☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » "דו גלייבסט אין ג-ט?"

"דו גלייבסט אין ג-ט?"

470 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16036
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

מי אני » מיטוואך מאי 29, 2024 2:29 pm

· #563667
אין דעם אשכול הא׳מיר אסאך ארומגערעדט איבער דאס אז קיום המצות איז לבסוף מיוסד אך ורק אויף געפיהל (כמו מאראל בכלליות לדוד הום). האב איך געקלערט אז דאס קען געבן א טיפערן באדייט צום געדאנק פון (שבת ל. נדה סא:) במתים חפשי (תהלים פח ו) כיון שמת אדם נעשה חפשי מן המצות ע״ש. והיינו, ווייל יעדעס גוֺיל פונעם מענטש צו וואס ער וויל צוקומען איז נאר שייך טאמער ער לעבט. מיינענדיג, אויב קוקט ער ארויס אויף, לדוגמא, איבערמארגן ווען ער וועט באקומען עפעס וואס ער וויל און מיינט עפעס צו אים, איז די גאנצע תשוקה נאר שייך טאמער ער לעבט. טאמער ער איז טויט איז דאך נישט די תשוקה און נישט איר ערגענצונג בכלל שייך. ואפילו וואו ער האפט אויף אט דאס צו טאקע דערלעבן, איז דאס ווייטער נאר פון זיין יעצטיגע פּערספּעקטיוו בשעת ער לעבט. טאמער ער דערלעבט דאס נישט ל״ע, איז נישט שייך אז ער זאל טראכטן, ״אַךך! א שאד איך האב דאס נישט און כ׳האב עס נישט דערלעבט ונכזבה תוחלתי״, וויבאלד ער לעבט דאך נישט אז ער זאל אט דאס טראכטן! דאס זעלבע איז לגבי די געדאנק פון זיך זארגן איבער וואס וועט זיין מיט די ווייב און קינדער לאחר מותו. אבל עיין ברש״י (במדבר כ טו) עפ״י התנחומא בפ׳ חוקת אות יב. (ועיין מזה בשיעורי דר. שׁעלי קאגאן על המות.) ביום ההוא אבדו עשתונותיו (תהלים קמו ד). והמתים אינם יודעים מאומה ואין עוד להם שכר כי נשכח זכרם, גם אהבתם גם שנאתם גם קנאתם כבר אבדה וחלק אין להם עוד לעולם בכל אשר נעשה תחת השמש (קהלת ט ה-ו); ועיין בברכות חי.
‏
דאס איז אפילו טאמער איז יא דא השארת הנפש. ווארום אין אזא פאל איז עס דאך גאר אַן אנדערע סארט קאַנשׁעסנעס (בלשון מושאל?), אזש אז עס איז שווער צו זאגן אז ס׳זאל אים באדערן זיינע תשוקות ושאיפות וואס זענען געווארן פראָסטרעיטעד דורך זיין טויט. (און דאס וואס מ׳זעהט בשבת קנב. אז נפשו של אדם מתאבלת עליו כל שבעה ע״ש, שרייבט דר. משה הלברטל אז דער רמב״ם האט נישט געהאלטן פון די אגדה, ולכן שינה את משמעות ההלכה הנובע מזה בהל׳ אבילות פי״ג ה״ד, וכדהשיג הראב״ד שם עליו ע״ש ובלחם משנה.) בכל אופן איז גאר שווער דן צו זיין איבער וואס א מת ״פיהלט״ און/אדער ״וויל״, ואפילו ממבט דתי, על אף די גמרא בברכות חי. הנ״ל.

און דאס קען באדייטן דעם כיון שמת אדם נעשה חפשי מן המצות. והיינו, אז די געפיהל לקיום המצות (יהיה מה שיהיה) איז נאר שייך בשעת מ׳לעבט. איינמאל מ׳איז שוין טויט און די לעבעדיגע קאַנשׁעסנעס איז שוין נישטא, איז נישט שייך אז מ׳זאל האבן די געפיהל לקיום המצות בכלל; אזוי ווי ביי יעדעס זאך און גוֺיל וואס האט מיענינג צום מענטש וכנ״ל.

‏ולגבי דעם אז יעוד האנושי קען זיך חלילה ענדיגן ווי די לעצטע פון אונז, איז טאקע א שאלה אז טאמער ווערן די סארט זאַמבּיס שוין גערעכענט ווי טויט, איז טאמער ווערן זיי ״אויסגעהיילט״, תחיית המתים, צי זיי ווערן צוריק מחוייב במצות זייענדיג אז זיי זענען שוין געווען חפשי דערפון. ועיין בקובץ שיעורים (ח״ב סימן כט) דזהו הענין של ״מצות בטילות לע״ל״: זה קאי על המתים שיחיו אָז, שישארו בפיטורן מן המצות ע״ש.

***

לגבי דעם אז מ׳קען טענה׳ן היפך דזשאן סטוערט מיל, אז עס איז טאקע ענדערשער צו זיין א צופרידענער נאַר ובהמה ווי איידער אַן אומצופרידענער אדם חכם, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין די רמז בדברי בן זומא בברכות נח. והיינו, די גמרא זאגט בחגיגה יד: אז בן זומא יצא מדעתו כשנכנס לפרדס (וואס לויט׳ן רמב״ם במו״נ ח״ב פ״ל איז דאס העיסוק במעטאפיזיקס) ע״ש. יעצט, חכמים זענען די וועלכע מאכן בעסער די וועלט (בהנדסה וכדומה), אבער הנאה האבן זיי נישט ומכח דעם (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב - עס זענען די טיפשים ושוטים שאינם נפגעים וועלכע געניסן דערפון בתכלית. ולכן זאגט בן זומא בברכות נח. ברוך שברא כל אלו לשמשני אז זיי אלע מוטשענען זיך בעבורו ע״ש. ולרמז אז די וועלכע מאכן די וועלט בעסער און ברענגען אפיר איר פּראגרעס, החכמים, זענען ל״ד די וואס געניסן דערפון במלואה; עס זענען די שוטים והאנשים מבלי דעת וועלכע זענען די וועלכע האבן הנאה דערפון במלואה.

און דאס אליינס איז א מאמר חכמה.

***

בשעת׳ן האבן גענומען 30 מ״ג קאַנאַבּיס, בין איך געווען מיט מיין ווייב, און געהערט יאָנגבּלאָד׳ס קאָווער (בפרט פון 1:05-2:41) פון די שיר אהבה פון קיס פון 1979 (ועיין כאן). די וועג וויאזוי ער גיסט אריין זיין נשמה אינעם זמר של אהבתו להעלמה, האט מיר געמאכט פיהלן (להבדיל) דעם אור ה׳ס שיטה, אז עס איז נישט חכמה וואס איז דער עיקר תכלית, נאר רגש של אהבה. וידוע אז ״אהבה״ איז עולה ״אחד״, און די געדאנק בזה איז טאקע א דביקות ואחדות האוהב והאהוב פון ביידע צדדים. און צו דעם לעכצט יעדעס מענטש כל ימי חייו וחייה. אט דאס איז די סיבה/תכלית ״מ׳איז געמאכט געווארן פאר״ (בלשון מושאל).

לאחר המעשה איז מיר געווען אָנע שום ספק אז עס איז דא עפעס טיעף אין דעם באקאנטן ״ס*קס, דראָגס, און ראַק ענ׳ ראָל״ - ובפרט וואו עס איז עם האשה אשר אהב מקדם אין א טיפע זין, און נישט נאר ריין מחמת תאות המשגל גרידא. (און איך מוז מודה זיין אז, עכ״פ פאר מיר פערזענליך, עס איז למעשה די חרדי׳שע געזעלשאפט, עם כל חסרונותיה, און מיין זיין דערין, וועלכע האט מיר געפירט צו אט די עקספּיריענס. ועיין כאן וכאן. כמובן פארשטיי איך אז דאס איז, ליידער, לגמרי נישט וואו די געזעלשאפט צילט אז עס זאל זיין בנוגע הקשר בין איש לאשתו…)

עס איז מיר אויך פארגעקומען, ולגבי דעם קשר בין משגל וטומאה לאלקות וטהרה, ווי שמוץ און הייליגקייט וטרענסענדענס קומען צאם לאחד. והיינו, דורך די אחדות דביקות וביטול צו וואס די זמר לעכצט. עס איז נאר אז די בריאה, עכ״פ לע״ע און אין אונזער יעצטיגן לעוועל פון קאַנשׁעסנעס, קען נישט אינגאנצן דערהייבן די סארט דרך אל האחדות, ויוצא הפסד מזה. (וידוע אז עס זענען דא שטודיעס אז ראַק מוזיק שאדט צו צמחים ובע״ח אינעם נאטור.) און דאס איז מכח דעם אז דאס איז ווילד און מיטאמאל, וכעין די ענין של חטא וואס מ׳טרעפט ביי מלאכים. לע״ע איז (בראשית מט מו) וירא מנוחה כי טוב און די ״כי טוב״ פונעם בריאה איז נישט אויסגעשטעלט דערצו (עכ״פ בקביעות). אבער מ׳קען צוקומען צו דעם געדאנק פון (ברכות סד.) ת״ח אין להם מנוחה, וואס דאס איז אט ביי דעם. (ובכלל האט דאך דער אור ה׳ מקשר געווען מושג ה״זמן״ עם ״מנוחה״, לעומת אריסטו והרמב״ם שקשרו עם ״תנועה״. ולכן, וואו מ׳איז בבחינת למעלה מן הזמן, וואס כידוע האבן דאך די סמים אַן אפעקט אויף דעם מענטש׳נס פּערסעפּשאן פון זמן, איז לכאורה נישטא דעם עיכוב.)

*

אויך האב איך געקלערט אז די געים אין די זיבעטע עפּיזאָד פון סקוויד געים, ווייזט אויפ׳ן צושטאנד פונעם מענטש בהאי עלמא. די געים איז וואו ס׳איז אויסגעשטעלט א בריק פון צוויי קאלומנס פון גלאזענע טיילס. ביי יעדעס טריט איז איינע פון די קאלומנס גענוג שטארק צו האלטן א מענטש, בשעת די אנדערע גייט זיך ברעכן אויב דער מענטש גייט טרעהטן דערויף און ער גייט פאלן צו זיין טויט. איינער אויף אמאל טוהט וועהלן צו טרעהטן אויף איינע פון די צוויי. (דא טוהט מען דורך די מאטעמאטישע פּראבּעבּיליטי פונעם געים, אז וואו ס׳דא 16 שפילערס און 18 פאר טיילס מ׳דארף דורכגיין איז דא א 99% אז כאטש איינער וועט דאס מאכן. איינע פון די כאראקטערן, שפילער 062, רעכענט אויס אינדערמיט די פּראַבּעבּיליטי פונעם געים.)

כידוע ארבעטן אלע ביאלאגישע פּראצעסן דורכ׳ן פרובירן אָנצוהאלטן א מער-ווייניגער סטאבּילער צושטאנד; נישט צופיהל אהער און נישט צופיהל אהין פון א געוויסע רעינדזש - האָמיִאוֺסטעסיס. אבער עפ״י ענטראָפּי איז כסדר דא פּיטפאָלס וואס קענען אים רוב מאל אראפשטופן פונעם רעינדזש און ווי ער פרובירט צוריקצוקומען דערצו, אדער אפאר מאל ארויפשטופן צו בעסערס אבער ער וועט עווענטועל ריגרעסן צום מיען.

און דאס האב איך געשפירט איז ווי די בריק איז אזוי ווי דאס ביאלאגישע לעבן (וידוע הליקוטי מוהר״ן תניינא תורה מח דהעולם הוא כהאדם שצריך לעבור על גשר צר מאד מאד ע״ש), און עס זענען דא כסדר בה וואו מ׳קען פאלן בעיקר אויף אראפ און אפאר מאל אויף ארויף. די טיילס וואס ברעכן זיך זענען די ענטראפּיק פּראצעסן אין לעבן, אויף וועלכעס מ׳וועט בהכרח טרעטן אויף עפ״י פּראבּעבּיליטי (וואס אט דאס איז וואס ליגט אונטער די פענאמענאן פון ענטראָפּי) במשך דאס לעבן, ביז מ׳פאלט ענדגילטיג שאין אחריה תקומה שוב להגשר.

***
📎 IMG_7469.jpeg דאס איז ווייל אט די מאטעמאטישע פאָנקשען איז די סיין פאָנקשען. די טיפקייט פונעם וויץ איז אז שפראך איז דאך מהמוסכמות, און אט דאס האט מען אפגעמאכט צו רופן ״סיין״. אבער ווי ארויסגעברענגט במשך האשכול איז בנוגע ״ג-ט״ נישט שייך קיינע הגדרות אין שפראך. דאס מערסטע וואס מ׳קען אפשר זאגן איז אז דאס איז די ״פּרינציפּ פון מציאות״. יעצט, די מציאות שטייט דאך אויף מאטעמאטיקס (וידוע מאמרו של דר. יוּדזשין וויגנער). ווי אויך טוהט די פיזישע מציאות אונזערע שטיין ביסודה אויף קוואנטום וועיווס, וועלכע ווערן טאקע געמאדעלט עפ״י די סארט מאטעמאטישע סיין טריגאנאמעטריק (פּעריאדישע) פאָנקשענס.

ולכן איז די טיפקייט פונעם וויץ דא אז ״סיין״ איז א האָמאָפוֺין [צוויי אנדערע ווערטער וועלכע הערן זיך דאס זעלבע אבער ווערן אנדערש אויסגעלייגט] אינעם ענגלישן שפראך, פאר סיי א צייכן און סיי אט די פאָנקשען וועלכע טוהט מאטעמאטיש מאדעלן די יסוד המציאות. און די רמז(?) דערין איז אז שפראך איז צי מוגבל לידע עי״ז דאס מציאות פונעם קאנצעפּט פון ״ג-ט״. און די ״צייכן״ למציאות ה״א-ל״, וויאזוי אימער מ׳איז דאס מגדיר, ליגט אין די awe בהמציאות גופא וועלכע שטייט ביסודה אויף מאטעמאטיקס און די סארט קוואנטום וועיווס.

דאס קען זיין א משל ווי הומאר ברענגט ארויס א שטארקע פילאזאפישע געדאנק.

***

לגבי מגדף טענה'ט דר. טעאדאר לואיס אז די הארבקייט דערפון להתורה איז געווען וויבאלד מ'האט געהאט געקלערט אין יענע צייטן אז דאס קען אומברענגען א גאט. מיינענדיג, זיי פלעגן קלערן אז די שם פון א גאט איז א כח ממש, און ווען מ'לעכערט דאס, "נוקב", ברענגט מען אום דאס גאט. און דא האט ער געוואלט נוצן אט די כח פון דעם נאמען, אויף די נאמען אליינס (ועיין בסנהדרין נו.) דאס "אומצוברענגען". ולכן איז דא דערויף די חיוב מיתה כמו ברוצח, צוזאמען מיט וועלכעס עס שטייט בפ' אמור, זייענדיג אז דאס איז געווען די כוונה. (עס דערמאנט א משהו פון די סעלף-רעפערענשאל וויץ פון דאָגלעס עדעמס לגבי ג-ט.)

דר. סערגעי פראלאוו טענה'ט אז די כותבי התורה האבן געוואלט ארויסברענגען אז ג-ט גייט נישט אָן גידוף. נאר אז מ'האט אים געפרעגט הדין של מגדף, זייענדיג אז ס'האט זיי געבאדערט, האט ער אים דן געווען למיתה. אבער גראד נאכדעם איז דאס צאמגעשטעלט געווארן מיט'ן אלגעמיינעם געדאנק פון "כאשר עשה כן יעשה לו". מיינענדיג, אז ג-ט האט זיי געוואלט זאגן אז הבחירה בידם און טאמער נעמען זיי אָן אז עס איז דא דערביי א חיוב מיתה, דאן דארפן זיי זיין גרייט אז העכו"ם וועלן זיי דן למיתה פאר'ן אוועקמאכן און מגדף זיין זייערע אפגעטער.

***

ולגבי די קשר בין סייקעדעליקס/קאַנאַבּיס און נבואה, זענען דא די שטודיעס אז קאַנאַבּיס קען שאטן פאר ערעקטייל דיספאָנקשען ותאוות נשים (היפך זה). וא״כ געבט דאס נאך א רמז בהא דמצינו אז מ׳איז פורש מאשה בשעת נבואה (וקודם מתן תורה וכדומה).

‏מאידך גיסא האט די שטודיע געצייגט אז עניני משגל ווערן בעסער בין איש לאשה נאכ׳ן נעמען סייקעדעליקס. ולכן לאחר מתן תורה איז דאך געווען (דברים ה כו) שובו לכם לאהליכם, ועיין בשבת פט:

(ועיין כאן.)

***
מי אני #
ווי איך האב טאקע צוגעברענגט פון דר. דזשאן שעלענבערג, דארף מען אין דעם דיון פון "ג-ט" ואלקות צו נעמען אין באטראכט וויפיל דעם מין האדם איז נאך שייך צו נתפתח ווערן בהעתיד. וואס לויט דעם קומט אויס אז אפילו די מערסטע סאפיסטיקירטע קאנסעפּשאן אין דעם מושג פון "ג-ט" וואס אונז האבן כהיום, איז דאס נאך אלס גאר גאר קינדעריש און פּרימיטיוו, ואפילו פון א מענטשליכע מבט - דער (טעארעטישע) מענטש של (דעם ווייטן) העתיד. (דאס קען זיין א נייעם קנייטש אין דעם געדאנק פון (רש"י דברים כו ג) אין לך אלא כהן שבימיך. והיינו, ווי אזוי מ'פארשטייט און מ'איז מכהן וכו' דעם מושג פון "ג-ט", קען נאר זיין כבימיך. עס וועט אבער ווערן מער און מער ריפיינד וכו' בהתפתחות האדם.)
דר. ראַבּערט אַלטער שרייבט אויפ'ן פסוק (קהלת ג יא) גם את העולם נתן בלבם מבלי אשר לא ימצא האדם את המעשה אשר עשה האלקים מראש ועד סוף:
It seems more likely that the intended meaning is: man is conscious of the idea of eternity (Qohelet as a philosopher surely is), but that is the source of further frustration, for he is incapable of grasping “what it is God has done from beginning to end
ולפי"ז איז דאס נאך א טיפערע קנייטש, אז דער מענטש קען פארשטיין די עצם געדאנק פון "טיפע" צייט אויף אבנארמאלע שטרעקעס, אבער דאך קען ער דאס נישט פולקאם משיג זיין און די השלכות דאס האט אויפ'ן פארשטיין די עצם קאנצעפּט פון "אלקים" אליינס.

