☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש

305 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12764
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 10:53 am

· #425115
סיי קאנט און סיי אפיקורת האבן נאר א פשט אויב מיר קענען קיקען אויף וועלט וואו דאס האט א כוונה - אויב איז אבער וועלט איין גרויסע מיקרה פין רענדעם מיאטעשענס, א טעות געבויט אויף א פרידערדיגע טעות, אריינגעכענט די אזוי געריפענע סעלפיש דשין, האבן די אלע הסברים נישט קיין הענט און קיין פיס

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:03 am

· #425118
איך האב שוין איינמאל געזאגט און וועל איבער'חזר'ן, מ'קען אפשר מעיין זיין אין די ווערטער פון הקטן, קען זיין ס'האט אין זיך אמת, קען זיין נישט; כ'האב נישט מברר געווען.
אבער אלענפאלס, די גאנצע דעבאטע פארט אויף די נישט ריכטיגע ליניעס. דער ציל פון די אשכול איז געווען פארוואס דער יומען-ביאינג מוטשעט זיך אזוי אין לעבן, אין דעם יעצטיגן סטעיט, ד.ה. ווי אזוי א נארמאלער מענטש (אן די טיפע פסיכאלאגיע) זעהט עס און שפירט עס.

וועסט נישט טרעפן קיין איין ספר כמעט רעדן אזעלכע טיפע רעיונות ווי הקטן ווארפט דא צוזאם. ווען דער באשעפער רעדט צו אונז רעדט ער אונזער שפראך פשוט ווי מיר פארשטייען, לויט אונזער שכל און פרעספעקטיוו.

לויט הקטן קען מען אפפרעגן די גאנצע תוכחה, ווייל "ווער זאגט דען אז עסן די פלייש פון אייגענע קינדער איז שלעכט, ווייל מיר האבן אזוי דעסיידעט"? אפשר איז עס יא גוט, והא ראי' א געוויסע מין חי' עסט יא די אייגענע קינדער וכו' וכו'.

"דיברה תורה כלשון בני אדם". אפגעזען ווער עס האט אפגעמאכט וואס, איז עסן צום זעט און האבן נחת גוט פאר'ן מענטש, און ליידן יסורים - פיזיש ווי גייסטיש - ביטער און זויער. ועל זה אנו דנים, דאס קוועטשט פאר'ן פותח האשכול, און פאר מיר, און פאר נאך מיליאנען נבראים. לאמיר זיך האלטן צו דעם פרעספעקטיוו.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 25, 2019 11:36 am

· #425121
הקטן רעדט גארנישט קיין טיפע רעיונות, ער רעדט סתם צאם דשיבעריש אין דער וועלט אריין, ס'דא א סיבה פארוואס קאנט איז אריין אין די קוריקולום און הקטן איז געבליבן א ניק אין קאווע שטיבל.

הקטן » מאנטאג פעברואר 25, 2019 12:04 pm

· #425131
שמעקעדיג

...
לויט הקטן קען מען אפפרעגן די גאנצע תוכחה, ווייל "ווער זאגט דען אז עסן די פלייש פון אייגענע קינדער איז שלעכט, ווייל מיר האבן אזוי דעסיידעט"? אפשר איז עס יא גוט, והא ראי' א געוויסע מין חי' עסט יא די אייגענע קינדער וכו' וכו'.


יא-אר-געטינג-קלאס
אבער לאמיך דיך אביסעל אויסבעסערן, נישט אז אפשר איז עס יא גוט, והא ראי...
ס'איז נישט דא קיין אמתע גוט און אמתע נישט-גוט אויף די וועלט.
ע"כ איז די פראגע, ווען דו רעדסט פין אחד-האמת, נאר א פעסודא-פראגע, און מאכט נישט קיין סענס צי פרעגן.
זיכער וויל איך ס'זאל זיין גוט פארמיר די וועג וואו אזוי איך פארשטיי גוט מיינט, און איך בלעם דיך נישט צי וועלן די זעלבע

און אויב וויל איך דו זאלסט עפעס טון מאכט סענס איך זאל דיך קענען סטראשענען מיט וואס דו האלסט אז ס'איז שלעכט פאר דיר, ווייל דאס וועט דיך נייגען צי טון וואס איך וויל.
חאטש ס'קען זיין אז באמת איז דאס בכלל נישט שלעכט פאר דיר.

איז אויב דו ווילסט נישט עסען די פלייש פין דיינע קינדער זאלסטו בעסער ביהעווען, די איירעני איז אבער אז ער אליין האט אויך געמאכט אז דו זאלסט טאקע נישט ווילען עסען די פלייש פין דיינע קינדער.

משהה פרידמן » פרייטאג מאי 3, 2019 12:27 pm

· #429578
Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
א איד קומט ארויף נאך די מלחמה אין עולם האמת און ער טרעפט דארט די באשעפער, הייבט ער אים אן צו פארציילען א וויץ "ווי אזוי קען מען באקומען א נומער פון א מיידל אין אוישוויץ? מ'הייבט איר אויף די ארבעל!" דער באשעפער האט זיך אבער נישט צולאכט, זאגט אים יענער "פארגעס, מ'וואלט געדארפט זיין דארט צו כאפן די דזשאוק"

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:55 pm

· #436247
הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
אפאר הערות:

1). לגבי די אנטי-נאטאליסט פאזיציע (די קליפ וואס רביה״ק האט געלינקט אויף p. 2), איז דא א מימרא פון ארטור שאופענהאוער:
If children were brought into the world by an act of pure reason alone, would the human race continue to exist? Would not a man rather have so much sympathy with the coming generation as to spare it the burden of existence, or at any rate not take it upon himself to impose that burden upon it in cold blood?

2). ועוד בזה, לגבי די סברא פון דר. דוד בענאטאר אז העדר הרע איז טוב משא״כ העדר הטוב איז נישט ממש רע (לגבי תענוג וצער), טרעפן מיר אז די פרדס יוסף זאגט אין פ׳ בחוקותי א שטיקל פארקערטע געדאנק. דהיינו, ער זאגט אז וועגן דעם זענען די ברכות קורצער פון די קללות, ווייל אויב פעהלט עפעס פון די טוב/ברכה איז עס שוין ממילא אויס ״טוב״, פעהלט נישט אויס אזוי מאריך צו זיין דערין.

3). מ׳קען אפשר אויך זאגן בסתם, מיט א קנייטש, אז וועגן דעם איז יהדות בעצם קעגן דעם קאנצעפט פון נישט האבן קינדער (כדוגמה ברכות י.), ווייל ווי דר. יוליאו קאברערא און קארים אקערמא זאגן איז די קאנצעפט מקושר מיט די קשיא פון רע בעולם; ווי ערווענט אז פארוואס ברענגט דער באשעפער (לשבר את האוזן), דעם יוצר הכל, רע אויף דער וועלט. והיינו, אז אונז, דורכ׳ן האבן און ״באשאפען״ קינדער טוהן דאס אויך. און אויב די קשיא אויף ג-ט איז שווער און האט נישט קיין תירוץ, האט דאס אויך נישט און אונז דארף מיר נישט אראפצוברענגן קינדער. איז דעריבער, וויבאלד יהדות וויל נישט אז אונז זאלן ארויסווייזן אזא סארט געדאנק קעגן ג-ט, איז עס קעגן דעם געדאנק פון נישט האבן קינדער (עכ״פ בכלל).

4). ס׳דא א מין וואספ [איכנומאנידעי] וואס געבוירט דורך פאראליזירן א קאטערפילער און אריינלייגן אין איר/אים די אייער. די אייער העטשן אינעווייניג פונ׳ם קאטערפילער אין עסן איר אויף פון אינעווייניג. דארווין האט געשריבן אויף דעם אז ער קען נישט פארשטיין ווי אזוי א רחמנות׳דיגע ג-ט האט באשאפן אזא זאך.

5). בנוגע דאס וואס מ׳רעדט און גלייכט צו דעם באשעפער צום פראגראמער און אונז צו פראגראמען/עמאדזשיס, איז די קליפ אינטרעסאנט בנוגע געבן רעכטן צו ארטיפישאל אינטעלידזשענס וואס קענען יא פילן צער (ווי גדליה האט ערווענט). <a class="postlink" href="https://youtu.be/DHyUYg8X31c">https://youtu.be/DHyUYg8X31c</a>

6). מ׳רירט אויך אן צו הסכמת בני אדם ביי מאראל [נארמאטיוו] איז א קובע אויף מאראל ריעליזם.

