהערט. ר' משה דארף זאגען א פשט אין די אויסנאמליכקייט פון ת''ח ות''ט וואס דעריבער האט עס א באזונדערע תענית. אבער קינות איז קיינמאל נישט געווארען קיין מנהג אויף קיין שום צרה. מ'רעדט נאר פון תתנ''ו און טאקע ביי סליחות פאר מנחה יוכ''פ דערמאנט מען עס אויך

רוסישער » דינסטאג יולי 28, 2015 8:21 pm

· #292442
יהושע חיים
וויאזוי שרייבט דער אש קודש (לבעל חובת התלמידים הכשרת האבריכים) אז מהיות ישראל לגוי וכו' (איך געדענק נישט די לשון אפשר קען איינער משלים זיין)

"רק כהצרות שהיו עד שלהי דשנת תש"ב היו כבר, אבל כהצרות משונות ומיתות רעות ומשונות שחדשו הרשעים הרוצחים המשונים עלינו בית ישראל משלהי תש"ב, לפי ידיעתי בדברי חז"ל ובדברי הימים אשר לישראל בכלל, לא הי' כמותם, וד' ירחם עלינו ויצילנו מידם כהרף עין". (אש קודש עמ' קל"ט).

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג יולי 28, 2015 11:12 pm

· #292488
כ׳הער זאגען אז ווערייזאן ווייערלעסאיז לעצטענס אין דרערד. איז דא א קאמפעני וואס איז בעסער. אדער יעצט איז אלעס גארבעדש ?

ירא שמים » מיטוואך יולי 29, 2015 12:55 am

· #292515
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איז די בייבל קאוד ריכטיג זענען דא פירכות אויף דעם?

געוואלדיג » מיטוואך יולי 29, 2015 1:14 am

· #292521
דא האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען א שמועס וואס איז נקטף געווארן פריצייטיג.

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך יולי 29, 2015 10:38 am

· #292554
כ׳האב א חבר וואס איז געדרוקט אין געלט. ער האט א הויז אין ווילי מ׳קען בויען אפאר שטאק אויפען דאך. ער וויל איך זאל קויפען די air rights פון איהם. ווי אזוי רעכענט מען די ווערט פין די עיר רייטס?

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך יולי 29, 2015 10:52 am

· #292562
נישטא קיין ריעל עסטעיט עדשענט אין שטיבל? אויב נישט דארף מען זען צו הייערען א אין הויז עדשענט וואס זאל פארענטפערען אלע שאלות

chaims » מיטוואך יולי 29, 2015 11:04 am

· #292565
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אין YU בין איך אמאל געווען און איך האב מיר ארומגעדרייט ווי א האן אין בני אדם
איך האב אפשר מאל באזיכט אין דעם ייווא לייברערי זיי האבען נישט אזוי סאך אבער איך האב שוין געטראפען גוטע זאכען דארט

I can't believe I just said that...

רוסישער » מיטוואך יולי 29, 2015 12:19 pm

· #292583
[ציטאט אראפגענומען]

יעדער נושא האט זיין סעקשן, ובמילא גייסט צו איין ספר האסטו גלייך לעבן 20 ספרים איסער דעם נושא און דאס איז פשוט א גישמאק. פארשטייט זיך סתם גיין וועסטו נישט פילן אקאמפלישט.
JTS העלפט ארויס אסאך מער בסבר פנים יפות, ניט ווי אין YU וואו זיי געבן א שלעכטע פיליענג ווען מ'בעט פאר הילף (פון מיין איקספיריענס לכה"פ). די פראבלעם איז אז JTS איז פארמאכט פרייטיג.
פאר דעם וואס דו גייסט קוק אין די קאטאלוג אנליין אויב זיי האבן די ספר, איך שרייב אפילו אראפ די נאמבער פאר דעם ניט צו דארפן שטיין דארטן זוכן אויפן קאמפיוטער.
בכלל איז די אווירה אסאך גישמאקער אין JTS, ווייניקער מענטשן (ניטא קיין סקול גלייך לעבן), און ס'דא אזעלכע פריוואטע צימערלאך וואו מ'קען זיצען רואיק.
אין עצם ספרים איז יש בזה מה שאין בזה.
אגב, JTS פארמאכט זיך נאך אפאר חדשים פאר דריי יאר, כאפט אריין...

