☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים חדשים

ספרים חדשים

339 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #106
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

גוטע פינטעלך » מאנטאג יאנואר 21, 2013 12:17 am

· #81172
ניין, איינער א אינגערמאן מאיר וויינבערגער וואס האט ארויסגעגעבן לעצטענס א חיבור אויף ויואל משה, ער איז א ארונישע דיין

היימישער ליטוואק » מאנטאג יאנואר 21, 2013 12:32 am

· #81174
יאיר
עס איז ארויסגעקומען א קונטרס דורך דעם סאטמארער דיין אין אנטווערפן (שמו שכחתי) לכאורה לכבוד די נסיעה קיין ארץ ישראל, וואו ער איז מברר וויפיל איסורים מ'קען עובר זיין ביים באזוכן ארץ ישראל. למשל, ער שרייבט אז 99 פראצענט שאלות וואס די ציונים פרעגן ביים אויפשטייגן אויפ'ן עראפלאן איז כדי צו ארויסבאקומען אויב מען האט חיבת הארץ, ממילא קען מען זייער גרינג נכשל ווערן ביים זאגן אזא קלייניקייט ווי 'ס'איז גוט צו זיין אין ישראל' אן איסור וואס איז, לויט אים, ביהרג ואל יעבור, און שפעטער גייען זיי זיך בארימען אז אפילו א סאטמארער איד האלט אז די מדינה איז גוט. אויך ווען מען איז דארט און מען זאגט 'ס'שפירט זיך אזוי היימיש דא' ווערט דאס אויטאמאטיש א מרידה באומות והעברה על ג' שבועות והודאה למלכות המינות וואס די אלע זאכן זענען עטליכע מאל יהרג ואל יעבור.

ווען דער דיין שליט"א וואלט געזוכט א היתר אויף זיך נישט דארפן לאזן הרג'נען, למשל ווען זיין טאכטער פרעגט איהם אזא שאלה אויף למעשה, מיינט איר אז ער וואלט גקענט ארויסנעמען זיין כוחא דהיתרא פון שענקל און עפעס טרעפן אן אויסוועג אויף לעבן בלייבן?

איך אויך » מאנטאג יאנואר 21, 2013 9:55 am

· #81208
א גרויסן ישר כח, האסט מיך בארוהיגט אז מען רעדט נישט פון דעם חיד"ו נאר פון עפעס א דיין'דל וואס זוכט אביסל עטענשאן (כאטשיק דער חיד"ו הייסט אויך מאדנע, ואגב איינמאל פאר אלעמאל חיד"ו ווייס עקזיסטירט נישט אדער חי"ד ווייס אדער חיד"ו).

שומרים » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 2:21 pm

· #83937
ווייסט איינער אביסל מער פרטים אויף דעם מחבר הרב פליישמאן (לימודים לדעת) וואס איז ער?
א אפיציעלע פסיכאלאג? מה טיבו?

יידל » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 2:33 pm

· #83943
קוק וואס ונבנתה און איך האבן געשריבן אויבן <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/79204">viewtopic.php?p=79204#p79204</a><!-- l -->

שומרים » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:54 pm

· #84009
יישר כח, אבער איך מיין מער פון דעם, למשל ער האט שטודירט? אדער סתם זיך מכריז געווען אלץ יועץ נפש?
אין וואס ספעציאליזירט ער זיך, חינוך? שלום בית? פאביעס?

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:58 pm

· #84010
שלום עליכם ר' שומרים, גיימער אויף א כאפצעם?

שומרים » פרייטאג פעברואר 1, 2013 9:39 am

· #84102
נו העלף מיך כאפן דעם פליישמאן:-)

יידל » זונטאג פעברואר 17, 2013 10:59 am

· #87618
עלה נעלה: מענה לספר ויואל משה, תשובות מפי הרה"ג שלמה אבינר שליט"א, הרב מרדכי ציון, בית אל תשע"ב, 278 עמודים

כשמו כן הוא. ליינט א קורצע רעצענזיע אויף ספרים בלאג, ענטהאלט אויך א ביבליאגראפיע.

