☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » "דו גלייבסט אין ג-ט?"

"דו גלייבסט אין ג-ט?"

470 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16036
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 4:02 pm

· #538987
מי אני #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
ניין. ווייל כ׳הייב נישט אָן צו וויסן ״וויאזוי״ [ואולי עד כדי כך אז כ׳קען ניטאמאל דן זיין איבער ״דירעקט/אינדירעקט״] מצדו ער איז דער בורא ופועל. כ׳ווייס נאר מצד די בריאה אז דער נברא האט א בורא און אז דער נפעל האט א פועל.
די קו המכריע איבער ידיעה איז נישט טאמער ווייסט מען ״וויאזוי״ און ״מצדו״.

צו זאגן א שם ׳תואר׳, דארף איך האבן אן השגה אין ׳דעם׳ וואס איך גיי באטיטלען, און וויסן ״וויאזוי״ ״ער״ איז זיך קונה דעם טיטל.

לאמיר נעמען דעם משל פונעם ׳שפע טל׳ בנוגע טיטלען ראובן אלץ ׳חכם׳. איך רוף אים חכם ווייל כ׳האב זיך עס איבערצייגט הערנדיג פון אים דבר חכמה. אבער דאס איז נאר ווייל כ׳בין איבערצייגט אז ווען נישט אז ער אליין איז א חכם וואלטער נישט געקענט מחדש זיין און זאגן דעם דבר חכמה. לו יצוייר, אבער, אויב ס׳זאל שייך זיין אזא מושג אז ס׳פעלט נישט אויס צו זיין א חכם צו קענען מחדש זיין און זאגן חכמה [הגם, כ׳האב נישט קיין מושג ״וויאזוי״ ס׳קען געמאלט זיין אזא זאך], דאן קעניך נישט זאגן אז ״ער״ (מצדו) איז א חכם. אבער, ווען איך זאג נאך דעם דבר חכמה, קעניך נאך אלץ יוצא זיין עס צו זאגן ׳בשם אמרו׳ און זאגן אז ס׳קומט פון ראובן.

(אולי לדוגמה קומט היינט פאר דעם משל בפועל מיטן AI LLM וואס ס׳גיסט זיך חכמה בשעת ווען איך ווייס אז עריז נישט קיין חכם (ודלא כBlake Lemoine) און וואס ס׳איז יא האביך נאכאלץ נישט קיין ידיעה ומושג ווייל כ׳ווייס נישט ״וויאזוי״ ״ער״ פראדעצירט חכמה)

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 4:29 pm

· #538991
נו, מינאי ומינך תסתייע מילתא. דו זאגסט אז ביי ראובן אין אזא פאל, פון וועמען דו זאגסט נאך די דבר חכמה בשמו, איז עס א דבר חכמה בלא אים געבן די תואר פון ״חכם״. וכן היא הכא לגבי די תואר ״בורא״: דו זאגסט נאך די בריאה בשמו פון ״ג-ט״, אָן אים געבן דעם תואר ״בורא״. ודון מינה אויף יעדעס סארט תואר, ואפילו תוארים פון ״אים״, ״עפעס״ וכדומה (נאך מער ווי ביים משל פון ראובן, וואס אנדערע תוארים איז כאטש יא שייך זיך צו באציהען דערצו). און דאס זאג איך מיט׳ן זיך באציהען צום (צד) בריאה ורק בשלילה אָן דעם נעקסטן סטעפּ - אזוי ווי די חכמה אָנעם ״חכם״.

דו ווילסט דאך אבער דא יא געבן דעם (פּאזיטיוון) תואר פון ״בורא״ פאר ג-ט, היפך דעם משל וואס דו זאגסט.

‏איך האב טאקע פריער צוגעברענגט ווי מ׳קען באטראכטן דאס געדאנק פון ״ג-ט״ ווי סעף-פּראָגרעמינג סוּפּערקאמפּיוּטער.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 4:50 pm

· #538995
Re:
בורא איז נישט קיין עצמיות׳דיגע תואר אויף וועם מ׳באטיטלט. והא ראי׳ אז דער ווארט בורא אליין זאגט גארנישט, ס׳צווינגט נאך עפעס דערצו, כ׳דארף זאגן בורא-עולם וכו׳ איזעס פינקט ווי זאגן אויף ראובן ׳דער זאגער פון דעם דבר חכמה וואס כ׳האב יעצט געזאגט׳... משא״כ ׳חכם׳ איז א טיטל וואס שטייט פאר זיך אויפן חכם.
מי אני #
דו ווילסט דאך אבער דא יא געבן דעם (פּאזיטיוון) תואר פון ״בורא״ פאר ג-ט, היפך דעם משל וואס דו זאגסט.

דו ווייסט וואס איך וויל? הלוואי ׳איך אליין׳ זאל וויסן... 😉


איך וועל זיין זייער צופרידן האבענדיג דעם הייליגן בעל ׳שפע טל׳ס׳ אמונה:
והנה, הם שני חלוקות בבחינת ההשגה באין סוף ב״ה דהיינו חלוקה אחת שהוא נגלה ונודע לנו מצד הנע״שים והנו״צרים והנבר״אים והנאצ״לים ידיעה מבוררת וגלוייה כאלו הוא לנגד עינינו ונוכח פנינו וחלוקה שנית שהוא נעלם ונסתר מצד עצמותו ומהותו ב״ה עד שאין בו שום השגה וידיעה כלל, וכמו שאמר פילסוף א-לקי תכלית שנדעך הוא שלא נדעך וכו׳

דער חקירה צו ״כאלו״ הייסט ׳פאזעטיוו׳ וכו׳ אדער וואס העליך לאזן פאר דיר...

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 5:17 pm

· #538996
איך זעה נישט פארוואס ס׳זאל זיין א חילוק צווישן דעם תואר ״חכם״ און דעם תואר "בורא" דא. ביים תואר ״חכם״ פעהלט אויך אויס א סאָבּיעקט/נושא צו זאגן אין וואס ער איז א חכם אין: א גוטע תפוסה? א גוטע זיכרון? אנאליטישע חכמה? פראקטישע חכמה? תורה? חכמות חיצוניות? אלעס? אא״וו. ביי ״בורא״ איז דאס זעלבע. ובפרט וואו דו ווילסט לכאורה עפּלייען ״בורא״ צו עני און אלע סאָבּיעקטן אויף וועלכע ״בורא״ קען חל זיין.

ווידעראום אויב ווילסטו מאכן א חילוק אז ״חכם״ בכלל איז א תואר עצם (כמו ער איז דאס אטאמאטיש בכל עת), משא״כ התואר ״בורא״ איז מער א תואר מקרה כשפועל איזה בריאה, איז דאך דאס נאך א גרעסערע פראבלעם אין עפּלייען דא דעם תואר, ופשוט. אבער אזוי צי אזוי ליידט דאך אפילו אזא סארט תואר עצם ווי ״חכם״ אויף ג-ט, און אויף דעם זעלבן סארט וועג פון רק בהבריאה, אויך פון דעם זעלבן פראבלעם ככל הנ״ל: אפילו אויב דו זאגסט דאס רק מצד החכמה הנמצא בעולם, געבסטו דאס דאך אין א פּאזיטיוו סענס אויף ג-ט, וממילא האסטו יא א ידיעה בו.

ווי איך האב געזאגט, איז לכאורה פשט דא:
״בורא (אין דעם קאנטעקסט) = בריאת העולם ווערט נישט נסבר בתוך זיך אליינס״.
די חלק השלילה.
בְּתוֹךְ עַמִּי #
איך וועל זיין זייער צופרידן האבענדיג דעם הייליגן בעל ׳שפע טל׳ס׳ אמונה:
והנה, הם שני חלוקות בבחינת ההשגה באין סוף ב״ה דהיינו חלוקה אחת שהוא נגלה ונודע לנו מצד הנע״שים והנו״צרים והנבר״אים והנאצ״לים ידיעה מבוררת וגלוייה כאלו הוא לנגד עינינו ונוכח פנינו וחלוקה שנית שהוא נעלם ונסתר מצד עצמותו ומהותו ב״ה עד שאין בו שום השגה וידיעה כלל, וכמו שאמר פילסוף א-לקי תכלית שנדעך הוא שלא נדעך וכו׳

דער חקירה צו ״כאלו״ הייסט ׳פאזעטיוו׳ וכו׳ אדער וואס העליך לאזן פאר דיר...
דו קענסט גלייבן וואס דו ווילסט; אפילו gross הגשמה אויך. וואס איך זאג אבער איז אז דו קענסט נישט קומען און פרעגן א מענטש (בפרט עקיוּזיטאָרי און אז מ'קען נישט פטר'ן פונעם דין) "צי ער גלייבט אין ג-ט?", בו בעת ווען דו מוטשעסט דיך מיט חילוקים (וועלכע זענען צום בעסטענסט דוחקים) דאס צו דעפינירן, און דו דרייסט מיט'ן צינג אז מ'קען יא, איך מיין נישט, איך מיין יא, פארשטיין וואס די נושא השאלה איז דא. אט דאס איז דאך נושא האשכול הלז שפתחתי. אין קורצן, ווי דער רמב"ם שרייבט דערביי (מו"נ ח"א פ"נ ופנ"ט), ודומו סלה.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 8:33 pm

· #538997
Re:
מי אני #
‏זיי זענען דארט מבאר אין פרק נז]
וועם צוטירסטו דא? דער לינק איז כנראה צובראכן.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 8:58 pm

· #538998
מי אני #
וואס איך זאג אבער איז אז דו קענסט נישט קומען און פרעגן א מענטש (בפרט עקיוּזיטאָרי און אז מ'קען נישט פטר'ן פונעם דין) "צי ער גלייבט אין ג-ט?", בו בעת ווען דו מוטשעסט דיך מיט חילוקים (וועלכע זענען צום בעסטענסט דוחקים) דאס צו דעפינירן, און דו דרייסט מיט'ן צינג אז מ'קען יא, איך מיין נישט, איך מיין יא, פארשטיין וואס די נושא השאלה איז דא. אט דאס איז דאך נושא האשכול הלז שפתחתי.
ווער מוטשעט דא, איך אדער דו 😉 😂

זיך צו בוחן זיין צו מען גלייבט אין ג-ט דארף מען נישט זיין א פילוסוף און חקרנ׳ן איבער וואס ג-ט איז און וואס כ׳קען יא זאגן און וואס נישט (נאר אדרבה, כידוע קענעס שאטן פאר די אמונה, עכ״פ פאר געוויסע). ווער ס׳איז ביי דעם מיינונוג: אז די גאנצע עולם ומלואה איז מחודש דורך א מחדש וואס האט עס ממציא געווען, הרי זה נקרא ׳מאמין׳. און קען זאגן בפה מלא אז ״ער גלייבט אין ג-ט״.

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 9:28 pm

· #539000
דו מוטשעסט דיך. פון איין זייט ווילסטו בשו״א נישט זאגן אז דו האסט א שום השגה אין ג-ט. דערנאך פון די אנדערע זייט ווילסטו אבער דאך אָנהאלטן עפעס א פּאזיטיווע אפטייטש אין דעם, און זאגן אז ער איז דער ״בורא ומחדש״, מכח דעם וואס דו זעהסט (כעין?) פעולות בהעולם. דאס איז אבער מנוגד צו זאגן אז דו האסט נישט קיין ״שום״ השגה בו. וככל הנ״ל באריכות.

יעצט, דו קענסט זאגן אז מ׳נעמט נישט אָן עיקר הג׳ של הרמב״ם, אדער אז עס גייט נישט אזוי ראדיקאל ווי דער רמב״ם נעמט דאס אינעם מו״נ. אבער טאמער נעמסטו דאס יא אָן, צי עכ״פ דו געבסט די מעמד וואלידיטי, איז דאן מיין פראבלעם מיט׳ן שחר פון פרעגן דעם שאלה פון ״דו גלייבסט אין ג-ט?״ במקומה עומדת.

אין אנדערע ווערטער, אוודאי קען איינער זאגן אז ער ״גלייבט אין ג-ט״. למשל טאמער דער איינער גלייבט אין א גאט מוגשם מיט א לאנגע ווייסע בארד וכו׳. ער זאגט דאך בפירוש פּאזיטיווע תוארים אויף גאט. אבער טאמער איז מען מודה אז מ׳קען נישט זאגן קיינע פּאזיטיווע תוארים אויף דעם מושג פון ״ג-ט״, ומכח עיקר הג׳ של הרמב״ם, וואס אין דעם זענען אויך נכלל די תוארים פון ״מחדש ובורא״ (ואפילו דעם תואר פון ״מצוי״, ווי ערווענט באריכות), דאן האט די שאלה פון ״דו גלייבסט אין ג-ט?״, נישט קיין שחר בכלל ובפרט אויף צו סטעמפּלען איינעם ״כופר״ דאדורך, טאמער געבט ער נישט קיין עסענטיוו ענטפער דערצו. און דאס איז טראץ די חילוקים וואס דו, יא, מוטשעסט דיך צו מאכן מיט׳ן דרייען מיט׳ן צינג אז מ׳קען נישט זאגן קיין תואר אויף דעם, אבער מ׳קען יא.
בְּתוֹךְ עַמִּי #
מי אני #
‏זיי זענען דארט מבאר אין פרק נז]
וועם צוטירסטו דא? דער לינק איז כנראה צובראכן.
זיי.

טראלל » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2023 10:55 pm

· #539003
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
איך מיין אז בתוך עמי פילט אז ווען דו זאגסט אז מ'קען נישט מגדיר זיין גאט האסטו מיט דעם אליינס שוין געגעבן א שטיקל הגדרה, די איינציגסטע וועג ארויס פון אלע הגדרות איז טאקע אזא מין שיטה פון דרייען מיט'ן צונג און טאנצן אויף אלע חתונות, אין ולאו ורפיא בידיה.

מי אני » פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 12:49 am

· #539008
אט די קשיא אויף נעגאטיווע טעאלאגיע האב איך דערמאנט דא און דא.

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 12:08 pm

· #539013
Re:
מי אני #
ולדאבונינו איז אבער דער טיפש אט דער וואס איז ליידער יא עוסק בדיבורו בזה, און האט נאך טענות קעגן אנדערע מיט'ן רעדן און שטעלן די סארט פראגעס פון "דו גלייבסט אין ג-ט?"
כ׳הייב ערשט יעצט אָן צו כאפן דער עומק פון דיין פראבלעם, וואסיז לכאורה צושטאנד געקומען ווייל דער חכם האט זיך צוגעהערט צו פטפוטי ההמון מיטן מביט פון זיין שכל... 😉

לדעתי אבער, ווען אידן [אפילו טיפשים] רעדן צווישן זיך, ליגט דערינטער און מ׳קען דארט געפינען מרגליתא טבא. ווייל ווי כ׳שרייב דא איז שייך לדעתי עס צו סימפלעפייען, כזה:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
זיך צו בוחן זיין צו מען גלייבט אין ג-ט דארף מען נישט זיין א פילוסוף און חקרנ׳ן איבער וואס ג-ט איז און וואס כ׳קען יא זאגן און וואס נישט (נאר אדרבה, כידוע קענעס שאטן פאר די אמונה, עכ״פ פאר געוויסע). ווער ס׳איז ביי דעם מיינונוג: אז די גאנצע עולם ומלואה איז מחודש דורך א מחדש וואס האט עס ממציא געווען, הרי זה נקרא ׳מאמין׳. און קען זאגן בפה מלא אז ״ער גלייבט אין ג-ט״.

נאר כ׳האב שוין גראדע אליין בייגעוואוינט פון קראנקע ׳פערסאנאלעטי דיסארדערד׳ מענטשן און כידוע ליודעים איזעס אזוי, אז זיי גלייכן צו ניצן דעם טערמין ג-ט און רעליגיע אלץ אן איגאיסטישע מעניפאלעישן טול, וואס מ׳דארף זיך טאקע באהיטן פון זיי און זיך נישט לאזן. אבער דיין מהלך דא @מי אני וועט כידוע 0 משנה זיין ווען ס׳קומט צו די חברה....

מי אני » מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 6:17 pm

· #539021
יא יא. ואולי קען מען מיט דעם טייטשן דעם ירושלמי בסוף ברכות (פ״ט ה״ה) רבי יונה בשם רבי יוסי בן גזירה כל פיטטיא בישין ופיטטיא דאורייתא טבין, כל כדבייא בישין וכדבייא דאורייתא טבין ע״ש. והיינו, אז די פיטטיא, שהן דברים בטלים, וכדבייא, וועלכע זענען כזבים, של ההמון בענין אלקות ותוארים על הא-ל וועלכע זענען לפי האמת דברים בטלים וכזבים, איז אבער טבין ווען עס ברענגט דאס געפיהל צו דעם לימוד ושמירת האורייתא. און ווי געזאגט דורכאויס דעם אשכול, דארף די פאקוס זיין אויף וויאזוי מ׳פירט זיך במעשה בשמירת מצות התורה והלכה, ווי איידער וואס ״מ׳האלט און מ׳גלייבט״ בדעת.

און מיט דעם קען מען אולי ווייטער טייטשן דעם פסוק בקהלת (ד ט) טובים השנים מן האחד אשר יש להם שכר טוב בעמלם. והיינו, אז ווען מ׳געבט תוארים על הקב״ה איז דאך די פראבלעם דערין להרמב״ם מיט דעם וואס דאס איז נגד האמת, וויבאלד עס גייט קעגן אחדותו און איז א פארעם פון שניות. אבער עס האט דאך א מקום ווען עס איז מחזק שמירת התורה אשר יש לו שכר טוב בעמלו. וכעין מש"כ הרמב"ם במו"נ ח"ג פכ"ח לגבי אמונות הכרחיות לההמון בנוגע זייער קאנסעפּשאן פון "ג-ט".

דאס אלעס דערמאנט פון וואס שד״ל האט זיך מתלונן געווען נגד שיטת הרמב״ם:
כי מה מצא הרמב"ם עָוֶל באמונת זקנינו? ההגשמה, סעודת לויתן, השמות, הקמיעין, וכיוצא באלה. ומי יזיקו האמונות האלה לשלום החברה? אבל היהודי המאמין לכל דברי זקניו היה מאמין כי יש למעלה ממנו עין רואה ואוזן שומעת וכל מעשיו בספר נכתבים, והיה מאמין כי עיני ה' משוטטות בכל הארץ והשגחתו מתפשטת על הגדולים ועל הקטנים בשוה, על החכמים ועל הפתאים, על הטובים ועל הרעים, על האדם ועל הבהמה; ומזה היה נמשך, שהיה פחד אלקים לנגד עיניו תמיד ושהיה מרחם על בני אדם כלם, וגם על בעלי חיים כי מעשי ידי האל כולם, וכולם מושגחים מאתו יתברך.

מעתה הגע בעצמך, איש יהודי תמים מאותם אנשי צרפת (שהלעיג הרמב"ם עליהם באגרתו אל בנו) שהיו אוכלים בשר השור שלוק, מטובל בחומץ ובשומים, והיו חושבים שהאל קרוב לתפלותיהם בקראם בתלמוד וזולתו מחבורי ראשי הישיבות. ואיש אחד פילוסוף המבקש לקנות שלימתו האחרון בידיעת כל מה שביכולת האדם לדעתו, אמור נא למי משניהם תפנה אם תצטרך לעזרה...
הגם אט דאס איז דאך בעצם די אמונות הכרחיות וואס דער רמב״ם האט טאקע איבערגעלאזט פאר׳ן המון עם מהאי טעמא, וכדביאר במו״נ ח״ג פכ״ח.
בְּתוֹךְ עַמִּי #
נאר כ׳האב שוין גראדע אליין בייגעוואוינט פון קראנקע ׳פערסאנאלעטי דיסארדערד׳ מענטשן און כידוע ליודעים איזעס אזוי, אז זיי גלייכן צו ניצן דעם טערמין ג-ט און רעליגיע אלץ אן איגאיסטישע מעניפאלעישן טול, וואס מ׳דארף זיך טאקע באהיטן פון זיי און זיך נישט לאזן.
דאס דערמאנט מיר אביסל לגבי וואס איך האב דא געשריבן און פריער דערמאנט בענין הגדרת ״הכרת הא-ל״ במעשים של האדם:
מי אני #
מען פארשטייט אז דער מאראלישער אטעאיסט העוסק בחכמה ובמושכלות איז א גרעסערער ״מכיר ועובד ה׳״ ווי דער שטארק גלויביגער טעראריסט וואס הרג׳עט מענטשן בפירוש בשם רעליגיע והשם (אזא סארט ״הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו״). ודון מינה וכו׳.
בְּתוֹךְ עַמִּי #
דער שפע טל שרייבט:
והנה, הם שני חלוקות בבחינת ההשגה באין סוף ב״ה דהיינו חלוקה אחת שהוא נגלה ונודע לנו מצד הנע״שים והנו״צרים והנבר״אים והנאצ״לים ידיעה מבוררת וגלוייה כאלו הוא לנגד עינינו ונוכח פנינו וחלוקה שנית שהוא נעלם ונסתר מצד עצמותו ומהותו ב״ה עד שאין בו שום השגה וידיעה כלל, וכמו שאמר פילסוף א-לקי תכלית שנדעך הוא שלא נדעך וכו׳
דער חקירה צו ״כאלו״ הייסט ׳פאזעטיוו׳ וכו׳ אדער וואס העליך לאזן פאר דיר...
איך וואלט געזאגט אז מ׳קען טייטשן דעם ״כאילו״ דא עפ״י דעם ״עז איף״ איך דערמאן דורכאויס דעם אשכול. וכעין מה שמצינו לגבי תפילה באו״ח סימן צח סעיף א:
ויחשוב כאלו שכינה כנגדו ויסיר כל המחשבות הטורדות אותו עד שתשאר מחשבתו וכוונתו זכה בתפלתו, ויחשוב כאלו היה מדבר לפני מלך בשר ודם היה מסדר דבריו ומכוין בהם יפה לבל יכשל, קל וחומר לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה שהוא חוקר כל המחשבות. וכך היו עושים חסידים ואנשי מעשה שהיו מתבודדים ומכוונין בתפלתם עד שהיו מגיעים להתפשטות הגשמיות ולהתגברות כח השכלי עד שהיו מגיעים קרוב למעלת הנבואה
וויבאלד אט די ״כאילו״ ברענגט א בּיהעיוויארעל פעולה פונעם מענטש למעשה בפועל.

***

לגבי דעם חילוק צווישן אמונת ותורת אברהם אבינו ע״ה ואמונת ותורת משרע״ה, טוהט דאס הרב יצחק לאווי/@לעיקוואד דורך אין די שיעור בדרך אחרת. והיינו, אז משרע״ה האט געהאט אַן אייקאנאקלאסטיק צוגאנג לעקור ע״ז ובדרך מלחמה וכפייה. משא״כ אברהם אבינו׳ס מהלך איז געווען מער פילאזאפיש ובדרך וויכוח, כדי לעקור המחשבת ע״ז אף משכלו של אדם; צו הרג׳ענען דעם איידיע דערפון אויך. און דאס איז א שטערקערע צוגאנג. (די מדרש בב״ר לח יג איבער אברהם ששיבר צלמי אביו, איז ארויפגעשטעלט דרכו של משרע״ה על אברהם.)

ער זאגט אז דעריבער האט דער רמב״ם געשטעלט הלכות מלכים משיח ומלחמות צום סוף פונעם יד החזקה, ווייל ער האט דאך אויסגעשטעלט זיין משנה תורה אין 14 חלקים, נגד די 10 שכליים און 4 יסודות פונעם אריסטאטעליען מאדעל וועלכע ער האט אָנגענומען. און עס קומט אויס אז עס איז א היארארכיע, וואו החשוב חשוב קודם און וואו ער הייבט טאקע אָן מיט מציאות ה׳ ומעשה מרכבה. וממילא איז די צוגאנג פון א נאציאנאליסטישע טרייבּעליסטישע סארט משיח ומלחמותיו, פון די לעצטע בחשיבות; נאר טאמער דאס איז מוכרח, דאן ברענגט ער די הלכות וואס זענען נוגע לזה. אבער בעצם דארף מען דאס מנאץ זיין בתחילתו, וואס די עיקר איז סתם אזוי לדעת את ה׳ וחכמה בכל אופן שיהיה. דאס איז אין איינקלאנג מיט וואס איך האב דא געשריבן בנוגע משיח.

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 3:13 pm

· #539179
וואלטעיר
וואלטעיר האט געשריבן א גאר קורצע נאוועלע, אפצושפעטן פון די פילאזאפישע חקירות איבער ״ג-ט״ נגד די פונעם פשוט׳ן מענטש וועלכע האבן השלכות על התנהגותו. דאס איז אין די פארעם פון א שמועס צווישן לאָגאָמאַכאס דער פילוסוף, און דאנדינדאק דעם פשוט׳ן מענטש.

פאלגענד איז א פרייע איבערזעצונג דערפון:

לאָגאָמאַכאס: לא׳מיר זעהן אויב דו ווייסט דיינע פּרינציפּן. פארוואס דאווענסטו צו ג-ט?

דאנדינדאק: ווייל עס איז ריכטיג צו דינען דעם אויבערשטן פון וועמען מיר האבן אַלס.

לאָגאָמאַכאס: נישט שלעכט פאר א בּאַרבּאַריען! און וואס בעהטסטו פון אים?

דאנדינדאק: איך דאנק אים פאר די בענעפיטן פון וואס איך האב הנאה, און אפילו פאר די קראנקהייטן מיט וועלכע ער פרובירט מיך; אָבער איך היט זיך נישט צו בעטן פון אים עפּעס; ער ווייסט דאך בעסער פון אונז וואס מיר דארפן, און דערצו האב איך מורא צו בעהטן ביי אים א גוטן וועטער אין די צייט ווען מיין חבר בעהט גאר פאר רעגן.

לאָגאָמאַכאס: אַה! איך האָב געמײנט אז ער װעט זאגן עפּעס נאַריש. לא׳מיר ווידער אנהייבן ווייטער צוריק. בּאַרבּאַריען, ווער האט דיר געזאגט אז עס איז דא א ג-ט?

דאנדינדאק: דאס׳ן זעהן דאס נאטור.

לאָגאָמאַכאס: דאס איז נישט גענוג. וואספארא קאַנסעפּשאן האסטו פון ג-ט?

דאנדינדאק: דער געדאַנק פון מיין באשעפער, פון מיין האַר, וואס וועט מיר באלוינען אויב איך טוה גוטס, און וואס וועט מיר באשטראפן אויב איך טוה שלעכטס.

לאָגאָמאַכאס: אלעס גאַרבּעדזש און נארישקייטן! לא׳מיר צוקומען צו עיקרים. איז ג-ט בלי גבול סעקונדום קוואַד, אָדער אין מהות?

דאנדינדאק: איך פארשטיי דיר נישט.

לאָגאָמאַכאס: נאַר! איז ג-ט אין איין אָרט, נישט בתוך ״ערטער״, אדער אין אלע ערטער?

דאנדינדאק: כ׳האב נישט קיין אַנונג. וויאזוי דו ווילסט.

לאָגאָמאַכאס: דאָלט! איז עס מעגליך אז וואס איז שוין געווען זאל נישט האבן געווען, און קען א שטעקן דען נישט האבן צוויי עקן? זעהט ג-ט די צוקונפט ווי צוקונפט אָדער ווי די הווה? וויאזוי ברענגט ער ארויס דעם יקום פון קאַיִן, און ווי אזוי פארניכטעט ער א ישות?

דאנדינדאק: איך האב נאך קיינמאל נישט דורכגעטוהן די זאכן.

לאָגאָמאַכאס: א מין דומקאפ! זאג מיר, מיין חבר, האלטסטו אז חומר קען זיין לעולם?

דאנדינדאק: וואס פאר א נפק״מ איז דאס צו מיר און פארוואס זאל דאס מיר אינטרעסירן צי חומר עקזיסטירט פאר אייביג אדער נישט? איך עקזיסטיר נישט פאר אייביג. ג-ט איז שטענדיג מיין האַר; ער האט מיר געגעבן דעם באַגריף פון יושר, און איך מוז אים נאכפאלגן; איך וויל נישט זיין קיין פילאזאף, איך וויל זיין א מענטש.

לאָגאָמאַכאס: די דומקעפּ זענען צרות! לא׳מיר ג׳יין פּאמעליך. וואס איז ״ג-ט״?

דאנדינדאק: מיין האַר, מיין שופט, מיין טאטע.

לאָגאָמאַכאס: נישט דאס פרעג איך דיר. וואס איז זיין נאטור?

דאנדינדאק: צו זיין ביכולת און גוט.

לאָגאָמאַכאס: אבער איז ער א גשם אדער נישט?

דאנדינדאק: וויאזוי זאל איך וויסן?

לאָגאָמאַכאס: וואס?! דו ווייסט נישט?!

דאנדינדאק: וואס עפעס זאל איך דאס וויסן? וואס פאר א נוצן וואלט עס מיר געברענגט? וועל איך דאדורך זיין איינער מיט מער יושר? וועל איך דאדורך זיין אַ בעסערער מענטש, אַ בעסערער טאטע, אַ בעסערער בעל־עגלה, אַ בעסערער בירגער?

לאָגאָמאַכאס: עס איז גאר וויכטיג דו זאלסט דאס לערנען און וויסן. עס איז, עס איז… איך וועל דיר שוין זאגן אַן אנדערס מאל.

דאנדינדאק: איך האב מורא אז דו וועסט מיר נישט זאגן וואס ג-ט איז, ווי איידער וואס ג-ט איז נישט.


וואלטעיר האט דארט אויך געשריבן:
Natural philosophy is so little necessary for the conduct of life, that the philosophers had no need of it. It has taken centuries to learn a part of nature's laws. One day was sufficient for a wise man to learn the duties of man

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:04 pm

· #539310
לגבי די קשיא איבער דעם אז זאגן אז מ׳קען גארנישט זאגן אויף ״ג-ט״, איז שוין אטאמאטיש אליינס עפעס געזאגט אויף ג-ט, איז אינטרעסאנט וויאזוי מ׳קען דאס אליינס אָנקוקן ווי א חילוק מצדו ומצידינו. והיינו, אז ביי דעם וועט מען זאגן ווי וויטגענשטיין׳ס לייטער אז נאכ׳ן דאס זאגן, דארף מען איה״נ דאס אליינס אויך אפווארפן. ונמצא מזה אז דאס ווענדט זיך טעמפּאָרעלי בזמן, וואו מעיקרא זאגט מען די פּראפּאזישאן און ״דערנאך״ נעגעיט מען דאס. ווארום, אויב דאס איז אויפאמאל, קענסעלט זיך עס גראד אויס אין צו א ״ניין״. אין אנדערע ווערטער, א ״נישט-יא״ דארף האבן א ״יא״ מקודם על מה לחול.

ועכ״פ נמצא מזה אז מצדינו, וואו אונז זע׳מיר נתון תחת ממשלת מושג הזמן, זאגט מען כאטש אויף דעם מושג פון ״ג-ט״ מקודם אז מ׳קען גארנישט זאגן דערויף, און ״דערנאך״ (בזמן) נעיגעיט מען דאס אליינס אויך, וכוויטגענשטיין׳ס לייטער. משא״כ מצד המושג אליינס איז דאס אפילו מעיקרא אויך נישטא.

דאס גייט בכלל אין איינקלאנג מיט דעם, וואו די חילוק בין הטעאיסט והאטעאיסט איז פשוט אז דער טעאיסט זאגט יא אויף דעם פּראפּאזישאן פון ״ג-ט״ און דערנאך נעגעיט ער דאס, ווי איידער א ״ניין״ מעיקרא.