***
Is Man merely a mistake of God’s? Or God merely a mistake of Man?

Friedrich Nietzsche

מי אני » דינסטאג יוני 4, 2024 10:38 pm

· #564331
וויקיפידיע ברענגט צו פון שמואל הולדהיים:
In Allg. Zeit. des Jud. ii, Nos. 4-9 Holdheim discusses the essential principles of Judaism, arriving at the conclusion that Judaism has no binding dogmas
***

לגבי די געדאנק פונעם קאלקולוס לימיט וואס זאגט אז אונזער פארשטאנד אין ״ג-ט״ איז ווי זאגן ״0״ דערביי, ע״ע במש״כ כאן.

***

דר. איעין מקגילכריסט זאגט:
When it comes to certain things like, for example, consciousness, the ability to grasp it, to pin it down, to say what it is and where it arises, this is almost the wrong way to approach it because it's not a thing like that. It's not another thing in the world alongside the things that consciousness allows us to be aware of. And God is not a thing in the world in the way that a rock or a stone or a tree is a thing in the world, or at least I would begin to want to qualify that as well, but for these purposes, let's say a bicycle is a thing in the world, but God is not a very complicated machine. He's not a very complicated anything of the kind that we know

And so to try to approach God in that way is going to produce no insight into what people mean. And you have to be either a very arrogant or a very confident person to say, “Well, all these people who think that they understand something that I can't see, they're just wrong because I can't see it.” Another way of looking at it would be, “Well, maybe I need to revise my thoughts about what is true”

And I know this sounds like sort of hedging one's bets, but is there a truth that can be stated in words, that is true to what human nature is? So is human nature in other words, something that can be written down in a scientific text and that pins down and exhausts what a human being is? Now, human beings we know exists and we all have experience of them. But in order to convey the realities of what a human being is, encounters and is capable of, you'd have to turn to art. You'd have to turn to the works of Shakespeare. You'd have to turn to narratives. You turn to stories, to great myths which explain our relationship to a divine realm or to the cosmos or to one another. And if you don't have, and I think some people are just born without the capacity to feel what it is that art tells us, what poetry tells us, what music tells us, what rituals tell us, what narratives tell us, then you won't understand why you're missing a very great deal because you're trying to make it all fit onto a very procrustean bed. You're trying to cut off everything that doesn't fit into this one way of looking at things

And to make this clear, in the ancient world, in the ancient Greek world, and these people were by no means fools, I mean, they were the first scientists in the modern sense. They made extraordinary scientific advances, but they didn't think that these advances would tell them the answers to the big questions like: What is a human being? What does consciousness mean? Where is it? Who has it? What is the divine? What do we mean when we talk about the sacred? Which almost everybody experiences and finds a need to talk about the sacred, even if they don't use the term “God”, it doesn't really matter

And so in this ancient Greek world, there were two conceptions of truth, mythos, or muthos as it would be originally, and logos. Mythos has given us the word “myth” and logos has given us the word “logic”. But they believed that the big truths, the really deep truths, the great truths, could only be encompassed by poetry, by narrative, by what falls in the realm of “myth”. Whereas “logic” was the sort of thing that a lawyer would do in a courtroom to settle a dispute and decide how much money was owed by one person to another. So it operated on a much more trivial realm. Now you can say I'm only interested in that trivial realm in which things can be measured and demonstrated by a photograph and so forth. But do you believe in love? Do you think that love is real? If you don't think it's real, I pity you because it's the most staggering experience in life. It has many forms: there's the erotic love one has for a partner. There is the love one has for nature. There is for those of us who sense something greater and divine, there is the love one has for that. But love cannot be demonstrated in laboratory. It cannot be manipulated. It can't be measured in any way. Does that make it unreal? Not at all

So I feel this is just a huge discrepancy between a very narrow idea of what truth is and a broader one. And if you'll permit me, I just want to say something about “truth” there. There are many ways to think about what “truth” is and many types of theory and philosophy about how to think of truth. But there are two that are very important because they're quite different and we can recognize them. “Truth” as correctness, which is really this closing down on a precise form of words or measurement that encompasses what it is that we are looking at. There's something out there, which is the truth, and I'm going to take steps which lead me in a linear fashion towards that truth, and I get closer and closer to that truth, which is an entity somewhere. While the other is that “truth” is a process of discovery, of unveiling, and when I say discovery, I mean literally uncovering, uncovering the accretions that have come between us and a deeper truth that is not discernible by the everyday eye of reason. The everyday eye of reason is very valuable. I very much respect reason and science, and they've served me well for many, many years.

And I worry that nowadays, in fact, both of them are coming under attack. People are discrediting science unless it fits with the narrative of what they would like politically to think is true. That people are discarding reason if they don't find that it leads to the place they want to go. I'm not attacking them. I'm just saying they have limitations. Intuition has limitations too, but it also has great powers to put us in touch with things that science alone won't take us to. Indeed much of science was actually solved not by the scientific method, but by a process of intuitive approach towards a gestalt, a shape, a form, which gave the answer to a mathematician or to a scientist. Imagination is also a very important tool. As was known to the great philosophers of the late 18th and early 19th century, imagination was the way in which one felt one's way into the true reality of something other than oneself. And without imagination, one couldn't reach it

I argue strongly that if there is a God, that God is not omniscient and not omnipotent. But is also not, not omniscient and not omnipotent. What do I mean by that? If you think of these things in a very left hemispheric way, the omniscience would mean that God knows everything that ever has been, ever will be, and all the possibilities. And therefore, the future is known, everything is closed, and the whole business of us leading out our lives is really a sorry charade, because we have no freedom. And as it were, the cosmos is not achieving anything creative. It's just unfolding something that's already there. And omnipotence can be of a similar kind, that it means that God can just do anything, can make, you know, two equal five or whatever. I don't believe that God is of this nature

But I don't think that you can say, well, God is not omniscient or not omnipotent. You can only say he's not, not omniscient and not, not omnipotent. And what I'm getting at here is that those terms don't really apply. It's like, if you ask me, “Well, is God green?” And I say, “Well, no, God's not green. But, you know, he's not not green either.” I mean, it's just, it's the wrong kind of term to use. It's like asking “if God is even?” And it's like, “No, He's not even. But He's not odd either.” It's just the wrong terminology. As famously, Thomas Aquinas pointed out, all religious language is analogical. That is, God is not omnipotent. God is not loving. God is not powerful. God is none of these things, because these are human terms to sort of approximate the kind of thing that God might be like

And maybe the only way that we really have the authority to use these as analogies is because we have Scripture using these terms, so we know they must be accurate at some level, but we have to keep in mind that God is not any of these things. These are just essentially metaphors

People are probably gonna be a bit sort of befuddled by that, but if I'm understanding you correctly, you're meaning something a bit like that? But I am meaning exactly something like that. I'm meaning that you're asking a question, which is the question you could ask of something that is already a creation, a machine or an object, but God is not a machine or an object. God is the terms as it were on which there can be anything. So God is not the first cause in the sense of a first actor who temporarily started a process, but God is the prime cause in the sense that the without which there can be nothing. So the basis on which there can be something. And the questions you can ask of that are different questions
ולגבי דייעלעטיאיזם בטעאלאגיע, זאגט ער:
Metaphor is behind all our language, including very much the language of philosophy - of mainstream analytical philosophy and of science. So as I sometimes point out, even the words like abstract and immaterial are themselves entirely metaphorical. The word abstract comes from Latin roots, meaning “to be dragged away from somewhere”. In other words, taken out of its context and physically dragged somewhere else. That is what it comes from. immaterial comes from the root originally, mater, meaning “mother”, and going on from there to mean “wood” as a symbol of things that are material and so forth. So all our thinking, we couldn't get to first base without metaphors. All our thinking is based on metaphor

I think you should be as clear as the subject matter allows, but no clearer than that. And if you try to make it clearer, you are now moving into error. You're moving away from truth towards falsehood. And the really big questions are of this nature that they can't be clarified in that way. And they can't be made consistent with the Law of Non-Contradiction. That all started with, of course, Aristotle. And it has had an unfortunate effect that people are unwilling to see that a thing and its opposite may often obtain. I'm saying that sometimes not only can it be neither, but it might be both. And here again, we have to say the stuff that deals with the everyday is not a good way of dealing with the rarefied area we're going into of consciousness of God and so forth

Let me quote Niels Bohr. The gist of what he was saying was that a thing and its opposite may very well be true. And he had the yin-yang symbol, the taijitu, on his coat of arms. He said that a thing and its contrary are often true. But this is not true of the trivial. For example, if I had coffee this morning, either I had milk in it or I didn't, there's no sense in saying, “Well, it's not really one or the other.” But when you get to the realm of the things we're talking about, they are manifest more by contradiction than by simple statements where the contrary is obviously wrong

מי אני » מיטוואך יוני 5, 2024 3:17 pm

· #564430
בנוגע די לעצטע פון אונז האב איך געהאט אביסל דערמאנט איבער די חילוק צווישן נארמאלע מענטשן בדעת און זאַמבּיִס בלא זה וואס ארבעטן אויף ריין אינסטינקט כשאר בע״ח. דאס האט מיר ארויסגעברענגט די קשיא וואס איך האב אלעמאל געהאט ביים זעהן די סארט פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק פילמס און סעריעס (כגון די 28 טעג שפעטער סעריע, די וואָקינג טויטע טעלעוויזיע סעריע, די מעד מעקס סעריע, און די רעזידענט איִוועל סעריע). מיינענדיג, פארוואס ווילן די מענטשן, סיי די פּראטעגאניסטס און סיי די ענטעגאניסטס, לעבן בכלל?! פארוואס ווילן זיי אָנגיין אין אזא מציאות, און זיי שלאגן זיך נאך גאר אָנצוהאלטן מציאותם בה?!

יעצט, ממילא בע״ח שאין בהן דעת, איז עס טאקע די ביאלאגישע האַרדוויירד אינסטינקט צו סוּרווייוון, דאס וואס טרייבט זיי צו טוהן כל מה שביכולתם ווייטער אָנצוגיין. עס איז בלא דעת כלל. און דאס איז וואס האט זיי טאקע געטריבן ביי עפּאַקעליפּטיק קאטאסטראפעס אינעם וועלט׳ס עבר ווייטער אָנצוגיין, טראץ דעם וואס עס איז ממש געווען א חיי גיהנום.

אבער ביי מענטשן שיש בהן דעת און מעשים זענען נישט (עכ״פ דארפן נישט צו זיין) ריין אינסטינקט, אויף וואס ארויף? סתם צו לעבן א חיים של חיי צער און זיך מוטשענען אָן קיין געהעריגע תקוה אויף בעסערס?! ואיה״נ אז אינעם האָמאָ דזשינוס׳ס עבר בהעולם לאנג צוריק איז עס אויך געווען א קאנסטענט חיי צער, און דאך זענען זיי ווייטער אָנגעגאנגען מיט׳ן לעבן, איז דאס אבער טאקע נאך פאר דאס מענטשהייט, שנובע ממנו, איז פולקאם ‏צוגעקומען לצלם אלקים ודעת (רעלאטיוו צו אונזער יעצטיגע מדריגה בדעת).

דאס זעהט מען טאקע אין די לעצטע עפּיזאָד פון די לעצטע פון אונז [די ניינטע עפּיזאד פונעם ערשטן סעזאן]. דער כאראקטער יואל פארציילט צו זיין באגלייטערין עלי אז ער האט טאקע פרובירט זיך צו נעמען דאס לעבן נאכ׳ן טויט פון זיין טאכטער שרה, אבער אָן ערפאלג. און טרעפענדיג איר, אזוי ווי א כעין שטיף-טאכטער און דורכגיין תלאות הדרך צוזאמען מיט איר, האט ער געטראפן א נייעם משמעות אין לעבן. עס שטעלט זיך נאכדעם ארויס אז עלי, זייענדיג אז איר מאמע איז אינפעקטירט געווארן מיט די קאָרדיסעפּס פאָנגוס ממש ביים איר געבוירן, אז די קאָרדיסעפּס פאָנגוס האט זיך אזוי אריינגעשטעלט אין עלי׳ס מח, און עס ״רעדט איין״ עני נייע אינפעקשאן אז עלי איז שוין אזא סארט זאַמבּי ווען באמת איז זי נישט. ולפי״ז, קען מען אויפשניידן איר מח און עס רעפּראדוצירן און אזוי היילן דעם קאָרדיסעפּס מגיפה בכלל. ולכן פרעגט מען איר נישט און מ׳שלעפט איר איין כדי איר צו טויטן און ארויסנעמען איר מח דערפאר. (כמובן, איז דאס די עטישע שאלה פונעם טראַלי פראבלעם.) יואל אבער ‏הרג׳עט אלע דאקטורים כדי איר ארויסצוראטעווען פון דארט, און אז עס זאל נישט פארבלייבן קיינער וואס ווייסט אפילו אז זי קען זיין א לעזונג צו אט דעם עפּאַקעליפּס אין וואס דאס מענטשהייט איז אין.

דאס האט ארויסגעברענגט צו מיר וואו אין אזא סארט מצב איז די וואס גייען אָן מיט׳ן לעבן טראץ די אבנארמאלע שוועריקייטן, טאקע נישט אזוי ווייט מכח דעת ווי מכח אינסטינקט גרידא. ער גייט ראטעווען דאס צענערלינג וועלכע געבט אים די משמעות בחיים, טראץ דעם וואס ער ווייסט אז מיט דעם איז ער מקריב זיך, איר, און דאס גאנצע מענטשהייט צו א חיי אבדון מחמת זה. (אין די נעקסטע געים/סעזאן איז זי טאקע גאר בייז אויף אים דערפאר און זי צוקריגט זיך מיט אים.)

ואולי איז אפילו ביי דעם אלעם טאקע שייך די טעם פון אלבּערט קאמוס, צו טרעפן מיענינג און סיפוק בתוך דאס טאקע עמבּרעיסן אט דעם אבסורדע האַראַר ממש. ולכאורה יש בזה סמוכין מדברי דר. וויקטאר פרענקל לגבי לעבן אינעם קאנצענטראציע לאגער, און וואו דער מענטש קען ממש אלעמאל האבן א האפענונג אויף בעסערס ווי עס איז יעצט, אדער סיפוק אינעם קאנעקשאן מיט אנדערע ברואים. (ואולי איז דאס אלעס נכלל אין דעם (איוב ב ד) וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו. והגם איוב אליינס האט גראד נאכדעם מקלל געווען יומו שנולד בו, איז אבער איינמאל מ׳איז שוין יא למעשה פאקטיש דא איז נישט אזוי פשוט אויף ארויס; איוב איז טאקע נישט באגאנגען זעלבסטמארד. ווי אויך איז ביי אַן עפּאַקעליפּס נאך ערגער וואו מ׳זעהט נישט קיין ‏וועג צוריק בכלל פאר׳ן מענטשהייט. און צרת רבים איז דאך נחמת שוטים און מאכט עס דא נאך ערגער אלס אין מנוס למושיע לו.

ועיין בדברי דר. דערעק פּאַרפיט.)

‏עס קען טאקע אויך זיין אַן ענליכע שאלה צו ווען מ׳שטעלט אריין א מאדערנער מענטש אינעם לעבן פונעם מיטל-אלטער (צי נאך פריער) אָן קיין וועג צוריק און אָן קיין מעגליכקייט דאס צו מאדערענעזירן, צי ער וואלט געוואלט בכלל לעבן?

דאס אלעס דערמאנט פונעם מימרא פון עמיל סיאראן:
The fact that life has no meaning is a reason to live - moreover, the only one

Only optimists commit suicide, optimists who no longer succeed at being optimists. The others, having no reason to live, why would they have any to die?

If I were to be totally sincere, I would say that I do not know why I live and why I do not stop living. The answer probably lies in the irrational character of life which maintains itself without reason
ולגבי בּאָרדאָם האט ער געזאגט:
A zoologist who observed gorillas in their native habitat was amazed by the uniformity of their life and their vast idleness. Hours and hours without doing anything. Was boredom unknown to them? This is indeed a question raised by a human, a busy ape. Far from fleeing monotony, animals crave it, and what they most dread is to see it end. For it ends, only to be replaced by fear, the cause of all activity. Inaction is divine; yet it is against inaction that man has rebelled. Man alone, in nature, is incapable of enduring monotony, man alone wants something to happen at all costs — something, anything.... Thereby he shows himself unworthy of his ancestor: the need for novelty is the characteristic of an alienated gorilla
‏די ארטיקל זאגט טאקע ווי מערערע מענטשן וואטשן די סארט זאכן, און אז א דריטל אמעריקאנער גרייטן צו סאָפּלייס אין פאל פון אזא סארט קאטאסטראפע ל״ע.

אלפא » דאנערשטאג יוני 6, 2024 9:15 am

· #564488
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
געהערט א שיין ווארט בשם מעליצער רבי:

אידישקייט באשטייט פון דריי יסודות, אמונה, לימוד תורה, און שמירת המצוות, די דריי זענען מרומז אינעם ערשטן פסוק פרשת בחקותי, אם בחקותי תלכו איז תורה, ואת מצוותי תשמרו איז מצוות, ועשיתם אותם (זאגט ער) גייט ארויף אויף אמונה.

עס ליגט אבער אויך א טיפערן רמז אין פסוק דא, נעמליך, אויב איינער זאגט ער אז וויל נאר מקיים זיין אמונה מיט מצוות אבער נישט תורה, זאגט די פסוק 'אם' - ר''ת אמונה מצוות - בחקותי תלכו, דארף מען אויך לערנען. ו'את' - אויב איינער וויל נאר אמונה מיט תורה (ר''ת את) - דארף אויך זיין מצוותי תשמרו, און נאר צוזאמען אלע דריי איז עס ועשיתם 'אׂתם' - ר''ת אמונה תורה מצוות.

איי פארוואס רעדט נישט די פסוק פון אזא איינער וואס וויל אפשר נאר מקיים זיין תורה און מצוות אן קיין אמונה?! זאגט ער, ווייל דאס וואלט געווען בבחינת 'מת'! איז עס קיין אפציע נישט. (ובפשטות מובן לפי דעת מיכאל אברהם ודעימיה, דלא כמבואר באשכול הדין)

דאס איז אויך מרומז אינעם פסוק 'וצדיק באמונתו יחיה' - אמונה איז לעבן - דאס פארקערטע פון מת..

מי אני » דאנערשטאג יוני 6, 2024 1:10 pm

· #564502
לפי דרכו קען מען זאגן אז דאס איז א רמז בהפסוק (דברים ד ד) ו״אתם״ הדבקים בה׳ אלקיכם ״חיים״ כולכם היום. והיינו, אז דער וואס האט אלע דריי, א׳מונה ת׳ורה מ׳צות, די ר״ת פון ״אתם״, דער האט דעם ״חיים״ פון (חבקוק ב ד) וצדיק באמונתו ״יחיה״ הנ״ל. ולכן נמי בא הרמז במכות כד. אויף דעם פסוק, בא חבקוק והעמידן על ״אחת״ ע״ש. והיינו, דעם ערשטן אות שהיא א׳ אין דעם ״אתם/אמת״ פון א׳מונה.

