☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2564
בלאט: 1 2 3

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 4, 2013 5:03 am

· #84423
מארגן וועט מען וויסן אויב א קאפ, געלעכערט דורך א פייל, וואס מען האט געפונען אונטער א פארקינג לאט אין ענגלאנד באלאנגט צו קעניג ריטשארד דער דריטער.

ריטשארד דער דריטער האט געקעניגט מיט מיט איבער 500 יאהר צוריק, פאר צוויי יאהר בס"ה 1483-1485, ער איז גע'הרג'עט געווארן אין קריג, די מעשה גייט אז נאכן ווערן אראפגעווארפן פונעם פערד האט ער אויסגעשריגן: A horse, a horse, my kingdom for a horse.

שעיקספיער האט פארפאסט א פלעי אויף זיין געשיכטע.
📎 head-of-state-experts-ready-to-unveil-1573413.jpg

טאמבל סאס » מאנטאג פעברואר 4, 2013 5:15 am

· #84424
וויאזוי גייט מען אויסגעפונען צו ס'האט באלאנגט צו אים?

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 4, 2013 8:50 am

· #84428
יידל
ארכעאלאגישע אנטדעקונגען אין די דרעינס פון רוימישע באדע הייזער צייגן אז א מרחץ איז נישט בלויז געווען א פלאץ זיך אפצואוואשן נאר אויך א פלאץ ווי מ'האט סאציאלאזירט און אנגענעם פארברענגט מיט חברים. <a class="postlink" href="http://www.livescience.com/26202-drain-lost-items-roman-baths.html">http://www.livescience.com/26202-drain- ... baths.html</a>


אין אנדערע ווערטער, פונקט ווי היינטיגע צייטן אין מקוה.

איך אויך » מאנטאג פעברואר 4, 2013 3:21 pm

· #84573
וועלקאם בעק טאמבי.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 4, 2013 3:43 pm

· #84593
טאמבל סאס
וויאזוי גייט מען אויסגעפונען צו ס'האט באלאנגט צו אים?

פונקט ווי אזוי ווייסיך נישט, אבער כ'זעה אז איינע פון די ראיות איז אז זיין Dna שטימט מיט די פון זיין שוועסטער'ס א לעבעדיגע קרוב.

יאיר » פרייטאג מערץ 29, 2013 5:50 pm

· #100424
פתחה של גיהנום אין גריכישע מיטאלאגיע
מען האט אנטדעקט אן אור אלטע קוואל און א טעמפל אין טערקיי וואס האט דעמאלט באלאנגט פאר גריכנלאנד, וואס לויט ווי מען טרעפט אין היסטארישע מקורות פון יענע צייט האט מען געגלייבט אז דארט איז דער עפענונג פאר די אונטערוועלט און אלע שדים און רוחות. דאס איז צוליב דעם וואס עס הערשט דארט א פארפעסטעטע לופט פול מיט קארבאן דיאקסייד, וואס אויב א פייגל פליט דורך פאלט זי אראפ א טויטע, און ווען א מענטש איז דארט קען דאס צוברענגען זיין מוח זאל ווערן פארדעמפט און ער זאל אנהייבן דמיונ'ען פארשידענע דמיונות. עס איז געווען א רעליגיעזע אקט צו קומען פון איבעראל און אריינברענגען א פייגל אדער אן אנדערע קליין חיה און עס איז געשטארבן, אויך האבן מענטשן געשלאפן דארט און זיי האבן געזען 'נביאות' (דמיונות) אלס רעזולטאט פון די שווערע לופט.


א פייגל וואס האט נישט געהאט די שכל אויסצומיידן דעם פתחה של גיהנום בשעת די ארכעאלאגן האבן עס אויסגעגראבן

יאיר » פרייטאג מערץ 29, 2013 6:01 pm

· #100428
אן אנטדעקטע אויפגעשניטענע קערפער פון 1200 bc ווייזט אויף אז דער מיטלאלטער איז גארנישט געווען אזוי צוריקגעבליבן ווי מען האט געמיינט.

אביגדור » פרייטאג אפריל 5, 2013 10:05 am

· #101626
זעה דא.