ואפשר לרמז זה בהפסוק (ישעיה מג י) כי אני הוא לפני לא נוצר אל ״ואחרי לא״ יהיה. והיינו, אז ביים מושג פון ״ג-ט״ פעהלט אויב אַן ״אחרי״ וואו מ׳זאגט א ״לא״ און מ׳נעגעיט אט די פּראפּאזישאן וואס מ׳האט געזאגט מקודם. ועוד יותר, דער אברבנאל איז דארט מפרש אז שם הוי׳ אליינס ווייזט אויף המציאות אשר הוא לו בעצמו (ועיין במו״נ ח״א פס״א), וואס דאס איז לא יכילהו רעיון ולא ישלוט בו לשון, ווי אויך המציאות אשר לו בדברים הנמצאים שהמציא ומהוה. אויף די ערשטע סארט איז נישט שייך קיין שום התייחסות והצטרפות, ולכן וועט דאס נישט דערמאנט ווערן צוזאמען מיט קיין שום כינוי. די צווייטע סארט איז זיך שוין יא מתייחס לנבראים, ולכן ווערט דאס דערמאנט צוזאמען מיט כינויים ווי ״צבא-ות״ וכדומה ע״ש. ולפי״ז אפשר לומר אז דאס איז אויך, לדרכינו, א רמז אינעם פסוק (שם מד ו) ה׳ צבא-ות אני ראשון ואני אחרון ומבלעדי אין אלהים. והיינו, אז לגבי הנמצאים, וואס כלפיהם שטעלט מען צאם די כינוי פון ״צבא-ות״ מיט׳ן שם הוי׳ ב״ה וכדברי האברבנאל, וואס זיי זענען נכנע תחת שליטת הזמן און דעם טעמפּאָרעל ענין פון ״ראשון ואחרון״, איז לגבי מושג ״אלקים״ פעהלט אויס א נעגעישאן, אַן ״אין״, לאחרון, אויפ׳ן פּראפּאזישאן פון ״ג-ט״ וואס מ׳האט מעיקרא געזאגט.

***

לגבי די שאלה פון ״צי דו גלייבסט אין ג-ט?״, פארציילט דייאַדזשעניס ליערשוס איבער דייאַדזשעניס דער ציניק:📎 IMG_6414.jpeg

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:39 pm

· #539323
ובענין אמונה האב איך געקלערט בדרך צחות קצת, אז עס זענען דאך דא (א געמיש פון) צוויי כלליות׳דיגע וועגן וויאזוי מ׳פארלירט דאס אמונה:

1). אז עס ווערט ״צוגענומען״ פון דער מענטש מחמת דרויסענדע סאציאלע פאקטארן וכו׳

2). אז דער מענטש ״פארלירט״ דאס מחמת אינערליכע שכל׳דיגע שוועריקייטן וכו׳

עס איז בדרך כלל צום ערשט מכח דאס ערשטע סיבה, וואס ווערט דערנאך נתחזק פונעם צווייטן סיבה.

די מסקנת הגמרא בב״ק קז:-קח. איז אז אויב א שומר פקדון איז א טוען טענת גנב בשבועה והדר טוען טענת אבד בשבועה, ובאו עדים שאכן הוא הגנב, והודה ששבע לשוא על טענת האבידה, אז וויבאלד ער מאלט למעשה כפל איז ער פטור אויפ׳ן חומש על מה שהודה, ווייל עס איז ממון המחייבו הכפל הפוטרו מהחומש ע״ש הסוגיא. ולדרכינו אפשר לרמז אז אז מעיקרא ווען ער איז א טוען על אמונה טענת ״גניבה״, ש״נגנב״ ממנו מחמת דרויסענדע פאקטארן, אויף דעם קען נאך זיין ״עדים״ והוכחות אים אויפצואווייזן אמונתו; עס איז דאך (נאך) נישט אַן אינטעלעקטשועל סיבה פאר זיין אמונה פארלוסט. דערנאך (און עס איז דוקא אין די סדר, ע״ש בתוד״ה כגון) אבער ווערט דאס שוין אויך א טענת ״אבד״, וואו ס׳ווערט פארלוירן פון ״זיך״ אינערליך מחמת שכליית׳דיגע קושיות און שוועריקייטן. אויף דעם איז צום מערסטענסט דא א ״הודה״ וואס קען טרעפן עפעס א מיטל-וועג (וכעין מאמרם של הייזענבערג ובּעיקאן וגם שלמה מיימון), וויבאלד א ״הוכחה״ חותכת איז נישטא פאר׳ן בעל שכל; לא לכאן ולא לכאן.

ולכן איז דער רמז אז פאר אזא איינער, וועלכער איז שוין בא לכלל אינטעלעקטשועל און אפגעווארפן אמונה פשוטה כרגיל, איז ער א משלם ״כפל״, מיינענדיג אז פאר אים קען דאס מושג פון ״ג-ט״ נישט זיין מער צו וואס מען באציהט זיך בנעגעישאן ועפ״י א ״דאָבּל״ נעגעישאן, ״כפל״, און דאס פטר׳ט אים למעשה פון ״חומש״, והיינו די מובן הפשוט פון ״ג-ט״ אלס א כאראקטער ואגענט באיזה מין אופן שהוא, וכמובן הפשוט ווען מ׳לערענט דעם ״חוּמש״.

*

ולגבי הוכחות למציאות הא-ל, איז הגם זיי זענען למעשה טאקע נישט דעמאנסטרעטיוו וכנ"ל, שרייבט דר. עלווין פּלאנטינגא אז דאך יש בהם משום תועלת:
First, [theistic arguments] can move someone closer to theism — by showing, for example, that theism is a legitimate intellectual option. Second, they reveal interesting and important connections between various elements of a theist’s set of beliefs. For example, a good theistic argument reveals connections between premises and conclusions, connections that in some cases can also contribute to the broader project of Theistic philosophy by showing good ways to think about a certain topic or area from a theistic perspective. Examples would be the arguments from counterfactuals, numbers, propositions, sets, and properties. Third, the arguments can strengthen and confirm theistic belief. Not nearly all believers hold theistic belief in serene and uninterrupted certainty; most are at least occasionally subject to doubts. Here these arguments can be useful. Finally, and connected with the last, these arguments can increase the warrant of theistic belief. For me as for most, belief in God, while accepted in the basic way, isn’t maximally firm and unwavering; perhaps it isn’t nearly as firm as my belief in other minds. Then perhaps good theistic arguments could play the role of confirming and strengthening belief in God; in that way, they might increase the degree of warrant belief in God has for me

מי אני » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 8:16 pm

· #539392
דא אויף אייוועלט שרייבט "ווערים":
ס׳נישטא אזויפיל אפיקורסים צווישן אונז, און אדרבה די פראצענטן היינט פונעם ציבור וואס האבן אמונה פראבלעמען איז אסאך אסאך ווינציגער ווי אמאל. ואדרבה קאווע שטיבל יוכיח. איך דריי מיך ליידער דארט פון צייט צו צייט און ס’איז טויט ווי א בית הקברות - ס’דא די זעלבע 10 מענטשן וואס זענען ביזי מיט אמונה טעמעס.
לכאורה מיינט ער אויך מיר, מיט די אשכול, אלס איינע פון די "זעלבע 10 מענטשן וואס זענען ביזי מיט אמונה טעמעס". ס'איז יתכן אז ער מאכט אַן ענליכע טעות ווי איך האב דא צוגעברענגט. ועיין לעיל במה שהעיד @אלפא, וכאן במש"כ @Nanach.

***

דר. משה הלברטל און דר. אבישי מרגלית שרייבן אויך ענליך ווי דר. אלכסנדר בּראָדי:
Maimonides thought that sentences of the type "God is gracious" or "God is wise" in their literal sense have no cognitive meaning. The error in such sentences is worse than falsity, because false sentences have meaning while such sentences do not. This would seem to obliterate the distinction between idolatrous and monotheistic sentences, as any error in the literal ascription of a positive attribute to God is considered an idolatrous error. And if man's purpose is the true understanding of the divinity, then someone who adopts sentences such as "God is wise" in their literal sense is considered not a believer but a confused person — and perhaps even an irreparably confused person

The negation of a theological sentence that is a category mistake, such as "God is wise," yields the sentence "God is not wise," which is also meaningless. Nevertheless, in Maimonides' view there is an important difference between the original sentence and its negation. Among the two meaningless sentences, "God is wise" and "God is not wise," it is permitted to make use only of the positive form of the sentence; only this form creates within the person the proper attitude of respect for the deity, whereas the negative form creates an attitude of disrespect. The distinction between these two sentences is therefore didactic rather than cognitive. The phrase "God is wise" satisfies our conceptions of perfection. Even though these conceptions are not cognitively appropriate to the matter that the sentence is about, within the framework of our limitations this is the best we can do where the deity is involved
זיי ווילן אויפטוהן אז תוארים על הא-ל וועלכע מ'האט אָנגענומען, זענען להרמב"ם מער אלס "שמות" על ה' כדי צו וויסן דעם געדאנק צו וואו (בלשון מושאל) יעדער דירעקטירט זיין עבודה אייניג, ווי איידער אלס "תוארים".

בְּתוֹךְ עַמִּי » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 11:30 pm

· #539396
מי אני #
דא אויף אייוועלט שרייבט "ווערים":
ס׳נישטא אזויפיל אפיקורסים צווישן אונז, און אדרבה די פראצענטן היינט פונעם ציבור וואס האבן אמונה פראבלעמען איז אסאך אסאך ווינציגער ווי אמאל. ואדרבה קאווע שטיבל יוכיח. איך דריי מיך ליידער דארט פון צייט צו צייט און ס’איז טויט ווי א בית הקברות - ס’דא די זעלבע 10 מענטשן וואס זענען ביזי מיט אמונה טעמעס.
לכאורה מיינט ער אויך מיר, מיט די אשכול, אלס איינע פון די "זעלבע 10 מענטשן וואס זענען ביזי מיט אמונה טעמעס". ס'איז יתכן אז ער מאכט אַן ענליכע טעות ווי איך האב דא צוגעברענגט. ועיין לעיל במה שהעיד @אלפא, וכאן במש"כ @Nanach.

נישט האבן ״אמונה פראבלעמען״ = ״אמונה/מאמין״? אתמהה?!

מי אני » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:23 am

· #539421
די רעדע דארט איז נישט איבער מאכן מענטשן אין צו ״אמת׳ע (יא) מאמינים״, ווי איידער צו העלפן נגד זה פון דאס אז מענטשן ווערן שוין ״נישט מאמינים״, והיינו כופרים. ואפילו בזה איז איה״נ אז ס׳איז טאקע נישט אז טאמער האט מען ״פראבלעמען מיט אמונה״ איז מען שוין ״נישט א מאמין״, אבער די קאנטעקסט דארט איז איבער דעם ״אמונה קריזיס״ ווי ארויסגעברענגט אין וועקער 9, וואו די ״פראבלעמען מיט אמונה״ ווערן שוין גענוג מאסגעבענד אים שוין צו טאקע קוואליפיצירן אלס ״נישט מאמין״.

לאגיש גערעדט, איז וואס דו זאגסט איז אז עס איז סיי נישט אמת אז:
~(שטארקע) אמונה פראבלעמען ← מאמין

און סיי איר קאנטרעפּאזיטיוו פונקט אזוי אויך נישט:
~מאמין ← (שטארקע) אמונה פראבלעמען

ס׳שייך צו זיין א ״נישט מאמין״ אָנע אמונה פראבלעמען אויך.

וואס די רעדע דארט אבער איז, איז איבער די אינווערס פונעם ערשטן פּראפּאזישאן:
(שטארקע) אמונה פראבלעמען ← ~מאמין

וואו די סארט שטארקע אמונה פראבלעמען מאכן אים שוין אויס מאמין, וממילא די קאנטרעפּאזיטיוו דערפון אויך:
מאמין ← ~ (שטארקע) אמונה פראבלעמען

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 10:27 am

· #539425
מי אני #
וואס די רעדע דארט אבער איז, איז איבער די אינווערס פונעם ערשטן פּראפּאזישאן:

און אויף דעם בינעך זיך מחולק: ווייל ״אמונה״ איז אן אנדערע מושג ווי ״לאגיק״ בכלל. ״אמונה פראבלעמען״ איז אין די לאגיק לעוועל, אבער ״אמונה״ אליין עקזיסטירט אפילו אָן די כלי ההגיון...

(כ׳ווייס נישט וויאזוי עס צו שטעלן מיט די לאגישע סימבאלן, ס׳אזוי ווי צו זאגן אז א׳ איז נישט גרין אדער ב׳ איז נישט געיל, הגם ס׳קען זיין א גרינע א׳...)

[אוודאי פארלאנגטסעך פונעם מענטש ממשיך צו זיין דעם ׳אמונה׳ אינעם שכל ומחשבה ווי מער, אבער נישט דאס איז די רעדע דא, און אדרבה, מיין געפיל זאגט מיר אז דער וואס ״אמונה״ איז נישט קיין טעמע ביי אים, האט למעשה ווייניגער דערפון במחשבה דיבור ומעשה ווי דער וואס איז עוסק אין דעם און למעשה בפועל איזער מקיים תומ״צ כעין דאס וואס דו @מי אני זאגסט אז דער טעסט איז דער קיום התומ״צ בפועל]

מי אני » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 10:49 am

· #539426
יא יא. אויב אין די דאָמעין אָוו דיסקאָרס דא איז מיט "מאמין" מיינט מען דא "שומר הלכה", דאן איז עס טאקע נישט אמת אז:
(שטארקע) אמונה פראבלעמען ← ~מאמין

וואס דאס מיינט דאך דא:
(שטארקע) אמונה פראבלעמען ← ~שומר תומו"צ

ווארום, ווי די טעזע מיינער אויסגעשמועסט דורכאויס דעם אשכול, דארף מען טאקע אפצוטיילן שמירת התומו"צ פון "אמונה" - הן אז די לאגיק ושכל המבסס את שמירת התומו"צ, והן אז די געפיהל המבסס אותה, דארף נישט צו זיין מקושר מיט דאגמאטישע קלעימס פון "אמונה". ווי געזאגט, איז אבער די דעפינישאן פון "מאמין" דארט ביים אייוועלט שמועס איבער דעם צי דער מענטש גלייבט בדעת אין עניני דאגמא. און אין אזא פאל איז עס יא אמת אז:
(שטארקע) אמונה פראבלעמען ← ~מאמין

ווייל ווי הרב דר. נתן סליפקין ברענגט ארויס בעניני אמונה בדאגמא, איז איה"נ דא דעם געדאנק אז "פון א קשיא שטארבט מען נישט", וויבאלד, ווי דו זאגסט טאקע, זענען אפילו דאגמאטישע אמונה קלעימס אליינס ל"ד אָנגעוואנדן אין ריין לאגיק. אבער עס איז אלס דא "די" קשיא ופראבלעם פאר'ן מענטש, וואס אט דאס מיין איך מיט די איינגערינגעלטע "(שטארקע)", וואס דאס ברענגט עס אים שוין יא אונטער.

*

מ׳טרעפט דעם געדאנק פון געפיהל למצוה, ולכאורה אלס ביסוסה, אינעם רמב״ם בסוף הל׳ לולב (פ״ח הט״ו):
השמחה שישמח אדם בעשיית המצוה ובאהבת הא-ל שצוה בהן, עבודה גדולה היא. וכל המונע עצמו משמחה זו ראוי להפרע ממנו שנאמר (דברים כח מז) תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב.
און דער מגיד משנה איז דארט מפרש:
ועיקר הדבר הוא שאין ראוי לו לאדם לעשות המצות מצד שהן חובה עליו והוא מוכרח ואנוס בעשייתן, אלא חייב לעשותן והוא שמח בעשייתן ויעשה הטוב מצד שהוא טוב ויבחר באמת מצד שהוא אמת ויקל בעיניו טרחן ויבין כי לכך נוצר לשמש את קונו, וכשהוא עושה מה שנברא בשבילו ישמח ויגיל, לפי ששמחת שאר דברים תלוים בדברים בטלים שאינן קיימים אבל השמחה בעשיית המצות ובלמידת התורה והחכמה היא השמחה האמיתית. וזהו ששלמה בדרכי מוסרו שבח שמחת החכמה ואמר (משלי כג טו) בני אם חכם לבך ישמח לבי גם אני.
דער דברי ירמיהו איז דארט מבאר ווייטער:
כי בלתי מספיק אם ידע האדם החכמה אם גם אור לו בשכלו, אם לא גם מצאה משכן גם בלבבו תסכים עם הרגשותיו וישמח עמה אז יהיה נשמר מחטא ועון כי לא יחליף נעימות החכמה אשר הולך אחריו טוב נחלתו בעד נעימות העולם תוריד לבאר שחת. וע"ז אמר (משלי ב י) כי תבוא חכמה בלבבך ודעת לנפשך ינעם, כי השכל עם הרגשת הלב יתאחדו אז יהיה כחומה בצורה נגד היצר הרע להשמרו ממצודה רעה
***

וואלטעיר האט געשריבן:
Without a thought, philosophers fall almost always into the ideas of the common herd, in supposing God to be jealous of His glory, to be choleric, to love vengeance, and in taking rhetorical figures for real ideas. The interesting subject for the whole universe, is to know if it be not better, for the good of all mankind, to admit a rewarding and revengeful God, who recompenses good actions hidden, and who punishes secret crimes, than to admit none at all

The question is then asked whether a nation of atheists can exist; it seems to me that one must distinguish between the nation properly so called, and a society of philosophers above the nation. It is very true that in every country the populace has need of the greatest curb, and that if Bayle had had only five or six hundred peasants to govern, he would not have failed to announce to them the existence of a God, rewarder and revenger. But Bayle would not have spoken of Him to the Epicureans who were rich people, fond of rest, cultivating all the social virtues, and above all friendship, fleeing the embarrassment and danger of public affairs, in fine, leading a comfortable and innocent life. It seems to me that in this way the dispute is finished as regards society and politics

For entirely savage races, it has been said already that one cannot count them among either the atheists or the theists. Asking them their belief would be like asking them if they are for Aristotle or Democritus: they know nothing; they are not atheists any more than they are Peripatetics
***
If this is possible, when one claims to speak about God according to the apophatic. . . . This voice multiplies itself, dividing within itself: it says one thing and its contrary

Jacques Derrida

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:56 pm

· #539631
לגבי דעם געדאנק במו״נ ח״א פנ״ט אז מדריגת החכם בעניני ידיעת הא-ל איז לפי וואס מער ער ווייסט שולל צו זיין, און דאס אז דאס׳ן זאגן אז מ׳קען גארנישט זאגן איז דאך אליינס עפעס געזאגט, ברענגט מוהרנ״ת צו אין ליקוטי הלכות (או״ח הל׳ נפילת אפיים, הלכה ד אות טו) פון רבו מוהר״ן מברעסלאוו:
אף על פי שהכל אומרים שתכלית הידיעה אשר לא נדע, אבל אין מי שידע פירוש דבר זה בשלימות כי אם מי שאוחז בזה, דהיינו שזוכה לזה על ידי מעשיו הטובים כאשר הבנתי מפי רבינו ז״ל כמבואר בשיחותיו הקדושים. ואז כשזוכה לזה אז הידיעה והעדר הידיעה הכל אחד כי על ידי שניהם דייקא נגמר הידיעה וההשגה. כי שניהם אחד בבחינת תכלית הידיעה אשר לא נדע שהלא נדע בעצמו שהוא העדר הידיעה הוא בעצמו הידיעה. ובאמת אין מי שיבין ענין זה בשלימות כי אם הזוכין לזה, אשרי להם.
ואגב, עיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט פונעם ליקוטי מוהר״ן (ח״א סד) איבער די צוויי מיני אפיקורסות ע״ש.
בְּתוֹךְ עַמִּי #
מיטן אריינריקן equations דא אינעם שמועס, דאכטסעך מיר אז איך הייב אן צו פארשטיין צום ערשטן מאל מעט מזעיר דעם: ׳ולפני אחד מה אתה סופר׳
שפעטער אין אות טז ברענגט צו מוהרנ״ת:
כי הסטרא אחרא הוא בחינת בקשו חשבונות רבים כנ"ל. כי זה ידוע שהשם יתברך הוא למעלה מהמנין והמספר בבחינת לפני אחד מה אתה סופר. וכל עיקר המנין והמספר שהוא בחינת ריבוי מתחיל אחר הבריאה. כי אחר הבריאה יש כמה גוונין ופרטים. ושם שייך מנין שהוא רק במקום הריבוי. וזה הדבר אי אפשר להשיג בשום דעת אנושי איך נמשך הריבוי שהוא בחינת מנין ומספר ממקור האחדות, דהיינו בחינת פעולות משתנות שנמשכין מאחד הפשוט יתברך. כי זה אי אפשר להשיג עכשיו בהדעת כי אם באמונה לבד שממשיכין לנו הצדיקים הגדולים
דא האט @דייטל צוגעברענגט פון אים ענליך בהל׳ עבדים (הלכה ב אות ו).

***

לגבי דעם געדאנק אז די פראבלעם אין עניני אמונה איז ווען ס׳איז ״האומר״, ווערט צוגעברענגט אביסל ענליך אין שיח שרפי קודש (ח״ה) בשם הרבי מקאצק זצ״ל: 📎 IMG_6437.jpeg מיינענדיג, אז לויט אים איז ירידת הדורות טאקע בעצם אמת, אבער עס פעהלט אויס אַן אמונה הכרחית צו האלטן אז עס איז נישט אזוי.

ובענין תפילה ברענגען זיי צו: 📎 IMG_6438.jpeg דאס עצם מתפלל זיין איז די מטרה, וזהו הענין של (ברכות כא.) ולוואי יתפלל אדם כל היום כולו.

עוד שם בענין אמונה ומעשה מרכבה:📎 IMG_6439.jpeg

כרם זית » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:55 pm

· #539681
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
לויט דעם קאצקן רבי'ן, ווי אזוי וועט מען מסביר זיין סוף פסוק 'כי לא מחכמה שאלת את זה'?

נאר עס איז נאך א וועג אין חרדיזים. אדער זאגט מען נישט אויס, אדער שרייט מען אז דו רעדסט טיפשות...

בדרך צחות.

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:35 am

· #539688
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
😃

דעם קאצקער׳ס טייטש אין דעם קען שטימען מיט׳ן פירוש מהר״י קרא דארט (קהלת ז י), וואו ס׳איז משמע אז די ימים הראשונים זענען בעצם טאקע געווען בעסער, נאר די אי-חכמה אינעם שאלה איז די חלק וואס דעריבער געבט מען אויף אין די ימים אחרונים ווען מ׳פאקוסירט אויף דעם, און עס ברענגט אים לייאש מליגע עצמו מחמת זה על תורה ודרך ארץ ע״ש. דער פירוש (המיוחס לה)רשב״ם שרייבט דארט:
שהרי לא מחמת חכמה שבך שאלת על דבר זה, כי אם ברוב כסילותך, לפי שיש לך להבין מעצמך מתוך ראות עיניך שבכל יום ויום העולם מתנונה והולך.
דער רמ״ד וואלי (וועלכער האט טאקע געהאלטן פון ירידת הדורות) איז אויך מפרש בכעין זה, אז אט דאס איז די סכלות פונעם שאלה וועלכע איז מכח תרעומות:📎 IMG_6441.jpeg

בְּתוֹךְ עַמִּי » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 10:32 am

· #539779
אין דעם דרשה רירט הרב מאניס פריעדמאן אָן - צווישן אנדערע - מערערע נושאים פון דעם אשכול...

מי אני » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 11:51 am

· #539787
איך האב נישט אויסגעהערט דאס גאנצע. לגבי "יד ה'" זאגט ער ענליך צו וואס דער עיקרים זאגט לגבי תואר "מציאות" על הא-ל - אז כביכול מציאות הא-ל איז עכט, בשעת אונזערס איז נישט און איז נאר מושאל פון דעם טערמין. ער נוצט דאס אויך לגבי איברי ה'. די שאלה איז צי דאס איז אויסגעהאלטן לגבי מער מגושם'דיגע קאנצעפטן. ואולי איז זיין געדאנק מער דאס אז די קאנצעפט פון "ג-ט" איז אזוי ווי אלע אפלטון'ס צורות ביינאזאם, וואו פון עני קאנצעפט (משובח), איז ער/דאס די פּערפעקטע מאניפעסטעישאן דערפון.

ער גייט אויך, עכ"פ לגבי התורה, מיט א מער קאָרעספּאַנדענס מהלך און אפטייטש פון "אמת", וואו "אמת" באדייט נאר עפעס וואס "קאָרעספּאַנד" מיט/צו א פאקט ממש. ולכאורה דלא כנ"ל כאן, כאן וכאן.

ער רירט אויך אָן אויף די געדאנק פונעם צמח צדק וואס @ונבנתה העיר האט צוגעברענגט:
ונבנתה העיר
א איד איז אריין צום צמח צדק און זיך אפגערעדט אז ער האט ספיקות אין אמונה. פרעגט איהם דער רבי, "וואס גייט דיר אהן?" זאגט יענער, "וואס הייסט?! ספיקות אין אמונה!" זאגט דער רבי, "זעהסטו דאך אז דו גלייבסט..."
***

דאס איז וואס דר. קאַרל סעגען האט [url= ]גע׳ענטפערט/url] ווען מ׳האט אים געפרעגט צי ער גלייבט אין ג-ט:
The word “God” covers an enormous range of different ideas; you should recognize that when you phrase the question. Running from an outsized light-skinned male with a long white beard sitting in a throne in the sky and tallying the fall of every sparrow (for which there is no evidence to my mind; if anybody has some I sure would like to see it…), to the kind of god that Einstein or Spinoza talked about, which is very close to the sum total of the laws of the universe. Now, I wonder be crazy to deny that there are laws in the universe, and if that's what you want to call “God”, then of course God exists. And there are all sorts of other nuances. There is for example the deist God that many of the founding fathers of this country believed in (although it is a secret whose name may not be spoken…), a do-nothing king; the God who creates the universe and then retires, and to whom praying to is sort of pointless - he's not here, he went somewhere else, he had other things to do. Now, that's also a God, so when you say, “Do you believe in God?”, if say “yes” or if I say “no”, you have learned absolutely nothing. I guess I’m asking you to define yours if you have one. But why would we use a word so ambiguous that means so many different things? It gives you freedom to find it; it gives you freedom to seem to agree with someone else with whom you do not agree; it covers over differences; it makes for social lubrication. But it is not an aid to truth in my view, and therefore I think we need much sharper language when we ask these questions

מי אני » מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 7:32 pm

· #539802
לגבי דעם געדאנק ווי דער רעליגיעזער פילאזאף זאגט "נישט-יא" לגבי דעם מושג פון "ג-ט", ווי איידער דער אטעאיסטישער "ניין", האב איך געקלערט א רמז. די גמרא בב"מ ו. זאגט אז ווען איינער האט תוקף געווען עפעס פון איינעם אלס א ספק טענת ממון קעגן יענעם, וועט ער זיך נישט פורש זיין בסתם דערפון וויבאלד עס איז איתיה בחזרה, משא"כ פון שווערן דערויף וועט ער זיך יא פורש זיין ווייל ליתיה בחזרה. תוס' דארט בד"ה ממון זאגט אז די "אפשר בחזרה" אויף די ספק ממון, באדייט אז אויב ער וועט זיך נישט דערמאנען אויף זיכער אז "יא" וועט ער צוריקציהען. אבער נישט אז נאר טאמער וועט ער זיך דערמאנען אז זיכער "נישט" דעמאלטס וועט ער צוריקציהען, אבער ביז דעמאלטס נישט, וויבאלד דעמאלטס וועט ער זיך פון א ספק שבועה, שווערן דערויף, אויך נישט פורש זיין ע"ש.

האב איך געקלערט אז דאס קען מרמז זיין לזה אז דער רעליגיעזער פילאזאף וועט זיך נישט פורש זיין פון דעם ספק (היסטורי וכו') פון א רעליגיעזע לעבן ש"מושבע" ועומד מהר סיני, ביז ער איז איבערצייגט אויף א זיכער "נישט", ווי איידער זיך שוין פורש זיין ווען עס איז נאר נישט זיכער אז "יא".

***

דר. משה הלברטל און דר. אבישי מרגלית שרייבן לגבי דעם געדאנק אז דער פראבלעם ביי עניני אמונה איז ווען ס'איז "האומר":
dolatrous error is an error about the management of society (a political error) rather than an error about the management of the world (an epistemic error). Any idea can be a source of religious controversy if it can serve, under the appropriate social conditions, as a basis for the formation of a sectarian organization, whether within or outside religion, which threatens the central authority of the religion. The sin is thus not in the idea itself but in the organization around it. According to this line of thought it is a mistake to think that idolatrous beliefs are stamped as sinful errors only because they constitute a denial of monotheistic beliefs. Monotheistic ideas did not precede the struggle against idolatrous beliefs but were crystallized in the course of a political struggle against these beliefs. This struggle was not conducted on a metaphysical basis but by virtue of the fact that other religions and other sources of authority were involved. Thomas Hobbes expressed a similar idea when he said that if the elements of geometry had involved national interests, we would be arguing to this day about whether one or more straight lines connect two points. In brief, any abstract idea, even if it is morally neutral and unlikely to arouse feelings or excitement, is liable to become the focus of a blazing controversy in the appropriate circumstance
זיי שרייבן לגבי דעם געדאנק אז אמונה בדבר איז נישט תלוי בבחירה, און ווי די געדאנק איז צו טוהן מעשים וועלכע ברענגן צו אינדירעקט צו דעם גלויבונג, אדער עכ"פ וואס די (צווייטע-אָרדער) געפיהל פונעם מענטש איז לגבי די גלויבונג וואס מ'האט אדער מ'האט נישט:
Although it clearly makes sense to censure someone because of his or her type of worship, one may question whether it makes sense to censure someone because of his or her beliefs. Underlying this question is the view that a person's beliefs are not subject to will and are not under the person's control. You are reading the book in front of you and you believe that there really is a book there. Could you, by a decision alone, change your belief, and believe that there is no book in front of you? The moral principle that makes it difficult to obligate belief is the Kantian principle that "ought" implies "can": you cannot command people to do what they are unable to do, and you may not praise or blame them for what they are unable to do. If belief is the sort of thing that is not under a person's control, then you can note the fact that someone holds an idolatrous belief, but you cannot blame the person for this fact

Though, everyone agrees that you are sometimes able to influence your beliefs indirectly, just as you can get your involuntary muscles to work by indirect means. (You can speed up your heart rate by running — that is, by using the muscles under your control.) The obligation to believe may therefore be interpreted as an obligation to adopt indirect methods that will bring you to believe. Praise and blame in this case would then be similar to the praise or blame we direct toward someone who has a predisposition to heart disease and adopts a lifestyle that either decreases or increases his chances of contracting overt manifestations of the disease. A person cannot will his heart to become healthy, but he can use his will to improve his situation or to make it worse, and for this he is worthy of praise or blame. Similarly, the adoption of a religious way of life, which embodies the right beliefs, increases the chances that the person who lives this way will come to believe in the true religion, while someone who adopts an idolatrous way of life is much more likely to adopt idolatrous beliefs as well. The command to believe can be understood not as a direct command but as an indirect command to adopt a way of life that will decrease the chances of wrong belief and increase the chances of correct belief. Pascal, a sworn voluntarist in matters of belief, thought that the implication of his
wager
could not be the voluntary adoption of beliefs but rather the recommendation to adopt a lifestyle that would lead to belief This view of the indirect nature of commands about belief does not necessitate the religious conception that practice is primary because it is only practice that can be commanded directly. It is definitely possible to hold the view that the ultimate purpose of religious life is belief, while religious practice is an indirect means for bringing about this belief

In contrast to acts, beliefs are subject to evaluation, in our opinion, even when the principle that "ought implies can" is not fulfilled. The reason for this is that we have second-order beliefs about our first-order beliefs, and the gap between these two orders of belief enables us to judge beliefs morally even if they are not voluntary. The following example may help clarify the matter. The private diaries of the influential American essayist H. L. Mencken have recently been published. From these diaries it seems that the "Baltimore sage" unequivocally held strong anti-Semitic beliefs. However, Mencken (on some accounts) never admitted these beliefs in public, not even among his closest friends - either in words nor in actions - so that these beliefs came as a total surprise to everyone. How should we judge Mencken as a result of what has been discovered in his diaries: is there something despicable about the man just because there is something despicable in his beliefs?

