☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט

204 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4174
בלאט: 1 2 3 4 5

הוגה » פרייטאג יוני 28, 2013 5:12 pm

· #128950
ידיעה ובחירה - פראקטיש גערעדט
עס איז פאר אלעמען באקאנט די ידיעה - בחירה פאראדאקס. עס איז שוין מערערע מאל געשמועסט געווארן איבער דער נושא דא אין שטיבל. איך וויל דא ווידמען דער אשכל צו שמועסן מער איבער די פראקטישע חלק פון ידיעה ובחירה פון אפאר שטאנדפונקטן. מיר וועלן דא נישט פרובירן צו פארענטפערן די פאראדאקס און די קשיא (אויסער אויב עס וועט זיין נוגע בדרך אגב).

לאמיר בקיצור איבער חזר'ן די קושיא. מיר אלע ווייסן אז א יעדע מענטש האט א בחירה צו בוחר זיין בטוב אדער ברע, אויב א מענטש האט א נסיון צו טון אן עבירה אדער א מצוה ליגט בידו די מעגליכקייט צו מאכן די באשלוס אויב ער וויל עס טון אדער נישט. אויך ווייסן מיר אז די באשעפער ווייסט אלעס וואס גייט זיין, און ער ווייסט וואס א מענטש גייט בוחר זיין בעת נסיון. אויב אזוי, ווי אזוי קען מען זאגן אז א מענטש האט א בחירה? קען ער דען טון אנדערש ווי עס איז אים באשערט צו טון? אויב די באשעפער ווייסט אז א מענטש גייט עובר זיין אן עבירה איז דען דא א מעגליכקייט פארן מענטש בוחר צו זיין נישט עובר צו זיין די עבירה? דערנאך זענען דא נאך סניפים; אויב די באשעפער ווייסט אז ער גייט טון די עבירה פארוואס קומט זיך דער מענטש אן עונש?

זייער אסאך ספרי מחקר ומחשבה באהאנדלן דער נושא צו פארענטפערן די קשיא בכמה אופנים. הצד השוה שבהם אז אפילו נאכן תירוץ והסבר דארף מען אלץ אנקומען צו אמונה (BLIND FAITH), און גלייבן אז ביידע זענען שייך אויף איין מאל. די יסוד איז אז די באשעפער איז נישט מוגבל ווי אונז און ביים באשעפער איז שייך אז ביידע זאלן זיין אמת. עד כאן תוכן הדברים בקיצור נמרץ. יעצט צום פראקטישע צד:


חלק א'

איך האב נאכגעהערט בשם ר' אפרים וואקסמאן אז ער האט געזאגט ביי א שמועס (איך האב עס נישט אליינס געהערט, כ'זאג נאר נאך וואס יענער האט מיר געזאגט), וזה תוכן דבריו. ווען מען פרעגט די קשיא ווי אזוי ידיעה ובחירה ארבייטן איז בעצם די קשיא נאר אויף ידיעה און נישט אויף בחירה. בחירה איז א דבר פשוט אז א יעדע איינער האט און מען דארף נישט קיין הסברים און ראיות עס אויף צו ווייזן. קוק נאר ארום און זעה ווי מענטשן זענען בוחר צו טון זאכן א יעדע סעקונדע. טראכט וואס דו ווילסט טון און טו עס וועסטו זעהן אז בחירה איז א פאקט. ידיעה איז אבער נישט א זאך וואס מיר קענען זעהן במו עינינו. וממילא, ווען מען האט אזא קושיא דארף מען בעצם נאר באהאנדלן די ידיעה חלק.

איך ווייס נישט פונקטלעך אין וועלכע קאנטעקסט ער האט דאס געזאגט, און וואס ער וויל אויפטון דערמיט, אבער היות מען איז דא דן די פראקטישע צד פון ידיעה ובחירה וויל איך אין קורצן אויך אדורך טון דער צד.

מיר זעהט אויס אז ר' וואקסמאנ'ס רייד זענען אמת, אבער נאר אויב ער רעדט פון נער'ישע נימוכי השכל. אויב רעדט מען אבער פון קלוגע מענטשן איז די סברא פונקט פארקערט. די דבר הפשוט איז אז די באשעפער פון די וועלט, וואס די חכמה איז אזוי טיף און פארהוילן אז מיר קענען משיג זיין קוים קוים א קיצו של יו"ד פון די חלק מחכמתו וואס ער האט אנטפלעקט פאר אונז, ס'קען נישט זיין אז ער זאל נישט וויסן פונקטלעך וואס גייט געשעהן א יעדע סעקונדע מן העולם ועד העולם ביי אלע זיינע נבראים! אויב האט איינער אזא ספק ווייזט עס אז דער הייבט נישט אן משיג צו זיין בכלל די גרויסקייט פון דער וועלט. ווי אזוי קען א באשעפער וואס פארמאגט די פעלער - פון נישט וויסן אלעס - באשאפן אזא גרויסע וועלט? משא"כ די חלק הבחירה, עס איז דא א מעגליכקייט אז די באשעפער קאנטראלירט אונז אינגאנצן, עד כדי כך אז ער מאכט אונז טראכטן אז מיר זענען בוחר, אבער בעצם זענען מיר בכלל נישט בוחר נאר ער איז.

למעשה איז עס נישט קיין נפקא מינה, ווייל מיר ווייסן שהוא יודע הכל, און אויך ווייסן מיר אז די באשעפער האט אונז געזאגט 'ובחרת', ומכח דעם האט זיך געשאפן די גרויסע פאראדאקס.



.

הוגה » פרייטאג יוני 28, 2013 5:17 pm

· #128951
חלק ב'

אין די לעצטע פאר טעג האב איך געהאט א זייער בא'טעמ'טע שמועס אין אישי מיט ידידינו @הקטן נ"י איבער די נושא פון ידיעה ובחירה וואס לפי ראות עיני באלאנגט עס אויך אין די חלק הפראקטישקייט פון דער נושא. ברשותו וועל איך דא ציטירן און paraphrase'ן די שמועס און מיר וועלן לאזן אנדערע זיך משתתף זיין אין די המשך השמועס.

אונזער שמועס האט זיך בעצם אנגעהויבן פאר אפאר וואכן צוריק אין דער אשכל, איך האב דעמאלטס געמאכט אן innocent קאמענט, אן טראכטן וואס איך שרייב. הקטן האט געבעטן פאר מקורות וועלכער איך האב בעצם נאך אלץ נישט געקענט ריכטיג פארשאפן, אבער דאך איז די שמועס גאר אינטערעסאנט. איך וועל ציטירן די שמועס כסדרן, פון יענע אשכל און אלעס וואס מיר האבן גערעדט אין אישי. וזה החלי:

איחוד פעלד
אגב, איז דער ענין פין בחירה עפ"י חסידות גאר אנדערש, דהיינו, אז לאחר החטא שטעלט זיך אויס אז דער מענטש האט נישט געהאט קיין בחירה, נאר דער אויבערשטער האט אזוי גוואלט, און דער עונש איז פארוואס ער האט נישט מתפלל געוועהן גענוג אז פין הימל זאל מען אים נישט מכשיל זיין. אזעלכע יסודות האט מען געסטריפט פין היינטיגע חסידות ווייל עס איז דברים שאין הדעת סובלתן, און מען קען דאס נישט אינקאפארעיטען מיט "נארמאלע" מחשבות און הילוך החיים.


הקטן
וואו און אלט חסידות שטייט דאס, (ר' צדוק זאגט דאס נישט.) אין ניי חסידות האב איך דאס שוין געזען


הוגה
כ'ווייס נישט פון וואו איחוד האט עס גענומען, אבער ספרי מוהר''ן ומוהרנ''ת מברסלב שטייט עס אסאך מאל ממש כמעט ווארט ביי ווארט כלשונו. אבער לאמיר פארגעסן פאר איין מינוט די מקורות. דו האלטסט אז די באשעפער ווייסט בעצם נישט?


הקטן
אויב מעגליך, ברענג פליז איין שטיקעל וואס זאגט דאס אזוי ווי איחוד האט דאס געשריבן. (אותיות מחכימות) פליז נישט פין קיין new age חסידות ווי בגן האמונה.


הקטן האט מיר נאכאמאל אנגעפרעגט אין אישי דערוועגן, דא האט איר די תוכן השמועסן ביז יעצט.

הקטן
דאס איז וואס איך האב אמאל געשריבן בקיצור אין אן אנדערע אשכול:
דאס איז אויך די עבודת התשובה במשנת ר'' צדוק, צו ארבעטן אויף זיך צי צי קימען צי לעבן מיט ידיעה! (אזא המתקת הדינים בשורשם) א איד וואס לעבט מיט ידיעה דער ווערט נישט באליידיקט ווען א צווייטער זאגט עם א קרים ווארט ווייל ער ווייסט אז ה' אמר לו קלל וכד'. ציציקימען צי די מדרגה איז אסך הארוואניע. ודלא כהטועים (תלמידי קלוגער, בגן אמונה ועוד) אין לערנען אריין און ר' צדוק אזא voodoo תשובה ווי זיך פארגלייזען די אויגן אין זאגן אהה נאכן חט האלט איך פין ידיעה. חט קען נאר קימען ווען איינער לעבט דעם שקר פין א יש און אני ואפסי, אין א וועלט פין בחירה. בקיצור אוודא איז דא א מקום וואס דארט איז נישט שייך קיין חט, אין סאיז געווען א ידיעה קדימה (ווי ר' צדוק זאגט איז דאס אין יענע דרגא גאר רצון ה'). ס'איז פשוט אזוי מכח השתלשלות העולמות און דאס איז קודם הצמצום און די עבודה פין א איד איז זיך אויפהייבן ביז דארט אין טאקע לעבען דעם אין עוד מלבדו. ווען ער לעבט דאס איז קלאר אז זדונות נעשים לו כזכויות.

נאך שטייט אין ספרים אז ווען א מענטש פאלט אריין אין חט פילט ער מריחק פין ה' און דאס נעמט זיך אויך פינעם זעלבן טעות אז ס'איז דא ח"ו שתי רשיות, ביז דערווייל אין א געוויסע בחינה איז ער קיינמאל נישט געווען מרוחוק - און די ארבעט יעצט איז זיך צו קאנעקטען אין לעבן אין יענע בחינה
וואלט ער ווען געלעבט "אין עוד מלבדו" וואלט ער צו קיין חט קיינמאל נישט געקימען. דאס שטייט אין ספרי חסידות לרוב.


הוגה
איך פארשטיי נישט פונקטלעך וואס באדערט אייך מיט דער קודם החטא אחר החטא תירוץ? בכלל דארפט איר וויסן אז עני תירוץ אויף די ידיעה בחירה קשיא will only go so far, עס איז נישט דא קיין ענדגילטיגע ענטפער דערויף. ווייל פארשטיין ידיעה ובחירה מיינט קענען די באשעפער, און אויף דעם שטייט דאך ולא ישיגוהו.


הקטן
אויב מעגליך א מ"מ.

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט ידיעה ובחירה, פער סעי, איך פארשטיי דאס זענען צויי סארט הנהגות, און ביידע זענען אייביג דא. (וויאזוי? אויף דעם שטייט ולא ישיגוהו). איך זיך פשוט א מקור אז קודם החט דארף איךלעבן מיט בחירהאון אחר החט מיט ידיעה. (איי וועסטו פרעגן וואס דען? וועלן מיר נאכדעם רעדען.)

מיין פוינט איז
1) זאגן ידיעה איז נישט די זעלבע ווי לעבען ידיעה
2) לעבען ידיעה איז ריכטיגע תשיבה לויט ספרי חסידות..אין דאס איז בכלל נישט אזוי גרינג ווען א מעטשעס געדאנקענ-גאנג איז כוחי ועוצם ידי
3) לעבן ידיעה העלפט נישט קימען לידי חט - עיין תומר דבורה.


הוגה
בעצם האב איך א מקור פון ספרי ר' צדוק:

הקטן
א איד וואס לעבט מיט ידיעה דער ווערט נישט באליידיקט ווען א צווייטער זאגט עם א קרים ווארט ווייל ער ווייסט אז ה' אמר לו קלל וכד'. [/b]


דא שרייבט איר דאך קלאר אז די מקלל האט בעצם נישט געהאט קיין בחירה, כי ה' אמר לו קלל. דאס איז דאך וואס הרב ארוש זאגט צענדליגע מאל אין בגן האמונה.

(אגב, די חסידישע וועלט האט זיך משום איזה סיבה גענומען צו די ביינער פון הרב קלוגער והרב ארוש. בעצם אלעס וואס זיי זאגען קען מען הערן פון אלע גדולי משפיעי ברסלב, ובתוכם רי''מ שעכטער, הרב בערלאנד, מוהרא''ש, הרב קעניג, הרב ליבערמאנש, ועוד. מען האט זיך סתם גענומען צו זייערע ביינער על לא דבר.)

בנוגע ספרי רבי צדוק, איך בין נישט באהאווענט אין די פוילישע ספרי חסידות בכלל (כאטש איך וואלט שטארק געוואלט יא קענען די ספרים) אבער איך בין זיכער אז אין די ספרי רבי צדוק שטייט דאס אויך, ווייל דאס איז די אמת.

איבערקוקנדיג יעצט דיינע ווערטער זעה איך אז ס'קען זיין אז דו האסט אן אנדערע פארשטאנד אין די קודם ואחר החטא פרינציפעל ווי איך. וועלן מיר טון אזוי: איך וועל נאכקוקען פאר א מקור, און איך וועל ערקלערן וואס עס מיינט, און דו וועסט ענטפערן מיין קושיא:
הוגה

אבער לאמיר פארגעסן פאר איין מינוט די מקורות. דו האלטסט אז די באשעפער ווייסט בעצם נישט?


הוגה
א גוטן,

איך האב דעם שבת ארויסגענועמן ספרים (וואס איך האב ליידער שוין נישט גענוצט פאר א לאנגע צייט) און געזוכט א קלארע מקור. למעשה האב איך דערווייל נישט געראפן א מקור ווי עס שטייט קלאר אזוי מיט די ווערטער פון 'קודם החטא ולאחר החטא'. איך האב געמיינט אז איך האב עס געזעהן אין שיחות הר"ן און ליקוטי מוהר"ן. איך האב נאכגעקוקט די שטיקלעך וואס איך האב געלערנט אין די לעצטערע צייטן. כאטש אפילו עס איז משמע אז ער האלט אזוי ווי איך פארשטיי, דאך האב איך נישט געטראפן אזוי שטיין קלאר.

