☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!

חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!

143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10556
בלאט: 1 2 3

נולד מאוחר » מאנטאג מאי 30, 2016 1:15 am

· #335163
חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!
קען מיר איינער מסביר וואס דא גייט פאר.
www.vosizneias.com/239951/2016/05/29/cincinnati-killing-of-gorilla-to-save-boy-at-ohio-zoo-sparks-outrage/
כהאב שוין געהערט פון כל מיני מאראלישע דילעמעס, טראלי פראבלעם , וועמנס לעבן איז וויכטיגער א אינגע מענטש אדער אן אלטע, א מאן אדער א פרוי, א איד אדער א גוי וכו'
אבער צי האלטן אז ליבערשט לאזן א מענטש שטארבן ווי איידער הרגנן א גרילע דאס גייט מיר נישט אין קאפ.
איך פארשטיי אז די גרילעס האלטן אזוי, אבער מיר מענטשען זאלן האלטן אזוי דאס איז מיר שווער צי באגרייפן.
אויב גאנץ מענשטהייט עקזיסטענץ איז אין א סכנה, און די איינציגסטע וועג צי ראטווען איז דורך הרגנן 10 מיליון גרילעס, וואלטן דו מענשטן דאס נישט געטאן?

זבולון » מאנטאג מאי 30, 2016 3:07 am

· #335174
ווען אן איידיע ווערט אריינגעדרינגען אין מוח פונעם נארישן המון, און די איידיע ווערט א אידאלאגיע לשמה, און מ'פארגעסט די מטרה דערפון, און די גרעניצן דערביי. באקומט עס א רעליגיעזע פארם, און מ'גייט פארדעם און פייער און וואסער, אן קיין חשבון.

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 7:53 am

· #335185
ס׳קוקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די ארטיקל בכלל. אנטשולדיגט אבער פאר מיר איז עס זייער פארשטענדליך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 30, 2016 8:10 am

· #335186
וואס איז פארשטענדליך? דער אויפברויז אויף די עלטערען? אוודאי! אבער נישט נאר פאר'ן ריזיקירען דער לעבען פון די גאריללא, נאר בעיקר פאר'ן ריזיקירען דער לעבען פון זייער קינד.
איז וואס איז פארשטענדליך? דער אויפברויז אויפ'ן זו בא'אמטע פאר'ן הרג'נען דער אפפע? וואס דען האבען זיי געדארפט צו טוהן? דער קינד'ס לעבען איז ווערט מער וויבאלד ער איז דאך נאר א קינד און דער גאריללא איז אן ערוואקסענע

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג מאי 30, 2016 8:14 am

· #335187
שבת אחים
ס׳קוקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די ארטיקל בכלל. אנטשולדיגט אבער פאר מיר איז עס זייער פארשטענדליך.

וועלכע חלק איז פארשטענדליך?
די האלטס אויך אז איינמאל דאס קינד איז שוין אריינגעפאלן און ליגט אין די לאפעס פון דאס 500 פונטיגער גורילה וואלט מען נישט געדארפט שיסן דאס בעל חי? האלטס מען וואלט געקענט נעמען א טשאנס מיט טרנקעלייזן ?
אוודאי איז די מאמע מיט די טאטע שולדיג פארן נישט גענוג היטן דאס קינד, אבער איך רעד לאחר המעשה דאס קינד איז שוין אין זיינע הענט ווער דארף מען ענדערשט לאזן לעבן ?

בן אדם » מאנטאג מאי 30, 2016 8:59 am

· #335191
איך פארשטיי נישט וויאזוי א מענטשליכע הארץ צוגייט נישט נאכן זען אזעלכע קליפ'ס ווי דאס קינד איז פארכאפט ציווישן גערילע פיס, און גלייך נאכדעם האט מען נאך טענות פארוואס מ'האט געהארגעט די גערילע.

שבת אחים, זאג בוסט א מענטש, אדער א מאנקי? זאג שנעל אויס דער אמת!!