We must distinguish between the following two possibilities: in one case, Mencken was not at all disturbed by his anti-Semitic beliefs, but he believed that revealing them in public would hurt his public image, and so he concealed them in order to protect this image. In the second case, Mencken had the second-order belief that his first-order ethnic beliefs were invalid prejudices but he was unable to get rid of them. Moreover, he regretted having these ethnic beliefs and tried very hard not to act according to them. We would then say that there is a sharp moral difference between the two cases: it is justifiable to censure Mencken for his beliefs in the first case, while in the second case he is very likely praiseworthy. Although second-order beliefs are not any more voluntary than first-order beliefs, they are the beliefs that lead to a person's actions, and therefore they express his true personality

The moral evaluation of beliefs is therefore independent of the question of whether beliefs are voluntary. The evaluation can be based on second-order beliefs, as well as on second-order desires about first-order beliefs and desires. It seems that the tension between the two orders of belief is one of the signs of modern religious consciousness. The religious believer is often in a state of hazy doubt concerning his first-order beliefs. He believes that it is good to believe, and he longs to return to a state of "second innocence," that is, to the state of innocent first-order belief that he lost during the course of his life. He conducts his life in a religious framework and in the company of believers, in the hope that his belief will return. He lives the life of a believer, not out of hypocrisy but out of longing for a second innocence. This religious type is not so rare nowadays, and he can be judged morally even if his first-order religious beliefs are not under his control
דאס גייט אין איינקלאנג מיט דאס וואס דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ה פ״ה) שרייבט לגבי דעם אז אויף אמונות איז נישט שייך קיין בחירה:
ונאמר שאחר שהתבאר שאין על האמונות מבוא לרצון, אבל המאמין הוא מרגיש בהכרח אשר לו על היותו מאמין, הנה הוא מבואר שאין המלט אלא בשנשים הבחירה והרצון על ענין דבק ומחובר עם האמונות סמוך מצרן להם, והוא העריבות והשמחה לנו כאשר חנן אותנו ה׳ אמונתו והחריצות לעמוד על אמתתה, והוא ענין רצוני ובחוריי בלי ספק.

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:52 am

· #539945
דר. וויליאם לעין קרעיג ברענגט צו פון דר. דזשאָרדען פּיטערסאן ווען מ׳פרעגט אים צי ער גלייבט אז ג-ט עקזיסטירט, אז ער האט גע׳ענטפערט:
I don’t think that’s anybody’s business. I think it’s the most private question you can ask someone. But then I would also say that “by their fruits you will know them.”

I’d answer that I’m terrified that there might be. Psalms (111:10) and Proverbs (9:10) state that “The fear of G-d is the beginning of Wisdom.” That’s actually about as true a statement as you can manage in such a short phrase.

My reluctance to answer this question, is because it’s not a well-posed question. It’s too complicated an issue to be dealt with like that. You step in to instant traps just by accepting the question. I’ll show you what I mean. The first thing I would say is what do you mean by “believe”? Do you think that a statement about the existence of “G-d” is something like a scientific theory? Do you think it’s a list of facts? Is it a factual question? Is it a factual question like whether a cup on a table exists or not? What do you mean by “believe”? I’ll stake my life on the proposition that “G-d exists.” That’s the right answer
דר. קרעיג טענה׳ט דארט אז עס איז טאקע יא א טענה עובדית. דר. קרעיג זאגט ווייטער:
Saying, “I’ll stake my life on the existence of G-d”, that sounds very powerful and it’s indeed courageous, is not the same as saying “that you you believe G-d exists”. One of the key questions in the doctrine of faith, is whether or not “faith” entails “belief” that something. There are theistic philosophers that want to disassociate “belief” from “faith”, as odd as that sounds. What they’re trying to do is make room for people who are in doubt about the existence of G-d, but who want to believe in G-d’s existence. And so there is a certain attitude towards belief in G-d called “Pretense Theory”. That is to say, you don’t believe in G-d, but you act “as if” He existed. So, you’re in doubt and you don’t have positive G-d belief, but you will act as though there were a G-d. I don’t want to belittle that, as that can be a very courageous stance, but it’s certainly not the same as believing that G-d exists
***

לגבי דעם קשר פון משגל וטעאלאגיע, זאגט דר. עגנעס קעלארד (צום סוף) אז לפי אפלטון איז עראטעסיזם איז א סארט פילאזאפיע אויף א פארדרייטן אופן. ווי אויך ברענגט זי צו א שיטה, אז ווען אימער מ׳פילאזאפירט איבער עפעס, עפעס כעין באהאלטן וועגן דעם פּערסאנעליטי פונעם פילאזאף קומט ארויס, און אלס צניעות וואס מ׳וויל נישט אז עס זאל ארויסקומען פונעם פּערסאנעליטי בעניני משגל, ווילן טאקע דעריבער נישט פילאזאפן פילאזאפירן איבער עניני משגל.

אלפא » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:06 am

· #539947
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
דאכט זיך מיר אז דר. מיכאל אברהם'ס צוגאנג צו געפילן בהלכה (אהבת השם/ישראל/גרים, שנאת עוברי עבירה, וכדו') איז אויף אן ענליכן אופן פון 'עקטן כאילו עס עקזיסטירט' - דהיינו עס איז די מעשה קגרים נישט די עצם געפיל, ענליך צו וויאזוי דזשארדען פיטערסאן ענפערט כלפי אמונה בג-ט. עס איז נאר אינטרעסאנט אז ביי אמונה אליין איז ער יא זייער שטארק בעד אז עס איז אן עמפירישע מושג..

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 6:26 pm

· #540075
לגבי אי-השגה בהא-ל והוכחה על מציאותו האט סאָרען קירקעגארד געשריבן:
Paradox is the passion of thought, and the thinker without the paradox is like the lover without passion: a mediocre fellow. But the ultimate potentiation of every passion is always to will its own downfall, and so it is also the ultimate passion of the understanding to will the collision, although in one way or another the collision must become its downfall. This, then, is the ultimate paradox of thought: to want to discover something that thought itself cannot think. This passion of thought is fundamentally present everywhere in thought

But what is this unknown against which the understanding in its paradoxical passion collides and which even disturbs man and his self-knowledge? It is the unknown. But it is not a human being, insofar as he knows man, or anything else that he knows. Therefore, let us call this unknown the god. It is only a name we give to it. It hardly occurs to the understanding to want to demonstrate that this unknown (the god) exists. If, namely, the god does not exist, then of course it is impossible to demonstrate it. But if he does exist, then it is foolishness to want to demonstrate it, since I, in the very moment the demonstration commences, would presuppose it not as doubtful — which a presupposition cannot be, inasmuch as it is a presupposition — but as decided, because otherwise I would not begin, easily perceiving that the whole thing would be impossible if he did not exist. If, however, I interpret the expression “to demonstrate the existence of the god” to mean that I want to demonstrate that the unknown, which exists, is the god, then I do not express myself very felicitously, for then I demonstrate nothing, least of all an existence, but I develop the definition of a concept. It is generally a difficult matter to want to demonstrate that something exists — worse still, for the brave souls who venture to do it, the difficulty is of such a kind that fame by no means awaits those who are preoccupied with it. The whole process of demonstration continually becomes something entirely different, it becomes an expanded concluding development of what I conclude from having presupposed that the object of investigation exists. Therefore, whether I am moving in the world of sensate palpability or in the world of thought, I never reason in conclusion to existence, but I reason in conclusion from existence. For example, I do not demonstrate that a stone exists but that something which exists is a stone. The court of law does not demonstrate that a criminal exists but that the accused, who does indeed exist, is a criminal. Whether one wants to call existence an accessorium [addition] or the eternal prius [presupposition], it can never be demonstrated. We shall take our time; after all, there is no reason for us to rush as there is for those who, out of concern for themselves, or for the god, or for something else, must rush to get proof that something exists. In that case, there is good reason to make haste, especially if the one involved has in all honesty made an accounting of the danger that he himself or the object being investigated does not exist until he proves it and does not dishonestly harbor the secret thought that essentially it exists whether he demonstrates it or not

* * *

How should the Reason be able to understand what is absolutely different from itself? If this is not immediately evident, it will become clearer in the light of the consequences; for if the God is absolutely unlike man, then man is absolutely unlike the God; but how could the Reason be expected to understand this? Here we seem to be confronted with a paradox. Merely to obtain the knowledge that the God is unlike him, man needs the help of the God; and now he learns that the God is absolutely different from himself. But if the God and man are absolutely different, this cannot be accounted for on the basis of what man derives from the God, for in so far they are akin. Their unlikeness must therefore be explained by what man derives from himself, or by what he has brought upon his own head
ער ברענגט דא ארויס אז אפילו א הוכחה בדרך שלילה איז אויך למעשה געזאגט עפעס פאזיטיוו. זיין טענה אז מ׳קען נישט מאכן א הוכחה אויף מציאותו של איזה דבר, ווייל מ׳הייבט אלס אָן מיט׳ן דאס אטאמאטיש אָננעמען, איז לכאורה נישט ממש גילטיג טאמער גייט דאס צו בדרך רעדאָקטיִאוֺ עד עבּסורדום, וואו מ׳נעמט מעיקרא אָן אז דאס עקזיסטירט נישט, און מ׳צייגט ווי דאס פירט דעמאלטס צו א סתירה. ואולי איז זיין געדאנק מער ווי קאנט׳ס פירכא קעגן די אנטאלאגישע הוכחה, איבער בכלל נוצן ״מציאות״ אלס א פּרעדיקעט/פּראַפּערטי של דבר מה.

דר. דאַנעלד אבּעל איז מסביר שיטתו של קירקעגארד:
Kierkegaard holds that paradox is “the passion of thought.” We want to discover something we cannot think, even though this will be the downfall of thinking. That which we cannot think is the unknown, and the unknown is God (“the god”). Kierkegaard thinks it foolish to try to prove that God exists, since the very attempt to do so presupposes that God exists: We would not try to construct a proof that something exists if we thought it might not exist. Kierkegaard argues that the existence of something is never the conclusion of a proof; rather, it is the starting point

Kierkegaard describes the unknown (God) as “the absolutely different.” Thought cannot by itself come to know the absolutely different, since doing so would require thought to negate itself completely. Only God can enable us to know God, and God does so by making us aware of something in us that makes us absolutely different from God. This “something” cannot be anything we receive from God, because there is not an absolute difference between a giver and the gift. What makes us absolutely different is something originating in us: sin. The paradox of thought is that God enables us to know God by making us aware of sin
ואולי קען דאס גיין (להבדיל) אביסל אין איינקלאנג מיט׳ן באקאנטן מי השילוח בפ׳ פינחס אודות ענין חטא זמרי בן סלוא ע״ש.

***
I consider it an indication of human weakness to inquire into the figure and form of God

Pliny the Elder

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 2, 2023 6:56 pm

· #540282
מי אני #
איך האב צוגעברענגט דעם טייטש בענין (מגילה ז:) מיחייב איניש לבסומי בפוריא עד דלֹא ידע, אז די ווארט "ידע" אליינס איז ר"ת ע'ד ד'לא י'דע, ווייל די געדאנק דערין איז אז תכלית הידיעה שנדע שלא נדעך. און דאס גייט בעצם ווייטער און ווייטער אינפיניטלי, וויבאלד בתוך יעדעס "ידע" איז ווייטער דא אַן "עד דלא ידע", וכן הלאה.
דעם שב"ק האב איך געקלערט אז דער ארחות צדיקים (שער כג) און חת"ס (תורת משה על הגש"פ) זאגן אז "אהי-ה אשר אהי-ה", וואס די שם ווייזט אויף דעם געדאנק אז "ג-ט" איז דאס פּרינציפּ און מחוייב המציאות, איז אז "אהי-ה" פעמים "אהי-ה", 21x21, איז עולה מספר "אמת" [441] ע"ש. ונמצא מזה אז "אך" פעמים "אך", וואס אכין ורקין מיעוטין הן, ווייזט אויף דעם (ירמיה י י) וה' אלקים "אמת". והיינו הרמז, אז איין "אך" נאכ'ן צווייטן, וואס אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות, אט דאס איז די ריבוי פון חכמה להחכם, וכדכתב הרמב"ם בח"א פנ"ט אז ווי מער מ'ווייסט און מ'פארשטייט שולל צו זיין, אלס א גרעסערע חכם איז מען אין דעם. ועוד יותר, איז ווי דער מלבי"ם שרייבט (מלכים א ח ט), איז די כלל פון אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות, מכח די כלל הגיון פון דאָבּל נעגעישאן ע"ש. און ביי עניני טעאלאגיע און "ג-ט",איז דאך דאס נישט אזוי גילטיג, און דאס אליינס איז אויך עפעס וואס מ'דארף אנערקענען.

איך האב געקלערט נאך מער לפי די טייטש בדרך צחות אויפ'ן פסוק (דברים טז טו) וְהָיִיתָ אַך שָׂמֵחַ, אז עפ"י די פתח גנובה איז עס א מיעוט אחר מיעוט: "אַך" שָׂמֵ"אַך". ולענינינו, אז ענין "ג-ט" איז מקור התענוגים (מאור עינים ריש פ' וארא), איז די רמז אז ביי דעם איז ריכטיגע הכרה והשגה מיט ווי מער מ'איז שולל וממעט, און אט דאס איז די הכרה במקור התענוגים ושמחה.

ובזה האב איך געקלערט אז לפי די מכילתא דר' ישמעאל אז די דיבור פון לא יהיה לך אלהים אחרים איז כנגד הדיבור של לא תנאף, אז דאס איז די רמז בהפסוק (משלי ו לב) נואף אשה חסר לב. והיינו "חסר לב", טאמער איז מען מחסר איין אות פון ל', וואס איינס ווייניגער ווי דעם איז אות כ', און איין אות פון ב', וואס איינס ווייניגער ווי דעם איז אות א', ["חסר לב"] איז דאס תיבת "אך", וואס אט די מיעוט איז בהוגע הכרת ענין א-ל וכנ"ל. און דאס איז בתוך דעם ענין וואס דער נועם מגדים (פ' כי תשא) טייטשט (קהלת י ב) לב חכם לימינו ולב כסיל לשמאלו, והיינו אז דער חכם דארף קוקן צו די ״ימין״ פון די אותיות ״לב״, אותיות הקודמות להן, וואס דאס איז ״אך״ והיינו א מיעוט ע"ש.

***
מי אני #
ולכן טאקע, אז "ג-ט" = "מאראל" און = "חכמה", ענדיגט צו דער רמב"ם דער מו"נ (ח"ג פנ"ד) אז הגם "חכמה" לשלעצמה איז מער ווי מדות ומאראל, קען אבער נישט זיין א חכם וואס איז נישט מאראליש, כיון דאחד הם לבסוף (דר. מנחם קעלנער האלט אז דער רמב"ם איז נישט גערעכט געווען דערמיט און ער ברענגט זיך א ראיה פון מארטין היידעגער), ווי אויך פארקערט אויך נישט אז אין בור ירא חטא (אבות פ"ב מ"ה, וע"ש בפיה"ש להרמב"ם).
ומענין לענין באותו ענין, לגבי וואס דער רמב"ם האלט במו"נ ח"א פ"ב אז אויב ליגט מען במפורסמות או תאוות, קען מען נישט ליגן אין חכמה און זיין א חכם (וכעין מה דכתב בהל' איסורי ביאה פכ"ב הכ"א), שרייבט דער קרשקש דארט:
שהרי ראינו כמה חכמים מחוכמים משכילים בכל מדע ימשכו אחר התאוות במאכל ובמשתה ובמשגל ואעפ"כ יהיו מושכליהם רבים עמהם וחכמתם נובעת כמקור מים חיים מלבם על לשונם בכל עת שירצו
און אז מ'האט גערעדט פון קאַנאַבּיס ביחס לחכמה (ומשגל), איז דא א שטודיע וואס צייגט אז קאַנאַבּיס איז אַן עפראָדיזיעק וואס שטארקט תאוות המשגל; דר. טימאטי לירי האט אויך געזאגט לגבי די סייקעדעליק דראָג LSD:
There is no question that LSD is the most powerful aphrodisiac ever discovered by man
און דער קרשקש שרייבט דארט בפ"ב אז די עץ הדעת איז אפשר געווען אזא סארט בוים:
ומה יש הפסד בזה אם נאמר שהדבר הוא כמשמעו, שהיה שם עץ אחד הוזהר שלא לאכול מפריו מפני שיש בטבע אותו הפרי להרבות תאוות המשגל וכן בטבעו כי מי שיאכל ממנו יבחן בין המגונה והנאה, שהנה נראה כי יש סמים רבים מי שירגיל בם תוסיף תאותו תמיד בחוש המביא להולדה
(און אז ס'איז דא אין דעם סיי אַן ענין נבואה און סיי משגל, איז דעריבער בא הרמז אז (במדב"ר כ ט) בלעם פרץ הגדר בענין עריות.)

בשעת'ן האבן גענומען 35 מ"ג קאַנאַבּיס און בשעת'ן מיין דעמאלטס מקיים זיין דעם "וידע" את אשתי, האב איך "געפיהלט" דעם געדאנק פארוואס אריסטו, ובעקבותיו הרמב"ם, האבן גע'טענה'ט אז חוש המישוש חרפה היא לנו און פארוואס דער רמב"ם פארגלייכט אשה צו חומר (מו"נ ח"ג פ"ח). דאס איז וויבאלד איך האב געשפירט אז ווי מער תענוג איך באקום פון די מישוש, פעהלט זיך פאר מיר אלס מער אויס צו גענצליך פורש זיין מן הדעת (א נייעם טייטש אין דעם "נשים דעתן קלות עליהן"), און אט די קאַנאַבּיס האט מיר מער געהאלפן פארלוירן ווערן דערין. נואף אשה חסר לב (משלי ו לב).


***

לגבי דעם אז די עיקר געדאנק באמונות איז זיך אויפפירן כאילו זיי זענען אמת, שרייבן דר. משה הלברטל און דר. אבישי מרגלית:
The voluntary nature of religious belief does not constitute an evaluative difficulty for the view that what is required of us is not belief but acceptance. Acceptance, in contrast to belief, is within our control. We must distinguish between two concepts of acceptance that are relevant to our discussion. According to the first concept accepting a proposition means acting as if it were true, even if the person does not believe that it is really true. The good salesperson accepts the proposition that the customer is always right even if he or she does not believe it. The salesperson is obligated to act as if it were true. It is obviously not a religious ideal that the religious person should only accept the principles of belief in this sense of acceptance, without actually believing them. The religious believer is not supposed to be a salesperson. But the requirement of belief may nevertheless be understood as the minimal requirement of acting resolutely and decisively according to this belief, even without subjective conviction of its truth. (What is especially confusing in the relation between belief and acceptance is the fact that among the commandments of some religions is the obligation to accept the propositions of the form "I believe with total faith that etc
*

יאָהאַן האַמאַן האט געשריבן לגבי אמונה וגעפיהל:
Faith is not the work of reason, because faith arises just as little from reason as tasting and seeing does

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 3:04 pm

· #540527
לגבי דעם געדאנק פון דזשאן סטוערט מיל און תענוג, קען דאס האבן השלכות צום באקאנטן מימרא פונעם שרייבערין מארטע טראלי-קורטין (און אנדערע):
Time you enjoy wasting is not wasted time
והיינו, טאמער נעמט מען אָן העדאניזם אז ״טוב״ = ״תענוג״ און ״רע״ = ״צער״, דאן ווי לאנג דו האסט זיך מתענג געווען, איז דאס נישט קיין ביזבוז זמן; אט דאס איז דאך וואס איז און האט וועליוּ. נאר די געדאנק איז אז מ׳פארשטייט דאך, ועפ״י יוטיליטעריעניזם, אז דאס איז ווי לאנג עס שאפט נישט קיין (מער) צער על הכלל כולו, און/אדער מער צער דערנאך פאר׳ן מענטש המתענג אליינס. אין אנדערע ווערטער, עס דארף אלס זיין דערין א פעליסיפיק קאלקולוס חשבון פון א הוי מחשב שכרה נגד הפסידה אויף דעם שמח בחור וגו׳.

די שאלה איז, ובפרט לפי דזשאן סטוערט מיל וואו ס׳זענען פארהאן חילוקים בתענוג, צי אפילו ווען א מענטש איז זיך מתענג, הייסט דאס אבער יא ביזבוז זמן טאמער ער וואלט זיך ווען געקענט פיהל פיהל מער מתענג זיין אין יענע זמן, אדער עכ״פ געקענט ארבעטן באותו זמן צוצוקומען צו א פיל העכערע/שטערקערע תענוג שפעטער? אביסל ענליך צום געדאנק פונעם גר״א (הובא במשך חכמה פ׳ נצבים) איבער ״דין וחשבון״ על העוונות, אז די ״חשבון״ איז אויף די זמן וואס ער וואלט ווען דעמאלטס געקענט אנשטאטס אויסנוצן לסגל מעשים טובים וחיי עולם אנשטאטס חיי שעה ע״ש. (עס האט אויך השלכות צו פּאַסקאַל׳ס געוועט.) און דאס איז אפילו וואו זיין מעשה תענוג האט נישט אין זיך קיין פסידא וצער זולת זה וכנ״ל. אבער אויף דעם קען מען טענה׳ן אז א״כ אין לדבר סוף, סיידן טאמער די טענה איז אז עס וואלט ווען געווען געהעריג ביכולתו ממש צו ברענגען דעמאלטס אזוי אז די נעט געין פון צער ההשקאה נגד (דאס זיכערע, ועיין בהקאלקולוס הנ״ל) תענוג המגיעו, וואלט געווען מער תענוג ווי ער האט געהאט דעמאלטס.

וואס מ׳קען אבער ענטפערן דערויף איז אז די עצם געדאנקענגאנג אליינס איז שלא מחכמה און ליידט פון דעם וואס דער מענטש איז נישט צוגעקומען צום מדריגה פון האבן קאטעסטעמאטישע תענוג, און האלט נאך ביים מדריגה פון נאר פארשטיין און קענען האבן קינעטישע תענוג. והיינו, ווי אפיקורוס היווני האט מבאר געווען איז דא א חילוק צווישן קינעטישע תענוג, וואס איז אַן "אקטיווע" זוכעניש פאר'ן תענוג און צו ערגענצן א פעהלער, און קאטעסטעמאטישע תענוג, וואס איז סטאטיק און בלייבט. די צווייטע איז מער און בעסער. און דאס אז ער איז מחשב דערנאך אויף דעם ״א שאד, אז איך וואלט געקענט האבן מער״ וכו׳, און איז זיך נישט מסתפק מיט די תענוג וואס ער האט געהאט, באדייט דאך אַן אקטיווע נאכגיין און זוכן תענוגים און איז שוין אליינס א צער וואס ער ברענגט אויף זיך ושלא מדרך החכמה. אט דאס איז דאך די צער פון (קה״ר א יג) אין אדם מת וחצי תאוותו בידו ויש לו מנה רוצה מאתיים. וכדביאר הרמב״ם (מו״נ ח״ג פי״ב) אז די סוג רעות און פּיין זענען די מערסטע פארשפרייטע רעות בהעולם וועלכע ברענגען דעם מענטש צער ע״ש.

דערנאך שטעלט זיך נאך א שאלה כזה: הגם מ׳קען טאקע טענה׳ן אז ממבטו של העדאניזם ותענוג גרידא איז דער וואס האט א מאס תענוג מאיזה דבר די זעלבע ווי דער חכם וואס האט די זעלבע מאס תענוג מלימודו וחכמתו וכנ״ל, איז די שאלה צי מ׳קען אבער טענה׳ן אז אשרי מי שתענוגו מחכמה והתענג על ה׳ מקור החכמה. דאס איז ווייל ענליך צו די פאזיציע פון פסיכאלאגישע עגאָאיזם, וועלכעס נעמט אָן אז יעדעס אקט פון א מענטש איז אלעמאל בשורשה סעלפיש און מכח וואס ״ער״ וויל צו צופרידענשטעלן ״זיין״ געוויסן וכו׳, איז אבער כמובן אז עס איז נאך אלס דא א מקום לטעון אז די ״סעלפיש״ אקט פון ראטעווען אַן אנדערן מענטש׳נס לעבן, איז בעסער און ענדערשער ווי די ״סעלפיש״ אקט פון גנב׳ענען וכדומה. און דאס איז אפילו מ׳זאל ווען טענה׳ן אז ממבט סעלפישקייט גרידא זענען ביידע גענוי דאס זעלבע. און דאס איז וויבאלד די טובות מחוצה להגדר של ״סעלפישקייט״, וועלכע זענען דא ביים ערשטן סוף ״סעלפישקייט״ אבער נישט ביים צווייטן. וכן היא אפשר הכא: א תענוג מדברים ״חשובים״ כגון חכמה ומעש״ט איז בעסער ווי דאס גענויע זעלבע מאס תענוג פון דברים ״פחותים״, ומחמת די ענסילערי זאכן וואס דברים חשובים ברענגען מיט. והגם אז לפי העדאניזם נעמט מען דאך אָן אז נאר תענוג איז וואס מאכט אויס און איז ״טוב״, וא״כ למאי נפק״מ אויף עני זייטיגע זאכן ביחד עם התענוג, ווי לאנג עס ברענגט נישט צער באיזה אופן למישהו? איז קען מען אבער זאגן אז די זייטיגע ענסילערי זאכן ותועלת וואס זענען דא ביי תענוג מדברים חשובים, גייען בהכרח צוברענגען צו מער תענוג שפעטער על הכלל, ווי תענוג מדברים פחותים. ומכח דעם קומט טאקע אויס אז זיי זענען טאקע קיינמאל נישט די זעלבע מאס תענוג, און זיי צו מאכן קאָמענשורעט און מאכן די תענוג מדבר פחות אייניג צום (אויבנאויפענדיגע) זעלבן מאס תענוג פונעם דבר חשוב, פעהלט אויס צו העכערן דעם תענוג מדבר פחות פי כמה (און דאס איז אָננעמענדיג אז זיי זענען אלעמאל נאר חלוק במדריגה כנ״ל, און נישט אויך במין).

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 10:24 pm

· #540564
‏
מי אני #
לגבי ענין ״שמיעה״ בהקב״ה, עיין במו״נ ח״א פמ״ה (וריש פמ״ח).
דער נרבוני איז מפרש דארט בפמ״ה:
הוא סיפר על ענותו ית׳ לצעקת הצועק, כי הנמצא כאיש אחד נאות קצתו לקצתו.
ר׳ יעקב בכרך האט גע׳טענה׳ט דערויף אז דאס איז שפינאזע׳ס פּאנטעאיזם. עכ״פ קומט אויס מזה אז לפי הנרבוני בהרמב״ם, עפ״י ר׳ יעקב בכרך׳ס פרשנות, איז יש מקום לענין תפילה אף לפי פּאנטעאיזם.

ולגבי דעם לתארו מכח פעולות בהעולם, שרייבט ער בהגהותיו על ח״א פנ״ב:
אבל ארצה בפעולתו הפעולה אשר פעלה, כאמרך: ראובן הוא אשר חדש זה הדלת ובנה זו החומה וארג זה הבגד וכו'. נ"ב: ואם אומר אשר חדש (לדעתי צ"ל: חרש) זה הדלת ובנה זו החומה וארג זו הבגד, הלא כבר חִיַבְתִי לו קנין ותאר - "חרש" "בונה" "אורג", וכן לו ית' - "בורא" "פועל", ומה הפרש בין זה לקודם אשר אסר ז"ל?! פליאה דעת מני נשגבה לא אוכל לה, וה' יאיר עיני.
און אין זיינע הגהות לפנ״ח שרייבט ער:
לא ידעתי מדוע לא ברח הרב גם מתאר 'יש', כי כל יש הוא בעל סוג והבדל, ואלה לא יתכנו בבורא המשולל מכל ומכל שיתוף וחסרון. אבל לדעתי גם 'יש' לדעת רבינו הוא להבין לבני אדם ולהשכילם בשלילת העדרו
ואולי איז די געדאנק דערין אז, ווי ארויסגעברענגט דורכאויס דעם אשכול, הייבט מען אָן מיט׳ן תואר ומושג פון ״נמצא״ צי ״יש״, אבער דערנאך דארף דאס דער חכם אויך שולל זיין. און 1-1 איז דא ל״ד 0.

ולגבי רופן הקב"ה "מקומו של עולם", שרייבט ער בהגהותיו על פ"ע:
הבינו חז"ל בכמה מקומות באמרם: "הוא מקומו של עולם ואין העולם מקומו"; ואמרו: "ברוך המקום", וזה כי איננו במקום, ואף אם הוא מניע את הגלגל בעצם בכל זאת מה לו להתנועע עמו במקרה
אין גבעת המורה ח"א פע"ד ברענגט שלמה מימון אראפ שיטת שפינאזע און ער שרייבט דערויף:
תכלית דבריו הוא הכל היא אחד והאחד היא כל. והנה עם היות זה הדעת עמוק מאד ומסכים לדברי המקובלים בענין הצימצום, עם כל זה להיותו סותר פינת החידוש, אי לזאת שם על לבו החכם המפורסם רמ"ד ז"ל לסתור יסודותיו הנזכרות
און אויף דעם שרייבט ר' יעקב בכרך בהגהותיו:
יתכן שכונתו לדעת מוהרש"ז מלאדי בספרו תניא או לקוטי אמרים בענין 'ממלא כל עלמין' ו'לית אתר פנוי מיניה' כפשוטו ממש
און דאס רירט שוין אָן אויף די ענליכקייטן צווישן פּאַנטעאיזם און פּאַנענטעאיזם.

לגבי די געדאנק אז מעשה הפיכת סדום להרמב״ם איז בחלום, האט יצחק סטאנוב, אין זיין ביאור על במו״נ (ח״ב פמ״ו), מבאר געווען אז לוט האט דאס געזעהן בחלום און ארויסגעגאנגען בפועל מסדום בשעת sleepwalking. ער זאגט אז וועגן אזעלכע סארט מעשים ווערן טאקע די נביאים אָנגערופן אצל ההמון אלס ״משוגעים״ (עיין במלכים ב ט יא, ובהושע ט ז). ר׳ בכרך שרייבט אויף דעם:
וגם אתה המבאר אחד מהם! כי לפי בֵּאוּרך עשית ללוט למשוגע אמיתי כי זה אחד מחלאי השגעון.

אמנם, קושית הרמב"ן על רבינו איננה תיובתא; אבל לדעת רבינו, אחר שראה לוט את כל אלה במראה או בחלום, בהקיצו מתרדמתו, חש לחלמא והקים את אשר צוּנָה: עזב את סדום הוא ואשתו ושתי בנותיהן, ואשר לא הביט אחריו בא אל מפלטו בשלום, ואשתו כי הביטה היתה לנציב מלח, כי שמעה בקולו לכללות ענין החלום, לא האמינה לו בפרט: אל תבטו, וכל אלה היו בהקיץ ובפועל. וחלילה לרבינו מאשר חשדו הרמב"ן: הוא מאמין בספורי התורה ככל בן דת משה צדיק וישר חסיד ותמים, אבל במקום אשר יסתרם השכל הבריא יורנו דרך בבאוריו הנפלאים.
אין ח״ג פ״ט דינגט ער זיך אויף דעם וואס סטאנוב שרייבט:
ובזה תבין מה שקצת המקובלים יכנו אותו ית' בשם ״חושך המוחלט״ כי הוא זה להעדר ההשגה בו
אויף וועלכעס ר׳ בכרך שרייבט:
אוי לתארים! ומדוע לא תארוהו בשם "אור המוחלט" אשר לא תוכל העין לראותו? אוי לכם חשכים ומורדי אור, המצאתם השאלה כזאת בספרי הנביאים הקדושים? אמנם כל חשך טמון לצפוניכם, לכן לא תראו אור.
דאס גייט אין איינקלאנג מיט דעם אז צווישן צוויי תוארים וואס מ׳נוצט שוין, וועלכע זענען ביידע לאגיש נישט עפּליקעבּל צו ״ג-ט״, זאל מען וועהלן די וואס איז מער בכבוד.

