שוין גענוג געארבעט פאר היינט , אדער ווער איך אדיקטעד ?
קאווע שטיבל, איך בין נאך אלץ אינטערן רושם פון די מאטריאל וואס איך געפון דא.
פאר א צוויי שעה צוריק האב איך געשריבען מיינע געפילן פון זיין א נייער מעמבער און איך פארברענגט א גאנצער נאכט אויף די (טמא'נע) סמארט פוין ליינענדיג די מלא וגדישדיגע ארטיקלן דא און שטיבל ממש מים קרים כל נפש עיפה. געענדיגט דעם תגובה/אשכול (איך ווייס נאך נישט וואס איז וואס) איך דארף לויפן ארבעטן טאלק טו יו לעיטער. והנה און בין צוריק מיט די פוין אין די האנט טראכטענדיג וואס די מעת לעת האט מיט מיר געטוהן.
צום גוטן אדער צום בייזן ווייס איך נאך נישט, אבער איך בין דא צוריק. נאך צוויי שעה.
ווער איך עדיקטעט צו א וועלט וואס איך האב נישט געוואוסט עד הנה אז ער עקזעסטירט, אדער די ציגען וועלן זיך צו געוואוינען?
איך זעץ מיר אין אפיס און איך זיך אויפן קאמפיוטער א טייל פון די חומר וואס ווערט אויסגערעכענט אין די קאווע שטיבל. אי'ה העט ואיה הסופר,ַוואס קען אראפ שרייבן די געראטשקע וואס מיין מאגן גייט אדורך ליינענדיג די סחורה דא אינעווייניג. איך רייס זיך די האר פון קאפ ווי אזוי בין איך אזוי בלינד געווען די לעצטע פאר יאר, איך בין נישט קיין נער זקן איך בין קאנסידערד ווי א ברייטערער מח אין מיין סביבה און ווי קען זיין אז איך האב זיך נאך נישט דא געטראפען שפאצירן צווישען די ווענט פון די שטיבל יארן פריער. אבער די מחשבה אליינס האט מיך אויף געקלערט ווי שטארק סביבה און ערציאונג לייגט ארויף דעם דעקל אויף די פערדס אויגן שלא תפן ימינה און שמאולה.
איז דא נאך איינער אין שטיבעלס וואס קען רילעטן?
איך דארף באמת צוריק גיין צו דער ארבעט אבער דער קאווע שטיבל מאגנעט לאזט מיך נישט צורי.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk