☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » זאכן וואס כ'וויל וויסן

זאכן וואס כ'וויל וויסן

4571 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #191
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 1:48 pm

· #221811
אויליגער

(מיין קשיא איז נישט פארוואס ראש השנה עסט מען און יו"כ פאסט מען, דאס איז שוין באקאנט די תירוץ אז ראש השנה פרייד מען זיך צו ווייזען אז מאיז זיכער אז מגייט ארויס זכאי בדין,

ווייזען פארוועם?

מילכיג » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 3:31 pm

· #221836
וויאזוי מ'מאכט אז ווען מ'שיקט א הודעה זאל אוטומאטיש אריינגעשטעלט ווערן פופציג סמייליס א שטייגער ווי בערל'ס הודעות.

ברסלבער » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 3:39 pm

· #221839
בערל'ס סמייליס זענען אלע אויסגערעכנט מיט א געוואלדיגע פונקטליכקייט, יעדע סמיילי האט א באזונדערע חשבון. עס גייט נישט ביי אים אוטאמאטיש...

אפטעמיסט » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 7:29 pm

· #221896
בכלל וואלט איך אייך נישט גע'עצה'ט צו פארלעצן די קאפי-רייט געזעצן און זיך באניצן מיט די סמייליס אן רשות. בערל וועט דאס נישט אריבערלאזן בשתיקה.

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 7:40 pm

· #221899
האמיר שוין גערעדט אמאל אז די וועלט ווארט מיט שפאנונג צום ערשיינונג פונעם ס' סמייליס המבואר ,קען אפילו זיין אז מ.ס. שארפט זיך שוין די פענע מוחה צו זיין אויפן נייע פערצע.
און יואלי צימעמאן סקריבלט שוין זיין סיין בערל בעל עגלה מאך נישט חוזק פון גדולי ישראל געוווואאאאללללדדד.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 9:16 pm

· #221937
איך אויך
האמיר שוין גערעדט אמאל אז די וועלט ווארט מיט שפאנונג צום ערשיינונג פונעם ס' סמייליס המבואר ,קען אפילו זיין אז מ.ס. שארפט זיך שוין די פענע מוחה צו זיין אויפן נייע פערצע.
און יואלי צימעמאן סקריבלט שוין זיין סיין בערל בעל עגלה מאך נישט חוזק פון גדולי ישראל געוווואאאאללללדדד.

סתם סקריבלען א סיין איז גארנישט. ער דארף מוחה זיין בראש כל חוצות צוזאמען מיט דעים אנדערן צודרייטן בריאה הערשל קלאר, און שרייען קולות. און אפגיסן א פאר נשים און מאדערנע ציונים, וועלכע גייען מיט קליינע קאפלעך מיט מים המאררים. און די עיקר. ס'זאל זיין אויף יו.טוב. ווייניגער פון דעים האט מען נישט יוצא געוועין מצות מחאה... 😕 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😈 😈 😢 😞 😉 😮

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 9:21 am

· #222035
ר' בערל, א נייער דערהער אין חובת מחאה..

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:49 pm

· #222359
איז דא א וועג צו דאונדעטן אן אפדעיט?

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 9:48 am

· #222402
ווענדט זיך וואו דו רעדסט. קאמפיוטער? אייפאון? ענדרויד?
אין ענדרויד איז מעגליך ביי געוויסע עפפס, נישט אלע. אייפאון בין איך נישט באקאנט.

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:10 am

· #222428
ענדרויד קראום

יעלה ויבא » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:19 pm

· #222449
In settings when you select the app there's a option uninstall updates but it will probably uninstall all the updates not only the latest one

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:44 pm

· #222464
שמעקעדיג
יארן לאנג האט זיך דער עולם געמוטשעט, די נייע פערקיולעיטאר'ס פלעגן אלץ געדעמעדזש ווערן נאכן טובל'ען, ביז עס איז איינגעפאלן פאר א אידישע קאפ עס צו מאכן "נגמר ע"י יהודי", און אראפ א דאגה פון קאפ, מען איז עס מער נישט מחוייב צו טובל'ען.

