☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ביכער איבער חרדים און חסידים

ביכער איבער חרדים און חסידים

108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3751
בלאט: 1 2 3

יידל » זונטאג מאי 12, 2013 10:57 am

· #114170
ביכער איבער חרדים און חסידים
חדשים לבקרים קומען ארויס ביכער פון פרעמדע וועלכע באשרייבן אונזער לעבנסשטייגער אדער חלקים דערפון, אין כל מיני זשאנראס, נאוועלן, מעמאורן און אקאדעמישע ביכער. טייל מאל זענען די שרייבער געוועזענע חרדים און חסידים, טייל מאל זענען זיי סתם פרייע אידן און צומאל, גויים. אלץ א חסיד און א חרדי זענען מיר די ביכער גאר אינטערעסאנט. איך שפיר אז אפטמאל זענען זיי ווי א שפיגל אין וועלכע מ'קען אריינקוקן צו זען די אייגענע מעלות און חסרונות. עס איז אויך גאר אינטערעסאנט צו זען וויאזוי מיר ווערן אפגעמאלן אין די אלגעמיינע וולעט, און וויאזוי א פרעמדער לערנט אפ אונזער קולטור און געזעלשאפט. איך וויל דעם אשכול ווידמען פאר אזעלכע ביכער, לאו דוקא נייע, אפילו אלטע. אבער נישט בלויז אפשרייבן א לאנגע ליסטע מיט נעמען פון ביכער, דאס קען דאך יעדע שמויגער, נאר ווידמען אביסל מער צייט און ווערטער צו באשרייבן די ביכער, די מחברים, זייערע כוונות און אזוי ווייטער.

מיר חסידים גלייכן נישט ווען א בוך (וה"ה א צייטונג, בלאג, יו-טוב קליפ) באשרייבט אונז אין א נעגאטיווען ליכט. דאס איז זייער פארשטענדליך, וויבאלד קיינער - נישט בלויז חסידים - גלייכט נישט ווען שמוציגע וועש ווערן געלופטערט ברבים. אבער מען דארף אנערקענען צוויי נקודות. די ערשטע איז אז עס איז גארנישט דא וואס מיר קענען טון דערוועגן. מיר לעבן היינט אין אן עפאכע ווי יעדער קען זאגן וואס ער וויל און ער וועט האבן טויזענטער מענטשן וואס וועלן אים אויסהערן און גלייבן. עס איז נישט דא דאס פלאץ צו דעבאטירן צו דאס איז א גוטע זאך - ווי רוב אמעריקע גלייבט, אדער א שלעכטע זאך - ווי איחוד הקהילות טענה'ט. אפגעזען צו עס איז א געבענטשטע זאך אדער נישט, איז עס א מציאות און עס איז לכאורה נישטא וואס מ'קען טון יענעם שטיל צו מאכן. די איינציגסטע זאך וואס מ'קען פרובירן צו טון איז צוריקשרייען די אייגענע דעה און נוצן די אינטערנעט צו מאכן א פי-אר קאמפיין אנטקעגן יענעם. ווער געדענקט דען נישט דבורה פעלדמאן'ס בעסטסעללער בוך "אנארטאדאקס" וועלכע האט גוט באשמיצט אונזער געמיינדע ווי עס דארף צו זיין. שמעון ראלניצקי און אנדערע האבן פרובירט צו מאכן א שמוץ-קאמפיין אנטקעגן איר און עס איז אפילו געווען שמועות אז איר פרעסטישזפולע פובליצירער "סיימאן & שוסטער" האבן ריקאלד די בוך. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געשען, און פרוי פעלדמאן האט ממשיך געווען צו פארקויפן טויזענטע קאפיעס פון איר בוך.

די צווייטע נקודה וואס מ'דארף געדענקען איז, אז קיין איין קאמיוניטי אין דער וועלט איז נישט פערפעקט. מיר - פונקט ווי יעדע געמיינדע אין די וועלט - האבן זיך אונזערע חסרונות. און די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קענען ארבעטן דערויף איז נאר אויב מיר זענען באוואוסטזיניג צו די פראבלעמען. אין א סאסייעטי ווי אונזער וועלכע ערלויבט נישט אינערליכע קריטיק, קען די קריטיק קומען נאר פון אינדרויסן (אדער פון פארבאטענע פלעצער ווי לדוגמא דער אינטערנעט), און מיר קענען - נאכן ענדיגן קרומען מיט די נאז - נוצן די דרויסענדיגע קריטיק אלץ שפיגל, אנערקענען אז געוויסע קריטיק איז ריכטיג און ארבעטן דאס צו פארבעסערן.

צום ערשט, דא זענען די ביכער וועלכע זענען שוין באשריבן געווארן דא אין קאווע שטיבל אין באזונדערע אשכולות.

די ערשטע איז אנארטאדאקס, א מעמואר פון דבורה פעלדמאן א געוועזענע סאטמארע מיידל, וועלכע איז געקומען פון א צעבראכענע שטוב און איז אויפגעצויגן געווארן ביי איר זיידע באבע. פעלדמאן האט זיך גע'גט פון איר מאן און האט דערנאך גענצליך אפגעלאזט דעם חסידישן לעבנסשטייגער. דער בוך האט ווי פארשטענדליך ארויסגערופן אויפברויז אין די חסידישע געמיינדע, אבער אויך אין די אראפ-פון-דרך געמיינדע איז די בוך אראפגעריסן געווארן צוליב פארשידענארטיגע סיבות.



די צווייטע בוך איז איך בין פארבאטן - I am forbidden, א נאוועלע פון אנוק מארקאוויטש, וועלכע באשרייבט וויאזוי זי האט איבערגעלאזט די סאטמארע געמיינדע אין פאריז אין די יארן נאכן מלמחה. ווי יאנקל שרייבט אין דעם צוגעלינקטן אשכול איז עס איז א מעסיגער בוך וועלכע באשרייבט ביידע צדדים מיט א פאזעטיוון בליק.



נאך א בוך וועלכע איז דערמאנט געווארן בהעברה בעלמא איז די בוך טיטשא! - Teacha!, א מעמואר פון גערי אלבארעלי, א גוי וועלכער האט געדינט אלץ ענגליש טיטשער אין סאטמאר חדר אויף טרופ עוועניו. דער בוך שילדערט די אמעראצעס פון די קינדער און די הנהלה און זייער אומאינטערעסע אין לימודי חול, ער שילדערט ווי ער האט רחמנות געהאט אויף די קינדער און מיט פארשטענדעניש און מיטגעפיל האט ער מצליח געווען צו פאראינטערעסירן טייל פון זיי אין די ענגלישע לימודים. עס איז א לייכטער בוך, פיל מיט הומאר, אבער ווי זאגט די וועלט? "ווען די נאר איז ווען נישט מיינס, וואלט איך אויך געלאכט". בן תמליון האט גוט געזאגט, "ליינט איהם איר וועט לאכן און וויינען אויפאמאל."



