☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פארוואס איך בין אראפ פון דרך

פארוואס איך בין אראפ פון דרך

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13539

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 13, 2020 11:10 pm

· #441441
פארוואס איך בין אראפ פון דרך
פרעזידענט רעיגן דערציילט איבער א איד וועלכער האט זיך געמוטשעט מיט שרעקליכע נאכט-קאשמארן. ער פלעגט אלץ חלומ'ען ווי משונה'דיגע מאנסטערס קריכען ארויס פון אונטער זיין בעט, און מאכן אים דאס טויט. ביז ער איז געגאנגען צו זיין ברודער, און איז ארויס א געהאלפענער.

- דיין ברודער איז א פסיכאלאג?

- ניין, ער איז א קארפענטער. ער האט מיר אראפגענומען די פיס פון בעט...

-------------

אמאל דארף מען צוברעכען דעם 'מאלד', דעם פונקטליכען סדום-בעט, פטור צו ווערן פון די מאנסטערס.

עס איז פארהאן אן הלכה למשה מסיני, וואס רופט זיך 'ענטראפי'. די בריאה גייט אלעמאל פון סדר, צו אומ-סדר.

די אין-סוף אטאמען וועלכע פארעמען א שיינע גלאז האבן נאר איין וועג זיך צו טוישן, זיי קענען גיין פון א גאנצע, גלאטע געפארעמטע גלאז - סדר, צו טויזנטער פיצלעך פון אומווערטפולע שטיקלעך - אומ-סדר. עס איז נאך אין היסטאריע נישט געשען, אז די אטאמען פון צובראכענע גלאז, זאלן זיך פונקט געבן א שטעל אויס ווי א שיינע, גאנצע גלאז. די בריאה גייט נישט פון אומ-סדר צו סדר.

טוט זיך א שמועס, צי קען מען דאס מסביר זיין מיט פשוט'ע פראבעביליטי. עס איז נאר דא 'איין' קאנפיגעראציע וויאזוי די טריליאנען אטאמען מוזן זיין אויסגעשטעלט, אז עס זאל זיך פארעמען א שיינע, גאנצע גלאז. לעומת זה, אויף צו האבן א צובראכענע גלאז, איז דא אין-סוף צירופים - יעדע אנדערע צירוף שבעולם עקטשיולי, חוץ דער איינער וואס גיבט דיר א גאנצע גלאז.

אויב אזוי, איז עס פשוט א געים פון שאנסן. אודאי גייט די בריאה פון סדר צו אומ-סדר, 'סדר', ביי דעפענישאן, מיינט איין געוויסע צירוף. 'אומ-סדר', מיינט סיי-וועלכע אנדערע צירוף.

ראיה לדברי, אויב זאלן מיר לשם עקספערימענט אויסקלויבען איינס פון די אין-סוף וועגן וויאזוי א גלאז קען זיין צובראכען, און מיר זאלן אים באשטימען אלס 'סדר', וואס מיינט דען 'סדר' אויב נישט דער צירוף וואס איך וויל יעצט האבן מאיזה סיבה שלא תהי', וועל איך אודאי כמעט נישט האבן א שאנס בעולם אז דער גלאז זאל זיך צוברעכען פונקט אויף דעם וועג.

ווי זאגט דער מהרש"א? נמנו וגמרו אז ס'איז דא מער לא תעשהס, און א מענטש האט מער שאנסן צו זינדיגען ווי צו טון א מצוה.

אן אינטערעסאנטע מעשה, ניין? ער נעמט ארויס בחירה פונעם בילד. א מענטש גייט פשוט ארויס און טוט מעשים אן א חשבון, און פראבעביליטי זאגט אז עס איז ענדערש אן עבירה ווי א מצוה.

------------

הרבה דרכים למקום. פאקטיש איז דא 7.7 ביליאן וועגן, ענד קאונטינג.

למקום. מה זה מקום? גאט ווערט אנגערופען מקום, ווייל ער איז מקומו של עולם, ואין העולם מקומו. גאט איז גרעסער פון די וועלט, די וועלט געפונט זיך אין אים, נישט ער אין די וועלט.

איז גאט דען א פיזישער ענטעטי? ער שטעלט זיך אין א קאנטעסט מיט די וועלט ווער ס'איז לענגער און ברייטער?

די 'איידיע' פון גאט, איז גרעסער/פריער/מער ענקאמפעסינג, ווי די 'איידיע' פון די וועלט.

וועלט מאכט הגבלות, וועלט מאכט מאלדס. גאט איז די אומבאגרעניצטע בעקראונד, וואו די איידיע פון וועלט קען זיך באקוועם מאכן. עס איז דער בלי-הגבלה'דיגער סטעידזש, וואו אפי' א מציאות וואס 'באשטייט' פון הגבלה, האט א רעכט צו פערפארמען זיין טפשות.

הרבה דרכים למקום. סיי וועלכע בראך אינעם איינציגען דרך וואס דער וועלט וויל אויף דיר ארויפצווינגען, איז נאך א דרך צום מקומו של עולם. נאך א טשאנעל צו געטליכקייט.

-----------

כ'האב לעצטענס מחדש געווען א נקודה אינעם דעת בעלי הגלגול.

'זמן' איז דאך א חלק פון די בריאה, עס איז נישט קיין אומאפהענגיקער אמת, אפי' די גוים זענען שוין מודה...

דער משל הנפוץ צו דעם איז א געסלייסטע ברויט. דער גאנצער ברויט שטייט לפניך, און יעדער סלייס איז א תקופה אין זמן. אין דעם סלייס זענען די אידן אין מצרים, אין אן אנדערען ברענען זיי אין אוישוויץ.

מאיזה סיבה איז דער מושכל ראשון אויף גלגול, אז זי גייט אייביג פאראויס אין זמן, א איד פון 2020 קען מגולגל ווערן פון דעם יאר און ווייטער.

אבער וואס עפעס? למעלה איז דאך למעלה מן הזמן, די גאנצע בריאה ליגט דארט ווי געסלייסטע ברויט. אט פאפט ארויף א סלייס פונעם טאסטער, עפעס נישט אזוי וועל-דאן, איז מען אים צוריק מגלגל, זיי-מוחל בראט זיך נאך אביסל. וואו שיקט מען אים צוריק? וואו ס'לאזט זיך. א היינטיגער איד האט פונקט אזא שאנס מגולגל צו ווערן אין אחאב...

השתא דאתית להכי, וועל איך אייך מגלה סוד זיין אז מען איז אים מגלגל צוריק אין זיך אליין... ראובן בן שמעון איז געבוירן געווארן תשמ"ט, ער איז געשטארבן תשצ"ט. אז מען איז נישט צופרידן פון זיין דזשאב, זאגט מען אים זיי מוחל, עודך ראובן בן שמעון שנת תשמ"ט. ענד דיס טיים(?) יו בעטער געט איט רייט.

-----------

יעזוב רשע דרכו, א רשע האט דען א דרך?! האט מען געשריגן אין קאצק.

ואני אומר, טאקע דאס בעט זיך גאט. לאז שוין אפ דעם דרך, דעם פונקטליכען דרך, בואכה סדום. וישוב אל ה', מיט סיי-וועלכע מרידה אינעם מוגבל'דיגען וועג וואס די וועלט צווינגט אויף דיר ארויף, לאזטו אריין די געטליכע ליכטיגקייט וואס ערמעגליכט דאס אלעס. כי ירבה לסלוח, מ'וועט שוין אויסארבעטן א פעימענט פלאן.

דער געטליכער דרך, איז נישט צו האבן א דרך. הנותן בים דרך ובמים עזים נתיבה, א דרך וואס לאזט נישט א צייכן פאר א צווייטן, אט אזוי מוזטו אויך טון. קול קורא במדבר פנו דרך ה'.

------------

לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז פארדעם האבן חסידים הראשונים נישט סובל געווען אזויפיל דקדוק הלכה והגבלות שונות, מיראתם אז מרוב ביימער וועט מען נישט זען דעם וואלד. פון אזויפיל דיוקים אין משנה ברורה, פארגעסט זיך וואט דע העלל וויל איך פון די גאנצע מעשה.

אן עם הארץ קען טאקע נישט זיין א חסיד, אבער א חסיד קען דעפעניטלי זיין אן עם הארץ...

-----------

ווען די מענטשהייט האט אין 1969 צום ערשטן מאל פארלאזט דעם קליינעם שטיקל שטיין, וואו זי האט זיך געדרייעט מימות עולם, און געלאנדעט אויף די לבנה, האט זי דארט איבערגעלאזט א קליינעם דיסק, מיקראוסקאפיש איינגעקריצט מיט מעסעדזשעס פון פארשידענע וועלט-פירער.

דער פרעזידענט פון אייווערי קאוסט, כתב לאמר:

"... איך האף ספעציעל אז ער [דער 'פאסאדזשיר אין הימל'] וועט זיך אויסדרייען צו אונזער פלאנעט ערד, און אויסשרייען ווי אומוויכטיג זענען די פראבלעמען וועלכע פייניגען מענטשן, ווען באטראכט פון דארט אויבן."

וואס מער מען זאומט ארויס פון דעם קליינעם, שמאלן מאלד אין וועלכען מיר לייגן זיך אריין, אלץ מער קלארט זיך אויס ווי נישטיג די הגבלות זענען.

ווי קליין און שמאל, איז דער אויסבליק פון אן ערדלינג.

ווען ניעל ארמסטראנג און באזז אלדרין זענען צוריקגעקומען פון די רייזע צו די לבנה, צוריק צום ערד-קוגל, און געהערט ווי זי האט זיך איבערגעדרייעט מיט זייער דערגרייכונג, רופט זיך אלדרין אן: ניעל, מיר האבן פארפאסט די גאנצע זאך...

אישתישבי » מאנטאג יאנואר 13, 2020 11:52 pm

· #441449
לדבריך אז גלגול איז למעלה מן הזמן, פארוואס דארף אחאב מתקן זיין מיינע עבירות אױב איך האב עס נאך נישט געטוהן?

פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 13, 2020 11:52 pm

· #441450
איך זיך א חברותא אין ונבנתה'ס ארטיקל, מען קען זיך מעלדן אין אישי.