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2023 8:36 pm

· #540839
דער תולדות שרייבט בפרשת יתרו אז להרמב״ם וואס רעכענט אנכי ה׳ אלס א מצות עשה, גייט האלטן ווי ר׳ יוחנן בסנהדרין קיא.
לכן הרחיבה שאול נפשה ופערה פיה לבלי חוק (ישעיה ה יד), אמר ר"ל למי שמשייר אפי' חוק אחד, א"ר יוחנן לא ניחא למרייהו דאמרת להו הכי אלא אפי' לא למד אלא חוק אחד
און ווי דער רמב״ם שרייבט בפי׳ המשניות בסוף מכות (ג טז):
מעיקרי האמונה בתורה, כי כשיקיים אדם מצווה מתרי״ג מצות כראוי וכהוגן ולא ישתף עמה כוונה מכוונת העולם בשום פנים, אלא שיעשה אותה לשמה מאהבה כמו שבארתי לך, הנה זכה בה לחיי העולם הבא.
וויבאלד דאס גייט ביחד מיט דאס וואס ער האלט אז אנכי ואמונה איז א מצות עשה פאר זיך. וז״ל:
ונראה לי דיצא להרמב"ם זה מדמצינו שלא אמר רק מצות עשה א' במפורש אנכי ה' אלקיך, והיינו לכוונה זו דגם בקיים מצוה אחד כראוי סגיא. ובאמת יש סברא ברורה לזה עפ"י החקירה שכתבו הראשונים בראוי לידע סוד אחדותו ית', כי בכל מקום שאני תופס ואוחז בקצה וחלק מחלק האחדות הרי אני תופס כולו, וכן שמעתי ממורי, והבן. והנה מאחר שהתורה והמצות נאצלו מעצמותו ית' שהוא אחדות האמיתי, א"כ כשמקיים מצוה א' על מכונה ובאהבה שהוא הדביקו בו ותפס במצוה זו חלק האחדות, א"כ כולו בידו כאלו קיים כל המצות שהם כללות אחדותו פרצוף שלם כביכול וכ"כ בזוהר [נשא דף קכ"ד] דמקיים מצוה א' על מתכונתו סגי, וכיון הרמב"ם לדעת חכמי האמת ברוח קדשו גם שלא ראה חכמה זו כשכתב ספרו הנ"ל כנודע.

אך דכל זה א"ש לשיטת הרמב"ם דס"ל אנכי הוא מתרי"ג מצות אז י"ל כנ"ל שהי' לכוונה זו להודיענו אהבתו כי בא' מתרי"ג ג"כ זוכה לחיי עה"ב וכמאמר ר"ח ה' חפץ למען צדקו וכהרמב"ם.

אמנם כשתדקדק לשון הרמב"ם במה שכתב שיעשה מאהבה וכו' אז תראה בעין עיונך כי אמונה היא האהבה שהוא שורש הכל. ומעתה לא נפלאת ממך להבין איך יש מקום לדבק את נפשו בשרשו ע"י אמונה ואז במצוה א׳ שיש בו אמונה ואהבה זוכה ע"י לחיי עה"ב.
עכ״פ זעה מיר ווייטער די געדאנק אז ״אמונה״ איז פשוט דביקות אין א טרענסענדענט ״העכערס״, וואס אימער דאס מיינט אדער נישט. און די געדאנק ווי אזוי דאס מעניפעסט זיך איז בּיהעיוויארילי ע״י קיום המצות, און דאס איז ווי אזוי ״בכל מקום שאני תופס ואוחז בקצה וחלק מחלק האחדות הרי אני תופס כולו״. ווייל אנדערש איז דאך להרמב״ם די שלימות דערין ווי ווייט מ׳פארשטייט אז מ׳איז נישט תופס דערין גארנישט. (וואס טאקע צוויי פסוקים פאר די פסוק אין וועלכע ר״ל מיט ר׳ יוחנן קריגן זיך, שטייט ״ואת פעל ה׳ לא יביטו ומעשה ידיו לא ראו.״)

***

ולגבי דעם אז עצמותו של הקב"ה איז חכמה, שרייבט דער רלב"ג במשלי (ו חי) בתועלת החמישי:
להודיע שכמו שנוציא החכמה מאלו הדברי׳ השפלים בחקרנו בהם למה היו במה שהם עליו מהמציאות ונוציא התבונה מהגרמים השמימיים בחקרנו בהם לפי מה שראוי, כן שפע מציאותם מחכמת הש״י ותבונתו, ולזה נדבק בזה האופן בחכמת הש״י ותבונתו דבקות מה, אשר החכמה והתבונה ההיא היא עצמותו ית׳, וכבר בארנו זה והתרנו הספיקות הנופלות בו בראשון ובה׳ מספר מלחמות ה'.
ואגב, אז מ'האט מקשר געווען ענין משגל מיט מעטאפיזיקס, איז דער רלב"ג מפרש שפעטער אויפ'ן פסוק (לא ג) אל תתן לנשים חילך:
כי רוב העסק עם הנשים יסיר האדם מהשקידה על החכמה ויהיה לבו שוגה בהם תמיד, ולא יהיו דרכיך למחות העצות והמחשבות הרבות אשר יצטרכו למי שירצה לחקור בחכמת מחקר ראוי, ואמר זה כי ההתמדה עם הנשים תמנע התישבות באלו המועצות והמחשבות.
***

דר. משה הלברטל און דר. אבישי מרגלית שרייבן בנוגע דעם געדאנק פון "האומר" ביי עניני אפיקורסות, און די געדאנק פון הוכחות ולידע מציאות הא-ל במשנתו של הרמב"ם:
The first commandment, "I the Lord am your God" (Exodus 20:2), is interpreted by Maimonides as a positive commandment (The Book of the Commandments). It is not clear whether this is a commandment to believe in the existence of God or to know of his existence. It is also unclear whether Maimonides thought that it is possible to command belief or whether he thought the commandment is to declare one's belief. Maimonides himself declared his total faith in principles such as the resurrection of the dead and the coming of the Messiah, which he did not believe (or at least did not believe literally). He considered it important to make these declarations as a sign of belonging to the religious community

Be that as it may, the question is whether Maimonides considered it a requirement to believe or to know. The distinction here relates to the seriousness of the requirement. Thus there is nothing absurd in a teacher's demand that her class know the proof of the Pythagorean Theorem by next week, but it would be ridiculous for her to demand that they believe the Pythagorean Theorem by next week. Knowing can be interpreted as acquiring a procedure, such as a proof, that is within the control of a person who is capable of understanding it. Indeed, Isaac Abarbanel interpreted Maimonides' requirement as a requirement to adopt a procedure. In their Aristotelian context, knowledge and belief both constitute making a judgment about the truth of a proposition, with the difference being that knowledge is making a judgment on the basis of proof Proof in the Aristotelian sense means categorical proof — that is, not only a valid deductive proof in which the truth of the premises necessitates the truth of the conclusion, but also one in which the truth of the premises is self-evident. The premises acquire their self-evidence either by relying on observations that cannot be denied or by being based on principles that are clear to the intellect. Therefore a person who has adopted the proof and understands it is not only logically but also psychologically compelled to believe the truth of its conclusion. If he denies the conclusion, this means that he did not understand the proof. Not everyone is capable of understanding proofs, but everyone is capable of voluntarily accepting the authority of the person presenting the proof

All this can be ascribed to Maimonides in a fairly unforced reading. However, Maimonides' standpoint concerning proof is far from being clear, especially since the issue under discussion is the proof of God's existence, which relies upon the premise that the world was created ex nihilo, and this premise is not self-evident in Maimonides' opinion. Therefore the proof of God's existence is hypothetical rather than categorical, not to mention the problem that according to the theory of negative attributes it is not even valid because it suffers from duality of meaning in all its premises
ולגבי דעם חילוק צווישן "להאמין בְּ__" און "להאמין שֶׁ__" (און די געדאנק פון "אמונה פשוטה"), שרייבן זיי:
It is our opinion that "belief in" cannot be based on "belief that." This is not only because it would entail the loss of noncognitive elements (such as a warm attitude) in the transition from the sentence "Abraham believes in God" to the sentence "Abraham believes that God exists." Another reason is that propositional complements to "belief that" can provide reasons and causes of "belief in," but sentences involving "belief in" and sentences involving "belief that" are not equivalent in meaning

"Belief in" may have different complements — belief in security borders, in antibiotics, or in Volvos, as well as belief in an idea, such as belief in socialism. Even if the belief in an idea may be broken down into a sequence of propositions that constitute the idea, a believer in the idea is not necessarily someone who is capable of affirming or denying these propositions. Let's say Rita believes in socialism and so does her friend Rosa. Rosa's belief can be translated into a sequence of statements that Rosa would affirm or volunteer. (She believes that the means of production should be owned by society and that all the products of labor should be distributed equally as the fruit of collective social labor, and so on.) Rita's belief is different — it is simpler but more complicated to describe. Rita has a warm attitude toward socialism. She likes the word "socialism" very much, and this attitude includes the entire semantic field connected with that word — phrases such as "equality," "the right to strike," "the solidarity of the workers," and so on. These are "good" words for her. She doesn't know exactly what they mean, but she gets up early in the morning to prepare sandwiches for the strikers and she curses the scabs roundly. She doesn't know what they are striking for, but strikers are automatically in the right. When asked about it, she refers the questioner to Rosa: "Ask her, she knows how to 'speak well.'" Rita is devoted to an idea with her entire simple soul. She believes in socialism even if she is nearly incapable of saying anything about it except that it is good and right. Even if this description is somewhat of a caricature, the world is full of believers of this sort — both religious and nonreligious. Propositions are not generally relevant for the evaluation of their beliefs, and the question of error in their case is not a cognitive question
ולגבי דעם "האומר" זאגט דר. אלעק ריירי אין די לעקציע לגבי "אטעאיזם" אינעם מיטל-אלטער:
Blasphemy depends on shock value which means it's liable to galloping inflation. Even if you're sure that there really is a God, by saying out loud that there isn't, you've peered over a cliff edge. Maybe you're only trying to scare yourself or others and you've got no intention of actually leaping off, but you've looked and you've imagined. You've felt a thrill that isn't purely fear. It doesn't mean that if the cliff ever begins to crumble beneath you you're not going to be entirely unready

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 11:00 pm

· #541274
לגבי דעם געדאנק פון ״חסר לב״ איז מרמז ל״אך״ שהוא מועט, און אז בעניני השגת הא-ל איז דאס די פּערעדיים וואס דער חכם דארף אָננעמען און וואס מאכט אים טאקע א חכם אין די געביט, האב איך געקלערט אז מ׳קען זאגן א רמז נאך מער. והיינו, ווייל דער מי השילוח זאגט בפ׳ יתרו אז בדיבור הראשון שטייט ״אנכי״ און נישט ״אני״, צו מרמז זיין אז ס׳איז דא דערין דעם כ׳ הדמיון און מ׳קען קיינמאל נישט צוקומען צו השגת אמיתתו ע״ש. ולפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז דער פסוק מרמז (משלי יז חי) אדם חסר לב תוקע כף. והיינו, אז עס פעהלט אויס פאר׳ן מענטש צו פארשטיין אז להשיג בהא-ל פעהלט אים אויס צו זיין ״חסר לב״, די אותיות בעפאר ״לב״ שהן ״אך״ המרמז למיעוט השגתו וכנ״ל, וואס דאס איז מרומז אז בדיבור של ״אנכי״ איז נתקע אַן אות ״כף״ וכדברי המי השילוח.

אין דעם קען מען אויך זאגן א רמז אינעם פסוק ביים חנוכת הנישואים (במדבר ז כ) כף אחת עשרה זהב מלאה קטרת. והיינו, דער בעה״ט זאגט ביים פרשת קטורת (שמות ל לד) ק׳ח ל׳ך סמי׳ם ס״ת ״חכם״, חמרא וריחני פקחין (הוריות יג:) ע״ש. ולדרכינו, ״כף אחת עשרה״, אז אינעם ״ערשטן [אחת]״ דיבור פון די ״עשרה״ דברות (ע״ש על הפסוק בחנוכת נשיא יששכר ד״עשרה זהב״ מרמז להעשרת הדברות) איז דא דעם אות ״כף״, און דאס איז לרמז אז אונזער השגה בהא-ל קען נישט זיין ״מלאה״ (וואס ״זהב״ איז אויפ׳ן זייט פון צפון, וואס איז פארקערט פונעם זייט פון דרום שהוא צד החכמה, ועיין בב״ב כה:), וואס אט די אנערקענונג איז זיין א חכם אין די געביט, וואס קטורת איז מרמז לחכם/חכמה וכהבעה״ט.

ובדרך צחות קצת קען מען זאגן אז לאחר מעמד אליהו בהר הכרמל, וואו די אידן האבן מודה געווען אז (מלכים א חי לט) ה׳ הוא האלקים, שטייט (שם שם מד) ויאמר הנה עב קטנה ככף איש עלה מים ויאמר עלה אמר אל אחאב אסר ורד ולא יעצרכה הגשם. והיינו הרמז אז בהכרת ה׳ איז געזאגט געווארן דעם אות ״כף״ בדיבור אנכי כדי מ׳זאל דאס נישט קענען ״מגשם״ זיין. און דאס איז די געדאנק מיט דעם ווארט ״וָרֵד״ דא, וויבאלד מ׳קען דאס ליינען ״וֶרֶד״, וואס ביי ריאה בבהמה (וואס א ריאה איז דאך טאקע שואבת מיני משקין/גשם בברכות סא:) איז דא די ורדא (עיין ביו״ד סימן לב סעיף ב), און דארט ביי א ריאה איז דער רמ״א מכשיר (יו״ד סימן לו סעיף ח) טאמער האט עס א חסרון שהוא כצורת אות כ׳ פשוטה ע״ש. ולדרכינו הוא לרמז אז די אות כ׳ וואס איז דא אין אנכי, איז טאקע מסביר צום ״חסרון״ וואס וועט אלס זיין להשיג הא-ל.

און נאך קען מען זאגן אין דעם איבער דעם קשר צווישן שמירת שבת ומחילת חטא ע״ז בשבת קיח: (ועיין במ״א באו״ח סימן שו ס״ק כט), אז דאס איז די פסוק מרמז מיט (שמות לא יג) ״אך״ את שבתתי תשמרו כי ״אות״ הוא ביני וביניכם לדרתיכם לדעת כי ״אני״ ה׳ מקדישכם. והיינו, אז דעם ״אות״ וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אינעם ״אני ה׳״ בהעשרת הדיברות, אנכי, אט דאס ווייזט אויף דעם ״אך״ ומיעוט דערין אז מ׳קען נישט צוקומען צו א השגה דערין, וואס קלערענדיג אז מ׳האט יא א השגה איז אַן ענין ע״ז, וואס שבת איז א תרופה נגדה.

מ׳קען נאך א רמז אפשר זאגן דערין. דער בני יששכר שרייבט במאמרי חודשי כסליו טבת (מאמר ג אות כה) אז ״רגל״ איז בגימטריא ״יוסף״ במילואו ע״ש. ולפי די מכילתא דר׳ ישמעאל איז דאך די דיבור פון לא תנאף כנגד די דיבור פון לא יהיה לך. און די ילקוט זאגט (ירמיה רמז רסו):
אנכי ולא יהיה לך בדבור אחד נאמרו מה שאין הפה יכולה לדבר ואין האזן יכולה לשמוע
און ווי באקאנט איז דאך יוסף הצדיק כנגד מדת היסוד ושלימות בענין לא תנאף.

ועפ״י הנ״ל קען מען דאס מרמז זיין אינעם פסוק (דברים יא כד) כל המקום אשר תדרוך כף רגלכם וגו׳. והיינו, ״כל המקום״, אז מ׳וויל ארויסהאבן און משיג זיין כל כולו פון הקב״ה ״מקומו״ של עולם, איז ״אשר תדרוך כף״, דארף מען אין אכט נעמען דעם אות ״כף״ אינעם ערשטן דיבור פון אנכי וואס ווייזט אז דאס איז נישט מעגליך וכדברי המי השילוח, וואס ״רגלך״, יוסף וואס מילואו איז גימטריא ״רגל״ איז מושלם בדיבור לא תנאף וואס איז כנגד דעם דיבור פון לא יהיה וואס איז ארויסגעזאגט געווארן בהעלם אחד מיט אנכי (וואס אויב מ׳מיינט מ׳האט יא א השגה בהא-ל, איז דאך דאס טאקע כעין ע״ז וכדברי המו״נ בח״א פל״ו). און דאס קען אויך זיין די רמז אז מכירתו של יוסף איז געווען (בראשית לז כח) ב״עשרים״ כסף, כמנין אות כ׳.

‏ועיין בדרשות חת״ס לז׳ אב (תקפז) אז וויבאלד עס שטייט ״אנכי״, וועלכע איז א לשון מצרית, אנשטאטס ״אני״ אין די עשרת הדברות, איז דאס געווען א ניצוץ פאר׳ן יצה״ר, וואס פון דעם איז פרח אח״כ חטא העגל. וע״ש שפירש בזה הפסוק (ישעיה מט טו) גם אלה תשכחנה ואנכי לא אשכחך, וואס די גמרא בברכות לב: דרש׳נט איז מרמז לחטא העגל ב״אלה״ אלהיך ישראל, און צום דיבור פון אנכי. און די פסוק דארט אין ישעיה איז ממשיך הן על ״כפים״ חקותיך, והיינו מחמת דעם איבעריגן אות ״כף״ אין דעם דיבור פון אנכי, אשר מזה צמח אח״כ חטא העגל, וכדברי החת״ס.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:40 am

· #541295
Re:
מי אני #
און ווי דער רמב״ם שרייבט בפי׳ המשניות בסוף מכות (ג טז):
מעיקרי האמונה בתורה, כי כשיקיים אדם מצווה מתרי״ג מצות כראוי וכהוגן ולא ישתף עמה כוונה מכוונת העולם בשום פנים, אלא שיעשה אותה לשמה מאהבה כמו שבארתי לך, הנה זכה בה לחיי העולם הבא.

כנראה לע״ד איז דאס דער סיבה פון די שווערע נסיונות בעניני אמונה וואס ווערט ערגער פון טאג צו טאג, און ווי צדיקים האבן שוין פאראויס געזאגט. ווייל ווען א מענטש טוט עפעס נאך וואס זיין שכל האט דעם קלארן מאפע פארוואס ס׳מאכט סענס ער זאל טון כך וכך איז דאך בע״כ דא אין דעם פעולה עפעס א גשמיות׳דיגע, מענטשליכע נגיעה און איז נישט כל כולו לשמה.

משא״כ ווען מ׳טרעפט זיך טון א מצוה [באהבה ודביקות] און מ׳ווייסט נישט און מ׳האט נישט קיין אהנונג פארוואס מ׳טוט עס [כולל פסיכאלאגישע סיבות כמו פעיר-פרעשור וכדו׳ וואס ווערט גראדע אויך ווייניגער פון טאג צו טאג]. דאן איז א מצוה זיך צו פרייען בשמחה של מצוה אז ער איז אנגעקומען צום תכלית ואשרי לו וחלקו בעולם הבא.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:04 pm

· #541322
יא און ניין. והיינו, ווייל ווי דער רמב״ם שרייבט דאך במו״נ ח״ג פכ״ו האבן די מצות ה׳, מיינענדיג די כלל המצוה, שכל׳דיגע ראציאנאלע מסתבר׳דיגע טעמים; עס זענען נאר די פרטים דערפון וואס דארפן ל״ד האבן א דירעקטע טעם און זענען שוין מער אַרבּיטרערי. און דאס איז אבער בהכרח, ווייל ווען עס איז אנדערש וואלט מען דעמאלטס געפרעגט ״און פארוואס דוקא אזוי?״ ולא עוד, נאר אז עס זאלן נישט זיין קיינע פרטים בתוך המצוה וואס זענען אַרבּיטרערי און האבן נישט קיין טעם כלל, איז מכת הנמנע אף אצל הקב״ה כביכול; עס מוז בהכרח זיין בתוכה פרטים בלי טעם כלל וכלל. אבער די כלל המצוה האט א געהעריגע שכל׳דיגע טעם וסיבה ע״ש. ולהלן שם בפל״א שרייבט ער אז דער מענטש קען יא בעצם משיג זיין די אמת׳ע טעמי המצות בשכלו ע״ש.

איז דאס וואס דער רמב״ם שרייבט בסוף מכות, איז אז ער זאל טוהן די מצוה מחמת התועלת השכלי, שאפשר שהשיגה, שיש בה, און ״ולא ישתף עמה כוונה מכוונת העולם בשום פנים״. מיינענדיג, אז עס זאלן נישט זיין קיינע זייטיגע נגיעות וואס האבן נישט צו טוהן מיט די מצוה זעלבסט ממש וסיבתה ממש. אבער מיט די טעם השכלי פונעם מצוה, וואס ער פארשטייט, האט דאס יא א רעכט צו האבן, און אדרבה דאס מאכט דער מקיים המצוה בעסער און מער חכם דערין. די ״לשמה ומאהבה״ גייט צוזאמען מיט׳ן רמב״ם׳ס מהלך פון דביקות לשורש ומקור החכמה (ושכל הפועל), וואס דאס איז דאך לויט אים תכלית האנושי. וג״כ כעין דברי דר. דוד בּלומענטאל.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 10:46 am

· #541455
דר. דזשאן דענעהער שרייבט גאר ענליך צו מיין יעוד האנושי. ער שרייבט איבער דעם געדאנק און פארטיידיגט דאס, אז א גוטע יוּטאָפּיע פאר דאס מענטשהייט איז וואו און ווען זיי זענען זיך ביכולת אריינצופּלאָגן אין א ווירטואלע ריאליטעט של עולם שכולו טוב, בשעת ראבּאטן נעמען קעיר אינדרויסן פון אלע זייערע באדערפענישן פאר זיי. דאס דערמאנט פונעם Wall-E פילם.

דאס גייט אין איינקלאנג מיט'ן געדאנק אז יעוד האנושי איז צו שפילן געימס, וואו מ'נעמט אויף זיך בבחירת עצמו אָנצוקומען צו א מטרה וועלכע פעהלט נישט אויס, דורך ספעציעלע וועגן מיט מניעות וואס באמת פעהלן נישט דוקא אויס אויף כדי צו גרייכן אט די מטרה. ובזה האט דר. יובל נח הררי געשריבן לגבי רעליגיעס וחקותיהם אז זיי זענען אויך בעצם "געימס" (בתוך דאס לעבן, וואס דאס גאנצע לעבן בכלל איז א געים). און עס איז טאקע די סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם והסכמת הכלל דערין, וואס געבט דאס אלעס זייער ווערד אז "אזוי באדארף דאס צו זיין און געטוהן ווערן", וממילא די געדאנק פון מהו ״קדושה״ במשנתו של הרמב״ם און די ראציאנאליסטן:
For thousands of years, billions of people have found meaning in playing virtual reality games. In the past, we have called these virtual reality games “religions”. What is a religion if not a big virtual reality game played by millions of people together? Religions such as Islam and Christianity invent imaginary laws, such as “don’t eat pork”, “repeat the same prayers a set number of times each day”, “don’t have s*x with somebody from your own gender” and so forth. These laws exist only in the human imagination. No natural law requires the repetition of magical formulas, and no natural law forbids homosexuality or eating pork. Muslims and Christians go through life trying to gain points in their favorite virtual reality game. If you pray every day, you get points. If you forget to pray, you lose points. If by the end of your life you gain enough points, then after you die you go to the next level of the game (aka heaven)

The idea of finding meaning in life by playing virtual reality games is of course common not just to religions, but also to secular ideologies and lifestyles. Consumerism too is a virtual reality game. You gain points by acquiring new cars, buying expensive brands and taking vacations abroad, and if you have more points than everybody else, you tell yourself you won the game. You might object that people really enjoy their cars and vacations. That’s certainly true. But the religious really enjoy praying and performing ceremonies, and my nephew really enjoys hunting Pokémon. In the end, the real action always takes place inside the human brain
ועיין לעיל לגבי די שפראך ״געים״ בנוגע דיבור אודות, ותוארים על, הא-ל.

א נייעם טייטש אין (תהלים ב ד) יושב בשמים ״ישחק״…
און אויך (איוב לט יז-חי) כי השה אלוה חכמה ולא חלק לה בבינה, כעת במרום תמריא תשחק וגו׳. והיינו, אז מ׳באטראכט דעם געדאנק פון מרומים ווי א ״משחק״. אבער מ׳דארף האבן די חכמה ובינה צו פארשטיין אז דאס איז נישט א משחק אין א פּעדזשארעטיוו סענס, נאר עס איז טאקע הייליג און חשוב אעפ״כ.


*

לגבי דאס שוועריקייט, צי גאר אומעגליכקייט, אויפצוווייזן אדער אפצופרעגן מציאות הא-ל, שרייבט דר. דענעהער:
I think it is essentially inconclusive because it requires too many, unproven metaphysical assumptions to work. But I also think that a full 'proof' of a naturalistic or nontheistic worldview requires similar assumptions. Establishing worldviews is hard, and I don't think I or anyone else is capable of definitively doing so. We can only offer more or less plausible arguments for different possibilities
*

‏דא האב איך צוגעברענגט לגבי הגדרת ״די פעלד פון פילאזאפיע״ כהיום:
מי אני #
דער פילאזאף דר. אנטאני מקגאוואן ‏שרייבט אז כהיום באציהט זיך פילאזאפיע צו דריי דאמעינס (ברייט גערעדט):

‏1). עטיקס.

‏2). עפיסטעמאלאגיע [ווי אזוי מ׳״ווייסט״ וכל המסתעף].

‏3). מעטאפיזיקס [דאס נאטור און מיינונג פון ״עקזיסטענץ״ און אבסטראקטקייט בכלליות כדוגמא אעסטעטיקס].
דר. דענעהער שרייבט איבער די יחס דערפון צו טעאלאגיע ודת:
Philosophy can garb itself in sophisticated verbiage, but it all boils down to asking three basic types of question:

* Ontological Questions: These are questions about existence. What exists? How did it get that way? How does it work? What are things made of?
* Ethical Questions: These are questions about appropriate behaviour. What should I do? How should I treat others?
* Epistemological Questions: These are questions about knowledge. How do I know what exists or what I should do? What tools (logic, evidence, experiment etc.) can I use to gain knowledge about the world?

Religion tries to answer these basic philosophical questions. Examine any major religion, and you will find a set of ontological claims about the origins of the universe, the mechanics of the universe and the events in human history.

Examine any major religion and you will also find a set of moral prescriptions about how one should live one's life and how one should treat other people.

Nicholas Everitt argues that for most religions the God hypothesis is at the root of its ontological and ethical claims: God is the ultimate ontological entity which explains all other aspects of reality, including moral values. Thus, although religions are not just about God, it is appropriate to dedicate significant attention to the God question
***
מי אני #
לגבי די געדאנק פון דר. דוד ביאלע, האט יצחק דויטשער געשריבן:
The Jewish heretic who transcends Jewry belongs to a Jewish tradition
ועיין כאן.
דא האט @קאווע טרינקער צוגעברענגט:
קאווע טרינקער #
אין א צווייטע שמועס (פאר נישט אידן) האב איך אמאל געהערט רב זאקס זאגן - בנוגע וואס אידן האבן אלץ תורם געווען פאר די פאבליק, זאגט ער:
אפילו אין אפיקורס'עס און אין כפירה זענען אידן די בעסטע... נעם למשל 3 פון די 4 גרעסטע כופרים אין מאדערן-וועלט: שפינוזא, מארקס און פרויד
דער איינציקסטער וואס איז נישט געווען א איד איז דארווין, פארוואס דארווין - מיט אזא לאנגע בארד, איז נישט געווען אידיש, ווייס איך נישט
must have been a random genetic mutation
***

דא האב איך צוגעברענגט, לגבי דעם וואס איך האב געשריבן לגבי דעם סימיולעישאן ארגומענט, עפ"י דר. עריק סטיינהאַרט, אז מ'קען באטראכטן "ג-ט" אלס דאס "אינפיניט סעלף-פּראגרעמינג סוּפּערקאמפּיוטער" וועלכע לויפט די גאנצע סעט פון סימיולעיטארס און סימיולעישאנס, אז דער משנה הלכות שרייבט (ח"ז סימן רפט):📎 משנה הלכות.jpg ***

לגבי דעם געדאנק פון תפילה און וויאזוי דאס שטימט לויט'ן פילאזאפיע פונעם רמב"ם, שרייבט דר. אהוד בענאר און די הקדמה צו זיין בוך דערוועגן:
Maimonides' conception of prayer transcends the prevailing distinction between supplication and meditation. Maimonides saw prayer primarily not as a manner of communicating with God or of contemplating eternal truths but as a pure act of worship. He saw it as an act that brings a person to realize the true nature of God, to experience God's presence, and to inculcate this realization in all dimensions of life
ער ברענגט צו ווי דר. מארווין פאַקס און דר. עלווין ריינעס (און דר. דזשעראלד בּלידסטיין) האבן יא געהאלטן אז די געדאנק פון תפילה (בפה) איז א סתירה מיט'ן רמב"ם'ס טעאלאגישע סיסטעם.

***

לגבי דעם אז מ׳דארף אויסוואקסן א קינדערישע צוגאנג צום געדאנק פון ״ג-ט״ און רעליגיע, איז אבער אינטרעסאנט אז מאַרק טוועין האט געשריבן לגבי זיין באקאנטע מימרא:
There are those who scoff at the school boy, calling him frivolous and shallow. Yet it was the school boy who said, “Faith is believing what you know ain't so”
***

לגבי דעם חילוק צווישן א ״כופר אויף ניין״, און אַן ״אינו מאמין אויף נישט-יא״ זאגט רש״י בשבת לא. ד״ה גייריה:
שלא היה כופר וכו׳ אלא שלא היה מאמין
און דער רש״ש איז מפרש דערויף:
נ״ל כוונתו ד״כופר״ לא מיקרי אלא אחר החקירה בכל חלקי הסותר, אבל זה לא חקר ולא נוכח אלא שלא היה מאמין

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:01 pm

· #541781
מי אני #
עס איז אויך מערקווידיג צו באטאנען אז בימי היוונים פלעגט פאר א לאנגע תקופה פארקומען יעדעס יאר א סודות׳דיגע צאמקום וואס פלעגט גערופן ווערן די יוּסיליען מיסטעריעס. וואס איז דארט אויסגעשמועסט געווארן וכו׳ איז בעצם געבליבן בסוד. צו די צאמקום פלעגן אויך קומען אסאך פילאזאפן, וביניהם סקראט ואריסטו ועוד. דארט פלעגט מען טרינקען א געטראנק גערופן קייעקאַן. עס איז דא דערביי די ענטעאָדזשעניק היפאטעזיע, וועלכע לויטעט אז אין די קייעקאַן געטראנק, איז געווען אריינגעמישט סייקעדעליק מיני מאָשרומס ווי ערגאַט, און פון דעם זענען געקומען די גילויים צו און פון די פילוסופי היוונים. וידוע וואס דער רמב״ם האט געשריבן לר׳ שמואל אבן תיבון אודות אריסטו:
דעת אריסטו, היא תכלית דעת האדם, מלבד מי שנשפע עליהם השפע האלוקי עד שישיגו אל מעלת הנבואה אשר אין מעלה למעלה ממנה.
און עס איז יתכן אז אריסטו האט ביי די יוּסיליען מיסטעריעס מסיבות גענומען סייקעדעליקס און געקומען ל(כמעט )ענין נבואה.
עס איז אויך ידוע אז דר. דזשאַן מאַרקאָ אלעגראָ האט גע׳טענה׳ט (קאנטראוועסיאנאל) אז די ערשטע נוצרים (ווי אויך אנדערע רעליגיעס) פלעגן זיך צוזאמקומען אין גרופעס, אלס פערטיליטי קאָלטס צו נאכמאכן (מיט ״הייליגע״ זנות וכדומה) און דינען די הריון והויה והפסד פון נאטור, און אזוי אפירברענגען הריון ווייטער. ביי דעם פלעגן זיי נעמען סייקעדעליק מאָשרומס וכדומה, ובעיקר דעם אַמאַניטאַ מוסקאַריאַ, וואס זעהט אויס אביסל ענליך צו אַן אבר המילה. זיי האבן צוזאמען אזוי געטריפּט, און דאדורך אויפגעקומען מיט רעיונות און מיט׳ן פיגור פון ישו הנוצרי, וועלכע, ער האלט (ווי, לדוגמא, אפרים דיינרד און דר. ריטשערד קעריער; די קריסט מיתוס טעאריע) איז באמת לא היה ולא נברא; די פיגור איז געווען אזא סארט קוֺיד פאר די מאָשרום.