נאך א בוך וועלכע איז דערמאנט געווארן בדרך אגב, איז סוטה - Sotah, א נאוועלע פון נעמי רעיגען. די בוך באשרייבט א חרדי'שע פרוי וועלכע איז געפלאגט פון ראמאנס אין א וועלט ווי בלויז אראנדזשירטע שידוכים זענען ערלויבט.

בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 12:13 pm

· #114196
יישר כוחכם ר' יידל פאר א וויכטיק און אינפארמאטיוו טעמע. איך וויל צולייגן עטליכע פון זכרון, איך האב נישט די מעגליכקייט דא אויף א פארצייטישע מאביל צו ברענגען לינקס, אפשר וועט זיך איינער מרחם זיין און משלים זיין.

בויטשיקס אין דע הוד: א פיינער ביכל געשריבן דורך מר. אייזענבערג. ער קען אידיש און האט זיך געדרייט אין אידישע געגנטן ווי וויליאמסבורג, קראון הייטס, אנטווערפן אא"וו. ער לייגט אראפ די פארשידענע געגנטן און חסידות'ן זיינע שמועסן מיט די מענער און פרויען פון וויליאמסבורג אויף א זייער שיינער און הומאריסטיש אופן. דער בוך איז נישט פון לעצטנס זיכער נאך פארן אינטערנעט ווי ווייט איך געדענק.

איך האב לעצטנס באגעגנט דעם אייזנבערג אין בית הספר אין וויליאמסבורג און געכאפט א שמועס מיט איהם. ער שטודירט קאסטנער און די גאנצע סומאטאכע. ער האט געזוכט וואס די סאטמארע שרייבן איבער די נושא.

בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 12:25 pm

· #114201
יידל ווי האסטו פארגעסן דעם ערשטן אנטי-בוך: אנטשאסען דורך העלע ווינסטאן. דער בוך האט געברענגט איבלען פאר ווער עס האט זי געליינט אויף ביידע זייטן מחיצה, ספעציעל איר הויפט קאראקטער יאסי וואס איז א פשוטער מענטאלער קעיס. פארט איז דער בוך געווען זייער פאפולער ווייל עס איז געווען די ערשטע ווי רעבעלן פון אינווייניק רעדן. עס זענען דא עטליכע צום זאך שטימעס אין בוך אבער ווערן בטל ברוב.

בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 12:42 pm

· #114215
איז דאס די זעלבע געשיכטע אינטערן פילם "דע טשאסען"?

יידל » זונטאג מאי 12, 2013 12:52 pm

· #114221
תמליון, אנטשאסן האב איך נאך נישט געליינט, און כ'האב נישט געוואלט שרייבן פאר כ'ליין. (דיסקלעימאר: סוטה פון רעיגן האב איך אויך נישט געליינט, כ'האב נאר גשריבן דערוועגן ווייל עס איז א בוך וואס איז שוין געווארן דיסוקטירט דא.)

בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 12:53 pm

· #114222
[ציטאט אראפגענומען]


איך האב נאר געזען די פילם. עס איז פיין, חאטש ווי אייביק לייגן זיי נישט אראפ חסידיש לעבן ארגינאל ווי מיר לעבן עס.

יידל » זונטאג מאי 12, 2013 1:17 pm

· #114228
כאטשיג דערווייל האט מען נאר גערעדט פון ביכער איבער חסידים, קען מען אבער רעדן אויך פון ביכער איבער חרדים וויבאלד געווענליך טוען זיי אווערלעפן.

לעצטנס ארויסגעקומען א בוך שטרענג כשרע' ליינען - Strictly Kosher Reading פון דר. יואל פינקעלמאן, א פראפעסאר אין בר-אילן אוניווערזיטעט אין ירושלים. דער בוך אנאליזירט די מארקעט פון אנגלא-אידישע ביכער פון ארטסקראלל, פעלדהיים, תרגום פרעסס וכדו' פון אן אנטראפאלאגישן און סאציאלאגישן שטאנדפונקט. דער בוך איז צוטיילט אין אפאר חלקים און טוט באזונדער אדורך חרדישע נאוועלן און פיקציעס און זייערע מאטיוון; חרדישע היסטאריע און ביאגראפיע ביכער; חרדישע פאפ-פסיכאלאגיע, סעלף-העלפ, חינוך און שלום בית ביכער; און חרדישע השקפה און אמונה ספרים. עס איז זייער אינטערעסאנט, כאטש אביסל טעכניש. שטארק רעקמאנדירט פאר די וואס גלייכן די וועלט פון ליטעראטור - וואס קען דען זיין בעסער ווי א בוך איבער ביכער?

יידל » זונטאג מאי 12, 2013 1:20 pm

· #114230
[ציטאט אראפגענומען]

די חידוש פון מצוה גוירלס אין מיינע אויגן איז ווי גוט פעדער האט צוגעטראפן אין רוב פעלער צו אונזער געמיינדע. כ'זאג נישט, דא דארט זענען דא מאדנע טעותים, אבער בדרך כלל האט זי גוט ארויס די געמיינדע וועלכע זי שטודירט. איר בוך פאלגט נאך די ערציאונג פון א חסידיש מיידל פון יונגערהייט ביז צו איר כלה קלאס. די אינטערעסאנטסע קאפיטעל פאר מיר איז געווען קאפיטעל 5 ווי זי שילדערט א כלה קלאס אין וועלכע זי האט זיך באטייליגט און באשרייבט וויאזוי חסידישע מיידלעך נעמען אויף זיך די פליכט פון ווערן חסידישע ווייבלעך.

יידל » זונטאג מאי 12, 2013 1:28 pm

· #114234
אין אן אנדערן אשכול האט מען אביסל געשמועסט איבער דעם סאציאלאגיע פראפעסאר שמואל היילמאן, און יואליש האט דארט דערמאנט צוויי פון זיינע ביכער. אזוי אויך איז אמאל געווען א שמועס איבער אים און זיין זון ווי בערל בעל עגלה האט געשריבן אז זיינע מיינונגען זענען "אומנוצבאר".

איינס פון זיינע ביכער איז סליידינג טו די רייט Sliding To The Right, א דיקע געניץ-אויפברענגנדע בוך ווי היילמאן באשרייבט די אכשר דרא פון דעם חרדישן געזעלשאפט היינט צו טאגס. היילמאן מאכט גאנץ אסאך מיסטעיקס און איז לענ"ד שוואכע סחורה.

