☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?

א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10281

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:30 pm

· #325394
א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
הגר"א מילער זצ"ל איז לכאורה געווען איינע פון די לעצטע תורה סקאלערס וואס די וועלט האט לעצטענס געזען. איינע פון די טאלאנטן פון הרב מילער איז געווען די באוויסטע Q&A סעריעס - די חידוש איז געווען וויאזוי ער האט ספאנטאן געהאט א טיפע ענטפער אנע זיך דארפן צוגרייטן פון פריער. זיינע ענטפערס זענען ארויפגעפאלן אויפן קשיא ווי א הענטשוך אויף א האנט. שנעל, רוב מאל קורץ, און זייער טיף. אסאך פון זיינע ענטפערס און מחשבות פארדינען לאנגע באזונדערע אשכולות, אזוי ווי מיר זעען טאקע, פעלן טאקע נישט קיין אשכולות איבער דעם תורה ריז.

איך האב מיך אנגעקלאפט אין איינע פון זיינע ענטפערס, און איך האלט אז דאס דארף א דרינגליכער אפשאצונג.


קשיא: פארוואס דארף זיין די איבערגעגעבנקייט פאר "דער באשעפער און די תורה" מער איבער אלע אנדערע צילן?

ענטפער: איך וועל עפעס פרעגן יעדעם איינעם פון דא אליבא דנפשיה, יעדער לויט זיין אייגענע ווערטער. עס איז דא א מענטש וואס איז איבערגעגעבן צו בלומען, ער האט ליב בלומען, אדער ער האט ליב פויגל. דאס איז זיין גאנצע לעבן. סא אונז גיימיר אים פרעגן: קוק, דו גייסט נישט לעבן מער פון 120 יאר, סא וואס גייסטו פארדינען פון די בלומען צום סוף פון דיין לעבן? זיי גייען דיך באערדיגען צווישן בלומען? די פויגל וועלן קומען זינגען העכער דיין קבר? דו וועסט וויסן בכלל וואס טוט זיך? וואס גייסטו פארדינען פון א לעבן וואס איז געווען מאטיווירט פאר בלומען? אדער א לעבן מאטיווירט פאר מוזיק? אדער א לעבן מאטיווירט פאר עבודה זרה? אדער א לעבן איבערגעגעבן לאמיר זאגן ארום צו פארן שטודירן? א לעבן איבערגעגעבן פאר סייענס? וואס גייסטו ארויסנעמען פון זיי? זענען זיי דיר מבטיח אין דיין סייענס טעקס בוך, אז ווען דו גייסט שטארבן גייסטו גראדאירן צו א יוניווערסעטי וואו דו גייסט דארט לערנען פאר די קומענדע מיליאן יאר? קיינער איז דיר גארנישט מבטיח דארט. אלעס וואס זיי זענען דיר מבטיח איז A Hole in the ground A hole in the ground!

וואס זענען מיר מבטיח? אונז זענען אים מבטיח עפעס אנדערש. לאמיר זאגן דו ווייסט נישט די אמת, אבער איז עס דען נישט ווערט צו געמבלען אויף דעם? נאך אלעם, וואס וועסטו פארדינען? א A hole in the ground סא דו מוזט אויסוועלן, אדער וועל דיר אויס א A hole in the ground אדער וועל דיר אויס א אינערליכן לעבן.

לאמיר זאגן דו ווילסט א אינערליכן לעבן, איז אבער א A hole in the ground זיכער נישט א אינערליכן לעבן. דאס איז א ודאי, און דאס איז א ספק. סא דו מעגסט נעמען א טשענס, דו גייסט גארנישט פארלירן, עס איז אזוי פשוט ווי עס איז. אבער גארנישט וועסטו פארדינען ווען די צייט וועט קומען, יעדער איינער דארף זאגן Goodbye פאר די וועלט. יעצט, איז עס וויכטיג צו וויסן וויאזוי דו לעבסט אין די וועלט? איז עס וויכטיג ווי סאך פאן דו האסט געהאט אין די וועלט? יא עס קומט צו אן ענדע, מענטשן ווערן אלט, אויסגעוועטשט, און קראנק. אלעס ווערט גרוי און זויער, ביז עס ווערט אש פון זיי. סא עס איז אלעס גארנישט, אלעס איז גארנישט. זכרונות און גארנישט. דו נעמסט נישט מיט קיין זכרונות מיט דיר. סא די שאלה איז, וואס גייט געשען מיט דיר נאך דיין קבר? סא אלע איסלאמישע זאגן דיר אז נאך דיין קבר וועסטו זיין אזוי טויט ווי א נאגל פון א טיר. אבער אונז זאגן אז נאך דיין קבר וועסטו נישט זיין אזוי טויט ווי נאגל פון א טיר. עס איז דא א מאסיווער ברענעדיגן גיהנם וואס ווארט אויף דיר פארן פאברענגן דיינע יארן. אה, זיכער, עס איז דא א משפט. פארוואס האסטו נישט אויסגענוצט דיין לעבן עפעס צו מאכן פון דיר? פארוואס האסטו נישט הנאה געהאט פון דיין אייגענע אמונה? פארוואס האסטו נישט פראבירט צו זען די אמת אין די וועלט, וואו דו קענסט זען די הענט פונעם אייבירשטען. און עס איז אוממעגליך פאר א מענטש צו נוצן זיינע אויגן און עס פארבלענדן און לייקענען אז עס איז דא קלוגשאפט אין די וועלט. דו האסט זיך אויסגעדרייט דיין ריקן אויף זאכן וואס איז געווען עוועילעבל, און דו האסט אויסגעוועלט שטותים, ליידיגע זאכן. סא דו דארפסט וויסן, נישט נאר איז דיין קבר דיין ענדע, נאר די קבר איז די אנהייב פון די עונש.

יעצט, ווען איינער הערט דאס, אויב ער גייט איגנארן די אלטערנאטיוויס, און ער וועט זאגן איך וועל צומאכן מיינע אויגן, און איך וועל אוועקווארפן אלעס און איך וועל אויסוועלן מיט דעם אלעמען A hole in the ground. איז אלע אזעלכע רעליגיעזע מענטשן להבדיל קלייבן למעשה אבער נישט אויס A hole in the ground, זיי זענען איבערגעמאכט דורך זייערע לערער, אז ״זיי האבן אויך א אינערליכע לעבן״. יעצט, אונז גייען מיר נישט זיי אויפמאכן, דאס איז נישט אונזער ארבעט צו רעדן צו די גויים, און זאגן אז זיי זענען פאלטש.