רוסישער » מיטוואך יולי 29, 2015 1:42 pm

· #292597
@אנאנים, נאך וויכטיגע נקודה איז ניט צו פארגעסן בריינגען מיט זיך א photo ID. די ערשטע מאל איך בין געגאנגען אין YU האט מען מיר ניט אריינגעלאט ביז איינע פון די בחורים וואס לערנען דארטן האט אויף מיר רחמנות געהאט און אריינגעשמוגולט (!) דורך עפעס א זייטיקע טיר. לאו בכל יומא איתרחיש ניסא!

וועגן די אנליין שנארעריי פון ידיעות, קען ריגטיג זאגן אויף דערויף 'אסיא דמגן במגן מגן שויא'.

chaims

איך האב אפשר מאל באזיכט אין דעם ייווא לייברערי זיי האבען נישט אזוי זאת אבער איך האב שוין געטראפען גוטע זאכען דארט

I can't believe I just said that...

וואס האבן זיי פונקט אין ייוו"א? זיי האבן ספרים אין אלע נושאים? איך האב געמיינט אז ס'איז נאר צייטונגען און ארכיונים.

chaims » מיטוואך יולי 29, 2015 2:03 pm

· #292600
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]

מען קען נאר ליינען אויפן פלאץ נישט ארויסנעמען
עס נעמט בערך פופצן מינוט ביז מען ברענגט דיר דאס פארלאנגטע בוך אבער אויב באשטעלסטו אויף די געוועב האבען זיי עס שוין אנגעגרייט ווען דו קומסט אהן

chaims » מיטוואך יולי 29, 2015 2:04 pm

· #292601
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
רוסישער
וואס האבן זיי פונקט אין ייוו"א? זיי האבן ספרים אין אלע נושאים? איך האב געמיינט אז ס'איז נאר צייטונגען און ארכיונים.

זיי האבן סתם בוכער אויך

רוסישער » מיטוואך יולי 29, 2015 2:42 pm

· #292611
מען קען ארומגיין, גאר חשובע ספרים דארף מען געטן ביים דעסק (איך ווייס ניט פינקטליך וויפל). אגב, דאס גייט זיך בייטן ווען JTS גייט זיל נאכאמאל עפענען אין 2018 (!), דאס וועט זיין נאר א סיסטעם פון באשטעלן, וחבל על דאבדין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 30, 2015 6:43 pm

· #292956
כ'ווייס ס'אפשר א נארישע קשיא, אבער ס'באדערט מיר,
עס איז מיר יעצט נולד געווארן לרגל די באפרייאונג פון יונתן פאלארד (אגב, פארוואס שרייבן די היימישע צייטונגען "דזשאנאטאן"?)

עס איז נישט קיין סוד אז יעדע איינציגע מדינה האט שפיאנען אין אנדערע מדינות פאר פארשידענע גערעכטע און אומגערעכטע צוועקן, כך הוא דרכו של עולם, און עס גייט זיך נישט טוישן עניטיים סאאן,
יעצט ווען איין מדינה כאפט א שפיאן פון די אנדערע זייט און גיט יענעם א הארבן עונש, איז עס היפאקריטסווע בתפארתו, אמער דו טוסט דאך דאס זעלביגע אין יענעמ'ס לאנד, נאר דיין שפיאן האט פשוט מזל אז מען האט אים (נאך) נישט געכאפט, נו וואס איז יענעמ'ס בלוט ווייניגער ווי דיינס?
איך פארשטיי אז יעדע מדינה וויל זיך פראטעקטן, אלזא לדעתי וואלט געווען מער פאסיג ווען מען פארשיקט דעם געכאפטן שפיאן פונעם לאנד אן רשות אריינצוקומען נאכאמאל ווילאנג ער לעבט, און מיט דעם איז מען פטור געווארן פון א שפיאן און די זיכערקייט פון די מדינה איז צוריק 'על מכונו'.
ביי אזא סארט קעיס איז בכלל נישט שייך א "למען ישמעו וייראו" אויסרייד; קודם כל גייט עס ממילא קיינמאל נישט העלפן און די רעגירונג ווייסט דאס גוט, און צווייטענס ווי געשמועסט, טול קורה מבין עיניך, קשוט עצמך.

איך האב א פוינט אדער כ'רעד בכלל נישט צום זאך?

