דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9183
68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9183
בלאט: 1 2
דאס ערשטע איז א מאראלישע פראגע וואס באהאנדלט דאס לעבן פון מענטשן, די צווייטע פאל איז פשוט א געלטליכע פראגע וואו עס איז פשוט אז פינף קיען זענען מער וויכטיג ווי איין קוה.
וואס פונקטליך איז די שאלה ?
צו די פראבלעם פון הרגענען א בהמה איז אויך א מארארלישע?
אדער אז ביידע זענען אוממאראליש נאר סדא א חילוק אויב אזוי פארוואס טאקע איז גרינגער טאמער די פראבלעם איז א אוממאראלישע און נישט א געלטליכע ?

און סתם אזוי @אנאנים אז דו ברענגסט פארוואס ברענגסטו נישט די גאנצע כפארשטיי נישט אזוי גוט קיין ענגליש כעל מכיר טובה זיין אז דו ברענגסט די גאנצע זאך
און איך בין נישט ווערט צו ווערן געענטפערט?![emoji18][emoji17][emoji19]
דאס איז בערך די שאלה פון קום ועשה אדער שב ואל תעשה עדיף.
די זעלבע ווי די שאלה צו זאל מען נישט רעדן כדי נישט צו צוקומען צו שלעכטע רייד. זיך איינשפארן אין שטוב כדי צו זיין פארזיכערט מיט שמורת עניים. נישט עסק זיין בצרכי ציבור כדי נישט נכשל צו ווערן מיט שעדיגן אנדערע.
מאראליטעט לדעתי גייט האנט ביי האנט מיט אקט, סתם א ידינו לא שפכה את הדם הזה לאוזינג איז נישט מאראליש.

גרינגער צי מאכן אן החלטה, אודאי איין קי ווי איידער פינעף. ביי א קי האב איך נישט קיין גילט ווען איך הארגע. איך עס דאך יעדען טאג געהארגטע קי.
דאס איז א פילאזאפישע שאלה אזוי ווי אלע פילאזאפישע שאלות. מען קומט אין ערגעץ נישט אן סיי ווי אזוי מען זאגט קען מען זיין גערעכט. Don't waste your time.
לפו"ר נראה שמבחינת ההלכה פשיטא שבכל המקרים אסור לדחות נפש מפני נפש, אבל בציור של The fat villain נראה פשוט שיש לו דין של רודף. והא פשיטא (איני זוכר כן מפורש) שרודף הורגים אותו אף אם מנסה להרוג בכח שני ובהסרת המניעה באופן שהיה פטור ממיתת בי"ד. אבל באמת יש מקום עיון בזה שהרי עכשיו אינו עושה כלום ורק סיכן חיי החמשה בעבר, ועכשיו אין בכחו להצילם ולכאורה דין רודף נאמר רק כאשר הרודף יכול להפסיק וכדמוכח מהא שצריך התראה (אך שאינו צריך לקבלו), או נאמר שכאן הורגים בלי התראה.
כמדומני שהאחרונים מחלקים בין רודף להבא להרגך.
נכתב בדאטשע בלי ספרים...

כ'וועל מאכן די שאלה שארפער: אויב דער fat villain האט א הרהור תשובה, צי דען האט ער חיוב שפרינגען פארן טריין
גמ' שבת ד. גופא בעי רב ביבי בר אביי הדביק פת בתנור התירו לו לרדותה קודם שיבוא לידי חיוב חטאת או לא התירו א"ל רב אחא בר אביי לרבינא היכי דמי אילימא בשוגג ולא אידכר ליה למאן התירו ואלא לאו דאיהדר ואידכר מי מחייב והתנן כל חייבי חטאות אינן חייבין עד שתהא תחלתן שגגה וסופן שגגה אלא במזיד קודם שיבא לידי איסור סקילה מיבעי ליה אמר רב שילא לעולם בשוגג ולמאן התירו לאחרים מתקיף לה רב ששת וכי אומרים לו לאדם חטא כדי שיזכה חבירך אלא אמר רב אשי לעולם במזיד ואימא קודם שיבא לידי איסור סקילה רב אחא בריה דרבא מתני לה בהדיא אמר רב ביבי בר אביי הדביק פת בתנור התירו לו לרדותה קודם שיבא לידי איסור סקילה:
תוס'
וכי אומרים לו לאדם חטא בשביל שיזכה חבירך. והא דאמר בבכל מערבין (עירובי ן לב: ושם) רבי סבר ניחא ליה לחבר דליעבד איסורא קלילא ולא ליעבד עם הארץ איסורא רבה התם כדי שלא יאכל ע"ה טבל על ידו דאמר לי' מלא לך כלכלה של תאנים מתאנתי אבל הכא שלא נעשה האיסור על ידו אין אומרים לו חטא אפי' איסור קל שלא יבא חבירו לידי איסור חמור ואומר ריב"א דאפי' למדביק עצמו אין לפשוט משם להתיר דהתם עדיין לא נעשה האיסור ומוטב שיעשה איסור קל ולא יעשה איסור חמור על ידו אבל הכא המעשה של איסור כבר נעשה וממילא יגמור לא יעשה אפי' איסור קל בידים