אינעם קאראן וועסטו אויפמישען די בלעטער, וועסטו זען אז די קאראן זאגט אז ווען פרעה, אין די צייטן ווען די אידן זענען געווען אין עגיפטען, האט פרעה געזיכט איינעם מיט וועם זיך אדורך צו רעדן וואס צו טון מיט די אידן. סא ער האט אריינגערופן א קאנסלאר מיטן נאמען המן. פרעה האט אריינגערופען המן אלס עדווייזער. איר פארשטייט וואספארא היסטארישע מענשטן זיי זענען געווען. איך האב געמיינט אז עס איז געווען א טעות, אבער איך האב אריבער געמישט אפאר בלעטער שפעטער, און ער ווערט נאכאמאל דערמאנט המן! עס איז האר אויפשטעלנד! עס איז אזוי קראנק ווי עס קען זיין! אבער די גויים זענען נאריש, און זיי פראבירן זייערע בעסטע היינט, צוזאמען מיט זייערע פראפעסערס און פיסטע לערערס איבערצושטיקלען היסטאריע. אבער עס איז צו שפעט, עס איז שוין געשריבן שווארץ אויף ווייס.

אבער א איד וואס קוקט אויף די וועלט און זעט שטענדיג די האנט פונעם אייבירשטען אין די נאטור. וואונדער איבער וואונדער! פארוואס זענען די שארפע ציינער אין פראנט פונעם מויל? איז עס א אינצידענט אז דו האסט שארפע ציינער אין פראנט? איך האב גערעדט צו א דענדטיסט, און אים געפרעגט: וויפיל מיילער האסטו שוין געזען? האט ער געזאגט טויזענטער מיילער. האב איך אים געפרעגט: האסטו שוין געזען די שארפע ציינער אין די בעק? ניין, האט ער גאזאגט, אייביג אין די פראנט. האב איך אים געפרעגט 'פארוואס? האט ער געזאגט: וואס מיינסטו צו פרעגן, אויב די שארפע ציינער וואלטן געווען אין די בעק, און די באק ציינער אין פראנט וואלט מען נישט געקענט עסן. דו דארפסט האבן די שארפע ציינער אין פראנט צו קייען די עסן. נאכדעם קומט די צינג און שטיפט עס אריין אין די האלדז, און עס איז קיינמאל נישט פארקערט. יעצט, דו האסט געקוקט אין טויזענטער מיילער, דו נארישער דענטיסט, האסטו נישט געזען אז עס איז די האנט פונעם אייבירשטען? וויאזוי קען אזא פלאן זיין פראגאמירט אין די דזשינס פון די קליינע אומגעבוירענע קינדער. אין יעדעם איינעם איז דא דעם פראגרעם, אזוי ווי אין א קאמפיוטער. סא דו זעסט אז עס איז דא א פלאן, עס איז נישט קיין צופאל.

למשל מען וואלט געלייגט א מאלפע ביי א טייפריידער, לאמיר זאגן, מיליאן מאלפעס ביי מיליאן טייפריידערס, און דו וועסט זאגן, חברה! הייבטס אן ארבעטן! סא זיי נעמען זיך צוהאקן אוועק, וועלן זיי אמאל אויפקומען מיט א פראזע ווי "Dog bites cat? קיינמאל נישט! אין ביליאן יאר פון האקן וועט קיינער נישט מצליח זיי צו מאכן א פראזע פון Dog bites cat. אזא פשוט'ער מושג, אן קיין פיליזאפיע, קענסטו ניטאמאל ביי א טעות מאכן עפס ניצבאר. סא וויאזוי קענסטו מאכן ביי א טעות א ציין? יעדער קען זען די האנט פונעם אייבירשטען אין די נאטור. זיי ווילן עס נישט זען, זיי זענען רשעים גמורים! און דאס איז פארוואס זיי גייען אלע גיין אין גיהנם. עס איז נישט דא קיין שום התנצלות פאר דעם, דעפאר ווען דו קוקסט אויף די תורה קעסטו דיפענדען יעדער ווארט פון די תורה. קיינער האט קיינמאל נישט געקענט אוועק שטיפן א ווארט פון די תורה. די תורה איז געשריבן געווארן אין אזא וועג אז עס איז גאראנטירט אמת. און אויב פארשטייסטו דאס נישט, פראביר עס אויסצוגעפונען. דערפאר ווען א איד קלייבט אויס, אידישקייט איבער קאמאניזעם, אדער איבער ליעבערליזאם, טוט ער א קאמען סענס, אלעס איז בעסער פון א A hole in the ground


***


אלזא, הרב מילער נעמט דיך אויף א רייזע, וואו ער זאגט, אז דו האסט פאר דיך א ודאי און שמא. ובחרת בשמא. די 'שמא' איז אונזערע אידישקייט - און עס לוינט צי נעמען א געמבעל, ווייל דו ווייסט נישט דעם אמת. און די 'ודאי' איז די hole in the ground. נאכדעם איז ער דיר מסביר פארוואס די וועלט איז 'ודאי', פארוואס די וועלט איז זיכער א hole in the ground.

די איבריגע טייל פון זיין ענטפער באציהט ער זיך אז עס איז דא א באשפער, קיינער קען נישט מאכן א מאלפע טייפן, קיינער קען נישט מאכן אזאנע קליגע ציין. יעצט, אויף די צווייטער טייל פון די ענטפער, כאפ איך נישט פונקטליך וואס דאס האט מיט די קשיא. די קשיא איז נישט אויב עס איז דא א ג-ט. די קשיא איז פון וואנעט ווייסטו אז אידישקייט איז אמת, און פארוואס דארפסטו זיין איבערגעגעבן פאר די תורה מער פון אלעם. סא אן ענטפער איבער די איבערצייגונג פון ג-ט איז נישט רעלעווענט צו די קשיא. אודאי איז דא א ג-ט, אין עוד מלבדו, אבער פון וואנעט ווייסטו אז אידישקייט איז אמת.

יעצט, די ערשטע טייל פון די ענטפער פארשטיי איך אויך נישט. ער זאגט: אסאך רעליגיעזע מענטשן וועלן טענה'נען אז ״זיי האבן אויך א אינערליכע לעבן״ פונקט ווי אונז. נאר די חילוק איז "אז זיי זענען איבערגעמאכט דורך זייערע לערער". און אפשר זענען מיר איבערגעמאכט דורך אונזערע לערער? נישט אז איך האלט אזוי, אבער טאמער דו קענסט מיט א זיכערקייט יענעם אריינלייגן אין די 'ודאי קאטעגאריע', און אז יענער איז איבערגעמאכט. מיט וואס קענען מיר נישט זיין איבערגעמאכט? דו האסט דא פאר דיך צוויי רעליגעס, ביידע שרייען אז דער אנדערע איז A hole in the ground, און אז דער אנדערע איז איבערגעמאכט געווארן. סא וואס ענטפערט דאס די קשיא? כפארשטיי אז דו זאגסט אז זיי זענען נארישע מענטשן, און האבן אן אומסטאבילער קאראן, אבער זייער זיכערע טפשות איז נישט קיין הוכחה אויף אונזער זיכערקייט, וואס איז אין בעסטן פאל א 'שמא'. ווייל אפשר זענען מיר איבערגעמאכט.

