☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » איז סייענס א סתירה צו רעליגיע

איז סייענס א סתירה צו רעליגיע

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6300
בלאט: 1 2

פארוואס? » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:16 pm

· #197047
איז סייענס א סתירה צו רעליגיע
שוין פארשידענע מאל ארויפגעקומען דער וויכטיגער נושא דא אין שטיבל, און איך האב נישט געזעהן אז עס זאל ווערן געהעריג אויסגעשמועסט.
און פארשטייטס זיך, אז איך בין מקדים מיט א גילוי דעת בפירוש, אז איך באציה זיך נישט דא צו די אידישע רעליגיע, וואס מיר אלס בני מאמינים זענען מאמין דערין באמונה פשוטה, און עס אינטרעסירט אונז נישט וואס די סייענטיסטן האבן צו זאגן דערויף. מיין עיקר נקודה איז אין אלגעמיין, צו קען א סייענטיסט זיין גלויביג? צו איז סייענס א סתירה צו רעליגיע?
די ערשטע זאך ברויך מען צו קלאר מאכן, אז די פראגע איז נישט אויב סייענטיסטן זענען אקעגן רעליגיע. ווייל כידוע אז עס זענען דא אסאך רעליגיעזע סייענטיסטן, עס איז נישט ארויפגעצווינגען אויף קיין איין סייענטיסט צו אננעמען א געוויסע מיינונג, יעדער קען האלטן און גלויבן (אדער זיך דערקלערן אלס גלויביגער) אין וואס ער וויל.

עס זענען דא צוויי באזונדערע עניינים צו אויסשמועסן. ערשטנס כל, קען מען פרעגן אויב סייענטיפישע ערפינדונגען זענען א סתירה צו רעליגיע. און דערנאך איז די פראגע וואס איז די ״אנגענומענע״ מיינונג אין צווישן די סייענטיפישע קאמיוניטי.
דער קלארער ענטפער אויף די ערשטע פראגע איז זייער שווער, נישט ווייל עס איז נישט קלאר וואס די סייענטיפישע ערפינדונגען זענען, עס איז פשוט נישט קלאר וואס מיינט מען ווען מ׳נוצט דאס ווארט ״רעליגיע״.
עס איז נישטא קיין קלארע דעפינאציע פארן ווארט ״רעליגיע״, רעליגיע קען מיינען א ספעציפישע רעליגיע, אזוי ווי נצרות איסלאם אדער להבדיל יהדות. און עס קען אויך מיינען דער עצם גלויבונג אז עס איז פארהאן א גאט וואס האט באשאפן די וועלט, און (אויב מען וויל צולייגן) ער איז משגיח אויף יעדע טריט און שריט אינעם וועלט וואס ער האט באשאפן. און לדעתי איז די דאזיגע נקודה זייער וויכטיג ווען עס קומט צו די סארטן וויכוחים.
כרגע, וועל איך רעדן פון די פשוטע מיינונג פון רעליגיע, וואס דאס איז א ספעציפישע רעליגיע, וואס גלייבט אז גאט וואס האט באשאפן די וועלט, האט אוועקגעשטעלט געזעצן וואס יעדער איינער אהן קיין אויסנאם איז מחוייב צו אויספאלגן, און אלס א רעזולטאט מוז זיין אז אלע אנדערע רעליגיעס זענען פאלש.
אין די לויף פון די היסטאריע, האבן מיר פארשידענע מאל געזעהן, אז נאך ווען די סייענטיסטן קומען אויף מיט נייע פרוף אויף געוויסע זאכן, און נאך וואס די רעליגיעזע האבן שוין אויסגענוצט זייער גאנצע זאק מיט תירוצים, און געווארן צוגעדריקט צום וואנט. דאן קומען זיי זאגן, אז די געפינסן זענען בכלל נישט קיין סתירה צו זייער רעליגיע. און רוב מאל, איז אדרבה! עס איז גאר א חיזוק לדבריהם. (די גרינגסטע דאס צו טוהן, איז דורך אנטלויפן פונעם אויבנדערמאנטע דעפינאציע פאר ״רעליגיע״, און רעדן נאר פון די לופטיגע דעפינאציע, אזוי ווי איך וועל שפעטער מער ערקלערן).
די מערסט באקאנטע איבערקערעניש, איז דאס וואס איז געווען אין אירופא מיט פיהר הונדערט יאהר צוריק, ווען גאלילעא גאלילעי - אן איטאלקישער אסטראנאמער - האט גע׳טענה׳ט אז די ערד-קוגל דרייט זיך ארום די זוהן (די העליאצענטרישן מאדעל), אנדערש ווי די דעמאלטסדיגע ארויפגעצווינגענע מיינונג פון די קאטוילישע טעאלאגן, אז די ערד-קוגל שטייט אין די צענטער פון די אוניווערס, און עס איז דעמאלס פאררעכנט געווארן דורך די קירכע אלס כפירה, אן עבירה וואס צומאל האט די שטראף געקענט זיין טויט.
ווען ער איז גערופן געווארן צו די אינקוויזיציע אויף א פארהער, האט ער געמוזט אויפגעבן אויף זיינע מיינונגען, ווען ער האט זיך אונטער געמורמלט שטילערהייט: ״און מיט דעם אלעם רוקט זיך עס״ (און עברית קלינגט עס בעסער: ״ואף על פי כן נוע תנוע״). כלומר, איהר קענט ארויפצוואונגען אייערע מיינונגען אויף די מענטשהייט, אבער נישט אויפן נאטור.
דערנאך איז ער געווארן פארהאלטן אונטער הויז-ארעסט ניין יאהר ביז זיין טויט.
פארשטייט זיך, אז היינטיגע צייטן דינגט זיך שוין קיינער נישט דערויף, און אפילו די רעליגיעז גלויביגע (חוץ די וועלכע גייען ממש קאפ אין וואנט), זענען שוין מסכים אז די וועלט דרייט זיך ארום די זוהן. און דאס איז א דוגמא, ווי אזוי רעליגיע איז געווארן איבער-דיפענירט אדאנק סייענס.
אז מען זאל נעמען די היינטיגע סייענס מיט די אמאליגע מיינונגען פון די רעליגיע, איז עס קלאר א סתירה. נאר וואס דען? די רעליגיע האט זיך געצוואונגענערהייט זיך אדזשאסטעד און אופדעיטעד לויט די ערפינדונגען פון די סייענטיסטן אין די לויף פון די יאהרן, שרייענדיג דערביי אז זיי האבן די אבסולוטע אמת מיט זיך נאך פון ששת ימי בראשית.
עס איז פארהאן א באקאנטע טענה וואס די רעליגיעזע מיסיאנערן נוצן, (נעם אין באטראכט אז דאס זאגן נאר די מיסיאנערן ווען זיי פראבירן צו אריינ-נארן אומשולדיגע נשמות אין זייערע נעצן, אבער איינמאל ער ווערט שוין גלויביג וועט ער שוין מער קיינמאל נישט הערן אזעלכע רייד פון זיינע רעליגיעז גלויביגע משפיעים), אז סייענס קען נישט זיין קיין סתירה צו רעליגיע, עס איז נישט מעגליך. ווייל סייענס באהאנדלט אינגאנצן אנדערע זאכן וואס די רעליגיע באהאנדלט.
סייענס און רעליגיע זענען צוויי באזונדערע דעפארטמענטס, אינדערצייט וואס די סייענטיסטן פראבירן צו פארשטיין ״ווי אזוי״ די וועלט איז באשאפן, זענען די רעליגיעזע פארנומען מיט די פראגע: ״פארוואס״ איז די וועלט באשאפן.
דער ענטפער אויף די טענה איז פילפאכיג. קודם כל, איז עס א גראבע ליגנט, רעליגיע פראבירט יא צו זאגן א מיינונג ווי אזוי די וועלט איז באשאפן, עס זענען דא אהן א שיעור דוגמאות פון פאקטן וואס די רעליגיעזע טעקסטן זאגן איבער דעם נאטור, (וואס רוב מאל שטעלט זיך ארויס פאלש). מען וואלט אפשר געקענט זאגן אז זיי זענען נישט געקומען בעיקר צוליב דעם, רעליגיע איז נאר געקומען אויף צו ברענגען מוסר אויף די וועלט. (אבער דאס איז אויך נישט אמת, ווייל היסטאריש גערעדט, איז רעליגיע צושטאנד געקומען אדאנק דעם וואס די מענטשהייט האט געזוכט ענטפערס אויף פארשידענע פראגעס, וואס די סייענטיסטן געבן אויף דעם היינט אנדערע ענטפערס, ואין כאן המקום להאריך בזה).
צווייטנס, רעליגיע איז טאקע פארנומען מיט ״פארוואס״ איז די וועלט באשאפן געווארן, אבער מיט וועלכע רעכט?
כלומר, לויט די סייענטיפישע מהלך המחשבה, קען נישט איינער זאגן קיין זאכן אהן קיין באווייזן, דעפינאציעס, און אויסגעהאלטן לויט שטרענגע לאגישע כללים.
אויב זאל ווען א סייענטיסט קומען זאגן א טעאריע איבער סיי וואס, מיט די זעלבע טולס וואס דער גאלאח/אימאם/… קומט זאגן ״פארוואס״ איז די וועלט באשאפן, וואלט מען איהם ניטאמאל אנגעקוקט.
אין אנדערע ווערטער, אפילו נניח אז סייענס באשעפטיגט זיך נאר מיט ״ווי אזוי״, און רעליגיע מיט ״פארוואס״. קען אבער די רעליגיעזע מיינונגען נישט פאררעכנט געווארן ריכטיג אין די סייענטיפישע אויגן, וויבאלד זיי וואלטן נישט אנגענומען אזעלכע מיינונגען בנוגע ״ווי אזוי״ אויב עס איז געבויעט אזוי ווי רעליגיע איז געבויעט.
און דריטנס, וועלכע רעליגיע האט טאקע א פונקטליכע ערקלערונג ״פארוואס״ די וועלט איז באשאפן געווארן?
---------------------
און בנוגע די פראגע וואס איז די אנגענומענע מיינונג אין צווישן די סייענטיסטן. עס זענען שוין געמאכט געווארן פארשידענע אנקעטעס צו אקעדעמישע עדיוקעישן נעמט אראפ פון גלויבונג, און איין אנקעטע צווישן די נאציאנאלע אקעדעמי פאר סייענס (פון אמעריקע) האט ארויסגעברענגט נאר 7% גלויביגע.
מיט דעם אלעם, זענען דא פראמינענטע סייענטיסטן וועלכע זענען געווען אויסגערופענע רעליגיעזע, (אויף יעדן איינעם פון זיי קען מען באזונדער ארום שמועסן), אזוי ווי: אייזיק ניוטון, וועלכער איז געווען א רעליגיעזער, א קריסט. און ווי אינטרעסאנט עס הערט זיך, האט ער למעשה געשריבן איבער רעליגיע, מער פון איבער אלע טיילן פון וויסנשאפט וואס ער האט זיך באשעפטיגט.
אבער דא קומט איין וויכטיגע נקודה, מוסלעמעינער קענען נישט נוצן אייזיק ניוטון אלס א באווייז צו זייער רעליגיע, און נישט דער רמב״ם, (חוץ אויב זיי טענה׳ן אז דער רמב״ם האט זיך געשמד׳ט צו איסלאם בסוף ימיו, כידוע). און קיין איין רעליגיעזער קען נישט נוצן ברוך שפינוזה אדער אלבערט איינשטיין אלס א תמיכה אין זייערע גלויבונגען.
איינס פון די מערסט באקאנטע פון די אלע, איז טאקע דער מלך החכמים ״אלבערט איינשטיין״, ווי באקאנט אז רעליגיעזע מיסיאנערן פראבירן נוצן פאר זייער טובה. (און @רויטע וואנצעס האט שוין איין מאל דערמאנט א בריוו פון איינשטיין בנוגע דעם).
די וועלט פאלגט נאך מיט דארשט יעדע איינציגסטע סטעיטמענט וואס ווערט איבער געזאגט בשמו, און מיט רעכט. איינס פון זיינע באקאנטע סטעיטמענטס בנוגע רעליגיע, איז: ״סייענס אהן רעליגיע איז הינקעדיג, רעליגיע אהן סייענס איז בלינד״.
כדי צו פארשטיין ריכטיג די אלע סטעיטמענטס, איז וויכטיג זיך צו באקענען מיט איינשטיין אליינס.
איינשטיין איז א א געבוירענער פרייער דייטשער איד מבטן ומלידה (ליידער), ער האט געלערנט אין א קאטוילישע סקול.
איינשטיין האט קיינמאל נישט אפגעלייקנט זיין אידיש׳ן אפשטאם, אבער אזוי אויך האט ער נישט געגלויבט אינעם תנ"ך. (איך וויל דא נישט אראפברענגען די ווערטער וואס איינשטיין האט געזאגט אקעגן די תנ"ך, מחמת די שרעקעדיגע זלזול שבו, ליידער איז ער געווען מזרע ישראל).
אלא מאי? וואס האט איינשטיין געמיינט מיט זיינע אלע סטעיטמענטס איבער רעליגיע?
ער האט גערעדט איבער דעם גלויבונג פון יעדער סייענטיסט אז עס הערשט א מורא'דיגע הפלא'דיגע סדר אויפן וועלט, וואס מען קען רעדן איבער דעם זייער אסאך, (ואין כאן מקומו להאריך בזה). כיוצא מדבריו. (אדרבה, לייענט נאכאמאל זייו אויבנדערמאנטע בריוו).

