מי אניפון דא נעמט זיך בפשטות די מיתוס אז איינער וואס פארט אפ האט 'פסיכאלאגישע' פראבלעמען. ווי דו ברענגסט ארויס אז עס איז די 'געפיל' וואס איז וויכטיג, ו'געפיל ב'געפיל מיתחלפא.. און בדרך כלל איז עס טאקע אמת אז נישט ווייטוג אליין אזוי אויך נישט כפירה אליין איז וואס פירט אפ, עס איז די ווייטוג אויף די אמונה-באצווינגענקייט וועלכע פירט אפ!כמובן, אז איך זאג נישט דערמיט אז די סיבה פאר אטעאיזם, פּאזיטיווע אדער נעגאטיווע, איז רק מחמת חסרון געפיהל. וואס איך זאג איז אז א העדר געפיהל ברענגט א חסרון שמירת המצות, אפגעזעהן צי מ'איז אַן אטעאיסט צי נישט.
"דו גלייבסט אין ג-ט?"
470 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16036
אלפאנאך אינעם שמועס:איין שאלה, טאמער דו קענסט מער אויסשמועסן וואס מ'טוט כלפי די קינדער (קען זיין ביסט מער מאריך אינעם ארטיקל אליין - לאז וויסן ווען ס'איז געדרוקט), קודם וויאזוי פארזיכערסטו די המשכת הדורות מיט אזא פילאסאפיע?! איז דאס נישט עפעס וואס גייט אריין עכ"פ ב'אמונות הכרחיות' וועלכע מ'דארף לכאו' איבערגעבן פאר קינדער - אפי' ס'נישט ממש 'אמת'?
צווייטנס, איך ווייס נישט וואו דיינע קינדער לערנען און דרייען זיך, מיינע גייען אין היימישע מוסדות (דאס איז א חלק וואס איך האב ליב פון אונזער קולטור.. חכמה וועל איך זיי אליין צולערנען בעזה"ש..) דארף מען זייער אכט געבן וואס עס קען נאר ארויסרינען פון זייער מויל ברבים.. - די זעלבע איז נוגע לגבי ס*** עדיוקעישאן...
חשוב׳ע מיטגליד3). איך פערזענליך בין קעגן אויפציהען אייגענע קינדער מיט פאלשקייט און צענזור; פשוט ווייל איך פערזענליך האלט אז עס ארבעט נישט און איז קאַוּנטער-פּראדוקטיוו; ווי אויך האלט איך אז עס איז אָלטימעטלי טאַקסיק צו רעדן מיט זיי אזא סארט ״אחד בפה ואחד בלב״. (איך פארשטיי אז דאס איז אלעס עכ״פ ווען די ווייב איז מיט די מאן, ועיין להלן בפונקט 4.) כמובן, איז א חלק פון די חינוך אין דעם אז זיי קענען זיך דינגען מיט מיר, אבער דארפן דאס מסמיך זיין מיט לאגיק און נישט זיין פּאָלעמיק.וואס איז יא די מיליאן דאללער קוועסשען. וואס טוט זיך מיט די והגדת לבנך ולאו דוקא בליל הסדר. א טאטע וואס זיין אידישקייט איז געבויעט אויף אזא מהלך. וואס זאגט ער פאר די קינדער וואס ווערן טעגליך נתחנך על דרך אחרת לגמרי?
וואס יא איז אז איך זאג זיי (יעדן איינעם לפי גילו - איך האב נאר צוויי זוהן, איינער ווערט יעצט 14 און דער אנדערער איז 7) אז וואס איך זאג/שמועס/לערן אויס איז נישט קיין ״סוד״ וואס מ׳דארף באהאלטן, נאר אזוי ווי דאס קען זיין אפענסיוו צו געוויסע גאר פרומע צי וואס, דאן אלס עטישקייט זאלן זיי נישט רעדן זאכן וכדומה מיט מענטשן וועמען דאס קען וויי טוהן; דאס איז א חלק פון חינוך צו טראכטן פון יענעם׳ס געפיהלן.
דאס פארשטייט מען אסאך פשוט׳ער בנוגע אויסלערנען וועגן ס*קס/געשלעכט וואס איך האב געטוהן מיט מיין עלטערער ווען ער איז געווען 9 (כ׳האב נישט קיין חרטה דערויף און איך האלט ס׳איז וויכטיג, בפרט בימינו וד״ל). א חלק פון די ס*קס-עד איז דאס אליין נישט צו שמועסן אפען וכו׳ אלס פּלעינע מענטשליכע נימוס; נישט ווייל ס׳איז א ״סוד״.
חשוב׳ע מיטגליד4). כמובן אז איך האב נישט קיין געהעריגע וועג דאס אויפצוווייזן פאר דיר. ער האט טאקע אמאל געהאט א שטיקל מעשה אין כתה ו׳ וואו ער האט געזאגט פאר חברים אז די מעשה פון די מבול איז נישט היסטאריש אמת, הגם עס איז יא ״אמת״ און הייליג, און די תורה איז דאך נישט קיין היסטאריע בוך. (אגב, דאס איז א שטיקל סמך לדברי איבער ווי אזוי למעשה חרדים האלטן סאָבּקאַנשעסלי: גייען דען חרדים מודה זיין אז די תורה איז טאקע הייליג און אמת, און ״אויך״ א היסטאריע/סייענס בוך?) איך בין אבער א פערזענליכע חבר פאר׳ן מנהל (ער ווייסט אז איך בין ״ארויס-פון-די-בּאַקס״ און האט אויך אסאך געשמועסט מיט מיר). קען איך דאס אויך גרינגער ״אויסגראדן״.ואגב, עס פאלט אריין אין מיין הארץ אביסל ספיקות אם אתה אומר לי האמת (אפשר הוא אמת בהקאנטעסט...). איך קען נישט טראכטן דיש ילד במוסדות החרדים דיש לו ידיעה בענינים אלו ואינו ניכר בחדר. און וויאזוי בלייבט דיין ווייב וואוינען מיט דיר?
אז מ׳רעדט שוין, עכ״פ ביזדערווייל איז ער א שטיקל קעיס-אין-פּוינט: ער האט א געפיהל לגבי הלכה און לערנען, הגם ער איז אויפגעצויגן געווארן אונטער מיר און אָן צענזור כנ״ל.
ולגבי מיין ווייב איז זי א מורא׳דיגע צוגעלאזענע און קלוגע און איך האב אפט די שמועסן מיט איר פונקט אזוי. זי איז נישט מסכים מיט אסאך פון מיינע פאזיציעס, אבער דאס איז דאך די האָלמאַרק פון אַן אינטעלעקטואלע דיסקאָשׁען; ס׳איז נישט ״קבלי דעתי״ (בפרט וואו אין א גרויס חלק האט דאס נישט ממש קיינע חילוקים אויף השלכות למעשה, וככל הנ״ל אין אונזערע שמועסן).
חשוב׳ע מיטגלידאין קורצן איז עס די ״עטיקאָ-רעלידזשיס״ פּרינציפּ אין פּרעקטיס ובפועל צוזאמען מיט דאס אידענטיטעט פון ״איד״ וואס גייט שוין שטערקער צוזאמען מיט ״תורותיה״. והיינו, ״תורותיה״ עז עי האָל. (דאס׳ן דן זיין אויף הפרטים שבה ארבעט שוין בתוך דעם ״וועלט״/פרעימווארק פון ״[רעליגיעזע] אידישקייט״ און די כללים וואס די ״וועלט״/פרעימווארק האט.)איך פארשטיי אז געוויסע מצוות געבן מיענונג, וואספארא מינונג געט דיר די סיסטעם עז א ווהאל?
דו האסט אויך אָנגערירט דערויף אין איינע פון די אישיס אז די קולטור געבט דיר מיִניִנג. דאס איז א שפאן אוועק, אויב נישט ממש דאס, פון על הכלל כולו.
חשוב׳ע מיטגלידאיך רעד טאקע נישט דערפון ווייל, כאמור, assumed דאס שוין אז די קאמיטמענט איז בעצם דא, נאר די פראבלעם איז אז עס קען זיך נישט שלאגן קעגן א טענה פון (gross) איראציאנאלקייט; די קאגניטיוו דיסאנענס. די פראבלעם קעגן טאקע אט די קאמיטמענט, זוך איך צו לינדערן.איך וואלט געוואלט קלארער פארשטיין וויאזוי דיין מהלך קען זיין א קאמיטמענט. איך זעה נישט וואו דו רעדסט דערפון.
איך בין פוּלי קאגנייזענט צום לימיטעישאן דא אז בשו״א קען די מהלך נישט ברענגען קיין קאמיטמענט [דאס וואלט שוין אריינגעגאנגען אין ״אקצעפּטירונג״, לעומת ״נישט [דארפן] רידזשעקטן״, וואס דאס קען עס נישט ברענגען].
חשוב׳ע מיטגליד5). אַן אינטרעסאנטע קאַוּנטער-פעקטוּעל שאלה. דער אמת איז אז איך ווייס נישט. אין די קאנטעקסט זעהט אויס ווי די שאלה איז בעצם: "צי וואלט ראציאנאל אויסגעוואונען אדער וואלט געפיהל אויסגעוואונען?" אזוי צי אזוי גלייב איך אז עס וואלט לכאורה גורם געווען א שטארקע קאַגניטיוו דיסאָנענס וואו איינע פון די צוויי מוז מען בכח און קאַנשעסלי אונטערדרוקן (עכ"פ טאמער פארבלייבט מען אינעם קולטור און אויסערליך א חרדי בפועל ובמעשה (עכ"פ צו אן עקסטענט זיכער)).די סיבה פארוואס דו קענסט אננעמען אלע סייענטיפישע מהלכים לגבי גיל העולם, ביקורת המקרא, ועוד ועוד, איז נאר ווייל דו האסט א מהלך אז עס זאל דיר נישט טוישן בפועל. אויב למשל וואלסט נישט געהאט די מהלך, אדער נאך פאר דו האסט געהאט די מהלך, וואלסטו ענדערש געהאט א פראבלעם עס אנצונעמען, אדער ענדערש אנגענומען ווי די חרדי'שע מהלך?
לגבי די שאלה, "וואס וואלט געווען ווען איך האב ווען נישט קיין געפיהל צום גאנצן זאך?" איז לכאורה וואלט איך אויפגעגעבן דאס חרדי'שע לעבענסשטייגער. אבער, למעשה, ווער ווייסט?
איך וויל מיר איינרעדן אז ביי מיר, ווען מען שטעלט ווען ראציאנאל ושכליית בהדיא קעגן סוּפּערסטישאן און דאגמא, און נאר איינע קען געוואונען און one has to give, דאן וואלט איך געוועהלט ראציאנאל ושכליית. אבער, כנ"ל, ווער ווייסט? איך בין בּייעסד ווי יעדעס מענטש און כ'האב עמאָשענס און א געוואלד אנדערע וועריעבּלס אין דעם פונקט אזוי. ועיין כאן.
למעשה אבער, וואס דערקענט זיך יא אין די מהלך איז אז ביי די דעפענס דארפן דאך די דאגמעס וכדומה זיך בייגן; נישט ראציאנאל ומדע. די הנחה איז אז געפינסן זענען ריכטיג קאי וקיים און עס זענען די דאגמאס וואס דארפן זיך "בייגן", "פארטייטשט" ווערן, און ווערן געמאכט צו "פיטן/פּאַסן" (וכעין דרכו של הרמב"ם ודעימיה). עס מאכט מיר טאקע נערוועז די סארט אפאלאגעטישע מהלכים וואס זוכן צו אפפרעגן סייענטיפישע געפינסן. (איך פארשטיי אז מ'קען דא זאגן און טענה'ן קעגן מיר אז איך "אטאקיר" דאך אויך די גאנצע סטרוקטור פון "אמת" און "וויסן/עפּיסטעמאלאגיע" בכלל! אבער דאס איז על הכלל כולו. מיינענדיג עס אונטערמינעוועט דאך בעצם פונקט אזוי דאס אָננעמען רעליגעזע קלעימס ואפילו "ג-ט". עס מאכט נישט רעליגעזע קלעימס יעצט קיין משהו "שטערקער" ווי עמפּירישע קלעימס. עס געבט דיר נאר די עלבּוׂי רוּם דאס נישט צו דארפן אפווארפן מחמת די עמפּירישע קלעימס, וככל הנ"ל באריכות; נישט אבער אז די עמפּירישע קלעימס ווערן יעצט אגעווארפן.)
ווי געזאגט, האב איך מעיקרא בעצם אלס אזוי פארשטאנען דאס חרדי'שע צוגאנג צו דעם אלעם - "העכערע ענינים" אא"וו אא"וו. איך געדענק נישט האבענדיג קיין שאק וכדומה ווען איך בין געוואור געווארן פון עוואלושאן אלס 14-יעריגער בחור, צי אלס 18-יעריגער אז משרע"ה איז (זייער מעגליך) נישט געווען קיין היסטארישער פיגור. איך האב אלס פארשטאנען אז חרדים מאכן נישט קיינע עמפּירישע קלעימס מיט זייערע דאגמעס ["אונז האבן נישט די מינדעסטע הששששששגההההה!!!" און 'שטייצעך מיט פארגלייזטע אויגן]. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז איך זאג נישט אז זיי זאגן דוקא אז עס איז (זיכער) נישט קיין עמפּירישע קלעים; קען זיין יא קען זיין נישט און זיי האבן נישט קיין פאזיציע דערויף ממבט עמפּירי. ס'איז נאר אז זיי זאגן אז עס איז נישט דוקא יא אַן עמפּירישע/היסטארישע קלעים.
אזויפיל יא, ווען איך בין עלטער געווארן הא'ביך דאס געזוכט צו געבן א פארמאלן פילאזאפישע באזיס, ומזה יצא הארטיקל הלז.
חשוב׳ע מיטגליד6). דער אמת איז אז איך זעה נישט קיין גרויסע חילוק אין דעם צווישן מיין מהלך/צוגאנג און איינער וואס האט א מער ״ליטעראל״ צוגאנג. יענער גייט (זיכער) יא ביישטיין? על אף ער גלייבט ״ליטעראל״ און whatever? אלא מאי עס קומט לכאורה אלס אראפ צו די געפיהל מ׳האט דערצו דעמאלטס באותו רגע. וואס דו קענסט פרעגן, איז צי מיין געפיהל דערצו איז טאקע בכלל שוואכער ווי יענעמ׳ס וויבאלד עס איז נישט מיוסד אויף קיין ״יראת העונש״ און גלייבט נישט דערין. (אין אנדערע ווערטער, די שאלה באציהט זיך מער צו מיינע ארטיקלעך און צוגאנג איבער ״שכר ועונש״ ומציאות הגיהנום/הישארות הנפש/שכר לאחר מיתה, ווי איידער צו די ארטיקל.)וויאזוי הענדלסטו נסיונות? למשל אז דו ווייסט אז אויב דו גייסט לייגן היינט תפילין אדער היטן שבת גייסטו פארלירן א ביזנעס מיטונג וואס דו קענסט פארדינען אסאך געלט. גייסטו דיך קענען איינהאלטן. אדער יעצט האסטו עפעס וואס האט א גרעסערע מיענונג? וכמו”כ וויאזוי ארבעט תשובה?
תשובה איז אסאך פשוט׳ער. ס׳איז די אייגענע אינטראָספּעקשאן פון ווערן א בעסערע מענטש. בבין אדם לחבירו איז עס דאך פשוט אלס עטיש, ובין אדם למקום איז עס אלס דעם אייגענעם ספּיריטוּעליטי און טאקע די מיִניִנג וואס מ׳האט דערין. (ואיה״נ אז ״תשובה״ אליין גייט זיך ווענדן אינעם געפיהל דערצו וואס מ׳האט באותו עת. און טאקע בהימים נוראים, וואס די גאנצע אַמבּיאַנס און געפיהל אין די לופטן איז אזא סארט אויפוואכונג, העלפט עס צו דעם געפיהל אלס אדם נפעל כפי פעולותיו וסביביו. איי, ס׳איז דאך נישטא קיין ״יושב על כסא דין?״ נו, לכו״ע גלייבן דאך חרדים אויך נישט דערין [עיקרו הג׳ של הרמב״ם], וממילא באנו כבר ל״העכערע ענינים ולמעלה מהשגה״ ולמאמרו של וויטגענשטיין, וממילא לא נפלאת ולא רחוקה היא לומר כמו די ״as if״ הנ״ל - עס האט די זעלבע עפעקט.
חשוב׳ע מיטגליד7). קען זיין ביסט גערעכט. איז דען אבער דא א בעסערע עצה, ברירה, ומהלך? פאר קלוגע (לכאורה) זיכער נישט. צענזור און אמונות הכרחיות ארבעטן נישט אָלטימעטלי אין די עידזש פון אינפארמאציע.דו האלסט אז דאס איז די מהלך וואס מ’דארף לערנען מיט אונזערע קינדער. אז ביידע איז אמת. איך קוק עס אן ווי א סכנה פאר אידישקייט ולאו כל מוחא סביל דא. רוב קינדער/מענטשן גייען נישט פארשטיין דיין גאנצע פילאזאפישע מהלך. זיי גייען בלייבן נאר אז די סייענס וואס (לדעתם) קען נישט שטימען מיט די תורה איז אמת. און זיי גייען אראפווארפן כל הקדוש לנו. נישט יעדע נאטור קען עס משיג זיין. רוב מענטשן זענען זייער גראד און תמימותדיג און נישט אזוי קלוג. און אפילו יא, איז דא אסאך וואס קאנעקטן נישט מיט אידישקייט. זיי גייען אלעס אפלאזן.
I’m open to suggestions
דר. טאמאס וואָרד שרייבט לגבי די טענה פון דר. געווין היימאן בנוגע די טעאלאגן וואס האבן יא געהאלטן אז עס איז ביכולת צו רעדן איבער "ג-ט", אין א פּאזיטיוון סענס, בקדימה ובאיחור:
***
ומענין לענין באלו ענין לגבי שפראך און אינפיניטי, האט דער פילאזאף ווילהעלם וואַן האָמבּאלט געזאגט:
דא הא'מיר צוגעברענגט דאָנס סקאָטוס' הוכחה למציאות הא-ל.Scotus and Aquinas were not in lockstep on every topic, however. One of the most infamous differences between these two great medieval thinkers concerns their views about how our words and concepts work when we try to think and speak about God. Each believed that our thought and language develop from our experience of the world around us. And each recognised that God is not among these familiar objects of experience. So, for both thinkers, it is equally important to offer some sort of theory about how it is that we can think and speak coherently and meaningfully about God using concepts and words tailored to finite, sensible things. Aquinas adopted the view that, applied to God, our concepts and words have only analogous meaning. For example, ‘wisdom’ as applied to God is only analogously related to ‘wisdom’ as applied to a creature, such as Socrates
Scotus offered a slightly different theory. He argued that at least some of our words and concepts have exactly the same meaning when applied to God as they have when applied to creatures – they are ‘univocal’ (same in meaning), not merely analogous. ‘Being’ itself is the most important of these univocal concepts and terms. Scotus thinks that when we say ‘God is a being’ and ‘Socrates is a being’, ‘being’ has exactly the same meaning in the one as in the other
To some, this view is startling, even scandalous. Influential writers like Amos Funkenstein and John Milbank think that Scotus’s doctrine of univocity caused monumental changes to Western society. In The Unintended Reformation (2012), Brad Gregory argues that univocity led to the ‘domestication of God’s transcendence’ and the rise of secularism, an ontological flattening in which God and creatures are metaphysically on par, where God is just one more theoretical entity among many, able to be discarded if alternative scientific theories explain data better than theological alternatives. As the sciences progressed and found less and less need of God, religious belief and practice found itself more and more relegated to a subjective realm of feelings and blind faith. Eventually, the sciences, now operating on totally naturalistic assumptions, were given sole responsibility for describing the world objectively
Whether one welcomes or laments these societal changes, the dunces know that Scotus cannot be responsible for them. To hold that we human beings possess a concept that applies equally to God as it does to creatures does not entail or even remotely suggest that God exists just like creatures exist. Scotus’s controversial doctrine of univocity is, at worst, harmless for theology
To see this, it is important to keep in mind that Scotus’s doctrine of univocity is itself undergirded by a theory of concepts according to which most of our concepts are themselves complex, able to be analysed down into simpler conceptual components. For example, the most general concept we have by which to think about a creature, as a creature, is finite being. This complex concept does not apply to God. But the complex concept infinite being does apply to God – in fact, it is, according to Scotus, the most adequate concept we have (by natural reason alone) for thinking about God. And infinite being, of course, applies to no creature
But notice that each of these concepts – finite being and infinite being – is complex, and each includes being as a simple conceptual component. So, on Scotus’s view, if something is a finite being, then it is a being; and, likewise, if something is an infinite being, then it is a being. At this simplest conceptual level, we have just one concept of being that applies to God and creatures. There cannot be a greater ‘gap’ than that between finite and infinite – and Scotus affirms that this is exactly the gap that yawns between creatures and God. But this gap has nothing to do with the fact that the concepts finite being and infinite being share the simple conceptual component of being as such. If Scotus’s doctrine of univocity is to be faulted, therefore, it cannot be for failing to mind the gap between God and creatures. Relevant criticism might take issue with his theory of complex concepts that gives rise to his theory of univocity – but that is a topic for philosophy of mind and philosophy of language, not theology
***
ומענין לענין באלו ענין לגבי שפראך און אינפיניטי, האט דער פילאזאף ווילהעלם וואַן האָמבּאלט געזאגט:
Language is the infinite use of finite means
אלטימעטלי איז וואס פירט א מענטש אלעמאל איז זיין געפיל, אפילו אויב ער טוט עפעס ווייל לאגיק דיקטעט איזעס אויך נאר ווייל ער האט א ׳געפיל׳ צו לאגיק און דער געפיל צו לאגיק האט גובר געווען אויפן אריגינעלן געפיל.
דער ״געפיל״ צו לאגיק קען טראגן א מענטש צו וועלן ״זיין 100% לאגיש אויסגעהאלטן״, חוץ וואס ס׳נישט שייך וויבאלד אויב דער יסוד איז ׳געפיל׳ איזעס אטאמאטיש נישט 100% ׳לאגיק׳ איזעס שוין לאנג געפראווד געווארן נישט צו זיין שייך דורך די פילסופים אין סייענס וואס האלטן און איין טוישן שיטות און דורך די אלע וואס זיכען צו פארשטיין אלעס מיטן לאגיק, וויבאלד זיי זענען מודה אז זיי טרעפן נישט וואס זיי זיכן.
אלזא, איז ׳לאגיש׳ קלאר, אז ׳געפיל׳ איז דער פאקטישער דיקטעטער ביים מענטש. נו, אז איינער האט א ׳געפיל׳ אין אידישקייט, דאן איז מה טוב ומה נעים - וועם שטערט צו ער האט 50% כח אין לאגיק צו ער ניצט זיין לאגיק נאר 0.3%? אז ער לעבט אריין, פילט ער טוט ריכטיג, גלייבט אז ער איז אייניג מיטן אמת, דאן איז אשרי לו ואשרי חלקו בזה ובבא...
בקיצור, אין איין ווארט: ׳לאגיק׳ האטסעך שוין אליינס ׳לאגיש׳ אפגעוואנדן; יעצט איז צייט אנצופאנגען צו לעבן!

הגם אז איך בין בעצם מסכים מיט וואס דו זאגסט, אז בנוגע התנהגות וועט עס אָלטימעטלי אראפקומען צו געפיהל, און צום מערסטענסט איז דאס לאגיק וראציאנאל מסמיך דערנאך, און אט דאס איז דאך וואס דוד הום זאגט וכדציינתי, איז דאס אבער צו נוצן אלס א טענה נגד דאס סמכות פון ״לאגיק״ על הכלל, נישט גרינג. וויבאלד, ווי צוגעברענגט מאריסטו, איז דאך די גאנצע תגובה אליינס מיוסד אויף לאגיק! איז, טא, וויאזוי וויל מען דאס נוצן אפצופרעגן די שטארקייט פון לאגיק?! וואס מ׳מיינט צו טענה׳ן, מער פונקטליך ומדוייק, איז אז אינעם תחום בנוגע די גרונט פון וואס אונטערליגט א מענטש׳נס התנהגות, זאגט ״לאגיק״ אז עס איז נישט לאגיק.
ווען דער וואס קערט נישט איבער לאגיק ניצט לאגיק פאר אן ארגומענט צו עפעס איבערצייגן איינער וואס קערט יא איבער לאגיק מיינעך אז ס׳טוישטסעך דאס בילד, כ׳מיין אז אפילו אריסטו העט דערויף מודה זיין 😉 😃
מי אניאון אנדערע ווערטער, לאגיק זאגט אז לאגיק איז נישט פראקטיש/נוגע - דערנאך זאגט לאגיק אז דאסיז געווען א לאגישע טענה במילא איזעס נישט קיין טענה - ענטפערט לאגיק אז דאס אליין מיך אפצופרעגן איז א לאגישע טענה במילא בינעך נישט אפגעפרעגט... וחוזר חלילה עד ביאת גואל צדק במהרה.אינעם תחום בנוגע די גרונט פון וואס אונטערליגט א מענטש׳נס התנהגות, זאגט ״לאגיק״ אז עס איז נישט לאגיק.
דערווייל וועליך זיי לאזן פארן אין סירקלס און איך וועל גיין מאכן א לעבן... 😛
דיין (לאגישע…) טענה איז קעגן די וואס נוצן לאגיק אינעם נישט-ריכטיגן פלאץ, וואס (עכ״פ לויט געוויסע) זאגט לאגיק אליינס אז עס קומט נישט אהין. נישט מער.
אגב, ווידער מאכסטו א לאגישע טענה דאס איבערצוצייגן. אין מנוס.
(ענליך איז בנוגע די וואס נוצן לאגישע טענות להוכיח אז ״ג-ט״ איז העכער לאגיק. ווי אויך דערנאך נוצן אבער ״לאגישע״ השלכות המחייבות את האדם פון דעם קאנצעפט פון דאס ״מציאות״ (ווייטער א לאגישע קאַנסטראָקט) פון ״ג-ט״.)

איז דאס פאלגענדע ריכטיג?
געפיל = די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר עקספיריענסן די וועלט.
לאגיק = די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קאמיוניקירן צווישן זיך (און בעצם די איינציגע רעפלעקטירענדע וועג פון טראכטן פאר זיך אליין אויך).
צירקל = ווען מיר עקפיריענסן א דראנג צו קאמיוניקירן/טראכטן איבער עקספיריענסעס (-נעמט אריין אלעס)! 🤓

מי אנידער פראבלעם געשעט נאר אויב ביי דיפאלט פארמאגט לאגיק די אלטימעט מאכט, אויב געפיל איז על העליונה ביי דיפאלט דאן הייבטסעך דער גאנצער ווישעס סייקעל נישט אן.אגב, ווידער מאכסטו א לאגישע טענה דאס איבערצוצייגן. אין מנוס.
מיין עיקר פוינט איז געווען בנוגע דעם חינוך שמועס, אז ס׳פעלט נישט אויס צו עקספאזען קינדער צו די לאגישע ספיקות און ער קען לעבן פערפעקטלי פיין אפילו (ער ווייסט סובקאנטשעסלי אז) זיין מהלך החיים איז נישט געווארן געפראווט דורך זיין שכל און פארשטאנד - משא״כ פאר איינער וואס צו זיין ׳100% לאדזשעקלי קארעקט׳ איז אים דאס וויכטיגסטע, וועט טאקע נישט ווערן איבערצייגט דורך א טענה (אפילו א לאגישע 😉) וואס וויל ביי אים פועל׳ן צו לעבן אָן דעם. (הגם אז ס׳נראה לי אז א דעסיזשען געבויט מיט לאגיק לטובות האדם גייט יא אריין בגדר פון 100% לאדזשעקלי קארעקט ווייל דעי ספעסיפיק לאדזשיק לעצמו איז 100 פערצענט אמת בלי פירכא, אבער שוין...)