7). צו כאפן אז מ׳איז אינמיטן א חלום און עס מאכט נישט קיין סענס איז לכאורה א לוסיד חלום.

מי אני » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 8:51 pm

· #436807
מי אני

4). ס׳דא א מין וואספ [איכנומאנידעי] וואס געבוירט דורך פאראליזירן א קאטערפילער און אריינלייגן אין איר/אים די אייער. די אייער העטשן אינעווייניג פונ׳ם קאטערפילער אין עסן איר אויף פון אינעווייניג. דארווין האט געשריבן אויף דעם אז ער קען נישט פארשטיין ווי אזוי א רחמנות׳דיגע ג-ט האט באשאפן אזא זאך.

ס'איז אביסל איראניש אבער דר. דזשערי פאדאר און דר. מאסימו פיאטעלי-פאלמעריני, אין זייער בוך What Darwin Got Wrong, נוצן דאס וואס א מין וואספ [אמפולעקס קאמפרעסא] טוהט ענליך מיט א קאקרויטש צו טענה'ן קעגן נאטורליכע סעלעקציע.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 22, 2019 9:08 pm

· #437393
הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
דער מו״נ (ח״ג פט״ו-כ״ג) האט אן אריכות אין די פראבלעם פון שלעכטס [צדיק ורע לו וכו׳] (בעיקר אינ׳ם קאנטעקסט פון השגחת הבורא ומהו, ומעשה איוב). לגבי בעלי בחירה איז אים גרינגער צו פארענטפערן, ווייל ווי באקאנט האלט ער בחירה פאר אן עיקר (הל׳ תשובה פ״ה). ווי אויך גייט ער אריין אין דעם אז דאס קען מען נישט אלעס קלאר וויסן בעומק הדין שיתברר לאחר המיתה וכו׳ וכו׳ ע״ש באריכות.

דער פי׳ שם טוב איז מסביר דארט לפי שיטתו אין אנהויב אז וויבאלד דבר והיפוכו בדבר/מושג אחד איז מהנמנע אף מצד הבורא ב״ה (ווייל אויב נישט מאכט דאס א פראבלעם בענין הגשמה וכו׳) ואין בו בזה משום חסרון וליאות, איז מהנמנע (אף מצדו כביכול) אז עס זאל נישט זיין שלעכטס/הפסד בהטבע וכו׳ וואס איז פון חומר ע״ש. דאס פארענטפערט די שאלה מער בכלליות, און פארוואס בע״ח (שאינן בעלי בחירה ואין בהן השארת הנפש וכו׳) ליידן ממקרי הטבע וכו׳.

איך וואונטש פאר יעדן דאס בעסטע.

(עס אין מערקווידיג צו באטאנען אז שפעטער אין פנ״א זאגט דער רמב״ם אז וויבאלד השגחתו יתברך איז געוואנדען לפי דעם מענטש׳נס ידיעה השגה ומחשבתו בו, און ס׳קען אים/איר נאר פאסירן שלעכטס מחמת המקרים ווען מען איז נישט מדובק בו אין מחשבה כזו ע״ש.)

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 6, 2019 7:51 pm

· #437944
מי אני

1). לגבי די אנטי-נאטאליסט פאזיציע (די קליפ וואס רביה״ק האט געלינקט אויף p. 2), איז דא א מימרא פון ארטור שאופענהאוער:
If children were brought into the world by an act of pure reason alone, would the human race continue to exist? Would not a man rather have so much sympathy with the coming generation as to spare it the burden of existence, or at any rate not take it upon himself to impose that burden upon it in cold blood?

2). ועוד בזה, לגבי די סברא פון דר. דוד בענאטאר אז העדר הרע איז טוב משא״כ העדר הטוב איז נישט ממש רע (לגבי תענוג וצער), טרעפן מיר אז די פרדס יוסף זאגט אין פ׳ בחוקותי א שטיקל פארקערטע געדאנק. דהיינו, ער זאגט אז וועגן דעם זענען די ברכות קורצער פון די קללות, ווייל אויב פעהלט עפעס פון די טוב/ברכה איז עס שוין ממילא אויס ״טוב״, פעהלט נישט אויס אזוי מאריך צו זיין דערין.

3). מ׳קען אפשר אויך זאגן בסתם, מיט א קנייטש, אז וועגן דעם איז יהדות בעצם קעגן דעם קאנצעפט פון נישט האבן קינדער (כדוגמה ברכות י.), ווייל ווי דר. יוליאו קאברערא און קארים אקערמא זאגן איז די קאנצעפט מקושר מיט די קשיא פון רע בעולם; ווי ערווענט אז פארוואס ברענגט דער באשעפער (לשבר את האוזן), דעם יוצר הכל, רע אויף דער וועלט. והיינו, אז אונז, דורכ׳ן האבן און ״באשאפען״ קינדער טוהן דאס אויך. און אויב די קשיא אויף ג-ט איז שווער און האט נישט קיין תירוץ, האט דאס אויך נישט און אונז דארף מיר נישט אראפצוברענגן קינדער. איז דעריבער, וויבאלד יהדות וויל נישט אז אונז זאלן ארויסווייזן אזא סארט געדאנק קעגן ג-ט, איז עס קעגן דעם געדאנק פון נישט האבן קינדער (עכ״פ בכלל).

לגבי די אסימעטרי טענה וואס דר. בענאטאר באטאנט, האב איך געטראכט אז מ'קען אפשר זאגן בדרך צחות אז וועגן דעם בשעת א חתונה [וואס מטרתו היא (ג"כ) כדי להביא דורות לעולם] זאגן די ב"ה (כתובות יז. וכן איפסק באבה"ע סימן סה סעיף א) אז מ'זאגט אויף די כלה שהיא נאה אף שאינה באמת כן ע"ש. איז קען מען אפשר זאגן אז די רמז אין דעם איז להוציא מסברתו של דר. בענאטאר איבער דאס "אסימעטרי" (פון תענוג/צער), וואס איז קעגן דעם געדאנק פון אראפברענגן קינדער, און מ'זאגט דייקא דעם ענין פון "נאה", וואס כידוע איז דאס [שיינקייט/ביוטי] גאר שטארק אנגעוואנדן אין "סימעטרי" דייקא (דאס קען מען אויך זאגן איז די קשר בשילהי תענית דף לא. בין זה שאין האשה אלא ליופי ובין זה שאין האשה אלא לבנים)...

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 6, 2019 8:36 pm

· #437946
אז מ'רעדט שוין פון antinatalism, לדעתי זענען antinatalism און pro-mortalism די שפיץ פון human enlightenment, ווער ס'האט שוין דאס משיג געווען דער האלט שוין ביים ויודע דעת עליון. צו מ'האט למעשה קינדער צו נישט איז שוין א באזונדערע זאך, און אפילו די חלק אז א מענטש קען פעיסן די פאקט אז ער טוט קיינעם נישט קיין טובה מיט געבוירן קינדער, און אלץ וואס ער טוט פאר זיי איז פאר זיינע אייגענע אינטערעסן, און בעצם דארף איהם קיינער נישט האבן, דאס אליינס איז שוין אויך אן enlightenment.

כ'האב לעצטנס געהערט אן אינטערוויו וואס סעם הערריס האט געמאכט מיט דאקטאר בענעטאר, ס'געגאנגען בערך אזוי: אין אנפאנג האט סעם (וואס האט צוויי קינדער) פרובירט צו קיצלען אביסל פון די זייט און אביסל פון יענע זייט, קיינע שטארקע טענות קעגן בענעטאר האט ער נישט געהאט, ער איז צו אן אויפריכטיגע און קלוגע מענטש צו קענען פארדרייען א קאפ מיט נארישע ארגומענטן, ער האט נאר פרובירט צו געבן אן אנדערן פערספעקטיוו. פארשטייט זיך אז בענעטאר האט זיך געהאלטן שטארק, צום סוף איז געבליבן אז סעם האט נאך צוגעלייגט פעפער און זאלץ צו בענעטאר'ס שטאנד ווי נאר ער קען. ער האט צוגעגליכן שטארבן צו שלאפן, זאגנדיג אז אויב אריינפאלן אין א טיפע שלאף איז אזוי געשמאק, קען מען זיך נאר פארשטעלן ווי געשמאק ס'איז צו שטארבן... ס'געווען ממש מתוק מדבש ונופת צופים.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=KYOQ5XMsbIk">https://www.youtube.com/watch?v=KYOQ5XMsbIk</a>

הדסים » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 12:53 am

· #437952
איך פארשטיי בכלל נישט Antinatalism. נאך אלע סברות, וואלט איך געוואלט מייינע עלטערן זאלן מיר נישט אריינברענגען אין די וועלט? נאך אלע פראבלעמען וואס איך האב, וויל איך קלאר דא זיין, און איך בין דאנקבאר צו מיינע עלטערן. און ווער עס וויל נישט, זאל מוחל זיין טרעפן די עקזיט.