רוסישער » דאנערשטאג יולי 30, 2015 6:53 pm

· #292961
פאלארד האט געארבעט פאר אמעריקע, וואס וועט אפהאלטן די אלע אפישאלס פון צו פארקויפן אינפארמאציע פאר געלט (אדער אנדערע נאציאנעלע אדער אידאילאגישע סיבות) אויב זיי קענען אפלעבן על סיר הבשר אין א אנדער מדינה. (ע"ע יענער וואס איז אנטלאפן קיין רוסלאנד)

בן אדם » דאנערשטאג יולי 30, 2015 7:03 pm

· #292964
שפיאנירן איז א געפערליכע עוולה שאין כדוגמתו. א חוצפה און א העזה דאס זיך אריין קוקן אין יענעמס געשעפטען (בקיצור נמרץ). און אז ס'מאכט זיך אז מ'כאפט אזא איינעם איז דארף מען יענעם געבן כמו שכתוב. איי פרעגסטו דאך גוט, ס'איז דאך דא אזויפיל שפיאנען, און יעדער ווייסט אז די אנדערע שפיאנירט אויף מיר. איז וואס טוסטע אויף מיט'ן ג'יין בכל חומר הענין? תירוץ איז, אז שפיאנירן ווערט נישט אויס געפערלעך ווייל יעדער טוט עס, און אויב די גייסט נישט גיין בכל חומר הדין וועט עס נאר ערגער ווערן. אבער דאך קען מען אמאל מאכן א שטיקל חילוק אויב ס'איז א פריינטליכע לאנד. און גראדע איז דא וואס טענעה'ן אז ביי יונתן האט מען עם געווארנט איינמאל און נאכאמאל אבער ער האט זיך אויסגעלאכט, און פארדעם האט נישט געהאלפן קיין שום השתדלות פון מדינת ישראל.
---

רוסישער האקט....

ירא שמים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:20 pm

· #293033
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווער האלט אויס קאווע שטיבל ? און וויפיל קאסט עס אויפצוהאלטן ?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 2, 2015 12:27 am

· #293202
ווילסט אריין שיקען א טשעק?

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 2, 2015 1:48 am

· #293220
להבדיל די אראבער האבן א קאראן , איז דא ביי זיי אויך אויך אזאלכע פירושים דערויף און הלכה ספרים ווי ס'שטייט אלע הלכות ווי רעמאדאן צום ביישפיל. איינער ווייסט ?

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 2, 2015 2:46 am

· #293236
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
און ביי קריסטן איז אפשר אויך דא?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 2, 2015 4:33 pm

· #293368
יהושע חיים
און ביי קריסטן איז אפשר אויך דא?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

קריסטן האבן נישט

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 2, 2015 4:52 pm

· #293372
ווי אזוי ווייסטו? ביסט א קריסט?

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 2, 2015 10:31 pm

· #293414
די קעניג פין אמעריקע
ווי אזוי ווייסטו? ביסט א קריסט?

איך האב שוין געזעהן א ביבל. געניג מיט די לצנות איינער ווייסט ?

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 2, 2015 10:51 pm

· #293425
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ירא שמים
ווער האלט אויס קאווע שטיבל ? און וויפיל קאסט עס אויפצוהאלטן ?

די קעניג פין אמעריקע
ווילסט אריין שיקען א טשעק?

בפירוש נישט ! ס׳מיר פשוט אינטערעסאנט אז סקומט קיינמאל נישט פאר קיין אפיל צו שנארן זעט אויס ווי ספעלט קיינמאל נישט קיין געלט פארן שטיבל , איז ווער איז דער ספאנסער סמוז דאך זיין די וואס האבן הנאה פון דעם ד.ה. די שרייבער מיט די ליינער ווייל פארוואס אין די וועלט זאל א מענטש וואס ליינט נישט צושטייער געבן פארן פלאץ ? איינער ווייסט אפשר ?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 2, 2015 11:50 pm

· #293447
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
קאצקע ציקער
להבדיל די אראבער האבן א קאראן , איז דא ביי זיי אויך אויך אזאלכע פירושים דערויף און הלכה ספרים ווי ס'שטייט אלע הלכות ווי רעמאדאן צום ביישפיל. איינער ווייסט ?