נאך איין פלאץ וואו עס קען זיין איז אין ליקוטי הלכות פון רבי נתן. איך האב פאר א יאר צייט געלערנט א יעדע וואך (כמעט) די חומש ליקוטי הלכות, דאס איז א חומש וואו זיי ברענגן אראפ אלע שטיקלעך ליקוטי הלכות וואס זענען נוגע פאר יענע וואכעדיגע פרשה. יעצט גיי הייב אן אדורך זוכן גאנץ חמשה חומשי תורה.

איך האב לעמשה געקוקט אין די מפתח פון צדקת הצדיק און דארט ווערט צוגעצייכנט א שטיקל פון מאמר ד' אויף שבת. אבער היות דו שרייבסט עטליכע מאל אז רבי צדוק זאגט דאס נישט, דאן שטעל איך מיך פאר אז ווען מען לערנט יענע "גאנצע" שטיקל פארשטייט מען גאר אנדערש. אדרבא, ביטע ערקלער מיך וואס רבי צדוק זאגט אין יענע שטיקל, בפשטות איז משמע אז דאס זאגט ער.

לענינינו, דאס איז כולי עלמא מודה אז די באשעפער ווייסט פונקטלעך א יעדע זאך וואס א יעדע נברא גייט טון. און אויב גיי איך נישט ביישטיין א נסיון ווייסט דאס די באשעפער, און מיט דעם אלעם האט ער מיך באשאפן, און ער האט אויך באשאפן דער זמן ומצב הנסיון, מוז זיין אז ס'דא אין דעם א תכלית. איינער וואס האלט נישט אזוי איז ער א שוטה און מעגליך אן אפיקורס.

אויך ווייסט א יעדער איינער אז די אייבישטער האט געזאגט ובחרת בחיים, און אויב ער האט אזוי געזאגט איז מוכרח אז מיר האבן א בחירה. יעצט איז נאר די שאלה ווי אזוי עס שטומט. ווי אזוי דו וועסט נאר פרובירן צו ענטפערן וועסטו קיינמאל נישט קומען צו אן ענדגילטיגע צופרידן-שטעלענדע ענטפער, און דא קומט אריין אמונה פשוטה כמובן. (ולכאורה זו הסיבה שאמרו צדיקים הקדמונים שלא לעסוק בענינים אלו.)

אויב אבער האלט איך יעצט פאר א נסיון, זאל איך טראכטן אז עס ליגט בידי צו בוחר זיין די נסיון, אדער זאל איך ענדערש טראכטן אז די באשעפער ווייסט און האט שוין באשטימט אויב איך גיי עומד בנסיון זיין אדער נישט? אודאי מוז איך טראכטן און געדענקן אז איך קען בוחר זיין, עס איז בידי צו ביישטיין אדער נישט ביישטיין. (איי, עס איז לכאורה כפירה צו זאגן אז איך קען בוחר זיין? די תי' איז אז ווען די אייבישטער הייסט ובחרת בחיים איז עס נישט קיין כפירה.) און ער מוז געדענקן אז אלע סתירות און קושיות וועט מען פארענטפערן מארגן אדער שפעטער. דאס איז עפעס וואס ווערט מערערע מאל דערמאנט אין ליקוטי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן און אויב דארפסטו מקורות אויף דעם קען איך דיר שוקן.

איך זעה אז עפעס באדערט דיר מיט דער מהלך, און איך קען נישט פארשטיין וואס, אולי יואיל בטיבו להאיר עיני?

יישר כח למפרע,
הוגה


הקטן
איך בין מודה צו א יעדעס ווארט וואס די שרייבסט, זיכער איז דא בחירה און אוודאי איז דא ידיעה אין ביידע זענען יסודת אין אמונה. איך וויל קודם שרייבן וואס (איך מיין) אטענטיש ספרי חסידות זאגן נישט און נאכדעם שרייבן וואס זיי זאגן יא.

הקדמה:
לויט תורת משה איז א מענטש responsible פאר זיינע מעשים, סיי פארן חט און סיי נאכן חט, נאר וועגן דעם איז שייך כפרה, תשובה, שכר ועונש וכו'. (הגם גאט ווייסט קודם החט אויך.) די בעל שם האט נישט געטוישט תורת משה. מיין פראבלעם איז נישט מיט דיין צוגאנג פין קודם החט, מיין פראבלען איז מיט די טויש פין צוגאנג לאחר החט, on a practical basis (איידער איך גיי צו מקורת) מאכט דאס נישט צופיל סענס צו זאגן פאר איינעם זינדיג נישט, אין אויב די זינדיגסט יא ביסטו fully responsible און בו בעת ווייסט ער אז אפאר מינוט וועט שוין זיין אחר החט אין דאן וועט ער קענען בלעמען ג-ט אליין.

(זאגן אז בחירה איז נאר אויף תפילה סאלוועט נישט גארנישט, און מאכט פשוט גרינגער פארן בעל דבר, אויב האב איך בחירה מתפלל צי זיין פארוואס זאל איך נישט אויך האבען בחירה אויף אנדערע חלקים אין מיין לעבען אין מחשבה, דיבור און מעשה?)

טייל new age ספרים און רעדנערס וועלן נעמען bumper sticker sound bites און לויפן דערמיט. אבער דאס איז ארויסגענומען פין קאנטעקס און שטימט איגאנצען נישט מיט אנדערע שטיקלעך וואס דער זעלבע מחבר (רבי נחמן אדער ר' צדוק) זאגן.

איך וועל זיך בעיקר באציען צו ר' צדוק ווייל דאס האב איך מער געלערנט,
דא איז א שטיקל פין ר' צדוק:

תשובה היינו שמשיב אותו דבר אל הש”י רוצה לומר שמכיר שהכל פועל הש”י וכוחו אפילו המחשבה טרם נוצרה בלבו של אדם… נמצא הש”י נתן לו כח גם בהעבירה ועל ידי זה אחר התשובה הגמורה הוא זוכהשזדונות נעשין זכיות כי גם זה היה רצון הש"י.

וואס מיינט ער מיט אחר התשובה הגמורה? וואס מיינט הוא זוכה?

דא איז נאך א שטיקעל וואס ער איז דאס אביסעל מסביר:
עיקר התשובה הוא עד שיאיר ה' עיניו שיהיו זדונות כזכיות, רוצה לומר שיכיר ויבין שכל מה שחטא היה גם כן ברצון השם יתברך וכטעם ידיעה ובחירה, כמו שפירש האריז"ל בסוף ספר ארבע מאות שקל כסף, ששניהם אמת כל אחד במקום בפני עצמו, במקום הבחירה שם אין מקום לידיעה, ובמקום הידיעה שם אין מקום באמת לבחירה. וכשמשיג לאור זה העצום, אז שבו כל זדונותיו בלתי יוצאים מעומק ידיעת הש"י והוא ודעתו ורצונו הכל אחד, ומאחר שהש"י רצה כן הרי הכל זכויות, וזוכה לכפרה גמורה שביום הכיפורים.

זעה די ווערטער, וכשמשיג לאור זה העצום, ער רעדט בכלל נישט פון קיין זמן נאר פוןין מקום - א איד דארף גלייבן ביידע אייביג.

גם כן ברצון השם יתברך - אויךרצון השם! און אויך דיין בחירה.

(עס איז דא נאך עפעס וואס ר' צדוק זאגט און דאס איז אז ס'דא אמאל וואס א מענטש האט באמת נישט קיין בחירה, וועמער לאזען פאר א צווייט מאל.)



איך בין נישט זיכער מיט וואס איך שרייב יעצט אבער איך מיין אז ר' נחמן קומט פון אביסל אן אנדערע ענגל ווי ר' צדוק ר' צדוק איז מער קאנסערנט מיט די מציאות הדברים און ר' נחמן מער מיט נישט אריינפאלן אין יאוש .

הוגה
איך האב לעמשה געקוקט אין די מפתח פון צדקת הצדיק און דארט ווערט צוגעצייכנט א שטיקל פון מאמר ד' אויף שבת.

איך האב נישט געטראפן אזא מאמר, ר' צדוק זאגט די זעלבע געדאנק זייער אסאך מאל

הוגה
לענינינו, דאס איז כולי עלמא מודה אז די באשעפער ווייסט פונקטלעך א יעדע זאך וואס א יעדע נברא גייט טון. און אויב גיי איך נישט ביישטיין א נסיון ווייסט דאס די באשעפער, און מיט דעם אלעם האט ער מיך באשאפן, און ער האט אויך באשאפן דער זמן ומצב הנסיון, מוז זיין אז ס'דא אין דעם א תכלית. איינער וואס האלט נישט אזוי איז ער א שוטה און מעגליך אן אפיקורס.

קלאר אזוי - און די תכלית איז אז א איד זאל בוחר זיין אויף די פינסטערע וועלט, ווי סדא בחירה, צו טון דעם רצון השם, די אייבישטער האט געזאגט ובחרת בחיים, און אויב ער האט אזוי געזאגט איז מוכרח אז מיר האבן א בחירה, אין דארך דעם איז דער איד מגביר די צד הטוב וכו' עיין ספרי רמח"ל. איי וואו אזוי איז שייך בחירה אויב די באשעפער ווייסט? אויף דעם האסטו שוין געשריבן:
הוגה
ווי אזוי דו וועסט נאר פרובירן צו ענטפערן וועסטו קיינמאל נישט קומען צו אן ענדגילטיגע צופרידן-שטעלענדע ענטפער, און דא קומט אריין אמונה פשוטה כמובן. (ולכאורה זו הסיבה שאמרו צדיקים הקדמונים שלא לעסוק בענינים אלו.)


הוגה
אויב אבער האלט איך יעצט פאר א נסיון, זאל איך טראכטן אז עס ליגט בידי צו בוחר זיין די נסיון, אדער זאל איך ענדערש טראכטן אז די באשעפער ווייסט און האט שוין באשטימט אויב איך גיי עומד בנסיון זיין אדער נישט? אודאי מוז איך טראכטן און געדענקן אז ער קען בוחר זיין, עס איז בידי צו ביישטיין אדער נישט ביישטיין.

ס'איז דא איין אמת! וואס איז כפירה פארן נסיון איז אויך כפירה נאכן נסיון.

הוגה
עס איז לכאורה כפירה צו זאגן אז איך קען בוחר זיין?

פארוואס איז דאס כפירה? ווייל אונזער קליינע קאפ פארשטייט נישט וויאזוי דאס גייט ציזאמען מיט ידיעה? אז די אייבישטער הייסט ובחרת בחיים און ס'דא שכר ועונש ווייס איך אז איך האב בחירה כאטש איך פארשטיי נישט.

הוגה
דאס איז עפעס וואס ווערט מערערע מאל דערמאנט אין ליקוטי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן און אויב דארפסטו מקורות אויף דעם קען איך דיר שוקן.

פליז!!!

הוגה
איך זעה אז עפעס באדערט דיר מיט דער מהלך, און איך קען נישט פארשטיין וואס, אולי יואיל בטיבו להאיר עיני?

ווי געשריבען איך האב דאס נישט געזען אין קיין איין אטענטיש ספר אין איך האלט אז דאס גרעניציט זיך מיט כפירה נאכן חט און ווארפט אראפ די responsibility פונעם מענטש און העלפט נישט עומד זיין קיין נסיון, אפשר פארקערט.

איך ברענג דא נאך א שטיקל פין ר' צדוק אויף תשובה איך בין זיכער אז ענליך שטייט פין ר' נחמן:
העגמת נפש שיש לאדם על עבירות שעשה, הם ממש יסורי גיהנם על אותה עבירה. ולכן אמרו בסוף פרק קמא דברכות (יב ע"ב) דהמתבייש בה (בעבירה) מוחלין לו, כי כבר סבל עונש גיהנם. ומי שזוכה מן השמים מזכירין לו בכל עת עבירות שעשה, ומתמרמר עליהם עד שסובל שיעור גיהנם המגיע לו על זה בעולם הזה, וזהו הפרעון מן העבירות שנפרעים מן הצדיקים בעולם הזה.

היינט האב איך בהשגה פרטית אריינגעבאמפעט אין א שטיקל שיחות הר"ן קב':

אבל איש כשר מאחר שמאמין בהאמת, ועקר תקותו הוא לעולם הבא, על כן חייו טובים מאד. כי כל מה שעובר עליו הוא מאמין שהכל לטובה כדי להזכירו שישוב מעוונותיו או בשביל כפרה על עוונותיו כדי שיזכה לחיי עולם הבא לטוב הנצחי וכיוצא בזה. ואפלו היסורין שיש לאיש כשר מחמת הצער של החרטה כשנזדמן לו איזה פגם או איזה עברה חס ושלום אפלו אם חס ושלום עבר עברה ממש רחמנא לצלן, אחר כך כשזוכה להתחרט עליו אף על פי שיש לו צער גדול מאד ויסורים גדולים על שבא לידי מכשול או לידי עברה רחמנא לצלן.

אויב נאכן חט איז דער מענטש מער נישט ריספאנסעבל - און ער קען easy בלעמען גאט ווי איז בכלל שייך חרטה. איז נישט חרטה כפירה?

שמעתי שפעם אחת אמר רבנו זכרונו לברכה להרב יודיל חתן הרב ליבל מטראסטינץ שהיה מקורב [לפני התקרבותו לרבי נחמן] להרב הצדיק הרב פינחס מקוריץ: הגידו לי דבר מהרב הצדיק הרב פינחס מקוריץ זכרונו לברכה. אמר לו: כך אמר הרב פינחס הנ"ל, מדוע אנו אומרים אשמנו בגדנו גזלנו. לשון רבים, הלא צריכים לומר אשמתי וכו'? אלא, אנו אומרים כביכול בלשון טענה להשם יתברך אשמנו. שאם לא שנתת לנו כח ורשות לא היינו יכולין לחטא! אמר רבנו זכרונו לברכה, אני גם כן מפרש כך. ויגש אליו יהודה, כאשר איש ישראל נגש להשם יתברך לבקש מחילה על עוונותיו, ויאמר בי אדני. רצונו לומר כחך בי אם היית נוטל את הכח שלך ממני, לא הייתי יכול לחטא. וידמה האדם בנפשו שהוא פוטר את עצמו בטענה זו, על-זה הוא אומר, ידבר נא עבדך דבר באזני אדני, הנני מדבר דברי [=טוען טענתי זו] על מנת שתבוא תפלתי באזנך, אבל אל יחר אפך בעבדך, כי ידעתי אשר אני החייב.

