☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פארוואס גלייבסטו?

פארוואס גלייבסטו?

205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4049
בלאט: 1 2 3 4 5

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 27, 2019 8:14 pm

· #423406
אמונה איז א געוויסע סארט השקפה וואס געוויסע מענטשן האבן, ווייל זיי האלטן אז די געדאנק דערפון איז אמת, און לאו דוקא ווייל ס'איז פאקטיש במציאות אזוי. לדוגמא, ס'דא מענטשן וואס גלייבן אז רציחה איז נישט קיין גוטע זאך, און נישט ווייל זיי האבן פאקטישע באווייזן אז ס'איז אזוי. אפילו ווען די פאקטן זאלן ווייזן פונקט פארקערט, וועלן זיי נאכאלץ גלייבן אזוי. ס'איז א השקפה זאך, נישט קיין פאקטישע מציאות.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=fJZ8ib93vSk">https://www.youtube.com/watch?v=fJZ8ib93vSk</a>

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 9:13 pm

· #437272
אפאר הערות וואס קענען נוגע זיין צו די געוואלדיגע שמועס [איך נוץ דאס ווארט ״גלויבונג״ אין איר פילאזאפישן טערמיניגע דעפיניציע; איך פארשטיי אז אין דעם אשכול ווערט עס בעיקר גענוצט ווי אין די אלגעמיינע פארלאנס, אבער איך האלט נישט אז עס מאכט א גרויסע חילוק]:

1). איך ״גלייב״(...) אז די שמועס (אויב מ׳קען בכלל אנאליזירן ״גלויבונג״ און ״וויסן״) רירט אן אויף די טעאריע אין עפיסטעמילאגיע פון דזשאסטיפייד אמת׳ע גלויבונג; וואס קאנסטיטוט די חילוק פון א גלויבונג בעלמא און וויסן (דאס רירט דאך אן די פראגע ״פארוואס גלייבסטו?״, וואס גייט שוין לכאורה אריין אין די ״ווי אזוי?״ אויך).

‏(מיט K-רעלייעביליזם גייט עס לכאורה נישט שטימען).

2). דאס פירט אריין צו דעם אז ווי אזוי איך פארשטיי יאיר׳ס מהלך איז עס אן אינטערנעליסט ווערסיע פון א דזשאסטיפיקעישן פאר אמת׳ע גלויבונג. דהיינו, ער נוצט (בעיקר) זיין אינטואישן אין אנאליזירן די עוועילעבל עווידענס, וועלכע איז אן אינערליכע סטעיט, צו דזשאסטיפייען און ברענגן דאס ״גלויבונג״ צו (א פארעם פון) ״וויסן״.

ווי אויך רירט זיין אינטואישן דערצו אן אין די טעאריע פון פרעגמעטיק ענקרויטשמענט אין עפיסטעמילאגיע. דהיינו, אז וויבאלד די נושא איז מער נוגע ללבבו (אויפוואקסענדיג אלס איד), איז קען דאס גלויבונג און וויסן דערין זיין שווערער מברר צו זיין פאר אזא איינער, און זאגן אז ער/זי ״ווייסט״ אזוי, לעומת א צווייטן פאר וועם ס׳איז נישט אזוי נוגע.

3). אויך, יש לעיין אויב גלייבן און האלטן עפעס ווייל אזוי האט מען מקבל געווען [אמונה פשוטה ווס. חקירה] איז א דאגזאסטישע אויסגעהאלטענע סיבה אויף צו גלויבן אין עפעס (און אויב יא, אויף ווי ווייט איז דאס אויסגעהאלטן).

4). דאס איז לכאורה ברור אז ווי ווייניגער (עפיסטעמאלאגיש) דזשאסטיפייד א מענטש׳נס גלויבונג איז, אלס שוואכער ווערט פארעכענט זיין אמונה בה׳ (פון אן עפיסטעמאלאגישן שטאנדפונקט), הגם אז פון א בעצם פראפאזישינעל שטאנדפונקט קענען זיי זיין גערעכט, ופשוט.

אין אנדערע ווערטער, מ׳קען נוצן צוויי פון דר. דוד סוסא׳ס דריי עיס [AAA]. דהיינו, אונז קענען אפשר נישט וויסן אז מציאות הבורא וכו׳ איז 100% אקוראט, אבער די גלויבונג דערין דארף זיין (ווי מער) עדרויט [אנגעקומען דערצו דורך די (קאגניטיוו) סקיל און יכולת פונ׳ם מענטש] און זיין (ווי מער) עפט [ס׳איז דא א דירעקטע קשר צווישן די גלויבונג און ס׳דערקענט זיך אז ער׳ז אנגעקומען דערצו דורך זיין/איר סקיל; נישט דורך מזל וכדומה פון זייטיגע אמצעים].

5). דאס וואס מ׳מאכט א חילוק צווישן חלקים פון אמונה/דת וואס זענען שווערער צו גלייבן אין ווי אנדערע, רירט אן אויף דעם אז עס זענען דא דעגריס פון גלויבונג; ס׳וועלען זיין חלקים פון די רעליגיע וכו׳ וואס מ׳וועט ״מער״ גלייבן אין ווי אנדערע (און דאס איז די האפענונג, ואולי עבודה, אויף אנצוקומען צו אמונה ״שלימה״).

6). די חולקים אויף יאיר נעמען לכאורה אן ווי דר. דוד לואיס און דר. פיטער ווען אינוואגען, וואס זאגן אז אינטואישינס זענען נישט בעצם קיין סאך אנדערש און שטערקער פון גלויבונגען. (דר. ווען אינוואגען זאגט אז אויב האט מען א נגיעה צו גלייבן אין עפעס דאן האט מען אן אינטואישין דערצו. דר. דוד סוסא לייגט אבער צו אז דאס איז ווען מען האט א נגיעה צו גלייבן דערין מחמת ווייל מען וויל דאס פארשטיין.)

ס׳זענען אויך דא וואס טענה׳ן אז דאס פאראנטווארטליכקייט פון (זיך פארלאזן מער אויף) אינטואישנס בכלל (איבער סתם גלויבונגען) שטאמט אליין פון אן (בכלליות׳דיגע) אינטואישן. אויב אזוי ליידט דאס פון אן עפיסטעמיק סירקולעריטי; א פארעם פון סירקולער ריזענינג.

(ועיין מש״כ כאן.)

מי אני » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 6:56 pm

· #438078
7). מ׳רירט אויך אן אויף דעם אינטואישן/דעדאקשן טעזע בתוך די סוגיא פון ראציאנאליזם: אז עס זענען דא זאכן וואס מ׳קען נאר (אנהויבן) וויסן דורך אינטואישן (און די איבעריגע נעמט מען ארויס פון דארט און ווייטער).

הקטן » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 7:31 pm

· #438080
מי אני
7). מ׳רירט אויך אן אויף דעם אינטואישן/דעדאקשן טעזע בתוך די סוגיא פון ראציאנאליזם: אז עס זענען דא זאכן וואס מ׳קען נאר (אנהויבן) וויסן דורך אינטואישן (און די איבעריגע נעמט מען ארויס פון דארט און ווייטער).

דו קענסט ווייזען אויף עפעס וואס דו וועסט ריפען ראציאנאל און עס פאנגט זיך נישט אן מיט אינטואישן ?

פארוואס עפעס ראציאנאליזם?!? איז דאס נישט זעלבסט ריין אינטואישן ?

הקטן » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 7:34 pm

· #438081
איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא

איין זאך איז זיכער, ס'דא איינער וואס איז נישט זיכער!!!
ומכאן ראיה...

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 7:45 pm

· #438084
די סך הכל פון אלע ענטפערס איז ווייל מ'מוז צו גלייבן, ווען נישט וואס מ'מוז גלייבן וואלט קיינער זיך נישט געקימערט דערמיט, די אלע תירוצים זענען טאקע נאר דאס, "תירוצים". בעצם וואלט מען געקעט זאגן אפן און קלאר "איך גלייב ווייל מ'מוז גלייבן", מ'וויל דאך נישט זיין צו שאנד און צו שפאט, גיבט מען א קראץ אפיר עפעס א קרומע תירוץ, און אפשר נאך אפאר טעג זיך טענה'ן אהין און צוריק וועט מען צוקומען צום נקודה אז מ'גלייבט ווייל מ'מוז גלייבן, ביז דאן האט מען זיך כאטש אויסגעבויעט א גאנצע בנין וואס מאכט עס אויסזעהן כאילו ס'ליגט דא עפעס מורא'דיגע טיפע זאכן.