איך וועל ענדיגן מיט איין נקודה חומר למחשבה, אז מיר זעהן אז יעדער עקסטרעם גלויביגער (דאס איז איינער וואס נעמט אן רעליגיע מיט די גאנצע ערנסקייט), וועט נישט שיקן זיינע קינדער לערנען אין פאבליק סקול אדער קאלעדזש. (א שטייגער אזוי ווי די אמיש קאמיוניטי אין פענסלעוועניע).

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:23 pm

· #197049
העכסט אינטרעסאנט און גוט געריסוירטשט. תזכה למצוות.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:26 pm

· #197051
זייטיגע הערה: אין ניו דזירסי שיקן די מוסלימס זייערע קינדער אין די שטאטישע סקולס.

פארוואס? » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:28 pm

· #197053
היימישער ליטוואק
זייטיגע הערה: אין ניו דזירסי שיקן די מוסלימס זייערע קינדער אין די שטאטישע סקולס.

איך רעד וועגן עקסטרעמיסטן.
עס זענען אויך דא להבדיל אידן וואס גייען ליידער אין פאבליק סקול.

ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:46 pm

· #197056
זייער שיין געשריבן, פארוואס?. א דאנק.

איך זעה נישט די שייכות וואס סייענס האט מיט רעליגיע. ווען איך זעה אויפן טיש א גלעזל קאווע, קען איך עס אריינפירן אין א לאבעטאריע און אויספיגורן פונקטליך די באשטאנטיילן וואס ליגן דערין און אפילו וואס עס איז קודם אריינגעגאסן געווארן, די וואסער, מילך אדער קאווע. אבער איך וועל נישט קענען אויספיגורן "ווער" עס האט עס צוזאמגעשטעלט. און אויב איינער וועט מיר זאגן ווער עס האט עס צאמגעשטעלט וועל איך אים אפשר גלייבן אויב ער איז א טראסבארע מענטש אדער עס מאכט סענס וואס ער זאגט. אבער דאס האט לגמרי נישט קיין שייכות מיט די געפינסן פון די לעב.

די זעלבע די סייענטיסטן זעען א וועלט פאר זיך און פרובירן אויסצופיגורן ווי אזוי דאס איז צוזאמגעשטעלט געווארן, אבער זיי קענען בכלל נישט אריינרעדן אויב דאס איז אליין באשאפן געווארן אדער איינער האט עס באשאפן און וואס יענעמ'ס ציהל איז געווען.
אמונה איז טייטש אז איך גלייב – פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין – אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט און ער פירט עס.

יעצט ווען עס קומט צו די דיטעילס וואס עס שטייט אין די ספרים זאכן וואס זעען אויס ווי א סתירה מיט די געפינסן פון סייענס. דאן דארף מען קוקן יעדע זאך באזונדער. אמאל איז דא זאכן וואס מען קען פארענטפערן אז דאס האט געמיינט עפעס אנדערש. אמאל קען זיין זאכן וואס איז באמת געווען אמאל אנדערש און די סייענטיסטן האבן עס נאכנישט אויסגעפיגורט. און למעשה איז סייענס נאך ווייט פון פארטיג, עס ווערט כסדר נתחדש און געטוישט זאכן לויט ווי זיי פרובירן אויסצופיגורן, און מיט די צייט קען נאך געטוישט ווערן זאכן וואס זאל זיין מער ענליך צו וואס עס שטייט אין די ספרים, כאשר כבר היה לעולמים.
אשע"כ זעה איך בכלל נישט די סתירה צווישן די צוויי.