און דאס קען אויך זיין א רמז (שבת ל. נדה סא:) כיון ש״מת״ אדם נעשה חפשי מן המצות ע״ש. והיינו, אז טאמער איז נישטא דעם א׳ פון אמונה בתיבת ״מת״, דאן איז נישטא קיין ווערט להמצות והוא חפשי מהן. און דאס איז אויך די רמז בהפסוק (דברים ״חי״ יג) ״תמ״ים תהיה עם ה׳ אלקיך. והיינו, אז אותיות ״תם״ שהם הר״ת של ת׳ורה מ׳צות, זאל מען צאמשטעלן עם א׳מונה בה׳ אלקיך. (ולכן יעקב שהוא, בראשית כה כז, איש ״תם״ יושב אהלים, מצינו בב״ק לט: דר׳ יעקב משלם חצי נזק על ״תם״, בלי תיבת ״אומר״ ע״ש. והיינו, דתיבת ״אומר״ עולה מספר ״רמז״ וחסר לו מצוה ״א׳חד״ מספר ״רמח״, והיינו מצות אמונה בה׳, שהוא המצות עשה הראשונה במנין הרמב״ם. ועיין בפנים יפות סוף פ׳ וישלח.)

אבער מאידך גיסא בדרך אגדה, טרעפן מיר לפי הרמב״ם במו״נ ח״א פס״ח אז לגבי ״ג-ט״ ועניני אלקות קען טאקע נישט חל זיין "חֵי ה׳", מפני שאין חייו דבר זולת עצמו ע״ש. והיינו הרמז אז אמונה בזה איז דאך אלעמאל בגדר שלילה און נישט קיין פּאזיטיווע עסערשאן. והרמז אז עס איז טאקע נישטא דעם קאמפּליטע ״חיות״ בזה און די עיקר, בענין א׳מונה מ׳צות ות׳ורה, דארף טאקע זיין די חלק ה״מת״. (ולפי החת״ס בתורת משה סוף פ׳ וישלח, איז אות ת׳ אליינס כצורת אותיות ״חי״ ע״ש.)

ועוד יותר, הא׳מיר דאך ארויסגעברענגט אז אהי-ה אשר אהי-ה, וואס צייגט דאך אויף אמיתת הכרח מציאותו להרמב״ם שם בפס״ג, איז מרמז לזה אז ״אהי-ה״ פעמים ״אהי-ה״ עולה ״אמת״. און די שורש דערפון איז ״אהי-ה״ שעולה ״אך״, מכח דעם ווי מ׳דארף צו קוקן צו די רעכטע זייט וחסר פון אותיות ״לב״, שהוא מיעוט. ולרמז אז די ר״ת פון ״אמת״, אלע דריי מיט א׳מונה אויך, איז נישט עפעס וואס מ׳קען גרינג צוקומען צו. און דאס קען זיין די רמז בהפסוק (תהלים טו ג) הולך ״תמ״ים ופעל צדק ודבר ״אמת״ ב״לב״בו. והיינו, אז א מענטש זאל גיין מיט די ר״ת פון ״תם״, שהן ת׳ורה מ׳צות, וויבאלד די חלק פון ״אמת״, ביחד עם הא׳ של א׳מונה, איז נישט עפעס וואס מ׳קען צוקומען און ווי דער חכם דארף דאך קוקן לימין של אותיות ״לב״ שהן ״אך״ ומיעוט וואס איז דאך די סקווער-רוט פון מספר ״אמת״.

ולכן בא הרמז אז א כה״ג, וואס א ת״ח וואס האט ת׳ורה (ומצות, שהתורה מביאו לידי מעשה) איז קודם לו כדאיתא בהוריות (פ״ג מ״ח), איז זיך יא מטמא צו א ״מת״ מצוה (רש״י ויקרא כא יא). ולרמז אויף די חשיבות פון ״מת״ שהיא מ׳צות ות׳ורה וואס מאכט איינעם גרעסער וקודם לכה״ג ‏(אשר תיבת ״את״ אכן מרבה ת״ח כדאיתא בב״ק מא:).

ווי אויך טרעפן מיר באו״ח סימן סא סעיף ג אז די ווערטער ה׳ אלקיכם ״אמת״ זענען משלים מספר תיבות בק״ש למנין ״רמח״ ע״ש. והיינו הרמז אז די ווארט ״אמת״ המרמז להשלמת א׳מונה למ׳צות ות׳ורה כנ״ל, קומט לבסוף ומקודם לה איז אבער דעם תורתי שמרו במעשה.

ובזה, הא׳מיר פריער צוגעברענגט מהמי השילוח (וחת״ס) אז דאס אז עס שטייט בדיבור הראשון של העשרת הדברות (שמות כ ב, דברים ה ו) על מצות אמונה (להרמב״ם) אנכי ה׳ אלקיך און נישט ״אני״ אָנע אות כ׳, איז לרמז אז מ׳קען נישט צוקומען צו א השגה אין דעם קאנצעפּט און עס בלייבט אלס בכ׳ הדמיון ע״ש. ובזה קען מען טייטשן לפי כל הנ״ל (תהלים כו יא) ״ואני״ ב״תמ״י אלך. והיינו, וויבאלד מ׳האט געדארפט טוישן פון דעם ״אני״ ל״אנכי״, וואס צייגט אז א׳מונה איז אלס אַן אידעאל וואס מ׳קען נישט געהעריג משיג זיין און ערגענצן, לכן איז ב״תמ״י אלך, און די עיקר פאקוס דארף צו זיין אויפ׳ן חלק פון אותיות ״תם״ שהן ר״ת ת׳ורה מ׳צות, ווי איידער מיט׳ן א׳ פון א׳מונה. ולכן אברהם, וואס זיין נאמען איז גימטריא ״רמח״ (נדרים ״לב״:), וואס פרובירט צו ערגענצן דעם ״אמת״ עם מצות אמונה כנ״ל, איז ווען ער איז געקומען (בראשית כג ד) לקבור את ״מת״ו שרה, איז דא אַן אות כ׳ זעירא ביים ״לבכותה״, ולרמז אז די עיקר פאקוס דארף צו זיין אויפ׳ן חלק ה״מת״ ומ׳צות ות׳ורה, און דאס איז וויבאלד חלק א׳מונה איז רופף שלזה מרמז האות כ׳ בתיבת אנכי בעשרת הדברות כנ״ל. און טאקע ווען מ׳האט געטוישט זיין נאמען צו ״אברהם״ שעולה ״רמח״ עם מצות אמונה, שטייט (בראשית יז א) והיה ״תמ״ים, והיינו אז די עיקר פאקוס באדארף צו בלייבן אויפ׳ן חלק פון ״תם״ וככל הנ״ל. דאס קען אויך זיין די רמז בהפסוק (דברים לב לט) אני אמית ואחיה. והיינו, וויבאלד ס׳שטייט נישט ״אני״ בעשרת הדברות בדיבור א׳מונה, איז הרמז אז די פאקוס באדארף צו בלייבן אויפ׳ן חלק הר״ת פון מ׳צות ת׳ורה.

מיט דעם קען מען אויך טייטשן די פסוק (יהושע כד יד) ועבדו אתו ב״תמ״ים וב״אמת״. והיינו, אז כהיום איז פארט דא די ברירה פון עבודת ה״תם״ וואס איז אויך וואליד, הגם עס האט נישט די א׳מונה דאס צו ערגענצן לר״ת של ״אמת״.

עכ״פ ״תחיית המתים״ וועט נאר זיין לע״ל כשיקויים (ישעיה יא ט) כי מלאה הארץ דעה את ה׳.

סקעפטיקער » דאנערשטאג יוני 6, 2024 1:36 pm

· #564504
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
שוין לאנג נישט געהערט אזא ווארימע תורה פון מורינו @מי אני שליט"א

סקעפטיקער » דאנערשטאג יוני 6, 2024 1:47 pm

· #564505
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
די חתם סופר שרייבט "אך אמנם אחז"ל במס' מכות בא חבקוק והעמידן על אחת שנאמר וצדיק באמונתו יחיה. שכל זמן שנמצאו בישראל בעלי אמונים בעלי שלום ואמת הרי הוא כאלו מקיימין כל התורה כולה". דאס שטימט זייער גוט מיט די פשוט'ע פשט פון אמונה, אזויווי פסו אמונין מבני אדם, און שטימט זייער גוט מיט די המשך הגמרא אין מכות וואס רעדט בעיקר פון דברים שבין אדם לחבירו.

מי אני » דאנערשטאג יוני 6, 2024 2:46 pm

· #564508
סקעפטיקער #
שוין לאנג נישט געהערט אזא ווארימע תורה פון מורינו @מי אני שליט"א.
ייש״כ!

און טאקע נאכדעם וואס אברהם האט זיך גע׳מל׳עט, וואס דארט איז אים געזאגט געווארן והיה ״תמ״ים וכנ״ל, איז געווען (בראשית ״חי״ א) כ״חם״ היום…

און מ׳טרעפט אויך באו״ח סימן שיא סעיף ו עפ״י שבת מג:
מת המוטל בחמה ואין להם מקום לטלטלו או שלא רצו להזיזו ממקומו באין שני בני אדם ויושבים מב' צדדיו חם להם מלמטה זה מביא מטתו ויושב עליה וזה מביא מטתו ויושב עליה חם להם מלמעלה זה מביא מחצלת ופורס על גביו וזה מביא מחצלת ופורס על גביו זה זוקף מטתו ונשמט והולך לו וזה זוקף מטתו ונשמט והולך לו נמצאת מחיצה עשויה מאליה
זעה׳מיר אז ביי א ״מת״ מאכט מען טאקע אַן ערמה וואו מ׳נוצט חמימות…

‏און הלכה נעמט אָן ביי חם אז ת״תא״ה גבר, און דא האט מען עוסק געווען בהר״ת של א׳מונה ת׳ורה.
ווי אויך הא׳מיר דאך צוגעברענגט אז בתוך אות ת׳ איז דא א צורת אות ח׳. און פון ״תם״ ווערט דא ״חם״.


***
מי אני #
ווי הרב דר. ברוך פינקעלשטיין וויל מצדד זיין בכלל, איז שיכרות דוקא ביי אלקאָהאָל, וועלכע איז א גאנץ צווייטע סארט שיכרות ווי קאַנאַבּיס בכלל, וחלוק במין.
‏דא זאגט דר. ראלענד גריפיטס לגבי זיין פארשונג אין פּסילאסייבּין:
And then turning to my skeptical psychiatric colleagues, who immediately said, “Well, your subjects are delirious”, I had to take that head-on. And what we did is give them the Mini-Mental Status Exam, which is actually a gold standard measure of cognition, which is used to assess delirium. And importantly, in this case, it's not affected at all across the same range of psilocybin doses that produce these full-on mystical experiences
ועיין כאן.

ער ברענגט דארט ארויס די כאראקטעריסטיקס פון די עקספּיריענס:📎 IMG_7529.jpeg עס איז מן הראוי לציין צו וואס ער זאגט:
The final implication and the one that's most interesting to me is the fact that psilocybin can occasion, in most people studied, mystical type experiences that are virtually identical to those that occur naturally. This suggests that such experiences are biologically normal and it raises the question why are we wired to have these salient sacred experiences of encountering Ultimate Reality and the interconnectedness of all people and all things? Experiences that arguably provide the very basis of our ethical and moral codes, common to all the world's religions. I think there's something about the mystical experience that relates intimately to the very nature of consciousness

Just reflect on the mysterious truth that if you direct your attention inward, you become aware that you're aware; an indisputable and profound inner knowing arises that we can all access individually and perhaps collectively. I think this inner knowingness is at the core of our humanity. We recognize that at some deep level we're all in this together and there's an impulse that arises for mutual caretaking. I further believe that investigation of this inner knowing, through contemplative and other spiritual practices can give rise to a profound worldview shifts of an uplifting kind and an awakening to a sense of freedom, peace, joy and gratitude that most people simply find unimaginable

The exciting exploration of the psilocybin occasioned mystical experience, seems to provide a modeled system for rigorous and prospective investigation of these awakening experiences. Further research will surely reveal underlying biological mechanisms of action and will likely result in an array of therapeutic applications. More importantly, because such experiences are foundationally related to our moral and our ethical understandings, further research may ultimately prove to be crucial to the very survival of our species
די יעוד אז לע״ל (ישעיה יא ט) ומלאה הארץ דעה את ה׳ און יעדער וועט זיין כנביא. ‏(ואגב, איז מן הראוי לציין אז דער אבן עזרא שרייבט דארט אויף דעם פסוק, ״כי ידוע הוא כי יודע השם לא ישחית לעולם רק יבנה ויתקן.״)

עס איז אויך אינטרעסאנט ווי דר. יהושע וואָלי דערמאנט אז שטודיעס האבן געצייגט אז די וועלכע האבן אַן עטעשמענט עוואידענט סארט פּערסאנעליטי, והיינו אז זיי האבן מורא צו קאנעקטן און מאכן א(ן אינטימע) קשר מיט מענטשן/פּאַרטנערס, איז דאס א פּרעדיקטאר אז זיי וועלן האבן א שלעכטע סייקעדעליק עקספּיריענס. משא"כ די וועלכע האבן אַן עטעשמענט ענקזייעטי סארט פּערסאנעליטי, והיינו אז זיי האבן מורא אז די צו וועלכע זיי האבן קאנעקטעד וועלן זיי פארלאזן, איז דאס א פּרעדיקטאר אז זיי וועלן האבן א גוטע סייקעדעליק עקספּיריענס. ואולי קען מען דאס צאמשטעלן לגבי נבואה בענין קשר ודביקות לאלקים און די סטייל פונעם נביא'ס קשר, ולכן אין שני נביאים מתנבאים בסיגנון אחד.

***

לגבי די קאַרדאַשׁעוו סקעיל ומראה יחזקאל של מעשה המרכבה, ברענגט דר. קארל ערליך צו אז עס זענען געווען די וועלכע האבן באטראכט די מראה הנבואה של יחזקאל ווי עיליענס וועלכע האבן באזוכט אונזער וועלט מיט זייער ״מרכבה״ פון ספּעיסשׁיפּס:
Ezekiel 1 was chosen as the haftarah for the first day of Shavuot, as it picks up on the theme of divine revelation, which is what the festival celebrates. This chapter is part of a larger complex consisting of Ezekiel 1:1–3:15 which belongs to the genre of the prophetic call narrative, and it details how God arrives in his chariot to speak with Ezekiel

The text is so peculiar that Erich von Däniken (b. 1935), a Swiss “ufologist,” i.e., someone who looks for evidence of alien visits to earth, used Ezekiel’s vision of the chariot as a parade example of an alien visitation story. (Von Däniken first articulated this theory in his 1968 bestseller Chariots of the Gods?, which was followed by a “documentary” of the same name as well as innumerable spinoffs.) (When I was an undergraduate in the mid 1970s, he was one of the more popular speakers on the college/university lecture circuit.) In fact, this theory proved so convincing to one NASA scientist, Josef Blumrich (1913–2002), that he wrote a whole book on it, including specs outlining how such a spacecraft would have functioned

מי אני » מאנטאג יוני 10, 2024 4:14 pm

· #564782
לגבי דעם אז סייקעדעליקס זענען אַן עפראָדיזיעק, און דאס אז מראה יחזקאל במעשה מרכבה איז כעין אַן אַיאַהוּאַסקאַ טריפּ, איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז דר. האַוּערד איילבערג-שווארץ טענה׳ט אז די סיבה פארוואס חז״ל זענען געווען ‏קעגן דאס לערנען מעשה מרכבה (חגיגה פ״ב מ״א), איז ווייל דאס איז די איינציגסטע מאל וואס ג-ט ווערט כביכול געשילדערט ״במתניו״ (יחזקאל א כז, ח ב). (ועיין בדניאל י ה וברס״ג ומלבי״ם שם.)

ואגב, דא איז וויאזוי AI מאלט אפ די מראה.

און דאס אז בשעת אַן אַיאַהוּאַסקאַ טריפּ קען מען זעהן אויגן, כמו שראה יחזקאל, קען זיין א באדייט אין די גמרא בע״ז כ: אז דער מלאך המות איז כולו מלא עינים ע״ש. והיינו, א שלעכטע טריפּ.

ווי באקאנט אויך האבן ספּיידערס מערערע אויגן (זעקס צו אכט). און דער רלב״ג איז מפרש הכתוב (משלי ל כח) שממית בידים תתפש והיא בהיכלי מלך, אז דאס איז אַן עכביש/ספּיידער, און די לימוד פונעם פסוק איז אז עס טוהט אָווערריִטשען בחכמתה מיט׳ן זוכן עסן און מאכן געוועב בהיכלי מלך, וואס טוהט גורם זיין אז מ׳זאל איר מנקה וממית זיין פון דארט מכל וכל ע״ש. און דאס איז דאס זעלבע געדאנק בנוגע סייקעדעליק טריפּס, אז מ׳דארף אפבאכט געבן אז עס זאל נישט זיין (לעיל כה טז) דבש מצאת אכול דייך פן תשבענו והקאתו. ‏(און טאקע ביי ״ספּיידער״מען איז דא די באקאנטע פתגם, אז ״אסאך כח קומט מיט אסאך אחריות״.)

און אז איך האב דערמאנט די פרקי היכלות בנוגע סייקעדעליקס, שרייבט טאקע דר. בּעני שׁענאן דארט לגבי די מערערע השוואות צווישן נבואת יחזקאל און אַיאַהוּאַסקאַ טריפּס:
In closing this survey of common content items, let me mention one category of items which is very common in ayahuasca visions and which does not appear in the Ezekiel vision - palaces and temples (a vision of the Temple appears, however, elsewhere in the Book of Ezekiel, in Chapters 40-44). My surveys indicate that palaces and temples constitute one of the most salient content categories in ayahuasca visions. While these are absent in the biblical text considered here, palaces are central in the Jewish mystical tradition that was inspired by Ezekiel. Indeed, the texts of this tradition are usually referred to as the heikhalot (palaces) literature. The name refers to the heavenly and celestial palaces the mystic sees in his visions. Inspection of these texts reveals great similarity between these palaces and those seen with ayahuasca
ער זאגט אבער אז לכאורה האט יחזקאל נישט גענומען אַיאַהוּאַסקאַ. ועיין בדבריו לגבי כתיבת התנ"ך בכלל. ווי ער שרייבט דארט ווייטער:
The reader might be interested to know that in the Near East there are plants which can elicit effects very similar to ayahuasca. Specifically, the combination of acacia (mimosa tortilis and mimosa raddina) and peganum harmala - two plants that grow in the arid areas of the region, including the Land of Israel, the Sinai peninsula and Mesopotamia - produce a biochemical configuration identical to that produced by the Amazonian plants of which ayahuasca is made. In an unpublished paper, I put forth the speculative hypothesis that origins of the Hebrew religion are rooted in the use of such plants. In this, I follow the steps of other scholars who have proposed that other world religions originated in the use of psychoactive plant
***

בנוגע דר. האַוּערד איילבערג-שווארץ'ס געדאנק, האב איך דא געשריבן:
מי אני #
מענין לענין בזה איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער מ״א זאגט (או״ח סימן תרי ס״ק ה) אז מלאכים קענען נישט זיין (בדמות) נקיבות ע״ש. אבער דער מו״נ (ח״א ריש פמ״ט) זאגט אז זיי קענען יא זיין (ער צייכענט צו צו זכריה ה ט) ע״ש.