די מעלעריי אויפן דעקל ברענגט גוט ארויס דעם אכשר דרא.

מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 12, 2013 2:01 pm

· #114250
חיים פאטאק איז געווען פון די רעדאקטארן פון דער קאנסערוואטיווער פירוש אויף ש"ס מיט'ן נאמען 'עץ חיים', פאר וועמען ס'איז צו פארדאנקען די רויטע און בלויע ארטסקרול גמ', ווי ערווענט אין דער הסכמה פון הגאון הרב אלישיב זצ"ל.
די פילם דע טשאזען איז איבער א זון פון א רבי וואס פארלאזט זיין פאמיליע טראדיציאן.
אביסל ענליך, די וועלט באקאנטע פילם געזען דורך יעדע וויליאמסבורגער אידענע אין די ניינציגער יארן, עי סטרעינגער עמאנג אס. ביי ביידע זעט מען אביסל די ווערטשאפט פון א רבי'שע שטוב.

הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 2:24 pm

· #114259
אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט אויפגעברענגט די בוך the romance reader
פון פערל אבראהאם. די שרייבערין איז א רעביש קינד פון מאנסי, די עלטערן זענען געווען סאטמארע חסידים. זי שרייבט בעיקר איבער איר פערזענליכע לעבן אין מאנסי, אין שולע, און בעיקר מיט איר משפחה. זי פאוקעסט נישט קיין סאך איבער חסידישע אדער סאטמארע לעבן, זי שרייבט בעיקר נאר וואס איז נוגע איר פערזענליכע מעשה.

פאר די וואס קענען מאנסי פון היינט און פון אמאל וועלן זיך שפירן אינדערהיים. זי האט - פונקט ווי אנדערע שרייבער - אפיציעל געשריבען די מעשה אלץ פיקציע, אבער ווער עס קען די משפחה ווייסט אז די מעשה איז קרוב לאמת.

הנוגע פארן ליינער, זי איז אן עקסעפשעניל שרייבערין, זי נעמט די ליינער אויף א גוטע רייד, און עס איז אזוי ציענד אז מען קען עס ענדיגן אין א טאג צוויי. ועל כלם, אלעס איז היימיש און באקאנט.
51KNCM1DAJL._SX_.jpg

הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 2:35 pm

· #114261
נאך א טאלאנטפולע שרייבער מיוצאי עולמינו איז שלום אויסלאנדער. שלום איז פונקט ווי אבראהאם מיוצאי מאנסי, וכנראה האבן ביידע פון זיי שוין פארלאזט די קאמיוניטי פאר א לאנגע צייט צוריק. לאנג פאר די "OTD" פראזע איז באשאפן געווארן.

אויסלאנדער, קומט כנראה פון אן אמעריקאנער ארטאדאקסיש/ישיבישע משפחה. ער פארמאגט א רייכע פעננע, און א טאלאנטפולע אימעדזשינעישאן. אויב וועט איר ליינען זיין מעמואר foreskin's lament
וועט איר לאכן און אויפהער. ער שרייבט אויפן סאטיריקל סטייל. איך האב געליינט דער בוך באלד ווען עס איז ארויסגעקומען, שוין א שטיק צייט צוריק, ממילא געדענק איך נישט פונקטלעך וואס ער שרייבט. איך ווייס יא אז מיין ווייב האט בשו"א נישט געקענט ענדיגן די בוך צוליב זיין שטארקע שפעט אקעגן כל הקדש לנו. אויב קענט איר עס נישט נעמען מיט א צינישקיעט, איז די בוך נישט פאר אייך.
Shalom_Auslander_-_Foresin_s_Lament_-_A_Memoir.jpg

הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 2:53 pm

· #114268
בן תמליון
יידל ווי האסטו פארגעסן דעם ערשטן אנטי-בוך: אנטשאסען דורך העלע ווינסטאן. דער בוך האט געברענגט איבלען פאר ווער עס האט זי געליינט אויף ביידע זייטן מחיצה, ספעציעל איר הויפט קאראקטער יאסי וואס איז א פשוטער מענטאלער קעיס. פארט איז דער בוך געווען זייער פאפולער ווייל עס איז געווען די ערשטע ווי רעבעלן פון אינווייניק רעדן. עס זענען דא עטליכע צום זאך שטימעס אין בוך אבער ווערן בטל ברוב.


אינטערעסאנט, איך האב געליינט די זעלבע בוך (בזמנה ווען עס איז ארויסגעקומען) און איך האב הנאה געהאט דערפון מער פון אלע ביכער וואס ווערן דא דערמאנט. the unchosen
געשריבן דורך א נישט פרומע איד העללא ווינסטאן איז אין מיינע אויגן די איינציגסטע אנ-בייעסד בוך. זי שרייבט די פאקטן פונקט ווי זי האט עס געהערט און מיטגעלעבט אן צולייגן א נפחה משלה.

זי מאלט אויך נישט אראפ א בילד כאילו אלע חסידים זענען די זעלבע, און אלע אפגעפארענע זענען די זעלבע. בכלל פארנעמט זי זיך נישט א סאך מיט חסרונות אינערהאלב די קאמיוניטי, זי פארנעמט זיך בעיקר מיט די איבערלעבענישן פון די וואס זענען אומציפרידן מיט די סיסטעם. אום זי איז נישט מסיק קיין שום מסקנות.

זי צוטיילט די אומציפרידנער אין דריי קאטאגאריעס. 1) די וואס זענען פעד אפ, און זיי פארלאזן די קאמיוניטי גענצליך מיט אדער אן זייער מאן/ווייב און קינדער. זיי גייען אדער צו מער ליניענט אידישע קאמיוניטיס אדער צו גוי'אישע. 2) די וואס האלטן נישט ביים פארלאזן אבער זיי ציען דעם שטריק ביזן גרעניץ, למשל, שניצן די בארד, מאדערן קליידער, גייען ארויס ביינאכט צו קלאבס וכדומה. 3) די וואס קענען דאס נישט עפארדן, צו ציליב זייער שלום בית, משפחה וכדומה, אום זיי בלייבן מיט די געהעריגע אויסערליכע אויסזעהן, לאנגע בארד, פאות, שטריימל, זאקן וכו', אבער בתוך תוכיות זענען זיי געהעריגע כופרים.

זי טרעפט זיך מיט מערערע מענטשן פוו א יעדע גרופע, און זי צונעמט גוט וואס די מענטשן גייען אדורך פיזיש, גייסטיש, און עמאציאנאליש.