הדסים » דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:12 am

· #441459
און אנדערע ווערטער, אויב ענדיג איך נישט דאס לעבן מתוקן, האב איך נאך א טשענס צו גיין צו סעודות אחשורוש. wow.

real fake news » דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:47 am

· #441461
למעלה מן הזמן מיינט נישט אז מקען ארומשפילן מיט זמן וויפיל מען וויל, גיין פאראויס און ריקוועגס אפסייד דאון וכו'

למעלה מן הזמן מיינט ס'בכלל נישט דא די מושג פון זמן אלעס געשעהט יעצט אויף איינמאל וכו,

אלזא די גאנצע זאך פון גלגול (פון קודם דא און נאכדעם דא וכו) איז נאר לפי די עולם הזמן איינמאל די גייסט ארויס פון די צמצום איז טאקע נישט דא קיין גלגולים ודו"ק
(לפי זה אולי אפשר לתרץ דברי הרשש הידוע, ושוב אפשר להתירו לבא בקהל ה'..)

מי אני » דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:04 am

· #441465
די געדאנק פון גילגול איז אביסל ענליך צו די געדאנק פון דעם די איי ארטיקל (אן דעם געדאנק אז אלע קאנשיסנעסעס זענען איינס, און זיך אליין איבערגיין) אינ׳ם וועקער.

ווי אויך אויב וויל מען אנהאלטן אין דעם די מושג פון בחירה חופשית (די סיבה פאר׳ן מגלגל זיין מעיקרא) וועט מען לכאורה מוזן זאגן אז דאס וואס א מענטש ווייסט און ליינט וועלט היסטארי (ואפשר אפילו התורה והיאך התגלה הקב״ה מציאותו,דתו וכו׳) איז נאר פון די אינדיווידואל׳ס יעצטיגע פערספעקטיוו. משא״כ ווען/אויב ער/זי ווערט מגולגל פריער אין צייט, האבן זיי דאך די בחירה צו טוישן ממש וממילא טוישן היסטאריע ממש. עס קען אפשר אויסקומען דערפון אז וויבאלד אפילו די וואס קאעקזעסטירן צוזאמען מיט׳ן אינדיווידואל זענען (ווי נישט) נישט ממש טעמפארעלי אייניג מיט אים/איר, וועט יעדער איינער, אפילו אינ׳ם זעלבן דור, האבן פאר זיך אן אנדערע וועלט היסטאריע לגמרי. און דאס וואס א מענטש זעהט אז אנדערע מענטשן זענען מסכים און פאראייניגט צו זיין ווערסיע פון די וועלט היסטאריע וכו׳ איז אויך נאר פון זיין אייגענעם פערספעקטיוו; א טוויסט/מהלך אין סאליפסיזם. אפשר.

קאך_לעפל » דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:27 am

· #441466
שוועבענדיג אזוי אינעם למעלה מן הזמן ומן המקום אטמוספערע אין וועלכע אונזער ונבנתה האט אונז אלע אזוי טאלטטפול אריינגעפירט – האט זיך מיר דער אילוזיע חוש אונטערגעשלאגן מיט א היפשע דאזע פון פאנטאזיע גענצליך צושפילט.

אין יאר תתפ''ץ לפ''ג האט זיך אפגעשפילט א גראנדיעזע פארזאמלונג אויפן סאטורן פלאנעט אין וועלכע עס האבן אנטייל גענומען רבנים און פאליטיקער פון אלע עטענישע שיכטן פון די מענטשהייט צו דעבאטירן גלאבאלע ווארעמונג. די פארזאמלונג איז צושטאנד געקומען אויף די איניציאטיוו פונעם אינטערנאציאנאלן אסטראנאמישן פארבאנד. דער פארזאמלונג איז געווען גאר א שטורמישער.

לבן הארמי פון פדן ארם האט ערשט איינגעלייטעט די פארזאמלונג, באלד דעראויף האבן אויפגעטרעטן פארשידענע רעדנער וועלכע האבן געהאלטן גייסטרייכע רעדעס איבער דעם געפאר פון גלאבאלע ווארעמונג. רבה בר חנה האט צולייגט די זאך אויף קליין געלט אבער דער רבי רבי הערשעלע פון זידיטשוב און זיין קאלעגע רבי סעדיה גאון האבן זאכליך אפגעווארפן זיינע ארגומענטן. גראדע האט דער שפע חיים און סיחון מלך האמורי און נאך יא עטוואס צוגעשטומט צו די טעאריע פון רבה בר חנה.
עס האט זיך אנגעהויבן א העפטיגע דעבאטע צווישן דעם אברבנאל מיט רבי חיים צבי מאנהיימער ז''ל און עכן בן כרמי אויף איין זייט, און נחשון בן עמידנב מיטן צמח צדק און אחאב מלך ישראל אויף די צווייטע זייט. די דיסקאסיעס זענען געגאנגן אויף די העכסטע טענער. דער מגיד פון מעזריטש מיטן רלב''ג ווי אויך דוד המלך האבן פראבירט מיט אלע זייער כוחות צו בארואיגען די צושטורמישע געמיטער, אבער רבי ששת און עמרפל מלך שנער, און רבי רבי ייבי פון אוסטראה האבן געווינקן אז ניין! דער דעבאטע זאל יא ווייטער אנגיין. נאך לאנגע שטונדען האט דער קאמיטעט וועלכע איז באשטאנען פון רבי חייא בר אשי, גד החוזה, דער רבי פון לובלין, און הרב שך ענדליך באוויזן איינצושטילן די געמיטער.
דאן האט אויפגעטרעטן דער יעב''ץ און ער האט גאר שארף אריינגעזאגט פאר מרדכי הצדיק און פאר שמעון בן יעקב, און פאר גענעראל פלעמונג פון די לעצטע געדאנק, פארן זיך לאזן הערן זייער מיינונג. גראדע האט די מונקאטשער רב און רבי טרפן ווי אויך בלעם פון פתורה יא איינגעשטומט מיט די זאך.

עס האבן אויך גערעדט יצחק אבינו און ירמיהו הנביא, און דער ריבניצער צדיק, און ירבעם בן נבט, און תמר די טאכטער פון שם בן נח, און ערשט דאן זענען זיך די פארזאמעלטע צוגאנגען מיט געהויבענע געמיטער...

מי אני » דינסטאג יאנואר 14, 2020 1:23 pm

· #441470
פארוואס איך בין אראפ פון דרך
ואולי קען מען זאגן א רמז לפי ונבנתה בנוגע דאס אז מ׳נעמט אן בנוגע בריאת האדם אז נוח לו שלא נברא בקשר צו די געדאנק פון ופראבעביליטי ענטראפי. דהיינו, די פסוק זאגט (קהלת א ד) ודור בא והארץ לעולם עומדת. דער מו״נ (ח״ב פכ״ח) זאגט אז עס איז ל״ד אז עס מיינט לעולם ועד ממש, נאר די זמן המשוער לה (עכ״פ אין די פסוק) ע״ש (ועיין במצודת דוד על פסוק זו).

יעצט, עס איז דא די היץ טויט פון די יוניווערס טעאריע/קאנדזשעקטשור וואס לויטעט אז די יוניווערס וועט זיך ענדיגן ווען עס גרייכט מעקסימום ענטראפי און קיין ענערגיע [בסדר] קען מער נישט גענוצט ווערן צו פראדוצירן ״ארבעט״ [אין איר פיזישן טערמין]. ולפי״ז קען מען אפשר זאגן א שטיקל רמז אין דעם פסוק, ״ודור בא״, לגבי דאס געבורט פון מענטשן איז דאך אנגענומען אז נוח לו שלא נברא מכח דעם מהרש״א אז ער׳ז קרוב להפסד, והיינו מכח אן ענליכקייט צום פראבעביליטי אז ענטראפי און אום-סדר טוהן זיך פארמערן וכדברי ונבנתה. און דערנאך איז ער ממשיך, ״והארץ לעולם עומדת״ [אונז ׳עמיר נוצן ״והארץ״ אלס׳ן יוניווערס בכלליות], וואס קען ארויפגיין אויף די זמן ביז ווען די יוניווערס וועט זיין, וואס דאס קען זיין דורך דעם געדאנק פון ענטראפי.


אגב, די געדאנק פון [מאקראסקאפישע] ענטראפי מוז נעמען אין באטראכט די ריכטונג פון צייט [עס האט נישט קיין פאקטישע טי סימעטרי; די טערמאדינאמישי עררוי]. אין אנדערע ווערטער, דורך רעכענען/זעהן די ענטראפי אליין קען מען מבחין זיין צווישן דעם עבר און דעם הוה. איז הא׳מיר שוין אויך מקשר געווען די צוויי געדאנקן פון ונבנתה. (אז ער האט פוגם געווען אין די לא תעשה׳ס מכח ענין ענטראפי וכו׳ וואס איז אנגעוואוזען אויף באשטימטקייט פון צייט וכנ״ל, מאכט מען אויס לגביו לגלגלו די באשטימטקייט.)

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:33 pm

· #441478
אויב וויל איך לייקענען אין דער גאנצער מושג פין למעלה מן הזמן, ווער איך א אפיקורס?

לדעתי וואלט איך געזאגט אז דאס איז א לעצטיגע מושג, און במחילת כבודם פין אלע וואס מאכן מיט דעם תירוצים און פלפולים, הייבט זיך עס נישט אהן. זמן איז א אונטעגרעלע זאך סיי דא אונטען סיי אין הימעל.

וא"ת ווי אזוי קען זיין אז דער רבש"ע איז כביכול משועבד צום זמן? וי"ל ווי מקובלים זאגן, מוז איך גלייבן אז דער רבש"ע קען מאכען פין צוויי ברעטער איינס? וכיוצ"ב אלע אוממעגליכע זאכען? ניין. והדברים עתיקין בהכרח הי' ספירות.

הקטן » דינסטאג יאנואר 14, 2020 7:07 pm

· #441480
ונבנתה העיר


עס איז פארהאן אן הלכה למשה מסיני, וואס רופט זיך 'ענטראפי'. די בריאה גייט אלעמאל פון סדר, צו אומ-סדר.

די אין-סוף אטאמען וועלכע פארעמען א שיינע גלאז האבן נאר איין וועג זיך צו טוישן, זיי קענען גיין פון א גאנצע, גלאטע געפארעמטע גלאז - סדר, צו טויזנטער פיצלעך פון אומווערטפולע שטיקלעך - אומ-סדר. עס איז נאך אין היסטאריע נישט געשען, אז די אטאמען פון צובראכענע גלאז, זאלן זיך פונקט געבן א שטעל אויס ווי א שיינע, גאנצע גלאז. די בריאה גייט נישט פון אומ-סדר צו סדר.