יואליש » זונטאג פעברואר 17, 2013 11:09 am

· #87623
היימישער ליטוואק
יאיר
עס איז ארויסגעקומען א קונטרס דורך דעם סאטמארער דיין אין אנטווערפן (שמו שכחתי) לכאורה לכבוד די נסיעה קיין ארץ ישראל, וואו ער איז מברר וויפיל איסורים מ'קען עובר זיין ביים באזוכן ארץ ישראל. למשל, ער שרייבט אז 99 פראצענט שאלות וואס די ציונים פרעגן ביים אויפשטייגן אויפ'ן עראפלאן איז כדי צו ארויסבאקומען אויב מען האט חיבת הארץ, ממילא קען מען זייער גרינג נכשל ווערן ביים זאגן אזא קלייניקייט ווי 'ס'איז גוט צו זיין אין ישראל' אן איסור וואס איז, לויט אים, ביהרג ואל יעבור, און שפעטער גייען זיי זיך בארימען אז אפילו א סאטמארער איד האלט אז די מדינה איז גוט. אויך ווען מען איז דארט און מען זאגט 'ס'שפירט זיך אזוי היימיש דא' ווערט דאס אויטאמאטיש א מרידה באומות והעברה על ג' שבועות והודאה למלכות המינות וואס די אלע זאכן זענען עטליכע מאל יהרג ואל יעבור.

ווען דער דיין שליט"א וואלט געזוכט א היתר אויף זיך נישט דארפן לאזן הרג'נען, למשל ווען זיין טאכטער פרעגט איהם אזא שאלה אויף למעשה, מיינט איר אז ער וואלט גקענט ארויסנעמען זיין כוחא דהיתרא פון שענקל און עפעס טרעפן אן אויסוועג אויף לעבן בלייבן?


זייער בייסיג.

מהנשתנה » זונטאג פעברואר 17, 2013 9:29 pm

· #87942
אדער ער וואלט געווען ווי יפתח בדורו און גע׳הרג׳ט זיין טאכטער

ודי למבין » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:35 pm

· #90954
ארויסגעקומען אוצר גליוני דברי תורה פון ר' מאטל זילבער פון סטוטשין תשע"א

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:12 pm

· #94635
א נייע ספר, - איך זוך א חברותא דאס דורך צו לערנען.
אמונות ודיעות לר' סעדיה גאון, מיט ביאורים פון דער הייליגער נזיר זי"ע.

א מעכטיגע מבוא, מלא תוכן, א מפתח פאר אידישע פילזאפיע.

boxcover » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:25 pm

· #94645
קאווע טרינקער
א נייע ספר, - איך זוך א חברותא דאס דורך צו לערנען.
אמונות ודיעות לר' סעדיה גאון, מיט ביאורים פון דער הייליגער נזיר זי"ע.

א מעכטיגע מבוא, מלא תוכן, א מפתח פאר אידישע פילזאפיע.

זוכסט א ווירטואלע חברותא?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:34 pm

· #94651
ניין. איינמאל פאר אלעמאל א "ידיד-נפש" תרתי משמע.
איך וויל כאטש איינער זאל מיר בארדען אויף "קול מבשר" נאך פאר די לויה.

ודי למבין » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:30 pm

· #94678
איר מיינט אפשר כוזרי המבואר, איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא פונעם נזיר אויף אמונות ודיעות

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 8, 2013 9:32 am

· #94855
וד"ל, איך בין זיך נישט טועה. דאסמאהל.