דאס איז דער מחלוקת צווישען די סוני'ס מיט די שיע'ס

ליפא » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 12:09 am

· #293452
גיין צו בראנקס זו. וואס דארף מען וויסן בעפאר
איך וויל גיין אין בראנקס זו איך הער אז ס'איז ריזיג אז מ'קען נישט נאכקומען אין איין טאג. וואו הייבט מען אן וואו און ווען לוינט צו גיין? ווער עס איז שוין אמאל געווען זאל איבערגען עצות וויאזוי אויסצונוצן און דאס מערסטע הנאה האבן.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 2:58 am

· #293486
עס איז דא א באקאנטע מעשה וואס כ׳האב נאך געהערט אלץ קינד פון מיין טאטע, און איך בין נייגעריג צו וויסן ווי איך קען ליינען מעהר איבער דעם, אויב איינער ווייסט זאל זיך ביטע מעלדן, דאנקע שיינע

די מעשה גייט אזוי בערך:

אין רומעניע איז געוועהן א חשובע איד א גרויסע חסיד פון מיין רבין דער אהבת ישראל פון וויזניץ זצוק״ל (פארגעסן זיין נאמען אבער איך מיין ער האט געהייסן וויזל אדער ווידער)ער איז געוועהן א געוואלדיגע תלמיד חכם און עס איז געוועהן א רעדע אז ער גייט ווערן די אפיציעלע דיין אין וויזניץ, למעשה האט מען אים פאר א סיבה נישט אויפגענומען פאר די פּאָסטן און ער איז געווארן גאר בייז און ער האט שטארק מקנא געוועהן מיין נאנטע קרוב (אוי גילו) ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל וואס איז געוועהן זייער פּאַפּיולער אין וויזניץ און געוועהן די שפיגעלע פונעם אהבת ישראל זצוק״ל כיודיע,

א שטיק צייט האט ער זיך נישט באוויזן אין וויזניץ בכלל און קיינער האט נישט געוואוסט ווי ער איז אהינגעקומען, למעשה האט דער יעניגער געגאנגען וואוינען אין וויען דאכצעך און זיך ל״ע געשמדט און געווארן א גרויסע שרייבער אין א באקאנטע צייטונג און ער האט געגאסן פּעך און שוועבל אויף וויזניץ און אויף חסידים, און ווי אויך האט ער ליידער גע׳מסרט אסאך אידן און אנגעטוהן גרויסע צרות,

אסאך יארן זענען פארביי, מ׳האלט שוין 15 יאר נאכן צווייטן וועלט מלחמה איין וואך שבת אין שיכון וויזניץ אין בני ברק האט זיך אנגעריקט דער איד, און געקומען דאווענען שחרית אין וויזניץ, אינמיטן דאווענען האבן מענטשען אים דערקענט און שנעל געגאנגען זאגן פארן אמרי חיים זצוק״ל אז דער מסור דער משומד איז דא נאך אזויפיל יארן! צום וואונדער פון יעדען האט דער אמרי חיים געהייסן אז מ׳זאל אים נישט צורירן און אים געבעטן ארויף צו קומען אויבנאן אויף מזרח און אים מכבד געוועהן מיט מפטיר און מוסף, מיין טאטע זאגט מיר אז ער געדענקט אז ס׳האט זיך געפערליך געקאכט דעמאלסט אין ביהמ״ד און בערך א האלבע ביהמ״ד איז ארויסגעגאנגען ביי מוסף און נישט געוואלט מיט דאווענען מיט אים אפילו דער רבי האט אים מכבד געוועהן, איינער איז געגאנגען אזוי ווייט ווי ער איז צוגעגאנגען צום א״ח און געשריגן "ער האט אריינגעלייגט מיין טאטע אין תפיסה"

וואס עס געשעהן שפעטער מיט אים ווייס איך נישט, און איך וויל נישט פרעגן מיין טאטען וועגן דעם פאר א פשוטע סיבה, אויב איינער ווייסט מעהר פרטים וועגן אים אדער וועגן די מעשה ביטע זיך נישט שעמען, און בכלל איך בין אינטערסירט צו ליינען וועגן וויזניץ אינדערהיים און וועגן מארימארישע און באקעווינע אידן, למשל די בוך פון הערצל אפּשאן ״בית ישראל״ איז געוועהן גאר אינטערסאנט פאר מיר,

chaims » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 10:58 am

· #293513
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]

דערמאנסט מיר פון דער פערסטער וואס איז אראפ פון וועג און האט געגעבן אן אינטערוויו ווי עס איז אויסגעקומען אז א בעלזער איז ער געבליבען

I can't believe I just said that...