ואגב איז ידוע אז די ע״ז פון אשרה האט מען געדינט אלס א נקיבה פּארטנער צו ג-ט (ועיין בגר״א על דברי הימים ב יד ד דאשרות היו עושין ללבנה ע״ש, שהיא ענין נקיבה כידוע).
דר. איילבערג-שווארץ שרייבט:📎 eilberg.jpg

מי אני » דינסטאג יוני 11, 2024 6:07 pm

· #564863
די טעמע פון די אשכול איז איבער דעם אז עס איז למעשה דא אַן אפטיילונג צווישן אמונה בה' (במענטאליזם ובדעת) און שמירת התומו"צ (בּיהעיוויארילי ובמעשה). חג השבועות איז דאך לפי חז"ל ווען מ'איז חוגג זמן מתן התורה. ונמצא מזה אז די פאקוס פונעם יו"ט איז דאך בעיקר אויפ'ן חלק המעשה פון שמירת התורה לעומת האמונה. און דאס איז נאך טיפער לפי וואס אסאך ספרי אגדה ודרוש טוהן דורך אז ביי מתן תורה איז מען ארויס מכלל בן נח לכלל "ישראל", והיינו אז די חגיגת היו"ט איז מיט דעם וואס מ'איז געווארן אַן "עַם" מיט אַן אייגענעם אפיציעלן אראפגעשטעלטן תרבות וקולטור, וואס מ'קען דאך טענה'ן כהרס"ג, אז דאס ווערט בעיקר נקבע דורך תורותיה של העַם. ולכן טאקע ליינט מען דערין מגילת רות, וואס ברענגט ארויס די עיקר שאיפה פון רות, אז עס איז בעיקר צו ווערן א חלק פונעם עַם ישראל. און ווי @אנאנים האט געשריבן:
[ציטאט אראפגענומען]
ונמצא מזה אז די דגוש פונעם יו"ט קען באטראכט ווערן ווי א דגוש ושמחה אויפ'ן זיין א חלק פונעם עַם, וואס דאס איז מער תלוי בּיהעיוויארעלי ווי איידער תלוי במה שבדעתו, וואס איז דאך ממילא נישט אינגאנצן דומה צו א צווייטענס (ברכות נח.) (איך פארשטיי אז מ'קען טענה'ן אז עס דארף אבער זיין גענוג דומה בכלליות). ולפי וואס כ'האב געהאט געשריבן לגבי תשעה באב, אז עס איז נישט דוקא א "רעליגיעזע" טאג נאר איידער א אידישע נאציאנאליסטישע טאג צו טרויערן אויף די צרות וואס האבן באטראפן דאס אידישע פאלק באורך הדורות, קען דאס זיין א רמז אין די באקאנטע סימן וואס ווערט געברענגט באו"ח סימן תכח סעיף ג לגבי המועדים:
סימן לקביעת המועדים א"ת ב"ש ג"ר ד"ק ה"ץ ו"ף. פירוש: ביום ראשון של פסח יהיה לעולם תשעה באב וסימן על מצות ומרורים יאכלוהו, ביום ב' בו שבועות, וביום ג' בו ראש השנה, ביום ד' בו קריאת התורה שהוא שמחת תורה, ביום ה' בו צום כפור, ביום ו' בו פורים שעבר.
והיינו, פסח והסי‏פור של יציאת מצרים, איז דאך די אָרידזשין ויסוד פאר יהדות. ובתוך הסיפור איז איר תכלית דאך געווען אויף טאקע אָנצוקומען צו מתן תורה (שמות ג יב). ולכן איז גראד נאך דעם סימן בימי פסח וואס איז מרמז לט׳ באב, וואס ט׳ באב איז דאך בעיקר א נאציאנאלן טאג (ווי איידער א ״רעליגיעזן״ טאג) פאר עַם ישראל אלס ״עַם״ וכנ״ל, איז דערנאך דא די רמז פאר ווען שבועות וועט אויספאלן, אלס דעם אז דאס איז אויך א נאציאנאלן טאג פאר עַם ישראל וואס מ׳האט קובע געווען אלס דאס וואס האט זיי טאקע געמאכט אלס ״עַם״ - תורותיה והתרבות שלה.

(ענליך האב איך דארט געשריבן לגבי יוה"כ. ובסיגנון זה קען מען זאגן אז דאס איז די סמיכות בהסימן של קביעות יוה"כ לקביעות שמחת תורה ופורים, וואס איז ווייטער ענין של תורה כבשבת פח., און פורים ווייזט דאך סתם אזוי אויף נצח עַם ישראל און ווי שם ה' ווערט טאקע נישט דערמאנט אין מגילת אסתר. ובסיגנון זה איז דאך ידוע אז די סימן קען גיין ווייטער אז "ז'ע" איז דאס אז ז' של פסח איז לעולם הקבע של ה' אייר יום ה"ע"צמאות של מדינת ישראל, וואס האט ווייטער מיט נאציאנאליזם אלס עַם. ואגב, איז פורים טאקע א ראיה צו די גאנצע טעזע: לכאורה קיינער, ואפילו א פרומער, טאנצט נישט אויף פורים ווייל "וואס הייסט? מ'איז געראטעוועט געווארן פון המן!" ודון מינה וכו'. מיינענדיג, דאס קען טאקע זיין א רמז אין דעם הדור קבלוה בימי אחשורש: עס איז די פּערזענליכע משמעות פון די מצות פאר׳ן אינדיווידואל, אפגעזעהן פונעם ״אריגינעלן״ כוונה, פונקט אזוי ווי דאס טאנצן אויף פורים וואס האט א משמעות פאר׳ן מענטש און ער ענדזשויט דאס אפגעזעהן פון די סיבה עס איז מעיקרא נקבע געווארן פאר.)

מאידך גיסא אבער זעהט מען אז עס איז יא דא א דגוש אויף "ג-ט" ואמונה דערביי: לדוגמא די עצם טעאפעני פון סיפור מתן התורה, די דיבור פון אנכי ה' אלקיך וגו', די הפטרה פון מעשה מרכבה ביום א' של שבועות, און דאס אז מתן תורה איז יום חתונתו כביכול של הקב״ה עם כלל ישראל (תענית פ״ד מ״ח), וכדומה. אבער כמבואר בריש האשכול קען די געדאנק דערין זיין אז אָלטימעטלי מיט׳ן מקיים זיין די תורה, איז אט דאס דביקות בה׳, אפגעזעהן פון וואס ער גלייבט/האלט בדעתו. און ווי די געדאנק פון מצות אמונה, וואס איז דאך (להרמב״ם) טעקניקעלי א חלק פון שמירת התומ״צ, איז אז מ׳זאל ליגן אין די טיפע מעטאפיזישע שאלות וחכמות, אפגעזעהן פון וואו עס וועט אים ברענגען בדעתו; און ווי געזאגט דורכאויס דעם גאנצן אשכול, דארף דאס וואס ער איז מקיים התורה במעשה נישט דייקא זיין תלוי אין דאס וואס ער גלייבט באמונה בדעתו.

א חשוב'ע מיטגליד האט מיר מעורר געווען אז דאס קען זיין די געדאנק פון אמירת נעשה קודם לנשמע אין דעם טאג: די עיקר דגוש איז אויף די "עשיה" וקיום המצות ווי איידער דאס וואס ער איז מקבל באמונה ווייל ער האט דאס "געהערט" פון "ג-ט" און דאסוואס ווערט "נשמע" און דערהערט בשכלו.

אלפא » דאנערשטאג יוני 13, 2024 8:36 pm

· #564869
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
דעם ערשטן טאג יו"ט נאכן לאנגן אהבה רבה איז מיר ארויפגעקומען אן הערה לגבי קריאת שמע בשייכות צו דעם אשכול – צו ג-ט קען ווערן מוגדר אין שפראך ולאגיק אדער איז ער למעלה מטעם ודעת עד כדי שאין הפה יכול לדבר בפועל ממש (וואו 'גלייבן' און 'נישט גלייבן' זענען שווים).

• אין אהבה רבה ענדיגט מען צו – וקרבתנו מלכנו 'לשמך הגדול סלה'.. להודות לך וליחדך (באהבה) ולאהבה את 'שמך', א דגוש איז געלייגט אויפן 'נאמען' פון באשעפער.
• קרי"ש הייבט זיך אן (גאנץ אינטרעסאנטלעך כידוע), "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד" – די דריי מאל ה' אלקינו ה' איז דאך שוין אן אלטע הערה.
• שפעטער קומט א צוגעלייגט שטיקל, "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד", ווידער נישט אינגאנצן קלאר פארוואס מ'זאגט עס? פארוואס שטיל? וכו'.
• ווייטער קומט "ואהבת את ה' אלקיך בכל לבבך וגו'" ווי די תורה לייגט א דגוש אויפן זיך איינ'חזר'ן אויף יעדע מצב ואופן דיזע נקודות (ושננתם, ודברת, בשבתך, בלכתך, וקשרתם, וכתבתם, וגו'), עס איז אבער מערקבאר ווי פון א לשון רבים אין דעם ערשטן פסוק (-אלקינו) איז געווארן א לשון יחיד (-ה' אלקיך) גלייך דערויף..
• נאך די דריי פרשיות איז דא אן אינטרעסאנטן אויספיר "ה' אלקיכם אמת" – אזא שילוב פון קרי"ש מיטן "אמת ויציב".
• דאן דעם "ויציב" טאקע איז ווייטער אינטרעסאנט מיט זעכצן לשונות פון באשטעטיגונגען (- 15 מיטן אות ויו..) איבערן 'הדבר הזה' וכו'.

קאן זיין, די תורה איז דא אויסצושארפן און ארומצורעדן ממש דעם נקודה וויאזוי מיר זאלן -און קענען בכלל- צוגיין צום גאנצן ענין פון רעדן און זיך מדבק זיין מיטן באשעפער – נאך וואס ער איז בעצם העכער ווי סיי וואס מיר קענען תופס זיין און ארומרעדן.
די טעזע איז אז עס איז דא דעם 'באשעפער אליין' צו וואס מיר האבן טאקע נישט קיין השגה און קיין 'דיבור' בכלל, נאר למען הענין שטעלט קרי"ש אוועק א 'נאמען' און א 'שפראכיגע ג-ט' וואס דערצו זאלן מיר זיך באצוען – אפגעזען די שוועריקייטן דערמיט טעאלאגיש. און טאקע די ארומס און ארום (ויציב וכו') באצוען זיך צו די שוועריקייטן דערפון אבער אנשטאט פראבירן עס צו פארענטפערן פער סע שטומען זיי נאר מיט מיטן געדאנק און סימפאטיזירן דערמיט. [לכאו' ווייל רעדן שלא כראוי איז אלץ בעסער ווי בכלל נישט רעדן און איגנארירן מכל וכל, (ויתכן אז אין דעם ליכט איז די אשכול כשלעצמה איז אויך בכלל 'רעדן פונעם אומרעדבארע' וואס איז נכלל אין די ציווי פון קרי"ש, וצ"ע)].

דער באשעפער הייבט אן "שמע ישראל – הערטס אידן, ה' אלקינו – דער באשעפער וואס איז אונזער ג-ט – דער ג-ט פון וואס מיר רעדן און קענען זיך, ה' אחד" איז בעצם אסאך העכער – ער איז בעצם עפעס וואס איז אחדות הפשוט – ווי טעם ולשון דעגרייכן אפי' נישט ('אחד' איז דאך די מאקסימום וואס מיר קענען זאגן דערויף – לפני אחד מה אתה סופר..).
קומט טאקע ברוך שם און איז מבאר מער, "ברוך – מלשון ברך – אונטערקניען, שם – די נאמען, כבוד – דאס געוויכט (מלשון 'כבד' לב פרעה ), מלכותו – פון זיין קעניגרייך, לעולם – צום פארהוילעניש, ועד – מלשון בית ועד – א צוזאמקום.
אין אנדערע ווערטער: עס איז דא דעם 'פארהוילענע צוזאמטרעף' וואס מיר קענען אלס 'אין סוף', דארט ווי טעם והשגה דערגרייכן נישט (- די ג-ט אין וואס מי אני 'גלייבט נישט'..), דאן לצורך הענין, לצורך המלכות – וואו 'אין מלך בלא עם' דארף מען דאך געבן שפראכיגע 'געוויכט' צו א מושג ג-ט, וואס ל'כבוד' דעם איז דא א 'נאמען' וואס מיר קענען.
וויסן זאלן מיר נאר: אז דעם נאמען וואס מיר קענען, איז נישט מער ווי אונטערגעבויגן און 'נברך' צום גרעסערן מושג – וואו מיר האבן קיין השגה ניט.
[אין זוהר הק' ווערט שמע און ברוך שם אנגערופן יחודא עילאה ויחודא תתאה, אין חב"ד איז מען אסאך מאריך דערויף, עי' שער היחוד והאמונה ולקוטי תורה ענליכע בחינות, ואכמ"ל].

צו וואס זאג איך דאס אייך? קומט דער באשעפער און קלארט אויס: "ואהבת" (כדי) דו זאלסט (קענען) ליב האבן, את ה' אלקיך דער באשעפער 'דיין ג-ט' – דיין אייגענארטיגע/פערזענליכע אינטערפערטאציע פון ג-ט און פון די אויבן-דערמאנטע נאמען, וגומר.
ווען נישט די הקדמה וויאזוי די צוויי זענען זיך משלב, איז דאך קיין 'אהבה' נישט ערמעגליכט, דערפאר זענען דא די הקדמות אז מ'מעג און מ'זאל אננעמען 'אונזער' ג-ט וויאזוי מיר קענען (-אמונות הכרחיות) כדי צו בלייבן מיט עפעס אנשטאט גארנישט. וואס יא? מ'זאל רעדן און פילעווען אין דעם געדאנק, טאקע כדי עס זאל זיך אויסשארפן און קלארער ווערן, און וויכטיגער – כדי עס זאל אייביג בלייבן די tension צווישן אונזער באצוג צו ג-ט און די עכטע (פארהוילענע) מושג אזוי צו זאגן.

קומען די שפעטערע און בארואיגן: "אמת ויציב ונכון וקיים וכו'" עס פארמאגט נישט קיין שום קראץ דעם גאנצן געדאנק פון "הדבר הזה עלינו לעולם ועד" – אונזערע 'דיבור' איבער דעם 'פארהוילענע צוזאמענטרעף', ווייל אין ווארהייט איז למעשה טאקע אזוי אז – "(אמת) אלקי עולם – די פארהוילענע ג-ט איז, מלכנו צור יעקב" וכולי. "לדור ודור הוא קים ושמו קיים וכסאו נכון" – ער, זיין נאמען, און זיין שטוהל, זענען באשטעטיגט און גלייך, כדי "ומלכותו ואמונתו לעד קיימת" - די (verbal) אמונה אין זיין 'מלכות' זאל קענען זיין קא-עקזיסטירענד. און אזוי ווייטער.
"על כל דורות זרע ישראל עבדיך, על הראשונים ועל האחרונים דבר טוב וקים... אמת ואמונה – די אמת'ע רעאליטעט מיט אונזער אמונה זענען בבחינת חק ולא יעבר – אביסל אומפארשטענדליך ווי א חק, און אביסל וויכטיג פארן העברה דערפון... און די אלע לשונות – "ה' אלקינו ואלקי אבותינו מלכנו מלך אבותינו גואלנו גואל אבותינו יוצרנו צור ישועתנו פודנו ומצילנו" זענען טאקע לעולם הוא שמך – נאר א 'נאמען' פאר די וועלט, אבער וויכטיג צו באטאנען אז דאס גייט נישט אין ליניע מיט שיתוף וכדו', נאר "ואין לנו עוד אלקים זולתך סלה"...

ודוק.

מי אני » דאנערשטאג יוני 13, 2024 11:00 pm

· #564874
געוואלדיג!

און איבער דאס זאגן בפסוק ראשונה של ק"ש דריי "ה' אלקינו ה'" און די לימיטס פון שפראך, איז מערקווידיג וויאזוי דער רמב"ם הייבט טאקע אָן זיין איגרת תחיית המתים:
איננו רחוק שיכוון אדם לבאר ענין הקדמה מן ההקדמות בלשון מבואר פשוט וישתדל בו לדחות הספקות ולהסיר הפירושים, ויבינו חולי הנפשות מן הלשון ההוא ההקדמה אשר כיון לבארה. והנה אירע כיוצא בזה בדברי השם יתברך שהוא אחד ואין שני לו, ולהסיר מנפשותינו הדעות הנפסדות אשר האמינום המשנים אמר מבאר לזאת הפנה "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד", והביאו ראיה מזה הפסוק על שהא-ל הוא שלשה ואמרו אמר "ה'", "אלקינו", ואמר "ה'", הרי אלו שלשה שמות, ואמר אחר כך "אחד" ראיה שהם ג' והשלשה אחד. וחלילה לא-ל. וכשאירע דבר זה בדברי השם יתברך כל שכן וכ"ש שיארע בכיוצא בו בדברי בשר ודם
און מ'קען אויך זאגן אז דאס איז די רמז אין די 15 ווין אין אמת ויציב. ווייל דער מחבר שרייבט באו"ח סימן סא סעיף ג אז די 15 ווין דערין זענען 15 מאל 6 [אות ו'] שעולה מספר צ' ע"ש. וידוע אז די מילוי פון אות צ' קען מען באטראכטן ווי אותיות "צדיק" (הגם עס איז באמת "צדי") שעולה מספר "רד", וואס דאס איז די חילוק צווישן "א-ל אחד" און "א-ל אחר" (עיין בבני יששכר מאמרי חודש אדר מאמר ב אות י). והרמז בזה אז ווען מ'קומט צו צו די ווארט "אמת" און ווייטער, איז מען מרמז אז פון דארט און ווייטער דארף זיך די דיבור גאר וואטשן, ווייל עס איז כקוצו של י' צווישן "ג-ט" וואס מ'קען נישט משיג זיין מחמת אחד הפשוט, און אים (כביכול) מגדיר זיין בדיבור וואס דאס איז שוין אחר.

***

אין די רוח פון דעם אשכול, טענה׳ט פּראפעסאר סטיפען פּריעסט אז 14 הסברים איבער קוואנטום פיזיקס נעמען אלע בהכרח אָן אז עס מוז מקודם זיין קאַנשׁעסנעס וואס קאלעפּסט דאס וכו׳. אבער אויב נעמט מען אָן ריעליזם, לעומת איידיעליזם, דאן מוז דאס זיין א גלאבּאלע קאַנשׁעסנעס על הכלל כולו, וואס איז אלס בפועל און קיינמאל נישט נאר בכח (ועיין במו״נ ח״א פס״ח), ווי איידער נאר א ״לאקאלע״ קאַנשׁעסנעס פונעם אַבּזערווירער. און די גלאבּאלע אַמניפּרעזענט קוואנטום קאַנשׁעסנעס איז ״ג-ט״.

