☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)

תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12608
בלאט: 1 2

איש חזון » מיטוואך יאנואר 9, 2019 1:48 pm

· #421644
זיי האבן אויך געוואוסט אז זייער גאנצע וועזן קען זיין א טעות???

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 9, 2019 1:50 pm

· #421646
ווייס איך נישט.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 3:55 pm

· #429042
תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
איש חזון
יש לחלק, משיח'ס קומען איז איין פרט אין דעם עולם האמונה של חז"ל, ועוד: ר' הלל האט געמעגט

<a class="postlink" href="http://www.hakirah.org/Vol%209%20Slifkin.pdf">http://www.hakirah.org/Vol%209%20Slifkin.pdf</a>

ער טוט דורך די מאמר/שיטה פון ר׳ הילל (בנוגע עיקרי האמונה און ״אז ער האט געמעגט דאס זאגן״) אויף pp. 6-8 (אזוי אויך אויף pp. 12-13).

די גאנצע מאמר קען סתם אזוי זיין נוגע צו די וויכוח אין דעם אשכול.

Sent from my iPhone using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 28, 2019 7:23 pm

· #429135
די טענה אז זיי האבן געמעגט - און אזוי אויך אלע אנדערע טענות פון דעם סארט - איז אלץ גוט לפלפולא בעלמא, למעשה האט ר' הלל געהאלטן אזוי, ומאן יימר אז גאט פסקנט נישט ווי אים?

מי אני » מאנטאג מאי 13, 2019 8:20 am

· #430307
Re: תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
אינ׳ם דיון פון רב הילל׳ס שיטה און די הגדרה פון ״אפיקורס״. אין בני בנים ח״ב סימן לד.
📎 IMG_4502.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk

ים התלמוד » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:10 am

· #435516

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:49 pm

· #435521
אין דעם קאטעגאריע קען מען אויך אריינשטעלן דעם רמב"ם רס"ג ועוד...

חוקר ודורש » פרייטאג אקטאבער 18, 2019 12:37 pm

· #437364
תורת ישעיהו ליבוביץ (וועקער 14)
<a class="postlink" href="https://www.makorrishon.co.il/judaism/177671/">https://www.makorrishon.co.il/judaism/177671/</a>

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 2:28 am

· #439257
רביה''ק זי''ע
המשיח לעולם יבא!
וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?

"משיח טרם בא, ואיני מאחל למשיח שיבוא. ברגע שמשיח יבוא – יחדל להיות משיח. כאשר תמצאו כתובתו של משיח בספר הטלפונים – אין הוא משיח יותר. גדולתו של משיח שאין כתובתו ידועה ואי אפשר להגיע אליו ואין יודעים באיזה אוטו הוא נוסע ואם הוא בכלל נוסע באוטו, או רוכב על חמור או טס על כנפי נשרים. אבל נחוץ משיח – על מנת שלא יבוא. כי ימות המשיח חשובים יותר ממשיח, והעם היהודי חי בימות המשיח, מצפה לימות המשיח, מאמין בימות המשיח, וזוהי אחת הסיבות העיקריות לקיומו של העם היהודי." דוד בן גוריון

סגנון אחד עולה לשני נביאים...

פראפעסאר » פרייטאג יאנואר 24, 2020 4:49 pm

· #442040
"דינען" און עבודת ה'
יתרו
איך וואלט געזאגט אויף די מענשט און זיין פיליזאפיע, לדוגמא וואס איבערצייגט אים אז עס איז בכלל דעם ווילן פון די בורא אז מען זאל אים דינען אויב מיר קענען אים בכלל נישט משיג זיין, און וואס איבערצייגט אים אז דער אידישער מהלך איז דער וועג וואס דער בורא וויל מען זאל אים דינען, (מער פון סתם נאכגיין אונזער יוניווערסאל מאראל) אויב איז ער נישט איבערצייגט אין יציאת מצרים און מתן תורה. בכלל איז זייער נישט קלאר וואס זיין דעה איז איבער הלכה חז"ל וויפיל איז עס מחייב וכו' וכו'

