☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אשכול אן א טיטל #8737

אשכול אן א טיטל #8737

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8737
בלאט: 1 2

— » זונטאג אפריל 26, 2015 2:45 pm

· #269715

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

געוואלדיג » זונטאג אפריל 26, 2015 3:30 pm

· #269738
זייער זייער קלאר ארויס געברענגט דעם ענין, מתוק מדבש, שפתיים ישק.

בן אדם » זונטאג אפריל 26, 2015 3:41 pm

· #269742
סאו איך בין אויך אן אפיקורוס ?

פרייוויליג » זונטאג אפריל 26, 2015 4:42 pm

· #269767
איי לכאורה איז דאך דער מנין ממה נפשך פסול ווייל לויטן רמב"ם איז דאך דער רמב"ן אן אפיקורוס און ווידער לויטן רמב"ן קען מען דעם רמב"ם נישט מצרף זיין צו מנין,

רילי ניגער?

פרייוויליג » זונטאג אפריל 26, 2015 4:49 pm

· #269771
דער אויסשליסליכער קורצער תירוץ איז: "נהמא דכיסופא", דאס איז דער איינציגסטער לאגישער סיבה פארוואס אונזער זעל איז פארפלאגט אויף דעם שווערען ערד קוגל, וואס דער מרובה מחברתה פארלויפט דעם אין לך יום שאין קללתו.

נהורא נפישא » זונטאג אפריל 26, 2015 5:32 pm

· #269792
וואס האט אן עובד את עצמו מיט אפיקורסת צוטאן ? אדרבה די גרעסטע עובדי השם האבן די גרעסטע עולם הזה'דיגע רוחניותדיגע הנאה דורכן דינען השי"ת מתוך אהבה ווי די סתם עובדים את השם מתוך יראה וקבלת עול המצוות, אדרבה טייל בעלי מחשבה ברענגן ארויס אז די הנאה איז גאר די ציל פון די גאנצע בריאה, ס'איז מפורסם די לשון הרמח"ל "האדם לא נברא אלא להתענג על ה' ולהנות מזיו שכינתו שזהו התענוג האמיתי והעידון הגדול מכל העידונים שיכולים להמצא. ומקום העידון הזה באמת הוא העולם הבא".

איך האב אמאל דא אפגעשריבן א שיינע מעשה'לע פון אן עובד השם וואס האט געוואלט מבטל זיין אינגאנצען זיינע הנאות ומה עלתה בו.
אט האט איר דעם עפיזאד;

אין א שטעטל פ. (נאמען פיקטיוו) אין ווייסרוסלאנד האט געוואוינט א איד מיטן נאמען ר' זונדל, דער ר' זונדל איז געווען באקאנט אין שטאט אלס אן אויסגעריפענער עובד ה', ער פלעג זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש מעוטף בטו"ת אין געלערנט זיינע שיעורים כסדרן, זיינע שיעורים זענען געווען איינגעטיילט בכל מכמני התורה אנגעהויבן פון תנ"ך, און גפ"ת און אלפסי, רמב"ם טור ב"י שו"ע והנו"כ, ספרי מוסר וחסידות, ספרי קבלה, אויך האט ער מעיין געווען אין ספרי חקירה בשעה שאינו לא יום ולא לילה אויף צונאכטס פלעג ער אהיימקומען צו זיין אידענע, און זי פלעג אים אפווארטן און צושטעלן צום אויספאסטען א שטיקלע הארטע ברויט וואס ער פלעג בד"כ צובייסן מיט א שטיקעלע ירק, דערויף פלעג ער זיך זעצן ווייטער לערנען לאור הנר אין די טיעפע נאכט שטונדן, ביז ער פלעג אלס אוועקפאלן אין א דרימל פאר עטליכע שעה, און פלעג זיך אויפכאפן מעורר זיין את השחר, ווי ער האט ווייטער אנגעהויבן מיט פרישע כוחות זיין סדר היום פונדאסניי.

דער ר' זונדל איז געווען א שטארקע בעל מחשבה און בעל השגה, זיינע מחשבות האבן אים צומאל געקענט אוועקפירן אין גאר הויעכע געדאנקן וואס האט אים געקענט מאכן טראכטן פאר שעות ארוכות אין איז אים צומאל געווען א געוואלדיגע שטער אין זיינע שיעורים, ר' זונדל האט אבער געהאלטן אז די פנימיות איז זייער וויכטיג און דער עיקר איז דאך רחמנא ליבא בעי ואחר כוונת הלב הן הן הדברים.

ר' זונדל פלעג אלס אריינטראכטן אין די גאר הויעכע מדריגות פון עבדות השם, כסדר געטראכט פון מסירת נפש און מתי יבא לידי ואקיימנה, אבער ער איז נישט געווען צופרידן, ער האט געהאלטן אז מסירת נפש איז בכלל נישט אזא הויעכע מדרגה, סוכ"ס איז דאך דער עולם הזה דומה לפרוזדור, א צייטוויליגע דורכגאנג, און אז איינער קומט אים אויף מסי"נ וואס האט ער שוין דעם מקריב געווען, די הבלי עולם הזה? ס'איז דאך אשרי מי שימיו  נחתמים במהרה, ער האט געפאדערט פון זיך א העכערע מדרגה, כסדר האט ער געטראכט וואס קען אלס זיין א העכערע מדריגהאיינע פון זיינע יסודות וואס ער האט ביי זיך שוין לאנג געהאט אפגעמאכט איז געווען אז ער פארמאגט נישט קיין שום רכוש און ישות זיין הויז איז געווען אפען פאר יעדן עובר ושב, און פלעגט כסדר אויספאקן זיינע טאשן פאר יעדן נצרך פון די פאר גראשן וואס אידן האבן אים אריינגעריקט,ער האט אבער נישט געקענט ביי זיך פויעלן צו זיין אן מעורב בין הבריות ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין די בזבוז הזמן בשיחה בטילה מיט וואס דער המון עם ברענגט אן די צייט, דערפאר פלעגט ער אלס גיין מיט פארמאכטע אויגן, קוים וואס ער האט געקענט די וועג אהיים פון בית המדרש.מאכט זיך אמאל אינמיטן די נאכט ער לערנט זיין שיעור אין רמב"ם, און קומט אן דארט ווי דער רמב"ם רעכנט אויס די אלע מדריגות פון צדקה, די רמב"ם פירט אויס אז די העכסטע מדריגה אין צדקה איז ווען דער נותן ווייסט נישט פאר וועם ער געט, און דער מקבל ווייסט נישט ווער דער נותן איז.ר' זונדל טראכט צו זיך, איז דאס דען א מדריגה דאס טוה איך דאך כסדר, פארקויפן די עולם הבא קלערט ער צו זיך היד השם תקצר, השי"ת האט גענוג עולם הבא צו געבן פאר יעדעם ממילא איז דאס סתם א שפילעכעל, ס'איז אויך נישט שייך אויסצושפילן דעם רבוש"ע אז ער זאל נישט וויסן ווער דער נותן איז ווארום השי"ת ווייסט אלעס, אט איז אים בייגעפאלן א מאדנע געדאנק, השי"ת האט באשאפן די וועלט אז מענטשן זאלן טוען זיין רצון, ווי באקאנט האט די וועלט נישט קיין קיום נאר דורך תורה, ר' זונדל ווייסט אז מענטשן זענען זינדיג, ער ווייסט דאס פון די פסוקי הנביאים וואס זענען מוכיח דעם פאלק אויף די הארבסטע זינד, און מה דאך אין אזא דור דעה איז כלל ישראל געווען זינדיג כ"ש אין אזא דור שפל ווי היינט, אויך ווייסט ער אז ביי השי"ת זענען אלע מענטשן גלייך, אין ביי השי"ת איז נישט קיין נפק"מ צו זיין רצון ווערט נתמלא פון ר' זונדל, צו ער פארטוישט זיך מיט א זינדיגער איד וואס טוט תשובה און ער איז ממלא די רצון השי"ת אנשטאטס אים, טראכט ער ביי זיך אז אט איז אים בייגעפאלן  די גרעסטע מדריגה אין עבדות השם, א גרעסערע מדריגה פון אלע נביאים און חסידים ווי דוד המלך ע"ה וואס זיי האבן דוקא געוואלט זיין די וואס האבן די זכיה צו טאן די רצון השם, סוכ"ס איז דאס דען נישט א תאווה ווי אלע תאוות לחזות בנועם השם ולבקר בהיכלו, איז דאס נישט א מילוי פון די אייגענע צרכים פון נכספה וגם כלתה נפשי.