אין א קירכע אין פראנקרייך פון די צייטן פונעם רמב״ם, איז דא די בילד וואס צייגט טאקע דעם ‏עץ הדעת אלס אזא סארט מאָשרום: 📎 IMG_6556.jpeg ואגב, אז מ׳האט גערעדט אינעם פריערדיגן תגובה איבער רעליגיע ווי א געמיינזאמע ״געים״ וכו׳, שרייבט טאקע אפרים דיינרד אין זיין ״היער באין דוב״ נגד הנצרות:
היא באמת רק אמונת ההמון הגס אשר לא ידע בין ימינו לשמאלו, אבל בשום אופן לא אמונת אציליו וחכמיו, ואף לא אמונת כהניו וכמריו. הנצרות בידי הכמרים הנה רק שחוק קלפים ועל הקלפים פרנסתם. יודעים המה, ככל המשחקים המומחים, כי בידם רק הקלפים הקטנים, הריקים, אשר אם יגלום ויפרשום על השלחן יאבדו כל רכושם כרגע, ועל כן יסתירום, יתפארו בהם, יפחידו, יוליכו אמים על המשחקים האחרים, יעשו עצמם כלא יודעים.

ואמנם מצאנו לפעמים גם איש דעת בין הכמרים. אבל משמרתם לא נתנה להם כל יכלת להביע הגות רוחם.
און דער ריינהרד האט געשריבן, בפולמוסו נגד המקובלים והחסידים, לגבי תפילה ביהדות כהיום:
המקובלים עזבו את התורה הכתובה והמסורה, וישימו כל מעינם בתפלות וכוונות, כמו כל תורת ישראל נשענת על התפלה, עד כי כל מתפלל מתהולל נחשב להם לקדוש.
ער שרייבט דארט לגבי אמונה פשוטה ומקובלת (און דאס ‏מאכן א דאקטאראט על דברי הבל):
ישנם בנו חכמים – טפשים המאמינים בכל לב, כי כבוד גדול הוא לנו לתפאר, כי בני ישראל “מאמינים בני מאמינים המה”. החכמים האלה טרם השכילו להבין, כי לוא היינו “מבקרים בני מבקרים” היינו מאושרים הרבה יותר מהיות מאמינים בני מאמינים, כי לוא ידע המאמין כי גם אביו היה פתי מאמין, אז לא היה מתפאר בסכלותו גם הוא.

טפשים מתפארים, כי אנחנו בני ישראל הננו מאמינים בני מאמינים בחשבם כי אחת היא עם הפתגם “כי הננו רחמנים בני רחמנים”, שהוא כבוד באמת.

מגפת תוארי “ד”ר" בעד כל מחברת מלאה “הבל מדעי” הגיעה כבר עד “שער העפוש”. וכל לץ מודרוני אשר הגיש לאיזה אוניווערזיטאט, או בית חרשת מעשה לרבנים איזה “דיססערטאטיאן” בת עשרה דפים, המדברת באיזה שפה איירופית בלשון מדעית, אודות “המכנסים של רב פפא”, ארכם ורחבם, כמה כפתורים, תפירות, סדקים ובקיעים, ובעד החכמה הגדולה הזאת יקבל תואר “ד”ר לסכלות" בלי עמל. הנה כי כן, אולי נכון הדבר, כי נגיש גם אנחנו כל המון בית ישראל, דיססערטאטיאן פרטית אודות “הקבלה המדעית” והפלוסופיא של הבעש“ט, גל של הבל גדול, ולקבל תואר “ד”ר למאמינים בני מאמינים” על שם “כנסת ישראל”. ואז נהיה כלנו דאקטוירים לפלוסופיא וסכלות בלי עמל רב, האין זאת אחי?
מי אני #
און דאס האט השלכות לגבי אפילו די ״מציאות״ פונעם אידענטיטעט פונעם עצם מענטש. און ווי מאַנטעין האט געזאגט:
‏Where I seek myself I cannot find myself
(דוד הום האט אויך געזאגט ענליך, ולגבי זיין בונטל מהלך אין אידענטיטעט.)
און דאס קען האבן השלכות צו דעם וואס אבן כספי שרייבט ״כי השכל הוא הא-ל והא-ל הוא השכל״. והיינו, ווייל ווי דר. עלי ענדערסאן ברענגט צו פון דר. ריטשערד מאָראַן:
When thinking about self-knowledge, I think we often presume that the self is a thing and it is a thing that can be known in the sense that we treat it in the same way in which we treat objects in the world. So I can know this cup in my hand, by observing its properties. It is hard. It is a container for liquid. It is purple, whatever it might be. But this kind of knowledge presumes some distance from the subject. I am not the cup. There is a knower and a known and observer and an observed. And philosopher, Richard Moran points out that this model of self knowledge is based on perception. We treat self knowledge as a directing of an inner eye onto ourselves, but the weird thing about the self is that we can't get this kind of knowledge of it. For one, we lack the requisite distance, knower and known here are the same thing. And so questions arise about whether we can even have access to this self
דאס שוועריקייט פון דעפינירן דעם ״זעלבסט״ אין דעם געביט, גייט אין איינקלאנג מיט דעם אז ביי ״ג-ט״ איז דאך אויך השכל והמשכיל והמושכל אחת הן (מו״נ ח״א פס״ח).

***

שלמה מימון שרייבט אין זיין אָטאָבּיאגראפיע:
The greatest of all mysteries in the Jewish religion consists in the name, Je-ho-vah, expressing bare existence, in abstraction from all particular kinds of existence, which cannot of course be conceived without existence in general
‏ועיין במו״נ ח״א פס״א.

***

אפאר פאעזיעס פון יעקב אורלנד, וועלכע האבן א שייכות מיט׳ן אשכול:
לְהִתְפַּלֵּל אֵלֶיךָ, לְחַנֵּן, לִזְעֹק,
וְכָל זֹאת בְּיָדְעִי אֶת נֵצַח אֵינוּתְךָ
וְאֶת הֱיוֹתִי חֵלֶק מִמֶּנָּה.
הוֹ, מַהְפַּךְ־פַּשְׁטָא שֶׁל הִגָּיוֹן
וְהָה, חֶרְדַּת מַעֲמַקַּי!
שֶׁהֲלֹא אִם אֲנִי הַיּוֹצֵר,
אֶפְשָׁר שֶׁחֵרֶף כָּל יְדִיעָתִי
כִּי אֵין אַתָּה –
בְּרָאתִיךָ לִי יֵשׁ
מֵאָיִן,
כְּדֵי שֶׁלֹּא אוּכַל בִּלְעָדֶיךָ.
און נאך:
הָעוֹלָם עוֹדוֹ עָגֹל,
הֶחָבִית – חָבִיתוֹ שֶׁל דִּיּוֹגֶנֶס
וְהֶחָלָל עוֹדוֹ שֶׁל טוֹרִיצֶ’לִי.
מֶה חָדָשׁ אָנוּ יוֹדְעִים
בְּחֵקֶר אָדָם וֵאלֹהִים?
הַפְשִׁילָה מִכְנָסֶיךָ, פִּיתָגוֹרַס!
הַמַּיִם עֲמֻקִּים מִקַּרְסֻלֶּיךָ.
און נאך:
אִם לֹא אַשְׁלֶה
וְלֹא אֶכְזֹב
וְלֹא אֶעֱלֶה
לְךָ בָּאוֹב,
וְלֹא אֶחְרַד
וְלֹא אַמְרִיד
וְלֹא אִיקַד
בְּךָ תָּמִיד,
ולֹא אֶשְׂרֶה
עִמְּךָ עַד אוֹר
וְלֹא אֶרְאֶה
עִמְּךָ פִּי־בֹּור,
וְלֹא אֶתְגַּל
בְּאַשְׁמָתְךָ
וְלֹא אֶשְׁגַּל
אֶת נִשְׁמָתְךָ,
וְלֹא אַעְפִּיל אִתְּךָ בָּהָר
וְלֹא אֵרֵד אֲפֵקָה –
מִי יִתְהַלֵּךְ בַּגָּן הַנִּסְתָּר
וּמִי יִשְׁאַל: “אַיֶּכָּה?”
***

ולגבי דעם געדאנק פונעם קשר בין עניני אלקות ועניני צניעות ומשגל, איז דאך די כוונה פון מצות תפילין לזכור יחודו ואחדותו, ועיין באו״ח סימן כה סעיף ה (ושצריך להיות עליו בשעת ק״ש בסעיף ד). און עס ווערט טאקע גע׳פסק׳נט להלן בסימן לח סעיף ד דהמניח תפילין צריך ליזהר מהרהור תאות אשה, ועכ״כ אז דער רמ״א פסק׳נט דארט אז בלא זה איז מוטב שלא יניח תפילין ע״ש. ולגבי די געדאנק פון תפילה אויב איז למעשה ״ג-ט״ נישט קיין ״כאראקטער״, עיין בדרשות חת״ס לפ׳ זכור תקפ״ו אז לבישת תפילין בשעת התפילה, צייגט דערויף אז תפילה איז נישט מחמת צורכי עצמו ע״ש.

***

ולגבי דאס׳ן נישט קענען מסביר זיין מיט ווערטער א סאָבּליים אינעפעבּל געפיהל, זאגט דר. דוד פּענאַ-גוזמאן:
A central question in the philosophy of sensory perception, is how do you convey an experience, especially one that is sensual in nature, to somebody who has never had an experience of the same kind in the flesh? Or can you? For example, can you describe the feeling of pain to, let's say, an alien who comes from a foreign planet and whose body just doesn't feel pain, or can you describe the color red to a person who has never seen color?
וידוע די געדאנק פון מערי׳ס צימער.

ולגבי חטא עץ הדעת ברענגט ער צו פונעם פילאזאף און פאליטיקאנט זשאַן ענטעלם:
There is a point in his book where he says that eating and taste are so important for human life, that even Adam must have been created by God as already hungry. Because that's what drives him and Eve to be motivated to taste the forbidden fruit. If they didn't have hunger, they wouldn't have had that curiosity
***

בנוגע מאטעמאטיקס און ג-ט, איז מיר געווען אינטרעסאנט דאס צו זעהן אין שוהל. מ׳האט גענוצט א בלעטל פון א מאטעמאטיקס בוך צו בינדן א סידור.📎 IMG_6549.jpeg

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 7:06 pm

· #542125
פריער האב איך צוגעברענגט דעם באקאנטן מימרא פון מאַרק טוועין:
Faith = believing what you know ain't so

במושכל ראשון קוקט דאס אויס ווי א דעניגרעישאן פון "אמונה", בזה אז דאס איז אזא סעלף-דעסעפּשאן, ווי מ'נאַרט זיך און מ'לייגט אריין די קאפ און שכל אין זאמד בכוונה (וכעין טענתו של דר. דזשאָרדזשעס רעי). ולכל היותר איז דאס אזוי ווי די באקאנטע מימרא פון טערטוליען "קרעדאָ קוויאַ אבּסורדום", וועלכע באדייט "איך גלייב דאס וויבאלד דאס איז אבסורד/אוממעגליך."

אבער אריינקלערענדיג טיפער (בבחינת שיחתן של חכמים צריכה לימוד), איז מיר בייגעפאלן אז דאס קען גיין אין איינקלאנג מיט וואס איך האב פריער געשריבן איבער ווי ווייט סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם און הסכמת הכלל קען גיין לגבי קובע זיין "מציאותו" של איזה דבר, ואפילו לפי הדוגלים בראציאנאליזם, ואפילו ווען עס איז מנוגד צו מושכלות. אין קורצן איז די געדאנק מיינער אז לפי הרמב"ם ודעימיה קען זיין א מקום פאר א מענטש לאחוז, ואפילו באמת גמור און לגמרי, אין אבערגלויבענס וואס די געזעלשאפט און לעבנסוועלט פונעם מענטש נעמט אָן, אזוי לאנג ווי ער ווייסט אז דאס איז נאר "אמת" אינעם לעבנסוועלט זיינער ומחמת דאס סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם וועלכע געבט דאס איר מציאות ו"אמת".

און דאס קען אפשר זיין א טיפערע כוונה אין דעם מימרא פון טוועין. והיינו, די מימרא איז נישט דייקא ארויסצוברענגען די חסרון פון אמונה, ווי איידער ארויסצוברענגען ווען עס איז גאר א מעלה. מיינענדיג, אז ווען מ'האט "אמונה" וואס איז זיך מנגד צו עפעס לאגיש בדעת, אבער מ'מיינט אז דאס איז טאקע די אמת לאמיתו אינגאנצן - מ'קלערט אז עס איז טאקע "so" - דאן טויג דאס נישט, ווייל דער מענטש באגראבט דאך בהדיא זיין דעת ושכל, אשר בה האדם "אדם" (כלשונו של המו"נ ח"ג פנ"ד). משא"כ ווען ער ווייסט און אנערקענט אז זיין "אמונה" בדבר מה וואס איז מנוגד צו לאגיק ודעת, איז נישט "אמת" על הכלל כולו ממבט מושכלות - ער ווייסט אז עס איז טאקע נישט "so" - און עס איז נאר "אמת" (טאקע לגמרי אבער נאר) אין זיין לעבנסוועלט וגעזעלשאפט מחמת סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם, דאן איז זיין "אמונה" גאר א מעלה. דאס איז וויבאלד ער געבט נישט אויף אויף זיין דעת ושכל האנושי, ובו בעת האט ער אבער אויך די בענעפיטן וואס אמונה בתוך א געזעלשאפט קען געבן, ווי מיענינג אידענטיטעט וחברותא.

‏(ועיין כאן ווי @סקעפטיקער האט צוגעברענגט פון דר. ניעל ווען ליאָווען אז רעליגיעזע גלויבונג איז נישט ווי א גלויבונג אין פאקטן שניתן להפרכה, ואינם ניתנים לסתם הוספה בהם גופא. רעליגיעזע גלויבונג איז פשוט אויף אויסצושטעלן א וועלט-אויסקוק.)

***

לגבי דעם געדאנק פון העדר ידיעה ב"עצמותו" של הא-ל, מאכט דער לשם א דרייפאכיגע חילוק עפ"י קבלה, לתרץ דעם קשיא פון תכלית בריאת העולם ע"י רצון הא-ל, וואס די רצון ווייזט דאך אויף א שינוי והעדר בשלימות הא-ל וואס איז געווען פון פריער. ער מאכט א חילוק צווישן ממבט "עצמותו" אין וועלכע מ'קען בכלל נישט דן זיין, "רצונו", און "התגלותו ע"י שמו":📎 לשם 1.jpg 📎 לשם 2.jpg

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:19 pm

· #542388
‏דא האב איך צוגעברענגט פון דר. וויליאם דזשעימס, בנוגע די עיקר שאלת הפילוסופיה שהיא ״צי דער מענטש זאל באגיין זעלבסטמארד?״:
Believe that life is worth living, and your belief will help create the fact
וואס דאס איז בתוך דזשעימס׳ ברייטערע פּרעגמעטיסט מהלך בכלליות.

האב איך געקלערט אז, ווי פריער ארויסגעברענגט לפי פראפעסאר ישעיה ליבוביץ, איז דאס גלויבונג והגדרה של ״ג-ט״ אליינס, און וואס געבט דאס שוויית ו״מציאות״ און מאכט דאס ״עכט״, אויך תלוי אין דעם וואס מ׳גלייבט דערין - דאס גלויבונג איז אט דאס וואס מאכט דאס א ״פאקט״. ולפי״ז אפשר לומר בדרך רמז אז דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״א פס״ח, אז מכח אחדותו הפשוט של הא-ל:
ולזה יאמר "חַי ה׳" ולא יאמר "חֵי ה׳", מפני שאין חייו דבר זולת עצמו כמו שבארנו בהרחקת התארים.
והיינו, ווייל ״חֵי״ איז כעין המילה ״חיי״, וועלכע איז שוין א פּרעדיקעט ותואר נוסף פאר זיך, און דאס קען מען נישט זאגן על הא-ל וככל הנ״ל. און ווי דער נרבוני איז דאס מפרש:
ואם שאמר ״חי העולם״ וישבע ב״חי העולם״, כי הוא באמת חי העולם כמשפט הצורה לבעל הצורה והוא חיי העולם, אבל חייו הוא עצמו. וצריך שתדע שלא נאמר ״חי העולמים״, כי אחר שהוא חי לעולם אמנם יהיה אחד להיות שהעולם שהוא חייו אחד, ואמנם נאמר ״חי העולמים״ הרצון בו שהוא שהוא חי לעולם ולעולמי עולמים, ר״ל שלא יקיפהו זמן כי הוא נצח נצחים ודע זה.
ועיין לעיל בפמ״ב ובפמ״ו ע״ש.

עכ״פ איז די געדאנק ביי ״חיותו״ של הקב״ה כביכול, ווייטער אזא סארט געדאנק פון ״חי ולא בחיים״, וכעין מש״כ לגבי מציאותו ואחדותו. וא״כ קען מען אפשר צושטעלן דאס געדאנק אז די עיקר שאלה בחכמה איז דאך צי ס׳לוינט זיך אָנצוהאלטן דעם אייגענעם מענטש׳נס חיות און עס האט א באמת א שוויית צו דעם מענטש החושב אליינס. וואס די עיקר שאלה באלהיות, לגבי די דיון פון ״ג-ט״, איז דאך חיותו ממש עצמותו אשר אי אפשר לדון עליו. און וואס געבט דאס א ממשות למעשה פאר׳ן מענטש, איז אט די קאַנסטראָקט דערביי ווי ׳מ׳נעמט דאס אָן״ אלס עכט, וואס אט דאס איז טאקע וואס מאכט דאס ״עכט״ וכדברי ליבוביץ. וה״ה לגבי די שאלה צי דאס מענטש׳נס לעבן האט א שוויית צו אים אליינס: זיין גלויבונג אז ס׳איז אזוי, איז אט דאס וואס מאכט דאס טאקע ובאמת אזוי.

דר. דזשעימס שרייבט דארט טאקע:
God himself may draw and increase of very being from our fidelity
ואגב ברענגט ער צו פון וויליאם סאָלטער:
The essence of courage is to stake one’s life on a possibility, so the essence of faith is to believe that the possibility exists
***

ולגבי דעם אז וואס מ׳וויל איז שמירת המצות אין א בּיהעיוויארעל סענס (מכח געפיהל וואס איז שוין דארט), און די ראציאנאל דערפאר וועט מען שוין דערנאך אויסשטעלן, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין אונטער דעם געדאנק פון ״נעשה ונשמע״ וועלכע איז געזאגט געווארן לגבי קבלת ושמירת התורה. והיינו, ווייל מקודם איז ״נעשה״, טוה דאס אין אַן אַבּזערוועבּל בּיהעיוויארעל סענס, און דערנאך ״נשמע״, דערנאך וועט מען שוין אויסשטעלן די (פערזענליכע) ראציאנאלע סיבה דערפאר פאר׳ן אינדיווידואלן מענטש.

און דאס קען אפשר זיין א רמז בהתוספתא בב״ק (ז ג):
כשהיו ישראל עומדין לפני הר סיני בקשו לגנוב דעת העליונה שנאמר "כל אשר דבר ה' נעשה ונשמע" (שמות כד ז), כביכול נגנב הוא להם.
ולרמז אז די געדאנק איז טאקע דייקא צו זיין א גונב דעת בזה - אזא סארט טוה ערשט און די הסבר לעצמו וועט נאכקומען שוין שפעטער.

***

בנוגע דעם געדאנק פון ״ודומו סלה״ לגבי נעגאטיווע טעאלאגיע, זאגט דר. עלי ענדערסאן במשנתם של דר. בּערנארד דאַוּענהאַוּער ודר. מארטין היידעגער:
Dauenhauer draws attention to the fact that silence is on a backdrop of discourse or perhaps vice versa, but they have a fundamental relation. I would strongly suspect that he's at least partially inspired by Heidegger's account of silence, because this is a point that Heidegger makes in Being in Time. He says that authentic silence is possible only in genuine discourse. That is, we need to have something to say, a deep understanding even, but choose to keep what we have to say silent in order to authentically be silent
און דאס איז די ריכטיגע מדריגה אין חכמה בזה של ודומו סלה, וכעין במו״נ בח״א פנ״ט.

***

דער מלבי״ם איז מפרש דעם פסוק (איוב יג ה) מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה:
אחרי שכל תשובתכם הוא ששכל האדם א״א שישיג את הדברים האלה. ובזה היה טוב שתחרישו, כדרך (משלי יז כח) גם אויל מחריש חכם יחשב, וזה היה נחשב לכם לחכמה. כי האומר ״איני יודע״ חכמתו הוא שיחריש, ולא יתוכח

מי אני » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 7:04 am

· #542982
דער רלב״ג איז מפרש דעם פסוק (משלי טו טו) כל ימי עני רעים וטוב לב משתה תמיד:
כל מי שהוא עני בדעות, כל ימיו הם רעים. אך מי שהוא טוב שכל, שמח בכל ימיו כאילו יעשה משתה בכל יום, עם שתמיד הוא שותה מנחל עדני נעימות הדעות.
(ולכאורה גייט דאס אין איינקלאנג מיט הדרשה של רבא בב״ב קמה:, דטוב לב משתה תמיד קאי על בעל גמרא המעמיק בסברות ע״ש.) דאס איז לכאורה מנוגד צום פסוק (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, וואס לפי חז״ל האט אויך שלמה המלך געשריבן פונקט ווי משלי. ועיין במה שפירש הרלב״ג שם על הפסוק.

מ׳קען אולי זאגן אז לפי חז״ל (שהש״ר א י) האט שלמה געשריבן משלי אין זיינע מיטעלע יארן, און קהלת אויף דער עלטער כשאדם קורא תגר על הכל. ואולי קען מען זאגן ווי ר׳ תנחום הירושלמי איז מפרש הפסוק להלן בקהלת (ט ג) וגם לב בני האדם מלא רע והוללות בלבבם בחייהם ואחריו אל המתים:
כלומר לא זו בלבד שהדברים קורים להם כביכול בצורה מקרית ואין הם יכולים לבחור איזה מהם יתרחשו, אלא שבנוסף לכך לבבות בני האדם נוטים לעבר החייתיות ולמעשים רעים ולטיפשות וקלות הדעת במשך חייהם, ולאחר מכן כאשר הם מתעוררים וסר מהם טבע הטיפשות והם מתחילים להחכים מעט, אז הם מתים. כלומר, הם כל הזמן במצב של הפסד, בתחילת החיים בגלל התגברות הטיפשות, ובאמצעם בגלל התקבעות התכונות הרעות, ובסופם כאשר האדם מתעורר ומנסה לתקן את מה שקולקל, דווקא אז המוות קוטע את דרכו והוא פוסק מלהתקיים, ואם כך בשום מצב הוא אינו זוכה ליתרון, ולפיכך הוא אמר שזה רע יותר מכל מה שנאמר קודם.
והיינו, אז די מכאוב איז טאקע ווען מ׳קומט טאקע אָן צו דער עלטער און מ׳וויל זיך נעמען צו חכמה, אבער עס איז שוין שפעהט.

איך האב אבער געקלערט אז מ׳קען זאגן א נאך טיפערע רמז. ווי באקאנט, ענדיגט צו דער רמ״א או״ח סימן תרצז לגבי פורים קטן בשנת עיבור:
י"א שחייב להרבות במשתה ושמחה בי"ד שבאדר ראשון, ואין נוהגין כן. מ"מ ירבה קצת בסעודה כדי לצאת ידי המחמירים. וטוב לב משתה תמיד.
והנה, ווי ארויסגעברענגט דא, איז (אפטמאל) דאס וואס איז קובע אז דער מענטש ״איז און דארף זיין״ פרייליך ובשמחה, אויך מכח סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם. מיינענדיג, ווייניג מענטשן זענען בשמחה וכו׳ אויף פורים וויבאלד מ׳איז געראטעוועט געווארן פון המן. מ׳איז בשמחה וויבאלד די סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניסט ״vibe״ פון די געזעלשאפט איז בשמחה און לעבעדיג אויף דעם טאג. (ולכן, אפאר יאר צוריק אויף פורים ווען מיין ‏זוהן, אלט זייענדיג 12 יאר, האט מיר געזאגט, ״א שאד אז די מעשה פון פורים איז (לכאורה) נישט היסטאריש אמת. ס׳וואלט געווען בעסער אז יא.״ האב איך אים גע׳ענטפערט, ״וואס פונקטליך וואלט געווען די נפק״מ? דו מיינסט אז די אלע בחורים גרוּפּס אין די הייזער טאנצן לעבעדיג וועגן עפעס א היסטארישע געשעעניש? אלא מאי? ס׳איז די ״מצב״ וואס די געזעלשאפט נעמט אָן דערביי. און דאס דארף ל״ד זיין תלוי אין דעם צי ס׳איז יא אדער נישט היסטאריש אמת. עס איז א גוטע היסטארישע שאלה, אבער א שייכות מיט די שמחה ומצב דארף עס נישט דוקא האבן. די ״בחינה״ און ״ענין״ דערפון איז פונקט גענוג דערפאר.״) והשתא דאתית להכי, פארשטייט דער חכם, וואס איז דער ״טוב לב״ כהרלב״ג, אז דאס איז ס״ה אָנגעוואנדן אינעם קאַנסטראָט און קאנסענסוס והסכמה של הכלל. וא״כ קען ער דאס בעצם פונקט אזוי שטעלן אויף פורים קטן באדר א׳ און זיין במשתה, טאמער באקומט דאס די הסכמת הכלל.

***

לגבי דעם אז יעוד האנושי איז צו נאר שפילן געימס בתוך ובתור תענוג, וויבאלד אלע צרכים וואס זענען הכרחי פאר׳ן מענטש זענען גענצליך מסודר, האב איך געקלערט אז מ׳קען דאס מרמז זיין בירמיה. דער נביא זאגט (ירמיה טו יז-יט) לא ישבתי בסוד משחקים ואעלז מפני ידך בדד ישבתי כי זעם מלאתני, למה היה כאבי נצח ומכתי אנושה מאנה הרפא היו תהיה לי כמו אכזב מים לא נאמנו, לכן כה אמר ה׳ אם תשוב ואשיבך לפני תעמד ואם תוציא יקר מזולל כפי תהיה.

ולדרכינו, לעת עתה איז מען דאך אין א וועלט פון ״כאב״ וצער וכו׳ ומכות למין ״האנושי״ (און ווי דער אברבנאל איז דארט מפרש ״שהחולי שהוא [ירמיהו] היה סובל, יתחברו בה הרעות כולם כי הוא חולי נושן״ ע״ש. ‏(ואגב בזה אז מ׳האט מקשר געווען דעם געדאנק פון נבואה מיט א סייקעדעליק טריפּ, קען מען טאקע אפשר זאגן אז ירמיהו הנביא האט באטראכט זיין נבואה ווי א ״בּעד טריפּ״ - עס איז אים געווען כעין א פיבער חלום אדבר בו; ‏וועלכע זענען בד״כ מער נעגאטיוו. ואגב עוד, ס׳איז דא א שטודיע אז קאַנאַבּיס האט אנטיבּאקטיריעל פּראַפּערטיס.)), און עס איז טאקע נישט שייך אז דער עיקר זאל זיין לישב ״במשחקים״ און געימס אלס אַן עיקר. אבער טאמער קומט דאס מענטשהייט צו צום מדריגה צו ערגענצן די בריאה צו אזא סארט מצב וואו עס איז שוין טאקע נישטא קיין צער ויש אך ורק תענוג למין האנושי, מ׳איז ״מוציא יקר מזולל״ דערביי, און די עיקר ווערט טאקע דאס שפילן געימס, דאן ״כפי תהיה״, איז מען כביכול אזוי ווי ג-ט אין דעם מיט׳ן ערגענצן און משלים זיין די בריאה.

דאס קען געבן א כוונה ופשט צום מימרא פון העראקליטוס:
Man is most nearly himself when he achieves the seriousness of a child at play
ווי אויך צו דאס וואס דער שרייבער קאָרמעק מקאַרטי האט געשריבן:
Men are born for games. Nothing else
און גילבּערט קיִט טשעסטערטאן:
The true object of all human life is play
דאס איז דער יעוד של האדם באשר הוא אדם.

ואולי קען דאס זיין א רמז בהפסוק (איוב כט ב) מי יתנני כירחי קדם וגו׳, און שפעטער (שם ד) כאשר הייתי בימי חרפי, ופי׳ הרלב״ג בימי נערותי ע״ש. און ער איז ממשיך שפעטער (שם כד) אשחק אליהם לא יאמינו. והיינו, לגבי די ‏רעות ויסורים בהעולם, שזהו ענינו של ספר איוב, איז די האפענונג של מין האנושי צוצוקומען לבסוף זיך ארויסצוזעהן דערפון לגמרי און צוקומען צו וואו מ׳איז נאר פארנומען מיט משחקים כמו ילד ונער. (כמובן אבער אָן די צער וחסרון הדעת וואס א ילד האט; צוקומען צו דעם אז אפילו עס איז דא א יוסיף דעת, איז אבער נישטא דערמיט א יוסיף מכאוב וכעס - ווי לאנג עס איז נאך דא דעם כי ברוב חכמה רוב כעס, איז דאן נאך אלס גילטיג דעם (קהלת ז ג) טוב כעס מ״שחוק״.)

ולכן קען מען טאקע זאגן אז ביים בענטשן, וואס דעמאלטס דערמאנט מען דעם שם הדין ווייל הדין נותן לכלכל את ברואיו (תויו״ט בברכות פ״ז מ״ג), זאגט מען דעם פסוק (תהלים קכו ב) אז ימלא ״שחוק״ - די יעוד איז זיך ארויסצוזעהן מכל צער און וואו די תכלית איז רק לשחוק במשחקים; עס איז מלא מיט נאר דאס. (און אז מ׳האט דערמאנט אז רעליגיע אליינס איז אויך בעצם א ״געים״, איז דאס ווייטער די רמז אז לע״ל, כשמין האדם מגיע אל יעודה, איז (צפניה ג ט) כי אז אהפך אל עמים שפה ברורה לקרא כלם בשם ה׳ ולעבדו שכם אחד. והיינו, לרמז אז די יעוד האנושי איז צוצוקומען צו אך ורק משחק ותענוג, וואס לעבדו שכם אחד איז דאך א געים מיט געמיינזאמע געזעצן צו וואס מ׳שטעלט זיך צו. ‏(און ״שפה ברורה״ הא׳מיר שוין צוגעברענגט אז שפראך איז טאקע א געים.))