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 9:28 am

· #335194
איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 9:30 am

· #335196
טרענקעלייזן נעמט אפאר מינוט ביז עס הייבט אן ארבעטן און אינצווישן ווערט עס דיסאריענטעט און וואלט געקענט הארגענען דאס קינד. איך האלט אז די זו איז שולדיג פארן נישט גענצליך אפשליסן פון קענען אפילו פאר א קליין קינד אנקומען אינסייד

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 9:31 am

· #335198
שאולדיספריםפאקער
שבת אחים
ס׳קוקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די ארטיקל בכלל. אנטשולדיגט אבער פאר מיר איז עס זייער פארשטענדליך.

וועלכע חלק איז פארשטענדליך?
די האלטס אויך אז איינמאל דאס קינד איז שוין אריינגעפאלן און ליגט אין די לאפעס פון דאס 500 פונטיגער גורילה וואלט מען נישט געדארפט שיסן דאס בעל חי? האלטס מען וואלט געקענט נעמען א טשאנס מיט טרנקעלייזן ?
אוודאי איז די מאמע מיט די טאטע שולדיג פארן נישט גענוג היטן דאס קינד, אבער איך רעד לאחר המעשה דאס קינד איז שוין אין זיינע הענט ווער דארף מען ענדערשט לאזן לעבן ?

אוואדי דארף מען ראטעווען די קינד. מ׳דארף אויך מאכן אז זו׳ס זאלן זיין איליגעל, חיות באלאנגן נישט צוזיין צוגעשפארט, מ׳טאר נישט גיין צו קיין זו׳ס און אז מגייט יא אריין אין לייבן גרוב רעדס אייך נישט אפ נאכדעם.

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 9:31 am

· #335199
שבת אחים
איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער.

אויב בערני סענדערס וואלט דארט אריינגעפאלן וואלסטו געזאגט די זעלבע?

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 9:33 am

· #335200
וואסערע נאנסענס! בערני גייט לכאורה נישט אין די פלעצער, די לינקע זענען זייער קעגן איינשפארן בעלי חי.

בן אדם » מאנטאג מאי 30, 2016 9:37 am

· #335203
סאו אין אנדערע ווערטער, מ'וואלט געדארפט לאזן דאס קינד געהארגעט ווערן אלס א פאנישמענט פאר'ן מאכן א זו.

חברהמאן » מאנטאג מאי 30, 2016 9:42 am

· #335204
ווען די גערילע וואלט געווען ווייס וואלט מען נישט געמאכט אן עסק 😛

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 9:43 am

· #335206
בן אדם
סאו אין אנדערע ווערטער, מ'וואלט געדארפט לאזן דאס קינד געהארגעט ווערן אלס א פאנישמענט פאר'ן מאכן א זו.


ניין, נישט דעס זאגן זיי, ליין איבער וואס זיי שרייבן, מדארף מאכן זיכער אז ס׳זאל נאכאמאל נישט פאסירן, און אפשר טוישן די סעיפטי רעגולאציעס, דאס אלעס!

פרייוויליג » מאנטאג מאי 30, 2016 9:52 am

· #335209
שבת אחים
איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

עד כדי כך? וואס נאך זאל מען מאכן איליגעל? צו הרג'נען א האן? צו הרג'נען א אקס? צו הרג'נען מייזן? איך האלט אז שבת אחים'ס הויז איז אינפעסטעט מיט מייזן, א מין חוצפה נוראה צו הרג'נען מייזן, זיי זענען גלייכע בירגער!!

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 10:02 am

· #335215
פרייוויליג ביי חיות איז אויך דא וואס זענען חשובר'ע און ווייניגער קיינער וועט נישט זאגן אז א גערילא איז פונקט ווי א מייז אדער א אקס. א גערילע איז א מער ווערדפולע קלוגע באשעפעניש און סאיז אויף די endangered species ליסט. ס'איז נאך אלץ א טראגעדיע אז מען האט עס געדארפט אוועקלייגן

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 10:18 am

· #335220
פרייוויליג
שבת אחים
איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

עד כדי כך? וואס נאך זאל מען מאכן איליגעל? צו הרג'נען א האן? צו הרג'נען א אקס? צו הרג'נען מייזן? איך האלט אז שבת אחים'ס הויז איז אינפעסטעט מיט מייזן, א מין חוצפה נוראה צו הרג'נען מייזן, זיי זענען גלייכע בירגער!!


