צו וועלכן חסידות געהערט איר?
147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #152
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
ווייל איינער האט געזאגט עפעס אז ער גלייבט נישט אין די היינטיגע רבי'ס, וויל איך וויסן, פון ווי ער ווייסט צו גלייבן אין די אמאליגע יא, און אפשר טאר מען גארנישט גלייבן..
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
מנשה'לע לאמיר אנפאנגען פון אונטן ארויף. ווען דיין רבי הייסט עסן חזיר פאלגסטו?
ווען פאנגט מען אן צו ניצן שכל ווס רבי
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
פון מיר איז נישט קיין ראיה, ווייל ער לאזט נישט האבן קיין אינטערנעט אויך נישט.
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
מנשה לוסטיגפון מיר איז נישט קיין ראיה, ווייל ער לאזט נישט האבן קיין אינטערנעט אויך נישט.
זיי מיר מסביר וואס וועסטו זאגן טויטערהייט, אז איך בין א סקווירא'ער?
וועסטו דאך הערשט כאפן שלעק, מילא דעם אויבערשטן האסטו נישט געפאלגט, אבער דעם רבין???
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
אבער ס'איז אזוי געשמאק צוזיין א סקווערע - פאר מיר, אז.. כ'האב עס ליב.. און אז איך האב עס ליב איז עס געשמאק.
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
אויף יענער וועלט איז נישטא די תענוגים פון די וועלט
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
מנשה לוסטיגפון מיר איז נישט קיין ראיה, ווייל ער לאזט נישט האבן קיין אינטערנעט אויך נישט.
וואס איז די חילוק צווישן דיר און ר' חיים אהרן?
דו טוסט קעגן דיין רבינ'ס רצון, און ר' חיים אהרן האט אויך געטוהן קעגן זיין רצון, מאי בינייהו?
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
אבער דאס וואס איך שפיר אזוי געשמאק, איז נישט ווייל ס'איז פונקט וואס איך וויל, גראדע איז עס פונקט פארקערט.
אין סקווער קען מען נישט פארברענגען 'ברבים' מיט א ווייב.
אין סקווער קען מען נישט שווימען, שפילען, און פארפירן אין צענטער [מ'קען אבער ס'איז מאדנע]
אין סקווער איז דא תקנות וואס שטערן די תענוגי עולם הזה וואס זענען פארקערט פון חסידיש.
אבער ווען איינער ווי איך, וואס איז שוין אריבער אין לעבן די נסיון, פון זען אז קיינער העלפט נישט נאר דער אייבירשטער, מ'קען זיך אויף קיינעם נישט פארלאזן, האב געשפירט אז די איינציגע נחמה און חיזוק, תענוג רוחני און שטופ'קראפט אין די שווערע צייטן אין די וואקלדיגע צייטן, אין צייטן ווען מ'דארף א ריקנביין, אין צייטן ווען מ'שפירט ווערדלאז אין רוחניות. איז די בעסטע ווען מ'איז אינעם שטראם פון אט דעם חסידות [קען זיין אנדערע חסידים שפירן עס ביי זייער רבי אויכעט], דאס איז דויערהאפטיג, דאס האט מיך געראטעוועט בעבר, פון פיזישע און גייסטישע נפילות, און דאס גיבט מיר די כח טאג טעגליך.
איז וואס עפעס זאל איך אויסהערן מענטשן וואס האבן מיר גארנישט צוגעגעבן אין לעבן, פון די אלע מעריצים וואס לאכן און קיצלען זיך אויף מיינע מאמרים און קליפס, האב איך קיין סאך ניצן נישט נאר די פאר'חאניאקטע חסידים האבן מיר געגעבן הארץ און נשמה, אויפריכטיגע הדרכה, די אלע בעלי רחמנים ארום האבן מער ווי א קריטיק צו א קרעכץ גארנישט צוגעגעבן צו מיין הצלחה.
ממילא, וואס עפעס זאל איך צוהערן די ליצני הדור'ס דיעות, אויב נאכן זיין אין די פרעמד אלץ בחור אפאר יאר, נאכדעם נאכן חתונה זייענדיג זיבן יאר אינדרויסן פון סקווער, האב איך איינגעזען, אז זהו! דא איז א מקור חיוני, וואס דאס געבט נאר צו צום נשמה לעבן, און דאס נעמט מען אוודאי מיט מיט זיך..