אלץ שרייבער פון דעם ארטיקל וועגן פראפ' ליבוביץ בין איך גערירט צו זען אז מע שמועסט טאקע דא וועגן זיינע גאדאנקען. יתרו, צו אייער קשיא האב איך שוין לאנג געוואלט זאגן עפעס. וואס מער איך לערן אין פראפ' ליבוביץ'ס כתבים, וואס מער פארשטיי איך, אז "דינען דעם אייבערשטן" איז דווקא נישט דער טייטש פון "עבודת ה'". פאר ווי אזוי ליבוביץ פארשטייט עס, וואלט א בעסערע טייטש געווען: "ג-ט - ארבעט". דאס הייסט, דאס וואס מיר טון, אונזער ארבעט אין אונזער לעבן, אויף כדי אונז צו אריענטירן צו ה'. דאס וואס מיר טון צו מאכן פלאץ, אזוי צו זאגן, פאר קדושה אויף דער וועלט, בחינת "אין להקב"ה בעולמו אלא ארבע אמות של הלכה בלבד".

דאס הייסט, די פראגע פאר ליבוביץ איז נישט וואס ה' וויל, ווייל דאס קענען מיר טאקע נישט משיג זיין, נאר ווי אזוי א מענשט אדער א פאלק קען לעבן מיט דער אנערקענונג פון טראנצעדענץ, פון אין סוף ב"ה. איך האב געפרואווט דערקלערן א ביסל אין ארטיקל, אז פאר אים איז די הלכה א לעבנס-שטייגער וועלכע דורות אידן האבן גענומען אויף זיך, אלץ חיוב, מיט אט-דער כוונה. אונז הא'מיר די געלעגנהייט צו טון אזוי ווי זיי האבן געטאן. אנדערש, וואלטן מיר פורקי עול געווארן, וואלטן מיר אונז נישט געקענט אריענטירן צום אין סוף. ווילנדיק-נישט ווילנדיק וואלטן מיר בלויז אויסגעקלערט דרכים אדער מנהגים פון אונזערע אייגענע באדארפענישן, נישט פון אונזער הכרה פון דעם וואס איז ווייט למעלה פון אלע געפילן און געדאנקען, בחינת "כִּי גָבְהוּ שָׁמַיִם מֵאָרֶץ כֵּן גָּבְהוּ דְרָכַי מִדַּרְכֵיכֶם וּמַחְשְׁבֹתַי מִמַּחְשְׁבֹתֵיכֶם."

איך וועל נאך קורץ צוגעבן עפעס וועגן דער אפיקורסות-פראגע. פראפ' ליבוביץ האט נישט געהאט מורא פאר דעם טערמין. ער האט אבער געהאלטן - אויב איך פארשטיי ריכטיק - אז וועגן מחשבות און דעות פסקנ'ט מען נישט קיין הלכה. און פון חז"ל האט ער שטארק שטארק געהאלטן א ו ן ער האס זיי געזען אלץ מענשטן, "יהודים כמוני וכמוך" ווי ער שרייבט אין א בריוו. ואכמ"ל, שבת קומט!

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 25, 2020 9:10 pm

· #442053
איש חזון
וואס זאג איך דא אזוי מאדנע?
אפיקורס איז א מושג וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט, ס'איז א פאקט...
ס'דא וואס בוקן זיך צו אפיקורסים (און פייפן אויף חז"ל) און ס'דא וואס האבן מורא פון דעם ווארט
בסך הכל אמרתי, שמי שיש לו בעיה בלהיות אפיקורס צריך שתהיה לו בעיה בקריאת חלומותיו של ליבוביץ...

ועוד יש לומר: ליבוביץ מיט זיין גרויס חכמה און טיעף דענקונג האט פארזעהן א פשוט'ע זאך. חז"ל האבן אראפגעלייגט די מציאות אין שנת ג' אלפים תש"פ. נישט וואס ס'וועט זיין אין יאר ה'תש"פ. ממילא ווען זיי האבן געזאגט אז..."אין דרכה של אישה לישב בבית דין"... האבן זיי עס געזאגט פאר זייער צייט...!