מ'האט דא אויבן ארומגערעדט איבער די שיינקייט וואס געוויסע מענטשן טרעפן אין הלכה, האב איך אנגעטראפן אזא שטיקל אויפ'ן וועבזייט פון די קראים: "חכמינו (הקראיים) התירו אכילת אוכל חם שהוכנס לכלי מתאים לשמירת חומו (תרמוס), אך אסור לחממו בפועל או לשמור על חומו על ידי אש או מכשיר חשמלי. המאכלים המסורתיים של העדה לימי השבת הותאמו לאכילה ללא חימום ועובדה היא שהדבר לא פגם בטעמם או בחגיגיותם ואף הוסיף טעם והדר." 😂 [סוף פעידש] זעהט אויס אז ס'איז אזא בחינה פון חן מקום על יושביו, ווען דאס ווערימל עסט זיך אריין אינעם חריין...
אלפאוואס דעפיינסטו עקספיריענסען?... א מענטש עקספיריענסט די וועלט מיט די חושים/סענסעס. מענטשן קאמיוניקירן צווישן זיך דורך חושים/פילינגס/לאגיק/ענערדזשי/ביהעיוויערס און וואס נישט...איז דאס פאלגענדע ריכטיג?
געפיל = די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר עקספיריענסן די וועלט.
לאגיק = די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קאמיוניקירן צווישן זיך (און בעצם די איינציגע רעפלעקטירענדע וועג פון טראכטן פאר זיך אליין אויך).
צירקל = ווען מיר עקפיריענסן א דראנג צו קאמיוניקירן/טראכטן איבער עקספיריענסעס (-נעמט אריין אלעס)! 🤓
נאכנישט געזען אבער לכאו' אינפארמאטיוו צו דעם נושא דא:
https://www.youtube.com/watch?v=LVTmRwitEUI
https://www.youtube.com/watch?v=LVTmRwitEUI
חדשיםצו עקספיריענסן עפעס דארף מען עס נישט מסביר זיין אדער מגדיר זיין, יעדע זאך/געפיל וואס מ'פילט אינערווייניג (נישט קיין חילוק צו עס קומט פון אינערווייניג אדער פון אויסערליכע פאקטארן/סטימולאציעס) אפי' דאס וואס קינדער פון איין טאג אלט פילן גייט אריין אין דעם כלל. די נקודה איז אז עס איז למעלה ממקום אין זמן און בעצם למעלה מהשגותינו - ווייל השגה אליין איז שוין א 'זאך' וואס מיר עקספיריענסן.. מ'קען דאס אנרופן די 'קאנשעס מיינד' - וועלכע איז נאכנישט מובן אין די סייענטיפישע ראלם.אלפאוואס דעפיינסטו עקספיריענסען?... א מענטש עקספיריענסט די וועלט מיט די חושים/סענסעס. מענטשן קאמיוניקירן צווישן זיך דורך חושים/פילינגס/לאגיק/ענערדזשי/ביהעיוויערס און וואס נישט...איז דאס פאלגענדע ריכטיג?
געפיל = די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר עקספיריענסן די וועלט.
לאגיק = די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קאמיוניקירן צווישן זיך (און בעצם די איינציגע רעפלעקטירענדע וועג פון טראכטן פאר זיך אליין אויך).
צירקל = ווען מיר עקפיריענסן א דראנג צו קאמיוניקירן/טראכטן איבער עקספיריענסעס (-נעמט אריין אלעס)! 🤓
צו קאמיוניקירן, דארף מען נוצן שפראך און לאגיק (וואס זענען בעצם די כללים פון שפראך) און דאס מוז שוין יא זיין מוגדר במקום ובזמן ווייל אז נישט רעדט מען פון גארנישט/אלעס ביינזאם, עס דארף האבן א דעפינאציע און ספעציפישע פוינט צו/פון וואס מ'באציט זיך. דאס איז אויך נוגע פאר די מענטש אליין צו 'מגדיר' זיין און קאנטעינען זיינע עקספיריענסעס, ווי מ'דארף נוצן א דעפינירטע מעטאדאלאגיע.
די דרייוו און צורך צו זיין קאנטעינד און צו קאמיוניקירן איז אויך ביסודו א ריינע עקספיריענס.
ווען מ'רעדט פון 'פארשטיין' עפעס, קען עס מיינען איינס פון די צוויי, אדער אז איך האב די ווערטער/ריזאן און לאגיק עס צו (מגדיר זיין און) קאנטעינען. אבער טיפער וואס עס מיינט איז דאס וואס די עקספיריענס/געפיל איז באזעטיגט און מ'האט נישט קיין שוועריקייטן דערמיט.
אויף די שאלה צו קליינע קינדער פארשטייען וויאזוי אן עראפלאן פארט וועט די אנגענומענע תשובה זיין אז נישט, נעמליך זיי האבן נישט די כלים און ווערטער און 'הבנה' איבער די סייענס שבו, אבער לאידך גיסא איז זיי גארנישט שווער מיט די מציעות דערפון - זיי פארשטייען אויך נאכנישט אז מכח גראוויטי דארף עס בעצם אראפצופאלן - זיי נעמען אן מציעות אזויווי עס איז. דארט צו וואו מיר קומען אלטימעטלי צו נאכן 'פארשטיין' (פארשטייסטו דען פארוואס סייענס ארבייט וויאזוי עס איז?..) סא און דעם סענס קען מען לכאו' זאגן אז זיי פארשטייען יא, עכ"פ עס מאכט 'סענס' פאר זיי..
צוריק צום צירקל.
צו רעדן פון עקספיריענס (וואס מיר טוען יעצט) דארף מען נוצן לאגיק.
אבער צו עקספיריענסן/פארשטיין לאגיק קען מען נאר דורך עקספיריענס.
די זאך וואס איז מער אינדיפענדענט איז לכאו' די עקספיריענס/געפיל, בעת ער דארף נישט בעצם צוקומען צו לאגיק צו עקזיסטירן. נאר כדי איך זאל דיר דאס קענען מיטטיילן (און אויב 'עקזיסטענס' וועט נאר טייטשן עפעס וואס מיר קענען קאמיוניקירן וועגן..) מוז מען צוקומען צו לאגיק..
דערפאר וואלט איך געזאגט אז פאר א מענטש פערזענליך איז די געפיל גובר, נאר ס'נישטא במציעות קיין וועג דאס אויפצו-ווייזן אדער איבערצייגן (חוץ פון וויאזוי איך פראביר יעצט.. 😎 )
בְּתוֹךְ עַמִּיאט דאס זאג איך (און אריסטו): אז דורכ׳ן דאס אלעס טענה׳ן אין די פרעימווארק און אויסשטעל פון א פּראפּאזישאן און זאץ אין שפראך ולאגיק, פון א דבר דיבור על אופנו אויפצוווייזן צו וואו די הנחה וכו׳ וואס דו לייגסט אראפ פירט אטאמאטיש צו צו די מסקנה וועלכע דו טענה׳סט בעד, געבסטו שוין בהכרח פאר ״לאגיק״ מיט דעם אליין דאס ״אָלטימעט מאכט״.דער פראבלעם געשעט נאר אויב ביי דיפאלט פארמאגט לאגיק די אלטימעט מאכט, אויב געפיל איז על העליונה ביי דיפאלט דאן הייבטסעך דער גאנצער ווישעס סייקעל נישט אן.
בְּתוֹךְ עַמִּיאון וועגן דעם איז די טענה נישט אינגאנצן ריכטיג. והיינו, דו טענה׳סט עפ״י לאגיק אז ס׳איז די טובה פונעם קינד צו צענזורירן לאגיק פון אים, ווייל לאגיק איז נישט ידה על העליונה. אבער (עפ״י לאגיק…) וועט ער דאס ממילא געוואור ווערן, וממילא וועט ער דאך (סאָבּקאַנשׁעסלי?) זעהן אז אפילו דו האסט, מיט דעם סטראָקטור פונעם טענה גופא, דאך און מיט דעם אלעם אָנגענומען אז לאגיק איז יא ידה על העליונה. איז טא וואס האסטו דאס צענזורירט פון אים? און דאס פירט שוין דאס ״געפיהל״ צו מזניח זיין אינעם גאנצן (וכמו שהחוש מוכיח).מיין עיקר פוינט איז געווען בנוגע דעם חינוך שמועס, אז ס׳פעלט נישט אויס צו עקספאזען קינדער צו די לאגישע ספיקות און ער קען לעבן פערפעקטלי פיין אפילו (ער ווייסט סובקאנטשעסלי אז) זיין מהלך החיים איז נישט געווארן געפראווט דורך זיין שכל און פארשטאנד - משא״כ פאר איינער וואס צו זיין ׳100% לאדזשעקלי קארעקט׳ איז אים דאס וויכטיגסטע, וועט טאקע נישט ווערן איבערצייגט דורך א טענה (אפילו א לאגישע 😉) וואס וויל ביי אים פועל׳ן צו לעבן אָן דעם. (הגם אז ס׳נראה לי אז א דעסיזשען געבויט מיט לאגיק לטובות האדם גייט יא אריין בגדר פון 100% לאדזשעקלי קארעקט ווייל דעי ספעסיפיק לאדזשיק לעצמו איז 100 פערצענט אמת בלי פירכא, אבער שוין...)
עס איז אביסל ווי ווען הלכה און קבלה זענען זיך סותר אין אן הלכה'דיגן נושא, ווי ע"פ הלכה (כמדומני מג"א..) איז הלכה גובר.
אבער ע"פ קבלה איז קבלה גובר.. וחוזר חלילה.
אבער ע"פ קבלה איז קבלה גובר.. וחוזר חלילה.
איך פארשטיי טאקע נישט דעם (מג"א?), אויב ע"פ קבלה דארף מען טוהן X מיינט דאס אז וועסט טוהן Y וועט די מצווה נישט ארבעטן אינעם רוחניות'דיגן ספערע (כ'רעד דאך אז מ'גלייבט אין אידישקייט, אז נישט איז דאך סתם אזוי די גאנצע שאלה נישט נוגע), אלזא פארוואס זאל מען פאלגן די הלכה? די העק מיט הלכה! די חברה וואלט אפילו געבויט א געביידע אויף quicksand, איי ס'גייט צאמפאלן? הלכה! ס'שטייט דאך קלאר אינעם אלטן געלן בוך אז מ'דארף דווקא בויען אויף quicksand! איי פארוואס פארווען פארווי? ככה, סואיסיידעל, מיט'ן קאפ אין וואנט.
די זעלבע איז מיט געפיל VS לאגיק, אויב גיין מיט'ן אזויגערופענעם לאגיק וועט דיך סתם שווער מאכן דאס לעבן פאר גארנישט און פאר נישט דאן איז עס שוין נישט לאגיש... די העק מיט לאגיק, די מאכסט זיך סתם אן א גיהנם, אבער מ'איז גרייט זיך מקריב אויפן מזבח פונעם הייליגן גאט לאגיק, אשה ריח ניחוח ללאגיק, ויהי רצון שיתקבלו קרבנותינו ותפילותינו לפני אדון הלאגיק, אללה הוא עכבר!

לא זכיתי להבין אף מילה אחת מכל האשכול הדין, מפני חוסר המשיג (והמושג) אבער די נאמען פונעם אשכול קען מען טוישען צו "איך גלייב אין גאט"
למשל ווען אראבערס האבען וועהן א שטיבעל וואלטען זיי געפענט א געהענגעל , גלייבסט אין מוהאמעד (מוחמד) {גאט }?
למשל ווען אראבערס האבען וועהן א שטיבעל וואלטען זיי געפענט א געהענגעל , גלייבסט אין מוהאמעד (מוחמד) {גאט }?
די געדאנק וואס די אשכול וויל ארויסברענגען, ועפ״י די מעשה פון דעם שאלה וואס איך האב בייגעוואוינט, איז אט דאס: אז פון א פילאזאפישן און מיימאַנידיען מבט, איז עס דאך באמת נישט שייך צו זאגן, אין א פּאזיטיוון סענס, ״איך גלייב אין ג-ט.״ וממילא איז די, בדרך כלל עקיוּזיטאָרי, שאלה פון ״דו גלייבסט אין ג-ט?״ בלי שחר.
ולגבי געפיהל לעומת לאגיק איז דאך דאס געווען א הארה בשעת מיינע סייקעדעליק טריפּס. די געדאנק דארונטער איז אז לגבי עקספּיריענסעס, ובפרט די סאָבּליים סארט, זענען זיי דאך למעלה פון זיין ביכולת פון ווערן געקעפּטשורד אין שפראך. דאס איז די סיבה אז ווען מ׳וויל דאס יא אריינלייגן אין ווערטער, נוצט מען פאעזיע און געקינצעלטע ווערטער וועלכע האבן אינהערענטלי נישט א ממש קאנקריטע באדייט (על הכלל). אין אנדערע ווערטער, עס איז למעלה משפראך ומלאגיק. (הגם אז מ׳קען פרובירן, ובאנו לפענעמענאלאגיע ועקזיסטענשעליזם.)
ובזה, די פלאם-פייערדיגע טענה און פאלעמיק פון @ברוך שפינוזה קעגן גיין קאפ-אין-וואנט מיט לאגיק איז… עפ״י לאגיק. ווי געזאגט, אין מנוס.

ברוך שפינוזהלגבי קבלה און הלכה איז נישט אזוי פשוט אז די 'רוחניות' (אויב זאל מען אננעמען די סמכות פון קבלה בכלל - נאך מיט השלכות אויף למעשה) איז גובר אויף די למעשה. ואכמ"ל.איך פארשטיי טאקע נישט דעם (מג"א?), אויב ע"פ קבלה דארף מען טוהן X מיינט דאס אז וועסט טוהן Y וועט די מצווה נישט ארבעטן אינעם רוחניות'דיגן ספערע (כ'רעד דאך אז מ'גלייבט אין אידישקייט, אז נישט איז דאך סתם אזוי די גאנצע שאלה נישט נוגע), אלזא פארוואס זאל מען פאלגן די הלכה? די העק מיט הלכה! די חברה וואלט אפילו געבויט א געביידע אויף quicksand, איי ס'גייט צאמפאלן? הלכה! ס'שטייט דאך קלאר אינעם אלטן געלן בוך אז מ'דארף דווקא בויען אויף quicksand! איי פארוואס פארווען פארווי? ככה, סואיסיידעל, מיט'ן קאפ אין וואנט.
די זעלבע איז מיט געפיל VS לאגיק, אויב גיין מיט'ן אזויגערופענעם לאגיק וועט דיך סתם שווער מאכן דאס לעבן פאר גארנישט און פאר נישט דאן איז עס שוין נישט לאגיש... די העק מיט לאגיק, די מאכסט זיך סתם אן א גיהנם, אבער מ'איז גרייט זיך מקריב אויפן מזבח פונעם הייליגן גאט לאגיק, אשה ריח ניחוח ללאגיק, ויהי רצון שיתקבלו קרבנותינו ותפילותינו לפני אדון הלאגיק, אללה הוא עכבר!
לגבי לאגיק קען מען לכאו' נוצן טשורטשיל'ס פראזע "עס איז די ערגסטע סיסטעם - אויסער אלע אנדערע וואס ארבייטן בכלל נישט- democracy is the worst form of government except for all others"
אזויווי @@מי אני זאגט, עס איז אין מנוס דערפון. בפרט אויב דו ווילסט נוצן דאס אליין עס אראפצורייסן..
מי אניקודם כל קען מען לכאו' יא רעדן דערפון טאקע באופן וויאזוי מ'רעדט דא, ס'איז טאקע א משהו אן אנדערע וועג פון רעדן - דהיינו אנשטאט איבערצייגן אדער אריינפיטערן געדאנקען - פראבירט מען אויפצו-וועקן די חלק אינעם צווייטן וואס פילט/האלט אויך אזוי, טאקע מער א פאעטישע וועג פון קאמיוניקירן.דאס איז די סיבה אז ווען מ׳וויל דאס יא אריינלייגן אין ווערטער, נוצט מען פאעזיע און געקינצעלטע ווערטער וועלכע האבן אינהערענטלי נישט א ממש קאנקריטע באדייט (על הכלל). אין אנדערע ווערטער, עס איז למעלה משפראך ומלאגיק. (הגם אז מ׳קען פרובירן, ובאנו לפענעמענאלאגיע ועקזיסטענשעליזם.)
לגבי חינוך האב איך אויך געטראכט אז טאמער די ציל איז אויפצו-וועקן און שטערקער אונטערשטרייכן געפילן וועלכע ליגן ביסוד אינעם מענטש/קינד, דאן איז לאגיק און שפראך טאקע נישט אזוי וויכטיג און אויסמאכנד, עס מעג זיך אפי' צומאל סותר זיין, כל זמן די עטאס און עסענס פונעם מעסעדזש קומט דורך..
פיינעלי לגבי שפראך אליין פיל איך שוין לאנג אז עס איז אביסל בבחינת קוואנטום מעכאניקס, ווי באמת טוט זיך אפ א מולטיפולע ספערע פון דיימענסיעס, מיר זענען נאר זוכה צו פיר דערפון (3D אין מקום און איינס פון זמן.) בזמן וואס די אטאמען/עלעקטראנען שוועבן זיך ארום ווי וואלן - מ'קען עס אנרופן אז זייערע 'עקספיריענס' איז און סאך א ברייטערע ראלם, אבער מיר 'קאמיוניקירן' מיט זיי נאר אלס פאפרוירענע פארטיקעל, ענליך געשעט ביי די מענטשליכע 'עקספיריענס vs קאמיוניקאציע' ווי די אייגענע ערפארונגען קומען פאר סאך ברייטער און מער פאעטיש/ארטיסטיש געשטומט, אבער בכדי צו אריבערפירן עני אינפארמאציע מוז מען זיך מצמצם זיין אין א קליין פלאכע דיימענסיע וואס שפראך קען נאר אויפכאפן..
עס איז צום האפן אז פונקט ווי סייענס האט גע'קעפטשור'ד די אומזעבארע אספעקטן פונעם קוואנטום וועלט, וועלן זיי אויך בעתיד טרעפן די מעטאדע צו קאמיוניקירן איבער אונזער באהאלטענע דיימענסיעס!
זיי זענען דארט מבאר אין פרק נז כעין מה שפירשתי:
און דאס איז אויך פשט אין ווי זיי זענען מפרש פריער בפנ״ב, וואס דארט טוהט דער רמב״ם מפרש זיין די 5 סוגי תוארים, און איז נאר ״מכשיר״ תוארי פעולות בהעולם וכלשונו:
און ווי דער נרבוני שרייבט דארט (עפ״י אל-גאזאלי ואבן רשד):
לסיכום, די שאלה פון: ״דו גלייבסט אין ג-ט?״
איז דאס זעלבע ווי פרעגן (להרמב״ם):
״דו גלייבסט אין דאס עקזיסטענץ פון עפעס, וואס מ׳קען דערצו נישט געבן די ווערטער עקזיסטענץ, עפעס, אדער דערצו?״
וואו מ׳זעהט איז די שאלה חסר משמעות כלל. איז וואס דרייסטו א קאפ דערמיט? וואס איך זאג איז אז א טעאלאג על האמת פארשטייט אז מ׳האט נישט צו פרעגן די שאלה. דאס פרעגן די שאלה ווייזט גאר אויף א חוסר הבנה ועיון אינעם געביט פון אלקות.
***
דר. דאָנקען ריכטער שרייבט במשנתו של לודוויג וויטגענשטיין און זיין צוגאנג צו רעליגיע בתוך זיין פילאזאפיע:
אין פנ״ח זענען זיי אויך מפרש דאס וואס ער זאגט דארט לגבי ״מציאות״ כלפי הא-ל, כדהבאתי מדר. עלווין ריינעס:אנו קובעים שהא-ל הוא ״אחד״, אך מיד אנחנו מסתייגים מן האמירה ״אחד״ באמירה ״לא על ידי אחדות״.
זיי שרייבן דארט פריער:״נמצא״ משמעו ״לא לא-נמצא״, כלומר, אין שום זיקה בין המושג ״לא-נמצא״ לבין הא-ל.
ווי מ׳זעהט, זאגן זיי אז ״מציאות״ איז דאס וואס איז מעניק ״קיום״ להגדרתו של דבר, וואס דאס איז ״מהות״. איז וויבאלד ״ג-ט״ איז ריין ״מהות״, איז שווער דערויף מעניק צו זיין ״קיום״, וואס דאס איז עובדת מציאותו, הגם מ׳וויל און מ׳טוהט דאס דאך פרובירן משיג צו זיין דערביי דעם ״קיום הטהור״. און די ״מעיד על דבר מחוץ לו״ איז, ווי געשריבן פריער, ״שאנו מבינים אותו״, וממבטינו אבל לא לפי האמת לאמיתו, וככל הנ״ל.בפרק הקודם למדנו על ההבחנה בין מהות, שהיא הגדרתו של הדבר, לבין מציאות, שהיא התכונה המעניקה קיום למהות זו. והנה לגבי הא-ל, אין לנו שום ידע על מהותו, ולכן ניתן להשיג רק את עובדת קיומו הטהור של הא-ל, אך אין אנו יודעים מה קיים, וקיום זה אינו תואר ואינו מבטא את עובדת מציאותו בנפרד ממהותו. ומשמעות הדבר היא שאנו יודעים רק שהעולם שאנו מבינים אותו מעיד על דבר מחוץ לו.
און דאס איז אויך פשט אין ווי זיי זענען מפרש פריער בפנ״ב, וואס דארט טוהט דער רמב״ם מפרש זיין די 5 סוגי תוארים, און איז נאר ״מכשיר״ תוארי פעולות בהעולם וכלשונו:
און זיי זענען מפרש:והחלק החמישי מתארי החיוב הוא שיתואר הדבר בפעולתו. ואינו רוצה ב'פעולתו' קנין המלאכה אשר בו כאמרך 'הנגר' או 'הנפח', כי הם ממין האיכות כמו שזכרנו. אבל ארצה ב'פעולתו' הפעולה אשר פעלה כאמרך "ראובן הוא אשר חרש את הדלת ובנה החומה הפלונית וארג זה הבגד". וזה המין מן התארים רחוק מעצם המיוחס, ולזה ראוי שיתואר בהם האלוק ית', אחר אשר תדע שאלו הפעולות המתחלפות לא יתחייב שיעשו בענינים מתחלפים בעצם הפועל כמו שיתבאר. אבל כל פעולותיו ית' המתחלפות כולם בעצמו לא בענין מוסף על עצמו כמו שבארנו.
די ווערטער לבסוף זענען ספעציעל וויכטיג.המהלך של ביטול האמנת תוארים חייב להסתיים ולא לבטל את הזיקה בין הבורא לבין הבריאה. מותר לומר שהא-ל ברא את העולם והוא מנהיגו או שנתן לנו את התורה, מפני שמתוארים מעין אלה אינם מלמדים ולא כלום על עצמיות הבורא, ואינם מתוארים שום תכונה שלו ושום מקרה בזיקה לו, אף לא את זיקתו למציאות, ורק באים לומר שהמציאות אינה מסבירה את עצמה, לא בעצם קיומה ולא באופן התנהלותה, והיא זקוקה להבורא.
און ווי דער נרבוני שרייבט דארט (עפ״י אל-גאזאלי ואבן רשד):
ואגב, דער אפודי דארט פרעגט:וכאשר נאמר ״עצם״, ענינו ״הנמצא״ לשלול ממנו ״העמידה בנושא״.
וכאשר נאמר ״מחוייב המציאות״, ענינו שהוא נמצא אין עלה לו והוא עלה לזולתו, ויהיה המשפט מן השלילה והצירוף: אחד, שענין ״אין עלה לו״ שלילה ושומו עלה לזולתו, ״צירוף״ וכאשר נאמר לו שכל ענינו שהוא ״נמצא״, נקי מן החומר.
וכאשר נאמר ״יוצר ופועל ובורא״ ושאר תוארי הפועל, הנה ענינו שמציאותו מציאות נכבד ישפע ממנו מציאות הכל השפעה מחוייבת, ושמציאות זולתו מגיע ממנו ונמשך למציאותו כמו שימשך האור מהשמש, אלא שאינו טבע גמור.
וכאשר נאמר ״יכול״, לא ירצה בו אלא היותו פועל על אופן אשר שיערנוהו, והוא שמציאותו מציאות ישפע ממנו זולתו ושבהשפעתו תסודר כל ההדרגה בכל הנמצאות על צד יותר מופלג במציאות האפשרות בשלימות והטוב.
וכאשר נאמר ״רוצה״, לא ירצה בו אלא שמה שישפע ממנו אינו נעלם ממנו ואינו מצטער עליו, אבל הוא יודע ששלימותו בהשפעת הכל ממנו, ופעלו פועל מסודר מידיעה ויסודר הנכבד משתי הפכים, ורצונו הולכת בנמצאות כפי ידיעתו, ושיכלתו לא תחסר מרצונו.
ויעבור בזה הענין שיאמר לו ״רוצה״ שהוא רוצה ולא יהיה הרצון אלא ענין היכולת, ולא היכולת אלא ענין הידיעה, ולא הידיעה אלא ענין העצמות. הנה הכל א״כ ישוב אל ענין העצמות.
וזה עולה עם מה שבארנו בענין נובע/שופע.יש להקשות בזה החלק החמישי איך הכשיר הרב לתארו בו יתעלה כי הוא מאמר שיפעל והוא מקרה. ונוכל לתרץ כי מאמר שיפעל הוא מקרה בבחינה שיהיה כח פועל והוא ית׳ אין לו כח פועל אלא עצם פועל לכל הנמצאות, וזהו מאמר הרב.
לסיכום, די שאלה פון: ״דו גלייבסט אין ג-ט?״
איז דאס זעלבע ווי פרעגן (להרמב״ם):
״דו גלייבסט אין דאס עקזיסטענץ פון עפעס, וואס מ׳קען דערצו נישט געבן די ווערטער עקזיסטענץ, עפעס, אדער דערצו?״
וואו מ׳זעהט איז די שאלה חסר משמעות כלל. איז וואס דרייסטו א קאפ דערמיט? וואס איך זאג איז אז א טעאלאג על האמת פארשטייט אז מ׳האט נישט צו פרעגן די שאלה. דאס פרעגן די שאלה ווייזט גאר אויף א חוסר הבנה ועיון אינעם געביט פון אלקות.
***
דר. דאָנקען ריכטער שרייבט במשנתו של לודוויג וויטגענשטיין און זיין צוגאנג צו רעליגיע בתוך זיין פילאזאפיע:
Wittgenstein also said, in his 1929 lecture on ethics, that “the tendency of all men who ever tried to write or talk Ethics or Religion was to run against the boundaries of language,” i.e. to talk or write nonsense. This gives support to the view that Wittgenstein believed in mystical truths that somehow cannot be expressed meaningfully but that are of the utmost importance. It is hard to conceive, though, what these ‘truths’ might be
With regard to religion, Wittgenstein is often considered a kind of Anti-Realist. He opposed interpretations of religion that emphasize doctrine or philosophical arguments intended to prove God’s existence, but was greatly drawn to religious rituals and symbols, and considered becoming a priest. He likened the ritual of religion to a great gesture, as when one kisses a photograph. This is not based on the false belief that the person in the photograph will feel the kiss or return it, nor is it based on any other belief. Neither is the kiss just a substitute for a particular phrase, like “I love you.” Like the kiss, religious activity does express an attitude, but it is not just the expression of an attitude in the sense that several other forms of expression might do just as well. There might be no substitute that would do. The same might be said of the whole language-game (or games) of religion, but this is a controversial point. If religious utterances, such as “God exists,” are treated as gestures of a certain kind then this seems not to be treating them as literal statements. Many religious believers, including Wittgensteinian ones, would object strongly to this. There is room, though, for a good deal of sophisticated disagreement about what it means to take a statement literally. For instance, Charles Taylor’s view, roughly, is that the real is whatever will not go away. If we cannot reduce talk about God to anything else, or replace it, or prove it false, then perhaps God is as real as anything else
אלפאאיך זע נאר א ווערטער שפיל, דרייט א קאפ בלע”ז... וואספארא תירוץ זעסטו?
