☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #4503

אשכול אן א טיטל #4503

156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4503
בלאט: 1 2 3 4

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:27 pm

· #142047
סתם פאר נייגעריקייט, וואס האט קעסטענבוים מיט דער גאנצע מעשה?

outspoken » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:45 pm

· #142055
👍 👍 👍 קאווע טרינקער 👍 👍 👍

כ'וואלט אויך אויפגעהויבען די צעטעלעך, אבער כ'ווייס שוין נישט וואס מיינט א גדול, ווען איך גיי אנהייבען גלייבען און פאלגען די גדולים, דארף איך גיין צו די בחירות, גראבען קברים, גיין אין נחל חרדי, גלייבען אז ר' חיים הערש איז די ממשיך פון רביה''ק זצוק''ל, מהר''א איז נ שערי ט. מ'דארף גיין אין ערכאות,בגץ, ועוד ועוד

רבוש''ע, כ'בין טאקע א שוואכע צעקלאפטע פיס סאלדאט אין דיין ארמיי, אבער איין זאך רבוש''ע, כ'טריי צו נעמען מיינע שוואכע טריט לויט ווי די שרייבסט אין דיין תורה און וואס דיינע הייליגע גענעראלען מדורות הקודמים האבן געזאגט, און כ'האב ב''ה קיין שום שייכות מיט די א''ג גדולים, גיב מיר און גאנץ כלל ישראל א כתובה וחתימה טובה.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:03 pm

· #142060
שמו יגער
קאוועלע אשריך!! אבער פון ווי נעמסטו דאס אז אזא אקט ווי אויפהייבען פאשקעווילן וואס זענען געשריבען געווארן קעגן גדולי ישראל וועלן דיך העלפן פטור ווערן פון ״ אלע״ דיינע עבירות פון א גאנץ יאר. איז דאס פעיר??? .

וויפיל עבירות מיינסטו האבעך שוין געטוהן היי יאר?
קוים קוים.

שמו יגער

ועוד זיי נישט אזוי שטארק מתפלל פאר די הענט ידי זרים שכתבו שטנה נגד צדיק לאז די אויבערשטער פירן זיין וועלט מיקס אוט פראם היס ביזנס...

אפשר זיי נישט מתפלל פאר געזונט, פרנסה, נחת, לאז ה' פירן זיין וועלט..
ס'איז דאך אוודאי דא א חרון אף, איך בעט בסך הכל אז די כעס כביכול זאל נישט אפעקטירן אומשולדיגע.

מר. @outspoken, איך האב דירעקט נישט געשריבן און דערמאנט דאס ווארט "גדול בישראל", בזיון תלמיד חכם האט גארנישט מיט וויפיל פראפעגאנדע די צייטונגען מאכן.

וויליאמסבורג, עיר הנדחת וואס דו ביסט, פוי.

שמו יגער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:21 pm

· #142068
נישט אויף דעם זאגט מען ולא יעיר ״ כל״ חמתו?? מען בעט אז אפילו עס איז דא א ריגזה כביכול זאל ער רחמנות האבן אפילו מען האט נישט געטון ריכטיג ( די ביסל עבירות כלשונך קוים קוים....)

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:26 pm

· #142075
[ציטאט אראפגענומען]

אפיקורס! גאט פירט נאר די וועלט 5773 יאר...

בעיקרון ביסטו גערעכט, אבער די פראבלעם איז אז די וויליאמסבורגע חמורים וואס האבן נישט זוכה געווען צו די גאולה, מיינען אז גאט קוקט נאר אויף זיי.

בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:38 pm

· #142079
I'm back
סתם פאר נייגעריקייט, וואס האט קעסטענבוים מיט דער גאנצע מעשה?