משה געציל » זונטאג מערץ 10, 2013 7:54 pm

· #95361
עוז והדר איז ערשינען מיט א נייע עירובין גמרא (לרגל לומדי הדף על טהרת הקודש), באגלייט מיט 3D בילדער געדריקט צום סוף (דאכט זיך אז זיי האבן גענומען די געדאנק פון א צווייטער מפיץ וואס האט עס שוין ארויסגעגעבן ביים פארגאנגענעם מחזור, קען זיי אז עס איז געווען די מאורות דף היומי דרוק, איך געדענק שוין נישט). ווי אויך האבן זיי געדרוקט די שינון הש"ס (וואס איז געדריקט אין זייער מתיבתא) וואס גייט דורך יעדער דף בקיצור נמרץ, וואס איז א שטארקע הילף פאר די וואס האבן ליב צו חזר'ן בלעטער.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 10, 2013 9:14 pm

· #95395
אז מ'רעדט שוין פון עוז והדר, איז כדאי מוסיף צו זיין, אז זינט זיי האבן זיך אריינגעלייגט איבערצודרוקען ספרדישע ספרים (אנגעהויבן האט זיך דאס מיט ספרי רבינו חיים ן' עטר), זענען זיי יעצט ארויסגעקומען מיט די סעריע פון ספרים מיט די נאמען "מחשוף הלבן", מיט א פירוש פארשטייט זיך.
אה, פארגעסען צו זאגן. דער מחבר איז ר' יעקב אביחצירא, וואס דער רבי האט געזאגט אויף אים... נו, זיי ממשיך.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 12, 2013 8:19 pm

· #96264
משה געציל
עוז והדר איז ערשינען מיט א נייע עירובין גמרא (לרגל לומדי הדף על טהרת הקודש), באגלייט מיט 3D בילדער געדריקט צום סוף (דאכט זיך אז זיי האבן גענומען די געדאנק פון א צווייטער מפיץ וואס האט עס שוין ארויסגעגעבן ביים פארגאנגענעם מחזור, קען זיי אז עס איז געווען די מאורות דף היומי דרוק, איך געדענק שוין נישט). ווי אויך האבן זיי געדרוקט די שינון הש"ס (וואס איז געדריקט אין זייער מתיבתא) וואס גייט דורך יעדער דף בקיצור נמרץ, וואס איז א שטארקע הילף פאר די וואס האבן ליב צו חזר'ן בלעטער.

וואס איז דאס 3D בילדער?

זר זהב » דינסטאג מערץ 12, 2013 8:21 pm

· #96266
<a class="postlink" href="http://lmgtfy.com/?q=what+is+3d+picture">http://lmgtfy.com/?q=what+is+3d+picture</a>

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 12, 2013 8:36 pm

· #96272
שכויעך זר, איך ווייס 3D פיקטשערס מיינט, אבער אויב עוז והדר לייגט אריין אזעלכע בילדער וואלטן זיי געדארפט מיטגעבן פאלערייזד ברילן, און איך גלייב נישט אז דאס קומט מיט מיט די גמרות.

זר זהב » דינסטאג מערץ 12, 2013 8:53 pm

· #96275
אה.. כאנישט געכאפט. איך ווייס נאך יעצט נישט וואס 3D מיינט

איך אויך » דינסטאג מערץ 12, 2013 8:56 pm

· #96276
Three Dollars.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:40 pm

· #96361
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/96360">viewtopic.php?p=96360#p96360</a><!-- l -->

עי"ש ותמצא נחת.

גנדי » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:20 am

· #96370
3D מיט ברילן איז זייער א גוטע געדאנק.

מען דארף ארויס געבן אזא חומש פאר די קינדער, זיי זאלן בעסער פארשטיין ווי אזוי עס איז געווען די לייטער פון יעקב אבינו. זיי זאלן קענען זענען בחוש אין 3D וועלכע קיען זענען געווען די זיבן פעטע קיען.

תיבת נח, משכן וכליו, בית המקדש, הר גריזים הר עיבל, לפני פי החירות.

מען קען אויך בעסער מסביר זיין די רש"י פון 'פיתוחי חותם'. אויך ביי א נגע, מראה הנגע אינו עמוק...

ווי אזוי וועט מען ווייזן 'ארון אינו מן המדה'?

וואס נאך קען מען בעסער ארויסברענגן מיט 3D און ברילען?

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:55 am

· #96380
ווער איז די הייליגע נזיר?