און דאס וואס די גמרא זאגט (ברכות י: פסחים נו.) אז חזקיהו המלך האט געטוהן א גוטע זאל מיט׳ן גונז זיין די ספר הרפואות ע״ש (ובברכות ס.), איז נישט קיין פירכא צו דעם אז יעוד האנושי צו וואס די מענטשהייט דארף ארבעטן און שטרעבן איז להסיר צער מבני אדם. ווייל ווי דער רמב״ם איז מסביר בפירוש המשניות (פסחים פ״ד מ״ט) איז די פראבלעם מיט די ספר הרפואות געווען אז עס זענען געווען קמיעות און איראציאנאלע מיטלען, וואס לויט אים איז דאך סרך ע״ז (ועיין בהל׳ ע״ז פי״א). (ולכאורה איז דאס אין איינקלאנג מיט דעם אז כיתת נחש הנחושת ג״כ, שהודו לו חכמים ג״כ בזה כדאיתא התם, וואס לפי הרמב״ם, לגבי להתרפאות על ידה, איז דאס זיכער מדרך איראציאנאלקייט וע״ז.) אדער אז מ׳האט געקענט נוצן די סמים דערין סיי לטוב און סיי לרעה, און מ׳האט עס מער גענוצט לרעה ולהמית (וממילא חזקיהו׳ס דאס׳ן דערפאר גונז זיין דעם ספר קען דערמאנען אביסל פונעם טראַלי פּראבלעם והשלכותיה). ער שרייבט דארט ווייטער (נגד שיטת רש״י ודעימיה,‏ והרמב״ן בפ׳ בחקותי והטור ביו״ד סימן שלו וטו״ז שם ס״ק א):
ואני הרביתי לך דברי בזה העניין לפי ששמעתי וכן פרשו לי העניין, כי שלמה חבר ספר רפואות כשיחלה שום אדם או יקרנו שום חולי מן החולים, היה מתכוין לאותו הספר והיה עושה כמו שכתוב בספר והיה מתרפא. וכאשר ראה חזקיה כי בני אדם לא היו סומכין על השם יתברך, הסיר אותו וגנזו.

ואתה שמע הפסד זה המאמר ומה שיש בו מן השגעונות, ואיך יחסו לחזקיהו מן האוולת מה שאין ראוי ליחס כמותו לרעועי ההמון, וכמו כן לסיעתו שהודו לו. ולפי דעתם הקל והמשובש, האדם כשירעב וילך אל הלחם ויאכל ממנו בלי ספק שיבריא מאותו חולי החזק חולי הרעב, אם כן כבר נואש ולא ישען באלקיו, נאמר להם הוי השוטים, כאשר נודה לשם בעת האכילה שהמציא לי מה שישביע אותי, ויסיר רעבתנותי ואחיה ואתקיים, כן אודה לו שהמציא לי רפואה ירפא חליי כשאתרפא ממנו.

ולא הייתי צריך להקשות על זה העניין הגרוע, לולא שהיה מפורסם.
און ווי דער ב״י שרייבט דארט ביו״ד סימן שלו:
וש"מ כל רופא שיודע בחכמה ובמלאכה זו חייב הוא לרפאות, ואם מונע עצמו ה"ז שופך דמים
וכן פסק שם בשו״ע בסעיף א. ועכ״כ אז להלכה האט דער רופא בעצם נאר צו נעמען שכר בטלה והטורח, און נאר רעכענען די קאָסט פרייז פון די סמנים/מעדעצינען, כדפסק שם בסעיף ב׳ וג׳ ע״ש.

ועיין בהמאמר של @אנאנים.

***

לגבי דעם אז להרמב״ם מוז מען מעיקרא האבן מדות טובות כדי לקנות מושכלות, שרייבט ער בפירוש המשניות על אבות (ג ט) אז עס דארף זיין יראתו קודמת לחכמתו:
הנה דבר זה מוסכם עליו מהפילוסופים גם כן, שהרגל המעלות כשיקדם לחכמה עד שיהיה קניין חזק, ואחר כך ילמד החכמה אשר תזרזהו על הטובות ההם, יוסיף שמחה ואהבה בחכמה ובחריצות להוסיף ממנה אחר שתעוררהו למה שהורגל.

וכשיקדמו קנייני הרעות, ואחר כך ילמד ותהי החכמה מונעת אותו ממה שיתאוה בהרגל, תכבד עליו החכמה ויניחה.

מי אני » דינסטאג יאנואר 2, 2024 6:28 pm

· #543379
דאס וואס @מתתיהו שרייבט דא, גייט אין איינקלאנג מיט'ן טעזע פונעם אשכול הלז, בשילוב מיט וויאזוי דר. שלמה פּינס האט אפגעלערענט דעם גישה פונעם רמב"ם לבסוף צו עניני מעטאפיזיקס/אלהיות אז דאס איז לעולם סקעפּטיקעל. דהיינו, אז חוקר זיין בעניני אלהיות וואס איז נוגע לאמונה איז לשלעצמו נישט קיין פראבלעם, און איז גאר א מעלה; אט די נפש המשכלת ששואף ומשתוקק לידע איז וואס מאכט דער מענטש "מענטש". אבער, דאס דארף אליינס צוקומען ממבט סקעפּטיסיזם אז א בירור אין וואס איז "אמת" (פון טאקע א מעטאפיזישע און קאָרעספּאַנדענס מבט) איז נישט שייך. וממילא, דארפן די חקירות, אפגעזעהן פון וואס איז אים מער מסתבר דייעלעקטיקעלי, ל"ד האבן השלכות אויף זיין התנהגות און רעליגיעזע בּיהעיוויאר ושמירת התורה בפועל (ובפרט אז בדעות סתם, שאינן נוגעות ממש למעשה, איז שווער צו פסק'ענען אז "אזוי דארפסטו גלייבן", ועיין בריש האשכול אודות קושיתו של האור ה'. און ווי ארויסגעברענגט במשך האשכול, איז שייך און מען קען בעצם אפטיילן שמירת המצות בפועל פון וואס מ'גלייבט אלס "פאקט" וכו'.). (ועיין במש"כ לעיל.)

‏ער דערמאנט אויך דעם געדאנק פון געבן חז"ל דאס פּרינציפּ פון טשעריטי, וכדכתב הרמב"ם בהקדמתו לפ' חלק, איבער וועלכע איך האב געשריבן דא (און דאס איז אויך ביחד עם מש"כ במו"נ ח"ג פי"ד).

ואגב, איז אינטרעסאנט וואס דער ר״י קרא איז מפרש די פסוקים בקהלת (טז-חי) אל תהי צדיק הרבה ואל תתחכם יותר למה תשומם, אל תרשע הרבה ואל תהי סכל למה תמות בלא עתך, טוב אשר תאחז בזה וגם מזה אל תנח את ידך כי ירא אלקים יצא את כלם:
שלא תאמר, הואיל והחכמה יתירה תשומם את בעליה, למה אתחכם, טוב לי שאאחוז בסכלות. לכך נאמר, ואל תהי סכל.

ושמא תאמר, הואיל והצדק יתר והחכמה יתירה משוממים את האדם, בצדקתי שהחזקתי ארפה, וחכמה שחכמתי אניחנה. לכך נאמר, טוב אשר תאחוז בזה – הוא הצדק, וגם מזה אל תנח ידך – היא החכמה, ואל תדאג, שלא תשומם כשתאחוז בשניהם, כי ירא אלקים יצא את כולם.
און דער רלב״ג איז מפרש דארט:
ואל תתחכם יותר מן הראוי, וזה כי בכאן דברים אי אפשר לאדם להשיגם ואין ראוי לו לחקור בהם, כמי שיחקור מה למעלה ומה למטה מה לפנים ומה לאחור ומה שידמה לזה מהחקירות אשר אין לאדם כח על השגתם.

וטוב להתחכם ולחקור במקום הראוי ולהמנע מהחקירה במקום הבלתי ראוי, כי מי שהוא ירא ה׳ יקח הממוצע ויצא בפעולותיו עם כל הקצוות, רצוני, שפעם יטה בפעולותיו אל האחד ופעם יטה אל האחר, וזהו הממוצע על דרך האמת.
ולעיל שם בפסוק ז:
והזהיר עם זה מנטות בכשרון המעשה אל החסידות והקצה, במקום הבלתי ראוי, ר״ל שלא יהיה צדיק הרבה ולא יהיה רשע הרבה, אבל ראוי שיטה אל האמצעי במדות לפי מה שישוער בדבר דבר. ובזה הזהיר זאת האזהרה בענין החכמה, כי אין ראוי שיחקור האדם במה שאין לו פתח יכנס ממנו בהשגתו. ולא ימנע מהחקירה בדברים אשר אפשר לו השגתם. ולזה אמר אל תתחכם יותר וגו׳ ואל תהי סכל.
וכעין מש״כ הרמב״ם בהל׳ דעות (א ד).

און שד״ל איז מפרש שפעטער דארט אויפ׳ן פסוק (שם שם כ) כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא:
ועוד טעם אחר על שאין להיות צדיק הרבה, כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, אם כן מה בצע כי תתם דרכיך, אחר שעל כל פנים לא תוכל להמלט מעברות.
***

לגבי מיין חילוק און דיסטינקשאן צווישן מענטעליסט דעות ומחשבות בשכל, און צווישן בּיהעיוויארעל התנהגות בפועל וואס איז אַבּזערוועבּל, וואס נאר דארט איז דא די פראבלעם פון ״כפירה״, האט @אלפא דא דערמאנט אז מ׳טרעפט יא דעם געדאנק פון מחשבה כמעשה ביי הירהורי עבירה. אבער מ׳מוז אויך פארשטיין אז, ווי תוס׳ דערמאנט בפסחים כה: ד״ה אף, לגבי הירהורי ערוה של זכר איז דאס בעצם יא אַן אַבּזערוועבּל מעשה דמה שהוא מתקשה הוי מעשה ע״ש.

וואס מ׳קען אבער ווייטער פרעגן איז אז אונז טרעפן בקידושין לט: אז הגם אז מ׳איז טאקע נישט מצרף מחשבת עבירה למעשה לגבי עונש, איז אבער ביי חטא ע״ז יא ע״ש? איז אבער די געדאנק סתם אזוי לפי גישת הרמב״ם, אז וויבאלד דאס איז דאך א יסודות׳דיגע אינטעלעקטשואלע טעות וסכלות בשכלו של אדם, איז לא ימלט אז דאס זאל שוין מיטקומען מיט מעשים וכו׳ וואס וועלן אים אונטערברענגען ומסבב זיין מקרים רעים. (וידוע המו״נ בח״ג פ״ח לגבי מה דאיתא ביומא כט. דהירהורי עבירה קשים מעבירה, שחוטא בשכלו ובמובחר מדותיו במה שהוא יותר מהבהמה ע״ש.)

‏ואגב, דער ר״א מבלגנצי איז מסביר פשט בהפסוק ביחזקאל (יד ה) למען תפש את בית ישראל בלבם, פון וואו די גמרא בקידושין לערענט ארויס אז ביי מחשבת ע״ז איז הקב״ה מצרפה למעשה, אז די נבואה איז אז עס וועט צוגעברענגט ווערן אז עס וועט טאקע לבסוף נתגלה ווערן המחשבה שבלבם (לעין כל) ע״ש. און דאס איז נישט ווייט ממש״כ.

***

איך האב געקלערט אז מ׳קען זאגן בדרך רמז אז בב״ק ס. האט רב יוסף געוויינט לגבי די צדיקים אז כולי האי נמי לאַיִן דומין ע״ש. און די רמז דערין קען זיין אז דער צדיק פארשטייט אז הגדרת ״ג-ט״, וואס ליגט אונטער דעם ״כולי האי״, קען באדייטן דעם דמיון צום אַיִן הגמור.

***

דר. ווינסענט בּערי שרייבט לגבי די חילוק צווישן פילאזאפיע און טעאלאגיע:
‏
It has been said that philosophy is like standing in a dark room looking for a black cat. Theology, on the other hand, is like standing in a dark room looking for a black cat and shouting: “Found it!” This old saw can be explained by reference to why each believes as it does

‏Although both share an interest in first principles and reality, theologians trust in faith and generally assent to a revealed, fixed, and universal truth. Philosophers trust in reason and assent only to what can be rationally demonstrated. Theologians, typically, have found their final truth, whereas philosophers are still searching for theirs. These fundamentally different sources of authority for beliefs — the one divine, the other secular — account for both the theologian’s claim to have objective certainty and the philosopher’s skepticism toward the theologian’s faith-based certitudes. Metaphorically, the theologian can claim to have found the black cat that the philosopher continues to search for in the dark room
און די טעזע פונעם אשכול איז צו טוישן דאס וואס מ׳טוהט ״טעאלאגיע״, צו א מער ״פילאזאפישע״ מהלך, וכדרכו של הרמב״ם, וואו די עמפאסיס איז אויף די שלילה און וואס מ׳ווייסט נישט, ווי איידער אויף וואס (מ׳האלט אז) מ׳ווייסט יא.

***

בנוגע דאס וואס כ׳האב געשריבן לענין איסור גידוף, אז דאס איז טאקע וויבאלד עס גייט קעגן די סאָשעל קאַנסטראָקט און הסכמת בני אדם איבער וואס ווערט גערעכענט ווי ערכים וכו׳ ולכן טרעהט דאס אויף געפיהלן און איז מצער, איז דאך מן הראוי צוצולייגן אז דאס איז נאך טיפער. מיינענדיג, אז די גאנצע חטא איז דאך בלשון, וואס, ווי דער רמב״ם ורלב״ג שרייבן, זענען לשונות אליינס אך ורק מן המוסכמיות. וממילא אז מ׳האט בכוונה צו שענדן דורך א מילים בלשון, איז דאס אז די ווערטער זענען בעצם ״שלעכט״ וכו׳, נאר מכח דעם אז עס איז מוסכם אזוי. און ווי די לינגוויסטס שרייבן:📎 IMG_6660.jpeg מערק ווי זיי דערמאנען אז דאס נישט פורש זיין א שם ה׳, וואס איז דאך למעשה א ווארט אין שפראך וממילא נאר א מוסכם בשורשה זי מיינט, איז אויך למעשה מכח הסכמה.

‏ואגב, עיין מה שפי׳ בשם טוב שם בח״ג פ״ל:
והורה לנו ג״כ הרב כשהאדם הוא המשים שמות לכל הבהמה ומשים שמות לכל הדברים, אין ראוי שיקרא ״לשון קודש״ מפני שהוא נתון מהא-ל, כי הנביא ינבא בלשון אשר הוא מורגל.
וידוע שיטתו בח״ג פ״ח, שהלשון יהודית היא ״קודש״ מפני שלא הונח בו שם כלל לכלי המשגל לא מן האנשים ולא מן הנשים ולא לגוף המעשה המביא להולדה ולא לשתן ולא לצואה.

מתתיהו » דינסטאג יאנואר 2, 2024 7:55 pm

· #543385
Re:
מי אני #
וואס מ׳קען אבער ווייטער פרעגן איז אז אונז טרעפן בקידושין לט: אז הגם אז מ׳איז טאקע נישט מצרף מחשבת עבירה למעשה לגבי עונש, איז אבער ביי חטא ע״ז יא ע״ש? איז אבער די געדאנק סתם אזוי לפי גישת הרמב״ם, אז וויבאלד דאס איז דאך א יסודות׳דיגע אינטעלעקטשואלע טעות וסכלות בשכלו של אדם, איז לא ימלט אז דאס זאל שוין מיטקומען מיט מעשים וכו׳ וואס וועלן אים אונטערברענגען ומסבב זיין מקרים רעים. (וידוע המו״נ בח״ג פ״ח לגבי מה דאיתא ביומא כט. דהירהורי עבירה קשים מעבירה, שחוטא בשכלו ובמובחר מדותיו במה שהוא יותר מהבהמה ע״ש.)

דער רמב"ם אין הלכות עבודה זרה פ"ב ה"ה ווען ער רעדט פון אפיקורסים דערמאנט ער אויך כעין זה אז דורך זייער אפיקורסות קומען זיי צו צו טוהן עבירות:
והאפיקורסים הם התרים אחר מחשבות לבם בסכלות דברים שאמרנו עד שנמצאו עוברים על גופי תורה להכעיס בשאט בנפש ביד רמה ואומרים שאין בזה עון.

מי אני » דינסטאג יאנואר 2, 2024 9:15 pm

· #543403
יא יא. והגם אז דער כסף משנה זאגט דארט אז דאס איז א צווייטע גדר פון ״אפיקורוס״ ממה שהיזכר בהל׳ תשובה (פ״ג ה״ח), שדנתי בו לעיל אז דארט איז די גדר ״אפיקורוס״ ווען ס׳איז פאקטיש נוגע למעשה בפועל ובהתנהגותו כמו ב״האומר [לאחרים/ברבים] שאין שם נבואה״ וכו׳, איז די חילוק צווישן די צוויי סארטן אפיקורסים אבער נאר לגבי קבלת תשובה; לגבי דאס אז ס׳איז א פראבלעם נאר ווען ס׳איז פאקטיש במעשה ובפועל, זענען זיי ביידע ווייטער דאס זעלבע.

ועוד יותר, אז דאס זעהט מען דא: ווען עס איז נאר די פראבלעם פון אפיקורסות גרידא כבהל׳ תשובה, אף כשהאפיקורסות עצמה היא בהנהגות במעשה ובאמירה וכו׳, דאן איז דאך מער קל הדרך התשובה דערביי וכדכתב הרמב״ם שם בהל׳ תשובה פ״ג הי״ד. און דאס איז לכאורה ווייל, כדאמור בהאשכול, איז אפגעטיילט די חלק האמונות והדעות בשכלו, פונעם חלק המעשיות הפעולות וההתנהגות בשמירת ההלכה והדת. די איינציגסטע פראבלעם איז אז ער דארף בעצם אויפהערן מיט׳ן זאגן/פארשפרייטן אט די דעת זיינער בשכלו (אלס די שאדן צום כלל בהתנהגותם בדת), וואס די זאגן איז בעצם יא א התנהגות ממש וואס איז בידו צו סטאַפּן. משא״כ די סארט אפיקורוס כבהל׳ ע״ז, וואס דארט איז שוין יא זיין פראבלעם מיט שמירת ההלכה ג״כ, ס׳איז שוין סיי אותי און סיי תורתי עזבו, אויף אזא איינעם איז גאר גאר שווער להאמינו ולקבלו בתשובה אח״כ.

אגב, דער לחם משנה איז דארטן מסביר אז די העדר התשובה מיינט אז טאמער איז ער שב, איז ער אבער דערנאך מת מחמת כפיית יצרו וצרת לבו כדאיתא בע״ז יז. וממילא אויב איז ער נישט געשטארבן דערנאך און ער לעבט נאך, איז דאך משמע אז ער האט נישט שב געווען כהוגן ע״ש. דאס דערמאנט פונעם בן דורו פון שפינאזע, אוריאל דע קאסטע, וועמען מ׳האט געשטעלט אין חרם מחמת דעותיו בהשארת הנפש ותורה מן השמים וכדומה. ער האט זיך דערנאך געבראכן מחמת דאס איינזאמקייט ואו חברותא או מיתותא, און מסכים געווען דורכצוגיין א פראצעדור פון מלקות און וואו מ׳טרעהט אויף אים; ווי ער האט געשריבן אין זיין לעבנסגעשיכטע ״איך בין גרייט צו זיין א מאלפע צווישן מאלפעס.״ אבער ער האט נישט לאנג דערנאך זיך גענומען דאס לעבן (פרובירענדיג אויך צו הרג׳ענען דער קרוב זיינער וואס האט אים אויסגעזאגט און אים דאס אלעס אָנגעמאכט). דאס גייט טאקע אין איינקלאנג מיט דעם אז כל דפריש ממינות מיית און איז די ראציאנאלער הסבר דערצו. (יאהאן העלוויג ווילעמער, א האלאנדישער קריסטליכער דענקער אין יענע תקופה, האט דאס טאקע גענוצט אלס א משל, ווי עקסטרעמע מינות ואפיקורסות פירט לבסוף צו צו זעלבסטמארד.)

אבער מ׳קען זאגן אז דאס אליינס אז כל דפריש ממינות מיית, איז ווען מ׳שטעלט טאקע צאם אז עס קען טאקע נישט זיין אַן אמת׳ע שמירת ההלכה אָן אַן אמונה ממש; אמונה איז יא א נעסעסערי קאנדישאן דערצו. און, ווי אויסגעשמועסט בריש האשכול, איז דאס געווען די גישה פון די ראשונים. און אין אזא פאל איז די קאגניטיוו דיסאנענס פון זיין אחד במעשה ואחד בלב, טאקע געפערליך עד למיתה. משא״כ אויב שטעלט מען דאס נישט צאם, קען ער יא לגמרי תשובה טוהן על כל התנהגותו (ואף בעניני אפיקורסות כנ״ל) ובאמת, אבער דאך נאך אָנהאלטן דעותיו; איינס איז דאך נישט אָנגעוואנדן אין דאס אנדערע.

עס איז מערקווידיג אז דער רלב״ג איז טאקע מפרש דעם פסוק במשלי (ב יט) כל באיה לא ישובון ולא ישיגו ארחות חיים:
כי האיש רב התאוה יבחר לקיים שאין יתברך יודע דבר באלו הענינים השפלים שאינו משגיח בהם ושאין שם גמול ועונש ממה שידמה לזה ממה שלא ימנע האדם מרדוף אחר התאוות
ווי אבער ארויסגעברענגט, האט דער רלב״ג במלחמות ה׳ (מאמר ד) נישט געהאלטן אז השגחה ושכר ועונש זענען ״דירעקט״ מהקב״ה, ווי איידער אז טאמער פירט ער זיך בחטא און (ממילא וואס איז לויט אים) אַן איראציאנאלער לעבנסשטייגער, איז ער פשוט בטבע אויסגעשטעלט למקרי הבריאה הן לטוב והן לרע. אבער דאך שרייבט ער אז עס פעהלט אויס דעם אמונה דערצו, ועכ״פ פאר׳ן אלגעמיינעם מענטש, כדי אים אפצוהאלטן מחטא; עס איז אַן אמונה הכרחית וכדכתב הרמב״ם במו״נ ח״ג פכ״ח פאר די סארט מענטשן וואס שטעלן דאס צאם און/אדער וואס זענען נאך ביים ערשטן שטאפל פון קאהלבּערג׳ס שטאפלען פון מאראלישע אנטוויקלונג.

‏דא רעדט דר. הלל הענרי אבראמסאן פון דע קאסטא. דער ארטיסט שמואל הירשענבערג האט געמאלן א בילד אין 1901, ווי כאילו דע קאסטע לערענט אויס א אינגע שפינאזע (שפינאזע איז געווען 8 יאר אלט ווען דע קאסטע איז געשטארבן):📎 IMG_6664.jpeg און אז מ׳רעדט שוין פון שפינאזע ובני דורו בחרם און הירשענבערג׳ס מאלערייען, האט ער אין 1907 געמאלן ווי שפינאזע איז אין חרם (מערק ווי איינער הייבט א שטיין צו ווארפן):📎 IMG_6666.jpeg ‏(ועיין כאן.)

***

דר. האַנס יאָנאס שרייבט לגבי דאס פעלד פון טעאלאגיע ולהגדיר ולידע ״הא-ל״ (בתוך זיין פּאַנדעאיסטיק פּענסייקיסט מהלך בפראצעס טעאלאגיע, וואו ״ג-ט״ האט זיך מבטל געווען בתוך דעם בריאה ביים בריאה, כדי צו זיין נתון תחת מקרי החומר וממילא דאס עקספּיריענסען. וואו לעבן איז שוין אפירגעקומען, געבט דאס שוין א מקום צו נאך מער, ובפרט מיט׳ן אויפשטייג פון דאס מענטשהייט. און אט דאס איז וואס ליידט די געוואלדיגע אחריות עליו, וואס לפי מעשיו שטעלט זיך אויס די געפילן פונעם קאַסמאָס וא-ל):
Kant held these alleged non-objects to be the highest objects of all, about which reason can never cease to be concerned, although it cannot hope ever to obtain a knowledge of them and in their pursuit is necessarily doomed to failure by the impassable limits of human cognition. But this cognitive veto, given the yet justified concern, leaves another way open besides that of complete abstention: bowing to the decree that "knowledge" eludes us here, nay, even waiving this very goal from the outset, one may yet meditate on things of this nature in terms of sense and meaning. For the contention - this fashionable contention - that not even sense and meaning pertain to them is easily disposed of as a circular, tautological inference from first having defined "sense" as that which in the end is verifiable by sense data or from generally equating "meaningful" with "knowable." To this axiomatic fiat by definition only he is bound who has first consented to it. He who has not is free, therefore, to work at the concept of God, even knowing that there is no proof of God, as a task of understanding, not of knowledge; and such working is philosophical when it keeps to the rigor of concept and its connection with the universe of concepts
***

דער רבינו בחיי שרייבט בפ' שמות על שם "אהי-ה" ושם "הוי'":
וכתב החכם המחבר חובת הלבבות, ואמרו לי מה שמו, ענינו מה עצמו, כי מה שאנו מתארים אותו אלהי השמים ואלהי הארץ וכן אלהי הרוחות ומסמיכין אותו לזולתו מפני שאין אני משיגים עצמותו, אבל אלו השגנו עצמותו לא היינו צריכים לתארו ולהסמיכו לזולתו, ולכך בקש משה מה ישיב אם ישאלוהו מה עצמו. ומפני שהשם נודע משני צדדים מצד המושכל ומצד המקובל ע"כ השיב לו והודיעו משם הזה שהוא המושכל שמתוכו ישיגנו אדם מתוך מעשיו, ובעבור שהעם לא יבינו המושכל לכך הזכיר לו המקובל גם כן הוא שאמר ה' אלהי אבותיכם אלהי אברהם אלהי יצחק ואלהי יעקב שלחני אליכם שהידיעה הזאת היא מצד קבלת האבות, וכענין שכתוב (איוב טו חי) אשר חכמים יגידו.

וע"ד השכל בחכמת הצירוף שם אהי-ה לבדו כולל שלש הויות הללו כי האל"ף ראשית האחדים כנגד היה, וה"א אמצעית האחדים כנגד הוה, והיו"ד סוף האחדים ותכלית כל חשבון כנגד יהיה, וה"א אחרונה להורות כי הוא בשלשה זמנים הללו וקיומו בכלם בהוה, גם השם המיוחד מורה כן. והושם אות היו"ד בראש מפני שהאל"ף ראשית האחדים והט' סוף האחדים וכשאנו חושבים ט' ואנו רוצים לחשוב יו"ד נצטרך על כל פעם לחזור לאל"ף ואי אפשר להשלים חשבון יו"ד כי אם עם האל"ף א"כ האל"ף ראשית ותכלית כן הבורא ראשית ותכלית לנמצאים כולם, והובלעו שתי אותיות אלו מהאל"ף והטי"ת ונעשה מהם יו"ד והיא בראש השם כדי לסתום הפתח ולהזהיר על השאלה הנמנעת, והיא שאלת מה לפנים מה לאחור, כי שאלת מה לפנים היא האל"ף ושאלת מה לאחור היא הטי"ת שהיא תכלית וע"כ הושם במקום שתיהן אות היו"ד הכולל ראשית ותכלית היה ויהיה, האל"ף כנגד היה והטי"ת כנגד יהיה, להורות כי הוא יתברך ראשית הכל ותכלית הכל, לפניו לא נוצר א-ל ואחריו לא יהיה, ואז נשאר בשם הזה להשלים שלש אותיות.
עס איז אינטרעסאנט ווי ער נוצט די געדאנק פון בּעיס-10 לגבי דאס שם ה' על אמיתת מציאותו. ועיין בכוזרי (מאמר א אות נט ומאמר ד אות כז).

מי אני » מאנטאג יאנואר 8, 2024 11:26 am

· #544026
דר. שמעון רבידוביץ ברענגט צו פונעם שרייבער יאָהאַן וואלפגאנג וואַן גאָטע:
גטה, לדוגמה, הוא שאמר: אין האדם יודע לעולם עד כמה הוא מגשים.
ער שרייבט בזה:
ידיעת אלו-ה להרמב“ם היא ידיעה מיוחדה במינה: ידיעת הלאות, ידיעת ה'”קצור" וה“סכלות”, ‏ ידיעת – “דוֹמוּ”. ‏ ידיעה “סכלות” זו כלפי אלו-ה – היא היא צורת הידיעה היחידה שניתנה לו ליודע. הרמב"ם פוסל בתחום זה את הידיעה החיובית, הידיעה שאינה אלא ידיעה, אם מותר לומר כך. אין ידיעה בתחום זה – אלא זו שעברה דרך אי-הידיעה, או אי-הידיעה גופה (מכאן יש לעיין מחדש בתורת תארי-השלילה של הרמב"ם).

ידיעה ואי-ידיעה כאחת. התנגשות של הדבקה והתהמה מכאן, והתרוצצות בין ידיעה ו“סכלות”-ידיעה מכאן. בעומקו של דבר שתים שהן אחת הן. הכל הולך אחרי הידיעה, או אחרי ה“סכלות”.

נעל הרמב“ם בפני האדם את כל השערים לאלו-ה, הרחיק אף צל-צלו של מגע בין מעלה ובין מטה – ולא שייר פתוח בפניו אלא שער אחד זה: שער הידיעה-ה”סכלות“. צמצם הרבה מכחו של “נזר הבריאה”, נלחם בגאות “כל-יכול” מדומה זה, החזירו לגבול אנושיותו, היא אפסותו, או לפחות קטנותו האין-סופית – בבחינת הבריאה, התכלית וכו'. ומצד שני – האמין הרמב”ם שצמצום זה הגביר כחו של אדם ו“הצילו”, תוך העמדתו על עיקרו ומהותו, שחררו מן הדמיון, הטעות והמבוכה ונתן בידו מפתח לשער ההכרה. והוא שער צר, ונעול בטבעו, כשם שההכרה היא “תלויה בשערה”. אולם בחודה של “שערה” זו נתלה הגשר היחידי שבין אדם לאלו-ה. כאן, ממקורותיה הראשיים של הפרובלימטיקה העיונית והדתית של האדם, העמיד הרמב“ם את האדם בפני אחת מתעודותיו העיוניות והדתיות החמורות ביותר. אבן בוחן זו לו, לאדם ה”שלם" – אם להדבקה או להתהמה. מפרובלימתיקה זו ניזונה מחשבת הרמב"ם בבת-פרשה זו שבחידת האלקות, ששמה: “אדם ואלו-ה”.
***

לגבי דעם געדאנק פון אָרטאָפּרעקסי, איז מן הראוי לציין אז דר. ירמיהו יובל האט ארויסגעברענגט אז דאס וואס די אנוסי ספרד האבן געלעבט א דאפלטן לעבן און אידענטיטעט, און נישט געוואוסט און נישט געווען געהעריג נישט קיינע אידן און נישט קיינע גוים/נוצרים פון א ספּיריטואלן מבט, און דאדורך דאס מער געגראַוּנדעד בהעולם ממש. דאס האט געלייגט דעם באדן פאר שפינאזע׳ס ריקאנסעפּשאן פון דאס געדאנק פון ״אלקות״ אין זיין סיסטעם ופילאזאפיע. ואפשר לומר דכן הוא לגבי אנוסי ימינו: עס געבט דעם מקום צו ריפארמיולירן מה זה ״האלוק״.

ובזה אז דער עיקר איז די חלק ההתנהגות בפועל, איז מן הראוי לציין צו וואס הראי״ה שרייבט אין שמונה קבצים (קובץ א ל-לב):
אף על פי שהטעות בדברים האלהיים הוא דבר מזיק עד מאוד, מכל מקום אין עיקר ההיזק הנמשך מהמושגים המשובשים יוצא אל הפועל, עד כדי להמית את בעליו מיתת נשמה, רק כשהוא מתגלם במעשים, או לפחות כשהוא יורד לתוך דעות ורגשות כאלה שסופן מוכרח להתגלות במעשים. אבל כל זמן שהדבר עומד בצורתו המופשטת, אין כאן עקירה עקרית.

‎ובזה הננו קרובים לסברת הראב”ד, שהשיג על הרמב”ם במה שקרא למי שמאמין ההגשמה באלהות מין. ונוכל להסכים, שכל זמן שאותו המגשם לא יעשה לו פסל ותמונה, הרי לא גמר את מחשבתו, ונשארה היא עדיין בחוג הרוח שלא תוכל להיות נכללת בשם עקירה ויציאה מן הדת.