פארוואס? » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:57 pm

· #197060
ברסלבער

אויב דו לייענסט גוט איבער מיינע ווערטער, וועסטו זעהן אן ענטפער אויף דיין טענה:
דער ענטפער אויף די טענה איז פילפאכיג. קודם כל, איז עס א גראבע ליגנט, רעליגיע פראבירט יא צו זאגן א מיינונג ווי אזוי די וועלט איז באשאפן, עס זענען דא אהן א שיעור דוגמאות פון פאקטן וואס די רעליגיעזע טעקסטן זאגן איבער דעם נאטור, (וואס רוב מאל שטעלט זיך ארויס פאלש). מען וואלט אפשר געקענט זאגן אז זיי זענען נישט געקומען בעיקר צוליב דעם, רעליגיע איז נאר געקומען אויף צו ברענגען מוסר אויף די וועלט. (אבער דאס איז אויך נישט אמת, ווייל היסטאריש גערעדט, איז רעליגיע צושטאנד געקומען אדאנק דעם וואס די מענטשהייט האט געזוכט ענטפערס אויף פארשידענע פראגעס, וואס די סייענטיסטן געבן אויף דעם היינט אנדערע ענטפערס, ואין כאן המקום להאריך בזה).
צווייטנס, רעליגיע איז טאקע פארנומען מיט ״פארוואס״ איז די וועלט באשאפן געווארן, אבער מיט וועלכע רעכט?
כלומר, לויט די סייענטיפישע מהלך המחשבה, קען נישט איינער זאגן קיין זאכן אהן קיין באווייזן, דעפינאציעס, און אויסגעהאלטן לויט שטרענגע לאגישע כללים.
אויב זאל ווען א סייענטיסט קומען זאגן א טעאריע איבער סיי וואס, מיט די זעלבע טולס וואס דער גאלאח/אימאם/… קומט זאגן ״פארוואס״ איז די וועלט באשאפן, וואלט מען איהם ניטאמאל אנגעקוקט.
אין אנדערע ווערטער, אפילו נניח אז סייענס באשעפטיגט זיך נאר מיט ״ווי אזוי״, און רעליגיע מיט ״פארוואס״. קען אבער די רעליגיעזע מיינונגען נישט פאררעכנט געווארן ריכטיג אין די סייענטיפישע אויגן, וויבאלד זיי וואלטן נישט אנגענומען אזעלכע מיינונגען בנוגע ״ווי אזוי״ אויב עס איז געבויעט אזוי ווי רעליגיע איז געבויעט.
און דריטנס, וועלכע רעליגיע האט טאקע א פונקטליכע ערקלערונג ״פארוואס״ די וועלט איז באשאפן געווארן?

יאיר » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:45 pm

· #197073
א דאנק, פארוואס, פאר דעם שיינעם אשכול. מען האט שוין מערערע מאל ארומגערעדט דערוועגן, אבער בקיצור נמרץ:
אויב זאל ווען א סייענטיסט קומען זאגן א טעאריע איבער סיי וואס, מיט די זעלבע טולס וואס דער גאלאח/אימאם/… קומט זאגן ״פארוואס״ איז די וועלט באשאפן, וואלט מען איהם ניטאמאל אנגעקוקט.
אין אנדערע ווערטער, אפילו נניח אז סייענס באשעפטיגט זיך נאר מיט ״ווי אזוי״, און רעליגיע מיט ״פארוואס״. קען אבער די רעליגיעזע מיינונגען נישט פאררעכנט געווארן ריכטיג אין די סייענטיפישע אויגן, וויבאלד זיי וואלטן נישט אנגענומען אזעלכע מיינונגען בנוגע ״ווי אזוי״ אויב עס איז געבויעט אזוי ווי רעליגיע איז געבויעט.

לויט דיין הבנה קומט אויס אז יעדע זאך וואס מען גלייבט כאטש עס קען נישט אויפגעוויזן ווערן מיט סייענס איז א סתירה מיט סייענס. לויט דיר וועט אויסקומען אז גלייבן אז מען טאר נישט הרג'ענען מענטשן איז א סתירה מיט סייענס, ווייל ס'איז נישטא דערויף קיין סייענטיפישע הוכחה. דאס איז אויסער דעם וואס סייענס בעצם קען גארנישט אויפווייזן בכלל, עס קען נאר זאגן וואס מען קען נישט אפפרעגן. ממילא אפילו צו גלייבן אין סייענס איז אויך נישטא קיין סייענטיפישע ראיות.

פארוואס? » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:21 pm

· #197086
יאיר

מיין נקודה איז, אז אין סייענטיפישע אויגן איז דער גאלאח/אימאם דער זעלבער מוסמך צו רעדן איבער די עניינים, ווי דער שניידער/שוסטער.
די טענה: ״מען טאר נישט הרג׳נען א מענטש״ האט טאקע נישט קיין סתם אזוי קיין פשט אין סייענטיפישע אויגן.
מען דארף עס אנדערש אויסלייגן:
טענה: ״מיר ווילן אלע בלייבן לעבן״
טענה: ״אויב מיר ווילן בלייבן לעבן, דארפן מיר זוכן עצות עס צו פארזיכערן״
טענה: ״אויב מיר וועלן שטראפן און אינפארסירן די געזעצן קעגן די מענטשן וואס ווילן הרגענען, וועלן פארמינערט ווערן מערדערייען״

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:31 pm

· #197115
פארוואס?

מיין נקודה איז, אז אין סייענטיפישע אויגן איז דער גאלאח/אימאם דער זעלבער מוסמך צו רעדן איבער די עניינים, ווי דער שניידער/שוסטער.
די טענה: ״מען טאר נישט הרג׳נען א מענטש״ האט טאקע נישט קיין סתם אזוי קיין פשט אין סייענטיפישע אויגן.
מען דארף עס אנדערש אויסלייגן:
טענה: ״מיר ווילן אלע בלייבן לעבן״
טענה: ״אויב מיר ווילן בלייבן לעבן, דארפן מיר זוכן עצות עס צו פארזיכערן״
טענה: ״אויב מיר וועלן שטראפן און אינפארסירן די געזעצן קעגן די מענטשן וואס ווילן הרגענען, וועלן פארמינערט ווערן מערדערייען״

איך ווייס נישט פונקט דער גלח אדער אימאם אדער רב ווער זיי זענען און פון וואו זיי נעמען זייערע מיינונען, אבער עס איז גאנץ פארשטענדליך פאר יעדער בר דעת אז אפילו אין נושאים ווי עס איז נישטא קיין עמפירישע באווייזען, האט נאכאלץ אסאך מער ערך איינער וואס ליגט אין די נושא און טוהט עס דורך, ער קלערט אריין אלע סברות און צדדים וואס מען קען זיין, און ער זאגט א מיינונג, ווי סתם א שוסטער וואס חלומ'ט זיך.

ממילא, אוודאי רעליגיע איז נישט סייענס און האט קיינמאל פרבאירט צו זיין, אבער רעליגיעס, און אנדערע ענליכע מסורות, האבען פאר טויזנטער יארן חוקר געווען און מעיין געווען אין שאלות פון משמעות וכדומה, און האבען אויפגעקומען מיט פארשידענע רעיונות והסברים, זה בונה וזה סותר. און אפילו טאקע אפשר אן סייענטיפיסע סארט הוכחות, איז דא זייער א פארשטענדליכע און עדווענסד משא ומתן ארום די שאלות אין ספרים פון טעאלאגיע פילאסאפיע וכדומה. סיי טעארעטיש פילאסאפיש און סיי פראקטיש וואס רעליגיעס ודומיהם האבען טויזנטער יאר א מסורה פון וויאזוי צו געבן פאר מענטשען למעשה א פילינג פון משמעות תכלית וכדומה, א זאך וואס סייענס פראבירט אפילו נישט צו טוהן. צו זאגען אז דער שוסטער און דער מומחה זענען ביידע די זעלבע איז נישט מער ווי סייענטיפישע דעמאגאגיע וואס זייער איינציגסטע תוצאה איז צו פראבירען מאכען דער סייעניסט וואס איז לויט זיין אייגענער הודאה בכלל נישט מוכשר צו רעדן וועגן דער נושא פאר דער מומחה וואס זאל מחליט זיין אזוינע זאכן, בשעת וואס זיין דיסציפלין האט מיט דעם גארנישט.