כהאב נישט קיין מייז אין מיין הויז, זעהט זיך אויס זיי קומען נישט קיין סטעטן איילענד. איך בין מסכים מזאל מאכן איליגיעל צו הארגענען א האן און א אקס, אויב ס׳וואלט געוועהן וואלן צי ס׳זאל זיין איליגעיל וואלט איך זיכער געוועלט פארדעם.

געוואלדיג » מאנטאג מאי 30, 2016 10:18 am

· #335221
@ליפא ביי מענטשן איז אויך ווער עס איז קלוגער חשוב'ער, און ראוי צו ווערן געראטעוועט פאר אנדערע?

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 30, 2016 10:19 am

· #335223
יא יא, אימיגראנטען זאל מען נישט ארייננעמען ווייל אונז האבן נישט פלאץ, אבער פאר דריי דאגיס און זיבן קעץ אין די הויז האבן מיר שוין איינמאל ארט. דאס געשעט ווען מ'האט זיך ליב איבער די מאס. נישט דעם חיה'לע ווי מאנכע מיינען.

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 10:20 am

· #335224
געוואלדיג
@ליפא ביי מענטשן איז אויך ווער עס איז קלוגער חשוב'ער, און ראוי צו ווערן געראטעוועט פאר אנדערע?

ניין.

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 30, 2016 10:22 am

· #335225
ליפא
טרענקעלייזן נעמט אפאר מינוט ביז עס הייבט אן ארבעטן און אינצווישן ווערט עס דיסאריענטעט און וואלט געקענט הארגענען דאס קינד. איך האלט אז די זו איז שולדיג פארן נישט גענצליך אפשליסן פון קענען אפילו פאר א קליין קינד אנקומען אינסייד


פארוואס האט מען נישט טרענקלייזד ערשט, און אויב ווערט ער דיסאריענטעט שיסט מען תיכף?

פרייוויליג » מאנטאג מאי 30, 2016 10:28 am

· #335226
אויב שפירט ער זיך באדראעט פון א טרענקעלייזער קען ער הרג'נען די קינד אין אן אויגן בליק בעפאר מען שיסט אים.

פרייוויליג » מאנטאג מאי 30, 2016 10:33 am

· #335228
ליפא
פרייוויליג ביי חיות איז אויך דא וואס זענען חשובר'ע און ווייניגער קיינער וועט נישט זאגן אז א גערילא איז פונקט ווי א מייז אדער א אקס. א גערילע איז א מער ווערדפולע קלוגע באשעפעניש און סאיז אויף די endangered species ליסט. ס'איז נאך אלץ א טראגעדיע אז מען האט עס געדארפט אוועקלייגן

געוויס פארשטיי איך די חילוק פון א לייב און א מייז, אבער ווען עס קומט צו ראטעווען א מענטש פון א חי' טורפות גיבסט נישט די מושג פון טראגעדיע. עס וואלט געווען א טראגעדיגע אויב די קינד וואלט אומגעקומען.

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג מאי 30, 2016 10:36 am

· #335231
שבת אחים
איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

די ביסט אפשר א vegan אויך? די עסט נישט קיין פלייש אדער אייער ?
די גייסט מיט לעדערנע שיך ?
מיט וואספארא קליידער גייסטו אנגעטהין ?
קום נאר אהער לאמיר טאקע זעהן צו די האלטס די חיות פונקט ווי מענטשען אדער די רעדסט נאר אזוי

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 30, 2016 10:42 am

· #335232
די שמועס דא צו דער בעל חיה קומט ערשט צו די מענטש איז א שיינע שמועס, אבער מיט ריאלעטי פון ווי אזוי די וועלט ארבייט האט עס גארנישט. יעדער מענטש וואלט געהארגעט א בעל חיה וואס באדראעט זיין לעבן. דא איז געווען א קינד (טאקע מיט עלטערן וואס קומט זיך פעטש) וואס איז אנגעקומען אין די לאפעס פון א בעל חיה, וואס עסט טאקע נאר סאלאט, נישט קיין פלייש, אבער איז זייער אגרעסיוו ווי געזעהן אויפן ווידיאו. דער קינד זייענדיג א קינד האט געדארפט מ'זאל אים העלפן, וואס גרויסע וואלטן געטוהן אין אן אויגנבליק אויב זיי זענען אין זיין מצב.