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
דעמאלטס פארוואס פאלגסטו נישט דיין רבין?
שריי נישט אויף יענעם ווען ער פאלגט נישט!
און געב נישט גערעכט ווען מ'טוט עפעס פאר יענעם, עס קומט זיך דיר די זעלבע פעטש!
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
מ'שרייעט נישט ווען ער פאלגט נישט, און מ'געבט נישט קיין פעטש. דאס איז די גראבע טעות. דאס גאנצע רוגזה אויף דעם דבר אח''ר איז דאס אז ער האט פארשלעפט א שיין ביסל בחורים פון די גלייכע וועג, און היינט זיי געלאזט אויפן וואסער, א טייל האט מען שוין ב''ה געראטעוועט, א טייל זענען אויף די גאסן, און דאס האט ער נישט געטון בתיאבון נאר להכעיס.
ווידער איך, בין מודה על האמת אז כ'טוה נישט אלעס און קיינער זאגט מיר גארנישט, ווייל איך ברעך נישט אויס מיינע עבירות אין צענטער פון שטעטל, און גרופיר נישט קיין בחורים און יונגעלייט פארקערט פונעם סביבה.
אויך איך האב געדאווענט אין דעם האוים, אויך ער וואלט געקענט ווייטער דאווענען אין דעם האוים, ווען נישט ער זאל מאכן דעם שטינק, און שלעפן בפומבי מענטשן אהין, וואלט גארנישט געווארן א רוגזה צווישן די הייסע..
און באמת איז דאס שוין געווען די מכה בפטיש, נאך יארן וואס ער האט ליב זיך צו רייצן, און למעשה בין איך געווען אינעם בילד און כ'ווייס די אמת. יעדע זאך האט א גבול. ווילסט פישן! נישט אקעגן די ווינט..
טעלעפאןnescafe.דערווייל בין איך אויפן וואסער
איך זיך א חסידות וואס איך וועל קענען זאגען פאר מיין בחורל ‘ אויב די וועסט לערנען און דאווענען פלייסיג אין
די וועסט זיך אפהיטען פון עבירות, וועלן מעגליך די ראשי הקהלה דיר אויפנעמען פאר די נעקסטע רבי, נאכן 120 פונעם רבי‘ן שליט"א
1
גם אני מצטרף. איך זוך....
ביז 10 יאר צוריק איז דאס געווען די טענה פון די ליטאים, אבער ביי תלמידי בעש"ט האט מען אנדערש געהאלטן אז א קינד פון א רבי האט א קדושה מיום לידתו, אמת אז ליידער אסאך גייען נישט אויפ'ן דרך האבות, אבער דער מציאות איז אז א שיינע ביסל בנש"ק האבן זיך אפגעהאלטן צו טוען עבירות אבער נישט בגלוי אדער תשובה טוען בגלוי, ווי דער המון עם.
דער עיקר וואס מיר דארפן אריין באקן אין די קינדער איז, אן לערנען איז א מענטש גארנישט ממש גארנישט, אבער איינער וואס לערנט יומם ולילה און איז זיך ממית באהלו של תורה און ער איז א בנש"ק איז ער אין אסאך א גרעסער מדריגה ווי א פשוטער איד, ווייל זכות אבותיו מסייע, און ווי דער שפת אמת האט גענפערט איך בין געבורן אויפ'ן בארג, אבער אז א ווינט בלאזט מיר אראפ פון בארג איז אסאך ערגער ווי איינער וואס איז נישט געבורן אויפ'ן בארג, דאס דארף מען שטארק חזר'ען פאר די קינדער תורה איז נומבער איינס און טאמער איז דא תורה איז זכות אבותיו מסייעתו
בנשקלעך האבן א קדושה מיום לידתו? ווי דרייסטו זיך? איך וויל זיי טרעפן.
און זכות אבותי איז מסייעתו מיינט אויך יעדע איד וואס האט ערגעץ עלטער עלטער זיידעס וואס וועלן איהם מסייע זיין.
איך בין אליין א רבי
ציבעלע-קיגלאיך בין אליין א רבי
I am really not jealous at all
gehlungenציבעלע-קיגלאיך בין אליין א רבי
I am really not jealous at all
ווען איהר גייט כאפען אייער MID-AGE CRISIS גייט איהר שוין יענעם איינמאל גוט מקנא זיין.