ונבנתה העיר » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:27 am

· #96394

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 13, 2013 9:30 am

· #96417
אחישנה
ספר חדש
📎 8769 Hgrch Kanievsky With The New Seifer Achishenu (1).JPG

לעיקוואד » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:03 pm

· #98439
יידל
לימודים לדעת, הרב שרגא פליישמאן, מאנסי תשע"ג שמ"ו עמודים - $23.00

הרב שרגא פליישמאן, יועץ נפשי און משפיע בעיר התורה מאנסי האט ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען "לימודים לדעת - עונג הנפש בעבודת ה'". דער ספר איז א סינטעזע פון חסידות, פילאזאפיע און פסיכאלאגיע, און שטעלט אוועק יסודות בהבנת הנפש הישראלית און וויאזוי מ'קען נוצן די הבנה זיך צו פארבעסערן. דער ספר איז צעטיילט אין דריי שערים יעדע שער 5 פרקים. שער ראשון - הכשרת הדעת, וואו עס ווערן ערקלערט די יסודות פון א מענטשן'ס נפש באופן כללי. שער שני - התעלות הדעת וואו הרב פליישמאן קריכט אריין מער בפנימיות אין דעם נפש בכל פרטיה ודקדוקיה און ווי הרב פליישמאן שרייבט אינעם "פתח דבר" איז דער שער "עיקר נקודת החיבור ופנימיותו". שער שלישי - חובת הדעת, וואו עס ווערן ערקלערט וויאזוי די אלע ידיעות און הבנות העלפן ארויס א מענטש למעשה.


דורכגעקוקט דער ספר, איך וויל אביסל מבקר זיין.

דער עיקר יסודישע געדאנק פון דער ספר, דאס אז אלע זאכען פעלן "מציאות", אדער מהות, און נאר דורך א הכרה אין אייבישטער וואס איז דער אמצער שרש פון דער מציאות קען א מענטש אנקומען צו די ריכטיגע מציאות. אנטשולדיג אז איך בין נישט קלאר מסביר דער געדאנק, אפשר אז איר וועט ליינע דער ספר וועט איר פארשטיין. עכ"פ, ארום דער יסוד איז געבויט די גאנצע ספר, און דער מחבר לערנט דאס אריין פשט אין דער אמונה פון בעש"ט אין אחדות הבורא ונה"א וכו'.

ער שטעלט זיך אוועק כאילו ער איז דא מגלה אמעריקע מיט עפעס א נייע וועג אין עבודת ה' וואס וועט קלאר מאכען און מחדש זיין עפעס ריזיגע חידושים, און אויפן וועג האקט ער אויף אלע מינע אנדערע עובדים און פסיכאלאגען און פארגעסט נישט למשל אריינצולייגן אז דער ספר דארף מען נאר בדור הזה וואס איז אזוי מגושם וכו' און אז דורך תורה וכו' ומנהגי ישראל (למשל לבוש, צו וואס ער איז מקדיש א גאנצע הערה ערגעצוואו), ברענגען א מענטש צו דער ריכטיגער מציאות. בקיצור, דער געדאנק איז גאר אלט און מ'רעדט שוין דערפון אין רעליגיע פסיכאלאגיע און פילאסאפיע טויזנטער יארן, פון די מזרח'ישע רעליגיעס ווי בודיזם טאואזים וכו' וואס בויען מער-ווייניגער אלעס ארום דער יסוד, ביז דער עקזיסטענסטלישע פילאסאפיע ביז היינטיגע פסיכאלאגיע, אלעס רעדט ארום דער געדאנק מכל מיני צדדים, דווקא אין יידושקייט קען איך נישט א קלארע מקור אויף דעק נוסח הגם מ'קען עס פארשטייט זיך אריינלערנען אין חסידות וכו'. בקיצור ער אנטפלעקט גארנישט, סך הכל איז ער זיך ממציא א נייע שפראך וואס איז נישט דאס און נישט דאס, איז ממציא נייע ווערטער וואס עקזיסטירען נישט, ווי למשל "מציאותיות", "חיותיות", וכו'. וואס דאס אלס מאכט נאר שווערער צו וויסן וואס ער וויל. איך אליין פארשטיי פון וואס ער רעדט נאר ווייל איך קען דער מושג פון אנדערע פלעצער איך בין שטארק מסופק צו איך וואלט עס פארשטאנען ווען ער איז עס די ערשטע מגלה צו מיר.