ר׳ אליעזר קעסטענבוים וואלט שוין לאנג כפרות געשלאגען מיט את״ק און מיט די פאר היץ קעפ און וואלט זיי אפגעשאקעלט פון די זאליס, און עס איז בידו עס צי טיען ער האט די פאוער דערצו, און ער האט גאר א שטארקע סיבה דערצו וויבאלד ער איז פערזענליך נאנט מיט ר׳ אברהם סלאנים, און טייל זאגען אז ער איז א אינוועסטירער אינעם דיעל דארט,

עס איז אבער דא א פראבלעם, די עדה האט דעליווערט פאר די זאליס בני ברק מיט די אויפטי אז נישט די זאליס זענענן אריין בערכאות,
אויב וועלן די זאליס כפרה שלאגען מיט את״ק, וועלן די היץ קעפ אין את״ק זען אז די גאס זאל וויסען אז עס איז געווען די זאליס וואס זענענן אריין בערכאות אין בני ברק, ועוד ואכמ״ל.

אויף די מאמענט כאפט את״ק אן די זאליס ביים גארגעל מיט בני ברק און די זאליס מיזען זיי שטיצען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:44 pm

· #142084
[ציטאט אראפגענומען]

נחמתני.
וכל הקללות יהיו בטלים כעפרא דארעא וכוכביא דבשמיא.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:16 pm

· #142094
@בדחן דערווייל זעה'ך אז עטס זענט'ס אויך ביים גארגעל א חוץ ארומשיקען אין אימעיל און פארשפרייטען אין בתי מדרשים די ליצנות מאמרים אויף אתרא קדישא און גאב''ד קענט איר נישט דערמאנען א מילה אין ענקער בלעטער און טעלעפאנען וואס גייט פאר אליעזר האט שוין אויך עפעס א קנוניא מיט מהר'א??

בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:46 pm

· #142103
פרייליך, איך לייען נישט די בלאט, איך בין נישט קיין ארוני, איך שיק נישט ארום קיין בריווען, און רעדט נישט בשבח אדער בגנות פון קיין איין צד.
בסך הכל פארצייל איך פאקטן לויט ווי אזוי איך האב געהערט און איך ווייס, אויב די ווייסט עפעס אנדערש אדער די ווייסט אז די מציאות איז נישט ווי אזוי איך האב עס געשריבען, שרייב דיין מיינוג בדרך כבוד, אבער לאז ארויס ״דו - עטס - אונז - ענק״ דא אין שטיבעל איז בדרך כלל קיינער נישט קעגן קיינעם, בסך הכל שמיעסט מען געמיטליך די נייעס.

די ארונים אינאיינעם מיט תו״א האבן דא אנגענימען גאר א קליגע סטראטעגיע: ״שטיי נישט אין וועג פאר דיין שונא בשעת ער שיסט זיך אליין״
את״ק וואלט געהאפט אז די ארונים זאלען ווערען א צד דא, און דאס זאל זיי געבן עפעס קרעדעביליעטי און עס זאל ווערן א ארוני זאלי פייט, די ארונים שפילען נישט אריין אין זייער הענט און לאזען אז זיי זאלען אליינס ווייטער טיפער און טיפער גראבען.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:56 pm

· #142114
@בדחן אקוראט ווי איך האב געשריבן... זכה נעשה מלכתם ע"י אחר... מ'זיצט רואיג און משמייכעלט ווי אתרא קדישא כאפט מכות,

און @נאר,,פרייליך טאנץ נישט יעצט אויף אז ס'גייט אויפן חשבון פון די קברים, ווייל מעגסט אזויפיל פארשטיין אז ס'דא גרויסע אידן (עכ"פ מיר האלטן אזוי און מיט רעכט) אין וועם זיך אנצוהענגן. כלל ישראל האט נישט אינגאנצן אפגעקויפט אז רב שמידל איז דער איין איינציגסטער וואס ווייסט ווי אזוי א איד קוקט אויס לאחר מיתה, נאכדערצו ווען מ'האט געזעהן זיינע ליגענטס ביי די נשר מלחמה.