ווי עס זעהט אויס נעמט הלכה אן בעיקר אן אגענט-צענטרירט דעאנטאלאגישע מהלך אין עטיקס. דהיינו, אז איך קוק אויף די מעשה וואס דו טוהסט יעצט, לעומת קאנסעקווענטעליסם, וואס נעמט אריין אין באטראכט די קאנסעקווענצן פון די מעשה אפצומאכן אויב דאס איז ריכטיג (צוגעברענגט אין אנאנים'ס לינק). דאס זעה׳מיר פון דעם אז אין דוחין נפש מפני נפש אפילו פאר מערערע נפשות און דער חזון איש דארף צוקומען צו מצדד צו זיין אז אין דעם פאל איז ער א גרמא און טוהט גאר א פעולת הצלה אויך (ווי אויך זעהט מען דאס אין יו״ד סימן קנז, מוטב שיהרגו כולן ואל ימסרו וכו׳).
אבער זי נעמט דאס אן מיט א גבול; א דעאנטאלאגישן טרעשהאלד (כלפי חומר העון) וואס דארט נעמט קאנסעקווענטעליסם יא איבער. דאס זעהט מען פון דעם אז די תורה/הלכה איז מתיר, למשל, חילול שבת ״כדי שישמור שבתות הרבה״ (שבת קנא:); דעם קאנסעקווענס (איך ווייס אז די היתר איז אפילו ער/זי וועט זיכער ל"ע נישט דערלעבן נאך א שבת, וזה רק ראיה לדעאנטאלאגיע לעומת קאנסעקווענטעליסם בתורה). פון דעם אז די תורה איז מתיר רציחה במקום עונש איז מכח אן עונש און נישט א violation קעגן עטיקס כמובן (פונקט אזוי ווי סתם אזוי פארשפארן א מענטש איז (נאר) עטיקל במקום עונש).
און דאס וואס די תורה איז דאס מתיר לצורך הצלה [הבא להורגך השכם להורגו] אדער לצורך חירום [עמלק, ז׳ עממין] קען מען אפלערנען אז דאס איז ל״ד וועגן קאנסעקווענטליסם, נאר דאס איז ווייל עס נעמט אן אן אגענט-צענטרירטע דעאנטאלאגישע מהלך. והיינו, א ״ריכטיגע/עטיקל זאך״, אפילו וואס ווערט דעפינירט דייקא אויף די מעשה דהשתא, ווערט (אפילו אוועראל אביעקטיוולי) דעפינירט פון דעם קוק-ווינקל פונ׳ם פערזענליכן עושה המעשה [די אגענט]. מכח זה האט ער עטיקלי א רעכט (אפילו א מוז/חיוב) זיך אנצונעמען פאר [ראטעווען וכו׳] זיינע אייגענע קינדער אפילו אויפ׳ן חשבון פון אנדערע אד״ג (איך פארשטיי אז יש לדון על זה מכח הלכה, ואפשר אינו דומה לחייך [ממש] קודמין הידוע מב"מ סב.). די זעלבע קען מען אפשר זאגן בנוגע די מצוות, אז די תורה האט דאס מצווה געווען מכח ווייל זי האלט אז דאס איז א תועלת (ביעור הרע והיזק וכו׳) פאר זיי [די אגענטן] פערזענליך (וכדוגמת הבא להורגך השכם להורגו). (דאס קען מען אפשר אויך זעהן פון דעם אז טאמער זענען זיי פורט וועמען זיי ווילן קען מען יא מוסר זיין, וכדאיתא שם ביו"ד ברמ"א.)
ומאידך גיסא טרעפן מיר אז א בן סורר ומורה איז יא נידון ונהרג על שם סופו, ווייל ער גייט מלסטם זיין אנדערע (סנהדרין עב.); קאנסעקווענטעליזם. (מיר טרעפן אבער אויך, הגם נישט בנוגע הלכה, אז מ׳איז דן באשר הוא שם ולא על שם סופו, ועיין בר״ה טז:. אפשר איז דאס אויך א סניף צו דעם אז בן סורר ומורה לא היה ולא עתיד להיות).
ואכתי יש לעיין בזה.

להשלמת השאלה דארף מען צולייגען דער דריטער ציור (די אלע וועלכע זענען בעד הרג'ענען איינעם צו ראטעווען פינעף ווערן סטאק ביי דעם.)
אין שפיטאל ליגן פינף מענטשען, יעדער פון זיי פעלט אן אנדערער אבר שהנשמה תלוי' בו. זאל מען נעמען א מענטש, געזונט און פריש, און אים אפ'שחט'ן מ'זאל קענען נוצן זיינע אברים צו ראטעווען די פינף.

דאס איז דומה צום חלק פון די גראבע מענטש צד פון די טראלי פראבלעם (אים שטיפן פארנט פונ'ם טראלי עס אפצושטעלן); צו מ'זאל בפועל בידים הרג'ענען א מענטש צו ראטעווען די מערערע מענטשן (לעומת סתם גורם זיין דורך טוישן דעם טרעק).
איך ווייס אז דאס האסטו געמיינט. איך האב עס נאר געוואלט מער ארויסברענגען.