כאמור איז דער גאנצער מושג האט קנאפע שייכות מיט יידושקייט, עכ"פ מיט שמירת התורה והמצוות. דער מחבר שרייבט אלעס אז דורך תורה ומצוות "ומנהגי ישראל" ווערט א מענטש מקושר מיט די אמתע מציאות וכו', אבער איז נישט מסביר אדער מוכיח קיין כי הוא זה וויאזוי דאס דארף צו געשעהן. פארשטייט זיך עס פארגעסט נישט צו שרייבן אז דאס איז אלץ נאר שייך ביי יודן וואס האבן א נה"א וכו' א גוי שפירט גוט שער מציאות בעולם הזה וכו'. וואס דאס אלץ איז דברים בלי כל כיסוי ואמת. דער נקודה פון וואס ער רעדט ווייס איך נישט וויאזוי תומ"צ העלפן דערצו, אפשר התבוננות התבודדות מדיטציה העלט א מענטש, אבער אנטון חסידישע גאטשעס האט מיט דעם זיכער גארנישט. און עס זענען דא פונקט אזויפיל גויים וואס קאכן זיך אין דעם אזויווי עס זענען דא יודן וואס אינטרעסירן זיך בכלל נישט דערין און עס פעלט זיי גארנישט אויס.

בקיצור, חוץ ממציא זיין א נייע שפראך געבויט בדרך דרוש אויף פארשידענע חסיד'ישע און קבלה'דיגע מושגים, און דאס מציג זיין כאילו עס איז עפעס אן אויפרייס, איז נישטא אין דער ספר קיין שום בשורה און אוודאי נישט קיין שום הילף. ווער עס וויל זיך באקענען מיט די נושאים זאל לערנען די וואס טוען אין דעם ערנסט, ווי למשל וואס איך האב פריער אויסגערעכנט. (אפשר האט דער מחבר אזוי געטון, עס איז אבער ניכר אז דער גאנצער מהלך איז נישט אויסגעבויט מיט א ברייטקייט און קלארקייט פון די מקורות און יסודות נאר ענדערש, אזויווי אסאך היימישע זאכן, איז דער פועל יוצא פון איין בעל כשרון ובעל דעת וואס די מקורות זיינע זענען זייער שמאל און ממילא טראכט ער אז ער פארשטייט אלעס און האט די פתרון אויף אלע פראבלעמען פון די וועלט, אן האבן מער א ברייטערע מבוסס'דיגע קוק אויף די נושאים).

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:33 pm

· #98624
מען דארף אהעררופן אונזערע פראפעסיאנעלע פאנענטעאיסטן, נשמה יתירה און לולקע ציבעך, צו זאגן זייער מיינונג אויפ'ן ספר.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 19, 2013 7:00 pm

· #98638
וואס ער שרייבט ווייס איך נישט, אזויפיל האב איך געזען אז ס'האט א שיינע דעקל.
איך ווייס אבער אז ער העלפט אסאך בחורים ארויסקריכן פון פראבלעמען, ורבים נהנים ממנו עצה ותושי'.

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 7:06 pm

· #98640
יא, מאראנצןזאפט איז גערעכט. די געפ (מלשון gap) צווישן זיינע עצות בע"פ און די מחשבות וואס ווערן דערמאנט אין ספר איז גאנץ גרויס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:27 pm

· #99224
איך לייען מיט דורשט דעם אשכול, כאטש עס קומט מיר נישט אויס צו לערנען צופיל, ליידער נוץ איך אויס די צייט מער פאר קאווע שטיבל און אנדערע לייען מאטעריאל (נאך א מזל די צייטונגען האבן תורה'לעך... כאטשיג דאס!)