זר זהב » פרייטאג אפריל 5, 2013 10:53 am

· #101642
מהאט עפעס געטראפן אין אור כשדים אין אברהם אבינו'ס הויז

<a class="postlink" href="http://hosted.ap.org/dynamic/stories/M/ML_IRAQ_ARCHAEOLOGY?SITE=AP&SECTION=HOME&TEMPLATE=DEFAULT">http://hosted.ap.org/dynamic/stories/M/ ... TE=DEFAULT</a>

יאיר » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:01 pm

· #101669
דאס איז די מזבח אויף הר עיבל. אדם זרטל האט אנטדעקט דעם וואונדערליכן געפינס, א גרויסער מזבח, געמאכט פון אומאויסגעהאקטע שטיינער, און א רעמפ ארויפצוגיין, גענוי ווי עס שטייט אין די תורה. זרטל האט געטראפן נאך א קליין רינדעכיגע מזבח אונטער דעם, וואס איז דאטירט ממש צום דאטום פון יציאת מצרים, און די אויבערשטע גרויסע מזבח איז דאטירט צו א פופציג יאר שפעטער. עס איז מסתבר אז יהושע האט געבויט דעם אונטערשטן קליין זמבח ביים אריינקומען אין ארץ ישראל, און זינט דעמאלט איז דאס געווארן א פארהייליגטע פלאץ, און מען האט עווענטועל געבויט דעם גרויסן מזבח דערויף.

א בילד פון דעם גרויסן מזבח מיט די רעמפס ארויפצוגיין

א צייכענונג ווי אזוי דער מזבח זעט אויס, און וואו די געוועזענע רינדעכיגע מזבח געפינט זיך

יאיר » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:06 pm

· #101674
זר זהב
מהאט עפעס געטראפן אין אור כשדים אין אברהם אבינו'ס הויז

<a class="postlink" href="http://hosted.ap.org/dynamic/stories/M/ML_IRAQ_ARCHAEOLOGY?SITE=AP&SECTION=HOME&TEMPLATE=DEFAULT">http://hosted.ap.org/dynamic/stories/M/ ... TE=DEFAULT</a>

עס שטייט נישט דארט אז ס'איז אברהם אבינו'ס הויז (אזא זאך איז כמעט אוממעגליך צו וויסן), עס שטייט נאר אז אור כשדים איז געווען די היים פון אברהם אבינו, וואו ער האט געוואוינט פאר'ן ארויפגיין קיין ארץ ישראל, און בערך אין יענע צייט איז געשטאנען דער סטרוקטור וואס מען האט יעצט געטראפן.

זר זהב » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:08 pm

· #101675
נו עלעבארעיט אביסל מער וואס מ'האט דארט געטראפן. אויף אן אנדערן סייט האביך געזען א בילד פונעם סטרוקטור.

ברסלבער » זונטאג אפריל 7, 2013 11:44 am

· #101962
יאיר
עס שטייט נישט דארט אז ס'איז אברהם אבינו'ס הויז (אזא זאך איז כמעט אוממעגליך צו וויסן),

אברהם אבינו האט דאך נישט געהאט קיין הויז פון שטיינער נאר א געצעלט.
בכל אופן איז עס זייער אינטערעסאנט.

יאיר » פרייטאג אפריל 19, 2013 5:30 am

· #106607
ברסלבער
יאיר
עס שטייט נישט דארט אז ס'איז אברהם אבינו'ס הויז (אזא זאך איז כמעט אוממעגליך צו וויסן),

אברהם אבינו האט דאך נישט געהאט קיין הויז פון שטיינער נאר א געצעלט.
בכל אופן איז עס זייער אינטערעסאנט.

אזוי לאנג ווי אברהם אבינו האט געוואוינט אין אור כשדים האט ער מסתמא געוואוינט אין א ליימענע הויז, אזוי ווי רוב איינוואוינער פון אור אלט מעסאפאטעמיע, וואו עס געפינט זיך ליים גאר בשפע. ווען ער איז געקומען קיין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין באר שבע האט ער מעגליך יא געוואוינט אין א געצעלט, אזוי ווי פילע אנדערע פאסטוכער דארט וואס האבן נישט געוואוינט בקביעות אויף איין פלאץ.

