☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רעסטעראנט (פרעס געשעפט) איז א מכשול?

רעסטעראנט (פרעס געשעפט) איז א מכשול?

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4155
בלאט: 1 2

ידען » מיטוואך יוני 26, 2013 12:13 pm

· #128118
רעסטעראנט (פרעס געשעפט) איז א מכשול?
מע האט שוין ווייטער זיך גענומען צו פייטען א נייע רעסטעראנט.

כאב שוין געלייגט דא בילד פון צימערמאן אבער אז מע האט געווארפען פאשקעווילס וועלעך מאכען א נייע אשכול וועגען די רעסטערנטען בכלל.

יעדער האט געזעהן די קליפס וואס א פאר משוגעים האבען געשריגען און געוויינט אז ווילאמסבורג גייט אונטער ווייל מע האט געמאכט א נייע פלאץ צו עסען ווען מע איז הינגעריג.

אפשר איז יא א פראבלעם אז מע קען מאכען א hangout און סע בעסער אז סע זאל נישט זיין אזא פלאץ?

אדער פארוואס איז עס אנדערש ווי די אנדערע פלעצער וואס איז שוין לאנג אפען און מע זעהט נישט אז סע א פראבלעם?
📎 פרעס.jpg

סאשי פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 12:18 pm

· #128121
ווער איז דער בעל מכשיר?
ווער איז דער בעל הבית פון די געשעפט? איך האב געהערט אז עס איז א בחור און ער פלעגט ארבעטען ביי גריל אן לי און מען האט עם געווארפען האט ער געפענט איין אייגענע

ידען » מיטוואך יוני 26, 2013 12:21 pm

· #128122
ער האט גארבעט דארט אבער איך ווייס ניש אויב מע האט איהם ארויס געווארפען.

בערגער געט די השגחה. א סאך רעסטעראנטס אין וויליאמסבורג געט ער די הכשר.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 26, 2013 12:27 pm

· #128126
בני הישיבות שרייבן אונטער? ווער איז דאס?

סאשי פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 12:34 pm

· #128129
קען זיין ער האט געפרינט די צעטלעך פאר גיוס בני ישבות און בטעות איז עס ארויף אויף דעי צעטעל

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 26, 2013 1:21 pm

· #128154
שמעקעדיג
בני הישיבות שרייבן אונטער? ווער איז דאס?

דו קענסט זיין רואיג אז די בני הישיבות האבן נישט אויפגעמאכט א ספר אין די לעצטע פאר חדשים

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 26, 2013 1:22 pm

· #128155
הא הא, סאשי, גוט....

זר זהב » מיטוואך יוני 26, 2013 1:25 pm

· #128157
berlbalaguleh
שמעקעדיג
בני הישיבות שרייבן אונטער? ווער איז דאס?

דו קענסט זיין רואיג אז די בני הישיבות האבן נישט אויפגעמאכט א ספר אין די לעצטע פאר חדשים

איך האב דאס אויך פונקט געוואלט שרייבן, אבער אינמיטן שרייבן איז מיר א מחשבה אריבער אז כ'קען דאס נישט זאגן מיט א זיכערקייט. איר ווייסט דאך נישט וויפיל בני ישיבות ס'האבן בכלל אונטערגעשריבן. האלטסט טאקע אז קיינער דארט האט נישט געעפענט א ספר?!

פארגעס נישט דער תהילים איז אויך א ספר.

כ'פארשטיי נישט פון וואו איר נעמט די קוראדזש צו שיסן אזא סטעיטמענט.

אקעי גענוג, כ'זוך נישט א פייט.

אויב מעגליך פארמעק דיין תגובה. כ'וועל אויסמעקן וואס איך האב ציטירט אזוי אז זאלסט קענען צוריקציען.

עניוועי

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 26, 2013 1:32 pm

· #128159
זר זהב
berlbalaguleh
שמעקעדיג
בני הישיבות שרייבן אונטער? ווער איז דאס?

דו קענסט זיין רואיג אז די בני הישיבות האבן נישט אויפגעמאכט א ספר אין די לעצטע פאר חדשים

איך האב דאס אויך פונקט געוואלט שרייבן, אבער אינמיטן שרייבן איז מיר א מחשבה אריבער אז כ'קען דאס נישט זאגן מיט א זיכערקייט. איר ווייסט דאך נישט וויפיל בני ישיבות ס'האבן בכלל אונטערגעשריבן. האלטסט טאקע אז קיינער דארט האט נישט געעפענט א ספר?!