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 10:58 am

· #293514
[ציטאט אראפגענומען]

און וואס איז מיט יאיר לפּיד? אויך א אפשטאמיגער פון וויזניצע חסידים

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 11:12 am

· #293517
chaims
[ציטאט אראפגענומען]

דערמאנסט מיר פון דער פערסטער וואס איז אראפ פון וועג און האט געגעבן אן אינטערוויו ווי עס איז אויסגעקומען אז א בעלזער איז ער געבליבען

I can't believe I just said that...

די בעלזע בלייבן בעלזע חסידים לעולם ועד איך האב א נאנטע חבר וואס איז שוין 18 יאהר א אטד און ער האט יארן לאנג געהאט א באוויסטע בלאוג פון כפירה, און מ׳האט אים ארויסגעווארפן פון בעלזא, אבער ער פלעגט שעלטן דעם מאכניווקער טויטע קללות און טאמער האסטו גערעדט א ווארט אויפן רב איז געגאנגען בייז־בלוט!, און איך קען אנדערע בעלזע אטד׳ס וואס זענען די זעלבע, מ׳מעג רעדן אויף אלעס חוץ אויף בעלזא, גיי פארשטיי! עפעס א אינגרידענט לייגן זיי אריין אין זייערע חסידים וואס האלט זיך לעולם דוד.

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 11:55 am

· #293537
[ציטאט אראפגענומען]

אוואדי איז ער א וויזניצער, א הייסע מענדעליסט! 😉 וען ער שטייט אויף צופרי נאך פאר ער עפענט די אויגן זאגן מודה אני זאגט ער ״גיט מארגן העיליגע רעעבּא!! 😂 😂 😂

petergrifin » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 11:57 am

· #293538
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס שעלט מען אזוי די כנסת המינים? מען זיצט דארט און מען דערציילט סיפורי צדיקים.

petergrifin » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 12:04 pm

· #293544
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
זעהט אויס אז זי שאקלט דער לולב[emoji5]

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 12:25 pm

· #293554
שמעקעדיג
כ'ווייס ס'אפשר א נארישע קשיא, אבער ס'באדערט מיר,
עס איז מיר יעצט נולד געווארן לרגל די באפרייאונג פון יונתן פאלארד (אגב, פארוואס שרייבן די היימישע צייטונגען "דזשאנאטאן"?)

עס איז נישט קיין סוד אז יעדע איינציגע מדינה האט שפיאנען אין אנדערע מדינות פאר פארשידענע גערעכטע און אומגערעכטע צוועקן, כך הוא דרכו של עולם, און עס גייט זיך נישט טוישן עניטיים סאאן,
יעצט ווען איין מדינה כאפט א שפיאן פון די אנדערע זייט און גיט יענעם א הארבן עונש, איז עס היפאקריטסווע בתפארתו, אמער דו טוסט דאך דאס זעלביגע אין יענעמ'ס לאנד, נאר דיין שפיאן האט פשוט מזל אז מען האט אים (נאך) נישט געכאפט, נו וואס איז יענעמ'ס בלוט ווייניגער ווי דיינס?
איך פארשטיי אז יעדע מדינה וויל זיך פראטעקטן, אלזא לדעתי וואלט געווען מער פאסיג ווען מען פארשיקט דעם געכאפטן שפיאן פונעם לאנד אן רשות אריינצוקומען נאכאמאל ווילאנג ער לעבט, און מיט דעם איז מען פטור געווארן פון א שפיאן און די זיכערקייט פון די מדינה איז צוריק 'על מכונו'.
ביי אזא סארט קעיס איז בכלל נישט שייך א "למען ישמעו וייראו" אויסרייד; קודם כל גייט עס ממילא קיינמאל נישט העלפן און די רעגירונג ווייסט דאס גוט, און צווייטענס ווי געשמועסט, טול קורה מבין עיניך, קשוט עצמך.

איך האב א פוינט אדער כ'רעד בכלל נישט צום זאך?