באמונות הנוטות מכלל התורה, כמו האמונה הנוצרית והמחמדנית, אין עיקר הארס מונח במושג האלהות שלהם, שהוא שונה ממה שהוא נכון להיות ע"פ יסוד אורה של תורה, כ"א במה שיוצא מזה הריסת המצות המעשיות, וביטול תקות האומה ביחש לתחייתה השלמה.
***

דער רנ״ק שרייבט אין מורה נבוכי הזמן (שער ו):
גדר האמונה התוריית הוא היותה דעת האמת המוחלט - השם ב״ה - ודעת מה שיש לו קיום ועמידה בו - הרוחני - כפי מה שהיא, נטועה במדע ובלב כל איש כגדול כקטן.
***

פראפעסאר יעקב מלכין ברענגט צו:
אל-ג'ונייד איש הצופי ("לובשי הצמר" כת סגפנים מוסלמית) טוען: "לא השיג אדם את מדרגת האמת כל עוד לא הכריזו עליו אלף מידידיו ככופר". גם אל ג'אחז, בבצרה (תלמידו של אנ-נאזם, מת ב-845), מאמין כי ראשית חוכמה אינה ביראת אלוקים אלא בספק. כמו מלומדים ערבים אחרים הוא מושפע מאריסטו ומפתח לראשונה בתרבות המוסלמית את המחקר הזואולוגי והאנתרופולוגי, גם הוא האמין כי "טובים חמישים ספקות מוודאות אחת".
***

לגבי די געדאנק פון מאטעמאטיקס און ג-ט, האט דער שרייבער טאַמעס פּינטשאַן געשריבן:
All the stars must represent some single gigantic equation, to the mind of God as straightforward as, say, the equation of a sphere. To us: unreadable, incalculable
***
📎 IMG_6679.jpeg ועיין כאן.

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 8:33 am

· #544467
לגבי דעם קשר צווישן נבואה און סייקעדעליקס, קלערט דר. בנימין שׁענאן (מזרע ישראל וועלכע וואוינט בא״י), וועלכער האט אליינס גענומען אייאָוואסקא 160 מאל, אז נבואת משרע״ה/כתיבת התורה איז געווען אונטערן איינפלוס פון אייאָוואסקא און ענליכע ענטעאָדזשענס/סייקעדעליקס. ער ברענגט צו אז דר. דען מערקור האלט אז ס׳איז מעגליך אז די מן איז א רמז צו די סייקעדעליקס (אלס די ערגאַט מאָשרום) וואס זענען גענוצט געווארן להשראת נבואה וכו׳ און די יסוד פון התגלות התורה. ‏(ועכ״כ אז מ׳קען טענה׳ן אז מ׳האט מצניע געווען די מן, עס געהאלטן אין ביהמ״ק, און נישט געלאזט נאכמאכן די שמן המשחה וקטורת, וויבאלד דאס אלעס האט געהאט סייקעדעליקס, מיט די לחם הפנים, וועלכע זענען געווען רעזערווירט פאר די עליטע כהנים.) דר. שׁענאן ברענגט צו אז ענליכע זאכן וואקסן אין יענע געגענט:
In the arid areas of the Sinai peninsula and Southern Israel there grow two plants containing the same psychoactive molecules found in the plants from which the powerful Amazonian hallucinogenic brew Ayahuasca is prepared.The two plants are species of Acacia tree and the bush Peganum harmala
און דאס וואקסט אויך נעבן וואו די כת האיסיים פלעגן זיין במערות קומראן בזמן בית שני. ער ברענגט סתם אזוי צו:
In his book Poisons sacrés, ivresses divines, Philippe de Félice puts forward the hypothesis that the use of psychotropic substances is deeply embedded in human culture and intrinsically intertwined with what he characterizes as the most basic human instinct — the search for transcendence. Thus, he proposes, the use of psychotropic substances is at the root of perhaps all religions. For instance, psychoactive plants and substances played a key role in the religions of the old world. Wasson (1968) proposed that Soma, the magical nectar of the Hindu Vedas, was actually an infusion of a hallucinogenic mushroom, Amanita muscaria. The sacred drink employed in ancient Zoroastrian religion, the Homa or Haoma, was also suggested to be a psychoactive agent, its constituent plant being the shrub Peganum harmala
ער ברענגט צו דר. אַלעגראָ׳ס טעזע אז די שורש פון נוצרות איז מיוסד בסייקעדעליקס, און ער ברענגט צו אז עס איז יתכן אז ביי איסלם איז אויך אזוי:
Similar suggestions were also made in conjunction with Islam. Studying Arab and Bedouin folklore in southern Jordan, the independent investigator Rami Sadji hypothesized that Islam and pre-Islamic Arab religion are grounded in the use of entheogens (Sajdi at www.acacialand.com). And just as this manuscript went to press, a most interesting scholarly work discussing entheogens in Islam appeared (see Dannaway, Piper, and Webster 2006
ער שרייבט אז דאס קען זיין פשט במראה הסנה:
I propose that this event involved no change in the real world, having nothing to do with either the bush or the fire. Rather, it reflected a radical alteration in the state of consciousness of the beholder—that is, Moses. Moses’ sense of time changed, and an actual moment in physical time was subjectively perceived as an eternity. Such altered perception of time is common with high levels of Ayahuasca inebriation (Shanon 2001a). Thus, gazing at the bush, Moses felt that much time had passed. In particular, he felt that enough time had passed for the bush in front of him to be burnt and consumed. But in the external physical domain, only a fraction of a second had elapsed, hence no actual change in the bush was perceived

Also of interest is a comment made by Feliks (1994) in a lexicon of plants of the Holy Land. He notes that various (uncited) investigators have proposed that the bush was either a plant that produces light scintillations or that it was a hallucinogen. In the latter case, he suggests the gum that grows on acacia trees
עצי שיטים זענען acacia, און דאס האט אין זיך DMT.
The acacia tree is mentioned again in later Jewish texts. In the Talmud (Tractate Gittin, 69b) it is noted that the sap of Acacia serves as a medicine. In another context, the Talmud explains that the word shittim is derived from the word shtut (nonsense) (Tractate Sanhedrin, 106a). Is this an allusion to the psychological modifications that this plant can induce? Curiously, after enumerating the medicinal qualities of the plant, one Talmudic interpreter notes that some say that this is the sneh [the aforementioned bush from the biblical story] in biblical language
ער טענה׳ט אויך אז בשעת מ׳איז אויף אייאָוואסקא זעהט מען אפט מראות פון נחשים ותנינים. ער זאגט אז דאס איז אויך אפשר די געדאנק פון ״רואים את הקולות״ ביי מעמד הר סיני, ווי סינעסטעזיע וואו חושים ווערן צאמגעמישט, איז א פענאמענאן וואס פאסירט ביי סייקעדעליק טריפּס. ווי אויך זאגט ער אז ס׳איז מעגליך אז דאס איז די ״קרן אור פניו״ וועלכע קומט נאך א סייקעדעליק טריפּ. (און עס איז מערקווידיג טאקע אז פאר מתן תורה איז געווען שלשת ימי הגבלה ואל תגשו אל אשה, ומשרע״ה נשא ק״ו מזה לפרוש לגמרי מציפורה אשתו כדאיתא בשבת פז., און סייקעדעליקס זענען דאך עפראָדיזיעקס וועלכע שטארקן תאוות המשגל.)

ער ברענגט ארויס אז פונקט ווי דער רמב״ם טוהט דורך מדריגות בנבואה (מו״נ ח״ב פמ״ה), זענען דא מדריגות אין סייקעדעליק טריפּס, ווענדענדיג זיך ווי עקספּיריענסד דער נעמער איז:
As every long-term user of Ayahuasca discovers, with experience one learns to handle the brew and the mental energies it generates. And with experience one can go farther and advance in one’s journeys in the regions of non-standard consciousness. As explained in detail in Shanon (2002a, 2002b), with experience one’s interaction with one’s visions becomes more active. At the beginning, one only sees ‘things’, later (or with higher levels of inebriation), one may step into scenes. With more experience, one can interact with the entities, creatures or objects that one sees in one’s visions. In the most advanced (hence, rare) cases, one might even direct (as does the director of a film) what is going to happen during the vision. Moreover, whereas the novice is utterly passive, advanced drinkers of Ayahuasca will often exercise more effort and attempt to penetrate the ‘Ayahuasca world’ more deeply. Some people may be more insistent than others. Facing a gate, some will venture to enter, others will be afraid to do so; seeing a door, some will attempt to open it, whereas others will pass by; if the door does not open, some will insist, implore, perhaps pray, hoping that it eventually opens, revealing more and more secrets. Indeed, many see the Ayahuasca experience as precisely that — an occasion to discover secrets — of this or other realities. My own investigations indicate that it is precisely the person with this attitude (as compared, for instance, to those who partake of the drink just in order to be cured and to gain well-being) who has the most powerful visions. Having such an attitude is symptomatic of certain personality traits; these include inquisitiveness, venturesomeness, courage, daring, determination, insistence, perseverance, as well as a propensity to be attracted to the magical and secretive. Reading the Scriptures reveals that Moses exhibited all these personality traits
ער זאגט אויך אז די דודאי ראובן זענען סייקאָעקטיוו [mandrakes], ווי אויך אז די עץ הדעת איז (בהרמז שבה) געווען מהמין של סייקעדעליקס. ער שרייבט ווייטער אז ס׳איז יתכן אז בהקטורת איז געווען קאַנאַבּיס, ״קנה בושם״, און אנדערע סייקאָעקטיוו זאכן:
For quite some time now, it has been suggested that the term ‘cannabis’ is a cognate of the Hebrew term knei bosem, which means fragrant reeds and is indicated as one of the ingredients of the sacred incense employed first in the tabernacle and later in the two temples of Jerusalem (for the original hypothesis, see Benetowa 1967 [1936]; for further discussion, see Bennett and McQueen 2001). Very recently, I have been told of a yet unpublished research project currently conducted by Mechoulam and Moussaieff (personal communication). These Israeli pharmacologists have discovered that the Boswellia resin is a mild psychoactive agent. This resin, levona in Hebrew, was a major component of the incense burned in the Jewish Temple in Jerusalem. It was also used in religious rituals by the ancient Egyptians and Greeks, as well as from the fourth century by Christians. Yet another curious piece of information is encountered in the writings of first-century Jewish historian Josephus Flavius who mentions that on the mitre of the Jewish High Priest there was golden image of the plant Hyoscyamus.This plant is known to be highly psychoactive (see Schleiffer 1979, pp. 169–70

Lastly, after this paper had been written, I asked an orthodox Jew well versed in the rabbinical and kabbalistic literature to read it. He directed me to the writings of Rabbeinu Be'cha'yei ben Asher, a medieval Jewish scholar (1255–1340) famous for his interpretation of the Torah. Rabbeinu Be'cha'yei writes that the purest of foods were created at the very beginning of Creation in order to allow for the attainment of higher knowledge. He explicitly relates this to the biblical tree of knowledge, and comments further that such higher knowledge can also be gained through the use of drugs and medicines available at his time. In addition he notes that the Manna had such qualities as well
ער איז מרמז בריש זיין בוך איבער די פענאמענאלאגיע, עקספּיריענס, און פסיכאלאגיע פון אייאָוואסקא, אז דאס קען זיין די אור הגנוז שגנזו הקב״ה (חגיגה יב.).

א חשוב׳ע מיטגליד האט מיר געפרעגט אויף דעם טעזע:
חשוב׳ע מיטגליד
איין מענטשס טריפ/עקספיריענס איז איין זאך, אבער ס׳זאל ווערן פון דעם א נחלת הכלל מאכט נישט קיין סענס.
דאס גייט סתם אזוי אין איינקלאנג מיט ווי אזוי די מער ראדיקאלע מפרשי הרמב״ם האבן אפגעלערענט דעם רמב״ם אז מעמד הר סיני איז נישט ממש געווען ״אל כל קהלכם״, א נבואה/טריפ פאר כל כלל ישראל, ועפ״י דאס וואס ער שרייבט במו״נ ח״ב פל״ב אז עס איז נישט שייך אז איינער זאל האבן ״נבואה״ פשוט אלס ״רצון ה׳״. ולדרכינו, הגם אז יעדער קען נעמען סייקעדעליקס, איז אבער די ״נבואה״ והשראה וואס מ׳מיינט, איז דאך דאס אז ער איז א שוין א חכם מהכנה שוין מקודם, און ער האט סיי מער עקספּיריענס מיט דעם און סיי אז ער קען צאמשטעלן און דורכלייגן דעם כור המבחן של שכלו די אינסייטס בשעת מעשה מכח המדמה שלו עם חכמתו במה שקנה מקודם. איז דאך די נבואה ביי(ם געדאנק פון) מעמד הר סיני געווען מער פאר די מנהיג(י) העם (חוץ פון עפעס א מער נאטורליכע קול נברא, וואס אלע האבן געהערט/געזעהן זייענדיג מעגליך אונטער א סייקעדעליק רושם). ועיין במו״נ ח״ב פל״ג ובמפרשיו שם. און פון דארט, ווי יעדעס נבואה פרטי, איז דאס שוין געווארן נחלת הכלל.

‏{התנצלות: הגם עס זעהט אויס במושכל ראשון ווי דאס מאכט אוועק נבואה און די געדאנק פון נבואת משרע״ה, האלט איך אבער אז דאס איז נישט אזוי. להסביר, אפילו טאמער נניח אז דר. שׁענאן׳ס ספּעקיוליטיוו טעזע איז גערעכט, איז אבער אויב טענה׳ט מען קעגן די ״אמת״ און ״ריכטיגקייט״ פון חוקי התורה וכו׳ וויבאלד דאס שטאמט פון א סייקעדעליק אינפלוּענס, טוהט מען מיט די טענה באגיין א לאגישע דזשענעטיק פאָלאָסי - עס איז ״אמת/ריכטיג״ ווייל ס׳איז ״אמת/ריכטיג״, און עס איז ל״ד רעלעוואנט וויאזוי פונקטליך עס איז נתגלה און נקבע געווארן וכו׳; ווי אזוי עס איז נתגלה געווארן זאגט גארנישט לגבי די ״אמת״ און ״ריכטיגקייט״ דערפון. ‏וידוע הרמב״ם במו״נ ח״ג פכ״ו ופל״א אז די חוקי התורה זענען ראציאנאל און ״ריכטיג״ פאר זיך אליינס וטעמיהן, און דארפן נישט צוקומען דערצו אז זייער ״אמת״ און ״ריכטיגקייט״ איז מכח דעם אז זיי זענען ״רצון״ ה׳ און זיי זענען ״אמת״ און ״ריכטיג״ פשוט מחמת התגלותן ע״ש. אין אנדערע ווערטער, עס איז דאס זעלבע ווי דאס אז מ׳קען האלטן אז די תורה וחוקיה זענען ״אמת״ און ״ריכטיג״, ואפילו טאמער נעמט מען אָן שיטתיהן של מבקרי המקרא (און ווי דר. פראנז ראזענצווייג האט געזאגט אז די R פאר רעדאקטאר בתוך די דאקומענטערי היפאטעזיע, איז מרמז ל״רבינו״; ועיין בדברי דר. שמואל פליישהאקער).

ווי אויך געבט דאס בכלל א completely ראציאנאלע מהלך בנבואה, און נאך מער ווי דאס וואס דער רמב״ם געבט, וועלכע איז דאך מיוסד אויף אַן אריסטאטעליען מהלך, וואס איז דאך שווער אָנצונעמען כהיום. דאס איז לגמרי און גענצליך נאטורליך און פארשטענדליך, און קען העלפן דעם ראציאנאלן מענטש אָננעמען דעם זעקסטן און זיבעטן עיקרים פונעם רמב״ם, להאמין בנבואה ונבואת משרע״ה.}


***

לגבי יעוד האנושי בהעתיד, איז אינטרעסאנט ווי דר. דזשעי אָלסאן ברענגט ארויס אז לגבי ווערן א ציוויליזאציע וואס נעמט איבער גאלעקסיס וכו׳ דורכ׳ן ארויסשיקן וואן-ניומאן פּרוֺיבּס, קליינע ראָבּאטן וועלכע קענען מאכן קאפּיעס פון זיך מיט די מאטעריאלן אויף אנדערע פּלאנעטן וכו׳ און פון אונזערע די.ען.עי, אז דאס גייט דארפן צוגיין מיט אזא סארט רעליגיעזע‏/אידעאלאגישע סארט מענטאליטעט פון וואס ״די ריכטיגע מיינונג״ און ציהל פון קאַנשעס עקזיסטענץ דארף זיין. און עס איז שייך מחלוקת דערין.

***

‏דא ברענגט דר. סיימאן קריטשלי ארויס לגבי גלויבונג, אז לבסוף איז עס נישט ממש קיין נפק״מ וואס מ׳גלייבט יא אדער נישט, ווי איידער וואס זענען די השלכות למעשה פון ווי אזוי דער מענטש איז זיך מתנהג בפועל.

***

לגבי די געדאנק פונעם קשר בין תענוג לחכמה, שרייבט דער רלב״ג במלחמות ה׳ (מאמר א פי״ג) לגבי השארת הנפש:
וכל מה שיקרב יותר אחדות מושכליו לאחדות המושכלות אשר בנפש השכל הפועל היתר הצלחתו יותר עצומה, ותהיה שמחתו ותענוגיו במה שהשיג יותר חזק. וכבר ימצא בזה מהחלוף, עד שלא יחס לשמחה ולתענוג אשר ישיג האחד במה שקנה מהמושכלות אל מה שיהיה מהשמחה והתענוג אל האחר במה שהשיג אותו. וכבר נשער זה הערבות במה שנשיגהו בחיינו מאלו המושכלות, זהו השעור המעטיי אשר תכנע נפש הבהמית ויתבודד השכל בפעולתו, שנמצא בו מן הערבות מה שלא נעריכהו אל שאר הערבויות ואין לו אליהם יחס כלל. כל שכן שיהיה זה הערבות יותר אחר המות, כי אז תהיה השגתינו אלו המושכלות אשר קנינו אותם בחיינו בהתמדה, ונשיג יחד כל הדברים אשר בשכלנו, לפי שכבר סר אחר המות המונע אשר היה לנו בזה בחיינו מצד החומר.

מי אני » פרייטאג יאנואר 12, 2024 4:32 pm

· #544615
די קאַרדאַשׁעוו סקעיל און דידזשיטעל טעאלאגיע
לגבי די קאַרדאַשׁעוו סקעיל און דאס אז, ווי דר מיכאל שערמער ברענגט ארויס, אונז וואלטן באטראכט א טייפּ 3 ציוויליזאציע און העכער ווי געטער, שרייבט דר. דוד סקיבּינסקי אז טאמער איז די מולטיווערס היפּאטעזיע ריכטיג, אז עס זענען פארהאן אומצאליגע יוניווערסעס (מיט די זעלבע, צי מעגליכע אנדערע, פיזישע געזעצן), דאן איז אזא סארט ענטיטי און גאר העכערע ציוויליזאציע (וועלכע האט מעגליך געמערדזשד אין צו איין קאַנשעסנעס), וואס אונז פארשטייען מיר און קענען נאר משיג זיין אלס "ג-ט" און וואס קען פועל זיין על עולמות, בהכרח אפירגעקומען נאטורליך (וידוע מאמרו של ארטור קלאַרק). ער שרייבט:
The requirements of God in theism are extremely substantial and demanding. For example, the Wikipedia article on the attributes of God in Christianity lists twenty-eight attributes, including omnipotence and omniscience. These attributes and their importance have been the subject of theological and philosophical debate over millennia. Many religions also demand features such as heaven, souls and miracles. In attempting to associate these attributes and features to a naturally emerging God, appeal could again be made to the idea that it is not possible to predict the scientific knowledge of the future. Thus, in the future it might be possible for the descendants of humans to understand scientifically how these attributes and features could be realized by natural processes. For example, perhaps our stream of consciousness with associated memories could be preserved disembodied in a way that we now cannot imagine through current science. Other civilizations elsewhere in our Universe or in other universes may already possess such knowledge. One version of the Kardashev scale involves an extension of the ability to control smaller and smaller entities down to elementary particles, and then to create organized complexity from them (Barrow 1998). Exploitation of this knowledge could perhaps render naturally what are called miracles, through transformation or creation of matter. Some of the attributes seem compatible with a naturally emerging God without the need to appeal to as yet unknown scientific forces
ער שרייבט אז ס'נישט מוכרח אז ס'דא א נפק"מ לגבי דת ורעליגיע, צי "ג-ט" איז למעלה מהטבע לגמרי אדער איז נאטורליך ארויסגעוואקסן על הדרך שזכר; די אי-השגה איז דארט אויך פארהאן (הגם אפשר נישט ממש מעטאפיזיש כמו בהרמב"ם). ווי אויך קען מען זאגן אז ביידע זענען אמת: עס איז דא א "ג-ט" למעלה מן הטבע וואס ער/דאס איז מחוייב המציאות און איז איר גרונט. דערנאך זענען/איז דא די נאטורליכע גאט/געטער על דרך נאטורליך פון די הויכע סקעילס אויפ'ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל וכנ"ל. ובזה אפשר לפרש הפסוק (שמות טו יא) מי כמוך באלים ה'. והיינו, אז שם הוי' ב"ה, וועלכע איז מורה על מחוייב המציאות וכדכתב הרמב"ם במו"נ ח"א פס"א, דאס איז למעלה משאר ה"אלים" הטבעיים עפ"י הקאַרדאַשׁעוו סקעיל הנ"ל. (וזהו נמי הרמז בהפסוק בתהלים כט א, הבו לה' בני אלים (וע"ש באבן עזרא דפירש ד"אלים" קאי על הכוכבים ע"ש), וג"כ לקמן במזמור פו ח אין כמוך באלהים ה' (ועיין ברד"ק שם שפירש ד"אלהים" קאי על השמש והירח ע"ש, ועיין במלבי"ם שם).)

דאס קען אפשר ליגן אין דעם וואס די חולקים על הרמב"ם האלטן אז כישוף איז יא אמת (עיין ברמב"ן בדברים חי י ובהגר"א ביו"ד סימן קעט ס"ק יג). והיינו, אז עס זענען טאקע דא אזעלכע עדווענסד טעכנאלאגיע. ואגב, לגבי די געדאנק פון קלאַרק'ס געזעץ אז מ'קען נישט זעהן א חילוק צווישן עדווענסד טעכנאלאגיע און כישוף, דערמאנט דאס אביסל פונעם נועם אלימלך בפ' וארא עה"פ תנו לכם אות או מופת, אז כישוף איז נישט קיין מופת פאר'ן מכשף אליינס, וועלכע ווייסט וואס דאס איז ע"ש. און דאס איז די געדאנק פון דעם אז ס'איז בעצם טעכנאלאגיע, און דער וואס מאכט דאס ווייסט וויאזוי און פארוואס דאס ארבעט.

דאס אלעס גייט אביסל אין איינקלאנג מיט די פּלעניטעריאום היפּאטעזיע, וועלכע קלערט אז אונז זענען א טאקע אין א סארט סימיולעישאן געשאפן דורך א טייפּ 3 ציוויליזאציע, אזוי אז זיי מאניפּיולירן (עכ"פ) דאס וואס אונז זעהן אין די רוימן. דאס איז א מעגליכע תירוץ צום פערמי פּאראדאקס, אז טאמער איז די יוניווערס אזוי אומגעהויער גרויס, איז דאך יתכן אז עס זאלן זיין אנדערע לעבנס אין די רוימן, איז אלזא פארוואס זעהט מען גארנישט אזוי?

ועוד יותר, אז ווי צוגעברענגט דא, קען דאס'ן האלטן אז אונז זענען באמת אין א סימיולעישאן פון א העכערע טעכנאלאגישע ציוויליזאציע, ראטעווען דעם מאמין פונעם פראבלעם פון שלעכטס אז "וויאזוי האט א גוטער אלמעכטיגער ג-ט געקענט באשאפען א וועלט פון אזויפיל צער ועגמת נפש?" ווארום טאמער זענען אונז אין א סימיולעישאן, איז יתכן אז אין די "עכטע" וועלט איז באמת נישטא קיין שום רעות. אלע רעות, ואפילו די פון נאטור, וואס אונז זעה'מיר אין אונזער וועלט וואס איז דאך א סימיולעישאן, איז די שולד פון די פּראגראמירער, וועלכע זענען אויך בעצם ברואים, און עס איז מחמת בחירתם החופשית אינעם דאס פּראָגרעמען אזוי.

און אז ער האט דערמאנט דר. דזשאן בּערוי'ס ווערסיע פונעם קאַרדאַשׁעוו סקעיל, האב איך געקלערט אז מ'קען דערין זאגן א רמז. והיינו, די קאַרדאַשׁעוו סקעיל בעצם ארבעט עפ"י ענערגיע במקום וואו עס ווערט גרעסער: די פּלאנעט, דערנאך די שטערן סיסטעם, דערנאך די גאלאקסי סיסטעם אא"וו. דר. בּערוי שטעלט דאס בעצם אויס צוריקצווועגס און אסאך מער דירעקט מקושר צו מקום, כזה:

טייפּ 1 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן וואס מ'קען זעהן בחוש: כלים, געביידעס און צאמשטעלן/אפטיילן סאלידס

טייפּ 2 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן דזשיִנס און צעלן; דאס וואס שטעלט צאם לעבן

טייפּ 3 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן מאלעקיולס וועלכע זענען צאמגעשטעלט פון אטאמען, און מאכן נייע מינים וכו'

טייפּ 4 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן און טוישן אטאמען ממש (און דאדורך שאפן גאר קליינע AI און ראבּאטן)

טייפּ 5 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען שוין מאניפּיולירן די נוקלעאוס בתוך די אטאם; די פּראָטאַנס און נוּטראַנס בתוכה

טייפּ 6 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען שוין מאניפּיולירן די קוואנטום סאָבּאטאמישע פּארטיקלס פון וועלכע די פּראָטאַנס און נוּטראַנס זענען אליינס צאמגעשטעלט

טייפּ אָמעגאַ (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען שוין אפילו מאניפּיולירן די עצם יסוד און פיעלדס פון זמן ומקום ממש

עס קומט אויס דערפון אז טאמער באטראכט מען טאקע דעם געדאנק פון א הויכע קאַרדאַשׁעוו סקעיל ציוויליזאציע ווי "ג-ט", איז דאך דאס מקושר בענין "מקומו" של עולם.

*

און אז מ'רעדט פונעם סימיולעישאן ארגומענט און אירע טעאלאגישע השלכות, איז דר. דייען פּראַוּדפוט מסכם דר. עריק סטיינהאַרט׳ס (אויסגעברייטערטע) טעזע בזה:
Steinhart takes the simulation hypothesis (our universe is ‘a software process’) and the iterated simulation hypothesis (‘we are living at the bottom of an infinitely high stack of computer-generated universes’) very seriously. The first hypothesis allows that ‘uploaded people’ may ‘own earthly property’ or ‘be married to earthly people’; the second hypothesis allows that human beings themselves are just increasingly intelligent software and that every human life is the root of ‘an endlessly ramified tree of better lives’ including ‘many infinitely long spans of lives, across many universes’. Gods, in Steinhart’s account, are living computing machines. The most primitive digital god, Alpha, is ‘the first cause of all things’, ‘the ultimate necessary being’, and the ‘root of the Great Tree’ of successively smarter gods. The gods evolve according to the ‘Divine Algorithm’ and each successive god ‘inherits’ a ‘cosmic script’ which it uses to make a better virtual universe
אין קורצן, עס איז א מהלך פון צאמשטעלן דאס געדאנק פון ״ג-ט״ וכל המסתעף ממנה, מיט אפילו א ריינע מאניסטיק מאטעריאליזם/פיזיקעליזם/נאטורעליזם - וואס ער טערמינט "דידזשיטעליזם" (וואו נשמות זענען פּראגרעמס אא"וו).

דר. סטיינהארט שרייבט אין דעם לגבי נאך א דרך אין "ג-ט" לפי"ז:
According to the classical cosmological and design arguments, God is the creator-designer of our universe. One popular atheistic response to those arguments is simply to assert that if God created our universe, then there is some prior deity who created God. The result is an endless regress of ever greater deities. This regress of deities resembles the regress of engineers in the iterated simulation hypothesis. One problem with this regression is that it has no initial premise - no foundational deity whose necessity transmits existence further down the chain to our universe. Another problem is that earlier deities are more divine than later deities; hence the explanatory burden increases without bound in the regression. The regression of ever greater deities has no explanatory power

Digitalists solve the problems with this endless regress by inverting it: each previous deity is less divine than the next deity. Hence the digitized cosmological and design arguments reason back to an initial deity. This initial deity is the least divine deity - it has minimal degrees of goodness, intelligence, and power. Digitalists argue that intelligent computers have a natural tendency to recursive self-improvement. An intelligent computer can re-write its own code to make itself better. And, when it makes itself better, it also makes itself better at making itself better. Digitalists think of deities as universe-generating computers - these deities are really just digital gods. Digital gods are recursively self-improving. Every god can design and create a more divine version of itself. And since self-improvement is morally obligatory, every god wants to design and create a more divine version of itself. Hence every god does design and create a more divine version of itself. Every god makes itself more divine in all possible ways. All increases in divinity, for the sake of continuity, are minimal. A minimal increase in divinity is an improvement

Although the initial digital god has little divinity, it has enough to create all possible improved versions of itself. For every digital god, for every way it can create an improved version of itself, it does create an improved version of itself. Every god is surpassed by a plurality of successor gods. Hence there is an endlessly ramified tree of ever more divine gods. One of these successor gods supports our universe; but our local god is merely finitely perfect and is surpassed by many more divine gods. The tree of digital gods runs into the transfinite. For every endless progression of gods, for every way that progression can produce a limit god that is minimally more divine than every god in that series, that progression does produce a limit god. Every progression of gods is surpassed by a plurality of limit gods. Hence there are infinitely divine digital gods. As Cantor showed, there are higher and higher grades of transfinite complexity. But there is no highest grade of transfinite complexity. There is no biggest number and there is no all-inclusive set. Analogously, there are higher and higher grades of transfinitely divine digital gods. But there is no maximal digital god - there is no God. The tree of digital gods is an atheistic structure. It does not rise towards any sun; it rises only into greater light

Every digital god supports a universe. Universes are to gods as software to hardware. Thus every universe is a software process running on some god. All digital gods are impersonal machines that ground but do not penetrate their universes. The tree of gods supports an endlessly ramified tree of universes. The epic of physics describes the structure of the tree of universes. At the most abstract level, this epic has three rules. The initial rule says there is an initial universe supported by the initial god. The successor rule for universes is supported by the successor rule for gods. More divine gods support better universes. Thus the successor rule says that for every universe, for every way to improve that universe, there is a universe that is improved in that way. The limit rule for universes is supported by the limit rule for gods. More divine limit gods support better limit universes. Thus the limit rule says that for every endless series of ever better universes, for every way to improve that entire series, there exists a limit universe that is better than the series in that way. Techniques from set theory can be used to precisely assign ordinal numbers to the ranks of universes generated by these rules
(עס דערמאנט א משהו פון דר. ליִ סמאָלין'ס געדאנק פון קאסמאלאגישע נאטורליכע סעלעקשׁאָן. ווי אויך איז דאס בכלל א שטערקערע געדאנק אין אפענע טעאיזם. ווי אויך רירט דאס אָן אויף די געדאנק פון התפתחות אלס ״משיח ואחרית הימים״ על הכלל כולו.)

אין קורצן, אַן אינטרעסאנטע סארט פּאליטעאיסטישע אטעאיזם...