אלענפאלס, אויב איז מען אליין א רבי געהערט מען נישט צו קיין חסידות?
ווי אזוי האט די ליבאוויטש'ע רעבעצין חי' מושקא ע"ה געזאגט: "דער טאטע'ס טלית און תפילין באלאנגט צו די חסידים, ווייל דער טאטע זעלבסט באלאנגט פאר די חסידים". ס'איז א טיף ווארט.
ר' מוטה פראנק
ראדזין
מ גפניר' מוטה פראנק
פון פעיסבוק?
מה טיבו?
וואס איז זיין דרך?
ספינקא
(לאמיך זעהן ווער ס'גייט די ערשטע טרעפן וועלעכע - הינט: ארץ ישראל אריינגערעכנט)
ספינקא בני ברק?
מוז נישט זיין טאקע פון אר"י, די אויסוואל איז נאר גרעסער...
מיי נעקסט געס; ר' אייזיק מספינקא (תולדות צבי)
שמואל הלוימיי נעקסט געס; ר' אייזיק מספינקא (תולדות צבי)
כ'ווייס נישט צו כ'מעג אזוי שרייבן, אבער האסט מיך פארשעמט!
אוי וויי איך בעט דיך שנעל איבער, און גלייכצייטיג ציטער איך שוין צו גיין ווייטער טאמער איך וועל דיר ווייטער פארשעמען.
ברסלב
שעפטלספינקא
(לאמיך זעהן ווער ס'גייט די ערשטע טרעפן וועלעכע - הינט: ארץ ישראל אריינגערעכנט)
איך בין שוין אינגאנצן צומישט...
פון
דא איז משמע אז דו ביסט א בעלזער גאר.
ווידער פון
דא און די נאכפאלגענדע תגובות איז משמע אז דו ביסט א סאטמארער (מהר"א)
דאס איז אבער
זיכער אז א באבוב'ער ביסטו נישט
שמואל הלוישעפטלספינקא
(לאמיך זעהן ווער ס'גייט די ערשטע טרעפן וועלעכע - הינט: ארץ ישראל אריינגערעכנט)
איך בין שוין אינגאנצן צומישט...
פון
דא איז משמע אז דו ביסט א בעלזער גאר.
ווידער פון
דא און די נאכפאלגענדע תגובות איז משמע אז דו ביסט א סאטמארער (מהר"א)
דאס איז אבער
זיכער אז א באבוב'ער ביסטו נישט
😂
יעצט אזוי ווי דו שרייבסט עס איז מיר טאקע בייגעפאלן אז ס'קען טאקע זיין ביי איינעם אלע דריי.... (נישט ביי מיר גראדע..)
א חסיד פון בית יצחק (ר' אביש) וואס זיין רבי איז א חסיד פון סאטמאר (מהר"א) און ר' אביש איז געווען פון די ערשטע רבנים לעצטענס וואס זענען געגאנגן צו בעלזא...(שוואך??? )
קאווע טרינקערמ גפניר' מוטה פראנק
פון פעיסבוק?
מה טיבו?
וואס איז זיין דרך?
נישט נאר אויף פעיסבוק, מען קען הערן און זען זיינע דרשות און אויסערגעווענטליך בע'טעמ'טע שמועסן אויף קול הלשון אדער דא <a class="postlink" href="http://www.mota.breslev.org">http://www.mota.breslev.org</a>
רבינו יואל ראטה שליט"א
itsnotmeרבינו יואל ראטה שליט"א
פארוואס עפעס רבינו בלשון רבים? איז ער יעדנ'ס רבי? סך הכל קענסטו שרייבן "מורי ורבי".
חוץ מזה דא רעדט מען פון חסידות'ן, ר' יואל ראטה איז נישט קיין חסידות.
וואס עפעס רבינו יואל אדער רבינו הקדוש? איז ער דען יעדענס רבי? קענסט עם רופן מורי ורבי יואל.
נישט איבעראל מוזטו אויספאקן דיין שנאה צו סאטמאר, האב איך דען אמאל געשריבן דא רבינו יואל? וואס פארפירסטו?