שמעקעדיג: ייש"כ.. דו האסט א שטארקן פוינט. אבער במציאות גייט עס מסתמא קיינמאל נישט געשעהן. ווייל דאס ארעסטירן א שפיאן איז אויכעט א טייל פונ'ם שאך שפיל וואס מדינות שפילון איינער מיט'ן צווייטן. אויב זיי ארעסטירן יעצט דעם שפיאן קענען זיי איהם האלטן פאר א משכון אז ווען זייער'ס א שפיאן ווערט געכאפט קענמען איהם איינטוישן פאר דעם שפיאן פון יענע מדינה וואס זיצט ביי זיי. אמעריקע און רוסלאנד האבן עס זייער א סאך מאל געטון אין די פארגאנגענהייט. נאר דאס אז א שפיאן פון א פריינטליכע מדינה זאלל געכאפט ווערן, איז טאקע א זעלטענע זאך. און לאמיר נישט פארגעסן אז יונתן פאלארד האט געטון זייער א גרויסע עוולה לגבי די אמעריקאנער רעגירונג. ער האט געפעלטשט אין דעם טראסט וואס די אמעריקאנער מיליטער האט איהם געגעבן. א חוץ פון דעם גרויסן שאדן און חילול השם וואס ער האט אנגעמאכט. און דערמיט גורם געווען אן אויפוואכונג פון דעם אור אלטן אנטיסעמיטיזם ביי די גוי'אישע רעגירונגס אנגעשטעלטע. וואס דאס האט גורם געווען אז זיי טראסטן שוין מער נישט קיין שום איד וועלכער האט א הויעכן פאסטן סיי ביים מיליטער און סיי ביי די רעגירונג.
אבער איך וויל מיך שטעלן אויף דיין דרך אגב'דיגע באמערקונג און קשיא. פארוואס די אידישע צייטונגען רופן איהם נישט מיט זיין אמת'ן אידישן נאמען יונתן. נאר דזשאנאטאן. לפענ"ד האט עס צו טון מיט די שיטה פון פאלשן קנאות. און איינער האט מורא אז דער צווייטער וועט איהם ח"ו באשולדיגן אז ער איז נתפס געווארן לציונות, רח"ל מהאי דעתא. אויב מ'וועט שרייבן .."יונתן" קען נאך איינער עס אפליינען און אויסטייטשן ווי עברית, היל"ת עפ"ל. אבער אויב מ'שרייבט עס מיט די ענגלישע הברה דאמאל איז אלעס פיין און וואויל און דער קאמפאט ביי איונז איז זייער גוט. און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטגס שעות מיט געהויבענע געפיהלן. (כדברי הרב הצדיק מקנא קנאת ה' צבא' ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו.)
נ.ב.: כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן. און כ'האב געמוזט אריינרוקן די פאר שורות. ייש"כ פאר פארשטיין...!

רוסישער » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 2:27 pm

· #293585
אפשר דערפאר ווייל זיין נאמען איז גאר יהונתן, וועט דאס סיי ווי ניט מדויק

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 2:46 pm

· #293594

petergrifin » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 3:02 pm

· #293599
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
berlbalaguleh
און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטגס שעות מיט געהויבענע געפיהלן. (כדברי הרב הצדיק מקנא קנאת ה' צבא' ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו.)
נ.ב.: כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן. און כ'האב געמוזט אריינרוקן די פאר שורות. ייש"כ פאר פארשטיין...!

[emoji1] [emoji1] [emoji1] @berlbalaguleh please don't ever change.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 10:05 pm

· #293664
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
הרה''ח ר' סענדער באזוכט דיין חלומות אויך? די האסט עפעס געפערליך מיט איהם. ס'איז גארנישט, א צייטונג שרייבער העושה מלאכתו באמונה, בארעדען דער וואס מ'דארף און אויפהייבען דער וואס מ'דארף. ער איז סתם אן 'אשור שבט אפי' געווען.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 10:29 pm

· #293668
ליטוואק פון בודאפעסט
הרה''ח ר' סענדער באזוכט דיין חלומות אויך? די האסט עפעס געפערליך מיט איהם. ס'איז גארנישט, א צייטונג שרייבער העושה מלאכתו באמונה, בארעדען דער וואס מ'דארף און אויפהייבען דער וואס מ'דארף. ער איז סתם אן 'אשור שבט אפי' געווען.