מי אני » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:17 pm

· #438087
פארוואס גלייבסטו?
‏
הקטן

דו קענסט ווייזען אויף עפעס וואס דו וועסט ריפען ראציאנאל און עס פאנגט זיך נישט אן מיט אינטואישן?

פארוואס עפעס ראציאנאליזם?!? איז דאס נישט זעלבסט ריין אינטואישן?

לויט ווי אזוי איך פארשטיי די טעזע פון/אין ראציאנאליזם, קומט אויס פון דעם אז דאס (לפי דעם טעזע) איז די קרוקס פון די ראציאנאליזם ווס. עמפיריסיזם דעבאטע. דהיינו, אז ראציאנאליזם דארף (אייביג, אזוי ווי דו האסט געזאגט) צוקומען צו אינטואישנס צו שטארקן (און אוודאי אנהויבן) דאס וואס מ׳ווייסט (פון עקסטערנעל זאכן), לעומת עמפיריסיזם וואס פארלאזט זיך אויף די סענסעס/חושים ממש (פאר עקסטערנעל זאכן). און די טעזע זאגט טאקע אז די שטארקייט פון ״וויסן״ ליגט טאקע ענדגילטיג אין די אינטואישנס [די טעזע שטעלט די אינטואישנס ״פארנט און סענטער״].

און אזוי ווי איך האב אויבן געזאגט אין הערה 6)., איז דאס טאקע א (חלק פון די) טענה וואס מ׳האט אויף אננעמען דאס סמכות פון אינטואישנס בכלל [דאס איז זעלבסט ריין אינטואישן].


ובענין זה (ווייל דעקארט איז דער ערשטער וואס האט פארמולירט דעם פריערדערמאנטע טעזע. ווי אויך די הוכחה אויף דאס זיכערע עקזיסטענץ וואס איז תלוי אין ״טראכטן״, און דאס ״גלייבן״ אין ג-ט (ענין נושא האשכול) איז א פועל יוצא דערפון, אן אינטואישן, וכדלהלן):
‏
הקטן
איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא

איין זאך איז זיכער, ס'דא איינער וואס איז נישט זיכער!!!
ומכאן ראיה...

מ׳נוצט דאס וואס דעקארט בויט אויף זיין הוכחה אויף זיין (זיכערע) עקזיסטענץ (און אז עס איז נישט קיין אילוזיע וכו׳) מכח דעם אז ער קען טראכטן און ספק׳נען אויף דעם גופא [די באקאנטע קאדזשיטו טענה], וואס ער בויט ווייטער מיט דעם אויף מציאות הבורא און אז ג-ט וועט נישט אויספאפן זיין עצם טראכטן/פערסעפשנס/אינטואישנס [ספק׳נען], אלס א טענה אז דאס איז סירקולער ריזענינג [די קארטיזשיען סירקל]:
1). אז די אינטואישן ווייזט אויף ג-ט און [וחוזר חלילה] ג-ט ווייזט אויף דעם אז זיינע אינטואישנס זענען פאראנטווארטליך [ער ווייסט אז ער איז א טראכטענדיגע זאך/יקום נאר אויב ג-ט עקזיסטירט],
און 2). דאס אלעס אליין בכלל איז אן אינטואיטעד פרעמיס.

(דעקארט שטעלט שפעטער אראפ (אלס איינע פון זיינע ענטפערס) די הוכחה פון זיין טראכטן וכו׳ מער אלס אן אקסיום/סעלף-עווידענט. ועוד, אז מעיקרא לייגט מען נאר אראפ דאס אז דער מענטש האט אינטואישנס וכו׳ בכלל, ול״ד אז זיי זענען פאראנטווארטליך און אמת.)

ואגב עוד, דר. פיטער קליין טוהט דעפינירן ״זיכערקייט״ אז דאס מיינט אז אונז זענען זיכער אין עפעס אויב (1) אונז האבן א ריכטיגע סיבה [warrant] צו האלטן פון עפעס, (2) אויב אונז האבן א רעכט [warrant] (נוגע צו דעם אינדיווידואל) אפצושלאגן יעדע זייטיגע גלויבונג וואס וואלט מינימיזירט, אפילו עטוואס, דאס זיכערקייט אין די עפעס [סאביעקטיוו], און (3) אויב עס איז טאקע נישט דא קיין שום זייטיגע פאקט וכו׳ וואס אויב זאל דאס זיין וועט דאס רעדוצירן, אפילו עטוואס, די זיכערקייט אין דעם עפעס [אביעקטיוו].

א חלק פון די שוועריקייט פון די דעפיניציע איז אז עס טוהט רעדוצירן א מענטש׳נס ״זיכערקייט״, ווייל ס׳איז בעיסיקעלי (כמעט) אלס יתכן צו האבן זייטיגע דעות/גלויבונגען וואס טוהן עטוואס רעדוצירן דאס זיכערקייט אין א פראפאזיציע (יא, אפילו די אייגענע עקזיסטענץ...). ובכלל, איז מען פון א פילאזאפישן פערספעקטיוו נישט אינגאנצן ״זיכער״ וואס זיכערקייט באדייט...

אגב, דר. דזשעימס ווען קליוו און דר. וויליאם עלסטאן זאגן אז ס׳דא אמאל [אין עפיסטעמיק זיכערקייט] וואס איינער איז זיכער אין עפעס אבער איז נישט זיכער אז ער/זי איז זיכער אין דעם.


*

לגבי דאס פון ״געבוירן ווערן מיט אמונה״, דעקארט (אלס א חלק פונ׳ם אינעיט קאנצעפט טעזע בתוך הסוגיא של ראציאנאליזם) טענה׳ט אז די אין סוף׳יותדיגע וכו׳ קאנצעפט וואס אונז האבן מיר פון ג-ט איז אינעיט (עכ״פ אז עס קען עס גרינג מקבל זיין), ווייל אויב נישט פון וואו האבן אונז עקסטראפאלירט דעם מושג פון אן עקספיריענס?

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 1:02 pm

· #439285
הקטן
איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא

איין זאך איז זיכער, ס'דא איינער וואס איז נישט זיכער!!!
ומכאן ראיה...

‏קען אויך זיין אז מ׳מיינט דא מרמז צו זיין צו סאליפסיזם. דהיינו, אויב איז מען נישט זיכער אז מען אליין עקזיסטירט, איז דאך לכאורה א כ״ש אז מ׳איז נישט זיכער אז ס׳עקזעסטירן און עס זענען דא אנדערע מיינדס; אויב איז מען נישט זיכער אז ס׳דא אן איך איז כ״ש אז מ׳איז נישט זיכער אז ס׳דא א דו. ווייל אפילו איך נעם יא אן בברירות אז איך עקזיסטיר, האב איך נאך אלס נישט קיין הוכחה און איך בין נאך אלס נישט זיכער אז אנדערע עקזיסטירן אלס אן ״איך״ ביי זיי אין זייערע מיינדס/אז זיי האבן מיינדס. טא, ווי אזוי איז שייך צו פרעגן ״פארוואס גלייבסטו?״... 😉

גדליה » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 1:26 pm

· #439291
לויט דעם קען אויסקומען אז הקטן און מי אני זיינען בסך הכל different modes פון די זעלבע mind איז וואס איז שייך צו מאכען א דיסקאשען.

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 3:04 pm

· #439297
🙂
פאר א נאך ברייטערע צוגאנג אין דעם געדאנק וואס דו זאגסטס ליין די ארטיקל די איי אין די יעצטיגע וועקער.

(און קומט אויס אז ווען מ׳רעדט נאר, רעדט מען צו זיך אליינס...)

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 4:37 pm

· #439791
פארוואס גלייבסטו?
די מאמר אין וועקער איז אפשר געבויט אביסל אויף שיטת בן רשד [אוועראס] לגבי וואס איז די שכל [אינטעלעקט] פונ׳ם מענטש, וואס דער רלב״ג ברענגט אראפ אין מאמר א׳ פון מלחמות ה׳. אנדערש ווי אלכסנדר (פון אפרודיזיאוס) און תמסטיוס האלט ער אז די מאטעריאלע שכל איז די העכערע און טראנסענדענט אינטעלעקט (וואס איז נישט קיין גשם); די (באקאנטע פילאזאפישע) אקטיווע (אגענט) אינטעלעקט. אין אנדערע ווערטער, די שכל חומרי איז בעצם די העכערע אינטעלעקט. אבער מיט דעם אלעם, הגם עס איז ממש דעם שכל החומרי, איז עס דאך אויך העכער און טראנסענדענט דערפון; עס איז סיי ממש דעם שכל החומרי און סיי העכער דעם ביינאנזאם.

