זאכן וואס כ'וויל וויסן
4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
גוגל מעפס
אז איך וויל פארן אויף א פלאץ, און איך זוך ביי גוגל מעפס, וועט ער מיר געבן די שנעלסטע וועג. אפאר מאל וועט ער מיר אויך אנווייזן אנדערע אפציעס און זאגן ווילאנג עס נעמט. אבער כ'וויל וויסן אויב איך קען זוכן צוויי ספעציפישע וועגן וועלכע איז שנעלער? למשל איך וויל פארן פון ב"פ קיין קרית יואל, איך וויל טשעקן וועלכע איז שנעלער, דורך די FDR אדער די וועסט סייד. איז פאראן א וועג ווי אזוי צו טשעקן? אדער למשל אויב מיין חבר קאלט מיר אריין און פרעגט מיר, איך בין יעצט בעפאר דעם וואשינגטאן בריק אריין אין שטאט, וועלכע וועג איז די שנעלסטע פאר מיר. ווי אזוי טשעק איך אזוינס אין גוגל מעפס?
אינעם אשכול "וואו קומט מען אהן מיטן טראכטן" האבן אפאר חברים ארויסגעברענגט די געדאנק אז מען קען נישט אננעמען וואס די לאגיק זאגט דיר אלץ פאקט (אפילו לשיטתך) ווייל דו זעסט דאך אליין וואו דו האלטסט אין איין טוישן מיינונגען איבער אלעמען.., איך מיטשע זיך זייער מיט דעם פראבלעם אין אלע ענינים,כמעט יעדע שיטה וואס איך האב געהאט א יאר צירוק טראכט איך שוין היינט אנדירש און די זעלבע איז ביי רוב מענטשן אז מיינונגען אויף וואס מען האט זיך געטענה'ט פאריאר מיט א שטארקייט האלט מען שוין אביסל (אדער אסאך) אנדירש. אויב אזוי וויאזוי קען איך נאך בכלל זאגן מיינונגען ווען איך ווייס אז אין א יאר ארום וועל איך (לכאורה) טראכטן אנדירש?
ס'איז א שאד צו ענטפערן, ווייל ביז א יאר וועלן מיר ממילא ביידע האבן אנדערע סברות, so why bother....
לאז אים כאטש זיין רואיג פאר א יאר...
די פוינט איז נישט אז מ'קען נישט אננעמען גארנישט וואס לאגיק זאגט ווייל דו גייסט האלטן בעתיד אנדערש, נאר אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר אונז מיט אונזער לאגיק. למשל, אויב נעמען מיר אן די כוזרי טענה, איז דאס מכוח וואס ס'איז אונז מכריח עפעס מיט די כלים פון לאגיק. דאס זענען די איינציגסטע כלים וואס מיר פארמאגן. ממילא מוז זיין אז מיין תורה וואס איז געגעבן געווארן פאר מיר, מוז שטומען מיט מיין לאגיק. איי א יאר ארום וועל איך האלטן אנדערש? נו, א מענטש איז דאך א הולך, מ'שטייט נישט אויף איין פלאץ, דאס איז דאך די תכלית פון א מענטש איז מ'איז נישט געבוירן געווארן בשלימות, מ'ווערט געבוירן מיט ערלה, און די ערלה מוז מען אוועקשניידן. אזוי אויך ווערט מען געבוירן מיט ערלת הלב, און דאס נעמט יארן, אויב נישט א גאנץ לעבן, עס אוועק צו שניידן.
אבער יעצט וואו איך שטיי יעצט, יעצט שטייט אין מיין תורה לויט וויאזוי איך פארשטיי וואס די תורה זאגט מיט די כלים וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן, מיט מיין מח, מיט מיין לאגיק.