עס איז א געוואלדיגע בוך לענ"ד, שכח פארן דערמאנען, איך גיי עס איבערליינען.
51n2j79drXL._SX_.jpg

מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 12, 2013 3:05 pm

· #114280
בין איך דער איינציגער?
איך האב איבערגעקוקט עי לייף אפארט אפשר צען מאל, און איך האב מיך נישט געקענט געהעריג אידענטיפיצירן דערמיט.
בתוך עמי אנוכי יושבת, און איך האב נישט באקומען דעם חינוך וואס זיי מאלן ארא אז מיר באקומען.
אדער האב איך נישט באקומען א חסיד'ישן חינוך, אדער זענען מיר אליין צעטיילט, אדער קענען זיי נישט די נושא.
למשל דער מושג פון 'א רבי', איך האב עס קיינמאל נישט אנגעקוקט מיט'ן זעלבן פרעספעקטיוו ווי זיי שטעלן עס אוועק.

הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 6:16 pm

· #114379
איך האב נישט געזעהן קיין מיסרעפרעזענטאציעס אין אנטשאוסען, קען זיין אז זי האט געשריבן אנדערש ווי זי האט מקבל געווען, אבער אונטערשטע שורה איז, א יעדע פון די בוכ'ס כאראקטארן געפונט זיך אין אונזער עולם. אדרבא, צייג אן וואו זי האט מיסרעפראזענטירט.

לגבי אויסלענדערס ביכער, איך האב טאקע געשריבן אז עס איז נישט פאר יעדעם, עיי"ש.
טאקע זיין נייע בוך hope a tragedy איז מיר שוין אויך געגאנגן אויף די נערווען.
51PJF7LWE2L._SX300_.jpg

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 12, 2013 11:18 pm

· #114485
[ציטאט אראפגענומען]

אה... פון דארט קומט דעם יששכרוני'ס* השראה?....

*ע"ש דעם ממלא מקום וועם ער זעהט אלץ פאסיגער יורש.

יואליש » זונטאג מאי 12, 2013 11:45 pm

· #114495
"מיין נאמען איז אשר לעוו" איז אין מיין מיינונג חיים פאטאק'ס magnum opus. "די טשאזן" איז נישט עפעס איי איי איי. קודם ווי בן תמליון האט שוין אנגעמערקעט, ס'שטימט נישט מיט די חסידים וואס מיר קענען. הגם ס'איז געזעצט אין די צווייטע וועלט מלחמה-וויליאמסבורג, גריצעלט צו ליינען איבער א זוהן פון א גרויסע חסידישע רבי זאל שפילן בעיסבאל פאר די פרומע ישיבה'ס טיעם קעגן די מאדערענע. אבער די בוך צונעמט די דערשטיקענדע פיין פון א זוהן וואס וויל ציען "אראפ פון וועג" (הגם ס'איז נישט קלאר אויב ער וויל ווערן מאדערן און גיין שטודירן, אדער גענצליך איבערלאזן אידישקייט. דעם זוהן'ס גלויבן איז נישט באהאנדעלט) און צוגייט פאר צער איבער זיין פאטער'ס צער. ער שילדערט אויך די פאטער'ס צער. ס'איז א בוך איבער זוהן און פאטער קאנפליקט בנוגע סעלף דיטערמאנעשאן. דרך אגב ווערט דערמאנט די מלחמה, די התייסדות מדינת ישראל אין די טיילונג צווישן די קנאי'שע און ציוניסטישע לאגער, חסידים און עדיוקעשאן.

הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 11:50 pm

· #114497
נאך א בוך וואס איז גאר אינטערעסאנט און איז געווען א בעסט סעלער איז געשריסן געווארן דורך טאליע קארנער און עס הייסט jerusalem maiden.

די מעשה איז איבער א מיידל פון מאה שערים בערך אכציג יאר צוריק. זי האט א שטארקע אינטערעסע אין ארטיסטישע קריעישאנס. צוליב דעם וואס אן אראבער האט איר מאנס געווען מוז איר פארפרומטע טאטע איר חתונה מאכן צו א מאדערנער משפחה פון תל אביב. למעשה נאכן האבן אפאר קינדער מיט דער מאן קומט זי באופן אן קיין פאריז וואו זי ווערט פארכאפט אין די ארטיגע ארטיסטישע קולטור.

די בוך איז אינטערעסאנט פון צוויי פונקטן. עס שיינט א ליכט אויפן לעבן אינעם יישוב הישן אין יענע טעג ווען אלעס איז געווען פארזינקען אין שרעקליכע ארימקייט, און פארשפרייטענדע קרענק. די פרטים אין דעם בוך שטימען גאנץ גוט מיט די באשרייבונגען וואס געפונען זיך אין אונזערע קרייז.

צווייטענס, עס גיבט פאר אזא אומוויסענדע ליינער ווי מיר א קלארע בילד איבער פאריז און אירע ארטיסטישע איינוואוינער. וואס האט זיי געצויגן, וואס האט זיי געגעבן חיות, און פארוואס האט עס געצויגן אידישע אינגען און מוידן. פאר מיר האט דאס געעפענט די טויער צו פארשטיין א נייע פלאנעט, א נייע וועלט.
51ZPgNtC4HL._SX300_.jpg

יואליש » זונטאג מאי 12, 2013 11:56 pm

· #114500
בויטשיק אין די האאד, וואס בן תמליון האט פריער דערמאנט, איז א טריקענע סורוועי פון די מצב פון חסידים אין די ניינציגער יארן. ער פארט ארום די וועלט און שילדערט וואס ער זעהט, ווי א טרעוועל גייד, אן באזונדערע אנאליזן, בלויז אבזערוואציעס. אבער ער איז גאנץ אקוראט.

סאטמאר שילדערט ער דורך א שפאציר אין וומ"ס און א באזוך ביי א משפחה אינדערהיים, ווי ער הערט דיסקוסירן די דאמאלסדיגע סאטמארע פאליטיק מיט בני יואל. אויפן גאס שנייד אים א דורכגייער אריין דברי זלזול קעגן דעם ברך משה.

באבוב, איז ער געפארן קיין שעראן ספרינגס זיך צו טרעפן מיטן באבוב'ער רב ז"ל.

ער פארט קיין אנטווערפען צו פעשעווארסק, ווי ער האנקערט זיך אן אין א נטורי קרתא בעל מכניס אורח.

אויב כ'געדענק גיט, באשרייבט ער א אידישע פאמיליע אין דענמארק אויך.