יאיר » פרייטאג אפריל 19, 2013 5:38 am

· #106608
פארגאנגענע וואך האט מען אנטדעקט א מקוה אין ירושלים פון די צייטן פון צווייטן בית המקדש. אנדערש ווי אנדערע אור אלטע מקואות וואס מען האט שוין געטראפן וואס זענען היבש פרימיטיוו און האבן געזאמלט זייערע וואסער פון א דערנעבנדע אוצר פון רעגן וואסער, איז דער מקוה גאנץ פארגעשריטן, עס האט דריי אוצרות אויפ'ן דאך וואו עס רינט אריין רעגן וואסער, און פון די לעכער פונ'ם דאך ציט זיך רערן אריין אין די מקוה אז דאס וואסער זאל אריינרינען אינ'ם בור. ארכעאלאגן זאגן אז צוליב דעם וואס די געגנט איז זייער טרוקן האט זיך אויסגעפעלט א מער פארגעשריטענע סיסטעם צו היטן אויף יעדע משהו רעגן וואסער אז עס זאל אריינגיין אין די מקוה, און בו בזמן זאל עס זיין הונדערט פראצענט כשר.

די דריי אוצרות און די אריינגעקריצטע כמו רארן וואס פירן דאס וואסער צו די מקוה (פארקלענערט דעם פעידזש צו זען דעם דריטן אוצר)

יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:13 am

· #139685
צוויי גרויסע אנטדעקונגען זענען אנטפלעקט געווארן די לעצטע וואכן איבער מלכות בית דוד. מען האט אנטדעקט א געביידע אין א געגנט נעבן ירושלים, אין וואס איז לויט געוויסע ארכעאלאגן נישט עפעס אנדערש ווי דער פאלאץ פון דוד המלך וואו ער האט געוויילט בשעת ער האט באזוכט די דערנעבדיגע שטעט. דאס איז א שטארקע געווינס קעגן די וואס פרובירן צו מינימיזירן מלכות בית דוד. דער ארכעאלאג יוסי גארפינקעל איז שטארק ביי דער מיינונג אז דאס איז געווארן באנוצט דורך דוד אדער אנדערע מלכי בית דוד, וויבאלד עס האט אלע צייכנס פון א אידישע וואוינארט, נעמליך, מען געפינט נישט דארט קיין חזיר ביינער. און דאס מיינט לויט אים אז אונטער קעניג דוד איז מלכות בית יהודה צום ערשטן מאל געווארן צוזאמגענומען און פאראייניגט. אבער דער אויסגערופענער מינימאליסט ישראל פינקלשטיין טענה'ט אז עס האט גאנץ מעגליך באלאנגט צו פלשתים אדער כנענים אזוי לאנג ווי מ'האט נישט קלארע באווייזן פון מאנומענטן אדער אויפשריפטן.

די צווייטע היסטארישע געפינס איז א כלי חרס וואס האט אויף זיך אן אויפשריפט אין כתב עברי. דער יחוס דערפון איז אז עס איז דאטירט בערך צו 1000 bc וואס מאכט עס די סאמע עלטסטע אויפשריפט אין כתב עברי וואס מיר ווייסן ביז היינט. דאס איז א שטארקע באשטעטיגונג אז שוין דעמאלט האט מען געשריבן אין כתב עברי וואס מיינט אז לכה"פ פון דעמאלט איז שוין געווען די מעגליכקייט צו שרייבן און איבערגעבן די כתבי הקודש. דער מיינונג פון דעם כתב קען מען נישט דעשיפרירן, ווארשיינליך איז געשטאנען דער נאמען פון דעם בעל הבית אדער פון די תוכן פון דעם כלי.

ונבנתה העיר » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:40 am

· #157698
די פידל וואס האט געשפילט בשעת די טיטאניק האט געזונקען האט זיך פארקויפט פאר 1.46 מיליאן דאלער.

זי האט געהערט צו וואלעס הארטלי, דער מייסטער פונעם בענד אויף די שיף, ער און זיינע קאלעגעס זענען אלע דערטראנקען געווארן נאכ'ן אויסוועהלן צו שפילן פאר די רייזענדע וואס קריכן אריין אין רעטונג'ס שיפלעך ווי איידער זיך אליין צו ראטעווען, זיי זענען געווען אכט אינאיינעם [הגם מיר ווייסן נאר פון דריי...].

נאך צעהן טעג האט מען געטראפן וואלעס מיט זיין פידל אנגעבינדן אין איהם.
📎 2013-10-19T153749Z_1788326800_GM1E9AJ1TD101_RTRMADP_3_TITANIC-VIOLIN-512x329.jpg

I'm back » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 9:44 am

· #157723
ווער באקומט די געלט?
זענען דא יורשים, צו וואס?

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 10:16 am

· #162663
די Biblical Archaeological Review האט ארויפגעשטעלט זיבן ארטיקלען פריי פון אפצאל איבער די גראבונגען אין די אור אלטע שטאט לכיש, וואס ווערט דערמאנט גאר אסאך מאל אין תנ"ך אלס א באפעסטיגטע שטאט.