פראפעסאר » דינסטאג אפריל 14, 2020 5:12 pm

· #445929
berlbalaguleh

ועוד יש לומר: ליבוביץ מיט זיין גרויס חכמה און טיעף דענקונג האט פארזעהן א פשוט'ע זאך. חז"ל האבן אראפגעלייגט די מציאות אין שנת ג' אלפים תש"פ. נישט וואס ס'וועט זיין אין יאר ה'תש"פ. ממילא ווען זיי האבן געזאגט אז..."אין דרכה של אישה לישב בבית דין"... האבן זיי עס געזאגט פאר זייער צייט...!

איך מיין אז פראפ' ליבוביץ וואלט מסכים געווען מיט וואס איר זאגט דא, און איך מיין נישט אז ער האט דאס פארזעהן. זיין פראבלעם איז נישט געווען מיט חז"ל ווען זיי האבן גערעדט וועגן פרויען אין זייער צייט און ארט, נאר וועגן היינטיגע רבנים וועלכע ציטירן זייערע ווערטער אזוי ווי זיי וואלטן געבליבן גילטיג אויך היינט צו טאג.

מי אני » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 8:29 pm

· #462892
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/462880">viewtopic.php?p=462880#p462880</a><!-- l -->

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:26 am

· #462903
רביה''ק זי''ע
רביה''ק זי''ע
המשיח לעולם יבא!
וואס זאגן די נקיי הדעת דא אויף דעם, איז דאס כפירה צו נישט, און פארוואס?

"משיח טרם בא, ואיני מאחל למשיח שיבוא. ברגע שמשיח יבוא – יחדל להיות משיח. כאשר תמצאו כתובתו של משיח בספר הטלפונים – אין הוא משיח יותר. גדולתו של משיח שאין כתובתו ידועה ואי אפשר להגיע אליו ואין יודעים באיזה אוטו הוא נוסע ואם הוא בכלל נוסע באוטו, או רוכב על חמור או טס על כנפי נשרים. אבל נחוץ משיח – על מנת שלא יבוא. כי ימות המשיח חשובים יותר ממשיח, והעם היהודי חי בימות המשיח, מצפה לימות המשיח, מאמין בימות המשיח, וזוהי אחת הסיבות העיקריות לקיומו של העם היהודי." דוד בן גוריון

סגנון אחד עולה לשני נביאים...

דא ביניך נוטה מסכים צו זיין צו בן גוריון'ס אנאליז...!

מי אני » דינסטאג מאי 25, 2021 11:48 pm

· #473735
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דר. סטיִווען שווארצטשיילד (לפי דר. נארבּערט סעמיועלסאן) לערענט אפ דעם רמב״ם אז בעצם איז ימות המשיח אליין א געדאנק אין התפתחות מין האדם בחכמתו ובהשגת המושכלות וואס מ׳קומט נענטער און נענטער דערצו אָן דעם אז עס קומט טאקע איינמאל למעשה אָן. 📎 C9F8715A-886F-4625-A527-183420025EE1.jpeg

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 26, 2021 12:47 am

· #473739
האב איך געטראכט לויט דעם לפי דרכך אז מיר ווייסן דאך אז אין אלגעברע איז א פונקט וואס איז א ווערטיקאלע אסימפטאטע אומעקזיסטירענד ווייל אין אלגעברע קען מען נישט צוטיילן אויף 0 אבער שפעטער אין קאלקולוס וואו מ׳האט שוין יא די כלים צו צוטיילן אויף 0 קען עס יא עקזיסטירן. איז לויט דיעס אנאלאגי פון שווארצטשיילד קומט אויס אז פאר איינער וואס האלט נאך ביי די קלענערע דרגה וואס איז נמשל צו אלגעברע אין זיין וועלט איז אזא לייבוביץ משיח וואס איז ווי א ווערטיקאלע אסימפטאטע וואס קומט קיינמאל נישט אן צום תכלית אומעקזיסטירענד, ער קוקט עס אן ווי א דשאוק און אפיקורסת ווייל אין זיין עולם התחתון איז טאקע נישט שייך אזא מציאות. איינער וואס האלט שוין אבער ביים העכערן מדריגה וואס איז נמשל צו קאלקולוס אין זיין וועלט קען יא עקזיסירן אזא סארט לייבוביץ משיח, פארקערט גאר, נישט נאר וואס ס׳קען פונקט אזוי עקזיסטירן ווי א משיח וואס קומט יא אן צום תכלית נאר ס׳איז מער אן איכות׳דיגע משיח וויבאלד דאס קען אלץ גיין העכער און העכער עד אין סוף...