בנוגע בעל חיה רעכטן, דאס איז א צווייטע שמועס פון וויי טוען בעלי חיים, אן דעם וואס זיי זענען א סכנה פאר די מענשהייט.

די טענה אז מ'טאר נישט איינשפארן בעל חיים האט גארנישט אהער. די שאלה איז דא אויב די קינד איז אין א סכנה פאר וועלכע סיבה, וואס טוט מען. און די תשובה איז ווייטאג'לעך: הארגע דעם גרילא, על אף וואס ער איז א באדראטע ספיסיס. איך ביך זעכער אז א גרילא שופט וואלט אנדערש געהאלטן, אבער ליידער האט ער נישט קיין דעה ווען ס'קומט צו אונזערע קינדער.

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 10:43 am

· #335233
פרייוויליג
ליפא
פרייוויליג ביי חיות איז אויך דא וואס זענען חשובר'ע און ווייניגער קיינער וועט נישט זאגן אז א גערילא איז פונקט ווי א מייז אדער א אקס. א גערילע איז א מער ווערדפולע קלוגע באשעפעניש און סאיז אויף די endangered species ליסט. ס'איז נאך אלץ א טראגעדיע אז מען האט עס געדארפט אוועקלייגן

געוויס פארשטיי איך די חילוק פון א לייב און א מייז, אבער ווען עס קומט צו ראטעווען א מענטש פון א חי' טורפות גיבסט נישט די מושג פון טראגעדיע. עס וואלט געווען א טראגעדיגע אויב די קינד וואלט אומגעקומען.

Agree. דאס מיינט אבער נישט אז דאס אז מ'האט געדארפט (און מען האט געדארפט!) אומברענגען דעם גענצליך אומשולדיגן גערילע אז ס'נישט א טראגעדיע פאר זיך, טאקע סך א קלענערע טראגעדיע ווי אויב דאס קינד וואלט געשטארבן.
דער גערילע איז אגב נישט א חיה טורפות זיי עסן נאר פלענטס פרוכט געוויקסן.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 30, 2016 10:50 am

· #335235
איך בין אבער אויך מסכים מיט וואס די אקטיוויסטן אויף די פעיסבוק גרופע טענה'ן. אויב דו גייסט הרג'ענען די חיות ווען אזא מעשה געשעהט, דאס מיינט אז דו קענסטיך נישט באווארענען דערקעגן, איז האלט נישט אויף קיין זו. איי, די חיות לעבן לענגער אין קעפטיוועטי? דאס זאגן דאך אונזערע מנהיגים אויף אונז אויכעט..

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 30, 2016 10:54 am

· #335236
או כלך לדרך זה. א גאריללע איז א מענטש לכל דבר, אלע רעכטען און אלע פליכטען פון א מענטש האט ער.
ווען מ'זעט א מענטש וועט באלד הרג'נען א צווייטען, הרגעט מען איהם ערשט. מיט וואס זאל דער גאריללע זיין בעסער?

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 30, 2016 10:56 am

· #335237
די לאגיק איז ריכטיג אויב די גארילא וואלט געהאט א ביקס. ווייל סתם א שלעגער גייט מען נאכנישט שיסן. יעצט דארף מען דן זיין אויב א 400 פונטיגע גארילא איז ווי א מאשין גאן, ואין לדבר סוף ווייל באלד וועסטו זאגן אז א 400 פונטיגע מענטש וואס שלאגט זיך מיט א צווייטן דארף מען הארגענען.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 30, 2016 10:58 am

· #335238
מיך האט אויסגעקוקט ווי דער גערילא האט דאס קינד געפרובט אראפציען די הויזן. ממשמע דלדבר עבירה נתכוין?