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:03 pm

· #142119
שעפטל וויזוי קויפט איר אפ אז פון בורות, אוצרות תבואה, ווערט גאר קברי עכו''ם איז דאס נישט א גרעסער חידוש מ'ברויך זיין א גרויסער עילוי משיג צו זיין אין וועמען איר זענט יא בלינד און וועמען נישט

לאליפאפ » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:04 pm

· #142120
קאווע טרינקער


וויליאמסבורג, עיר הנדחת וואס דו ביסט, פוי.

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:06 pm

· #142122
ווער נעמט עס פאר א אונטערשריפט?....

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:17 pm

· #142125
דער אמת וואס עס גייט פאר אין די סלאנים דירות פראיעקט אין בית שמש!!!

ליינט:
[list] ווער האט געגרינדערט אתרא קדישא?[/list:u]
[list]וואס האט פאסירט די לעצטע יארן?[/list:u]
[list]"פינו קברים" אין פראיעקט הולילנד ועוד[/list:u]
[list]אתרא קדישא אמאל און היינט[/list:u]
[list]וואו פראטעסטירט מען יא?[/list:u]

יעצט צום נושא וואס איז עומד על הפרק

[list]"בית שמש"[/list:u]
[list]דער ערשטער ישיבת בית דין, תמוז תשע"א[/list:u]
[list]רעזיגנאציע פון הגאון הרב קופשיץ שליט"א[/list:u]
[list]בי"ד קומט אראפ צום שטח! - צווייטע ישיבת בי"ד[/list:u]
[list]בי"ד זאגט "יא" צו די בדיקות[/list:u]
[list]בדיקת השלשה מערות תחת השגחת הביד"צ[/list:u]
[list]דריטער ישיבת בי"ד, כ"ו אלול תשע"ב[/list:u]
[list]תשובה פון הגר"ד שמידל נגד הוראת הבדי"ץ[/list:u]
[list]א פרישע שיין פון האפענונג[/list:u]
[list]די אפציעס רינען אויס[/list:u]
[list]די געיעג ארויסצושלעפן א איסור פון בי"ד[/list:u]
[list]ליטווישע רבנים[/list:u]
[list]סך הכל[/list:u]

מיט אומצאליגע דאקומענטן און פאקטן!

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/sh/2l6o56ni01o0bra/_IQivglOPp">https://www.dropbox.com/sh/2l6o56ni01o0bra/_IQivglOPp</a>

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:24 pm

· #142128
שעפטעל'ע וואס שמירט איר'ס אהן אויף די קונים?? לייגט עס אריין אין אייערע צייטונגען און טעלעפאנען כנהוג

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:30 pm

· #142133
איך לייג? איך שמיר? סך הכל האב איך עס געקריגן און כ'האלט אז נאך אידן ווילן עס זעהן האב איך עס אהערגעשטעלט.

איר נעמט די מצב צו ערענסט איך האב מורא פאר אייער געזינט, כ'האף איר ליינט נישט דעם מייסטערהאפטיגן קונטרס ביז ווילאנג דו ווייסט נישט אז ס'דא אן ענטפער דערויף. ח"ו איך וויל נישט האבן קיין חלק אין דיין דעות כוזבות נאכדעם ר"ל

בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:32 pm

· #142135
פרייליך, עס איז קאי וקים אז אלע ניקים דא ארבייטען אין די בלאט, און די פאקט אז זיי שרייבען נישט אין די בלאט דאס וואס זיי שרייבען דא איז א בפירוש באווייז אז את״ק איז גערעכט, און אז הגר״מ והגרח״ק זענענן נישט גערעכט, אויך ווייזט עס בפירוש אויף נאך צענדליגע זאכען אבער עס איז צו לאנג דא ארויסצישרייבען.

וויבאלד מיר האבן עס יעצט איינשטומינג באשטעטיגט אין פראקעלאמירט, קענט איר פילען פריי פון איבער שרייבען די טענה צום 234׳סטע מאל, און אויב פילט איר א דראנג צו שרייבען די טענה נאך א מאל, קענט איר יוצא זיין מיט שיקען א לינק צי די תגובה, און דערמיט האבן א חלק מיט האלטן די אשכול פריי פאר אקטועלע אפדעיטס און נייעס, ייש״כ.