טוט זיך א שמועס, צי קען מען דאס מסביר זיין מיט פשוט'ע פראבעביליטי. עס איז נאר דא 'איין' קאנפיגעראציע וויאזוי די טריליאנען אטאמען מוזן זיין אויסגעשטעלט, אז עס זאל זיך פארעמען א שיינע, גאנצע גלאז. לעומת זה, אויף צו האבן א צובראכענע גלאז, איז דא אין-סוף צירופים - יעדע אנדערע צירוף שבעולם עקטשיולי, חוץ דער איינער וואס גיבט דיר א גאנצע גלאז.

אויב אזוי, איז עס פשוט א געים פון שאנסן. אודאי גייט די בריאה פון סדר צו אומ-סדר, 'סדר', ביי דעפענישאן, מיינט איין געוויסע צירוף. 'אומ-סדר', מיינט סיי-וועלכע אנדערע צירוף.

ראיה לדברי, אויב זאלן מיר לשם עקספערימענט אויסקלויבען איינס פון די אין-סוף וועגן וויאזוי א גלאז קען זיין צובראכען, און מיר זאלן אים באשטימען אלס 'סדר', וואס מיינט דען 'סדר' אויב נישט דער צירוף וואס איך וויל יעצט האבן מאיזה סיבה שלא תהי', וועל איך אודאי כמעט נישט האבן א שאנס בעולם אז דער גלאז זאל זיך צוברעכען פונקט אויף דעם וועג.


דאס קען זיין דער פשט נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא הער אויף צי האקן אין קאפ מיט רענדעם מיאטעשען, און אלעס איז געשען ביי טשענס.
מיר האבן אן הלכה למשה מסיני, וואס רופט זיך 'ענטראפי'. די בריאה גייט אלעמאל פון סדר, צו אומ-סדר, פין נברא צי לא נברא
איז עכשיו שנברא - זיי מוחל, יפשפש במעשיו

מי אני » דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:07 pm

· #441484
פארוואס איך בין אראפ פון דרך
אישתישבי
אויב וויל איך לייקענען אין דער גאנצער מושג פין למעלה מן הזמן, ווער איך א אפיקורס?

לדעתי וואלט איך געזאגט אז דאס איז א לעצטיגע מושג, און במחילת כבודם פין אלע וואס מאכן מיט דעם תירוצים און פלפולים, הייבט זיך עס נישט אהן. זמן איז א אונטעגרעלע זאך סיי דא אונטען סיי אין הימעל.

וא"ת ווי אזוי קען זיין אז דער רבש"ע איז כביכול משועבד צום זמן? וי"ל ווי מקובלים זאגן, מוז איך גלייבן אז דער רבש"ע קען מאכען פין צוויי ברעטער איינס? וכיוצ"ב אלע אוממעגליכע זאכען? ניין. והדברים עתיקין בהכרח הי' ספירות.

דער מו״נ (ח״ב בתחלת פ״ל) זאגט אז די מושג פון זמן איז מכלל הנבראות, בשיטתו בבריאת יש מאין ע״ש. יעצט, לגבי זמן בעצם זענען דאך דא טעאריעס אז ווי אזוי אונז פערסיוון דאס איז נישט ממש דאס לעצטע ווארט אויף וואס דאס טאקע איז [עי טעאריע ווס. בי טעאריע וכו׳]. איז ממילא לכאורה לא נפלאת ולא רחוקה היא לומר אז דאס גייט נישט אריין (לגבי הקב״ה) אין כלל פון *התקבץ שני ההפכים בנושא אחד. וממילא קען מען אפשר נאך גיין ווייטער און זאגן אז עס איז מער מסתבר אז ער כביכול איז נישט אונטער דעם נברא פונקט אזוי ווי, למשל, ער איז נישט אונטער די מושג פון הויה והפסד [וואס איז אויך אינטעגראל צו די בריאה, עכ״כ אז וועגן דעם איז דא רע וואס דער באשעפער קען, כביכול, נישט אוועקנעמען/בטל מאכן מכח דעם געדאנק פון דאס אוממעגליכקייט פון שני ההפכים בנושא אחד, ע״ש בח״ג פי״ב ופט״ו].

(ולגבי גילגול קען דאס לכאורה אריינגיין אין די סארט העכערע סארט פעולות פונ׳ם באשעפער אליין (אזוי איז דאך אויך משמע בדבריך אז דו ביסט מודה), וממילא דארף עס נישט פאלן אונטער ״אונזער״ לימיטעישן, פערסעפשן, און הגדרה פון (די דירעקציע פון) זמן. (איך ווייס אז רבינו אברהם בן הרמב״ם האט בכלל נישט געהאלטן פון גילגול.))

*(זיין לשון, אין ח״ג פט״ו, איז גראדע התקבץ שני ההפכים ״ברגע אחד״ בנושא אחד... אבער לכאורה דאס גייט ארויף אויף אונזער פערסעפשן בנוגע, למשל, רינדעכיג און עקעדיג ביחד ממש; וואס אונז פארשטייען ממש אז עס קען נישט [סעמענטעקלי וכו׳] גיין צוזאמען. משא״כ לכאורה ביי די מושג פון זמן וואס אונז קענען בעצם (אביסל) משיג זיין א (כמו) נישט-געבינדענקייט צו די דירעקציע/עררוי פון דעם.)

אבער ניין, איך ״גלייב״ נישט אז דו ווערסט אן אפיקורוס דורך דעם...

טראכטכמוני » מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:27 am

· #441510
פארוואס איך בין אראפ פון דרך
הדסים
און אנדערע ווערטער, אויב ענדיג איך נישט דאס לעבן מתוקן, האב איך נאך א טשענס צו גיין צו סעודות אחשורוש. wow.

ע״פ ׳ענטראפי׳ איז א שטערקערע טשענס איינער זאל ח״ו אנקומען אין אוישוויץ.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:59 am

· #441511

הוגה » מיטוואך יאנואר 15, 2020 9:37 am

· #441518
א גרויסע יישר כח פאר די שיינע thought provoking מאמר.

ונבנתה העיר
וואס מער מען זאומט ארויס פון דעם קליינעם, שמאלן מאלד אין וועלכען מיר לייגן זיך אריין, אלץ מער קלארט זיך אויס ווי נישטיג די הגבלות זענען. ווי קליין און שמאל, איז דער אויסבליק פון אן ערדלינג.


ולמעשה, זעה אין אנהייב פון תנאי הנפש להשגת החסידות מרבי מנחם אקשטיין ז"ל א וואונדערבארע מעדיטאציע אויף די נקודה. מניסיון קען איך זאגן אז די עפעקט וואס עס האט אויפן מענטש איז אויסערגעווענטליך.

ונבנתה העיר
לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז פארדעם האבן חסידים הראשונים נישט סובל געווען אזויפיל דקדוק הלכה והגבלות שונות, מיראתם אז מרוב ביימער וועט מען נישט זען דעם וואלד. פון אזויפיל דיוקים אין משנה ברורה, פארגעסט זיך וואט דע העלל וויל איך פון די גאנצע מעשה.


רבי זלמן שעכטער ז"ל פלעגט זאגן, "מ'איז אזוי פארנומען מיטן יוצא זיין די מצוה אז מ'פארגעסט אינגאנצן נכנס צו זיין".

ואגב, האב נישט אזוי מורא, זאגסט גוט!


.

לבי ובשרי » מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:59 pm

· #441552
ונבנתה! החייתני!

א הערצליכן יישר כח.

פראגע איז אבער, איז דען נישט באקאנט אז צדיקים ווערן מגולגל אין פיש וכדומה?

געווענליך, אויב וועט א מענטש מגולגל ווערן, וועט ער ווארשיינליך מגולגל ווערן אין זיך זעלבסט, וכדבריך, ער כפשוטו וועט נאכאמאל אראפקומען. ואוס טוט זיך אבער מיט דאס וואס מ'טרעפט אין ספרים אז דער וועט מגולגל ווערן אין דעם און יענער וועט מגולגל ווערן אין יענס?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:00 am

· #441590
אפשר איז דאס ספעציעל פאר אזעלכע צדיקים וואס זייער תיקון איז זיך צו פארמאכן דאס מויל און עפענען די אויגן.

real fake news » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:59 am

· #441597
ונבנתה העיר
אפשר איז דאס ספעציעל פאר אזעלכע צדיקים וואס זייער תיקון איז זיך צו פארמאכן דאס מויל און עפענען די אויגן.

!Wow דא האסטו גיזאגט אין איין שורה בעסער ווי די גאנצע אויבערשטע ארטיקל!

מי אני » דינסטאג יאנואר 21, 2020 11:18 am

· #441862
פארוואס איך בין אראפ פון דרך
מ׳קען אפשר אריינלערנען די סארט מושג פון ״למעלה מהזמן״, דהיינו זיך ארומשפילען מיט די מושג/דירעקציע פון זמן ובנוגע תיקון חטאים, אין תניא פכ״ה. וז״ל, ואעפ״כ כל איש ישראל מוכן ומזומן למסור נפשו על קדושת ה' שלא להשתחוות לעבודה זרה אפילו לפי שעה ולעשות תשובה אחר כך והיינו מפני אור ה' המלובש בנפשם כנ"ל שאינו בבחינת זמן ושעה כלל אלא למעלה מהזמן ושליט ומושל עליו כנודע, ע״כ ע״ש. (ועיין להלן בפכ״ט.)

מ׳קען אפשר זאגן אז וואס ער מיינט (אויך) ארויסצוברענגן מיט׳ן זאגן ״שאינו בבחינת זמן ושעה כלל אלא למעלה מהזמן ושליט ומושל עליו כנודע״, אז וויבאלד די אור ה׳ וואס איז אין אים/איר איז למעלה מן הזמן, וועגן דעם קומט אויך אויס אז די חטא ותשובתו זענען סיימאלטעניאס, איז ממילא איז ער אין אלגעמיין (אויף די גרויסע חטא פון ע״ז) מעיקרא נישט חוטא און טוהט תשובה נאך דעם וואס ווענדט זיך שוין יא אין זמן. (ואפשר ליגט אויך די כוונה ברמז אין דעם לשון פונ׳ם אור ה׳ המלובש בנפשם, וואס ווי באקאנט איז אור (ומהירותו) מקושר צו די מושג פון זמן.)