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 1:24 am

· #162954
עס איז דא א היציגע ויכוח צווישן די אינטערנעט און געוויסע פרומע קריסטן ווען די לעצטע פראבירן צו פארבינדן פרעה Djoser מיט'ן פרעה אשר ידע את יוסף און אז זיין גאר געלונגענעם משנה Imhotep איז יוסף פון די תורה, דערנאך ווילן זיי עס נעמען א שטאפל ווייטער אז איינע פון די גרויסע בנינים אין די Saqqara קאמפלעקס [דארט וואו Djoser האט געבויעט זיין פיראמיד לקבורה - און איז אגב די עלטסטע בנין אין די וועלט, געשאצט אויף 4700 יאהר אלט] איז גאר א תבואה אוצר וואס יוסף האט געלאזט אויפבויען פאר די שבע שני הרעב.

[ד"א: אין 2011 האט מען געטראפן אין דעם אויבן-דערמאנטן קאמפלעקס נישט ווייניגער ווי 8 מיליאן מאמיס פון באשעפענישן].

אין אייוועלט איז אמאל געווען צוגעברענגט די טעאריע בשם Ron Wyatt, א רעגליעזער בעל נפש\דמיון, כאפט א בליק אויף זיין וועבסייט דארט קענט איהר אלעס באקומען, פון תיבת נח ביז די ארון.

עכ"פ זעה איך יעצט אז מארק טוועין אין זיין בוך The Innocents Abroad, וואו ער באשרייבט זיין נסיעה איבער די וועלט אין 1867, רעכענט אויס צווישן די ערטער וואס ער ערווארט צו באזוכן אין מצרים 'Joseph's Granaries', דהיינו די אוצרות תבואה פון יוסף, איז נתעורר געווארן מיין נייגער וואס האט מען דעמאלטס געהאלטן אלס יוסף'ס אוצרות.

למעשה איז ער נישט אנגעקומען אין יענע גאנצע געגענט, ער רעכענט אויס די אלע אינטערעסאנטע פלעצער וואס ער וועט נישט קענען באשרייבן:

I shall not tell about Joseph's granaries which he built to store the grain in, what time the Egyptian brokers were "selling short," unwitting that there would be no corn in all the land when it should be time for them to deliver; I shall not tell any thing about the strange, strange city of Cairo, because it is only a repetition, a good deal intensified and exaggerated, of the Oriental cities I have already spoken of; I shall not tell of the Great Caravan which leaves for Mecca every year, for I did not see it

נאך א לאנגע ליסטע פון זאכן פירט ער אויס בלשונו הזהב:
I shall not speak a word of any of these things, or write a line. They shall be as a sealed book. I do not know what a sealed book is, because I never saw one, but a sealed book is the expression to use in this connection, because it is popular.

petergrifin » דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 12:52 am

· #163332
ארכעאלאגן האבן געטראפען א שטאט װאס איז אמאל געװען די װיכטיגסטע שטאט אין ארץ כנען, און ס׳איז א שטאט װאס איז
געשטאנען נאך פאר מלכות בית דוד.

<a class="postlink" href="http://news.yahoo.com/ancient-city-discovered-beneath-biblical-era-ruins-israel-123623680.html">http://news.yahoo.com/ancient-city-disc ... 23680.html</a>

ממרום שלח אש » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:24 pm

· #164830
גרויסע נייעס היינט, געטראפן א הויז לויט זיי 10,000 יאר אלט, אין א"י, די עלצטע אין די געגענט.

<a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/archaeological-dig-uncovers-10000-year-old-building/">http://www.timesofisrael.com/archaeolog ... -building/</a>

א קאמענטאר דארט געפעלט מיר
"This house is older than the Earth itself? Not likely."

יאיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:29 am

· #176485
גרויס שמחה הערשט ביי אלע אוהבי ציון וישראל, ביים הערן אז מען גרייט זיך צו גראבן אין דעם הייליגן שטאט חברון. מען דארף דא קיינעם נישט מסביר זיין וואס חברון מיינט פאר יעדן איד אשר נשמת ישראל בקרבו. דאס איז דער פלאץ וואו די אבות הקדושים האבן געוואוינט אין זייערע געצעלטן, צוזאמען מיט זייערע בהמות. דאס איז דער פלאץ וואו אברהם אבינו האט אויסגעשריגן יש מנהיג לבירה. געוויסע חלקים פון חברון זענען שוין געווארן אויסגעגראבן, וואו מען האט געטראפן וואונדערליכע געפינסן, ווי עטליכע כלים בימי חזקיהו המלך, וואו עס שטייט אויפגעשריבן "למלך", און א געשריבענע ליסטע פון בהמות בימי אברהם אבינו (צו נוצן פאר קרבנות פאר'ן אייביגן גאט?). מיט עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט די זכיה צו באזוכן אין אלט שטאט חברון און טרעטן אויף די זעלבע ערד וואס די אבות הקדושים האבן דארט מקריב געווען קרבנות, געלאדנט מענטשן צו עסן, פארשפרייט שם ה', און נאכ'ן שטארבן געווארן באערדיגט. יעצט גייט מען אויפגראבן דעם סאמע ארט וואו עס האט זיך ווארשיינליך אנגעהויבן די מלוכה פון מלכות בית דוד, ווען דוד המלך האט זיך באזעצט אין חברון און געגרינדעט די ערשטע אידישע מלוכה. לאמיר האפן אז דאס איז טאקע דער ריכטיגער ארט און מען וועט טרעפן עפעס געפינסן פון יענע תקופה. ווי וואונדערליך אז נאך פיר טויזנט יאר זינט די אידישע רעליגיע איז געגרינדעט געווארן שטייען מיר, די אייניקלעך פון די גרינדער, אויף דעם זעלבן ארט, מיט א ספר וואס ענטהאלט די גענויע אינפארמאציע איבער זייער לעבן, און פרובירן צו צונייגן אן אויער און הערן וואס די ערד און שטיינער, דורכגעווייקט פון די טרערן פון יצחק אבינו'ס תפילת מנחה, האבן צו דערציילן. עם ישראל חי לעולמי עד ולנצח נצחים.

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:48 am

· #176494
נאכמער! חברון איז 7 יאר עלטער פון צוען מצרים!!!

יאיר » דינסטאג פעברואר 4, 2014 11:59 pm

· #181667
ארכעאלאגן האבן אנטדעקט א חרוב געווארענע פיראמיד וואס איז ארום 4,600 טויזנט יאר אלט. דאס קומט אויס ארום פיר הונדערט יאר פאר דעם מבול. דער פיראמיד איז געווען ארום דריי און פערציג פיס גרויס, א שפיי קעגן די פיראמידן אין גיזא.

נהורא נפישא » מיטוואך פעברואר 5, 2014 7:12 am

· #181698
ס'קען זיין אז די פיראמיד איז מתחלה געבויעט געווארן אין ארץ כנען וואו ס'איז נישט געווען די מבול, נאר בא סנחרב ובלבל את הכל.

ממרום שלח אש » מיטוואך פעברואר 5, 2014 1:03 pm

· #181806
אדער אז די מבול האט אפגעשיילט רוב דערפון, און פארדעם איז עס אזוי פיצי, איז טאקע א ראיה צו די מבול.
אדער איז עס א שארית פון די תיבה לויט די וואס האלטן אז גופר איז א מין ליים! איז ווייטער א ראיה צו די מבול.
חוץ מזה ווייס מער דאך אז קארבאן דעטינג איז נישט פונקטליך.

לגופו של ענין, מען ווייסט שוין לאנג דערפון, יעצט האט מען עס פשוט אפגערייניגט. עס איז איינס פון זיבן פון די סארט, וואס מען רופט "סטעפ" פיראמידן, אנדערש ווי די גרויסע איז עס איז נישט געמאכט געווארן צו באגראבן פרעה, עס איז נישט הויל אינעווייניג, לכאורה איז עס געווען א סארט מאנומענט.

מ גפני » מיטוואך פעברואר 5, 2014 1:08 pm

· #181808
גל-עד ביי יעקב אבינו ווען ער האט זיך געזעגנט פונעם שווער לבן איז אויך געווען אזא בערגל

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:01 pm

· #190522
אפשר וועט דאס סוכ"ס פושט זיין די מח' רש"י ר"ת.

יידל » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:05 pm

· #190524
דאס איז נישט די ערשטע פאר תפילין וואס מ'טרעפט אין די מגילות ים המלח. אין די פריערדיגע תפיליןס איז געווען איינס אויסגעשטעלט ווי שיטת רש"י. אבער אויב זענען מיר פושט די מחלוקת, דארפן מיר אויך פושט זיין אנדערע שאלות, ווי צום ביישפיל, די שאלה פון צוטיילן ישעיה אין צוויי.