די שפיל וואס איר מאכט מיט מאראל מאכט דאס ווייטער נישט סייענטיפיש, עס איז סתם א ווערטער שפיל. וכבר הסברתי את זה באורך אין דער אשכול <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5724">viewtopic.php?f=5&t=5724</a><!-- l -->

אגב, אן אינטעסאנטער ארטיקל וואס פראבירט צו ווייזען אז פילאסאפיע האט א התקדמות און גיט צו צו די מאראלישע התקדמות פון דער וועלט Is Philosophy Obsolete

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:36 pm

· #197116
זייער שיין, פארוואס?.

וואס איז דאס 'סייענטיסטן'? זענען זיי עפעס אן עיליען ספיסיס וואס זייערע חושים פארנעמען נאר א געוויסע צירוף וואס רופט זיך 'די סייענטיפיק מעטאד'?

זיי זענען מענטשן ווי אונז אלע וואס זייער פראפעסיע רופט מען 'סייענס', און, ווי יאיר האט שוין ארויסגעברענגט, האבן זיי אויך פארשידענע ידיעות נישט דורך סייענס, הוי אדם בצאתך וסייענטיסט באהלך.

וואס איז דאס די פראפעסיע הנקרא 'סייענס'? דאס איז א געוויסע סטאנדארט וואס מענטשן האבן בבחירתם החפשית מחליט געווען אז וואס עס וועט זיין איבערגעוויזן אויף דעם לעוועל וועט מען רופן א סייענטיפיק פעקט, דאס שליסט אבער נישט אויס אנדערע ידיעות, [און האט מען דען אויפגעוויזן סייענטיפיקלי אז אויפווייזן עפעס סייענטיפיקלי איז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צו א ידיעה?...], עס איז על דרך ווי על פי שנים עדים יקום דבר, איך קען אבער האבן ידיעות אהן צוויי עדים, צוויי עדים איז א געוויסע סטאדארט, פונקט ווי איך קען למשל האבן פילאזאפישע\פסיכאלאגישע הנחות אהן דעם וואס סייענס זאל עס אויפווייזן.

אין אנדערע ווערטער: סייענס קען נאר מחייב זיין, נישט שולל זיין, ממילא זעה איך נישט פארוואס איינער וואס איז זיין באשעפטיגונג איז אין סייענס זאל האבן א פראבלעם מיט רעליגיע.

נאך א נקודה: וואס הייסט א סתירה מיט רעליגיע? די עצם נקודת הרעליגיע טרעט לכאורה נישט אריין אין דעם שטח פון סייענס, אז עס איז דא א באשעפער און ער טענה'עט אז מען דארף לייגן תפילין האט נישט מיט סייענס, די רייבערייען האבן זיך לכאורה אנגעהויבן ווען די מייצגים פון רעליגיע האבן זיך ג'עקשנ'ט אז די טעקסט זאגט אנדערש [ווי למשל אז 'והארץ לעולם עומדת' מיינט אז די זון דרייעט זיך, במח"כ], אזכלכע זאכן דארף מען דן זן אן עי קעיס ביי קעיס בעיסיס, ווי ברסלבער שרייבט.

בד"א, עפעס דאכט זיך מיר אז איינשטיין האט געהאט עפעס א קורצע פרומע תקופה ארום זיין בר מצוה צייט.

לעיקוואד האקט.

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:51 pm

· #197120
וועגן איינשטיין האט מען אמאל געשמועסט אביסעל דא ארום דער תגובה <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/60540">viewtopic.php?p=60540#p60540</a><!-- l -->

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:03 pm

· #197123
ולעיקר טענותיך, בקיצור:

1. עס איז נישט אמת אז רעליגיע איז געקומען צו ענטפערען די זעלבע שאלות אויף וואס סייענס ענפערט אנדערש. דאס איז א שיינע מעשה (נערעטיוו) וואס סייענס פארציילט אבער עס מיינט נאכנישט אז עס איז היסטאריש ריכטיג. זייער ווייניג היסטארישע פארשער פון רעליגיעס וועלן מסכים זיין מיט די טענה.

2. די שאלה איז נישט אויב רעליגיעס מאכען אמאל יא אדער נישט טענות וועגן דער מציאות. אוודאי זענען דא אין רעליגעזער טעקסטס און ביי רעליגיעזער פירער וואס מאכען אזוינע טענות. די שאלה איז אבער צו דאס איז נוגע צו די עיקר מהלך פון רעליגיע. איך מיין אז קיין שום רעליגיע האלט נישט אז דער רעליגע איז תלוי צו די וועלט דרייט זיך אדער דער זון , וכדומה. (היטארישע טענות אפשר יא, אבער היסטאריע איז נישט קיין הארטע סייענס).

מען ברויך אויך פרעגן אויב מיט דער ווארט "מציאות" מיינט דער רעליגיעזער -אדער מיטאלאגישער- מיינדסעט בכלל די זעלבער זאך ווי סייענס מיינט מיט די ווארט.

די מעשה- כמעט מיטאס- פון גלילאו וכדומה, איז א שיינע מעשה וואס סייענטיסטען האבען ליב צו פארקויפען. היסטאריש איז דער וויכוח געווען אסאך מער וועגן פאליטיק און אנדערע אזוינע זאכען ווי וועגן סייענס ווערסוס רעליגיע. און אז מען קוקט היסטאריש אמאל האבען רעליגיסע געשטיצט סייענס אמאל נישט הכל כרצון הפאליטיקע והמצב הפוליטי, גאנץ ווייניג צוטוהן מיט טעאלאיגע.

3. צו רעליגיעס ווייסען "פארוואס" אדער נישט איז א גוטע חקירה, אבער צו דאס אראפווארפען איז נישט גענוג אזוי צו ווארפען "וועלכע רעליגע ווייסט פארוואס". דאס איז נישט ערנסט גערעדט. סקאלערשיפ דיקטירט מען זאל גוט דורכטוהן טעאלאיגע פילאסאפיע וכו' צו פארשטיין אויב איז דאס אזוי אדער נישט.

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:03 pm

· #197124
כפול

לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:12 pm

· #197128
4. וואס "סייענטיסטען" בכלל, אדער ניוטון, אדער איינשטיין, האלטן, איז נישט אינטרעסאנט. כמו שהעיר ונבנתה ועוד. דאס איז סתם ארגואמענט פראם אוטאריטי.

אבער נניח, פארוואס זאל א צווייטער רעליגיע זיך נישט קענען באנוצען מיט ניוטון אדער איינשטיין. די שאלה וואס מען פראבירט צו ברענגען פון סייענטיסטין א ראיה איז נישט אויף פרטים, צו די תנ"ך איז אמת אדער דער קוראן. די שאלה איז צו אפילו נאך סייענס האט רעליגיע בכלל א מקום, און אויף דעם אויב ניוטון אדער א צווייטרע סייענטיסט איז געווען רעליגיעז איז א ראיה ער האט נישט מסכים געווען צו די הנחה אז סייענס איז א סתירה מיט רעליגיע פער סע.

5. צו טיף - רעליגיעזע מענטשען שיקען אין פאבליק סקאל אדער נישט האט ווייטער נישט קיין שייכות צו דער עצם חקירה. אוודאי האבען זיי פארשידענע סיבות פאר דעם אפילו זיי זאלן גלייבען אין יעדער ווארט פון סייענס.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:31 am

· #197155
איז סייענס א סתירה צו רעליגיע? סייענס קען נישט זיין קיין סתירה, די פיזישע קען נישט זיין א סתירה צום מעטאפיזישן. סייענס קען קיינמאל נישט "אפפרעגן" אז ס'נישט דא קיין מלאך אויף יעדע גראז וואס הייסט עם וואקסן, אפשר קען סייענס מסביר זיין פארוואס די מלאך פעלט נישט אויס, און וויאזוי די גראז קען וואקסן אן דעם מלאך'ס הילף, אנדערש ווי געוויסע גלויביגע האבן אמאל געגלייבט, אבער ס'קען נישט ווייזן אז די א סופערנאטורליכע מלאך הויערט נישט איבערן גראז, ווייל סייענס זעט וואס געפינט זיך בהאי עלמא, אין אונזער פיזישע וועלט, וואס איז באגרעניצט אין די געזעצן פון פיזיקס, אבער נישט אין א דבר רוחני, אדער צו ס'בכלל דא אזא זאך ווי רוחניות.