איך זע אזוי פיל אז ער האלט יא אז 'זאגן' עס איז דא 'עפעס' הייסט עסטעבלישט אן עקזיסטירענדע גאט! אפי' אן די מעגליכקייט צו מסביר זיין (עכ"פ אין דעם קאנטעקסט) א דעפינאציע דערצו.
אלפאדאס זע איך...איך זע אזוי פיל אז ער האלט יא אז 'זאגן' עס איז דא 'עפעס' הייסט עסטעבלישט אן עקזיסטירענדע גאט! אפי' אן די מעגליכקייט צו מסביר זיין (עכ"פ אין דעם קאנטעקסט) א דעפינאציע דערצו.
די ווערטער ”עפעס” / ”עקזיסטירנדע” מיט ”גאט” איז שוין פראבלעמאטיש...
איינמאל דו האסט נישט קיין דעפינישען פרעגט דאך יענער גוט וואס איז עס אנדערש ווי זאגן איך ווייס נישט וויאזוי די וועלט האט זיך אנגעפאנגען...
לידיעה בעלמא, איך האב עס געפרעגט..
און איך פארשטיי אביסל זיין פערספעקטיוו.
און איך פארשטיי אביסל זיין פערספעקטיוו.
ווי איך פארשטיי הרב דר. אברהם, איז ער בעצם מסביר דעם רמב״ם׳ס מעמד אין דעם. והיינו, ווי מסביר געווען, האט דער רמב״ם הוכחות אויף ״מחוייב המציאות״. מאידך גיסא אבער מוז ער דאך גאר נעגעיטן אפילו אט דעם טערמין פון ״מציאות״, אין א פּאזיטיוון סענס, כלפי דעם מושג פון ״ג-ט״! מוז דאך זיין אז די גאנצע הוכחה אליינס דערצו, איז אליינס א דרך שלילה, און זאגט נישט מער ווי דאס אז די בריאה איז ״נישט״ [השלילה] א הסבר צו זיך אליינס. וכעין מה שהבאתי מדר. עלווין ריינעס.
ואולי כעין גאָדעל'ס טעארעמס אין לאגיק, וואו אַן אייגענע סיסטעם קען נישט אליינס האבן בתוכה פון וואס מ'זאל קענען אויפווייזן אלעס בתוכה. און דאס וואס מ'וועט כסדר מוזן ארויסגיין אינדרויסן פונעם סיסטעם וואס מ'מאכט, בב"ת, אט דאס איז וואס מ'טערמינט "ג-ט". ועיין בדברי פּערי מאַרשאל. ואגב, דא שרייבט דר. וויליאם לעין קרעיג איבער די השלכות דאס האט פאר ידיעת הקב"ה (אין א פּאזיטיווע סענס), וואו ער רירט אָן אויף די שאלה אין די פילאזאפיע פון מאטעמאטיקס.
***
אין די סוגיא פון מטרת קיום המצות וקשרותם לעניני אמונות ודיעות, איז אינטרעסאנט וואס דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״ב פל״א:
דאס איז בפרט אינטרעסאנט אז ער זאגט דאס אין די קאנטעקסט פון מצות שמירת שבת בסיומו על הדיון אודות חידוש נגד קדמות. און אז די טעם פון חומרת שמירת שבת הוא כדי לבסס את האמונה בחידוש אצל ההמון ע״ש. אבער, ווי געזאגט, האבן דאך דער נרבוני, אבן כספי, און אנדערע געהאלטן אז דער רמב״ם האט יא באמת געהאלטן פון קדמות, און האט געשטיצט חידוש העולם אלס אמונה הכרחיות פאר׳ן המון, וואס בלא זה איז דאך נישטא קיין התגלות און רעוועלעישאן (במובן הפשוט), און דאס איז דאך מרפה דאס ציית פונעם המון עם להתורה. און דער נרבוני און אבן כספי זענען טאקע מסביר דעם פרק אז מצות שבת, שהיא לבסס אמונה בחידוש העולם, איז טאקע בעצם אַן אמונה הכרחית לההמון ע״ש. און עס קומט אויס אז ס׳איז בעצם א מעשה הכרחית, של שמירת שבת, למען אמונה הכרחית של חידוש העולם, שהיא אמונה הכרחית למען שאר המצות.
ענליך שרייבט ער בח״א פל״ו אין די קאנטעקסט פון די פראבלעם פון אַן עובד ע״ז במעשה, הגם ער איז נישט ממש א כופר בה׳:
ולפי״ז קען מען זאגן אז וועגן דעם טאקע טרעפט מען א שילוב, און ווי דער מ״א ברענגט אראפ באו״ח סימן שו ס״ק כט, אז חילול שבת איז חמור כעובד ע״ז ע״ש. וידוע הגמרא בשבת קיח: אמר ר' חייא בר אבא א"ר יוחנן כל המשמר שבת כהלכתו אפילו עובד ע"ז כדור אנוש מוחלין לו ע״ש. והיינו ״כדור אנוש״, וואס דער רמב״ם שרייבט בריש הל׳ ע״ז אז זיי האבן יא געגלייבט בה׳, נאר געוואלט דינען אמצעיים אליו מחמת כבודו ית׳ ע״ש, וכמוש״כ שם בפל״ו הנ״ל במו״נ. וע״ש במה שכתב שם האברבנאל: און אין ח״ב פל״א שרייבט דער אברבנאל: עס איז טאקע מן הראוי לציין צו וואס דער רמב״ם שרייבט בח״ג פ״מ לגבי מיתת בי״ד דערביי:
ובסתם ווי דער רמב״ם זאגט דארט בח״ב פל״א איז א טעם דערינען בשמירת שבת אויך:
***
לגבי ענין עקספּערטיִז וטעות החכמים, שרייבט ר׳ שמואל צרצה אין זיין מקור חיים (סוף פ׳ בהעלותך), אינעם קאנטעקסט פון אַן אנגעבליכער טעות ושכחה פונעם רמב״ם:

און ווי דער שם טוב איז דאס דארט מסביר:וכבר ידעת מדברי שהדעות אם לא יהיו להם מעשים שיעמידום ויפרסמום ויתמידום בהמון לנצח, לא ישארו.
והיינו, אז די מטרה פון די מצות מעשיות איז בעצם סייקאָסאָמעטיק און אז כדי אז די דיעות וואס ליגן דערונטער זאלן ווערן עמבּאַדיִד אינעם מענטש.כי ההמון אין להם דעת כדי לקיים האמונות בידיעה אם לא יעשו מעשים
דאס איז בפרט אינטרעסאנט אז ער זאגט דאס אין די קאנטעקסט פון מצות שמירת שבת בסיומו על הדיון אודות חידוש נגד קדמות. און אז די טעם פון חומרת שמירת שבת הוא כדי לבסס את האמונה בחידוש אצל ההמון ע״ש. אבער, ווי געזאגט, האבן דאך דער נרבוני, אבן כספי, און אנדערע געהאלטן אז דער רמב״ם האט יא באמת געהאלטן פון קדמות, און האט געשטיצט חידוש העולם אלס אמונה הכרחיות פאר׳ן המון, וואס בלא זה איז דאך נישטא קיין התגלות און רעוועלעישאן (במובן הפשוט), און דאס איז דאך מרפה דאס ציית פונעם המון עם להתורה. און דער נרבוני און אבן כספי זענען טאקע מסביר דעם פרק אז מצות שבת, שהיא לבסס אמונה בחידוש העולם, איז טאקע בעצם אַן אמונה הכרחית לההמון ע״ש. און עס קומט אויס אז ס׳איז בעצם א מעשה הכרחית, של שמירת שבת, למען אמונה הכרחית של חידוש העולם, שהיא אמונה הכרחית למען שאר המצות.
ענליך שרייבט ער בח״א פל״ו אין די קאנטעקסט פון די פראבלעם פון אַן עובד ע״ז במעשה, הגם ער איז נישט ממש א כופר בה׳:
פון דעם זעהט מען אז עס זענען שייך מצות מעשיות בפועל אשר מטרתם הוא ג״כ סיי אלס מען זאל זיי נישט טוהן כדי נישט צו אינקאָלקעיטן דעות נפסדות, וואס דער המון (און מענטשן בכלל, ועיין בהחינוך הידוע במצוה טז) ווערט נאכגעשלעפט בדעותיהן לפי די מעשים וואס זיי טוהן בפועל; וואס דאס איז די ענין נגד עבודה זרה בפועל אף כשמאמין בה׳. און סיי אז עס זענען דא מצות וואס זענען הכרחיות לקיים, נישט נאר אמונות אמתיות, נאר אפילו אמונות הכרחיות, וואס די אמונות הכרחיות דינען נאכדעם פאר פּאליטישע/סאָשׁעל סטעבּיליטי על הכלל; וואס דאס איז די ענין ביי מצות שמירת שבת להרמב״ם עפ״י הנרבוני ואבן כספי.כי לא ישיג ההמון אלא מעשה העבודות, לא עניניהם ולא אמיתת הנעבד בהם
ולפי״ז קען מען זאגן אז וועגן דעם טאקע טרעפט מען א שילוב, און ווי דער מ״א ברענגט אראפ באו״ח סימן שו ס״ק כט, אז חילול שבת איז חמור כעובד ע״ז ע״ש. וידוע הגמרא בשבת קיח: אמר ר' חייא בר אבא א"ר יוחנן כל המשמר שבת כהלכתו אפילו עובד ע"ז כדור אנוש מוחלין לו ע״ש. והיינו ״כדור אנוש״, וואס דער רמב״ם שרייבט בריש הל׳ ע״ז אז זיי האבן יא געגלייבט בה׳, נאר געוואלט דינען אמצעיים אליו מחמת כבודו ית׳ ע״ש, וכמוש״כ שם בפל״ו הנ״ל במו״נ. וע״ש במה שכתב שם האברבנאל: און אין ח״ב פל״א שרייבט דער אברבנאל: עס איז טאקע מן הראוי לציין צו וואס דער רמב״ם שרייבט בח״ג פ״מ לגבי מיתת בי״ד דערביי:
ובפמ״א:אמנם שאר העבירות אשר בהם מיתת בית דין כעבודה זרה ושבת, אשר לא יזיק בהם לזולתו אבל הם דיעותו, לא יהרג בהם על המחשבה עד שיעשה.
כמובן, אז יעצט אז ס׳איז שוין דא די ציווי פון שמירת שבת, איז אפילו פאר דער וואס נעמט יא אָן (כעין) שיטת קדמות, והשלכותיה איבער אַן ״אומדירעקטער״ ג-ט וואס איז ״אינפּרסונלית״ וכו׳, קען עס נאך אלס האבן א פולקאמער מיִניִנג וטעם בשמירת שבת. ואפילו דער אלגעמיינער מאמין בחידוש און אין אַן ״אקטיווער״ ג-ט במובן הפשוט, איז נישט עכט די קאַנשׁעס סיבה פאר שמירתו די חידוש העולם חלק שבו; ווי דער רמב״ם זאגט אז ההמון לא ישיגו ״לא עניניהם ולא אמיתת הנעבד בהם״ - זיין מיִניִנג דערין איז עפעס אנדערש. (הגם דער רמב״ם באציהט זיך טאקע צום סאָבּקאַנשׁעס חלק דערפון.)אבל מיתת בית דין תמצאה בענינים הגדולים אם בהפסד אמונה או בחטא גדול, רצוני לומר בעבודה זרה וגילוי עריות ושפיכות דמים וכל מה שמביא לזה, ובשבת להיותו מקיים אמונת חידוש העולם.
ובסתם ווי דער רמב״ם זאגט דארט בח״ב פל״א איז א טעם דערינען בשמירת שבת אויך:
און ווי ער שרייבט בח״ג פמ״ג:אמנם תתו לנו תורת השבת וצוותו אותנו לשמרו הוא עלול נמשך לעילת היותו 'עבדים במצרים' אשר לא היינו עובדים ברצוננו ובעת שחפצנו ולא היינו יכולים לשבות.
והיינו, סתם אזוי דאס ראציאנאלע סיבה פון לנוח (בהכרח) בשביעית מימי חייו, און ווי דער אפודי צייכענט דארט צו בח״ב פל״א עפ״י ח״ג פמ״ג (וע״ש באברבנאל ווי ער דינגט זיך מיט אים און זאגט אז דער רמב״ם דערמאנט דאס נישט דארט, און אז דאס איז נאר א טעם פרסומיי און נישט די ״טעם האמתי כפי הקבלה האמיתית התוריית״. וע״ש ווי ער שטעלט טאקע צאם ״הריגת הנוקב/המגדף שהיה כופר בשלימות מציאותו ית׳, ואם המקושש שהיה כופר בפעולתו״ ע״ש).אמנם ענין השבת טעמו מפורסם ואין צריך לביאור. כבר נודע מה שבו מהמנוחה, עד שיהיה שביעית חיי האדם בהנאה ובמנוחה מן העמל והטורח שלא ימלט ממנו קטון וגדול. עם מה שמתמיד ומקיים הדעת הנכבד מאד לדורות והוא האמונה בחידוש העולם.
***
לגבי ענין עקספּערטיִז וטעות החכמים, שרייבט ר׳ שמואל צרצה אין זיין מקור חיים (סוף פ׳ בהעלותך), אינעם קאנטעקסט פון אַן אנגעבליכער טעות ושכחה פונעם רמב״ם:
והנה משרע״ה שכח עצמו במי מריבה, אבל האמת אין איש אשר לא יחטא, וכל יתרון החכמים הוא במיעוט תעיותיו.
אז מ׳האט געשמועסט איבער דאס ארויסהייבן תענוג, ואפילו העכער לאגיק, ובפרט וואו עס עפּלייט צו א רעליגיעזע מהלך החיים ודת, האב איך געהאט א שמועס מיט א חבר מיינער מענין לענין באותו ענין. ער האט גע׳טענה׳ט, אינעם קאנטעקסט פונעם חרדי׳שן שידוכים סיסטעם, אז אַן עיקר פראבלעם פון דעם, וממילא חרדיזם בכלליות וג״כ רעליגיע נאך מער על הכלל, איז אז די קינדער ״עקספּיריענסען נישט לייף״ וועגן דעם. זיי וואלטן ווען געדארפט גיין אין קאלעדזש און האבן די עקספּיריענסעס פון רילעישאנשיפּס און רידזשעקשאנס; סיי די שוועריקייטן דערפון און סיי די ענדזשוימענטס דערפון. ווי אויך זיך באקענען מיט קולטורן, אנדערע מענטשן, און בכלליות ״זעהן וואס די וועלט איז״. און ערשט דערנאך זוכן א מעיט ביי די 25 צי שפעטער. דאס איז אלעס אפגעזעהן צי ווען מ׳מאכט זיי למעשה חתונה עפ״י די ״סיסטעם״, זענען זיי צופרידען און העפּי, צי אפילו באהבה. ער האט דאס צוגעגליכן צו א מענטש וואס עסט און באקומט זיינע באדערפענישן דורך IV אנשטאטס עסן מיט׳ן מויל. ביידע באקומען עס, אבער דער וואס עקטשועלי ״עסט״ דאס האט אט די עקספּיריענס, לעומת דער וואס באקומט דאס דורך IV.
עס איז וויכטיג צו באמערקן אז זיין טענה איז, ווי איך האב פארשטאנען, אפגעזעהן פון די פאלגענדע פאקטארן - זיין טענה איז נישט בנוגע די פאלגענדע פאקטארן:
* איבער ענדערשער סתם אזוי שפעט חתונה האבן. מיינענדיג, אז מ׳זאל ענדערשער שפעטער חתונה האבן, פשוט אלס׳ן דאס זיין מער מעטשור. און נישט דוקא מכח אז ער/זי איז געגאנגען דורכגיין ״עקספּיריענסעס״, נאר פשוט אלס דעם אז זיי זענען עלטער און האבן מער דעת ווי אזוי צו בעסער האנדלען מיט מענטשן און דאס לעבן בסתם, אָן גיין עקטיוולי סאליסיטן ״עקספּיריענסעס״ פּער סעי. אין קורצן, די טענה איז נישט איבער קעגן דאס בעצם חתונה האבן אינג.
* ווי אויך איז די טענה דא נישט איבער דעם אז זיי דארפן גיין אין קאלעדזש כדי צו שטודירן כדי לקנות חכמה; עס איז די ״עקספּיריענס פון לייף״.
* דאס זעלבע איז בנוגע פרנסה: זיין טענה איז גילטיג אפילו ווען די עלטערן זענען גאר רייך און האבן געוואונען די לאטערי, און עס איז נישט דייקא וויכטיג פאר׳ן קינד צו גיין שטודירן כדי לחיות.
* ועוד, איז די טענה אויך נישט איבער דעם צי די חרדי׳שע שידוכים סיסטעם איז עטיש און/אדער ארבעט למעשה בעצם צי נישט. מיינענדיג, אז עס איז נישט קיין ״נאָמבּערס געים״ טענה איבער וואו מענטשן זענען מער צופרידן ובאהבה מיט׳ן לעבנ׳ס-שותף, צי אינעם סעקולארן וועלט צי אינעם ערעינדזשד שידוך סיסטעם. אפילו מ׳זאל שוין מודה זיין אז בדרך כלל צי עפ״י רוב, זענען מענטשן מער ״העפּי״ און צופרידן ובאהבה מיט׳ן לייף-מעיט דורכ׳ן ערעינדזשד חרדי׳שע סיסטעם ווי אינעם סעקולארן וועלט, איז זיין טענה נאך אלס במקומה עומדת.
* און צום לעצט, איז, כמובן, נישט די טענה איבער ריבוי הילדים וואס חרדי׳שע קאָפּלס האבן. אפילו זיי האבן ווייניג קינדער מאיזה סיבה, איז זיין טענה נאך אלס במקומה עומדת.
איך פארשטיי אז מ׳קען טענה׳ן אז מ׳קען נישט דיסענטענגלען ״עקספּיריענס פון לייף״ פון אט די וועריעבּלס.
איך פּערזענליך בין נישט געווען איבערצייגט פון זיין טענה. עס האט מיר דערמאנט פון דאס וואס איך האב צוגעברענגט דר. ראבּערט נאָזיק׳ס טענה קעגן שיטת ההעדאניזם, וואס נעמט אָן אז נאר תענוג איז וואס איז גוט און וואס מאכט אויס. ער האט גע׳טענה׳ט אז לו יצוייר אז עס איז דא א סארט מאשין צו וועלכע מ׳קען זיך צוטשעפענען/באהעפטן אזוי אז מ׳וועט פיהלן אלע עקספּיריענסעס און תענוגים שייך, כל זמן ער איז באהאפטען דערצו. און ער וועט נישט פיהלן קיין שום מין צער ועגמת נפש בשעת ער איז באהאפטן דערצו. און בשעת ער איז באהאפטן דערצו וועט ער אפילו נישט וויסן אז ער איז צוגעטשעפעט/באהאפטן דערצו, ווי אויך וועלן אלע זיינע פיזיאלאגישע באדערפענישן פונעם מענטש ווערן ערגענצט כל ימי חייו בשעת ער איז באהאפטען צום מאשין. בקיצור, גן עדן כפשוטו. האט דר. נאָזיק גע׳טענה׳ט אז עס איז דאך ראציאנאל פאר א מענטש צו זאגן אז ער וויל נישט זיין באהאפטן דערצו, און ער וויל ״עקספּיריענסן״ לעבן כמו שהיא; עס פעהלט אים ״עפעס״ טאמער ער באהעפט זיך דערצו. וממילא צייגט דאס אז ״תענוג״ איז ל״ד די איינציגסטע גוטס און וועליוּ.
האב איך אבער געקלערט אז אפילו נניח אז ער איז גערעכט, און אז עס איז טאקע ראציאנאל פאר א מענטש דאס אפצוזאגן, איז אבער לכאורה כו״ע מודי אז עס איז זיכער נישט אומראציאנאל פאר א מענטש צו יא וועלן באהאפטן ווערן דערצו. איז דאס דען נישט די תקוה פונעם מענטשהייט צו ״גן עדן״ והתענוג שבו (לאחר המות)? אין אנדערע ווערטער, מ׳קען ״דיפענדן״ איינער וואס באהעפט זיך נישט דערצו, און וויל עסן ״דוקא מיט׳ן מויל״ און אלע צער וואס קומט מיט מיט׳ן ״ממש״ עקספּיריענסן לייף. אבער דער וואס באהעפט זיך צום מאשין, און ״עסט מיט׳ן IV״ (אפילו מ׳זאל שוין יא זאגן אז די משל האלט), אָן קיין שום צער ורק בתענוג, און עקספּיריענסד נישט ״ממש״ לייף, דארף ניטאמאל קיין דעפענס.
(דאס האט טאקע קלאנגען פון די שוועריקייט אויפ׳ן אירענעיען טעאדיסי אדער דר. דזשאן היק׳ס ״נשמה-מאכן״ טעאדיסי וכדומה. זיי ענטפערן אויף די פראבלעם פון שלעכטס, מער-ווייניגער, אז די רעות זענען בעצם לטובתינו, און אט דאס ברענגט ארויס די שיינקייט און ״עקספּיריענס״ פון די וועלט ובריאה על הכלל, און אט דאס ״מאכט״ אונז וכו׳; אזא סארט כעין נהמא דכיסופא. אויב האלט מען אז דאס איז נישט קיין שטארקע תירוץ אויפ'ן פראבלעם פון שלעכטס, איז מען דאך מסכים צו וואס איך זאג דא. ואיה"נ אז אין דעם אליין קען ווערן א "נאָמבּערס געים" איבער "ווי סאך" צער/שלעכטס פעהלט אויס פאר דעם.)
האט מיך אבער מיין ווייב געפרעגט דערויף אז, ווי איך האב שוין מערערע מאל דערמאנט מדזשאן סטוערט מיל, ״איז דאך בעסער צו זיין אַן אומצופרידענער מענטש, ווי איידער א צופרידענער חזיר. און עס איז בעסער צו זיין אַן אומצופרידענער סקראט/חכם, ווי איידער א צופרידענער נאַר.״ און אויב אזוי איז דאך דאס אז יענער איז כסדר בתענוג, אזוי ווי דער חזיר צי נאַר וואס איז אזוי. און דאס אז דער מענטש, וואס איז נישט אזוי, איז בעסער ווי דעם איז דאך מכח דעם אז זיין קאַנשׁעס עקספּיריענסעס זענען מער.
האב איך אבער גע׳ענטפערט אז דאס איז ל״ד מכח די ״עקספּיריענס פון לייף״, ווי איידער מכח פארשטאנד וחכמה וואס פעהלט פאר׳ן חזיר ונאַר לעומת דער מענטש וחכם. דא אבער, ווי געשמועסט אינעם צווייטן בּולעט פּוינט, איז נישט די געדאנק מכח חכמה וואס פעהלט. פארקערט, מ׳קען זאגן אז אין די נאָזיק ״עקספּיריענס/תענוג מאשין״ איז אויך דא די השגת חכמה וואס ברענגט די תענוג לעוה״ב וואס דער רמב״ם דערמאנט בפי׳ המשנה שלו בהקדמתו לפ׳ חלק. דא איז די געדאנק און טענה נאר מכח דעם אז מ׳עקספּיריענסד נישט ״לייף״ צום פולסטן, וואס באדייט אז מ׳האט נישט די סטראָגלס, עגמת נפש, און רידזשעקשאנס פון לייף. און טאמער איז נאר דאס די יתרון פונעם מענטש וחכם אויפ׳ן חזיר ונאַר, דאן שטייען די חזיר ונאַר טאקע יא בעסער פון זיי.
הכלל, איך פּערזענליך וואלט נישט געטוישט פונעם ״IV״ צום ״עסן״, as defined - איך וואלט מיך באהאפטן צו נאָזיק'ס ״עקספּיריענס/תענוג מאשין״. קען טאקע זיין אז איך בין פון די וואס זענען לאָקי עם אשתי (ווי געזאגט אינעם פערטן בּולעט פּוינט, נעמט מען דא נישט קיין שטעלונג צי די חרדי'שע/חסידי'שע שידוכים סיסטעם איז למעשה, עכ״פ צום מערסטענסט, עפעקטיוו למצוא לאדם האשה אשר יאהב). ואולי, ווי מיין שוואגער זאגט מיר, אז ווען נישט די שידוכים סיסטעם וואלט איך ווען געווען אַן incel און פון די וואס באדארפן צו זיין פון די חסידים פון דזשאָרדען פּיטערסאן. יתכן (איך האף אבער אז אָן די מיסאַדזשעני). ולכן, קען טאקע זיין אז איך בין א נוגע.
דאס אלעס דערמאנט פון דעם זמר.
***
דאס וואס איך שרייב כסדר "ג-ט" אָן עס ארוסשרייבן מיט'ן "א'" (אלופו של עולם) אינדערמיט אינגאנצן, עכ"פ ווען עס איז אינעם קאנטעקסט פון קודש און נישט חול, איז מיוסד אויף דאס וואס דער יערות דבש (ח"א ד"ד) שרייבט לגבי דאס'ן ארויסזאגן "ג-ט" בלשון אשכנז אז עס איז הזכרת ש"ש לבטלה ע"ש. הגם אז דער אגרות משה (או"ח ח"ב סימן כה) איז דאס יא מתיר צו זאגן בלשון ענגליש ואפילו בגילוי ראש ע"ש. (וידוע אז הרב שלום קלעס ז"ל, דער מייסד פונעם Jewish Press, האט דאס איינגעפירט אז מ'זאל ארויסשרייבן "ג-ט/G-d" אָנעם "א'" אדער O'.)

מי אניBeit Yosefלפי״ז קען מען זאגן אז וועגן דעם טאקע טרעפט מען א שילוב, און ווי דער מ״א ברענגט אראפ באו״ח סימן שו ס״ק כט, אז חילול שבת איז חמור כעובד ע״ז ע״ש. וידוע הגמרא בשבת קיח: אמר ר' חייא בר אבא א"ר יוחנן כל המשמר שבת כהלכתו אפילו עובד ע"ז כדור אנוש מוחלין לו ע״ש. והיינו ״כדור אנוש״, וואס דער רמב״ם שרייבט בריש הל׳ ע״ז אז זיי האבן יא געגלייבט בה׳, נאר געוואלט דינען אמצעיים אליו מחמת כבודו ית׳ ע״ש, וכמוש״כ שם בפל״ו הנ״ל במו״נ. וע״ש במה שכתב שם
, Orach Chaim 242:2
ומ"ש אפילו עע"ג מוחלין לו מפני ששבת שקולה כנגד כל המצות שהיא מורה השגחה וחידוש העולם ותורה מן השמים וכיון שהוא שומר שבת ודאי הע"ג שעובד אינו מפני שמאמין בה לכן יש לו תוחלת מחילה ע"י תשובה משא"כ בעע"ג לפי שעולה בדעתו שיש בה ממש שהוא רחוק לשוב בתשובה כנ"ל:
SAME OR NOT ?
איך מאך א השוואה אז לפי הרמב"ם איז די געדאנק פונעם פראבלעם בעובד ע"ז, אפילו ער גלייבט נישט דערין, אלס דאס אז דעת האדם וכ"ש ההמון ווערט נאכגעשלעפט אחר מעשיו. און די זעלבע געדאנק טרעפט מען מיט'ן ציווי פון היטן שבת, אז דאס איז כדי צו אינקאָלקעיטן בדעתו די געדאנק ואמונה פון חידוש העולם ובריאתו, ע"י מעשיו של שמירת שבת. אין קורצן, די פעולה במעשה וואס איז ערשט, וועט דערנאך אפעקטירן זיין דעת.