יעצט, די סארט העכערע טראנסענדענט שכל/אינטעלעקט איז איינס בשורשו. און וויבאלד עס קומט אויס פון בן רשד׳ס שיטה אז בעצם איז די סארט שכל/אינטעלעקט מיט׳ן שכל/אינטעלעקט החומרי איינס און די זעלבע, זענען אלע שכליים (החומריים) פון מענטשן איינס. (דאס איז פון די פירכות אויף די שיטה (ווי אויך אויף שיטת תמסטיות אין דעם), לויט דעם וועג ווי אזוי מ׳פארשטייט עס/אים.)

מי אני » מאנטאג יאנואר 6, 2020 12:40 pm

· #441063
פארוואס גלייבסטו?
לגבי אינטואישן [כח המשער] זאגט טאקע דער מו״נ (ח״ב פל״ח) אז ס׳דא מענטשן ביי וועמען דאס איז שטערקער און עס ווערט מער אויסגעארבעט לויט וויפיל מ׳נוצט עס און מ׳ארבעט דאס אויס ווי אויך אין די געביט וואו ער האט א השגחה גדולה ע״ש. הגם ער זאגט דאס אין די קאנטעקסט פון נבואה (וואס קומט טאקע בהשפעתה פון די אויבן-דערמאנטע אקטיווע אינטעלעקט/שכל הפועל, ועיין לעיל שם בפל״ו ובמלחמות ה׳ מאמר ב פ״ג), קען מען עס אויך לכאורה נוצן בנוגע כח האינטואישן פון געוויסע מענטשן אין זייערע פעלדער פון עקספערטיז.

*

עס דארף באטאנט ווערן אז דעקארט אליין, הגם ער האט (בעצם) געהאלטן פון ראציאנאליזם (ווס. עמפיריסיזם) און זיך פארלאזן אויף אינטואישן אויף זאכן וואס (ער האט געהאלטן) זענען ממש סעלף-עווידענט [זיין אייגענע עקזיסטענץ אלץ א טראכטענדיגע באשעפעניש] וכנ״ל, איז ער אבער בכלליות געווען אן עפיסטעמאלאגישע מעטאדיסט ווי איידער א עפיסטעמאלאגישע פארטיקולעריסט. דהיינו, עפיסטעמאלאגישע פארטיקולעריזם הייבט זיך אן מיט טראסטן די אינטואישן און פון דארט גיין ווייטער און עס אויסבויען אא״וו; עס זאגט אז עס איז שייך צו וויסן זאכן אן דאס וויסן ווי אזוי מען ווייסט דאס. משא״כ עפיסטעמאלאגישע מעטאדיזם איז אז מ׳גייט מעיקרא ל״ד טראסטן די אינטואישנס נאר מ׳גייט מיט אויסגעפרוווטע מעטאדן צו דערגיין די אמת; מ׳קען נאר וויסן עפעס אויב מ׳ווייסט ווי אזוי [און מיט וועלכע מעטאד(ן)] מ׳ווייסט דאס. דעקארט׳ס מהלך איז דאך געגאנגען מיט׳ן ספק׳נען אויף אלעס, און אויסדריקליך נישט גלייבן די אינטואישנס מעיקרא, ביז׳ן אנקומען מיט מעטאדן און מעדיטעישנס צו (וואס ער האט גע׳טענה׳ט זענען) אינעיט אמת׳דיגע פראפאזישאנס. (קאנט האט אויך אוועקגעמאכט די פארטיקולעריסט מהלך.)

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 6, 2020 11:33 am

· #442627
פארוואס גלייבסטו?
📎 IMG_6530.jpg
דר. קארל פאפער. פון דא (בסופו).

מי אני » מוצ"ש פעברואר 15, 2020 11:14 pm

· #443004
פארוואס גלייבסטו?
מיט דעם וואס @הוגה האט אראפגעברענגט פון ר׳ חיים שלום דייטש אז יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט א מתנה פון אמונה (וואס איז בכלל אביסל ענליך צום קאלוויניסט דאקטרין פון סענסאס דעוויניטאטיס, אז יעדער בעצם פערסיווט ג-ט/געטליכקייט), רירט מען אן אביסל אויף דעם ארגומענט פון אומגלויבונג. דהיינו, אויב ג-ט איז א ליבליכע (ווי אזוי אונז פארשטייען דאס מושג פון ליבליך) און כל יכול וכו׳, ווי אזוי קען זיין אז עס זאלן זיין מענטשן וואס טוהן אים נישט אנערקענען (און ער מאכט נישט זיכער אז זיי פארשטייען אים וכו׳), ובפרט אז דאס אי-אנערקענונג איז נישט איראציאנאליש (און אויך נישט מכח ווייל זיי שטעלן זיך ארויס בפועל קעגן דעם מעיקרא; אומשולדיגע אומגלויבונג)?

רבינו סעדיה גאון, אין זיין הקדמה צו זיין ספר האמונות והדעות, רירט אביסל צו דערצו (אינ׳ם ברייטערן קאנטעקסט פון מציאות הטעות בכלל). ער הייבט אן מיט׳ן לשון (עפ״י תרגום אבן תיבון) ״היותם ברואים הוא עצמו חייב להם הספק והשבוש״ ע״ש (ולהלן). דאס קען אפשר אפגעלערענט ווערן אלס א תשובה צו דעם אויבנדערמאנטן ארגומענט און ענליך צום רמב״ם׳ס תירוץ אויפ׳ן פראבלעם פון שלעכטס (במו״נ ח״ג פי״ב ופט״ו) (וואס די קשיא/פראבלעם און אירע תירוצים האבן ענליכקייטן מיט׳ן אויבנדערמאנטן ארגומענט.). דהיינו, אז אין די בריאה איז עס איז נישט שייך אנדערש, ווייל עס איז אזוי ווי שני הפכים ברגע אחד בנושא אחד, בענין הוה והפסד.

*

ואגב, איז רבינו סעדיה ממשיך דארטן ווייטער אין די פראצעס ווי אזוי די דריי שטאפלען פון ״וויסן עפעס״ ארבעטן:

1). ערשט זעהט ער אלעס אין די זאך [די דזשענעראל איידיע] האליסטיקלי אבער אומקלאר.

2). דערנאך אנאלאזירט ער די חלקים דערפון.

3). ער קאנסאלידעיט די אמת אין די זאך בשכלו.

(דאס האט פאראלעלן מיט׳ן ענין, וואס ער האט טאקע מפרש געווען, אין ספר יצירה פון ״דע וחשוב ונצור״.)

די ערשטע שטאפל קען גערעכענט ווערן ווי די חלק האינטואישן. ועיין ג״כ להלן שם וז״ל:
‏
אנחנו צריכים לבאר מה היא האמונה ונאמר כי היא עניין עולה בלב לכל דבר ידוע בתכונה אשר הוא עליה וכאשר תצא חמאת העיון יקבלנה השכל ויקיפנה ויכניסנה בלבבות ותמזג בהם ויהיה האדם מאמין בעניין אשר הגיע אליו ויצניעהו לעת אחרת או לעתים.

ווי אזוי ס׳הייבט זיך אן קען מען זאגן איז טאקע אזוי ווי @יאיר זאגט.

מי אני » מוצ"ש פעברואר 22, 2020 10:17 pm

· #443259
פארוואס גלייבסטו?
ולגבי דעם אז אמונה איז בעצם א דבר מושרש בטבע האדם, שרייבט טאקע דער רס״ג בהאמונות והדעות (מאמר ג פ״ו):
‏
שהחכם יתעלה מדעתו שתורותיו ודברי אותותיו צריכים בארך הזמן אל מעתיקים כדי שיתאמתו לאחרונים כמו שהתאמתו לראשונים שׂם בשכלים מקום לקבול ההגדה הנאמנת ובנפש מקום להתישב בה בדי שיתאמתו בו ספריו והגדותיו.

ע״ש.