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 11:00 am

· #335239
טאמבל סאס
איך בין אבער אויך מסכים מיט וואס די אקטיוויסטן אויף די פעיסבוק גרופע טענה'ן. אויב דו גייסט הרגענען די חיות ווען אזא מעשה געשעהט, דאס מיינט אז דו קענסטיך נישט באווארענען דערקעגן, איז האלט נישט אויף קיין זו. איי, די חיות לעבן לענגער אין קעפטיוועטי? דאס זאגן דאך אונזערע מנהיגים אויף אונז אויכעט.


די חיות לעבן מעהר אין קעפטיוויטי??? פונקט פארקערט מיין פריינד, א עלעפאנט לעבט 11 יאהר אין זו און 60 יאהר אין די וויילעד,והוא הדין מיט לייבן, לעמפערטס, וכו'

די זוס רעדן איין די מענטשען אז זיי לעבן לענגער אין קעפטיוויטי, אבער סיינעטיסטן און חיות עקספערטס זאגן קלאר אז ס'איז פונקט קאפיוער.

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 11:05 am

· #335240
רויטע וואנצעס


די טענה אז מ'טאר נישט איינשפארן בעל חיים האט גארנישט אהער.


פארוואס נישט? די מעשה איז געשעהן אין וואלד אדער א פלאץ ווי משפארט איין בעלי חי וואס איז קעגן זייערע רעכטן???

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 11:10 am

· #335242
שאולדיספריםפאקער
שבת אחים
איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

די ביסט אפשר א vegan אויך? די עסט נישט קיין פלייש אדער אייער ?
די גייסט מיט לעדערנע שיך ?
מיט וואספארא קליידער גייסטו אנגעטהין ?
קום נאר אהער לאמיר טאקע זעהן צו די האלטס די חיות פונקט ווי מענטשען אדער די רעדסט נאר אזוי


איך בין א וועטשעטערין, איך פראביר מיין בעסט, סאיז נישט אזור גרינג ווען מוואקסט אויף מיט גאנץ א אנדערע דיעטע, איך פאל דורך דא און דארט. אונז בודהיסיטן פירן זיך נישט צו עסען בעל חי׳.

טאמער עס איך יא איז עס free range.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 30, 2016 11:12 am

· #335243
ס'איז שוין דורות אז ס'איז דא זו'ס אין דער וועלט. מיר האבען שוין אן אלטען מסורה דערויף! זאל נישט קומען עפעס א מארמעראשער א.ט.ד. און איינטיילען א נייעם וועלט! זאג! וואס פארא וועלט מאכסט דו?!

#סארקאזם

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 11:14 am

· #335244
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז שוין דורות אז ס'איז דא זו'ס אין דער וועלט. מיר האבען שוין אן אלטען מסורה דערויף! זאל נישט קומען עפעס א מארמעראשער א.ט.ד. און איינטיילען א נייעם וועלט! זאג! וואס פארא וועלט מאכסט דו?!

#סארקאזם


דורות לאנג האבן פרויען נישט געהאט קיין גלייכע רעכטן און סלעיווערי איז געוועהן א נארמאלע ערשיינונג אע״כ איז וואס?

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 11:15 am

· #335245
Within Africa, the West African lion population is particularly endangered. In the wild, males seldom live longer than 10 to 14 years, as injuries sustained from continual fighting with rival males greatly reduce their longevity. In captivity they can live more than 20 years


שבת דו שרייבסט סתם שקר פון בויך ארויס... דער לייב לעבט לענגער אין זו!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 30, 2016 11:16 am

· #335246
דאס פרעגט רש"י אין יענער וואכעדיגע סדרה

א"ת אם כן במה אשתמש. בעבדי איני מושל. בז' אומות איני נוחל. שהרי הזהרתני (דברים כ) לא תחיה כל נשמה אלא מי ישמשני:
מאת הגוים - הם יהיו לך לעבדים:


#ליפא האקט

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 11:19 am

· #335248
Gorillas live about 50 years in captivity; their life span in the wild is only about 35 years (like most animals, they live much longer in captivity). Gorillas are primarily terrestrial (although they lived in trees back in their evolutionary past

גארילעס לעבן לענגער אין זו

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 30, 2016 11:21 am

· #335249
נו, שבת און ליפא דיסאגריען אויף א פאקט. דארף מען דרויסענדיגע דאטא.

