☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

92 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4670
בלאט: 1 2

איינגעמיירעט » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 11:46 pm

· #148150
איך פלעג אמאל ווערען אויפגערעגט זעענדיג ווי אפאר גוטע טרענסילעירירס ברענגען אראפ מאמרים פון פראפעסארען וואס האבען ווייניג געלערענט ראשונים און אחרונים, געכאפט אפאר ווערטער פון א ראשון אויפגעבויט א בנין של חלומות,און ברענגען עס אהער צו אונזער אומגעלערענטע ציבור,כאילו די דור הפילוסופים זענען צוריק אויפגעשטאנען,און ווי איינער דרוקט זיך אויס דא אז די מורה איז געשריבען געווארען פאר דיע חכמים דא.
זעענדיג אבער דאס פאנטאזיע פון די טרענסילעירירס כאילו פון אפאר סירטשעס אויפען אינטרנט איז שוין געבליבען נאר א קליינע צאל יודישקייט פארשטייערס ומימות המו״נ וא״ע עד ימי ק״ש איז יודישקייט און אלע אנדערע ראשונים ואחרונים און וכדברי אחד מהטרעינסילעירעירס באשכול זה האבען אפי׳ נישט געוואוסט וואס זיי רעדן, רק אך די רמב״ם און מורה,
נו אויב אזוי העל איך מיך בארואיגען
ואגב האט יודעל נישט אנגעוויזען ווי און מורה שטייט אז תורה מן השמים איז נאר אמונה הכריחיות דאס איז ס״ה אן אלטע פיליזאפישע פאנטאזיע

טאמבל סאס » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2013 11:56 pm

· #148153
דו ווייסט וואס דיין פראבלעם איז איינגעמיירעט? איך האב נאך קיינמאל עכט נישט זיך געשריבן דירעקט מיט דיר, און איך פלאן אי"ה ווייטער נישט. אבער נאכ'ן כאפן א שנעלע בליק אויף דיינע תגובות, זעה איך אז ביסט כסדר פארנומען אראפצורייסן, אבער קיינמאל זאגסטו נישט עפעס לומדיש. מ'הערט נישט פון דיר עפעס וואס זאל אנדייטן אז דא רעדט מען פילייכט פון א קענער פאר וועמען מ'דארף דרך ארץ האבן.
איך מאך דיר נישט אוועק חלילה. מ'דארף פאר יעדעם דרך ארץ האבן. אבער פארוואס טאקע? אויב ביסטו יא אזוי באהאוונט און דו ווייסט אז מיר שרייבן א באנטש מיט שטותים, נו ילמדנו רבינו, לאמיר זען. נישט סתם האק אין די וועלט אריין! הייב אן געבן מראה מקומות, שיטות, אפווענדענישן, און מ'וועט זען צו פרובירן מברר זיין עומקה של דבר, און מלבן זיין דאס ענין לפי אמיתו של תורה.
סתם האקן און פארפירן איז קינדיש. דאס אלץ.
(דו זעסט, איך קען נישט די זאכן, דערפאר שטיי איך אין זייט און לאז די עלטערע אריינרעדן. קום לאמיר גיין שפיהלן צוזאמען מיט די זאמד)

איינגעמיירעט » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 2:49 am

· #148186
טאמבל סאס
דו ווייסט וואס דיין פראבלעם איז איינגעמיירעט? איך האב נאך קיינמאל עכט נישט זיך געשריבן דירעקט מיט דיר, און איך פלאן אי"ה ווייטער נישט. אבער נאכ'ן כאפן א שנעלע בליק אויף דיינע תגובות, זעה איך אז ביסט כסדר פארנומען אראפצורייסן, אבער קיינמאל זאגסטו נישט עפעס לומדיש. מ'הערט נישט פון דיר עפעס וואס זאל אנדייטן אז דא רעדט מען פילייכט פון א קענער פאר וועמען מ'דארף דרך ארץ האבן.
איך מאך דיר נישט אוועק חלילה. מ'דארף פאר יעדעם דרך ארץ האבן. אבער פארוואס טאקע? אויב ביסטו יא אזוי באהאוונט און דו ווייסט אז מיר שרייבן א באנטש מיט שטותים, נו ילמדנו רבינו, לאמיר זען. נישט סתם האק אין די וועלט אריין! הייב אן געבן מראה מקומות, שיטות, אפווענדענישן, און מ'וועט זען צו פרובירן מברר זיין עומקה של דבר, און מלבן זיין דאס ענין לפי אמיתו של תורה.
סתם האקן און פארפירן איז קינדיש. דאס אלץ.
(דו זעסט, איך קען נישט די זאכן, דערפאר שטיי איך אין זייט און לאז די עלטערע אריינרעדן. קום לאמיר גיין שפיהלן צוזאמען מיט די זאמד)

ווען איך זאל האבען זייער צייט
איך האב א שטוב א ווייב מיט קינדער איך דארף זיי אויפברענגען,איך דארף זיי סאפפארטען מיט עסן קליידונג, און נאכמער דארף איך זיי סאפפארטען emotional ,קיין איינער קען נישט ריפלעיסין מיין דאזיגע steady and full time job,זיך צו נעמען דא שרייבען פאר שעות און מברר ומלבן זיין דיע סוגיות וועט אוועק נעמען מיין קאפ פון מיין לעבן.
איי פארוואס שרייב איך און קוק איך בכלל דא,אויב די שרייבערס דא פארען מיט אן אנדערע רוח ווי מיר ?
א גוטע קשיא,איי געיס ווייל סבעסער ווי חברה וואס ווייסען גארנישט נישט די מורה און נישט חז״ל,דא קען מען כאטש אפאר ראשונים.
אבער למעשה איז א שאד דאס איינזייטיקייט פון די שרייבערס,סוואלט וועין יא געדארפט זיין איינער וואס טראגט נישט מיין יאך, און האט מער צייט צו ארויס ברענגען דאס אנדערע זייט מטבע.

שליח » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 10:03 am

· #148209
ר' @איינגעמיירעט, אויף וויפיל כ'זעה איז די צווייטע זייט מטבע זייער גוט ארויסגעברענגט, אפשר קלערט איר אויף בקיצור נמרץ וואס איר מיינט?