אגב, די גמ' בלייבט שוין טוב לו שלא נברא. ניין?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 12:58 am

· #437953
וועלכע טייל פונקטליך פארשטייסטו נישט, אז איך האלט אז נוח לו לאדם שלא נברא אדער אז איך טרעף נישט דעם עקזיט? זיי וואוסן אז איך האב שוין געטראפן דעם עקזיט, און אונז זענען שוין אלע אויפ'ן וועג אהין בעזר השם, און ביזדערווייל מאכט מען א לעבן.

הדסים » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 1:05 am

· #437956
😂 😂 😂

איך רעד פון די חלק פון האבן קינדער. איך האלט אז עס איז לאגיש אריינצוברענגען פרישע נשמות, אפילו אונז האבן אזא סיסטעם, עקאנעמי, ענווייירעמענט, פרעזידענט, וכו'. מיט די פשוטע טענה: איך וויל דא זיין מיט אלע צרות.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2019 1:13 am

· #437958
קען זיין אז ווען מ'פרעגט דיר פון פריער וואלסטו געוואלט געבוירן ווערן, אבער איך וואלט נישט געוואלט. פארשטייט זיך אז איינמאל איך בין שוין דא, צוריק גייט א קאזע. די antinatalists האלטן אז ווען דו זאלסט זיך גוט איבערטראכטן וואלסטו אויך נישט געוואלט, פארשטייט זיך אז דו האלטסט אז ווען די antinatalists זאלן זיך גוט איבערטראכטן וואלטן זיי יא געוואלט.

הדסים » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 10:37 pm

· #438342
רביה''ק זי''ע
קען זיין אז ווען מ'פרעגט דיר פון פריער וואלסטו געוואלט געבוירן ווערן, אבער איך וואלט נישט געוואלט. פארשטייט זיך אז איינמאל איך בין שוין דא, צוריק גייט א קאזע. די antinatalists האלטן אז ווען דו זאלסט זיך גוט איבערטראכטן וואלסטו אויך נישט געוואלט, פארשטייט זיך אז דו האלטסט אז ווען די antinatalists זאלן זיך גוט איבערטראכטן וואלטן זיי יא געוואלט.

זיי ווילן איך זאל מיר איבערטראכטן, ok שוין געטראכט, איך האלט נאך אלץ אז איך וויל דא זיין.

איך פארשטיי נישט דיין לאגיק, ווען מען פרעגט דיר פון פריער וואלסטו נישט געוואלט, אבער יעצט גייסטו נישט צוריק. פארוואס? צוריק גייט א קאזע איז שיינע פראז, אבער ס'איז נישט קיין סברה, דו קענסט גיין צוזאמען מיט די קאזע.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 10:49 pm

· #438344
ערשטנס, קיינער וויל נישט פון דיר גארנישט, סך הכל זאג איך דיר וויאזוי איך פיל און טראכט, דו האסט יעדע רעכט צו האלטן אנדערש.

צווייטנס, דו האסט א קשיא פארוואס איך פיל אזוי, א קשיא אויף א מעשה, די פאקט איז אז אזוי פיל איך, און איך מיין אז רוב מענטשן זענען אזוי. ווען איינער גייט אויף א פלאץ וואס מ'זאגט איהם אז ס'וועט זיין אזאנס און אזעלעכס, און למעשה קומט ער אהין און ער זעהט אז ס'נישט ווער ווייסט וואס, רוב מענטשן וואלטן זיך נישט גלייך צוריקגעדרייט און אהיימגעפארן, אז מ'האט זיך שוין ממילא אהין געשלעפט פרובירט מען כאטש עפעס ארויסצונעמען דערפון.

הדסים » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 11:00 pm

· #438348
רביה''ק זי''ע
ערשטנס, קיינער וויל נישט פון דיר גארנישט, סך הכל זאג איך דיר וויאזוי איך פיל און טראכט, דו האסט יעדע רעכט צו האלטן אנדערש.

איך האלט אז די שאלה איז וויכטיגער פון אסאך אנדערע פיליזאפישע שאלות, ווייל עס איז שטארק נוגע למעשה. איך האב שוין אמאל ערנסט געטראכט, אפשר זאל איך פראבירן צו טון אלעס וואס מעגליך צו האבן ווי ווייניגער קינדער, פשוט נישט צו בא'עוולן די נשמות וואס איך ברענג אריין אין אזא וועלט. אבער איך בין געקומען צום הכרה, אז מיט אלעם פריי איך זיך אז מיינע עלטערן האבן מיר געברענגט אויף דער וועלט.

איך האף מיינע קינדער וועלן עס אויך עפרישיעיטן.


רביה''ק זי''ע
צווייטנס, דו האסט א קשיא פארוואס איך פיל אזוי, א קשיא אויף א מעשה, די פאקט איז אז אזוי פיל איך, און איך מיין אז רוב מענטשן זענען אזוי. ווען איינער גייט אויף א פלאץ וואס מ'זאגט איהם אז ס'וועט זיין אזאנס און אזעלעכס, און למעשה קומט ער אהין און ער זעהט אז ס'נישט ווער ווייסט וואס, רוב מענטשן וואלטן זיך נישט גלייך צוריקגעדרייט און אהיימגעפארן, אז מ'האט זיך שוין ממילא אהין געשלעפט פרובירט מען כאטש עפעס ארויסצונעמען דערפון.

מ'קען מיינען דו האסטעך אהערגעשלעפט... אויב די פלאץ ווי דו קומסט אן איז שווער צו זיין, וועסטו נאר דארט בלייבן אויב יעדע מינוט איז יצא הפסדו בשכרו.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 11:05 pm

· #438350
גייסטו ווייטער אריין אין לאגישע ארגומענטן, די פאקט איז אז איך פיל ממש ווי יענע מענטש, קען טאקע זיין אז ס'איז נישט לאגיש אויסגעהאלטן, מילא איז וואס?

הדסים » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 11:13 pm

· #438353
אבער פון וואו נעמסטו אז דו וואלסט נישט געוואלט לכתחילה געבוירן ווערן?

איך זאג אז יעצט וויל איך דא בלייבן, איז עס א ראי' אז איך האב געוואלט געבוירן ווערן. דו זאגסט אז דו ביזט סטאק, ok דאס איז יעצט דיין געפיל, דאס מיינט אז די גאנצע זאך לוינט זיך נישט?

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 6:36 pm

· #438405
הדסים
אבער פון וואו נעמסטו אז דו וואלסט נישט געוואלט לכתחילה געבוירן ווערן?

איך זאג אז יעצט וויל איך דא בלייבן, איז עס א ראי' אז איך האב געוואלט געבוירן ווערן. דו זאגסט אז דו ביזט סטאק, ok דאס איז יעצט דיין געפיל, דאס מיינט אז די גאנצע זאך לוינט זיך נישט?


נח לו לאדם און טוב לו לאדם איז צוויי א אנדערע זאכן.

א מענטש קען האבן א תכלית אויף דער וועלט, און ס'קען גאר זיין אז ס'איז א גוטע זאך אראפ צו קומען אויף דער וועלט. אבער דאך, אין די גמרא שטייט "נוח" לו לאדם, דאס הייסט אז די פלוגתא אין די גמרא האט צו טוהן מיט דעם אז ס'איז נישט ווערד אדער ס'לוינט זיך נישט די שווערעגקייט, אדער אז מ'זוכט עס פשוט נישט. דאס איז טייטש לא נוח לו לאדם, אפגעזעהן צו די שוועריגקייט איז באמת גוט אדער נישט.

דו פארשטייסט די טוב לו לאדם, בשעת וואס רביה"ק ליינט עס "נח" לו לאדם.