ר' ליטוואק פון בודאפעסט: ניין. איך מיין אז דו האסט איהם נישט געקענט. ער איז געווען א זייער שטארק אינטעלעקטואלער מענטש. אבער אויך א גרויסער היפאקריט. און אינטעללעקטשועללי דיס-האנעסט. ער האט דיר געקענט אויפווייזן באותות ובמופתים אז די זון שיינט אויף אין מערב זייט און גייט אונטער אין מזרח...!
איך האב זייער א סאך געליינט זיינע מאמרים און ארטיקלען...!
א יעדע מאל וואס כ'האב געליינט דער איד אונטער זיין רעדאקציע איז מיין בלוט פרעשור ארויפגעשפרינגען זייער הויעך...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 10:43 pm

· #293672
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
יא, אבער ער איז שוין טויט צוואנציג יאר און פון דיר פערזענליך האט ער גארנישט גענומען.
ס'איז שוין צייט פארגעסען פון איהם

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 10:48 pm

· #293673
ליטוואק פון בודאפעסט
יא, אבער ער איז שוין טויט צוואנציג יאר און פון דיר פערזענליך האט ער גארנישט גענומען.
ס'איז שוין צייט פארגעסען פון איהם

ער האט טאקע נישט גענומען פינאנציעל. אבער ער האט געפערליך געשטאכן מיין הארץ. פארגעס נישט. מיין זיידע איז נישט געווען קיין רומענישער אדער אונגארישער גוי וואס האט זיך געלאזט וואקסן א בארד און האט געגעסן קוגל מיט אלע אידן אין ביהמ"ד. און ווען ער שרייבט מיט שנאה איבער אידן. אלע אידן אויסער זיין אייגענעם קרייז שטעכט עס מיר זייער שטארק ביים הארץ...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 10:51 pm

· #293674
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אקעי, איך האב נישט דער טרעינינ''ג פאר דעם.

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 12:27 am

· #293698
שבת אחים
עס איז דא א באקאנטע מעשה וואס כ׳האב נאך געהערט אלץ קינד פון מיין טאטע, און איך בין נייגעריג צו וויסן ווי איך קען ליינען מעהר איבער דעם, אויב איינער ווייסט זאל זיך ביטע מעלדן, דאנקע שיינע

די מעשה גייט אזוי בערך:

אין רומעניע איז געוועהן א חשובע איד א גרויסע חסיד פון מיין רבין דער אהבת ישראל פון וויזניץ זצוק״ל (פארגעסן זיין נאמען אבער איך מיין ער האט געהייסן וויזל אדער ווידער)ער איז געוועהן א געוואלדיגע תלמיד חכם און עס איז געוועהן א רעדע אז ער גייט ווערן די אפיציעלע דיין אין וויזניץ, למעשה האט מען אים פאר א סיבה נישט אויפגענומען פאר די פּאָסטן און ער איז געווארן גאר בייז און ער האט שטארק מקנא געוועהן מיין נאנטע קרוב (אוי גילו) ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל וואס איז געוועהן זייער פּאַפּיולער אין וויזניץ און געוועהן די שפיגעלע פונעם אהבת ישראל זצוק״ל כיודיע,

א שטיק צייט האט ער זיך נישט באוויזן אין וויזניץ בכלל און קיינער האט נישט געוואוסט ווי ער איז אהינגעקומען, למעשה האט דער יעניגער געגאנגען וואוינען אין וויען דאכצעך און זיך ל״ע געשמדט און געווארן א גרויסע שרייבער אין א באקאנטע צייטונג און ער האט געגאסן פּעך און שוועבל אויף וויזניץ און אויף חסידים, און ווי אויך האט ער ליידער גע׳מסרט אסאך אידן און אנגעטוהן גרויסע צרות,

אסאך יארן זענען פארביי, מ׳האלט שוין 15 יאר נאכן צווייטן וועלט מלחמה איין וואך שבת אין שיכון וויזניץ אין בני ברק האט זיך אנגעריקט דער איד, און געקומען דאווענען שחרית אין וויזניץ, אינמיטן דאווענען האבן מענטשען אים דערקענט און שנעל געגאנגען זאגן פארן אמרי חיים זצוק״ל אז דער מסור דער משומד איז דא נאך אזויפיל יארן! צום וואונדער פון יעדען האט דער אמרי חיים געהייסן אז מ׳זאל אים נישט צורירן און אים געבעטן ארויף צו קומען אויבנאן אויף מזרח און אים מכבד געוועהן מיט מפטיר און מוסף, מיין טאטע זאגט מיר אז ער געדענקט אז ס׳האט זיך געפערליך געקאכט דעמאלסט אין ביהמ״ד און בערך א האלבע ביהמ״ד איז ארויסגעגאנגען ביי מוסף און נישט געוואלט מיט דאווענען מיט אים אפילו דער רבי האט אים מכבד געוועהן, איינער איז געגאנגען אזוי ווייט ווי ער איז צוגעגאנגען צום א״ח און געשריגן "ער האט אריינגעלייגט מיין טאטע אין תפיסה"