(חיי מוהר"ן, תר"י)



איך זעה אז דו האסט נישט גוט פארשטאנען וואס איך זאג וועל איך אביסל מער מאריך זיין. איך האב א פילינג אז נאך אלעם האלטן מיר ביידע די זעלבע, ס''ה זענען מיר (אפשר) מחולק אין די ווערטער.

צוויי הקדמות:
1)איך וויל חוזר ושונה זיין אז בעצם קען א ילוד אשה נישט פארשטיין ווי אזוי ידיעה ובחירה קענען ארבייטן צוזאמען. און פארדעם שרייבן אלע ספרים (ובתוכם, ר' צדוק און ר' נחמן) אז מען זאל נישט עוסק זיין בענין זה. מיט דעם אלעם וועסטו טרעפן אלע ספרים רעדן יא דערוועגן (ובתוכם ר' צדוק ור' נחמן) לכאורה פאר צוויי סיבות. איינס, ווייל אז מענטשן טראכטן און פרעגן די קושיות דאן וואס פאר א זין האט עס נישט צו רעדן דערפון. צווייטנס, די ספרים רעדן בעיקר פון די 'פראקטישע' חלק, און נישט פון די אינטעלעקטואלע חלק, אזוי ווי איך וועל שפעטער ערקלערן.

2) איך האב כמה פעמים געשריבן אז ווען מען וויל דערגיין א נושא באמת, דארף מען אדורך טון די צדדים אן קיין נעמען און מקורות, ווייל איין מאל ס'דא א נאמען איז דא א סיבה ונטייה נישט אנצונעמען די שיטה/סברא. נאך אלעם, אויב איז עפעס אמת, איז עס אמת סיי אויב איך זאג עס, סיי אויב ר' נחמן זאגט עס און סיי אויב ר' שלום ארוש זאגט עס. ממילא וועל איך קודם קלארשטעלן די ענין מצד עצמי, אזוי ווי איך זעה עס. און די מקורות וועל איך לאזן צום סוף. ובקשתי אחת אז איר זאלט טון די זעלבע, קודם זאלט איר מגיב זיין אויף די עצם ענין לכשעצמו, שטימט עס יא אדער נישט, און דערנאך די מקורות.

מיר האבן שוין דן געווען אז איינער וואס האלט אז די באשעפער איז נישט זיכער אויב ער וועט עומד בנסיון זיין אדער נישט, איז מעגליך א כופר און זיכער א שוטה. איינער וואס האלט אז בעצם איז שוין אפגעמאכט אויב ער וועט עומד בנסיון זיין אדער נישט, און ממילא ליגט עס באמת בכלל נישט בידו, דער איז א כופר בה' ובתורתו וואס זאגט 'ובחרת'.

די אמת איז ביידע, סיי די מענטש האט די בחירה, און סיי די באשעפער ווייסט וואס ער גייט טון צום סוף. און ביידע שטימען ווייל ביים באשעפער פארנעמט נישט קיין מקום וזמן כידוע. מיט אונזער שכל קענען מיר נישט פארשטיין ווי אזוי דאס ארבייט, אבער מיר גלייבן אז עס איז שייך צו ארבייטן אן קיין טריקס, די בחירה איז עכט און די ידיעה איז עכט. דאס איז שייך אלעמאל, קודם החטא און אחר החטא און באמצע החטא.

יעצט, פראקטיש גערעדט אויב די מענטש האלט יעצט פאר א מעשה, ער איז במצב נסיון, זאל ער דעמאלטס נאר טראכטן אז ער האט א בחירה, נישט ווייל עס איז נישט דא קיין ידיעה דעמאלטס, אוודאי ווייסט די באשעפער וואס ער גייט למעשה טון, נאר ווייל דאס טראכטן פון ידיעה דעמאלטס קען אים צוברענגן צו קלות. ער וועט טראכטן אז וואס האב איך בוחר צו זיין אז ס'סייווי שוין פארשריבן אויב איך וועל עומד בנסיון זיין צו נישט. אשר על כן זענען מיר אים מייעץ מיט אן עצה טובה, אז דעמאלטס זאל ער נאר טראכטן פון בחירה.

נאכן מעשה זאל ער אבער טראכטן נאר פון ידיעה. נישט ווייל דעמאלטס ווערט נתברר אז ס'נאר געווען ידיעה און נישט בחירה, עס איז ווייטער דא ביידע. אבער אויב וועט ער יעצט טראכטן פון בחירה וועט ער ווערן בעצבות אז ער איז אדורך געפאלן און ער האט נישט בוחר געווען בטוב. פארדעם זאגן מיר אים יעצט טראכט נאר פון ידיעה, אלעס איז געווען באשערט און פארשריבן פון פאראויס, און פונקט ווי ביי גשמיות ווייסן מיר אז מאתו לא תצא רעות אזוי איז אויך ביי רוחניות, דיין דורכפאל האט געהאט א סיבה ותכלית. טראכט נישט יעצט פון בחירה.

דאס מיינט כאן קודם החטא וכאן לאחר החטא. נישט אז די מציאות טוישט זיך, בכלל נישט! נאר די מהלך המחשבה דארף זיין אנדערש לאחר החטא.

פארשטייט זיך אז דער מוז האלטן די בחירה קארטל אין די האנט פאר די נעקסטע נסיון הממשמש ובא.

איי וועסטו פרעגן, ווען וועט ער תשובה טון? אויב טראכט ער לאחר החטא נאר פון ידיעה און נישט בחירה וועט ער דאך נישט תשובה טון, ווייל ער וועט דאך נישט האבן קיין חרטה. די ענטפער איז אז ער מוז מאכן זמנים מיוחדים לתשובה, תשובה איז דאך א מצוה פונקט ווי אלע אנדערע מצוות. אבער יעצט זאל ער נישט תשובה טון ווייל עס וועט זיין יצא שכרה בהפסידה. עס איז קלאר אז די באשעפער וויל נישט אז ער זאל תשובה טון יעצט, ווייל דאס וועט אים נאר צו ברענגן צו עצבות און נאך חטאים, כידוע. ענדערש זאל ער זיך יעצט מחזק זיין מיט די ידיעה קארטל און ער וועט שוין שפעטער תשובה טון. (ואם אתה רוצה אני יכול להרחיב בנקודה זו יותר.)

בקיצור לסיכום דברים, אלעמאל איז דא ידיעה ובחירה, זיי ארבייטן האנט ביי האנט און עס שטימען ביידע. בנוגע עס נוצען אלץ א tool פאר עבודת השם, זאל ער קודם החטא נוצן די די הבנת הבחירה און לאחר החטא זאל ער נוצן די הבנת הידיעה, (דאס איז באותו סגנון פון די באקאנטע חסיד'ישע ווארט אויף והסר שטן מלפנינו ומאחרינו) אבער 'פאקטיש' טוישט זיך גארנישט נאר 'פראקטיש', און ער מוז נאך תשובה טון.

אלעס איז קלאר ביז דא? עפעס שטימט נישט? מיר זעהט דאס אויס ווי דברים פשוטים והגיונים מאוד. איך דארף נישט קיין שום נעמען ומקורות מיר צו ווייזן אז דאס איז די דרך האמת. דאס מיינט ביי מיר "ידיעה ובחירה" פראקטיש גערעדט.

למעשה דאס ממש זאגט ר' שלום ארוש. איך געדענק זעהן כדברים האלה אדער אין ליקוטי מוהר''ן אדער אין ליקוטי הלכות, אבער יעצט קען איך עס נישט טרעפן. די אינספערעישאן פאר די יסודות ונקודות קומען זיכער מתורת ברסלב. איך וועל דא אבער באהעפטן א שטיקל פרי צדיק וואו ער זאגט ענליכע ווערטער כאטש נישט ממש דאס, איך מיין אבער אז כוונתו איז די געדאנק וואס איך האב אויבן געשריבן.

(דאס וואס איחוד פעלד שרייבט אז די שכר ועונש באקומט מען אויף די תפלה, איני יודע פון וואו ער נעמט עס, ולא הסכמתי לראיון זה בכלל.)



נ. ב. דאס וואס איך האב געשריבן אז איך קען ברענגן מערערע מ''מ ווי ר' נחמן שרייבט איבער די הבנת הבחירה, איר קענט בעצם אליינס קוקן אין די מפתחות פון ליקוטי מוהר''ן און (די נייע) שיחות הר''ן.







.

הוגה » פרייטאג יוני 28, 2013 6:28 pm

· #128965
היות איך קען נישט באהעפטן די בילד פון דברי ר' צדוק וואס כ'האב דערמאנט אין די פריערדיגע תגובה, וועל איך דא ציטירן זיינע ווערטער פון פרי צדיק, קדושת שבת מאמר ד'.

וזהו שאמרו שאליהו לא נענה אלא בתפילת המנחה, כי הוא בא בטענה ואתה הסבות את ליבם דהגם דבתחילה הבחירה ביד האדם מכל מקום אחר שנעשה כבר מה שנעשה החטא. האמת דהכל מה' יתברך ועל ידי זה נעשים החטאים כשנים הללו שסדורות ובאות מששת ימי בראשית כמו שאמרו בפרק ר' עקיבא, ועל כן יצחק אבינו ע''ה הוא הממליץ בעד החטאים ואמר פלגא עלי ופלגא עלך כדאיתא שם. ופלגא עלך היינו כטענת אליהו ואתה הסבות שהוא בתפלת המנחה שאחר הפעולה דכל היום. והיינו כידוע בסוד הידיעה והבחירה דשניהם אמת. ובעולם הזה משמש הבחירה וזה קודם המעשה. אבל אחר כך דמה שעבר כבר איננו ואינו עוד בעולם הזה יוכל לתקן הקודם ע''י התגלות אור הידיעה וכו' עיין שם באריכות.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 30, 2013 11:52 am

· #129271
לגבי די פראקטישע חלק ברויך מען נישט קיין לאנגע הסבירים. כהאב נאך נישט געפונען א בריאה וואס פירט זיך אויף כאולי סאיז נישט דא קיין בחירה. נישט קיין חיליק ווי שטארק מזאל נאר נישט גלייבן אין בחירה.

דרך אגב געדענק אז איינע פון די ראשונים שרייבן דער אייבישטער ווייסט נישט וואס די מענטש גייט בוחר זיין. קען זיין די רלב''ג.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=59804#p59804

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 12:01 pm

· #129272
הוגה, איך האב נאך נישט געליינט. מיין מוח איז נישט פילאזאפיש, אלענפאלס, גיי אויף YUTORAH, זוך ביי שיעורים לויט נעמען, וועט איר זעהן 10 שיעורים פון ראביי סאקס, איינע פון די שיעורים רופט זיך "ידיעה און בחירה", ער איז דארט מסביר פארוואס ס'איז נישט קיין סתירה.

שמעקעדיג » זונטאג יוני 30, 2013 12:58 pm

· #129287
פון אלע קשיות איבער ידיעה און בחירה, איז מיר די מערסטע אומפארשטענדליך די ענין פון שידוכים. מצד אחד איז קלאר דא א ידיעה, מ' יום קודם יצירת הולד איז מען שוין מכריז ומודיע, הגם אין ספרים שטייט שוין אז עס קען זיך טוישן לויט די התנהגות פונעם מענטש, אבער מיר דא טוען אייגענע ריסערטש, מען דעיט אדער עירענדזש מערידזש, און אזויפיל מאל שפירט מען אז מען איז אריינגעפאלן...

ס'ידוע די מעשה פון די מטרוניתא וואס האט געפרעגט ר' יוסי בן חלפתא וואס השי"ת טוט אין די ליידיגע צייט (א מאדנע שאלה לענ"ד, אבער שוין), האט ער געענטפערט יושב ומזווג זיווגים, האט זי געזאגט, אה, דאס איז נישט קיין קונץ איך קען דאס אויכעט, האט זי יענע נאכט צאמגעשטעלט אלף עבדים ושפחות, און ביז א טאג זענען זיי געווען צעשטאכן און צוביילט.. האט זי געזעהן אז אכן נודע הדבר, דער באשעפער טויג יא! איז מיין שאלה, לויט דעם וואלטן די שידוכים ביי אונז געדארפט קלאפן ווי א שווייצער זייגערל, קאפעלס זאלן קליקן פערפעקטלי, ס'טייטש, פון הימל האט מען ענק צאמגעשטעלט און באשלאסן אז ענק זענען די פאסיגסטע פון אלע אנדערע מענטשן אויפן כדור העולם! און דערווייל? אקעי, נישט ממש צוביילט און צעהאקט, אבער כמעט דארטן?... און נאכדעם בלעימט מען דעם סיטעם און יענעם סיסטעם...

הוגה » זונטאג יוני 30, 2013 1:17 pm

· #129295
שמעקעדיג, דיינע קושיות זענען גאר פאסיג דא און זענען ריכטיג פון א פראקטישע שטאנדפונקט.

לגבי דיין ערשטע קשיא איז די ענטפער פונקט ווי אויף אן עבירה אדער מצוה. די באשעפער ווייסט און דאך האט ער אונז (מעגליך) באפוילן בוחר צו זיין און זיך נישט פארלאזן אויף די באשערטע. פארוואס? עס זענען דא סיבות והסברים, אבער פראקטיש מוזן מיר אזוי טון.

דיין צווייטע קשיא איז נישט קיין קשיא אויף די ידיעה, נאר ענדערש אויפן באשעפער ווי אזוי און פארוואס איז ער מזווג זיווגים וואס זעהן אויס גאר שלעכט. עס מיינט אבער נישט אז ער ווייסט נישט. לכאורה איז כוונתו תחילה געווען די זיווג מיט אירע פראבלעמען.

איחוד פעלד » זונטאג יוני 30, 2013 1:39 pm

· #129304
איך האב נישט באמערקט אז אין אנדערע אשכול טוט זיך אפ א משא מתן אין מיינע ווערטער.

איים סארי פאר נישט שרייבען פין ווי איך נעם עס.

אבער די ספרי ר' צדוק זענען באמת פיל דערמיט. און דער עוולה פין ר' צדוק (פאר די גאליציאנער) איז אז ער נעמט זייער ליטעראל, אבער אין טעאריע האלטען זיי די זעלבע. און היות מען פארלאנגט וועל איך עס אפיר זוכען און דא פאסטען.

