☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12519
בלאט: 1 2

שבת אחים » זונטאג אפריל 14, 2019 1:39 pm

· #428472
רביה''ק זי''ע


ער איז נישט אינגאנצן גערעכט. בודהיסטן גלייבן נישט אין קיין חלומות.

סאיז דא עפעס א לעגענדע אז די מאמע פון בודהא האט געהאט עפעס א חלום פאר ער איז געבוירן געווארן אבער דאס איז נאר א ״באבע מעשה״ און נישט אלע בודהיסטן גלייבן דערינען. און איז נישט קיין יסוד פון זייער רעליגע.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 14, 2019 8:40 pm

· #428508
פסחדיג מאכן אין ראש השנה
https://jpninfo.com/36791

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 15, 2019 8:58 pm

· #428571
שבת אחים
רביה''ק זי''ע


ער איז נישט אינגאנצן גערעכט. בודהיסטן גלייבן נישט אין קיין חלומות.

סאיז דא עפעס א לעגענדע אז די מאמע פון בודהא האט געהאט עפעס א חלום פאר ער איז געבוירן געווארן אבער דאס איז נאר א ״באבע מעשה״ און נישט אלע בודהיסטן גלייבן דערינען. און איז נישט קיין יסוד פון זייער רעליגע.

נישט פארמישן צווישן הינדואיזם און בודדהיזם, די זענען צוויי באזונדערע רעליגיעס.

שבת אחים » דינסטאג אפריל 16, 2019 3:55 am

· #428582
רביה''ק זי''ע
שבת אחים
רביה''ק זי''ע


ער איז נישט אינגאנצן גערעכט. בודהיסטן גלייבן נישט אין קיין חלומות.

סאיז דא עפעס א לעגענדע אז די מאמע פון בודהא האט געהאט עפעס א חלום פאר ער איז געבוירן געווארן אבער דאס איז נאר א ״באבע מעשה״ און נישט אלע בודהיסטן גלייבן דערינען. און איז נישט קיין יסוד פון זייער רעליגע.

נישט פארמישן צווישן הינדואיזם און בודדהיזם, די זענען צוויי באזונדערע רעליגיעס.


איך מיש גארנישט.
ער טענהט דאך אלע רעליגיעס? ער דערמאנט דאכצעך בודהיזם אויך.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מאי 13, 2019 11:03 am

· #430326
אבלות אינמיטן פרילינג ערשיינט אין פארשידענע אייראפעאישע קולטורן, אין רוים פלעגט די שפריכווארט גיין: "Mense Maio malae nubunt" (שלעכטע מוידן הייראטן אין מאי), דאס פלעגט זיין א טייל פון די Lemuria חגאות. א ברייטפארשפרייטע פאלקלאר לויטעט: "Marry in may, rue the day". אסאך טראדיציאנאלע גוים זענען מקפיד אויף דעם, און ווען פרינץ העררי פון ענגלאנד האט פאריאר חתונה געהאט אין מאי האט עס געמאכט א שטיקל שטורעם. ועיין עוד כאן וכאן.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 14, 2019 1:24 pm

· #430455

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 2, 2019 7:22 am

· #436870
רביה''ק זי''ע
פאות הראש אין פארשידענע קולטורן.
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Sidelock_of_youth">https://en.wikipedia.org/wiki/Sidelock_of_youth</a>

אפשערן/חלאקה.
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/First_haircut">https://en.wikipedia.org/wiki/First_haircut</a>


א מאנגאל מיט געפלאכטענע פאות.


דער איז שוין א שטיקל באם, האט ער געלייגט די פאות פון הינטן..


דער האט אזעלכע רעבישע פאות, ס'נאר א שאד אז ער דרייט עס נישט צאם ווי א נארמאלע איד..


נאך בילדער

מקורות:
<a class="postlink" href="https://9gag.com/gag/am9P5Ro/this-is-what-came-up-when-i-google-ancient-mongolian-boy-hair-style">https://9gag.com/gag/am9P5Ro/this-is-wh ... hair-style</a>
<a class="postlink" href="https://www.quora.com/Why-do-some-Mongolian-boys-wear-pigtails">https://www.quora.com/Why-do-some-Mongo ... r-pigtails</a>

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 9, 2019 11:59 pm

· #437225
ווער ס'פארשטייט פארשטייט

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:18 pm

· #456742
פרויען פארבאטן! (וועקער #15)

נוסח אפגאניסטאן.

(הערה: דער בעל דרשן דארט האט א שטיקל א שווערן אקצענט, ער ווארפט אבער צאם בקיאות אויף א נישט נארמאלן פארנעם)

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 31, 2021 8:06 pm

· #466267
72 בתולות? (עבודה זרה סה.)
📎 Screen Shot 2021-01-31 at 8.02.59 PM.png 📎 Screen Shot 2021-01-31 at 8.10.06 PM.png 📎 Screen Shot 2021-01-31 at 8.01.17 PM.png

כרם זית » מאנטאג פעברואר 1, 2021 10:05 am

· #466301
למעשה כאטש די ענדליכקייט צווישן די גמרא ע''ז צו אסלם, איז אבער א גרויסע חילוק. וואס בשעת יהדות דערציילט די ידועה אין א גמרא בדרך אגב, מאכן עס די מחמד'יסטן אן עיקר פון זייערע רעליגע.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 1, 2021 11:10 am

· #466304
איז עס טאקע אזוי? כ׳בין נישט אזוי זיכער, ווייל אונז מיינען אז דאס איז די עיקר ביי זיי מיינט נאכנישט אז ס׳איז טאקע אזוי, דו ווילסט נישט וואוסן וויפיל זאכן גוים מיינען זענען פון די עיקרים ביי אונז בשעת וואס פון די עיקרים ווייסן זיי ניטאמאל צו זאגן... און באמת איז נישט אזוי קלאר אין זייערע ספרים צו ס׳שטייט ״בתולות״ צו ״מלאכים״, א שמועס פאר זיך, די צושטעל איז דאך אינטערעסאנט.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 1, 2021 11:24 am

· #466305
אז מ׳רעדט וועגן די מאנגאלן און פאות איז דא אויף נעטפליקס א סעריע Marco polo באזירט אויף דאס לעבנסגעשיכטע פון א ווענעציער מאן מיט דעם נאמען און זיינע האנדלונגען מיט די מאנגאלן, דארט זעהט מען אויך מאנגאלן מיט פאות.

נײגעריגער » מאנטאג פעברואר 1, 2021 4:06 pm

· #466315
פיאות בא די גוים
📎 Book pyos.jpgפון מיינע ארכיוון
כ'האב נאך דוגמאות וואס כ'האף אפירצוזוכן ווען די צייט וועט ערלויבן

מיט אנטשולדיגונג פאר די שוואכע רעזאלוציע (גענומען מיט יאהרן צוריק)
בלאט: 1 2