קודם כל, כתבתי למעלה אז די געדאנק פון אמונה הכרחית קען מען נאר נוצן ווען ס'איז אוממעגליך אנדערש ואין דרך לנטות ימין ושמאל, אויב נוצט מען דאס אלעמאל וואו נאר מעגליך מיינט דאס דאך אין אנדערע ווערטער אז מ'קען נישט גלייבן דעם רמב"ם אויפן ווארט, ער האט לאו דוקא געהאלטן וואס ער האט געשריבן, אויב אזוי איז שוין מער ניחא צו זאגן אזוי אויפן מורה הנבוכים, אז ס'איז נאר אפאלאגעטיש פאר די נבוכים, והאמת כמ"ש בשאר מקומות, וביותר ביי אזעלכע זאכן וואס לכל הראשונים הייסט דאס כפירה. שנית, פארשטייט זיך אז מ'שמועסט דא להרמב"ם ודעימי', בוודאי האלטן אנדערע ראשונים (מעגליך רוב) אז וואס ס'שטייט אין תורה וחז"ל איז אמת הגמור, הגם נישט אלעמאל כפשוטו.

יעצט לאמיר איבערגיין. מ'האט דא אויסגעשמועסט דריי ענינים וואס מ'קען זאגן אז זיי זענען בלויז אמונות הכרחיות:
[list]א. זעם ה' שטייט אין מורה אז ס'איז אמונה הכרחית. שכר ועונש האבן יידל, דעת תורה ואני הקטן געשריבן אז דער רמב"ם איז מודה איז ס'איז גענצליך אמת. איז די אנדערע זייט געדעקט?
ב. תורה מן השמים, קיינער האט חלילה נישט געשריבן אז ס'איז בלויז הכרחית (ווי איר האט ווייזט אויס פארשטאנען), די שאלה איז נאר איבער דעם וואס דער רמב"ם שרייבט אז ס'איז נישטא קיין שום שינוי אפילו אות אחת, וואס שטימט נישט בדברי חז"ל והמציאות. יידל האט דא נאכגעברענגט פון שפירא אז דאס איז הכרחית, אנא עניא האב געשריבן אין פרשנות המקרא אשכול אז דער רמב"ם מיינט ביחס צו וויפיל שינויים ס'דארפן ווען זיין ווען מ'וואלט געפאטשקעט. וועלכע מהלך איז בעסער? כ'ווייס נישט. אדרבה, וואס איז דא די אנדערע זייט?
ג. אז תשרי איז נישטא קיין שינוי למעלה בענין הדין שטייט לכאורה ארויס בדברי האבן עזרא. מסתמא קען מען טרעפן אין ראשונים אנדערש, אך לא על זה אנו דנים כנ"ל.[/list:u]

אויך האב האט איר נישט קיין צייט לברר וללבן, קענט איר כאטש שרייבן די נקודות וואס באדערן אייך.

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:18 pm

· #148974
גאנצל
די עצם זאך אמונה איז אמיתית אדער הכרחיות ? לכוארה הכרחיות


לבאר דברי למשל א זאך וואס איז אין די קאטעגאריע פון אמונה אמיתית און איך גלייב נישט דערין (ליין:איך גלייב אבער נאר ווייל איך מוז)

איך פארשטיי אז ס'ווערט נישט א אמונה הכרחיות אבער איך מוז גלייבן אין דעם פאר א ענליכע סיבה וואס איך מוז גלייבן אמונה הכרחיות

ודי בזה ווער ס'פארשטייט פארשטייט

הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:38 pm

· #151552
לעיקוואד
הוגה

בנוגע די רמב"ם'ס שיטה איבער קרבנות, איז טאקע וויכטיג צו צו צייכענען אז לפי זייער אסאך וועט מען ביים דריטע ביהמ"ק טאקע מער נישט אומברענגן בעלי חיים פארן באשעפער'ס וועגן, כידוע.


ווער זענען די אסאך, אחוץ הרב קוק אין 'חזון הצמחונות והשלום'?


@לעיקוואד, איך האב נישט פארגעסן פון דיין בקשה. מצאתיה בספר אור יצחק, מרבי יצחק מראדוויל בן המגיד מזלאטשוב, הוא היה תלמיד המגיד וגם נסע להבעש"ט כמה פעמים עם אביו.

ער דערמאנט דעם ענין כמה פעמים. איין מאל איז עס ביי די דא"ח לפסח, איך וועל ציטירן זיין לשון. "... המקדש והקרבנות הם נעשו אחר חטא העגל מצד שחזר היצר הרע, אבל קודם מסתמא אלו הקרבנות היו ברוחניות... ולכן לעתיד שהיצר הרע יהיה בטל, גם כן אין להבין ענין הקרבנות שיהיו נצרכים להקריב... וכל אמרות הקרבנות הזה שאומרים, הם בעצמם יהיו לקרבן... וכמו שאמירתנו היא במקום קרבן, כך לעתיד יהיה מן אלו המוספין שאנחנו אומרים יהיו להקריב קרבן מוסף שבת וכל החגים. ע"כ.

ער איז מסביר דארט אז ס' נישט קיין סתירה מיט מה שכתוב בתורה איבער קרבנות, ווייל קודם החטא און אזוי אויך לעתיד לבוא כשתעביר ממשלת זדון מן הארץ זענען דא אנדערע צירופי אותיות צו פארשטיין די תורה. עיי"ש באריכות, ועיין בליקוטים למוסף לשבת ווי ער איז אויך מאריך דארט.

גוט גענוג?



.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:55 pm

· #151576
נזכרתי שגם בפירוש פרקי אבות להאר"י (בשער מאמרי רז"ל כמדומה) איתא שצורך המצוות בגשמיות הוא רק אחרי שבירת הלוחות שנתגשמה התורה, א"כ יש ליסוד זה בית אב גדול, אך צריך לעיין עוד ברוחב ובעומק בענין זה אי"ה.

לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 6:39 pm

· #151622
חז''ל מהרח''ו (שער מאמרי רז''ל. פרקי אבות פרק ו' על משנת ר' מאיר אומר כל העוסק בתורה לשמה וכו'
אבל אמיתות הענין דע כי כמו שבריאת אדם הראשון קודם שחטא היה גופו זך וגבוה יותר ממה שהיה אחר שחטא - כן גוף התורה שאז הושם בגן עדן לעבדה ולשמרה, לקיים מצותיה, ר"ל פשט מצותיה - היה באופן אחר יותר רוחני. ולכן כל מה שאדם טורח ועושה פשט המצות אשר לנו בעולם הזה הוא לכשיוכל ליכנס לגן עדן הארץ עם הלבוש הזה ושם יטרח לעבוד ולשמור על דרך שהיתה כוונתו יתברך בבריאת אדם הראשון אם זכה.