ער טראכט אין טראכט, אין מיט אמאל שיינט די מארגנשטערן אויף, ער מאכט ביי זיך א פעסטע החלטה אז ער גייט ווערן א בעל עבירה, אזוי ער זאל פארווארפען ווערן פון אלע עולמות, צו די זעלבע צייט גייט ער אבער ארבעטען צו מאכן א זינדיגע איד פאר א בעל תשובה.ביי וועלכע עבירה הויב איך אן טראכט ער צו זיך, די ג' חמורות?!, ע"ז קומט נישט אין באטראכט זיי גלויבן דאך אין א שטיק קלאץ, גילוי עריות? ער ווייסט נישט וויאזוי מ'עסט דאס, פעך! שפ"ד איז דאך פשוט קעגן זיין איידלן כאראקטער, ער קען אפילו נישט טשעפן א פליג אויפן וואנט, אלזא האט ער מחליט געווען אז ער גייט אויפהערן מקפיד צו זיין אויף זיינע קפידות אין הלכה, ער ווערט אנהויבן עסן ירקות הצריכים בדיקה אנע בדיקה, ווען זיין אידענע ווערט צוריקומען פון טבילה ווערט איר נישט פרעגן צו זי האט זיך געטובלט און דערביי איז דאך דא א נדנוד פון איסור כריתות און אויף כרת איז דאך די תורה אליין מעיד אז מ'ווערט פארשניטן פון אלע עולמות רח"ל, אט דאס איז די ריכטיגע מדרגה פון מסירת נפש, טראכט ער צו זיך.זינט דעמאלטס איז ר' זונדל געווארן אינגאנצן צומישט ער האט שוין נישט געוויסט צו ער טוט א מצווה אדער אן עבירה, זיין אידענע האט געזען דעם שינוי, אבער זי האט געגלויבט אין אים מער ווי אין א מלאך, טייל מאל פלעגט ער זיך אינטערמורמלען אז חז"ל זאגן דאך גדול המעשה יותר מן העושה, אבער זי האט קיינמאל נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר.אין שטאט האט מען אויך באמערקט ווי ר' זונדל איז געווארן מאדנע, ער האט אויסגעזעהן נעבעך ווי א זקן ששכח תלמודו, מ'האט באמערקט ווען ער פלעגט אריבערגיין די קירכע הויף פלעג ער נישט אריבערגיין אויף די אנדערע זייט הויף אזוי ווי די מנהג פון אלע אידן, אנשטאטס לערנען און דאווענען איז ער כסדר געזיצן א פארטראכטער, קיינער האט זיך אבער נישט געטרויעט צו זאגן עפעס א ווארט.

ס'איז פרייטיג צונאכטס, אין א ווינטערדיגן פראסט רבי אייזיק די צדיק אין שטאט פירט זיין געהויבענעם טיש אינעם קלויז, אידן קומען זיך אנווארעמען פונעם צדיק'ס פייערדיגע עבודה, ס'איז שא שטיל מ'הערט נאר די פייפעדיגע ווינטען זיך אנקלאפן אין קלויז, דער צדיק הויפט אן זאגן תורה רזין דרזין, בתוך הדברים זאגט דער צדיק, ויעש האדם בצלמו אז דא ליגט א גאר א טיעפע סוד, אז השי"ת האט באשאפן דעם מענטש בצלמו מיט דעם זעלבן כח פון השי"ת זעלבסט מיטן כח פון אי-השתנות אז השי"ת האט מאציל געווען אין יעדען מענטש זיין "איך" און פון דעם איך קען מען נישט זיך ארויסדרייען, און אז דאס פארלייקענען אינעם "איך" איז פון די הארבסטע כפירות ווארום דער איך איז דאך א חלק אלוקי ממעל.

אויף צו מארגענס איז ארומגעגאנגן די שמועה אז ר' זונדל איז אוועק פון די וועלט אין האט הארט ביפאר געזאגט שמע ישראל, ער האט תיכף געוואלט טוען אן עבירה אבער לא איסתייע מילתא ויצאתה נשמתו באחד.ווען דער צדיק ר' אייזיק האט זיך דערוויסט פון די פטירה פון ר' זונדל, האט ער געזאגט וויסן זאלט איר אז ר' זונדל האט מימיו נישט טועם געווען טעם חטא, נאר די סיבה פארוואס ער איז דורכגעפאלן איז צוליב דעם וואס ער האט כופר געווען אין זיין אנכי אין זיין חלק אלוקי ממעל, און דאס איז פון די הארבסטע כפירות, יעצט און עולם העליון איז געווען א רעש אין וועלכע היכל מ'זאל אים לייגן מ'האט נישט געקענט מאכן קיין באשלוס צום סוף האט מען אים געלייגט אינעם היכל פון ר' יוסף דילריינה ושם יהא מונח עד שיבא אליהו

בן אדם » זונטאג אפריל 26, 2015 6:02 pm

· #269812
ששש... אין משיבין על הדרוש.
(ווייל ס'קען ווערן לענגער)

הקטן » זונטאג אפריל 26, 2015 6:06 pm

· #269813
[ציטאט אראפגענומען]

זייער שיין אבער לאמיך פרעגן "פארוואס"
פארוואס פרעגט נאר דער מענטש "פארוואס בין איך דא?" פארוואס מאכט נישט די בלעטעל פארווארפן אויף דער ערד אן עסק דערפין ?

[ציטאט אראפגענומען]

איז מעגליך אז זיין לעכטצן און גלוסטענישט נאך "העכערס", נאך "א תכלית אין לעבן" איז ביי דיזיין?
די זעלבע דיזיינער וואס אינז געמאכט הינגעריג כדי מיר זאלן עסען
די זעלבע דיזיינער וואס אינז געגעבן תאות פאר קים המין

דאס אז דער מענטש זיכט עפעס "העכערס" זאגט זייער אסך (לדעתי) אין וואס איז ראנג זיך נאכגעבן די תאוה אויב און די זעלבע צייט גלייבט ער באמת
אויב איינער עסט ווייל זיי מאגן מאנט אין נישט ווייל זיין גוף דארף די פראטינס, ווערט ער נישט זאט?

אחוץ אויב דו מיינסט די סיגיא פין מצוות לאו ליהנות נתנו

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 26, 2015 6:15 pm

· #269819
משמעות החיים מיז נישט ריפערן דוקא צי די רצון פונעם בורא. אפי' גאט זאל אונז האבן באשאפן אן א משמעות פאר אונז, אן א תכלית פאר אונז. פאסט נאך אלץ א מענטש זאל פרעגן מה חובתי בעולמי, וואס איז מיין בעסטע וועג צי לעבען, וואס און וויאזוי זאל איך אויסשטעלן און פארברענגן מיינע יארן דא.