וואס עס געשעהן שפעטער מיט אים ווייס איך נישט, און איך וויל נישט פרעגן מיין טאטען וועגן דעם פאר א פשוטע סיבה, אויב איינער ווייסט מעהר פרטים וועגן אים אדער וועגן די מעשה ביטע זיך נישט שעמען, און בכלל איך בין אינטערסירט צו ליינען וועגן וויזניץ אינדערהיים און וועגן מארימארישע און באקעווינע אידן, למשל די בוך פון הערצל אפּשאן ״בית ישראל״ איז געוועהן גאר אינטערסאנט פאר מיר,

אויב האסטו דאס געמיינט, דא האסטו,
📎 100MEDIA$IMAG0571.jpg 📎 100MEDIA$IMAG0570.jpg

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:48 am

· #293703
נישט באמערקט אז דו האסט עס ארויפגעלייגט איך קען עס נישט אזוי קלאר לייענען אויף מיין סעלפאון איך וועל שפעטער עס לייענען אינדערהיים איך בין יעצט ארויסגעגאנגען כאפן א מעריב, 🙂

א גרויסן ייש״כ הרב @געוואלדיג

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 2:04 am

· #293704
@berlbalaguleh
ר׳ בערל כהאב אמאל געהערט אז דיין ליבלינג 🙂 סענדער דייטש איז לכתחילה געוועהן א גרויסער ציוני און ער האט נאכן מלחמה געוואוינט אין ארץ ישראל און ער האט געהאט א שילד אויף זיין טיר ״שניך תשבר ועברית תדבר״ און ווען סאטמארער רב איז ארויפגעקומען קיין ישראל האט ער זיך צוגעטשעפעט צו אים און געטוישט זיין אידילאגיע צו אנטי ציוני, איז דאס וואר?

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 2:08 am

· #293706
שבת אחים
ר׳ בערל כהאב אמאל געהערט אז דיין ליבלינג 🙂 סענדער דייטש איז לכתחילה געוועהן א גרויסער ציוני און ער האט נאכן מלחמה געוואוינט אין ארץ ישראל און ער האט געהאט א שילד אויף זיין טיר ״שניך תשבר ועברית תדבר״ און ווען סאטמארער רב איז ארויפגעקומען קיין ישראל האט ער זיך צוגעטשעפעט צו אים און געטוישט זיין אידילאגיע צו אנטי ציוני, איז דאס וואר?

שבת אחים: איך האב אויך געהערט אט דעם סיפור. אבער ס'איז נישט אינגאנצן אמת. ווייל ער האט נאך פון פאר די מלחמה, אלס בחור געהאט א קשר מיט סאטמאר'ע רב. כך שמעתי או קראתי...!

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 2:14 am

· #293707
אפילו ער האט געקענט סאטמארער רב פונדערהיים איז נישט קיין סתירה אז ער איז געוועהן פארכאפט אין ציונות נאך די מלחמה, און אפשר ווען סאטמארער רב איז ארויפגעקומען האט ער זיך צוריקגעכאפט,
איך פרעג נאר בדרך אפשר.

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:35 pm

· #293750
שבת אחים
נישט באמערקט אז דו האסט עס ארויפגעלייגט איך קען עס נישט אזוי קלאר לייענען אויף מיין סעלפאון איך וועל שפעטער עס לייענען אינדערהיים איך בין יעצט ארויסגעגאנגען כאפן א מעריב, 🙂

א גרויסן ייש״כ הרב @געוואלדיג

אטד דאווענען אויך מעריב?

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:39 pm

· #293752
If the Derech is 'Lee avenue via Rodney street' then Staten island is off the derech.
WAAAYY off the derech!
I guess!?
😛
#אביסלדרךארץ

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 4, 2015 1:47 pm

· #293754
איך ווייס נישט וואס אנדערע טוען, מיין מעריב קוקט אויס אביסל אנדערש ווי זיך אריינקוועטשען אין א פארשטינקענע בעיסמענט אויף 53 סטריט, איך גיי מאכן מעדעטאַציע יעדע נאכט און איך connect מיך צו מיר אליינס, איך גיי שפאצירן אין סטעטן איילענד פּארקס און עס איז די פּערפעקט פלאץ פאר דעם!

פארוואס איך טוה עס? ווייל איך האב זייער הנאה פון דעם און איך האב מיך איבערצייגט אז ס׳העלפט מיר!