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 9, 2020 9:32 pm

· #441236
הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
מי אני
דער מו״נ (ח״ג פט״ו-כ״ג) האט אן אריכות אין די פראבלעם פון שלעכטס [צדיק ורע לו וכו׳] (בעיקר אינ׳ם קאנטעקסט פון השגחת הבורא ומהו, ומעשה איוב). לגבי בעלי בחירה איז אים גרינגער צו פארענטפערן, ווייל ווי באקאנט האלט ער בחירה פאר אן עיקר (הל׳ תשובה פ״ה). ווי אויך גייט ער אריין אין דעם אז דאס קען מען נישט אלעס קלאר וויסן בעומק הדין שיתברר לאחר המיתה וכו׳ וכו׳ ע״ש באריכות.

דער פי׳ שם טוב איז מסביר דארט לפי שיטתו אין אנהויב אז וויבאלד דבר והיפוכו בדבר/מושג אחד איז מהנמנע אף מצד הבורא ב״ה (ווייל אויב נישט מאכט דאס א פראבלעם בענין הגשמה וכו׳) ואין בו בזה משום חסרון וליאות, איז מהנמנע (אף מצדו כביכול) אז עס זאל נישט זיין שלעכטס/הפסד בהטבע וכו׳ וואס איז פון חומר ע״ש. דאס פארענטפערט די שאלה מער בכלליות, און פארוואס בע״ח (שאינן בעלי בחירה ואין בהן השארת הנפש וכו׳) ליידן ממקרי הטבע וכו׳.

איך וואונטש פאר יעדן דאס בעסטע.

(עס אין מערקווידיג צו באטאנען אז שפעטער אין פנ״א זאגט דער רמב״ם אז וויבאלד השגחתו יתברך איז געוואנדען לפי דעם מענטש׳נס ידיעה השגה ומחשבתו בו, און ס׳קען אים/איר נאר פאסירן שלעכטס מחמת המקרים ווען מען איז נישט מדובק בו אין מחשבה כזו ע״ש.)

לגבי רע (בעולם) בכלל הייבט ער שוין אן דארט פון פ״י (וואו ער זאגט די באקאנטע כלל אז רע איז העדר הטוב ע״ש; ענליך צו וואס להבדיל אגוסטין האט געזאגט). און פי״ב האט ער אן אריכות אין דעם וואו ער צוטיילט רע אין דריי קאטעגאריעס:

‏1). רע אין נאטור מחמת מאורעות (אויף וואס מ׳קען די מערסטע בלעימן ג-ט), וואס עס איז אומעגליך אן דעם ווייל די גאנצע יקום איז אנגעוואוזען אין הוה ונפסד בכלל זייענדיג פון חומר, און עס וואלט נישט געקענט זיין א המשכת הקיום בכלל אן דעם, אזוי ווי די פריערדערמאנטע נמנע פון דעם אז עס זאלן זיין שני הפכים בדבר אחד. איז דורכדעם קען ח״ו אויסקומען אז ל״ע איינער זאל חלילה געבוירן ווערן פעלערהאפטיג. ‏(דער טעאלאג/פילאזאף דר. דזשאן העלדעין איז דאס מער מסביר אינ׳ם קאנטעקסט אז די בריאה ארבעט אויף א היארארכיע פון דומם צומח חי מדבר און אינטערקאנעקטעד סיסטעמן וואס די הויה והפסד פון איין וועט ארבעטן אויף די עקספענס פונ׳ם צווייטן. און ווי העכער מ׳איז אויף די היארארכיע אלס מער האט מען צו פארלירן פון אזא סארט עקסטזשעינדזש, און דאס ברענגט/איז די צער.)

‏2). רע הבא מאדם אל האדם (וואס גייט שוין צוזאמען מיט בחירה; אן עיקר לפי הרמב״ם. לגבי דעם פונקט פון מאראלישע שלעכטס איז דער טעאלאג/פילאזאף דר. עלווין פלענטינגא מאריך אין דעם אויך אז טעאלאגישע קאמפעטיביליזם, בחירה חופשית בשעת ג-ט זאל מעביר זיין מאראלישע שלעכטס, איז טאקע א סתירה מיניה וביה.)

‏3). רע הבא מן האדם לעצמו, צו ווייל ער שאדט דורך זיינע מעשים (לכאורה ביודעים ובלא יודעים) צום גוף אדער/און צו זיין פסייקי/נפש. די דריטע מין איז די מערסטע סארט רע וואס איז דא, און איז די מערסטע ביד האדם עצמו צו זיך אפהיטן/טוישן/פארעכטען.

‏מ׳קען אפשר נאך אלס פרעגן מעיקרא דדינא, אז פארוואס האט דער באשעפער בכלל מעיקרא אראפגעשטעלט די געזעצן פונ׳ם יקום, נאטור וכו׳ אזוי (כשברא יש מאין גמור - הגם אז אונזער גאנצע מושג מעיקרא פון פועל ומופעל, צער ותענוג וכו׳ קומט נאר נאכ׳ן ״יש״) אז עס זאל האבן פיין, צער, און רע אין זיך? דאס קען מען אפשר אפילו פרעגן אויף די צווייטע און דריטע מינים אויך: פארוואס האט דער באשעפער עס אראפגעשטעלט אזוי אז עס זאל מעיקרא זיין אזוי? ער רירט אן דערויף אין די נעקסטע פרק.

(ער טענה׳ט דארט אויך אז בכלליות איז דא מער גוטס ווי שלעכטס אויף דער וועלט, וויבאלד די מין האדם, און וואס מ׳פערסיווט אלס שלעכטס אין מענטשליכע טערמינען צום מענטש, איז נאר א קליין חלק דערפון ע״ש. דאס ווענט זיך פארשטייט זיך אין די הגדרה פון וואס איז טוב וע״ש. מ׳קען אפשר אביסל פרעגן דערויף מכח די פיין וואס בע״ח האבן. אבער לפי שיטתו האבן זיי לכאורה אסאך ווייניגער פון די דריטע סארט פון פיין, וואס איז מער ביים מין האנושי מכח זיין אינטעלידזשענס, קאנשענס/סענשינס, קנאה, (תאוה) וכו׳ וכו׳, און דאס איז די מערסטע פארשפרייטע רע וואס איז פארהאן וכנ״ל. ועוד, דער רמב״ם האלט , אין פי״ז, אז אויף בע״ח און יעדע זאך וואס איז נישט א בעל שכל איז נישט דא קיין השגחה בפרטיות/באישית אויף זיי און זיי זענען נתונים לגמרי תחת די געזעצן פון נאטור, ע״ש. דאס קען אויך אפשר זיין אין איינקלאנג מיט׳ן תירוץ וואס מ׳פרובירט צו זאגן אויף די פראבלעם, אז ג-ט כביכול לאט צו דאס שלעכטס מחמת זיין אהבה כביכול צו די אינדיווידואלע מענטשן וואס עקזיסטירן אינ׳ם צוקונפט פון די שלעכטס אדאנק (אין א וועג) די שלעכטס וואס האט פאסירט. נעמליך, וויבאלד ביי מענטשן איז יא דא א השגחה אישית און נישט נאר אויפ׳ן מין בכלליות, דעריבער מוז שלעכטס ווערן צוגעלאזט, וועגן די אינדיווידואלן וואס עקזיסטירן מחמת די אגרעגעיט וכו׳ פונ׳ם פאסירטן שלעכטס. דאס איז גראדע נישט קיין קשיא אויף בענאטאר׳ס הנחה איבער די אסימעטרי פון שלעכטס צו גוט, ווייל בנוגע דער מענטש אליין קען מען נאך אלס טענה׳ן אז ס׳דא מער שלעכטס פון גוטס, הגם ס׳איז מחמת חסרון בנפשו/בהשגתו.)

*

בנוגע (אן ענליכקייט) צו הקטן׳ס טענה אז בעצם איז שלעכטס אן אילוזיע, טענה׳ט דער אויבן-דערמאנטער דר. דזשאן העלדעין אז דאס פארענטפערט נישט די פראבלעם: עס וועט אויסקומען אז אונז זענען מיר איגנארענט פון די אמת (לגבי שלעכטס), אונז זענען מיר אין אן אילוזיע (לגבי דעם), וואס דאס אליין איז אליין א שלעכטס.

מי אני » זונטאג יאנואר 26, 2020 9:39 pm

· #442121
Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
אין דעם שמועס איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן דאס וואס איז באקאנט אלס די פאראדאקס פון העדאניזם. דהיינו, אז דאס נאכגיין בפועל ובכוונה תענוג טוהט צונעמען פונ׳ם תענוג. ווי אויך דאס פאקוסירן אויפ׳ן אייגענעם תענוג טוהט פארמינערען דערפון (אפשר אביסל ענליך צום אנסירטענטי פרינציפ אין קוואנטום מעקאניקס...).

