☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן

144 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8127
בלאט: 1 2 3

א איד » מאנטאג מערץ 16, 2015 5:47 pm

· #259027
95. עס קען זיין די זאך פון וואס דו האסט די מערסטע מורא צו טוהן, דאז איז די ריכטיגסטע זאך וואס דו דארפסט טוהן.
96. דיין לעבן וועט נאר ווערן בעסער ווען דו וועסט נעמען שריט, און די ערשטע וויכטיגסטע שריט וואס דו דארפסט נעמען איז, צו זיין אמת'דיג מיט זיך אליינס.
97. זיך פירן מיט טאקט, איז די וועג וויאזוי צו ווייזן א פוינט אן זיך מאכן א שונא.

א איד » דינסטאג מערץ 17, 2015 6:23 pm

· #259337
98. אויב ביזטו באמת א בעל בטחון זיסטו באמת אן עושר, אויב זאגט מען אויף דיר אז דו ביזט א בעל בטחון איז עס אזוי ווי מען זאגט אויף דיר אז דו ביזט אן עושר.
99. שמחה איז נישט קיין מצוה, אבער צו וואס שמחה קען צוברענגען קען קיין שום מצוה נישט צוברענגען - עצבות איז נישט קיין עבירה, אבער צו וואס עצבות קען צוברענגען קען קיין שום עבירה נישט צוברענגען.
100. אז עס קומט אויף דיר יסורים, פאררעכט זיך גלייך, ווארט נישט ביז עס קומען גרעסערע.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 17, 2015 8:05 pm

· #259357
שמעקעדיג
מאטי
ס'דא ווערטער וואס קענען חרוב מאכן מער ווי טויזענט בילדער.

ווי למשל א וואטערמארק 😛

שמעקעדיג: איך האב עס מורא צו זאגן. אבער איך מיין אז דו ליידסט פון די זעלבע מחלה וואס איך. ביי מיר האט מען עס דיאגנאזירט אלס מנשה פיליפ. און ביי דיר האט עס אויסגעקלאפט מיט די וואטערמארקס... 😂 🙄

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 18, 2015 1:47 pm

· #259563
@א איד נומער 99 איז גרויסע ווערטער פון גרויסע מענטשן
און איך מיין אז נומער 100 אויך

א איד » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:12 pm

· #259569
אלע ווערטער קומען פון גרויסע מענטשן.
נאר וואס איז דען מענטש - א שטיקעלע ערד.

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:24 pm

· #259575
א מענטש איז טאקע א שטיקל ערד
אבער עס איז דא וואס לאזן עס ביי דעם, ערד
און עס איז דא וואס זענען עס מעלה לרוחני

א איד » מיטוואך מערץ 18, 2015 2:31 pm

· #259578
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בה, די כוונה פון @מאטי מיט דעם אשכול איז געווען געבעיסד אויף די גרויסע ווערטער, וואס א קעגן די ווארט איז די מענטש קליין, אוודאי קען זיין די מענטש איז געווען גאר גאר הויעך.
כן הוא לפעש"ד און מעגסט זיך קריגן מיט מיר.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 18, 2015 3:59 pm

· #259590
berlbalaguleh
שמעקעדיג
מאטי
ס'דא ווערטער וואס קענען חרוב מאכן מער ווי טויזענט בילדער.

ווי למשל א וואטערמארק 😛

שמעקעדיג: איך האב עס מורא צו זאגן. אבער איך מיין אז דו ליידסט פון די זעלבע מחלה וואס איך. ביי מיר האט מען עס דיאגנאזירט אלס מנשה פיליפ. און ביי דיר האט עס אויסגעקלאפט מיט די וואטערמארקס... 😂 🙄

וועט מען אונז טראגן אין שפיטאל צום זעלבן דאקטאר, וועלן מיר ליגן אין איין צימער, העלן מיר האבן אסאך צו דיסקוסירן.......

א איד » פרייטאג מערץ 20, 2015 1:29 am

· #260101
101. מען קען נישט קריכן אויפן לייטער פון סוקסעס, אויב מען איז פארשטעלט מיט א מאסק פון דורכפאלן.
102. אסאך מאל איז די שווערסטע זאך, אין די ריכטיגע זאך, די זעלבע זאך.
103. טרעניר מענטשן אזוי גוט אז זיי זאלן זיך זעהן קענען פירן אליינס, און דיר נאך אלץ נישט וועלן איבערלאזן.

ונבנתה העיר » פרייטאג מערץ 20, 2015 1:31 am

· #260102
מען קען נישט עסן דעם טשולענט אהן צוקייען די רונדיגע בונדלעך.
די גרעסטע הנאה איז כאפן א געזונטן פראסק.

לית דין בר נש » פרייטאג מערץ 20, 2015 10:12 am

· #260138
ונבנתה העיר
די גרעסטע הנאה איז כאפן א געזונטן פראסק.

???
וואס דארף דאס צו מיינען?