אישתישבי » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:38 pm

· #325396
לכאורה קומט ער נישט דא מכריח זיין די אידישע אמונה בעיקרון, ד.ה. ער דערמאנט אין קורצען זיינע געוועהנליכע הוכחות אויף אידישקייט, אבער דאס איז נישט א חלק פין די וודאי און ספק שמועס.

ער לייגט בעיקר אראפ אז היות די וועלט איז א וודאי אז מען גייט שטארבען, לוינט זיך צו אינוועסטען אין דער שמא פין נצחיות, ד.ה. אמונה.

דער מוסלמענער וואס לאזט זיך הרג'נן פאר א ספק פין עטליכע זיבעציג שווארץ אויג בתולות איז לכאורה גערעכט לויט ר' אביגדור.

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 5:36 am

· #325422
פון דער לשון הקושיא וואס דו האסט אראפגעברענגט זעט מיך יא אויס אז ס'איז נישט דוקא אויף רעליגיעס, נאר אויף דעם אי"ס אליין. ווייל ער פרעגט דאך אז ס'איז דא נאך צילן אין לעבן - טאקע נישט אזוי רוחניות'דיג, אבער ס'איז א ציל. איז פארוואס דארף מען זיין 'מער' איבערגעגעבן פאר די הקב"ה ותורתו ציל מער פון אנדערע צילן. ופשוט הוא.

אויף דיין לעצטע פארעגראף איז לכאורה די תירוץ אז אזוי פלעגט ר' אביגדור רעדן (ער ווארפט נאר אריין אז מ'קען זיך אליין איבערצייגן אין אמיתות התורה וכו').

מפוזרי » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:03 am

· #325429
Re: א צווייפלדיגער ודאי און מסופק'דיגער שמא
איך האב מיך שוין אויפגערעגט ווי דו געסט א שיס ארויס אז ר' אביגדור איז פון די לעצטע תורה סקאהלערס וואס איז געווען און אז ער האט אייביג געהאט אויפן פלאץ א פונקטליך צוגעפאסטע ענטפער, און אין דעם זעלבן דוגמא וואס דו ברענגסט, זעט מען א ווילדער דייעטריב וואס מישט הודו מיט כוש און קלעפט ווי ארבעס צום וואנט, טיפיקל אמנון יצחק מעניפיולעטיוו טאלק שאו סטיל.
צום סוף זעה איך אז דו בלייבסט טאקע מיט א קשיא אויף זיין ענטפער, נו, איך האב א פשוט'ער תירוץ; זיינע תשובות האבן טאקע נישט געפאסט ווי א גלאוו צום האנט.

בגוף הדבר, למותר להאריך אין די נארישקייט פון די טענה. לו יצוייר אז אלץ חוץ אידישקייט אז יא ודאי נישט, איז עס נאכאלץ נישט קיין סיבה צו שטעלן עבודת ה' אלס העכסטן ציל. דער אייבערשטער וויל דאס נישט אויף דעם אופן, מ'איז גארנישט ביכולת אזוי מקיים צו זיין דעם ועבדתם את ה' אלקיכם בכל לבבכם.

ס'דערמאנט מיר א מעשה מיט ר' חיים קאפלאן ע"ה. א איד פרעגט אים אמאל נאך מעריב: "וואס מאכסטו?", זאגט ער: "כ'האב ספיקות", "וואסערע ספיקות?","צי ס'דא א בורא עולם", שרייט יענער: "האסט דאך יעצט געזאגט שמע ישראל"? זאגט ער צוריק: און טאמער יא?

נהורא נפישא » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:20 am

· #325431

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:13 am

· #325437
אישתישבי
לכאורה קומט ער נישט דא מכריח זיין די אידישע אמונה בעיקרון, ד.ה. ער דערמאנט אין קורצען זיינע געוועהנליכע הוכחות אויף אידישקייט, אבער דאס איז נישט א חלק פין די וודאי און ספק שמועס.

ער לייגט בעיקר אראפ אז היות די וועלט איז א וודאי אז מען גייט שטארבען, לוינט זיך צו אינוועסטען אין דער שמא פין נצחיות, ד.ה. אמונה.

דער מוסלמענער וואס לאזט זיך הרג'נן פאר א ספק פין עטליכע זיבעציג שווארץ אויג בתולות איז לכאורה גערעכט לויט ר' אביגדור.


ער וויל דייקא יא מכריע זיין אז אידישקייט איז די אמת, ווייל דאס איז אן essential part אויף די קשיא, און טאקע דאס איז וואס איך פארשטיי נישט, ווער זאגט אז אונזערע שמא איז שטערקער פון זייערע שמא, וואס למאמרו זענען זיי איבערגעמאכט געווארן דורך זייערע לערערס.

@מפוזרי הרב מילער איז נישט געווען קיין אמנון יצחק, און א ריזן חלק פון זיין סקאלערשאפט איז א תורה שלימה. פונקט ווי דיך פארשטיי איך נישט זיין ענטפער דאסמאל, אבער איך זע נישט קיין שאטן פון דייעטריב אין זיינע ווערטער.

@נהורא נפישא זייער אינטערסאנט די לינק.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:43 am

· #325443
נהורא נפישא



<a class="postlink" href="http://youtu.be/H_ATC2y5PRI">http://youtu.be/H_ATC2y5PRI</a>
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אינהאלט פון די קליפ אבער ס׳איז אינטערסאנט וואס ער האט צו זאגן אבער Pascal's wager

נהורא נפישא » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 12:44 pm

· #325453
ס'דארף אבער אנגעמערקט ווערן אז למעשה האלט די פאסקאל'ס געוועט נישט אויס אלס א לאגישער ארגומענט, ווי יעדער קען זעהן אינעם לינק, די לעכערליכקייטן.

אחד העם » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 12:56 pm

· #325454
נהורא נפישא
ס'דארף אבער אנגעמערקט ווערן אז למעשה האלט די פאסקאל'ס געוועט נישט אויס אלס א לאגישער ארגומענט, ווי יעדער קען זעהן אינעם לינק, די לעכערליכקייטן.

לאגיש?!
ווענדט זיך אין די הנחות וואס מען האט.

יעקב מענטש » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 1:05 pm

· #325456
מיר איז שווער די קשיא, קען זיין אז דא ליגט באהאלטן טיפערס וואס איך זעה נישט, אבער די תירוץ אויף די קשיא איז לכאורה סאך פשוטער ווי הרב מיללער ענטפערט.

די קשיא

קשיא: פארוואס דארף זיין די איבערגעגעבנקייט פאר "דער באשעפער און די תורה" מער איבער אלע אנדערע צילן?