היינט טאקע, כד טבת, איז זיין יארצייט, זי״ע.

מי אני » מוצ"ש פעברואר 8, 2020 7:48 pm

· #442706
Re: פארוואס איך בין אראפ פון דרך
מ׳קען אפשר זאגן נאך מער אין דעם. דהיינו, דער תניא זאגט ווייטער אין שער היחוד והאמונה (פ״ז) אז דער שם הוי׳ ב״ה ווייזט אויף דעם אז הקב״ה איז למעלה ממקום וזמן, אבער ער איז זיך כביכול מתפשט אף תחת מקום וזמן און אויף דעם ווייזט דאס שם הוי׳ צוזאמען מיט׳ן שם אדנ-י (וואס די דין דערפון איז מצמצם) ע״ש באריכות. איז לפי״ז וואס מיר האבן געזאגט אז די מעלה מן הזמן איז פועל אויף דעם ענין פון תשובה קען מען טייטשן אז דאס איז מרמז די פסוק ווען משרע״ה האט מתפלל געווען אויף אריין צו גיין אין א״י, וואס איז געווען א כעין תשובה אויפ׳ן חטא מי מריבה. והיינו, (דברים ג כג-כד) ואתחנן אל ״הוי׳ בעת״ ההוא לאמר ״אדנ-י הוי׳״ וגו׳, והיינו בענין תשובה וואס ארבעט דורך דעם למעלה מן הזמן פון הקב״ה וואס אויף דעם ווייזט די קאנטראסט בין שם הוי׳ ב״ה לשם הוי׳ בשילוב אדנ-י וכנ״ל.

מי אני » מיטוואך פעברואר 19, 2020 7:14 am

· #443143
פארוואס איך בין אראפ פון דרך
בנוגע ״למעלה מן הזמן״ לגבי הקב״ה, נוצט דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ג פ״ב) א שטיקל ראיה פון דעם מושג צו זיין שיטה אז אין ידיעת הקב״ה בהפרטיים. וז״ל שם:
‏
שהענינים הפרטיים הם זמניים ר"ל שמציאותם הוא בזמן מה רמוז אליו ומי שלא יתואר לא בתנועה ולא במנוחה אי אפשר להשיג הדברים הזמניים ואולם השם יתברך לא יתואר לא בתנועה ולא במנוחה ויחויב מזה שיהיה השם יתברך בלתי משיג אלו הדברים הפרטיים ויסודר ההקש כן השם יתברך הוא בלתי מתואר בתנועה ולא במנוחה וכל מי שהוא בלתי מתואר לא בתנועה ולא במנוחה הוא בלתי אפשר שישיג הענינים הזמניים אם כן השם יתברך לא יתכן שישיג הענינים הזמניים עוד נחבר לו זאת התולדה הקדמה אחת יודע בה, והוא שהענינים הפרטיים הם ענינים זמניים ויחויב מזה שהשם יתברך לא ישיג הדברים הפרטיים.


‏ועיין כאן.

(אפשר דאס, אז מ׳רירט שוין דורך דעם אן צו די קאנטראווערסיאלע נושא, מיינט מען מיט ״פארוואס איך בין אראפ פון דרך״...
און דאס האט @אישתישבי געמיינט מיט זיין קריטיק דערויף אז ״והדברים עתיקין בהכרח הי' ספירות״. והיינו, אז ס׳רירט שוין צו צום רמב״ם׳ס ״צענטן״ עיקר אמונה אליביה בידיעת הקב״ה אף בפרטיים...)


ועיין ג״כ בהרס״ג בהאמונות והדעות (מאמר ב פי״א):
‏
ועל הזמן לא יתכן שיהיה לבורא זמן מפני שהוא בורא כל זמן מפני שלא סר לבדו ואין זמן לא יתכן שיעתיקהו הזמן וישנהו ושהזמן איננו כי אם מדת קיום הגשמים ואשר איננו גשם מרומם מהזמן וממדות הקיום.


ואגב ז״ל שם במאמר א פ״ד בנוגע זמן בכלליות (שהיא מן הנבראות):
‏
ושמא יחשב ג״כ בזמן ויאמר קודם שהתחדשו הגשמים האלה איך היה הזמן ההוא ערום מהנמצאות כלם וזה עוד אין אומר אותו כי אם מי שהיא סכל בגדר הזמן ויחשוב כי הוא דבר יוצא חוץ לגלגל ושהעולם כלו בו ואין אמתת הזמן כן אבל אמתתו השארות הנמצאות האלה ענין אחר אשר מהגלגל ומה שלמטה ממנו וכאשר לא יהיו אלה הנמצאים בטל שיאמר זמן בשום צד

מי אני » מיטוואך פעברואר 26, 2020 8:34 am

· #443413
פארוואס איך בין אראפ פון דרך
עיין כאן וכאן.
אויך צייכענט מען דארט צו פריער צום שו״ע הרב בסימן א סעיף ח אין דעם.

דער אוצר נחמד איז מפרש דאס וואס דער כוזרי זאגט (מאמר ב אות ב):
‏
וְכֵן רִאשׁוֹן לִשְׁלֹל הַהִתְאַחֲרוּת לֹא לְקַיֵּם לוֹ הַהַתְחָלָה וְכֵן אַחֲרוֹן לִשְׁלֹל מִמֶּנּוּ הַכִּלָּיוֹן לֹא לְקַיֵּם לוֹ הָתִּכְלָה.

אז דאס מיינט/איז וויבאלד הקב״ה, כביכול, אינו נופל תחת הזמן ע״ש.

***

‏בענין @קאך_לעפל’ס תגובה.

מי אני » מאנטאג מערץ 16, 2020 3:48 pm

· #443872
פארוואס איך בין אראפ פון דרך
מ׳קען אפשר צולייגן נאך מער אין דעם אז דער אור ה׳ (מאמר ד דרוש ו) ווייזט אויף אז די גאנצע מושג פון ״חטא״ קען נאר צושטאנד קומען דורך דעם אז דער פעולה פונ׳ם פועל איז מוקדם לו בזמן (מיט דעם פרעגט ער אפ די ״מדברים״ פון די בני ישמעאל אז שדים זענען שכלים נבדלים און גראד ביים באשאפן ווערן האבן זיי בוחר געווען ברע) ע״ש. עכ״פ העולה מזה הוא אז ״חטא״ איז תלוי ומקושר בזמן, און דעריבער קען מען זאגן אז וועגן דעם איז מען אים מגלגל דערמיט בענין זמן (להקדימו וכו׳) וככל הנ״ל.

‏לפי״ז ׳עט מען מוזן זאגן אז דאס וואס מ׳טרעפט (איוב ד חי) ובמלאכיו ישים תהלה, גייט אויך זיין אין דעם אז/ווען זיי זענען טאקע תחת הזמן. (והיינו לכאורה דענין תנועה צורית (אשר המלאכים הם רק צורות, ועיין ביסודי התורה ב ג), אשר זמן מקושר לתנועה ועיין בהקדמה טו במו״נ ריש ח״ב, היא ג״כ נחשבת לתנועה לקבל שליטת הזמן. הגם דלכאורה קשה ע״ז דדברים רוחניים אינם בגדר מקום שהתנועה מקושר אליו.)

‏אגב, אין דרוש ז דארט, הגם ער וואונדערט זיך פון א פילאזאפישן פערספעקטיוו אויף גילגול, מאכט ער עס נישט אוועק לגמרי מכח קבלה/מסורה, ע״ש.

מי אני » מוצ"ש אפריל 18, 2020 10:39 pm

· #446043
Re: פארוואס איך בין אראפ פון דרך
מו״נ (ח״א פנ״ב):
‏
אמנם שהאלוה ית' אין יחס בינו ובין הזמן והמקום זה מבואר; כי הזמן מקרה דבק לתנועה [כשיביטו בה ענין הקדימה והאיחור ותהיה נספרת] - כמו שהתבאר במקומות הנפרדים לזה הענין - והתנועה ממשיגי הגשמים והאלוה ית' אינו גשם ואין יחס בינו ובין הזמן; וכן אין יחס בינו ובין המקום

דער כוזרי זאגט (מאמר ה אות י) נאך מער אז אפילו מלאכים און די שכל זענען נישט מקושר להזמן:
‏
מַעֲלַת הַמַּלְאָכִים אֲשֶׁר אֵינָם צְרִיכִים לַכֹּחוֹת הַטִּבְעִיִּים, מִפְּנֵי שֶׁהֵם שְׂכָלִים אֵינָם צְרִיכִים בְּפָעֳלֵיהֶם אֶל זְמָן, כֶּאֲשֶׁר אֲנַחְנוּ רוֹאִים הַשֵּׂכֶל יְצַיֵּר בְּרֶגַע אֶחָד הַשָּׁמַיִם וְהָאָרֶץ

אין שפעטער אין אות יב:
‏
וְהַשֵּׂכֶל, אַף עַל פִּי שֶׁנִּרְאָה מַעֲשֵׂהוּ בִזְמָן בְּהַרְכָּבַת הַהֶקֵּשׁוֹת בְּעִיּוּן וּבְמַחֲשָׁבָה, הִנֵּה הֲבָנָתוֹ לַתּוֹלָדוֹת אֵינֶנָּה נִתְלֵית בִּזְמָן, אַךְ עֶצֶם הַשֵּׂכֶל מְרוֹמָם מֵהַזְּמָן.


***

ומענין לענין באותו ענין, ווי איך האב ערווענט אין אפאר פלעצער האט דר. פראנז ראזענצווייג געהאלטן (פון אן עקזיסטענשאל מבט) אז "זמן" (בנוגע יהדות) איז סירקולער. די קליפ איז מסביר אן עקזיסטענשאל מהלך פון ניטשע דערין.

מי אני » מוצ"ש יולי 18, 2020 11:59 pm

· #454692
Re: פארוואס איך בין אראפ פון דרך
מ׳קען אפשר אויך אביסל זאגן אין דעם שמועס (בדרך צחות קצת) אז לפי די הארטל-האווקינג סטעיט מאדעל איז בעצם ״מעיקרא״(... 😉 ) ביי בריאת העולם (גראד ״נאכ׳ן״ בּיג בּענג) געווען ריין ״מקום״ און נישט קיין ״זמן״. אין אנדערע ווערטער, עס איז נישטא קיין ״בעפאר״. איז דעריבער לפי כל הנ״ל א שטיקל רמז אין דאס וואס מ׳איז מכנה הקב״ה כביכול אלס ״מקומו״ של עולם, ולרמז אז ער קומט העכער און ״פאר״ ״זמן״.