שמואל הלוינישט איבעראל מוזטו אויספאקן דיין שנאה צו סאטמאר, האב איך דען אמאל געשריבן דא רבינו יואל? וואס פארפירסטו?
מיין שנאה צו סאטמאר? דו האסט פיינט ר' יואל ראטה? איך האב נאר אנגעמערקט אז דיין לאגיק קען מען נוצן דארט אויך, און כ'האב דיר קיינמאל נישט געזען זיך אפרעדן ווען איינער שרייבט רבינו יואל.
און איך האב נאך קיינמאל נישט געזען ווי איינער שרייבט רבינו יואל דא אין שטיבל (עכ"פ נישט באמערקט)
אויב אזוי אמעסארי, אבער ס'גלייבט זיך שווער.
דער זוך האט געטראפן 24 רעזולטאטן: רבינו יואל
דער זוך האט געטראפן 18 רעזולטאטן: רבינו הקדוש
טאקע נישט אלע מיינען די סאטמערע רב אבער קווייט א פיו.
ל י ו ב א ו ו י ט ש
(פון די סענפעטער-פ'דיארמאטער פלג...)
הירשל ציגל י ו ב א ו ו י ט ש
(פון די סענפעטער-פ'דיארמאטער פלג...)
נישט חב"ד?
הירשל ציגל י ו ב א ו ו י ט ש
(פון די סענפעטער-פ'דיארמאטער פלג...)
ר' הערשל. אויב ביסטו דער ריכטיגער "הערשל ציג" האב איך צו דיר איין בקשה. סטרעיטן אויס דיין בלאג. ווען אימער איך אקסעס עס, מעסט עס מיר אויף מיין קאמפיוטער. חוץ מזה.. איך האב שוין עטליכע מאל קאמענטירט. (אלס "ביגווויהל" און דו לייגסט עס קיינמאל נישט ארויף..
ידעןבנשקלעך האבן א קדושה מיום לידתו? ווי דרייסטו זיך? איך וויל זיי טרעפן.
און זכות אבותי איז מסייעתו מיינט אויך יעדע איד וואס האט ערגעץ עלטער עלטער זיידעס וואס וועלן איהם מסייע זיין.
ס'איז דא בנש"ק'לך וואס שטעללן אן אלץ אין דער וועלט. אבער ווען ס'קומט ר"ה און יום כפור און זיי דאווענען פאר'ן עמוד זאגן זיי "בזכות אבותי הקדושים" "וויט עי סטרעיט פעיס".
איך בין לעצטענס אריבער פון סערעט יארמע צו זאבליטוב, כ'שפיר דא מער מיין שורש נשמה.
איך האב אלס געמיינט אז דיין שורש נשמה איז אין ראדני סטריט ביי מהרז"ל.
זר זהבאיך בין לעצטענס אריבער פון סערעט יארמע צו זאבליטוב, כ'שפיר דא מער מיין שורש נשמה.
זאבליטוב אין בארא פארק?
ביי מיר איז פארקערט
איך בין געווען און נאך אלץ אויפן זעלבען פלאץ.
מיין נשמה האב איך געטוישט
שוין נישט אריינגעטרעטן אין ראדני א מילעניום.
מ'קען נישט 'וויסן' איינעם פון זיינע תגובות!
לערן דיר אויס.
קאווע טרינקערזר זהבאיך בין לעצטענס אריבער פון סערעט יארמע צו זאבליטוב, כ'שפיר דא מער מיין שורש נשמה.
זאבליטוב אין בארא פארק?
ביי מיר איז פארקערט
איך בין געווען און נאך אלץ אויפן זעלבען פלאץ.
מיין נשמה האב איך געטוישט
ניין. וויליאמסבורג.
וואס הייסט נשמה געטוישט אויב ביזט אויפן זעלבן פלאץ?
זאבליטוב פון וומ"ס? נישט פון ציריך?
איך דארף נישט זיין אין וויליאמסבורג דערצו
אה, יעצט כאפ איך אז דו ביסט טאקע אויף יאגד..
דו ביסט אין ראדני שוין לאנג נישט, דערפאר ביסטו אין פארזוך נאך א ווינקל ווי צו אנשפארן דיין אזוי גערופענע נשמה. [ס'הייסט אין אלגעמיין נפש]