די תירוץ איז, אז אויב דו פארשטייסט אז ס'איז דא א באשעפער וואס האט דיך אראפגעשיקט אויף דעם עולם השפל פאר א ציהל, איז עס 'נאר' אים צו דינען,

ס'מיינט נישט אז מ'זאל נישט ארבעטן וכו', ס'מיינט אז אין יעדע פעולה זאל דער ציהל זיין עבדות השם, מ'ארבעט ווייל מ'דארף צו עסן, אויפציען קינדערלעך וכו', אבער דער ultimate goal איז עבדות ה'.

איי מיר לעבן נישט אזוי, וועם וויל מען נארן ?, ס'נעמט אבער נישט אוועק פון דעם פאקט אז דאס איז דער רצון ה', ודברת בם ולא בדברים בטילים אפגעזעהן צו דו האלטסט ביי די מדריגה אדער נישט.

מיר קוקט בכלל נישט אויס ווי דער שואל איז מסופק אין מציאת ה' אדער די ריכטיגע אמונה, נאר הרב מילער כדרכו בקודש פרובירט צו מאכן דערפון א לעססאן וואס אפעלירט צו דעם ברייטערן ציבור ווי איידער צו אדרעסירן דעם ספעציפישע שאלה.

_________

אויפווייזן די לעכערליכקייט פון אנדערע רעליגעס מאכט טאקע נישט אונזער גלויבן א 'ברי' ס'מאכט עס נאר פאר די איינציגע אלטערנאטיוו אוועילעבל פאר מאמינים,

נהורא נפישא » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 2:17 pm

· #325459
אחד העם
נהורא נפישא
ס'דארף אבער אנגעמערקט ווערן אז למעשה האלט די פאסקאל'ס געוועט נישט אויס אלס א לאגישער ארגומענט, ווי יעדער קען זעהן אינעם לינק, די לעכערליכקייטן.

לאגיש?!
ווענדט זיך אין די הנחות וואס מען האט.

ריכטיג. וואס איך מיין צו זאגן איז, אז מאנכע נוצן פאסקאל'ס געוועט אלס א הוכחה פאר עפעס, ווען אין אמת'ן איז דאס נאר א לאגישע פארשלאג וויאזוי צו מאכן באשלוסן בהנחה אז איר האט א ספק אויף א אמונה, וואס אויב די אמונה זאל זיין ריכטיג וועט איר שטארק באדויערן פארן נישט לעבן אין איינקלאנג דערמיט, ולעומת זה אויב שטעלט זיך עס ארויס צו זיין נישט ריכטיג וועט איר לפחות גארנישט דערלייגן, דאס זאגט אבער גארנישט איבער די נאטור פונעם ספק זעלבסט, ווי חשוב דער ספק איז וכדומה, יעדע זאך וואס מ'ווייסט נישט קען זיין מיליאנען ספיקות איבער דעם, אבער יעדע ספק פאר זיך איז נישט גענוג חשוב אז מענטדן זאלן חושש זיין דערצי, ממילא כדי אז פאסקאל'ס געוועט זאל זיין איבערצייגענד, דארף מען קודם מניח זיין אז יענע און יענע לעבנסשטייגער איז בהכרח אין כלל פון א ספק חשוב.

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 2:50 pm

· #325463
איוב לא היה ולא נברא רק משל היה. דאס שטייט אין בבא בתרא?

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 2:51 pm

· #325464
(קען זיין אז דער מדרש איז אויך נאר א משל)

מפוזרי » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:12 pm

· #325475
Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
פרייוויליג


@מפוזרי הרב מילער איז נישט געווען קיין אמנון יצחק, און א ריזן חלק פון זיין סקאלערשאפט איז א תורה שלימה. פונקט ווי דיך פארשטיי איך נישט זיין ענטפער דאסמאל, אבער איך זע נישט קיין שאטן פון דייעטריב אין זיינע ווערטער.
.


איך בין חלילה נישט משווה ר' אביגדור'ס פערזאן מיט אמנון יצחק. ר' אביגדור איז געווען אן אדם גדול ['נישט' פון די לעצטע, ב"ה לא אלמן ישראל]. איך פארגלייך יא די דאזיגע ספאנטאנע ענטפער זיינער, וואס אחוץ פון מישן הודו מיט כוש, טוט עס בכלל נישט אדרעסירן די געפרעגטע שאלה. דער שואל גלייבט שוין אין גאט, ער וויל נאר וויסן פארוואס מאכן אזא עסק פון עבדות ולא קבל תשובה ע"ז.

בנוגע דיין קשיא אז די אנדערע רעליגיעס זענען אויך א שמא, איז דאס שוין די שוואכסטע טענה אויף אים. ער האט דען גערעדט צו גוים? די אידן צו וועמען ער האט גערעדט גלייבן סייווי נישט אין יאשקע און אללאה, אויב נישט גב"ה איז אלע אנדערע אוודאי נישט. נאר כאמור איז עס ממילא א נארישע טענה, סיי אויפן עצם גלייבן, וכש"כ אז אזא געדאנקנגאנג איז א סתירה צו איבערגעגעבנהייט וואס דאס איז דאך געווען די שאלה.

דבילה » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:15 pm

· #325477
אחד העם
נהורא נפישא
ס'דארף אבער אנגעמערקט ווערן אז למעשה האלט די פאסקאל'ס געוועט נישט אויס אלס א לאגישער ארגומענט, ווי יעדער קען זעהן אינעם לינק, די לעכערליכקייטן.

לאגיש?!
ווענדט זיך אין די הנחות וואס מען האט.


לאגיק האט נישט מיט הנחות.

אחד העם » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:19 pm

· #325479
דבילה
לאגיק האט נישט מיט הנחות.

אהה, ניין?! שכויח.

האסט כנראה נישט משים לב געווען אויפן המשך.

דבילה » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:23 pm

· #325482
זעט טאקע נישט אויס ווי לאגיק איז דא א מאן דאמר. 'שקויעך פאר קלאר מאכן.

אחד העם » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:37 pm

· #325485
איינער האט דא גערעדט פון א מאן דאמר?
ס'וואלט טאקע בעסער געווען ווען ס'איז א מאן דשתק...

הכלל, נהורא טענה'ט אז פאסקל האלט נישט אויס מכח לאגיק כשלעצמו, האב איך אים נאר אנגעמערקט, אז וויבאלד פאסקל'ס געוועט איז סובייעקטיוו אויף די הנחות וואס מען האט אויף די צדדי הספק, קען מען נישט דן זיין אויף די לאגיק כשלעצמו. ווי נהורא האט זיך שוין טאקע מסביר געווען.