*

ובנוגע דעקארט׳ס (עקסטרעמע) סקעפטיסיזם איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער רס״ג אין האמונות והדעות (מאמר א פ״ג בדעת השנים עשר והשלשה עשר) זאגט אז דער עמפירישע וכ״ש אבסאלוט סקעפטיק איז ערגער ווי א טריוויעליסט וואס גלייבט אינ׳ם אמת ושקר ביחד. ער זאגט אז עס איז דאך מוכח ממעשיהם אז זיי נעמען יא אן אז עס איז דא אן אמת וואס מ׳קען וויסן וכו׳ ע״ש.

cictim » זונטאג פעברואר 23, 2020 6:13 am

· #443275
מי אני

(און קומט אויס אז ווען מ׳רעדט נאר, רעדט מען צו זיך אליינס...)


אם אין "אני" לי "מי" לי, אז ס'נישטא מיט וועם צו שמועסן, שמועסט מיט זיך אליינס.
אזוי זעהט עס אויס ווען מ'עקשנ'ט זיך צו זאגן עפעס אבער קיינער פארשטייט נישט וואס דו רעדסט, מ' היידזשעקט די אודיענס (קאווע שטיבל) "טו פראוו יאר פוינט"

מי אני » פרייטאג פעברואר 28, 2020 2:03 pm

· #443491
פארוואס גלייבסטו?
ובנוגע מדת האמונה המושרש בטבע האדם זאגט דער חזו״א, אין זיין אמונה ובטחון (פ״ב אות א), אז די מדה פון אמונה וואס א מענטש ווערט געבוירן מיט איז ביי איינעם שטערקער און ביי א צווייטן שוואכער, אזוי ווי ביי א יעדע אנדערע מדה ע״ש.

ווי אויך בכלל אין די וויסנשאפטליכע וועלט נעמט מען אן אזוי. דהיינו, אז מענטשן האבן קאגניטיוולי (עוואלווד) אן עידזשענסי דעטעקטינג דעווייס, וואס דאס זאגט/שאצט גראד פאר׳ן מח אז ס׳איז דא ״איינער״ אונטער געוויסע פאסירונגען וכו׳. דערנאך האבן מענטשן אויך (עוואלווד) א טעאריע פון מיינד, וואס דאס גיבט/שאצט גראד אן ״אינטענשאן״ פאר דעם עידזשענט פונ׳ם/אונטער׳ן מעשה. פון דעם (בפרט אז מ׳לייגט צו, לפי דער פסיכאלאג דר. דזשאסטין בערעט, הייפּערסענסיטיוו עידזשענסי דעטעקטינג דעווייס און לפי דער פסיכאלאג דר. דזשעסי בערינג עקזיסטענשעל טעאריע פון מיינד [וואס דאס לייגט נאך צו א שטערקערן עמפאסיס אויפ׳ן ״פארוואס?״ און ״וואס מיינט דאס?״ וכדומה]) איז נשרש געווארן אינ׳ם מענטש׳נס פסייקי דעם נטיה צו גלויבן אין ״עפעס״ העכערס. דאס טרעפט מען יוניווערסאלי ביי מענטשן איבער די וועלט.

ועכ״כ אז דער דזשענעטעסיסט דר. דיען העימער טענה׳ט (קאנטראווערסיאל) אז עס איז דא א דזשין אינ׳ם מענטש וואס ארבעט ספעציפיש אויף די סארט גלויבונגען.

***

ולגבי די שמועס פון אינטואישן.
📎 IMG_6644.jpg

מי אני » מוצ"ש מערץ 7, 2020 8:03 pm

· #443676
פארוואס גלייבסטו?
📎 IMG_6677.jpg
אור ה׳ (מאמר ב כלל ו פ״ב).

דר. ראסלין ווייס טייטשט דאס אז ״די אבסאלוט גוטס, וואס דאס איז הקב״ה, איז בתוך יעדע [עמפאסיס מיינע] בעל דת.״

אגב, פריער דארט אין כלל ה (פ״ה) זאגט ער (בנוגע זיין שמועס און מהלך אין בחירה חופשית) אז עס איז נישט שייך צו האבן א גלויבונג וואס קומט צושטאנד דורך א ווילן. ועפ״י דעם (און אנדערע טענות) זאגט ער אז טאמער איינער האלט א גלויבונג פיהלט ער א הכרח גמור דאס צו גלויבן ע״ש. ‏(ס׳איז אביסל משמע דארט אז ער נעמט אן א קארעספּאנדענס טעאריע פון אמת ע״ש.)

מי אני » זונטאג מערץ 15, 2020 2:32 pm

· #443843
פארוואס גלייבסטו?
דער טעאלאג דר עלווין פלענטינגא, געבויט אויף פריערדיגע טעאלאגן/פילאזאפן (אנסעלם, אקינאס ועוד), זאגט אויך אז הגם איז אפשר אמונה נישט דייקא אריינגעבויט אינ׳ם מענטש, איז אבער דא א סענסוס דעוויניטאטיס וואס ״שפירט״ ג-ט לעתים מסויימים אונטער געוויסע אומשטענדן פון ארומיגע סטימיוּליי.

‏(אפילו דארווין האט געזאגט ענליך בנוגע גלייבן אין עפעס ״העכערס״. דאווקינס רופט דאס די ״אריינגעבויטע איראציאנאלע מעקאניזם אינ׳ם מח״.)

ועכ״כ אז דר. ראבערט מקאָלי זאגט אז רעליגיעזע גלויבונג איז נאטורליך בשעת [די שטודירונג וכו׳ פון] טעאלאגיע איז נישט. דר. העלען דע קרוז זאגט ענליך אז טעאלאגיע איז בעיקר ארויסגעוואקסען ווען מען האט געהאט (איבעריגע) צייט צו טראכטן און ווען רעליגיע איז געקומען אין קאנטאקט מיט כפירה אדער אנדערע רעליגיעס און מ׳האט געמוזט צוקומען צום דע מה שתשוב.

***

אין דעם שמועס פונ׳ם קאדזשיטו איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ד פ״ג) זאגט בנוגע נבואה וואס קומט בחלום, אז דער נביא ווייסט אז דאס איז א נבואה און נישט סתם א הארה בחלום במדריגה פחותה מנבואה וז״ל:
‏
הנה לא נשאר אלא שיהיה האות חזק ההרגש בדמיון ההוא וזה שכמו שיש יתרון להרגש החוש על הרגש הדמיון שבעבירו יודע המרגיש והוא ער שאיננו מרגיש בדמיון לבד ר״ל בחלום

‏דעקארט זאגט ענליך לגבי די ספק צו מ׳חלומ׳ט. ער פארמאלירט נאכדעם זיין ספק אויף א שטערקערן פארנעם.

מי אני » דינסטאג מערץ 31, 2020 5:13 pm

· #444749
פארוואס גלייבסטו?
📎 IMG_6778.jpg
עוד בענין זה [אריינגעבויטע אמונה אינ׳ם מענטש] במשנתו של טאמאס אקינאס.

מי אני » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:54 am

· #445974
פארוואס גלייבסטו?
גראדע דער כוזרי זאגט (מאמר ה אות ב):
‏
אֶלָּא הַיְחִידִים תִּהְיֶה לָהֶם הָאֱמוּנָה בַטֶּבַע


***

עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער פילאזאף דר. הילערי קארנבליט טענה׳ט אז אין פילאזאפיע (וממילא כ״ש בטעאלאגיע) איז בעצם נישט דא קיין סיבה צו האלטן אז אינפערענשאל טראכטן [דורכ׳ן לאגיש ציען מסקנות וכו׳] איז בעסער ווי נישט-אינפערענשאל טראכטן [גיין מיט די אינטואישנס מעיקרא]. דאס איז, איינס, ווייל יעדע אינפערענשאל ארגומענט איז ביסודו מיוסד אויף אן אינטואישן, און צוויי, ווייל דערנאך קומט אריין די מענטשליכע בייעסיס אויף צו שטארקן אט די אינטואישנס עפ״י אינפערענשאל לאגישע ארגומענטס. (דר. קעלי דזשעימס קלארק איז מסביר אז ביי סייענסעס בכלליות איז דאס נישט אזוי ווייט א פראבלעם מכח דאס וואס אונז זעה׳מיר אז ס׳איז דא אזא גרויסע קאנסענסוס ביי די שרשים, וואס קענען טאקע זיין אינטואישנס, משא״כ ביי פילאזאפיע (ועיין כאן).)