ונבנתה העירלהשלמת השאלה דארף מען צולייגען דער דריטער ציור (די אלע וועלכע זענען בעד הרג'ענען איינעם צו ראטעווען פינעף ווערן סטאק ביי דעם.)
אין שפיטאל ליגן פינף מענטשען, יעדער פון זיי פעלט אן אנדערער אבר שהנשמה תלוי' בו. זאל מען נעמען א מענטש, געזונט און פריש, און אים אפ'שחט'ן מ'זאל קענען נוצן זיינע אברים צו ראטעווען די פינף.
צווישן אנדערע מהלכים צו פארענטפערן די פראבלעם עפ״י קאנסעקווענטאליזם, איז אינטרעסאנט אז אפאר קאנסעקווענטאליסטן זאגן אז הרג׳נען דעם איינעם מענטש וואלט טאקע געווען די ריכטיגע מאראלישע/עטישע זאך צו טוהן. נאר וויבאלד אזא משל איז מן הנמנע, און אין אלגעמיין איז הרג׳נען א מענטש (אפילו פאר איין צווייטן) אימאראליש/אימעטיש (אפילו) פון א קאנסעקווענטאליסט שטאנדפונקט, האבן מיר עוואלווד אן אפשיי אפילו פאר אזא סארט היפאטעטישע מעשה; צו הרג׳נען אן אומשולדיגן בכלליות.
אן אנדערע מהלך אין דעם, איז אז עס זענען דא קאנסעקווענטאליסטן וואס לייגן צו אן אגענט-רעלאטיווע חלק צו קאנסעקווענטאליזם. דהיינו, אז פונ׳ם סאביעקטיוון פערספעקטיוו פונ׳ם דאקטאר אליין [זיינע געפילן פאר גוטס/מאראל וכו׳] זענען די קאנסעקווענצן פונ׳ם מעשה ל״ד גוטע.
נאך א מהלך אין דעם איז אז קאנסעקווענטעליזם מיינט רול קאנסעקווענטעליזם. דהיינו, אז א מאראלישע/עטישע אקט [אן אקט וואס מ׳דארף שטרעבן צו טוהן] איז אן אקט וואס די קאנסעקווענצן אלס א רול על הכלל איז פועל לטובה. דהיינו, איך דארף מיר פרעגן אויב יעדער וועט מעגן טוהן אזוי וועלן די קאנסעקווענצן דערפון זיין גוט אדער נישט? אין די פאל איז נישט אזוי, ווייל דאקטורים קענען מאכן (מאראלישע) טעותים, דאס אויסנוצען לרעה, וכו׳. (איך האב אווערסימפליפייד. דאס זעהט אויך אויס לדעתי אז עס האט פאראלעלן מיט קאנט׳ס ערשטע (דריטע און אפשר פערטע) פארמולאציע(ס) פון זיין קאטעגארישע אימפעריטיוו; הגם רוב נעמען אן אז ער בעצם זאגט דאס פון א דיענטאלאגישע שטאנדפונקט.)
(ועוד, אפילו לפי א דעאנטאלאגישן מהלך קען מען ווערן סטאק. למשל, טאמער זיי וועלן יא באטראכטן אלס מאראליש מקריב צו זיין א מענטש בידים כדי צו ראטעווען א ״מיליאן״ מענטשן.
די שאלה/חקירה קען נוגע זיין אביסל למשל ביים אראפשיסן א פאסאזשיר עראפלאן וואס טעראריסטן ווילן אריינקראכן ערגעץ, וכדומה. הגם דארט איז אבער אנדערש ווייל איך וויל אראפשיסן די טעראריסטן און די פאסאזשירן וכו׳ זענען נאר קאלעטארעל [הגם א זיכערע פארלוסט וידוע מעיקרא], משא״כ דא וואו דער אומשולדיגער פאציענט איז די כוונה פון די רציחה [טאקע פאר א גוטע תכלית׳דיגע כוונה].)
מ׳קען אפשר אויך צושטעלן די פריער-דערמאנטע טעזע אז די תורה׳ס מאראלישע/עטישע קאוד איז בעיקר באזירט אויף א דעאנטאלאגישע מהלך לעומת קאנסעקווענטעליסט, צו שטארקן נתן פריינד׳ס טענה (אין זיין ארטיקל העלפן דעם אויבערשטן מיט קיצוניות, אין וועקער 16). דהיינו, די טעזע פוןזיין ארטיקל איז אפצוווארפן די טענה אז מ׳דארף מחנך זיין על דרך קיצוניות, הגם עס איז נישט אמת, ווייל דאס ווירקט מער אז די דורות זאלן זיך האלטן (כעין אמונה הכרחית) ע״ש.
אויב בין איך גערעכט מיט די הנחה אז די תורה ארבעט בעיקר מער מיט׳ן דארפ׳ן באטראכטן וואס איז ריכטיג צו טוהן אין די הוה ממש [א דעאנטאלאגישע מהלך], ווי איידער די קובע פאר א מאראלישע/עטישע אקט זאל זיין דאס טוהן עפעס (אפילו אומריכטיג) יעצט כדי די תוצאות דערפון זאלן זיין גוטע [א קאנסעקווענטעליסט מהלך], דעמאלטס איז דאך מער מסתבר אז עפ״י תורה זאל איך נישט אויפציען קינדער מיט אן אומריכטיגע מהלך יעצט כדי די תוצאה זאל זיין אז זיי זאלן בלייבן ערליך שפעטער.
(ואפשר להביא ראיה להיפך ממשפט בן סורר ומורה וכנ״ל. ווי אויך פון דעם פסוק אין משלי (כב ו) לגבי חינוך, חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה, וואו מ׳קען אריינקוועטשן אז בנוגע חינוך איז די כוונה דוקא די תוצאה ואפשר שמקדשת האמצעים [על פי דרכו (אויב דארף מען צוקומען צו עקסטרעמיזם לגבו), ושלא יסור מן הדרך (בכלליות)]. ואפשר להשיב.)

מענין לענין באותו ענין איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז די (היינטיגע) פילאזאפן נעמען אן אז אויב נעמט מען אן א דעאנטאלאגישע צוגאנג צו די טענה אויף דאס עקזיטענס פון רע בעולם, דהיינו אז איינער וואס קען מעביר זיין רע דארף דאס טוהן אפגעזעהן פון אנדערע, איז עס א שטערקערע טענה לגבי די טעאדישע פראבלעם פון שלעכטס/רע (אויסגעשמועסט אביסל אין די אשכול), ווי צו אננעמען אן אקסיאלאגישע צוגאנג צו די טענה, וואס ענדעלט אין קאנסעקווענסיאליזם (וואס דעמאלטס איז זיך אביסל גרינגער ארויסצודרייען מיט ״מאן יימר עס וואלט בעסער געווען אוועראל״, ועוד).
ס׳איז דא א דריטע אנגענומענע מהלך אין עטיקס, אחוץ פון די צוויי, וואס רופט זיך ווירטוּ עטיקס. אנדערש ווי די דיאנטאלאגיסט, וואס גיבט זיך אפ מיט ״דאס איז וואס דו דארפסט טוהן״, און די קאנסעקווענטעליסט [יוּטיליטעריען] מהלך, וואס גיבט זיך אפ מיט די תוצאות וואס גייען ארויסקומען פון די מעשים, טוהט די מהלך בעיקר פאקוּסירן אויף וואס איז די נאבעלע אידעאל בכלליות; פון די מענטש בתוך תוכו און זיין מעשה. (דאס איז מער ענליך צו די מהלך המוסר במדות האדם ביהדות. עס דארף באטאנט ווערן אז עס זענען דא ווירטוּ טעאריעס בתוך די אנדערע מהלכים אויך; דאס איז אבער נישט די עיקר פאקוס.)
לויט ווי אזוי דער טעאלאג/פילאזאף דר. ראבּערט מעריהוּ עדעמס איז מסביר די מהלך, גייט דאס (להבדיל) אין איינקלאנג מיט ווי אזוי דער רמב״ם אין סוף מו״נ (עיין כאן) באטראכט שלימות האדם במדותיו. דהיינו, אז די סאמע יסוד פון די מהלך איז להתדמות האדם לקוניו מיט׳ן זיך משלים זיין במדות וואס זענען בעצם נאנט צו די פון תכלית הטוב דהיינו כביכול הקב״ה.
ס׳עט כאפן א נפק״מ צווישן די אלע מהלכים לגבי די נידון אין די אשכול אויך. דאס וואס מ׳האט דערמאנט דארט בנוגע קאהלבערג׳ס מאראלישע אנטוויקלונג איז מער בנוגע די פסיכאלאגישע חלק דערפון, משא״כ די דריי מהלכים זענען בנוגע די פילאזאפישע חלק דערין.