הוגה » זונטאג מאי 12, 2013 11:57 pm

· #114502
יואליש
"מיין נאמען איז אשר לעוו" איז אין מיין מיינונג חיים פאטאק'ס magnum opus. "די טשאזן" איז נישט עפעס איי איי איי. קודם ווי בן תמליון האט שוין אנגעמערקעט, ס'שטימט נישט מיט די חסידים וואס מיר קענען. הגם ס'איז געזעצט אין די צווייטע וועלט מלחמה-וויליאמסבורג, גריצעלט צו ליינען איבער א זוהן פון א גרויסע חסידישע רבי זאל שפילן בעיסבאל פאר די פרומע ישיבה'ס טיעם קעגן די מאדערענע. אבער די בוך צונעמט די דערשטיקענדע פיין פון א זוהן וואס וויל ציען "אראפ פון וועג" (הגם ס'איז נישט קלאר אויב ער וויל ווערן מאדערן און גיין שטודירן, אדער גענצליך איבערלאזן אידישקייט. דעם זוהן'ס גלויבן איז נישט באהאנדעלט) און צוגייט פאר צער איבער זיין פאטער'ס צער. ער שילדערט אויך די פאטער'ס צער. ס'איז א בוך איבער זוהן און פאטער קאנפליקט בנוגע סעלף דיטערמאנעשאן. דרך אגב ווערט דערמאנט די מלחמה, די התייסדות מדינת ישראל אין די טיילונג צווישן די קנאי'שע און ציוניסטישע לאגער, חסידים און עדיוקעשאן.


די אינטערעסאנטקייט פון דער בוך איז די קאנטראסט. פאטאק טוט צייגן ווי די רביס זון וויל ווערן מאדערניזירט און שטודירן. אבער אין די זעלבע צייט וויל זיין חבר די קאנזערוויטיוו ווערן מער פרום און לערנען מער תורה. די theme פון דער בוך איז לענ"ד פרידאם. די מעשה שפילט זיך אפ אין נו יארק. און די מעשה האט א העפי ענדינג. ביידע קינדער קומען אן צו וואו זיי האבן געוואלט אנקומען, נישט וואו זייערע עלטערן האבן זיי געוואלט טראגן. דאס איז די סיבה פארוואס די בוך איז אזוי שטארק אקצעפטירט געווארן ביי די אמעריקאנער המון עם.

יואליש » מאנטאג מאי 13, 2013 12:00 am

· #114503
ביסט גערעכט. כ'האב פארגעסן פונעם חבר (ראובן?) וואס צילט צו ווערן א רבי, בשעת דער חסידישע בחור, א עילוי פון א קאפ, וויל גיין אין גרעד סקול און איז אבסעסירט מיט פראוד.

איינע פון די בעסטע מאמענטן פאר מיר איז געווען ווי פאטאק צולייגט די שווערע סוגיא וואס דער חסידישע עילו האט זיך פארגעקוקט און איז געווארן געשטעלט אויף א קרייץ פארהער ביי זיין מגי"ש פאר פיר טעג. דעם בחור'ס מסקנה איז געווען א שינו אינעם נוסח, וואס האט נישט געשמעקט פארן מגי"ש. ס'איז א קונץ צו מאכן א דראמא פון עטליכע בלעטער איבער א פארהער אין תלמוד.

די זעלבע טוט ער אנפאנג בוך מיט ביעסבאל. די דראמא פונעם געים ווערט אויסגעמישט מיט די צוויי טיעם'ס. די "כופרים" פיטשן און די חסידים שמייסן די באל מיט אן עזות דקדושה אזש די ליינער קען שפילן די דראמא ווי תורת משה הענגט אויפן אויסגאנג פון א בעיסהיט.

הוגה » מאנטאג מאי 13, 2013 12:05 am

· #114504
יואליש
ביסט גערעכט. כ'האב פארגעסן פונעם חבר (ראובן?) וואס צילט צו ווערן א רבי, בשעת דער חסידישע בחור וויל גיין אין גרעד סקול און איז אבסעסירט מיט פראוד.


איך געדענק שוין נישט די נעמען פון די קאראקטארס, איך האב עס געליינט א לאנגע ציעט צוריק. בכלל בין איך נישט גוט מיט געדענקן דיטעילס, אבער די plot פון די מעשה געדענק איך, ווי אויך מיין פערזענליכע אימפרעשאנס.

אגב, די בוך איז אסאך בעסער און אינטרעסאנטער ווי די פילם. (דאס קען געזאגט ווערן ביי כמעט יעדע בוך וואס איז אדאפטירט אלס א פילם, זאל עס זיין א בוך פון דזשאן גרישעם, לודלאם אדער קלענסי, עס איז כמעט אוממעגליך אויסצושפילן די טאלאנטן פון א גוטע שרייבער אין א פילם.)

יואליש » מאנטאג מאי 13, 2013 12:12 am

· #114506
ווען מ'רעדט פון ביכער איבער חרדים, איז די נושא געווענליך ליידער צוטיילט אין צוויי עקסטרעמע מהלכים: 1) די וואס ראמאנטאזירן דאס חרידישע לעבן אזש ס'קען זיך דאכטן אז ס'איז אן אטאפיע, און 2) די וואס קריטיקירן און רייסן אראפ אן איבערלאזן פלאץ פאר די הערליכע אספעקטן פונעם חרידישן לעבן. זייער ווייניג קענען דעליווערן אן אויפריכטיגע שילדערונג וואס כאפט די גוד ענד די בעד ענד די אגלי באנאזאם, און לאו דוקא צוליב בייעס, נאר צוליב חסרון אין טאלאנט. צו כאפן די דקות'דיגע חילוקים און שרייבן איבער חסידים אן אויסקוקן ווי א גר מיט א שטאפען הוט און א זיידענע בעקיטשע פאדערט זיך טאלאנט.

יואליש » מאנטאג מאי 13, 2013 12:19 am

· #114510
"א זיץ ביים טיש" - א ראמאן ביי יהושע (זשאשוואו) האלבערשטאם

כ'האב עס נישט געליינט. איינער וויל רעצענזירן?

יואליש » מאנטאג מאי 13, 2013 12:22 am

· #114512
זייער אסך ביכער איבער בנש"ק'לעך. וואס איז די אבסעסיע מיט די עמי בבית?

הוגה » מאנטאג מאי 13, 2013 12:25 am

· #114514
אנאנים,

תיקון טעות, ריווא מאן איז געווען אן אייניקל פון א רב (דאכט זיך רב הערצאג אדער רב צ"פ פראנק) איר טאטע איז געווען א מאדערנע ראביי אין ענגלאנד.

די בוך איז נישט געשריבן עפעס מורא'דיג אבער די מעשה איז אינטערעסאנט און גאר טרויעריג.