מי אני » זונטאג יוני 28, 2020 11:11 am

· #453192
Re: פארוואס גלייבסטו?
ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז שלמה מיימון האט זיך געדינגען אויף קאנט׳ס שיטה אז אינטואישנס און קאנצעפטן קומען פון צוויי אנדערע מקורות: אינטואישנס פון סענסיבּיליטי, און קאנצעפטן פון פארשטאנד. מיימון האט אבער גע׳טענה׳ט אז דאס קען נישט זיין מכח דאס וואס אונז זעה׳מיר דאס כסדר׳דיגע הסכם צווישן אינטואישנס און קאנצעפטן. ער האט דעריבער געהאלטן אז אינטואישנס (עכ״פ די וואס שטעלן זיך ארויס צום סוף צו זיין ריכטיג) זענען בעצם (מעיקרא) ״פארשטעלטע״ קאנצעפטן.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 28, 2020 5:14 pm

· #453210
מי אני: איך וועלל מוסיף זיין א שטיקל חקירה'לע מדלי. אז אינטואישן קומט אויך עפ"י רוב פון די קאנצעפטן וועלכע זענען סטאור'ד אין די מעמארי...!

מי אני » דינסטאג יולי 28, 2020 11:20 am

· #455312
Re: פארוואס גלייבסטו?
מענין לענין באותו ענין אין דעם שמועס פון זיין ״ביכולת צו וויסן״ איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום גריכישן סקעפּטישן מהלך. דאס האט, עפ״י ארקעסילוס און דעם שפעטערדיגן רוימישן סעקסטוס עמפּיריקוס, געלויטעט אז לא די אז מ׳קען נישט אננעמען בברירות אז מ׳ווייסט עפעס, נאר מ׳קען אפילו נישט אננעמען גלויבונגען בברירות. איי, דאס אליין איז דאך א גלויבונג/שיטה? ועוד אז בכלל אנצוגיין מיט׳ן פשוט׳ן טאג-טעגליכן איז מוכרח צו האלטן/גלויבן בּעיסיק פאקטן וכו׳ איבער׳ן רעאליטעט? אויף דעם האט סעקסטוס עמפּיריקוס מחלק געווען אז מ׳גייט נאך פּאסיוולי וואס עס זעהט אויס צו אים צו זיין דער אמת. אבער מ׳נעמט דאס נישט אָן און אַן אקטיווע וועג אז ״איך גלויב/האלט אזוי״. אין אנדערע ווערטער, אפילו מיט די אויבן-אויפ׳דיגע פּערסעפּשענס וועסטו אבער נאך אלס האלטן אז עס איז בעצם אזא כעין שוה-בשוה מיט אנדערע מהלכים וכו׳; איך גיי נאר נאך מיט דעם אין א פּאַסיווע וועג (ווייל אזוי זעהט מער יעצט אויס), נישט אז איך בעצם ״האלט אזוי״.
‏(אביסל אווערסימפליפייד.)
📎 8BA1A220-9BCA-4DCE-B992-BCFD8AE80B76.jpeg

***

סקראט, אין אפלטון׳ס רעפּאָבּליק, טענה׳ט אז ״גלויבונגען״ אן ״וויסן״ איז א בושה. פארשטייט זיך אז מ׳דינגט זיך אויף אים (למשל קארנעיעדיס) אויב עכ״פ אנערקענט מען און מען זאגט מען דאס אלס נאר בתורת ״גלויבונג״ און נישט בתורת ״וויסן״.

***
📎 CAA01910-6291-443E-835E-EE5282CC42C4.jpeg
📎 26C24B55-3D52-47F7-AE33-6D9CEEC9AFC0.jpeg
במשנתו של שפינאזע.

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 3:03 pm

· #458552
ענליך צו דאס אריינגעבוירענע אמונה האט דער קאטוילישער פילאזאף און טעאלאג טאמאס אקינאס געהאלטן, בדרכו של אריסטו, אז דאס געדאנק פון שלימות המדות [ווירטוּ] איז בעצם אז נאר דאדורך קען דאס מענטש צוקומען צו ענדגילטיגע צופרידענהייט אין לעבן [יוּדיימאניא]. אבער ער האט געהאלטן אז דאס איז למעשה נישט גענוג, און מ׳דארף די ״בין אדם למקום״ רעליגיעזע סארט ווירטוּס אויף צוצוקומען צום שלימות וממילא ריכטיגע צופרידענהייט [בּיעטיטוּד]. דאס איז וויבאלד אינעם נפש האדם ליגט שוין אריינגעבויט דאס נייגונג דערצו (א סארט סינדעריסיס) וואס טרייבט דעם מענטש דערצו מעצמו. ‏דאס גייט אויך לכאורה אין איינקלאנג מיט זיין מהלך בנוגע דאס נאטורליכע געזעץ, וואס קומט צושטאנד מכח דאס אריינגעבויטע ראציאנאל אינעם מענטש (ועיין, להבדיל, בכעין זה בספר העיקרים מאמר א פ״ז), און דאס דיוויין געזעץ וואס טוהט און דארף דאס ערגענצן צו דאס אָוועראָל צאמשטעל צוזאמען צו דאס אייביגע געזעץ.

דער נוצרי׳שער טעאלאג הענרי פון גהענט האט געהאלטן אז דאס סיבה פון דעם אז עס איז בעצם נשרש בהאדם הכרת הבורא איז ווייל ער איז די שורש פון דאס עצם ״זיין״ וואס פון דעם קומט דאך ארויס דאס עצם ״זיין״ פונעם מענטש. דאס איז עפ״י דאס וואס מ׳נעמט דאס געדאנק פון אבן סינא [אביסענא], אין זיין חילוק בין ״עקזיסטענץ״ ל״עסענס״, אז ביים בורא איז דאס דאס ״עקזיסטענץ״ א חלק ממש פון זיין עצם ״עסענס״ כביכול, והיינו אז זיין ״עקזיסטענץ״ איז אן אנדערע סארט ״עקזיסטענץ״ ווי אין אלגעמיין [עקוויוואקעל]. דער נוצרי׳שער טעאלאג דאנס סקאטוס האט זיך אבער געהאט געדינגען דערויף מכח זיין שיטה פון דאס יוּניוואסיטי פון ״זיין״. דהיינו, אז בעצם איז דאס ענין ״עקזיסטענץ״ ביים בורא כביכול יא בעצם אינעם זעלבן טערמין און באדייט ווי אין אלגעמיין [יוּניפיקעל], והא ראיה אז אפילו פשוטי עם קענען בעצם משיג זיין דאס געדאנק פון ״מציאות״ הבורא. ס׳איז נאר אז עס קומט צו דערצו באדייטן אינעם עצם ״עקזיסטענץ״ זיינע כביכול: אינפיניט, אחדות וכו׳ וכו׳.
מי אני
די מאמר אין וועקער איז אפשר געבויט אביסל אויף שיטת בן רשד [אוועראס] לגבי וואס איז די שכל [אינטעלעקט] פונ׳ם מענטש, וואס דער רלב״ג ברענגט אראפ אין מאמר א׳ פון מלחמות ה׳. אנדערש ווי אלכסנדר (פון אפרודיזיאוס) און תמסטיוס האלט ער אז די מאטעריאלע שכל איז די העכערע און טראנסענדענט אינטעלעקט (וואס איז נישט קיין גשם); די (באקאנטע פילאזאפישע) אקטיווע (אגענט) אינטעלעקט. אין אנדערע ווערטער, די שכל חומרי איז בעצם די העכערע אינטעלעקט. אבער מיט דעם אלעם, הגם עס איז ממש דעם שכל החומרי, איז עס דאך אויך העכער און טראנסענדענט דערפון; עס איז סיי ממש דעם שכל החומרי און סיי העכער דעם ביינאנזאם.

יעצט, די סארט העכערע טראנסענדענט שכל/אינטעלעקט איז איינס בשורשו. און וויבאלד עס קומט אויס פון בן רשד׳ס שיטה אז בעצם איז די סארט שכל/אינטעלעקט מיט׳ן שכל/אינטעלעקט החומרי איינס און די זעלבע, זענען אלע שכליים (החומריים) פון מענטשן איינס. (דאס איז פון די פירכות אויף די שיטה (ווי אויך אויף שיטת תמסטיות אין דעם), לויט דעם וועג ווי אזוי מ׳פארשטייט עס/אים.)