למדן » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:36 pm

· #142136
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס אז מ' האט אלעמאל פוער פיו געווען קעגן ערליכע יודן און באשמוצט ערליכע יודן מיטן ערגסטן, אבער מען דארף וויסן אז אלעס גייט אהין און צוריק און מענטשן הייבן אהן צו עפענען די אויגן און ציען פאראלעל די אמאליגע טומאה און אפיקורסים מיט די היינטיגע שמוץ וועש, און ווער זאגט אז זיי זענען נישט גערעכט

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 4:26 pm

· #142153
איך האף אז די הנהלה וועט מיך פארשטיין מיט דעם תגובה:

צו דיר @נאר,,פרייליך

ליינענדיג די לעצטע פאר טעג דיינע טענה'רייען איבער בית שמש, און אזוי אויך האבענדיג געליינט דיינע תגיבות אין מיין אשכול גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ! וויל איך דיר קלאר מאכן כדלהלן:

דיין מיינונג איז סך הכל דיין מיינונג! און ס'קען אפילו זיין די מיינונג פון גדולי ישראל און טויזענטער אידן השמעים לדבריהם. אבער דאס איז לגמרי נישט די מיינונג פון גאנץ כלל ישראל. פעיס ריעליטי אז ס'דא גדולי ישראל און טויזענטער אידן יריאים ושלימים וואס האלטן אנדערשט ווי דיר.

פארוואס זאג איך דיר עס? נישט ווייל ס'גייט מיר אן אז דו האסט מיך אפגעסטעמפעלט אלס אן ארוני, נישט ווייל ס'גייט מיר אן אז האסט מיך געמאכט אלס איינער וואס נעמט דא ענדערשט אן דעם פסק פון ראב"ד ווי פון דעם גאב"ד. נאר וואס דען?

איינס, כמעט יעדע פון דיינע תגיבות אטאקירסטו איינעם (אז דו ווילסט שטארק וועל איך דיר ס אראפברענגן איינס ביי איינס) וואס דאס איז נישט עטיקעל און זיכער נישט ערלויבט על פי הוראות השטיבל, בנוסף דיין געשרייערייען ווייסט זייער אויף אומזיכערקייט מיט דיר און ס'קוקט מיר מער אויס ווי דו ווילסט ענדערשט פארשווייגן דעם ציבור און געווינען דעם פארמעסט... טאטע שיינער, געווינען וועסטו ווען א"ק וועט געווינען! אנדערשט וועסטו עס קענען אריינלייגן אינעם "מ'דארף טוהן און נישט אויפטוהן" קאטאגאריע...

צווייטענס ווילסטעך טענה'ן מיט פאקטן? ברענג פאקטן! סתם אויסשרייען דיין וויי געשריי קענסטו עס טוהן אן דערמאנען דעם און יענעם. איך האב דיר געברענגט א קונטרס, האסט געשריבן דא אז איינמאל ס'ועט שטיין אין בלאט וועסטו ענטפערן.. יעצט זאגסטו דא אז באמת האט דאס געדארפט זיין בלאט אבער נאכדעם וואס דו האסט דיך דערוויסט פונעם ענגן באהאלטענעם מיטונג האט מען באשלאסן נישט צו שרייבן דערפון. יעצט זיי מוחל און ענטפער אונז די תירוצים...

המשך לא יבוא...