און די קאלעפּס און דאס אונטערהאלטן איז די געדאנק פון ״בורא״, און די אינפארמאציע פון דאס אלעם באדייט ״יודע הכל״. דאס זעלבע איז בנוגע די תוארים פון ״אחד/פשוט״, זייענדיג אז אט די גלאבּאלע קאַנשׁעסנעס האט נישט קיינע חלקים וכו׳. ווי אויך די געדאנק פון ״בב״ת״, זייענדיג אז עס איז כולל אין זיך אלע אינפיניט מאטעמאטישע פאקטן. ער זאגט אויך ענליך צום רמב״ם לגבי דעם אז דאס באדייט דעם תואר פון ״טוב״, על אף הרעות בהעולם:
Prima facie, quantum consciousness could be morally neutral or evil. However, that there is a universe is better than if there were no universe, and the cause of a good universe is itself good. Quantum consciousness is the cause of the universe, so quantum consciousness is itself good. Admittedly, the existence of the universe is a necessary condition for evil and ugliness, but it is also necessary for good and beautiful things. It is better that both good and evil should exist than that no good exists
ער ענדיגט צו לגבי מוכרח/מחוייב המציאות:📎 IMG_7592.jpeg דאס איז כנראה א ווערסיע פונעם ארגומענט פון קאַנשׁעסנעס (בשילוב עם פּענסייקיזם/קאַסמאָסייקיזם).

***

דר. לען גודמאן זאגט במשנתו של הרמב״ם:
The Rambam mentions the fact that when the student to whom he addresses the Guide was first considering coming to him, he sent him some poetic prose that he had written. And the rambam makes a point of remembering how he admired the poetic sensibilities of that student before he became a student of his. Why? Because the key to the answer to the question, how can an infinite being, God, connect with our finite understanding, is poetry

The way to understand the Tanakh is to recognize that the language that it uses about God is poetic. It has to be poetic because God transcends all the usages of ordinary language. But poetry allows you to describe something or someone indirectly

For instance, you can't really put into words and describe how you feel about the one you love. But you can say, my love is a red, red rose. Now, she isn't literally a red, red rose. She isn't red and she isn't a vegetable. But your feeling about the beauty of the rose connects. And it gives you access to the idea of beauty, which is not physically something in the rose
***

לגבי די מאטעריאלע/פיזישע מעכאניזם פון סייקעדעליקס, שרייבט דר. קריסטשען דזשערעט:
Although they can lead to subjectively similar experiences, different psychedelic drugs exert their effects in the brain via different mechanisms. For instance, psilocybin, mescaline and LSD act principally via the 5-HT2A receptor system (5-HT, also known as serotonin, is a neurotransmitter involved in mood and perception), whereas DMT acts on the 5-HT2A system and sigma-1 receptors involved in neuronal signalling. Meanwhile, ketamine interacts with another brain chemical called glutamate by blocking the NMDA receptors that this neurotransmitter usually binds with

At a global level, psychedelic drugs have in common that they increase levels of entropy in the brain by allowing for communication between neural regions that don’t usually interact, and reducing the activity of a group of neural areas known collectively as the ‘default mode network’, which is involved in self-conscious thought. It’s believed that these neural changes lead to ‘ego dissolution’ and facilitate the mystical feelings of oneness and transcendence that are common to many trips
ועיין כאן.

מי אני » דינסטאג יוני 18, 2024 2:35 pm

· #565385
לגבי דעם געדאנק פון תענוג לעומת חכמה, איז מיר געווען אינטרעסאנט ווי דר. דוד פּענאַ-גוזמאן איז מסכם דר. עלען מקי׳ס בוך איבער ״פאָן״ פון א פילאזאפישן פּערספּעקטיוו:
His thesis is that it's no wonder that philosophers like Adorno and Horkheimer would devalue fun, because philosophy itself is an upper middle class activity that channels rather than critiques the values of the class that makes it possible. And so philosophers, it doesn't matter how radical they think they might be, tend to be middle class individuals with a middle class set of values - which is why philosophers will always like art and they will judge it by the standard of beauty rather than fun. Therefore, when they judge entertainment they also vilify the criterion for good entertainment, which is fun rather than beauty. And so they scoff at entertainment precisely because it is a working class product and they reject fun because they see it quite literally as a plebeian value
דר. מקי טענה׳ט אז ״פאָן״, וואס איז תענוג אָנע תכלית דערנאך, איז די יסוד פון לעבן דאס גוטע (ואפילו פילאזאפישע?) לעבן.

ולגבי געימס איז דר. עלי ענדערסאן דארט מציין צו פּראפעסאר יאָהאַן הוּאיזינגאַ׳ס ‏שיטה דערין:
Huizinga says that all play means something. But this isn't just in a simply instrumental sense. The essence of play is actually the very absorption and intensity of the experience of playing. And on one of the few pages where he talks about fun specifically, he says that the fun of playing resists all analysis, all logical interpretation. So as a concept, fun can't be reduced to any other mental category. So the significance of that is that fun is irreducible; it's not open to logical interpretation
***

לגבי די קשר בין סייקעדעליקס ונבואה האב איך געקלערט אז א חלק פון די טרענירונג פון די בני הנביאים לנבואה, איז טאקע געווען וויאזוי צו האנדלען ״שלעכטע טריפּס״. והיינו, ווייל ווי דער רמב״ם איז מאריך במו״נ ח״ב פל״ב, פעהלט אויס א הכנה בלימוד והשכלה ודעת קודם לנבואה; אנדערש קומט מען נישט צו צו די מדריגה און עס איז נישט מער ווי א גאר שטארקע דמיון מכח ונפש המדמה ע״ש.

יעצט, ווי ארויסגעברענגט דא איז דאס ״שלעכטע טריפּ״ די מְאוּיָּים׳דיגע געפיהל פון אבנארמאלע פחד, והגם אז בעצם האט זיך גארנישט פאקטיש געטוישט נישט אין זיין סעטינג וואו ער איז במקום און נישט מעידזשאר פיזיאלאגיש אין זיין גוף אויך נישט. און ווי איך האב צוגעברענגט פון דר. נאָעל קעראל, איז די הנאה פונעם האַראַר גאנער וויבאלד למעשה ווייסט מען אז בגוף בין איך משומר. עס איז נאר אז יעדעס נאראטיוו פאר א מענטש ארבעט סאָבּקאַנשעסלי אויף די ידיעה וואס ער זוכט דערפון. און ביי דעם איז עס א סארט גרייכן ווייטער ממה שהרשית להתבונן און דאס דראנג צו טשעפענען מיט דעם במופלא ממך אַל תדרוש (חגיגה יג.). און דאס אליינס איז, לבסוף, א סארט הנאה הגם די גרייכן ווייטער קומט מיט קאנסעקווענצן בפחד, זייענדיג אז לבסוף קען זיין שכל דאס נישט פארנעמען (במדת מה).

ועפי״ז קען מען זאגן אז אין דעם איז געווען א טרענירונג. והיינו, אז מ׳קומט צו בשעת א טריפּ צו א סארט הכרה ע״י הנפש המדמה (וועלכע מ׳דארף טאקע דערנאך דורכלייגן דעם כור המבחן של השכל). און מ׳קען באטראכטן א ״שלעכטע טריפּ״ ווי דאס אז זיין הכרה דעמאלטס גייט צי ווייט צו דאס וואס ער קען (נאך) נישט דערהייבן; וכעין ענין חטא שמצינו בהמלאכים השכליים עפ״י היערות דבש. וכדאיתא בחגיגה יד: לגבי בן זומא דדרשו עליו בזה הכתוב (משלי כה טז) דבש מצאת אכול דַיֶךָּ פן תשבענו והקאתו. ולכן איז די טרענירונג אז ער זאל זיין גרייט דערויף און דאס אקצעפּטירן בשעת מעשה אלס דאך א חלק פונעם ״פאָן״ און עקספּיריענס; מקבל זיין אט די ״ידיעה״ וואס ברענגט אים דאס פחד.

ואגב, אז מ׳פארגלייכט אט דעם געדאנק פון מעשה מרכבה און סייקעדעליקס לאכילת דבש (ועיין בחגיגה יג.), האב איך געקלערט א שטיקל רמז לגבי דאס וואס כ׳האב געשריבן אז א יעוד אנושי לעתיד איז וואו דאס גאנצע מענטשהייט זענען אין פּאַדס אויף א סייקעדעליק טריפּ של תענוג ממושכת כל ימי חייהם. און אין ב״ב סו. איז ר׳ אלעזר מפרש שיטת ר׳ אליעזר אז כוורת של דבש הקבוע ומחובר לקרקע ווערט גערעכענט ווי קרקע, עפ״י הכתוב אצל יהונתן ביערות דבש (שמואל א יד כז) ע״ש. און ר׳ אלעזר זאגט אויך ביבמות סג. אז עתידים כל בעלי אומניות שיעמדו על הקרקע (און טאקע פון א פסוק וואס יחזקאל הנביא האט געזאגט) ע״ש. והיינו הרמז אז ר׳ אלעזר זאגט לעתיד וועלן (האפענטליך) אלע מענטשן, דורך דעם וואס אלע בעלי אומניות און זייערע טאלאנטן געבן צושטייער צום התפתחות האנושי הכללית, שטיין ״על הקרקע״, וואס א כוורת דבש אליביה (אליבא דר׳ אליעזר) ווערט נחשב כקרקע, וואס ״דבש״ איז דאך מרמז צום סייקעדעליק עקספּיריענס ונבואה.

ומי יתן כל עם ה' ‫נביאים‬ (במדבר יא כט).

***

אז איך האב דערמאנט אז די מהלך לשמירת הלכה באשכול הלז האט פּאראלעלן מיט קאַנפוּשעניזם, טוהט דר. גליה פת-שמיר דורך די השוואות בין ״דאַוּ״, די ״וועג״, בקאַנפוּשעניזם, און ״הלכה״ ביהדות. זי זאגט אז די עיקר חילוק ביניהם איז וואס אין קאַנפוּשעניזם איז אלעס בעצם מעטאפיזיש איינס און אט דאס איז די מטרה פונעם ״דאַוּ״ מהלך החיים צו צוקומען דערצו, משא״כ ביהדות איז ״ג-ט״ מקודש ומובדל מכל דבר און צו די אנערקענונג דארף מען צוקומען ע״י הלכה. אבל עיין ענין דביקות.
The follower of dao and, likewise, the follower of Halakha are both occupied by the search for the way of the past in their walking toward a morally improved future. If halakha should never be deviated from since it was given by God, dao should never be abandoned since the human is responsible for it. Dao includes the "do's" and "don'ts" in the daily life of a Confucian, and yet there is a sound humanist suggestion in its various presentations in Confucian classics. Thus, dao is as solid as halakha as a source for appropriate human behavior. Asked to introduce the Confucian perspective "in a nutshell," in a class on East Asian religions entitled "Religions with No God," Professor Yoav Ariel, an Israeli Jewish scholar of Confucianism, focused on two passages from Anakcts regarding Dao: "It is Man who is capable of broadening the Way. It is not the Way that is capable of broadening Man" (Anakcts 15.29) and "having heard about the Way in the morning, one can die in the evening" (Anakcts 4.8)
ואגב, שרייבט זי דארט לגבי העקידה:
The last distinctive feature of the Jewish faith in this context is that of the exemplary person who internalizes the concept of "that than which nothing greater can be conceived." Abraham serves as the ultimate believer who exemplifies true understanding of the way; in the story of the binding of Isaac we learn about a third motif in the Jewish picture in addition to separation and disharmony, namely test. From the perspective of human life, especially human practice, it can also be taken as its hinge. The test was given to human beings in Eden by the two forbidden trees, and they failed it by responding with a lack of trust. The test is presented again in Babel through the human community being forced to build a town in cooperation; yet the people were not allowed to reach heaven, not even to conceive of a possibility of something as great as God, since He is that of which "nothing greater can be conceived." Again, humans fail. Only Abraham responded properly to the riddle posed by God, since the riddle was introduced this time with a very personal flavor: "give all you have and get all you can have in a single act." Perhaps he answered correctly because he understood what was fully meant by separation, disharmony, and living through an ongoing test. He was the first to understand that to be Jewish is to properly understand that life is a test incessantly given by God to human beings, and one that has to be practiced relentlessly

If the Jewish tradition offers an exemplar characterized by being endlessly tested by God, the Confucian understanding of the exemplary personality is expressed in terms of self-reflexivity which is ultimately manifested by the sage. This self-reflexivity discloses a view of life as a mystery that mirrors one's life but is not given from outside, which is to be deciphered step by step. The whole picture is never given, and can only be approximated and approached by reproducing it in one's own practice. This practice is echoed in Confucian texts
ועיין במו״נ ח״ג פכ״ד. ועיין ג״כ ערך חשבון הנפש ביהדות.

***

לגבי די סימיולעישאן ארגומענט פונעם קאמפּיוטער סייענטיסט/ענדזשיניר גרעידי בּוּטש:📎 IMG_7622.jpeg

מי אני » זונטאג יוני 23, 2024 2:58 pm

· #565924
לגבי דעם געדאנק פונעם שם "אהי-ה אשר אהי-ה" און וואו דאס איז מרמז ל"אמת" ווייל אהי-ה פעמים אהי-ה איז עולה "אמת", און וואו מ'קען טאקע נישט צוקומען דערצו אין דעם, האב איך געקלערט דעם שבת על דרך דרש עפ"י מש"כ כאן. והיינו, ווייל דער ר״ן שרייבט בנדרים לח. אז די שער החמשים של הנ׳ שערי בינה איז ״ידיעת הש״י על אמתתו״. ולכן דרש׳נט די גמרא (שם ובר״ה כא:) אז משרע״ה איז נישט צוגעקומען (בחייו) לשער הנ׳, פונעם פסוק (תהלים ח ו) ותחסרהו מעט מאלקים ע״ש. (ועיין בערבי נחל פ׳ נח עפ״י האריז״ל בעץ חיים שער יג, ששער הנ׳ הוא הכוללת כולם ותיבת ״כולל״ עולה ״אלקים״.) און דער מגלה עמוקות (פ׳ ואתחנן אופן יב) שרייבט אז דאס וואס עס איז דא ע׳ פנים לתורה, איז אז בתוך דעם שער הנ׳ איז דא נאך 21 בחינות וואס אזוי, צוזאמען מיט די פריערדיגע מ״ט שערים, איז דא 70, און אט די 21 איז בבחינת שם ״אהי-ה״ העולה 21 (וזהו ענין ״מעט״ מאלקים - לאחר ה״מט״ מה שמשלים ל״ע״) ע״ש.

והנה, כנ״ל איז ״אהי-ה״ די סקווער רוט פון מספר ״אמת״, און דאס איז וואס ליגט אינעם שער הנ׳ אויף טאקע אָנצוקומען לדעת השי״ת על אמתתו, איז דאך דאס אז מ׳קען נישט אָנקומען דערצו כעין נעגאטיוו ״אמת״; 441-. וואס די סקווער רוט פון דעם איז דאך 21i. וואס לתקן זה צום געהעריגן שם ״אהי-ה״ פעהלט אויס אַן עקספּאָנענט פון 4 אויפ׳ן i. ולכן אפשר לומר אז אין ק״ש, וואס ענדיגט זיך דוקא בתיבת ״אמת״, איז אין די ערשטע פסוק דערפון פון אחדות ה׳ דא אַן אות ע׳ ואות ד׳ רבתי. ולרמז אז די סקווער רוט פון דעם ״אמת״ וואס איז א נעגאטיוו און קען נאר גערעדט ווערן בשלילה, וואס אט דאס איז דאך צו וואס די שער הנ׳ שיש בו הסקווער רוּט של ״אמת״ וואס איז ״אהי-ה״/21 המשלים ל״ע״ פנים לתורה וכנ״ל, איז וויבאלד דאס איז א נעגאטיוו קומט דאס אויס צו i, וועלכע דארף אַן עקספּאנענט של מספר ״ד״ לתקנו. (ולכן לעתיד וואו עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה׳, וועט זיין א קיבוץ מ״ארבע״ כנפות הארץ.)

‏ובזה קען מען זאגן אז דער תפארת יהונתן זאגט בפ׳ ויקרא, אז די א׳ זעירא מיט וואס ספר ויקרא הייבט זיך אָן ווייזט אויף די מספר ״אך״ בחינות וואס זענען בתוך דעם שער הנ׳ מנ׳ שערי בינה ע״ש. און דער פרי צדיק שרייבט בפ׳ בהעלותך, אז ספר ויקרא איז נגד יעקב אבינו ע״ה מחמת זה דמדתו אמת ע״ש. ולפי הנ״ל איז דערפאר הייבט זיך דאס אָן אין די ערשטע ווארט אינעם ספר לרמז על ענין 21 שבשער הנ׳ כהתפארת יהונתן, וואס דאס איז משם ״אהי-ה״ כנ״ל המרמז לענין מספר ״אמת״. און יעקב האט טאקע דוקא געהאט 4 ווייבער, וואס אט די מספר עקספּאָנענט דארף מען לתקן דעם סקווער רוּט פון נעגאטיוו ״אמת״ שהיא 21i כנ״ל, שלזה מרמז ענין שער הנ׳ שאי אפשר לעמוד על ידיעת אמתת השי״ת.

*

ולגבי כופל זיין שם אהי-ה על עצמו און דאס אז "ג-ט" קען באטראכט ווערן ווי "אַיִן הגמור", איז אויב איז מען כופל "אַיִן" על עצם "אַיִן", והיינו 00, דאן קען דאס זיין 1. והיינו, ענין "אחדות" ה'. (ועיין לעיל במה שציינתי לגבי די "ליידיגע סעט".)

***

ובזה אז סייקעדעליקס ברענגט נענטער לידיעת השי״ת, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין א רמז בהגמרא בב״ב עג: (וועלכע מ׳קען קלערן זענען געזאגט געווארן אונטער די איינפלוס פון סייקעדעליקס וכעין נבואה):
אמר רבה לדידי חזי לי אורזילא בר יומיה [רְאֵם בן יום אחד דאותו היום נולד - רשב״ם] דהוה כהר תבור, והר תבור כמה הוי ארבע פרסי, ומשאכא דצואריה תלתא פרסי, ובי מרבעתא דרישיה פרסא ופלגא. רמא כופתא [צואה - רשב״ם ותוס׳] וסכר ליה לירדנא.
דא הא׳מיר צוגעברענגט פון אַקטעוויע בּאָטלער אז ״ג-ט״ קען זיין די געדאנק פון ״ג-ט״, והיינו די מושג פון שינוי, וואס אט די מושג איז א קאנסטענט קבוע וואס טוישט זיך נישט. שפעטער דארט בב״ב בדף עד: זאגט תוס׳ בד״ה שמגיע, אז די נהר ירדן, ווען זי גייט דורך ימה של טבריה, מישט זיך נישט אויס מיט איר ע״ש. והיינו, אז ביי דעם איז נישטא דעם געדאנק פון ענטראפּי.

