☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:34 pm

· #240204
ווען האסטו אים לעצטענס גיזעהן? איך האב אים שוין נישט גיזעהן א שטיק צייט.

לא להנאת גופי » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:50 pm

· #240208
קוק'סט נישט אויף בילדער פון מתים? [כ'האב געהערט אז אין סקווער איז דא אזאי קפידא]

chusid » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:01 pm

· #240212
פארוואס פעלט זיך אויס דאס נשיא פאזיציע אין מדינת ישראל? ועוד אויב ער געט די אוטאריטעט פאר די גרעסטע פארטי צאמצושטעלן א קאאליציע און דאס איז די פאקט אייביג דעמאלטץ טוט ער דאך גארנישט...די טעלעפאן קאל מיינט מען?

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:23 pm

· #240244
berlbalaguleh
לא להנאת גופי
פאוואס גייט ער קיינמאל נישט קיין געהעריגע סוטס?? און פארוואס טריפל זירא'ט ער זיין פיאת\האר?

ס'איז דא נאך קאנפליקטינג און סתירות'דיגע זאכן וואס ער טוט. למש. שבת איז ביי איהם א פולשטענדיגע יום מנוחה. אזוי ווי ער זאגט אליין אויף אן אינטערוויו. ער זינגט אפילו זמירות. אבער ער האט אויך א הונט וואס ער איז מגדל אלס פעט. דער כלב'ל שפירט זיך ביי איהם ווי א בן בית. כ'האב געזעהן ווי דער הינט טרינקט קאפי פון א טעפל...!
אויך איז ער מלידתו אן אמעריקאנער ... נישט אן איזראעלי...!

איז דאך ממש א סתירה! וויאזוי קען זיין אז ער היט שבת ווען ער האט אבער א הונטל? איך פארשטיי דאס נישט!

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:29 pm

· #240248
ירח בן יומו
לא להנאת גופי
פארוואס זעהט ר' אלישיב אייביג אויס ווי ער איז אנגעזעצט??



איך האב זוכה געווען צו זיין ביי הרב אליישיב סוף ימיו ביי א שיעור, ער איז געווען מלא שמחה, און מלא חיות דקדושה.

איך האב אויך זוכה געווען צו זיין ביי א שיעור סוף ימיו (וואס בדרך אגב איז נישט געווען וואס צו הערן דערביי, סתם א פשוט'ע גמרא שיעור) און ווען איינער האט אריינגעפרעגט א שאלה האט ער געענטפערט מיט אן אנגעבלאזענעם פנים, "איך ווייס ניט וואס איר ווילט."

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:29 pm

· #240249
chusid
פארוואס פעלט זיך אויס דאס נשיא פאזיציע אין מדינת ישראל? ועוד אויב ער געט די אוטאריטעט פאר די גרעסטע פארטי צאמצושטעלן א קאאליציע און דאס איז די פאקט אייביג דעמאלטץ טוט ער דאך גארנישט...די טעלעפאן קאל מיינט מען?

ס'איז א טיטל אן א מיטל. אויב געדענק איך גוט האט בן גוריון געשטעלט חיים וייצמן אלץ ערשטער נשיא ווייל ער האט עם געוואלט געבן די הערכה אן צופיל פאליטישע כח.

דריידל » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:02 pm

· #240290
האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:03 pm

· #240291
זיי האלטן אין איין פארגעסן, דערפאר נעמט עס אזוי לאנג

לא להנאת גופי » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:13 pm

· #240302
כ'ווייס נישט וועגען אדמו''ר, אבער כאב אמאל געדאווענט אין ראדני, שבת צופרי, און די בעל תפילה האט בטעות געזאגט 'מוריד הטל'. פראבלעם איז אז ס'געווען אנהייב 'שבט'!!
איך וויל שטארק וויסען צו ער האט פשוט קיינמאל נישט געטוישט, צו ער איז נאר געווען נערוועז און ס'האט זיך עם פארמושט.

דריידל » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:59 pm

· #240309
פאר זאגן מוריד הטל דארף מען נישט איבער דאווענען. מיין שאלה איז אויב איינער ווייסט פון א רבי וואס האט געהאט די קוראזש איבערצודאווענען ווען ס'האט זיך געמאכט א טעות ביים דאווענען.

chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:25 am

· #240348
וואסערע כשרונות דארף זשאש ערניסט מכלומפרשט צו האבן אז ער האט אזא הויעכע פאזיציע? איך זע נישט אין אים גארנישט

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:32 am

· #240350
דריידל
האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

דאס מסתמא נישט. ווייל ס'איז בינו לבין קונו. און גאט ברוך הוא פארציילט נישט פאר'ן עולם. ממילא האט דער רבי נישט מורא...!