וואס איך וויל וויסן, פארוואס איז מען סטאק געווארן בלויז ביי פערקיולעיטארס? דער פראבלעם איז נוגע פאר אנדערע עלעקטראניקס פונקט אזוי. ווי צב"ש טויסטערס, סענדוויטש מעיקערס, קאווע מאשינען, קלענערע וואסער קאכערס,חלקים פון מיקסערס און בוש-מאשינען, צווישן אנדערע. קען מען דען נישט אויסארבעטן דעם זעלבן תיקון פאר אנדערע עלעקטראנישע כלים?

דו האסט שוין אריינגעברענגט א פאר מיליאן דאללער ביזנעס פאר "ארבייט'ס פארמיטלונג פאראיין". (אויב ס'עקזיסטירט נאך.) און פאר "דבר יום ביומו" און "לוח הציבור". אה. "וויקלי לינק", שאפפער'ס רוט, וכו' וכו'... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😛 😳 😉 😮

הרב_שלום » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:42 pm

· #222978
געט מיר אן איידיע וואס מקען קויפן ביי www.gap.com
איך האב א 50 דאלליגער קיופאן ביי <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.gap.com">www.gap.com</a><!-- w --> רוב זאכען וואס זיי פארקויפען דארף נישט מיין ווייב
אויב איר ווייסט פון עפעס א גוטע פראדוקט ביטע געט מיר די אייטעם נומער

דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:53 pm

· #222990
איך מיין אויב כ'על דיר געבן מיין ווייב נאמבער וועסטי סאך קליגער ווערן ווי פון אן אייטעם נאמבער. סאומהא האט זי אייביג וואס צו קויפן דארט

מילכיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:43 am

· #222997
וואס ס'מיינט "משטיינס".

I'm back » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:55 am

· #223032
וועלכע טאג און יאר איז די סאטמארער רבי זכותו יגון געניינו געבוירן?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:59 am

· #223033
י"ז טבת תרמ"ז.
Jan. 13 1887

מילכיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:03 pm

· #223105
איך מיין ער מיינט דעם ברך משה.

ישראל קאפקע » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:03 am

· #223371
"קיינע צוויי שנייעלעך זענען נישט אייניג,"
איז דאס ריכטיג, איז עס איבערגעצייגט געווארן, איז בכלל מעגליך צו איבערצייגן אזא זאך?

כוכב » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:20 pm

· #223384
ח'י טבת.

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:50 pm

· #223393
ישראל קאפקע
"קיינע צוויי שנייעלעך זענען נישט אייניג,"
איז דאס ריכטיג, איז עס איבערגעצייגט געווארן, איז בכלל מעגליך צו איבערצייגן אזא זאך?

די חשבון איז אז ס'איז דא אזוי סאך מיני קאמבינאציעס וויאזוי א שנייעלע קען זיך פארעמען, מער וויפיל אטאמען ס'דא אין די known universe (בערך 80^10), און די מספר פון שנייעלעך וואס פאלן יעדע יאר קומט נישט צו צו קיין סעפטאנדיסיליאנסטעל פון דעם (1 נאכגעפאלגט מיט 54 זעראוס) , און ממילא איז נישט מסתבר אז צוויי שנייעלעך זאלן זיין די זעלבע.

www.nbcnews.com/id/16759121/ns/technology_and_science-science/t/two-snowflakes-may-actually-be-alike/

כוכב » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:56 pm

· #223395
איז אמת אז קיין איין שנייעלע פלעקל קראכט נישט אריין אינעם צווייטן?

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:18 pm

· #223406
פון וואו נעמסטו דאס?

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:24 pm

· #223447
דאכט זיך ס׳איז א גמרא אז קיין איין רעגן טראפ רירט נישט צו קיין צוויטע.

אפטעמיסט » מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:45 pm

· #223497
ווער קען רעקאמענדירן שיינע רעסטאראנטן אין די מאנסי אומגעגענגט ארויסצוגיין מיט די ווייב?