הגם דער ענין אז די עונש קומט נאר פין נישט מתפלל זיין געדענק איך נישט אזוי זיכער אז עס שטייט דארט, אבער איך וועל עס אי"ה אויך אפיר זוכען.

לאחר ככלות הכל ווען מען לעבט מיט אזעלכע יסודות קען מען אנטוהן גאר אסאך עבירות ווייל דער קודם החטא און לאחר החטא איז א חוט השערה, און עס ווערט שווערער זיך מתגבר זיין אויף די יצה"ר, און פאר דעם איז עס נישט היינט פין דער מעינסטרים חסידות. אוודאי די משפיעים פרעדיגען נאך על דרכים האלה, אבער רוב פין זייער עולם כאפט נישט זייערע ווערטער, און דער מיעוט וואס יא, זענען אדער אפיקורסים אדער גאר גרויסע צדיקים וואס פאר זיי מאכט נישט קיין גרויסע נפק"מ.

הקטן » זונטאג יוני 30, 2013 2:04 pm

· #129311
שמעקעדיג
פון אלע קשיות איבער ידיעה און בחירה, איז מיר די מערסטע אומפארשטענדליך די ענין פון שידוכים. מצד אחד איז קלאר דא א ידיעה, מ' יום קודם יצירת הולד איז מען שוין מכריז ומודיע, הגם אין ספרים שטייט שוין אז עס קען זיך טוישן לויט די התנהגות פונעם מענטש, אבער מיר דא טוען אייגענע ריסערטש, מען דעיט אדער עירענדזש מערידזש, און אזויפיל מאל שפירט מען אז מען איז אריינגעפאלן...

איך מיין אז דו confused השתדלות מוט בחירה

הוגה » זונטאג יוני 30, 2013 2:08 pm

· #129312
@איחוד פעלד הייסט אין אנדערע ווערטער דו האלטסט אז איך בין אן אפיקורס? 😳 ווייל קיין גרויסע צדיק בין איך זיכער נישט.

איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו זאגסט. דו טענה'סט אז היות די ענינים זענען גאר דקות'דיג און מען דארף זיך שטארק מעמיק זיין דערין צו קענען עטוואס פארשטיין און אפילו נאכן פארשטיין דארף מען האבן א שטארקע אמונה, ואשר על כן זאל מען ענדערש איינרעדן די עולם ליגנט? די קושיות וועלן ממילא געפרעגט ווערן אדער היינט אדער מארגן, נו לאמיר כאטש באהאנדלן די נושא on our turf, ווי איידער זאגן ליגנט און ווען יענער וועט כאפן אז ס'שטימט נישט וועט שוין נישט זיין מיט וועם צו רעדן.

איי, פרעגסטו אז ס'קען צוברענגן צו זינדיגן. אויף דעם האב איך אראפ געברענגט א זייער פראקטישע מהלך ביים סוף פון דער תגובה. וואס איז שלעכט מיט דעם?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 30, 2013 2:25 pm

· #129322
קאווע טרינקער
הוגה, איך האב נאך נישט געליינט. מיין מוח איז נישט פילאזאפיש, אלענפאלס, גיי אויף YUTORAH, זוך ביי שיעורים לויט נעמען, וועט איר זעהן 10 שיעורים פון ראביי סאקס, איינע פון די שיעורים רופט זיך "ידיעה און בחירה", ער איז דארט מסביר פארוואס ס'איז נישט קיין סתירה.

נאדיר
<a class="postlink" href="http://www.yutorah.org/lectures/lecture.cfm/757668/Chief_Rabbi_Dr_Jonathan_Sacks/Free_Will_and_Divine_Foreknowledge">http://www.yutorah.org/lectures/lecture ... eknowledge</a>

ער איז אויך מסביר אז ס'דא א 14'טע אני מאמין!
זייער אינטערסאנט.
הלוואי עפענט ער א שול אין בארא פארק

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2274">viewtopic.php?f=42&t=2274</a><!-- l -->

הקטן » זונטאג יוני 30, 2013 2:45 pm

· #129337
א מאמין גלייבט ביידע. צו זאגן פאכע מיט די ידיעה קארטעל בשעת די ווייסט אז די בחירה קארטעל באהלסטע אינטער דיין ריקען איז בכלל נישט פראקטיש, און די mind game איז נישט אמת און קען נישט זיין עפעקטיוו unless דו האסט anyway ספיקות אין די גאנצע בחירה business. ווי אזוי באראיגסטע דיך מיט ידיעה וועל דו גלייבסט אז על כל מעשיך יבא במשפט, אדער די ווייסט אז דו האסט פוגם געווען אין אלע עולמות, אמת ספרים שרייבן אז מ'זאל אפלייגען תשובה אויף זמנים מיוחדים בכך, אבער בעהאלטן די אמת (פון בחירה) קען פראקטישער הייט נישט ארבעטן. דאס איז חוץ די חשש וואס איחוד שרייבט

ר' צדוק רעדט פין א מהלך אין תשובה ווי ער שרייבט דאס אסך מאל. זעה די ווערטער
יוכל לתקן הקודם ע''י התגלות אור הידיעה

א גרויסע שכח הרב הוגה פאר צו ווייזען די שטיקעל ס'איז א beautiful piece אין די puzzle פון עבודת התשיבה במשנת ר' צדוק
(איך האב נישט יעצט צופיל צייט אבער ר' צדוק פארענפערט יא זייער שיין ידיעה און בחירה, ער טיילט דאס נישט אין זמן נאר אין מקום. in other words אויף די וועלט איז אייביג דא בחירה אין העכערע וועלטען נישט.)

איחוד פעלד » זונטאג יוני 30, 2013 2:54 pm

· #129341
דער מקום תירוץ איז אין כתבי אר"י. און רמ"ק.

@הוגה

איך זאג נישט וואס איז ריכטיג און וועלכע מהלך איז מער ריכטיג, איך זאג נאר וואס איך מיין אז די פאקט.

הקטן » זונטאג יוני 30, 2013 3:00 pm

· #129347
יא, און ר' צדוק בויט אויף דעם
עיקר התשובה הוא עד שיאיר ה' עיניו שיהיו זדונות כזכיות, רוצה לומר שיכיר ויבין שכל מה שחטא היה גם כן ברצון השם יתברך וכטעם ידיעה ובחירה, כמו שפירש האריז"ל בסוף ספר ארבע מאות שקל כסף, ששניהם אמת כל אחד במקום בפני עצמו, במקום הבחירה שם אין מקום לידיעה, ובמקום הידיעה שם אין מקום באמת לבחירה. וכשמשיג לאור זה העצום, אז שבו כל זדונותיו בלתי יוצאים מעומק ידיעת הש"י והוא ודעתו ורצונו הכל אחד, ומאחר שהש"י רצה כן הרי הכל זכויות, וזוכה לכפרה גמורה שביום הכיפורים.

וואס ר' צדוק לייגט צו אין די שטיקעל וואס הוגה האט ציגעברענגט איז פאר וואס קודם החט איז נישט דא קיין מקום פאר די עבודה - וויבאלד דו גייסט יעצט טון א חט אין עולם המעשה וואס ווערט געפירט strictly מיט בחירה.

הוגה » זונטאג יוני 30, 2013 3:01 pm

· #129349
הקטן
צו זאגן פאכע מיט די ידיעה קארטעל בשעת די ווייסט אז די בחירה קארטעל באהלסטע אינטער דיין ריקען איז בכלל נישט פראקטיש, און די mind game איז נישט אמת און קען נישט זיין עפעקטיוו unless דו האסט anyway ספיקות אין די גאנצע בחירה business. ווי אזוי באראיגסטע דיך מיט ידיעה וועל דו גלייבסט אז על כל מעשיך יבא במשפט, אדער די ווייסט אז דו האסט פוגם געווען אין אלע עולמות, אמת ספרים שרייבן אז מ'זאל אפלייגען תשובה אויף זמנים מיוחדים בכך, אבער בעהאלטן די אמת (פון בחירה) קען פראקטישער הייט נישט ארבעטן.


קיינער זאגט נישט אז מען זאל באהאלטן די אמת, אדרבא מען דארף וויסן די אמת מיט א קלארקייט. וואס איך זאג איז אז מען קען בוחר זיין צו focus'ן יעצט אויף די ידיעה, ספעציעל אז עס איז נאך די אמת אויך. קיין ברירות האסטו עניוועי נישט, ווייל אויב וועסטו יעצט focus'ן אויף די בחירה וועט עס דיר נאר צוברענגן צו עצבות און נאך עבירות, קומט אויס אז דו האסט שוין ווידער געמאכט די wrong בחירה. אשר על כן האסטו נאר איין ברירה, צו focus'ן אויף די ידיעה.

ספיקות אין בחירה? וואס עפעס? די באשעפער זאגט דאך קלאר 'ובחרת'!

הוגה » זונטאג יוני 30, 2013 3:07 pm

· #129350
איחוד פעלד

איך זאג נישט וואס איז ריכטיג און וועלכע מהלך איז מער ריכטיג, איך זאג נאר וואס איך מיין אז די פאקט.

איין זאך איז זיכער, אז דו 'מיינסט' אזוי. 😃

הקטן, פיליזאפיש איז עס א גוטע הסבר (החילוק בעולמות) אבער פראקטיש העלפט עס נישט קיין סאך בעבוה''ש, און אויב וויל איינער זיין אן ערליכע איד מוז ער טראכטן אנדערש נאכן חטא, כמו שכתבתי לעיל. מען טוישט נישט מהלך אין די הסבר נאר אז די געדאנקן - גאנג די focus דארף זיין אנדערש.

הקטן » זונטאג יוני 30, 2013 3:26 pm

· #129359
אז די ווייסט יא די אמת לאמיתו, וואס העלפט דיר וואס די פאקעסט, ווען ידיעה איז ווען א סתירה מיט בחירה הער'ך וואס דו פארדינסט
בדרך אגב סדאדיס ווייזען אז דווקא די מחשבות וואס די ווילסט אוועק שטיפען זענען די מחשבות וואס קימען ארויף ('white bears and other unwanted thoughts - daniel wegner)

הוגה

הקטן, פיליזאפיש איז עס א גוטע הסבר (החילוק בעולמות) אבער פראקטיש העלפט עס נישט קיין סאך בעבוה''ש, און אויב וויל איינער זיין אן ערליכע איד מוז ער טראכטן אנדערש נאכן חטא

it was never intended for that
ר' צדוק רעדט אינגאנצען נישט ווי אזוי זיך ציגעבען נערווען פילען, און ווערן high, ר' צדוק רעדט פין א שווערע עבודה פון תשיבה נישט פין א simple mind game
איי דו האסט א פראבלעם ווי אזי צו טראכטען נאכן חטא כדי נישט אריינצופאלען אין עצבות האט די תניא א פראקטישע מהלך אין צוויי פרקים, און ר' נחמן זאגט שוין אז קיין יאוש איז בכלל נישט פארהאן, א איד קען אייביג תשובה טון ועוד

מאטי » זונטאג יוני 30, 2013 3:41 pm

· #129363
יש״כ @הוגה @הקטן @איחוד פעלד פארן אהער שטעלן טיפע נושאים אין אזא פראקטישן שריפט. הגם איך האב אסאך קושיות וואס זענען מיר נאכנישט פארענפערט אויפן פיליזאפישער חלק הידיעה ובחירה, וויל איך יעצט בארירן דער סייענטיפישער פאראדאקס וואס ידיעה ובחירה ברענגט מיט זיך און איז דא נאכנישט ארום גערעדט געווארן.
והנה: אויב גלייבן מיר אין השגחה פרטית, דאן איז טייטש אז יעדער כח וואס איז פארהאן קומט פון גאט. און אויב גאט איז זיך מסלק דערפון איז אויס דערמיט ניטאמאהל אש און פארעך נאר דאס אויך נישט.
יעצט איז אזוי, ווען א מענטש רירט זיין פינגער האט א מחשבה פון רוקען דעם פינגער געמוזט מקדים זיין און דער מחשבה וואלט נישט געקענט באשאפן ווערן נאר פון גאט אויב גלייב איך אין השגחה פרטית. נו וויאזוי קען זיין אז דער מענטש איז בוחר ? איז דען דא א כוח חוץ פון גאט? בוחר זיין מיינט אן דעם בורא דאס הייסט גאט איז זיך מסלק פון מיין כח המחשבה און האט דערמיט קיין שייכות און איך בלייב מיטן כח המחשבה! פון ווי קומט דער כח ? פון גאט ? דאן ווי איז מיין בחירה? גאט האט דאך מיר מכריח געווען צו מחשיב זיין די מחשבה.
און זאגן אז גאט האט מיר געגעבן אן עקספענדעבל כח וואס קען ארבייטן אפילו נאכדעם וואס ער איז זיך מסלק דערפון. קודם קאנטראדיקט דאס דער גאנצער באגריף פון השגחה פרטית. ווייל אויב איז דא אזא כח קען דאך דאס שוין ארויפגיין אויף א יעדן בוים בלעטל וכו׳ והשנית ווי איז שייך אזא זאך? אינדעפענדענט ענערדשי ארבייט נאר אויב דער מקור פון דער ענערדשי איז נאך דא און אויב דער מקור פון דער כח המחשבה איז גאט וועט דאס ווייטער נאר ארבייטן ווילאנג גאט וויל ס׳זאל ארבייטן און אנדערע ווערטער גאט קען יעדע רגע אוועקנעמען דער כח הבחירה אפילו יעצט למעשה לויפט דאס אליינס . קומט אויס אז דער שלילות פון גאט אוועק צו נעמען דער כח איז ווי א רצון אז ס׳זאל בלייבן אזוי. איז הדרה קושיא לדוכתא ווי איז דער בחירה?
כ׳האף כ׳האב מיר גוט אויסגעדרוקט.

הקטן » זונטאג יוני 30, 2013 4:00 pm

· #129374
תורת הצמצום דארף דאס עדרעסירן
פאר מער גרינטלעכער, און געשריבן צום שכל נישט אזוי ווייט מיסטיק\קבלה, וועסטו דארפן דארך לערנען דעת תבונות לרמח"ל
די תומר דבורה אין אנפאנג ספר רעדט אויך דערפין, מער אויף א פראקטישע מהלך. די ווארט פין ר' פנחס קאריצער וואס איך ברענג אויף אשמנו בגדנו באמערקט דאס אויך -
בכלל דארף מען וויסען ווער איז דאס דער בוחר?