פארגעס נישט דער תהילים איז אויך א ספר.

כ'פארשטיי נישט פון וואו איר נעמט די קוראדזש צו שיסן אזא סטעיטמענט.

אקעי גענוג, כ'זוך נישט א פייט.

אויב מעגליך פארמעק דיין תגובה. כ'וועל אויסמעקן וואס איך האב ציטירט אזוי אז זאלסט קענען צוריקציען.

עניוועי

מאן יימר אז די וועלכע רופן זיך "בני הישיבות" זענען טאקע בני ישיבות?! רובא דרובא בני ישיבות זענען נישט פארנומען מיט וועלכער שייגעץ מאכט אויף א נייע פרעס געשעפט. זיי זענען גענוג פארנומען מיט די הוויות דאביי ורבא!

זר זהב » מיטוואך יוני 26, 2013 1:34 pm

· #128162
לאמיר עס לאזן דא, פאר ס'פלאקערט אויף.

סאשי פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 1:35 pm

· #128163
בחורים
צימערמאן איז א בחור???!!

סאשי פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 1:39 pm

· #128165
זר זהב
לאמיר עס לאזן דא, פאר ס'פלאקערט אויף.

העכסטענס וועט מען עס טוישען צו צימעס ❓ ❗

שלשלת » מיטוואך יוני 26, 2013 1:46 pm

· #128168
די דורכשניטליכע בני ישיבות וויילן שוין היינט אין די הויכע קעטסקיל בערג. קוקט אויס ווי די דאזיגע בני ישיבות זענען אזעלכע וואס מען האט שוין פון לאנג געטראסקעט פון ישיבה, ממילא דרייען זיי זיך אין די גאסן און זוכן עפעס מיט וואס צו שטופן די פרייע צייט.

איינער האט א דזשאב פאר זיי...?

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 26, 2013 1:49 pm

· #128170
שלשלת
די דורכשניטליכע בני ישיבות וויילן שוין היינט אין די הויכע קעטסקיל בערג. קוקט אויס ווי די דאזיגע בני ישיבות זענען אזעלכע וואס מען האט שוין פון לאנג געטראסקעט פון ישיבה, ממילא דרייען זיי זיך אין די גאסן און זוכן עפעס מיט וואס צו שטופן די פרייע צייט.

איינער האט א דזשאב פאר זיי...?

יא. אין די נייע געשעפט "מוישע'ס פלעיס".

למדן » מיטוואך יוני 26, 2013 1:52 pm

· #128173
סאשי פיש
צימערמאן איז א בחור???!!

ווער זאגט אז בני ישיבות איז א בחור - אגב אמאל האט מען געהייסן א בחור אויך נאך די חתונה - א בני ישיבה מיינט מ' צינדט אהן פייערס און דינט ווי א אזהרה...

ידען » מיטוואך יוני 26, 2013 2:04 pm

· #128185
זר זהב
לאמיר עס לאזן דא, פאר ס'פלאקערט אויף.

כאב גראדע ליעב הייסע זאכן 😂

שלשלת » מיטוואך יוני 26, 2013 2:07 pm

· #128188
WOW א אנגעפילטע סדר היום:

זונטאג: מחאה ביי די מעין פירצה קארנער - ליע צווישן קיעפ און הופער - ווי עס געפינט זיך "פעסטעל", "טשאקלאד ווייס", "גריל אן לי"
מאנטאג: מחאה אקעגן די פרעס געשעפט "מוישיס פלעיס"
דינסטאג: אויסשפרייטן פאשקעווילן ברחובה של עיר
מיטוואך: שרייען ביי אלימפיק פיטא (אויב ער וועט זיך דערוואגן נאכאמאל צו עפענען)
דאנערשטאג: ווילדעווען ביי אימפעריאל זאל אקעגן אומאויסגעהאלטענע דרשות
פרייטאג: הענגן צעטלעך אקעגן די עירוב
ליל שב"ק: אונטערצינדן אומאויסגעהאלטענע פריצות געשעפעטן
יום שב"ק: שרייען אויף די גאסן ששאאאאאאבעעעעעעעססס

סאשי פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 2:20 pm

· #128202
למדן
סאשי פיש
צימערמאן איז א בחור???!!