מי אני » זונטאג יולי 26, 2020 9:49 am

· #455131
מי אני
ומענין לענין באותו ענין, ווי איך האב ערווענט אין אפאר פלעצער האט דר. פראנז ראזענצווייג געהאלטן (פון אן עקזיסטענשאל מבט) אז "זמן" (בנוגע יהדות) איז סירקולער. די קליפ איז מסביר אן עקזיסטענשאל מהלך פון ניטשע דערין.

אביסל ענליך צו ניטשע׳ס געדאנק האבן די גריכישע סטאָאיקס אויך געהאלטן פון דעם אז ״זמן״ איז סירקולער. זיי האבן געהאלטן אז די וועלט קומט אלס צו אן ענדע און ווערט פונדאסניי געבוירן. נאך מער, זיי האבן געהאלטן אז די דיוויניטי, זיין פלאן, און מעשים זענען פּערפעקט, וממילא וועט זיך אלעס איבערשפילן פונקט די זעלבע אלעמאל; והיינו אז זמן איז סירקולער. (דאס גייט צוזאמען מיט זייער שיטה פון דעטערמעניזם, הגם זיי האבן געהאלטן פון קאמפּעטיבּאליזם דערין מיט מאראלישע אחריות על מעשיו פון א מענטש.)

דוראק » זונטאג יולי 26, 2020 11:24 pm

· #455204
אישתישבי
אויב וויל איך לייקענען אין דער גאנצער מושג פין למעלה מן הזמן, ווער איך א אפיקורס?

דער עיקרים זאָגט בפירוש אויף ניין...
אבל מי שהוא מחזיק בתורת משה ויאמין בעיקריה, וכשבא לחקור על זה מצד השכל והבנת הפסוקים הטהו העיון לומר שאחד מן העיקרים הוא על דרך אחרת, ולא כפי המובן בתחילת הדעת; או הטהו העיון להכחיש העיקר ההוא להיותו חושב שאיננו דעת בריא תכריח התורה להאמינו, או יחשוב במה שהוא עיקר שאיננו עיקר, ויאמין אותו כשאר האמונות שבאו בתורה שאינם עיקרים; או יאמין אי זו אמונה בנס מניסי התורה להיותו חושב שאיננו מכחיש בזה שום אמונה מן האמונות שיחויב להאמין מצד התורה - אין זה כופר, אבל הוא בכלל חכמי ישראל וחסידיהם, אעפ"י שהוא טועה בעיונו, והוא חוטא בשוגג וצריך כפרה. וזהו דעת קצת חכמי ישראל הראשונים (בראשית רבה פרשה ג) האומרים שהיה סדר הזמנים קודם לכן. כאלו יאמרו שאין התורה מכרחת להאמין שהזמן מחודש.

(דאָס וואָס זמן איז מחודש צי ניין האָט לכאורה גאָרניט מיט דער שאלה צו דער אויבערשטער איז למעלה מהזמן, אָבער די זעלבע מסקנא גילט אויכעט אויף דעם לכאורה.
אגב, ר' חיים בריסקער איז חלוק אויף דעם, ווי עס צײגט זײן באַוואוסטער וואָרט אויף „נעבעך אפיקורס”... ולכאורה אַזוי האָט טאַקע געהאַלטן דער רמב״ם)

אין תורת חב״ד איז אַ כלל ויסוד גדול אַז זמן איז מחודש, אָבער דוכט זיך אַז ס'איז געוועזן אין דערין אַ מחלוקת מיט אַן אַנדער חסידישן קרײז (קאָמאַרנאַ? זידיטשוב?).

למען האמת אויב מ'זאָל גיין לויט ווי די וויסנשאַפט קוקט הײנט אויף דעם באַגריף זמן, איז קלאָר אַז דאָס איז שייכות נאָר באַ נבראים. און אויך באַ זיי איז דאָס רעלאַטיוו און קאָן זיך בײטן וועדליק די אומשטענדן. אגב, האָט איר געוואוסט אַז פאַרשיידנע חיות באַנעמען צײט אַנדערש ווי באַ אונז? (ד.ה. גיכער אָדער מער אויסגעצויגן)

אפילו על פי שכל, פאַרשטייסטו אַז צײט הייסט „אַן אפשריות אויף בײט”. דער אויבערשטער וואָס ער איז דאָך „אני הוי' לא שניתי” איז באַ עם ניט שייכות קיין זמן.

חסידות ערקלערט אַז זמן איז ענג פאַרבונדן מיט מקום. דער שכל דערפון איז אַזוי: מקום גשמי אָדער מקום רוחני, הייסט אַלץ אַז וואו איין זאַך איז קאָן אַ צווייטע זאַך ניט זײן. דער אויבערשטער וואָס ער איז נמנע הנמנעות איז ניט אונטערגעוואָרפן זמן ומקום ח״ו.

הקטן » זונטאג יולי 26, 2020 11:39 pm

· #455206
איך מיין מען דארף נישט ציקימען צי קיין "נמנע הנמנעות" (וואו מען לערנט דאס אין חב"ד) צי זיין למעלה מן הזמן ומקום
שכל זאגט איך פארשטיי דאס נישט, איך קען דאס נישט באגרייפן אבער ס'איז נישט קיין לאגישע סתירה
פארקערט שכל איז גאר מחייב אז דער בורא זאל זיין העכער א יעדער זאך וואס איז א מחודש

דוראק » מאנטאג יולי 27, 2020 3:42 am

· #455209
לכאורה רעדט זיך דאָ פון צוויי באַזונדערע זאַכן.

דאָס וואָס דער אויבערשטער אַליין איז ניט אונטערגעוואָרפן זמן, אויף דעם דוכט זיך איז דער תישבי אויכעט ניט חלוק (פּונקט אַזוי ווי אַיעדער פאַרשטייט אַז אַ סברא שכלית למשל איז ניט אונטערגעוואָרפן זמן). די שאלה איז נאָר אין דעם אויבערשטנס באַצוג צו דער וועלט, צו דאָס וואָס באַ אונז איז דאָ אַ הײנט און נעכטן איז דאָס מכריח דעם כביכול?

און אויף דעם שטייט לכאורה אַז הוא מקומו של עולם ואין העולם מקומו.

מי אני » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 11:39 am

· #455841
מענין לענין באותו ענין אין דעם פון אז מ׳ווערט מגולגל אינעם עבר אבער (אפשר) אלע מעשים וכו׳ בלייבן אויסגעשפילט די זעלבע און ״זמן״, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז די סטאָאיסיזם האט געהאלטן פון א דעטערמעניסטישע מהלך אז אלעס איז פעיטעד צו געשעהן ממילא (הגם זיי זענען בעצם געווען מער-ווייניגער קאמפּעטיבּיליסט לגבי בחירה). זיי האבן דאס נאכמער געהאלטן עכ״כ אז זיי האבן געהאלטן די וועלט ענדיגט זיך אין פייער און ווערט פונדאסניי געבוירן און שפילט זיך איבער גענוי דאס זעלבע ממש. (ומענין לענין בזה הא׳מיר שוין דערמאנט בכלל דאס געדאנק פון זמן אז עס איז סייקליק.) אריסטו האט אבער געהאט געזאגט דערויף אז דאס מיינט דאך נישט ממש די זעלבע - עס איז נישט ״נומעריקעלי איידענטיקל״.

‏אגוסטין און ארידזשען האבן אויך געהאט געזאגט אז ״זמן״ איז מהנבראות וממילא איז ג-ט העכער דעם. ועיין כאן.

מי אני » פרייטאג אוגוסט 7, 2020 2:21 pm

· #456081
דער פרסי׳שער איסלאמישע דאקטאר און פילאזאף מחמוד אל ראזי האט געהאלטן פון אפלטון׳ס מהלך פון חומר קדמון. ער האט דאס נאר צאמגעשטעלט מיט דעם אז ״זמן ומקום״ זענען אויך קדמון (ווי אויך דאס פון א ״נפש קדמון״, וואס איז כעין פּלוטארך׳ס ״נפש הבהמיות״).

***

קאנט האט גע'טענה'ט קעגן אבסאלוטיזם בנוגע "זמן" מיט א סארט איידיעליזם און זיין נומענאן/פענאמענאן חילוק ביי "זמן". דהיינו, אז עס איז ל"ד אז "זמן" איז א מציאות לשלעצמה נאר אונזערע מוחות זענען אזוי אויסגעשטעלט אז אונז קענען נאר פערסיווען און משיג זיין זאכן בקשר צום מושג פון "זמן".

מי אני » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:24 pm

· #457008
דער איראנישער איסלאמישער טעאלאג מיר דאמאד (רבו של מוּלאַ סאַדראַ) האט געמאכט א פונאנדערגעטיילט צווישן דריי מדריגות:

1). די רילעישענשיפ צווישן דאס וואס טוישט זיך נישט צו דאס וואס טוישט זיך נישט.

2). די רילעישענשיפ צווישן דאס וואס טוישט זיך צו דאס וואס טוישט זיך.

3). די רילעישענשיפ צווישן דאס וואס טוישט זיך נישט צו דאס וואס טוישט זיך יא.

די ערשטע איז דאס ענין פון ג-ט (געטליכקייט) און איז למעלה מן שליטת הזמן און איז נצחי. די צווייטע איז פיזיש און בתוך און דורך זמן. און די דריטע איז דורך א סארט תמידיות׳דידי התחדשות וואס בלייבט אבער די זעלבע [פּערפּעטשוּאיטי].

פּראקלוס האט אויך געזאגט אביסל ענליך.

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 12:49 pm

· #458351
📎 3466712E-1B61-45BB-AA68-1FC1403C4DD8.jpeg
במשנתם של אגוסטין ואַנסעלם. אנסעלם גייט אריין אין דעם אז דאס איז מוכרח כדי אנצוהאלטן דאס געדאנק פון יחוד הבורא.