געפילטע פישדי פוינט איז נישט אז מ'קען נישט אננעמען גארנישט וואס לאגיק זאגט ווייל דו גייסט האלטן בעתיד אנדערש, נאר אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר אונז מיט אונזער לאגיק. למשל, אויב נעמען מיר אן די כוזרי טענה, איז דאס מכוח וואס ס'איז אונז מכריח עפעס מיט די כלים פון לאגיק. דאס זענען די איינציגסטע כלים וואס מיר פארמאגן. ממילא מוז זיין אז מיין תורה וואס איז געגעבן געווארן פאר מיר, מוז שטומען מיט מיין לאגיק. איי א יאר ארום וועל איך האלטן אנדערש? נו, א מענטש איז דאך א הולך, מ'שטייט נישט אויף איין פלאץ, דאס איז דאך די תכלית פון א מענטש איז מ'איז נישט געבוירן געווארן בשלימות, מ'ווערט געבוירן מיט ערלה, און די ערלה מוז מען אוועקשניידן. אזוי אויך ווערט מען געבוירן מיט ערלת הלב, און דאס נעמט יארן, אויב נישט א גאנץ לעבן, עס אוועק צו שניידן.
אבער יעצט וואו איך שטיי יעצט, יעצט שטייט אין מיין תורה לויט וויאזוי איך פארשטיי וואס די תורה זאגט מיט די כלים וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן, מיט מיין מח, מיט מיין לאגיק.
איך רעד נישט ברוחניות, למשל אין פאליטיק וכדומה גייסטו דיך יעצט טענה'ן מיט א שטארקייט אויף דיין יעצטיגן מיינונג בשעת דו ווייסט אז אין די לעצטע 10 יאר האסטו יעדע יאר אביסל געטוישט..פון וואו נעמסטו די קאנפידענס בשעת וואס דו אליינס גייסט (לויט די סטאטיסטיקס) האלטן אז ביסט נישט ממש גערעכט?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
שמעקעדיגאז איך וויל פארן אויף א פלאץ, און איך זוך ביי גוגל מעפס, וועט ער מיר געבן די שנעלסטע וועג. אפאר מאל וועט ער מיר אויך אנווייזן אנדערע אפציעס און זאגן ווילאנג עס נעמט. אבער כ'וויל וויסן אויב איך קען זוכן צוויי ספעציפישע וועגן וועלכע איז שנעלער? למשל איך וויל פארן פון ב"פ קיין קרית יואל, איך וויל טשעקן וועלכע איז שנעלער, דורך די FDR אדער די וועסט סייד. איז פאראן א וועג ווי אזוי צו טשעקן? אדער למשל אויב מיין חבר קאלט מיר אריין און פרעגט מיר, איך בין יעצט בעפאר דעם וואשינגטאן בריק אריין אין שטאט, וועלכע וועג איז די שנעלסטע פאר מיר. ווי אזוי טשעק איך אזוינס אין גוגל מעפס?
די קענסט ריקן די בלויע ליין פון די וועג וואס ער געט דיר אין די טיימינג וועט זיך אפדעיטען
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווי אזוי קען איך זעהן אויב מיין פאון (ענדרויד) איז locked or unlocked?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
petergrifinווי אזוי קען איך זעהן אויב מיין פאון (ענדרויד) איז locked or unlocked?
לייג א סים קארד פון א אנדערע פירמע
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
איך האב פארגעסן צו שרייבן אן טוישן דער סים קארד[emoji20]
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
Imei.info וכדומה
הויזן טראגערImei.info וכדומה
איך קען נישט זעהן אויב ס׳איז unlocked.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
Than look on google for another imei checker, there is a lot out there.
They will probably not tell you (for free) to which carrier it's locked, just if its locked or unlocked.