דאס איז לכאורה א דיאנטאלאגישע מהלך (ואולי ווירטוּ).
דארט שטייט ווייטער אז אפילו דער קריטו האט משחד געווען די שומרים פונעם תפיסה וואו ער איז געהאלטן געווארן האט ער נישט געוואלט אנטלויפן, ווייל ער האט געהאלטן אז דאס גייט גיין קעגן די פרינציפ.
דר. סידני מארגענבעסער. 😃
ובנוגע ווי אזוי ״הלכה״ גייט צו לגבי דעאנטאלאגיע לעומת קאנסעקווענטעליסט שרייבט דר. זאב פאלק:
Indeed, should we employ a utilitarian concept of law such as that proposed by the eighteenth-century philosopher of jurisprudence jeremy Bentham, which sets among its criteria for adjudging the validity of a legal code its utility, it would be difficult to understand halakhah (rabbinic law) as a genuine legal system, because very often a halakhic decision is made on a conceptual basis without regard for its consequences. According to the rabbis, a person should fulfill his duties for their own sake and not for extraneous motives (M. Avot 2:2, 12; 6:1). God's commandments were not intended to promote happiness (BT Er. 31a), which is the object of law according to the utilitarian school of jurisprudence
אין די לעקציע [1:11:06-1:15:00] רעדט דר. ראַבּערט סאַפּאָלסקי ארום איבער דר. יהושע גרין'ס ניוראלאגישע עקספּערימענטן אין דעם געביט וואו מ'זעהט אז די ביי וועמען עס איז דא מער אקטיוויטעט אינעם ענטעריאר סינגוּלעיט קאָרטעקס [וואו עס איז אזא סארט קאנעקשאן צווישן די לימבּיק סיסטעם, וואס איז די עמאשעמאל חלק פונעם מח, און די פּריפראָנטעל קאָרטעקס, וואס איז די קאגניטיוו/לאגישע חלק פון דעם] וועלן נישט וועלן מקריב זיין דעם מענטש צו ראטעווען די איבעריגע, בפרט וואו זיי דארפן דאס טוהן און אים הרג'ענען בידים.
לויט די גמ' זאל ער לאזן די פינף גע'הרג'ט ווערן, אלץ דילמא דמא דההוא גברא סומק טפי.
רביה''ק זי''ע
די יונגעל האט געהרגעט אלע 6
די מיידל האט געראטעוועט אלע 6
א שיינעם אנעקדאט אקעיגן די וואס זאגן אז ג'ענדער איז fluid.
דר. יובל נח הררי ברענגט ארויס [21:39-22:10] אז אין היסטאריע און אויף גרעסערע סקעילס איז עס (עכ"פ בדרך כלל) קיינמאל נישט קיין אפציע צווישן נאר צוויי ברירות אזוי ווי אין די טראַלי פראבלעם - עס זענען אלס דא אנדערע אויסוועגן ווי אזוי זיך אומצוגיין, נישט צו דארפן צוקומען צו נאר איינע אדער דאס אנדערע.
אין די לעקציע ברענגט דר. תמר גענדלער צו שטודיעס ווי טאמער איז די ברירה צווישן הרג'ענען 5 מענטשן אדער 1 מענטש, און דער מענטש איז זיך אליינס (אדער אויך זיך ווען עס איז א דריטע ברירה), האלטן מער מענטשן פונעם דעאנטאלאגישע מהלך אז מ'טאר נישט גורם זיין הריגה אפילו וואו עס קומט אויס אז מ'ראטעוועט מער מענטשן. ווי אויך טאמער איז דער 1 מענטש מיט א נאמען, ווי איידער א נומער, דאן נעמען מענטשן אויך מער אָן דעאנטאלאגישע מהלך. (זי זאגט אויך אז מ'זעהט ביי ליבעראלן אז טאמער וועט די נאמען זיין א "שווארצע" סארט נאמען, וועלן זיי נאך מער נאכגיין א דעאנטאלאגישע מהלך, ווי איידער ווען ער האט א "ווייסע" נאמען.)
***
לגבי קאנט׳ס דעאנטאלאגיע איז אינטרעסאנט וואס דער עקידה שרייבט (פ׳ בראשית שער י) בנוגע זיין קאַגניטיוויסט/ריעליסט מהלך במאראל און אז ס׳איז יא שייך צו זאגן אויף מאראלן ״אמת״ און אז זיי ווערן נישט נשתנה:

כידוע האט קאנט געהאלטן, עפ״י זיין קאטעגארישע אימפּעראטיוו, אז אין אזא פאל דארף מען דאס יא צוריקגעבן.וכן הדברים השרשיים הכוללים שבדינים הם בלתי משתנים כי אם במקרה ועל הזרות כמו שאמר שאם הפקיד אדם חרב ביד זולתו ורוצה עתה לקחתו להרוג את רעהו שיהיה אז הצדק שלא להשיבה אליו עם שהשבת פיקדון הוא מהדברים הקיימים.
לגבי נוצן מאטעמאטיקס אין מאראלישע/עטישע באשלוסן, ווי צב״ש ביי די טראַלי וואו מ׳חשבונ׳ט פון ראטעווען 5 אויפ׳ן חשבון קעגן 1, שרייבט דר. דערעק פּאַרפיט אז דאס איז נישט אזוי פשוט. לדוגמא, וואו עס זענען דא 4 מענטשן וואס ארבעטן צו ראטעווען 100 מענטשן, און עס זענען דא 10 אנדערע מענטשן וואס קיינער געבט זיך נישט אפ זיי צו ראטעווען, איז קען איינער קלערן אז עס איז זיך בעסער מצרף צו זיין צו די 4 צו ראטעווען די 100 מענטשן, הגם זיי גייען געראטעוועט ווערן אָן דיר אויך. דאס איז ווייל מ׳קלערט אז 1/5 פון 100 (די ״געראטעוועכץ״) איז דאך 20, וואס דאס איז דאך מער ווי 10. עס איגנארירט אבער די causal חלק, והיינו דאס וואס עס פעהלט אויס דער מענטש ביי די 10 זיי צו ראטעווען, משא״כ ביי די 100 וואס האבן שוין 4 וואס געבן זיך אפ מיט זיי.
***
דר. פּיִטער זינגער ציטירט פון ירמיה בּענטאם אז א טענה קעגן יוּטיליטעריעניזם (בתוך קאנסעקווענטשעליזם) איז אז די מהלך אליין על הכלל קען דאך האבן שלעכטע יוטיליטיס/קאנסעקווענצן. אבער מ׳דארף זיך באנוצן מיט די עצם געדאנק פון יוּטיליטעריעניזם/קאנסעקווענטשעליזם דאס צו טענה׳ן.