----

(הא? וואוינסט אין מאנסי? האלטסט'ך אין איין דרש'נען אז דו וואוינסט אין ווילי?
חכם דו, ווען כ'וואוין ווען אין מאנסי וואלט'ך דאך געוויסט וואו מ'קען ארויסגיין עסן, אלא מאי מוז מען זאגן אז דא ליגט עפעס טיפער.
יעצט טייערער ניק, פרעג נישט קיין איבריגע שאלות, נאר טו א טובה און ענטפער מיין פראגע. טענק יו.)

outspoken » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 2:43 pm

· #223639
פארוואס אז ס'דא א א''ג גוי'אישע קאר סערוויס וואס ס'ווערט אנגעפירט דורך אידן זעט מען נאך די גוי'אישע גוי'אישע קאר סערוויס.

לעצטע וואך האב איך גערופען GO CAR צו גיין צו א שכן'ס חתונה, אונטען זעע איך א שכנה א מידל עידזשט ווי זי שרייט אין טעלעפון אויף ברוקלין קאר סערוויס אז זי ווארט שוין 25 מינוטן, מיין ווייב אפערט איר אז זי זאל קומען מיט אונז, אינמיטען וועג רופט זי זיך אן אז די דרייווער (א ספאניאנע) איז העפטליך און איידעל, און די קאר שטינקט נישט, פרעג איך איר פארוואס פארט איר נישט מיט GO CAR ווען זיי קומען שנעלער און זיי טרענירן זייער דרייווערס ווי אזוי זיך אויפצופירן ווען זיי נעמען אויף היימישע אידן, ענטפערט זי מיר, 'איך רעג מיר שוין 30 יאר אויף 'ברוקלין' אבער מיט זיי פאר איך', כ'האב געוואלט זאגן די דרייווער, פאר צוריק אהיים לייג איר אראפ אין די רעגן, זאל זי פארן מיט 'ברוקלין' (פארשטייט זיך אז דאס וואלט מיר געקאסט מיין שלום בית און די שארפע בליקן פון איר מאן די הרה''ח...)

ברסלבער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:20 pm

· #223660
איך נוץ אויך נאר ברוקלין, און די סיבה דערצו איז ווייל יעדע מאל איך דארף א קאר סערוויס קאל איך קודם אלע אידישע ק"ס און כמעט אייביג האט קיינער נישט עוועליבעל, און דאן מוז איז בעל כרחי נוצן ברוקלין.

קליגער אינגערמאן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:06 pm

· #223671
ברסלבער
איך נוץ אויך נאר ברוקלין, און די סיבה דערצו איז ווייל יעדע מאל איך דארף א קאר סערוויס קאל איך קודם אלע אידישע ק"ס און כמעט אייביג האט קיינער נישט עוועליבעל, און דאן מוז איז בעל כרחי נוצן ברוקלין.

ווייל זיי זאגן קיינמאל נישט אפ.. נישט קיין חילוק וויפיל קארס זיי האבן "נישט" אבעליבעל נאר.. זאל ער ווארטן דער יעניגער אבי נישט צו פארלירען א קוסטומער..

ערענסט גערעדט: די אידישע זענען רוב מאל זייער אמתדיג מיטן זאגן ווי לאנג ס'העט נעמען ביז ער וועט דארט זיין. און דער גוי העט אלץ זאגן ..שאר רייט אוועי.. און מ'ווארט נאך יעצט..

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:36 pm

· #224364
פארוואס האט גענומען אזוי לאנג צו כאפן אז...
עס זענען דא זאכן צו וועלכע די מענטשהייט קומט צו דורך עקספיריענס - טרייעל ענד עראר, דערנאך זענען דא זאכן וואס עס זעהט אויס אז זיי זענען פשוט פויל געווען צו טראכטן אז עס קען זיין אנדערש אויך.

עטליכע דוגמאות פון אן ענדלאזע (לאו דוקא) ליסטע:

די ערשטע שורה אין א קאר מוז נישט זיין אן אומבאלומפערטע באנק, עס קען אויך זיין צוויי פריוואטע זיצן מיט א פלאץ צו לייגן די הענט.

א טעלעפאון מוז נישט האבן א רעדל וועלכע מען דארף דרייען לעולם ועד, עס קען האבן קנעפלעך.

קארס מוזן נישט זיין קעסטל'דיג.