זענען זיי גערעכט מיט די חרדים? איז דא א פערציג פראצענט דעמעקראטן? 30 פערצענט זענען נישט קעגן האמאסעקשועלס?? אדער אפשר האבן זיי אנדערע גדרים ווער עס איז חרדי
📎 PR_2015-08-26_orthodox-jews-20.png
chusidגעפילטע פישדי פוינט איז נישט אז מ'קען נישט אננעמען גארנישט וואס לאגיק זאגט ווייל דו גייסט האלטן בעתיד אנדערש, נאר אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר אונז מיט אונזער לאגיק. למשל, אויב נעמען מיר אן די כוזרי טענה, איז דאס מכוח וואס ס'איז אונז מכריח עפעס מיט די כלים פון לאגיק. דאס זענען די איינציגסטע כלים וואס מיר פארמאגן. ממילא מוז זיין אז מיין תורה וואס איז געגעבן געווארן פאר מיר, מוז שטומען מיט מיין לאגיק. איי א יאר ארום וועל איך האלטן אנדערש? נו, א מענטש איז דאך א הולך, מ'שטייט נישט אויף איין פלאץ, דאס איז דאך די תכלית פון א מענטש איז מ'איז נישט געבוירן געווארן בשלימות, מ'ווערט געבוירן מיט ערלה, און די ערלה מוז מען אוועקשניידן. אזוי אויך ווערט מען געבוירן מיט ערלת הלב, און דאס נעמט יארן, אויב נישט א גאנץ לעבן, עס אוועק צו שניידן.
אבער יעצט וואו איך שטיי יעצט, יעצט שטייט אין מיין תורה לויט וויאזוי איך פארשטיי וואס די תורה זאגט מיט די כלים וואס דער באשעפער האט מיר געגעבן, מיט מיין מח, מיט מיין לאגיק.
איך רעד נישט ברוחניות, למשל אין פאליטיק וכדומה גייסטו דיך יעצט טענה'ן מיט א שטארקייט אויף דיין יעצטיגן מיינונג בשעת דו ווייסט אז אין די לעצטע 10 יאר האסטו יעדע יאר אביסל געטוישט..פון וואו נעמסטו די קאנפידענס בשעת וואס דו אליינס גייסט (לויט די סטאטיסטיקס) האלטן אז ביסט נישט ממש גערעכט?
די אויבן-דערמאנטע פראבלעם, איז נישט קיין סיבה אויף נישט צו האבן קיין מיינונג, אבער ס׳איז די סיבה פארוואס דו זאלסט זיין מיט אן אפענע מיינונג (אפען-מיינדעד).
ס׳הייסט אזוי, לא די אז אפילו דו ביזט 100% זיכער מיט זיך איבער אן דאך דארפסטו רעספעקטירן אן אנדערען׳ס מיינונג ווייל ווער ווייסט צו יענער איז גרר גערעכט און דו נישט, נאר בכלל ווען דו ביזט שטארק מיט א מיינונג (און לאמיר זאגען אז ס׳איז אפילו נישט פארהאן א צווייטער מיינונג ביים טיש, זיי איינגעהאלטן מיט דיין מיינונג - ביז א געוויסע פונקט - כדי נישט צו זיין קיין חוזק אין א יאהר ארום, פאר יענעם אדער אפילו פאר זיך אליין. למשל אז דו דערזעהסט זיך שפירענדיג שטארק קעגען א פארטיי אדער שטארק פארן פארטיי, לאז זיך נישט ווען אריינגעפיהרט (קעריד אוועי) אין אן עקסטרעמע לעוועל, כדי נישט צו דארפן זיך באגראבן בשנה הבא.
דאס אלעס איז געזאגט געווארן אויבן אויף, אויב ס׳מאכט זיך דא און דארט אז דו טוישט דיין מיינונג. אויב אבער דו דערזעהט זיך כסדר מאכענדיג 180-דעגרי יו-טורנס אויף כל מיני נושאים, איז אפשר גרר פארקערט; דו דארפסט זיך בויען א שארקערע כאראקטער, און נישט מיטשפרינגען מיט יעדע ווינטעלע. ווען ס׳קומט א נושא צום טיש, באשליסט נישט אויף א געוויסע מהלך פשוט ווייל רוב זענען געגאנגען אין יענע ריכטונג (ווייל מארגן וועסטו זיין מיט אן אנדערען רוב וואס וועט נוטע זיין פארקערט), נאר זיי אליין שוקל אלעס וואס דו האסט געהערט (ולהוסף משלך, מצטמק ויפה לך), און מאך אליין א באשלוס\הוכחה פאר דיר אליין, און האלט דיך [נישט צו] שטארק ביי דיר.
.
ווי איז דא היינט נאכט א מנין סליחות געשמאק אין געשיקט?