דער ב"י באו"ח סימן רמב וואס דו צייכענסט צו קומט צו דערצו פונעם אנדערן/פארקערטן ענגל. והיינו, אז דאס אז ער היט שבת בפועל/במעשה ווייזט שוין מעיקרא אז בדעתו גלייבט ער שוין בחידוש וממילא הבורא, ולכן וועט ער שב זיין פון זיין מעשה ע"ז - די מעשה קומט דאך לאחר הדעת במחשבה, וממילא וועט די מעשה נישט האבן א קיום זייענדיג אז איך זעה שוין בשמירת שבת שלו אז זיין דעת מעיקרא איז יא עם הבורא וחידוש. משא"כ ווען ער דינט ע"ז בלא שמירת שבת, ודעתו בזה איז שוין מעיקרא אוועקגעשטעלט, איז שווער אז ער זאל בסתם צוריקציהען דערפון. אין קורצן, די דעת בחידוש איז שוין דא ערשט, וואס דערנאך און דעריבער קומט זיין שמירת שבת בפועל.
אגב, דער מ"א וואס איך צייכן צו ברענגט טאקע אראפ אז רש"י בחולין ה. לערענט אז חילול שבת איז ערגער ווי ע"ז. וע"ש ווי ער וואונדערט זיך דערויף.
ואגב, פון אויבנאויף זעהט דאך אויס אז די "אדם נפעל כפי פעולותיו" מהלך וואס דער רמב"ם זאגט, גייט בהדיא קעגן דאס וואס איך האב אויבן געשריבן אז מ'קען זיין א פולקאמער ראציאנאלער "מיימאַנידיען" סארט חכם, אבער דאך מיטהאלטן מיט אַן "אמת", במעשה, א ״רעבשייעבערעבמשה״ אידישקייט און אז 1+1=3. ווייל זיין מעשה גייט דאך קעגן מושכלות, ואדם נפעל כפי פעולותיו און דאס וועט דאך אינקאָלקעיטן בתוכו דעות נפסדות וכוזבות! טא, וויאזוי קען איך דאס דיפענדן פאר דעם "מיימאַנידיען" חכם?
אבער דאס קען פארענטפערט ווערן מיט א צווייטע קשיא. והיינו, אז לפי די "ראדיקאלע" מפרשי הרמב"ם, ווי דער נרבוני און אבן כספי, וועלכע האבן געהאלטן אז דער רמב"ם האט יא באמת געהאלטן פון קדמות, קומט דאך אויס אז שמירת שבת במעשה גייט דאך אינקאָלקעיטן בתוכם די פאלשע דעת פון חידוש? מ'קען טאקע פארענטפערן אז פאר זיי איז שמירת שבת בפועל טאקע נאר מכח די צווייטע טעם פון דעם אז ס'זאל זיין שביעית חיי האדם במנוחה. אבער מ'קען פארענטפערן די קשיא נאך טיפער עפ"י מש"כ שם. והיינו, אז אין די "לעבנסוועלט" פון צווישן וועמען דער "מיימאַנידיען" חכם לעבט, איז חידוש טאקע יא "אמת" אין דעם רעספּעקט, ועפ"י סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם וככל מה שכתבתי - פונקט אזוי ווי דאס וואס מאכט "ג-ט" אמת פאר זיי (ואפילו אין א פּאזיטיוון סענס, וואס איז דאך נישט אמת להרמב"ם בסתם ובלאׂ סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם).
די פראבלעם איז נאר אז דאן פארוואס קען מען נישט נוצן דאס זעלבע תירוץ פאר ע"ז וכדומה, וואו ס'איז גילטיג אינעם "לעבנסוועלט"? ואולי וועט זיך דאס טאקע ווענדן אין ווי ווייט נפסד די דעה וואס ליגט אונטער די מעשה איז, וואס דאן וועט דאס די הלכה, לפי הרמב"ם, נישט צולאזן אפילו ס'איז דא די סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם. וקצת כעין וואו ווען די סאָשׁעל קאַנסטראָקט מציאות איז אז מ'איז מתיר רציחה, וואס דאן וועט דאס דאך, כמובן, נאך אלס בלייבן אסור להלכה. (ועיין לדוגמא בהל' ע"ז פי"א הי"א-הי"ב (אבל עיין בכסף משנה ולחם משנה שם) והט"ז ובבאר אליעזר, ובמו"נ ח"ג פל"ז. וידוע הגר"א ביו"ד סימן קעט ס"ק יג.)

מי אנידי ״עפעס״ וואס פעלט אים איז אויך א געוויסע סארט תענוג, ווייל תענוג מיינט נישט נאר די אייסקריעם קעטעגאריע. ס׳דא תענוג אין חכמה - ס׳איז גאר אן אנדערע ׳פלעיווער׳ תענוג ווי אייסקריעם. ס׳איז געשמאק צו האבן כבוד למשל - נאך א סארט תענוג... (נפש הבהמיות ונפש השכלית).איך פּערזענליך בין נישט געווען איבערצייגט פון זיין טענה. עס האט מיר דערמאנט פון דאס וואס איך האב צוגעברענגט דר. ראבּערט נאָזיק׳ס טענה קעגן שיטת ההעדאניזם, וואס נעמט אָן אז נאר תענוג איז וואס איז גוט און וואס מאכט אויס. ער האט גע׳טענה׳ט אז לו יצוייר אז עס איז דא א סארט מאשין צו וועלכע מ׳קען זיך צוטשעפענען/באהעפטן אזוי אז מ׳וועט פיהלן אלע עקספּיריענסעס און תענוגים שייך, כל זמן ער איז באהאפטען דערצו. און ער וועט נישט פיהלן קיין שום מין צער ועגמת נפש בשעת ער איז באהאפטן דערצו. און בשעת ער איז באהאפטן דערצו וועט ער אפילו נישט וויסן אז ער איז צוגעטשעפעט/באהאפטן דערצו, ווי אויך וועלן אלע זיינע פיזיאלאגישע באדערפענישן פונעם מענטש ווערן ערגענצט כל ימי חייו בשעת ער איז באהאפטען צום מאשין. בקיצור, גן עדן כפשוטו. האט דר. נאָזיק גע׳טענה׳ט אז עס איז דאך ראציאנאל פאר א מענטש צו זאגן אז ער וויל נישט זיין באהאפטן דערצו, און ער וויל ״עקספּיריענסן״ לעבן כמו שהיא; עס פעהלט אים ״עפעס״ טאמער ער באהעפט זיך דערצו. וממילא צייגט דאס אז ״תענוג״ איז ל״ד די איינציגסטע גוטס און וועליוּ.
א מאשין וואס קאווערט ״אלע״ סארט תענוגים וועט קיינער נישט אפזאגן...
ניין. אט דאס איז דאך וואו דר. נאָזיק נוצט דאס אלס אפצוווענדן העדאניזם, וועלכע זאגט אז נאר תענוג איז טוב. וממילא, לגבי דיין טענה בנוגע דעם געפיהל פון דעם "עפעס", אויב איז עס "תענוג", האט מען דאס אויך אין דעם מאשין - די מאשין געבט יעדעס סארט תענוג. אבער דאך איז ראציאנאל פאר איינער זיך נישט צו אריינפּלאָגן דערין.
די טענה איז אז אעפ"כ אז די מאשין געבט יעדעס סארט תענוג, איז דאך דא עפעס, הגם עס איז נישט תענוג, אין דעם אז מ'"טוהט" דאס און מ'פלאגט זיך דערצו. מיינענדיג, אז אפילו טאמער האט דער אין דער מאשין דאס גענויע זעלבע געפיהל פון תענוג אויפ'ן האר ווי "כאילו" ער האט זיך געפלאגט דערצו, כעין דער וואס האט זיך "טאקע" ובפועל געפלאגט דערויף, שטייט דער וואס האט זיך באמת געפלאגט דערויף בעסער. ווייל די ענין דא איז נישט דוקא תענוג.
וואס איך זאג איז אז אפילו נניח אז ער איז גערעכט און אז ס'איז נישט איראציאנאל זיך נישט אריינצופּלאָגן אינעם מאשין, איז אבער הכל מודים אז עס איז זיכער נישט איראציאנאל זיך יא אריינצופּלאָגן אינעם מאשין. וכנראה ביסטו מסכים דערצו, ובפרט לפי מה שהשבתי עכשיו.
ועוד יותר, ווי דער פסיכאלאג דר. יהושע גרין ברענגט ארויס, איז יתכן אז דאס וואס מ׳ענטפערט אז מ׳וויל נישט אריינגיין אינעם מאשין, מכח א שטאטוס קוואָ בּייעס, וואו מ׳וויל לאזן אזוי ווי עס איז. אבער מ׳קען מאכן דעם משל כזה: אז דער מענטש וועקט זיך אויף און דערזעהט זיך אינעם ווייטן עתיד אין א מאשין. און מ׳זאגט אים אז זיין לעבן ביז יעצט איז געווען א חלום וואס ער האט אויספרובירט א פּראגראם, און ער האט יעצט די ברירה אדער צוריקצוגיין אדער ארויפצושרויפן דעם פּראגראם לאך ורק תענוג. אין אנדערע ווערטער, זיין ביז-יעצטיגע לעבן איז שוין אויך אין די מאשין. וואס איז יעצט זיין ענטפער? דא וועט לכאורה א מענטש זיין מער איראציאנאל צו זאגן אז ער וויל צוריקגיין לכמו שהיה מקודם, ווען ער קען דאס מאדיפיצירן צו בלויז תענוג בלא יגיעה וצער כלל.

1) איך בין אויך א מענטש און איך קען נישט אידענטיפיצירן ביי מיר עפעס אן ״עפעס״ (וואס איז דוקא נישט תענוג = יסורים) וואס איז מער ווערט ווי תענוג.
2) וואסיז די ״ראציאנאלער״ הסבר זיך נישט אריינצופלאגן דערין?
2) וואסיז די ״ראציאנאלער״ הסבר זיך נישט אריינצופלאגן דערין?
1). די טענה איז אז די יגיעה און ״טוהן״ אליינס, לשלעצמה, איז א וועליוּ וטוב (אפגעזעהן פון איר קשר צום תכלית שהיא, לבסוף, תענוג).
2). כנ״ל. אז דאס עצם טוהן און ״לעבן עכט״ מיט די פלאגענישן וואס קומען מיט דערמיט האט א שוויית לשלעצמה. (ווי איך האב מרמז געווען, האט דאס קלאנגן פון א מהלך אין טעאדיסי צו פארטיידיגן ג-ט פון די רעות בהעולם, אויב וויל מען בשו"א נישט צוימען יכולת הקב״ה און ער וואלט געקענט געבן אויפ'ן האר די זעלבע תכלית אָן דאס אלעס: אז דאס אליינס פון ״לעבן״ מיט פלאגענישן וואס קומען מיט דערמיט, האט א שוויית של טובה.) און דאס איז בעצם די טענה פון מיין בר פלוגתא: ער איז מודה אז אפילו ווען די חרדי'שע קאָפּל האט אויפ'ן האר דאס זעלבע (צי אפילו מער) מאס תענוג ווי דאס וואס ער שלאגט פאר, איז אבער פונדעסטוועגן דאס שוואכער, וויבאלד זיי זענען "אריינגעפּלאָגט אין א מאשין און לעבן נישט". דאס איז וואס ער האט מיר צוריק גע'ענטפערט נאכדעם וואס איך האב אים דאס געהאט געזאגט.
איך האב אויך געקלערט אז די ראציאנאלער הסבר דערצו קען אויך זיין מכח דאס וואס איך האב געפיהלט בעת מיין צווייטע פּסילאסייבּין טריפּ, פון דעם אינם יכולין ברוב הטובה. אבער די געדאנק איז אז די מניעה אליינס זאל מען אויך אוועקנעמען.
זאגסט, אז דו ביסט טאקע בעצם א העדאניסט, וואס "טוב/וועל-בּיאינג" איז נאר (↔) "תענוג". און דו נעמסט זייער שטארק אָן דעם (מסילת ישרים פ"א) האדם לא נברא אלא להתענג (נאר עס דארף צום סוף אָנקומען על ה', מקור התענוגים)...

מי אניאיך הער די טענה, אבער א ״הסבר״ איז דאס נישט (עכ״פ פאר מיר) און זיכער נישט קיין ״ראציאנאלע״2). כנ״ל. אז דאס עצם טוהן און ״לעבן עכט״ מיט די פלאגענישן וואס קומען מיט דערמיט האט א שוויית לשלעצמה. (ווי איך האב מרמז געווען, האט דאס קלאנגן פון א מהלך אין טעאדיסי צו פארטיידיגן ג-ט פון די רעות בהעולם, אויב וויל מען בשו"א נישט צוימען יכולת הקב״ה און ער וואלט געקענט געבן אויפ'ן האר די זעלבע תכלית אָן דאס אלעס: אז דאס אליינס פון ״לעבן״ מיט פלאגענישן וואס קומען מיט דערמיט, האט א שוויית של טובה.) און דאס איז בעצם די טענה פון מיין בר פלוגתא: ער איז מודה אז אפילו ווען די חרדי'שע קאָפּל האט אויפ'ן האר דאס זעלבע (צי אפילו מער) מאס תענוג ווי דאס וואס ער שלאגט פאר, איז אבער פונדעסטוועגן דאס שוואכער, וויבאלד זיי זענען "אריינגעפּלאָגט אין א מאשין און לעבן נישט". דאס איז וואס ער האט מיר צוריק גע'ענטפערט נאכדעם וואס איך האב אים דאס געהאט געזאגט.
מ׳דארף קלאר אידענטיפיצירן וואס ליגט אינטער דעם ״לעבן עכט״, נאכדעם איז שייך דן צו זיין צו ס׳איז אונטער קאטאגאריע ״תענוג״ אדער ״עפעס״ וואס איז נישט תענוג...
בְּתוֹךְ עַמִּיזיין טענה איז אז אויב קען מען דאס דער"הערן", די ערשטע חלק פון דיין תגובה, דאן צייגט דאס שוין אז דאס איז נישט "איראציאנאל" פונעם מענטש וואס וויל זיך נישט אריינפּלאָגן. און דאס איז אלעס וואס ער דארף צו צייגן אז עס איז נישט דייקא "תענוג" וואס איז "טוב" און "וועל-בּיאינג".איך הער די טענה, אבער א ״הסבר״ איז דאס נישט (עכ״פ פאר מיר) און זיכער נישט קיין ״ראציאנאלע״
אבער ווי איך האב געזאגט, איז דאס אבער איינמאל ברור, אז עס איז זיכער ראציאנאל זיך יא אריינצופּלאָגן לעולם אין די מאשין. און אזוי וואלט איך געטוהן. ווי איך זאג. און אט דאס איז מיין מענה צו יענעם קעגן זיין טענה אין דעם קאנטעקסט.
דא ברענגט דר. אידאָ לאנדא צו עקספּערימענטן/סורוועיס פון דר. פעליפּ דע בּריגאַרד, וואס צייגן אז אדער ווילן מענטשן טאקע זיין אינעם מאשין, אדער אז דאס וואס מענטשן וואלטן נישט געוואלט איז מכח דעם שטאטוס קוואָ בּייעס הנ"ל. דאס איז וויבאלד זיי וואלטן זיך (פונקט אזוי) נישט געוואלט אָנפּלאָגן פון דעם מאשין טאמער איז דאס זייער לעבן ביז אהער, צום "עכטן" רעאליטעט.
רעדענדיג, געדענק איך אז אלס קינד האב איך געליינט אין א מעשה ביכל א מעשה ווי איינער האט געטוהן א טובה פאר'ן אוהב ישראל, און געבעהטן דערפאר צו זיין פארזיכערט מיט'ן גראד אריינגיין בעוה"ב בלא גיהנום. האט אים דער אוהב ישראל געזאגט אז ער קען אים דאס נאר צוזאגן טאמער גייט ער ממש יעצט שטארבן, וויבאלד ער קען דאך פוגם זיין וכו' שפעטער. האט יענער מסכים געווען, ויצו אל אשתו וביתו דורך א בריוו, וישכב על המטה וימת. געדענק איך ווי איך האב געקלערט אז איך האב טאקע רחמנות אויף זיין ווייב און קינדער און קען זיין ער האט געטוהן א שלעכטע זאך וועגן דעם, אבער פאר אים אליינס לוינט זיך דאס למעשה בעסער. גראד אָנקומען צו רק תענוג בגן עדן (אבל עיין ברש"י בבמדבר כ טו עה"פ ולאבותינו). (אמיתת הסיפור ווייס איך נישט, אבער דאס ברענגט כאטש ארויף אינטרעסאנטע פילאזאפישע חקירות איבער דאס עטישקייט פון וואס דער כאראקטער האט געטוהן וכו'.)
בְּתוֹךְ עַמִּיוז"ל של דר. נאָזיק: עכ"פ טאמער איז די "עכט/עפעס" אויך א תענוג עקספּיריענס, הייבט זיך דאך די גאנצע ראיה נישט אָן: די עקספּיריענס מאשין וועט דאס פונקט אזוי אויך צושטעלן, און אלעס איז טאקע העדאניזם ותענוג.מ׳דארף קלאר אידענטיפיצירן וואס ליגט אינטער דעם ״לעבן עכט״, נאכדעם איז שייך דן צו זיין צו ס׳איז אונטער קאטאגאריע ״תענוג״ אדער ״עפעס״ וואס איז נישט תענוג...
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן ווי ער ווארפט טאקע אריין, אין א נאטיץ, דעם צושטעל צו עוה"ב דערצו.
ער טיילט אפ ״טון״ פון ״עקספיריענס״, אבער איך וואלט געזאגט אז ״טון״ איז אויך אן ״עקספיריענס״ און אזא מאשין דארף צושטעלן דעם עקספיריענס פון טון.
שפעטער גייט ער אריין אין וויאזוי א מענטש וויל זיך אנקוקען/אידענטיפיצירן... איך לייג דאס אלעס אריין אין די ״כבוד״ קאטעגאריע, וואס איז ביסודו ״תענוג״.
שפעטער גייט ער אריין אין וויאזוי א מענטש וויל זיך אנקוקען/אידענטיפיצירן... איך לייג דאס אלעס אריין אין די ״כבוד״ קאטעגאריע, וואס איז ביסודו ״תענוג״.
איך וואלט מסביר געווען דיין טענה עפ״י דאס וואס דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״ג פכ״ה איבער א ״פעולת הבל״ און א ״פעולת ריק״. והיינו, א ״פעולת הבל״, וואס איז דאך אַן אקט פון ״טוהן״, איז אַן אקט וואס האט נישט קיין תכלית כלל. דאס איז משמע מדבריו שם אז דאס איז גרוע און האט נישט קיין שום שוויית לשלעצמה (ופשוט). א "פעולת ריק" איז וואס האט יא א תכלית טובה אבער מ׳קומט נישט אָן דערצו און עס שטעלט זיך ארויס אז הטירחה היתה לריק ע״ש.
די שאלה איז צי ווען עס איז יא א פעולה טובה אל תכלית של שוויית, וואס איז דאך (בדרך כלל) לתענוג, צי די ״פעולה״ און ״אקט״, לשלעצמה ממש, קען ווערן אפּגעטיילט מתכליתה הנרצה. מיינענדיג, מ׳קען דאס באטראכטן אז טאמער טיילט מען עס אפ לגמרי, קען עס נישט ווערן גערעכענט ווי מער ווי א פעולת הבל שאין בה שוויית כנ״ל. אדער מאידך גיסא קען מען דאס באטראכטן אז פונקט ווי א פעולת ריק, וואס איז יא געווען לתכלית טובה, האט למעשה א (פילאזאפישע) שוויית און וועליוּ לשלעצמה (אפילו טאמער דער מענטש שפירט נישט אין דעם קיין שום תענוג כלל) אפילו מ׳איז לגמרי נישט אָנגעקומען צו עני תכלית, כן הוא בכל פעולה לטובה לשלעצמה.
אט דאס ליגט לכאורה אין אט די חקירה פון דר. נאָזיק.
ואגב, בנוגע דעם געדאנק פונעם עקספּיריענס מאשין געדענק איך א שמועס איך האב געהאט ווען איך האב געזעהן דעם באקאנטן פילם די מעיטריקס (וואס, כידוע, איז א פילאזאפישע פילם). די theme דערפון איז אז AI ראבּאטן האט איבערגענומען די וועלט, איינגעשלעפט דאס רוב מענטשהייט, און אריינגעלייגט זייער קאַנשעסנעס אין א פּראגראם. און עס זענען דא א הייפעלע רעבּעלן וואס האבן זיך ארויסגעזעהן פון אט דעם סימיולעיטעד ריאליטעט און רעוואלטירן קעגן די ראבּאטן. אין דעם איז דא די באקאנטע ברירה צווישן וועהלן דעם רויטן פּיל און ווערן ״אויפגעוועקט״, אדער דעם בּלויען פּיל און בלייבן וואו מ׳איז.
געדענק איך אז ווען איך האב דאס געזעהן זייענדיג א אינג בחור אין תש״ס מיט א קאזין, האב איך געטראכט און אים געזאגט אז ״מ׳קען דאך היטן די תורה פונקט אזוי בתוך די מעיטריקס! פארוואס זאל מען וועהלן דעם רויטן פּיל זיך אויפצווועקן צו דעם ״עכטן״ וועלט, וועלכע איז דאך נאך שווערער?!" איך האב אים דערויף געזאגט אז די איינציגסטע הסבר איך זעה, איז אז דורכ׳ן זיך אָנפּלאָגן און דערנאך זיך צוריק אריינפּלאָגן באקומט מען דאך כוחות און מ׳איז ״cool״…
(הגם די ראבּאטן ווייסן פון דיר דעמאלטס און שיקן פּראגרעמס/"עידזשענטס" דיר נאכצולויפן און עלימינירן. סויׂ יצא שכרו בהפסידו...)
***
אחרי עיון שוב גלייב איך אז די תירוץ איך זאג פריער, האלט למעשה יא אויס:
ועיין כאן, וואו חז״ל׳ס סיסטעם פון הלכה מיט אירע סענקשאנס וכו׳, איז בעצם אָנצוהאלטן פּאליטישע סטאבּיליטעט.
ואגב, דארט פריער בח"א פל"ה, וואו דער רמב"ם איז אויך מאריך אז מ'האט אפילו צו לערנען מיט נשים וקטנים איבער שלילת הגשמות מהא-ל, שרייבט ער:
און עס איז אויך מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס ר' יוסף כספי איז דארט מפרש, און פארוואס דאס קומט נאך די פרקים וואו דער רמב"ם שרייבט איבער די שוועריקייט צוצוקומען לחכמת אמת בעניני אלקות ומעטאפיזיקס:
***
בנוגע דעם אור השם'ס קשיא בריש האשכול, אז עס איז נישט שייך צו מְצַוֶה זיין אויף אמונה שאינה תלויה בבחירת האדם (אפילו במושכל ראשון), ענטפערט דער אברבנאל אין זיין ראש אמנה (פי"ז) אז די מצוה איז בנוגע די הקדמות צו אמונה און דאס זיך מאכן גרייט דערצו, וואס דאס איז יא תלוי בבחירתו ע"ש. (ועיין כאן בטענת דר. דזשאן שעלענבערג ומענת דר. וויליאם לעין קרעיג אליו.)
***
דא שרייבט הרב דר. מלך שפירא, בנוגע א פולמוס קעגן זיין בוך איבער דעם רמב״ם׳ס י״ג עיקרי אמונה:
איך האב געקלערט אין דעם גאנצן שמועס אז זייענדיג אז דאס האט א קשר צו מאטעמאטיקס אין דעם אז 1-1≠0 ביי דעם, און עס קען אויך באטראכט ווערן ווי מ׳קען פרעגן א שאלה אבער נישט באקומען אַן ענטפער, אז דאס קען געבן א טיפערע באדייט צו וואס געארג קענטאר האט געזאגט:
***
לגבי די חילוק צי די עיקר פאקוס באמונה איז אויף דעת וואס איז קודם ופועל על המעשה, אדער פארקערט ווי די מעשה בפועל איז פועל על הדעת, שרייבט דער חינוך בשורש של מצוה כה על האמונה במציאות השי"ת:
ולגבי דעם אז ההאמנה אינה העניין הנאמר בפה, אבל העניין המצוייר בנפש, איז דאס אויך וואס דער עיקרים שרייבט (מאמר א פי"ט):
***
און אז כ'האב מדמה געווען דעם ענין בהעדר הדיבור בהא-ל לענין, להבדיל, ניבול פה, ווי אויך אז שמירת שבת בפועל צייגט לזה במחשבה, קען מען זאגן אז דאס איז די רמז ביי שבת אז מ'דרש'נט (שבת קיג:) דעם "שלא יהא דבורך של שבת כדבורך של חול", פונעם פסוק (ישעיה נח יג-יד) ודבר דבר, און די פסוק איז ממשיך "אז תתענג על ה'". והיינו, לרמז צום גאנצן געדאנק פון אי-השגה ודיבור בענין ה' שהוא מקור התענוגים. ולכן נמי קען מען זאגן איז עונת ת"ח בשבת (או"ח סימן רפא), וויבאלד איבער געשלעכט קען מען אויך נישט רעדן בהשגה. ווי אויך קען מען זאגן א רמז, אז "המלך" אין די מגילה איז דאך מרמז להקב"ה. ולכן בא הרמז במגילה יב:
ובזה, אז כ׳האב געזאגט אז מאטעמאטיקס האט אויך א קשר צו דאס אלעס בטעאלאגיע, און אז טעאלאגיע מיט הומאר גייען נישט צוזאמען, איז דאס געווען אינטרעסאנט: ***
עס איז מן הראוי לציין ווי אזוי דר. דוד קעמפּבּעל, דר. דזשאפרי לעימען, און דר. דזשאן גרין צוטיילן רעליגיעזע און נישט-רעליגיעזע אין צו פיר סארטן:
1). נישט-רעליגיעזע - זיי זענען הויך אין נישט זיין רעליגיעז אבער נישט דוקא הויך אין זיין סעקולאר. אין אנדערע ווערטער, מענטשן וועלכע האבן פשוט נישט אריינגעקלערט אין דאס אלעס, און זענען סתם אזוי קל וכדומה. (מ׳קען דאס טערמינען ״נאַן-טעאיסטן״.)
2). סעקולאריסטס - זיי זענען הויך אין סיי נישט זיין רעליגיעז און סיי אינעם יא זיין סעקולאר. אטעאיסטן (פּאזיטיוו צי נעגאטיוו) בשיטה און דורכגעטראכט, און וואס טרעפן מיענינג אין זייער שיטה.
3). רעליגיעזע - זיי זענען נידעריג אין סיי נישט זיין רעליגיעז און סיי אינעם זיין סעקולאר. רעליגיעז כפשוטו.
4). רעליגיעזע סעקולאריסטס - זיי זענען נידעריג און נישט זיין רעליגיעז אבער הויך און זיין סעקולאר. זיי האבן א פיס אין ביידע וועלטן. זייער וועלט-אויסקוק איז בעצם סעקולאר און סייענטיפיק, און האבן דאס אדער משווה געווען מיט א רעליגיעזע מהלך החיים, אדער אז זיי זענען ״ספּיריטואל״ ווי איידער רעליגיעז.