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:04 pm

· #142179
שעפטל נעם שוין דעם קונטרס און לויף אריבער צו די רבני הרב קרליץ און גר''ח קאניעווסקי וואס זענען אויך נתפעל געווארען פון די אהל שרה יונגעלייט און די קאקא טעלעפוינען אין אמעריקא (כנוסח הקונטרס)
און גיי צייג זיי די פאקטען און זיי העלן שוין חוזר זיין פינעם איסור צו גראבען אויפען שטח
ס'ווינדער וויזוי עטליכע משוגעים ווי דער קונטרס לייגט דאס אראפ קענען מצליח זיין צו פאר'נער'ן זויפיל רבנים
ס'ממש עק וועלט, אז חוץ אפאר אנשי תקשורת און אנאנימע אימעיל שיקער'ס די פירער פינעם ארץ החיים איז נעבעך די וועלט פארכאפט אינטער אזא מאסיווע שקר קאמפעני
ווער ס'אט דעם מכתב רבני רב קרליץ וגר''ח קאניעווסקי ביטע עס פאוסט'ן דא

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:16 pm

· #142185
געהערט אז ר' ברוכל פון ספינקא אנטווערפן האט געזאגט אז ער ווייסט נישט צי סאיז דארט דא קברים, איין זאך איז זיכער אז דער קבר פון די עדה. החרדית איז זיכער דארט

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:46 pm

· #142195
2013816_024818651_jpg.jpeg

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:49 pm

· #142196
די גיטע נייעס איז אז די קארפטירטע אתרא קדישא איז אינדערויסן פין דעס געשעפט
אין ר' חיים קנייבסקי רבנים וועלן משגיח זיין ביי די ארבעט

ר' חיים קנייבסקי ווערט דער נעקסטער זקן ממרא

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:07 pm

· #142199
כ'אב דיר נאך בעסערע נייעס די עדה איז ממש אינדערערד ווען אנדערע רבנים זאגען נעבעך אויך נאך זייער פסק.
און הארכען נישט דעם מרן ראש הישיבה וואס האט גוזר געווען א גזירת כלי' אויף די מערות על השטח שבבירור ''שיתוודעו שהם קברי עכו''ם''
זעהט אויס די ליטאעם כאפען נאך נישט דעם טיפען דערהער

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:03 pm

· #142220
דער בלאט
📎 003.jpg

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:08 pm

· #142225
יעצט געווארפען אין קרית יואל
image.jpg

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:12 pm

· #142229
לאמיר זעהן סאשי, וואס גייט זיין דיין טויזענטסטער בילד....... אז איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער וויפיל ווערטער איז טויזענט בילדער? 😃

ווי איז מיין קאלקעלעטאר

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:14 pm

· #142231
מיליאן!!!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:23 pm

· #142236
סאשי פיש
יעצט געווארפען אין קרית יואל

בית שמש דאמעריקע

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:29 pm

· #142473
רבני העדה פאנגן אן מיט די בריוון (כ'הער ס'דא/ס'קומט נאך אפאר)
שטארקע ווערטער: אין כאן נאמני, ואין כאן עדה חרדית!!!

📎 IMG-20130816-WA037.jpg

📎 IMG-20130816-WA058.jpg

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:40 pm

· #142476
איך גיי פאר אים!

בדחן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:52 pm

· #142478
דאס איז א מורא׳דיגע בריוו, איך ציטער אז די טיילנוג (אפשפארען) פון די עדה, איז אסאך נענטער ווי עס זעט אויס...

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:31 pm

· #142483
אמת?!
@MajorNewsTweets: 3 talmidem wrote in name of R' Chaim kaniavski 2stop build in be"sh but when asked R' Chaim he answered: R' Mosha Shternbuch is posik hador!

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:06 pm

· #142499
נאר,,פרייליך
שעפטל נעם שוין דעם קונטרס און לויף אריבער צו די רבני הרב קרליץ און גר''ח קאניעווסקי וואס זענען אויך נתפעל געווארען פון די אהל שרה יונגעלייט און די קאקא טעלעפוינען אין אמעריקא (כנוסח הקונטרס)
און גיי צייג זיי די פאקטען און זיי העלן שוין חוזר זיין פינעם איסור צו גראבען אויפען שטח
ס'ווינדער וויזוי עטליכע משוגעים ווי דער קונטרס לייגט דאס אראפ קענען מצליח זיין צו פאר'נער'ן זויפיל רבנים
ס'ממש עק וועלט, אז חוץ אפאר אנשי תקשורת און אנאנימע אימעיל שיקער'ס די פירער פינעם ארץ החיים איז נעבעך די וועלט פארכאפט אינטער אזא מאסיווע שקר קאמפעני
ווער ס'אט דעם מכתב רבני רב קרליץ וגר''ח קאניעווסקי ביטע עס פאוסט'ן דא