שטילע אינגערמאןווי איז דא היינט נאכט א מנין סליחות געשמאק אין געשיקט?
אין וועליכער שטאט?
איך וויל וויסן די פאקטן וויאזוי עס איז געקומען דערצו אז רוב כלל ישראל איז נישט רעליגיעז, ווען און וויאזוי איז דאס צוגעגאנגען( וויאזוי פלעגן די משפחות דאס אויפנעמען וכו'). איז דא א בוך וכדומה ווי איך קען באקומען א קלארע בליק אין דע נושא?
וויאזוי האבן געהייסן די צוויי פוילישע יודן וואס זענען אנטלאפן פון אוישוויץ קיין אונגארן און פארציילט פאר די אונגערישע יודן וואס עס קומט פאר אין אוישוויץ?
אויך וויל איך וויסן צו עס איז דא א דאקאמענטרי פון דעם אויף YOU TUBE?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אויב איך מאך נישט קיין טעות וואס די זיכסט איז געווען באשריבען אין די וויקלי לינק די מעשה לעצטע יאר בערך קענסט עס טרעפן אויף זייער וועב סייט
פארוואס מאכן די דרוקער דעם "וכתוב" אזוי קליין אז מען זאל מוזן צוקומען צו די גרויסע אותיות הלכות אז מען דארף נישט איבער דאווענען.
📎 100MEDIA$IMAG0707.jpg
מאכן קליין וכתוב פארשטיי איך נאך וויבאלט מ'זאגט עס אינגאנצן אפאר מאל א יאר האט עס ווייניגער פריאריטי. מיר באדערט אבער פארוואס שמונה עשרה ביי מנחה-מעריב איז קלענערע אותיות ווי שחרית, מנחה מעריב שמונה עשרה זאגט מען דאך צוויי מאל אזוי סאך ווי שחרית (איך באצי מיך צו די סידורים וואס האבן מנחה און מעריב צוזאמען.)
ביי שחרית שלאפט מען נאך, די אויגן איז פארקלעפט, דארף מען גרויסע אותיות.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
מ'דרוקט עס גרויס איין מאל. טאמער דו ווילסט גרויס ביי מנחה, מיש צוריק צו שחרית.
אפשר קען איך זיין דיין סעל-מעיט אין יענע טורמע.
בחורים וגם בתולות, זקנים עם נערים, יעדער 'פראוועט' נענועים לענגער ווי צוועלף סעקונדען. 99 פראצענט אבזערווירטע מאכן אויך פארשידענע גרימאסן - צום ווייניגסטענס ציעט מען זיך אביסל צוזאמען דעם שטערן.
בין איך נייגעריג: וואס - חוץ די אפדעיטעד גראסערי ליסט - לויפט דורך זייער מחשבה?
לעצור טללים רעים?
ויתן לי אלקים מטל השמים ומשמני הארץ וכו'
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/satmar.strip/videos/647745675389331/?fref=nf">https://www.facebook.com/satmar.strip/v ... 1/?fref=nf</a>
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
די צאנזער רב האט געפרעגט אמאל א דארפסמאן וואס ער האט אינזינען ביי די נענועים האט ער גענטפערט , כהאב שונאים פון אלע פיר זייטען בעט איך די באשעפער פון אויבן זאל זיי אלע לייגען אינדערערד אריין , (חמדה גנוזה -זימיגראד )
רויטע וואנצעסhttps://www.facebook.com/satmar.strip/videos/647745675389331/?fref=nf
זעט אויס ווי ער מאכט חוזק פונעם קאסוב'ער.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אין ירושלים איז דא נאך גרעסערע זכר למקדש ווי עס איז געווען י"א אמות
[ציטאט אראפגענומען]
@געוואגטער יונגעל איך בין מיט דיר א הונדערד פרעסענט סך הכל איז אלעס די זעלבע ערבה
די אנלי טינג איז ווי לאנג מהאט עס געשניטן מאכט מען עפעס א גאנטצע זאך מיט גרויסע אין קליינע
איין גיטע זאך אבער יא מיין עלעף יעריגע האט ביהעווט א גאנטץ חול המעד ווייל כהאב עם ציגעזאגט א גרויסע ערבה....