שמן למאורער דרייט זיך ארויס פון די קשיא (אזוי ווי מיין מגיד שיעור ביי א שווערע תוס')
אני הק' האלט אז מען דארף אלעמאל ציילן וויפיל מענטשן גייען שטארבן.
דארף מען ריקן דעם לעווער צי הרג'נן איין און ראטעווען 5? יא!
דארף מען אריינווארפן עוג מלך הבשן צו ראטעווען די פינף? יא!
דארף מען הארגענען איין צי ניצן זיינע איברים צי ראטעווען 5? יא!
וואלט איך אריינגעטאנצן און פראנט פון א טרעין צי ראטעווען 5 און שטארבן דורך דעים? ניין, ווייל איך בין סעלף סענטערעד אזוי ווי אינז אלע!
סאיז בעצם זייער א פשוטע שאלה, שטעל דיך פאר אז גאט אנטפלעקט זיך צי דיך און פרעיגט זאל איך היינט הרג'נן 1 מענטש אדער צוויי, אוואדי וואלסטו געענטפערט 1, איז יעצט ווען די שטייסט ביים לעווער פונעם טרעין ביסטו גאט ("כביכול" ווהטעווער די פליפ דעיס מיינט) אויפן טרעין, והיינו טעמא דעוג מלך הבשן והיינו טעמא דלהרוג אחד כדי להשתמש באיברי להציל עוד חמשה.
קהל'ס נערדער גאנצער א.ג. 'טראלי פראבלעם' גייט ארויס פון אן הנחה אז ס'איז דא (לפחות, א ספק) א ראציאנאלער מושג פון 'שב ואל תעשה עדיף' - נישט טון און דורכדעם גורם זיין עפעס איז א קלענערע מאראלישע ''עוולה'' ווי יא טון און גורם זיין עפעס.סאיז בעצם זייער א פשוטע שאלה, שטעל דיך פאר אז גאט אנטפלעקט זיך צי דיך און פרעיגט זאל איך היינט הרג'נן 1 מענטש אדער צוויי, אוואדי וואלסטו געענטפערט 1, איז יעצט ווען די שטייסט ביים לעווער פונעם טרעין ביסטו גאט
איינמאל מען האט די הנחה קען מען פילאזאפירן פון היינט ביז מארגן: וויפיל איז די געוויכט פונעם 'שב ואל תעשה'; וויפיל מענטשן מעגן שטארבן אלעס כדי איך זאל מיך קלאפן אויפ'ן בייכל "שב ואל תעשה עדיף" וכו' וכו'.
דעריבער איז דער צושטעל צו גאט נישט קיין גוטער צושטעל, ווייל דעמאלט איז נאר דא א נאמבער געים וואס לא עלה על דעת פילאזאף מעולם צו הרג'ענען פינף ענדערש ווי איינעם.
לענ''ד האט די שב ואל תעשה לעגענדע קיין שום מאראלישער געוויכט. חוץ, פארשטייט זיך, די פראקטישע עפעקטס אויפ'ן דרייווער'ס החלטה צוליב די פסיכאלאגיע און טראומאטישע נאכווייען וואס מאכן א פעולה'דיגע אויסוואל קען אויף אים האבן [טיילווייז, צוליב וואס ער זעלבסט גלייבט אין א מושג פון שב ואל תעשה, חד גדיא], דאס איז אבער נישט קיין חלק אינעם אנגעבליכן טראלי 'פראבלעם' עכ''פ לפי הבנתי.
לסיכום, צו אלע צוקונפטיגע טראלי-שאפערן, איר קענט רואיג ממית'ן דעם קלענערן מספר, יהרגו ענווים ולא תתבעו. חתי''ק
קהל'ס נערהאלטסט טאקע אזוי?דארף מען הארגענען איין צי ניצן זיינע איברים צי ראטעווען 5? יא!
אויב ביסטו קעניג פאר א טאג, און עס קומט צו דיר א דאקטער "אדוני המלך, איך האב א מענטש וואס האלט ביים שטארבן, די איינציגע וועג אים צו ראטעווען איז מיט א הארץ טראנספלענט היינט, און עס איז נישטא צו באקומען א הארץ."
אין די זעלבע שפיטאל זענען דא צוויי מענטשן וואס בלוטיגן נעבעך אויס, און די איינציגע וועג זיי צו האלטן ביים לעבן איז דורך צולייגן בלוט פון א צווייטן. אבער די בלוט קאסע איז לער, נישטא קיין בלוט פאר קיין רפואה.
ממש נעבן זיי ליגט איינער וואס גייט אויס יעדער מינוט, ער דארף א לונגען.
נאך צוויי מענטשן דארפן א ניר עמערדשינסי, א זעקסטער מוז באקומען מארך פון די שדרה, נאך צוויי דארפן א שטיק לעבער, און איינער דארף גאר וויכטיג א פענקריעס.
"אלזא" פירט דער דאקטער אויס "אדוני המלך, געב מיר רשות צו ארויסגיין אויפן גאס, טרעפן א געזונטן מענטש, מען וועט אים אריינשלעפן אין שפיטאל, צושניידן אויף שטיקער, און ראטעווען די אלע מענטשן".
קהל'ס, מיר ווארטן אויף דיין באפעל.
יעקב מעקסוועלצום באפעל!קהל'ס נערהאלטסט טאקע אזוי?דארף מען הארגענען איין צי ניצן זיינע איברים צי ראטעווען 5? יא!
אויב ביסטו קעניג פאר א טאג, און עס קומט צו דיר א דאקטער "אדוני המלך, איך האב א מענטש וואס האלט ביים שטארבן, די איינציגע וועג אים צו ראטעווען איז מיט א הארץ טראנספלענט היינט, און עס איז נישטא צו באקומען א הארץ."
אין די זעלבע שפיטאל זענען דא צוויי מענטשן וואס בלוטיגן נעבעך אויס, און די איינציגע וועג זיי צו האלטן ביים לעבן איז דורך צולייגן בלוט פון א צווייטן. אבער די בלוט קאסע איז לער, נישטא קיין בלוט פאר קיין רפואה.
ממש נעבן זיי ליגט איינער וואס גייט אויס יעדער מינוט, ער דארף א לונגען.
נאך צוויי מענטשן דארפן א ניר עמערדשינסי, א זעקסטער מוז באקומען מארך פון די שדרה, נאך צוויי דארפן א שטיק לעבער, און איינער דארף גאר וויכטיג א פענקריעס.
"אלזא" פירט דער דאקטער אויס "אדוני המלך, געב מיר רשות צו ארויסגיין אויפן גאס, טרעפן א געזונטן מענטש, מען וועט אים אריינשלעפן אין שפיטאל, צושניידן אויף שטיקער, און ראטעווען די אלע מענטשן".
קהל'ס, מיר ווארטן אויף דיין באפעל.
איך ווייס נישט וואס מיינט מאראל, אבער אויב מיינט עס וואס עס איז די ריכטיגע זאך צי טאן איז עס אז מען זאל צופליקן דעם געזינטן מענטש אויף פינף כדי פינף אנדערע זאלן ווערן געזינט.
יעצט די מעשה ווי די קרוינסט מיך פאר קעניג ברעינגסט ארויס די געפילישע זייט וואס איז טאקע זייער שווער צי פראסעסען, וואס הייסט מען גייט נעמען א נערמאלע געזינטע מענטש און מען גייט עים רצח'נן אויפן מזבח פון פינף קראנקע נפשות? טאקע א שווערע געפיל צו האבן, און א טראומאטישער געוויסן ביסן, אבער מיט א רוהיגן שכלדיגע מהלך ווען די ביסט גאט פאר א טאג און די קענסט מאכן אדער פינף קראנקע געזינט מיטן פרייז פון איין געזינטע שטארבט אדער פארקערט וואלסטו נישט געהיילט די פינף קראנקע?
גאט קומט נישט אריין דא, גאט מאכט א גאנצע טאג געזונטע, קראנקע, טויטע, און לעבעדיגע. איך פארשטיי נישט זיינע חשבונות, און איך פראביר אפילו נישט.
ווען איך האב די אפשען צו צושניידן א מענטש לטובת הכלל, וואלט איך עס בשום אופן נישט געטון. אפילו א מיליאן מענטשן גייען שטארבן. אויב איז ער גרייט זיך איבערצוגעבן לטובת הכלל, און ער בעט מיר עס צו טון, וואלט איך עס געווען גרייט צו טון.
אויך אויב עס איז זיין שילד די גאנצע זאך, דעמאלטס וואלט איך אים גערן גע'הרג'עט, אפילו ווען איך קען שוין נישט ראטעווען די מיליאן.

איך בין גענויגט צום זייט פון לאזן די פונעף מענטשן שטארבן און נישט הארגענען אפילו איינעם.
איך בין נישט גאט. נאטור וואס אין דעם זענען אריינגערעכנט מענטשליכע אויפירונגען, האט געפירט צו דעם אז פונעף מענטשן זאלן ווערן אראפגעבינדן. יעצט איך וועל לאזן נאטור טון זיין ארבייט, אבער איך וועל נישט הארגענען קיין מענטש דערפאר.
אוודאי אויב איך קען אפשטעלן נאטור פון הארגענען וועל איך דאס טון, אבער נישט אויף יענעם'ס חשבון.
פון די אנדערע זייט קלער איך ("עס ווי ספיק")
וואס טוט זיך מיט א גאנצע לאנד פון מיליאנען מענטשן וו"ס איין מענטש? האַ? דא כאפט שוין יא א קיצל. איך וואלט לכאורה נישט געלאזט א גאנצע לאנד גיין אין פייער. איינער דא וואלט געטון אנדערש?
יעצט וואו איז די גרעניץ? איין מענטש לאזן שטארבן, ווערסעס הארגענען איינעם און צו דער זעלבע צייט פארוואנדערן נאך איינעם, דאס מיינט איינס אנקעגען א טויטער מיט א פארוואנדערטע.
וואס טוט זיך מיט א פאל ווען ס'איז פונעף לעבנס, אנקעגען שווער פארוואנדערן איינעם ( למשל נאר זיין פיס איז צוגעבינדן צו די באן שינעס)?
האו עבאוט פונעף מענטשן שטארבן וו"ס פארוואנדערן צוואנציג מענטשן בידים?
און וואס טוט זיך מיט א גרויסע סומע געלט פון איינעם, אדער די פארמעגן פון טויזענטער מענטשן וואס האבן געארבייט יארן פאר זייער דאלער ווערסעס איין טויטער?
ווער בין איך מחליט צו זיין וואס איז מער?
כ'ווייס שוין אליינס נישט.

שמן למאורדאס איז נאך פון פאר ער האט זיך גע׳שמד׳ט צו איסלאם? לכאורה פון נאכדעם..
די גאנצע נושא איז א טיפע פיליזאפישע דעבאטע און מען קען דרייען אהין און אהער אויף ביידע וועגן.
לאמיר עס אבער נעמען אויף א שטאפל ווייטער.
ווען דו ביסט (צום ביישפיל) אילן מאסק, און דו דארפסט פראגרמירן די סעלף דרייווינג סיסטעם וויאזוי צו רעאגירן אין מסוכן'דיגע מאמענטן, וויאזוי דארף מען פראגראמירן די פאלגענדע סיטואציע?
די קאר פארט אויף 65 מפ"ש אויף א שמאלע גאס, אויף די לינקע זייט איז דא א הויכע צוים און אויף די רעכטע זייט איז דא איין מענטש וואס שפאצירט אויפן סיידוואלק, און פליצלינג לויפן פינף אנדערע מענטשן אריין אין פארנט פון די קאר, ס'איז דא פונקטליך א 3/4 פון א סעקונדע פאר די קאר צו מאכן זיין החלטה וואס צו טוהן; פארן ווייטער גראד און הרג'נען איין מענטש? אדער זיך געבן א דריי ארויף אויפן סיידוואלק און הרג'נען איין מענטש?
אדער נאכמער, וואס וועט זיין ביי אזא מעשה, די קאר פארט אויף א הויכן בריק, די לינקע זייט איז דא א הויכע צוים, און אויף די רעכטע זייט איז דא א קליינע צוים וואס אויב פארט מען אריין אין עס וועט זיך עס איבער רייסן און די קאר וועט אריין פאלן אינעם וואסער. פלוצלינג לויפן אריין פינף מענטשן אין פארנט פון די קאר. די קאר קען אדער מאכן א רעכטס און אריינפארן אין די וואסער צוזאמען מיט די דרייווער אדער קען די קאר פארן גראד און הרג'נען פינף מענשטען. די קאר דארף מאכן זיין החלטה צו הרג'נען פינף פרעמדע מענטשן ווערסוס איין מענשט וואס דאס איז די דרייווער פון די קאר, וויאזוי וואלסטו געפראגרעמט די קאר?
(אינאיינוועגס ברענגט דאס אויך ארויס די סכנות וואס פול סעלף דרייווינג קארס קען ברענגען, אבער דאס באלאנגט אין אן אשכול פאר זיך)