ועם זה נתרץ מה שהקשינו בתחילה. כי כשישראל עמדו על הר סיני, פסקה זוהמתן וחזרו להיות כאדם הראשון קודם שחטא. אם כן, איך היה נותן להם השם יתברך התורה שכתוב בה "אדם כי ימות באהל" אם כבר פסקה זוהמת הנחש? אבל האמת שאז נתן השם יתברך התורה על דרך ששם אדם הראשון בגן עדן לעבדה ולשמרה, והיה גוף ופשט התורה יותר רוחני ודאי. ואלו היו לוחות ראשונות אשר היו מעשיו יתברך להיות גם הגוף רוחני; ולא כמו השניות שאמר השם יתברך למשה "פסל לך". שפסול האבנים כתקנם היה על ידי משה וכתיבת התורה היה על ידי השם יתברך להורות שהגוף היה גשמי. אבל מתחלה גם הגוף ופשט התורה היה רוחני יותר, כפי המדרגה שהשיגו בהר סיני.    ובעונותינו הרבים עשו העגל וחטאו כאדם הראשון. נשתברו לוחות ראשונות שלא היו ראויים לאותו הפשט. ולכן צוה השם יתברך למשה "פסל לך", והוגשם הפשט. וזהו ד' שנכנסו לפרסד שהיו מתלבשים נשמתם בלבוש אחר רוחני כדי להשיג ולעסוק בתורה על דרך לוחות ראשונות ועל דרך לאדם הראשון כשהושם בגן עדן.

שליח » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:21 am

· #151696
ייש"כ ר' הוגה פארן שיינעם מקור. וע' פנים לתורה, אין תורת שמואל (ספר המאמרים תרל"ג מאמר ד"ה אדם כי יקריב) איז מבואר באריכות אז עיקר מעלת הקרבנות (בבהמות גשמיים, עיי"ש) וועט זיין לעת"ל. ובמדרש (ויק"ר פ"ב) בכל מקום שנאמר לי אינו זז לעולם לא בעוה"ז ולא לעוה"ב וכו' בקרבנות תשמרו להקריב לי, אך שם (פ"ט) ר"פ ור"ל ור"י בשם ר' מנחם דגליא לעת"ל כל הקרבנות בטלים וקרבן תודה אינו בטל, ועיי"ש במפרשים, ועוד יש הרבה להאריך בזה.

דער שמועס דרייט זיך דא אריין בענין מצוות בטלות לעת"ל, תורה חדשה מאתי תצא, אין מקרא יוצא מידי פשוטו, צורך המצוות בגשמיות או קיומם ברוחניות (כמו שקיימו האבות), וואס וואלט געווען בלי חטא אדה"ר או שבירת הלוחות, נגלות התורה כקליפת הפרי, וכו' וכו'. אצטרף לדברי הרב לעיקוואד אז ס'איז א סוגיא רחבה ועמוקה, מ'קען אויף יעדן פרט ברענגן המון ראיות לכאן ולכאן און נישט ענדיגן. כ'שלאג פאר צו גרינדן א באזונדער אשכול לזה.

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:38 pm

· #256168
אין א דערנעבנדע אשכול טוט זיך א העפטיגע דיסקוסיע איבער מוכיח זיין תורה ויהדות. צווישן אנדערע באנוצען זיך @ווארט זאגער און @געוואלדיג מיט צוויי טענות וואס על פיהם זענען מכריח די מעמד הר סיני כמו שכתוב בתורה בלי שום שינוי כלל וכלל. איין טענה איז באזירט אויף די חזקה שאין אדם מוריש שקר לבניו און די צווייטע איז באזירט אויף די סברא אז מ'קען נישט פאבריצירן אדער אפילו צופיצן אזעלכע elaborate אמונות און איינרעדן מיליאנער מענטשן צו גלייבן דערין. מוז זיין אז אלעס איז אמת.

איך ברענג ארויף דער אשכול צו צייגן וויאזוי ירושת שקר (לצורך פארשטייצעך) זעהט אויס. וויאזוי מאכט מען מיליאנער מענטשן גלייבן עפעס ווען עס איז דא א צורך.

ליינט אדורך דער אשכול. הפוך בה והפוך בה.


.

ווארט זאגער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 9:09 pm

· #256173
הוגה
אין א דערנעבנדע אשכול טוט זיך א העפטיגע דיסקוסיע איבער מוכיח זיין תורה ויהדות. צווישן אנדערע באנוצען זיך @ווארט זאגער און @געוואלדיג מיט צוויי טענות וואס על פיהם זענען מכריח די מעמד הר סיני כמו שכתוב בתורה בלי שום שינוי כלל וכלל. איין טענה איז באזירט אויף די חזקה שאין אדם מוריש שקר לבניו און די צווייטע איז באזירט אויף די סברא אז מ'קען נישט פאבריצירן אדער אפילו צופיצן אזעלכע elaborate אמונות און איינרעדן מיליאנער מענטשן צו גלייבן דערין. מוז זיין אז אלעס איז אמת.

איך ברענג ארויף דער אשכול צו צייגן וויאזוי ירושת שקר (לצורך פארשטייצעך) זעהט אויס. וויאזוי מאכט מען מיליאנער מענטשן גלייבן עפעס ווען עס איז דא א צורך.

ליינט אדורך דער אשכול. הפוך בה והפוך בה.


.

יישר כח פארן ארויפברענגען דעם אשכול. כהאב עס נאך נישט געהעריג דורכגעטוען אבער ס'זעהט מיר אויס אז ס'האט נישט קיין שייכות ווייל מ'רעדט דא פון פרטים נישט פון קיין מעמד הר סיני וואס יעדער האט געזעהן ליי"וו

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 9:17 pm

· #256174
קודם כל, מ'רעדט דא פונעם עיקר שכל התורה המצויה עתה בידינו וכו'. צווייטענס, כ'האב ארויפגעשלעפט דעם אשכול צו צייגן וויאזוי מ'קען מוריש זיין שקר און אז די רמב"ם האט געהאלטן אז מ'קען איינרעדן מיליאנער מענטשן צו גלייבן. כאטש אפילו דאס איז א דבר פשוט וואס דארף נישט קיין ראיות, כמו שביארתי באשכול השני.