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 11:23 am

· #335251
The oldest wild inland grizzly was 34 years old in Alaska; the oldest coastal bear was 39. Captive grizzlies have lived as long as 44 years,

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 11:24 am

· #335252
Only 25 to 50% of giraffe calves reach adulthood; the life expectancy is between 20 and 25 years in the wild and 28 years in captivity

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 11:25 am

· #335253
Wolves in the wild have an average life span of six to eight years, but wolves have been known to live up to 13 years in the wild and 16 years in captivity. The natural causes of wolf mortality are primarily starvation, which kills mostly pups, and death from other wolves because of territory fights

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am

· #335256
כ'האף אז דו זאגסט עס נאר ארויסצוברענגען ווי ווייט אזא approach קען פירן. גלייבסט נישט אמת'דיג דערין.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 30, 2016 11:41 am

· #335258
ליפא
The oldest wild inland grizzly was 34 years old in Alaska; the oldest coastal bear was 39. Captive grizzlies have lived as long as 44 years,

דאס איז נישט עקסטערנל דאטא. דאס איז נאך עמיצער שרייבט אויף די אינטערנעט. וואס זענען די מקורות צו די עצם שטודיעס באזירט אויף אבזערוואציע אין די נאטורליכע וועלט? איך האב נאכגעזאגט מתוך זכרוני און ס'האט געמאכט סענס. יעצט אז למען אחי זאגט פארקערט ווייס איך שוין נישט.

ליפא » מאנטאג מאי 30, 2016 11:44 am

· #335260
נישט נאר עמיצער שרייבט עס. ס'איז אויף יעדע וועבסייט וואס רעדט דערפון, גיי קוק

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 12:01 pm

· #335263
ליפא שרייב א מקור, סתם געהאקט אין קאפ אריין. קאפי און פעיסט פון ווי????

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 30, 2016 12:02 pm

· #335264
וואו איז דיין מקור?

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 12:07 pm

· #335265
דא האסטו גאנץ א גיטע מקור, אזויווי איך האב געזאגט פריער, עלעפאנטן אין זו לעבן 16 יאהר און אין די וויילד כמעט 60 יאהר

<a class="postlink" href="http://abcnews.go.com/Technology/story?id=6449110&page=1">http://abcnews.go.com/Technology/story? ... 110&page=1</a>

ווילסט נאך מקורות ???

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 12:13 pm

· #335266
[ציטאט אראפגענומען]

ריעלי? דאס איז די גאנצע פראבלעם??? אז מ׳האט עביוזט פרויען??? און וועמען פונקטליך גייט עס אן אז מ'עביוזט די פרויען פון ווייבער שול?? זיי זענען דאך שולדיג אין אלע צרות ליידער ווייל זיי גייען נישט מיט קיין דיקע שטרימפ? נישט אזוי?

כ'שטעל מיך פאר אז דו ביסט מסתם א טראמפ שטיצער אויך??? ער האלט אויך אז פרויען און שווארצע דארפן זיין קנעכט.

שבת אחים » מאנטאג מאי 30, 2016 12:21 pm

· #335270
[ציטאט אראפגענומען]


אבער פרויען און קנעכט האלטן נישט אזוי, זיי ווילן זיין פריי און האבן גלייכע רעכטן פונקט ווי יעדעם איינעם, איז ווער גיט דיר א רעכט צו בעלבאטעוון אויף זיי ווייל די מענער זענען שטערקער פון זיי? סאיז בעיסיקלי די זעלבע ארגעמונט אז א מלמד אין חדר אדער א עלטערע ברודער האט א רעכט אנצופראסקענען א קינד ווייל ער איז שטערקער פון אים.
בלאט: 1 2 3