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער נוצרי׳שער טעאלאג און פילאזאף בּאָנאווענטשור האט צאמגעשטעלט די קאנטראווערסיאנאלע געדאנק פון אבן רשד [אוועראס] איבער דאס אחדות פון אלע אינטעלעקטן (מיט וואס בּאָנאווענטשור האט זיך אויך געדינגען), מיט׳ן זיין האלטן פון קדמות העולם. דאס הייסט אז אבן רשד וועט זיך נישט דארפן ספראווען מיט די קשיא אויף אבן סינא [אביסענא] אז דאס וועט אפירברענגען אז עס זענען דא אן אקטועלע אינפיניט צאל פון עקסטערע נשמות וואס זענען שוין געווען בעולם, וויבאלד לפי קדמות איז דאך שוין געווען אן אינפיניט צאל פון נשמות, ווייל אלע נשמות/אינטעלעקטן פון מענטשן זענען דאך נאר איינס.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2020 10:24 pm

· #458583

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 8:18 pm

· #458985
בנוגע דעקארט׳ס קאדזשיטו און דעם געדאנק פון אינטואישאן איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז וויליאם פון אקאם האט געהאלטן אז ווען מ׳ווערט וויסנד פון א זאך בחוש איז דא דערין צוויי סארטן פון קאגנישאנס: אינטואיטיוו קאגנישאן און אבּסטראקטיוו קאגנישאן. אינטואיטיוו קאגנישאן איז ווען די זאך איז ממש בחוש און עקזיסטירט וואס דעמאלטס קומט אריין די סארט קאגנישאן אויף צו פערסיוון די זאך; דאס ברענגט אונז צו וויסן זאכן וואס קענען זיין אמת. אויף דעם בויט זיך די צווייטע סארט, אבּסטראקטיוו קאגנישאן, צו ארויסהאבן דבר מתוך דבר און קענען קלערן ומדמה זיין אויף זאכן וואס עקזיסטירן נישט; און דאדורך אויך וויסן די זאכן וואס מוזן זיין אמת. ער האט אבער געהאלטן אז טאמער מאכט ג-ט א נס אז מ׳זאל וויסנד ווערן בחוש, והיינו ע״י האינטואיטיוו קאגנישאן, פון עפעס וואס עקזיסטירט נישט באמת, וועט מען דאס טאקע באגרייפן אין די סארט וועג אבער מ׳וועט אבער דאך זיין וויסנד אז דאס עקזיסטירט נישט באמת.

***

דער אגרא דכלה אין פ׳ עקב רעדט אויך ארום איבער די איינגעבאקענע אמונה בטבע, הגם ער זאגט אז דאס איז ביי אידן.

מי אני » זונטאג אקטאבער 11, 2020 9:04 pm

· #460031
פארוואס גלייבסטו?
דזשאן לאק האט זיך געדינגען אויף די אויבן-דערמאנטע ״טרעידמארק ארגומענט פון דעקארט אז דער מענטש האט שוין אן אינעיט אריינגעבויטע געפיהל וכו׳ איבער/ צו ג-ט. ער האט גע׳טענה׳ט אז עס איז נישט אזוי און דער מענטש ווערט באשאפן מיט א ״קליִן סלעיט״ פון וויסן איבער אלע ענינים. ער האט גע׳טענה׳ט אז אסאך שבטים וכדומה וואס האבן נישט א קאנצעפט פון ג-ט.

לאק האט גע׳טענה׳ט אז איפכא מסתברא: וויבאלד דער מענטש איז דאך ביי דעפיניציע אימפּערפעקט ווי אזוי קען ליגן אין אים מעיקרא די הכרה און השגה פון ג-ט וואס איז ביי דעפיניציע פּערפעקט? דאס גייט קעגן דעם וואס הענרי פון גהענט האט מאריך געווען אין אז דאס וואס איז די ווייטסטע פון משיג זיין אלס אן עססענס איז (פּאראדאקסיש) דאס וואס מ׳איז בעצם משיג דאס ערשטע.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 12:16 pm

· #463755
האט מען שוין גוט מסביר געווען פארוואס איך גלייב יא, אבער פארוואס דו גלייבסט נישט איז נאך געבליבן אומפארענטפערט, דא פרובירט מען עס צו פארענטפערן.

<a class="postlink" href="https://www.al.com/wire/2014/01/religious_brains_function_diff.html">https://www.al.com/wire/2014/01/religio ... _diff.html</a>

מי אני » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 1:11 pm

· #465872
קאנט, אין זיין מיטל-וועג ופשרה פון זיין טראנסאדענטאל מעטאד האט געמאכט א חילוק אין עפיסטעמאלאגיע צווישן קאנסטיטוטיוו וויסן און רעגיולעטיוו וויסן. די קאנסטיטוטיוו סארט איז צום ביישפיל דאס עמפירישע סארט מדע וואס מ׳קען פעסטשטעלן ומברר זיין און דאס איז וואס טוהט ״קאנסטיטוטן״ וויסן; דאס באלאנגט צו זיין הגדרה פון פענאמענאן. דערנאך איז דא רעגיולעטיוו סארט וויסן וואס זענען די סארט מושגים וואס זענען למעשה למעלה מהשגה און וועריפיקעישאן וואס הגם מכח דעם קענען זיי נישט ״קאנסטיטוטן״ וויסן, איז עס אבער יא א סארט ״וויסן״ אינעם דאס קענען דינען צו ״רעגיולעיטן״ אונזערע טראכטן; דאס איז מקושר צו זיין הגדרה פון נאמענאן. צו דעם צווייטן סארט באלאנגט רעליגיעזע דאגמאס ווי ג-ט און השארת הנפש. ער האט געהאלטן אז ביי די סארט זאכן איז עס נישט סופערסטישאן צו גלויבן דערין; עס איז דזשאסטיפייד. 📎 F40BF849-DF84-4AC2-8903-5EBED6FA5ED2.jpeg

מי אני » מאנטאג יאנואר 25, 2021 4:42 pm

· #466037
בנוגע דאס קאדזשיטו און סאליפּסיזם.
📎 86033F48-AE8D-45DA-AAD5-25ED12409F1A.jpeg במשנתו של לודוויג פויערבאך.
📎 1D9F0F69-765F-4087-BD4E-E4F86431A71B.jpeg ובמשנתו של העגעל רבו.

מי אני » זונטאג פעברואר 7, 2021 1:57 pm

· #466500
דר. עלווין פלענטינגא גלייכט טאקע צו דאס יא אננעמען אז עס זענען דא אנדערע מיינדס קעגן סאליפּסיזם מיט'ן אננעמען אז עס איז דא א ג-ט; פונקט אזוי ווי דאס ערשטע איז ראציאנאל איז דאס צווייטע אויך. ער, און אויך דר. ראדזשער סקרוטאן, מאכט אויך אן ענליכן השוואה צווישן דאס ראציאנאלקייט פון ליבן און שפירן ליבע פאר א צווייטן צו דאס ראציאנאלקייט פון אמונה (דאס געבט אפשר נאך א קנייטש צום אור השם'ס מהלך אז תכלית העולם איז אהבה [לה']).

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 8, 2021 8:07 pm

· #466636
פארוואס דווקא קלוגע מענטשן זענען מער אויסגעשטעלט פארקויפט צו ווערן פאר אמונה. פון 9:55.

מי אני » מאנטאג מערץ 22, 2021 10:32 pm

· #468848
יאיר
און צו די אלע וואס קענען נישט פארשטיין פארוואס מענטשן טראסטן זייער אינטואישען, וועל איך ציטירן א שטיקל וואס כ'האב נעכטן געליינט אין די ניו יארק טיימס, גענומען פון א נייע פאפולער סייענס בוך:
“More than 20 percent of Einstein’s original papers contain mistakes of some sort,” Livio writes. “In several cases, even though he made mistakes along the way, the final result is still correct. This is often the hallmark of great theorists: They are guided by intuition more than by formalism.”

📎 78808FC2-1BFA-430A-B78A-2B2800F1DD34.jpeg
דער מאטעמאטיקער דר. דזשעימס פּראַפּ אויף סריניוואַסאַ ראַמאַנוזשאן.

מי אני » דינסטאג מערץ 30, 2021 9:23 pm

· #469068
📎 231F790F-F916-43D8-92E5-EBD01FF364A7.jpeg
פרידריך שלייערמאכער.