.

ווארט זאגער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:28 pm

· #256188
בנוגע אמונות הכרחיות איז שטותים צו זאגען אז מ'רעדט איין דעם עולם שטותים. דאס וואס דער רמב"ם זאגט איז זייער פשוט. קודם כל די ריכטיגע אפטייטש פון אמונות אין היינטיגען לש"ק איז דיעות אזוי ווי ר"י קפח טייטשט אין זיין תרגום (אין רמב"ם טייטשט זיך דיעות דאס וואס אונז רופן אן מידות). דער רמב"ם זאגט אז ס'דא זאכן וואס מיר נעמען אן אלס אמת מצד עצמם אזוי ווי יחוד ה'. און ס'דא זאכן וואס מיר נוצן עס אלס משל ווייל די הנהגה איז אזוי אבער בעצם מוז מען זאגען אז ס'איז נישט אזוי ווי שכר ועונש מ'נוצט די משל אז דער אייבערשטער ווערט אויפגערעגט וחרה אף ה' צו מסביר זיין אז מ'גייט באקומען א עונש ווייל מ'האט דערצערנט דעם אייבערשטן, אבער מאידך גיסא מצד דעם אייבערשטן קען מען דאך נישט זאגן אז באמת ווערט ער אין כעס נוצט מען א משל בהכרח. כמבואר דעתו בהלכות יסוה"ת פ"א הי"ב.
(באמת די סוגיא גייט אריין אין די כלל פון ידיעה און בחירה יח"ע ויח"ת, וואס חסידות געט זיך א עצה מיט דעם דורך דעם וואס זיי זענען מגלה אז ס'דא 2 הנהגות ואפילו באצילות יש אורות וכלים כמבואר בדרמ"צ מצוות האמנת אלוקות.- און באמת מחמת האמונות ההכרחיות הי' דעת אריסטו לכפור בחידוש העולם כיון שלא הבין זאת כיון שאליבא דאמת אינו אלא לפי דעת בשר ודם צריכין לומר שישנו ענין זה).

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:32 pm

· #256190
און ס'דא וואס קריג זיך אויפן רמב''ם און האלטן אז שכר ועונש איז יא פשוטו כמשמעו.

ווארט זאגער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:34 pm

· #256191
הוגה
קודם כל, מ'רעדט דא פונעם עיקר שכל התורה המצויה עתה בידינו וכו'. צווייטענס, כ'האב ארויפגעשלעפט דעם אשכול צו צייגן וויאזוי מ'קען מוריש זיין שקר און אז די רמב"ם האט געהאלטן אז מ'קען איינרעדן מיליאנער מענטשן צו גלייבן. כאטש אפילו דאס איז א דבר פשוט וואס דארף נישט קיין ראיות, כמו שביארתי באשכול השני.


.

כ'פארשטיי בכלל נישט וואס פאר א שייכות האט די אשכול צו די שמועס וועגן כוזרי, אפילו די פשט און רמב"ם זאל זיין ווי מ'האט געשריבן דא אין די אשכול (זעה מיין פריערדיגע תגובה) ווייל מ'רעדט דאך נישט דא אויף עצם קבלת התורה מ'רעדט דאך דא פון סוגיות בתורה וואס זענען יא נכלל אין אמונה און וואס נישט און דער רמב"ם אלס פוסק שרייבט א הלכה און דער עולם נעמט אן וואס ער זאגט זיי זאגן נישט קיין עדות אויף דעם זיי זאגן סך הכל נאך א שטיקל רמב"ם.

ווארט זאגער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:38 pm

· #256192
מאטי
און ס'דא וואס קריג זיך אויפן רמב''ם און האלטן אז שכר ועונש איז יא פשוטו כמשמעו.

דער רמב"ם האלט אויך אז ס'איז פשוטו כמשמעו די שאלה איז נאר אויפן לשון וחרה אף ה' און דאס גלייכן וואס רעדן אויפן מצב רוח פונם אייבערשטן דאס האלט דער רמב"ם אז ס'נישט כפשוטו.

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:41 pm

· #256193
דער רמב"ם האלט דייקא "נישט" אז שכר ועונש איז כפשוטו.

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:43 pm

· #256194
ווארט זאגער
מאטי
און ס'דא וואס קריג זיך אויפן רמב''ם און האלטן אז שכר ועונש איז יא פשוטו כמשמעו.

דער רמב"ם האלט אויך אז ס'איז פשוטו כמשמעו די שאלה איז נאר אויפן לשון וחרה אף ה' און דאס גלייכן וואס רעדן אויפן מצב רוח פונם אייבערשטן דאס האלט דער רמב"ם אז ס'נישט כפשוטו.

און אויף דעם קריגן זיך אויך אנדערע און זאגן אז ס'איז פשוטו כמשמעו.

ווארט זאגער » דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:48 pm

· #256195
מאטי
ווארט זאגער
מאטי
און ס'דא וואס קריג זיך אויפן רמב''ם און האלטן אז שכר ועונש איז יא פשוטו כמשמעו.

דער רמב"ם האלט אויך אז ס'איז פשוטו כמשמעו די שאלה איז נאר אויפן לשון וחרה אף ה' און דאס גלייכן וואס רעדן אויפן מצב רוח פונם אייבערשטן דאס האלט דער רמב"ם אז ס'נישט כפשוטו.

און אויף דעם קריגן זיך אויך אנדערע און זאגן אז ס'איז פשוטו כמשמעו.

אינטערסאנט ווער? לכאורה זענען זיי נכלל אין דעם וואס דער רמב"ם שרייבט הלכות תשובה פ"ג ה"ז ועיין שם בראב"ד גדולים וטובים ממנו הלכו בזה המחשבה עיי"ש.
בדרך אגב כ'האב אמאל געהערט נאכזאגען בשם דעם סאטמער רב ז"ל אז די מחלוקת איז צו אויב איינער האט אפיקורסישע געדאנקען בטעות ווייל ער מיינט אז דאס איז דעת תורה צו ער הייסט א מין ודפח"ח

ווארט זאגער » פרייטאג פעברואר 27, 2015 9:53 am

· #256216
מאטי
דער רמב"ם האלט דייקא "נישט" אז שכר ועונש איז כפשוטו.