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 27, 2020 4:04 pm

· #442144
העדאניזם איז נאר א פאראדאקס פאר די וועלכע ווייסן נישט וואס דאס איז, די וואס ווייסן וואס העדאניזם מיינט ווייסן אז ס'האט נישט גארנישט איינגעשטויסן מיט נאכלויפן תענוגים.

הדסים » דינסטאג יאנואר 28, 2020 6:15 pm

· #442192
רביה''ק זי''ע
העדאניזם איז נאר א פאראדאקס פאר די וועלכע ווייסן נישט וואס דאס איז, די וואס ווייסן וואס העדאניזם מיינט ווייסן אז ס'האט נישט גארנישט איינגעשטויסן מיט נאכלויפן תענוגים.

א יעדע פאראדאקס איז נאר פאר ווער עס פארשטייט עס נישט באמת.

מי אני » זונטאג פעברואר 2, 2020 1:27 am

· #442396
הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
הגם עס איז ריכטיג אז א גרויס חלק פון פאראדאקסן קומען מכח א באהאלטענעם טעות צו א מיספארשטענדעניש אין די דעפיניציע(ס) צו פרעמיס(ן) וואס מען האט אוועקגעשטעלט, איז עס ל״ד אז אלע פאראדאקסן קומען דערפון. דער פילאזאף דר. ווילארד וואן ארמאן קוויין האט צוטיילט פאראדאקסן אין צו דריי סארטן:

1). א ווערידיקעל פאראדאקס גיבט אן אויסקום וואס ״זעהט אויס״ אבסורד אבער איז לגמרי אויסגעהאלטן.

2). א פאלסידיקעל פאראדאקס גיבט אן אויסקום וואס איז ״טאקע״ פאלש, מכח א (באהאלטענעם) פאללאסי אין די ריזענינג.

3). אן אנטינאמי איז ווען די ריזענינג פונ׳ם ארגומענט איז פיין אבער דאך גיבט דאס א פאלשע אויסקום. אין אזא פאל מוז מען צוריק גיין און ריווייזען/רעפארמירן די פרעמיסעס מעיקרא.

ווען מ׳זאגט אז די פאראדאקס איז אפירגעקומען ווייל מען ״האט נישט פארשטאנען וואס די מושג זאגט [מעיקרא]״ גייט עס לכאורה אריין אינ׳ם כלל פונ׳ם צווייטן סארט פאראדאקס; וויבאלד מען האט נישט קלאר פארשטאנען וואס מען זאגט/וויל זאגן, מאכט מען א טעות אין די ריזענינג וואס עס ברענגט ארויס (לפי טעותו). אין אנדערע ווערטער, די צווייטע סארט פאראדאקס איז ל״ד נאר א טעות בזדון. משא״כ אויב האט מען יא גוט ארויס די יסודות/פרעמיסעס און דאך קומט מען צו צו א פאראדאקס וואס קען נישט זיין דעמאלטס גייט עס אריין אין די דריטע סארט פאראדאקס און מ׳דארף צוריק גיין צום drawing board.

אגב, דער פילאזאף סארען קירקעגארד האט געשריבן בנוגע פאראדאקסן (אין פילאזאפיע) אז מ׳זאל נישט אראפקוקן דעם פאראדאקס ווייל דאס איז דאס ״ברען״ פונ׳ם טראכטן. דאס טראכטן וויל אלס צוקומען צו איר אייגענע דורכפאל, וואס דאס אליין איז א פאראדאקס אין טראכטן, עס וויל געוואר ווערן עפעס וואס קראכט צאם מיט עס און עס קען נישט טראכטן דארט.

מען קען אריינלערנען אין זיינע ווערטער אז דאס אליין איז דאס שטארקייט פונ׳ם טראכטן און דאס, דעם פאראדאקס, שארפט איר אויס און ברענגט איר צו א העכערע שטאפל. אן ענליכע זאך זאגט, להבדיל, דער שב שמעתתא אינ׳ם הקדמה (אות ו). (וכעי״ז אפשר להעמיס בגיטין מג. דאין אדם עומד על דברי תורה אלא א״כ ״נכשל״ [״צאמגעקראכט״] בהן ע״ש.)

ועיין כאן.

*

דער אמעריקאנער פילאזאף דר. נינא קאטשיארעללא טענה׳ט פאר (פלעטאניק/עקסטרעם) ריעליזם בנוגע דאס עקזיסטענץ פון יוניווערסעלס [למשל (די קאנצעפטן פון) נומערן, קאלירן וכדומה] ווייל דאס פעהלט אויס כדי צו ראטעווען די מושגים פון אן אמת׳ן פאראדאקס. דהיינו, אויב איז דאס אלס נאר אין אונזער מח, כלומר די מושגים זענען געשאפן געווארן בעצם דורך מענטשן, קען דאס דאך אריינברענגען און עס קען בעצם זיין אין דעם ממש אינהערענט פאראדאקסן אין די עצם מציאות פון די מושגים, ווייל דאס איז דאך אלס אפהענגיג אין די פאלליביליטי און לימיטעישענס פון דעם מענטש׳נס מח. משא״כ אויב זענען די מושגים מציאות׳ן בפני עצמן און אומאפהענגיג אינ׳ם מענטש׳נס דעת וכו׳.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 6, 2020 12:58 pm

· #442631
Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
📎 IMG_6531.jpg

מי אני » זונטאג פעברואר 23, 2020 4:22 pm

· #443296
אגב, דער רס"ג אין האמונות והדעות (מאמר ג' פ"ב) טענה'ט אז אויב מ'נעמט אן העדאניזם (אן אן עטישע, יוטעליטעריען, אדער קאנסעקווענטעליסט קאמפאנענט), אז "(אייגענע) גוטס" = "תענוג", פירט דאס צו א לאגישע סעלף-קאנטרעדיקשאן. דהיינו, אז וואס איז, למשל, א תענוג פאר'ן רוצח ווען ער הרג'עט זיין שונא איז א צער פאר'ן נרצח. און אפילו פאר'ן מענטש אליין קען עס זיין א סעלף-קאנטרעדיקשאן ווען, למשל, ער עסט פאר'סמ'טע האניג - ער האט תענוג אבער למעשה ברענגט דאס אים אויך צער צום סוף.

אין מאמר ה' (פ"ג, ווי אויך אביסל אין מאמר ו' סופ"ד) רעדט ער ארום איבער דעם פראבלעם פון שלעכטס בכלל. זיינע מהלכים אין דעם זענען די באקאנטע, אדער אפצוקומען די עבירות אויף די וועלט, אדער יסורין של אהבה, אדער אלס נסיון עיי"ש. (פארשטייט זיך אז בנוגע נסיון דארף מען צוצייכענען צו דעם מו"נ (ח"ג פכ"ד) אז דאס איז נישט פאר דעם מענטש אליין, נאר אויף כדי אויסצולערנען וכדומה עפעס פאר אנדערע אדער אויף אים אויסצולערנען עפעס עיי"ש). ועיין ג"כ בפתיחתו למאמר ג' וואו ער זאגט (די באקאנטע טעזע) אז ס'איז בעסער צו באקומען שכר וטוב מאת הקב"ה נאכ'ן האבן געארבעט דערפאר, עיי"ש. ‏אין מאמר ט' פ"א נוצט ער א מהלך בנוגע צער אויף די וועלט צו טענה'ן פאר גמול ועונש בעוה"ב מכח ראציאנאל (איינמאל מ'נעמט אן מציאת הבורא, אזוי ווי ער האט גע'טענה'ט אין מאמר א' וכו'). ‏(ועכ"כ, זאגט ער דארט ווייטער אין פ"ב, אז דעריבער שטייט נישט יעודי עוה"ב אין די תורה ווייל מ'קען צוקומען דערצו דורך ראציאנאל אליין הגם אז אין זיין הקדמה איז זיין מהלך בעצם אז מ'דארף יא נבואה וכו' אפילו פאר ראציאנאלע זאכן. (ואפשר ליישב קצת בדוחק אז דאס איז נאר ווען עס איז נוגע למעשה, ועיין במאמר ג' פ"ג)).