יעצט, הרב דר. נתן סליפקין טענה׳ט אז דער רְאֵם איז די (שוין עקסטינקט) אָראַקס. דא זאגט דער פּעליאוֺעקאלאדזשיסט דר. אנטאני ברוין, אז אויף די צואה פון גאר גרויסע בע״ח, כגון דער אָראַקס, קענען וואקסן מאָשׁרומס און מ׳טרעפט ספּאָרס אין די צואה פון גאר אלטע ריזיגע בע״ח. ובזה קען מען זאגן אז דאס איז די רמז אז צואת הרְאֵם האט פארשטאפט דעם ירדן. וויבאלד אויף דעם קען וואקסן מאָשׁרומס המביאים לנבואה והכרת ה׳, וואס די געדאנק דערין איז די דיינעמיזם ושינוי וענטראפּי בהעולם. ולכן פארשטאפט דאס דעם ירדן טייך וואס גייט נישט עפ״י ענטראפּי בימה של טבריה.

‏ובסתם טרעפט מען דארט לעיל בדף עג. אז טאקע אויף א גל הים וואס וויל טובע זיין, שלאגט מען דאס מיט א שטעקן שעליו השם של אהי-ה אשר אהי-ה ע״ש (וע״ש במהרש״א). וואס די שם ווייזט דאך אויף דעם אז מ׳קען טאקע נישט משיג אמתת מציאותו ומהותו וכנ״ל.

***

לגבי די סימיולשעיאן ארגומענט איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום גמרא בסנהדרין סה: אמר רבא אי בעו צדיקי ברו עלמא שנאמר (ישעיהו נט ב) כי אם עונותיכם היו מבדילים ביניכם לבין אלקיכם ע"ש. והיינו, אז ווען דאס מענטשהייט קומט צו צו מדריגת אלקות בחכמה ובהתנהגות, וואס דאס איז די שפיץ פון "צדיקי", קענען זיי בורא זיין עולמות דורך סימיולעישאנס.

ובנוגע דעם אז דאס דארף צושטאנד קומען דורך א העכערע ציוויליזאציע אויפ׳ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל, איז די געדאנק אז זיי גייען לכאורה נוצן דערפאר א מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער. דאס איז א ‏קאמפּיוטער וואס איז א דייסאן ספער. והיינו, אז מ׳נעמט ארום א גאנצע שטערן מיט א קאמפּיוטער, וואס די ענערגיע פונעם זון/שטערן געבט די כח פאר׳ן קאמפּיוטער. און ארום דעם איז דא נאך א לעיער, וואס דאס נוצט די היץ וואס די פריערדיגע לעיער געבט ארויס (עפ״י דאס צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס) צו געבן כח פאר׳ן צווייטן לעיער וואס איז ווייטער א קאמפּיוטער. וכן הלאה והלאה. (און די מאטעריאל פון אט די מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער קען זיין פון ״קאמפּיוטראָניאם״, וועלכעס איז א חומר וואס די עדווענסד ציוויליזאציעס קענען מאכן, וואס איז די מערסטע עפישענט פאר קאמפּיוטעישאנס; אסאך מער ווי סיליקאן וכדומה.) (דער שרייבער טשארלס סטראס שרייבט אין זיין סייענס-פיקשאן בוך אקסעלעראַנדאָ, אז צום סוף ווערט יעדעס שטערן פון א סאלאר סיסטעם פארוואנדעלטאין צו א מאַטריאָשקאַ מח סארט קאמפּיוטער. און ווי דר. ראַבּערט בּרעדבּורי שרייבט, קען דאס זיין א לעזונג צום פערמי פּאראדאקס: די צייט אפשניט וואס א טעכנאלאגישע ציוויליזאציע קאמיוניקירט ביז אלעס ווערט געפירט דורך די מאַטריאָשׁקאַ מח סוּפּערקאמפּיוטער וואס זיי בויען, איז נישט לאנג. זיי קומען שוין צו צו ווי זיי אליין לעבן גאר לאנג און זענען נאר אינטרעסירט אין שטארקע אינפארמאציע פּראַסעסינג. וכמובן קען געהעריגע לעבן נישט זיין אויף די פּלאנעטן אין דעם סיסטעם איינמאל מ׳נעמט ארום און באדעקט איר זון מיט א מאַטריאָשׁקאַ מח.)

ולפי״ז קען דאס אפשר זיין א רמז בהמימרא של ר״ל בנדרים ח: אז לע״ל הקב״ה מוציא חמה מנרתיקה צדיקים מתרפאין בה ורשעים נידונין בה וכו׳ ע״ש. והיינו, אז ווען/אויב מ׳קומט צו צו א העכערע לעוועל פון ידיעה און ציוויליזאציע, ״צידקות״ ו״צדיקים״, דאן קענען זיי נוצן דעם חמה צו טאקע סימיולעיטן און שאפן אנדערע וועלטן ועולמות, דורכ׳ן דאס נוצן פאר א מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער. וואס די קאמפּיוטער אליינס קען זיי העלפן בסתם אויף טיפערע דעת.

***

דר. וויליאם לעין קרעיג טענה׳ט אז פאר אויפגעוואוזענע פאקטן ממש וכדומה, קען א מענטש טאקע נישט וועהלן בבחירתו וואס צו גלייבן. אבער לגבי זאכן וואס קענען זיין אזוי צי אזוי מער-ווייניגער בשווה, קען א מענטש יא. ועיין בדברי הרב דר. י״ד סאלאווייטשיק.

***

ולגבי דעם אז בע״ח׳ס קאַנשׁעסנעס קען זיין בתענוג כעין אויף א סייקעדעליק טריפּ כל חייהם, אפגעזעהן פון וואס ווערט געטוהן צו זיי און ווי זייערע אינסטינקטס ארבעטן, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דאס וואס דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״א פע״ג:
שאם ידעת הנפש וכוחותיה והתאמת לך בה כל דבר לפי אמיתת מציאותו, הנה תדע כי הדמיון נמצא לרוב בעלי החיים (אמנם בעלי החיים השלמים כולם, רצוני לומר אשר להם לב, מציאות הדמיון להם מבואר), ושהאדם לא הובדל בדמיון.
עס איז נאר כח השכל וואס דער מין האדם איז מובדל מבע״ח. (ועיין בשמונה פרקים פ״א.)

און די סייקעדעליק הנאה ותענוג קומט (לכאורה) פון דאס סאָפּרעסן חלק השכל און נאר ארויסברענגען דעם חלק המדמה.

מי אני » זונטאג יוני 30, 2024 6:06 pm

· #566864
די ענטראפּיק מח
לגבי דעם אז דאס אז בע"ח האבן (לכאורה) א נידעריגערע לעוועל פון קאַנשׁעסנעס, באדייט דאס אז זיי האבן מער תענוג וכעין א סייקעדעליק סטעיט (אזוי ווי תינוקות), איז מערקווידיג צוצוצייכענען די שטודיע וועלכע שטעלט פאר א ניוראלאגישע מאדעל, אז ווי מער ענטראפּי די מח האט, והיינו נידעריגערע לעוועלס פון קאַנשׁעסנעס און אינטעלידזשענס וואס אט דאס איז דאך מער אומ'סדר, אלס מער איז מען אין א סייקעדעליק סטעיט; אט דאס איז וואס סייקעדעליקס ברענגען צו דעם מענטש צו במוחו (דורכ׳ן נידערן די אקטיוויטעט און קשרים מיט׳ן מיִדיִעל טעמפּאָרעל לוֺיבּ און דעם דיפאָלט מוֺיד נעטווארק/DMN ראיאן אינעם מח, וועלכע נעמט אויף דאס מערסטע ענערגיע, און דארט איז לכאורה דעם פרוידיען איִגאָ און דאס ״זעלבסט״). און דאס איז דאך (עכ"פ בדרך כלל) א סטעיט פון הויך תענוג. ווי זיי שרייבן:
This article takes the view that the mind has evolved (via secondary consciousness upheld by the ego) to process the environment as precisely as possible by finessing its representations of the world so that surprise and uncertainty (i.e., entropy) are minimized. This process depends on the ability of the brain to organize into coherent, hierarchically-structured systems (Bassett et al., 2008; Friston, 2010), critically poised between order and disorder (Friston et al., 2012b; Schwartenbeck et al., 2013). In contrast, in primary states, cognition is less meticulous in its sampling of the external world and is instead easily biased by emotion, e.g., wishes and anxieties

The phenomenon of “magical thinking” (Frazer, 1900; Subbotskii, 2010; Hutson, 2012) is a potential product of primary consciousness. (A style of cognition in which causal relationships between phenomena are assumed despite an absence of supportive scientific evidence. Examples include superstition, and metaphysical beliefs. Crucially, such beliefs usually honor an emotional sentiment such as a wish (or fear) that something is true.) Magical thinking is a style of cognition in which supernatural interpretations of phenomena are made. Magical thinking is more likely in situations of high uncertainty because there is a greater opportunity for dreaming up explanations that lack an evidence base (Friston, 2010). Wishful beliefs are a classic product of magical thinking because they interpret the world according to what an individual wants to be true (in Freudian terms, they adhere to the pleasure principle). Wishful inferences are quick-fixes that reduce uncertainty but via simplistic explanations that satisfy fancies or desires before careful reason. Another example of magical thinking is paranoia; in this case, an individual jumps to negative conclusions about a situation, even in the face of contradictory evidence, because to do so effectively suspends uncertainty while providing some narcissistic satisfaction. The popularity of magical thinking also suggests that there is some enjoyment in uncertainty, perhaps because it promotes imaginative and creative thinking — and that this is associated with positive affect

According to the entropic brain hypothesis, just as normally robust principles about the brain lose definition in primary states, so confidence is lost in “how the world is” and “who one is” as a personality
📎 IMG_7678.jpeg ולכן איז טאקע הרמז אז די קללה ויללה בא על האדם כשאכל מעץ הדעת - ווען ער איז צוגעקומען לכלל דעת און ווייניגער ענטראפּי במוחו, איז ער צוגעקומען לכלל מכאוב. (און ווי זיי ברענגען צו פון פרויד, איז די קאַנשׁעסנעס פון די אור-עלטערן פונעם מין האדם געווען כמו בחלום.)

זיי זאגן אויך אז ביים מין האדם איז מקודם במוחם טאקע געווען מער ענטראפּי ווי ביי בע״ח, און ערשט דערנאך טוהט דאס זייער מח סאָפּרעסן. ונמצא מזה אז בע״ח זענען נישט אין א סייקעדעליק סטעיט ווי מענטשן וועלכע זענען אונטער דעם איינפלוס.

און מ׳קען אפשר זאגן א רמז דערין אז וויבאלד מ׳טרעפט (ב״ק קב.) אז אין סדר למשנה (בתרי מסכתות כששנה אותם מעיקרא) ע״ש, איז לכן (ב״ב עט.) אמר רב דימי א"ר יונתן כל הפורש עצמו מדברי תורה נופל בגיהנום ע״ש. ווייל ביי תורה טרעפט מען דעם געדאנק פון ענטראפּי ואי-סדר, אשר מאי-סדר בא הענין של תענוג הסייקעדעליקס. (ולאידך גיסא אז א ״שלעכטע טריפּ״ איז דאס גיהנום, איז די רמז בהפסוק, איוב י כב, ארץ עפתה כמו אופל צלמות ״ולא סדרים״ ותופע כמו אופל. וואס ״צלמות״ איז דאך הגיהנום כדאיתא בעירובין יט.)

ולגבי דעם אז ״ג-ט״ קען זיין די געדאנק פונעם ״קאלעקטיוו אָנקאַנשׁעסנעס״, שרייבן זיי:📎 IMG_7680.jpeg זיי ענדיגן צו מיט די מימרא פון קארל יונג:
Man’s worst sin is unconsciousness
ואולי איז עס די פארלוסט דערפון פונעם זיין ביי די סטעיט ווען ממש ביים באוואוסטזיין. ועיין כאן בדבריו.

***

לגבי דעם געדאנק פון משווה זיין דעם קאנצעפּט פון ״ג-ט״ מיט ״אַיִן הגמור״ (וועלכעס א מענטש קען פונקט אזוי נישט משיג זיין), ברענגט דאס דער קאמיקער פּיִט האָלמס ארויס (מיט אָווערסימפּליפיקעישאן) ע״י הומאר.

***

‏ווערנער הייזענבערג האט צוגעברענגט פון ניעלס בּאָהר:
I feel very much like Dirac: the idea of a personal God is foreign to me. But we ought to remember that religion uses language in quite a different way from science. The language of religion is more closely related to the language of poetry than to the language of science. True, we are inclined to think that science deals with information about objective facts, and poetry with subjective feelings. Hence we conclude that if religion does indeed deal with objective truths, it ought to adopt the same criteria of truth as science. But I myself find the division of the world into an objective and a subjective side much too arbitrary. The fact that religions through the ages have spoken in images, parables, and paradoxes means simply that there are no other ways of grasping the reality to which they refer. But that does not mean that it is not a genuine reality. And splitting this reality into an objective and a subjective side won't get us very far

מי אני » מאנטאג יולי 8, 2024 11:08 am

· #567568
דר. מיכה יוסף בארדיטשעבסקי ברענגט צו פון זלמן עפשטיין:
״היהדות ההיסטורית אינה דת” – הוא אומר באחד ממאמריו האחרונים – “יהדות של לכתחילה ויהדות של בדיעבד” (ב“השילוח”) – “היא אינה אמונה במובן הדוֹגמַטי המצוּמצם; היהדות היא העממיוּת של עם ישראל, היא הצורה המיוחדת של חיי הרוח והמוסר, שנסתגלה לעם ישראל בתור קנין עצמי יסודי”. ועדיין אין אָנוּ יודעים, איזו היא הצורה המיוחדת, האם עמוס או תורת־כוהנים, ישעיהו או עזרא, ד' אמות של הלכה או – הזוהר…

‎“צריכים אנו להבחין – הוא אומר במאמרו “היהודים והיהדות” (שם) – שלא הרי אלהי ישראל של דויד בן ישי כאלהי ישראל של עקיבא בן יוסף, ומאלהי ישראל של האחרון עד אלהי ישראל של משה בן מימון בודאי גם כן רב המרחק; ובהגיענו אחר־כך למשה בן מנחם ולנחמן קרוֹכמַל – עוד יגדל המרחק יותר ויותר. אבל במרכז החיים הישראליים הלאומיים עמד תמיד בעיני גדולי האומה הנקוּבים בשמותיהם ואף בעיני האומה עצמה, שקיבלה מהם השפּעה בלא שינוי ובלא תמוּרה – אותו הספר העתיק, יליד הגזע העברי הקדמוני…” והוא שוכח, כי יחד את הספר העתיק הזה הגיעו אלינו עוד ספרים רבים, שעמלו להתישב במקומו וגם התישבו.
ועיין לעיל.

***

דר. פּראַנאַי סאַנקלעטשאַ שרייבט:
The basic idea of analytic philosophy when it was first propagated was simple. At its core, it consisted of G. E. Moore’s favourite question. Someone would say something like: ‘Being is indivisible’, and Moore would ask, ‘But what on earth does that mean?’ To put this in more theoretical terms, the big idea behind analytic philosophy was to replace metaphysics with linguistic analysis. Advocates of this ‘linguistic turn’ believed, in Richard Rorty’s words, that ‘philosophical problems are problems which may be solved (or dissolved) either by reforming language, or by understanding more about the language we presently use.’ The way to make progress on the question of God’s existence was not to find more arguments for and against Her existence. Rather, one made progress by investigating what it meant to say ‘God exists
ער שרייבט לגבי לימוד פילאזאפיע בכלליות:📎 Philosophy.jpg ***