יאיר » פרייטאג מערץ 14, 2014 1:08 am

· #190659
[ציטאט אראפגענומען]

דו מיינסט אפשר פון די תפילין? רוב פון די קומראן תפילין זענען מער ווייניגער די זעלבע צוויי דריי פרשיות וואס מיר האבן, נאר דער מקום התחלה והסיום איז נישט מדוייק.

יאיר » פרייטאג מערץ 14, 2014 1:16 am

· #190662
געפילטע פיש
אפשר וועט דאס סוכ"ס פושט זיין די מח' רש"י ר"ת.

"שמעתי משם מורי דאין לסתור סדר ר"ת ממה שמצאו תפילין בקבר יחזקאל כדברי רש"י, שאדרבה לר"ת מצי למימר שפסולין היו כיון שכתבן באותו הסדר ולכך נקברו בקבר כדין ספרים פסולין שנקברין ונטמנין בקברו של צדיק" (דרישה סי' ל"ד): "ויש דוחין דלפי דפסולין הוו גנזום לשם, ולא נהירא, דלא היו צריכים גניזה אלא להחליף הנחתן מבית זה לבית זה" (ב"ח שם).
אז מ'רעדט שוין, אלע תפילין וואס מען האט געטראפן אין קומראן זענען פסול לחלוטין לויט די הלכות למשה מסיני וואס מיר האבן מקובל כמבואר בש"ס.

ממרום שלח אש » דינסטאג מאי 13, 2014 12:30 pm

· #200284
געפינען קאלאמבוס'ס פאן שיף, די סאנטעא מאריע!
א שטוינענדע ארכעאלאגישע אנטדעקונג וואס לאו בכל יומא מתרחיש, מעגליך געפינען קאלאמבוס'ס פאן שיף, די סאנטעא מאריע ביים ברעג פון האיטי!



די ברוכווארג האט מען שוין געפינען אין 2003, נאר מען האט עס נישט אידענטיפיצירט.

די יעצטיגע הנחה איז באזירט אויף די אנטדעקונג פון קאלאמבוס'ס פאׂרט (FORT) אויפן ברעג, אויך אין 2003. יעצט האט מען קלארגעשטעלט אז די ברוכווארג אין ים שטימט רעלאטיוו צום פארט לויט ווי עס ווערט געשילדערט אין קאלאמבוס'ס טאג בוך.

אין 2003 זענען פאטאגראפירט געווארן אויפן ים גרונט אלטע קאנאנען פון בערך יענע צייט, וואס וואלט צוגעהאלפן צו באשטעטיגן די הנחה, אבער בינו לביני איז עס ראבירט געווארן דורך אומבאקאנטע פערזאנען.

האיטי איז אין א געזעצלאזע כאאטישע מצב, מען פרובירט מיט די הילף פון די רעגירונג צו באוואכן דאס פלאץ און פרעזערווירן וואס איז געבליבן.

<a class="postlink" href="http://www.independent.co.uk/news/science/archaeology/exclusive-found-after-500-years-the-wreck-of-christopher-columbuss-flagship-the-santa-maria-9359330.html">http://www.independent.co.uk/news/scien ... 59330.html</a>

פארוואס? » מיטוואך מאי 14, 2014 11:04 am

· #200442
יאיר
ריכטיג. עס איז א גרויסער חידוש אז נאכדעם וואס דער פראכטפולער בית המקדש פון שלמה איז געווארן אויפגעבויעט, און ווי עס שטייט אין נ"ך האבן אלע אידן אנטיילגענומען אין דער גרויסער חנוכת הבית און זיך מיטגעפרייט, און אנגעהויבן מקריב זיין קרבנות אויסשליסליך אין בית המקדש, האט זיך געפינען הארט דערנעבן א גרויסער מקדש וואו מען האט מקריב געווען שחוטי חוץ, צוזאמען מיט פסלים.

דו מיינסט צו מרמז זיין די ווערטער פונעם בארימטן ארכאולוג, יישראל פינקלשטיין:
אבל אם אנחנו מתארים את ירושלים ככפר נידח, איך יכול להיות שעמד שם המקדש?