מי אניווייל הגם דער רמב״ם האלט במו״נ ח״א פל״ו אז הגשמת הבורא (בענין כעס וכדומה) איז ערגער ווי ע״ז ע״ש, האלט ער אבער דאך, ווי באקאנט, במו״נ ח״ג פכ״ח אז עס איז דאך יא דא א מקום פאר אַן אמונה הכרחית פון הגשמת הבורא בענין כעס ועונש הבא מחמתו, כדי אָנצוהאלטן דאס פּאליטישע סטאַבּיליטעט ע״ש. און ווי דער נרבוני שרייבט דערויף, ״כי ההמון אין להם היזק בזאת האמונה״ ע״ש. עכ״פ זעה׳מיר אז ס׳דא ניואנס אין דעם ומקום לחלק.די פראבלעם איז נאר אז דאן פארוואס קען מען נישט נוצן דאס זעלבע תירוץ פאר ע"ז וכדומה, וואו ס'איז גילטיג אינעם "לעבנסוועלט"? ואולי וועט זיך דאס טאקע ווענדן אין ווי ווייט נפסד די דעה וואס ליגט אונטער די מעשה איז, וואס דאן וועט דאס די הלכה, לפי הרמב"ם, נישט צולאזן אפילו ס'איז דא די סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם. וקצת כעין וואו ווען די סאָשׁעל קאַנסטראָקט מציאות איז אז מ'איז מתיר רציחה, וואס דאן וועט דאס דאך, כמובן, נאך אלס בלייבן אסור להלכה. (ועיין לדוגמא בהל' ע"ז פי"א הי"א-הי"ב (אבל עיין בכסף משנה ולחם משנה שם) והט"ז ובבאר אליעזר, ובמו"נ ח"ג פל"ז. וידוע הגר"א ביו"ד סימן קעט ס"ק יג.)
ועיין כאן, וואו חז״ל׳ס סיסטעם פון הלכה מיט אירע סענקשאנס וכו׳, איז בעצם אָנצוהאלטן פּאליטישע סטאבּיליטעט.
ואגב, דארט פריער בח"א פל"ה, וואו דער רמב"ם איז אויך מאריך אז מ'האט אפילו צו לערנען מיט נשים וקטנים איבער שלילת הגשמות מהא-ל, שרייבט ער:
און דער אפודי איז דארט מפרש:וכן מציאותו ומציאות זולתו אמנם יאמר עליה מציאות בהשתתף השם, כמו שאבאר.
מיינענדיג, אז עס איז א גאנץ אנדערע סארט "מציאות" בכלל, און אינדרויסן פון דעם ווארט, וויבאלד עס איז מחוייבת ומקושר למהות הדבר, משא"כ בנוגע הגדרת תיבת "מציאות" בכלליות.ר"ל כי מציאותו ית׳ הוא מהותו, ומציאותו מחוייבת, ומציאות זולתו אפשרית בלתי המהות.
און עס איז אויך מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס ר' יוסף כספי איז דארט מפרש, און פארוואס דאס קומט נאך די פרקים וואו דער רמב"ם שרייבט איבער די שוועריקייט צוצוקומען לחכמת אמת בעניני אלקות ומעטאפיזיקס:
דער נרבוני שרייבט דארט אויך כזה:כי חכמת האלקות וזה הספר, עיקרם הרחקת ההגשמה וההתפעלות מהשם, והוא האריך בפרקים הקודמים בשימנע לימודם מן ההמון, לכן היה הכרחי מה שיאמר עתה.
וראוי לפי חלשת ההמון שיהיה המאמרים בזה הדעת האמתי מעט והראשון הרבה, וזה כדמות מושך חבל בשני ראשים.
וכתב אבן סינא: אין ראוי להטריד ההמון בשום דבר בידיעת הא-ל ית׳, אלא שהוא אמת ואחד באין דומה. ואין להטרידם שיאמינו שאינו מתחלף ושאינו חוץ העולם ולא תוכו וכן כל הדומה לזה, כי זה ישבש עליהם הדת, כי אין כח בם לצייר זה הענין, אבל יכזיבו אותו או יהיה סבה למחלוקת ימנעום מהמעשים המדיניים.
וע"ש בפי' שם טוב ואפודי.ואמנם החכם אבן רש״ד אמר כי אין ראוי לומר להמון שאיננו גשם כי יבטל מציאותיו [בלשון מושאל, כנ"ל] אצלם, גם איננו ראוי לומר כי הוא גשם כי הוא חילוף האמת. אבל ראוי שנבחר היותר נכבד ממשיגי הגשם ושנאמר כי הוא אור כי נמלט אותם מאמונת ההגשמה, ויהיה נמצא אצלם ונכבד שבנמצאים עד שיכלול זה מן הצדק כמו שהאור סיבת מציאות הגוונים בפועל וסיבת ראותינו אותם, כן הא-ל ית' סיבת הנמצאות כולם וסיבת השכלתם. ומאד המריץ באמרו ונהורא עמי' שרי׳.
***
בנוגע דעם אור השם'ס קשיא בריש האשכול, אז עס איז נישט שייך צו מְצַוֶה זיין אויף אמונה שאינה תלויה בבחירת האדם (אפילו במושכל ראשון), ענטפערט דער אברבנאל אין זיין ראש אמנה (פי"ז) אז די מצוה איז בנוגע די הקדמות צו אמונה און דאס זיך מאכן גרייט דערצו, וואס דאס איז יא תלוי בבחירתו ע"ש. (ועיין כאן בטענת דר. דזשאן שעלענבערג ומענת דר. וויליאם לעין קרעיג אליו.)
***
דא שרייבט הרב דר. מלך שפירא, בנוגע א פולמוס קעגן זיין בוך איבער דעם רמב״ם׳ס י״ג עיקרי אמונה:
***R. Hochman goes on to explain that most of the Principles are indeed mentioned in Hilkhot Yesodei ha-Torah in a positive sense (even if not as a unit of Thirteen Principles). He also notes the following important point, that when principles of faith are mentioned in the Talmud, they are never listed in a positive sense, that one must believe X. Rather, they are listed in a negative sense, that one who denies X has no share in the World to Come. Why Maimonides, in his Commentary on the Mishnah, chose to formulate the Principles in a positive sense and require active belief as a necessity for all Jews — something the Talmud never explicitly required — is an interesting point which we will come back to. Regarding some of the Principles the difference is clear. For example, according to the Talmud, denial of Resurrection is heresy, but one who has never heard of the Resurrection and thus does not deny it, or affirm it, is a Jew in good standing. For Maimonides, however, the doctrine of Resurrection must be positively affirmed. In a future post we can come back to which Principles even the Talmud implicitly requires positive affirmation of (obviously number 1, belief in God, but there could be others as well)
איך האב געקלערט אין דעם גאנצן שמועס אז זייענדיג אז דאס האט א קשר צו מאטעמאטיקס אין דעם אז 1-1≠0 ביי דעם, און עס קען אויך באטראכט ווערן ווי מ׳קען פרעגן א שאלה אבער נישט באקומען אַן ענטפער, אז דאס קען געבן א טיפערע באדייט צו וואס געארג קענטאר האט געזאגט:
והיינו, אז אין דעם תחום פון טעאלאגיע אויך, וואס האט א קשר דערצו צו מאטעמאטיקס וכנ״ל, זענען די שאלות וקושיות און דאס קלערן דערין, חשוב׳ער ווי די ענטפערס ותירוצים אשר ממילא אי אפשר להשיגם. וכעין די בוך פון דר. וויליאם אירווין: קענטאר האט גראדע ארומגערעדט פון די חילוקים במושגי אינפיניטי פון אלקות ומאטעמאטיקס.In Mathematics the art of proposing a question must be held of higher value than solving it
***
לגבי די חילוק צי די עיקר פאקוס באמונה איז אויף דעת וואס איז קודם ופועל על המעשה, אדער פארקערט ווי די מעשה בפועל איז פועל על הדעת, שרייבט דער חינוך בשורש של מצוה כה על האמונה במציאות השי"ת:
ער זאגט דאס טאקע בגדר פּאזיטיוו, אבער ווי ער שרייבט בריש הספר האט ער דאס געשריבן פאר אינגע (וכשמו של "חינוך"), וואס פאר זיי האלט מען נאך ביים ערשטן שטאפל פונעם "1+":ואשר לא יאמין בזה כופר בעיקר ואין לו חלק וזכות עם ישראל. וענין האמונה הוא שיקבע בנפשו שהאמת כן ושאי אפשר חילוף (בחילוף) זה בשום פנים. ואם נשאל עליו, ישיב לכל שואל שזה יאמין לבו ולא יודה בחילוף זה אפילו יאמרו להרגו, שכל זה מחזיק וקובע האמנת הלב כשמוציא הדבר מן הכח אל הפועל, רצוני לומר כשיקים בדברי פיו מה שלבו גומר. ואם יזכה לעלות במעלות החכמה ולבבו יבין ובעיניו יראה (ישעיהו ו י) במופת נחתך שהאמונה הזאת שהאמין אמת וברור אי אפשר להיות דבר בלתי זה, אז יקיים מצות עשה זו מצוה מן המובחר.
***אמרתי במה אתרצה לבוא לשמש לפני הגבורים, וכבר ביררו לנו הם כל הדברים, הלא בסדר תרי"ג מצות על דרך הסדרים, אולי יתעוררו יותר בהן מתוך כך הנערים, ישימו לב בהם בשבתות ובחגים, וישובו מהשתגע ברחוב הערים, לאור באור החיים, איש אל רעהו הילדים רכים, ישאלו מצות שבת זו כמה, ומלאה הארץ דעת ומזמה. והנה פרוש כל אחת נכון לפניהם, ומבלי יגיעה ימצאו דברי חפץ בסמניהם, זרע קדש יתברכו מאלקים, הם ובניהם וכל אשר להם, בכל מקומות מושבותיהם, ואני בכלל הברכה עמהם.
ולגבי דעם אז ההאמנה אינה העניין הנאמר בפה, אבל העניין המצוייר בנפש, איז דאס אויך וואס דער עיקרים שרייבט (מאמר א פי"ט):
וכמובן, ווערט דאס א פראבלעם וואו עס איז נאר, און קען נאר זיין, א נעגאטיווע פּראפּאזישאן.האמונה בדבר הוא הצטייר הדבר ציור חזק עד שלא תשער הנפש בסתירתו בשום פנים, אף אם לא יודע דרך האמות בו.
והאמונה תפול בכל דבר שלא הושג למאמין מצד החוש, אבל הושג לאיש מה רצוי ומקובל או לאנשים רבים גדולי הפרסום, הושג הדבר ההוא או כיוצא בו בזמן מה בחוש ונמשכה הקבלה למאמין מן האיש ההוא או האנשים ההם קבלה נמשכת מאב לבן.
***
און אז כ'האב מדמה געווען דעם ענין בהעדר הדיבור בהא-ל לענין, להבדיל, ניבול פה, ווי אויך אז שמירת שבת בפועל צייגט לזה במחשבה, קען מען זאגן אז דאס איז די רמז ביי שבת אז מ'דרש'נט (שבת קיג:) דעם "שלא יהא דבורך של שבת כדבורך של חול", פונעם פסוק (ישעיה נח יג-יד) ודבר דבר, און די פסוק איז ממשיך "אז תתענג על ה'". והיינו, לרמז צום גאנצן געדאנק פון אי-השגה ודיבור בענין ה' שהוא מקור התענוגים. ולכן נמי קען מען זאגן איז עונת ת"ח בשבת (או"ח סימן רפא), וויבאלד איבער געשלעכט קען מען אויך נישט רעדן בהשגה. ווי אויך קען מען זאגן א רמז, אז "המלך" אין די מגילה איז דאך מרמז להקב"ה. ולכן בא הרמז במגילה יב:
והיינו, אין שבת האט מען עוסק געווען בסעודתו של המלך בעניני תיפלות, וואס ווייזט אויף די גדרים פון שפראך, און וואס מ'קען טאקע נישט נוצן בדיבור אודות "המלך".ביום השביעי כטוב לב המלך ביין אטו עד השתא לא טב לביה בחמרא אמר רבא יום השביעי שבת היה שישראל אוכלין ושותין מתחילין בד"ת ובדברי תשבחות אבל עובדי כוכבים שאוכלין ושותין אין מתחילין אלא בדברי תיפלות וכן בסעודתו של אותו רשע הללו אומרים מדיות נאות והללו אומרים פרסיות נאות
ובזה, אז כ׳האב געזאגט אז מאטעמאטיקס האט אויך א קשר צו דאס אלעס בטעאלאגיע, און אז טעאלאגיע מיט הומאר גייען נישט צוזאמען, איז דאס געווען אינטרעסאנט: ***
עס איז מן הראוי לציין ווי אזוי דר. דוד קעמפּבּעל, דר. דזשאפרי לעימען, און דר. דזשאן גרין צוטיילן רעליגיעזע און נישט-רעליגיעזע אין צו פיר סארטן:
1). נישט-רעליגיעזע - זיי זענען הויך אין נישט זיין רעליגיעז אבער נישט דוקא הויך אין זיין סעקולאר. אין אנדערע ווערטער, מענטשן וועלכע האבן פשוט נישט אריינגעקלערט אין דאס אלעס, און זענען סתם אזוי קל וכדומה. (מ׳קען דאס טערמינען ״נאַן-טעאיסטן״.)
2). סעקולאריסטס - זיי זענען הויך אין סיי נישט זיין רעליגיעז און סיי אינעם יא זיין סעקולאר. אטעאיסטן (פּאזיטיוו צי נעגאטיוו) בשיטה און דורכגעטראכט, און וואס טרעפן מיענינג אין זייער שיטה.
3). רעליגיעזע - זיי זענען נידעריג אין סיי נישט זיין רעליגיעז און סיי אינעם זיין סעקולאר. רעליגיעז כפשוטו.
4). רעליגיעזע סעקולאריסטס - זיי זענען נידעריג און נישט זיין רעליגיעז אבער הויך און זיין סעקולאר. זיי האבן א פיס אין ביידע וועלטן. זייער וועלט-אויסקוק איז בעצם סעקולאר און סייענטיפיק, און האבן דאס אדער משווה געווען מיט א רעליגיעזע מהלך החיים, אדער אז זיי זענען ״ספּיריטואל״ ווי איידער רעליגיעז.
אז מ׳האט גערעדט איבער דעם קשר צווישן מאטעמאטיקס און טעאלאגיע, האט דער מאטעמאטיקער און אַרטיסט דר. ראַבּערט בּאַשׁ דאס געמאלן:
דאס איז נאכגעמאכט דעם באקאנטן מאלעריי פון מיכעלאַנגעלאָ׳ס אינעם סיסטיִן טשאפּעל, וואו ג-ט שטרעקט כביכול אויס דעם האנט און געבט אריין חיות באדה״ר. די מאלעריי צייגט וואו דאס איז אלעס געמאלן מיט איין 1D ליניע וואס גייט זיך נישט דורך (וואס איז בעצם א "לא ראיתם כל תמונה"), און בעצם איז דאס אלעס איינס - אז איך הייב אָן ביי איין פונקט און איך גיי דורך די ליניע קום איך צוריק צום זעלבן פונקט. דאס איז די געדאנק פון דאס געטליכקייט וצלם אלקים בתוך כל אחד. און ווי כ׳האב געשריבן, ווייזט דאך די מאלעריי פון מיכעלאַנגעלאָ, מיט דעם וואו ער ווייזט כביכול ״ג-ט״ אינעם פארעם פון א מח, צו דעם געדאנק פון ר׳ יוסף אבן כספי (בפירושו משכיות כסף על מו״נ ח״ב פי״ב), ״כי השכל הוא הא-ל והא-ל הוא השכל״.
דאס האט א קשר סיי צום דזשאָרדען קוּרוו טעארעם און סיי צום טרעוועלינג סעילסמאן פראבלעם. ווי געזאגט, ווייזט די דזשאָרדען קוּרוו טעארעם אז פשוט׳ע זאכן זענען נישט אלעמאל אזוי אחרי עיון. וואס די זעלבע/ענליכע זאך, זעהט מען בנוגע ענין ״ג-ט״ (ווי צוגעברענגט פונעם משך חכמה, מהפסוק (קהלת ז כט) והמה בקשו "חשבונות" רבים), וככל הנ״ל בהאשכול.
און ווי געזאגט איז דאך די טרעוועלינג סעילסמאן פראבלעם אַן NP פראבלעם, וואס P≠NP קען האבן א שטיקל השלכה לענין ״ג-ט״. (און אז דא איז די ענין בנוגע א 12,000 שטעט פראבלעם אין דעם, איז דאך מסתם דא קשרים בענין ״י״ב״ און ״אלופו״ של עולם, מיט ״ג-ט״.)
עס דערמאנט אויך פון דעם ארטיסט דזשוּליען וואָס-אנדרעי'ס "קוואנטום מענטש" סקולפטור, און ווי עס ווערט א יש מאַיִן ע"י קוואנטום מעכאניקס, און וואס קען האבן א שייכות צום געדאנק פון חידוש ובריאת העולם לפי דת (במובן הפשוט): *
אז מ׳האט גערעדט פון קשר מאטעמאטיקס, טעאלאגיע ומשגל, איז מיר געווען אינטרעסאנט די הומאראס תגובות בענין גרעפס פונעם מאטעמאטיקער דר. אנטאני בּאָנאַטאָ. (ער איז גראדע געי.) אזהרה: צניעות.
און אין דעם אויך איז די געדאנק פון די פּאָסטער וואס שטעלט צאם די באקאנטע בילד פון מערילין מאָנראָ העכער דעם סאָבּוועי, מיט די נאַוויעי-סטוֺיקס עקוועישאנס (לגבי דעם פלוס פון לופט פונעם סאָבּוועי), וואס, ווי געזאגט, איז די מאטעמאטיקס דערפון אמת אבער א פראבלעם צאמצושטעלן מיט׳ן עולם העשייה.
***
ווי דער אפודי, האט אבן כספי אויך פארשטאנען דעם רמב"ם, בפירושו על מו"נ ח"א פ"ח, אז דער עקידה איז נאר געווען במראה הנבואה ע"ש. דער אברבנאל פארפירט דארט שטארק קעגן אים:

לא ידעתי מבטן מי יצאה האמונה המשובשת הזאת שיהיה דעת הרב המורה בכוונתו שמעשה העקידה כולו היה במראה הנבואה, והשקר הזה לא לבד מצאתיו בדברי המפרש הזה גם שמעתי דבת רבים יסכימו עליו, והנה חפשתי בכל דברי הרב אחד הנה ואחד הנה לא מצאתי דבר בו יתלה הדעת הנפסד הזה, אם לא מה שכתב בפרק מ"ב חלק שני באומרו כי כל מקום שנזכרה בו ראיית מלאך או דיבורו אמנם הוא במראה הנבואה, ומזה הולידו רבים מפושעי עמינו שיסבור הרב שמעשה העקידה היה במראה הנבואה מאחר שנזכר בו דיבור מלאך, אוי לאזנים שכך שומעות, לא די שייחסו לרב הדעות הנפסדות שקצת דבריו יורו עליהם, ושלא דנו אותם לכף זכות ואפילו בפירוש רחוק כמו שצוה עליו בהקדמת ספרו, אבל גם העיזו פנים לייחס אליו דיעות לא כיוון עליהם, ופירשו דבריו בפירוש רחוק כדי לדונו לכף חובה, ואין ספק שעתידין הם לתת את הדין על הדבר הזה בעונש גדול כל הימים.
דער עיקרים שרייבט לגבי דעם געדאנק פונעם תואר "מציאות" כלפי הא-ל ענליך צום רמב"ם, נאר פון א פארקערטע ריכטונג. והיינו, אז אלעס וואס איז "נמצא", איז טאקע נישט "פולקאם" נמצא, משא"כ הא-ל (און טאקע כעין חתימתי...). וז"ל במאמר ב פ"ו:
דארט בפ"ל טוהט ער דורך דעם געדאנק פונעם רמב"ם במו"נ ח"א פנ"ט, אז ווי מער מ'איז שולל תוארים פון הקב"ה, אלס מער חכם ומושלם איז מען. ער רירט דארט אויך אָן די קשיא פון טאמאס אקינאס אויפ'ן רמב"ם, אז עס איז בעצם נישטא קיין חילוק צווישן נישט זאגן א נעגאטיווע תואר אויף הקב"ה, כעין כעס, און שולל זיין א פאזיטיווע תואר שבח אויף הקב"ה, כעין גיבור ויכול; זיי זענען ביידע די זעלבע נישט חל בלאגיק אויף די נושא פון "ג-ט". דער עיקרים איז דארט מסביר באריכות אז די געדאנק איז אז עס זענען דא תוארים וואס מען איז שולל מהקב"ה בדרך "ניין" והעדר לגמרי, כגון די נעגאטיווע תוארים; א שלילת הענין. משא"כ די תוארי שבח איז מען שולל מהקב"ה בדרך "נישט-יא", וואס באדייט נישט אז עס איז נעדר, נאר אז עס איז נישט בזה מזה הסוג ומין כלל ברגילות הלשון; א שלילת התיבה. און דעריבער איז דא דער יתרון צום חכם בעניני שלילת התוארים מהקב"ה, וויבאלד ער ווייסט מעיקרא וואס די תוארים זענען אין א פּאזיטיוון סענס, און דערנאך ווייסט ער אויף וועלכע סארט אופן דאס שולל צו זיין מהא-ל וכנ"ל. און דארט שרייבט ער לגבי תואר ה"מציאות":
דאס אלעס געבט שוין א שטערקערע באדייט צו די ווארט: *
ולגבי דעקארט׳ס ספק און ספק׳ענען אין די אייגענע מציאות (וועלכע האט השלכות לגבי הוכחות למציאות הא-ל), שרייבט דר. קיִט פרענקיש: ***
לגבי די מתוך לאגיק עצמה לימיטס פון לאגיק, שרייבט הרב דר. מיכאל אברהם:
דאס קען אלס גיין מיט לודוויג פויערבאך׳ס מהלך אין טעאלאגיע. און ווי ער האט געזאגט:
און דער עץ שתול שרייבט דארט בהענפים:ומה שראוי שיובן מן העיקר הזה הוא כי כמו שהגדר או הרושם נותן הבנה ציורית במה שיש לו גדר או רושם, כן מילת 'נמצא' במקום הזה הוא כסוג שכולל כל הנמצאים, ואמרנו 'מחוייב המציאות בעצמו' הוא ההבדל העצמי שיש בינו ובין זולתו מן הנמצאים. והדברים הנמשכים לזה והם שאין עילה לו ולא דבר דומה לו ושאר הדברים, אינם אלא ביאור חיוב המציאות בעצמו, כדי שתשלם ההבנה הציורית במה שאפשר שיצוייר ממציאותו יתברך.
אבל לפי האמת אין זה גדר ולא רושם, כי הוא יתברך אין לו גדר, כי הגדר מחובר מסוג והבדל, ומלת 'נמצא' אינה סוג שתאמר על כל נשואיו בהסכמה, כמו שמדרך הסוג להיות כן, כי אין בעולם סוג יכללהו עם זולתו, כי לא יאמר 'נמצא' על הא-ל יתברך ועל זולתו בהסכמה, כי המציאות האמתי הוא אליו יתברך, ומציאות שאר הנמצאות קנוי ממציאותו, ואחר שהנמצא אינו סוג יכלול אותו יתברך ואת זולתו, אין לו הבדל. ובעבור זה מה שנאמר עליו יתברך שאין דומה לו ולא שוה לו, הם מילות מורות על הזולתיות בלבד, כלומר שהוא יתברך זולת הנמצאים, שכולם קנו המציאות ממנו ואין להם מציאות זולתו, ואין מציאותו תלוי במציאותם.
שפעטער דארט בפ"י זאגט דער עיקרים דאס זעלבע לגבי תואר ה"אחדות":ולפי״ז מה שאמר המחבר בריש פרק זה "שמחוייב להאמין שיש נמצא מחוייב המציאות וכו'" עיקר כוונתו נגד ההמון שאינם יודעים וגם אינם מבינים כל כך ההפרש הנופל בין 'נמצא' הנאמר על השי"ת ובין 'נמצא' הנאמר על שאר הנמצאים, ויאמרו ששם ה'נמצא' הוא סוג באמת וכיוצא בזה ממה שיביא האדם לטעות, לכן אמר המחבר שמחוייב להאמין שיש נמצא מחוייב המציאות וכו׳, אבל למבינים אין צריך לעשות שום הבדל באמונת העיקר הזה לשאר הנמצאים.
ענליך שרייבט ער אויך שפעטער דארט בפכ"ז, לגבי פארוואס הקב"ה איז "אמת" ע"ש.והאחדות הגמורה היא אשר נותנת יחוד והבדלה מכל מה שזולתו לנמצא מה שהוא נמצא בפעל, שאי אפשר שיושכל עמו זולתו דומה לו. ואחר שאין בנמצאים נמצא שלא ישתתף עמו זולתו בדבר ושלא ישוה לו דבר זולת השם יתברך, הוא מבואר שאין בעולם מי שיפול עליו שם האחד שיהיה מובדל מכל מה שזולתו באמתות אלא האלו-ה יתברך, לפי שהוא לבדו מחוייב המציאות, וכל הנמצאים זולתו אפשרי המציאות וישתתפו זה לזה באפשרות המציאות, ואין מי שישתתף לו בחיוב המציאות ולא בדבר מן הדברים ואפילו בשם הנמצא בלבד, כי כבר בארנו [לעיל בפ"ה] שאי אפשר שיהיו שני מחוייבי המציאות, ושאי אפשר לשכל לציירם שוים מכל אופן, ושהמציאות יאמר עליו יתברך ועל זולתו בשיתוף השם, ואם כן אחדותו יתברך אחדות גמורה, שלא ישתתף לו שום נמצא ולא ישוה אליו בשום דבר.
ואחר שהתבאר שהאחד באמתות יאמר על הנמצא שלא ישוה אליו ולא ידמה אליו דבר, והתבאר שמחוייב המציאות שנתאמת מציאותו במופת אין דומה לו ולא ישתתף לו שום נמצא בענין מן הענינים, הוא מבואר שתואר האחד הנאמר עליו יתברך כאלו הוא ענין שוללי ולא ענין חיובי, ולזה לא יחייב רבוי בעצמותו יתברך. וזהו שנתבאר בתורה בפירוש (דברים ו ד) שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, כלומר כי כמו שבבחינת היותו אלקינו, רצה לומר ממציא כל הנמצאים, והוא המופת הראשון שכתבנו, יתחייב שיש מחוייב המציאות הוא לבדו עילת הכל ואין לו דומה בזה, כמו שאמר הכתוב (ישעיה מ כה) ואל מי תדמיוני ואשוה, כי כולם הם עלולים זולתו, כן מצד עצמו הוא אחד ואין שני דומה לו ואין זולתו מחוייב המציאות, ורמז אל המופת השני שכתבנו, וכאלו נתבאר בזה שענין האחדות הנאמר עליו יתברך הוא ענין שוללי לא ענין חיובי, ולזה לא יחייב ריבוי בעצמותו, לפי שאיננו תואר נוסף על העצמות.