הקטן » זונטאג אפריל 26, 2015 6:21 pm

· #269825
"וואס איז מיין בעסטע וועג צי לעבען" איז נישט ממש די זעלבע "וואו משמעות החיים"
איינס איז א פראקטישע שאלה און איינס איז אן עקזיסטעשעל שאלה

הקטן » זונטאג אפריל 26, 2015 6:24 pm

· #269827
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס עפעס א גאטלאזער עובד את עצמו?
סך הכול האט אים די לענג ולפנק די אייגענע נפשיות'דיגע תאוות ורצונות געברענגט צו גאט
כידיע די מעשה מיבא בחובת הלבבות

בן אדם » זונטאג אפריל 26, 2015 6:33 pm

· #269830
מתוך שלא לשמה בא לשמה (חז"ל)

נהורא נפישא » זונטאג אפריל 26, 2015 6:34 pm

· #269831
[ציטאט אראפגענומען]

יא יא כ'האב פארשטאנען, אבער ווער זאגט אז מ'מוז רעדן לכתחלה, און אסאך פעלער הויבט אן צו דרוקן די שאלה פון חובת האדם בעולמו, נאכדעם וואס מ'האט ביז דאן מקיים געווען די מצוות מתוך יראה און יעצט אז מ'וויל זיין מעלין בקודש און הנאה האבן מתוך אהבה פרעגט זיך די שאלה פון משמעות החיים.
והשתא דאתינא להכי וועל איך זיך וואגן צו זאגן אז דאס איז די סוד פון כל האומר וכו' חטא אינו אלא טועה, אז וויבאלד די צדיקים ארבעטן שוין אויף א העכערע מדריגה פון הנאה קומט אויס אז די חלק קבלת העול שבו ווערט אסאך מאל באיתכסיא, הגם מסתמא ווען מ'האלט ביי די מדריגה פון אהבה בלייבט נאך די מדריגה פון יראה, ווי מזעהט אין לגבי משה מילתא זוטרתא, איז אבער דא תרי גוונא יראה, יראת העונש און יראה הבאה מתוך אהבה כמבואר בספרי חסידות.

יאיר » זונטאג אפריל 26, 2015 11:38 pm

· #269912
און וואס אזוינס מאטיווירט דעם עבד צו טון זיין פליכט אויף דער וועלט? אינסטינקט?

יאיר » מאנטאג אפריל 27, 2015 12:03 am

· #269926
דאס איז נישט א שמועס פאר זיך נאר תלוי הא בהא. יעדער עבד האט א סיבה פארוואס ער דינט זיין אדון. צו ווייל ער ווייל נישט כאפן שמוץ אדער ווייל ער האט רעספעקט וכדומה. הצד השוה שבהן אז ער האט א אייגענע געברויך אים צו דינען.

chusid » מאנטאג אפריל 27, 2015 1:43 am

· #269973
כעלעמער, איך בין זיך מחיה מיט דיינע טיפזיניגע געדאנקען... אבער מער ווייניגער נעמסטו אוועק מהלכים וויאזוי מען מענעזשט אויפן ערד קוגל.. דארפסט אונז געבן כלים צו לעבן אויכט. .

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 27, 2015 8:08 am

· #270005
מען איז דא מבלבל פארשידענע זאכן און טאנצט פון טענות מצד השכל אז דער שאלה וועגן משמעות האט נישט קיין משמעות צו עפעס מאדנע טענות מצד עבדות השם טאר א מענטש נישט האבען קיין מטרה אין זיין לעבן, א מין הנחה וואס איז אזוי מאדנע און אזוי מקור'לאז און אזוי האפטלאז אז איך ווייס בכלל נישט ווי מען הייבט אן עס צו צונעמען. נישט עס איז לאגיש און נישט עס האט א שום מקור אין עפעס א ספר אדער מובן פון סיי וועלכער מהלך (אקעי אפשר ישעיה ליבוביץ האט אזוי געזאגט).

איז קודם מצד השכל.
אנהייב שטעלט איר אוועק א הנחה אז דער בלעטל וואס ליגט אויף דער ערד האט נישט קיין משמעות און מיר קענען דאס נישט דערגיין ווען נישט עפעס א אמונה. איך ווייס נישט אין וועלכער זין דאס האט נישט קיין משמעוות. לאמיר צונעמען.

אריסטו האט אוועגקעשטעלט אז יעדער זאך אין די וועלט האט פיר סיבות. אין אידישע ספרים האט מען דאס געגעבן א רמז חפצ"ת. ח'ומר צ'ורה פ'ועל ת'כלית. דאס הייסט קודם איז דא א מאטיריאליסטישע סיבה, למשל ביי די משל פון דער בלעטל,זענען די פיר סיבות אזוי: דער חומר פון דער בלעטל איז די פארשידענע כימישע באשטאנטיילען פון וואס דער בלעטל איז געמאכט, די צורה אדער די פארמאלע סיבה איז וואס מאכט דאס בלעטל זאל אראפפאלען און נישט ארויפפאלן, גראוויטי וכו', דער פועל איז ווער האט דאס געשטיפט, די ווינט אדער א מענטש וכדו', דער תכלית איז פארוואס האט ער דאס געשטיפט, אדער צו וועלכע מטרה איז דאס אראפפאלן פון בלעטל א היכי תמצי. אריסטו'ס סייענס האט געהאלטען אז יעדער תופעה אויף די וועלט מוז האבען די פיר סיבות. למשל יעדער זאך פאלט ווייל ער וויל אנקומען צו דער ערד וכו'. און על דרך זה א מענטש לויט זיין ענטוויקלונג מוז האבן א מטרה. און אז ער גייט מיט זיין טבע אנקומען צו דער מטרה וואס דער טבע האט פאר עם קומט ער אן צו זיין תכלית. האט אריסטו לויט ווי ער האט געהאלטען דער הגדרה פון א מענטש אויך מסביר געווען לפי דרכו וואס איז דער מטרה פון דער מענטש.

יעצט שפעטערדיגע סייענטיסטען האבן זיך געדינגען אויף די הנחה אז די טבע האט א מטרה, און מסביר געווען אלעס נאר מיט די ערשטע צוויי (אדער דריי, ווענט זיך) סיבות. דאס איז א גרויס אריכות וואס איז פשט און ווער איז גערעכט ואכ"מ. יעצט דאס איז אלץ לגבי הטבע. לגבי זאכן וואס א מענטש טוהט איז נאכאלץ אמת אז זיי מוזן האבען די פיר זאכען, עכ"פ אויף זיך רעכענען א נארמאלער מענטש. אז איינער מאכט עפעס אן קיין תכלית זאגט מען עם ער איז משוגע. ממילא איז די שכלדיגע זאך פון א מענטש אז ער בויט א בנין למשל איז דא א final cause פאר דער בנין, למשל ער וויל דארט וואוינען. אדער פארקויפען, אדער וואס נאר. יעצט אז מען ברייטערט דאס אויס צו א גאנצער לעבן, איז א סימן פון א ראציאנאלער מענטש אז זיין לעבן האט עפעס א trajectory , עס האט עפעס א מטרה ווי ער קומט אן, און אז נישט איז ער סתם א משועגענר. דא אבער קען מען טענה'ן רעדט מען שוין פון טבע און עס איז נישט מוכרח עס זאל בכלל האבן א סיבה. נו דאס איז מצד הסייענס שבו. מצד מעשי האדם אז ער לעבט אן א תכלית איז ער צודרייט. אדער ווערט צודרייט. דא קען מען אריינקריכען פארשידענע טעאריעס איך וויל נאר קלאר מאכן די אלף בית וואס דאס מיינט פשוט ווען מען רעדט משמעות אדער מטרה פון לעבן און פארוואס עס האט נישט קיין שייכות מיט די טענות וואס איר ברענגט.