קליגער אינגערמאן » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:43 am

· #240353
דריידל
האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?


יא.. כ'האב אמאל געהערט אז דער ברך משה זצ"ל מ'סאטמאר האט איבערגעדאווענט ברבים ווייל ער האט פארגעסען ותן טל ומטר.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:10 am

· #240358
דריידל
פאר זאגן מוריד הטל דארף מען נישט איבער דאווענען. מיין שאלה איז אויב איינער ווייסט פון א רבי וואס האט געהאט די קוראזש איבערצודאווענען ווען ס'האט זיך געמאכט א טעות ביים דאווענען.

באבובער רב זצ''ל האט אמאל פארגעסען יעלא ויבוא אין האט אעבער געדאווענט, דערנאך געמאכט א שמועס דערפון

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:32 am

· #240377
דריידל
האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

האט נישט סאטמער רב איין יאר פארגעסן איין נאכט צו ציילן ספירה און יענע יאר האט ער מער נישט גיקענט מאכן א ברכה? אזוי האב איך גיהערט כד הוינא טליא

אגב יעצט באמערקט איך האב אנגעהויבן די 100 בלאט אין דער אשכול!

דריידל » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:45 am

· #240380
פארגעסן צו ציילן ספירה איז גאר אנדערש ווייל מ'קען עס נישט באהאלטן וויבאלט אלא וואס האבן מיטגעדאווענט ווייסן, משא"כ א טעות ביי שטילע שמו"ע.

דאס וואס מ'האט אנגעצייכענט אויף מהר"ש מבאבוב און מהר"ם מ'סאטמאר שטימט זייער גוט ווייל ביידע זענען געווען ארגינעלע מענטשן לאפוקי פון די היינטיגע שאו שפילער.

לא להנאת גופי » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 5:44 pm

· #240670
שטריימלאך
פארוואס זענען שמאלער שטריימלאך קאנסידערט מער א מאדערענער לוק, און ברייטע איז מער חסידיש?? [אגב זעלבע זאך מוט היטען]

chusid » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:05 am

· #240725
גלעד שליט
איך גוגל שוין ארום א לאנגע צייט איך בין נייגעריג איבער די דיטעילס פון די 5 יאר גלעד שליט איז געווען ביי כאמאס, וואס איז געווען זיין סדר היום, עסן, שלאפן אא"וו , ווייסט אפשר איינער ווי איך קען דאס ליינען?

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 10:11 am

· #240752
לא להנאת גופי
פארוואס זענען שמאלער שטריימלאך קאנסידערט מער א מאדערענער לוק

ווייל די מער רייסערישע גייען דאס
לא להנאת גופי
און ברייטע איז מער חסידיש??

ווייל די מער חסידישע גייען אזוי

איציק » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:03 am

· #240761
לא להנאת גופי
יא אבער די נישט גיין סוטס איז א שיטה, ניין?

האסט אמאל געזעהן אן איזראעילי מיט א סוט?
איבערהויפט ביי די מזרחי'סטן, ביי זיי גייען אלע אנגעטוהן ווי די פויערן פון דערהיים. די פרויען אויך אזוי. און אפילו ביי חתונות...

איציק » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:06 am

· #240762
דריידל
האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז ווען א רבי דאוונט אדער טוט סיי וועלכע מצוה, איז עס ריין לשמה. פארוואס?
ווייל ווען ער דאווענט נישט, וואלטן די חסידים שוין פארענטפערט אז ס'איז הויכע זאכן. ממילא ווען ער דאוונט יא, איז עס זיכער בלתי לה' לבדו.

יעצט קען מען שוין פארשטיין...

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:31 am

· #240906
וואס איז דאס די 'מוזיק קאנספיראציע' 440 ווס. 432?

מאטי » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:17 am

· #240932
איז פארהאן אן אונליין עברית dictionary/translation צוזאמען מיט vocal pronunciation ?

chusid » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:30 pm

· #241118
james mitchel
just watched on the kelly file a interview with one of the interogators who waterboarded someone 83 times to get out information' im curious to know what kind of ppl are these who can do it??? which ppl can pain someone so severe even not in a state of anger... i think that i know no one who can do this

shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:18 pm

· #241133
.

shem-tov » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:22 pm

· #241135
chusid
just watched on the kelly file a interview with one of the interogators who waterboarded someone 83 times to get out information' im curious to know what kind of ppl are these who can do it??? which ppl can pain someone so severe even not in a state of anger... i think that i know no one who can do this


מיין כתה ח' רבי שר"י פארוואס פרעגסטו

ירח בן יומו » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:49 pm

· #241145
איף דערף קויפן א שיינע בכבודי'גע מתנה פאר א גוי
איך וואונדער זיך צו איינער ווייסט צו עס פאסט צו געבען א שיינע (JUDAICAׂ) מנורה פאר א גוי (דאקטער אדער לויער)?