דאס איז אמאל זיכער אז אמאליגע רעליגיעס זענען געווען מער פארגרעפט, זיי האבן געגלייבט אין די זון, לבנה, שבתאי, צדק, מאדים, די גאט פון רעגן, פערטיליטי, ליבע, וכו' ואטו כי רוכלא, זייערע געטער זענען געווען מער מגושם, געהאט גופים, געפירט מלחמות איינער מיטן אנדערן, חתונה געהאט, מזנה געווען, און געהאט קינדער, און זענען געווען אחראי אויף אלע זאכן וואס געשען אויף דעם וועלט, פון רעגן, ביז וואקסן, האבן קינדער אא"וו. וואסאמאל סייענס האט זיך פאראויס געריקט, האט זיך רעליגיע ארויסגערוקט פונעם פיזישן רעלם, אריין אינעם מעטאפיזישן תחום. איינמאל די המון האט איינגעזעהן אז ס'פעלט נישט אויס קיין גאט פאר יעדע פונקציע עקסטער, נאר די טבע (גימ' אלוקים) איז וואס דיקטירט די רעגן, קינדער, וכדו', איז מאנאטעאיזם געווארן מער אנגענומען, אז ס'דא איין אלמעכטיגע גאט וואס איז א כול יכול, וואס האט אלעס באשאפן. ווייל אויב איז אמאל געווען א נייע בריאה (לאפוקי עולם קדמון) מוז זיין אז דאס איז געטוהן געווארן דורך א סופערנאטורליכע וועזן, און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן די וואס האבן געגלויבט אז טאקע די טבע פירט זיך פון זיך אליינס, אבער צו באשאפן די גאנצע וועלט און אלע זיבן הימלען האב געמוזט זיין א אלמעכטיגע גאט וואס האט דאס געטוהן, אבער היינטיגע צייטן קען שוין א מטרנותא פרעגן פון ר' יוסי בר חלפתא וואס די באשעפער טוט א גאנצע טאג. און ווען סייענס האט ענדליך אויסגעפיגערט א וועגן וואס די וועלט באשאפן ווערן אליינס, איז פון קריעטאר געווארן אינטעליגענט דיזיין, פון א פארטערליכע קעניג געווארן עפעס א מין "אינטעליגענץ, און פון דארט ווייטער צו טעאיסטישע עוועלוציע.

מיינט דאס דען אז דאס אז וויבאלד די מציאות האלוקית רוקט זיך אלץ מער אוועק פון פיזישן רעלם אז דאס איז א ראי' אז ער עקזעסטירט נישט? סך הכול ווייזט עס אז די פריעדריגע וואס האבן פראבירט עם אריינצושטופן אינעם מציאות, זיי האבן זיך טועה געווען, אבער ער אליינס, איז אלעמאל געווען די גאט וואס מיר פארשטייען היינט (אדער וואס מיר וועלן פארשטיין אין די עתיד). די כל יכול, קודם לכל, אינו גוף, ולא ישיגוהו משיגי הגוף.

kliger » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:33 am

· #197175
ונבנתה העיר

אין אנדערע ווערטער: סייענס קען נאר מחייב זיין, נישט שולל זיין, ממילא זעה איך נישט פארוואס איינער וואס איז זיין באשעפטיגונג איז אין סייענס זאל האבן א פראבלעם מיט רעליגיע.

נ.

למשל, אויב סייענס ווייזט אויף אז עס איז נישטא קיין FREE WILL
מאכט עס פראבלעמען

ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 25, 2014 3:15 am

· #197176
איך בין נישט קיין גרויסער מבין, אבער איך מיין אז אין 'בחירה' זענען ביידע פון זיי זייער נישט קלאר.

בכל אופן, איך רעד אין די כללות הקאנצעפט, ספעסיפיקס דארף מען אויסארבעטן לאקעלי.

ביבער » פרייטאג אפריל 25, 2014 4:14 pm

· #197243
אוי @פארוואס איז קיין פראגע פאר א איד... (קרעדיט משה גאלדמאן.)

פארוואס? » פרייטאג אפריל 25, 2014 7:10 pm

· #197255
@לעיקוואד האט אוועק געמאכט אלע טענות במחי יד, לאמיר עס נאכאמאל פראבירן צונעמען:

1. עס איז נישט אמת אז רעליגיע איז געקומען צו ענטפערען די זעלבע שאלות אויף וואס סייענס ענפערט אנדערש. דאס איז א שיינע מעשה (נערעטיוו) וואס סייענס פארציילט אבער עס מיינט נאכנישט אז עס איז היסטאריש ריכטיג. זייער ווייניג היסטארישע פארשער פון רעליגיעס וועלן מסכים זיין מיט די טענה.

1. סתם זאגן סטעיטמענטס אז דאס איז א סייענטיפישע ווערסיע, איז נישט אינטרעסאנט, ביטע ברענג באקאופ צו דיינע ווערטער.
לכל הפחות געב אן אלטערנעטיוו. וואס איז אן אנדער סיבה וואס - לדעתך - איז רעליגיע צושטאנד געקומען? און דערנאך וועלן מיר אליינס זעהן וואס איז מער מסתבר.

2. די שאלה איז נישט אויב רעליגיעס מאכען אמאל יא אדער נישט טענות וועגן דער מציאות. אוודאי זענען דא אין רעליגעזער טעקסטס און ביי רעליגיעזער פירער וואס מאכען אזוינע טענות. די שאלה איז אבער צו דאס איז נוגע צו די עיקר מהלך פון רעליגיע. איך מיין אז קיין שום רעליגיע האלט נישט אז דער רעליגע איז תלוי צו די וועלט דרייט זיך אדער דער זון , וכדומה. (היסטארישע טענות אפשר יא, אבער היסטאריע איז נישט קיין הארטע סייענס).

מען ברויך אויך פרעגן אויב מיט דער ווארט "מציאות" מיינט דער רעליגיעזער -אדער מיטאלאגישער- מיינדסעט בכלל די זעלבער זאך ווי סייענס מיינט מיט די ווארט.

די מעשה- כמעט מיטאס- פון גלילאו וכדומה, איז א שיינע מעשה וואס סייענטיסטען האבען ליב צו פארקויפען. היסטאריש איז דער וויכוח געווען אסאך מער וועגן פאליטיק און אנדערע אזוינע זאכען ווי וועגן סייענס ווערסוס רעליגיע. און אז מען קוקט היסטאריש אמאל האבען רעליגיסע געשטיצט סייענס אמאל נישט הכל כרצון הפאליטיקע והמצב הפוליטי, גאנץ ווייניג צוטוהן מיט טעאלאיגע.

2. אפילו אויב - לדעתך - איז רעליגיע געקומען בעיקר זאגן ״פארוואס״. אבער וויבאלד די רעליגיעזע האלטן, אז זייערע טעקסטן און זייערע פירערס רייד זענען געטליך אנטפלעקט געווארן, באיזה דרך שהוא, דאן מוז עס שטימען מיטן מציאות. (נישט קיין חילוק צו זיי זענען געקומען ״בעיקר״ צו דעם, אדער נאר ״בטפל״, גאט מאכט נישט קיין טעותים). בפרט, אויב דא איז די איינציגסטע פלאץ וואו מען קען עס אויסטשעקן.
איבער פאקטן אין די היסטאריע איז נאריש זיך צו טענה׳ן, נישט איך און נישט דו זענען דארטן געווען. בפרט, ווען עס איז נישט ממש נוגע לעיקר הנידון. על כל פנים, דאס וועסטו מיר מודה זיין, אז עס האט גענומען צייט ביז די קירכע האט געמוזט מסכים זיין, אז די זוהן דרייט זיך ארום די וועלט.

3. צו רעליגיעס ווייסען "פארוואס" אדער נישט איז א גוטע חקירה, אבער צו דאס אראפווארפען איז נישט גענוג אזוי צו ווארפען "וועלכע רעליגע ווייסט פארוואס". דאס איז נישט ערנסט גערעדט. סקאלערשיפ דיקטירט מען זאל גוט דורכטוהן טעאלאיגע פילאסאפיע וכו' צו פארשטיין אויב איז דאס אזוי אדער נישט.

3. למעשה, איז דא א מסודר׳דיגע ענטפער נאך אלעס. פארוואס איז די וועלט באשאפן? (איך פרעג מיט אן ערנסקייט, איך האב נאך קיינמאל אזוינס נישט באגעגנט, א חוץ די חב״ד׳סקער רישא דלא אתידע).