הוגה » מאנטאג מאי 13, 2013 12:28 am

· #114517
א נאוועלע פון נעמי רעיגען. די בוך נאך א בוך וועלכע איז דערמאנט געווארן בדרך אגב, איז ,Sotah - זענען ערלויבט. ראמאנס אין א וועלט ווי בלויז אראנדזשירטע שידוכים באשרייבט א חרדי'שע פרוי וועלכע איז געפלאגט פון סוטה


איך בין געווען שטארק דיסעפוינטעד פון רעיגאן. זי איז דאך אן ארטאדאקסישע פרוי פון ברוקלין און די עם הארציס אינעם בוך איז אין לשער.

אגב, עס איז געווען א גרויסע לאו-סוט אקעגן איר, אז זי האט געגנבט די מעשה פון א צווייטע שרייבער.

הוגה » מאנטאג מאי 13, 2013 12:40 am

· #114520
יואליש
די וואס קריטיקירן און רייסן אראפ אן איבערלאזן פלאץ פאר די הערליכע אספעקטן פונעם חרידישן לעבן. זייער ווייניג קענען דעליווערן אן אויפריכטיגע שילדערונג וואס כאפט די גוד ענד די בעד ענד די אגלי באנאזאם, און לאו דוקא צוליב בייעס, נאר צוליב חסרון אין טאלאנט. צו כאפן די דקות'דיגע חילוקים און שרייבן איבער חסידים אן אויסקוקן ווי א גר מיט א שטאפען הוט און א זיידענע בעקיטשע פאדערט זיך טאלאנט.


איך האלט אז די עולם פארשטייט נישט די דזשאנרעס פון ליטעראטור.

ווען איינער שרייבט א מעמואר, דארפן זיי נישט שרייבן די פאקטן וויאזוי די וועלט זעהט עס, זיי דארפן שרייבן די פאקטן וויאזוי די הויפט כאראקטאר האט עס געזעהן. פארדעם קען מען נישט אפפרעגן פעלדמאן און דזשודי ברוין, זיי האבן עס געשריבן אזוי ווי זיי האבן עס געזעהן. (אגב, ברוין'ס בוך איז אפיציעל פיקציע אבער יעדער איינער ווייסט אז עס איז א מעמואר.)

דערנאך, ווען איינער שרייבט סאטייער, מוז עס דוקא געשריבן ווערן מיט אויסטערלישע גוזמאות ווייל דאס איז די שטייגער פון סאטייער. א שטייגער ווי שלום אויסלאנדער, פריידא וויזל ודומיהן.

די איינציגסטע וועם מען קען יא האבן טענות צו זענען פאטאק, נעמי רעיגאן ודומיהן. זיי האבן געהאט די מעגליכקייט אויס צו געפונען דעם אמת, פארוואס האבן זיי נישט. און אפילו זיי קענען ענטפערן אז פיקציע מוז נישט שטימען מיט די פאקטן.

יואליש » מאנטאג מאי 13, 2013 12:44 am

· #114524
ס'איז דא א ריזינעבעל ערווארטונג איבער א לעוועל פון אמת הן אין א מעמואר און הן אין היסטאריקעל פיקציע.

און האש איז גראדע פון די סענסעטיווע ביכער אין מיין מיינונג. בכלל נישט אין די זעלבע קאטאגאריע ווי אנארטאדאקס.

סעטייער ביזטו גערעכט, כל המרבה הרי זה משובח. מיר האבן געקייכט פאר געלעכטער פון אסלענדער'ס הומאר.

הוגה » מאנטאג מאי 13, 2013 12:46 am

· #114526
יואליש
זייער אסך ביכער איבער בנש"ק'לעך. וואס איז די אבסעסיע מיט די עמי בבית?


עס זענען דא זייער אסאך אפגעפארענע בנשקלעך, און די ביכער זענען באזירט אויף אמת'ע מעשיות.

יואליש » מאנטאג מאי 13, 2013 12:50 am

· #114528
אוסלענדער איז א קאנטריביוטער פאר "דיס אמעריקען לייף," א פראגראם דורך ען פי אר.

דא קען מען אים הערן ליינען פון זיינע ווערק: <a class="postlink" href="http://www.thisamericanlife.org/contributors/shalom-auslander">http://www.thisamericanlife.org/contrib ... -auslander</a>

הוגה » מאנטאג מאי 13, 2013 12:52 am

· #114531
יואליש
ס'איז דא א ריזינעבעל ערווארטונג איבער א לעוועל פון אמת הן אין א מעמואר און הן אין היסטאריקעל פיקציע.

און האש איז גראדע פון די סענסעטיווע ביכער אין מיין מיינונג. בכלל נישט אין די זעלבע קאטאגאריע ווי אנארטאדאקס.


איך האב נאר צאמגעלייגט די צוויי ביכער ווייל מענטשן האבן די זעלבע טענות אויף ביידע.

איר מוזט נישט מוטשטימען מיט מיר, אבער איך גלייב אז א דבורה פעלדמאן גלייבט א יעדעס ווארט אינעם בוך. איך האב עס געליינט פון דעקל צו דעקל, איך בין מחולק מיט איר אויף אפאר פרטים, אבער איך גלייב אז זי האט געהאלטן באמת וואס זי האט געשריבן.

אגב, אויב וועט איר אפציילן די מעשיות און פאקטן פון די גאנצע בוך וואס זענען ליידער יא אמת וועט איר זעהן אז,דע אומריכטיגע דעטאלן זענען בטל בשישים.

הוגה » מאנטאג מאי 13, 2013 12:58 am

· #114532
יואליש

סעטייער ביזטו גערעכט, כל המרבה הרי זה משובח. מיר האבן געקייכט פאר געלעכטער פון אסלענדער'ס הומאר.


יואליש, החייתנו!

כ'האב הנאה צו זעהן אז ס'דא נאך איינער וואס האט א געשמאק אין אזא סיק סענס אוו יומער ווי שלום אויסלענדער.

גנדי » מאנטאג מאי 13, 2013 9:54 am

· #114579
הוגה
יואליש
ס'איז דא א ריזינעבעל ערווארטונג איבער א לעוועל פון אמת הן אין א מעמואר און הן אין היסטאריקעל פיקציע.

און האש איז גראדע פון די סענסעטיווע ביכער אין מיין מיינונג. בכלל נישט אין די זעלבע קאטאגאריע ווי אנארטאדאקס.


איך האב נאר צאמגעלייגט די צוויי ביכער ווייל מענטשן האבן די זעלבע טענות אויף ביידע.

איר מוזט נישט מוטשטימען מיט מיר, אבער איך גלייב אז א דבורה פעלדמאן גלייבט א יעדעס ווארט אינעם בוך. איך האב עס געליינט פון דעקל צו דעקל, איך בין מחולק מיט איר אויף אפאר פרטים, אבער איך גלייב אז זי האט געהאלטן באמת וואס זי האט געשריבן.