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:09 am

· #241163
וויאזוי וואלטסו געפילט ווען ער געט דיר א שיינע קראצמעך בוים?

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:13 am

· #241164
shem-tov
chusid
just watched on the kelly file a interview with one of the interogators who waterboarded someone 83 times to get out information' im curious to know what kind of ppl are these who can do it??? which ppl can pain someone so severe even not in a state of anger... i think that i know no one who can do this


מיין כתה ח' רבי שר"י פארוואס פרעגסטו

שם טוב: דו האסט מיך געמאכט שמייכלען. ווייל דו האסט מיר אויפגעברענגט זיסע זיכרונות פון אמאל.
איך מיין אז מיין כיתה ח' רבי, ווען ער איז געגאנגען אהיים ביינאכט האט ער געזאגט אויף מיר שר"י. נישט איך אויף איהם.... 😂 🙄 😠 😛 😈

ירח בן יומו » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:23 pm

· #241185
געפילטע פיש
וויאזוי וואלטסו געפילט ווען ער געט דיר א שיינע קראצמעך בוים?

איך האב שוין געזען בילדער פון יודישע עסקנים געבען מנורות פאר הויכגעשעצטע פאליטישע חברה, איז דאס אנגנומען ווי א שיינע מתנה אדער טאקע להבדיל ווי א קראצמעך בוים?

ישראל קאפקע » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:46 pm

· #241196
ירח בן יומו
געפילטע פיש
וויאזוי וואלטסו געפילט ווען ער געט דיר א שיינע קראצמעך בוים?

איך האב שוין געזען בילדער פון יודישע עסקנים געבען מנורות פאר הויכגעשעצטע פאליטישע חברה, איז דאס אנגנומען ווי א שיינע מתנה אדער טאקע להבדיל ווי א קראצמעך בוים?

פאר א פאליטיקאנט איז יא די סדר צו געבן א מנורה אדער אנדערע רעליגיעזע ארטיקל ווי א בעכערל אדער א שופר און להבדיל רעליגיעזע ארטיקלען פון אנדערע רעליגיעס, ווייל דער פאליטיקאנט פארטרעט פארשידענע רעליעזע און עטנישע גרופעס, און אז איינע פון די קאנסטיטשוענט גרופעס וויל ארויסצייגן א דאנק און אנערקענונג פארן פאליטישן פארטרעטער פון זייער גרופע איז זייער פאסיג צו געבן א געשאנק פון יענעם ספעציפישן גרופע. געווענליך האבן פאליטיקאנטן א שאנק אדער ענליך וואו צו דיספלעיען די געשאנקען פון די פארשידענע עטנישע און רעליגיעזע גרופעס וואס זיי פארטרעטן, און דאס איז א גרויסער כבוד פארן פאליטיקאנט.

סתם א פריוואטע גוי איז נאריש צו געבן א מנורה, ער קען דערמיט גארנישט טון, און ער האט נישט וואו אדער פארוואס עס צו דיספלעיען.

ירח בן יומו » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:42 pm

· #241218
און וואס איז מיט א מזוזה?
וויסען זיי אז ביי אונז איז דאס א שמירה און וואלטן זיי אויך געקענט הנאה האבן
איך האב אמאל געזען ביי א לויער הענגען א הערליכע מזוזה אויף א פלעק אין זיין אפיס,
ווארשיינליך האט א יוד וואס איהם דאס געגעבן און די יוד האט זיכער געמאכט אז ער זאל דאס נישט קענן הענגן אויך די טיר. איך וויס נישט צו עס האט געהאט די אינעוויניג אינסטרוקשינס (:lol: )

shem-tov » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:42 am

· #241409
וויאזוי דריקט מען זיך אויס אין יודיש "כהאב נאך אלץ נייטמערס" בקיצור נייטמערס אין יודיש

סאיז נישט פלעין שלעכטע חלומות

מאטי » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:52 am

· #241413
קאשמארן

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:13 am

· #241423
דא האסטו
📎 QuickMemo_20.jpg

דוק ותשכח » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:05 pm

· #241537
וואס טיט מען ווען מען האט א שווער אן אומפארגינער

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:09 pm

· #241539
די דארפסט אביסל מער מסביר זיין
וואס פארגינט ער דיר נישט? אז די האסט באקומען זיין טאטכער פאר א ווייב?

דוק ותשכח » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:29 pm

· #241542
לית דין בר נש
די דארפסט אביסל מער מסביר זיין
וואס פארגינט ער דיר נישט? אז די האסט באקומען זיין טאטכער פאר א ווייב?