תרמב » מיטוואך מאי 26, 2021 12:56 am

· #473741
לויט דעם קען מען זאגן אלו ואלו דברי אלקים חיים אויף יעדע זאך אפילו אויף אפיקורסות וכדומה, יעדע זאך האט זיך זיין צייט און פלאץ ווען סשטומט.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 26, 2021 1:09 am

· #473742
כמבואר באברבנאל... <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/459741">viewtopic.php?p=459741#p459741</a><!-- l -->

מי אני » מיטוואך מאי 26, 2021 7:45 am

· #473752
דר. נארבּערט סעמיועלסאן נוצט טאקע די געדאנק פון א לימיט (בקאלקולוס) אויך מסביר צו זיין די געדאנק פון שיטת הרמב״ם ביתרון המשיגים על אף מ׳קען נאר זאגן תוארים אויף הקב״ה בדרך שלילה (ועיין במו״נ ח״א פנ״ט). 📎 0E957721-EF77-47BD-8CE9-9919A46E2BC1.jpeg

ובכלל, די געדאנק פון ״תכלית הידיעה אשר לא נדע״ און אז ווי מער מ׳ווייסט אין חכמה זעהט מען אלס איין וואס מ׳קען אלס נישט, איז אויך דומה צום [סימפּליפייד] לימיט:
c/x = 0
x←∞
והיינו, עני נומער איך וועל נעמען פאר c אז צו דעם בין איך צוגעקומען אין חכמה פון x שהיא החכמה כולה. און ווי מער איך ווייס אלס מער אנערקען איך אז x קומט נענטער און נענטער צו אינפיניטי, וממילא וואס איך ווייס איז דאך גארנישט.

מי אני » זונטאג מאי 30, 2021 3:27 pm

· #474110
📎 29E17141-33BC-498F-9F49-CBCBD2387D4A.jpeg דר. זוהר עטקינס במשנתו של שפינאזע. דאס געבט נאך א דימענציע אין דעם פארוואס משיח איז מער אן אידעאל פאר רעליגיע כהיום ווי אן אקטועלע מעגליכקייט ממש.

אישתישבי » זונטאג מאי 30, 2021 4:51 pm

· #474119
פראפעסאר
יתרו
איך וואלט געזאגט אויף די מענשט און זיין פיליזאפיע, לדוגמא וואס איבערצייגט אים אז עס איז בכלל דעם ווילן פון די בורא אז מען זאל אים דינען אויב מיר קענען אים בכלל נישט משיג זיין, און וואס איבערצייגט אים אז דער אידישער מהלך איז דער וועג וואס דער בורא וויל מען זאל אים דינען, (מער פון סתם נאכגיין אונזער יוניווערסאל מאראל) אויב איז ער נישט איבערצייגט אין יציאת מצרים און מתן תורה. בכלל איז זייער נישט קלאר וואס זיין דעה איז איבער הלכה חז"ל וויפיל איז עס מחייב וכו' וכו'

אלץ שרייבער פון דעם ארטיקל וועגן פראפ' ליבוביץ בין איך גערירט צו זען אז מע שמועסט טאקע דא וועגן זיינע גאדאנקען. יתרו, צו אייער קשיא האב איך שוין לאנג געוואלט זאגן עפעס. וואס מער איך לערן אין פראפ' ליבוביץ'ס כתבים, וואס מער פארשטיי איך, אז "דינען דעם אייבערשטן" איז דווקא נישט דער טייטש פון "עבודת ה'". פאר ווי אזוי ליבוביץ פארשטייט עס, וואלט א בעסערע טייטש געווען: "ג-ט - ארבעט". דאס הייסט, דאס וואס מיר טון, אונזער ארבעט אין אונזער לעבן, אויף כדי אונז צו אריענטירן צו ה'. דאס וואס מיר טון צו מאכן פלאץ, אזוי צו זאגן, פאר קדושה אויף דער וועלט, בחינת "אין להקב"ה בעולמו אלא ארבע אמות של הלכה בלבד".