אגב, אויב וועט איר אפציילן די מעשיות און פאקטן פון די גאנצע בוך וואס זענען ליידער יא אמת וועט איר זעהן אז,דע אומריכטיגע דעטאלן זענען בטל בשישים.


איך האב אויך געליינט די ביך פון דעקל צו דעקל.

בשעתו ווען די ביך איז ארויס בין איך געווען זייער אויפגעברויזט אויף וואס די נוי יארק פאסט האט געשריבען, אבער די זאכן איז בכלל נישט געווען אין די ביך.

די ביך איז געשריבען פון איר קוק ווינקעל, און נעבעך זי האט געהאט זייער א שווארצע קוק אויף יעדע זאך.

רוב זאכן וואס זי שרייבט איז אמת, אבער עס איז דא נישט פונקליכקייטן אין איר מעשיות, און אביסעל גוזמאות.

אפאר קליינע דוגמאות:
מען ווארפט שטיינער אויף די עירוב טראגערס - גוזמא.
מענטשען וואס האלטן פון די עירוב טראגן נישט ווייל זיי האבן מורא - אמת

זי האט זיך געשטיפט שמחת תורה ביינאכט צו זעהן די הקפות, און אלע יונגעלייט זענען איינגעוויקעלט אין די טליתים - נישט אמת, נאר די רבי גייט א טלית.

עסן עסט'זיך » מאנטאג מאי 13, 2013 10:52 am

· #114596
ונבנתה העיר
[ציטאט אראפגענומען]

אה... פון דארט קומט דעם יששכרוני'ס* השראה?....

*ע"ש דעם ממלא מקום וועם ער זעהט אלץ פאסיגער יורש.

מאי האי?

יידל » מאנטאג מאי 13, 2013 12:10 pm

· #114619
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז ממש אן אפענעם טעות. אבער ווען כ'שרייב טעותים מיין איך נישט אריינגעפאלענע טעותים, נאר פשוט נישט גוטע מסקנות. לדוגמא, אויף זיי 184, אין א דיסקוסיע איבער שידוכים האט זי א טבלא פון קאטאגאריעס פון חסידישע משפחות. זי צעטיילט עס און 6 קאטאגאריעס:

רעביש - דינאסטישע משפחה, רייך, רוחניות'דיגע מנהיגים
רבניש - גאר חשוב'ע משפחה, מעגליך רייך, תלמידי חכמים און מנהיגים
שיינע - חשוב'ע משפחה, באלעבאטישע איינקופט, שטעלן צו א רעליעגעזע סערוויס פאר די געמיינדע (שוחטים און תלמידי חכמים, ווי ערקלערט אויף זייט 186)
באלעבאטיש - ביזנעסלייט, מיטל קלאס, זענען אין ביזנעס אבער נוצן געלט צו שטיצן צדקה און קהלה צוועקן
ישיביש - זיצן און לערנען, איינגעצוימטע לייפסטייל, זענען אין א קהלה ארגאניזירט ארום א ישיבה
פארשלעפט - נישט סוקסעספול, ארימעלייט, גיבן גארנישט פאר די קאמיוניטי

ביז באלעבאטיש איז זי נאך גאנץ בסדר, כאטש איר הסבר אויף שיינע משפחות איז נישט ריכטיג און בכלל די דרגות האבן נישט מיט געלט, איך קען גענוג רבנישע משפחות וועלכע זענען ארים ווי די נאכט (די אמת איז אז זי אדרעסירט די נקודה שפעטער אויף זייט 186, אבער עס זעט אויס ווי זי בלייבט ביי א מסקנא אז א "ריכטיגע" רבנישע משפחה האט געלט). אבער ישיביש און פארשלעפט? וואו האט זיך אויפגעפיקט די קאטאגאריעס?

יידל » מאנטאג מאי 13, 2013 4:17 pm

· #114693
נאך אן אינטערעסאנט בוך, טאקע נישט איבער חסידים, אבער עפעס א שייכות האט עס איז מייקל וועקס' ניו יארק טיימס בעסטסעללער בוך געבוירן געווארן צו קוועטשן - Born to Kvetch.
וועקס נוצט הומאר געמישט מיט אקאדעמיע, עס איז א נחת צו לייענען. און נאר גאט ווייסט וויפיל שמוציגע ווערטער אויף אידיש כ'בין אלץ געוואויר געווארן. עללען נאדלער האט בשעתו געשריבן א זיסע ריוויו אין פארווערטס.

הוגה » מאנטאג מאי 13, 2013 8:52 pm

· #114779
יידל
נאך אן אינטערעסאנט בוך, טאקע נישט איבער חסידים, אבער עפעס א שייכות האט עס איז מייקל וועקס' ניו יארק טיימס בעסטסעללער בוך געבוירן געווארן צו קוועטשן - Born to Kvetch.
וועקס נוצט הומ/]א זיסע ריוויו[/url] אין///0/0/plain/born-to-kvetch.jpg[/img]


זעהט אויס אינטערעסאנט. האמיר עס צוגעלייגט צום ליסטע. יישר כח.

מאראנצןזאפט » מאנטאג מאי 13, 2013 9:56 pm

· #114788
יידל, איך זע ישיבה'ש און פארשלעפט אלס די מערסט אריגינעלע, דו דארפסט קענען די ישיבה'שע חברה וואס וואינען אין בענזנהורסט נעבן ישיבת בית התלמיד אוין פלעטבוש און האדעווען זיך אין ישיבת מיר, אדער אין סאוט פולסבורג.
און פארשלעפט איז פשוט, איך קען צענדליגער אזעלכע, באס דרייווערס אן קיין פאסטענעס, סופרים וואס קיינער ניצט נישט, און מלמדים וואס סאבסיטוטן...

הוגה » פרייטאג מאי 24, 2013 12:16 am

· #117498
יידל
נאך אן אינטערעסאנט בוך, טאקע נישט איבער חסידים, אבער עפעס א שייכות האט עס איז מייקל וועקס' ניו יארק טיימס בעסטסעללער בוך געבוירן געווארן צו קוועטשן - Born to Kvetch.
וועקס נוצט הומאר געמישט מיט אקאדעמיע, עס איז א נחת צו לייענען. און נאר גאט ווייסט וויפיל שמוציגע ווערטער אויף אידיש כ'בין אלץ געוואויר געווארן. /images/bau/0dd6e208/0dd6e208-2e89-4d09-8f3d-2bac26f2dd76/0/0/plain/born-to-kvetch.jpg[/img]


יישר כח פארן רעקאמענדירן, איך האב מיך איינגעשאפן די audio version פונעם בוך. אוי ווי געשמאק עס איז צו הערן וועקס ליינען די בוך מיט א זאפטיגע פוילישע אקצענט. די בוך איז מלא מדע, געספרינקלט מיט א גרויסע dose פון יומער, כדרכו פונעם גלות אידל.