"זה לא הפנתאון שעמד שם. המקרא מתאר בניין די צנוע. אנחנו, בתרבותנו, מתארים לעצמנו את המקדש כאיזה פרתנון ענק ששולט על כל הר הבית. זה בקושי נכון לימי הורדוס. מדובר בקאפלה של בית המלוכה".

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 14, 2014 10:57 pm

· #200591
די שווארצע מגפה איז געווען פון די ערגסטע מגפות אין היסטאריע, בערך 650 יאהר צוריק [ארום 1350] האט זי אויסגעמעקט בערך 30-50 פראצענט פון די פאפיולאציע אין אייראפע מיט א געשאצטע 75-200 מיליאן טויטע, און האט געברענגט אין איהרע פיסטריט פילע רעליגיעזע, סאציאלע און עקאנאמישע תוצאות.

נאכן פארשן כמעט 600 סקעלעטאנען אין א לאנדאנ'ער בית הקברות פון פאר די מגפה ביז א תקופה פון 200 יאהר דערנאך, זאגן די פארשער אז אומדירעקט האט די מגפה געברענגט א דראסטישע שינוי לטובה פאר די שפעטער'דיגע דורות, אין געזונט, לעבנ'ס ערווארטונג און קוואליטעט פון לעבן.
📎 _74687428_royalmintct23612.jpg

הדד בן בדד » פרייטאג מאי 16, 2014 2:29 am

· #200791
ממרום שלח אש
א שטוינענדע ארכעאלאגישע אנטדעקונג וואס לאו בכל יומא מתרחיש, מעגליך געפינען קאלאמבוס'ס פאן שיף, די סאנטעא מאריע ביים ברעג פון האיטי!



די ברוכווארג האט מען שוין געפינען אין 2003, נאר מען האט עס נישט אידענטיפיצירט.

די יעצטיגע הנחה איז באזירט אויף די אנטדעקונג פון קאלאמבוס'ס פאׂרט (FORT) אויפן ברעג, אויך אין 2003. יעצט האט מען קלארגעשטעלט אז די ברוכווארג אין ים שטימט רעלאטיוו צום פארט לויט ווי עס ווערט געשילדערט אין קאלאמבוס'ס טאג בוך.

אין 2003 זענען פאטאגראפירט געווארן אויפן ים גרונט אלטע קאנאנען פון בערך יענע צייט, וואס וואלט צוגעהאלפן צו באשטעטיגן די הנחה, אבער בינו לביני איז עס ראבירט געווארן דורך אומבאקאנטע פערזאנען.

האיטי איז אין א געזעצלאזע כאאטישע מצב, מען פרובירט מיט די הילף פון די רעגירונג צו באוואכן דאס פלאץ און פרעזערווירן וואס איז געבליבן.

<a class="postlink" href="http://www.independent.co.uk/news/science/archaeology/exclusive-found-after-500-years-the-wreck-of-christopher-columbuss-flagship-the-santa-maria-9359330.html">http://www.independent.co.uk/news/scien ... 59330.html</a>


דעיס בילד קוקט מיר נישט אויס אפילו ענליך צו א שיף...

יואב » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:43 pm

· #242374
Synagogue where Jesus likely preached uncovered in Israel <a class="postlink" href="http://t.co/jHaIqF6H7f">http://t.co/jHaIqF6H7f</a> <a class="postlink" href="http://t.co/X0GY4O495Y">http://t.co/X0GY4O495Y</a>

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 5, 2015 1:37 am

· #245902
אין מצרים האט מען געפונען די קבר פון א קעניגן - א ווייב פון פרעה Neferefre, וועלכער האט געקעניגט מיט 4,500 יאהר צוריק.
📎 23f212ad0d0d3a1aac41cf2ee7bcc49b0e3bfaa0.jpg

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 5, 2015 8:19 am

· #245914
ווי זענען אידן געוועהן באותו זמן, לפני 4500 יאר?

זענען די דריי געשטאלטען די עקטשועל מאממיס?

petergrifin » דינסטאג פעברואר 3, 2015 11:17 pm

· #251663
2,500 יאר אלט לוחות (tablets)
געשאצטע 2,500 יאר אלט לוחות (tablets) איז ארויס געשטעלט פאר די פובליק.