זייערע זיצן מוזן נישט זיין דין, הארט און פלאטשיג, זיי קענען אויך זיין דיק און באקוועם.

מען קען דרוקן די ד"ה אין רש"י מיט אותיות מרובעות.

אין רי"ף קען מען צושרייבן וואו עס קומט אויס בדפי הגמ'.

מען קען דרוקן טור און שו"ע אינעם זעלבן באנד.

וכו' וכו'.

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:17 pm

· #224376
אפטעמיסט
ווער קען רעקאמענדירן שיינע רעסטאראנטן אין די מאנסי אומגעגענגט ארויסצוגיין מיט די ווייב?

----

(הא? וואוינסט אין מאנסי? האלטסט'ך אין איין דרש'נען אז דו וואוינסט אין ווילי?
חכם דו, ווען כ'וואוין ווען אין מאנסי וואלט'ך דאך געוויסט וואו מ'קען ארויסגיין עסן, אלא מאי מוז מען זאגן אז דא ליגט עפעס טיפער.
יעצט טייערער ניק, פרעג נישט קיין איבריגע שאלות, נאר טו א טובה און ענטפער מיין פראגע. טענק יו.)

איך וואלט געזאגט אז "מאנדארין" איז די בעסטע כשר'ע רעסטוראנט אין יענער געגנט.  אויף 106 רוט 59, ממש נעבן מעין סטריט.

אויב זוכסטו א גוטע מילכיגע רעסטוראנט, קענסטו גיין צו Purple Pear, געפינט זיך אינעם זעלבן בנין.

א גוטער פלאץ קען זיין Yoffee Coffee, געפינט זיך אין עירמאנט, 414, רוט 59.
ס'איז לוקסעריעז און ראמאנטיש. גיבן פרייע ווייפיי אויך. זיי האבן אבער נישט א גרויסן אויסוואל פון קאנקריט אכילה, נאר ליבערשט טשיז קעיק, אייז קרעים, סמודיס און קאווע, פון אלע סארטן.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:58 pm

· #224429
ונבנתה העיר
עס זענען דא זאכן צו וועלכע די מענטשהייט קומט צו דורך עקספיריענס - טרייעל ענד עראר, דערנאך זענען דא זאכן וואס עס זעהט אויס אז זיי זענען פשוט פויל געווען צו טראכטן אז עס קען זיין אנדערש אויך.

עטליכע דוגמאות פון אן ענדלאזע (לאו דוקא) ליסטע:

די ערשטע שורה אין א קאר מוז נישט זיין אן אומבאלומפערטע באנק, עס קען אויך זיין צוויי פריוואטע זיצן מיט א פלאץ צו לייגן די הענט.

א טעלעפאון מוז נישט האבן א רעדל וועלכע מען דארף דרייען לעולם ועד, עס קען האבן קנעפלעך.

קארס מוזן נישט זיין קעסטל'דיג.

זייערע זיצן מוזן נישט זיין דין, הארט און פלאטשיג, זיי קענען אויך זיין דיק און באקוועם.

מען קען דרוקן די ד"ה אין רש"י מיט אותיות מרובעות.

אין רי"ף קען מען צושרייבן וואו עס קומט אויס בדפי הגמ'.

מען קען דרוקן טור און שו"ע אינעם זעלבן באנד.

וכו' וכו'.

אז רענצלעך קענען פארמאגן רעדער,

petergrifin » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:53 pm

· #224554
ונבנתה העיר
עס זענען דא זאכן צו וועלכע די מענטשהייט קומט צו דורך עקספיריענס - טרייעל ענד עראר, דערנאך זענען דא זאכן וואס עס זעהט אויס אז זיי זענען פשוט פויל געווען צו טראכטן אז עס קען זיין אנדערש אויך.

עטליכע דוגמאות פון אן ענדלאזע (לאו דוקא) ליסטע:

א טעלעפאון מוז נישט האבן א רעדל וועלכע מען דארף דרייען לעולם ועד, עס קען האבן קנעפלעך.

וכו' וכו'.

