לגבי דאס וואס ר׳ יצחק
זאגט בנוגע דאס אז די הימל מאכט א פשרה מיט׳ן בי״ד של מטה מתי הן מקדשין החודש, זעה׳מיר אז די מהלך חז״ל איז געווען דערביי עכ״כ אז עס טוישט אפילו די
פיזישע מציאות וואס איז תלוי בזמן. והיינו, ווי די ירושלמי (כתובות א ב) דרש׳נט די פסוק (תהלים נג ז) לאל גומר עלי צו זאגן אז טאמער האט בי״ד מעבר געווען די יאר איז בתולותיה של קטנה וואס איז לפי״ז פחות מג׳ שנה חוזרין ע״ש. ועיין בש״ך ביו״ד סימן קפט ס״ק יג.
ולגבי דאס וואס מ׳דערמאנט די חקירה [50:53] צי שבת איז הייליג אלס די טאג וואס ס׳איז גרידא צי אלס ווייל עס איז די זיבעטע נאך 6 טעג (פון חול/מלאכה), האב איך געקלערט (אולי בדרך צחות קצת) אז אין די קאנטעקסט פונעם נידון דא וואו מ׳וויל דאס אלס צאמשטעלן צו דעם פון ״ווען״ עס איז שבת פאר אנדערע אידן, קען מען דאס אביסל צושטעלן צו א מושג אין
סעט טעאריע. והיינו, (בקיצור נמרץ) אז ווען מען האט אינפיניט סעטס שטארצט מער ארויס די חילוק צווישן
קארדינעליטי, והיינו די ״צאל״ אינפיניטי וואס מ׳האט אינעם סעט
(וכמבואר שם בהאשכול זענען דא אנדערע ״צאלן״ פון אינפיניטי), און
אָרדינעל נומערן, והיינו די סדר אין ווי אזוי מ׳שטעלט זיי אויס; וואס אין א סעט וואס האט נאר איין
קארדינעליטי קענען זיין א געוואלד צי אינפיניט צאלן פון
אָרדינעל נומערן אליין [ω].
(ואיה״נ אז עס דערקענט זיך אויך ביי פיניט סעטס וואו מ׳האט איין קאַמבּינעישאן אבער מערערע פּערמיוּטעישאנס.)ולענינינו קען מען צוגלייכן די צד אז שבת איז ״מקדשא וקיימא״, מיינענדיג אז עס איז נישט קיין עכטע חילוק ״וואו״ עס געפינט זיך, צו דעם געדאנק פון דאס
קארדינעליטי פון איין געוויסע סעט [פון טעג] - עס איז נאר דא ״איינס״ דערפון. משא״כ אויב איז דאס תלוי אין די טעג פאר דעם, אז עס איז די זיבע
טע, איז עס דאך אן
אָרדינעל נומער און ווענדט זיך אינעם פאזיציע דערפון (רעלאטיוו צו די אנדערע עלעמענטן אינעם סעט) וואס פון דעם קענען זיין א געוואלד צי אינפיניט צאל, וואס דאס טרעפן מיר טאקע בנוגע שינוי הזמן במתי שומרים/מקיימים שבת בכל קצוי תבל להלכה.
דאס גייט נאכמער ווייל די חילוק שטארצט בעיקר ארויס ביי אינפיניט סעטס. און וואו דער רמב״ם דארט, אין ח״ב פל״א, זאגט טאקע איז די הארבקייט פון מצות שבת טאקע וועגן דעם לחזק חידוש העולם (וואס איז די קאנטעקסט פון די פרקים דארט) נגד קדמות העולם ע״ש. והרמז בזה אז וואס מען טרעפט וואו עס שטארצט מער ארויס ביי ״אינפיניט״ [קדמות] סעטס טאקע די חילוק אין ווי אזוי מ׳באטראכט די געדאנק פון מהו ומתי קדושת שבת, ווי די חילוק בין
קארדינעליטי ל
אָרדינעל נומערן.
(ועיין לעיל שם בפכ״ט דהרמב״ם סובר דאכן העולם נצחי ואינפיניט בעתיד.
איך פארשטיי אויך אז אולי יש להתריס אז בעצם זענען די דאך אולי צוויי אנדערע סארטן אינפיניטיס בכלל; מאטעמאטיש ווס. פילאזאפיש. הגם בנוגע קדמות העולם איז עס דאך יא בעצם מאטעמאטיש און קוואנטיטעטיוו.
דאס געבט אויך א נייע געדאנק צו וואס ר׳ יצחק האט געזאגט [55:53] אז ווען ער הייבט אָן מיט רמב״ם/מו״נ [דא] ״ווייסט ער נישט וואו צו סטאַפּן״…)ולגבי דאס וואס מ׳דערמאנט איבער חילוקים צווישן ווי אזוי חכמי התלמוד זענען צוגעגאנגען און באטראכט דעם געדאנק, ואחריהם הראשונים, ואחריהם הקדמונים, ואחריהם האחרונים, ווי אויך ווי אזוי הלכה און אירע מושגים אויף וואס זי באציהט זיך זענען בעצם אנדערש, האט דאס מיר אביסל דערמאנט פון דר. טאמאס קוהן׳ס באקאנטע געדאנק פון ״
פּאראדיים שיפטס״ אין ווי אזוי סייענס רוקט זיך פאראויס, ״רעוואלוציעס״, דורכדעם וואס גאנצעטע קאנצעפטן ווערן (רעלאטיוולי פליצלונג) געטוישט אין מדע און אין די צוגאנג דערצו דורך די וואס זענען עוסק בתחומה.
ולגבי דאס וואס ר׳ יצחק זאגט
דא בנוגע די צווייטע וועג אז עס איז פונקט אזוי דא דין ביי די בהמות ווי מענטשן וראיה מהמבול [27:25] איז מערקווידיג צוצוצייכענען דעם תפארת יהונתן בפ׳ נח וואס אונז האבן
דא צוגעברענגט וואס זאגט אז דאס איז ווייל לפני המבול האבן די בהמות געהאט דעת (טאקע נישט ווי דער מענטש אבער פארט) וכעין הנחש בחטא עץ הדעת, משא״כ נאכדעם נישט ע״ש.