יעצט מצד האמונה, קומט איר מיט עפעס א מין מאדנע פשעטל (שמקורו מרי"ל הנ"ל) פון זוכען דער צד השווה פון אלע אידישע דענקער און לויט דעם מאכן א מסקנה אז די איינציגסטע זאך וואס איז לכולי עלמא און טאמער נישט איז מען אן אפיקורס איז עפעס אן עבדות. דער פשעטל ענהעלט פילע פראבלעמען, איינס פון זיי אז דער שיטה גופא האט קיינער פון זיי נישט געהאלטען. קומט אויס לויט אייך איז סיי דער רמב"ם וואס הא געהאלטען אז די מטרה איז זיין א משכיל להשיג את השם, און וועלט מסתמא גערופען אייער ווערזיע פון עבדות געצנדינעריי, און סיי דער זוהר וואס האט געהאלטען אז די מטרה איז מתקן זיין עולמות עליונים , ביידע זענען געווען פורקי עול. דאס אז ביידע האבן אפשר געהאלטן שולחן ערוך מיינט נישט אז דאס האבן אלע מודה געווען ווייל זיי האבען עס געהיטען פאר גענצליך אנדערע סיבות. און קיין איינער פון זיי נישט פאר דער מאדנע סיבה.

מער לעצם הענין הייב איך נישט אן צו פארשטיין די סברא אז עבדות איז עפעס סותר צו זוכען א משמעות אין לעבן, אדער בכלל מה קודם למה. טאמער הייבט מען אן שכלדיג און מען קומט אן אז די מטרה איז זיין אן עובד השם, נו שטימען דאך ביידע פונקט, פונקט ווי דער טבע טוהט פונקט זיין מטרה כרצון יוצרו אזוי אויך דער מענטש. און אז א חלק פון טבע האדם איז זוכען די משמעות איז דאס דאך א חלק פון דער וועג צו דער מטרה פונקט ווי יעדער זאך אין די בריאה. עס פאלט קיינער נישט איין אז דער עפל וואס פאלט פון בוים טוהט עפעס נישט אין איינקלאנג מיט די מטרת הבריאה ווייל דאס איז דאך די בריאה, און די זעלבע זאך דער מענטש נאר בתוספת די כוח השכל וואס ער האט און די אלע יצרים וואס ער האט און די פארשידענע בחירות וואס ער האט אפשר.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 27, 2015 8:15 am

· #270007
עס איז כדאי ארויסצוברענגען, אויב הרב המגיד וויל שוין לוחם זיין פאר דער אמתדיגע מקורותדיגע רעליגיע וואס בויט זיך נישט אויף קיין צרכים פון משמעות, אז נישט נאר איז נישטא קיין מקור אין די אריגענעלע אידישע רעליגיע פאר די סארט מוגזמ'דיגע אבסורדישע לשמה'דיגע עבדות וואס איר רעדט, נאר אפילו פאר די פשוט'סטע סארט נישט זיין קיין ערליכע איד פאר די אייגענע תועלת בעולם הזה אויך נישט. מקראות מלאים דברו ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך. די גאנצע תנ"ך מתחילתו ועד סופו זאגט איין זאך זייטס ערליך עטס זאלטס האבן אסאך צו עסן און צו טרינקען. נו אוודאי איז דא די טיפע ענינים פון חז"ל אל תהיו כעבדים המשמשים את הרב וכו'. אבער אין מקרא יוצא מדי פשוטו. און אוודאי איז אבסורד פאר איינער וואס איז כלומ'רשטע לוחם פאר אן אריגענעלע רעליגיע אן קיין פשעטלעך צו זיין אזוי פונקט פארקערט פון די אריגענעלע אידישקייט.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:00 am

· #270030
שווער זיך צו דינגען מיט איינער וואס די ערשטע הנחה זיינע אין יעדער תגובה איז אז דער צווייטער פארשטייט נישט וואס ער רעדט. און נאכדעם שרייט ער נאר נאכמאל זיינע הנחות מיט פארשידענע זייטיגע זאכען אן בכלל זיך מתייחס זיין צו די עיקר טענה. דאס וואס ליבוביץ ברענגט אריין די נושא פון בחירה איז נאר ווייל ער מוטשעט זיך מיט יאיר'ס קשיא און ווארפט עס נישט אראפ בקש אזויווי אייך. בכל אופן צו די עיקר טענה מיינע רירסטו נישט אן נאר שפילסט זיך מיט ווערטער מטרה אהער מטרה אהין. די האר טיילאכער וואס פון דעם מאכט איר א גאנצער בער צווישען טוהן פאר דער מטרה און אז ער טוהט און דאס איז די מטרה פארשטייט קיינער אויזער אייך. עכ"פ דאס פארשטיי איך נישט פארוואס זיכען א משמעות און מטרה אין לעבן (וואס איז טאקע נישט די זעלבע ווי וואס איז די מטרה פון דער יוצר הבריאה בכללותו) איז סותר צו דער מושג פון עבדות. שכויעח אז דו צייכנסט צו דער רמבם, דער וואס דו האסט מסביר געווען איז בכלל געווען אן אפיקורס לויט א צווייטער שיטה. די פראבלעם דא איז נישט די ווערטער נאר אז אייער גאנצער הנחה פון עבדות האט נישט קיין מקור ושרש אין קיין שום אידיש ספר (אויך נישט אין דער רמבם) ביז ר' ליבוביץ.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:16 am

· #270036
סתם אזוי טעאלאגיש איז 'עובד את עצמו' אסאך גרינגער צו פארשטיין על דרך רצה הקב"ה להיטיב, לזכות את ישראל וכו', ווי 'עובד את השם', וואס איז אן ערנסטע שאלה פון כפירה לויט אסאך וויבאלד עס איז משמע אז הקב"ה איז א נצרך לבריותיו און נישט קיין שלם ואינסוף.

הקטן » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:39 am

· #270057
דאס אז דער מענטש האט אין זיך innately דעם געיעג צו א תכלית - man's search for meaning זאגט "עפעס".
איך זעה נישט דעם סירקעליר ריזענאינג אין דעם, פאר ווער ס'איז נישט גרייט אנצינעמען אז דער וועלט איז סתם אן עקסידענט.

און אן אנדערע אשכול מיטשענן זיך צוויי חברים וואו אזוי קען דער עטיאיסט זיין אדער פילען spirituality
די עצם דילעמע זאגט אינז אז דער מענטש איז hard wired צו וועלן transcend'ען צי עפעס העכער
פאר וואס זאל איינער דערשטיקן דעם שאיפה?

הקטן » מאנטאג אפריל 27, 2015 6:10 pm

· #270168
ביסט גערעכט, דער דארוועניסט האט זיך איין טאג אויפגעוועקט און זיך געטארפען אין א גאראדש וואו א יון אין די סוכה.
מיט א גאנצע באנטש מיט איבריגע פערניטשער און אסך junk DNA אויב האט ער עפעס יאז דערפין איז הכול רווח.

דער מאמין ווידער גלייבט אז די דירה וואו ער געפינט זיך האט אים זיין טאטע אזוי שיין צוגערישט, און אויב איז דא דארט א טוש האט דאס א תכלית פאר אים און איז געמאכט פאר אים צו ניצן גארנישט איז דארט אבי אזוי, נישט די ברוינפן און נישט זיינע אנדערע רצונות און גלוסטענישען.

זיכער קענער אויך אביאזען דו פרעניטשער, ער קען ניצען די מעהאגעני טוש להסקה תחת תבשילו און די ברוינפן צו שיכרן און spirituality צו האלזן און קישן א בוים.