4. וואס "סייענטיסטען" בכלל, אדער ניוטון, אדער איינשטיין, האלטן, איז נישט אינטרעסאנט. כמו שהעיר ונבנתה ועוד. דאס איז סתם ארגואמענט פראם אוטאריטי.

אבער נניח, פארוואס זאל א צווייטער רעליגיע זיך נישט קענען באנוצען מיט ניוטון אדער איינשטיין. די שאלה וואס מען פראבירט צו ברענגען פון סייענטיסטין א ראיה איז נישט אויף פרטים, צו די תנ"ך איז אמת אדער דער קוראן. די שאלה איז צו אפילו נאך סייענס האט רעליגיע בכלל א מקום, און אויף דעם אויב ניוטון אדער א צווייטרע סייענטיסט איז געווען רעליגיעז איז א ראיה ער האט נישט מסכים געווען צו די הנחה אז סייענס איז א סתירה מיט רעליגיע פער סע.

4. אויב עס איז דיר נישט אינטרעסאנט וואס פראמינענטע סייענטיסטן האבן געהאלטן, דאן לייען עס נישט. איך האב געשריבן אן ענטפער דערויף, פאר די וואס זענען אינטרעסירט דערין. (און עס שיינט אז עס זענען דא אסאך אזעלכע).
יעדע רעליגיע גלייבט אז ביי זיי, און נאר ביי זיי, ליגט די אבסולוטע אמת, און אלע אנדערע רעליגיעס זענען פאלש. אויב אזוי, א מוסלעמעינער וואס גלויבט אז די קאטוילישע גלויבונג איז פאלש, ווי אזוי קען ער נוצן ניוטון אלס א תמיכה צו ״זיין״ רעליגיע.
אין אנדערע ווערטער, די חילוק צווישן איין רעליגיע און די צווייטע, זענען נישט נאר קיין פרטים. עס זענען אינגאנצן אנדערע געזעצן און אנדערע איסורים.
סתם דער סך הכל, אז עס איז דא א כח עליון, אויפדעם איז איינשטיין אויך גוט.

5. צו טיף - רעליגיעזע מענטשען שיקען אין פאבליק סקאל אדער נישט האט ווייטער נישט קיין שייכות צו דער עצם חקירה. אוודאי האבען זיי פארשידענע סיבות פאר דעם אפילו זיי זאלן גלייבען אין יעדער ווארט פון סייענס.

5. די ״פארשידענע״ סיבות פארוואס די עקסטרעם רעליגיעזע שיקן נישט אין קאלעדזש וועסטו דערציילן פאר דיין גוי׳שער שכן. איך - אלס איינער וואס קומט פון אזא קאמיוניטי - ווייס פונקטליך פארוואס.

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 19, 2016 6:16 am

· #329916
Re: איז סייענס א סתירה צו רעליגיע
א לעקטשור פון דזשערי קוין, א ביאלושינערי סייענטיסט אוןן פרופעסאר אין די יוניווערסיטי אף שיקאג. אין די שיעור טוט ער פרום פראומאוטן די שיטה פון אינקאמפעטאביליטי. דזשערי צייכנט זיך אויס אין די נושאים פון ספישיעישאן, עקאלידזשיקעל און עוועלושונערי גענעטיקס, און בפרט דער באקאנטער פיהל שטודירטע דראסאפילא פליג. ער האט ארויסגעגיבן א צאל פעיפערס צו ערקלערן עוועלוציע און גאר אסאך קאמענטירט אנטקעגן די אינטעלידזשענט דיזיין לאגער. ווי אויך האט ער מחבר געווען די ביכל 'ספעשיעישאן' און די בעסט סעלער 'פארוואס עוועלוציע איז אמת'. דאס איז ווי א רעאקציע צו די רעליגעיזע אפאלעגעטיקער אדער אקאמעדעישעניסטס פון היינט. א משל איז די בוך אף פאנדאס אין פיפעל וועלכער איז געווען אין סענטער פון די 'ספוקס' טרייעל פון אונזער דור - די 2005 קוצמילער ווס דאווער עריע סקול דיסטריקט געריכט געראנגעל אין וועלכע עלטערן האבען גענומען די פובליק סקול צום געריכט פארן אנבאטן רעליגעיזע אינסטרוקציעס פאר די תלמידים נאכדעם וואס די באורד האט געפאסט א רעזעלוציע אז די טיטשערס וועלן מוזן מאכן א סטעיטמענט וועלכע זאל מרמז זיין אז אינטעלידזשענט דעזיין איז א איקוואלי וואליד סייענטיפיק טעאריע צו עוועלוציע. די בוך of pandas and people האט אין א קומענדיגע אויפלאגע אין א דעספערעט פארזוך צו נידריגען פארלוסטן געטוישט די טייטל צו 'די דעזיין פון לעבן: דיסקאווערען צייכענעס פון אינטעלידזענס אין ביאלאגישע סיסטעמעס' קוין איז ווי געזאגט א שטארקע פראפאנענט פון דעטערמעניזעם און אינקאמפאטיבילעטי.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/Ekc2Nn03IVM">https://youtu.be/Ekc2Nn03IVM</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 9:41 am

· #329948
דאס אז רעליגיע איז א באזונדער תחום פון סייענס, איז א מאדערנע הבחנה. אוודאי טוט רעליגיע גיבן פארן רעליגיעזן מענטש א צופרידנשטעלנדן בליק אויף די וועלטס - וואונדער, דאס וואס סייענס טוט דורך סייענטיפישע הסברים.
פארן רעליגיעזן מאן ביפאר די סייענטיפיק רעוועלוציע (סיידן ביי די קלאסישע פיליזאפער, וואס האבן אויך געזוכט פיליזאפישע הסברים)
איז נישטא קיין טבעי און על טבעי, אלעס איז די באשעפערס וואונדער, און ווען גאט וויל ווייזן א צייכן א אות, מופת, נס. טוט ער אומערווארטעטע זאכן.
די פסוקים אין תהילים און איוב זענען פול מיט התפעלות הבריאה און אלעס ארויסצוברענגן די גדלות השם.

הקטן » דינסטאג אפריל 19, 2016 9:56 am

· #329954
נהורא נפישא
דאס אז רעליגיע איז א באזונדער תחום פון סייענס, איז א מאדערנע הבחנה. אוודאי טוט רעליגיע גיבן פארן רעליגיעזן מענטש א צופרידנשטעלנדן בליק אויף די וועלטס - וואונדער, דאס וואס סייענס טוט דורך סייענטיפישע הסברים.

היינטיגע סייענס וויל נישט ווייזען די וועלט'ס וואונדער
דער היינטיגער סייענטיסט איז געטרענט צי זאמלען קאלטע data אן כאפען סיי וואס פארא התפלות דערפין
דער סייענטיסט וואס פארגאפט זיך אויף די וועלטס ווינדער איז און א געוויסע זון א טרעטער צי זיין פאך

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 10:02 am

· #329956
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט.
די קריגסט מיט דעם אז סייענס איז מסביר די וועלט'ס וואונדער ?
אוודאי איז סייענס דא נישט נאר מסביר צו זיין פאר וועם עס ווינדערט, נאר אויך פשוט לתועלת מנצל זיין סייענס פאר אייגענע גיברויכן.
אבער דאס נעמט נאך אלס נישט אוועק אז רעליגיע טוט די זעלבע ווי סייענס אינעם פרט פון מסביר זיין די וועלט'ס וואונדער

הקטן » דינסטאג אפריל 19, 2016 10:11 am

· #329958
איך אלס יחיד ווען איך שטאדיר סייענס קען איך זיך נישט העלפן נישט צי באמערקען די וועלטס וואונדער
אבער סייענס זעלבסט, as a Field, ( די לעצטע x יארן) זעט נישט אלס איר פאנקשען צי באמערקען די וועלט'ס וואונדער.
פארקערט זו וויל נישט קיקען יענער זייט (גיי ווייס פארוואס)

און די צייט וואס רעליגיע וועט ניצען די וועלט צו באמערקען איר וואונדער וועט דאס סייענס טרייען מסביר צי זיין פארוואס ס'איז בכלל נישט קיין וואונדער.