דאס הייסט, די פראגע פאר ליבוביץ איז נישט וואס ה' וויל, ווייל דאס קענען מיר טאקע נישט משיג זיין, נאר ווי אזוי א מענשט אדער א פאלק קען לעבן מיט דער אנערקענונג פון טראנצעדענץ, פון אין סוף ב"ה. איך האב געפרואווט דערקלערן א ביסל אין ארטיקל, אז פאר אים איז די הלכה א לעבנס-שטייגער וועלכע דורות אידן האבן גענומען אויף זיך, אלץ חיוב, מיט אט-דער כוונה. אונז הא'מיר די געלעגנהייט צו טון אזוי ווי זיי האבן געטאן. אנדערש, וואלטן מיר פורקי עול געווארן, וואלטן מיר אונז נישט געקענט אריענטירן צום אין סוף. ווילנדיק-נישט ווילנדיק וואלטן מיר בלויז אויסגעקלערט דרכים אדער מנהגים פון אונזערע אייגענע באדארפענישן, נישט פון אונזער הכרה פון דעם וואס איז ווייט למעלה פון אלע געפילן און געדאנקען, בחינת "כִּי גָבְהוּ שָׁמַיִם מֵאָרֶץ כֵּן גָּבְהוּ דְרָכַי מִדַּרְכֵיכֶם וּמַחְשְׁבֹתַי מִמַּחְשְׁבֹתֵיכֶם."

איך וועל נאך קורץ צוגעבן עפעס וועגן דער אפיקורסות-פראגע. פראפ' ליבוביץ האט נישט געהאט מורא פאר דעם טערמין. ער האט אבער געהאלטן - אויב איך פארשטיי ריכטיק - אז וועגן מחשבות און דעות פסקנ'ט מען נישט קיין הלכה. און פון חז"ל האט ער שטארק שטארק געהאלטן א ו ן ער האס זיי געזען אלץ מענשטן, "יהודים כמוני וכמוך" ווי ער שרייבט אין א בריוו. ואכמ"ל, שבת קומט!

לאמיך אייך פרעגן צוויי קשיות אויף לייבוביץ.
א. ער זאגט אסאך אז הלכה איז דער יסוד פין אידישקייט, ווייל עס איז מאחד אלע אידן וכו'. וויאזוי איז עס מאחד ווען הלכה האלט אין איין נתפתח ווערען זייט עס האט זיך אנגעהויבן?
דא אין און אנדערען אשכול איז מען דן וויאזוי צו קוקען אויף די נ"ך אידן, אבער אפילו די אידן פין סוף בית שני זענען געוועהן היבש אנדערש ווי אונז, זייער שולחן ערוך איז געוועהן אין גאנצען אנדרעש. און אזוי רוקט זיך עס יעדעס דור.
ב. לדעתו אז מען ווערן טראנסענדענט דורך הלכה, פארוואס איז דער מציאות אז מען זעהט רוב רובם פון הלכה אידן זענען בכלל נישט טראנסענדענט, דערהויבן? דוקא די אידן וואס האבן כוונה אין יעדעס זאך וואס זיי טוהן, הלכה אדער מנהג אדער חומרא זיי ווערען דערהויבן כל אחד לפי דרכו?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 30, 2021 5:37 pm

· #474134
אישתישבי: ס'ווענדט זיך וואס איינער זוכט. ס'דא איינער וואס זוכט אייביג נאר די קולות. ער קען זיך פון אלעם ארויסדרייען. אבער מ'קען נישט זיך אליינס אפנארן...!

ס'זאגט מיר א איד אז זיין דיין האט אים געזאגט אז ער קען צאלן שכר לימוד פון מעשר געלט. אויך. אז ער קען קויפן די נייטרא לאטערי פון מעשר געלט. האביך איהם געזאגט. זיכער. איך קען דיר טרעפן א היתר אז דו זאלסט מעגן קויפן א געשמאקע אייזקריעם לכבוד שבת פון מעשר געלט. אבער דו קענסט נישט זיך אליינס נארן. אדער געסטו מעשר אדער נישט...!

אישתישבי » זונטאג מאי 30, 2021 5:52 pm

· #474141

און איינער וואס זאגט נישט די קולה'ס איז עפעס דערהויבן?