מקור?

פרייוויליג » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 9:08 pm

· #344479
איך ברענג דאס ארויף פאר ווער עס האט דאס נאכנישט געזען. א תורה שלימה.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 3:34 am

· #416230
נאכדעם וואונדערן זיי זיך נאך פארוואס ס'דא אזויפיל סOTS. נעמטס ענק גוט אריין אין קאפ אריין, כך עונשו של בדאי שאפילו אמר אמת אין שומעין לו, וידוע המעשה עם הרועה שצעק "וואלף וואלף", והוא פשוט לכל בר דעת.

נהורא נפישא » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 10:02 am

· #416233
רביה''ק זי''ע
נאכדעם וואונדערן זיי זיך נאך פארוואס ס'דא אזויפיל OTSס. נעמטס ענק גוט אריין אין קאפ אריין, כך עונשו של בדאי שאפילו אמר אמת אין שומעין לו, וידוע המעשה עם הרועה שצעק "וואלף וואלף", והוא פשוט לכל בר דעת.

אבער די OTD ווייסן דאך אבער נישט פון דעם סוד ?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 10:48 am

· #416236
ערשטנס, היא הנותנת, טאקע ווייל זיי ווייסן נישט פון דעם סוד, איז ווען זיי זעען איין אז אפאר זאכן זענען שטותים לאזן זיי שוין אלעס אפ. צווייטנס, אע"ג דאינהו לא חזו מזלייהו חזו.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:45 am

· #425344
ס'פאלט מיר יעצט ביי, אז דער גאנצער בריאה פון אמונות הכרחיות איז אויך אן אמונה הכרחית. דער רמב"ם האט געוואלט אז די אלע אויפגעקלערטע סנאבס אויבערחכמים וועלכע רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען אלעס זאלן בלייבן פרומע אידן, האט ער גענומען זייער געדאנק פון אמונות הכרחיות וועלכע שטאמט פון אפלטון און האט נישט קיין שום מקור אין אידישקייט, און ער האט עס מספח געווען צו אידישקייט לכבוד זיי, און דאס גוטע געפיל כאילו זיי ווייסן עפעס א מוראדיגע פארבארגענע סוד וועט זיי האלטן ביי אידישקייט.

נאך א זאך וואס דער רמב"ם האט אפשר געוואלט אויפטון: אזויווי ער האט זיך געדינגען מיט די פריערדיגע אין אסאך יסודות אין אידישקייט, און ער האט אריינגעברענגט אסאך פרעמדע מושגים אין אידישקייט,כידוע. איז פון היינט און ווייטער קען מען שוין גארנישט אפפרעגן, אויף יעדע קשיא וועט די תירוץ זיין "אמונות הכרחיות". ודוק כי קצרתי.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 1:50 pm

· #435211
עיין בספר הישר המיוחס לרבינו תם, שער הששי מדה העשירי, ולחיבת האמת הקדוש אעתיק לשונו, וז"ל: "וכמה חכמים בעיניהם חשבו כי עלו למרום החכמה, חושבים כי עלו ועמדו בסוד גדול ויעלימוהו מזולתם, ולא ידעו כי רחקו מן האמונה...", וד"ל.

מי אני » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:18 pm

· #435248
Re: אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות
שליח

דעת תורה
רש"י ווערט דוכט זיך פאררעכנט פון די בעלי הגשמה, כאטש ער שרייבט אויף צענדליגער פלעצער דעם פראז "לשבר את האוזן".


דאס איז מיר א חידוש, ווייסט איינער א פלאץ וואו מ'זעהט הגשמת הבורא אין רש"י? בסה"כ איז ער נישט אזוי נזהר ווי אונקלוס להרחיק ההגשמה, און די אגדתות שרייבט ער פשוט טייטש אהן קיין ביאורים, מסתמא ווייל ער האט עס נישט געהאלטן פאר זיין אויפגאבע.

אויף וויפיל איך ווייס איז דאס נאר געווען אין געוויסע געגנטער א קורצע זמן (אסכולת חסידי אשכנז והמסתעף), אבער רוב כלל ישראל האבן אלעמאל געוואוסט, און גאנץ כלל ישראל האבן רוב צייט געוואוסט, אז עיני ה' איז נישט כפשוטו. אונקלוס למשל איז אלעמאל זייער נזהר להרחיק ההגשמה.
.

אין חקירה דזשורנאל (ווי אויך אויף הרב דר. סליפקין׳ס בלאג; אין די צווייטע לינקט ארטיקל זענען דא די לינקס דערפאר) איז דא א דיון אין דעם באריכות. (רב סליפקין שטארצט טאקע ארויס די חילוק פון אונקלוס און רש״י בנוגע הגשמה.)

פארשטייט זיך אז דאס ציהט אריין אין וואס פונקטליך מיינט ״הגשמה״ [דרגות בתוך המושג: בלא גוף אבער מיט געפילן, נאר צומאל וכו׳]. ווי אויך ציהט דאס אריין אין דעם שמועס פון וואס האבן די ראשוני צרפת אין יענע תקופה געהאלטן (זוקער, אין די צווייטע ארטיקל, דינגט זיך שטארק אויף דעם אז זיי האבן געהאלטן פון הגשמה). עס ווערט אויך ערווענט אז מיר זענען היינט צוטאגס נוגעים, אין דעם ווי אזוי אונז באטראכטן שיטת הגשמה, צו געבן אן אביעקטיוון אפשאצונג אויף רש״י׳ס שיטה.