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 5:51 pm

· #325516
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב געשמייכלט פון דיין ערשטע ליין, זאגסט נישט שלעכט. אבער די רעיון פון אים איז אויב מען קען געבן שכל פאר א מאלפע. די זעלבע סארט שכל וואס דער מענטש האט. די שכל פון א מענטש וואס האלט אז dog מיינט א הונט, זאל א מאלפע קענען אויסטרעפן..
סא אפילו טויזענטער מאלפעס וועלן טייפן אויף א איין סופי'דיגן טייפרייטער, וועלן זיי קיינמאל נישט קענען אפשרייבן, למשל אזא תגובה וואס איך שרייב יעצט. ווייל טייפן איז שכל. און מיר מענטשן האבן באשלאסן וואס דאס איז.

[ציטאט אראפגענומען]


ער האלט נאך אלס אז אידישקייט איז די רעליגיע פון אמת. אבער אויב שטעלסטו עס אראפ אין א פארעם פון א קשיא: ווער זאגט דיך? איז דער ענטפער אז עס איז אין בעסטן פאל א ספק קעגן א זיכערע וויסטקייט. אבער לדעתי האט זיין ענטפער גארנישט קריסטעלעזירט. ווייל הרב מילער האט אריינגעווארפן די ווערטער "איבערגעמאכט דורך לערער". סא אויב איבערגעמאכט, קען דאס זיין ביי יעדעם. יא, כהער וואס דו זאגסט אז די מוסלימענער זענען גענגסטער, און קריסטנטום איז שוא ושקר. אבער... זיין שקר איז נישט מיין אמת. לדעת פון די קאטאליקן, פראטעסטאנטן אדער אנדערע ריפלעסמענט טעאלאגישע מאוועמענטס, וואס האלטן אז זיי זענען די אמת'ע און מיר זענען איבערגעמאכט.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 7:15 pm

· #325526
פרייוויליג,

איך וויל נישט אריינגיין צי טיף אין די ענינים אבער דעס וואס דו זאגסט נאך פון הרב מיללער ז"ל וועגן די שארפע ציינער, איז א אלטע ארגומענט וואס הייסט אין אנדערע ווערטער אז די וועלט, און די בעלי חיים אין איר, זענען בעסיקלי פערפעקט און פארדעם מוז זיין אז ס'איז דא א עפעס א deity אדער א creator, איז קודם כל טשערי פיקינג ווייל א מענטש און בעל חי האבן אויך מיליאנען חסרונות, למשל די wisdom teeth, און ‏‏‏bacteria און ‏וויירוסעס און קרענק און vestigial און אן א שיעור זאכן אין ביאלעדזשי וואלט געוועהן אנדערש ווען א דיזיינער מאכט עס!

מאך צו די אויגן און טראכט אויב דו וואלסט יעצט געקענט באשאפן די וועלט נייערהייט פון אנפאנג, וויפיל זאכן וואלסטו געטוישט? איך וואלט געטוישט די ערשטע זאך אז ס'זאל מעהר נישט זיין קיין אלטערנעט סייט פארקינג מאנטיג און דאנערשטיג 😂 איך וואלט געטוישט אז א מענטש און א בעל חי זאל נישט דארפן צוקומען בכלל צו עסן און טרינקען נאר זאלן למשל באקומען ענערדזשי פון די זון, אזוי דארף נישט איין בעל חי אויפעסן דעם צווייטן אויף אזעלכע שרעקליכע אופנים. איין זאך איז זיכער, אז מאסקיטאס וואלט איך בכלל נישט באשאפן... ס'ארא חוצפה איז דאס צו באקומען פלוצלינג א שטאך פון עפעס א קליינער חוצפניאק! און נאך א זאך, שווייס וואלט איך אינגאנצן אוועקגענומען! ווילסט נישט זיצן אין בעסמידריש לעבן איינעם וואס נעמט נישט קיין שויער אין די דריי חדשים נאכדערצו אין חודש אב ווען ס'איז ביטערליך הייס. און יא, קענסער, ספעציעל פאר קליינע קינדער. און ווייסט וואס נאך? אויגן אין די בעק אויך, מיר זאלן קענען זעהן אויב די וואלד רויבער און די משגיחים קומען!

און אז מ'רעדט שוין פון אויגן, וואלט איך געמאכט אז קיינער זאל נישט דארפן האבן ברילן און יעדער זאל קענען זעהן פערפעקט! (אז היינטיגע סאפיסטיקירטע מאשינען קענען מאכן פערפעקט אויגן, פארוואס זאל נישט דער כל יכול ??) און די ברילן קאסט דאך א מאיאנטעק מיט אידיש געלט... און פונקט ביי דיין משל מיט ציינער לאמיר נישט פארגעסן אז אונז גייען צום דענטיסט, איך למשל האב שוין כמעט אלע פאלשע ציין און איך בין קוים פערציג, ס'האט מיר געקאסט אסאך אסאך געלט און אסאך עדוויל מיט פעין קיללערס מיט שלאפלאזע נעכט! ווען איך באשאף די וועלט וואלט נישט געוועהן קיין דרילן אין די ציין...

און לאמיר נישט פארגעסן נאך איין זאך וואס איך וואלט עלימינירט, שלשול diarrhea... אין מיין וועלט וואלט קיין פעפטא ביסמאל נישט עקזיסטירט...

אונטערשטע שורה, די גאנצע הנחה אז ווייל די וועלט קוקט אויס פערפעקט פארדעם מוז זיין אז ס'איז דא א גאט איז נישט קיין הנחה, ווייל קודם כל די וועלט און די יוניווערס איז ווייט פון פערפעקט! ס'קוקט נאר אויס פאר אונזערע אויגן כאילו ס'איז פערפעקט ווייל אזוי זענען אונז געוואוינט! און דעס איז דער איינציגסטער וועג וואס אונז ווייסן און האבן געזעהן פון קינדווייז אן. שטעלט אייך פאר אז עיליענס פון א אנדער פלאנעט זענען קיינמאל נישט געוועהן אויף אונזער וועלט און איין שיינעם טאג רוקן זיך זיי דא אן אבער זיי ווייסן נישט וואס מיינט לאכן אדער וויינען, ביי זיי עקזיסטירט עס נישט.. וויאזוי וואלטן זיי אנגעקוקט ווען איינער קוילערט זיך פאר געלעכטער אדער איינער וויינט??? און מ'דארף נישט גיין אזוי ווייט ווי extraterrestrials, ס'איז דא מיליאנען באשעפנישן וואס ווען אונז קוקן אן זייער געפיראכטס איז עס עפעס מורא'דיג מאדנע פון אונזער פערספעקטיוו, פארוואס? ווייל אונז זענען נישט צוגעוואוינט צו זייער habitable ענווייראמענט און פאר אונזערע אויגן איז עס מורא'דיג מאדנע! די זעלבע איז מיט אונז מענטשן אליינס, קענסט נישט אריינברענגען א ספינקע חסיד קיין סאולט לעיק סיטי צו א מאמרמען קירכע און קענסט נישט ברענגען קיין בודהאיסט צום קאסובער'ס טיש ווייל ס'איז ווילד פרעמד פאר אים! אבער אלו אלו זענען פונקט אזוי נארמאל, ס'ווענדט זיך אין דיין אויפברענגונג, ענווייראמענט, בעקגראונד, רעליגיע, קולטור, און habitat.