פראפעסאר » דינסטאג יוני 1, 2021 11:26 am

· #474377
אישתישבי

לאמיך אייך פרעגן צוויי קשיות אויף לייבוביץ.
א. ער זאגט אסאך אז הלכה איז דער יסוד פין אידישקייט, ווייל עס איז מאחד אלע אידן וכו'. וויאזוי איז עס מאחד ווען הלכה האלט אין איין נתפתח ווערען זייט עס האט זיך אנגעהויבן?
דא אין און אנדערען אשכול איז מען דן וויאזוי צו קוקען אויף די נ"ך אידן, אבער אפילו די אידן פין סוף בית שני זענען געוועהן היבש אנדערש ווי אונז, זייער שולחן ערוך איז געוועהן אין גאנצען אנדרעש. און אזוי רוקט זיך עס יעדעס דור.
ב. לדעתו אז מען ווערן טראנסענדענט דורך הלכה, פארוואס איז דער מציאות אז מען זעהט רוב רובם פון הלכה אידן זענען בכלל נישט טראנסענדענט, דערהויבן? דוקא די אידן וואס האבן כוונה אין יעדעס זאך וואס זיי טוהן, הלכה אדער מנהג אדער חומרא זיי ווערען דערהויבן כל אחד לפי דרכו?

או-ווא -- איך בין צופרידן אז מע רעדט דא אלץ נאך איבער פראפ' ליבוביץ!

איך אליין בין דאך נישט ליבוביץ, קען איך אייך נישט זיכער זאגן וואס ער וואלט אייך געענטפערט, איך קען אבער פרואוון געבן עפעס אן ענטפער.

א) דאס, וואס הלכה אנטוויקלט זיך, איז נישט קיין פראבלעם פאר ליבוביץ. נישט געוויסע דינים האבן פאראייניגט כלל ישראל, נאר א גאנצע לעבעדיגע, ארגאנישע סיסטעם פון הלכה וואס וואקסט און אנטוויקלט זיך שטענדיג.

ליבוביץ האט אבער נישט געהאלטן אז הלכה פאראייניגט היינטיגע אידן. אין די לעצטע 200 יאר האבן רוב אידן פורק עול געווען און לעבן נישט מער על-פי הלכה, איז געווארן א שרעקליכע שפאלטונג צווישן אידן. ליבוביץ פלעגט אפט איבער'חזר'ן וואס ער האט געזאגט פאר א וועלטליכע (חילוני) איד וועלכער האט גע'טענה'ט אז "פסח פאראייניגט אלע אידן": "אדרבא, וואלט איך געקומען צו דיין הויז פסח-צייט, וואלט איך אפילו נישט געקענט טרינקען קיין גלעזעלע וואסער ביי דיר. פסח צעטיילט אונז פונאנאנדער!"

ב) איך מיין אז ליבוביץ האט פארשטאנען טראנסענדענס אנדערש פון וואס איר זאגט דא. ער האט נישט גערעדט וועגן דערהויבענע געפילן, נאר אז מע זאל נישט האבן זיך אליין אין זינען. מע פרואווט זיין אן פניות. אויב מען דאוונט ווייל מע וויל פילן דערהויבן, איז מען נאך פארכאפט אין די אייגענע גלוסטן - כאטש זיי זענען רוחניות'דיגע תאוות. דאוונט מען אבער ווייל ס'איז א מצווה און ווייל מע מוטשעט זיך צו לעבן ווי די הלכה פארלאנגט, האט מען דערלאנגט א געוויסע פרייהייט פון אנכי, פון עגא. דאס איז טראנסענדענס. -- צי דאס "ארבעט" בפועל, קען איך נישט זאגן. ליבוביץ האט געהאלטן אזוי.

יישר-כח פאר די טיפע קשיות!

יעקב

אישתישבי » דינסטאג יוני 1, 2021 11:51 am

· #474378
סא די זאגסט אז דער סאמע בעסטע דאווענען אדער לערנען איז ווען עס איז טריקען אהן קיין חיות?