למעשה וואס זאגט איר הרב פרייליך צו די פאשקעווילן (נוסח שטירמר) וואס אונזער באליבטער פאטאגראפער סאשי פיש האט אהער געברענגט, דו האלטס אז דאס איז נארמאל? מענטשליך? אידישלעך? דו האלטס נישט אז דער גאנצע עדה אינקלאדינג ר' יצחק טובי' (און אפשר ר' זלמן לייב אויך) דארפן דאס פארדאמען מיט די שארפסטע טענער כמו שעשה הרב אופמאן ? און אפשר פארדאמט איר עס אויך ?
(שרייבענדיג די תגובה פאלט מיר ביי אז עס מוז זיין אז דאס איז א גוט שטיקל פונעם ראב"ד'ס לאגער און זיי האבן דאס געווארפען, ווייל איך קען נישט גלייבן אז דער אנדערע צד זענען אזעלעכע חמורים).

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:28 pm

· #142536
פערדעריי איז איין זאך אבער וואס איז פשט פון הנ"מ דבורה? זיי האלטן אז למשל דער גאב''ד איז נישט געבוירן פון א מאמע?

אויס מענטש » מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:49 pm

· #142542
ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים
מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך
די צעטליך וואס ווערן געווארפן אין די גאסן קעגן א רב בישראל איז א מעוות לא יוכל ליתקן

אויס מענטש » מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 11:10 pm

· #142548
ווארטס נאר
נארפרייליך באשטעטיגט יעצט אז עמרם אופמאן ארבעט אין בלאט

איש צדיק תמים » זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:02 am

· #142571
די וואס האבן געווארפן די פאשקעווילן אוי להם ווייל ר׳ משה שטערענבוך איז א איד א צדיק.
די וואס מאכן חוזק און עפעס א צייטונג פון ר׳ יצחק טובי שוין חדשים אונטער די שורות, אוי להם ווייל ר׳ יצחק טויבי איז א איד א צדיק
ביידע זייטן האבן פערדעלעך וואס מישן זיך און א מחלוקה פון גרויסע לייט און זיי וועלן לכאורה נאך גיט חרטה האבן.

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:45 am

· #142629
בענדזשאמין פרענקלין
נאר,,פרייליך
שעפטל נעם שוין דעם קונטרס און לויף אריבער צו די רבני הרב קרליץ און גר''ח קאניעווסקי וואס זענען אויך נתפעל געווארען פון די אהל שרה יונגעלייט און די קאקא טעלעפוינען אין אמעריקא (כנוסח הקונטרס)
און גיי צייג זיי די פאקטען און זיי העלן שוין חוזר זיין פינעם איסור צו גראבען אויפען שטח
ס'ווינדער וויזוי עטליכע משוגעים ווי דער קונטרס לייגט דאס אראפ קענען מצליח זיין צו פאר'נער'ן זויפיל רבנים
ס'ממש עק וועלט, אז חוץ אפאר אנשי תקשורת און אנאנימע אימעיל שיקער'ס די פירער פינעם ארץ החיים איז נעבעך די וועלט פארכאפט אינטער אזא מאסיווע שקר קאמפעני
ווער ס'אט דעם מכתב רבני רב קרליץ וגר''ח קאניעווסקי ביטע עס פאוסט'ן דא