מיין זיידע אברהם האט געזען אז די light is on האט ער צאמגעשטעלט איינס מיט איינס

יאיר » מאנטאג אפריל 27, 2015 7:45 pm

· #270194
איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 27, 2015 8:41 pm

· #270222
עס שטייט נישט דאס אין שות חתם סופר נאר בכלל עפעס אנדערש, און אסאך דינגען זיך טאקע אויף יענער חתם סופר. וואס איז לפוםמריהטא נגד הכתובים ונגד המסורת.

איר שרייט זיך ארויס פון שאלות און מאכט זיי כלומרשט פאר אנדערע נושאים בשעת וואס זיי זענען די נושא. ווען איינער זאגט ער איז אן עבד השם זאגט ער אז גאט האט אן אימטערעס אין דעם, סטיז נישטא קיין וועג ארויס פון דעם.נישט קיין חילוק וויפיל מאל ער וועט שרייען עס מיינט נישט.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 27, 2015 11:47 pm

· #270298
מקען נישט סתם זאגן סתירהדיגע שטותים מיט דער אויסרייד פון לא מחשבותי מחשבותיכם. אדער גלייבסטו אין א גאט וואס דארף אנקומען צו אנדערע אדער נישט. עס איז נישטא קיין צוויי וועגן וועגן דעם. אויב גאט קען נישט האבן קיין אינטערעסן דאן פעלט עם נישט אויס קיין עבדים און זאגן איך בין אן עבד און איך פארשטיי נישט העלפט גארנישט.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 27, 2015 11:49 pm

· #270300
די זעלבע מיט די שאלה פארוואס ער גלייבט וואס ער גלייבט אדער וואס מאכט עם זיין אן עבד. מקען נישט סתם אפמאכן פון דא פרעגט מען נישט בלי סיבה. טאמער טוהט יעדער מענטש נאר זאכן וואס ער פארשטייט אדער זיי העלפען עם אדער וואס גיבן עם א משמעות דאן העלפט נישט אז נאכדעם וואס ער גלייבט שרייט ער עס איז נישט וועגן דעם ווייל עס איז יא. טאמער האט איר א וועג פון גלייבען וואס הייבט זיך נישט אן ביי די בחירה פון דער מענטש דאן קען אייער פשעטל אפשר זיך אנפאנגען. אן דעם איז עס גארנישט.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 27, 2015 11:53 pm

· #270302
דער חת"ס רעדט אז לו יצוייר עס וואלט נישט געווען קיין שכר ועונש בעולם הזה לישראל וואלטן מיר נאכאלץ געבליבען מחויב צו פאלגן גאט. און דאס אליינס איז בניגוד לפשטי כל התורה כולה און לדברי הרמב"ם בי"ג עיקרים המקובלים אצל רוב ישראל וואס דער חת"ס דינגט זיך דא אויף זיי. אבער שוין דו האלטסט ווי דער חתם סופר. נאכאלץ רעדט ער נישט פון דעם פארוואס זענען מיר מחויב און וואס מיינט דאס און טאמער איז דאס א סתירה צו אנדערע זאכען. קען זיין דאס איז טאקע ווייל דאס איז דער איינציגסטער משמעות. אדער ווייל עס וועט זיין שכר בעולם הבא. אדער פאר עפעס אן אנדערע סיבה שהוא לטובתנו. וואס איר זאגט הייבט פשוט נישט אן צו שטיין אין חת"ס.

זוכער » מאנטאג אפריל 27, 2015 11:53 pm

· #270303
דער אשכול טראגט דעם נאמען: "פארוואס זענען מיר דא" איז עס טאקע א קשיא, אדער סתם געהאקט" - איז לדעתי עטווואס פארקירעוועט געווארן.

איך קלער אז איידער דו פרעגסט: פארוואס בין איך דא - דארף געפרעגט ווערן: פארוואס האט גאט "מיך" און אלעס באשאפן? צי וואס דארף ער האבן די גאנצע יקום?

אויף דעם איז דא עטליכע באקאנטע תירוצים:

1) נהמא דכסיפא. 2) יחודא שלים און נאך.

די תירוצים זענען נאר גוט אויב איך זאג אז נאכדעם וואס גאט האט באשאפן די וועלט בדין, וראה שאינו מתקיים האט ער איינגעפירט ברחמים און געגעבן א תורה.

אויב נעם איך אן אז די תורה איז באשאפן געווארן אלפיים דורות קודם בריאת העולם שטימט עס נישט. מאך נישט די וועלט, געב נישט קיין תורה און ס'איז נישטא קיין נהמא דכסיפו?

אויב דארף מיר זיין דא וועגן מתקן זיין שמו שלם וכסאו שלום און דדעםם יחוד שלמעלה, איז אויך נישט פארענטפערט פארוואס האט ער געמאכט די גאנצע זאך. ער איז דאך א שלם ואין שלם כמוהו, וואס האט געפעלט אז מיר קענען עס ערגענצן וואס דערצו האט אויסגעפעלט די גאנצע בריאה און אונז קרוצי חומר - און דערפאר אונז געגעבן די תורה?

דער אפיקורס / אינו מאמין האט נישט דעם פראבלעם. לשיטתו איז ער דא צוליב א קעמיקל אומבאלאנס / סטאר דאס / זשין מיוטאציע / און גארנישט איז נישט שווע

מיר יא!

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 27, 2015 11:57 pm

· #270304
איך ווייס אויך נישט וואס איר ווילט פון דער פירוש המשניות חלק. דארט שטייט בסך הכל אז דער שכר הגן עדן וכו' איז רוחני ותענוג שכלי נישט קיין תענוגים גשמיים וכו'. עס שטייט גארנישט דארט אז עבודת השם האט נישט מיט דער שכר ותענוג נאר פארקערט.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:00 am

· #270307
די שאלה האלט למשל דער רמחל אז איינער וויל קען ער זיך אויסוועלן נישט זיך מתענג זיין על השם איז אויך א מאדנע שאלה. אוודאי טאמער איינער וויל קען ער אזוי בוחר זיין דאס איז דאך די גאנצע מציאות פון די וועלט וואס איז אן עולם הבחירה. ווען מ'וואלט נישט געקענט בוחר זיין אנדערש וואלט מען דאך נישט געדארפט קיין מוסר ספרים דאס מסביר צו זיין. נאר וואס ווילסטו וויסען אויב לויט עם איז לעגיטים בוחר זיין אנדערש? אוודאי נישט, ווייל ער האלט דאך אז דאס איז די אמת'ע תכלית. און יעדער וואס זיכט דער אמת'ער תכלית און תענוג דארף אנקומען צו דעם. משא"כ למשל נאכלויפען תענוגי עולם הזה איז נישט קיין תכלית ווייל עס ענדיגט זיך, ווי ער איז מסביר דארט. אבער ווי מען קומט אן צו אייער מסקנה אז ער זאגט איין זאך און מיינט פונקט פארקערט ווייס איך נישט.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:08 am

· #270311
אבער זיין הסבר פון לשמה איז נישט דומה בכלל צו אייער הסבר נאר פונקט פארקערט עיין שם.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:40 am

· #270326
(במח"כ מישט איר זאכן כמובן לכל מעיין וכבר נלאיתי מלהסביר כי אני מסופק אם אתה עושה כן בזדון או בשגגה)