לית דין בר נש » פרייטאג מערץ 20, 2015 10:21 am

· #260144
I tried it
און עס איז נישט ריכטיג איך האב אסאך א גרעסערע הנאה פון דערלאנגען א פראסק ווי כאפן איין
איך בין נישט קיין מלמד

נקודת החבדית » פרייטאג מערץ 20, 2015 10:22 am

· #260146
"אהוב את הבקורת, כי היא תעמידך על הגובה האמיתי".
היום יום י"ב סיון.

לית דין בר נש » פרייטאג מערץ 20, 2015 10:23 am

· #260147
היום יום כט אדר

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 20, 2015 10:36 am

· #260155
נקודת החבדית
"אהוב את הבקורת, כי היא תעמידך על הגובה האמיתי".

דא לערנט ער דיר אויס, ער הייסט דיר ארבעטן אויף דיר, זאלסט קענען פארנעמען די ביטערע פיל וואס הייסט מוסר, זאלסט עס ליבן, כאטש עס איז ביטער - ווייל סוכ"ס וועט עס דיר צוברענגען צום ריכטיגן תכלית.

דאס איז א FAR CRY פון
ונבנתה העיר
די גרעסטע הנאה איז כאפן א געזונטן פראסק.

א איד » פרייטאג מערץ 20, 2015 10:46 am

· #260157
ביטע ווען מען שרייבט א ווארט לייג א נומער פון פאר דעם כדי נישט צו צוברעכן די קייט
----
106. אלעס וואס עס פעלט דיר, פעלט אין דיר.

א איד » זונטאג מערץ 22, 2015 6:52 pm

· #260534
107. אנשטאט צו בלעימען די פינסטערניש, מאך ליכטיג און אלעס וועט זיך מסדר זיין על צד היותר טוב.
108. צו זיין אין דיינע קינדערס זכרונות מארגן, דארפסטו זיין אין זייער לעבן היינט.
109. אויב דו ביזט אויפן באן וואס פארט אויפן פארקערטן ריכטונג, וועט נישט העלפן אז דו לויפסט אויפן באן צוריק צו וועגס.

א איד » מיטוואך מערץ 25, 2015 5:10 pm

· #261738
110. נישט באקומען וואס מען האט געוואלט, איז אסאך מאל א גוטע זאך פאר דיר.
111. אויב דו הערסט א בת קול זאגן דו קענסט נישט שרייבן, הייב אן צו שרייבן און די קול וועט שטיל ווערן.
112. פסקען נישט אפ דעם טאג ביי די תבואה וואס דו טוסט שניידן, נאר ענדערשער אויף די קערעלך וואס דו טוסט איינזייען.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 25, 2015 5:24 pm

· #261743
113: זאכן און מצבים ענדיגן זיך קיינמאל נישט אזוי גוט ווי מ'האפט, אדער אזוי שרעקליך ווי מ'האט מורא...!

אדער אויף ענגליש:... Things are never as good as we hope, or as bad as we fear...!
(British philosopher of the Middle ages)_

און ווען א איד פון היינטיגע צייטן האט עס געזאגט. איז שלעכט...?

מאטי » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:38 pm

· #280548
114: ס'פרייט מיך צו זען ווען אינגע מענטשן קוקן אויס אלט, מ'מאכט מיר אויסקוקן אינגער.

ציבעלע-קיגל » פרייטאג יוני 5, 2015 12:22 pm

· #280853
געוואלדיג
40. א איד טוהט אלעס מיט כוונה חוץ פון שמונה עשרה.


שלום עליכם א איד פון לייפציג

ציבעלע-קיגל » פרייטאג יוני 5, 2015 12:31 pm

· #280857
עס איז ארויסגעקומען א שטודיע פון א גרויסען פראפעסאר.

אז 25 % פון פרויען נעמען אן אנטי סייקאטיק פילען.

די שרעקעדיגע זאך איז אז די 75% נעמען נישט.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:30 pm

· #282147
איינער וואס גייט מיטן קאפ אין וואנט ווי די בת היענה, איז געגליכן צו איינער וואס שיקט ארויס א מעסעדז אויף וואטס עפפ און גלייך נאכדעם כאפט ער זיך אז ער האט עס נישט געדארפט שיקן, געט ער א מעק אויס די מעסעדז פון זיין פאן און טראכט אה! יענער גייט עס זיכער נישט זעהן

מאטי » דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:32 pm

· #282148
👍

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 15, 2015 11:35 am

· #282734
אלעס ביי איינעם, איז נישט דא ביי קיינעם!

מאטי » מאנטאג יוני 15, 2015 11:36 am

· #282735
איז דאס דער אפטייטש פון דיין ניק?

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 4:14 pm

· #296304
אנכי סקולענער רבי, לא יהי' לך סמארטפאון.

געוואלדיג » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 8:13 pm

· #296342
119. מענטשן ווערן געבוירן פון ברכות, לעבן פון סגולות, שטארבן פון הקפדות.