Do not all charms fly
At the mere touch of cold philosophy?
There was an awful rainbow once in heaven:
We know her woof, her texture; she is given
In the dull catalogue of common things.
Philosophy will clip an Angel’s wings,
Conquer all mysteries by rule and line,
Empty the haunted air, and gnomed mine –
Unweave a rainbow, as it erewhile made
The tender-person’d Lamia melt into a shade

Lamia John Keats 1820

דאקענס פילט אז ער דארף זיך אננעמען פאר סייענס און אין זיין ביך Unweaving the Rainbow: Science, Delusion and the Appetite for Wonder טרייט צי מאכן damage control

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 10:22 am

· #329961
בכל אופן אין תנ"ך זענען פארהאן פאקטן פון אבזערוואציע, וואס סייענס איז מודה אדער נישט מודה איבער זייער אקוראטקייט.

הקטן » דינסטאג אפריל 19, 2016 10:26 am

· #329964
איך מיין אז תנ"ך זיכט נישט צי געבען קיין סיינעטיפישע אקאנט איבער די פאקטן , ליבערשט וויל זי רעדען פין די פראספעקטיוו פין דער אבזערווירער - וואו א יעדער גיטער פאעט וועט טון

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 10:32 am

· #329966
אקעי.
טענה'סטו אז אלע נאטור פאקטן, זענען געשריבן פאעטיש, כאטש די תורה איז אוודאי באוויסטזיניג מיט די אמת'ע פאקטן
איז דא אין תנ"ך אן אמת'ע נאטור פאקט כאטש וואס ס'איז נאך דאן נישט געווען ריכטיג אבזערווירט ביי די מענטשהייט ?

הקטן » דינסטאג אפריל 19, 2016 11:14 am

· #329976
און אז ס'איז נישט דא?

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 11:50 am

· #329992
1) סייענס איז די אבזארוואציע פון נאטור געזעצן.
2) די ציל פון אבזערוואציע קען זיין פארשידנארטיג.
3) התפעלות איז סובדזשעקטיוו.
4) רעליגיע איז דאס דינען גאט, וואס נעמט פאקטיש אריין רעליגיעזע טעקסטן.
5) רעליגיעזע טעקסטן וואס זענען פארהייליגט ביי רעליגיעזע מענטשן רעדן פון געוויסע נאטור פאקטן.
6) נישט אייביג זענען די נאטור פאקטן ריכטיג, לויט די היינטיגע סייענטיפישע אבזערוואציע.
7) טייל זאגן אז די רעליגיעזע טעקסטן רעדן פאעטיש
8) די סיבה צו זאגן אז די תורה רעדט דוקא פאעטיש, איז ווייל א געטליכע טעקסט קען נישט סותר זיין דעם אמת.
9) די נאטור ווי ס'שטייט אין די תורה, קען נישט גענוצט ווערן אלס א הוכחה פאר א געטליכע טעקסט, מ'דארף צו דעם האבן א דרויסענדיגע הוכחה.

שלום על ישראל » דינסטאג אפריל 19, 2016 12:30 pm

· #330005

כ'פארשטיי נישט נומער 9. ביטע זיי מסביר.

הקטן » דינסטאג אפריל 19, 2016 12:35 pm

· #330006
1. 2. 3. 4. ....

רעליגיע קען ניצען נאטור אלס א הוכחה אויף גאט זעלבסט (פאר וועם אנדערע אפציעס איבער נאטור איז אבסארד)
און אויך צי ברענגן דעם מענטש צו סובדשעקטיוו התפעלות איבער גאט'ס גרויסקייט -
און ווערט נישט געניצט אלס אן הוכחה פאר א געטליכע טעקסט

#די_פאלשע_פרעמעס

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:03 pm

· #330011
דו לויפסט מיר נאך מיט די מעדזשיק ווארט false premise, אנע דעם וואס דו זאלסט זיך באציען ווי מיינע נישט ריכטיג עסאמפשענס זענען.
כ'האב בכלל נישט קיין מושג צו איך קריג זיך מיט עפעס, די איינציגע זאך וואס איך וויל ארויסברענגן איז אז איך פארשטיי פארוואס'ס שאלה. די הנחה אז די רעליגיעזע טעקסטן רעדן נישט פון קיין נאטור פאקטן, קוקט נישט אויס ווי דאס איז געווען די פשוטע הבנה ביז די מאדערנע צייטן, אדרבה, חז"ל לדוגמא לערנען יא די נאטור פאקטן כפשוטו, אפילו מאדנע דארט ווי ס'קוקט שוין באמת צו זיין פאעטיש.

הקטן » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:15 pm

· #330013
נהורא נפישא

9) די נאטור ווי ס'שטייט אין די תורה, קען נישט גענוצט ווערן אלס א הוכחה פאר א געטליכע טעקסט, מ'דארף צו דעם האבן א דרויסענדיגע הוכחה.

די פרעמעס איז אז דאס איז אן הוכחה

ווער האט געזאגט אז דאס קען יא געניצט ווערן אלס אן הוכחה ?
ניצן דאס חז"ל אלס א הוכחה אויף געטליכע טעקסט?

די אמת איז איך האב נישט געליינט "פארוואס?" - סליחה אויב האב איך דיך שלעכט פארשטאנען

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:19 pm

· #330014
ניין כ'האב עס נישט געזאגט פארדעם ווייל איינער האט געזאגט אז ס'איז א הוכחה. ס'איז סתם א באווארענונג.
בדרך אגב נוצן עס יא חז"ל אלס א הוכחה ביי די חיות ובהמות טהורות, וכי משה קנגיון היה וכו'
אויך אסאך פון די היינטיגע מחזירים בתשובה נוצן דאס אלס א הוכחה.

הקטן » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:22 pm

· #330016
און? למעשה...

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:24 pm

· #330017
למעשה איז עס א פשוטע שמועס, גארנישט אויף ארויסצונעמן הנחות.

הקטן » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:58 pm

· #330026
איז דא אדער נישט דא
אויב קיקט מען אויף וואס חז"ל ריפן סנפיר וקשקשת

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 2:18 pm

· #330031
די מאמר חז"ל פון וכי משה קניגי היה, באציט זיך נישט דוקא אויף סנפיר וקשקשת נאר בכלל אויף די אלע מינים און זייער זאאלאגישע קאטעגארירונג.
סנפיר וקשקשת איז אין אלגעמיין ריכטיג חוץ עפעס ביי איין מין וואס מ'מוטשעט זיך.
שפן און ארנבת וואס מיר לערנען היינט זענען נישט מעלה גרה.
די תירוץ אז ס' מיינט אן אנדערע מין, ווארפט עכ"פ אוועק די הוכחה פאר אונז וואס אונז קענען נישט די מינים.
די עיקר נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען אז איינמאל מ' קען אייביג נוצן די פאעטישע אויסרייד, קען מען שוין בכלל נישט נוצן סיי וואספארא נאטור פאקטן אלס א הוכחה.

הקטן » דינסטאג אפריל 19, 2016 3:41 pm

· #330052
אויב קיקט מען אויף וואס חז"ל ריפן סנפיר וקשקשת מיטשעט זיך דער כופר מיט דעם וכי משה קניגי היה

י.ל.פרץ » זונטאג מאי 8, 2016 5:37 pm

· #332158
Re: איז סייענס א סתירה צו רעליגיע
די נושא איז א מחלוקת הפוסקים. ווי למשל, ריטשארד דאוקינס שרייט חי וקים אז עס איז א סתירה, נוצנדיג אפט די משל: טאמער דו וואלסט געגאנגען צום בעסטען אויג דאקטער , וואס האלט אז מענטשן ווערן דעליווערד דורך פויגל..
וואודעראום, לורענס קרויס טענה'ט אז ווילאנג דער סייענטיסט ברענגט נישט אריין זיין גלויבן אינעם לעב איז עס נישט קיין פראבלעם.

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:47 pm

· #439181
דר. ליסא רענדעל (אין איר Knocking on Heaven’s Door) טענה׳ט אז וויבאלד די סייענטיפיק מעטאד מוז צוקומען אז מאטעריאליסטישע מעכאניזמס ליגן אונטער רעאליטעט (ווייל אזוי ארבעט זייער פארשונג), איז דאס אין קאנטראסט צו רעליגיע וואס נעמט אן השגחה און אז ג-ט פירט די וועלט [פונקטליך ״ווי אזוי?״ טוהט ער דאס: וועלכע פארס וכו׳].

ובנוגע די ״קאלטע״ צוגאנג פון סייענס צו די נאטור זאגט זי דארט אויף א צווייטע פלאץ אז דאס איז די חילוק צווישן ארט און סייענס. דהיינו, ביידע זוכן צו פארשטיין און דערגיין די בריאה: סייענס דורך אביעקטיווקייט און ארט דוקא דורך די מענטשליכע סאביעקטיווקייט.