סתם שכלדיג איז אויך גאר מאדנע אייער מהלך. אויב האט גאט א מטרה און תכלית אין די בריאה און פארוואס ער האט געמאכט א מענטש וואספארא הגיון אין דער וועלט קען זיין אז דער מענטש זאל נישט טוהן פאר דער סיבה און מטרה? דאס איז אפשר נישט קיין פירכא מוחלטת אבער דאך איז עס ממש כנגד השכל אז גאט זאל מאכן א מענטש מיט א תכלית און ער זאל אנזאגען דער מענטש זיך נישט וואוסענדיג מאכען פון דער תכלית און טוהן זיין גאנצע לעבן פאר אן אנדערע סיבה נאר ממילא זאל אפשר געשעהן דער תכלית ווי בדרך אגב.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 28, 2015 12:41 am

· #270328
יאיר
איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

איך בין נייגעריג, אויב די סיבה פארוואס גאט האט אונז באשאפן וואלט נישט געווען פאר אונזער תכלית, נאר צי סאלווען א געוויסע פראבלעם, לאמיר זאגן דורך אונזער עקזיסטענץ מאכן מיר בעסער פאר געוויסע ברואים אויף אן אנדרע פלאנעט. וואלט דאס אויך געגעבן משמעות אין לעבן וויבאלד למעשה האט גאט אונז באשאפן מיט א פלאן? אדער די עיקר וואס באפרידיגט אונז איז ווייל גאט זאגט אונז צי שכר אויב מיר פאלגן עם?
איך זע נישט, סתם ווייל גאט האט געהאט א פלאן מיטן אונז באשאפן אז סזאל מיר געבען משמעות, דאס געבט ליברשט משמעות פאר גאט.
אלאמאי די משמעות וואס מענשטען האבן איז די שכר ועונש פלאן, סהייסט מגייט ארבעטן 100 יאר דענאך קומט א דין וחשבון.
אויב אזוי איז דאס זעלבע ווי ווען א מענטש זאל ווען זאגן כגיי ארבעטן די נעקסטע צען יאר צי ערייכען די גרעסטע תענוגים וואס די וועלט פארמאגט.
דאס דארף געבען פונקט אזא משמעות. פארשטייט זוך ווען מארבייט אויף נצחיות תענוגים איז די משמעות סאך מער.

יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 10:43 am

· #270466
נולד מאוחר
יאיר
איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

איך בין נייגעריג, אויב די סיבה פארוואס גאט האט אונז באשאפן וואלט נישט געווען פאר אונזער תכלית, נאר צי סאלווען א געוויסע פראבלעם, לאמיר זאגן דורך אונזער עקזיסטענץ מאכן מיר בעסער פאר געוויסע ברואים אויף אן אנדרע פלאנעט. וואלט דאס אויך געגעבן משמעות אין לעבן וויבאלד למעשה האט גאט אונז באשאפן מיט א פלאן? אדער די עיקר וואס באפרידיגט אונז איז ווייל גאט זאגט אונז צי שכר אויב מיר פאלגן עם?
איך זע נישט, סתם ווייל גאט האט געהאט א פלאן מיטן אונז באשאפן אז סזאל מיר געבען משמעות, דאס געבט ליברשט משמעות פאר גאט.
אלאמאי די משמעות וואס מענשטען האבן איז די שכר ועונש פלאן, סהייסט מגייט ארבעטן 100 יאר דענאך קומט א דין וחשבון.
אויב אזוי איז דאס זעלבע ווי ווען א מענטש זאל ווען זאגן כגיי ארבעטן די נעקסטע צען יאר צי ערייכען די גרעסטע תענוגים וואס די וועלט פארמאגט.
דאס דארף געבען פונקט אזא משמעות. פארשטייט זוך ווען מארבייט אויף נצחיות תענוגים איז די משמעות סאך מער.

א גוטע שאלה פאר זיך, אבער אונזער הקטן האלט דאך נישט דארט. ער גלייבט באמונה שלימה אז נישט בלויז ווייסט ער אז יעדע זאך האט א משמעות, נאר ער ווייסט אפילו וואס די משמעות איז.

הקטן » דינסטאג אפריל 28, 2015 1:49 pm

· #270566
יאיר
נולד מאוחר
יאיר
איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

איך בין נייגעריג, אויב די סיבה פארוואס גאט האט אונז באשאפן וואלט נישט געווען פאר אונזער תכלית, נאר צי סאלווען א געוויסע פראבלעם, לאמיר זאגן דורך אונזער עקזיסטענץ מאכן מיר בעסער פאר געוויסע ברואים אויף אן אנדרע פלאנעט. וואלט דאס אויך געגעבן משמעות אין לעבן וויבאלד למעשה האט גאט אונז באשאפן מיט א פלאן? אדער די עיקר וואס באפרידיגט אונז איז ווייל גאט זאגט אונז צי שכר אויב מיר פאלגן עם?
איך זע נישט, סתם ווייל גאט האט געהאט א פלאן מיטן אונז באשאפן אז סזאל מיר געבען משמעות, דאס געבט ליברשט משמעות פאר גאט.
אלאמאי די משמעות וואס מענשטען האבן איז די שכר ועונש פלאן, סהייסט מגייט ארבעטן 100 יאר דענאך קומט א דין וחשבון.
אויב אזוי איז דאס זעלבע ווי ווען א מענטש זאל ווען זאגן כגיי ארבעטן די נעקסטע צען יאר צי ערייכען די גרעסטע תענוגים וואס די וועלט פארמאגט.
דאס דארף געבען פונקט אזא משמעות. פארשטייט זוך ווען מארבייט אויף נצחיות תענוגים איז די משמעות סאך מער.

א גוטע שאלה פאר זיך, אבער אונזער הקטן האלט דאך נישט דארט. ער גלייבט באמונה שלימה אז נישט בלויז ווייסט ער אז יעדע זאך האט א משמעות, נאר ער ווייסט אפילו וואס די משמעות איז.

ב"ה איך בין lucky אז איך דארף נישט געסען
דער וואס האט מיך אריינגעשטלט דא האט מיר פארציילט
"עם זו יצרתי לי תהילתי יספרו"

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 28, 2015 2:27 pm

· #270580
יאיר
נולד מאוחר
יאיר
איינמאל מען גלייבט שוין אז עס איז דא א גאט וןאס האט באשאפן יעדע זאך פאר א סיבה איז דאך שוין דאס אליין דאס וואס גיבט משמעות אין לעבן.

איך בין נייגעריג, אויב די סיבה פארוואס גאט האט אונז באשאפן וואלט נישט געווען פאר אונזער תכלית, נאר צי סאלווען א געוויסע פראבלעם, לאמיר זאגן דורך אונזער עקזיסטענץ מאכן מיר בעסער פאר געוויסע ברואים אויף אן אנדרע פלאנעט. וואלט דאס אויך געגעבן משמעות אין לעבן וויבאלד למעשה האט גאט אונז באשאפן מיט א פלאן? אדער די עיקר וואס באפרידיגט אונז איז ווייל גאט זאגט אונז צי שכר אויב מיר פאלגן עם?
איך זע נישט, סתם ווייל גאט האט געהאט א פלאן מיטן אונז באשאפן אז סזאל מיר געבען משמעות, דאס געבט ליברשט משמעות פאר גאט.
אלאמאי די משמעות וואס מענשטען האבן איז די שכר ועונש פלאן, סהייסט מגייט ארבעטן 100 יאר דענאך קומט א דין וחשבון.
אויב אזוי איז דאס זעלבע ווי ווען א מענטש זאל ווען זאגן כגיי ארבעטן די נעקסטע צען יאר צי ערייכען די גרעסטע תענוגים וואס די וועלט פארמאגט.
דאס דארף געבען פונקט אזא משמעות. פארשטייט זוך ווען מארבייט אויף נצחיות תענוגים איז די משמעות סאך מער.