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 20, 2020 11:25 pm

· #459120
מי אני
מענין לענין באותו ענין אין דעם פון אז מ׳ווערט מגולגל אינעם עבר אבער (אפשר) אלע מעשים וכו׳ בלייבן אויסגעשפילט די זעלבע און ״זמן״, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז די סטאָאיסיזם האט געהאלטן פון א דעטערמעניסטישע מהלך אז אלעס איז פעיטעד צו געשעהן ממילא (הגם זיי זענען בעצם געווען מער-ווייניגער קאמפּעטיבּיליסט לגבי בחירה). זיי האבן דאס נאכמער געהאלטן עכ״כ אז זיי האבן געהאלטן די וועלט ענדיגט זיך אין פייער און ווערט פונדאסניי געבוירן און שפילט זיך איבער גענוי דאס זעלבע ממש. (ומענין לענין בזה הא׳מיר שוין דערמאנט בכלל דאס געדאנק פון זמן אז עס איז סייקליק.) אריסטו האט אבער געהאט געזאגט דערויף אז דאס מיינט דאך נישט ממש די זעלבע - עס איז נישט ״נומעריקעלי איידענטיקל״.

‏אגוסטין און ארידזשען האבן אויך געהאט געזאגט אז ״זמן״ איז מהנבראות וממילא איז ג-ט העכער דעם. ועיין כאן.

דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״א פ״י) דינגט זיך שטארק מיט דעם. שפעטער (להלן שם פט״ז) נוצט ער זיין שיטה מכח ראיות פילוסופיות אז אי אפשר שהעולם יפסד [אז פונעם בריאה און ווייטער איז עס נצחי], קעגן דעם. (ער ברענגט נישט אראפ די גמרא פון שית אלפי שנין הוי עלמא.)

דוראק » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 10:47 pm

· #460818
מי אני
ועיין ג״כ בהרס״ג בהאמונות והדעות (מאמר ב פי״א):‏
ועל הזמן לא יתכן שיהיה לבורא זמן מפני שהוא בורא כל זמן מפני שלא סר לבדו ואין זמן לא יתכן שיעתיקהו הזמן וישנהו ושהזמן איננו כי אם מדת קיום הגשמים ואשר איננו גשם מרומם מהזמן וממדות הקיום.

ואגב ז״ל שם במאמר א פ״ד בנוגע זמן בכלליות (שהיא מן הנבראות):‏
ושמא יחשב ג״כ בזמן ויאמר קודם שהתחדשו הגשמים האלה איך היה הזמן ההוא ערום מהנמצאות כלם וזה עוד אין אומר אותו כי אם מי שהיא סכל בגדר הזמן ויחשוב כי הוא דבר יוצא חוץ לגלגל ושהעולם כלו בו ואין אמתת הזמן כן אבל אמתתו השארות הנמצאות האלה ענין אחר אשר מהגלגל ומה שלמטה ממנו וכאשר לא יהיו אלה הנמצאים בטל שיאמר זמן בשום צד

איך זע איצט אַז דער רס״ג שרײבט אין דער הקדמה דאָרט עפּעס וואָס איז נאָך ניט באַרירט געוואָרן מן המקורות אָבער שטאַרק נוגע צום נושא האשכול:
וכן אם יאמר אומר: האמנתי (בדפו"ר: מאנתי) כך לעילה כך, ותמצאהו שנכנס ביותר קשה ממה שברח ממנו, כאשר ברח קצת המיחדים מאמור שאינו יכול על הַשָׁבַת אתמול, ונכנס במה שהוא יותר רע לספר עליו מה שהוא הבל, וכאשר אני עתיד לזכור במאמר הראשון.

(אויף אידיש געטײטשט: איינע פון די זאַכן וועלכע זײנען אַ סתירה צו אַ לאָגישער מסקנה, איז אויב מ'איז צוגעקומען צו דער מסקנה צוליב עפּעס אַ הכרח מ'זאָל ניט דאַרפן האַלטן אַן אָפּגעפרעגטע זאַך, אָבער דורך דער מסקנה ווערט נאָך ערגער אַז מ'זאָגט עפּעס וואָס איז נאָכמער אָפּגעפרעגט. ולדוגמה – השייכת לעניננו – ברענגט דער רס״ג, אַז די וואָס ווילן זאָגן אַז דער אויבערשטער איז ביכולת צוריקצוברענגען דעם נעכטן בכדי ניט צו זאָגן אַז ער כביכול איז קיין זאַך ניט אוממעגליך, דורך דערויף זאָגן זיי נאָך ערגער.)

דאָ רירט דער רס״ג אָנעט דעם ענין וועלכן מ'האָט דאָ פריער דערמאָנט, צי דעם אויבערשטנס זײן למעלה מהזמן איז נאָר בשייכות צו עם אַליין כביכול, אָדער אויכעט אין זײן באַצוג צו די נבראים. לכאורה איז קלאָר אַז לשיטת הרס״ג דאָס וואָס איז מוגבל אין זמן קאָן זיך ניט „אַרויסרײסן” פון הגבלת הזמן און זײן למעלה מהזמן (דלא כשיטת החסידות כנודע מענין מקום ארון אינו מן המידה).

וואָס דער רס״ג שרײבט דאָרט אין דעם מאמר הראשון (השני לתרגום רי״ק) ווייס איך נאָך ניט, פון אַדורכבלעטערן אויבערפלעכליך האָב איך ניט געטראָפן. ביזל איך וועל אָנקומען אַהינצו וועט אפשר ר' @מי אני אונז מחכים זײן.

מי אני » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 11:20 pm

· #460823
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/443262">viewtopic.php?p=443262#p443262</a><!-- l -->

טראמפ'ס עדווייזער » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 1:47 am

· #460829
Re: פארוואס איך בין אראפ פון דרך
ונבנתה העיר
פרעזידענט רעיגן דערציילט איבער א איד וועלכער האט זיך געמוטשעט מיט שרעקליכע נאכט-קאשמארן. ער פלעגט אלץ חלומ'ען ווי משונה'דיגע מאנסטערס קריכען ארויס פון אונטער זיין בעט, און מאכן אים דאס טויט. ביז ער איז געגאנגען צו זיין ברודער, און איז ארויס א געהאלפענער.

- דיין ברודער איז א פסיכאלאג?

- ניין, ער איז א קארפענטער. ער האט מיר אראפגענומען די פיס פון בעט...

-------------

אמאל דארף מען צוברעכען דעם 'מאלד', דעם פונקטליכען סדום-בעט, פטור צו ווערן פון די מאנסטערס.

עס איז פארהאן אן הלכה למשה מסיני, וואס רופט זיך 'ענטראפי'. די בריאה גייט אלעמאל פון סדר, צו אומ-סדר.

די אין-סוף אטאמען וועלכע פארעמען א שיינע גלאז האבן נאר איין וועג זיך צו טוישן, זיי קענען גיין פון א גאנצע, גלאטע געפארעמטע גלאז - סדר, צו טויזנטער פיצלעך פון אומווערטפולע שטיקלעך - אומ-סדר. עס איז נאך אין היסטאריע נישט געשען, אז די אטאמען פון צובראכענע גלאז, זאלן זיך פונקט געבן א שטעל אויס ווי א שיינע, גאנצע גלאז. די בריאה גייט נישט פון אומ-סדר צו סדר.

טוט זיך א שמועס, צי קען מען דאס מסביר זיין מיט פשוט'ע פראבעביליטי. עס איז נאר דא 'איין' קאנפיגעראציע וויאזוי די טריליאנען אטאמען מוזן זיין אויסגעשטעלט, אז עס זאל זיך פארעמען א שיינע, גאנצע גלאז. לעומת זה, אויף צו האבן א צובראכענע גלאז, איז דא אין-סוף צירופים - יעדע אנדערע צירוף שבעולם עקטשיולי, חוץ דער איינער וואס גיבט דיר א גאנצע גלאז.

אויב אזוי, איז עס פשוט א געים פון שאנסן. אודאי גייט די בריאה פון סדר צו אומ-סדר, 'סדר', ביי דעפענישאן, מיינט איין געוויסע צירוף. 'אומ-סדר', מיינט סיי-וועלכע אנדערע צירוף.

ראיה לדברי, אויב זאלן מיר לשם עקספערימענט אויסקלויבען איינס פון די אין-סוף וועגן וויאזוי א גלאז קען זיין צובראכען, און מיר זאלן אים באשטימען אלס 'סדר', וואס מיינט דען 'סדר' אויב נישט דער צירוף וואס איך וויל יעצט האבן מאיזה סיבה שלא תהי', וועל איך אודאי כמעט נישט האבן א שאנס בעולם אז דער גלאז זאל זיך צוברעכען פונקט אויף דעם וועג.

ווי זאגט דער מהרש"א? נמנו וגמרו אז ס'איז דא מער לא תעשהס, און א מענטש האט מער שאנסן צו זינדיגען ווי צו טון א מצוה.

אן אינטערעסאנטע מעשה, ניין? ער נעמט ארויס בחירה פונעם בילד. א מענטש גייט פשוט ארויס און טוט מעשים אן א חשבון, און פראבעביליטי זאגט אז עס איז ענדערש אן עבירה ווי א מצוה.

------------

הרבה דרכים למקום. פאקטיש איז דא 7.7 ביליאן וועגן, ענד קאונטינג.

למקום. מה זה מקום? גאט ווערט אנגערופען מקום, ווייל ער איז מקומו של עולם, ואין העולם מקומו. גאט איז גרעסער פון די וועלט, די וועלט געפונט זיך אין אים, נישט ער אין די וועלט.

איז גאט דען א פיזישער ענטעטי? ער שטעלט זיך אין א קאנטעסט מיט די וועלט ווער ס'איז לענגער און ברייטער?

די 'איידיע' פון גאט, איז גרעסער/פריער/מער ענקאמפעסינג, ווי די 'איידיע' פון די וועלט.

וועלט מאכט הגבלות, וועלט מאכט מאלדס. גאט איז די אומבאגרעניצטע בעקראונד, וואו די איידיע פון וועלט קען זיך באקוועם מאכן. עס איז דער בלי-הגבלה'דיגער סטעידזש, וואו אפי' א מציאות וואס 'באשטייט' פון הגבלה, האט א רעכט צו פערפארמען זיין טפשות.

הרבה דרכים למקום. סיי וועלכע בראך אינעם איינציגען דרך וואס דער וועלט וויל אויף דיר ארויפצווינגען, איז נאך א דרך צום מקומו של עולם. נאך א טשאנעל צו געטליכקייט.