*

אוועראס, דונס סקאטוס (אין זיין רעפארטאטא פאריסיאנא), און פעטרוס פאמפאנעישוס (אין זיין טראקטאטוס ד׳אימארטאביליטעט אנימעי) האבן געהאט געזאגט אז וואס איז פאלש אין סייענס קען זיין אמת אין רעליגיע און וואס איז פאלש אין רעליגיע קען זיין אמת אין סייענס. (הגרי״ד סאלאווייטשיק זצ״ל אין זיין The Halakhic Mind דינגט זיך אויף די פרעמיס.)

מי אני » פרייטאג פעברואר 28, 2020 1:34 pm

· #443489
איז סייענס א סתירה צו רעליגיע
מי אני
דר. ליסא רענדעל (אין איר Knocking on Heaven’s Door) טענה׳ט אז וויבאלד די סייענטיפיק מעטאד מוז צוקומען אז מאטעריאליסטישע מעכאניזמס ליגן אונטער רעאליטעט (ווייל אזוי ארבעט זייער פארשונג), איז דאס אין קאנטראסט צו רעליגיע וואס נעמט אן השגחה און אז ג-ט פירט די וועלט [פונקטליך ״ווי אזוי?״ טוהט ער דאס: וועלכע פארס וכו׳].

הרב יצחק בן שלמה הישראלי (געלעבט אין די צייטן פונ׳ם רס״ג), אין זיין ספר הגבולים, זאגט בנוגע אריסטו׳ס פיר מיני עילות/סיבות אז יעדע פון די עילות [causes] קען האבן א סיבה גשמית אדער רוחנית. יעצט, הגם איינע פון אריסטו׳ס עילות איז אן עילה ״מאטעריאלי״, טענה׳ט ער דארט אז דאס איז נישט א סתירה בעצם, ווייל לגבי די חלק ה״עססענס״ שבו פונ׳ם דבר הנפעל גייט ארבעטן די עילה רוחנית בשעת די מאטעריאלע סיבה לאותו דבר ארבעט אויף די מאטעריאלע חלק שהיא לעומת זה (אזוי האב איך פארשטאנען).

איך פארשטיי אז דאס גייט (מער) אין איינקלאנג מיט מעטאפיזיקס ווי איידער פיזיקס און (געהעריגע) סייענס, והקשיא איז נאך אלס א שטיקל במקומה עומדת.

מי אני » זונטאג יאנואר 10, 2021 10:58 am

· #465389
מענין לענין באותו ענין: 📎 עמערסאן.jpg רעלף וואָלדאָ עמערסאן.

מי אני » מאנטאג יאנואר 25, 2021 10:05 pm

· #466058
ומענין לענין באותו ענין, דער פילאזאף אגוסט קאַמט האט פארמולירט א ״געזעץ״ פון דריי שלבים. דאס לויטעט אז יעדעס סייענס גייט בערך דורך דריי שלבים איינע נאך די אנדערע:

1). די טעאלאגישע שלב וואו מ׳גיבט אן הסברים צו פענאמענא צו אלקות.

‏דאס אליין האט בתוכה דריי שלבים:

א). פעטישיזם - וואו מ׳גיבט אן דאס אלקות וסיבה צו עץ ואבן ממש.

ב). פּאַליטיאיזם - וואו מ׳גיבט שוין אן די אלקות צו מערערע [מגושם] געטער.

ג). מאַנאָטעאיזם - וואו מ׳גיבט אן די סיבה צו איין ג-ט.

2). די מעטאפיזישע שלב וואו מ׳גיבט אן די סיבות וכו׳ צו אבסטראקט מושגים [ל״ד ג-ט].

3). די פאזיטיווע שלב וואו מ׳גיבט אן די סיבות צו עמפּירישע סייענטיפישע אויפווייזונגען.

מי אני » זונטאג יאנואר 31, 2021 11:50 am

· #466239
עס איז מערקווידיג אנצוווייזן אז עס געווען אין דאס לערע פון היסטאריע [היסטאריאגראפיע] א פּאראדיגמע וואס מען האט גערופן דאס קאנפליקט טעזע. דאס איז אז מ׳דארף באטראכטן דאס היסטאריע פון סייענס אין א פרעימווארק וואו עס איז אונטערגעקומען און געווען אין א כסדר׳דיגע קאנפליקט מיט די אלגעמיינע רעליגיעזע גלויבונגען וכו׳ פון יענע תקופה. היינט-צו-טאג אבער איז מען אין דעם פעלד מער גענויגט צו א קאמפּלעקסיטי טעזע וואו די רילעישענשיפ צווישן די צוויי איז צומאל געווען מער ניואנסד וכו׳.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 5, 2021 10:19 am

· #468021

yesiknow » זונטאג מערץ 7, 2021 10:14 am

· #468099
עיין במכתבי מוהרנ"ת מכתב רכא ותמצא מרגוע לנפשיך!

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 6:03 pm

· #481080
The first gulp from the glass of natural sciences will turn you into an atheist, but at the bottom of the glass God is waiting for you

Attributed to Werner Heisenberg

Similarly

A little philosophy inclineth man’s mind to atheism; but depth in philosophy bringeth men’s minds about to religion

Francis Bacon

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 1:24 am

· #481108
מי אני: איך האב געזעהן לעצטנס עטליכע קליפס וואו סייענטיסטן באשטעטיגן פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט די אלע זאכן וואס שטייען אין חומש און אין נ"ך. אז ס'וואלט געקענט געשעהן. לעומת די אמאליגע סייענטיסטן וועלכע האבן נישט נאר אפגעלייקנט די פארשידענע געשעענישן וואס ווערן דערציילט אין חומש. נאר געשפעט דערפון אז ס'איז (ח"ו) אויסגעטראכטע מעשיות...!

אויף איינס פון די רעפארטס זאגט דער בעל המימרא ממש איבער דעם פסוק וואס שלמה המלך ע"ה זאגט אין קוהלת..."אין כל חדש תחת השמש. ואין זיכרון לראשונים"... זאגט דער סייענטיסט און ער ווייזט אויף דורך ענדזשינירישע קאלקולאציעס אז די מענטשן פון דור הפלגה האבן געקענט בויען אזעלכע שטארקע ציגל וועלכע קענען האלטן די געוויכט פון מערערע טאנס.

אויך די צען מכות און קריעת ים סוף טוען זיי באשטעטיגן פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט...!

ס'נישט אז אונז דארפן א ראיה אז וואס ס'שטייט אין די תורה איז אמת . פשוטו כמשמעו...!

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 1:42 am

· #481109
מי אני
The first gulp from the glass of natural sciences will turn you into an atheist, but at the bottom of the glass God is waiting for you

Attributed to Werner Heisenberg

Similarly

A little philosophy inclineth man’s mind to atheism; but depth in philosophy bringeth men’s minds about to religion

Francis Bacon

א שטארק געדאנק דאס, די זעלבע זאך קען מען אבער אויך זאגן פארקערט אויף לערנען תורה, אביסל תורה מאכט גלויביג, אז מ׳לערנט צופיל טויג שוין נישט...

נאר דער אמת איז אז ס׳ווענדט זיך פון וועם מ׳רעדט, איינער וואס לערנט פילאזפיע און סייענס ווייל ער האט ליעב צו פילאזאפירן און דרייען מיט׳ן פינגער אין סייענס וועט אין זיין זוך נאך די זאכן ווערן גלויביג ווייל נאר דארט וועט ער קענען זיך דערקוויקן זיין זעהל מיט ענדלאזע קאמפליקאציעס וואו מ׳קען פילאזאפירן, דרייען, און מאלן וואסער ביז ווילאנג דאס לעכטל ברענט נאך. די זעלבע זאך אויף פארקערט, איינער וואס לערנט תורה און הלכה פשוט ווייל ער גלייבט אין שכר ועונש און ער וויל ארויסקומען מיט די most simplified מהלך ווי מ׳קען ארויסנעמען דאס מקסימום שכר און די מינימום עונש וועט ער צום סוף צוקומען צו כפירה אין הלכה ווייל דאס איז די most simplified וועג. די חילוק צווישן רעליגיע און אתאיזם איז אט דאס, אתאיזם פרובירט ארויסצונעמען די מערסט simple ריינע אמת, רעליגיע פרובירט מאכן די מציאות ווי מער קאמפליצירט און ווי ווייניגער simple.
בלאט: 1 2