ועפי״ז שרייבט דר. פּראַוּדפוט:
Steinhart has distinctive reasons for predicting universal salvation. These include the Argument for Virtuous Engineers, which aims to demonstrate that designers of universes possess ‘superhuman benevolence’ and will build terraria to be ‘heavens rather than hells’. According to Steinhart, building such sophisticated technologies requires ‘long-term stability and rational purposiveness’, and this in turn requires ‘social harmony’, which also requires ‘virtuous individuals virtuously organized’. He concludes that such designers are ‘virtuous persons in a virtuous society’ and as such ‘will design habitats for the flourishing of other persons’. However, this argument could not work in the case of the digital gods, since in Steinhart’s account there is no society of gods: each god is alone and each universe is ‘spatially, temporally, and causally isolated’ from the others. This feature also undermines Steinhart’s claim (if referring to the gods) that the designers of universes might save humans in order to avoid punishment from ‘even higher-level’ designers if they failed to do so
דר. אַיקוט אַלפּערט יִלמאַז ברענגט ארויס אז די סימיולעישאן ארגומענט (אדער די מאָלטיווערס היפּאטעזיע) זענען נישט קיין סתירה מיט טעאיזם, און באדייט נישט אז דאס לעבן איז מיינונגלאז. ער ברענגט ארויס אז די געדאנק פון סימיולעישאנס בתוך סימיולעישאנס, קען זיין ענליך צו וויאזוי מ׳באטראכט די מציאות וואס איז נובע פון ג-ט והאחד הפשוט און איז זיך מתרבה. ועיין לדוגמא בעיקרים (מאמר ב פי״א) - מ׳קען באטראכטן ״ג-ט״ ווי די ״אָנסימיולעיטעד סימיולעיטאר״ און די שורש און גרונט וכעין דברי דר. סטיינהארט. וכמובן אז דאס אלעס דערמאנט פון אפלטון׳ס משל פון די מערה.

און ווי דר. יִלמאַז ענדיגט צו:
Given the fact that we do not possess any knowledge of the purpose and nature of divine creation, it is difficult to dismiss the possibility that our universe is a sim universe. Anyone who says “we can’t know what God’s purposes are in creation” can’t very well object to the idea that God created us by means of creating others who simulated us
‏וידוע המו״נ בח״ג פי״ג. ער זאגט אז דאס איז ענליך צום פּאַראַדיים שיפט דורך קאָפּערניקוס אז אונז זענען נישט די סענטער פונעם בריאה. ווי מ׳ווייסט כהיום, איז דאס ל״ד א סתירה מיט טעאיזם. וכן הוא הכא.

אגב, דר. דזשעפרי ווייט פרעגט אויפ'ן סימיולעישאן ארגומענט דאס זעלבע/ענליכע קשיא וואס דר. הילערי פּוטנעם האט געפרעגט אויף די טעזע אז דער מענטש קלערט אז ער איז באמת א מח אין א גלאז: איז דען נישט מסתבר אז אויב שטעלט מען מענטשן אריין אין א סימיולעישאן, אז מ'זאל דאס אזוי פּראגראמירן אז זיי זאלן נישט קענען קלערן אז זיי זענען אין א סימיולעישאן? ווי אויך קען מען בכלל נישט רעדן לפי"ז פון "נישט"-סימיולעיטעד ברואים ומציאות, זייענדיג אז אונזער גאנצע השגה איז דאך לפי"ז נאר מוגבל צו אונזער סימיולעיטעד מציאות.

מי אני » מאנטאג יאנואר 15, 2024 7:48 am

· #544743
דר. וויליאם עדווארד מאָריס און דר. טשארלאט בּרוין שרייבן במשנתו של דוד הום, און ‏זיין דייעלאג איבער ״ג-ט״:
‏
Cleanthes argues that mystics like Demea are no better than atheists, since they make God so remote and incomprehensible that he bears no resemblance to human characteristics. Philo adds that although we regard God as perfect, perfection — as we understand it — is relative, not absolute, so we can’t conclude that we grasp God’s perfections. Since all God’s attributes involve perfection — perfect knowledge, perfect power, perfect goodness — we shouldn’t think that any of his attributes resemble or are even analogous to ours. But this means that we don’t know what we’re talking about when we talk about God using the familiar terms we apply to human minds

‏Demea adds that giving God human characteristics, even if they are greatly magnified, denies him attributes theists have always ascribed to him. How can an anthropomorphic God have the unity, simplicity, and immutability of the God of traditional theism?

The dilemma Philo has constructed encapsulates the issue about the content of the idea of God that is central to the critical aspect of Hume’s project in the Dialogues. If you accept that God’s attributes are infinitely perfect, you are using ordinary terms without their ordinary meaning, so that they do not have any clear meaning. If you deny God’s infinite perfection, you can give him understandable attributes, but only because they are amplified human characteristics. The closer Cleanthes comes to regarding God’s mind as like a human mind, the closer he comes to regarding God’s attributes as being like human attributes, and the less Godlike his “God” is. We can only give the idea of God intelligible content at the perilously high cost of denying that he is really God. To do so is to abandon God for some kind of superhero

. . .

The conversation began with all three participants agreeing that their topic was to discuss only God’s nature, not his existence. As it concludes, it is no longer clear that these questions are really so distinct as originally assumed. We don’t know what we’re talking about when we talk about a God whose nature is inconceivable, incomprehensible, indeterminate, and indefinable. What, then, are we to make of the claim about his existence?

The Dialogues draw out the consequences of Hume’s statement, in the first Enquiry, that:

the idea of God, as meaning an infinitely intelligent, wise, and good Being, arises from reflecting on the operations of our own mind, and augmenting, without limit, those qualities of goodness and wisdom

If we insist on “augmenting without limit”, we let loose the moorings that give intelligible content to God’s intelligence, wisdom, and goodness. If we stop short of the limit, we may have content, but we have also lost God
און דר. דזשעימס פיסער שרייבט במשנתו של הום:
Hume concludes his essay On Miracles with the following cryptic comment about Christian belief in biblical miracles:

upon the whole, we may conclude, that the Christian Religion not only was at first attended with miracles, but even at this day cannot be believed by any reasonable person without one. Mere reason is insufficient to convince us of its veracity: And whoever is moved by Faith to assent to it, is conscious of a continued miracle in his own person, which subverts all the principles of his understanding, and gives him a determination to believe what is most contrary to custom and experience

At face value, his comment suggests a fideist approach to religious belief such as what Pascal recommends. That is, reason is incapable of establishing religious belief, and God must perform a miracle in our lives to make us open to belief through faith. However, according to the eighteenth-century Hume critic John Briggs, Hume’s real point is that belief in Christianity requires “miraculous stupidity” (The Nature of Religious Zeal, 1775)
ולגבי אבן סינא׳ס הוכחה, ועפ״י שמואל קלאַרק, שרייבט ער במשנתו של הום:
Clarke’s version of the argument is that it is theoretically possible for causal sequences of events to trace back through time to infinity past. Thus, we cannot argue that God’s existence is required to initiate a sequence of temporal causes. Nevertheless, Clarke argued, an important fact still needs to be explained: the fact that this infinite temporal sequence of causal events exists at all. Why does something exist rather than nothing? God, then, is the necessary cause of the whole series. In response, the character Cleanthes argues that the flaw in the cosmological argument consists in assuming that there is some larger fact about the universe that needs explaining beyond the particular items in the series itself. Once we have a sufficient explanation for each particular fact in the infinite sequence of events, it makes no sense to inquire about the origin of the collection of these facts. That is, once we adequately account for each individual fact, this constitutes a sufficient explanation of the whole collection. He writes, “Did I show you the particular causes of each individual in a collection of twenty particles of matter, I should think it very unreasonable, should you afterwards ask me, what was the cause of the whole twenty”
א סארט פאָלאָסי פון קאַמפּאזישאן.

***

ובענין די נעגאטיווע טעאלאגיע ודומו סלה ביחס צו "ג-ט", און דאס אז די מושג פון "ג-ט" קען באטראכט ווערן ווי די קאָלעקטיוו (סאָבּ)קאַנשעסנעס פון דאס מענטשהייט/געזעלשאפט, עיין כאן במה שהביא @שאלתיאל מקארל יונג בענין די פסיכאלאגישע/פסיכאאנאליטישע השלכות דערפון אויפ'ן מענטש.

***

כמובן אז די טעזע פונעם אשכול גייט נישט אין איינקלאנג מיט דעת ר׳ שלמה פפנהיים (ועיין ג״כ באור ה׳ בריש מאמר ב):📎 IMG_6693.jpeg ואולי קען מען זאגן אז די דריי פינות זענען על צד ״עז איף״, און דאס איז וואס איז נעסעסערי און סאָפישענט דערצו.

מי אני » דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:10 am

· #544862
א ברודער מיינער, האבענדיג געליינט (אביסל פון) דעם אשכול, און צאמשטעלענדיג אז דאס בין איך (א חבר מיינער האט מיר שוין לאנג געזאגט אז ווער עס קען מיר און ליינט קאווע שטיבל, שטעלט עס גראד צאם), האט מיר געפרעגט, ״דו גלייבסט דען נישט אין א הייער פּאַוּער?״ האב איך אים געזאגט אז ער וועט מוזן דעפינירן דעם ״הייער פּאַוּער/כח עליון״. אויב מיינט ער דערמיט אז ס׳איז (מעגליך) דא טיפערע לעיערס און/אדער געזעצן צו רעאליטעט, איז דאך אין דעם דער אטעאיסט און סייענטיסט פונקט אזוי מודה - אט דאס איז דאך די ענטערפּרייז פון סייענס, צו פארשן און חוקר זיין ווייטער און ווייטער די יקום און אירע סודות און לעיערס וכו׳. ווידעראום אויב מיינט ער דערמיט א ״כאראקטער״ און ״אגענט״ וואס איז למעלה מן הטבע און איז דאס ״מתנהל״ וכדומה, איז דאך דאס ווייטער א תואר והגשמה באיזה אופן, וואס דער מיימאַנידיען טעאיסט וועט פונקט אזוי שולל זיין (״מנהיג ולא בהנהגה״).

***

לגבי סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם שרייבט דר. דזשאַן סירל אז די מעכאניזם דערפון איז אך ורק ע״י שפראך. והיינו, אז די אינטרעסאנטקייט שטעלט זיך אז עס זענען דא אבּיעקטיווע פאקטן, ווי דאס אז דזשוֺי בּיידן איז יעצט פּרעזידענט פון אמעריקע אין אָנהויב 2024, וואס איז דאך מיוסד אך ורק אויף א סאציאלע הסכמה - די יצור פון א ״פּרעזידענט׳ס דזשאַבּ, שטאטוס און אפיס״ איז דאך נאר א פאקט מחמת עס איז מוסכם ביים המון און מ׳האט אזוי אפגעמאכט אז די געדאנק ומושג זאל זיין, און יעצט ווערט דאס ממש אַן אבּיעקטיווע ״פאקט״ אין די וועלט, ווי דאס אז א פיזישע טיש איז צאמגעשטעלט פון אטאמען. נאר ווי באקאנט האט דזשאַן לענגשׁאָהּ אָסטין געמאכט א חילוק בתוך די פילאזאפיע פון שפראך צווישן א דעקלערעטיוו זאץ, וועלכע זאגט עפעס איבער די וועלט, און א פּערפאָרמעטיוו זאץ, וועלכע מאכט און טוישט (אדער וועלכע פרובירט עכ״פ צו מאכן און טוישן) עפעס אין די וועלט כמו א באפעהל (וכעין א דיבור פון מאכן עפעס הקדש בתוך יהדות ואמירתו לגבוה כמסירתו להדיוט, זאגן ״הרי את מקודשת לי״ כבקידושין ו. ואבה״ע סימן כז, וכדומה ‏(ועיין ‏לעיל)). ועפי״ז זאגט ער, בקיצור, אז א (קאלעקטיוו) זאץ וכדומה איבער די סאציאלע פענאמענאן פון, למשל, דעם מציאות פון א פּרעזידענט, איז סיי דעקלערעטיוו, מיט דעם אז די זאץ זאגט עפעס איבער און שטעלט זיך צו צו א פאקט אין די וועלט, און סיי פּערפארמעטיוו, אז עס מאכט די פאקט און די וועלט ווערן ווי און זיך צושטעלן צו דעם זאץ, און דאס געבט דאס טאקע איר מציאות ממש און ״סטאטוס פאָנקשען״. אין אנדערע ווערטער, די דעקלערעטיוו זאץ דערפון פונעם ציבור בזה, איז אט דאס וואס מאכט דאס בו בעת פּערפאָרמעטיוו און מאכט די נושא פון וואס עס טוהט דעקלערן אויף די מציאות דאדורך דעם.
(און ווער ווייסט? אפשר איז זיין דאס׳ן דאס שרייבן און זאגן בלשון דעקלערעטיוולי, דאס וואס מאכט דאס פּערפאָרמעטיוולי אז דאס איז טאקע די מציאות און מעכאניזם פון ווי אזוי דאס גייט טאקע צו…)

דאס איז אלעס אינעם פעלד פון סאָשׁעל אנטאלאגיע, וועלכעס איז עוסק אין די פילאזאפיע וויאזוי סאשׁעל זאכן האבן זייער רעאליטעט. און ווי דר. לין ראָדער בּעיקער האט געשריבן, איז אָננעמען אז די מוסכמות זענען ״עכטע עקזיסטירענדע פאקטן״, א סתירה מיט פיזיקעליזם, וועלכע האלט אז עס עקזיסטירן נאר פיזישע זאכן ממש. זי האלט אז, ווי מ׳זעהט פון ״פאקטן״ וועלכע זענען מיוסד אך ורק ע״י סאציאלע הסכמה כנ״ל, אז עס איז דא א סוג פון עקזיסטענץ וועלכע ווענדט זיך אין די אינטענשאן וכוונה פון ברואים וועלכע קענען האבן גלויבונגען און דעות.

עכ״פ עס איז נמצא מזה אז לפי הנ״ל אז דאס וואס מאכט ״מציאות״ הא-ל איז די סאָשׁעל קאַנסטראָקט דערביי והסכמת הכלל, איז דאך דאס אליינס תלוי אין די כח פון לשון און שפראך וכדברי דר. סירל. ולפי״ז קען מען דאס מרמז זיין בהפסוק (תהלים קטז י-יא) האמנתי כי ״אדבר״ וגו׳. והיינו, אמונה בה׳ איז נאר דורך דעם כח פון לשון ודיבור כנ״ל, און אט דאס איז וואס אונטערליגט סאָשׁעל קאַנסטראָקטס, וואס דאס איז וואס געבט ״מציאות״ צום מושג פון ״ג-ט״. און דער משורר איז ממשיך אינעם נעקסטן פסוק, ״כל האדם כוזב״. והיינו, אז בעצם זענען אלע מענטשליכע קאַנסטראָקטס ע״י בני אדם בהעולם ״כוזב״ ממבט הטבע, אבער דאך האבן זיי ״מציאות״ ע״י הסכמת בני אליהם, וואס דאס איז דורך דיבור ולשון וכנ״ל. (און ער איז ממשיך מיט ״מה״ אשיב לה׳, ולרמז אז די געדאנק פון די הגדרה פון אט די מושג פון ״ה׳״ איז למעשה לעולם למעלה מהשגה, און די איינציגסטע ענטפער שייך אויף א פראגע בזה איז ״מה״.)

ובזה קען מען אויך מרמז זיין די געדאנק פון ״וידבר״ ה׳ בכל התורה (ועיין במו״נ ח״א פס״ה). והיינו, אז דורך דעם (שמות ו ב) ״ויאמר אליו״, ע״י ענין אמירה ולשון, ווערט דעם ״אני ה״. און דאס איז די רמז (שם יט יט) משה ידבר והאלקים יעננו בקול, אז אט די כח הדיבור איז וואס געבט דעם ״מציאות״ לענין ״אלקים״ וכנ״ל; עס ווערט דעם שכינה דורך דעם ״מדברת״ מתוך גרונו.

דאס קען אויך זיין די געדאנק פון (ברכות כא.) ולוואי יתפלל אדם כל היום כולו. מיינענדיג, וויבאלד ענין תפילה איז דאך דיבור פון/צו דעם קאַנסטראָקט פון ״ג-ט״, וואס אט דאס שאפט דאך די מציאות פונעם קאַנסטראָקט וכנ״ל. ואולי וועגן דעם איז די פיפטע עיקר בהרמב״ם, נאך די פער עיקרים על מציאותו, אחדותו, אי-הגשמתו, וקדמותו של ה׳, די עיקר אז לו לבדו ראוי להתפלל. והיינו, אז עס איז די ענין פון דיבור אודות ה׳, וועלכע געבט די געדאנק ״מציאות״. (ואולי קען מען אויך טייטשן די פסוק בדברים ד ז, כי מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו כה׳ אלקינו בכל קראינו אליו.)

און דאס קען אויך זיין טיפערע פראבלעם מיט דער ״האומר״ שאין וכו׳ לגבי ״ג-ט״. והיינו, ווייל עס ווערט א הפה שאסר הוא הפה שהתיר. מיינענדיג, אז די ענין ״מציאות״ ביי ״ג-ט״ איז דאך מכח הפה, און ער נעגעיט דאס דורך דעם ממש. און דאס קען זיין א רמז בהפסוק (תהלים קמט ו) רוממות א-ל בגרונם וחרב פיפיות. והיינו, אז מ׳איז מרומם דעם געדאנק ומציאות פון הא-ל דורך דיבור בגרונו און שפראך. אבער אט דאס שניידט ביידע וועגן און איז א חרב ״פיפיות״ תרתי משמע.

ובזה פונעם טעזע האשכול אז מ׳האט ענדערשער צו פאקוסירן אויף שמירת המצות ווי איידער אמונה ודאגמאס, קען מען מיט דעם אלעם טייטשן דעם בעה״ט בפ׳ נצבים עה״פ (דברים ל יב) מי יעלה לנו השמימה, וועלכע ווערט געזאגט לגבי שמירת התורה. דער בעה״ט זאגט דארט אז ״מ׳י י׳על׳ה ל׳נ׳ו ה׳שמימ׳ה״ איז ר״ת מילה וס״ת שם הוי׳ ב״ה ע״ש. ולדרכינו קען מען זאגן אז עס איז ידוע אז תיבת ״מילה״ איז עולה תיבת ״פה״ (עיין בציצים ופרחים להיעב״ץ אות מ), ולרמז אז די געדאנק פון שם הוי׳ ב״ה שמרמז לענין מציאות הא-ל וכדכתב הרמב״ם במו״נ ח״א פס״א, איז נובע אלס׳ן קאַנסטראָקט מכח לשון הפה וכנ״ל. און דאס ווערט מרומז בהפסוק וועלכע ליידט די דגוש מער אויף קיום התורה, ולרמז אז דארט דארף ליגן די פאקוס ווי איידער אויף אמונה במציאות הא-ל וואס איז פאר מענטשן א קאַנסטראָקט.

ולכן קען מען זאגן אז די רמב״ם לייגט א דגוש אויף דעם ״ודומו סלה״ לגבי הא-ל, והרמז בזה אז דאס׳ן נישט געבן דערצו דעם כח פון שפראך, נעמט דאס ארויס פונעם דיסקאָרס איבער מציאות בכלל, און וואו די פאקוס ווערט ענדערש אויף דאס התנהגות בפועל לגבי המצות. ולכן טאקע איז דא דעם איסור פון ההוגה את השם הוי׳ ב״ה באותיותיו, שמורה על מציאותו כנ״ל.

מי אני » מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:29 pm

· #544988
ולגבי טרעפן מיענינג און געפיהל אין שמירת הלכה אפילו מ'גלייבט נישט בעצם אין "ג-ט" וכדומה, איז אין א שמועס מיט א קלוגער אינגערמאן ארויסגעקומען אז מ'קען דערצו נוצן דאס געדאנק פון אלבּערט קאמוס (לגבי די אבּסורדיטי פון אלעס בכלל). והיינו, קאמוס שרייבט לגבי די מיתוס פון סיסיפוס, וועלכע די געטער האבן פאראורטיילט ארויפצושטופן א ריזן שטיין ארויף א בארג, און דערנאך וועט עס אראפפאלן און ער וועט דאס דארפן איבערטוהן און איבערטוהן לעולם ועד, אז פונדעסטוועגן קען מען זיך פארשטעלן און עס איז שייך אז דער סיסיפוס זאל טרעפן מיענינג אין דעם ארויפשטופן דעם שטיין די בארג און האבן סיפוק דערפון. וא"כ קען מען לכאורה פונקט אזוי דאס זעלבע זאגן לגבי שמירת המצות, ואפילו פאר אזא איינער וואס קען בשו"א נישט צאמשטעלן די סיבה לשמירת המצות מיט א "ציווי ה'" בשום פנים - עס איז אבער דאך שייך און ער קען אבער דאך טרעפן עפעס אַן אַספעקט דערין וואס געבט אים (פסיכאלאגישע) מיענינג דערין וסיפוק. (אבל עיין לעיל במה שהבאתי מהרב דר. שי וואזנער.)

ועיין לדוגמא לעיל בדברי דר. דזשעימס קוגל, איבער וויאזוי משמעות׳ן ברעליגיע ודת טוישן זיך ברבות הימים. און דאס איז לעדזשיטימעט.

אין אנדערע ווערטער, אז פון א פּערזענליכע און (פסיכאלאגישע) עקזיסטענשעליסט מבט באדארף נישט די שאלה צו זיין, ״וואס איז די [אבּיעקטיווע] מיינונג און פשט פונעם מצוה?״ די שאלה באדארף איידער צו זיין, ״וואס איז די [סאָבּיעקטיווע] מיינונג און פשט פונעם מצוה פאר מיר?״ (ועיין כאן במשנתו של הרב דר. יוסף דוב סאלאווייטשיק.)

נאך קלארער ארויסגעברענגט, ווען איינער פרעגט מיר, ״ווי אזוי קען מען טרעפן מיענינג וכו׳ אין די-און-די מצוה, אָן אַן אמונה באלוק כפשוטו?״ קען איך אים ענטפערן מיין פּערזענליכע טעם אין די ספּעציפישע מצוה. אבער די ריכטיגע ענטפער איז, ״אדרבה, זאג/טראכט דו.״ וויבאלד אָלטימעטלי קומט עס אראפ צום אינדיווידואלן פּערזענליכן טעם פונעם מענטש גופא, וויאזוי און פארוואס ער טרעפט סיפוק באיזה דבר.

די געדאנק איז אז פאר אזא מענטש וואס איז שוין ממילא דא, און די שאלה איז נאר פשוט צי ער זאל דאס רידזשעקטן צי נישט, איז פון א פּרעגמעטיסט מהלך דאס די טאקע פּראקטישע מהלך צו נעמען.

און איך האב געטראכט נאך טיפער אז די געדאנק פון די קאגניטיוו דיסאנענס דערין, ווען די אמונה בדעתו והתנהגותו במעשה גייען אויבנאויף אין איינקלאנג, ארבעט ביידע וועגן. מיינענדיג, אין א שמועס מיט א קרוב משפחה איז מיר אויסגעקומען אַן אינטרעסאנטע זאך. ער איז אלס 16-יעריגער בחור שוין געווען, וואס מ׳רופט colloquially, א ״בּאָם״, און אזש געוואוינט פון די 17-18 מיט א גירלפרענד אפאר יאר (בלי שמירה על איסור נדה וחילול שבת וכדומה). ער האט נישט בעצם, וואס מ׳רופט, א ״גוטע קאפ״ בכלל און האט קיינמאל נישט דורכגעטוהן טעאלאגישע ענינים כלל וכלל (ועיין במה שהבאתי לעיל מדברי @שרגא בזה). ער האט, לדוגמא, דעמאלטס געגלייבט (און גלייבט נאך אלס…) אז די וועלט איז נישט עלטער פון 6,000 יאר. אא״וו. (ווי איינער וואס קען אונז ביידע האט מיר דעמאלטס געזאגט, ״דו ביסט נישט קיין געהעריגער מאמין אבער א שותומ״צ, בשעת ער איז א מאמין אבער נישט קיין געהעריגער שותומ״צ.״) עכ״פ האב איך אים כהיום, ווי ער איז שוין מער-ווייניגער ״צוריקגעקומען״, געפרעגט אז מעיקרא מאי קסבר? האט ער מיר גע׳ענטפערט אז ״עס [חיי הלכה] האט פשוט נישט געקליקט מיט מיר.״

אריינטראכטענדיג טיפער איז מיר אבער אויסגעקומען אז אזא איינער האט בעצם פונקט דאס זעלבע קאגניטיוו דיסאנענס ווי דער באהאלטענער אפיקורוס, נאר אויף פארקערט. דהיינו, דער סארט ״בּאָם״ גלייבט דאך ברעליגיע בעצם בדעתו, אבער זיין התנהגות בפועל קעגן הלכה איז בהדיא קעגן דעתו ואמונתו. דאס איז כעין ווי דער באהאלטענער אפיקורוס וואס גלייבט נישט בעצם בדעתו, און זיין דרויסענדיגער התנהגות וואס איז יא (באיזה אופן) כהלכה איז בהדיא קעגן דעתו ו(אי-)אמונתו. דער ״בּאָם״, כדי זיך ארויסצודרייען פון די קאגניטיוו דיסאנענס, איז זיך ״מורה היתר״ באיזה אופן: אדער איז ער בהדיא דוחה וכובש אמונתו פון ארויפקומען בדעתו (וואס אט דאס איז די דיסאנענס), אדער נעמט ער אָן א סארט ״הקב״ה ותרן הוא״ וכדומה. (און אויף אזעלכע סארט רעליגיעזע מענטשן וועלכע זענען דאך יא אינטעלידזשענט, אבער ״פאַלן דורך״ מיט עכ״פ קלענערע אירעליגיעזע ווייסעס, איז טאקע חל דר. דזשאָרדזשעס רעי׳ס טענה וג״כ טענתו של דר. שאול סמילנסקי.) דאס איז די אינווערס פונעם באהאלטענעם אפיקורוס, וועלכע געבט זיך אויך אָן טעמים וסיבות על התנהגותו און ער איז זיך ״מורה״ פארוואס ער טוהט וואס ער טוהט און אז עס איז נישט ממש מנוגד צו דאס וואס ער האלט בדעתו.

עכ״פ די קאגניטיוו דיסאנענס ארבעט ביידע וועגן. דאס קען טאקע זיין א הסבר אז, ווי @שמן למאור ברענגט ארויס, פאר אזא סארט מענטש, וועלכער איז טאקע קיינמאל נישט אפגעפארן מחמת אינטעלעקטשואלע סיבות בכלל, איז טאקע מער עלול אז ער זאל ״צוריקצוקומען״. און דאס איז טאקע אולי (עכ״פ בחלק) מחמת די קאגניטיוו דיסאנענס הנ״ל, אז ער איז דאך בעצם געבליבן ביים ״גלייבן״, אבער פירט זיך נישט עפי״ז במעשה. מיינענדיג, די מעשים ווערן עווענטועלי ולבסוף געשלעפט נאכ׳ן דעת. משא״כ דער באהאלטענער אפיקורוס וועלכער האט א פארקערטער דעת און פארקערטע מעשים ווי דער ״בּאָם״ הנ״ל.

מאידך גיסא אבער שרייבט דאך דער רמב״ם במו״נ ח״ב פל״א אז ״הדעות אם לא יהיו להם מעשים שיעמידום ויפרסמום ויתמידום בהמון לנצח, לא ישארו״ ע״ש. וידוע החינוך במצוה טז אז האדם נפעל כפי פעולותיו ע״ש, וועיין בדברי דר. זאב גריִס שהבאתי בנושא האשכול הלז. פון דעם אלעם איז דאך משמע אז ווען ס׳איז דא א קאגניטיוו דיסאנענס וואס דער מענטש דארף משווה זיין, ווערן די דעות פונעם מענטש ענדערשער נאכגעשלעפט לפי מעשיו, ווי איידער המעשיו אחר דעותיו. וממילא וואלט דאך ווען לכאורה געדארפט זיין פארקערט בדרך כלל: דער ״בּאָם״ זאל עווענטועלי אויפהערן גלייבן בדעת, און דער באהאלטענער אפיקורוס (עכ״פ טאמער האלט ער גענוג פון די מצות במעשה) זאל אָנהייבן גלייבן?

נאר ווי @שמן למאור ברענגט אויך ארויס, איז על הכלל כולו ובדרך כלל, ווי דער מענטש ווערט עלטער, גרייכט ער אפטמאל א פסיכאלאגישע עקוויליבּריאום והשוואה בין דעתו והתנהגותו ג״כ. (און ווי מיין פסיכאלאגיע טעקסטבוך שרייבט, אז א מענטש ווערט מיט די עלטער סתם אזוי מער ״מעלוֺי״, ועכ״כ אז טאמער ליידט ער פון פּסיכאפּאטיע ווערט דאס אויך בעסער אויף די עלטער.) דאס באדייט נישט דוקא א מערקדיגע טויש בדעתו ואמונתו. נאר איידער א סארט מער ״לויזערע״ און reconciliatory צוגאנג בדעתו, וואו ער זעהט איין אז זיין (פריערדיגע) דעת ואמונה קען אויך סובל זיין און עקאַמאַדעיטן מער סארט התנהגות׳ן, וואס פריער, מכח׳ן זיין זיין מער רידזשיד בדעתו און האלטן אז די דעת אליינס איז מער רידזשיד, האט ער געקלערט אז נישט.

ובענין זה וואו טעמי המצות זענען מער א פּערזענליכע סאָבּיעקטיוו פענאַמענאן, שרייבט דר. ארנאלד אייזן לגבי טעמי המצות במשנתו של הרמ״ד, וועלכע האט געהאלטן אז די געדאנק פון תושבע״פ, וועלכעס איז מחמת שהוא בע״פ מער בויגזאם און נעמט אריין די געדאנק פון הכרח שינויים בהזמן, איז מער ווי תורה שבכתב וועלכע, אלס׳ן דאס קובע זיין בכתב און רידזשיד, קען נישט דערהייבן:
Not only did students differ in their capacity to appropriate meaning from the commandments. More important, that meaning itself would necessarily differ from time to time, place to place, and person to person. The ceremonies did not, as Maimonides would have it, take us to truth so much as provide an occasion for its coming within range of our intuitive grasp. That being the case, there could not be one single meaning to a commandment, let alone one single correct meaning. The meaning lay in what those who practiced it grasped, with the help of their communities and teachers, from the set of behaviors mandated by the Torah. Pluralist to the core, Mendelssohn endorsed a rather radical version of the rabbinic dictum, "these and these are the words of the living God." The framework itself would shift as oral tradition modified the observance of the commandments, and the meaning of the principles grasped with the help of those ceremonies would also be open to discussion rather than a fit subject for oaths or credos

כרם זית » מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:27 pm

· #544998
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
שפתים ישק!

אלס איינער וואס אסאך לערעס פון תורה החסידות שטימט נישט מיט די פילאסאפישע אויסקוק פון די ראשונים, האב איך טאקע בעבר געניצט די געדאנק צו טרעפן עפעס פילאסאפישע געדאנקען אין תורה החסידות, כאטש זיי האבן עס לכאורה קיינמאל נישט אינזינען געהאט.

צ.ב.ש. די באקאנטע געדאנק מיט וואס די חסידישע ספרים זענען פארנומען, אז די תורה איז נצחיות און ממילא דארף מען טרעפן עפעס פון די מצות וואס איז נוגע "יעדעם בכל הדורות", האט נישט געשטימט מיט ווי אזוי דער רמב"ם איז מסביר די געדאנק פון מצות אז עס איז צו מחנך זיין די מענטשהייט ביז זיי קומען צו צו די ריכטיגע דעות. אבער אנשטאט אוועק ווארפן די חסידישער געדאנק, האב איך עס אפגעלערנט אלס א גרויסער השלמה לדבריו, דהיינו אז לויט דער רמב"ם קומט אויס אז ווען דער מענטשהייט איז שוין מחונך וואלט מען לכאורה געדארפט אויפהערן האלטן די מצוה, און דער רמב"ם זאגט דאך אז לא תהיה תורה אחרת? וועגן דעם דארף מען טאקע טרעפן אין יעדן דור עפעס א נייע משמעות אין די מצוה, וויבאלד לויט די פריערדיגע טעם האט דאך נישט קיין זין צו האלטן די מצוה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10