אבער ווען איך גיי אריין אין ספרים געשעפט, ווי איך האב טאקע די וואך געטון כדי איינצוקויפן עטליכע חפצים וספרים לכבוד פסח הבעל"ט, ווער איך פארלוירן, הערליכע ספרים, איינס שענער פון צווייטן, מי יתן והיה איך זאל האבן לכה"פ א וואך צייט און אפזיצן דארט, און אדורכלערנען און אדורכלייענען די הערליכע ספרים איינס שענער פון צווייטן... אדער נאך בעסער? כ'האב געלט, כ'קויף זיי אלע, און ברענג זיי אריין אין מיין הערליך דעקארירטע ספרים שטוב וועלכע האט פון האלץ-אויסגעשניצטע ספרים שאפעס, און מיט א באקוועמען בענקל זעץ איך מיר אראפ, מען ווערט פארזינקען אין שיינע טיפע ענינים, מען פארגעסט פון אלע דאגות און איבלען פון עוה"ז, מען שפירט באשיינפערליך דעם עולמך תראה בחייך... (אריין אין פאנטאזיע אשכול).

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:10 pm

· #99312
שמעקעדיג
כ'האב געלט, כ'קויף זיי אלע, און ברענג זיי אריין אין מיין הערליך דעקארירטע ספרים שטוב וועלכע האט פון האלץ-אויסגעשניצטע ספרים שאפעס, און מיט א באקוועמען בענקל זעץ איך מיר אראפ, מען ווערט פארזינקען אין שיינע טיפע ענינים, מען פארגעסט פון אלע דאגות און איבלען פון עוה"ז, מען שפירט באשיינפערליך דעם עולמך תראה בחייך... (אריין אין פאנטאזיע אשכול).

ר' שמעקי... איך זעה דו האסט אויפגעגעבן דיינע פאנטאזיע פון האבן קאונטער-העד-לייטס... און ביסט מקנא מיינע פאנטאזיע'ס...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:18 pm

· #99353
יעצט ביי מעריב זעה איך אז דער בית המדרש האט איינגעקויפט לכבוד פסח נייע חמשה-חומשי-תורה'ס.

ס'האט אן הסכמה פון בית דין צדק - קרלסבורג.
פארוואס דארף א חומש אן הסכמה? הערט.
דער מדפיס האט צוגעלייגט די קריאת ד' פרשיות, נאך יעדע סדרה וואס ס'קען דאן חל זיין אין די קומענדיגע 100 יאהר.
די בעלי מסכימים ברענגן ארויס לשבח די געוואלדיגע אויפטו אז מ'דארף מער נישט מישן "הנה והנה".
טאקע מורא'דיג.
אבער א שורה שפעטער, שרייבט די בית דין בכובד ראש, אז דער מדפיס האט אויף צוגעלייגט די "לשם יחוד'ס" וואס "מ'זאגט" (???) איידער די קריאה פון ד' פרשיות. what the בעילה.
אבער רבוווונננווווו של עוללללם!! טאטע אין הימל העלף!!
די פיר יהי רצון'ס זענען געדרוקט אנהייב ספר, נאך פאר בראשית. קומט דאך אויס אז מ'דארף סייוויי מישן "הנה", צום סאמע אנהייב ספר, נו, אז מ'איז שוין דארט, ביים "הנה", פארוואס נישט דרוקען דארט אלע ד' פרשיות.??
ארטסקרול איז אסור, ווייל מ'דארף זיך מיטשען... אבער אויסצונוצען אפאר BITS צו געדענקען אז פרשת שקלים שטייט אין כי תשא, און פרה אין חקת.. וכו', פארדעם דארף זיך א בית דין אויפהאלטן און שרייבן א עטליכע-1000 ווערטער הסכמה?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:43 pm

· #99375
קאווע טרינקער
what the בעילה.

אייגענס?