-----------

כ'האב לעצטענס מחדש געווען א נקודה אינעם דעת בעלי הגלגול.

'זמן' איז דאך א חלק פון די בריאה, עס איז נישט קיין אומאפהענגיקער אמת, אפי' די גוים זענען שוין מודה...

דער משל הנפוץ צו דעם איז א געסלייסטע ברויט. דער גאנצער ברויט שטייט לפניך, און יעדער סלייס איז א תקופה אין זמן. אין דעם סלייס זענען די אידן אין מצרים, אין אן אנדערען ברענען זיי אין אוישוויץ.

מאיזה סיבה איז דער מושכל ראשון אויף גלגול, אז זי גייט אייביג פאראויס אין זמן, א איד פון 2020 קען מגולגל ווערן פון דעם יאר און ווייטער.

אבער וואס עפעס? למעלה איז דאך למעלה מן הזמן, די גאנצע בריאה ליגט דארט ווי געסלייסטע ברויט. אט פאפט ארויף א סלייס פונעם טאסטער, עפעס נישט אזוי וועל-דאן, איז מען אים צוריק מגלגל, זיי-מוחל בראט זיך נאך אביסל. וואו שיקט מען אים צוריק? וואו ס'לאזט זיך. א היינטיגער איד האט פונקט אזא שאנס מגולגל צו ווערן אין אחאב...

השתא דאתית להכי, וועל איך אייך מגלה סוד זיין אז מען איז אים מגלגל צוריק אין זיך אליין... ראובן בן שמעון איז געבוירן געווארן תשמ"ט, ער איז געשטארבן תשצ"ט. אז מען איז נישט צופרידן פון זיין דזשאב, זאגט מען אים זיי מוחל, עודך ראובן בן שמעון שנת תשמ"ט. ענד דיס טיים(?) יו בעטער געט איט רייט.

-----------

יעזוב רשע דרכו, א רשע האט דען א דרך?! האט מען געשריגן אין קאצק.

ואני אומר, טאקע דאס בעט זיך גאט. לאז שוין אפ דעם דרך, דעם פונקטליכען דרך, בואכה סדום. וישוב אל ה', מיט סיי-וועלכע מרידה אינעם מוגבל'דיגען וועג וואס די וועלט צווינגט אויף דיר ארויף, לאזטו אריין די געטליכע ליכטיגקייט וואס ערמעגליכט דאס אלעס. כי ירבה לסלוח, מ'וועט שוין אויסארבעטן א פעימענט פלאן.

דער געטליכער דרך, איז נישט צו האבן א דרך. הנותן בים דרך ובמים עזים נתיבה, א דרך וואס לאזט נישט א צייכן פאר א צווייטן, אט אזוי מוזטו אויך טון. קול קורא במדבר פנו דרך ה'.

------------

לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז פארדעם האבן חסידים הראשונים נישט סובל געווען אזויפיל דקדוק הלכה והגבלות שונות, מיראתם אז מרוב ביימער וועט מען נישט זען דעם וואלד. פון אזויפיל דיוקים אין משנה ברורה, פארגעסט זיך וואט דע העלל וויל איך פון די גאנצע מעשה.

אן עם הארץ קען טאקע נישט זיין א חסיד, אבער א חסיד קען דעפעניטלי זיין אן עם הארץ...

-----------

ווען די מענטשהייט האט אין 1969 צום ערשטן מאל פארלאזט דעם קליינעם שטיקל שטיין, וואו זי האט זיך געדרייעט מימות עולם, און געלאנדעט אויף די לבנה, האט זי דארט איבערגעלאזט א קליינעם דיסק, מיקראוסקאפיש איינגעקריצט מיט מעסעדזשעס פון פארשידענע וועלט-פירער.

דער פרעזידענט פון אייווערי קאוסט, כתב לאמר:

"... איך האף ספעציעל אז ער [דער 'פאסאדזשיר אין הימל'] וועט זיך אויסדרייען צו אונזער פלאנעט ערד, און אויסשרייען ווי אומוויכטיג זענען די פראבלעמען וועלכע פייניגען מענטשן, ווען באטראכט פון דארט אויבן."

וואס מער מען זאומט ארויס פון דעם קליינעם, שמאלן מאלד אין וועלכען מיר לייגן זיך אריין, אלץ מער קלארט זיך אויס ווי נישטיג די הגבלות זענען.

ווי קליין און שמאל, איז דער אויסבליק פון אן ערדלינג.

ווען ניעל ארמסטראנג און באזז אלדרין זענען צוריקגעקומען פון די רייזע צו די לבנה, צוריק צום ערד-קוגל, און געהערט ווי זי האט זיך איבערגעדרייעט מיט זייער דערגרייכונג, רופט זיך אלדרין אן: ניעל, מיר האבן פארפאסט די גאנצע זאך...
"והארץ היתה תהו ובהו" מיינט לכאורה אז סאיז נישט געווען "גארנישט" נישט נשמות און נישט זמן, דאס מיינט אז די בריאה פון די נשמות און די בריאה פון זמן איז איין בריאה, איז ווי אזוי איז שייך אז ווען א מענטש שטארבט זאל די נשמה זיין למעלה מן הזמן?? אין וועלכע בריאה איז די נשמה דאמאלט???

Sent from my SM-G965F using Tapatalk

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 20, 2020 4:21 am

· #460832
פארדעם האסטו געדארפט קוואטן דעם גאנצן שטיק?? דו זוכסט במזיד ארויפצוטרייבן די האוסטינג?

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 9, 2020 3:24 pm

· #462343
מי אני
עס קען אפשר אויסקומען דערפון אז וויבאלד אפילו די וואס קאעקזעסטירן צוזאמען מיט׳ן אינדיווידואל זענען (ווי נישט) נישט ממש טעמפארעלי אייניג מיט אים/איר, וועט יעדער איינער, אפילו אינ׳ם זעלבן דור, האבן פאר זיך אן אנדערע וועלט היסטאריע לגמרי. און דאס וואס א מענטש זעהט אז אנדערע מענטשן זענען מסכים און פאראייניגט צו זיין ווערסיע פון די וועלט היסטאריע וכו׳ איז אויך נאר פון זיין אייגענעם פערספעקטיוו; א טוויסט/מהלך אין סאליפסיזם. אפשר.

דר. האָזעי אָרטעגאַ, אין זיין פּערספּעקטיוויזם מהלך בנוגע מהו ה״רעאליטעט״ (ועפ״י דרכו של דר. עדמונד הוסערל וגם לרבות היידעגער), האט גע׳טענה׳ט היפך זה: אז דאס וואס קאלעקטיווע פּערספּעקטיוון פון דאס מענטשהייט, די פּערספּעקטיוון פון אלע אינדיווידואלע מענטשן צוזאמען, איז וואס איז קובע דאס רעאליטעט.

מי אני » מאנטאג פעברואר 8, 2021 9:10 pm

· #466641
📎 28F5737D-9763-46C3-8721-B93029A6FEEE.jpeg דאס לייגט צו נאך א דיימענשאן דערצו וואו דעם געדאנק פון ״זמן״ איז ממש בעצמו מקושר צו מאראל, וממילא תשובה אויף אימאראלישע מעשים וואו מ׳דרייט טאקע אויס די ענין פון ״זמן״ כנ״ל. (עפ״י די פילאזאפיע.)

מי אני » מוצ"ש פעברואר 27, 2021 10:29 pm

· #467574
📎 Heschel.jpg
ובנוגע דעם אז תנועה איז מקושר למושג הזמן, במשנתו של קאנט: 📎 590F300B-9115-4ECD-81A7-7BED19F82B97.jpeg

***

דר. הענרי בּערגסאן האט גע׳טענה׳ט אז מחשבת מערב וועלט איז אזוי געגארט אויף מקום אזש אז ״זמן״ אליין איז ביי זיי בבחינת מקום, ווי א טיימליין וואו די מאמענט איז אויף דעם ״פלאץ״ און די מאמענט אויף דעם ״פלאץ״. ער אליין איז מער געגאנגען מיט׳ן B-טעאריע פון זמן וואס האט בעצם נישט די פראבלעם.

מי אני » זונטאג אפריל 25, 2021 10:26 am

· #471287
דוראק
אישתישבי
אויב וויל איך לייקענען אין דער גאנצער מושג פין למעלה מן הזמן, ווער איך א אפיקורס?

דער עיקרים זאָגט בפירוש אויף ניין...
אבל מי שהוא מחזיק בתורת משה ויאמין בעיקריה, וכשבא לחקור על זה מצד השכל והבנת הפסוקים הטהו העיון לומר שאחד מן העיקרים הוא על דרך אחרת, ולא כפי המובן בתחילת הדעת; או הטהו העיון להכחיש העיקר ההוא להיותו חושב שאיננו דעת בריא תכריח התורה להאמינו, או יחשוב במה שהוא עיקר שאיננו עיקר, ויאמין אותו כשאר האמונות שבאו בתורה שאינם עיקרים; או יאמין אי זו אמונה בנס מניסי התורה להיותו חושב שאיננו מכחיש בזה שום אמונה מן האמונות שיחויב להאמין מצד התורה - אין זה כופר, אבל הוא בכלל חכמי ישראל וחסידיהם, אעפ"י שהוא טועה בעיונו, והוא חוטא בשוגג וצריך כפרה. וזהו דעת קצת חכמי ישראל הראשונים (בראשית רבה פרשה ג) האומרים שהיה סדר הזמנים קודם לכן. כאלו יאמרו שאין התורה מכרחת להאמין שהזמן מחודש.

(דאָס וואָס זמן איז מחודש צי ניין האָט לכאורה גאָרניט מיט דער שאלה צו דער אויבערשטער איז למעלה מהזמן, אָבער די זעלבע מסקנא גילט אויכעט אויף דעם לכאורה.
אגב, ר' חיים בריסקער איז חלוק אויף דעם, ווי עס צײגט זײן באַוואוסטער וואָרט אויף „נעבעך אפיקורס”... ולכאורה אַזוי האָט טאַקע געהאַלטן דער רמב״ם).