דארט בפ"ל טוהט ער דורך דעם געדאנק פונעם רמב"ם במו"נ ח"א פנ"ט, אז ווי מער מ'איז שולל תוארים פון הקב"ה, אלס מער חכם ומושלם איז מען. ער רירט דארט אויך אָן די קשיא פון טאמאס אקינאס אויפ'ן רמב"ם, אז עס איז בעצם נישטא קיין חילוק צווישן נישט זאגן א נעגאטיווע תואר אויף הקב"ה, כעין כעס, און שולל זיין א פאזיטיווע תואר שבח אויף הקב"ה, כעין גיבור ויכול; זיי זענען ביידע די זעלבע נישט חל בלאגיק אויף די נושא פון "ג-ט". דער עיקרים איז דארט מסביר באריכות אז די געדאנק איז אז עס זענען דא תוארים וואס מען איז שולל מהקב"ה בדרך "ניין" והעדר לגמרי, כגון די נעגאטיווע תוארים; א שלילת הענין. משא"כ די תוארי שבח איז מען שולל מהקב"ה בדרך "נישט-יא", וואס באדייט נישט אז עס איז נעדר, נאר אז עס איז נישט בזה מזה הסוג ומין כלל ברגילות הלשון; א שלילת התיבה. און דעריבער איז דא דער יתרון צום חכם בעניני שלילת התוארים מהקב"ה, וויבאלד ער ווייסט מעיקרא וואס די תוארים זענען אין א פּאזיטיוון סענס, און דערנאך ווייסט ער אויף וועלכע סארט אופן דאס שולל צו זיין מהא-ל וכנ"ל. און דארט שרייבט ער לגבי תואר ה"מציאות":
*ויתבאר לך אמיתת מה שכתבנו מענין המציאות הנאמר על השם יתברך, שאין ספק כי כשאמרנו בו יתברך שהוא נמצא, אף על פי שהמציאות נאמר בשיתוף השם עליו ועל כל הנמצאים - לפי שכולם קנו המציאות ממנו ומציאותם הוא זולת מהותם והוא יתברך מציאותו ומהותו אחד בעינו, וכמו שמהותו נעלם תכלית ההעלם כן מציאותו נעלם תכלית ההעלם, ומציאות זולתו תלוי במציאותו לפי שכולם קנו המציאות ממנו - מכל מקום אין ספק שאין מילת המציאות הנאמרת עליו יתעלה היפך מן המציאות הנאמר על כל נמצא מן הנמצאות זולתו מכל וכל, עד שיהיה מלת המציאות הנאמרת עליו תורה על ההעדר שהוא היפך המציאות הנאמר עלינו, כי בהכרח נבין ממלת המציאות בכל מקום היפך ההעדר, אבל כדי להבדיל בין שני מיני המציאיות ולומר שהאחד מציאות אמתי והאחד מציאות בלתי אמתי דומה אל ההעדר, נאמר שמילת המציאות תאמר עליו ועלינו בשיתוף גמור [רוצה לומר שאין בו שום דמיון ויחס ביניהם כלל - עץ שתול], להבדיל בין שני מיני המציאיות ולהורות שמציאותו יתברך נעלם תכלית ההעלם כמו שעצמותו נעלם תכלית ההעלם, ושהמציאות הנאמר על כל נמצא זולתו כאילו הוא מורה על ההעדר בערך אל המציאות הנאמר עליו.
דאס אלעס געבט שוין א שטערקערע באדייט צו די ווארט: *
ולגבי דעקארט׳ס ספק און ספק׳ענען אין די אייגענע מציאות (וועלכע האט השלכות לגבי הוכחות למציאות הא-ל), שרייבט דר. קיִט פרענקיש: ***
לגבי די מתוך לאגיק עצמה לימיטס פון לאגיק, שרייבט הרב דר. מיכאל אברהם:
ס׳איז אינטרעסאנט צוצוברענגען וואס ער ברענגט נאכדעם צו, איבער אז איינמאל מ׳ווייזט שוין יא אויף קיומו ומציאותו של הא-ל, אז דאס באדייט נאך נישט אז עס זענען דא ציוויים מאתו (כביכול) וואס מ׳דארף מציית זיין צו (ועיין בריש מאמר ג׳ בהאמונות והדיעות, ובריש שער ג׳ בחובת הלבבות):ההיגיון עצמו אומר שלא נכון להסתמך על ההיגיון לבדו בבואנו להכיר את העולם.
***בהמשך היה לנו ויכוח האם העובדה שאמונה באלוקים מחייבת אותנו לכל מיני דברים חשובה לגבי השאלה האם הוא קיים, או לגבי העוצמה הדרושה של הטיעונים לקיומו. אביב טען שכן ואני טענתי שלא. הוא אמר שלדעתו האמונה היא כלי לקבלת החלטות (מה לעשות או לא לעשות). אבל זו טענה אבסורדית לדעתי. אתה יכול לומר שהסוגיה לא מעניינת אותך אם אין לה השלכות מעשיות, אבל אתה לא יכול לומר שאם אין לזה השלכות מעשיות לגביך אז זה לא נכון (זהו פוזיטיביזם לוגי מופרך), או לחלופין שאם יש לזה השלכות מעשיות אז לא תקבל טיעונים טובים לקיומו של אלוהים. אפילו הטענה שלכאורה יכולה להישמע סבירה יותר, שעוצמת הראיות צריכה להיות כגודל החיובים שהמסקנה הזאת מחייבת אותי, אינה נכונה לדעתי. לכל היותר ניתן לומר שעוצמת הראיות הזאת מביאה אותי למסקנה שהוא קיים, אבל לא מספיקה לחייב אותי לציית לציוויים שנאמרים בשמו. את זה אני מוכן לקבל (זה סוג של 'פלגינן' שמופיע גם בהלכה: יש ראיות שהבעל מת שמספיקות כדי להתיר אישה להינשא אבל לא מספיקות כדי לאפשר ליורשיו לרשת אותו – לרדת לנחלה). אבל אם יש ראיות טובות לקיומו אז המסקנה היא שהוא כנראה קיים. לכל היותר תאמר שאינך מספיק משוכנע בזה כדי לקיים את ציווייו.
דאס קען אלס גיין מיט לודוויג פויערבאך׳ס מהלך אין טעאלאגיע. און ווי ער האט געזאגט:
The divine being is nothing else than the human being, or, rather, the human nature purified, freed from the limits of the individual man, made objective
לגבי דעם געדאנק אז די עיקר איז טאקע געפיהל, שרייבט דר. אַיאַלאַ פעדער לגבי וואס א קירוב רב האט געזאגט צו א באהאלטענער אפיקורוס א ת״ח (דער וואס איז געווען באשריבן אין די עמי מאגאזין אין 2011 ארום אדר-ניסן צייט) וועמען זי רופט ״דוד״:
דאס גייט אויך אין איינקלאנג מיט מאמרו של המהרש״ב (מה ששמעתי מהרב מוויען שליט״א בדרשת ז׳ אדר תשפ״ג) אז צווישן קאלטקייט און כפירה איז כחוט השערה. עס איז געפיהל וואס האלט דאס (די פידעאיזם), ובלא זה איז טאקע לבסוף נישטא קיין (געהעריגע) ראציאנאלע אפהאלט לכפור לגמרי ולהזניח שמירת התורה. (ועיין במה שהבאתי כאן.)
***
לגבי דעם געדאנק פון דעם אז "אַיִן" איז הקב"ה, און דעם געדאנק פון הוכחות למציאות הא-ל, איז דא די באקאנטע געדאנק פונעם פּרינציפּ פון סאָפישענט ריִזען, וועלכע לויטעט אז עס איז נישטא קיין זאך בעולם וואס האט נישט קיין סיבה דערצו וואס האט דאס ארויסגעברענגט לפועל. ברענגט אין דעם דר. יצחק מלמד צו פון קריסטשען וואלף און קאנט:
ווי איך פארשטיי, איז די געדאנק פונעם ״ווילן״ דא דערין מער בנוגע השלכותיה על למעשה. אין אנדערע ווערטער, דאס גייט צוזאמען מיט׳ן פּרעגמעטיסם פילאזאפיע און איר אפשטייטש פון ״אמת״, אז דאס איז דאס וועליוּ פון די השלכות וואס קומען ארויס דערפון וואס איז אפעקטיוו פאר׳ן אינדיווידואלן מענטש בחיי היום יומית שלו. ובתוך דר. וויליאם דזשעימס׳ס ברייטערן טעזע דערין בנוגע רעליגיע אז דאס איז א ״ליִפּ אָוו פעיט״ (ובפרט וואו עס איז נישט אויף דייקא אָנצונעמען, נאר אויף איידער נישט אפצוווארפן).The last kiruv rabbi that “Dovid” saw before he gave up on them entirely was very different. He told Dovid, “Why do I believe? I believe. I want to believe. I’m sorry, but I don’t have any way to help you, and I don’t think you will ever get your belief back”
דאס גייט אויך אין איינקלאנג מיט מאמרו של המהרש״ב (מה ששמעתי מהרב מוויען שליט״א בדרשת ז׳ אדר תשפ״ג) אז צווישן קאלטקייט און כפירה איז כחוט השערה. עס איז געפיהל וואס האלט דאס (די פידעאיזם), ובלא זה איז טאקע לבסוף נישטא קיין (געהעריגע) ראציאנאלע אפהאלט לכפור לגמרי ולהזניח שמירת התורה. (ועיין במה שהבאתי כאן.)
***
לגבי דעם געדאנק פון דעם אז "אַיִן" איז הקב"ה, און דעם געדאנק פון הוכחות למציאות הא-ל, איז דא די באקאנטע געדאנק פונעם פּרינציפּ פון סאָפישענט ריִזען, וועלכע לויטעט אז עס איז נישטא קיין זאך בעולם וואס האט נישט קיין סיבה דערצו וואס האט דאס ארויסגעברענגט לפועל. ברענגט אין דעם דר. יצחק מלמד צו פון קריסטשען וואלף און קאנט:
(ועיין כאן.)the most famous proof attempts to derive the PSR from the Law of Non- Contradiction. According to the latter, if a thing A is assumed to exist without reason, than “nothing is posited that explains why A exists”. This, according to Wolff, would mean that A exists because of nothing (Ontologia, §70), which Wolff claims to be absurd. (Wolff seems to be assuming here the ex nihilo nihi fit maxim.) Kant criticized the proof claiming that it is based on an equivocal use of the term “nothing”
עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דר. דוד בּלומענטאל שרייבט במשנתו של הרמב"ם (בסוף פ"ד בהל' יסודי התורה ומו"נ ח"ג פנ"א), וואס דר. בּלומענטאל האלט איז באמת א "פילאזאפישע מיסטיסיזם", און ווי להרמב"ם איז די אמת'ע תכלית פונעם אדם השלם אָנצוקומען צו מיסטישע דביקות ותענוג בהא-ל וועלכע איז ווייטער ווי חכמה ופילאזאפיע:
לגבי נבואה און דעם כח המדמה, פרעגן דר. עימי קיינד און דר. פּיטער קונג:
לגבי "מציאות" כלפי "ג-ט" האט דר. דזשעהאנגיר טשאָבּ געשריבן: ***
ולגבי געפיהל עם שכל שרייבט דער ראי"ה (שמונה קבצים קובץ א אות רעא):
ולגבי זיך צי סאך פארלאזן אויף לאגיק, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דר. קריסטיִן סיפּנאוויטש שרייבט איבער די תלונה פונעם פילוסוף אייריס מורדאך קעגן לאגישע פּאזיטיוויזם און די שאדן דאס האט געטוהן צו מאראלישע דיונים:
***
ולגבי די עמפאסיס וואס דארף זיין אויף שמירת המצות וואס מ'טוהט לעומת וואס מ'גלייבט, טענה'ט הרב דר. מיכאל אברהם אז דאס וואס מ'האט מחרים געווען שפינוזה איז מכח זיין נטישה פון שמירת המצות, ווי איידער מחמת דעותיו.
דא האב איך געשריבן:
דר. בּלומענטאל טענה'ט אז דאס איז טאקע אין איינקלאנג מיט'ן רמב"ם'ס מהלך אין נעגאטיווע טעאלאגיע, ועפ"י וואס ער שרייבט במו"נ ח"א פנ"ט:The study of creation (nature) leads to love of God. Indeed, the accumulation of knowledge about creation is the love of God. Furthermore, the telos of learning is not knowledge itself. Rather, the purpose of knowledge of the natural world is a series of spiritual emotions — awe, fear, insignificance, shame, and embarrassment. The goal of study is a thirsting of the soul and a yearning of the body for God. Study is a type of religious experience; the intellectual is part of a larger spiritual realm
Intellectual contemplation is, thus, a step beyond intellectual love. It is the moment when thought fades into mystical experience. It is the transition from thinking-about-God to being-in-the-presence of God. It is a mystical moment or, more appropriately, a mystical-intellectual way of being in the world. After the work of thinking and study, a person should ponder the intellectual results. In addition — and this is important — one should set oneself in the presence of the intellectual power which is the source of all thought, that is, God
Maimonides has set forth his true ideal for human existence. The telos of humanity, according to Maimonides, is not philosophy itself. Philosophy is a stage, an instrument, a means to the end. The end is continuous contemplation of God, continuous being-in-the-presence of God, even when one is conducting one's daily business and especially as one approaches death. This is achieved by following the various stages of self-perfection: meticulous observance of the commandments, the hard work of studying and thinking about creation so that it leads to God, the pondering of the intellectual conclusions in the presence of the Divine, and the continuous being before God even in daily activities and especially in death. Permanent pleasure in the Divine is the goal
און ער שרייבט דארט טאקע איבער נבואה במשנתו של הרמב"ם (וואס דער שם טוב דערמאנט אז פנ"א האט א שייכות מיט דעם רמב"ם'ס מהלך במהו "נבואה"):Having established that, for Maimonides, metaphysics is a stage in self-perfection not an end in itself, it is possible to review other sections of his oeuvre to look for consistency of view. One such case is his theory of attributes. After many chapters dealing with biblical words and images, Maimonides devotes several chapters to the theory of attributes and culminates his exposition with the view that the best one can achieve is the systematic study of various attributes and the realization that they cannot be applied to God. Thus, God cannot be said to be "one" because God does not fall into the category of beings subject to quantity. God cannot even be said to "exist" because that word, too, implies being in time and space, a category that does not apply to God. This is Maimonides' via negativa: God is categorically different from God's creation and, hence, cannot be described. Realizing this as fully as possible is the most humans can achieve. In the end, only silence is left to us
It could be that Maimonides' meaning here is simple: where negation is the only mode of thinking about the truth of God's being, silence is the most befitting option. However, the phrases he uses, yet again, betray a mystical context, not a metaphysical or logical one; they allude to a post-philosophic experience of the Divine which is beyond verbal and conceptual silence
***The discussion of Maimonides' view of the renewal of prophecy in his own days is to my mind on the wrong track. Maimonides differentiates between prophecy as a legal-dogmatic phenomenon and prophecy as an experiential-mystical phenomenon. The former cannot be renewed at all; legal prophecy is over. The latter, however, does not need to be "renewed" because it is always present, it being a function of the ongoing emanation of intellectual energy from the Tenth Intelligence without which the universe would cease to exist
לגבי נבואה און דעם כח המדמה, פרעגן דר. עימי קיינד און דר. פּיטער קונג:
***imagination is put to two distinct and seemingly incompatible kinds of uses. Imagination is sometimes used to enable us to escape or look beyond the world as it is, as when we daydream or fantasize or pretend. We’ll call this the transcendent use of imagination. Yet imagination is also sometimes used to enable us to learn about the world as it is, as when we plan or make decisions or make predictions about the future. We’ll call this the instructive use of imagination. But how can a single mental activity successfully be put to both uses? How can the same mental activity that allows us to fly completely free of reality also teach us something about it?
לגבי "מציאות" כלפי "ג-ט" האט דר. דזשעהאנגיר טשאָבּ געשריבן: ***
ולגבי געפיהל עם שכל שרייבט דער ראי"ה (שמונה קבצים קובץ א אות רעא):
*אי אפשר לאדם לחיות לא בשכל לבדו, ולא ברגש לבדו, תמיד צריך שיהיה ממזג את השכל עם הרגש בחוברת. כשירצה להתפרץ למעלה ממדרגתו, יאבד את הכשרון של הרגש, ויהיה מלא פגמים וחסרונות, אע"פ שיהיה בעל שכל גדול. ואין צריך לומר שאם ישתקע ברגש לבדו יפול בתהומות של סכלות, המביאים לידי כל חולשה וכל חטאת. רק תכונת המשקל השוה, המאזן את השכל עם הרגש, יביאהו לידי הצלה גמורה. מובן, שעם צריך להחיות תמיד את התכונה המעשית, והחוש החברותי הישר.
ולגבי זיך צי סאך פארלאזן אויף לאגיק, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דר. קריסטיִן סיפּנאוויטש שרייבט איבער די תלונה פונעם פילוסוף אייריס מורדאך קעגן לאגישע פּאזיטיוויזם און די שאדן דאס האט געטוהן צו מאראלישע דיונים:
(הגם, ווי געזאגט, זענען די סארט טענות אויך עפ"י לאגיק אליינס.)Murdoch blamed the dominance of a sterile logical analysis for contributing to the lack of vision and creativity in progressive thought
***
ולגבי די עמפאסיס וואס דארף זיין אויף שמירת המצות וואס מ'טוהט לעומת וואס מ'גלייבט, טענה'ט הרב דר. מיכאל אברהם אז דאס וואס מ'האט מחרים געווען שפינוזה איז מכח זיין נטישה פון שמירת המצות, ווי איידער מחמת דעותיו.
***מקובל לחשוב ששפינוזה הוחרם בגלל תפיסותיו הפנתאיסטיות, אבל חוקרים מטילים בזה ספק, שכן תפיסות שונות ומשונות היו אצל הוגים רבים גם לפניו. גם אני הקטן סבור שהגיוני יותר שהוא הוחרם בגלל נטישת המחויבות ההלכתית שלו, ולא בגלל דעותיו. הדעות שימשו עילה לחרם אבל לא סיבתו האמתית. יתר על כן, את דעותיו ניתן היה להחרים (את ספרי ההגות שלו), שהרי הוא לא כתב ספרי הלכה. רוב המחרימים כלל לא הכירו ולא הבינו את הגותו, ולכן לא סביר שזו הייתה הסיבה האמתית ליחס השלילי שלהם כלפיו.
אומר יותר מכך. ייתכן שזה לא למרות שרוב ככל המחרימים כלל לא קראו את כתביו ולא הכירו והבינו את משנתו, אלא דווקא בגלל זה הם נקטו בדרך של החרמה. כבר כתבתי כמה פעמים בעבר שחרם ותיוגים (כופר וכו') הם כלי נשקם של החלשים. אלו שאין להם טיעוני נגד לגופו של עניין ולא יכולים להתמודד עם אדם או משנה כלשהי באופן ענייני, מעדיפים את המוצא הקל יותר: להחרים.
דא האב איך געשריבן:
מי אניוואס רעליגיע ו״אמונה״ באדייטן פאר׳ן מענטש, וואס דאס קומט אראפ לבסוף צו ווי אזוי ער איז זיך ווילענדיג מתנהג עפ״י דתיה, איז נישט אזוי ווייט וואס איז ביי אים אויפגעוואוזן בשכלו אלס ״ראציאנאל״. ס׳איז וואס קומט אים אראפ אלס ״געפיהל״, וואס איז ל"ד אלס ראציאנאל (וידוע המימרא של בּלעיס פּאַסקאַל אז "דאס הארץ האט אירע סיבות פון וואס שכל/ריִזען ווייסט גארנישט"). און דאס איז, לאחרי הכל, צו ענטפערן כותרת האשכול, ״פארוואס ער גלייבט״. און ווי געשריבן אין מיין אשכול, איז דאס וואס איז גורם, ווי וויליאם דזשעימס רופט דאס, זיין ״ליעפּ אָוו פעיט״.
איך האב געהערט משמו של ר׳ קאפל שווארץ שליט״א אז די געדאנק אונטער די באקאנטע מעשה מיט׳ן ישמח משה איז טיפער. והיינו, די מעשה איז אז ער האט געבעהטן צו האבן יראת שמים פונעם רמב״ם. ער האט דאס באקומען און ס׳האט אים אָנגעכאפט אזא פחד אז ער איז געלאפן זיך באהאלטן אונטערן טיש. האט ר׳ שווארץ מסביר געווען אז די געדאנק איז ארויסצוברענגען אז אפילו די ״יראת שמים״ פון א פילוסוף, וואס מ׳קלערט קען דאך נישט האבן א שוויית, איז א דבר חשוב נישט אוועקצומאכן.
און ווי מ׳זעהט בהל׳ יסודי התורה פ״ד הי״ב איז להרמב״ם די געדאנק פונעם פחד ויראת ה׳, דעם awe וואס מ׳שפירט אנערקענענדיג שפלות עצמו נגד הבריאה והבורר ע״ש.
עכ״פ ואופן, וואס דאס ברענגט ארויס איז ווייטער דעם געדאנק אז עס איז שייך ״יראת שמים ויראת חטא״ און פולקאמע שמירת התומ״צ, אפילו מיט א פולקאמען פילאזאפישן אפטייטש באלקות, ואפילו ווי די ״ראדיקאלע״ מפרשי הרמב״ם, בכל דור ודור, האבן אים אפגעלערענט.
***
ובדרך אגדה האב איך געקלערט אז ס׳איז ידוע אז ביי גלות האבן די אידן געמיינט אז עס איז כעין ווי הקב״ה האט כביכול געגעבן א גט פיטורין לישראל (עיין בסנהדרין קה. עפ״י הפסוק בישעיה נ א ועיין ברד״ק שם עה״פ, ובתנחומא פ׳ נצבים ג), אזוי ווי ביי גלות עשרת השבטים כבירמיה ג ח. ובקידושין ה: זאגט שמואל אז ביי קידושין וגירושין טאמער זאגט דער מאן די לשון פון קידושין או גירושין אויף זיך, אז ער איז דער וואס ווערט מקודש אדער מגורש, איז עס נישט חל ע״ש. ביי קידושין ווערט עס נפסק להלכה באבה״ע סימן כז סעיף ו, אפילו היה מדבר עמה בתחילה על עסקי קידושין (וע״ש בב״ש ס״ק יט). משא״כ ביי גירושין ברענגט דער מחבר אראפ בסימן קלו סעיף ג, אז י״א אז טאמער האט ער גערעדט מיט איר פריער על עסקי גירושיה, איז זי יא מגורשת, וע״ש בב״ש ס״ק ב.
האב איך געקלערט אז די רמז איז אז ביי חורבן הבית הראשון איז דאס געווען אויך מחמת חטא ע״ז (יומא ט:). און ווי צוגעברענגט האלט דער רמב״ם במו״נ ח״א פל״ו אז הגשמת הא-ל, וואס אין דעם איז דאך למעשה אויך אריינגערעכענט פּאזיטיווע תוארים עליו, איז ערגער ווי ע״ז ע״ש. וא״כ איז דאך דאס אפשר דער רמז אז ביים חורבן בית ראשון שהיה על חטא ע״ז, וואס הגשמת הא-ל איז ערגער דערפון, איז דאן געווען א בחינה פון גט פיטורין מהקב״ה לישראל, וואס ביי גט קען מען נישט זאגן א לשון בדיבור וואס איז חל אויפ׳ן משלח/מגרש, פונקט אזוי ווי מ׳קען נישט זאגן קיין תוארים אויף, כביכול, הקב״ה המשלח, וואס דאן איז דאס ערגער ווי ע״ז, וואס דאס איז געווען די חטא דעמאלטס. און דאס איז די געדאנק אז זיי זענען געווען עסוק אין די דיבור דערפון, וואס איז כעין ע״ז ועוד יותר, פאר׳ן בחינה פונעם גט.
(ועיין כאן.)
***
און אז כ׳האב דערמאנט פילמס, און דערמאנט דר. מארק צבי בּרעטלער׳ס מהלך בנוגע ליל הסדר, איז אויך מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דר. יונתן אדלער זאגט בנוגע דעם:
ובנוגע דאס איבער ״עקספּיריענסן דאס לעבן״ גלייב איך אז ס׳איז apropos דערצו די מימרא פון אַלבּערט קאמוס:
Where I seek myself I cannot find myself
(דוד הום האט אויך געזאגט ענליך, ולגבי זיין בונטל מהלך אין אידענטיטעט.)
***
לגבי ספק באמונה דער פילאזאף אלפרעד הענרי לוׂיד האט געשריבן, אין זיין בוך The Will to Doubt (וועלכעס איז געווען אַן אנטווארט צום אויבנדערמאנטן וויליאם דזשעימס' בוך):

***Reliving the story, like a movie — Though I am an archaeologist, one thing that we do not do at the seder, is talk about archaeology, history, or academic biblical scholarship. Think of movies. When we watch a movie, we are all in on the story-line of the movie. We might even pause the movie, and ask the person we might be watching the movie together with about lacunas in the plot (this is what ba'alei midrash were doing). But we are all in. We are fully engaged and voluntarily put our critical thinking aside. Why do we do this? Because that is what watching a movie is all about! If we start asking critical questions (“But how does he fly like that?”; “But how do they breathe in outer space?”; “But how did he not get shot with all those bullets flying?”) we are missing out on the entire experience of watching a good movie. And that experience can be incredibly powerful. So for us, the seder is not the time to engage with the past in a critical, scientific manner but to relive the story of the Exodus in an embodied way. We do this verbally, by retelling the narrative, but also physically by eating the foods, drinking the wine, and enacting the various rituals which over the past two millennia have developed into the seder we have today
ובנוגע דאס איבער ״עקספּיריענסן דאס לעבן״ גלייב איך אז ס׳איז apropos דערצו די מימרא פון אַלבּערט קאמוס:
און דאס האט השלכות לגבי אפילו די ״מציאות״ פונעם אידענטיטעט פונעם עצם מענטש. און ווי מאַנטעין האט געזאגט:You will never be happy if you if you continue to search for what happiness consists of. You will never live if you are looking for the meaning of life
Where I seek myself I cannot find myself
(דוד הום האט אויך געזאגט ענליך, ולגבי זיין בונטל מהלך אין אידענטיטעט.)
***
לגבי ספק באמונה דער פילאזאף אלפרעד הענרי לוׂיד האט געשריבן, אין זיין בוך The Will to Doubt (וועלכעס איז געווען אַן אנטווארט צום אויבנדערמאנטן וויליאם דזשעימס' בוך):
שפעטער שרייבט ער די געדאנק פונעם צמח צדק וואס @ונבנתה העיר האט צוגעברענגט:to write down here and now what is at once the truism and the paradox of this book, a vital, practical belief must always live by doubting. Was it Schopenhauer who declared that man walks only by saving himself at every step from a fall? The meaning of this book is much the same, although no pessimism is either intended or necessarily implied in such a declaration. Doubt is no mere negative of belief; rather it is a very vital part of belief, it has a place in the believer's experience and volition; the doubters in society, be they trained at the University or not, and those practical creatures in society who have kept the faith, who believe and who do, are naturally and deeply in sympathy. And this essay seeks to deepen their natural sympathy
Here, then, is my simple thesis. Doubt is essential to real belief
___
The doubter who refuses or hesitates to speak the name of God may thus be a protestant, but plainly he is no atheist. A mere name, in any case, is quite as likely to obscure as to illumine the reality; the chiaroscuro effect must ever belong to it. Doubt is no road to atheism
As a way to theism it may be beset with hardship, and its goal may be quite beyond the horizon; but the doubter is not by nature an atheist; quite the contrary. As no other, feeling dependent, he is a seeker, and even a confident seeker after what is perfect. He truly and confidently seeketh, for he seeketh after what hath neither visible form nor body, what is without habitation or name, what, like the Son of Man, hath not where to lay its head. He seeketh, what his very seeking itself is, not a God, but the life of the God
Where genuine doubt is the God is always born
We believe through our doubts; we believe, not in something apart, but in the very things we doubt. We believe in the very things we doubt. Doubt, this is to say, can destroy nothing
איך האלט אז מ׳קען נישט אפלערנען דעם [גאנצן] מהות הרמב״ם בעיסד אויף די כתבים וואס אונז האמיר היינט פון אים, ובפרט פונעם מו״נ וואס ער האט געשריבן פארן ספעסיפיק סארט מענטש, וכשמו מורה ׳נבוכים׳. איך טראכט אז אזא ריז האט געהאט בקבלה/גילוים וואס ער האט נישט (געקענט) מגלה געווען בכתב... בעצם זענען די ענינים איבערגעגעבן געווארן מדור דור בצנעה וכשמו תורת ׳הנסתר׳, נאר מחמת סיבות שונות איז יא געווען במשך די דורות (בפרט די לעצטעריגע) געוויסע צדיקים וואס האבן עס מפרסם געווען בכתב.