מאטי » זונטאג יוני 30, 2013 4:30 pm

· #129387
עלעבאריר ביטע

איחוד פעלד » זונטאג יוני 30, 2013 6:55 pm

· #129421
הקטן
תורת הצמצום דארף דאס עדרעסירן
פאר מער גרינטלעכער, און געשריבן צום שכל נישט אזוי ווייט מיסטיק\קבלה, וועסטו דארפן דארך לערנען דעת תבונות לרמח"ל
די תומר דבורה אין אנפאנג ספר רעדט אויך דערפין, מער אויף א פראקטישע מהלך. די ווארט פין ר' פנחס קאריצער וואס איך ברענג אויף אשמנו בגדנו באמערקט דאס אויך -
בכלל דארף מען וויסען ווער איז דאס דער בוחר?



דער מחדש פין צמצום זאגט אז בחירה נעמט זיך פין שבירת הכלים.

הקטן » זונטאג יוני 30, 2013 7:13 pm

· #129425
ווי די רמח"ל איז דאס מסביר איז דאס אלעס part of the orignal plan. קבלה רעדט נאר פין די process

מאטי » זונטאג יוני 30, 2013 7:23 pm

· #129428
איך זע איר אלע פארשטייען זיך אויפן ווינק אבער א קלארער תירוץ אויף מיינע ספיקות באקום איך נישט.. שוין ...כ׳על נישט מוטשען

איחוד פעלד » זונטאג יוני 30, 2013 7:52 pm

· #129435
הוגה
איחוד פעלד

איך זאג נישט וואס איז ריכטיג און וועלכע מהלך איז מער ריכטיג, איך זאג נאר וואס איך מיין אז די פאקט.

איין זאך איז זיכער, אז דו 'מיינסט' אזוי. 😃




איך זעה האסט מיך נישט פארשטאנען, לגבי דעם וואס די רעדסט אז די ביסט מחולק מיט דער הנחה אז נישט אויסלערנען די אמת פאר דער "עולם" היינט, הגם דער "אמת" איז אז עס איז באמת קיין בחירה נישטא, טוט מען נישט קיין טובה, אויף דעם האב איך געשריבען אז לדידי ווייס איך נישט וואס איז מער אמת, צו עס איז יא דא א בחירה (ליין: רעספאנסאביליטי) צו נישט, אדער צו מען דארף מאכען א שקר קדוש צו נישט. איך שרייב נאר וואס דער פאקט איז, אז הגם על פי חסידות בעיקרון איז נישטא קיין אמת'ע בחירה, עם כל זה טוט מען עס היינט פארשטעקען אין א ווינקל און מען לערנט עס נישט אויס ווייל עס איז נישט עטיש.

סארי פאר נישט מאריך זיין דאס ערשטע מאל.

kliger » זונטאג יוני 30, 2013 10:43 pm

· #129504
Why you don't really have free will

<a class="postlink" href="http://usatoday30.usatoday.com/news/opinion/forum/story/2012-01-01/free-will-science-religion/52317624/1">http://usatoday30.usatoday.com/news/opi ... 52317624/1</a>


is there free will??

<a class="postlink" href="https://www.google.com/#output=search&sclient=psy-ab&q=is+there+free+will&oq=is+there+free+&gs_l=hp.1.2.0l4.1283.4845.0.6450.14.12.0.2.2.1.643.3998.2-8j2j0j2.12.0...0.0.0..1c.1.17.psy-ab.MadTZjNbV2k&pbx=1&bav=on.2,or.r_qf.&bvm=bv.48572450,d.dmg&fp=38b67991f8525506&biw=1092&bih=533">https://www.google.com/#output=search&s ... 92&bih=533</a>

ונבנתה העיר » זונטאג יוני 30, 2013 11:07 pm

· #129512
ביטע שרייבטס 'חטא', נישט 'חט'.

--------
נראין לי דברי הוגה.

הקטן, עס זעהט מיר אויס ווי דו ביסט צופיהל מגשם ר' צדוק'ס תשובה, וואס הייסט ער טוהט תשובה? ער קלאפט זיך אויפן הארץ? ער ציהט די מוסקלען אויפן שטערן נענטער איינע צו די אנדערע?

דאס גופא זאגט דאך ר' צדוק, עס איז דא א 'מדרגה' [נישט א 'מקום' אין די קאנטעקסט פון אנדערע וועלטן] וואס איז ידיעה, און די הכרה התעצמות וכו' אין די מדרגה, היא היא עבודת התשובה, אז ער קערט אלעס צוריק צו געטליכקייט.

הקטן
דא איז נאך א שטיקעל וואס ער איז דאס אביסעל מסביר:
עיקר התשובה הוא עד שיאיר ה' עיניו שיהיו זדונות כזכיות, רוצה לומר שיכיר ויבין שכל מה שחטא היה גם כן ברצון השם יתברך וכטעם ידיעה ובחירה,

גם כן ברצון השם יתברך - אויךרצון השם! און אויך דיין בחירה.

ניין, 'גם כן' מיינט בנוסף צו זאכן וואס זענען נישט קיין חטא.

הקטן
איך האב נישט יעצט צופיל צייט אבער ר' צדוק פארענפערט יא זייער שיין ידיעה און בחירה, ער טיילט דאס נישט אין זמן נאר אין מקום. in other words אויף די וועלט איז אייביג דא בחירה אין העכערע וועלטען נישט. ...און ר' צדוק בויט אויף דעם
עיקר התשובה הוא עד שיאיר ה' עיניו שיהיו זדונות כזכיות, רוצה לומר שיכיר ויבין שכל מה שחטא היה גם כן ברצון השם יתברך וכטעם ידיעה ובחירה, כמו שפירש האריז"ל בסוף ספר ארבע מאות שקל כסף, ששניהם אמת כל אחד במקום בפני עצמו, במקום הבחירה שם אין מקום לידיעה, ובמקום הידיעה שם אין מקום באמת לבחירה. וכשמשיג לאור זה העצום, אז שבו כל זדונותיו בלתי יוצאים מעומק ידיעת הש"י והוא ודעתו ורצונו הכל אחד, ומאחר שהש"י רצה כן הרי הכל זכויות, וזוכה לכפרה גמורה שביום הכיפורים.

וואס ר' צדוק לייגט צו אין די שטיקעל וואס הוגה האט ציגעברענגט איז פאר וואס קודם החט איז נישט דא קיין מקום פאר די עבודה - וויבאלד דו גייסט יעצט טון א חט אין עולם המעשה וואס ווערט געפירט strictly מיט בחירה.

כאמור לעיל, ער איז נישט מחלק צווישן אונזער וועלט און אנדערע [די תשובה טוהט ער דאך אויך אויפן עולם המעשה], די חילוק איז אין מדרגה, אזוי ווי סובב וממלא, יחודא עילאה ותתאה וכו' וכו', ופשוט.

הקטן » מאנטאג יולי 1, 2013 11:39 am

· #129674
ונבנתה העיר

הקטן, עס זעהט מיר אויס ווי דו ביסט צופיהל מגשם ר' צדוק'ס תשובה, וואס הייסט ער טוהט תשובה? ער קלאפט זיך אויפן הארץ? ער ציהט די מוסקלען אויפן שטערן נענטער איינע צו די אנדערע?
מחלק צווישן אונזער וועלט און אנדערע [די תשובה טוהט ער דאך אויך אויפן עולם המעשה], די חילוק איז אין מדרגה, אזוי ווי סובב וממלא, יחודא עילאה ותתאה וכו' וכו', ופשוט.


געוויס ביסטו גערעכט און ווען ר צדוק שרייבט "ששניהם אמת כל אחד במקום בפני עצמו, במקום הבחירה שם אין מקום לידיעה" אדער ווען ער שרייבט "ובעולם הזה משמש הבחירה וזה קודם המעשה. אבל אחר כך דמה שעבר כבר איננו ואינו עוד בעולם הזה יוכל לתקן הקודם ע''י התגלות אור הידיעה" רעדט ער נישט פין קיין וועלט וואס איז ערגעץ וואו אין outer space. אין דאס איז א יעדעס מאל וען מען רעדט פין עולמות רוחניים וואס זענען למעלה מן המקם וזמן.

איך האב סך הכול געזאגט וואס די תשובה איז נישט! (זאגן צו זיך im not responsible anymore) איך בין דווקא נישט אריין אזוי ווייט וואס די תשובה איז יא

די תשובה בפועל איז ווי דו זאגסט קימען צו א מדרגה וכו'

דיין צושטעל צו סובב וממלא, יחודא עילאה ותתאה איז זייער א גיטע און דאס איז טאקע די עבודה (נישט פארקניישטע שטערן) דאס איז אבער ארבעט וואס פאדערט "יגיעת בשר ויגיעת נפש" פין התבוננות ביז ווילאנג דאס וועט זיך אים "לייגן"

א איד וואס לעבט און עס "לייגט" זיך אים די ביטול פון אדם קדמון דאצילות לעבט גאנץ אנדערש ווי איך לעב, און קימט נישט אזוי שנעל צו זינדיגען נאכאמאל. איך קען אויך טראכטן דערפין בשעת איך עס א pizza אבער עס האט נישט מיט מיר גארנישט.

הוגה » מאנטאג יולי 1, 2013 7:33 pm

· #129878
moti107
איך זע איר אלע פארשטייען זיך אויפן ווינק אבער א קלארער תירוץ אויף מיינע ספיקות באקום איך נישט.. שוין ...כ׳על נישט מוטשען

@moti107 אל ירע לבבך, איך פארשטיי אויך נישט רוב פון די מושגים, (צמצום וכדומה) איך פרוביר נאר אויף וויפיל איך פארשטיי יא, אויסצושמועסן בפלפול חברים מיט די האפענונג עטוואס קלארער צו ווערן אינעם נושא.

איך פיל ווי איך קיי איבער די זעלבע ווערטער נאך אמאל און נאך אמאל. דאך וועל איך פרובירן צו ערקלערן נאך איין מאל וואס איך (און אנדערע, משפיעים וכדומה) מיינען צו זאגן.

הקטן, איך מיין אז מיר זענען אויף איין פעידזש בנוגע די פיליזאפישע טייל פון ידיעה ובחירה. ידיעה, ס'נישט קיין שום שאלה אז די באשעפער ווייסט אלעס וואס גייט זיין, און ער איז 'מנהיג' הכל. יא, ער האט געמאכט די סופרים קארט ריכטער פסק'נען לטובת זעלבע מין הייראט. ער האט געמאכט לוי ארון ברוטאל אומברענגן לייבי קלעצקי, און ער האט מיך געמאכט קוקן אויף א ראי' אסורה (ס'נאר געשעהן איין מאל...). בחירה, ס'נישט קיין שאלה אז מיר האבן א גענצליכע בחירה (הערסט @איחוד פעלד?), עס מוז אזוי זיין ווייל דער זעלבע גרויסע בורא זאגט דאך אזוי. ער מאכט נישט קיין דזשאוקס און ער ער מיינט וואס ער זאגט. ווי אזוי שטימען די צוויי פאקטן? ביים גרויסע באשעפער קען עס שטימען. ער האט באשאפן אלעס, ער האט אויך באשאפן די מושג אז בחירה ארבייט נישט מיט ידיעה, אבער ווען עס קומט צו אים האט ער געמאכט א ספעציעלע מאדעל פון ידיעה ובחירה וואס קענען יא קאו-עקזיסטען. ווי אזוי פונקטלעך ארבייט עס וועלן מיר קיינמאל נישט וויסן אבער עס איז א פאקט אז אזוי איז עס. ווייל ווען נישט וועסטו מוזן זאגן אז אדער איז די באשעפער נישט קיין כל יכול ויודע הכל, אדער איז ער א ליגנער. וממילא, ווען איינער זינדיגט דארף ער תשובה טון. איי, די באשעפער האט דאך אזוי געוואלט אז ער זאל זינדיגן, און ער האט דאך געוויסט אז ער גייט זינדיגן? אמת, אבער א בחירה האט ער נאך אלץ געהאט און ער האט בוחר געווען ברע, וכנ"ל.

ביז דא זעמיר אויף איין פעידזש, הקטן?

למעשה אויב בין איך א משפיע און איך לערן בחורים איבער בריאת העולם, גדלות הבורא, שכר ועונש וכדומה וועל איך גוט צונעמען דער נושא און זיי לערנען אזוי ווי מיר האבן אויבן געשריבן.

אבער ווען איך רעד פראקטיש וועל איך זאגן פארן בחור (כ'מיין מיך, איך בין דער בחור) אז אויב ביסטו דורך געפאלן זאלסטו אלץ געדענקן כי ה' אמר לו קלל, ס'געווען די רצון הבורא אז דו זאלסט אדורך פאלן, ס'געווען א תכלית דערצו, it was all part of the plan. פארוואס זאג איך אים דאס? ווייל עס איז די אמת. פארוואס זאג איך אים אבער נישט אויך אז ער זאל דעמאלטס געדענקן אז בעצם האט ער געהאט א בחירה און ער איז אדורך געפאלן און ער מוז תשובה טון וכו'? ווייל אזעלכע מחשבות וועלן אים צוברענגן צו עצבות, און פון דעם צו נאך חטאים. (די כלל איז אויב ווילסטו וויסן וועלכער פון צוויי וועגן איז ריכטיגער, דאן קוק וועלכער פון די צוויי ברענגט צו מצוות און וועלכער פארקערט.) אנשטאט דעם זאג איך אים אז ער איז אקעי, די באשעפער איז שטאלץ מיט אים און ער קוקט ארויס אויף זיין עבודה''ש און זיינע מצוות. Happens to be אז איינער פון די מצוות וואס די באשעפער וויל פון אים איז די מצוה פון תשובה, ואשר על כן זאל ער דעזיגנירן א צייט פאר דער הייליגע מצוה. די אופן פון טון די דאזיגע מצוה איז דורך זאגן אשמנו בגדנו, אבער פונקט ווי אלע אנדערע מצוות דארף מען עס מקיים זיין בשמחה.