א גוטע שאלה פאר זיך, אבער אונזער הקטן האלט דאך נישט דארט. ער גלייבט באמונה שלימה אז נישט בלויז ווייסט ער אז יעדע זאך האט א משמעות, נאר ער ווייסט אפילו וואס די משמעות איז.

איך באצי מיר נישט צי הקטן דוקא, כמיין סתם דו כלליותדיגע טענה אז ריליגיע נעמט קעיר פונעם משמעות החיים פראבלעם

יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 6:40 pm

· #270663
רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.

יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 6:42 pm

· #270667
הקטן
[
ב"ה איך בין lucky אז איך דארף נישט געסען
דער וואס האט מיך אריינגעשטלט דא האט מיר פארציילט
"עם זו יצרתי לי תהילתי יספרו"

ברוך השם שלא השבית לנו גואל.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 28, 2015 8:01 pm

· #270684
יאיר
רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.

אויב די ווייסט אז דו בוסט דא פאר א גוטע סיבה, אבער די ווייסט נישט די סיבה און דארפסט נישט וויסען, און גארנישט טאן דערוועגן. וואלט דאס דיר געגעבען משמעות החיים?

יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:17 pm

· #270715
נולד מאוחר
יאיר
רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.

אויב די ווייסט אז דו בוסט דא פאר א גוטע סיבה, אבער די ווייסט נישט די סיבה און דארפסט נישט וויסען, און גארנישט טאן דערוועגן. וואלט דאס דיר געגעבען משמעות החיים?

מסתמא.

יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:19 pm

· #270717
כעלעמ'ער, מיין כונה איז אז גאט האט א גוטע סיבה פארוואס ער טוט אלעס וואס ער טוט, און אין יעדע אידישע פילאזאפיע וואס דו דערמאנסט איז דאס דער שפיץ יסוד ארום וואס אלעס דרייט זיך. איך האב נאר נישט כח און געדולד אריינצוגיין אין דעם.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:37 pm

· #270722
יאיר
נולד מאוחר
יאיר
רעליגיע ארבעט דאך מיט די הקדמה אז גאט טוט בלויז טוב וצדק ממילא איז זיכער אז עס איז דא א גוטע סיבה פארוואס מיר זענען דא. דאס אליין אז מיר שפילן א ראלע אין א קאסמישע פלאן מאכט דעם מענטשנס לעבן שפירן וויכטיג. דאס האט נישט דוקא מיט שכר.

אויב די ווייסט אז דו בוסט דא פאר א גוטע סיבה, אבער די ווייסט נישט די סיבה און דארפסט נישט וויסען, און גארנישט טאן דערוועגן. וואלט דאס דיר געגעבען משמעות החיים?

מסתמא.

ווען די זאגסט גוטע סיבה מיינסטו גוט פאר מיר אדער גוט פאר גאט?
אויב מיין ארבעטס געבער האט א גוטע סיבה פארוואס איך זאל ארבעטען פאר עם, כדי ער זאל מאכן אסאך געלט, העלפט דאס נישט פאר מיין משמעות אין ארבעט. כדי כזאל האבן משמעות מיז זיין אז איך גיי נהנה זיין דערפון.

יאיר » דינסטאג אפריל 28, 2015 11:22 pm

· #270753
דאס אליין איז די הנאה, אז דו סערווירסט א העכערע כח. פונקט ווי דער גבאי פון א רבי האלט פאר א זכיה אז דער רבי באדינט זיך מיט אים.

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 9, 2020 9:39 pm

· #441237
דער פי׳ נרבוני, אין זיין ביאור אויפ׳ן מו״נ אויף דעם פרק וואס כעלעם׳ער האט אראפגעברענגט [ח״ג פי״ג], פרעגט אויפ׳ן רמב״ם אז עפ״י שכל קען נישט זיין אז עס איז נישט דא קיין סיבה תכליתית [וואס מ׳זאל קענען פארשטיין] און דאס וועט זיין סתירת כל החכמות. ער טענה׳ט (לפי הבנתי) אז אן דעם איז נישט שייך מגדיר צו זיין טוב (וואס דער רמב״ם איז דן איבער דעם בכלליות (לגבי הבורא ב״ה) אינ׳ם פריערדיגן פרק) (א כעין קאנסעקווענטעליסט מהלך), ווי אויך שטעלט ער צאם דאס אז דער באשעפער איז די סבה ראשונה מיט דעם אז דאס ווייזט אז ער מוז זיין די סבה תכליתית. (ווי אויך אז אפילו לפי דעת אריסטו בקדמות וועט מוזן זיין אז ס׳דא/ס׳איז שייך א תכלית.)

דעריבער לערנט ער אריין אינ׳ם רמב״ם (לפי וואס ער שרייבט אינ׳ם סוף פונ׳ם נעקסטן פרק אודות להשוות דברי חכמים), ובפרט פון וואס עס איז משמע אין ח״א פס״ט (וואו ער ברענגט אראפ דאס וואס לעיקוואד האט דערמאנט בנוגע חומר, צורה, פועל, ותכלית) אז דער באשעפער (כביכול) איז די סיבה תכליתית, אז וואס דער רמב״ם מיינט איז אז ס׳איז נישט שייך צו פרעגן, דן זיין, און מ׳זאל זוכן א סיבה תכליתית אויסער ומשותף צום בורא אליין און זיין רצון [להתדמות אליו וכו׳ מחמת הצורה שבו שהיא משכלת] (וואס הוא ורצונו זענען אחד באחדות הגמור) וואס האט ממציא געווען די מציאות; ולהוציא מזה אז דער מענטש כשלעצמו איז תכלית הבריאה. דאס איז די זעלבע סארט סיבה תכליתית וואס הדוגלים בקדמות נעמען אן, און דער רמב״ם האט געוואלט באטאנען אז די זעלבע וועט פונקט אזוי אנגיין ביי אונז המאמינים בחידוש, ע״ש באריכות.

דער פי׳ שם טוב דארט איז אויך מסביר אזוי ענליך כוונתו. ווי אויך איז אינטרעסאנט דארט וואו ער פארגלייכט די בריאה כולו צום עולם קטן פונ׳ם מענטש אליין, ווי דער רמב״ם אליין טוהט אין ח״א פע״א, וואס ביי דעם וואלט מען נישט געזאגט אז די תכלית איז איינע פון די איברים אחוץ זיין מציאות בכלל, ע״ש.

עס איז בכלל מערקווידיג צוצוצייכענען אז דער רמב״ם אין דעם פרק דארט זוכט צו באווארענען דאס וואס ער אין ח״ב פי״ט (ועוד מקומות) נוצט א סארט ארגומענט פון דיזיין [כוונת מכוון] בהתנגדותו לשיטת אריסטו בקדמות (ובכלל), וואס דאס איז שוין נענטער צו כעלעם׳ער׳ס משל וואו די ספר ליגט מסודר׳דיג אויפגעמושט אויפ׳ן טיש, און ווייזט אויף תכלית און צו א טעלעאלאגיע דערין ע״ש.

‏אבל אחרי כל זה קען מען נאך אלס זאגן אז דאס פארענטפערט נישט אינגאנצן כעלעם׳ער׳ס שאלה. ווייל דאס איז אזא סארט העכערע פילאזאפישע ענטפער, און איז נישט ממש ״תכלית״ ווי אזוי אונז פארשטייען דאס ממש, לעומת די סארט ״תכלית״ תירוצים פון נהמא דכיסופא וכדומה.

(ועיין עוד קצת בזה להלן בפכ״ה בענין קשר לזה ולתכלית הכוונה בצווי המצות.)