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:21 am

· #296462
קאצקע ציקער
איינער וואס גייט מיטן קאפ אין וואנט ווי די בת היענה, איז געגליכן צו איינער וואס שיקט ארויס א מעסעדז אויף וואטס עפפ און גלייך נאכדעם כאפט ער זיך אז ער האט עס נישט געדארפט שיקן, געט ער א מעק אויס די מעסעדז פון זיין פאן און טראכט אה! יענער גייט עס זיכער נישט זעהן

אדער נעמט מען שנעל ארויס די בעטערי.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:14 am

· #296672
געוואלדיג
117. מענטשן ווערן געבוירן פון ברכות, לעבן פון סגולות, שטארבן פון הקפדות.

קרעדיט: מעלות חודש אלול.

BAL TSHIVA » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:18 am

· #296675
די וועלט שטייט אויף שלום, אין בויט זיך אויף מחלוקת

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:37 am

· #296678
איך האב נישט געגעבן די קרעדיט מחמש חשש פון געוויסע דיסלייק צוליב די מקור.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:21 pm

· #296787
פארוואס מאכט מען נישט א שהחיינו אויפ'ן (ערשטען) ציגערעט'ל?

ווייל דער ערשטען ציגערעט'ל איז כמעט אלע מאהל אין בית הכסא

א איד » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:41 pm

· #297580
122. שוויגן איז איינע פון די שטערקסטע טענות, וואס מען קען נישט אפפרעגן.
123. מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
124. נישט איראניע אָדער סאַרקאַזם איז אן אַרגומענט.
(קרעדיט @מאטל שניידער'ס חתימה.

א איד » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:56 pm

· #297664
Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן
125. ווען דו שרייסט הערט מען דיר, ווען דו רעדסט פארשטייט מען דיר.

א איד » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:15 pm

· #298139
126. אלע יארן האבן ערליכע חסידישע אידן געהאט 2 שטריימלעך. 2 בעקישעס. 2 פאר תפילין. 2 אפגעטיילטע בעטן. 2 סינקס. 2 סעטס געשיר. --- צו בלייבען ערליכע אידן אינעם היינטיגען דור דארף מען אויך האבן 2 טעלעפאנען...
127. איך בין פארנומען זאגן פאר דיע, נישט צו זיין אזוי פארנומען זאגן פאר אנדערע, זיי זאלן נישט זיין אזוי פארנומען מיט יענעם. (קרעדיט: @מאטי'ס חתימה).
128. טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! קרעדיט: @לית דין בר נש'ס חתימה).
129. אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער... זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת... (קרעדיט: @ציבעלע-קיגל'ס חתימה)

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:18 pm

· #300866
130. רבש"ע העלף מיר מוחל זיין די אידן וואס האבן געזינדיגט אנדערש ווי מיר.
(מעלות חודש תשרי ע"ו)

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 11:53 am

· #311695
It's all good in the end, if it's not good, it's not the end

א איד » דינסטאג דעצעמבער 8, 2015 3:52 pm

· #311711
Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן
131. אלעס איז גוט צום סוף, אויב עס איז נישט גוט, ביזטו נאכנישט ביים סוף.
(איבערגעטייטשט לית דין בר נש'ס תגובה אויף אידיש)

קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 2:21 am

· #311756
132. די גאסן אין אמעריקע זענען פיל מיט נשים און צואת כלבים, ווער עס קוקט אראפ ווערט געהיטן פון ביידע, ווער עס קוקט ארויף ווערט געשטרויכלט אין ביידע.

קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 9, 2015 2:24 am

· #311757
133. א מענטש איז דאס וואס ער טראכט אז יענער טראכט אויף אים.

קל וחומר » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:33 am

· #311898
מי שהודעותיו מרובות מ'לייק'יו הרי זה מעשיו מרובים מחכמתו וחכמתו מתקיימת.

גר ותושב » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 2:20 pm

· #311925
Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן
קל וחומר
מי שהודעותיו מרובות מ'לייק'יו הרי זה מעשיו מרובים מחכמתו וחכמתו מתקיימת.

פון די לייקס וואס ער האט געגעיבן אדער באקומען?

קל וחומר » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 3:03 pm

· #311934
באקומען.

געבן איז קיין חכמה ניט...

א איד » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 3:43 pm

· #312176
Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן
135. דער מאן'ס זאגן איך קום אהיים און פינף מינוט, און דאס ווייב'ס זאגן איך וועל זיין גרייט און פינף מינוט, דויערט די זעלבע לאנג.
(קרעדיט: מעלות)

מאטי » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 3:56 pm

· #312178
איך פלאן דורכצוגיין מיין לעבן אן א פלאן.

קל וחומר » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 8:30 pm

· #314783
אויב קאנסטע ניט דעם שפיל, שפיל נישט!

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 10:12 am

· #315037
Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן
מאי דהוה הוה מאי דהוה הוה... מכאן מכאן ואילך מכאן מכאן ואילך... מכאן ואילך צעחושט בינעך...

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 11:21 am

· #315054
הרוצה להרבות לייקים, יחלק הודעותיו.

(נאר אינטערעסאנטע כמובן...)

קל וחומר » דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 11:25 am

· #315056
יששכר חמור גרם.

יש שכר? (ער האט געלט?)

דע לך נאמנה כי...

חמור גרם! (ער האט געארבעט ווי א חמור)
בלאט: 1 2 3