<a class="postlink" href="http://www.hakirah.org/Vol%207%20Slifkin.pdf">http://www.hakirah.org/Vol%207%20Slifkin.pdf</a>

<a class="postlink" href="http://www.hakirah.org/Vol%209%20Zucker.pdf">http://www.hakirah.org/Vol%209%20Zucker.pdf</a>

<a class="postlink" href="http://www.hakirah.org/Vol%209%20Slifkin2.pdf">http://www.hakirah.org/Vol%209%20Slifkin2.pdf</a>

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:51 pm

· #435249
אז מ'רעדט פון הגשמה איז כדאי צו דערמאנען די שטארקע ווערטער פון הרב שד"ל, וז"ל: "כי המניח חכמת ישראל וסומך על חכמת יון וישמעאל, קרוב הוא לנפול בדעות משובשות שהיזקן גדול לשלום החברה יתר ממה שיוכלו להזיק כל השבושים אשר (לפי דעת המתפלספים) ירשנו מאבותינו. כי מה מצא הרמב"ם עָוֶל באמונת זקנינו? ההגשמה, סעודת לויתן, השמות, הקמיעין, וכיוצא באלה. ומי יזיקו האמונות האלה לשלום החברה? אבל היהודי המאמין לכל דברי זקניו היה מאמין כי יש למעלה ממנו עין רואה ואוזן שומעת וכל מעשיו בספר נכתבים, והיה מאמין כי עיני ה' משוטטות בכל הארץ והשגחתו מתפשטת על הגדולים ועל הקטנים בשוה, על החכמים ועל הפתאים, על הטובים ועל הרעים, על האדם ועל הבהמה; ומזה היה נמשך, שהיה פחד אלקים לנגד עיניו תמיד ושהיה מרחם על בני אדם כלם, וגם על בעלי חיים כי מעשי ידי האל כולם, וכולם מושגחים מאתו יתברך. והפילוסוף בהיפך אומר (מורה נבוכים ג, יח) שהשגחה מיוחדת במין האדם לבדו, ואיננה בבני אדם כולם בשוה, אבל היא נמשכת אחרי השכל, מי שלא השכיל ומי שהיה ממרה הוא משולח אל המקרה, ונמשך מזה שהפתי אין לו שומר, והממרה אין לו מעניש, כי יונח המקרה, ואויל במקרה יצליח."

"וכן היהודי התמים עם אלקיו ועם זקניו היה מאמין כי לא המדרש עיקר אלא המעשה, וכל העוסק בתורה בלבד דומה כמי שאין לו אלוה. אבל לדעת הפילוסוף (שם ג, כז) השלמות האחרון והקודם במעלה, הוא שיהיה אדם משכיל בפועל, והוא שידע כל מה שיכלת האדם לדעת."

"מעתה הגע בעצמך, איש יהודי תמים מאותם אנשי צרפת (שהלעיג הרמב"ם עליהם באגרתו אל בנו) שהיו אוכלים בשר השור שלוק, מטובל בחומץ ובשומים, והיו חושבים שהאל קרוב לתפלותיהם בקראם בתלמוד וזולתו מחבורי ראשי הישיבות. ואיש אחד פילוסוף המבקש לקנות שלימתו האחרון בידיעת כל מה שביכולת האדם לדעתו, אמור נא למי משניהם תפנה אם תצטרך לעזרה... " (מחקרי היהדות א, 243)

ומה מתוק דברי רבינו שמואל הנגיד בסוף מבוא התלמוד: "כל מחלוקת שלא חייבה מחלוקת במעשה אלא בדעת לבד לא נגזור בו הלכה כפלוני". והרמב"ם בהפך קבע הלכה מה אנו חייבים להאמין, ומה אנו חייבים שלא להאמין (שם 168)

מי אני » מאנטאג אקטאבער 28, 2019 4:47 pm

· #437571
יידל

אויך איז אינטערעסאנט צוצולייגן מענין לענין אז עס ווערט געברענגט אין דברי יואל בשם דער ערשטער סאטמארער רב זי"ע, אז דער רמב"ם שרייבט דאך אין הקדמה צום מורה אז אפילו טויזענט טפשים וועלן קליא ווערן דערפון לוינט זיך עס נאך אלץ פאר דעם איין חכם וואס וועט האבן א תועלת דערפון. זאגט דער רבי, מען האט געמאכט א חרם אויפן מורה אז קיינער טאר דאס נישט לערנען, נו איז דאך געוואלדיג. די טויזענט טפשים פאלגן דעם חרם און דער איין חכם וואס קען האבן א תועלת דערפון פייפט זיך טאקע אן אויפן חרם און לערנט עס יא... אין א געוויסן זין קומט אויס אז דער סאטמארער רב זי"ע האט געהאלטן אז די איסור צו לערנען פילאזאפיע איז אזא סארט "איסור הכרחית" און נישט קיין איסור אמיתות (און ווי אנדערע האבן אנגעצייכנט איז מעגליך אז דאס גאנצע שיטה הקדושה אז ציונות איז כפירה איז נישט מער ווי אן אמונה הכרחית, און אזוי זאגט מען טאקע נאך פון דעם סטייפלער אז ער האט געזאגט אז כלל ישראל דארף האבן נטורי קרתא כדי זיי צו האלטן אין די ראמען זיי זאלן נישט צו שטארק נתקרב ווערן צו די פרייע ציונים, ודפח"ח).

ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דארטן אינ'ם דברי יואל (בדרושים לקהלת) זאגט ער א דרך אז דאס וואס מ'האט מעיקרא געוואלט פאררעכענען שלמה המלך ע"ה צווישן די שאין להם חלק לעוה"ב (סנהדרין צד.), איז נישט ווייל זיי האבן בעצם באמת אזוי געהאלטן. נאר זיי האבן דאס געהאט בדעה אראפצושטעלן אלס אן אמונה הכרחית פארן המון עם, כדי מען זאל זיך דערווייטערען פון לערנען זיינע ספרים, אויס מורא אז מ'וועט נישט יורד זיין לעומקם/לאמיתתם און ס'עט שאטן ע"ש.

אגב, ווי אזוי די ציטאט פון די חכמים און די חרם איז געשריבן/געדרוקט דארטן אין דברי יואל קען מען אריינלערנען אז וואס ער מיינט צו זאגן איז אז די חרם איז מעיקרא נישט געמאכט געווארן/געווען געגארט פאר די [ריכטיגע] חכמים וואס קענען טאקע יורד זיין לעומקו. (אבער לכאורה די איינציגסטע וועג ווי אזוי מ'ווערט געוואר ווער ס'איז טאקע דער ריכטיגע חכם פאר וועמען די חרם איז נישט געמאכט געווארן/נוגע, איז נאר דער וואס פאלגט נישט אויס די חרם הנכתבה בלשון כוללת, ודוק.)