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 12:06 am

· #481531
מי אני
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דר. סטיִווען שווארצטשיילד (לפי דר. נארבּערט סעמיועלסאן) לערענט אפ דעם רמב״ם אז בעצם איז ימות המשיח אליין א געדאנק אין התפתחות מין האדם בחכמתו ובהשגת המושכלות וואס מ׳קומט נענטער און נענטער דערצו אָן דעם אז עס קומט טאקע איינמאל למעשה אָן. 📎 C9F8715A-886F-4625-A527-183420025EE1.jpeg

ענליך: 📎 3E8F129B-BB36-4D71-8CA9-0EC0DD46FDEE.jpeg

מי אני » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:11 am

· #483351
מי אני
ובכלל, די געדאנק פון ״תכלית הידיעה אשר לא נדע״ און אז ווי מער מ׳ווייסט אין חכמה זעהט מען אלס איין וואס מ׳קען אלס נישט, איז אויך דומה צום [סימפּליפייד] לימיט:
c/x = 0
x←∞
והיינו, עני נומער איך וועל נעמען פאר c אז צו דעם בין איך צוגעקומען אין חכמה פון x שהיא החכמה כולה. און ווי מער איך ווייס אלס מער אנערקען איך אז x קומט נענטער און נענטער צו אינפיניטי, וממילא וואס איך ווייס איז דאך גארנישט.

The totality of what exists, including what has existed and will exist, is infinitely small in comparison with the totality of the objects of knowledge

Alexius Meinong

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:07 pm

· #483356
מי אני:ייש"כ פאר ברענגען די איבערזעצונג פונ'ם רמב"מ'ס ווערטער דורך אלעקסיוס מינאואינג. איך האב עס געקענט ליינען אין אריגינאל...!..."תכלית החכמה שלא נדע"...!

מי אני » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:20 pm

· #483358
מיינסט צו זאגן אין בחינות עולם פון ר' ידעיה הפניני ווי @ארי נוהם האט צוגעברענגט.

איך האב צוגעברענגט מעינאנג'ס מימרא ווייל ער שטעלט דאס צו אין א רילעישאן צו אינפיניטי דייקא, וואס דאן איז טאקע apropros צו נוצן דערביי די לימיט וואס איך באציה מיר צו.

מי אני » דאנערשטאג מערץ 3, 2022 4:03 pm

· #496019
בנוגע שיטת רב הילל בימות המשיח און צי דאס ווערט גערעכענט ווי כפירה, דאס איז וואס דער תשב״ץ שרייבט אין זיין אוהב משפט (פ״ט): 📎 DC884319-BDA9-43E9-A719-28DF29725E80.jpeg
ועיין בעיקרים מאמר א פ״א-ב.

מי אני » דינסטאג מערץ 29, 2022 11:50 pm

· #497216
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. עליאט וואלפסאן וויל זאגן אז דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי רמ״מ זצ״ל האט בעצם אויך געהאלטן, עפ״י תורת חב״ד, אז ״משיח״ איז נישט קיין פיזישער מענטש א גואל ממש, ווי איידער די ״גאולת המשיח״ קען צושטאנד קומען בתוך כל אחד ואחד ע״י עבודתו.

הרב דר. מלך שפירא שטעלט דאס צאם אביסל מיט דאס וואס דער אור לשמים זאגט מפי החוזה בפ׳ בחוקותי: 📎 261E03DF-154A-42E2-A866-74069F6E0F34.jpeg

כספי » זונטאג אוגוסט 6, 2023 8:36 pm

· #533031
לגבי די אור לשמים וואס מי אני ברענגט אראפ, מיין איך אז יעדער וואס האט נאר אנגעפאנגען צו לערנען ספרי חסידות, ווייסט אז דאס איז נישט די פשט, ופשוט הוא

לגבי די עצם שיטה פון פראפ. לייבוביץ בין איך נישט קלאר (קען זיין מ'האט עס אויסגעשמועסט אין די וועקער שאינו תח"י), לויט וויפיל איך האב געזען פון פראפ. לייבוביץ פארשטיי איך אבער נישט, פארוואס זאל איינער גלייבן אז ס'איז דא א באשעפער? און פארוואס זאל איינער טראכטן אז עפעס איז עם מחייב?