דער רמב״ם שרייבט במו״נ בהקדמתו לח״ג, לגבי וואו ער האט נישט בקבלה די פירוש על מעשה מרכבה און אז ער איז אליין צוגעקומען דערצו בסברתו, אז איבערגעבן איש מפי איש פנים אל פנים וואלט ווען טאקע געווען דאס בעסטע וועג, אבער חכמת מעשה מרכבה איז פארלוירן געגאנגען מבין עם ישראל, וויבאלד ס׳איז איבערגעגעבן געווארן איש מפי איש בפה בכעי״ז:
*
ובענין זה איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דר. מנחם קעלנער שרייבט לגבי דעם דרך הכתיבה פונעם רמב״ם:
***
לגבי תואר ״מציאות״ על הא-ל, איז מן הראוי לציין ללשונו של הרמב״ם במו״נ ח״א פ״ס, וואו ער זאגט אז אפילו די וואס וועלען יא וועלן זאגן א פּאזיטיוון תואר על ה׳, וועלן פארט מוזן צוקומען צו שלילה ווען געדרוקט צום וואנט:
***
אז מ׳האט דערמאנט דעם געדאנק פון דזשאן סטוערט מיל, האב איך געקלערט אז מ׳קען טענה׳ן קעגן אים אז איה״נ: ס׳איז טאקע בעסער צו זיין א צופרידענער נאַר ווי איידער אַן אומצופרידענער חכם, און ס׳איז טאקע בעסער צו זיין א צופרידענער חזיר ווי איידער אַן אומצופרידענער מענטש. די שאלה איז אבער צי אויב אזוי גייט דאס נאך ווייטער, אז עס איז בעסער צו אינגאנצן נישט עקזיסטירן, וואס דעמאלטס איז דאך נישטא קיין צער בכלל, ווי איידער זיין דער צופרידענער חזיר. אבער מאידך גיסא איז דאס שוין אפשר שונה במין. וויבאלד מ׳זאגט אז ווי העכער ״צופרידענהייט״ איז, איז דאס וואס מ׳זאל נאכגיין. אבער בכלל נישט עקזיסטירן, אעז דאך נישטא קיין צופרידענהייט אויך נישט, הגם עס איז אויך נישטא קיין צער כלל. ולכן איז דאס נישט וואס פאַלוֺיט פון דעם אז מ׳איז אפילו גרייט צו זיין א צופרידענער חזיר, אבי מ׳איז צופרידן. אבער טאמער ווערט ״צופרידענהייט״ דעפינירט אלס נעגאטיווע קאנסעקווענטשעליזם, וואו פארמינערן צער איז די מטרה ווי איידער פארמערן תענוג, דאן איז דאך דאס נישט עקזיסטירן כלל, וממילא שיין פטור פון צער בכלל, יא דאס נעקסטע לאגישע סטעפּ.
ובזה האב איך אויך געהאט געטראכט לגבי די לימיטס פון לאגיק, אז מ׳קען טאקע מאכן א קעיס פאר די ראציאנאליטעט פון זעלבסטמארד, ואולי אפילו אז דאס איז וואס מ׳דארף ווען צו טוהן לפי שכל, אבער אויף דעם איז דא די באקאנטע מימרא פון יונתן סוויפט:
***
איך האב געהאט גענומען מוצ״ש 50 מ״ג פון קאַנאַבּיס. בשעת׳ן טריפּ דערפון איז מיר בייגעפאלן אז איך וועל בעצם נישט קענען געדענקען דעם עקטשועל געפיהל פון דאס אלעס (סיידן אולי אז איך פרוביר דאס בשעת מעשה אראפצושרייבן אין ווערטער. וכולי האי ואולי). וואס איך וועל געדענקען איז אז ״ס׳איז געווען עפעס א גוטע געפיהל״ וואס מ׳וויל איבערגיין. ואם כנים אנחנו בזה, איז דאס אולי, ווי געשריבן, אז מ׳זוכט צוריקצוגיין כשהיה במעי אמו און וואס ער האט פארגעסן מחמת סטרו של המלאך (נדה ל:) - מ׳געדענק נישט ״וואס״ עס איז געווען, ווי איידער דאס אז מ׳געדענק/שפירט (סאָבּקאַנשׁעסלי) ״אז״ עס איז געווען.
***
דר. ארנע נאעס האט מסביר געווען (במשנתו של שפינאזע וואו "ג-ט = נאטור") אז די וועלט/בריאה קען נישט האבן קיין תכלית, וכדכתב המו"נ בח"ג פי"ג (מלבד עצמותו), וויבאלד דאן לייגט דאס דאך א הגדרה וגבול אויף די מושג פון "ג-ט" דורך דעם אז א "גרענד דיזיין" איז העכער דעם.
***
עס איז אויך מן הראוי לציין אז דר. ווילערד וואן אָרמען קוויין האט געשריבן אז ווען צוויי מענטשן טענה׳ן זיך ארום אין אנטאלאגיע צי עפעס עקזיסטירט צי נישט, האט דער וואס נעמט אָן אז נישט, א פראבלעם. והיינו, אז ער זאל פארמולירן צו א צווייטן די מחלוקת זיינער צווישן אים און זיין בר פלוגתא, וועט ער דאך זאגן אז יענער נעמט אָן אז עפעס עקזיסטירט און ער נישט. אבער אין דעם זאץ געבט ער דאך א ישות פאר׳ן זאך. ***
ולגבי דעם אז שאלות וקושיות זענען חשוב'ער ווי ענטפערס, האט וואלטעיר געזאגט:
ועיין כאן וואו איך האב צוגעגליכן דאס (היפּאטיזירטע) אומעגליכקייט פון א נאקעטע סינגולעריטי, צום העלם בענין השגת אחדות ומהות הקב"ה. דא איז מען מסביר וואו א סינגולעריטי אליינס קען מעגליך טאקע צוברעכן די געזעצן פון פיזיקס (ווי אונז פארשטטיען מיר זיי), וואס גייען נישט אָן דערביי.
***
לגבי דעם אור השם'ס קשיא אויפ'ן רמב"ם'ס מצוה פון אמונה אז עס איז נישט שייך בוחר צו זיין אין וואס צו גלייבן, איז דא אין עפּיסטעמאלאגיע א שיטה וואס רופט זיך דאָגזעסטיק/עפּיסטעמאלאגישע וואלונטעריזם. אין איר דירעקטע ווערסיע נעמט דאס אָן אז א מענטש קען יא בוחר זיין אין וואס ער גלייבט. (אזויפיל טענה'ט דר. בּאַס וואַן פראַסן, אז טאמער דער מענטש האלט אז אינעם עתיד וועט זיין פּראַבּעבּיליטי פאר די אמת פון דעם גלויבונג זיין א געוויסע נומער, מוז זיין פּראַבּעבּיליטי דערפאר יעצט אויך זיין אזוי.)
***
איך האב אויך געקלערט לפי די שוועריקייט וואס @אלפא ברענגט ארויס, איבער דאס צופאסן און צאמברענגען פארשידענארטיגע מימרות בהלכה אונטער איין גדר און פרעימווארק, אז דאס קען זיין א רמז צו וואס די באקאנטע גמרא זאגט אין ברכות ח. אז כהיום אין לו להקב"ה בעולמו אלא ארבע אמות של הלכה בלבד ע"ש. והיינו, אז פונקט אזוי ווי מ'קען נישט מגדיר זיין הקב"ה, דאס גאנצע מושג פון "ג-ט", אזוי אויך קען מען נישט געהעריג צאמברענגען אין איין קביעות'דיגע "מקום" די גדרי ההלכה. קוב"ה ואורייתא חד הוא (און אינעם רמב"ם'ס געדאנק פון "חד", והיינו פשטות הגמור וואס דערלאזט נישט קיינע הגדרות וכו').
***
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=534017#p534017
***
און ווי דער אפודי איז דארט מסביר:והנה בארו עומק מעשה מרכבה והיותו רחוק מדעות ההמון, והתבאר שאפילו מה שיבין ממנו מי שחננו השם תבונה, אסרה התורה ללמדו אלא פנים בפנים למי שיש לו המדות הנזכרות, ואין מוסרים לו ממנו אלא ראשי פרקים לבד. וזאת היא הסבה בהפסק ידיעתו מן האומה לגמרי, עד שלא נמצא ממנו דבר קטן או גדול. וראוי היה להעשות בו כך, כי לא נעדר מקבל מפי מקבל, ולא חובר בו ספר כלל.
ואחר שהוא כן, איך יש לי תחבולה להעירך על מה שאפשר שנודע לי, והתבאר אלי בלא ספק במה שהבינותיו מזה. אבל המנעי מחבר דבר ממה שנודע לי בו, עד שיהיה אבדו באבדי, אשר אי אפשר מבלעדיו, היה בעיני אונאה גדולה בחקך וחק כל נבוך וכאילו הייתי עושק האמת מן הראוי לו, או קנאת המוריש ביורש על ירושתו, ושתיהן מדות מגונות.
ואמנם ביאור דבריו כבר זכרנו מה שיש בו מהזהרת התורה, מצורף למה שנותן אותו השכל; מחובר אל היותי גם כן בעל סברא במה שנודע לי ממנו, ולא באתני בו נבואה אלקית להודיעני שכן נתכוון בענין, ולא קבלתי מה שאאמינהו בו ממלמד; אבל הוריני הכתוב בספרי הנבואה ודברי החכמים, עם מה שאצלי מן ההקדמות עיוניות, שהענין כן בלא ספק, ואפשר שיהיה הענין חלופו ותהי הכוונה דבר אחר.
והנה עוררתני בו המחשבה המיושרת והעזר האלהי אל ענין שאספרהו, והוא שאני אפרש לך מה שאמר יחזקאל הנביא עליו השלום, על דרך שיחשוב כל שישמע פרושי, שאני לא אמרתי דבר נוסף על מה שיורה עליו הכתוב, אבל כאילו אני מתרגם מלות מלשון אל לשון, או מבאר בקצרה ענין דברים גלויים. וכשיסתכל בו מי שחובר לו זה המאמר ויתבונן בפרקיו כלם בהשגחה שלמה, יתבאר לו הענין כלו אשר התבאר לי ונגלה עד שלא יעלם ממנו דבר. וזהו תכלית היכולת לקבץ בין התועלת לכל אדם ובין מניעת הבאור בלימוד דבר מזה הענין כמו שצריך.
ועכ״פ ס׳איז נישט משמע מדבריו אז ער פארלאזט זיך אויף אַן אָרעל איש-מפי-טראדיציע אויף ווייטער. (ואולי כל זה אכניס אז דאס אליין איז פון וואס ס׳שטייט אינעם ספר און אויף וואס מ׳קען זיך פארלאזן…)וזאת היא הסבה בהפסק ידיעתו - ר״ל שמצד שהוא אסור ללמוד אלו הסודות כי אם פנים בפנים, מפני זה נפסקה זאת הידיעה מן האומה לגמרי מצד הגלות וגם לא נמצא ממנה דבר קטן או גדול בספר.
וראוי היה להעשות בו כך כי לא נעדר - ראוי שלא ללמד זאת החכמה כי אם פנים בפנים, כי לא נעדר מקבל מפי מקבל והרב ילמד לתלמידו ותלמידו לתלמידו בצד שלא תשכח לעולם אילו לא היה הגלות, אבל סיבת הגלות חייבה שנעדר מקבל מפי מקבל וגם לא חובר לעולם ספר כלל מאלו הסודות העצומים.
*
ובענין זה איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דר. מנחם קעלנער שרייבט לגבי דעם דרך הכתיבה פונעם רמב״ם:
די שאלה איז אבער צי וואו א ״האַבּי״ איז כל מגמתו של אדם און וואס געבט אים א משמעות לחייו, צי דאן איז דאס דייקא א נעגאטיווע זאך בכלל, און צי עס זאגט גארנישט לגבי ״אמת״ באיזה משמעות של המילה.אני נוהג לומר לתלמידיי, שהרמב״ם כתב למגוון קהלים, גם לחבריי החרדים גם לי, ואופן כתיבתו הוא כה מיוחד, עד שכל אחד מאתנו מאמין שפירושו הוא הנכון.
התפיסה השלטת, שלדעתי הופרכה, היא תפיסתו של ליאו שטראוס, הסבור שהרמב״ם הוא ביסודו אריסטוטלי אורתודוקסי (אדוק), ורק העמיד פנים שהוא מה שאנו מכנים כיום יהודי אורתודוקסי. גישה זו הובילה את שלמה פינס, בהקדמתו לתרגומו ל״מורה נבוכים״ לאנגלית, לכנות את מפעלו ההלכתי של הרמב״ם רק ״תחביב [האַבּי]״. איני מאמין שתלמיד המכיר היטב את ״משנה תורה״, ואין צורך לומר מי שמכיר גם את ״פירוש המשנה״ ו״ספר המצות״ וכתבי השאלות ותשובות של הרמב״ם, יכול לעמוד שווה נפש ולא להשתומם לנוכח היחס האדיש המבטל את התחום ההלכתי שהשקיע בו הרמב״ם את מירב כוחותיו ושכלו כל ימי חייו. יתר על כן, הרמב״ם הקדיש אנרגיה עצומה לניהול ענייני העולם הזה בקהילה היהודית שבמצרים של ימיו. האם זו התנהגותו של מי שמאמין שחיי נצח אפשריים, ושאפשרות זו תמומש אך ורק בפיתוח שכלו האנושי?! הלוא מבחינה זו, כל רגע שאינו מנוצל להירהור פילוסופי הוא רגע מבוזבז שלעולם לא ישוב. חשוב לציין שלאחר שסיים לכתוב את ״מורה הנבוכים״, בשנת 1191 לערך, לא הוסיף לכתוב חיבורים אחרים בפילוסופיה או במדעים, ומצד שני מעולם לא חדל מלהתעסק באותו ״תחביב״.
***
לגבי תואר ״מציאות״ על הא-ל, איז מן הראוי לציין ללשונו של הרמב״ם במו״נ ח״א פ״ס, וואו ער זאגט אז אפילו די וואס וועלען יא וועלן זאגן א פּאזיטיוון תואר על ה׳, וועלן פארט מוזן צוקומען צו שלילה ווען געדרוקט צום וואנט:
און ווי דער אפודי איז דארט מפרש:אמנם תארו ית' במחייבות יש בו סכנה גדולה. כי כבר התבאר שכל מה שנחשבהו שלימות (אפילו אם היה השלמות ההוא נמצא לו לדעת האומרים בתארים) שאינו ממין השלימות אשר נחשבהו אבל בהשתתף יאמר לבד כפי מה שבארנו. הנה בהכרח תצא לענין השלילה. שאתה אם תאמר "יודע במדע אחד במדע ההוא שאינו משתנה ולא מתרבה ידע הדברים הרבים המשתנים התדירים להתחדש מבלתי שיתחדש לו מדע וידיעתו בדבר - קודם היותו ואחר היותו נמצא ואחר העדרו מן המציאות - ידיעה אחת אין שינוי בה" - הנה כבר גלית שהוא יודע לא במדע כמדעינו. וכן יתחייב שהוא נמצא ולא בענין המציאות בנו. הנה כבר באת בשוללות בהכרח ולא עמדת על אמיתת תואר עצמי אבל עמדת על הריבוי והיותך מאמין שהוא עצם אחד יש לו תארים נסכלים שאלו שתחשוב לחייבם לו אתה תרחיק מהם הדמיון באלו התארים הידועים אצלנו ואם כן - אינם ממינם. וכאילו הוציאך הענין בחייב התארים שאמרת שהאלוק ית' נושא אחד ינשאו עליו קצת נשואים לא הנושא ההוא כאלו הנושאים ולא הנשואים ההם כאלו הנשואים ויהיה תכלית השגתנו בזאת האמונה - השיתוף לא דבר אחר. כי כל נושא בעל נשואים בלא ספק והוא שנים בגדר - ואם הוא אחד במציאות - כי ענין הנושא בלתי ענין הנשוא עליו. והנה יתבאר לך בפרקים מזה המאמר המופת על המנע ההרכבה בו ית' אבל הפשיטות הגמורה בתכלית האחרונה.
ואיני אומר שמחייב תארים לאלוק ית' מקצר בהשגתו או משתף או השיגו בחילוף מה שהוא; אבל אומר הרחיק מציאות האלוק מאמונתו והוא לא ירגיש. וביאור זה כי המקצר בהשגת אמיתת דבר אחד הוא המשיג קצתו ויסכול קצתו כמי שישיג מענין האדם חיובי החיות ולא ישיג חיובי הדיבר - והאלוק ית' אין ריבוי באמיתת מציאותו שיובן ממנו דבר ויוסכל דבר אחר; וכן המשתף לענין אחד הוא אשר יצייר אמיתת עצם אחד כפי מה שהוא וחייב כאמיתות ההוא לעצם אחר - ואלו התארים לפי דעת מי שיחשבם אינם עצם האלוק אבל ענינים נוספים על העצם. וכן עוד אשר ישיג הדבר בחילוף מה שהוא אי אפשר בהכרח מבלתי שישיג ממנו דבר אחד כמה שהוא; אמנם מי שיציר שהטעם - כמות איני אומר שהוא צייר הדבר על חילוף מה שהוא אבל אומר סכל מציאות הטעם ולא ידע זה השם על מה זה נופל. וזה עיון דק מאד - והבינהו.
עס איז מן הראוי לציין אז דארט שפעטער אין פס״ג שרייבט דער רמב״ם אז שם ״אהי-ה אשר אהי-ה״ ווייזט אויף דעם אז הקב״ה איז מחוייב המציאות און (וואס דאס איז) ״נמצא ולא במציאות״ ע״ש. און ווי לעיל מהעיקרים במאמר ב פכ״ז אז ״עכטע אמת״ קען אויך נאר געזאגט ווערן אויף הקב״ה, לעומת ווען מ׳נוצט דאס ווארט ״אמת״ בסתם, כמו ב״עכטע מציאות״, איז דאך דאס דער רמז אז ״אהי-ה״ פעמים ״אהי-ה״ איז עולה מספר ״אמת״ וכמש״כ החת״ס בתורת משה על הגש״פ.כבר באת בשוללות בהכרח - ר״ל כבר הוצרכת לבוא אל השוללות בהכרח, כי אתה תצטרך שתאמר ״שאין ידיעתו כידיעתינו ושלא תשתנה בריבוי הידועים״, וא״כ מה שרצית לחייב לו יתעלה, והוא מה שאמרת ״שהוא יודע במדע״, לא תוכל לעמוד על התואר ההוא, אבל תאמר ״שאין מדעו כמדעינו״, וזהו ענין השלילות, וא״כ לא הרווחת מאומה בלייב לו תואר עצמי, אבל יגיעך נזק והפסד שאחר אשר תארת לו ית׳ ״יודע״ יהיה תואר חיובי והתואר ההוא נשוא על המתואר, ויגיע אל שהוא ית׳ נושא התוארים.
***
אז מ׳האט דערמאנט דעם געדאנק פון דזשאן סטוערט מיל, האב איך געקלערט אז מ׳קען טענה׳ן קעגן אים אז איה״נ: ס׳איז טאקע בעסער צו זיין א צופרידענער נאַר ווי איידער אַן אומצופרידענער חכם, און ס׳איז טאקע בעסער צו זיין א צופרידענער חזיר ווי איידער אַן אומצופרידענער מענטש. די שאלה איז אבער צי אויב אזוי גייט דאס נאך ווייטער, אז עס איז בעסער צו אינגאנצן נישט עקזיסטירן, וואס דעמאלטס איז דאך נישטא קיין צער בכלל, ווי איידער זיין דער צופרידענער חזיר. אבער מאידך גיסא איז דאס שוין אפשר שונה במין. וויבאלד מ׳זאגט אז ווי העכער ״צופרידענהייט״ איז, איז דאס וואס מ׳זאל נאכגיין. אבער בכלל נישט עקזיסטירן, אעז דאך נישטא קיין צופרידענהייט אויך נישט, הגם עס איז אויך נישטא קיין צער כלל. ולכן איז דאס נישט וואס פאַלוֺיט פון דעם אז מ׳איז אפילו גרייט צו זיין א צופרידענער חזיר, אבי מ׳איז צופרידן. אבער טאמער ווערט ״צופרידענהייט״ דעפינירט אלס נעגאטיווע קאנסעקווענטשעליזם, וואו פארמינערן צער איז די מטרה ווי איידער פארמערן תענוג, דאן איז דאך דאס נישט עקזיסטירן כלל, וממילא שיין פטור פון צער בכלל, יא דאס נעקסטע לאגישע סטעפּ.
ובזה האב איך אויך געהאט געטראכט לגבי די לימיטס פון לאגיק, אז מ׳קען טאקע מאכן א קעיס פאר די ראציאנאליטעט פון זעלבסטמארד, ואולי אפילו אז דאס איז וואס מ׳דארף ווען צו טוהן לפי שכל, אבער אויף דעם איז דא די באקאנטע מימרא פון יונתן סוויפט:
והיינו, בע״כ אתה חי אָן דעם וואס מ׳האט דיר דא געשטעלט עפ״י דיין ריִזען וסברא (ואפילו מכח די ריִזען פון די עלטערן איז אויך תלוי בספק, וויבאלד הריונו איז צושטאנד געקומען דורך פּעשאן ול״ד סברא), און ארויסנעמען פון דעם בסברא איז שווער פון עפעס ווטס דו ביסט אריינגעקומען שלא בסברא.Reasoning will never make a man correct an ill opinion, which by reasoning he never acquired
***
איך האב געהאט גענומען מוצ״ש 50 מ״ג פון קאַנאַבּיס. בשעת׳ן טריפּ דערפון איז מיר בייגעפאלן אז איך וועל בעצם נישט קענען געדענקען דעם עקטשועל געפיהל פון דאס אלעס (סיידן אולי אז איך פרוביר דאס בשעת מעשה אראפצושרייבן אין ווערטער. וכולי האי ואולי). וואס איך וועל געדענקען איז אז ״ס׳איז געווען עפעס א גוטע געפיהל״ וואס מ׳וויל איבערגיין. ואם כנים אנחנו בזה, איז דאס אולי, ווי געשריבן, אז מ׳זוכט צוריקצוגיין כשהיה במעי אמו און וואס ער האט פארגעסן מחמת סטרו של המלאך (נדה ל:) - מ׳געדענק נישט ״וואס״ עס איז געווען, ווי איידער דאס אז מ׳געדענק/שפירט (סאָבּקאַנשׁעסלי) ״אז״ עס איז געווען.
***
דר. ארנע נאעס האט מסביר געווען (במשנתו של שפינאזע וואו "ג-ט = נאטור") אז די וועלט/בריאה קען נישט האבן קיין תכלית, וכדכתב המו"נ בח"ג פי"ג (מלבד עצמותו), וויבאלד דאן לייגט דאס דאך א הגדרה וגבול אויף די מושג פון "ג-ט" דורך דעם אז א "גרענד דיזיין" איז העכער דעם.
***
עס איז אויך מן הראוי לציין אז דר. ווילערד וואן אָרמען קוויין האט געשריבן אז ווען צוויי מענטשן טענה׳ן זיך ארום אין אנטאלאגיע צי עפעס עקזיסטירט צי נישט, האט דער וואס נעמט אָן אז נישט, א פראבלעם. והיינו, אז ער זאל פארמולירן צו א צווייטן די מחלוקת זיינער צווישן אים און זיין בר פלוגתא, וועט ער דאך זאגן אז יענער נעמט אָן אז עפעס עקזיסטירט און ער נישט. אבער אין דעם זאץ געבט ער דאך א ישות פאר׳ן זאך. ***
ולגבי דעם אז שאלות וקושיות זענען חשוב'ער ווי ענטפערס, האט וואלטעיר געזאגט:
***Judge a man by his questions rather than his answers
ועיין כאן וואו איך האב צוגעגליכן דאס (היפּאטיזירטע) אומעגליכקייט פון א נאקעטע סינגולעריטי, צום העלם בענין השגת אחדות ומהות הקב"ה. דא איז מען מסביר וואו א סינגולעריטי אליינס קען מעגליך טאקע צוברעכן די געזעצן פון פיזיקס (ווי אונז פארשטטיען מיר זיי), וואס גייען נישט אָן דערביי.
***
לגבי דעם אור השם'ס קשיא אויפ'ן רמב"ם'ס מצוה פון אמונה אז עס איז נישט שייך בוחר צו זיין אין וואס צו גלייבן, איז דא אין עפּיסטעמאלאגיע א שיטה וואס רופט זיך דאָגזעסטיק/עפּיסטעמאלאגישע וואלונטעריזם. אין איר דירעקטע ווערסיע נעמט דאס אָן אז א מענטש קען יא בוחר זיין אין וואס ער גלייבט. (אזויפיל טענה'ט דר. בּאַס וואַן פראַסן, אז טאמער דער מענטש האלט אז אינעם עתיד וועט זיין פּראַבּעבּיליטי פאר די אמת פון דעם גלויבונג זיין א געוויסע נומער, מוז זיין פּראַבּעבּיליטי דערפאר יעצט אויך זיין אזוי.)
***
איך האב אויך געקלערט לפי די שוועריקייט וואס @אלפא ברענגט ארויס, איבער דאס צופאסן און צאמברענגען פארשידענארטיגע מימרות בהלכה אונטער איין גדר און פרעימווארק, אז דאס קען זיין א רמז צו וואס די באקאנטע גמרא זאגט אין ברכות ח. אז כהיום אין לו להקב"ה בעולמו אלא ארבע אמות של הלכה בלבד ע"ש. והיינו, אז פונקט אזוי ווי מ'קען נישט מגדיר זיין הקב"ה, דאס גאנצע מושג פון "ג-ט", אזוי אויך קען מען נישט געהעריג צאמברענגען אין איין קביעות'דיגע "מקום" די גדרי ההלכה. קוב"ה ואורייתא חד הוא (און אינעם רמב"ם'ס געדאנק פון "חד", והיינו פשטות הגמור וואס דערלאזט נישט קיינע הגדרות וכו').
***
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=534017#p534017
***
מי אנישפינאזע שרייבט אבער אין זיין עטיקס (פ"ה):עפ״י חכמה קומט מען טאקע צו צו דעם ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי מישעל דע מאַנטעין האט געזאגט אז ״צו לערנען פילאזאפיע, איז צו לערנען ווי אזוי צו שטארבן״, און ווי אלבּערט קאמוס האט געשריבן אז שאלת הפילוסופיה איז צי מ׳זאל באגיין זעלבסטמארד.
PROP. LXVII. A free man thinks of death least of all things; and his wisdom is a meditation not of death but of life
Proof. — A free man is one who lives under the guidance of reason, who is not led by fear (IV. lxiii.), but who directly desires that which is good (IV. lxiii. Coroll.), in other words (IV. xxiv.), who strives to act, to live, and to preserve his being on the basis of seeking his own true advantage; wherefore such an one thinks of nothing less than of death, but his wisdom is a meditation of life. Q.E.D
ובענין סייקעדעליקס ונבואה, איז דאס וואס דר. דזשעימס פּרעסטאן ענדרוּ טענה׳ט:
די געדאנק איז טאקע ווען עס איז נאר דא די (אינטוּאיטיוו) כח המדמה, וואס דאס קומט שטארק ארויס ביים סייקעדעליק טריפּ, אבער די כח השכל און ראציאנאלע פעקולטי איז שוואך, דאן באקומט מען טאקע נישט קיין ריכטיגע אינפארמאציע. ועיין במו״נ ח״ב פל״ו.
בכלל פיהלט מען אונטער די רושם פון סייקעדעליקס א סארט פּענסייקיזם, און וואו אלעס איז קאַנשׁעסנעס. (ואולי פיהלט מען א געדאנק פון וואס דאס באדייט השארת הנפש, און וואו ס׳קומט זיך צאם וואו אלעס איז איינס; אַן ענין פון "אחדות" פון וואס אלעס איז נובע, ועיין בהעיקרים מאמר ב פי"א.)