(ווי אויך איז אינטרעסאנט אז ער זאגט דארט אז זיי האבן נאר געוואלט גונז זיין שלמה המלך'ס ספרים (שבת ל:) לשעה; אבער פאר שפעטערע דורות, וואס וועלן דאס קענען ריכטיג אפלערנען מחמת חכמתם לעומקם/לאמיתתם, איז דאס יא גוט און נישט קיין פראבלעם ע"ש. דאס שטימט מיט לעיקוואד'ס טעזע קעגן די מושג פון ירידת הדורות. איך פארשטיי אז פון אנדערע מקומות איז שטארק משמע, צו אפשר גאר מפורש, אז דער דברי יואל האט יא געהאלטן פון ירידת הדורות.)

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 2, 2019 6:08 pm

· #439447
נאכ'ן איבערלערנען דעם שטיקל מורה איבער אמונות הכרחיות שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע זאך פאנגט זיך נישט אן, אמונות הכרחיות מיינט נישט אז ס'נישט אמת, נאר אז בנוסף צו דעם וואס ס'איז אמת במציאות איז עס אויך הכרחית, און שלילת הגשמיות וההתפעלות וואס ער נוצט אלץ ביישפיל איז א קלארע הוכחה דערויף. דער רמב"ם שרייבט קלאר אין חלק א פרק לה אז שלילת הגשמיות איז נישט קיין שקר קדוש, וז"ל: "אל תחשוב שכל מה שהצענו בפרקים הללו שקדמו על גודל הדבר וסודיותו וריחוק השגתו ושחסים עליו מפני ההמון, ששלילת הגשמות ושלילת ההתפעלויות נכלל בתוך זה. אין הדבר כן, אלא כשם שצריך לחנך את הקטנים ולפרסם בהמון כי ה' יתהדר ויתרומם אחד, ושאין ראוי לעבוד זולתו, כך צריך לשנן להם כי ה' אינו גוף, ואין דמיון בינו לבין ברואיו כלל בשום דבר מן הדברים, ושאין מציאותו כעין מציאותם, ולא חייו כמו חיי החי מהם, ולא ידיעתו כמו ידיעת כל מי שיש לו ידיעה מהם." בכלל איז אוממעגליך צו זאגן אויף א זאך וואס דער רמב"ם שרייבט דערויף "או שסבור שהוא גוף, או שהוא לדעתו בעל התפעלויות, או שמיחס לו איזו מגרעת שהיא, הנה זה בלי ספק יותר חמור מעובד עבודה זרה" (שם, סוף פרק ל"ו) אז ער זאל האלטן אז מ'זאל דאס פיטערן פאר'ן המון עם.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 26, 2020 7:06 pm

· #449684
איך בין נאכנישט איבערצייגט אז ער זאגט יא וואס ער האלט באמת, כלבו כן פיו, כאטש איז ער מודה אז די רבנים זענען א באנדע שקרנים.
📎 HebrewBooksOrg_33965_page_58-page-0.jpg

עוקר הרים » זונטאג מאי 31, 2020 1:51 am

· #449898
Re: אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות
לעיקוואד
די שאלה איז פון ווי די האסט טאקע גענומען די הנחה אז אלע מצוות זענען אזוי אז די רגע עס איז א מצווה גייט נישט אן די טעם? נישט אין מורה נבוכים האסטו דאס געטראפען. (עס איז גאנץ מפורש אין מו"נ אז בל תוסיף וזאת התורה לא תהא מוחלפת איז אמונה הכרחית א

.
ווי אין מורה שטייט אז וזאת התורה לא תהא מוחלפת איז נאר אמונה הכרחית??

עוקר הרים » זונטאג מאי 31, 2020 2:51 pm

· #449964
Re: אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות
לעיקוואד
די שאלה איז פון ווי די האסט טאקע גענומען די הנחה אז אלע מצוות זענען אזוי אז די רגע עס איז א מצווה גייט נישט אן די טעם? נישט אין מורה נבוכים האסטו דאס געטראפען. (עס איז גאנץ מפורש אין מו"נ אז בל תוסיף וזאת התורה לא תהא מוחלפת איז אמונה הכרחית און באמת זענען די חכמים משנה נאר זיי זענען עס מסביר אין די תורה כדי שההמון לא ימרוד).

. .


איך זעה נישט פארוואס זאת התורה לא תהא מוחלפת זאל נישט זיין אמיתיות, צו דען וויל די תורה אז יעדער איינער זאל קענען קומען טוישען וואס ער וויל?!?
און אויב האבען טאקע די חכמים משנה געוועהן פון די מסורה פארוואס טאקע האט די עולם גולם זיי געגלייבט??!
און אויב האבען זיי טאקע געקענט טוישען וואס זיי האבען געוואלט איז פאר וועלכע סיבה אין די וועלט זאל איך זיי פאלגען??

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 12, 2020 12:52 am

· #451437
נעכטן האט א לץ געזאגט אויף היהודים באים כאילו בשם דעם רמב"ם: "לא הרבה יודעים, אבל אני לא רק מורה נבוכים, אני גם מביך המורים." ס'פאסט זיך זייער גוט אריין אין דעם אשכול, דער ווייסט אליינס נישט ווי גוט ער האט געזאגט...

מי אני » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 11:01 am

· #456455
📎 E8F8D17D-050D-46E7-A19A-5FC355A66BDF.jpeg
במשנתו של אבן רשד [אוועראס]. 😉

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 11:39 am

· #456457
א. קיינער האט זיי נישט געבעטן צו גיין טשעלענדשען די "המון עם'ס" אמונות, גיי אבער נישט בידיים זיי פארדרייען א קאפ מיט דיינע שטותים, לא מעוקצך ולא מדובשך.

ב. ס'איז אלץ זייער פיין און וואויל, די דשאוק איז נאר אז ווען ס'קומט צו זייערע פילאזאפישע געלייקענעכץ אין כישוף און superstitions א.ד.ג. פארשטייען זיי שוין זייער גוט אז ס'דא אמונות וואס מ'קען און מ'דארף אויסרייסן. היפאקריסי בתוקפה, ושערי תירוצים לא ננעלו. די פילאזאפן זאלן טאקע מקיים זיין וואס זיי אליינס פארקויפן, practice what you preach, טשעלענדש טאקע נישט די המון עם'ס אמונות, און לאז זיי גלייבן אין וואס זיי ווילן ווילאנג זיי טשעפענען נישט קיינעם, די וועלט וואלט פיל שענער אויסגעזעהן אזוי.