יעצט פארוואס אונז האבן שארפע ציין האט צו טוהן מיט געוויסע ענערזשי Forces וואס אונז פארשטייען נישט פונקטליך דערווייל, און גאנץ מעגליך אז מיר מענטשן זענען נישט ביכולת בכלל צו פארשטיין! פארשטייסט פארוואס ס'איז דא אזויפיל ליידיגע פלאנעטן אין די יוניווערס, יעדע איינע אינגאנצן אנדערש מיט אנדערע ענווייערמענטס? צענדליגער טריליאנען מאהל מעהר וויפיל נומבערס ס'איז פאראן! פוסט און ליידיג, איינס דרייט זיך אהער און איינס אהין, געוואנדן לויט זייער mass און גרעוויטי. ס'איז דא אסאך מיני סארטן ענערדזשי וואס אונז פארשטייען נישט דערווייל פונקטליך וואס ס'איז! וואס איז dark energy? Dark matter, וואס איז פשט פון בלעיק האולס??? און פון וואו קומט עס? וויאזוי האט זיך עס אנגעפאנגען? פארוואס האט עס גאט באשאפן? ער שפילט לעגאוס?

ס'האט לכאורה צו טוהן מיט זאכן וואס איז געשעהן טריליאנען יאהרן צוריק! טראכט אריין וואס מיינט אייביגקייט infinity פאר א מינוט! למשל דער אייבערשטער האט אייביג עקזיסטירט, יא? יעצט טראכט וואס מיינט 'אייביג'. לאמיר זאגן צעהן טריליאן יאהר צוריק, אבער וואס איז געוועהן פאר דעם? און פאר דעם? און פאר דעם? קענסט עס פארשטיין? איך נישט! אויב פארשטייט עס איינער, ביטע זיי עס מיר מסביר!

בקיצור, וויבאלד אונז ווייסן נישט וואס איז געוועהן 14 טריליאן יאהר צוריק איז נישט מעגליך צו וויסן וואס די אלע סארט ענערדזשי איז באמת, און וויאזוי ס'איז זיך צושטאנד געקומען פונקטליך, אבער אויפצומאכן א מעשה כדי זיך זעלבסט צו באפרידיגן איז קינדעריש און נאריש, און זיכער אז ס'איז דא אזוי ווייניג עווידענס און פרוף אויף דעם וויאזוי קען זיין אז א גיהנם זאל בכלל עקזיסטירן אין justification, וואלסט באשטראפט איינעם וואס וואלט נישט געגעמבלט אויף עפעס א פערד גייט געווינען די רעיס אפילו ווען זיין טאטע און זיין זיידע וואלטן געזאגט ער איז די בעסטע פערד און ער גייט געווינען???

עד כאן, איך גיי מעהר גארנישט שרייבן אין די תגובה ווייל איך וויל נישט ס'זאל ארויסגיין פון די ראמען, אויב איינער וויל קען ער מיר שיקן א אישי און מ'וועט ווייטער רעדן דארט.

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 9:45 pm

· #325558
שבת אחים,

דו שרייבסט גוט, אבער איך פארשטיי נישט, אויב האלסטו אז דיין ארגומענט איז גוט, פארוואס אנטלויפן גראד נאכדעם? דיין גאנצע קאונטער טעאריע קעגן די perfection of God איז אומריכטיג, ולא עוד פון דיין ראי' איז גאר א ראי' איבער די עקזיסטענץ פון ג-ט וואס איז מושלם בכל השלמות.

פארשטייט זיך אז דאס איז בכלל נישט מיין אשכול. און מיט מיין ענטפער בין איך גורם, אז פון א דעבאטע אויף אידישקייט וועט עס אריבערקריכן צו א שמועס פארוואס ג-ט האט געמאכט אז מען זאל זיך דארפן ספראווענען מיט פעפטא ביסמאל.

דיין ליסטע פון חסרונות וואס באטרעפט דעם מענטש, איז די גרעסטע הוכחה איבער א געטליכער דעוויין אין-סופי. ווען א בשר ודם דיזיינט עפעס האט עס אייביג שארט קאמינגס, און דער מענטש פראבירט עס אלץ בעסער צו מאכן און אפדעיטן. דאס אז א מענטש האט די זעלבע צוויי לעכער אין די נאז שוין פאר באלד זעקס טויזענט יאר, און דאס אז די הימל איז פארבליבן בלוי אנשטאט א נייע טינקל גרין קאליר, איז די גרעסטע צייכן איבער א ג-ט. אלעס איז געבליבן מיט די זעלבע perfectness וויאזוי ג-ט האט איר געפארעמט אין די ששת ימי המעשה. ג-ט האט נישט געטוויקט די נאז, די אויערן, אדער די פיס, אלעס איז די זעלבע. א פראדוקט פון א בשר ודם באקומט יעדע שני וחמישי נייע קאלירן און איבערגאנגס.

דאס אז דו צערנסט אזוי איבער דעם מאסקיטא, מיינט נישט אז דו פארשטייסט בעסער, נאר דו פארשטייסט בכלל גארנישט. אויב שוין חלומ'ען וואלט איך באשאפן א מענטש פון צעמענט, הארטע שטאל, אדער שטייף ווי בליי. אזוי וואלט א מענטש נישט געדארפט אטעמען, עסן, האבן צו טון מיט די גאל, אדער מיט די כח השמיעה.

די פאראדאקס פון א מענטש וואס האט גוטסקייט גלייך ווי שלעכטקייט, זיסע טעג גלייך ווי ביטערע טעג, זוניגע טעג גלייך ווי רעגנדיגע טעג, איז נישט מער ווי אים צו האלטן אין די גלייזן. א מענטש וואס וואלט געווען געמאכט פון אייזן, אן קיין עסן אדער ביינער, וואלט געווען אומקאנטראלירבאר.

דיין שווייס פון קערפער באלאנסירט דיין הנאות וואס דו האסט געהאט פינף מינוט צוריק. סא אויב דיין בילאגישע חסרונות קרענקען דיך אדער די שפין אויפן פלאר נערווירט דיך, דאן טוב מות מחייך. קענסט גיין נאך טיפער, פארוואס האט מיך ג-ט בכלל באשאפן? דיך צו געבן עונג. וואלט איך געזאגט, געב מיך נישט קיין עונש און נישט קיין עונג. דיסמענטל מיין עקזיסטענץ און לאז מיך פאלן ווי די ליידיגע חלל. לא מדבש ולא מעקץ.