למעשה וואס זאגט איר הרב פרייליך צו די פאשקעווילן (נוסח שטירמר) וואס אונזער באליבטער פאטאגראפער סאשי פיש האט אהער געברענגט, דו האלטס אז דאס איז נארמאל? מענטשליך? אידישלעך? דו האלטס נישט אז דער גאנצע עדה אינקלאדינג ר' יצחק טובי' (און אפשר ר' זלמן לייב אויך) דארפן דאס פארדאמען מיט די שארפסטע טענער כמו שעשה הרב אופמאן ? און אפשר פארדאמט איר עס אויך ?
(שרייבענדיג די תגובה פאלט מיר ביי אז עס מוז זיין אז דאס איז א גוט שטיקל פונעם ראב"ד'ס לאגער און זיי האבן דאס געווארפען, ווייל איך קען נישט גלייבן אז דער אנדערע צד זענען אזעלעכע חמורים).

הרב פרענקלין ווען ס'קומען היציגע יונגלעך און געבן זיך אויס היץ אויף א מיאוס'ן פארנעם קענסטו אפשר פארלאנגען פינעם גאב''ד וכו' די אלע וואס ברויכען אלס מוחה זיין אז זיי זאלען גיין צו די חברה צינדער'ס ביטע לייגט אראפ אייער געווער
ווען איר זענט דן אויף אן אקט ברויכט איר קוקען אויף די גאנצע בילד און נישט בלויז טייטלען אויף א ספעציפישער געשעהניש
גיוואלד כבוד התורה וכו'
ווער ס'באקאנט אין די פרטים ווייסט אז די משפחת שטערנבוך וחביריהם שרייבערליך אין צייטונגען ועוד ועוד גייען שוין אהן מיט א לענגערע קייט פון טעראר און רדיפות אויף יעדן וואס'אט שייכות צו שמירת הקברים ובתוכם דער גאב''ד וואס שטייט לימין די שומרי הקברים און איר העט אלס זעהן אז אין צענטער פון אלע חבורות צו אגודת למניעת חילול צו ארץ החיים צו אנדערע פעולות איז אלס אין צענטער געווען די שטערנבוך פעמילי וואס האבען פאר געוויסע חשבונות געצינדען דעם פייער קעגן די שומרי הקברים
היצט ווען איר פארלאנגט זוי בתמימות מ'זאל מחפה זיין על כבודו המבוזה און ס'זאל קומען מחאות אויף די היציגע אינגלעך וואס געבן זיך אויס זייער היץ אויף געמיינע דרכים
ליבערשט גייט און רעדט צו די צינדער אז אינאף איז אינאף און זאלען זיכען בעסערע געשעפטן

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:49 am

· #142634
אויס מענטש
ווארטס נאר
נארפרייליך באשטעטיגט יעצט אז עמרם אופמאן ארבעט אין בלאט

אין בלאט ווייסעך ניש אבער פאריאר ווען ס'געווען א נידון ביי די רבני ארה''ק צו פארשפארען די קול סאטמאר טעלעפאון ליניע וואס האבען געדינט די אינטערעסען פינעם הנהגת ה'בלאט בנוגע די קברים ראב''ד גאב''ד וכו' האט דער רב הנ''ל וואס איז פין די אינוועסטירער דארט געקעמפט מיט ציין און נעגל אז דער ציבור זאל בלויז האבען עקסעס צו טעלעפאנען וואס דעקן שיטתו אז מ'דארף בכל מחיר גראבען אויפען שטח.
לבסוף האבען די חברי ה'טעלעפאון אויפגעגעבען דעם קאמף און איינגעשטילט זייער קול ענות פון קעמפן פאר'ן מניעת חילול קברים ארג.