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:21 am

· #460404
📎 רלבג.png
רלב"ג עה"ת פ' בראשית. (ער מיינט די מו"נ בח"ב פ"ל.)

מי אני » פרייטאג מערץ 5, 2021 2:42 pm

· #468042
📎 Strauss.jpg

מי אני » פרייטאג יאנואר 21, 2022 3:11 pm

· #492399
דא [23:52-24:42] זאגט דר. ריטשערד קעריער אז דאס איז אויך געווען שיטת ארידזשען אין נוצרות, וואו מ'פיטערט פאר די מאסן די ליטעראלע פאלשע אפטייטש ווייל זיי קענען נישט משיג זיין די אמת'ע אלעגארישע/עסאטערישע אפטייטש און מ'דארף זיי דאך האלטן ביים גלויבונג.

מי אני » דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:16 pm

· #492791
דר. ערנעסט בּעקער האט גע׳טענה׳ט אז די גאנצע געדאנק פון ״ציוויליזאציע״ און קולטור איז כדי דער מענטש זאל קענען אנטלויפן פונעם דאס פאקוסירן אויף זיין האקעלע ״ביאלאגישע״ חלק וואס גייט עווענטועל אפשטארבן און אנשטאטס דעם פאקוסירן אויף זיין ״סימבאלישן״ חלק וואס קען ווייטער אָנגיין און לעבן. דאס איז כולל בתוכה קולטוראלע ראלעס און כאראקטערס וואס דער מענטש נעמט אָן, וואס דר. בּעקער רופט ״העלד-סיסטעמס״, וואס געבט אים מיִניִנג אין לעבן (וידוע תורת דר. וויקטאר פרענקל) און דאדורך זיי פיהלט ער ווי ער קען ״געדענקט ווערן״ לאחר פטירתו. דאס איז פארוואס רעליגיע איז אויסגעוואקסן און האט אזא קיום (עכ״פ ביז׳ן אויפשטייג פון ריִזן) - עס געבט אַן עוה״ב וחיי נצחי בנוסף צו א לעגעסי לאחר מיתה. און דאס איז די סיבה פאר אזויפיל מלחמות וואס אידעאלאגיעס (כדוגמת רעליגיע) האבן גורם געווען: ווייל וויבאלד זיי זענען דאך ״אימארטעליטי/השארת נצחי״ סיסטעמען כנ״ל, איז א קעגנזייטיגע אזא סארט סיסטעם וואס איז זיך סותר דערמיט א געוואלדיגע סכנה פאר׳ן סימבאלישע סעקיוריטי פונעם מענטש׳נס סימבאלישע השארת נצחי וואס ער פיהלט.

ער זאגט אבער אז די קולטוראלע/סאציאלע ראלעס וואס מענטשן נעמען אָן זענען אבער פארט ״אילוזיעס״ אויף צו געבן דעם מענטש סימבאלן און מאכן פיהלן ווי ״העלדן״ - הגם אָן זיי קען מען נישט געהעריג לעבן וכנ״ל. און די ״אילוזיעס״ פון די קולטוראלע ראלעס און כאראקטערס וואס מ׳נעמט אָן זענען א ״נאבעלע ליגענט״ ואמונה הכרחית פאר׳ן מענטש אויף אָנצוגיין אין לעבן וכנ״ל.

כרם זית » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 10:09 pm

· #497764
Re: אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות
צוויי נקודות:

א) די מתנגדי המורה האבן געטענה'ט אז דאס איז נישט די אידיש'ע השקפה, נאר דער רמב''ם האט עס געשריבן צו האלטן די משכילים אין די ראמען (אז זיי זאלן כאטש טון מצות מעשיות). לויט דעם קומט אויס אז כו''ע מודים אז אמונה הכרחית איז אן אויסגעהאלטנע זאך, וויבאלד לשיטתם האט דאך דער רמב''ם 'איינגערעט' די משכילים פאלטשע השקפות.

(מען קען ממשיך זיין באופן פרדקסלי אז השתא דאתית להכא זענען דאך די מתנגדים מודה אין אמונה הכרחית, טא וואס פעלט נאך אויס מנגד צו זיין? מען קען מתריץ זיין אז דאס 'אליין' איז געווען הכרחי איינצורעדן כאטש עס שטימט נישט לאגיש...)

ב) עס איז מיר לעצטנס אנגעפאלן אז דאס וואס די תורה שרייבט עין תחת עין כאטש באמת מיינט עס נאר ממון, איז אזא מין אמונה הכרחית מאיים צו זיין אויף די עמי ארצים נישט יענעם מזיק צו זיין.

מי אני » דינסטאג יוני 21, 2022 2:31 pm

· #502669
וואס דר. מיכה גאטליב שרייבט במשנתו של דר. ליִאוֺ סטראַוּס אודות די מחלוקת בין הרמ״ד ודזשעקאָבּי בשיטת לעסינג:
These conclusions led Strauss to seek a third alternative, which he found in Lessing. As reported by Jacobi, Lessing was an atheist, but he concealed this fact even from his close friend Mendelssohn. Rather, Lessing presented himself as a defender of traditional Christianity and went so far as to defend Christian mysteries such as the trinity and the incarnation against rationalist critics. Strauss accepted Jacobi’s understanding of Lessing. For Strauss, while as a philosopher Lessing could not believe in God, he recognized the political utility of religious belief for the masses. Without religious belief that legitimated the state’s authority and demanded obedience to the sovereign, people would focus on egoistic pleasure and become politically apathetic, which would erode patriotism and undermine the stability of the state. According to Strauss, Lessing had learned this lesson from the Platonic political tradition, which received its highest expression in the work of medieval Jewish and Islamic philosophers, most notably Maimonides. In Maimonides’ view, revealed truth is religious law, which is at once theological and political and so stipulates a necessary political order. As such, the masses come to believe that obedience to the political order also constitutes obedience to God, which God will reward. But since this revealed law is also a profound divine truth, it can be said to have an inner secret meaning known to philosophers alone, which legitimates the philosophers’ search for truth in the eyes of the masses
וידוע מאמרו של סענעקאַ:
Religion is regarded by the common people as true, by the wise as false, and by rulers as useful
וג״כ של קארל מארקס.
בלאט: 1 2