אויב דאס איז די אבסאלוטע סיבה פון שלעכטס ווייס איך נישט, און קיינער ווייסט דאס נישט. אבער עס איז גענוג סיבה צו קוקן פאזיטיוו אויף דער וואס האט מיך באשאפן. איך האב פשוט נישט קיין אנדערע הסבר. פארוואס זיך אייביג מוטשענען אויף די אנשיקענדע פארשאלטענע סקאנק, ווען איך קען קוקן אויף די הערליכע בלויע וואסער כוואליעס. מיין עקזיסטענץ איז בעל כרחך, סא באין ברירה דארף איך מיך צופאסן צו איר.

אינפיניטי איז א מיסטעריע ווי די אייביגע רוה, און די לעבן פון א מענטש זינגט און טרויערט אין די זעלבע צייט. אבער עס איז קלאר אז העכער מיך שוועבט א געטליכער גייסט, אן אלמעכטיגער וואס זיין השלמה זעט זיך ארויס פון די בלומען גלייך ווי די דערנער.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:25 pm

· #325561
איין קליינע הערה ווען די הימל וואלט געוועהן שווארץ אינגאנצן חושך שווארץ וואלסטו זיך צוגעוואוינט צו דעם און אונז וואלטן געהאט אנדערע אין בעסערע vision אזויווי מיליאנען אינטערערדישע פישן וואס קענען מאכן לייט ביינאכט און אפילו טוישן קאלירן!!! קוק עס אויף יו טוב ס׳איז hilarious! אבער צו זאגן אז די הימל איז בלויע(די הימל איז אין אמתן אריין נישט בלוי בכלל ס׳קוקט נאר אויס אזוי פאר אונז) אבער אפילו יא מיינט דעס גארנישט ווייל אונז האבן זיך צוגעוואוינט צו די קאליר ע״כ איז עס שיין פאר אונזערע אויגן! אז דו וועסט נעמען געוויסע acid און מאשרומס וועסטו פלוצלינג אנפאנגן צו זעהן זאכן וואס דו האסט קיינמאל נישט געזעהן, און דו וועסט כאפן ווי נישט פערפעקט די וועלט איז! איך האב עס קיינמאל נישט געטוהן אבער ס׳איז א באוויסטע זאך! וואס דיין אויג זעהט און וויאזוי דו פילסט מיינט גארנישט, ס׳איז רעלעווענט צו דיר אין א געוויסע צייט און פאר א געוויסע סיבה אבער ס׳מיינט נישט אז דעס איז שיין אדער נארמאל, ס׳איז נישטא קיין Ultimate truth ביי די זאך סווענט זיך פארוועם און פארוואס און ס׳איז א ecosystem וואס ארבעט מיט געוויסע forces of nature וואס אונז ווייזן נישט דערווייל פון ווי פונקטליך סקומט.

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:44 pm

· #325562
זיכער ביסטו גערעכט אז עס האט מיט געוואוינהייט, אבער דו קענסט מאכן א קליינע עקספערמענט. שטעל דיך אריין אין א שווארצע שטוב פאר א יאר צייט און זאג מיך אויב דו האסט זיך צוגעוואוינט דערצו. די הימל וואס איז טאקע נישט בלוי, אבער זעט אויס ווי בלוי איז נישט נאר זיס פאר די אויגן נאר די ברייטנעס איז צוגענגליך פאר די אויגן. ווען די הימל וואלט געווען אביסל מער ליכטיגער וואלטן דיינע אויגן ארויסגעקראכן. און קוק ווי וואונדערליך ג-ט קאנטראלירט דעם ברייטנעס באר, בשעת ווען עס ווערט נאכט פאלט די ליכטיגקייט צוביסלעך, נישט צו פארטומלען די אויגן. און איך דארף נישט עסן מאשרומס אדער קוקן אויף יוטוב, ווייל נישט נאר די דמיון ווערט געטוישט דורך זאכן נאר די גאנצע שכל ווערט ריסטראקטערט ווען מען ליינט נאוועלס. עס זענען דא מענטשן וואס זענען באיינפלוסט געווארן דורך טשארלס דארווין אז די וועלט האט זיך פארמירט דורך א היס פון א קראקעדייל. די וועלט איז דורכגעפוילט מיט שקר. און ווען עס קומט צו פשוטע זאכן דארף מען זיין בלינד נישט צו זען דעם אייגענעם שאטן.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:56 pm

· #325563
טשארלס דארווין האט קיינמאל נישט געזאגט אז די וועלט האט זיך פארמירט פון א היס פון א קראקעדייל. איך האב געלייענט זיינע ביכער, ער האט בכלל נישט געקלעימט צו וויסן וויאזוי ס'האט זיך אנגעפאנגען און וויאזוי ס'האט זיך באשאפן! פארקערט, ער האט געזאגט קלאר אז ער ווייסט נישט, טשארלס דארווין און אנדערע אין זיין צייט זענען אויפגעקומען מיט די פראסעס פון עוועלוציע און יעדע קלעים וואס דארווין האט געמאכט חוץ איינס (אז אלעס האט זיך לכאורה אנגעפאנגען פון א סינגל צעל אדער ווי געוויסע סייענטיסטן רופן די abiogenesis theory) שטעלט זיך היינט פאר ביי די גאנצע סייענס קאמיוניטי אלץ אימפעריקל און מעשריבעל פאקטן.

עד כאן אומרים בשבת הקטן

פרייוויליג » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 11:01 pm

· #325565
א דאנק,
עס איז געזאגט געווארן סארקאסטיש 😂

יעקב מענטש » פרייטאג מערץ 18, 2016 11:32 am

· #325617
[ציטאט אראפגענומען]

וועלכע גלויביגער האלט נישט אז הכל הבל ?, ס'איז בכלל נישט קיין סתירה מיטן ליעב האבן עולם הזה, אז איך ווייס שוין אז די עיקר איז חיי נצחי תורה ומצוות, מיינט דאס שוין אז איך גלוסט שוין נישט קיין סושי ?

טאמבל סאס » זונטאג מאי 8, 2016 6:44 pm

· #332171
איך האב געזען אזא בילד ערגעצוואו אויף די טריפה'נע אינטערנעט. איך האב עס נאכנישט אפגעלערנט אבער לויט ווי איך פארשטיי פון אויבן אויף רעדט עס פון פאסקאל'ס וועידזשער.

📎 Untitled1.png


📎 Untitled3.png
📎 Untitled2.png 📎 himur (1).xlsx

ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 9:50 pm

· #391641
איך גלייב אין גאט, און איך גלייב אז ער האט צוגעגרייט א גיהנם פאר אלע שלעכטע מענטשן, אריינגערעכנט די אלע וואס פייניגן אכט טאגיגע קינדער ועוד ועוד, ביזטו גרייט צו נעמען די ריסק?

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 11:27 pm

· #391644
Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?

ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 11:47 pm

· #391646
קל וחומר
אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?


ס'נאך אזא ספק ווי יידישקייט.