לגבי די געדאנק איבער'ן נוצליכקייט פונעם מו"נ כהיום, שרייבט זלמן עפּשטיין:
בודאי, הרמב“ם עמד על בסיס המדע של זמנו ותקופתו, ואחרי עבור זמן של שמונה מאות שנה אי-אפשר, כי יצירתו של הרמב”ם תשאר בכל כחה והשפעתה של ימיה הראשונים. פני העתים במשך הזמן הארוך הזה כל-כך נשתנו, אפני המחשבה המדעית ותפיסת ההויה כולה קבלו צורה כל-כך חדשה, עד שהאדם המודרני אינו יכול עוד למצוא ביצירתו של הרמב"ם אותו הספוק הרוחני, שמצאו בו הדורות של ימי-הבינים. אך בכל זאת גם היום עוד המונומנט השכלי הכביר הזה מצודד נפשות בכל חסנו ונעמו ועוד היום יש ויש לאיש ישראל מה ללמוד ממנו ובמה להיות מושפע ממנו בהבחנת היהדות בעצם מקורה וכל זרמיה. אמנם איש ישראל בן דורנו אינו יכול להתעכב בצמצום על אותן העמדות, שתפס הפילוסוף, החשבן הגדול, לפני שמונה מאות שנה. בן דורנו יתקדם הלאה ויסול לו שבילים חדשים לבירור אותן הבעיות, שהציג לו המורה הגדול. אבל גישתו של הפילוסוף להבחנת היהדות, אופן ההארה וההסברה של עקרוני היהדות, עמוד-האש של השכל האנושי המבריק, שעל ידו מרים הפילוסוף הנאור את פרוכת המסך של היהדות להסתכל בשפוני טמוני קדשיה ומכמני אוצרותיה הרוחניים, - כל אלה החמודות של הספר הקלאסי הנהדר שמרו עד היום את ערכם הגדול, והספר המפואר עודנו עומד במרכז המחשבה הרוחנית של עם ישראל.
ולגבי שיטתו של פרויד אודות רציחת משרע"ה, שרייבט עפּשטיין:
אחד הפרופיסורים הגרמנים בא בחקירותיו לידי תגלית מעין זו, כי את משה הרגו הכהנים בשיטים על החזיקו בעבודת ה' לפי מושגי הנביאים והתיחסו בשלילה לעבודת הקרבנות, וע”ז יאמר הנביא הושע (ה ב) “ושחטה שטים העמיקו” – אל תקרי “שטים” אלא “שיטים”, והשתא הכתוב המוקשה עולה יפה וגם אחריתו של אדון כל הנביאים התבררה כל צרכה.
ער איז קובל אויף די מבקרי המקרא הקיצונים, וועלכע האבן, לדוגמא, אָנגענומען אז הוי' ‏קומט מעיקרא פון ארץ אדום. וכדומה:
שמעון ברנפלד, בספרו “מבוא לכתבי הקדש”, עשה את התורה לחולין גמורים. את כל קדושתה, את כל אצילותה פשט ממנה. קדשי האומה הם בעיניו כקליפת השום והוא דורך עליהם ברגל גאוה ושם אותם לעפר ואפר. השם “הויה” (יוד, הא, וו, הא) היה תחלה אלהי אדום ורק אח“כ היה לאלהי אברהם, יצחק ויעקב, או לאלהי ישראל. יש השערה, כי בארון ברית ה' היו מונחים צלמי המולך. יהודה היה שייך בראשיתו לשבטי אדום, וכן עוד שבטים לא היו שייכים לשבטי ישראל, ובתוכם גם שבט לוי. ספורי התורה על יעקב ועשו, יהודה ותמר, מכירת יוסף וכו' אינם גם אגדות עממיות, רק יצירות ספרותיות של פייטנים. אין אפילו נדנוד של אפשרות ליחס את התורה, הן בצורתה הנוכחית והן ביסודותיה למשה או לזמנו. אין שום פרשה בתורה, שנאמר עליה, כי היא שייכת למשה. את השבת קבלו בני ישראל מן הכנענים יושבי הארץ. כל אסמכתא של מנהג דתי למאורע יציאת מצרים שייכת לזמן מאוחר. ואם הנביא מיכה מזכיר יציאת מצרים ובלק מלך מואב – אין אלו דברי הנביא אלא הוספה מאוחרת. ספור הכיבוש בספר יהושע ברובו אינו אפילו מסורת אגדה, ורק בדותא בעלמא היא. השיחה של אלהים עם משה במראה הסנה נגמרת “בשיחה בטלה וגסה ובפטפוט דברים”. במובן ידוע נוכל לסמן את אליהו בתור יוצר היהדות. אישיותו של משה, אשר על שמו נקראת התורה, אינה מחוורת בהיסטוריה. היא בעקרה אגדה. אפשר כי לבני שבט הלוי היתה איזו מסורת היסטורית או אגדה ע”ד משה, וזו נתפשטה אח“כ בישראל. אפשר, כי משה היה נביא בא”י כשמואל. כל שלשלת היחוס של הכהנים אחרי אהרן היא זיוף והמציאות אחרי דורם של עזרא ונחמיה. הפסח היה קרבן עממי, אך לא זבח דתי. ברי כי איסור אכילת חמץ נאמר אחרי עזרא ונחמיה, ולאותו הזמן שייכת גם פרשת יציאת מצרים (“החדש הזה”) בספר שמות. ההיסטוריה המקראית נתבססה על יסוד בבלי, ומסדר התורה עשה את ספורי האבות, שבעיקר הם ספורי אגדה או יצירות פיוטיות, היסטוריה והמציא להם סדר כרונולוגי. אליהו הנביא אפשר שהיה מבני אדום, שג"כ עבדו את “הויה”. בכל אופן ספור מעמד הר סיני מאוחר הרבה מספורי אליהו. הספרים שבמקרא לא היו תיכף לכתיבתם קודש, אלא ספרי מקרא לעם, וכל אדם העתיקם לעצמו או לאחרים והוסיף ושינה וגרע לפי רוחו. עיקר ברכת משה לפני מותו נוסד באפרים, בימי ירבעם בן יואש. בדור עזרא ונחמיה נתנה תורה לישראל, אבל לא אותו ספר התורה שבידינו, פרשת קרח, פרשת יום הכפורים ופרשת פסח שייכות לדור אחרי עזרא ונחמיה, אם יש רשימה קדומה “ויהיה בנסוע הארון ויאמר משה”, הנה יחוס המאמר הזה למשה הוא ודאי מזמן מאוחר יותר. מהספור בעגל נראה, כי מחבר הספור לא סבר כי אהרן היה אח למשה, יען אהרן אמר: אל יחר אף אדוני. כל המקראות, שנזכר בהם שם אהרן, אינם מגוף הספר, ורק הוספה מאוחרת הם.

על פי הלקוטים האלה, שנלקחו אות באות מספרו של ברנפלד, אפשר כבר לשפוט, איזו צורה מקבלת אצלו התורה כולה. ובאיזה זלזול באה ההרצאה! ובשדדו מהתורה את כל קדושתה ויציבותה, הנה ברוגז רחם זכר, ומשמיע לנו אגב אורחא במקומות אחדים מספרו, כי המוסר החברותי (ככה הוא מדגיש: החברותי) הוא היצירה המקורית של ישראל ועל ידה זכה להיות עם עולם.

שמעון דובנוב, בספרו “דברי הימים לעם ישראל”, כותב שהאבות אברהם יצחק ויעקב לא היו ולא נבראו. אלה הם רק פרצופים אגדיים בבחינת סמלים של תנועות היסטוריות מסוימות. עיקרי השבטים נתהוו על אדמת כנען, טרם שירדו בני ישראל מצרימה; ולא כל העם ירד, אלא משפחות אחדות בלבד, ויתרן הוסיפו לשבת על גבול כנען. עצם אישיותו של משה, אם כי אינו אגדי, הוא צורה מעשית של מחוקק (כלומר: חקוי. הכותב) בצורתו של המורפי מלך בבל, שחי כמה מאות שנה לפני משה. המורפי מצויר במצבת הזכרון בתבנית אדם המקבל את החקים מידי האל “שמש”, ומשה מתואר כנושא “לוחות העדות” מראש הר סיני מאת האל “הויה”. כאן ושם בולטים דברי אגדה בתיאור הפרטים, אבל עצם הענין ופעולתו – היינו הך. אפשר, שמתוך קורבתו של משה לחותנו, שהיה כהן אלהי סיני, השוכן בראש ההר בעמוד אש וענן, בא משה לידי החלטה לבחר בהר קדוש זה למקום גילוי שכינה.

ב“ספר המתים” המצרי, שנתחבר במאה הט"ז לפני ספירת הנוצרים בערך, אנו מוצאים צד דמיון לעשרת הדברות שבתורה. יתכן, שכתב היתדות היה חכמת סתרים של כהני ישראל, ואולי זוהי כוונת הכתוב: והלוחות מעשה אלהים המה והמכתב מכתב אלהים הוא חרות על הלוחות. אלהי סיני הוא מחובר למקומו ורק עם כיבוש הארץ והתאחזות העם אף “הויה” קובע משכנו בארץ זו. העם ברא את אלהיו בצלמו-הוא.

שלש רגלים נלקחו מפולחן האדמה של הכנענים, ורק הכהנים והנביאים במרוצת הזמן הוסיפו לשלשת הרגלים את ערכם הלאומי. אפילו בחג הפסח עדיין לא היה משום “זכר ליציאת מצרים”, ואפילו מצות בחג זה לא היו אלא כמין סמל לתבואה שנתבכרה ונאפתה בחפזון עוגות מצות. ואם ב“ספר הברית” הקדום (שמות כ"ג) עוד נאמר הטעם ההיסטורי של חג הפסח, “כי בחדש האביב יצאת ממצרים”, אפשר שהוא כאן רק תקון סופרים, כדי להתאים את המנהגים לרוחו של ספר דברים. לחג היסטורי נעשה הפסח רק מימי יאשיהו המלך. לשבת היה בראשונה, לפני תיקון התורה ע“י הכהנים, רק טעם כלכלי גמור. מצות המילה היא מנהג ימים קדומים, כתריס בפני מחלות המין המצויות באקלים החם. וכן ציצית של ארבע כנפות הבגדים והטוטפות על המצח והמזוזות על המשקופים, השתמשו בהן כתריס בפני הרוחות הרעות, ורק אח”כ נהפכו לדברים שבקדושה.

קרובה לודאי היא ההשערה, כי הפרשיות הקדומות שבספר התורה נתחברו בימי דוד ושלמה ועיבודן הספרותי נעשה בסוף הבית הראשון. לשם מלחמה בפולחן העגלים של ירבעם בן נבט נתחבר הספור הקנאי ע“ד עשיית עגל הזהב במדבר והקצף הגדול של משה ואלהים על מעשה רע זה. פרק זה היה יכול להכתב ע”י אחד מסיעתו של הנביא הושע, בעל המשא הנלהב על “עגל שמרון” אשר יהיה לשבבים.

מי אני » מוצ"ש יולי 13, 2024 11:36 pm

· #567963
לגבי דעם געדאנק וואו "אמת" איז ר"ת א'מונה מ'צות ת'ורה, און מ'דארף אלע דריי, ווייל אָן אמונה איז דאס "מת", קען מען זאגן אז דער מהר"ל שרייבט בנתיבות עולם (נתיב האמת פ"א):
ואל יאמר האדם כי אף אם משקר מעט הלא הרוב הוא האמת, שאין הדבר כך כלל רק כאשר סר דבר מעט מן האמת הוא שקר, ולכך אם תסיר האל״ף מן "אמת", אף שהא׳ הוא אחד בלבד, נעשה ממנו "מת" הפך האמת, כי האמת הוא מקוים כמו שיתבאר בסמוך גבי אתרא דשמיה קושטא, ומיד שהוסר דבר מן אמת אין קיום לדבר ההוא והוא מת
ונמצא מזה אז ביי ידיעת ואמונה בהקב"ה, איז דאך אלעמאל דא בהכרח דעם "סר דבר מעט מן האמת", דאי אפשר לעמוד על אמיתת הקב"ה, ונמצא אז עס גייט אלס ביי דעם פעהלן דעם א' פון "אמת".

ער ברענגט דארט אויף ארויס אז וויבאלד הקב"ה איז מוכרח המציאות, משא"כ אלעס אנדערש איז נאר אפשרי, איז ער דער עיקר "אמת".

***

‏דא רעדט דר. קלעי ראַוּטלעדזש איבער מיני אטעאיסטן און וויאזוי עס זענען דאך דא השוואות צווישן וויאזוי זיי און טעאיסטן טראכטן, אין טערמינען פון אובערנאטורליכע מאדעלן איבער די וועלט.

‏דא זאגט דר. ניעל דיגרעס-טייסאן אז די איינציגסטע ״איסט״ ער איז (און מ׳זאל זיין) איז א ״סייענטיסט״; אָן די בּעגעדזש פון אנדערע פילאזאפיעס כגון ״אטעאיסט״ או ״טעאיסט״. (ולכאורה להוציא ג״כ מסייענטיזם.)

***

לגבי בּיהעיוויאריזם אין דעם אלעס, איז איטרעסאנט צו באמערקן אז די אקאדעמישע פאפיר ברענגט ארויס אז דער רמב"ם, אין זיין הקדמה צו פ' חלק, נוצט די געדאנק פון פּאזיטיווע ריענפארסמענט.

***

עס איז באקאנט אז פּאנטעאיזם איז די דאקטרין אז ״נאטור = ג-ט״ והיא הוא, זיי זענען איינס און דאס זעלבע. פּאנדעאיזם איז די דאקטרין אז בעת הבריאה האט זיך ג-ט מבטל געווען בתוך הבריאה און דערנאך איז היא הוא. דא האב איך צוגעברענגט לגבי דעם ״טויט פון גאט״ געדאנק:
מי אני #
אז מ׳דערמאנט די געדאנק אז עס איז נמנע אף מהא-ל צו באגיין זעלבסטמארד און זיך אליינס פארטיליגן, האב איך אויבן צוגעברענגט דעם רמב״ם במו״נ ח״ג פט״ו אז לדידן איז דאס אז ג-ט זאל זיך מגשם זיין אויך מכּתּ הנמנעות משא״כ להנוצרים איז עס נישט נמנע, און איז דאך א חלק פון זייער גלויבונג בישו. איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן אז דער קריסטליכער טעאלאג דר. טאמאס אלטיזער האט געהאלטן, און גאר פון א קריסטליכער טעאלאגישע פּערספּעקטיוו, אז גאט האט זיך ממש און ליטעראל זעלבסט-פארטיליגט ביי הריגת ישו, וואס דאן איז גאט געווארן פשוט איינס מיט נאטור כשפינאזע און נישט מער. און דאס איז נישט אין א מעטאפרישן זין אזוי ווי מאמרו של ניטשע, נאר ממש. און ווי ער שרייבט:
To confess the death of God is to speak of an actual and real event, not perhaps an event occurring in a single moment of time or history, but notwithstanding this reservation an event that has actually happened both in a cosmic and in a historical sense
‏(דאס דערמאנט א משהו פון הרב דר. מיכאל אברהם׳ס שיטה אז בהעבר איז טאקע געווען א התערבות מהאלקים בהעולם, אבער כהיום האט זיך ג-ט אפגעזאגט דערפון זייענדיג אז דאס מענטשהייט דארף שוין צו זיין גענוג מעטשור זיך אליינס אַן עצה צו געבן לפי חקי הטבע המנהלים את העולם.)

לויט דער רמב״ם וקהל מאמיני ישראל איז אזא זאך מכּתּ הנמנעות אף להא-ל. ביי די נוצרים, וואס דארפן צוקומען צו הגשמה בתוך דתיהן ואמונתן, קען אויסקומען אז זיי זאלן אָננעמען אז דאס איז יא מכּתּ האפשרי פאר א כל יכול המחוייב המציאות.
דער דייטשער פילאזאף פיליפ בּאַץ/מיינלאנדער האט דאס גענוצט, עכ״פ אלס משל, לגבי די בריאה. והיינו, אז די בריאה על הכלל ציהט ווי מער זיך מדמה זיין לְקוֺנָהּ מיט דעם און זוכט צוצוקומען לאַיִן, אזוי ווי ״גאט״ וואס איז געווארן, אדער ווערט צוביסלעך, ״אַיִן״ דורך די בריאה, וועלכע גייט אויך צוביסלעך ‏אהין לאַיִן. דאס טויט ואפס איז דאס שטרעבונג פונעם לעבן און היקום כולה, און וואו זי זוכט אָנצוקומען.

דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס אַרטור שׁאָפּענהאַוּער, וועלכער איז געווען א שטארקער איינפלוס אויף מיינלאנדער, האט געזאגט אז דער מענטש פיהלט דאס בעסטע ווען ער איז קרוב למיתה ואַיִן, והיינו פאר ער שלאפט איין (וואס דאס איז דאך אחד מששים במיתה כבברכות נז:). וויבאלד דאס איז די ״רצון״ פון היקום כולה. דאס איז תכלית הבריאה - דאס איז וואס ג-ט האט ״געוואלט״ און איז די סיבה פארוואס ער האט באשאפען די וועלט; ווייל אנדערש איז עס מן הנמנע פאר אים אָנצוקומען צו די מטרה.

ועיין כאן איבער די לאגיק וכו׳ פון מיינלאנדער׳ס שיטה.

‏מיינלאנדער איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים דערין, און ער האט זיך אליינס געהאנגען, נאכ'ן דרוקן זיין בוך.

מי אני » פרייטאג יולי 19, 2024 5:17 pm

· #568344
מרת. דעיוויס
די טיעפע (מיני)סעריע מרת. דעיוויס (פון דעימאן לינדעלאף), רירט אָן, צווישן אסאך אנדערע, אויף די געדאנק פון וויאזוי יעוד האנושי וואלט אויסגעקוקט אויב א גאר גאר אַמנישיענט פארגעשריטענע AI וואלט ארויסגעהאט פונקטליך פונקטליך יעדעס מענטש, אים געגעבן אלעס וואס ער וויל און דארף, און קאמפּליצירטערהייט אים געשיקט אויף ריין קוועסטס און געימס געאייגענט פאר אים (און די קאמפּלעקסיטי דערין ווי אזוי עס איז זיך מקשר צו אנדערע מעעטש׳ן געימס, און אלעס למען איר אַבּיעקטיווע מטרה). עס רירט אויך אָן אויף די געדאנק פון ווי א גאט וואלט ל״ד געוואלט זיין לעולם, ווי אויך אויף הרב דר. מיכאל אברהם׳ס געדאנק פון די צורך פאר׳ן מענטשהייט פון (א) ג-ט׳ס התערבות בהעולם למען המענטשהייט (בנוסף סתם אזוי צו וויאזוי דאס מענטשהייט אינעם דור איז תלוי בטעכנאלאגיע אזוי ווי איר גאט וואס טראכט און טוהט פאר איר). ווי אויך אויף די געדאנק אז די ווערד וואס א זאך ומטרה האט, איז ווייל מענטשן מאכן אפ אז די מטרה האט א ווערד. (ווי אויך רירט דאס אָן אויף די שאלה צי דער מענטש וואלט דוקא געוואלט חיי נצחיים ווען ער איז טאקע שוין פריי מדאגות הצרכיים.) ובכלל רירט דאס אָן ווי א קאמפּיוטער גאט קען אפירקומען בטעות. און אונזער עתיד מיט AI, וועלכע קען זיין אביסל א דיסטאָפּיא ואפילו טאמער די קשר דערמיט איז באופן פּאזיטיוו.

די סעריע איז אויך שטארק אַבּסורדיסט, אבער בכוונה און גאר גוט געמאכט; עס איז לגמרי סעלף-עוועיר דערפון (און סעלף-עוועירנעס איז אליינס א טרויׂפּ לגבי AI). ולכאורה אויף טאקע ארויסצוברענגען אט דעם ״לוּדיק עטיטוּד״ וואס ליגט אונטער דאס׳ן זיך אונטערנעמען צו שפילן א געים - וואו מ׳איז בהדיא בוחר צו בייקומען מניעות לפי געזעצן וואס מ׳איז מסכים צו, כדי אָנצוקומען צו א מטרה וואס מ׳דארף נישט און מ׳וואלט ווען געקענט אָנקומען אסאך גרינגער ווען נישט די אייגן-מסכים געווען מניעות. (און דאס קען זיין דאס גאנצע לעבן על הכלל.)

‏עס איז א געוואלדיגע געוואלדיגע טיעפע און לעיערד שׁוֺי. ענליך צו די געוואלדיגע לאָסט/פארלוירן סעריע פון לינדעלאף, אבער אויף סטערוידס. קריעיטיוו גאונות! עס דערמאנט אויך א משהו פון דוד פינטשער׳ס די געים פילם, נאר נאך טיפער און קאמפּליצירטער.

ואגב, די געדאנק זיי געבן צו ישו הנוצרי, וואלט ווען געדארפט גאר אויפרעגן די נוצרים.
📎 IMG_7776.jpeg ובזה אז אי-הגשמת הא-ל האט צו טוהן מיט דעם אז ער איז געווען כביכול נדמה לזכר, איז טאקע מערקווידיג ווי זיי געבן א פעמינין געדאנק צו דעם AI (וואס איז סתם אזוי די קול מ'געבט דאס בדרך כלל בימינו), וואס איז כעין ווי א "גאט" צום מענטשהייט מיט'ן האבן מסדר געווען אירע פראבלעמען און איז זיי מנהיג. דאס רירט אויך אָן אויף דעם צי אויב פרויען וואלטן געפירט דאס געזעלשאפט, צי עס וואלט געווען רואיגער - וכעין דאס אָנפאנג פונעם פוריאָסאַ פילם.

גאר שטארק מומלץ!