ווער זאגט אז בני ישיבות איז א בחור - אגב אמאל האט מען געהייסן א בחור אויך נאך די חתונה - א בני ישיבה מיינט מ' צינדט אהן פייערס און דינט ווי א אזהרה...
מיינסט צו זאגען ער פירט זיך אויף ווי א בחור

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 26, 2013 3:48 pm

· #128232
זיי פשוט באקומען נישט גענונג עטענטשען אינדערהיים...
אזוי האט איינע פון מוחים געשריגען פון ווייטאג...

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 26, 2013 4:09 pm

· #128244
נישט געוואוסט אז וויליאמסבורג איז אזוי גרויס. 500 פרסה אויף 500 פרסה?! Wow, איז דאך טאקע א שאלה פון רשות הרבים.

קרעקער » מיטוואך יוני 26, 2013 4:26 pm

· #128264
איך גיי אי"ה אין דו נעקסטע 2 וואכען אריין קיין ווילי צו עסן אין מוישיס פלעיס
פליס פאלאו מי!!!!!!!!

לאמיר ווייזען אינזער כח

ידען » מיטוואך יוני 26, 2013 9:22 pm

· #128366
וואס זאלעך שרייבען דא?
📎 פוי.jpg

קינות גירושין » מיטוואך יוני 26, 2013 10:10 pm

· #128391
פארוואס נעמט נישט פתח תקוה אריין צימערמאן ביי זיי אין פלאץ?
כהאב היינט גגעסען דארט, זייער גוטע עסן, געשמאקע אטמעספער,שיין דיזיינט די סטאר, איך מיין אז די לייטס זענען צו שטארק

ידען » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:22 am

· #128548
ער האט געלייגט א עד אין די דבר יום יומו אז סע וועט מער נישט געשעהן אזעלעכע זאכן ווי ט"ז תמוז.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:31 am

· #128552
Capture1.JPG

טעפל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:58 am

· #128563
זר דו האסט עס אליינס געמאכט?

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:59 am

· #128564
סיז אין די היינטיגע דבר יום

מ. גליקמאן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:13 pm

· #128569
פארוואס האט איהם אויסגעפעלט זיך צו פארענטפערן?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:23 pm

· #128597
לדעתי דער געשעפט אליינס דינגט אפ מענטשען זאלען מוחה זיין אויף זיי.
Any publicity is good publicity

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:58 pm

· #128608
זר זהב
📎 Capture1.JPG

און ר' משה שפירא הי"ו 'עט מאכן זיכער אז א יעדער הונגעריגער איד וואס טרעיט איבער די שוועל פון זיין געשעפט טוטצעך אן א גארטל און עסט מיט'ן הוט אויפ'ן קאפ און זאגט דעם יהי רצון. "הריני אוכל לכבוד בוראי ולא להנאת גופי, ח"ו". און די מחיצה 'עט זיין העכער ווי אין ביהמ"ד, און נאר מענער וועלן סערווירן ביי די מענער זייט. נאך תקנות וועל אי"ה נאכקומען מיט די צייט לפי ראות עיני החכמים, ה' עליהם יחיו. קאמאן, קאט דע בעלאוני.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:59 pm

· #128609
ביזט ביים קאונטער? זיי פארקויפן באלאוני? 😃

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:02 pm

· #128611
דארט אויך. אבער אין קול קורא פארקויפט ער זיכער בעלאוני. ווען ער וויל זיין א מזכה את הרבים פארקויפט ער די חידושים פון ר' שמעון שקאפ אויף מס' כתובות. אדער די פשט'לעך פון ר' צדוק הכהן מלובלין זי"ע, נישט קיין פיטא און פאלאפעל אדער סטעיק.

טישו באקס » דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:58 pm

· #128634
ווי ווערט דערמאנט אין זיין "הבהרה" (וואס די רופסט קול קורא) אז ער וויל מזכה זיין דעם רבים?

למדן » דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:12 pm

· #128636
פארוואס זעה איך נישט אין זיין צעטיל א גארטל , הריני אוכל און זיכוי הרבים? נאר איידל צובייסן יאכלו ענבים (פאלאפעל בלע"ז) וישבעו
אגב איז אביסל אינטערעסאנט דער לשון רוח אשר חכמים נוחה הימנו

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:54 pm

· #128708
מ'קען אפשר טייטשן אז די אכילה 'עט זיין אויף אזא'ן אופן אז די חכמים (ווי למשל ר' ה-- ןן-- און ר' י.מ.ס,) וועןלן א הנאה האבן ווען אונץ עמער עסן פיטא און פאלאפעל אדער שישליק.... 😂

יואב » זונטאג יוני 30, 2013 3:13 am

· #129181
און ווייסט אפשר איינער וואס די פיינפולע דעמאניסטראטישע "חוקת הגוי" לוזינגען שטייען פאר?