יעקב מעקסוועלכ'מיין מען קען מסכם זיין אינזער מח' אין איין ווארט, געפיל ווס. שכל.גאט קומט נישט אריין דא, גאט מאכט א גאנצע טאג געזונטע, קראנקע, טויטע, און לעבעדיגע. איך פארשטיי נישט זיינע חשבונות, און איך פראביר אפילו נישט.
ווען איך האב די אפשען צו צושניידן א מענטש לטובת הכלל, וואלט איך עס בשום אופן נישט געטון. אפילו א מיליאן מענטשן גייען שטארבן. אויב איז ער גרייט זיך איבערצוגעבן לטובת הכלל, און ער בעט מיר עס צו טון, וואלט איך עס געווען גרייט צו טון.
אויך אויב עס איז זיין שילד די גאנצע זאך, דעמאלטס וואלט איך אים גערן גע'הרג'עט, אפילו ווען איך קען שוין נישט ראטעווען די מיליאן.
די געפיל לאזט נישט הרג'נן א מענטש אפילו 5 גייען געראטעוועט ווערן, און די שכל זאגט ס'לוינט זיך צי אינוועסטן איין מענטש אויף צי פארדינען פינף.
ר' יעקב מעקסוועליתא אומר זיל בתר רגש, ר' קהל'ס דפום נערא אומר זיל בתר שכל.
איך וואלט געזאגט פארקערט ראטווען די 5 מענטשן איז פון רגש, אין די פארקערטע איז שכל,
דאס איז די וועג ווי אזוי איך קוק דאס אן, איך האב גארנישט מיט קיין איין פון די מענטשן אין איך קום זיי גארנישט אפילו נישט צו באשליסן וואס צו טון, נישט פאר די 5 אין נישט פאר די 1 ,
שכלדיג האב איך נישט קיין פראבלעם אז אלע 6 מענטשן שטארבן, געפיליש וואלט איך געוואלט ראטעווען אלע 6, ניין?
נאר וואס דען איך קען נישט ראטעווען אלע 6 אדער 5 אדער 1, אבער שכלדיג איז שב ועל תעשה אייביג עודיף ווייל עס איז נישט מיין ביזנעס,אבער געפיליש יא ווי אזוי קען איך צו לאזן 5 מענטשן זאלן שטארקן ווען עס קען נאר זיין 1....
והא ראיה אז זיך אריינמישן איז א געפילישע שריט, ווייל אויב וועט דאס איין מענטש זיין דאן אייגענעם קינד, וועסטו מסתמא האלטן אנדערש....
Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk

קהל'ס נערור' שמן אומר, שהשכל מחייב לחזור אחר הרגש.יעקב מעקסוועלכ'מיין מען קען מסכם זיין אינזער מח' אין איין ווארט, געפיל ווס. שכל.גאט קומט נישט אריין דא, גאט מאכט א גאנצע טאג געזונטע, קראנקע, טויטע, און לעבעדיגע. איך פארשטיי נישט זיינע חשבונות, און איך פראביר אפילו נישט.
ווען איך האב די אפשען צו צושניידן א מענטש לטובת הכלל, וואלט איך עס בשום אופן נישט געטון. אפילו א מיליאן מענטשן גייען שטארבן. אויב איז ער גרייט זיך איבערצוגעבן לטובת הכלל, און ער בעט מיר עס צו טון, וואלט איך עס געווען גרייט צו טון.
אויך אויב עס איז זיין שילד די גאנצע זאך, דעמאלטס וואלט איך אים גערן גע'הרג'עט, אפילו ווען איך קען שוין נישט ראטעווען די מיליאן.
די געפיל לאזט נישט הרג'נן א מענטש אפילו 5 גייען געראטעוועט ווערן, און די שכל זאגט ס'לוינט זיך צי אינוועסטן איין מענטש אויף צי פארדינען פינף.
ר' יעקב מעקסוועליתא אומר זיל בתר רגש, ר' קהל'ס דפום נערא אומר זיל בתר שכל.
ר' קהל'ס דמן שכליא, ווער ביסטו צו גיין בידים הרג'ענען א מענטש צו ראטעווען אנדערע אויב די ווילסט עס נישט טון פאר דיר אליינס ווייל די ביסט סעלף סענטערד? יענער בעיניו איז די זעלבע סעלף סענטערד, און ער האט די זעלבע זכות קיום ווי דיר.
ווי אנדערע האבן ארויסגעברענגט, אויב האלסטו נישט אז שכל'דיג וואלסטו אויך געדארפט מנדב זיין דיין לעבן פאר 5 אנדערע - דאן איז דיין שיטה ריין רגש.