מי אני » מיטוואך מערץ 4, 2020 7:06 am

· #443617
Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/13609">viewtopic.php?f=4&t=13609</a><!-- l -->

מי אני » פרייטאג מערץ 13, 2020 8:51 am

· #443805
Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אבער אין די פילאזאפישע סוגיא/חקירה פון וואס פונקטליך איז ״תענוג״ איז דא א סארט ״פראבלעם פון גוטס״. דהיינו, אויב טיילט מען אפ תענוג כשלעצמו און מען זאגט אז דאס איז בעצם אומאפהענגיג פון די מאטיוועישאן אנצוקומען דערצו, דעמאלטס קען מען טאקע פארשטיין פארוואס בע״ח פיהלן תענוג בשעת בשעת זיי זענען זיך מתענג אבער נישט אזוי ווייט פארוואס זיי יאגן דאס נאך מעיקרא און זוכן דאס. אין אנדערע ווערטער, טאמער זאגט מען נישט אז תענוג איז אט דאס וואס א בע״ח איז נאטורליך גענויגט [מאָטיוועיטעד] צו זוכן ווערט נולד די ״פראבלעם״ אז פארוואס זוכן זיי דאס מעיקרא. (דאס קען אויך פארמאלירט ווערן (ביי מענטשן) אלס ״וואס קומט ערשט? די [העדאניסטישע] וועליוּ פון די תענוג אדער די מאָטיוועישאן דערצו?״)

הקטן » פרייטאג מערץ 13, 2020 12:02 pm

· #443810
איז נישט דא קיין בע"ח וואס [זעט אויס וואו] זיי לויפן נאך צער אדער גאר טויט?
פארשטייט זיך אלס פאר-די-גרעטער-גאד
check it out


וואס איז מיט די בינען

מי אני » מוצ"ש אפריל 11, 2020 10:51 pm

· #445659
הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
אין דעם שמועס. כוזרי (מאמר ג אות יא):
‏
וִייַשֵּׁב בְּלִבּוֹ צִדּוּק הַדִּין יִשּׁוּב שֶׁיִּהְיֶה לוֹ לְמָגֵן וּלְמִסְתּוֹר מֵהַפְּגָעִים וְהַצָּרוֹת הַהֹווֹת בָּעוֹלָם, כְּשֶׁיִּתְיַשֵּׁב בְּנַפְשׁוֹ צֶדֶק בּוֹרֵא הַחַיִּים וּמַטְרִיפָם וּמַנְהִיגָם בְּחָכְמָתוֹ, וְשֶׁאֵין הַדֵּעוֹת מַשִּׂיגוֹת פְּרָטֶיהָ אֲבָל מַשִּׂיגוֹת כְּלָלֶיהָ, בְּמַה שֶּׁהֵם רוֹאוֹת מִתִּקּוּן הַבְּרִיאָה בָהֶם, וּמַה שֶּׁכּוֹלֵל מֵהַפְּלִיאוֹת הַמּוֹרוֹת עַל כַּוָּנַת חָכָם וְחָפֵץ יוֹדֵעַ וְיָכוֹל, בַּאֲשֶׁר שָׂם לְקָטֹן וְגָדוֹל מֵהֶם מַה שֶּׁהוּא צָרִיךְ לוֹ מֵחוּשִׁים נִסְתָּרִים וְנִרְאִים וְרוּחוֹת וְאֵבָרִים, וְשָׂם הַכֵּלִים מְפִיקִים רְאוּיִים לָרוּחוֹת, וְשָׂם לַצְּבוֹעִים מִדַּת הַגְּבוּרָה וּכְלֵי הַדְּרִיסָה וְהַטֶּרֶף, וְשָׂם לָאַרְנֶבֶת וְלָאַיָּל כְּלֵי הַבְּרִיחָה וּמִדַּת הַמֹּרֶךְ. וּמִי שֶׁמְּחַשֵּׁב בִּבְרִיאַת הָאֵבָרִים וְתוֹעֲלוֹתֵיהֶם וְעֶרְכָּם מִן הָרוּחוֹת, יִרְאֶה בָזֶה מֵהַצֶּדֶק וְהַסִּדּוּר הַחָכְמִי, מַה שֶּׁלֹּא יַשְׁאִיר בְּלִבּוֹ סָפֵק בְּצֶדֶק הַבּוֹרֵא. וְאִם יָבוֹא שְׂטַן הַמַּחֲשָׁבָה לְהַרְאוֹת לוֹ הָעָוֶל עַל הָאַרְנֶבֶת בַּאֲשֶׁר הִיא מַאֲכָל לַצְּבוֹעִים, וְהַזְּבוּב לָעַכָּבִישׁ, יָשִׁיב עָלָיו הַשֵּׂכֶל וְיִגְעַר בּוֹ, לוֹמַר: אֵיךְ אֲיַחֵס הָעָוֶל אֶל חָכָם שֶׁנִּתְבָּרֵר לִי צִדְקוֹ וְשֶׁאֵינֶנּוּ צָרִיךְ אֶל הָעָוֶל, וְאִלּוּ הָיָה צִידַת הַצְּבוֹעִים לָאַרְנֶבֶת וְצִידַת הָעַכָּבִישׁ לַזְּבוּב בְּמִקְרֶה, הָיִיתִי אוֹמֵר בְּטַעֲנַת 'הַמִּקְרֶה', אַךְ אֲנִי רוֹאֶה הֶחָכָם הַהוּא הַמַּנְהִיג הַצַּדִּיק, הוּא אֲשֶׁר שָׂם כְּלֵי הַצַּיִד לָאַרְיֵה: מִגְּבוּרָה וִיכֹלֶת וְשִׁנַּיִם וְצִפָּרְנַיִם, וְשָׂם הָעַכָּבִישׁ נֻכָּר לְתַחְבּוּלָה, וְשָׂם לוֹ הָאֲרִיגָה לְבוּשׁ מִבְּלִי לְמִידָה, יֶאֱרֹג הַשְּׂבָכִים לַזְּבוּב, וְשָׂם לוֹ כֵלִים רְאוּיִים לַמְּלָאכָה הַזֹּאת, וְזִמֵּן לוֹ הַזְּבוּב לְמִחְיָה וּלְמָזוֹן, כַּאֲשֶׁר זִמֵּן לְהַרְבֵּה מִדְּגֵי הַיָּם מָזוֹן דָּגִים אֲחֵרִים, הַאֹמַר עַל זֶה, שֶׁיִּהְיֶה, אֶלָּא לְחָכְמָה שֶׁאֵינֶנִּי מַשִּׂיגָהּ, וְאַצְדִּיק מִי שֶׁנִּקְרָא 'הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ'.

מי אני » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:28 am

· #445965
Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
ולהלן שם באות מג:
‏
כְּשֶׁיִּתְבָּרְרוּ הַכְּלָלוֹת אַל תִּתֵּן לִבְּךָ לַחֲלָקִים, כִּי הַרְבֵּה שֶׁיִּכָּנֵס בָּהֶם הַטָּעוּת, וְעוֹד – שֶׁאֵין לָהֶם תַּכְלִית, מִפְּנֵי שֶׁהֵם מִסְתַּבְּכִים וְלֹא יִמָּלְטוּ הַמְדַבְּרִים מִבִּלְבּוּלָם. וְזֶה כְּמִי שֶׁנִּתְבָּרֵר אֶצְלוֹ צֶדֶק הַבּוֹרֵא, וְשֶׁחָכְמָתוֹ כוֹלֶלֶת, – אֵינֶנּוּ מַבִּיט לְמַה שֶּׁהוּא נִרְאֶה בָעוֹלָם מִן הָעָוֶל, וּכְמוֹ שֶׁאָמַר: אִם־עֹשֶׁק רָשׁ וְגֵזֶל מִשְׁפָּט וָצֶדֶק תִּרְאֶה בַמְּדִינָה אַל־תִּתְמַהּ עַל־הַחֵפֶץ.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 21, 2020 2:35 am

· #446323

מי אני » פרייטאג אפריל 24, 2020 12:21 am

· #446641
Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
📎 IMG_6820.jpg
לאור האמור כאן, איז דאס אויך געווען שׁאָפּענהאוער׳ס (כמו) טעאדיסי. הגם מ׳קען נאך אלס פרעגן אז פארוואס איז הא גופא אז דורכ׳ן פּערסיווען אין אלגעמיין טוהט מען מאכן פרטים פונ׳ם כלל וממילא שלעכטס? אבער ער האט דאס נישט געזאגט פון א רעליגיעזן פערספעקטיוו בנוגע ג-ט.