אגב: די פארגאנגאנע פרשת קורח איז מיך מורא'דיג שווער געווען, וויאזוי קען זיין אז בדור דעה זאל מען מפקפק זיין אין תורת משה, ווען אונזער גאנצע אמונה איז געבויעט אויף וואס זיי האבן געזען, ווייל אונז ווייסן (דורכדעם וואס ס'איז געווארן איבערגעגעבן צו אונז טאטע צו זון במשך די דורות) אז מיין זיידע (און אויך אונזערע נשמות, אבער דאס איז שוין אנאנדער ענין) איז געשטאנען נעבן בארג סיני, און געזען כביכול ווי דער א"ב איז בעה"ב אויף די גאנצע וועלט (דאס האט מען שוין אויך געזען ביי יצי"מ), און ער געבט די עשרת הדברות דורך משה רבינו ווייסן אונז אז אלעס וואס משה רבינו האט געזאגט, איז די אינסטראקשן'ס וואס דער יוצר היצירה פון די וועלט וויל פון די וואס זענען אויף די וועלט, אבער אויב אין יענע דור אליין האט מען געקענט מפקפק זיין אין די אמת פון משה רבינו, און צו אלעס וואס ער זאגט קומט טאקע פונעם אייבירשטן אליינס, דעמאלטס וואס ווייזט עס אויף אונזער אמונה, איינעם האב איך געזען פרובירן דאס צו פארענטפערן זאגט ער אז קורח האט זיך נאר געדינגען מיט איין פרט (די נשיאות פון אליצפן), חוץ וואס ס'איז לכאו' נישט אמת, און די מדרשים זענען פיל מיט ווי ער האט חוזק געמאכט פון מזוזה טלית און תרו"מ וכו', אבער חוץ פון דעם וואס איז דער חילוק צו ער האט זיך געדינגען מיט איין פרט צו צען צו די צוואנציג, איינמאל איינער לייקנט אז משה האט מקבל געווען די תורה פונעם אייבירשטן איז ענד אוו די געים

שפעטער האב איך טאקע געזען אז פראפ. לייבוביץ טאקע רירט שוין דאס צו, און פון דעם ברענגט ער טאקע א ראי' אז אונזער אמונה איז נישט געבויעט אויף די אותות אין יצי"מ און אויף מ"ת (עכ"פ אזוי האב איך פארשטאנען פון זיינע ווערטער), אבער אויב אזוי וואס איז מיך יא מחייב???

כספי » זונטאג אוגוסט 6, 2023 8:40 pm

· #533034
רביה''ק זי''ע
די טענה אז זיי האבן געמעגט - און אזוי אויך אלע אנדערע טענות פון דעם סארט - איז אלץ גוט לפלפולא בעלמא, למעשה האט ר' הלל געהאלטן אזוי, ומאן יימר אז גאט פסקנט נישט ווי אים?
ס'קען זיין אמת אז ג-ט פסק'נט ווי ר' הלל, און לויט דעם וועט פראפ. לייבוביץ טאקע נישט זיין קיין אפיקורס, אבער תורה לא בשמים הוא און דא אויף די וועלט פסק'נען אונז ווי דער רמב"ם און אויב איינער דינגט זיך מיט די עיקרים וואס ער האט אוועקגעשטעלט איז אין אונזערע אויגן א אפיקורס, איי ר' הלל, איז דאך געווען פאר דער רמב"ם האט עס אוועקגעשטעלט ווי דער תשב"ץ און דער בני בנים וואס @מי אני ברענגט דא זאגן, און קוק דא וואס כ'האב געשריבן לגבי די חילוקים צווישן די צוויי מהלכים פונעם תשב"ץ און בני בנים, און בכלל וועגן די י"ג עיקרים

מי אני » זונטאג אוגוסט 6, 2023 11:48 pm

· #533044
1). די אור לשמים ברענג איך צו ווי דר. מאַרק/מלך שפירא ברענגט דאס צו אלס קצת סמך.

2). דו רירסט צו צו א פראבלעם מיט׳ן ראיית הכוזרי.

3). ‏דא האב איך אביסל ארומגערעדט פון שיטת פראפעסאר ליבוביץ לגבי קיום המצות.

4). לגבי פסק׳ענען בעניני דיעות, עיין כאן. (קענסט טאקע זאגן אז דאס אליינס האט מען נישט אָנגענומען אלס פסק…)

ואגב, עיין כאן במה שהבאתי מדר. מיכה גודמן אודות שיטת הרמב״ם על משיח והגאולה.

הרב דר. מיכאל אברהם:📎 IMG_4837.jpeg
בלאט: 1 2