<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/simcha-jacobovici/2500-year-old-jewish-tabl_b_6579996.html?ncid=txtlnkusaolp00000592">http://www.huffingtonpost.com/simcha-ja ... lp00000592</a>

סקראל אראפ און קליקט אויף די לינק פאר די פול װערזשען (בחנם)
<a class="postlink" href="http://www.haaretz.com/life/archaeology/.premium-1.639822">http://www.haaretz.com/life/archaeology ... m-1.639822</a>

petergrifin » מיטוואך פעברואר 4, 2015 12:00 am

· #251680
[ציטאט אראפגענומען]



The tablets reflect trade transactions, leasing houses and fields, addresses, inheritances, etc. Certificate 31, for example, is of a deal between Yirpa Ben Dohah and Ahikam Ben Refa’iyahu, in which the former trades a “trained, five-year-old bull” for “one gray jennet.” In certificate 52 a man called Ikisha sold his female slave for “three pieces of silver.” In another document, Neriayu Ben Ahikam rents a house for “10 silver shekels ... half given at the beginning of the year and the rest in the middle of the year.” The tenant undertook in the agreement to pay for damages, if any, from the foundations to the roof.

On some tablets, ancient Hebraic letters appear beside the Akkadian details. The researchers assume these were intended for cataloging and tracing. On tablet 10, for example, which deals with a bond for barley, the name Shalemiyahu appears in Hebraic. “These are the most ancient Hebraic letters from the Babylonian exile,” says Horowitz.

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 13, 2015 12:46 pm

· #258445
<a class="postlink" href="http://www.pbs.org/newshour/updates/first-human-ancestor-new-look-may-older-think/">http://www.pbs.org/newshour/updates/fir ... der-think/</a>

בעריש » מאנטאג אפריל 6, 2015 3:39 pm

· #264350
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4643210,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4643210,00.html</a>

בעריש » מאנטאג אפריל 6, 2015 3:55 pm

· #264355
בעריש
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4643210,00.html

פארשטייט זיך אז דאס ברויך א ביאור וויאזוי טרעפט מען פלוצים ארטיקלען וואס לויט די אנגענומענע ארכילאגישע טיים פרעים איז דא כמעט 500 יאר דיפרענס פון איין חפץ צום צווייטען.

הקטן » מאנטאג אפריל 13, 2015 10:29 pm

· #265792
מיז זיין אז דארט איז אמאל געווען א מאזיאם פין אלטע כלים

בעריש » דינסטאג אפריל 14, 2015 11:06 am

· #265900
הקטן
מיז זיין אז דארט איז אמאל געווען א מאזיאם פין אלטע כלים

אדער צייגט דאס אז די אנגענומענע זמנים און די ארכעלאגישע וועלט איז נישט אזוי גלאטיג.

הקטן » דינסטאג אפריל 14, 2015 5:28 pm

· #266006
זיכער אזוי
איך האב דאס גענפערט וואו אן ארכלאג ענפערט - אלעס אלעס צו מאכן שטימען די טעאריע וואס ער וויל אדער וואס זיין וועלט אויסקיק איז

הקטן » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:25 am

· #266141
the interpretation of archaeological data and its association with the biblical text may in many cases be a matter of subjective judgment, . . . inspired by the scholar’s personal values, beliefs, ideology, and attitude toward the data

archaeologist and Israel Prize winner Amihai Mazar

יואליש » מיטוואך אפריל 15, 2015 10:45 am

· #266230
אייסיס איז מקיים השיבה שופטינו כבראשונה, צוריק צו איסלאם'ס אייקאנאקלעסטיק מסורה וועלכע האט אפי' אינפילטרירט און געדראעט צו שפלינטערן קריסטענדום אין די ביזענטיין אימפעריע בימים ההם. אייסיס פארניכט אור אלטע ארכילאגישע מקומות אין די איראק'ע שטאט נמרוד (א מאדערענע נאמען באזירט אויף די ביבלישע נמרוד) אשור.

<a class="postlink" href="http://news.nationalgeographic.com/2015/04/150414-why-islamic-state-destroyed-assyrian-palace-nimrud-iraq-video-isis-isil-archaeology/?utm_source=Facebook&utm_medium=Social&utm_content=link_fb20150414news-isis&utm_campaign=Content&sf8594867=1">http://news.nationalgeographic.com/2015 ... f8594867=1</a>

דענקער » מיטוואך אפריל 15, 2015 11:01 am

· #266233
דאס איז זיכער אן הכנה צו ביאת המשיח ווען עס וועט מקוים ווערן;
ונתצתם את מזבחתם, ושברתם את מצבתם, ואשריהם תשרפון באש, ופסילי אלהיהם תגדעון, ואבדתם את שמם מן המקום ההוא.
בלאט: 1 2 3