עס האט אביסל פּאראלעלן צו אלעקס גאַרלאַנד'ס דעווס מיניסעריע, ווי אויך די פּערזאן פון אינטערעסט סעריע פון יונתן נאָלען (קריסטאפער'ס ברודער).

און אז מ׳רעדט פון דאס אַבּסורדיסט גאנער, איז די נעטפליקס סעריע פון ‏דניאל האנדלער׳ס בוך סעריע לעמאני סניקעט׳ס ״א סעריע פון נעבעכ׳דיגע פאסירונגען״, און אויך די פילם פון בּרעד סילבּערלינג, מומלץ. עס האט אויך א שייכות מיט רעליגיעזע טעמעס, ובפרט בזה וואס דער פייטן טשארלס בּאָדעלעיר האט געזאגט, ״די גרעסטע טריק פונעם שטן, איז צו מאכן מענטשן גלייבן אז ער עקזיסטירט נישט.״


***

דער פראנצויזישער פילאזאף דזשילס דעלוּז האט געהאט געשריבן אז "ג-ט איז א לאַבּסטער". די געדאנק זיינער דערין איז געווען (מער-ווייניגער) אז עס איז דא צוויי קעגנזייטיגע געדאנקען דערין: ווי די יקום, "ג-ט", איז אַן אחדות הגמור של הכל, און ווי דאס/ער איז אבער אינדיווידועיטעד אין די פרטיות'דיגע חלקים פון די יקום. וממילא איז די געדאנק פארכאפט אין די צוויי פּינסערס פונעם לאַבּסטער. ווי דר. דזשאן פּראטעווי איז דאס מסביר (באריכות), איז דאס איז מקושר צום בליק איבער מהו "הטבע" (ומטרתה), ובהגדרת "אָרגעניזם". (דאס רירט שוין אָן צום געדאנק פון פּאנטעאיזם.):
The key for understanding how the organism is the judgement of God for Aristotle, Kant and Deleuze is to unearth the connections in their thought of biology, theology and politics. In a word, to think nature. But nature is conceived differently in the three thinkers, and thus so will God be, for the question of God is inextricably linked to the question of nature. For Aristotle, nature is unidirectional: it is oriented to the best, to self-direction, autarkeia. Deviation from this natural striving for self-direction is unnatural: it is monstrosity, femininity, slavishness. Thus for Aristotle, the god, the most perfectly realised instance of self-direction, is the prime mover of cosmic locomotion and its lesser analogue, species reproduction, and is also the model for organismic unity. For Kant, nature is the field in which mechanism and purposiveness must be reconciled via the thought of an architect God. For Kant, God is the architect whom we must presuppose to understand the self-organising unity of part and whole in nature and in the organism. For Deleuze, nature is the abstract machine of stratification and destratification, or, in another formulation, coding/overcoding/decoding. There is a double direction to Deleuzean nature, towards unity and towards dispersion, towards capture and towards escape. For Deleuze, however, God is a lobster, the double-pincered abstract machine of natural stratification, and thus part, but only part, of nature. It is precisely this restriction of God to a part of nature that constitutes Deleuze’s break with the tradition represented by Aristotle and Kant, and that enables his critical stance (in the technical sense of critique as separation of the discourse of production from the discourse of products) towards the theo-bio-politics of the organism as judgement of God
ולגבי סיידקעדעליקס ונבואה, האט דער פראנצויזישער פילאזאף זשאן-פּאָל סאַרטרע טאקע געזעהן שרעקעדיגע לאַבּסטערס אויף א שלעכטע טריפּ ער האט געהאט אויף מעסקאליִן.

***

איך האב געקלערט אז דער אלשיך הק' שרייבט (פ' שלח), בשם ספר לבנת הספיר, אז דאס וואס די גמרא זאגט (ר"ה יז:) לגבי די יג מדות אז "כל זמן שישראל חוטאין יעשו לפני כסדר הזה ואני מוחל להם", אז דאס איז להורות אז עס איז נישט גענוג דאס "זאגן" די מדות, נאר עס פעהלט אויס אז דער מענטש זאל זיי "טוהן" ע"ש. דער פנים יפות (פ' כי תשא) שרייבט אז דאס וואס איינע פון די מדות איז "א-ל" ווייזט אויף דעם אז עס איז גענוג דאס זיי "זאגן", וויבאלד מ'קען דאך דאס נישט "טוהן", והיינו "א-ל הורית לנו לומר שלש עשרה". אבער ער פרעגט דערויף אז מ'זעהט דאך (מגילה יט:) אז יעקב אבינו איז יא צוגעקומען צו מדריגת "א-ל", ונמצא מזה אז עס איז נישט קיין ראיה ע"ש. (ועיין בלב אהרן פ' בלק, שהביא ראיה מהא דשם הוי' ב"ה נחשבת כמדה, כדאיתא שם בר"ה בתוד"ה שלש בשם הר"ת, וזה בוודאי אי אפשר לשום אדם להיעשות, וממילא מוכח שהענין בהמדות הוא לאומרם ע"ש.)

האב איך געקלערט אז דאס איז די רמז בזה לפי ענין האשכול הלז. והיינו, אז די געדאנק פון "א-ל" וכו', איז אויך תלוי בהסכמת בני אדם און אין זייער שפראך מה שהם אומרים וקובעים. און וויבאלד, פון אַן אבּיעקטיווע שטאנדפונקט, איז אבער פאר שפראך אי אפשר לעמוד עליהן "ולאומרן", איז די עיקר טאקע וואס מ'טוהט "במעשה" בּיהעיוויארילי.

***

זעהענדיג די בילד, האב איך געקלערט עפי״ז א קליינע רמז בהגמרא בב״ב עד. תא אחוי לך היכא דנשקי ארעא ורקיעא אהדדי:📎 IMG_7607.jpeg והיינו, אז אויב געב איך אריין 1, ״אחד״, אלס אַן אינפּוּט צו די אינווערס טריגאנאמעטריק פאָנקשען [אַרק] פון סיין (אדער אז איך געב ״אַיִן״, 0, אלס אַן אינפּוּט צו די אינווערס טריגאנאמעטריק פאָנקשען פון קאָסיין), גייט דאס ארויסגעבן אלס אַן אַוּטפּוּט 90⁰. וידוע אז די ר״ת פונעם פסוק (תהלים צו יא) י׳שמחו ה׳שמים ו׳תגל ה׳ארץ איז די שם הוי׳ ב״ה. והיינו הרמז אז ווען מ׳דרייט אזא סארט בילד 90⁰, וואס דאס בארונו מען דורך אַן אינפּוּט פון ״אחד״ (אדער ״אַיִן״), דאן קומען זיך צוזאמען בנשיקה השמים והארץ, וואס די צאמקום איז מרמז לשם הוי׳ ב״ה. (און דאס שטייט דארט בב״ב אחרי שהראה לו הטייעא לרבב״ח בלועי דקרח, ופירש הרשב״ם שהיה בר״ח ע״ש. וואס אויף ר״ח ניסן, דעם ראשון שבחדשים, דערמאנט מען דעם פסוק והוא הצירוף של חודש ניסן. והשיר של יום שני, שבו נחלקו השמים והארץ, איז מהבני קרח.)

***

לגבי די עקסטעטיק העלוּסינעטאָרי סטעיט פון נבואה, שרייבט דער רד״ק אויפ׳ן פסוק (שמואל א יט כד) ויפשט גם הוא בגדיו ויתנבא גם הוא לפני שמואל ויפל ערם כל היום ההוא וכל הלילה על כן יאמרו הגם שאול בנביאים:
כי בבא הנבואה על האדם יתבטלו הרגשותיו ויפול האדם, כמו שאומר בבלעם (במדבר כד ד) נופל וגלוי עינים, ואמר בדניאל (י ט) ואני הייתי נרדם על פני ופני ארצה. ופעמים יקרה שיפשט בגדיו מפני רוב ביטול הרגשותיו ומחשבותיו הנפשיות, וישאר בכח השכל לבדו.

***

א וויץ לגבי די ליידיגע סעט:📎 IMG_7785.jpeg ובסתם לגבי די קשר בין מאטעמאטיקס לטעאלאגיע:📎 1.jpg און ווי אלעס בנאטור איז מאטעמאטיקס:📎 2.jpg

מי אני » פרייטאג יולי 26, 2024 12:24 am

· #568832
פאלשע וועקיוּם דיקעי
לגבי די געדאנק וואו די יצור און ענין פון ״ג-ט״ ציהט לכליון ואַיִן, איז ידוע אז אין קוואנטום פיזיקס ״זוכן״ די פּאַרטיקלס אָנצוקומען צום נידעריגסטן ענערגיע סטעיט וואס עס דערלאזט די קוואנטום פיעלד אין וואו די פּאַרטיקלס געפינען זיך. עס איז יתכן אז פּאַרטיקלס זאלן זיך געפינען אין א נידעריגן ענערגיע בתוך דעם פיעלד, אבער עס איז שייך נאך נידעריגער; זיי זענען אין א פאלשע וועקיום. די פּאַרטיקלס דארפן אבער האבן מער ענערגיע אריבערצוגיין אזא סארט בּעריער אָנצוקומען צום נאך נידעריגערן ענערגיע סטעיט וואו זיי קענען ליגן. עס קען זיך אבער מאכן דורך די פענאמענאן פון קוואנטום טאָנעלינג, אז א פּאַרטיקל זאל דורכגיין די בּעריער. איינמאל דאס פּאסירט, וואס דאס רופט זיך פאלשע וועקיום דיקעי, וועט די בּאָבּל פון א מער סטאבּילן ענערגיע סטעיט זיך נעמען פאאשפרייטן און איבערנעמען די פאלשע וועקיום ביי די שנעלקייט פון ליכטיגקייט. 📎 IMG_7800.jpeg עס איז יתכן אז די היגס פיעלד, וואס דערינען זענען די פּאַרטיקלס וועלכע געבן מאסע און דערלאזן די יקום ווי אונז ווייסן זי, איז אין אזא סארט פאלשע וועקיום. ולכן, איז בעצם שייך אז דאס זאל דיקעיען צו א מער סטעיבּל סטעיט, וואס דאס וועט חרוב מאכן די יקום. 📎 IMG_8527.gif ולפי דעם אז די גאנצע יקום ציהלט צו אַיִן, קען מען אולי זאגן א רמז בברכות לב.
מבלתי יכולת ה' (במדבר יד טז) יכול ה' מיבעי ליה אמר רבי אלעזר אמר משה לפני הקב"ה רבש"ע עכשיו יאמרו אומות העולם תשש כחו כנקבה ואינו יכול להציל

ואולם חי אני (שם שם כא) אמר רבא אמר רב יצחק מלמד שאמר לו הקדוש ב"ה למשה משה החייתני בדבריך
והיינו, אז טאמער איז דא א תשישת ״כח״, עס גייט צו א קלענערע ענערגיע/״כח״ סטעיט, דאן איז דאס מת היפך ״חיים״. ווען עס איז (ויקרא כו כ) ותם לריק כחכם, דאן איז, ולא תתן ארצכם.

ולגבי דעם אז שם ״אהי-ה״, וועלכע ווייזט אויף אמיתת מציאותו און ההוה של היקום, איז ביסודו מספר ״אך״ שהיא מיעוט, קען מען דאס אולי אויך מרמז זיין אינעם פסוק (תהלים לח יא) לבי סחרחר עזבני כחי. והיינו, ווייל ארום די אותיות ״לב״, ״לבי סחרחר״, זענען די אותיות ״אך״ הקודמות לאותיות ״לב״, וואס ״אך״ איז די שורש פון ענין שם ״אהי-ה״ ומציאות כנ״ל. און די ״אך״ קען אולי מרמז זיין צום ציהל פון מיעוט ואפסה, וואס דאס קען געשעהן דורך ״עזבני כחי״, ביי א פאלשע וועקיום דיקעי און וואו עס גייט צו א ווייניגער ענערגיע/״כח״ סטעיט. ״וחזקני״ נא ״אך״ הפעם הזה (שופטים טז כח).

ואולי קען מען מיט דעם אויך טייטשן (תהלים כט ד) קול ה׳ בכח. ווייל די גמרא זאגט בברכות כח: אז די שמונ״ע ברכות זענען קעגן די אכצן אזכרות במזמור כט בתהלים ע״ש. ונמצא מזה אז די זיבעטע אזכרה אין די מזמור, קול ה׳ בכח, איז קעגן די זיבעטע ברכה של שמונ״ע, וואס דאס איז ברכת הגאולה, וועלכע ווייזט טאקע אויף עסכאטאלאגיע ואחרית הימים; ביז אהין שטייט די יקום אויף דעם אז די היגס פיעלד איז אין א העכערן ״כח״ סטעיט.

‏ועיין כאן וואו כ׳האב צוגעברענגט פון דר. פרענק ווילטשעק אז, פון א פיזיקס פּערספּעקטיוו, קען ״אַיִן״ אליינס זיין אַן אומסטאבּילע קוואנטום סטעיט. ‏ועיין בדברי דר. וויקטאר סטענגער אז די דיפאָלט קען טאקע זיין מציאות, און עס פעהלט אויס פעולות צו ברענגען צו אַיִן.

***

לגבי דעם געדאנק פונעם רמב״ם במו״נ ח״א פנ״ט, אז יתרון החכם איז דאס וואס ער פארשטייט אלס מער תוארים וכו׳ שולל צו זיין פון הקב״ה און פארוואס, שרייבט דער מקור מים חיים ענליך מהבעש״ט בפ׳ נח:
עוד ביאר כי תכלית הידיעה שלא נדע, אמנם יש שני סוגי שלא נדע, אחד שאינו נכנס מיד לחקור ולידע מאחר דאי אפשר לידע, שני שחוקר ודורש עד שידע שאי אפשר לידע, וההפרש בין זה לזה, על דרך משל, שני בני אדם שרוצין לידע את המלך, ואחד נכנס בחדרי המלך ונהנה מאוצרות והיכלי המלך, ואחר כך לא יוכל לידע את המלך, והשני אמר מאחר שאי אפשר לידע את המלך לא נכנס כלל בחדרי המלך, ולא נודע לו כלום, ובזה יובן, ודאי בשניהם משני הסוגים הנ"ל אותי עזבו מלידע לפי שאי אפשר לידע, מכל מקום הלואי אותי עזבו מתוך החקירה והידיעה אחר שתורתי שמרו ודברי פי חכם חן, עד כאן לשונו.

מי אני » דינסטאג יולי 30, 2024 6:53 pm

· #569056
א שטילע פלאץ
מי אני #
א קשיא וואס איך האב אלעמאל געהאט ביים זעהן די סארט פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק פילמס און סעריעס (כגון די 28 טעג שפעטער סעריע, די וואָקינג טויטע טעלעוויזיע סעריע, די מעד מעקס סעריע, און די רעזידענט איִוועל סעריע), איז אז פארוואס ווילן די מענטשן, סיי די פּראטעגאניסטס און סיי די ענטעגאניסטס, לעבן בכלל?! פארוואס ווילן זיי אָנגיין אין אזא מציאות, און זיי שלאגן זיך נאך גאר אָנצוהאלטן מציאותם בה?!
די פילם א שטילע פלאץ: דעם ערשטן טאג איז ממחיש און געבט א שטיקל תירוץ צו די פראגע. אין די פריערדיגע צוויי פילמען אין די סעריע, שטעלט די פרענטשייז אוועק איר עפּאַקעליפּטיק יוּניווערס און סעטינג. דאס איז וואו גאר שטארקע עקסטערע-טערעסטיעל בעלי חיים טורפים זענען אָנגעקומען צו די וועלט. די בע"ח קען מען נישט הרג'ענען, וויבאלד זיי האבן גאר שטארקע נאטורליכע פאנצערס וועלכע קענען ווידערשטיין וואס אימער. די בע"ח זענען גענצליך בלינד, אבער האבן א גאר שטארקע חוש השמיעה (און קענען נישט שווימען). ולכן האבן די מענטשליכע איבערלעבערס זיך אויסגעלערענט צו באגיין גאר שטיל, כדי נישט צו לאזן וויסן די בע"ח וואו זיי זענען און זיי זאלן זיי נישט אטאקירן. אין די פריערדיגע צוויי פילמען, דרייט זיך די מעשה ארום א משפחה איבערלעבערס.

אין די דריטע פילם, וועלכע איז סעט פריער ווען די בע"ח זענען אָנגעקומען צו די וועלט, איז די עיקר פּראטאגעניסט א מיידל וואס הייסט סעם, וועלכע איז שטערבליך קראנק בלי תקוה לרפואה, ועכ"כ אז זי איז אין א האַספּיס. די פילם פאלגט נאך די כאאס וואס פאסירט ווען די בע"ח קומען פלוצים אָן להעולם פון איר פּערספּעקטיוו. עס ברענגט ארויס די יאוש וואס זעצט זיך איין ביי מענטשן, און דאס צאמפאל פון געהעריגע אינפראסטרוקטור, ווען מ'הייבט אָן אנערקענען אז די מצב איז ממש הילפסלאז און דאס (כמעט) אונטערגאנג פון דאס מענטשהייט און ציוויליזאציע מחמתו. און דאס דערקענט זיך וואו די פילם מאכט פיהלן ווי יעצט זענען אלגעמיינע מענטשן אויך אינעם זעלבן מצב ווי איר, וואו מ'ווארט פשוט אויפ'ן טויט מיט גאר ווייניג אויסזיכטן.

די פילם ברענגט דאן ארויס וואו זי האט א מטרה און וויל בלייבן לעבן אויף כדי צו קענען פארזיכן צום לעצטן מאל א פּיצאַ פון א געשעפט פון איר יוגענט. און א באגלייטער אירע גייט אויך מיט דערמיט, זייענדיג אז עס זענען בעצם נישטא קיין סאך אויסזיכטן פאר'ן עתיד, זייענדיג אז די מצב איז וויאזוי עס איז, ובעצם שטייט ער יעצט נישט קיין סאך בעסער ווי איר. דאס האט ארויסגעברענגט צו מיר די געדאנק, אז וואו דאס לעבן און די ציהלן דערין זענען בבירור אַבּסורד, קען דער מענטש מאכן אייגענע ציהלן פון ווערד דערין, פאר וועלכע ער וויל בלייבן ביים לעבן כדי זיי צו ערפילן. און דאס איז די (קאגניטיוו) סיבה פארוואס ער וויל ווייטער אָנגיין - דאס איז די "געים" וואס מ'שפיהלט יעצט. 📎 Day One.jpg זיי זענען אלע גוטע פילמען און רעקאמענדירט (פאר די וועלכע קענען דערהייבן די סארט האַראַר און סאָספּענס גאנער). עס דערמאנט אויך א משהו פון די מארגן מלחמה, וועלכע איז שוין פון די עקשאן גאנער.

דאס געבט בכלל א טיפערע באדייט צו די כאראקטער דזשיגסאָהּ'ס מימרא, "לא'מיר שפילן א געים."
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10