עס איז שווער צו זאגן א גוטע משל אבער דאך וועל איך פרובירן. איך פארמאג א ביזנעס איך שטעל איינער פון מיינע איינגעשטעלטע אנצופירן מיט א געוויסע סעריע פון מיטינגן וואס וועלן מיר ברענגן מיליאנער דאלארן. איך זעה ביים ערשטע מיטינג אז ער האט געמאכט א געפערליגע screw up וואס האט מיר געקאסט א האלב מיליאן דאלער. נאכן מיטינג פרעגט ער מיך ווי אזוי ס'איז געהאנגן. איך וויל אזוי שטארק זאגן ווי נישט גוט עס איז געווען און וויפיל געלט מיר האבן אנגעוואוירן צוליב אים. אבער איך ווייס אז דאס וועט אים געפערליך צוברעכן, און ער וועט פארלירן זיין קאנפידענס ביי די קומענדע מיטינגן. דאס וועט גורם זיין פרישע פארלוסטן פון מיליאנען. ממילא מאך איך די קאנטשעס דיסיזשאן אים צו זאגן ווי גוט ער האט פערפארמט כדי אים צו געבן די מוט צו גיין ווייטער.
עס איז בכלל אינו דומה משל לנמשל מכמה סיבות, העיקר אז ביים משל האב איך געזאגט א ליגנט פאר מיין ארבייטער משא''כ ווען איך רעד צום בחור החוטא איז עס די אמת. But you get the point.

ווען איך פאל אדורך מיט אן עבירה זאג איך מיך אז אזוי האט די באשעפער געוואלט, איך ווייס נישט פארוואס אבער אזוי איז עס. און איך גיי ווייטער. תשובה טו איך אויך ווייל אזוי וויל די באשעפער.

ב. ד. וו. וואס טוסטו מיט די פרי צדיק וואס איך האב אויבן געשריבן?
ובעולם הזה משמש הבחירה וזה קודם המעשה. [/b] אבל אחר כך דמה שעבר כבר איננו ואינו עוד בעולם הזה יוכל לתקן הקודם ע''י התגלות אור הידיעה וכו'.

הקטן » מאנטאג יולי 1, 2013 9:50 pm

· #129907
הוגה

הקטן, איך מיין אז מיר זענען אויף איין פעידזש בנוגע די פיליזאפישע טייל פון ידיעה ובחירה. ידיעה, ס'נישט קיין שום שאלה אז די באשעפער ווייסט אלעס וואס גייט זיין, און ער איז 'מנהיג' הכל. יא, ער האט געמאכט די סופרים קארט ריכטער פסק'נען לטובת זעלבע מין הייראט. ער האט געמאכט לוי ארון ברוטאל אומברענגן לייבי קלעצקי, און ער האט מיך געמאכט קוקן אויף א ראי' אסורה (ס'נאר געשעהן איין מאל...). בחירה, ס'נישט קיין שאלה אז מיר האבן א גענצליכע בחירה (הערסט @איחוד פעלד?), עס מוז אזוי זיין ווייל דער זעלבע גרויסע בורא זאגט דאך אזוי. ער מאכט נישט קיין דזשאוקס און ער ער מיינט וואס ער זאגט. ווי אזוי שטימען די צוויי פאקטן? ביים גרויסע באשעפער קען עס שטימען.

.... וממילא, ווען איינער זינדיגט דארף ער תשובה טון. איי, די באשעפער האט דאך אזוי געוואלט אז ער זאל זינדיגן, און ער האט דאך געוויסט אז ער גייט זינדיגן? אמת, אבער א בחירה האט ער נאך אלץ געהאט און ער האט בוחר געווען ברע, וכנ"ל.

ביז דא זעמיר אויף איין פעידזש, הקטן?


איך גלייב אז ניין!, מיר זענען נישט אויף איין page ביז אהער אין דאס מאכט די שוועריקייט. לאמער גיין צו שטאטלך (מהקל אל הכבד, און קודם טאקע אן מקורת)
אלע ווייסען אז "ידיעה ובחירה איז נישט קיין סתירה" איך אינז ביידע פארשטייען דאס גאנץ אנדערש, זאג מיר אויב איך בין גערעכט

option א. ידיעה מיינט אז איך מיז אזוי טוען, די באשעפער איז מיך מכריח מיט זיין ידעה. אויך איז דא אזא זאך ווי בחירה חפשי, איי ס'איז א סתירה - גלייב אז ס'נישט קיין סתירה
option ב. סברה חיצונה וואלט געזאגט אז ידיעה איז מחייב מיין בחירה - ביז דערווייל אבער איז הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים (די אייבישטער ווייסט סך הכול פריער וואס איך גיי בוחר זיין שפעטער. )

איך גלייב אז דו (און נולד בדעת חסידות) סאבסקרייבט צו option א.
איך גיי מיט option ב

פאר איך גיי פאר היינט לאמעך פרעגן איז אן עברה רצון השם אדער נגד רצון השם.


ונבתה קום אריין אויב מעגליך

הוגה » דינסטאג יולי 2, 2013 12:39 am

· #129966
עמיר גיין על אחרון ראשון.
נאכדעם וואס איך האב געטון אן עבירה איז קלאר אז דאס האט די באשעפער געוואלט. דו מיינסט אז אויב די באשעפער וויל נישט אז איך זאל ווען טון די עבירה אז איך וואלט עס געקענט טון?

לגבי דיינע צוויי אפציעס אין ידיעה ובחירה, כ'זעה נישט קיין גרויסע חילוק פון די צוויי. אין די צווייטע אפציע שרייבסטו, אז די באשעפער ווייסט וואס איך גיי בוחר זיין. איז דאס דען מיר נישט מכריח בוחר צו זיין כידיעתו? האב איך דען א ברירה צו טון אנדערש ווי ער ווייסט? אוודאי איז די ידיעה מיר מכריח וואס צו טון לויט ביידע מהלכים.

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 2, 2013 12:50 am

· #129972
הקטן, אופן ב' איז די תירוץ פון דעם ראב"ד.

אופן א' איז לענ"ד גאר פשוט, דער רמב"ם איז מסביר בכו"כ מקומות ובאריכות אין מו"נ [און הרב זאקס איז עס שיין מסביר אין קאווע טרינקער'ס לינק, הגם כ'בין נישט אזוי נתפעל געווארן פון זיין התפעלות ווי ער זאל אנטדעקן אמעריקא...] דער חילוק פונעם אייבערשטען'ס ידיעה ביז די ידיעה וואס נבראים האבן, אז איך האב א ידיעה אז דו האסט א ווייסע בארד, איז דאס א ידיעה וואס איז ניתוסף געווארן צו מיר מן החוץ, אז באיזה אופן - צו איך האב געהערט אדער געזעהן וכדו' - האב איך זיך דערוואוסט די ידיעה.

דערנאך איז דא א ידיעה וואס איך ווייס נישט דורך א פראסעס, איך ווייס עס פשוט ווייל איך בין אט דער זאך אליין, איך האב זיך געבלאזן די נאז, מאך איך זיך נישט א חשבון: די טישאו האט זיך געריקט צום נאז און דער נאז האט געבלאזן, קומט אויס אז איך האב געבלאזן די נאז, איך ווייס עס ווייל איך בין דאך דער מיט'ן געבלאזענעם נאז...

ממילא אזוי ווי עס איז אין דבר חוץ ממנו, איז נישט דא צוויי זאכן זיין ידיעה און דעם מענטש'ס בחירה, אז דו זאלסט פרעגן אויב ווייסט ער פון פאראויס א ידיעה מן החוץ אז איך גיי אזוי בוחר זיין איז ער דאך מכריח? נאר פונקט ווי ער ווייסט אז א גראז שאקלט זיך, נישט ווייל ער האט געקוקט און געזעהן [אפי' בעיני השכל], נאר ווייל דער גראז איז ער אליין, הוא הדין ווייסט ער וואס דו ביסט בוחר ווייל די עצם בחירה איז א טייל פון איהם, און אויף דעם איז נישט שייך קיין צווינגען ווייל זיי זענען נישט קיין צוויי שטאפלן א) איך ווייס ב) וואס דו גייסט בוחר זיין, ער האט די ידיעה פון די עצם בחירה, פונקט ווי דיין אייגענע ידיעה בשעת בחירה איז נישט מכריח דיין בחירה.

איך מיין אז עס איז גאנץ פשוט, און דאס וואס דער רמב"ם שרייבט אז מען קען עס נישט משיג זיין, מיינט זיך פארשטעלן דעם מצב ווי די גאנצע מציאות איז פאראייניגט מיט זיין ידיעה [וכן משמע להדיא אין מו"נ הנ"ל], אבער די געדאנק און איהרע תוצאות זענען גאנץ קלאר.

וואו עס שטעקט ר' צדוק'ס געוואלדיגע חידוש מיין איך איז זיין leap פון ידיעה ביז רצון, וואס האט איינע מיט די אנדערע? אז איך 'ווייס' אז ונבנתה העיר האט א חסרון כו"כ, מיינט עס עפעס אז איך 'וויל' אזוי? אדרבה, על אפי ועל חמתי היתה 'העיר' הזאת, אז דער אייבערשטער האט א ידיעה איבער עובדי ע"ז, וויל ער עס?

לענ"ד מיינט ער נאר צוצושטעלן צו די געדאנק פון 'אחדות' וואס מ'זעהט ביי די 'סוגיא' פון ידיעה ובחירה, און אויף דעם בויעט ער אז אזוי ווי די נקודת הפגם פון א חטא איז פירוד [כמבואר במקומו], איז אויף דעם די תיקון זיך אריינצולייגן אין די הכרה אז דער אייבערשטער איז די גאנצע מציאות און די כח וואס ער האט אריינגעלייגט אין די מעשה עבירה איז אויך דער אייבערשטער, ווי ער שרייבט: 'תשובה היינו שמשיב אותו דבר אל הש”י רוצה לומר שמכיר שהכל פועל הש”י וכוחו אפילו המחשבה טרם נוצרה בלבו של אדם… נמצא הש”י נתן לו כח גם בהעבירה'.

וה' הטוב יכפר.

הוגה » דינסטאג יולי 2, 2013 1:08 am

· #129979
ונבנתה, זייער שיין אראפ געלייגט די נושא און דו האסט א רייכע שפראך.

איך מוז זיך דינגען מיט דיין הנחה, אז די פאקט אז די באשעפער ווייסט ווער עס גייט זינדיגן מיינט נאך נישט אז ער וויל אזוי. Really? ער וויל נישט? דאן ווי אזוי טוט עס יענער? איך גיב מיין קליין קינד matches, איך לערן אים ווי אזוי עס צו נוצן, איך וואטש מיט א שמייכל ווי ער צונדט עס אן, און דערנאך ווען די גאנצע הויז איז אפגעברענט זאג איך אז איך האב נישט געוואלט אז ער זאל דאס טון. עס זענען יעצט דא צוויי אפציעס וואס מ'קען זאגן. אדער בין איך א retard, אדער האב איך געוואוסט אז ס'ווארט מיך אפ א פעטע אינשורענס אויסצאל.

וועלכע פון די צוויי אויסוואלן גיבסטו פארן אייבישטער?

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 2, 2013 1:22 am

· #129986
וואס איז די פראבלעם? מצד כו"כ סיבות האט ער געוואלט איבערגעבן פאר א מענטש די בחירה ווי אזוי אויסצוניצן די חיות וואס ער האט אריינגעלייגט אין די בריאה.

משל למה"ד, איינער זאגט פאר זיין בחור'ל: דא האסטו די שליסל צו 'מיין' געלט, דו קענסט עס נוצן אויף גוטע זאכן אדער אויף שלעכטע, איך זאג דיר אז איך וויל דו זאלסט עס נוצן אויף גוטס, איך האלט אלעס מיט דורך א קעמרע און אויב וועסטו עס ניצן אויף שלעכטס וועט דיר נישט גוט זיין.

ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע, אשר אנכי מצוך היום לאהבה את יהוה אלהיך ללכת בדרכיו ולשמר מצותיו וחקתיו ומשפטיו וחיית ורבית וברכך יהוה אלהיך בארץ אשר אתה בא שמה לרשתה, ואם יפנה לבבך ולא תשמע ונדחת והשתחוית לאלהים אחרים ועבדתם, הגדתי לכם היום כי אבד תאבדון לא תאריכן ימים על האדמה אשר אתה עבר את הירדן לבא שמה לרשתה, העידתי בכם היום את השמים ואת הארץ החיים והמות נתתי לפניך הברכה והקללה ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך, לאהבה את יהוה אלהיך לשמע בקלו ולדבקה בו כי הוא חייך וארך ימיך לשבת על האדמה אשר נשבע יהוה לאבתיך לאברהם ליצחק וליעקב לתת להם.

הוגה » דינסטאג יולי 2, 2013 1:28 am

· #129987
די סבה פארוואס דיין משל איז בכלל נישט דומה לנמשל איז ווייל די טאטע ווייסט למעשה נישט וואס די בחור וועט בוחר זיין, משא''כ אבינו שבשמים ווייסט קלאר וואס מיר וועלן בוחר זיין, און ער ווייסט אז עס ליגט נישט בידינו צו טוישן צו די גוטע choice און מיט דעם אלעם גיבט ער אונז נאך אלץ די שליסל.

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 2, 2013 1:32 am

· #129989
הוגה
און ער ווייסט אז עס ליגט נישט בידינו צו טוישן צו די גוטע choice

עס איז יא בידינו, ביסטו נישט מסכים להמבואר לעיל אז זיין ידיעה איז נישט מכריח מיין בחירה?

הוגה » דינסטאג יולי 2, 2013 1:40 am

· #129993
כלפי אונז איז דא א פולע בחירה, אבער כלפי די באשעפער איז נישט דא, אזוי ווי ער ווייסט אזוי וועט זיין.

מאטי » דינסטאג יולי 2, 2013 2:21 am

· #129997
הוגה
ונבנתה, זייער שיין אראפ געלייגט די נושא און דו האסט א רייכע שפראך.

איך מוז זיך דינגען מיט דיין הנחה, אז די פאקט אז די באשעפער ווייסט ווער עס גייט זינדיגן מיינט נאך נישט אז ער וויל אזוי. Really? ער וויל נישט? דאן ווי אזוי טוט עס יענער?