וידוע שיטתו של דוד הום (בשורש ומקור של מאראל ועטיקס ג״כ):
Reason is and ought only to be the slave of the passions

שארפןקאפמען קען נישט ברעינגן א ראיה וואס וואלסטו געוטין ביי דיין קינד, ווייל מיין קינד וואלט איך געראטעוועט אפילו אויב סנישט מאראליש, מילא קימט עס בכלל נישט אריין, דא רעדט מען פון וואס איז די ריכטיגע זאך צי טאן (אדער נישט צי טאן) אויף למעשה צי איך וואלט געטין די ריכטיגע זאך לאוו דוקה.איך וואלט געזאגט פארקערט ראטווען די 5 מענטשן איז פון רגש, אין די פארקערטע איז שכל,
דאס איז די וועג ווי אזוי איך קוק דאס אן, איך האב גארנישט מיט קיין איין פון די מענטשן אין איך קום זיי גארנישט אפילו נישט צו באשליסן וואס צו טון, נישט פאר די 5 אין נישט פאר די 1 ,
שכלדיג האב איך נישט קיין פראבלעם אז אלע 6 מענטשן שטארבן, געפיליש וואלט איך געוואלט ראטעווען אלע 6, ניין?
נאר וואס דען איך קען נישט ראטעווען אלע 6 אדער 5 אדער 1, אבער שכלדיג איז שב ועל תעשה אייביג עודיף ווייל עס איז נישט מיין ביזנעס,אבער געפיליש יא ווי אזוי קען איך צו לאזן 5 מענטשן זאלן שטארקן ווען עס קען נאר זיין 1....
והא ראיה אז זיך אריינמישן איז א געפילישע שריט, ווייל אויב וועט דאס איין מענטש זיין דאן אייגענעם קינד, וועסטו מסתמא האלטן אנדערש....
Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
מתבודדווייל איך וואלט געטין עפעס וואס איז אימריכטיג מיינט אז דאס איז די ריכטיגע זאך?ר' קהל'ס דמן שכליא, ווער ביסטו צו גיין בידים הרג'ענען א מענטש צו ראטעווען אנדערע אויב די ווילסט עס נישט טון פאר דיר אליינס ווייל די ביסט סעלף סענטערד? יענער בעיניו איז די זעלבע סעלף סענטערד, און ער האט די זעלבע זכות קיום ווי דיר.
ווי אנדערע האבן ארויסגעברענגט, אויב האלסטו נישט אז שכל'דיג וואלסטו אויך געדארפט מנדב זיין דיין לעבן פאר 5 אנדערע - דאן איז דיין שיטה ריין רגש.
שכלדיג וואלט איך יא געדארפט מקריב זיין מיין לעבן, אבער מיין געפיל/תאווה/סעלפישנעס לאזט מיך נישט, איז וואס ווייל איך (און יעדער) בין סעלפיש טוישט זיך וואס איז ריכטיג?
הייסט א גנב האלט אז גנב'נן איז ריכטיג?
ר' קהל'ס דמן שכליא מתנהג במנהגא דרגשא?
פון קאגניטיוו פסיכילאגיע זעט מען, ווען מען טראכט שטארק די שכל פון א זאך, וועט די געפיל זיך טוישן מיט דער צייט צו גיין ע"פ שכל. אזוי אויך ווייסט יעדער, ווען איינער האט געפילן אין א געוויסע מעשה, וועט ער זיך פלוצלונג טרעפן מיט אסאך סברות פארוואס דאס איז טאקע ריכטיג.
ע"כ, איז זייער שווער צו מחלק זיין צווישן שכל און געפיל. און אפילו מען קען יא מחלק זיין, האט שוין שמן געזאגט אפשר איז גאר די געפיל שטערקער פונים שכל.
און קום מיר נישט זאגן א סברא אז מען דארף גיין ע"פ שכל, ווייל איך פיל מען דארף גיין ע"פ געפיל...

איך וויל דא פרעיגן א שטיקל קשיא, וואס מיינט מאראליש?
די גאנצע טראלי פראבלעים איז ווייל מען איז נישט מגדיר מאראל נאר לויט די געפיל, אין אזא פאל איז ר' יעקב'ן גערעכט, אויב מאראל ווערט געמאסטן מיט געפיל דאן וועט די געפיל פון נישט הרג'נן גובר זיין אויף די רעטונג פון פינף.
משא"כ אויב מאראל איז א הארטע מאטעמאטישע זאך מוז ער געמאסטן ווערן מיט שכל און שכל זאגט אז סלוינט זיך צי פארלירן איינס אויף צי פארדינען פינף.
בקיצור, מהייבט אביסל אן צי גיין אין סירקלס, מיין פוינט איז, סנישט קיין טראלי פראבלעים, סאיז א מהו מאראל? סוגיה.

@קהל'ס נאר איך וואלט דאס געפרעזעד אביסל אנדערש מיט מיין מהלך,
אנדערש ווי אלעמאל וואס איך האב נישט קיין חיוב זיך אריינצומישן, בי אן אייגענעם זוהון איז די איינציגסטע פאל וואס איך האב יא חיוב, וויל דעמאלט פון מיין שטאנדפונקט איז עס מיין מאראלישע פליכט (נישט איך מעג, נאר איך מיז) צו טאן אלעס אין די וועלט אפילו הרגענען 1000 מענטשן...
משע"כ מיין טאטע ברודער אדער בעסטע פריינד האב איך נישט א מאראלישע פליכט זיי צו באשיצן, אפילו זיי וואלטן געווען פון די 5 מענטשן וואס גייען שטארבן וואלט איך נישט געהאט רשות זיך אריינצומישן... אין איך וואלט זיך טאקע נישט אריינגעמישט נישט קיין חילק ווי שטארק טס טיט מיר וויי, וויל איך בין א מאראלישע מענטש....
דאס איז געווענטליך די חילוק פון די צווי מהלכים אז מענטשן וואס זאגן אז זיי וואלטן זיך אריינגעמישט געווענטליך וועלן אויף געבן זייער מאראלישעקייט ווען עס ווערט זיי מער אימוישענלי שווער משע"כ די מענטשן וואס וואלטן זיך נישט אריינגעמישט וועלן נישט טוישן זייער מיינונג ווען עס ווערט אימוישענלי שווער........

קהל'ס נערמאראל מיינט גארנישט. מאראל איז א אויסגעטראכטע זאך וואס האט גענצליך מיט געפיל. דו קענסט מיר מסביר זיין שכל'דיג פארוואס רציחה איז שלעכט? פארוואס איז עס אומאראליש? און פארוואס איז הרג'ענען א טשיקן יא מאראליש? און וואס איז מיט א מורישקע? און וואס איז מיט אראפרייסן א עפל פון א בוים? ס'איז אלעס געבויט אויף געפיל.איך וויל דא פרעיגן א שטיקל קשיא, וואס מיינט מאראליש?