מי אני » דינסטאג אפריל 28, 2020 3:23 pm

· #446968
הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
אגב, ניטשע האט גע׳טענה׳ט קעגן העדאניזם (און די חלק לגבי מאראליטעט וואס קומט מיט מיט דעם) אז תענוג האט נישט בעצם קיין וועליוּ לשלעצמו [עס מאכט נישט דעם מענטש אנקומען צום שלימות וכו׳] וההיפך בהיפך. און דאס איז להדיא נישט פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט.

***

די שיר איז לענ״ד עמוק עמוק. איך גלייב ער ברענגט זייער פאעטיש ארויס דאס אז ג-ט׳ס גוטסקייט דארף צו פארשפרייט און אנערקענט ווערן דורך דאס מענטש, וואס דייקא ער איז א שורש פון רע ווי אויך איז ער דער וואס קען אנערקענען אט די פאראדאקס. ווי אויך ברענגט ער ארויס אין א מעטא אופן אז רעליגיע אליינס איז דאס וואס קען צוברענגן שלעכטס, וואס גיבט צו צו די פאראדאקס מיט וואס רעליגיע טוהט זיך מוטשענען מיט. ער באנוצט זיך א משהו מיט א סטייל וואס ענדעלט און דערמאנט אביסל פון ליטוּרדזשי און טשענטס, וואס דערמאנט איבער דאווענען און רעדן בין אדם לקונו.
די איינציגסטע וועג ארויס פון די פראבלעם איז צו ״הרג׳ענען״ דעם ניצוץ פון לעבן און גלויבונג, וואס דאס קען זיין נאך ערגער/״טונקלער״.

מי אני » מיטוואך יולי 22, 2020 10:52 am

· #454910
הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
מי אני

‏3). רע הבא מן האדם לעצמו, צו ווייל ער שאדט דורך זיינע מעשים (לכאורה ביודעים ובלא יודעים) צום גוף אדער/און צו זיין פסייקי/נפש. די דריטע מין איז די מערסטע סארט רע וואס איז דא, און איז די מערסטע ביד האדם עצמו צו זיך אפהיטן/טוישן/פארעכטען.


*

בנוגע (אן ענליכקייט) צו הקטן׳ס טענה אז בעצם איז שלעכטס אן אילוזיע, טענה׳ט דער אויבן-דערמאנטער דר. דזשאן העלדעין אז דאס פארענטפערט נישט די פראבלעם: עס וועט אויסקומען אז אונז זענען מיר איגנארענט פון די אמת (לגבי שלעכטס), אונז זענען מיר אין אן אילוזיע (לגבי דעם), וואס דאס אליין איז אליין א שלעכטס.
מ׳קען אפשר זעהן להבדיל אביסל פאראלעלן צווישן דעם בפרט און די ערשטע דריי פון בודהא סעדארטא גאטמא׳ס פיר נאבעלע וואָרהייטן (לויט טייל מפרשים). דהיינו:

1). אז די ״דיִפאָלט״ סעטינג פונעם מענטש אליין איז צו זיין אומצופרידן; צער איז דעם מענטש׳נס דיִפאָלט פסיכאלאגיע מעיקרא (וידועים דבריו של פרויד אז ״פסיכאטעראפי ברענגט ארויס דעם מענטש פון געוואלדיגע מעלאנכאלי צו פשוט׳ע אלגעמיינע אומצופרידענהייט״)

2). דעם מענטש׳נס צער קומט אפיר מחמת זיין סעלף׳ס דראנג פאר זאכן. דאס איז אדער ווייל מ׳״קלעבט״ זיך צו צו א זאך גלייבענדיג אז ״דאס״ איז וואס וועט ברענגן צופרידענהייט, אדער ווייל מ׳״איבער״פאקוסירט אויף א מעורה ווייל מ׳האט עקספּעקטעד מער צו וואס, אדער אן אומוויסענדהייט פון וואס א ״גוטע״ זאך איז אדער א ״שלעכטע״ זאך איז [אינעם קאנטעקסט וכו׳].

3). זיך ארויסצוזעהן פון צער און צו עלימינרען דאס דראנג איז דארף מען איינזעהן און דערגרייכן דאס ביטול היש והזעלבסט און זיך זעהן מער ווי א חלק פון דעם אוניווערס עז עי האָל.

(נומער 4). איז די וועג ווי אזוי צוצוקומען צו דעם ביטול היש, וואס איז אליין צאמגעשטעלט פון אכט וועגן; די באקאנטע נירוואנא.)

הקטן » מיטוואך יולי 22, 2020 12:22 pm

· #454914
מי אני

... אז די ״דיִפאָלט״ סעטינג פונעם מענטש אליין איז צו זיין אומצופרידן

קלאר אזוי?!? דאס איז די ״דיִפאָלט״?!?

אפשר האסטו אויפגעפיקט דיין דערביטערקייט פין דיין סביבה?
אפשר האסטו דאס באקימען מיט דיין מאמעס מילך?
גאגעל innate health

געהערט האב איך ווען איך בין געווען א קליין קינד האב איך אסך מער געלאכט און געווען מער ציפרידען
והמה בקשו חשבנות רבים..

מי אני » דאנערשטאג יולי 23, 2020 10:57 am

· #454979
אפשר קען מען צושטעלן דערצו די געדאנק פון די מאמר שמטין משמו של ר׳ ישראל סאלאנטער זצ״ל. דהיינו לענינינו, אז א קינד איז אויך אומצופרידן/בצער וכו׳ אויף זיין מדריגה, נאר איז אויך פרייליכער אויף זיין מדריגה (מכח חסרון הכרה וכו׳, וואס דאס ברענגט אים דאך זיין צער אויך אויף שטותים לפי ערכינו). אפשר.

***
מי אני
די שיר איז לענ״ד עמוק עמוק. איך גלייב ער ברענגט זייער פאעטיש ארויס דאס אז ג-ט׳ס גוטסקייט דארף צו פארשפרייט און אנערקענט ווערן דורך דאס מענטש, וואס דייקא ער איז א שורש פון רע ווי אויך איז ער דער וואס קען אנערקענען אט די פאראדאקס. ווי אויך ברענגט ער ארויס אין א מעטא אופן אז רעליגיע אליינס איז דאס וואס קען צוברענגן שלעכטס, וואס גיבט צו צו די פאראדאקס מיט וואס רעליגיע טוהט זיך מוטשענען מיט. ער באנוצט זיך א משהו מיט א סטייל וואס ענדעלט און דערמאנט אביסל פון ליטוּרדזשי און טשענטס, וואס דערמאנט איבער דאווענען און רעדן בין אדם לקונו.
די איינציגסטע וועג ארויס פון די פראבלעם איז צו ״הרג׳ענען״ דעם ניצוץ פון לעבן און גלויבונג, וואס דאס קען זיין נאך ערגער/״טונקלער״.

📎 F209A542-A5A5-4526-9D0B-2AB403413624.jpeg
דר. סוסען ניימאן בנוגע ספר איוב.

***

אביסל ענליך צו בענאטאר׳ס געדאנק פון די אסימעטרי פון תענוג, האט אפלטון געהאט געפרעגט בשם סקראט, אין זיין גארגיאס, אז דאס וואס מ׳האט תענוג איז צו ערגענצן א צער וואס מ׳האט געהאט פון פאר דעם בהעדרו, למשל דאס תענוג פון טרינקען וואסער אויף צו שטילן דאס צער פונעם דורשט. וכן לכל דראנג ודראנג. איז אויב אזוי די מערסטע וואס תענוג קען טוהן איז אויף צו ברענגען א באלאנס, אבער עס וועט אלס בלייבן א נעט פון 0 ווייל דערנאך בויט זיך ווידער אויף די צער וחוזר חלילה. טא, ווי אזוי קען דאס, עפ״י דוגלי העדאניזם, זיין תכלית הטוב?

אויף דעם האט אפיקורוס געענטפערט מכח זיין חילוק במיני תענוג, דערמאנט דא. דהיינו, אזא סארט תענוג וואס מ׳דארף ממש טוהן א מעשה וכדומה, קינעטישע תענוג, דאס איז אויף צו ערגענצן דעם צער און דראנג און דאס ברענגט טאקע א השוואה און נעט פון 0. דערנאך אבער איז דא סטאטישע/קאטעסטעמאטישע תענוג, וואס דאס איז לאחר מזה וואס די עצם תענוג איז אוועקגעגאנגען אבער די צער איז ווייט נישט בתוקפו (הגם ער בויט זיך צוביסלעך צוריק אויף), וואס דאס אליין איז (א בעסערע) תענוג און פראפארציאנאל מער ווי די צער וואס הייבט זיך ווידער אן. דאס הייסט ווען מ׳פיהלט אז מ׳דארף נישט קיין זאך/תענוג. און צו דעם דארף א מענטש סתם אזוי שטרעבן אויף צו אנקומען; די סארט [ריכטיגע] תענוג. (סיסערא האט זיך געדינגען אויף זיין חילוק אין דעם.)

מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2020 11:48 am

· #459444
ס׳איז אינטרעסאנט צוצומערקן אז דער ענגלישער פילאזאף און טעאלאג דזשאן ווייקליף האט געהאלטן אז ס׳דא אן אסימעטרי בבחירת האדם בין טוב לרע בכלל (בתוך דעם קריסטליכן דאקטרין פון פּרידעסטינעישאן). דהיינו, אז צו שלעכטס קען דער מענטש אליין צוקומען אבער צו גוטס מוז ער האבן סיוע פון הקב״ה; להבדיל, אלמלא הקב״ה עוזרו אין יכול לו (קידושין ל:).

***

דער מיטל-אלטער פילאזאף ראַמאָן לוּל האט געוואלט אויפווייזן פון דאס אז עס איז דא שלעכטס בעולם קעגן קדמות (בתוך זיין אייגענע פרעימווארק פון לאגיק; זיין אַרטס). ער האט גע׳טענה׳ט אז עפעס וואס איז בלי תכלית איז דאס מקסימאלסטענע גרויס באיכות [greatness] וואס דאס איז דאס מקסימאלסטענע גוטס, וואס אין דעם קען זיך קיין שלעכטס נישט געפונען. און אז עס איז למעשה יא דא שלעכטס איז דאס א ראיה קעגן קדמות העולם ואי תכליתו (מקודם).

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 11:51 am

· #463997
לגבי די אנטינעטעליזם טענה פון בּענאטאר אין זיין אסימעטרי אז דאס העדר פון צער איז א תענוג/טוב (ווי איידער דאס פארקערטע ווי די העדר התענוג איז ל״ד צער/רע), האט דער סירענעיק פילאזאף אניסעריס געהאט גע׳טענה׳ט אז דאס העדר פון צער קען נישט זיין א תענוג/טוב ווייל דעמאלטס וואלט דאך דאס טויט געדארפט זיין א תענוג. ואולי בזה הוא הרמז (ב״ר ט ה) דבתורתו של ר״מ מצאו כתוב והנה טוב מאד והנה טוב מות.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 2:37 pm

· #464003
למעשה טוט שטארבן וויי, ווען מ'קען ווען מאכן אז שטארבן זאל נישט זיין קיין ווייטאגליכע עקספיריענס (פארן שטארבער אליינס און פאר די ארומיגע) וואלט עס טאקע געווען א גוטע זאך, דערפאר איז דאקטער בענעטאר אויך א promortalist (פרא-שטארבן).

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2020 8:51 pm

· #464011
ער אליין, בעיקר צום סוף פון זיין בוך (pp. 211-221), טענה׳ט פשוט אז די געדאנק פון אנטי-נאטאליזם איז נישט מכריח פּרא-מארטעליזם. ער נעמט להדיא נישט אן אפיקורוס׳נס מהלך אז דאס טויט, אפילו פּער סע, איז ל״ד א שלעכטע זאך. זיין שיטה איז אז צומאל איז דאס גוט און צומאל שלעכט. דאס איז אויך מיוסד אויף א חילוק וואס ער מאכט אז דאס אפשאצן ״שלעכט״ פאר׳ן געבוירן מעיקרא איז א קלענערע טרעשהאָלד ווי דאס אפשאצן ״שלעכט״ ווען מ׳לעבט שוין יא. ער ענדיגט צו (מער בדרך אגב) אז דאס טויט איז אויך פיינפול פאר אים אין זיינע ארומיגע.

אנדערע (צב״ש דר. רעיף מקרעגאר און דר. עמאַ סאָליווען-בּיסעט) טענה׳ן קעגן אים אז זיינע טענות פאר אנטי-נאטאליזם זענען יא מכריח פּרא-מארטעליזם פּער סע.

נ.ב. ס׳איז אינטרעסאנט ווי אזוי דר. בּענאטאר הייבט אן זיין בוך מיט אט די דעדיקעישאן 😃 :
📎 B1B84104-7C4C-40B1-AD0D-48D0FDAD5520.jpeg
*
ומענין לענין באותו ענין: 📎 27738688-3016-4390-A048-948744B173FF.jpeg

מי אני » פרייטאג יאנואר 1, 2021 12:58 pm

· #465008
כידוע איז די טעאדיסי פון לייבניץ געווען אז דאס איז למעשה די בעסטע מעגליכע וועלט פון אלע וועלטן שייך בוחר צו זיין צו באשאפען. אויף דעם האט דער אמעריקאנער שרייבער דזשעימס ברענטש קעבעל געזאגט א (ביטערע?) וויץ:
דער אַפּטימיסט זאגט אז מיר לעבן אין די בעסטע פון אלע מעגליכע וועלטן און דער פּעסימיסט האט מורא אז דאס איז אמת.

עגלה ערופה » מוצ"ש יאנואר 2, 2021 7:43 pm

· #465019
מי אני
דער אַפּטימיסט זאגט אז מיר לעבן אין די בעסטע פון אלע מעגליכע וועלטן און דער פּעסימיסט האט מורא אז דאס איז אמת.

ס'האט מיר גענומען א רגע צו כאפן די וויץ, אבער איך מוז מודה זיין, אויב איז דאס די בעסטע מעגליכע וועלט איז עס א לאסט קעיס...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 5, 2021 3:22 pm

· #466452
אין באצוג צום שמועס/טענה׳ריי אנפאנג אשכול:

📎 אפיקורוס.jpg

אבער דער אמת איז ווי @הדסים האט שוין אויבן געזאגט אז א פאראדאקס איז געווענליך נאר א פאראדאקס אויב מ׳האט עס נישט עכט ארויס, די געדאנק פון ״גאט האט דיך ליעב״ מיינט טאקע נישט צו זאגן אז ער וויל דו זאלסט זיין אין א גוטע גוסטע, ס׳איז סתם א לופטיגע פראזע וואס דארף צו מאכן פילן גוט און גארנישט מער.

מי אני » מאנטאג מערץ 8, 2021 3:09 pm

· #468215
📎 454B5FD2-E2A4-4CEC-83DE-0BF5342961F2.jpeg ישעיה בּערלין לגבי ניקאלאס מאלעבּראנך׳ס מהלך (וואס בּערלין האט אנגענומען בנוגע זיין אייגענע מהלך פון פּלורעליזם) אז דאס מושג פון ״גוט״ מיט דאס מושג פון ״פשטות״ גייען נישט צוזאם.

מי אני » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 8:20 am

· #479449
לגבי אנטינעטעליזם:
The multiplication of our kind borders on the obscene; the duty to love them, on the preposterous

Emil Cioran

עוקר הרים » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 8:45 am

· #479450
Re: הודיעני נא את דרכיך - די לעבנסלאנגע פלאג פונעם מענטש
איז אויב ס'איז נישט דא א זאך וואס איז בעצם שלעכט ווייל שלעכטס איז נאר רעליטיוו.... איז לכאורה אויך נישט דא אזא זאך ווי גוטס ווייל ס'איז דאך נאר רעליטיוו.. איז וואס איז פשט פון דאנקען און האבען הכרת הטוב פאר גאט אויף גוטס?..

מי אני » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 9:00 am

· #479452
אפילו אויב נעמט מען אָן אז עס איז ״טוב״ נאר מכח דאס׳ן זיין רעלאטיוו, קען מען זאגן דערויף אזוי ווי מ׳האט געזאגט דא אז די סיבה פאר דאס דאנקען דערויף איז פשוט אן עטישע מצד המקבל: אז האסט באקומען עפעס וואס איז א טוב פאר דיר (טאקע אלס׳ן זיין רעלאטיוו) איז עטיש מכיר טובה צו זיין דערפאר (דאס איז בפרט טאמער וויל מען זאגן אז דער נותן׳ס אינטענט איז געווען להטיב).

מי אני » מיטוואך אקטאבער 27, 2021 3:42 pm

· #483998
אז מ׳האט דערמאנט קוויין בנוגע פּאראדאקסן.
📎 4E0EF5C3-B6D0-4BEE-913E-01F47FA1FC66.jpeg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7