@ונבנתה העיר אסאך זאכן טוישן זיך מיט די יארן נישט נאר װײל מען װערט קליגער, נאר צוליב נײע טעכנעלאגיע למשל די ״טרענסיסטער״.
און װי דער לינק ברענגט צו װי די געדאנק איז שוין געװען אסאך פריער.

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Push-button_telephone">http://en.wikipedia.org/wiki/Push-button_telephone</a>

יואב » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:35 am

· #225005
יואב
אפטעמיסט
ווער קען רעקאמענדירן שיינע רעסטאראנטן אין די מאנסי אומגעגענגט ארויסצוגיין מיט די ווייב?

----

(הא? וואוינסט אין מאנסי? האלטסט'ך אין איין דרש'נען אז דו וואוינסט אין ווילי?
חכם דו, ווען כ'וואוין ווען אין מאנסי וואלט'ך דאך געוויסט וואו מ'קען ארויסגיין עסן, אלא מאי מוז מען זאגן אז דא ליגט עפעס טיפער.
יעצט טייערער ניק, פרעג נישט קיין איבריגע שאלות, נאר טו א טובה און ענטפער מיין פראגע. טענק יו.)

איך וואלט געזאגט אז "מאנדארין" איז די בעסטע כשר'ע רעסטוראנט אין יענער געגנט.  אויף 106 רוט 59, ממש נעבן מעין סטריט.

אויב זוכסטו א גוטע מילכיגע רעסטוראנט, קענסטו גיין צו Purple Pear, געפינט זיך אינעם זעלבן בנין.

א גוטער פלאץ קען זיין Yoffee Coffee, געפינט זיך אין עירמאנט, 414, רוט 59.
ס'איז לוקסעריעז און ראמאנטיש. גיבן פרייע ווייפיי אויך. זיי האבן אבער נישט א גרויסן אויסוואל פון קאנקריט אכילה, נאר ליבערשט טשיז קעיק, אייז קרעים, סמודיס און קאווע, פון אלע סארטן.

נו אפטע, וואו ביסטו געגאנגן צום סוף?

אפטעמיסט » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 11:00 am

· #225017
למעשה נישט געוועהן אין מאנסי, בין איך געגאנגען לאקאל. א דאנק פאר די אלע מגיבים דא און אין אישי. דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן.
אגב, אז מ'רעדט שוין, האלט איך ס'וואלט געוועהן א פלאן מ'זאל כשר'ן Peter Luger אויף בראדוועי. ווען כ'פאר דארט דורך קלער איך פון זיך טויפן (על מנת להחזיר). וואס גייט זיי אן צו קריגן א הכשר? אנטיסעמיטן.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:41 pm

· #225207
איך וויל וויסן: ווען קויפט מען א לייכטער?
ארום מיין צוויי גרויסע לייכטערס ליגן די קליינע טרעוועל לעכטעלעך.. איך קלער ס'איז צייט צו קויפן א לייכטער ווי אלע לעכט גייען אריין, אבער רבונו-של-עולם, ווי האלט איך אויף דער וועלט? וואס טו איך אויב ס'קומט צו נאך איינער אין די משפחה? עודך! נאך א טרעוועל לעכט?
וואס טוהן קלוגע מענטשען?

אפטעמיסט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:45 pm

· #225208
געוויסע געשעפטן פארקויפן פעקעדזש דיעלס, לייכטערס מיט בוירט קאנטראל.

אויסגערוט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:00 pm

· #225311
פארוואס מיך האט היינט גענומען א האלבע שעה צו פארן צען גאסן אין בארא פארק ווען יעדע צווייטער גאס איז פארשטעלט, דער מיט צוויי פיקאפ טראקס מיט מער לייטס ווי דער וואשינגטון בריק, און דער צווייטער מיט סתם שומריםס (אדער אפשר גאר שמירה), און דער אנדערע נישט מער און נישט ווייניגער אפאר קליינע קינדער אויף בייקס!! ביי דאס רוב פון זיי איז טאקע געווען פרויען און קינדער לרחצה, ביי די מענער איז קוים געווען מנין. איז דיס פעיר???

סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:59 pm

· #225330
קאווע טרינקער
איך וויל וויסן: ווען קויפט מען א לייכטער?
ארום מיין צוויי גרויסע לייכטערס ליגן די קליינע טרעוועל לעכטעלעך.. איך קלער ס'איז צייט צו קויפן א לייכטער ווי אלע לעכט גייען אריין, אבער רבונו-של-עולם, ווי האלט איך אויף דער וועלט? וואס טו איך אויב ס'קומט צו נאך איינער אין די משפחה? עודך! נאך א טרעוועל לעכט?
וואס טוהן קלוגע מענטשען?

די זילבער סטאר טוישט דיך די לייכטער פאר גרעסערע פאר אפאר דאלער.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:03 pm

· #225332
טאקע?! חידוש.
ייש"כ.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:05 pm

· #225333
אז דו ווייסט שוין יא אלעס, זאג נאר, וויאזוי רייניגט מען א בלעך וואס האט זיך אויסגעגאסן אויף דעם זופ, און די פלעקן זענען אריינגעברענט?

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:16 pm

· #225335
EZ off אדער WD-40.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:18 pm

· #225337
רויטע וואנצעס
EZ off אדער WD-40.

כ'וועל פראבירן.
שכועחך

משה פיטות » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:37 pm

· #225347
Try st.Moritz it works amazing but don't let it set too long

דריידל » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:07 pm

· #225361
וויפול אקטיווע ניקס געפינען זיך און קאווע שטיבל. אן אקטיווע ניק מיין איך איינער וואס איז מגיב לכה"פ אין מאל א וואך. מיין ווילדע געס איז 100.

איז דא איינער וואס האט עפעס קראנט?

מאטי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:14 pm

· #225364
איז א תשובה צו דיין שאלה נכלל אין די איינמאל א וואך?

אפטעמיסט » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:21 pm

· #225366
יא. אבער א תגובה לטובת מדינת ישראל נישט.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:21 am

· #225385
אפטעמיסט
יא. אבער א תגובה לטובת מדינת ישראל נישט.

ביסט גערעכט , איך האלט טאקע מ'דארף מאכן א "צימעס ישראל" אפטיילונג.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:22 pm

· #225454
קאווע טרינקער
איך וויל וויסן: ווען קויפט מען א לייכטער?
ארום מיין צוויי גרויסע לייכטערס ליגן די קליינע טרעוועל לעכטעלעך.. איך קלער ס'איז צייט צו קויפן א לייכטער ווי אלע לעכט גייען אריין, אבער רבונו-של-עולם, ווי האלט איך אויף דער וועלט? וואס טו איך אויב ס'קומט צו נאך איינער אין די משפחה? עודך! נאך א טרעוועל לעכט?
וואס טוהן קלוגע מענטשען?

ביים קויפן אן אכטער לייכטער כאפן רוב מענטשען דעם רמז און מ'מאכט צו די פעקטערי, ווייל ס'נעקסטע קינד וועט שוין נישט האבן קיין פלאץ.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:29 pm

· #225456
א לעצטיגע אינוועסגעישען, דורך די בעסערע ביזנעס ביורא, האט געוויזן אז די זילבער אינדוסטרי האט קאנספורסירט מיט די נאצינאלע OB דאקטורים אסאסיעישן צו פרוצעדירן זילבער לייכטער מיט מערערע לעמפלעך. די סיבה אנגעגעבן איז צוליב די שטארק פאלענדע געבורט סאטיסטיקס אין די לעצטע יארן.

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:12 pm

· #226205
היינט אין בהמ"ד זעה איך א בחור זיצן ביי א טישל און איז מכריז 'פאר בלויז צעהן דאלער קענט איהר זיין דער גליקליכער געווינער'.

איך בין נייגעריג, רעדט ער אלעמאהל אזוי? 'כ'האב זיך געקויפט א בעקיטשע פאר בלויז הונדערט דאלער'? אדער איז דאס א צופיהל-הערן-קול-מבשר סימפטאם.

היינטיגע פארשוינען...

(מוז מען זיין געבויעט צו הייסן 'פארשוין', אדער קען מען אויך זיין דאר און נידריג - בתנאי אז מען דרייעט זיך מיט אן ערלה, פארשטייט זיך.)