גראדע דאס פארגינט ער מיר יא
Just kidding
ער קריטיקירט א נייע קאר, היוז, עטענשאן וכו'.

shem-tov » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:48 pm

· #241547
די בעסטע וועג ווען איינער פארגינט נישט אבער מקען זיך נישט אפגעבן מיטן חומר הדין... איז זיך צו מאכן ווי א רחמנות. למשל זיך אפרעדן אויף שלום בית, אויף די דשאב אויף די וועטער אויף טריט און שריט פלוצלינג וועט ער דיר שוין אלעס פארגינען

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 5:54 pm

· #241564
פארוואס אין מיין אלטע קאר ווען דער מאטאר און בעטערי זענען פארלאשן טשארדזשט זיך נאך אלץ מיין פאון, אבער אין מיין אדעסי נישט?

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 5:59 pm

· #241566
בשבילי!
פארוואס אין מיין אלטע קאר ווען דער מאטאר און בעטערי זענען פארלאשן טשארדזשט זיך נאך אלץ מיין פאון, אבער אין מיין אדעסי נישט?

בשבילי: לפענ"ד איז דאס ווייל אין די עלטערע קארס איז דער סיגערעט לייטער/פאוער דזשעק נישט קאנעקטעד צו דעם איגנישן סוויטש. אזוי ווי די העדלייטס. אבער אין די נייערע קארס איז עס יא. פרוביר אויס צו דרייען דעם איגנישן סוויטש אויף "רעווערס"/עקוויפמענט. ס'וועט זיך מסתמא יא טשארדזשן...!

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:54 pm

· #241590
האסט מסתמא געהאט אן אמעריקאנע קאר בעפאר. זיי לאזן דעם פיוז אנגעצינדן אפילו ווען די איגנישאן איז פארלאשן. משא"כ די יאפאנעזישע אויטאס, טאיאטע/האנדא/מאזדא פארלעשן עס יא און זענען חייש לחומרא אז צו לאנג טשארדזשן אנעם ענדזשין וועט אויסנוצן דעם באטערי.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:37 pm

· #241742
פארוואס איז דער אוצר פון ווערטער/מושגים אזוי ארים ביי דעם אלגעמיינעם היימישן איד? וויפיהל ווייסן פון 'agree to disagree'?

עס וואונדערט מיר וועלכע איז די סיבה און וועלכע די מסובב, ווייל מען וויל נישט קענען אזא מושג דערפאר איז מען פרעמד פון די ווערטער, אדער איז עס גאר פארקערט, א מאגערער ווערטער אויסוואהל ברענגט מאגערע מושגים?

עס איז אפשר א שטיקל חידוש, אבער כ'מיין אז עס איז אן ערענסטע צד, נישט זיין באקאנט מיט די ווערטער ברענגט אז דער מושג 'agree to disagree' דרוקט זיך נישט אויס אינעם למעשה'דיגן לעבן.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:39 pm

· #241746
איך וואלט געבעהט אז רובא דרובא ק''ש און אפילו א''ו ווייסן וואס עס מיינט.
צו מען פראציקטירט עס איז א wהול ניו סטארי אלטוגעדער.

דוק ותשכח » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:03 pm

· #241754
אלס ישיבה קטנה בחור פלעג איך אסאך מאל אויספירן א זאץ מיטן ווארט Whatever
ביז דער מגיד שיעור האט מיר געזאגט "נעקסטע מאל די זאגסט מיר whatever פליסטו פון בית מדרש

Whatever...

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:04 pm

· #241755
איז וואס ווילסטו וויסן?
וואס Whatever מיינט?
וואס די וועסט פליען פון ביהמ"ד מיינט?

דוק ותשכח » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:06 pm

· #241757
פארוואס איז דער אוצר פון ווערטער/מושגים אזוי ארים ביי דעם אלגעמיינעם היימישן איד?

לית דין בר נש » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:25 pm

· #241769
די מיינסט ער האט נישט געוויסט וואס whatever מיינט עס האט אים פשוט נערווירט אז די ענדיגסט יעדע זאץ מיט דעם. אזוי ווי עס איז דא מענטשן וואס יעדע זאץ ענדיגט זיך "בקיצור" עס נערווירט

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:31 pm

· #241775
אפשר ווילסטי וויסן פארוואס whatever נערווירט? על איך דיר זאגן. ווען איינער ניצט די ווארט מיינט עס אדער אז ער וויל עפעס נישט דערציילן אדער האט מען אים געפאקט ביי א ליגענט און ער וויל זיך נישט מודה זיין.

chusid » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:15 pm

· #241808
איז דא א העכערע רעיט פון מענטשן אויף פילן- כדורים ביי די היימישע עולם ווי אין די אלגעמיינע גאס?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92