מי אני » מוצ"ש יוני 5, 2021 10:51 pm

· #474756
עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס שפינאזע זאגט אין פי״ב פון זיין טראקטאטוס טעאלאדזשיקו-פּאליטיקוס בנוגע זיין מהלך אין מהו ״ג-ט״ ובנוגע עטיקס:
God’s eternal word and covenant and true religion are divinely inscribed in men’s hearts - that is, in men’s minds - and this is the true handwriting of God which he has sealed with his own seal, this seal being the idea of himself, the image of his own divinity, as it were.

מי אני » מאנטאג יוני 14, 2021 7:27 pm

· #475602
עס איז מערקווידיג (און אפשר גאר איראניש אין די קאנטעקסט) אז אין שפינאזע׳ס עפיסטעמאלאגיע (אין זיין עטיקס) טיילט איין מדעת האדם אין דריי ראנגן, איינע העכער פונעם פריערדיגן:

1). חושית ומדמה - פון דעם שטאמט פאלשקייט.

2). שכל וראצאנאל [אינטעלעקט וריִזען].

3). אינטוּאישאן.

ער זאגט אז דאס ריכטיג משיג זיין ״ג-ט״ לתמציתו, וואס אין זיין [פּאנטעאיסטישע] סיסטעם, איז נאר דאס ״נאטור״, איז דורך די דריטע סארט; אינטוּאישאן.

מי אני » מוצ"ש יוני 19, 2021 11:19 pm

· #476079
מי אני
די מאמר אין וועקער איז אפשר געבויט אביסל אויף שיטת בן רשד [אוועראס] לגבי וואס איז די שכל [אינטעלעקט] פונ׳ם מענטש, וואס דער רלב״ג ברענגט אראפ אין מאמר א׳ פון מלחמות ה׳. אנדערש ווי אלכסנדר (פון אפרודיזיאוס) און תמסטיוס האלט ער אז די מאטעריאלע שכל איז די העכערע און טראנסענדענט אינטעלעקט (וואס איז נישט קיין גשם); די (באקאנטע פילאזאפישע) אקטיווע (אגענט) אינטעלעקט. אין אנדערע ווערטער, די שכל חומרי איז בעצם די העכערע אינטעלעקט. אבער מיט דעם אלעם, הגם עס איז ממש דעם שכל החומרי, איז עס דאך אויך העכער און טראנסענדענט דערפון; עס איז סיי ממש דעם שכל החומרי און סיי העכער דעם ביינאנזאם.

יעצט, די סארט העכערע טראנסענדענט שכל/אינטעלעקט איז איינס בשורשו. און וויבאלד עס קומט אויס פון בן רשד׳ס שיטה אז בעצם איז די סארט שכל/אינטעלעקט מיט׳ן שכל/אינטעלעקט החומרי איינס און די זעלבע, זענען אלע שכליים (החומריים) פון מענטשן איינס. (דאס איז פון די פירכות אויף די שיטה (ווי אויך אויף שיטת תמסטיות אין דעם), לויט דעם וועג ווי אזוי מ׳פארשטייט עס/אים.)

דער נרבוני לערענט אפ דעם רמב״ם אין מו״נ ח״א פע״ד [בדרך השביעי] אז ער האט בעצם אויך געהאלטן אזוי (עכ״פ לגבי השארת הנפש לאחר היפרדה מהאדם), עפ״י אבובכר אבן אלצאיג [אוועמפּעיס], ע״ש.

מי אני » זונטאג יולי 18, 2021 12:01 am

· #477849
📎 EF1F71B8-A6C8-4D1A-A3F8-95E7E57D6E94.jpeg
לגבי אינטוּאישאן אין רעליגיע פון אן אנטראפאלאגישן פערספעקטיוו.

ומאידך גיסא קצת פון א פּאָסטמאדערניסט פערספעקטיוו: 📎 B5067705-EDA4-4B02-A318-D5C1A95A902A.jpeg

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:50 pm

· #479026
מי אני
מי אני
די מאמר אין וועקער איז אפשר געבויט אביסל אויף שיטת בן רשד [אוועראס] לגבי וואס איז די שכל [אינטעלעקט] פונ׳ם מענטש, וואס דער רלב״ג ברענגט אראפ אין מאמר א׳ פון מלחמות ה׳. אנדערש ווי אלכסנדר (פון אפרודיזיאוס) און תמסטיוס האלט ער אז די מאטעריאלע שכל איז די העכערע און טראנסענדענט אינטעלעקט (וואס איז נישט קיין גשם); די (באקאנטע פילאזאפישע) אקטיווע (אגענט) אינטעלעקט. אין אנדערע ווערטער, די שכל חומרי איז בעצם די העכערע אינטעלעקט. אבער מיט דעם אלעם, הגם עס איז ממש דעם שכל החומרי, איז עס דאך אויך העכער און טראנסענדענט דערפון; עס איז סיי ממש דעם שכל החומרי און סיי העכער דעם ביינאנזאם.

יעצט, די סארט העכערע טראנסענדענט שכל/אינטעלעקט איז איינס בשורשו. און וויבאלד עס קומט אויס פון בן רשד׳ס שיטה אז בעצם איז די סארט שכל/אינטעלעקט מיט׳ן שכל/אינטעלעקט החומרי איינס און די זעלבע, זענען אלע שכליים (החומריים) פון מענטשן איינס. (דאס איז פון די פירכות אויף די שיטה (ווי אויך אויף שיטת תמסטיות אין דעם), לויט דעם וועג ווי אזוי מ׳פארשטייט עס/אים.)

דער נרבוני לערענט אפ דעם רמב״ם אין מו״נ ח״א פע״ד [בדרך השביעי] אז ער האט בעצם אויך געהאלטן אזוי (עכ״פ לגבי השארת הנפש לאחר היפרדה מהאדם), עפ״י אבובכר אבן אלצאיג [אוועמפּעיס], ע״ש.

דער אור ה' (מאמר א כלל ב פי"ב) איז משיג אויף דעם דעת און זאגט "חלילה לו לרב מהיותו
בעל זה הדעת" ע"ש. דער קרשקש אויפ'ן מו"נ (ח"א פ"ע) איז אויך מאריך אז דער רמב"ם האט נישט געהאלטן אזוי ע"ש. דער פי' אוצר חיים אויפ'ן אור ה' (מאמר א כלל א פי"א) איז אויך מחזק (עפ"י השם טוב) אז דאס איז נישט דעת הרמב"ם, נאר דער רמב"ם האט געהאלטן אז עס איז דא אן אינטערמידיעט שכל הנאצל צווישן דעם שכל הפועל און דעם שכל האנושי (וואס איז נאר א הכנה וכשיטת אלכסנדר), וואס דאדורך איז שייך מדריגות בהשארה ע"ש.

מי אני » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 9:59 pm

· #482548
דאס איז וואס דער פילאזאף וואָלטער טערענס סטעיס האט געשריבן, הגם עס איז בנוגע מיסטיסיזם: 📎 8385B811-3995-49DA-B755-52E925342931.jpeg📎 E6195193-E427-45A2-B3EB-844406E3A1A9.jpeg

מי אני » זונטאג אקטאבער 17, 2021 12:37 pm

· #483417
בנוגע די געדאנק פון אמונה המושרש בתוך האדם און די געדאנק פון אַמניבּענעוואלענס, וואס איז כולל בתוכו די געדאנק פון תכלית האהבה, נוצט דאס דר. דזשאן שעלענבערג אלס א פירכא קעגן אמונת מציאותו וואס ער רופט די ארגומענט פון דיוויין באהאלטענקייט. ער טענה׳ט אז לפי די אַמניבּענעוואלענס וואלט ג-ט געוואלט אריינגיין אין א רעלעישאנשיפ פון אהבה מיט יעדעס בריה וואס איז אומשטאנד צו האבן די רילעישאנשיפ מיט אים און שטעלט זיך נישט דערקעגן. אבער כדי צו האבן אט די רילעישאנשיפ פעהלט דאך אויס פאר׳ן נברא צו גלייבן אינעם בורא. איז אויב שטעלט דער נברא זיך נישט בפועל קעגן גלייבן, ער איז נישט רעסיסטענט דערצו בקום ועשה, טא ווי אזוי זענען דא ברואים וואס זענען אומשטאנד צו האבן די רילעישאנשיפ מיט ג-ט, שטעלן זיך נישט ״קעגן״ די רילעישאנשיפ מיט ג-ט דורכ׳ן נישט גלייבן, אבער פארט גלייבן זיי נישט [בשב ואל לעשה; לדוגמא די וואס האבן פארלוירן די אמונה און וואלטן ווען גאר שטארק געוואלט נאך ווען גלייבן] וממילא האבן נישט די רילעישאנשיפ?