דאס צייגט אז ער האט איינגעזאפט דאס אידישע זאפטיגקייט אין זיין שטוב, טראץ דעם וואס ער איז אויפגעוואקסן אין עפעס א פארשטופטע דערפל אין אלבערטא קאנאדא.

אגב, וויקי זאגט אז ער איז א רעביש אייניקל.

בדחן » פרייטאג מאי 24, 2013 12:41 am

· #117503
דאס בילד אויפן בוך איז קעש....

דעת תורה » פרייטאג מאי 24, 2013 2:23 am

· #117538
@אנאנים, דוכט זיך אז הרב אונטערמאן איז געווען הויפט רב אין תל אביב, נישט רב הראשי לישראל.

בדחן » זונטאג מאי 26, 2013 2:13 am

· #117828
איך האב פערצופאל געזען די וואך ערגעץ(איך געדענק נישט ווי) אז ער איז געווען ביידע, ביי אונז וואלט מען עס געריפען: מלפנים בת״א ואח״כ רב הראשי,

וויקפ.

יואליש » זונטאג מאי 26, 2013 3:01 am

· #117848
כ'האב געליינט "בארן טו קוועטש" יארן צוריק, בעיקר טאקע צוליבן דעקל וועלכע האט ארויסגעשריגן פון די ביבליאטעק פאליצע. לויט ווי כ'געדענק איז עס נישט ווייסעך וואס. ס'איז א לייכטע פאפולער קאווע-טיש ביכל.

הוגה » זונטאג מאי 26, 2013 3:17 am

· #117854
יואליש, כ'מיין אז ביי דעם בוך קען מען זאגן, אינו דומה ראיה לשמיעה.

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 3:20 am

· #117855
און יעך האלט אינמיטן ליינען Teache, איינער דא האט עס רעקאמענדעד. וואס זאל איך זאגן? האו דיד איי מיסס אלל די פאן? ער רעדט דארט פון סאטמאר און איך קען נישט געדענקען אזא ווערטשאפט דארט. סריין פיקציע מיט א טעיסט פון אנטיסעמיטיזם. און פארוואס שרייבט ער נישט אז די נעמען זענען פיקטיוו? סקיימאל נישט געווען א ראביי שטיינער אדער די אנדערע נעמען וואס ער געבט פאר די מנהלים.

יואליש » זונטאג מאי 26, 2013 3:26 am

· #117857
הוגה
יואליש, כ'מיין אז ביי דעם בוך קען מען זאגן, אינו דומה ראיה לשמיעה.


דאס איז שוין עפעס אנדערש. כ'האב נאכנישט געהערט א שלעכטן גאליציאנע אקצענט...

בן תמליון » זונטאג מאי 26, 2013 10:03 am

· #117894
זר זהב
און יעך האלט אינמיטן ליינען Teache, איינער דא האט עס רעקאמענדעד. וואס זאל איך זאגן? האו דיד איי מיסס אלל די פאן? ער רעדט דארט פון סאטמאר און איך קען נישט געדענקען אזא ווערטשאפט דארט. סריין פיקציע מיט א טעיסט פון אנטיסעמיטיזם. און פארוואס שרייבט ער נישט אז די נעמען זענען פיקטיוו? סקיימאל נישט געווען א ראביי שטיינער אדער די אנדערע נעמען וואס ער געבט פאר די מנהלים.


קאם אן זר, האסט פארגעסן טרופ עוועניו? ראביי שטיינער איז אברהם ישעיה ווייס. אין מיינע אויגן לייגט ער אראפ די ווירטשאפט אקוראט ווי מיר האבן עס איבערגעלעבט. איך האב מיר געריסן פאר געלעכטער וויאזוי ער לייגט אראפ משה מנהל'ס דרשה פאר די טיטשערס. זיין מהלך פון שרייבן איז הומאריסטיש אבער פאקטיש.

הוגה » זונטאג מאי 26, 2013 2:00 pm

· #118002
נאך א פונקט איבער די בוך Teacha, ער שרייבט טאקע די חוצפה'ס וואס זענען פארגעקומען דארט, ווי אויך איבער די שאנדפולע באנעמונג פון די הנהלה און די רביים כלפי די סעקולארער לערערס. אבער ער ברענגט אויך ארויס ווי די טיטשערס אליינס האבן נישט באהאנדלט די קינדער מיט ריספעקט און זיי האבן זיך אליינס נישט רעספעקטירט, און דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן פאלן קרבנות צו די קינדער.

אין ערגעץ ברענגט ער נישט ארויס אז די קינדער זענען געווען ערגער ווי די פאבליק סקול קינדער. אדרבא, ער איז מפליא ווי די קינדער האבן געהאט דאס ביסל געדולד און דרך ארץ טראץ דעם וואס זיי האבן געהאלטן נאך א צען שעה נאכאנאנדע לערנען, און קיין שום outlet.

ער שרייבט מיט אינטערעסע איבער געוויסע זאכן וואס ער האט זיך געלערנט איבער אידישקייט בכלל, און סאטמאר בפרט.

די עיקר וואס איז נוגע פאר אונז איז אז נאכן ליינען אזא בוך קומט צו מאכן א ברענעדיגע חשבון הנפש. זענען מיר מחנך אונזערע קינדער אז דאס לערנען ענגליש איז אין בעסטע פאל א בדיעבד שבדיעבד, און אז דרך ארץ פאר אן ענגליש טיטשער איז נאר אן עקסטרע באונאס? וואס פאר א מעסעדזש שוקן מיר פאר אונזערע קינדער? וואס פאר א מין חינוך איז עס אויב די קינדער האבן 4 שעה א וואך מלא חוצפה און ווילדערייען?

Just food for thought.

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 2:44 pm

· #118029
בן תמליון
זר זהב
און יעך האלט אינמיטן ליינען Teache, איינער דא האט עס רעקאמענדעד. וואס זאל איך זאגן? האו דיד איי מיסס אלל די פאן? ער רעדט דארט פון סאטמאר און איך קען נישט געדענקען אזא ווערטשאפט דארט. סריין פיקציע מיט א טעיסט פון אנטיסעמיטיזם. און פארוואס שרייבט ער נישט אז די נעמען זענען פיקטיוו? סקיימאל נישט געווען א ראביי שטיינער אדער די אנדערע נעמען וואס ער געבט פאר די מנהלים.


קאם אן זר, האסט פארגעסן טרופ עוועניו? ראביי שטיינער איז אברהם ישעיה ווייס.

און ווער איז ראביי צוקערמאן, כ״ץ, גרינשטיין??
בלאט: 1 2 3