קרעקער » זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:57 am

· #142638
כבר היה לעולמים
אסאך מיסערע פאשקעווילען זענען געווארפען געווארען דא אין ה"ע אלע יאהרען קעגען די רבנים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן
קאשוי רב מהר"א לייטנער ר"י ראטה ר' פישעל הערשקאוויטש

בדחן » זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:27 pm

· #142751
@איש צדיק תמים
איש צדיק תמים
די וואס האבן געווארפן די פאשקעווילן אוי להם ווייל ר׳ משה שטערענבוך איז א איד א צדיק.
די וואס מאכן חוזק און עפעס א צייטונג פון ר׳ יצחק טובי שוין חדשים אונטער די שורות, אוי להם ווייל ר׳ יצחק טויבי איז א איד א צדיק
ביידע זייטן האבן פערדעלעך וואס מישן זיך און א מחלוקה פון גרויסע לייט און זיי וועלן לכאורה נאך גיט חרטה האבן.


איך וויל נישט נכשל ווערן בבזוין ת"ח, זאג מיר באישי פון וועלכע צייטונג די רעדטס אזוי איך זאל מיר וויזען צו היטען דערפון... 😳

גיבור » זונטאג אוגוסט 18, 2013 4:55 pm

· #142778
קרעקער
כבר היה לעולמים
אסאך מיסערע פאשקעווילען זענען געווארפען געווארען דא אין ה"ע אלע יאהרען קעגען די רבנים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן
קאשוי רב מהר"א לייטנער ר"י ראטה ר' פישעל הערשקאוויטש

פארגעס נישט בעלזער רב

בדחן » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:06 pm

· #142782
גיבור
קרעקער
כבר היה לעולמים, אסאך מיסערע פאשקעווילען זענען געווארפען געווארען דא אין ה"ע אלע יאהרען קעגען די רבנים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן קאשוי רב מהר"א לייטנער

פארגעס נישט בעלזער רב


1} עס איז א איסור צו דערמאנען א מענטש אלטע חטאים, און וויבאלד בעלזער רב שליט"א האט שוין געשיקט א מנין ביין ציון און איבערבעטען טאר מען מער נישט רעדן פון די פרשה...
2} עס וועט נישט קיין טובת נשמה פון קיינעם פון די צדיקים נ"ע צי רעדן איבער די פרשות איבער וואס מען האט געווארפן פארשקעווילען, מיר אידיליך וואס האבן נישט געווארפן לאמיר שטיין און די זייט און נישט רעדן אויף איין זייט אדער די אנדערע זייט.

נאר,,פרייליך » זונטאג אוגוסט 18, 2013 5:45 pm

· #142797
שארפע דברי מחאה קעגן די וואס זענען מבזה גדולי ישראל
<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/HQSatmar/status/369204114581753856/photo/1">https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 56/photo/1</a>
<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/HQSatmar/status/369204648495677440/photo/1">https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 40/photo/1</a>

איינגעמיירעט » זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:17 pm

· #142810
סאיז איום ונורא וואס דא טוט זיך אויב איינער האט ביצים וואלט מען געדארפט פארופען א סיטי פיעלד אסיפה און אויסשרייען א קול מחאה אויף די ביזיון התורה פון די נידערטרעכטיגע טאליבאנער , איך ווייס נישט ווער סגערעכט מיט קברים,אבער צוגיין אראפרייסען אזוי גדולי ישראל וואס גייען נישט מיט די זעלבע שיטה ווי דיר איז א פשע בל יכופר
לאמיר פארופען א פראטעסט !!!!

גנדי » זונטאג אוגוסט 18, 2013 6:22 pm

· #142812
לאמיר פראטעסטירן און פארנט פון?

נאר,,פרייליך » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:57 am

· #142963
א תשובה מאחד מחכמי דורנו איבער די בריוו פון רב אופמאן ווי רב אופמאן איז חולק אויפען ראב''ד און טענה'ט אז דערווייל איז בכלל ניש נתברר אז מ'רעדט פין א שטח פון קברים:
2013819_1163812759_gif.gif 2013819_1151724317_gif.gif

בעריש » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:24 am

· #142966
פארוואס זאל מען דיר גלייבן אז דאס קומט פון א חשובע רב?

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:22 am

· #142979
קיינער גלייבט טאקע נישט!!
בלאט: 1 2 3 4