וואס הייסט וויאזוי ? האסט דאך אזוי שיין מסביר געווען אויבן רעדנדיג צום בחור הוגה אז מיר גלייבן אז ס׳איז דא א ידיעה מיט בחירה, און אה״נ לויטן מענטשליכען שכל איז דאס א סתירה, דאך איז דער מציאות אזוי און פערטיג.
יעצט אז דו מאכסט א קאמבאו פון ידיעה/רצון השם אז ס׳מוז גיין אינאיינעם פלוצלינג פארשטייסטו שוין נישט וויאזוי מ׳איז בוחר? ס׳איז רצון השם! מיט בחירה צוזאמען איי אויב ס׳איז רצון השם וויאזוי איז דא בחירה ? גוט מארגען! ווען דו וועסט פארשטיין וויאזוי ידיעה און בחירה גייט צוזאמען וועסטו פארשטיין רצון השם אויך.. זאג עס פארן בחור..
והשתא דאתית להכי איז שוין נישט קיין חילוק פון צד א׳ און צד ב׳ צו דער ידיעה איז יא מכריח צו נישט. ווייל פונקט ווי ידיעה מיט בחירה גייט אינאיינעם ביאנד אונזער פארשטאנד ווי הוגה האט אזוי שיין מסביר געווען פארן בחור. גייט ידיעה/הכרח/רצון השם/בחירה, אויך אינאיינעם. ביאנד אונזער פארשטאנד..

הוגה » דינסטאג יולי 2, 2013 10:08 am

· #130030
יא מאטי, ידיעה, בחירה, הכרח און רצון קענען טאקע גיין צוזאמען. אבער די פאקט אז איך האב געהאט א בחירה און עס איז געווען בידי אויס צו וועהלן צו טון די עבירה אדער עומד בנסיון זיין מיינט נאך אלץ נישט אז עס איז נישט געווען א רצון הבורא אז איך זאל עובר זיין. מיין קשיא איז געווען געוואנדן צו ונבנתה נאך דעם וואס ער האט געזאגט אז ס'לא יתכן צו זאגן אז די רצון השם איז געווען אז די עובדי ע''ז זאלן עס טון. און איך זאג אז עס איז מוכרח אז זה הי' רצונו, ווייל ווען נישט וואלטן זיי עס נישט געטון. איי, וואס טוט זיך מיט בחירה? יא, זיי האבן געהאט א ריכטיגע בחירה טראץ די רצון השם. איין מאל עס איז לאחר המעשה ווייסן מיר קלאר וואס די רצון השם איז געווען.

הקטן » דינסטאג יולי 2, 2013 7:54 pm

· #130252
ונבנתה העיר
הוגה
און ער ווייסט אז עס ליגט נישט בידינו צו טוישן צו די גוטע choice

עס איז יא בידינו, ביסטו נישט מסכים להמבואר לעיל אז זיין ידיעה איז נישט מכריח מיין בחירה?

דאס איז option א.

option א זאגט אז איך דארף גלייבן צוויי זאכן וואס זענען זיך סותר מניה וביה. איך דארף גלייבן באמונה שלימה אז גאט איז יא מכריח מיינע מעשים אין בשעת מעשה דארף איך גלייבן באמונה שלימה אויך דאס פארקערטע, אז גאט איז נישט מכריח מיינע מעשים און איך האב בחירה חופישת.

optin ב זאגט אז ידיעה איז בכלל נישט מכריח מיין choice', און האט וועגן מסביר צו זיין ווי אזוי דאס קען זיין, אדער עפילט דאס צו פשוט גלייבן אז עס קען זיין.

הוגה, דא ליגט די שליסעל פארוואס מיר פארשטייען זיך נישט. איך האב איבער געקיקט וואס די האסט געשריבן מיט option א in mind און ס'מאכט פערפעקט סענס.
פאר אינז גיימער ווייטער, קריכען און שפיץ חסידות, איז כדי צו וויסען אז plain vanilla ידישקייט נעמעט אן option ב און נעמט אויך אן אז אן עברה איז נגד רצון השם.

moti', די אמינה וואס option א פאדערט איז א זאך וואס איז קעגן שכל, שכל איז דאס פשוט מנגד, אדער זענען מיינע מעשים מכריחים אדער נישט
option ב
, הגם ס'שווער פאר די שכל to grasp it איז דאס נישט אקעגן שכל.

למשל איך וועל די זאגן אז די מענטשען פין marss האבן נישט 5 חושים נאר זיי האבן 8 חושים, שכל וועט נישט קענען מאכן קיין סענס פון די 3 עקטערע חושים אבער דאס איז נישט אקעגן שכל. די תירץ פינעם רמב"ם וואס ונבתה האט געברענגט (לא מחשבותי מחשבותיכם) אדער די תירץ פינעם ראב"ד (למעלה מן הזמן) זענען נישט מנגד צום שכל חאטש ס'שווער to wrap your mind around it

מאטי » דינסטאג יולי 2, 2013 10:01 pm

· #130293
און אנדערע ווערטער זאגט הקטן אזוי:
צד א
ידיעה = רצון השם
רצון = הכרח

בחירה = אינו הכרח
סך הכל :
הכרח ולא הכרח משתמשים בערבוביא נגד השכל אזוי ווי 3 = 1 + 1

צד ב׳
ידיעה אינו רצון אם כן אין הכרח
בחירה = לאו הכרח
סך הכל
בחירה וידיעה לאו הכרח
ויש ידיעה ובחירה ביחד אבער א מענטש קען דאס נישט משיג זיין.

הוגה ווי איך פארשטיי, קען נישט משלים זיין אז ידיעה זאל נישט בעל כרחך ברענגען הכרח, און זיין לאגיק גייט אזוי:
אויב דער אייבישטער ווייסט וואס גייט זיין, דאן קען דאך נישט געשען עפעס אנדערש פארקערט ווי זיין ידיעה , קומט דאך אויס אז דאס וואס צום סוף געשעט איז רצון השם, און אויב ס׳איז רצון איז דאך בהכרח אז אזוי וועט טאקע זיין ווייל וויאזוי קען געשען עפעס נגד רצון השם?
אבער הוגה פארוואס קען נישט זיין אז לעולם האט דער אייבישטער אוועק געגעבן די בחירה צום מענטש און מסלק געווען זיין רצון צו וואס דער מענטש איז בוחר. אבער וויבאלד דער אייבישטער איז א כל יכול ווייסט ער למעשה וואס דער מענטש גייט בוחר זיין. ווייל דאס איז דאך זיכער אז עפעס גייט ער בוחר זיין סך הכל ווייסט גאט שוין פארן בוחר זיין וואס ער גייט בוחר זיין. און דאן איז דער בחירה מיט די ידיעה בכלל נישט קיין שכל׳׳דיגער סתירה.

הקטן » מיטוואך יולי 3, 2013 12:41 am

· #130366
זייער גוט ארויסגעברענגט, איך מיין דארפסט נישט האבן דארט "רצון" ס'לייגט צו א layer of complexity - וואס זאגסטו צו דעם?
און אנדערע ווערטער זאגט הקטן אזוי:
צד א
ידיעה = הכרח

בחירה = אינו הכרח
סך הכל :
הכרח ולא הכרח משתמשים בערבוביא נגד השכל אזוי ווי 2 = 1 - 1

צד ב׳
ידיעה אינו הכרח
בחירה = לאו הכרח
סך הכל
בחירה וידיעה לאו הכרח
ויש ידיעה ובחירה ביחד אבער א מענטש קען נישט פינקטלעך משיג זיין וויאזוי ידיעה איז נישט קיין הכרח, ווייל אינזער ידיעה איז אנדערש פון גאט'ס ידיעה

הוגה ווי איך פארשטיי, קען נישט משלים זיין אז ידיעה זאל נישט בעל כרחך ברענגען הכרח, און זיין לאגיק גייט אזוי:
אויב דער אייבישטער ווייסט וואס גייט זיין, דאן קען דאך נישט געשען עפעס אנדערש פארקערט ווי זיין ידיעה , איז דאך בהכרח אז אזוי וועט טאקע זיין (דאס איז די קלאסישע age old דילעמע פין ידיעה און בחירה)

אבער הוגה פארוואס קען נישט זיין אז לעולם האט דער אייבישטער אוועק געגעבן די בחירה צום מענטש און מסלק געווען זיין רצון צו וואס דער מענטש איז בוחר. אבער וויבאלד דער אייבישטער איז א כל יכול ווייסט ער למעשה וואס דער מענטש גייט בוחר זיין. ווייל דאס איז דאך זיכער אז עפעס גייט ער בוחר זיין סך הכל ווייסט גאט שוין פארן בוחר זיין וואס ער גייט בוחר זיין. און דאן איז דער בחירה מיט די ידיעה בכלל נישט קיין שכל׳׳דיגער סתירה.

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 3, 2013 1:08 am

· #130371
אין דעם שיעור פון הרב זאקס וואס קאווע טרינקער האט געברענגט זאגט ער א גוט ווארט ע"ד הצחות.

judaism produced three great אפיקורסים: שפינאזא, מארקס און פרויד, שפינאזא איז געווען פון די ערשטע דיטערמעניסטן, א מענטש האט נישט בחירה חפשית, יעדע פעולה איז א תוצאה פון די סביבה, קאנדישענס וכו', מארקס האט ארויסגעהויבן די סטאטוס פון עובדי אדמה און די מלחמה פון די קלאסן, און דאס סוב-קאנטשעס נייגונג צו איינע פון די עלטערן איז פרויד'ס א חידוש.

זאגט דער אייבערשטער: לך לך מארצך - מארקס, וממולדתך - שפינאזא, ומבית אביך - פרויד...

אז מען רעדט שוין פון determinism, אין חת"ס האביך געזעהן אן אינטערעסאנט ווארט, ווען די משנה רעכענט די זאכן וואס זענען באשאפן געווארן בין השמשות שטייט 'אף צבת בצבת עשויה', דהיינו כדי צו מאכן א צווענגל מוז מען עס אריינלייגן אין פייער, אויב אזוי מוז מען דאך האבן אן אנדערע צווענגל עס אנצוכאפן דערמיט, איז ווער האט געמאכט דעם ערשטן צווענגל? מוז זיין אז עס איז באשאפן געווארן בששת ימי בראשית.

זאגט דער חת"ס, יעדע מחשבה\הסבר\מסקנא צו וואס א מענטש קומט צו איז א תוצאה פון פריערדיגע הקדמות און הנחות מוקדמות וואס ער האט, דערנאך וועט די פרישע מסקנא ווערן א הקדמה צום קומעדיגן און אזוי ווייטער, 'וכן עד עולם הוא צבת בצבת - הכרח בהכרח', נאר די ערשטע מחשבה דאס לייגט דער אייבערשטער אריין אין א מענטש'ס שכל 'קרוב לנבואה', און דאס איז בריאת בין השמשות וואס דעמאלטס זענען באשאפן געווארן די זאכן וואס זענען 'גשמי כעין רוחני'.

הקטן » מיטוואך יולי 3, 2013 1:38 pm

· #130442
הוגה
ונבנתה, זייער שיין אראפ געלייגט די נושא און דו האסט א רייכע שפראך.

איך מוז זיך דינגען מיט דיין הנחה, אז די פאקט אז די באשעפער ווייסט ווער עס גייט זינדיגן מיינט נאך נישט אז ער וויל אזוי. Really? ער וויל נישט? דאן ווי אזוי טוט עס יענער? איך גיב מיין קליין קינד matches, איך לערן אים ווי אזוי עס צו נוצן, איך וואטש מיט א שמייכל{??] ווי ער צונדט עס אן, און דערנאך ווען די גאנצע הויז איז אפגעברענט זאג איך אז איך האב נישט געוואלט אז ער זאל דאס טון. עס זענען יעצט דא צוויי אפציעס וואס מ'קען זאגן. אדער בין איך א retard, אדער האב איך געוואוסט אז ס'ווארט מיך אפ א פעטע אינשורענס אויסצאל.

וועלכע פון די צוויי אויסוואלן גיבסטו פארן אייבישטער?


ונבנתה העיר
וואס איז די פראבלעם? מצד כו"כ סיבות האט ער געוואלט איבערגעבן פאר א מענטש די בחירה ווי אזוי אויסצוניצן די חיות וואס ער האט אריינגעלייגט אין די בריאה.

משל למה"ד, איינער זאגט פאר זיין בחור'ל: דא האסטו די שליסל צו 'מיין' געלט, דו קענסט עס נוצן אויף גוטע זאכן אדער אויף שלעכטע, איך זאג דיר אז איך וויל דו זאלסט עס נוצן אויף גוטס, איך האלט אלעס מיט דורך א קעמרע און אויב וועסטו עס ניצן אויף שלעכטס וועט דיר נישט גוט זיין. (איך קען דיך סטאפען א יעדע סעקענד אבער all i want is צו זעהן וואס דו גייסט בוחר זיין, )

ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע, אשר אנכי מצוך היום לאהבה את יהוה אלהיך ללכת בדרכיו ולשמר מצותיו וחקתיו ומשפטיו וחיית ורבית וברכך יהוה אלהיך בארץ אשר אתה בא שמה לרשתה, ואם יפנה לבבך ולא תשמע ונדחת והשתחוית לאלהים אחרים ועבדתם, הגדתי לכם היום כי אבד תאבדון לא תאריכן ימים על האדמה אשר אתה עבר את הירדן לבא שמה לרשתה, העידתי בכם היום את השמים ואת הארץ החיים והמות נתתי לפניך הברכה והקללה ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך, לאהבה את יהוה אלהיך לשמע בקלו ולדבקה בו כי הוא חייך וארך ימיך לשבת על האדמה אשר נשבע יהוה לאבתיך לאברהם ליצחק וליעקב לתת להם.


דאס האסטו נאך אן אויסוואל בנוגע "רצון", וואס די תומר דבורה שרייבט אין פרק א
הא' - מי אל כמוך
מורה על היות הקב"ה מלך נעלב, סובל עלבון מה שלא יכילהו רעיון. הרי אין דבר נסתר מהשגחתו בלי ספק, ועוד אין רגע שלא יהיה האדם נזון ומתקיים מכח עליון השופע עליו, והרי תמצא שמעולם לא חטא אדם נגדו שלא יהיה הוא באותו הרגע ממש שופע שפע קיומו ותנועת אבריו, עם היות שהאדם חוטא בכח ההוא לא מנעו ממנו כלל אלא סובל הקב"ה עלבון כזה להיות משפיע בו כח תנועות אבריו, והוא מוציא אותו כח באותו רגע בחטא ועון ומכעיס והקב"ה סובל. ולא תאמר שאינו יכול למנוע ממנו הטוב ההוא ח"ו שהרי בכחו ברגע כמימרא ליבש ידיו ורגליו כעין שעשה לירבעם, ועכ"ז שהכח בידו להחזיר הכח הנשפע ההוא והיה לו לומר כיון שאתה חוטא נגדי תחטא בשלך לא בשלי, לא מפני זה מנע טובו מן האדם אלא סבל עלבון, והשפיע הכח והטיב לאדם טובו. הרי זה עלבון וסבלנות מה שלא יסופר ועל זה קוראים מלאכי השרת להקב"ה מלך עלוב


moti איך מיין אז דא ליגט א partel תירוץ אויף וואס דו האסט געפרעגט פון ווי דער בוחר נעמט זיין כח.
א גרויסע part וואס איז ביזדערווייל נישט גערירט איז וואס איז די relationship פין בורא צום נברא\בוחר?
ווער איז דאס דער בוחר?