מי אני » זונטאג פעברואר 23, 2020 12:21 am

· #443263
דער אברבנאל אין זיין שמים חדשים (עיון ד דרוש ו) איז מפרש דעם מורה אזוי. ער זאגט אז ווען מ׳פרעגט א שאלה פון ״תכלית״ קען די זעלבע שאלה זיין פון צוויי אופנים: די תכלית פארוואס דער פועל האט עס געמאכט, אדער דער תכלית פארוואס דער פעול איז געמאכט געווארן. די צוויי שאלות קענען האבן אנדערע תירוצים.

למשל, אז מ׳פרעגט וואס איז די תכלית פארוואס דער שניידער [פועל] האט געמאכט דעם קלייד [פעול]? איז די תירוץ כדי צו מרוויח זיין געלט וכדומה. משא״כ אויב מ׳פרעגט וואס איז די תכלית פארוואס די קלייד [פעול] איז געמאכט געווארן? איז די תירוץ כדי צו ווערן אנגעטוהן.

יעצט, בנוגע די שאלה פון תכלית הבריאה אויב פרעגט מען עס מצד הפועל, כביכול הקב״ה, איז די תירוץ אז ס׳איז נישט דא קיין תכלית, ווייל גארנישט האט אים געפעהלט מעיקרא וכו׳; דאס האט דער רמב״ם געמיינט אין פי״ג. אבער אויב מ׳פרעגט די שאלה מצדינו, די פעול, איז די תירוץ אז דאס איז כדי לסגל מצות ולהגביר השכל להתדמות לקונו וכו׳ וכו׳; דאס מיינט דער רמב״ם שפעטער דארט אין פכ״ה. עכת״ד ע״ש.

(דער שביל האמונה זאגט אז דאס ליגט אויך בכוונת הרס״ג בהאמונות והדעות מאמר א פ״ד ע״ש.)

מי אני » זונטאג מערץ 8, 2020 10:55 am

· #443694
דער קריסטליכער טעאלאג דר. דוד בורעל איז טאקע מסביר אז דאס וואס דער רמב״ם זאגט דארט זיין פוּנקט בנוגע דאס נישט זיין א (געהעריגע) תכלית צו די בריאה, בתוך די שמועס איבער די פראבלעם פון שלעכטס, איז כדי צו באזייטיגן (אין א וועג) אט די טענה. ווייל ס׳איז בעצם בעיקר נאר שייך צו פרעגן די קשיא אויב איז דא אן עיקר תכלית אין די בריאה פאר׳ן מין האנושי, דעמאלטס איז טא פארוואס וכו׳? דאס אוועקנעמען דעם גאנצן ענין פון א תכלית מעיקר טוהט בלאקירן ארויסצוברענגן א פארשטענדליכן מהלך על אמיתתו אין ג-ט׳ס רילעישענשיפּ צו די וועלט (וממילא צו א שום טעאדיסי), און מהיינו טעמא אז ס׳איז נישט שייך קיין תירוץ איז נישט עכט שייך די קשיא מעיקרא.

ווי אזוי איך פארשטיי וויל ער פארענטפערן אז ביי דאס צער פון בע״ח איז די פראבלעם נישט (אזוי) שווער ווייל מ׳קען דערביי טענה׳ן ״דאס איז סדר הבריאה״ און אויף זיי איז נישט דא (שייך) קיין השגחה (אזוי ווי דער רמב״ם איז שפעטער, בפי״ז, מודה אין דעם צו אריסטו), משא״כ ביי די צער פון מענטשן. אבער די חילוק קען מען מקשר זיין צו דעם ווייל די מענטש איז מובחר היצירה, אבער טאמער איז עס נישט ממש אזוי, ער איז נישט תכלית היצירה, איז ער שוין לגבי דעם מער ענליך צו די בע״ח. (והגם ביי זיי איז דאך יא דא השגחה, איז דאס אבער מער ״נאטורליך״ ווען ער איז מדבק זיין אינטעלעקט בשורשו ודוק, ועיין כאן (ובכלל שם על ענין זה).

***

דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ו) האט אן אריכות אין דעם. ער דינגט זיך אויפ׳ן רמב״ם און איז מסיק (באריכות, פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט) אז תכלית הבריאה ותכלית התורה זענען איינס, און דאס איז אהבת ה׳ ועי״ז לדבקה בו יתברך. אין פ״ה דארט טענה׳ט ער (אויך פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט) אז דאס זוכן א תכלית פאר׳ן בריאה, ועכ״כ (פארקערט פונ׳ם רמב״ם) אפילו פאר די וואס האלטן אין קדמות העולם (און האלטן פון אן ״ערשטן פרינציפ/פּריים רוקער״), איז נישט ״סתם געהאקט״; עס מוז זיין א תכלית. ער איז אויך אביסל מעמיס זיין מהלך בדברי הרמב״ם ע״ש.

מי אני » דינסטאג מערץ 31, 2020 4:16 pm

· #444745
📎 IMG_6777.jpg
במשנתו של טאמאס אקינאס.

ער אליין וויל טענה׳ן אז אז אלע ״גוטס״ וואס מענטשן שטרעבן אויף אויפצוטוהן, זענען אונטער איין שירעם פון דאס איינע ״גוטס״ הכולל. און ער וויל ווייטער טענה׳ן (באריכות ובעמקות) אז דאס ״גוטס״ איז וואס איז די ריכטיגע תכלית הבריאה.

הדסים » מיטוואך אפריל 1, 2020 10:19 pm

· #444861
די שמועס דערמאנט מיר אן עפיזאד וואס איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן בענין מאכלים כשר לפסח.

א גוישע מענעדזער אין א פאבריק האט געפרעגט א משגיח, יעצט אז די טשאקלעד איז כשר פאר פסח, ווילאנג וועלן די אידן עסן דערפון? האט ער גענטפערט זיבן אכט טעג. האט ער זיך געוואונדערט, ענק לייגן אריין אזויפיל געלט און כוחות צו קענען עסן טשאקלעד פאר איין וואך? (ער האט געוואלט ארויסברענגען אז "אפילו א גוי" פארשטייט אז מען דארף זיך קענען איינהאלטן פון טשאקלעד פאר עטליכע טעג).

איך האב אבער געטראכט, עס איז זייער גוטע רעטאריק, אבער וועם פרעגסטו די שאלה? די בעל מכשיר גייט אפילו נישט עסן די טשאקלעד, ער לייגט אריין די ארבעט ווייל ער באקומט זיין געלט. די אינוועסטאר גייט אפשר יא עסן די טשאקלעד, אבער ער לייגט אריין זיין געלט ווייל ער האלט אז ער גייט פארדינען שיין דערפון. די קאנסומער וויל טאקע די טשאקלעד, אבער וואס טוט ער דערפאר? ער צאלט אביסל טייערער און שוין.


פארוואס איז דא פסח'דיגע טשאקלעד? פאר מער ווי איין סיבה...

מי אני » זונטאג פעברואר 7, 2021 12:30 am

· #466468
ומענין לענין באותו ענין, בנוגע די באקאנטע קשיא/פראגע "פארוואס איז דא עפעס אנשטאט גארנישט?" זאגט דר. רוי סארענסען 📎 Nothing.jpg

און אין דעם פון א הומאריסטישן שטאנדפונקט פון דר. סידני מארגענבעסער 📎 Nothing Morgenbesser.jpg

‏ודברי אלבערט קאמוס ידועים.

מי אני » מיטוואך מערץ 10, 2021 3:19 pm

· #468324
אין דעם שמועס איז מערקווידיג צוצוצייכענען דאס וואס אלכסנדר הערזען און ישעיה בּערלין האבן געהאלטן. ״דאס ציל/תכלית פון לעבן איז לעבן אליינס.״
בלאט: 1 2