מ׳קען זיך טאקע דינגען און זאגן אז וויבאלד דער מענטש ווערט געבוירן מיט א אמונה בשורשו איז ווען ער פארלירט דאס איז עס אטאמאטיש יא בקום ועשה. דר. דניאל האווערד-שניידער האלט אבער אז דאס האט נישט קיין סמוכין מן המציאות.

די טענה איז בהיפך צום ארגומענט פון אהבה וואס וויל דורך די מציאות פון אהבה גאר ברענגען א ראיה למציאות הבורא שהוא מקור האהבה.

דר. טעאדאר דרעינדזש האלט אז דאס עצם מציאות פון כפירה איז גענוג אויף צו זיין א פירכא קעגן אמונה.

cictim » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 5:14 pm

· #483477
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=pl1mgAPST50&t=78s">https://m.youtube.com/watch?v=pl1mgAPST50&t=78s</a>

צקון לחש » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 8:59 am

· #483590
איך וואלט געוואלט מיטטיילן אן ארגומענט לטובת האמונה (המינימלית, עכ"פ), און איך וועל מיך פרייען צו הערן אייער מיינונג דערויף;

דאס קווענקעלניש צו יא אדער נישט גלייבן אין גאט / התגלות / העכערקייט / תכלית האדם - איז בעצם א דילעמא צווישן צוויי סארטן כבוד, נעמליך 1) דער כבוד פון זיין א תכלית'דיגע זאך, א חלק פון א גרויסע נצחיות'דיגע פראזשעקט, לעומת 2) דער כבוד פון זיין א חכם (אה, מחיה!).

יעצט, על הצד אז דער מענטש איז א בלויזע עקסידענט, אבק פורח וצל עובר, דאן וואספארא כבוד איז שייך ביי אים??
ער איז דאך א שטיק גארנישט!

אוודאי איז חכמה אן אויסטערליש געוואלדיגע "הנאה", און ס'איז אפשר(!) אפילו אין די זעלבע מדרגה פון די סיפוק פון אהבה און רחמנות, אבער דאס איז עס: א 'בלויזע' הנאה, און א וועג פון עטוואס אנפילן דאס שרעקליכע boring זאך וואס רופט זיך "לעבן".

ובכן, היות אז לאגיש איז נישט 'מוכרח' אז ס'איז נישטא קיין גאט / התגלות* וכו', לוינט זיך פשוט צו גלייבן; ווייל וואס קענסטו פארלירן מיט'ן גלייבן? אז דו וועסט זיין א נאר? נו, ביסט דאך ממילא א שטיק גארנישט!

*די חברה וואס האבן געשריבן די תורה זענען דאך נישט געווען בייזוויליגע עלעמענטן וואס האבן פשוט געהאט אן אויסגעזויגענע סטראטעגיע וויאזוי צו קאנטראלירן דאס פאלק (אזוי כיטער זענען זיי נישט געווען, פארשטאנען?! 😈 ), נאר עס איז מיוסד אויף דעם אינערליכע מענטשליכע נייגונג צו גלייבן אין א רילעשאנשיפ מיט "גאט".

מי אני » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 10:12 am

· #483596
דאס קען אפשר אויך ליגן אין די ווערטער פון ניטשע לגבי נייהיליזם [בקשת האמת איז דאך די געדאנק (און געפיל) פון א חכם]:
📎 38BDCBA6-72F3-4F7B-96B8-A0EF9EDAA28F.jpeg

די געדאנק פון דאס אָננעמען לבסוף למעשה איז לכאורה א סארט עגנאסטיק טעאיזם - ס'איז אזא סארט לגמרי אנערקענטע אינטעלעקטואלע 50/50 [הענס די עגנאסטיק חלק] און ער איז סאָבּדזשעקטיוולי מחליט אנצונעמען אז יא [טעאיזם], אנערקענענדיג אז דאס איז טאקע סאָבּדזשעקטיוו (די טעזע פונעם צוגעלינקטען אשכול). זיין סאָבּדזשעקטיוו נייגונג וואס טרייבט אים דערצו קען טאקע זיין מכח דאס'ן נישט וועלן דעם נייהעליזם.

מי אני » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:33 pm

· #485641
דער פראנצויזישער פילאזאף הענרי בּערגסאן האט געזאגט אז ״אינטעלעקט״ קומט פון דעם קאַנשעס ראציאנאלן חלק פונעם מח וואס רעדוצירט א זאך צו אירע באשטיינדלען - עס איז קוואנטעטיוו און וואס איז אין די ראמען פון שפראך. משא״כ ״אינטוּאישאן״ קומט מחלק הסאָבּקאַנשעס וואס באגרייפט א זאך אינדרויסן פון די ראמען פונעם פּערסעפּטיוו מח און גרייכט דאס (אומפונקטליכע) ״גאנצע״; דאס וואס ״עמערדזשט״ און וואקסט ארויס פון די באשטיינדלען - עס איז קוואליטעטיוו און אינדרויסן פון די ראמען פון שפראך. ״אינטעלעקט״ איז דאס וואס זוכט אבער קען נישט אלעס באגרייפן; די זאכן קען ״אינטוּאישאן/אינסטינקט״ באגרייפן אבער וועט זיי קיינמאל אפירזוכן.

דר. זשאן-פּאָל סארטרע האט געזאגט אז ענליך צו דעם איז דאס וואס דער אינטעלעקטשועל ליִאָפּאָלד סענגהאָר האט (בתוך זיין ״נעגריטוּד״ פילאזאפיע) געמאכט א חילוק ״צווישן אייראפעאישע ריִזען וואס איז אנאליטיש דורך אויסנוצען א זאך און אפריקאנער ריִזען וואס איז אינטוּאיטיוו דורכ׳ן זיך באטייליגען אינעם זאך״.

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 12:54 pm

· #486606
📎 59544ABF-A334-4A74-9D6C-5B8F55E657EE.jpeg
במשנתו של דר. הערמאן ווײַל.

מי אני » מוצ"ש מערץ 19, 2022 9:42 pm

· #496675
בנוגע דאס געדאנק פון ״אינטוּאישאן״ שרייבט דער דייטשער פסיכאלאג דר. ערנסט פּאַפּעל:
Science's purpose is to discover right and good questions - indeed, often unasked questions before trying to supply an answer. But what are criteria for right questions? How do we know that a question can be answered and does not belong to the realm of irrationality? How can a mathematician trust that a proof will be possible before spending years to find it? Apparently, the power of implicit knowledge, or intuition, is much stronger than we are inclined to believe. Albert Einstein is said to have remarked:" The intuitive mind is a sacred gift and the rational mind is a faithful servant. We have created a society that honors the servant and has forgotten the gift

שאלתיאל » זונטאג מערץ 20, 2022 2:30 pm

· #496721
איך האב נאכנישט דורכגעליינט אלעס דא אבער איך האב זייער הנאה פון דעם אשכול, ממש צו באלעקן די פינגער. איך וואלט געוואלט לינקען צו צוויי הערליכע ארטיקלען אין דעם נושא וואס זענען גאנץ ענדליך און האבן מיך קלאר געמאכט אין דעם נושא, איינס איז פון ד"ר מיכאל אברהם וואס האט געשריבן א סעריע ארטיקלען מסביר צו זיין די נושא פון אמונה מיטן נאמען אמונה ומדע. און צוויטנס איז פון ד"ר משה רט אויף זיין וועבסייט לדעת להאמין

מי אני » זונטאג מערץ 20, 2022 5:35 pm

· #496732
אז מ׳האט דערמאנט אויבן אין דעם שמועס די געדאנק פון דאס סירקולער ריִזענינג פאָלאָסיִ, איז אין דעם צווייטן מאמר פון הרב דר. מיכאל אברהם וואס @שאלתיאל האט דא צוגעצייכענט, באמערקט ער אז בעצם איז אין יעדעס לאגישע סילאגיזם שוין די מסקנא דא אין אירע הנחות. אבער דאס באדייט נישט אז עס איז סירקולער. וואס מאכט אַן ארגומענט לאגיש לעומת סירקולער איז וויפיל קאַמפּלעקסיטי עס איז דא אין ארויסנעמען/ארויסזעהן די מסקנא מתוך ההנחות.
בלאט: 1 2 3 4 5