מאטי » מיטוואך יולי 3, 2013 2:14 pm

· #130449
הקטן כמו אברך קטן בשנים[שני קאווע] וזקן בחכמה.

איך מיין אז מ'דארף פארשטיין וויאזוי געשעט מחשבה? דהיינו וואס געשעט פאר איך טראכט אז איך זאל טראכטן וואס איך גיי טראכטן? און ווי כ'האב אויבן בארירט, אז דער נקודת הבחירה איז נישט אין די מעשים ווייל די האנט פאלגט דאך נאר דעם מח וואס פאלגט די מחשבה. במושכל ראשון איז מחשבה - וואס דארט ליגט די נקודת הבחירה - א יש מאין, וואס נאר גאט קען מאכן.

קען דען א מענטש מחליט זיין וואס ס'זאל אים בייפאלן?

לאמיר זאגן איך האב יעצט א מחשבה צו טוען אן עבירה, דער ערשער נקודת המחשבה וואס פאר דער נקודה איז גארנישט געווען [יש מאין] איז דא א בחירה דערויף? ווען? פארן טראכטן איז דאך נישטא וואס בוחר צו זיין
, ווידער בשעת די מחשבה בין איך דאך געצווינגען צו טראכטן וואס דער יש מאין'דיגער מחשבה זאגט מיר צו טראכטן און פון דארט איז כלי מעשה גומרים.

וועסטו זאגן, לערן מוסר ספרים וועט דיר בייפאלן צו טון מצוות!

יא! אבער די מחשבה וואס איז מחליט צו לערנען מוסר ספרים אדער אנצנעמן אז דו האסט א פוינט, דארף מקדים זיין מיין בחירה כדי איך זאל מחליט זיין צו לערנן מוסר.
ויש להאריך....

הקטן » מיטוואך יולי 3, 2013 2:51 pm

· #130459
wow דאס איז אן original thought - no pun intended
אמת, מגעליך אז די גאנצע בחירה איז נאר במחשבה! (למעשה גיי ווייס וואס וועט זיין) און דאס קען זיין איז א יש מאין.

הקטן
א גרויסע part וואס איז ביז דערווייל נישט גערירט איז וואס איז די relationship פין בורא צום נברא\בוחר?
ווער איז דאס דער בוחר?

how about אז דער בורא האט באשאפען קליינע בורא'לך וואס האבן limited בורא capabilities צו באשאפען יש מאין'ס to an extent
(די קימסט נאנטער צו מפנח זיין די code פון צמצום און שבירת הכלים)

if my memory serves me האסטו אמאל געשריבען וועגן די 3 principles לאור syd banks און להבדיל די זוהר הק' איז דא א מציאות פין global דעת וואס איז נאר חומר אן קיין צורה און דער מענשט די בוחר פארעמט אויס די shapeless דעת לויט זיין בחירה

הוגה » מיטוואך יולי 3, 2013 4:53 pm

· #130502
הקטן
option ב זאגט אז ידיעה איז בכלל נישט מכריח מיין choice', און האט וועגן מסביר צו זיין ווי אזוי דאס קען זיין, אדער עפילט דאס צו פשוט גלייבן אז עס קען זיין. הגם ס'שווער פאר די שכל to grasp it איז דאס נישט אקעגן שכל.


ידיעה איז נישט מכריח מיין choice, און דאס איז נישט אקעגן די שכל? 😲 איך פארשטיי נישט. דו זאגסט אז גאט ווייסט אז איך גיי טון די עבירה, אבער אויב איך וויל האב איך ווייטער די טשויס ארויסצושטעקן מיין צונג צו גאט און עס נישט טון? דאס הייסט אז איך קען זאגן "גאט לאכט און די מענטש לאכט"? come on! פארדעם מאכט דיין גאנצע הנחה נישט קיין סענס. די איינציגסטע וועג איז צו זאגן אז איך האב א געהעריגע בחירה, און איך וועל למעשה טון פונקט ווי גאט ווייסט/וויל אז איך זאל טון, און עס שטימט באופן ביים בורא כל העולמים אזוי ווי איך האב שוין אויבן ערווענט.

אגב, וויל איך צוריק גיין פאר א סעקונדע צו @ונבנתה העיר:
ונבנתה העיר
הוגה
און ער ווייסט אז עס ליגט נישט בידינו צו טוישן צו די גוטע choice

עס איז יא בידינו, ביסטו נישט מסכים להמבואר לעיל אז זיין ידיעה איז נישט מכריח מיין בחירה?

דו שרייבסט איין תגובה פאר דעם:
ונבנתה העיר
וואס איז די פראבלעם? מצד כו"כ סיבות האט ער געוואלט איבערגעבן פאר א מענטש די בחירה ווי אזוי אויסצוניצן די חיות וואס ער האט אריינגעלייגט אין די בריאה.

און איך זאג: יא, ער האט געוואלט אז מיר זאלן האבן א בחירה, אבער ער ווייסט פונקטלעך וואס מיר וועלן בוחר זיין.

די זעלבע איז מיט וואס @moti107 פרעגט:
moti107
אבער הוגה פארוואס קען נישט זיין אז לעולם האט דער אייבישטער אוועק געגעבן די בחירה צום מענטש און מסלק געווען זיין רצון צו וואס דער מענטש איז בוחר. אבער וויבאלד דער אייבישטער איז א כל יכול ווייסט ער למעשה וואס דער מענטש גייט בוחר זיין. ווייל דאס איז דאך זיכער אז עפעס גייט ער בוחר זיין סך הכל ווייסט גאט שוין פארן בוחר זיין וואס ער גייט בוחר זיין. און דאן איז דער בחירה מיט די ידיעה בכלל נישט קיין שכל׳׳דיגער סתירה.


יא, די באשעפער האט געוואלט אז ס'זאל זיין א בחירה, ער האט געוואלט אז א מענטש זאל קענען בוחר זיין ברע ובטוב, טראץ דעם וואס ער האט געוויסט/ווייסט ווער עס גייט אלץ בוחר זיין ברע, דאך האט ער עס געטון צוליב דעם ווייל אזוי איז בעסער (דו ווילסט דאך נישט זאגן אז גאט האט געטון עפעס וואס איז נישט גוט). ממילא בין איך מיט דיר אז "דער אייבישטער האט אוועק געגעבן די בחירה צום מענטש און מסלק געווען זיין רצון צו וואס דער מענטש איז בוחר", אבער ווען די מענטש האט בוחר געווען ברע איז למעשה געשעהן פונקט וואס די באשעפער האט געוואלט אז ס'זאל געשעהן. א 'נארמאלע' טאטע גיבט נישט זיינע קינדער קיין matches נאר אויב ער האלט אז עס איז גוט פארן קינד זיך צו לערנען ווי אזוי צו באהאנדלן matches אדער אז ווען מען שפילט זיך דערמיט ווערט מען פארברענט וכדומה. וממילא, ווען דאס קינד ווערט פארברענט און ער האט זיך געלערנט זיין lesson, איז נתקיים געווארן די רצון פינעם טאטע. יעצט, ביים באשעפער ווייסן מיר נישט פונקטלעך פארוואס און פארווען גאט האט אזוי אויסגעשטעלט די וועלט ווי עס איז. מיר ווייסן אבער צוויי זאכן, אז ער האט אונז געגעבן די כח ורשות בוחר צו זיין, אז ער ווייסט וואס מיר וועלן בוחר זיין, בע"כ דאס וויל ער, ווען ער וויל עס דען נישט וואלט ער אונז נישט געגעבן די בחירה.

(דרך אגב, האב איך אין פלאן אפצושרייבן א באשרייבונג, ובתוכו אז מען קען זיך לערנען פון די דרך השם ווי אזוי זיך צו באגיין מיט מענטשן בכלל און קינדער בפרט. וירא ה' כי טוב צו געבן פאר מענטשן נסיונות טראץ דעם וואס זיי פאלן אדורך מזמן לזמן, די זעלבע לכאורה דארפן מיר טון און נישט ריסטריקטען א יעדע זאך וואס ברענגט נסיונות, נאר לערנען די קינדער/עולם ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט.)

moti107
לאמיר זאגן איך האב יעצט א מחשבה צו טוען אן עבירה, דער ערשער נקודת המחשבה וואס פאר דער נקודה איז גארנישט געווען [יש מאין] איז דא א בחירה דערויף? ווען? פארן טראכטן איז דאך נישטא וואס בוחר צו זיין, ווידער בשעת די מחשבה בין איך דאך געצווינגען צו טראכטן וואס דער יש מאין'דיגער מחשבה זאגט מיר צו טראכטן און פון דארט איז כלי מעשה גומרים.


בפשטות קומט די מחשבה פונעם ייצר הרע - evil inclination (לאמיר נישט יעצט פארקריכן אין ווער און וואס די ייצר הרע איז), אויף דעם איז נישט דא א בחירה. פון דא און ווייטער איז אבער יא דא א בחירה. אפצושטעלן די מחשבות וכ"ש המעשים. אם פגע בך מנוול זה משכהו לביהמ"ד.


.

הוגה » מיטוואך יולי 3, 2013 5:01 pm

· #130503
ונבנתה העיר
אז מען רעדט שוין פון determinism, אין חת"ס האביך געזעהן אן אינטערעסאנט ווארט, ווען די משנה רעכענט די זאכן וואס זענען באשאפן געווארן בין השמשות שטייט 'אף צבת בצבת עשויה', דהיינו כדי צו מאכן א צווענגל מוז מען עס אריינלייגן אין פייער, אויב אזוי מוז מען דאך האבן אן אנדערע צווענגל עס אנצוכאפן דערמיט, איז ווער האט געמאכט דעם ערשטן צווענגל? מוז זיין אז עס איז באשאפן געווארן בששת ימי בראשית.

זאגט דער חת"ס, יעדע מחשבה\הסבר\מסקנא צו וואס א מענטש קומט צו איז א תוצאה פון פריערדיגע הקדמות און הנחות מוקדמות וואס ער האט, דערנאך וועט די פרישע מסקנא ווערן א הקדמה צום קומעדיגן און אזוי ווייטער, 'וכן עד עולם הוא צבת בצבת - הכרח בהכרח', נאר די ערשטע מחשבה דאס לייגט דער אייבערשטער אריין אין א מענטש'ס שכל 'קרוב לנבואה', און דאס איז בריאת בין השמשות וואס דעמאלטס זענען באשאפן געווארן די זאכן וואס זענען 'גשמי כעין רוחני'.


דאס איז א געוואלדיגע ווארט ונבנתה! און דאס שטימט מיט וואס איז האב דא געשריבן בשם רבי חיים שלום דייטש אז א יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט אמונה וואס איז א מתנה פונעם אייבישטער. (בעצם האב איך געהערט אמאל אז די רמב"ם האלט אז די התחלת אמונה איז א מתנה און נישט עפעס וואס מען ארבייט דערויף.) לויט דער חת"ס איז עס אפשר אויך די צבת בצבת.

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 3, 2013 7:01 pm

· #130544
הוגה
אגב, וויל איך צוריק גיין פאר א סעקונדע צו @ונבנתה העיר:
ונבנתה העיר
הוגה
און ער ווייסט אז עס ליגט נישט בידינו צו טוישן צו די גוטע choice

עס איז יא בידינו, ביסטו נישט מסכים להמבואר לעיל אז זיין ידיעה איז נישט מכריח מיין בחירה?

דו שרייבסט איין תגובה פאר דעם:
ונבנתה העיר
וואס איז די פראבלעם? מצד כו"כ סיבות האט ער געוואלט איבערגעבן פאר א מענטש די בחירה ווי אזוי אויסצוניצן די חיות וואס ער האט אריינגעלייגט אין די בריאה.

און איך זאג: יא, ער האט געוואלט אז מיר זאלן האבן א בחירה, אבער ער ווייסט פונקטלעך וואס מיר וועלן בוחר זיין.

און איך זאג אויך אזוי, איך זאג נאר אז א געטליכע ידיעה, מצד איהר עצם מהות, נעמט נישט אוועק פון בחירה חפשית, ווי איך האב מבאר געווען באריכות עפ"י דעם רמב"ם.

מיין אויסדרוק 'וואס איז די פראבלעם? מצד כו"כ סיבות האט ער געוואלט איבערגעבן פאר א מענטש די בחירה' איז נישט געקומען אוועקנעמען פון ידיעה, איך האב עס נאר געמיינט לגבי דיין ריטארד\אינשארענס נקודה.

הוגה » מיטוואך יולי 3, 2013 7:13 pm

· #130547
איך ווייס אויף וואס דיינע ווערטער האבן זיך באצויגן. קוק וואס איך האב געשריבן שפעטער אינעם תגובה, נאכן ציטוט פון מאטי.

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 3, 2013 9:05 pm

· #130565
איך מיין אז עס איז געווארן דא א שטיקל ערבוביא, איך האב בעיקר גערעדט דעם תירוץ אויף די פשוט'ע סתירה פון ידיעה ובחירה, דהיינו אז אויב גאט ווייסט עפעס מוז אזוי געשעהן, אויב אזוי האב איך מער נישט קיין בחירה צו טוישן.

דו, אויב איך פארשטיי גוט, ביסט בעיקר עוסק אין א שלב ווייטער, די שפרינג פון ידיעה ביז רצון, אז אויב ווייסט ער איז דאס אטאמאטיש רצון און פון דעם קומסטו צו צום רצון וואס ליגט אין חטא (ר' צדוק).

אויף דעם וואלט איך געזאגט אז מען קען טאקע אזוי מחדש זיין, אבער די קאנצעפט פון ידיעה מצד עצמה איז דאס נישט מחייב, זיין רצון איז אז מענטשן זאלן האבן די כח הבחירה און עס קענען דורכפיהרן עד הסוף, אבער ער וואלט געוואלט אז מען זאל בוחר זיין בטוב, אדרבה, אז יעדער וועט בוחר זיין נאר בטוב וועט ער זיין צופרידן שאין צופרידענער למעלה הימנו.
בלאט: 1 2 3 4 5