איינער ווייסט וואס פשט פון ארויסלייגן פארשימלטע מיאוס געוואקסענע "פאמפקינס" ביי אלע נישט אידישע הייזער?
וואס טוט דאס אנדייטן און מיינען? וואס סימבאליזירט דער נישט עסבארן פרוכט?
קודם גיי און זא זיי מסביר וואס דער גרינע בלעטער וואס יעדע האט ארום גישלעפט די לעצטע אכט טעג (איינער אין א ווייכע פלעסטיק איינער אין א הארטע פלעסטיק איינער פלעין אין סילווערפאיל)און דער פרוכט אין באקס וואס יעדע האט מיט גישלעפט מיט דער בלעטער (איינער אין א ווייסע באקס איינער אין קאלירפול באקסעס אין איינער אין א פינף טויזנט דאלערדיגע זילבערנע באקס) איז.
נאכדעם זא אים מסביר פארוואס א וואך פריער זענען מענטשן געשטאנען אין די גאס און געדרייטע הינער העכער די קעפ און געגאנגען צו די וואסער מיט אלע קינדער אריין ווארפן ברויט
נאכדעם וועט איר די מסביר'ן פארוואס ער לייגט פרוכט ביים פענסטער.
איינער ווייסט פשט פארוואס אלע זאלץ מעסטלעך פארמאגן אין זיך צוויי דעפארטמענטס. סאיז דאך די זעלבע זאלץ און קיינער לייגט נישט קיין פעפער אדער גארליק פאודער סאו פארוואס איז דאס אזוי איינגעפירט אפילו ביי רביס וואס אלעס דארף דאך א הסבר. איז עס ע"פ קבלה אדער האט עס עפעס א היסטארי. זייער אינטערסאנט
כנגד שמור וזכור
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
אין לעלוב איז טאקע די מנהג איינס פאר זאלץ איינס פאר שווארצע פעפער
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
וועלכע פאנט איז דאס?
די לעצטע שטיק צייט האבן אסאך וועבסייטס אנגעהויבן נוצן א שיינעם פאנט, און נאכן פרובירן מאכן ריסורטש קען איך נאך אלץ נישט דערגיין וועלכער פאנט דאס איז (עס איז פאראן וועבסייטס וואס קענען פרובירן געסן אויב מען אפלאוד דעם פאנט, אבער עכ"ז האב איך נישט מצליח געווען).
איך האב גענומען אפאר סקרינשאט'ס פון אפאר וועבסייטס, כ'וועל ארויפלייגן איינס צו ווייזן וועלכע פאנט איך מיין.
.
📎 Which Font.jpg
Proxima Nova אדער עפעס גאר ענדליך.
Calibri (Body)
Calibri איז דאס זיכער נישט. דאס נוץ איך דאך כסדר.
איך וויל וויסן צו ס'איז דא איין מענטש אין די וועלט וואס קומט זיך דורך מיט דעם משוגענער פון פינטערס
היסטאריע פון סאטמארער קהילה
איך וויל מיך בעסער באקענען מיט דער היסטאריע פון סאטמאר אלס קהילה אין אייראפע און אמעריקע.
איז דא א בוך וואס איך זאל מיר איינשאפן? וואס רעקאמענדירט מען?
לאשיצעראיך וויל מיך בעסער באקענען מיט דער היסטאריע פון סאטמאר אלס קהילה אין אייראפע און אמעריקע.
איז דא א בוך וואס איך זאל מיר איינשאפן? וואס רעקאמענדירט מען?
"די חרדישע וועלט", דער איד, אפס בלתך רבינו,
מושיען של ישראל, אייוועלט.
יישר כוח. איז דא א בוך איבער דער געשיכטע פון סאטמאר וואס ס'איז כדאי צו קויפן?
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
וואס איז די מקור פין רעכטס אויף לינקס העמעדער ?.
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
[ציטאט אראפגענומען]
איז דאס א ענפער פאר מיר ?
ווייסט מער ספעציפיש ווי ?