עסן?
עסן פליישיגס?
עסן נאכן שקיעה?
עסן אין וויליאמסבורג?
עסן אין א געשעפט?
עסן פליישיגס אפילו בייטאג אפילו אינדרויסן פון ווילי?
עסן פליישיגס "דוקא אין א געשעפט" אפילו בייטאג אפילו אינדרויסן פון ווילי?
עסן נישט דוקא פליישיגס נישט דווקא נאכן שקיעה אבער אין וויליאמסבורג?
עסן נישט דוקא פליישיגס "אבער דווקא נאכן שקיעה" אפילו אין וויליאמסבורג?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2013 5:52 pm

· #129409
למדן
פארוואס זעה איך נישט אין זיין צעטיל א גארטל , הריני אוכל און זיכוי הרבים? נאר איידל צובייסן יאכלו ענבים (פאלאפעל בלע"ז) וישבעו
אגב איז אביסל אינטערעסאנט דער לשון רוח אשר חכמים נוחה הימנו

נו, אט דאס מיינט דער פסוק. ווען מ'האקט שטיקער פיצא אדער פאלאפעל 'עט מען דארפ'ן מאכן זיכער אז ס'איז "רוח חכמים נוחה הימנו. כאילו די חכמים זכרונם לברכה שטייען ביי די זייט און זאגן, "עסטץ קינדערלעך געזונטערהייט אויף ביידע באקן. יאנקעלע לייג ארויף אביסל מער טאמעיטא סאוס. אדער גיטעלע וואטש די טחינה טראפט אראפ, ס'עט שמוציג מאכן דיין קלייד. 😂

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 11:31 am

· #129671
די צייטינגען באשרייבען יואלי ווייס....
image.jpg

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 11:33 am

· #129672
וואס איז דאס. דער על דיארא צייטונג?

טעפל » מאנטאג יולי 1, 2013 11:51 am

· #129678
זר זהב
וואס איז דאס. דער על דיארא צייטונג?

?

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 11:53 am

· #129679
טעפל
זר זהב
וואס איז דאס. דער על דיארא צייטונג?

?
?

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 11:53 am

· #129680
דיין בילד זעהט אויס ווי א ספאנישער צייטונג

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/El_Diario_La_Prensa">http://en.wikipedia.org/wiki/El_Diario_La_Prensa</a>

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 12:03 pm

· #129684
זר זהב
וואס איז דאס. דער על דיארא צייטונג?

זעט אויס ער שטייט יעדן טאג אויפן זעלבן פלאץ און לייענט א צווייטע צייטונג.



זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 12:03 pm

· #129685
אמג הייסט יענץ איז פעיק?

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 12:05 pm

· #129686
אמג, האסט געמיינט אז נישט?

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 12:06 pm

· #129687
ניין וואט די העק? שוין צום 2'טן טאג נאכאנאנד וואס איך ווער פארנערט! נעכטן איז עס געווען מיט די עראפלאן מיט איין פליגל

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 1, 2013 1:08 pm

· #129711
סאשי פיש
די צייטינגען באשרייבען יואלי ווייס....

ביטע מאך קלאר וועלכער מחותן איז יואלי ווייס, דער וואס מאכט די הפגנה, אדער דער בחור (וועלכער איז אזוי צום פאינט) וואס מאכט נאך דעם בהמה וואס שטייט און שרייט. (זעה דעם קליפ פון די "מחאה"(.

סאשי פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 1:16 pm

· #129716
קודם ער איז נישט קיין בחור ער איז דער וואס מאכט נאך מיט די ווייסע העמד

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 1, 2013 1:21 pm

· #129717
זר זהב
ניין וואט די העק? שוין צום 2'טן טאג נאכאנאנד וואס איך ווער פארנערט! נעכטן איז עס געווען מיט די עראפלאן מיט איין פליגל

איך האב מורא אז די זומער שטילקייט מאכט דיך פארדומט, כאפ שנעל די נעקסטע באס ארויס אין קאנטרי!

וועלכע עראפלאן?

זר זהב » מאנטאג יולי 1, 2013 1:23 pm

· #129720
ס'נישט אז איך האב אריינגעקלערט און געקומען צו א פאלשן מסקנה. פשוט איך טראכט נישט אריין, און כ'גלייב.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/128855">viewtopic.php?p=128855#p128855</a><!-- l -->
בלאט: 1 2