און אז מ׳האט מקשר געווען ענין מאטעמאטיקס און דעם מושג פון ״ג-ט״, קען מען אריינטייטשן דערין די מימרא פון הענרי פּאָנקארעי אז ״מאטעמאטיקס איז די חכמה פון געבן דאס זעלבע נאמען צו אנדערע זאכן, און פאעזיע איז די חכמה פון געבן אנדערע נעמען צום זעלבן זאך.״ והיינו, לגבי תוארים להא-ל, דאס ״פּרינציפּ פון עקזיסטענץ״, וואס אלעס איז נובע ממנו און איז אָלטימעטלי איינס, איז דאך דאס מאטעמאטיקס וואס געבט דאס זעלביגע איינע נאמען צו (וואס זעהן אויס צו אונז ווי) פארשידענארטיגע זאכן; אלעס איז ״ג-ט״ ואלקות. און ווען מען וויל ארויסברענגען דאס רגש דערצו און דאס לויבן בתהלה ופאעזיע ע״י תוארים, געבט מען פארשידענארטיגע נעמען דערצו, אבער צום זעלבן זאך הפשוט הגמור.
ובזה אפשר ג"כ לפי וואס איך האב דא צוגעברענגט אז שורש ה"אהבה" איז די רצון זיך מקשר צו זיין מיט "ג-ט", איז לפי וואס דער מאטעמאטיקער סריניוואַסאַ ראַגהאַוואַ זאגט אז די וואס קענען נישט אימעדזשינערי נומערן זאלן נישט חלום'ן פון אמת'ע אהבה. והיינו, אז א נומער וואס מ'קען נישט אָנכאפן כלל, וואס מאטעמאטיקס ווייזט אויף ענין "ג-ט" וככל הנ"ל, אט דארט און דאס איז ענין "אהבה" באמת שהיא ההתקשרות ודביקות לשורש המציאות.

פאלגענד איז א חלק פון א התנצלות מיינער באישי (מיט רעדאגירונג), צו א חשוב׳ע מיטגליד וואס גלייכט נישט דעם אשכול:
מי אניער האט דערנאך געפרעגט:איך פערזענליך האלט אז ״אמונה״ (אליינס) איז זיכער נישט קיין סאָפישענט בסיס צו זיין אַן ערליכער איד א שותומ״צ - אויב האַסט מען דאס, אדער מ׳איז ״קאלט״ דערצו, וועט דאס עווענטועלי פּלאצן בהזנחה און וועט נישט האבן קיין קיום; וכמו שכתבתי לעיל. ואפילו בעפאר די אמונה פלאצט, איז אויך נישטא קיין געהעריגע שמירת התומ״צ טאמער איז נאר דאס דאס וואס טרייבט דער מענטש דערצו. ופוק חזי כמה קלי קלים איכא בשוקא וואס זענען בעצם נישט קיינע (בכלל געלערענטע אדער) כופרים, והמפורסם אינה צריך ראיה.
די שאלה איז נאר צי אמונה (במובן הפשוט), הגם עס איז טאקע נישט קיין סאָפישענט קאנדישאן צוצוברענגען צו שמירת התומ״צ וכנ״ל, איז עס אבער א נעסעסערי קאנדישאן דערצו, מיינענדיג אז אָן דעם איז עס אבער נישט שייך. מיינענדיג, עס איז טאקע נישט אמת אז:
אמונה ← שמירת התומ״צ
וכנ״ל. אבער איר קאנווערס איז יא אמת אז:
שמירת התומ״צ ← אמונה
{״←״ מיינט ״דעמאלטס איז בהכרח דא״. ועיין לעיל}
מיין טעזע איז אז ניין - עס איז נישט קיין נעסעסערי קאנדישאן דערצו אויך נישט. און וועגן דעם האלט איך אז די אשכול מיינער איז וויכטיג. וויבאלד פאר א נבוך וואס קען נישט אקצעפּטירן בדעתו די דאָגמאַס (כולם או למחצה לשליש ולרביע), מיט א ״יא״, אויב איז אמת אז:
שמירת התומ״צ ← אמונה
דאן איז בע״כ איר קאָנטראַפּאזיטיוו אויך אמת:
~אמונה ← ~שמירת התומ״צ
מיינענדיג, אז טאמער איז נישטא קיין אמונה דאן קען בהכרח אויך נישט זיין קיין שמירת התומ״צ (סיידן טאמער דער מענטש איז טאקע נישט לאגיש קאנסיסטענט און ער איז פוסח על שתי הסעיפים ותופס את החבל בִּתְּרֵין רֵאשִׁין, און ער פאָפּט און איז נישט אמת׳דיג מיט זיך; ובאנו לקאגניטיוו דיסאנענס וייסורי הנפש).
איך טענה אבער אז ניין. וויבאלד עס איז נישט קיין נעסעסערי קאנדישאן דערצו, זענען די צוויי אפגעטיילט און עס איז שייך צו זיין א פולקאמער שותומ״צ ובאמת, אפגעזעהן פון דעם מענטש׳ס שטאנד באמונה בדעתו. וויאזוי? איז שוין א שמועס פאר זיך, אבער אַן איינגעבאקענער געפיהל למצות, נישט קיין חילוק ווי אזוי עס איז למעשה געווארן איינגעבאקן מעיקרא, קען בלייבן און מען קען דאס אלס פארטייטשן אויף נייע אופנים לאור זיינע יעצטיגע דעות.
איך זאג נישט אז אמונה ״קען נישט״ צופירן צו שמירת התומו״צ. איך הייב דאך אָן דעם אשכול מיט די ראשונים וואס האבן זיך אזש געוואונדערט אויפ׳ן רמב״ם פאר׳ן מגדיר זיין אמונה אלס א מצוה, זייענדיג אז דאס איז ממילא די בסיס פאר כל המצות. וידוע מש״כ ר׳ יוסף יעבץ באור החיים פ״ה. איך ברענג אויך טאקע צו דעם תניא.
איך זאג אבער אז, עכ״פ כהיום, איז דאס זיכער נישט קיין סאָפישענט קאנדישאן, והנסיון מוכיח, ואפילו נישט קיין נעסעסערי קאנדישאן. והשתא דאתית להכי, זאל די פאקוס זיין אויף די געפיהל למצות, וואס דאס דאס איז א נעסעסערי און סאָפישענט קאנדישאן דערצו. ואיה״נ אז ״געפיהל״ גייט אין גאר גאר אסאך פעלער צוזאמען מיט אמונה, אבער נישט אלעמאל. און פאר די וואס נישט, טאמער איז מען דאס דוקא מקשר, פירט דאס דערצו אז ווען זיי זענען מזניח די אמונה, פליהט די געפיהל למצות ארויס און אוועק צוזאמען דערמיט. והנסיון מוכיח. דו ווייסט טאקע נישט וואס גייט פאר מיט׳ן, אזוי גערופענעם, ״אמונה קריזיס״, ובפרט ביי די קלוגערע בינינו? מיט די ים פון ״באהאלטענע אפיקורסים״ וואס זענען דא, און די נומערן טוהן וואקסן? איך גלייב אז מער פון די סארט רעדן צו מיר ווי צו דיר.
איך בין נישט זיכער און גארנישט וכבחתימתי, אבער גאנץ זיכער אז מיין מהלך איז אויסגעהאלטן, און איז עלול צו ״ראטעווען״ היבש מער ווי דיינס. ואיה״נ אז לאו כל מוחא סביל דא, און טאמער האט מען טאקע אמונה פשוטה במובן הפשוט איז דא בדרך כלל דאס געפיהל למצות. מיינענדיג, אז פאר׳ן ״נישט גרויסן חכם״ איז גוט מיט׳ן האבן אמונה אין א פערזענליכע ״ווייסע בארד״ גאט, ווייל אט דאס קען אים געבן בדרך כלל דאס געפיהל דערצו, וידוע המו״נ בח״ג פכ״ח אודות אמונות הכרחיות, וואס איך ברענג טאקע צו בריש האשכול. אבער פאר׳ן חכם גייט דאס נישט ארבעטן. מיינענדיג, פאקוסירן אויף אים צוריקברענגען צו גלייבן, כבמחזירי התשובה למיניהם, איז על הכלל כולו א fool’s errand; ס׳דא א סיבה מ׳זאגט ״איך בין א נאַר און איך גלייב״, ודי בזה (ועיין כאן; און זיי ברענגען טאקע צו אז די נעגאטיווע קאָרעלעישאן איז בעיקר צווישן קלוגשאפט און גלויבונג). וממילא לא׳דיך אפ פונעם פאקוס אויף אמונה, וואס אפילו פאר׳ן חכם וואס איז בעצם נאך יא א מאמין, פארשטייט ער אז דאס גאנצע דיון אינעם מושג פון ״ג-ט״ האט נישט קיין שחר, וכמו שהארכתי בהאשכול עפ״י הרמב״ם ודעימיה.
חשוב'ע מיטגלידצו וועלכע איך האב גע'ענטפערט:מיינע ספיקות אין דיינע ווערטער:
פארוואס איז דיר וויכטיג צו ״ראטעווען״?
און מער ספעסיפיק, ״וואס״ איז די פראבלעם וואס מ׳זיכט א ישועה דערויף?
וויאזוי ארבייט דיין מהלך פון געפיל פאר תומ״צ אָן אמונה?
מי אניער האט דערנאך געשריבן:1-2). אלס עטיקס. א מענטש איז בצער און עס איז די עטישע זאך אים צו העלפן. ער קען איבערלאזן די גאנצע זאך, אבער דאס ברענגט ווייטער מיט א געוואלד צער פאר זיינע ארומיגע, ואין מן הצורך להאריך; וועגן דעם בלייבט ער דאך און פירט א דאפלטן לעבן. וממילא בלייבט ער צוריסן ביי זיך און דאס איז די קאגניטיוו דיסאנענס וואס איך דערמאן, וואס דאס האט ווייטער א נעגאטיווע תוצאה אויף אים און זיינע ארומיגע. איך גלייב אז אויב קענסטו נישט פערזענליך אזעלכע, קענסטו דיר אבער פארשטעלן ווען א מענטש, וואס איז נישט קיין קל ובדרך כלל אפילו געווען א גוטער קלוגער בחור (ואפילו א ת"ח), צופאלט אים זיין אמונה (וממילא מיינט ער אז) וכל הדרך החיים שלו. וכנ"ל האט דאס נעגאטיווע השלכות אויף זיין שלום בית וכו' וכו' וכו'. אדרבה, ליין דעם ארטיקל אין וועקער 9 צו וועלכע איך ציטיר.
אט דאס איז וואס מ'דארף א "ישועה" אויף. דו דינגסט דיך אויף דעם?
3). ווי איך האב געזאגט אין אָנהויב אשכול, לא הרי הדרך של זה כהרי הדרך של זה. א דוגמא קען מען געבן, אז אפילו איינער וואס גלייבט נישט אין אַן א-ל פרסונלית וואס איז א "שומע ומקבל" תפילה, קען אבער דאך האבן א מעדיטעטיוו געפיהל אין דאווענען. צב"ש, אין דעם ווי עס ברענגט ארויס די תשוקה צו בעסערס און העכערס אין א פאעטישע לשון "כאילו" עס איז יא דא אזא סארט ג-ט וואס "הערט אויס און ענטפערט" תפילות. אדער כעין זה לגבי תפילה (ועיין בהארטיקל שלי בוועקער 18). עכ"פ ס'איז מעגליך און שייך. והשתא דאתית להכי, אפשר לדון מינה ג"כ אשארא. אבער ווי איך האב געזאגט, לא הרי הדרך של זה כהרי הדרך של זה.
חשוב'ע מיטגלידאון מיין אנטווארט:איך מיין אז דער פראבלעם היינט איז א כלליות׳דיגע און לאוו דוקא נאר בנוגע אמונה ודעות, און דאס איז דאס ארויסהייבן און מחשיב זיין ״נאלעדזש״. אמאל איז קאגניטיוו פאוער און הארטע data געווען סעקאנדערי, עטליסט ביים המון עם, מ׳האט פיל געלעבט [און אלע הינזיכטן פונעם לעבן] מיט אינטואישן, און די אריגינעלע מהות האדם איז נישט געווארן אזוי באמבאדירט מיט לאדזשיק/שיטות.
דאס קלאפט אויס אין א רייע פראבלעמען, אמונה, מענטל העלט, רילעשנשיפס, פיזיקעל העלט וכו׳
[זעסט דאך אליין; בשעת׳ן זיין אינטערן אייאוואסקע אינפלוענס האסטו נישט געהאט קיין שום אישו מיט גארניש 😂 ]
מי אניווייטער:אפילו מ'וועט זאגן אז דו ביסט גערעכט (אשר יש לדון עליו, וכמו שהושבתי ל@בְּתוֹךְ עַמִּי סיי אנגעהויבן פון דא אינעם אשכול, און סיי אין א שמועס מיט אים אָנגעהויבן פון דא), איז האב איך אבער געשריבן אז כהיום, אינעם עידזש פון אינפארמאציע, איז די נאַלעדזש ורדיפת אחריה א מציאות וואס'ן זיך שלאגן קעגן דעם און נישט מיטארבעטן דערמיט, א פעולת ריק. מ'דארף דאס אקצעפטירן (ובפרט אז, כנ"ל, קען מען גאר שטארק טענה'ן אז דאס איז מעלת שלימת האדם) און ארבעטן דערמיט. דאס איז די געדאנק דא בנוגע פראבלעמען וואס עס ברענגט באמונה. און די מהלך איז אז עס איז נישט דייקא וויכטיג פאר'ן חכם, און ער קען פארבלייבן א פולקאמער ערליכער איד אָן דעם אויך.
סך הכל וואס דו טענה'סט איז אז (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב. נו נו. דאס מאכט אבער בכלל נישט אוועק מעלת הדעת והמעלה לרדוף אחריה, כמובן. ועיין בברכות לג.
נ.ב. ס'איז געווען פּסילאסייבּין. איך האב נאכנישט פארזוכט אייאוואסקע/DMT. ס'איז, ווי איך פארשטיי, שוואכער און שנעלער.
חשוב'ע מיטגלידאון מיין אנטווארט:איז זעה דיין פראבלעם און ווי אויך דיין תיקון וואס דו פרובירסט, אבער ס׳איז לדעתי פארפעדזשד און קען נישט ארבייטן פאר רובא דרובא בלתי מאמינים.
איך אלץ ״נאר און איך גלייב״ סארט מאמין (האפענטליך בעז״ה) קוק איך אָן די זאך פון אמונה ווי א קוואלעטי וואס אדער האסטו עס אדער נישט. פונקט ווי א מאנקי האט נישט דעם שכל האדם און קען בשום אופן נישט משיג זיין וואס א מענטש קען, קיין חילוק ווי סאפיסטיקעטעד ער ווערט אדער פראבירט.
דעריבער, פון מיין פרעספעקטיוו, אויב עמיצער האט נישט דעם אמונה, איז בעסער אויב ער פארלאזט יא אלסדינג און גייט זיך מאכן א חיים טובים בעוה״ז און ער זאל נישט קאליע מאכן די וואס האבן יא, וכידוע איז לעת עתה שעת הבירור. ואולי איז דאס פשט אינעם ״רצה הקב״ה לזכות את ישראל.... ״הרבה להם״ ווייל מיט אזויפיל תומ״צ און דיטעלס איז נישט מעגליך (כנ״ל) פאר א בלתי מאמין זיך צו-צובינדען צו תומ״צ. ״זַכות״ = אויסלייטערן, אויסלייטערן פון די בלתי מאמינים...
מי אניקען זיין דאס איז טאקע farfetched, און ווי איך האב געזאגט און מודה געווען, איז אוודאי אז דער פשוט'ער "ווייסע בארד גאט" מאמין בתמימות מער שייך צו האבן דעם געפיהל. מיין טענה איז אז דאס "קען" ארבעטן אָן אמונה, און עס איז בכלל נישט מוכרח אז אָן אמונה וועט זיין געפיהל עווענטועל לגמרי צאמפאלן.
וכמובן, בין איך בהדיא ובכל התוקף מחולק מיט דיר און דיין שיטת התבדלות.
ועוד, לענ"ד שמעקט דאס אפילו (גאנץ שטארק) פון נוצרי'שע (Rapture) אינפלוענסן, וואו נאר "פעיט/Faith" ראטעוועט. מיינענדיג, "אמונה" איז דער עיקר, ו"מצות המעשיות" זענען נאר א טפל ומבוא אויף צוצוברענגען לזה. ועכ"כ אז עס איז, ווי דו זאגסט, אויסצולייטערן די unbelievers ארויס פון די believers. ואפילו דער רמב"ם וואס זאגט במו"נ ח"ג פכ"ז, אז מטרת חלק מהמצות זענען להביא לדעות אמתיות, איז דאך ווי צוגעברענגט דורכאויס דעם אשכול אז דאס איז טאקע כדי ענדגילטיג צוצוקומען צו אט דעם טיפן געדאנק באמונה, אליבא דהרמב"ם, אז מ'קען ניטאמאל דן זיין דערויף. ווייט ווייט נישט וואס דו זאגסט. (דר. גערי סטיווענס טענה'ט טאקע [18:55-19:22] אז חז"ל האבן פארט נישט געלייגט אזא דגוש אויף מין ואפיקורוס מכח דעות, וויבאלד זיי האבן געזעהן ביים חורבן וואס די סארט התבדלות'ן בהעם קענען אלס צוברענגען צו.) און די סארט "טויט צו אלע אינפידעלס" עטיטוד גייט אויך נישט אין איינקלאנג מיט'ן באקאנטן חזו"א ביו"ד סימן ב ס"ק טז לגבי ביטול דין מורידין ולא מעלין בזה"ז, וכלשונו: וכיון שכל עצמנו לתקן, אין הדין נוהג בשעה שאין בו תיקון, ועלינו להחזירם בעבותות אהבה, ולהעמידם בקרן אורה במה שידינו מגעת.
ובאמת איז דיין שיטה גאנץ שטארק קריסטליך. דו האלטסט און דו ביסט מודה אז "אמונה" איז לגמרי שלא בבחירה. דו גלייכסט עס טאקע צו צו דעם אז א קוף האט נישט קיין בחירה צו האבן שכל, וכלשונך "פונקט ווי א מאנקי האט נישט דעם שכל האדם און קען בשום אופן נישט משיג זיין וואס א מענטש קען". אין אנדערע ווערטער, דאס אז איינער האט אמונה איז ריין בגזירת הבורא.
אבער פונדעסטוועגן דאך שרייבסטו, אז בעפאר די "ענד אָוו דעיס" וועט זיין א "שעת הבירור", ולכאורה מיינסטו מהקב"ה, ארויסצולייטערן אט די "אָנבּעליווערס" פון די "בּעליווערס" אז זיי זאלן זיין "damned".
איך ווייס נישט צי דו ווייסט, אבער אין קריסטליכע טעאלאגיע, וואס ווי איך האב דיר געזאגט זענען זיי די וואס האבן מחדש געווען דעם דגוש אויף "אמונה" לעומת שמירת המצות, האבן זיי א דגוש אויף פּרידעסטינעישאן. דאס איז, בקיצור, אז טאקע אלעס איז בגזירת הבורא, און דורך זיין "גרעיס" וועהלט ער ווער זאל זיין פון די "געראטעוועטע", וואס זיי רופן די "אָנקאָנדישאנעל עלעקט", און ווער נישט, און עס איז סוף כל סוף טאקע נישט באמת תלוי בבחירת האדם. (ועיין ערך "Rapture" אין זייער עסכעטאלאגיע לגבי אחרית הימים.) איך פארשטיי אז ס'דא חילוקים בתוך די פארשידענארטיגע קריסטליכע שטריכן, אבער על הכלל יצא.
יעצט, קום מיר נישט מיט די פסוקים בסוף ישעיה וכדומה, ווייל, כמובן, איז פשט בהן לגבי די רשעים במעשה. די נוצרים זענען די וואס האבן דאס שפעטער פארדרייט צו זיין אויף די וואס האבן נישט קיין אמונה. ולגבי די גמרא בר"ה יז. וכדומה, האב איך דאך דאס מסביר געווען אז ס'איז בענין "האומר" ובמעשה.
זאלסט מיר ביטער אנטשולדיגן (אדער נישט) אבער איך וועל עני דעי וועהלן אַן אטעאיסם ווי איידער אזא "אמונה". ווען איך זאל ווען האלטן ווי דו אז "אמונה" מאכט אזוי אויס, וואלט איך ווען געזאגט "חזור בך" (אבער דו האלטסט דאך, און אין דעם בין איך ל"ד מחולק, אז ס'ממילא נישט דא קיין בחירה בנוגע מה שאדם מאמין...).
אין קורצן, איך פארלאז זיך שטארק אויפ'ן ערשטן חלק פון "ולוואי אותי עזבו ותורתי שמרו", און דו פארלאזט דיך דייקא אויפ'ן צווייטן חלק פון "מתוך שהיו מתעסקין בה המאור שבה היה מחזירן למוטב". איך טייטש אבער סתם אזוי נישט אז "המאור שבה היה מחזירן למוטב" מיינט דוקא אמונה ווי דו זאגסט און פארשטייסט זי. פארקערט, עס מיינט א טיפערן געדאנק אין דעם גאנצן ענין פון אלקות און "ג-ט", און די הכרה אז אפילו פון א טעאלאגישן מבט קען מען ניטאמאל דן זיין אין דעם. ודומו סלה. וככל הנ"ל. מיינענדיג, עס שטייט נישט "מחזירן אלי" נאר מחזירן למוטב. וכעין אזא סארט העגעליען געדאנק פונעם סינטעטיס, דעם "נישט-יא", וואס קען באטראכט ווערן ווי א השוואה צווישן די טיִסיס און אנטיטעטיס פונעם "יא" און "ניין".
איינער האט מיר געשריבן אין אישי (מיט רעדאגירונג):
איך בין נישט אויסגעקאכט כלל בתורת חב"ד.
איינערצו וועלכע איך האב גע'ענטפערט:קיינער איז נישט אינטערסירט אין די דקות׳דיגע פילאזאפישע חקירות, סוי דיין מהלך לגבי אמונה און געפיהל לתומ״צ גייט בדרך הטבע קיינעם נישט אינפלוענסן.
דו אליינס קענסט לעבן אויף דיין מהלך אויב דו ווילסט, אבער קיין שותפים וועסטו נישט האבן בזה.
באמת שוין איך דיר גאר שטארק ווייל דו שטייסט איינער אליין מיט דיין מהלך וואס איז אומאקצעפטירבאר ביי ביידע מחנות.
מי אניאויך האט מען מיר געהאט געפרעגט אז איך זאל מער מסביר זיין דעם מו"נ בח"א פנ"ז:דאס איז גאנץ ברור אז די "ראדיקאלע" מפרשי הרמב"ם וועלכע זענען געלעגן אין אט די פילאזאפישע דקות'דיגע חילוקים, ווי דער נרבוני, אלבלג, כספי, פלקירה ועוד, זענען געווען (מער-ווייניגער) אזוי ווי איך. קיינער לייקענט נישט און טענה'ט אז זיי זענען נישט געווען שותומ"צ.
יעצט, איה"נ אז פאר רוב מענטשן ארבעט דאס נישט. אבער רוב מענטשן זענען טאקע נישט קיין פילאזאפן אדער חכמים! צו וועמען דען באציה איך זיך אויב נישט צו די מיעוט חכמים וואס זענען נבוך אויף דעם סארט אופן.
לגבי צי דאס וועט האבן א קיום פאר מיר און מענטשן וואס אקצעפטירן דאס יא? ווער ווייסט? מענטשן האלטן זיך אין איין טוישן בדעותיהן דורכאויס זייער לעבן. דו און דיינע קינדער, און מאמינים ווי דיר, זענען דען יא פארזיכערט (בפרט אין די עידזש פון אינפארמאציע)?
ואגב, ייש"כ פאר'ן מיר מדמה זיין, ובענין אפטייטש באמונה, צו בחינת אברהם אבינו מיט דעם (יחזקאל לג כד) אחד היה אברהם (און דער רמב"ם בהל' ע"ז פ"א ה"ג לייגט אים בעצם אראפ ווי א פילוסוף אין דעם ע"ש). און די תורה לויבט אים מכח זיין שמירת התורה (בראשית כו ה) עקב אשר שמע אברהם בקולי וישמר משמרתי מצותי חקותי ותורתי (וידוע הגמרא ביומא כח:). והאמין בה' ויחשבה לו צדקה (בראשית טו ו) איז מער בגדר אז ער האט געטראָסט הקב"ה צו האלטן דאס וואס ער האט אים דעמאלטס צוגעזאגט.
מי אנימ'האט מיר אויך געפרעגט צי בתורת חב"ד איז דא דעם געדאנק פון "אַיִן" = "ג-ט". האב איך געזאגט אז דער אדמו"ר האמצעי/מיטעלער רבי פון חב"ד שרייבט בפירוש המלות למזמור שיר ליום השבת (עט ג):די געדאנק איז אז די רגע דו זאגסט אז "דו ווייסט מציאותו" איז עס אדער איינס פון צוויי:
1). אדער זאגסטו פונקט אזוי אז "דו ווייסט מהותו", וויבאלד, כנ"ל, מציאותו = מהותו. און דאס איז, כמובן, א טעאלאגישע פראבלעם.
אדער,
2). אז דו מאכסט עס סעקאנד-אָרדער. מיינענדיג, אז דו זאגסט אז "עס איז מצוי עפעס וואס מציאותו איז מהותו". אין אנדערע ווערטער, דו שטעלסט דעם ווארט "מצוי" אויף מציאותו/מהותו - אַן אנדערע מציאות על מציאות/מהות. אבער דאן האסטו ווידער א טעאלאגישע פראבלעם, מיט'ן צווייטן עיקר פון יחוד ה', פון האבן געשטעלט א מקרה פון מציאות על מהותו, וכדביאר הרמב"ם במו"נ ח"א פנ"ז.
להרמב"ם אין מנוס.
דאס איז א משהו ענליך צו טענה'ן אז מ'קען טאקע נישט זאגן גארנישט אין שפראך אויף "ג-ט", אבער אפשר קען מען אט דאס זאגן: "עס עקזיסטירט עפעס וואס איך קען בשו"א נישט נוצן שפראך אויף." אבער כמובן איז תשובתו בצדו אז דאס אליין איז דאך אין שפראך! מיינענדיג, מקען יא נוצן א זאץ אין שפראך לגבי "ג-ט" וואס גייט כנ"ל: "עס עקזיסטירט עפעס וואס איך קען בשו"א נישט נוצן שפראך אויף." דאס איז דאך סותר אט דאס וואס דו זאגסט פריער און איז סעלף רעפערענשאל.
זייענדיג אז דאס איז א "בחינת" קבלה, ווערט דאס סתם אזוי גאר פארנעפעלט, אבער א קלאנג דערפון איז דאס לכאורה.כמ"ש ה' בחכמה להיותו בחי' מ"ה בעצם שלזה שורה בו בחינת אַיִן האמיתי דעצמות אור אין סוף ממש כו'.
איך בין נישט אויסגעקאכט כלל בתורת חב"ד.
מי אנימוחה למען כבוד התורה און למען האמת!איינער האט מיר געשריבן אין אישי (מיט רעדאגירונג):איינערקיינער איז נישט אינטערסירט אין די דקות׳דיגע פילאזאפישע חקירות, סוי דיין מהלך לגבי אמונה און געפיהל לתומ״צ גייט בדרך הטבע קיינעם נישט אינפלוענסן.
דו אליינס קענסט לעבן אויף דיין מהלך אויב דו ווילסט, אבער קיין שותפים וועסטו נישט האבן בזה.
באמת שוין איך דיר גאר שטארק ווייל דו שטייסט איינער אליין מיט דיין מהלך וואס איז אומאקצעפטירבאר ביי ביידע מחנות.
מיר פערזענליך האסטו זייער אינפלוענסד, און איך ווייס פון נאך וואס עס האט!