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:46 pm

· #99377
ער האט עס אפגעקויפט פון א שווארצן פאסטוך

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 22, 2013 2:00 am

· #99401
נעקסט דרוק איך ספירת העומר'לעך וועלכע האט אויף יעדע נאכט די לשם יחוד, ברכה, און דעם יום, און אויך למנצח/אנא בכח/רבש"ע מיטן אות און ספירה וועלכע מען האט אינזין...
מען לאזט אונז נישט טראכטן! א מין וועלט דאס! אלעס צוליב די פלארייד.

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 22, 2013 8:53 am

· #99435
זר זהב
ער האט עס אפגעקויפט פון א שווארצן פאסטוך

און אריינגעברענגט צו די קדושה.

ברסלבער » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:22 pm

· #99486
שמעקעדיג
נעקסט דרוק איך ספירת העומר'לעך וועלכע האט אויף יעדע נאכט די לשם יחוד, ברכה, און דעם יום, און אויך למנצח/אנא בכח/רבש"ע מיטן אות און ספירה וועלכע מען האט אינזין...
מען לאזט אונז נישט טראכטן! א מין וועלט דאס! אלעס צוליב די פלארייד.

עס איז שוין דא צו באקומען עטליכע יאר, גארנישט קיין וויץ.

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 22, 2013 4:51 pm

· #99542
מענין לענין, אין די באבוב'ע סידור (צלותא דשלמה) שטייט ביי ראש-חודש בענטשען (דער יהי רצון פון רב), "ראש חודש יהיה ביום * (וביום**) הבא עלינו לטובה...

*(הראשון, השני, השלישי, הרביעי, החמישי, השישי, השבת קודש)
**(הראשון, השני, השלישי, הרביעי, החמישי, השישי, השבת קודש)

smartinof » מיטוואך אפריל 3, 2013 9:16 pm

· #101065
אן אלטע שרייבער פון הרב סולובייציק'ס ווערק, ארויס מיט א נייע בוך
📎 20116b.jpg

smartinof » מיטוואך אפריל 3, 2013 9:18 pm

· #101066
העירוני חכם אחד, אז עס איז שוין גאנץ לאנג לאור העולם, סליחה

אביגדור » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 10:30 pm

· #101507
מסורת משה.

אביגדור » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 10:38 pm

· #101509
"בסופה ובסערה" .

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:08 am

· #101554
כמדומה אז דאס שוין עטליכע יאר בשוק הספרים

אביגדור » פרייטאג אפריל 5, 2013 9:07 am

· #101624
קאווע טרינקער
כמדומה אז דאס שוין עטליכע יאר בשוק הספרים


יעצט איז ארויס חלק שלישי.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 5, 2013 5:28 pm

· #101803
הנותן בים דרך
מוסד הרב קוק (אין דער בלאט, אינעם אוצר החכמה AD איז דאס בראשי תיבות "מה"ק") האט איבערגעדרוקט, הערליך שיין, די ספר "הנותן בים דרך".
דער מחבר איז דעם אלעמען באקאנטען הרב יהודה ליב הכהן פישמאן, שפעטער "מיימון".
תוכן הספר, ויכוח צווישען א בקי און א חריף, איזה דרך ישרה.
ס'איז מלא וגדוש מיט... בקיאות און חריפות.
דער חידוש פונעם ספר איז, אז הרב מיימון, איז אין דעם ספר עומד סיי מצד הבקי וסיי מצד החריף.

smartinof » זונטאג אפריל 7, 2013 12:37 pm

· #101978
[ציטאט אראפגענומען]

און חלק שלישי בשרייבט ער דעם לב העברי, זייער גוט באשריבן, לדעתי איז ער דער ערשטער וואס לייגט אראפ די ריכטיגע בילד פון די קארופציא פון יענע צייט, מיינענדיג, די אלע וואס באשרייבען ''פרשת לב העברי" זענען געווענטליך איין זייטיג, אדער קדוש קדוש, אדער טמא טמא, ער באשרייבט ביידע צדדים ריכטיג,, אבער מיין טענה צו אים איז וואס מאכט אזאנע קונצען מיט פארקויפען זיינע ווערק, איך נויטיג מיך נאך און חלק א', ס'נישט צום געפונען
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7