הקטן » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 7:38 am

· #391672
ברוך שפינוזה
קל וחומר
אויף וואס איז דיין גלויבונג באזירט?
סתם ווייל דו קלערסט אז ס'פארהאן אזא זאך ווי גאט?

ס'נאך אזא ספק ווי יידישקייט.

איז עס?

מן הסתם איז דא אזעלכע וואס ביי זיי איז דאס אזא ספק, די האבן א פראבלעם מיט די דילעמע.

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:21 pm

· #391686
אויב דיין אידישקייט איז געבויעט אויף א ספק, דארפסטו חושש זיין צו דעם אויך. סימפל עז עי פיקל.

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 12:42 pm

· #391688
שבת אחים

<a class="postlink" href="http://youtu.be/H_ATC2y5PRI">http://youtu.be/H_ATC2y5PRI</a>
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אינהאלט פון די קליפ אבער ס׳איז אינטערסאנט וואס ער האט צו זאגן אבער Pascal's wager

טויזענט לייקס 👍 👍 👍 👍 👍

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 25, 2018 5:54 am

· #398302
אז מ'רעדט שוין פון pascals wager. <a class="postlink" href="https://youtu.be/GScdUIYXglA">https://youtu.be/GScdUIYXglA</a>

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 17, 2019 11:49 pm

· #424681

מי אני » פרייטאג נאוועמבער 8, 2019 11:14 am

· #438004
לגבי פאסקאל׳ס געוועט טוהט דר. יהושע גאלדינג (אין זיין בוך Rationality and Religious Theism) עס פרובירן אביסל צו מאדיפיצירן, אז בעצם זענען די פעי-אפ(ס) פאר׳ן גלייבן אין/טוהן די געבאטן פון ג-ט יא פיניט. בנוסף לזה זענען די סארט רעליגיעזע יוטיליטיס בכלל מער קוואליטעטיוו אין נאטור, לעומת די אנדערע [סעקולארע] וואס זענען מער קוואנטיטעטיוו אין נאטור.

דערמיט טוהט ער אויף אז די מטרה איז צוצוקומען צו א ״גוטע רילעישענשיפ מיט ג-ט (כביכול)״ [וואס איז מער קוואליטעטיוו כנ״ל און וואס ער טערמינט רעליגיעזע טעאיזם]; דאס איז בהנחה אז די ״גוטע רילעישענשיפ מיט ג-ט״ קומט צושטאנד דורך א רעליגיעזע מהלך החיים. און דאס אז מ׳האלט די יוטיליטיס פיניט העלפט און טוהט (אביסל) פארענטפערן די טענה אנטקעגן די געוועט אז מ׳ווייסט נאך אלס נישט די ריכטיגע וועג פון וואס ג-ט כביכול וויל מ׳זאל אים דינען [ווייל מיט דעם קען מען קאמפערן (עכ״פ כלפי די פערספעקטיוו פונ׳ם אינדיווידואלן מענטש) די פיניט פעי-אף וועליוס פון די פארשידנארטיגע דרכים/רעליגיעס וכו׳, וואס ברענגט אים/איר נענטער צו די ״רילעישענשיפ״].

מי אני » זונטאג דעצעמבער 29, 2019 8:07 pm

· #440467
א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
עס איז אינטרעסאנט אבער הרב דר. נתן (דזשארדזש) שלעזינגער און דר. וויליאם לייקען, אינ׳ם קאנטעקסט פון פאסקאל׳ס געוועט, ווילן נוצן אקאם׳ס רעיזאר (וואס איז שוין מערערע מאל ערווענט געווארן דא אין שטיבל) צו פארענטפערן די געוועט פון די קשיא אז מ׳ווייסט נאך אלס נישט וועלכע גאט צו דינען אא״וו. זיי זאגן אז אין די קאנטעקסט וואס פאסקאל האט אויסגעשטעלט די געוועט איז די פשוט׳סטע אנצונעמען די אבראהאמיק (וואס איז שוין כעין די פילאזאפישע) ג-ט (און אים נאכגיין - הגם, כמובן, בתוך דעם אליין ווייסט מען נאך אלס נישט קלאר וואס מ׳האט צו טוהן; מ׳רעדט אויפ׳ן חלק פון פשוט גלייבן במציאותו).

גברא דלא עביד » דינסטאג מערץ 12, 2024 1:44 am

· #554489
Re: א צווייפלדיגע ודאי אדער מסופק'דיגער שמא?
האו אבאוט טוהן פונקט פארקערט. זעץ אוועק א מאנקי ביי א טייפרייטער און לאז אים אפהאקן א מספר אותיות און דערנאך מאך אפ אז די ערשטע דריטל פון די אותיות זאל טייטשן Dog, די צווייטע Bites און די לעצטע דריטל Cat.

או כלך לדרך אחרת. טראכט פון אן ענדלאזע גרויסע זו פון מאנקיס מיט אן אין סוף סופליי פון טייפרייטערס. זיי זיצן און טייפן ווי לאנג ס'לאזט זיך נאר. ס'איז נישט מעגליך אז אין איינע פון די אלע שרייבעריי זאלסטו נישט קענען געפונען סיי וועלעכע בוך ס'איז נאר אמאל געשריבן געווארן אדער גייט געשריבן ווערן.

אויב ווילסטו דאס אויספרובירן אליינס, פעלט נישט אויס צו גיין אהין צו יענע אין סופית'דיגע זו. גיי אריין דא און טייפ אריין סיי וועלעכע קאמבינעישן פון ווערטער דיר שמעקט נאר און די וועסט עס געפונען ערגעץ ווי אין זייער'ס א בוך שוין אפגעשריבן.

לדעתי איז דער תירוץ אין רוב מקרים אסאך פשוטער. צב"ש לגבי עוואלוציע ווערט אין יעדע דור געשריבן נאר אפאר אותיות און פון דעם איז נאר דא א המשכה אויב איז א ווארט געשריבן געווארן. (איך אווער-סימפליפיי אסאך אבער די נקודה אז א פראצעדור דארף נישט זיין אדער אינגאנצן random אדער אינגאנצן ביי דעזיין, עס קען זיין אז די נאטורליכע חוקים שטעלן אויס א מציאות און וואס סדר קומט ארויס אפילו אן קיין דעזיינער).

א באוואוסטע משל פון אזוינע חוקים איז קאנוועי'ס געים אף לייף וואס מיט בלויז דריי פשוטע חוקים קומט ארויס א גאר קאמפלעצירטע און אומ-פרעדיקטעבאלן סימולאציע וואס כפי הנראה, איז אזוי קאמפלעקס אז ווען אונז טרעפן ווען א run פון די סימולאציע, וואלטן מיר עס אטרוביוטעד צו א דעזיינער.

ביטע זייט מוחל אויף די שלימזל'דיגן וועג פון קוואטן דער כעלמער, איך בין ניי דא.