מאידך גיסא שרייבט דער עיקרים אליין אין מאמר א פט״ו (ובריש מאמר ב) אז א שורש פונעם עיקר פון מציאות ה׳ [וואס אין די ״שרשים״ דארף מען פונקט אזוי גלייבן נישט צו הייסן א כופר, ועיין לעיל במאמר א פי״ג] איז דאס אז הקב״ה איז נישט ״התלות״ בזמן. אין מאמר ב פי״ח איז ער דאס מסביר:
והוא מבואר כי שם הקדמון הנאמר עליו יתברך אינו נאמר בצרוף אל דבר אחר, כלומר שהיה קודם לדבר מה זמן מה, כי יהיה הזמן לפי זה מגביל מציאותו, ואם הזמן מגביל מציאותו יהיה הזמן קודם לו בהכרח, ויהיה נמצא בזמן זולת זמן ויקדם לו ההעדר, וכל מה שיקדם לו ההעדר הוא אפשרי המציאות ולא מחוייב המציאות כמו שבארנו
און דער עץ שתול דארט איז מסביר אז דאס וואס ער הייבט אָן ״ובאורו שהוא נמצא קודם מציאת הזמן״ באדייט קודם שנברא הזמן. און דאס ״כי יהיה הזמן מגביל וכו׳ מגביל מציאותו״ פירוש מאחר שלא יהיה להשי״ת קדימה על העולם כי אם באיזה זמן א״כ ע״כ הזמן מגביל אותו ע״ש.

נאר דאס וואס ער זאגט אין מאמר א פ״ב איז צו מסביר זיין אז הגם דאס איז יא אן עיקר [שורש] איז דאס אבער נישט בפירוש אין די תורה וממילא קען איינער כופר זיין דערין בשוגג, מחמת ווייל דאס איז תלוי מער בעיון ווי אין בפירוש׳ע לימוד, און אין אזא פאל ווערט ער נישט געשטעמפעלט א ״כופר״ נאר איידער אלס א חוטא בשוגג. ער זאגט אז דאס איז וואס דער ראב״ד מיינט בהשגתו על הרמב״ם בהל׳ תשובה פ״ג ה״ז אודות דער וואס האלט יא פון הגשמה, הגם ער איז אויך מודה אז דאס איז אַן עיקר. אבער טאמער ווייסט דאס שוין יא איינער אז דאס איז און דארף צו זיין אן עיקר [שורש] און דאך נעמט ער דאס נישט אָן, דאן איז ער יא א כופר וכמש״כ במאמר ב פי״ח לגבי ענין ה״זמן״.

ער גייט אבער דערנאך אריין אין מאכן א חילוק צווישן ״סדר זמן״, וואס איז די ״זמן״ וואס אונז ווייסן אלס שינוי ותנועת הגלגלים אא״וו וואס דאס איז נברא ומחודש, און ״זמן״ סתם א ״דמות זמן״ וואס איז בעצם נישט קיין מציאות און איז פשוט ווי אזוי אונז קענען אנהויבן אביסל משיג צו זיין ענין המשך וואס דאס קען יא זיין נצחי.

ואגב 📎 ספר העיקרים.jpg

*

עס זעהט אויס אביסל פונעם אברבנאל בראש אמנה (פט״ז) ווען ער איז מסביר דעם פערטן עיקר פונעם רמב״ם על אמונת קדמותו של הקב״ה לכל הדברים, אז דאס אז הזמן מחודש ליגט אויך אין דעם. ער שרייבט:
ואין הקדימה הזאת קדימת סבה לבד כי אם גם קדימה זמנית בקדימת המחדש למה שיחדש, ואמרנו זה על צד ההישרה לאמת עם היות הזמן מכלל הנבראים

מי אני » זונטאג אוגוסט 22, 2021 9:14 pm

· #480302
וז"ל של המו"נ (ח"א פנ"ז):
כמו שנאמר קדמון להורות על שהוא בלתי מחודש. ובאמרנו "קדמון" - מן ההקל מה שהוא מבואר נגלה כי הקדמון אמנם יאמר למי שישיגהו הזמן אשר הוא מקרה לתנועה הנמשכת אחר הגוף. והוא גם כן משער המצטרף כי אמרך 'הקדמון' במקרה הזמן כאמרך 'הארוך והקצר' במקרה הקו. וכל מי שלא ישיגהו מקרה הזמן לא יאמר עליו באמת לא 'קדמון' ולא 'חדש', כמו שלא יאמר במתיקות לא 'מעותת' ולא 'ישרה' ולא יאמר בקול לא 'מליח' ולא 'תפל'.

ואלו הדברים אין העלם בהם למי שהרגיל בהבנת הענינים כפי אמיתתם ובחנם בהשגת השכל להם והשפטתו אותם לא בכללות אשר יורו עליו המילות. וכל מה שתמצאהו בספרים שיתארו האלוה ית' ב'ראשון' ו'אחרון' הוא כתארו ית' בעין ובאוזן. והכונה בזה שהוא ית' לא ישיגהו שינוי ולא יתחדש לו ענין בשום פנים. לא שהוא ית' נופל תחת הזמן שיהיה קצת הקש בינו ובין זולתו ממה שבזמן ויהיה 'ראשון' ו'אחרון'. ואמנם אלו המילות כולם כלשון בני אדם.

אני-הק' » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 9:58 pm

· #481094
פארוואס איך בין אראפ פון דרך
ווייל מיין דזי פי עס איז נישט געווען אנגעשטעלט ריכטיג
א צווייטע מאל, ווייל איך האב זיך פארמישט מיט אן אנדערע הייוועי
א דריטע מאל ווייל ס'איז געווען טינקל
א פערטע מאל צו ארויסלאזן מי רגלים
א פיפטע מאל צו וואטשן א גוטע קליפ וואס מיין חבר האט מיר נארוואס אריינגעשיקט ווי ער טוט עס
א זעקסטע מאל זיך אפצורוען
א זיבעטע מאל אין די וועלט אריין

דוראק » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 2:36 pm

· #481414
מי אני
וז"ל של המו"נ (ח"א פנ"ז):
כמו שנאמר קדמון להורות על שהוא בלתי מחודש. ובאמרנו "קדמון" - מן ההקל מה שהוא מבואר נגלה כי הקדמון אמנם יאמר למי שישיגהו הזמן אשר הוא מקרה לתנועה הנמשכת אחר הגוף. והוא גם כן משער המצטרף כי אמרך 'הקדמון' במקרה הזמן כאמרך 'הארוך והקצר' במקרה הקו. וכל מי שלא ישיגהו מקרה הזמן לא יאמר עליו באמת לא 'קדמון' ולא 'חדש', כמו שלא יאמר במתיקות לא 'מעותת' ולא 'ישרה' ולא יאמר בקול לא 'מליח' ולא 'תפל'.

ואלו הדברים אין העלם בהם למי שהרגיל בהבנת הענינים כפי אמיתתם ובחנם בהשגת השכל להם והשפטתו אותם לא בכללות אשר יורו עליו המילות. וכל מה שתמצאהו בספרים שיתארו האלוה ית' ב'ראשון' ו'אחרון' הוא כתארו ית' בעין ובאוזן. והכונה בזה שהוא ית' לא ישיגהו שינוי ולא יתחדש לו ענין בשום פנים. לא שהוא ית' נופל תחת הזמן שיהיה קצת הקש בינו ובין זולתו ממה שבזמן ויהיה 'ראשון' ו'אחרון'. ואמנם אלו המילות כולם כלשון בני אדם.

דאָס איז ווידער למעלה מהזמן ניט אין באַציאונג צו זמן, אויף דער נקודה איז ניטאָ קיין מחלוקת (חוץ פון – אפשר – דעם זידיטשאָווער אין ועשה טוב?). די שאלה איז צי עס קאָן זײן אַ למעלה מהזמן אין זמן ד.ה. צי דער אויבערשטער קאָן כביכול צוריקברענגען דעם נעכטן (וע״ד מקום ארון אינו מן המידה).

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 2:52 pm

· #481417
‏דא הא׳מיר אראפגעברענגט דעם רס״ג וואס זאגט אז דאס איז מן הנמנע אף לו כביכול. ווי אויך זאגט דער רלב״ג ענליך.

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 3:43 pm

· #487270
ר׳ דובער שניאורסאהן זצ״ל (האדמו״ר האמצעי מחב״ד) זאגט אז שכחה איז נאר שייך ביי עפעס וואס איז תחת הזמן און מען פארגעסן אין א שפעטערע זמן דאס וואס איז געווען ביי א פריערדיגע זמן, משא״כ ביי הקב״ה וואס איז למעלה מן הזמן ע״ש; דא [10:50-11:50] דערמאנט @לעיקוואד די געדאנק. האב איך געקלערט אז אולי איז דאס די געדאנק אז ר״ה, וואס זה היום תחילת מעשיך וואו זמן איז געקומען אין צו עקזיסטענץ ברענגט מען ארויס די געדאנק פון זכרונות לגבי הקב״ה שהוא למעלה מזה. ובוודאי כבר קדמני.

מי אני » דינסטאג יאנואר 4, 2022 4:52 pm

· #490652
דא [38:00-38:55] פרעגט דר. פּיִטער מיליקען אויף דר. ריטשערד סווינבּורן אז אליביה וואו ג-ט ווייסט אלעס פונעם עבר טעמפּאריש אבער נישט די עתיד (כשיטת הרלב"ג) און/אבער איז נתון תחת הזמן, דאן צייגט דאס לכאורה אויף אן אבסאלוט אפשאצונג פון זמן און איז לכאורה קעגן דאס געדאנק פון רעלאטיוויטי וואו די סיימולטאנעאיטי פון צוויי זמנים ווענדט זיך אינעם אבזערווירער.

מי אני » דינסטאג אפריל 5, 2022 7:26 pm

· #497637
מי אני
מ׳קען אפשר אריינלערנען די סארט מושג פון ״למעלה מהזמן״, דהיינו זיך ארומשפילען מיט די מושג/דירעקציע פון זמן ובנוגע תיקון חטאים, אין תניא פכ״ה. וז״ל, ואעפ״כ כל איש ישראל מוכן ומזומן למסור נפשו על קדושת ה' שלא להשתחוות לעבודה זרה אפילו לפי שעה ולעשות תשובה אחר כך והיינו מפני אור ה' המלובש בנפשם כנ"ל שאינו בבחינת זמן ושעה כלל אלא למעלה מהזמן ושליט ומושל עליו כנודע, ע״כ ע״ש. (ועיין להלן בפכ״ט.)

מ׳קען אפשר זאגן אז וואס ער מיינט (אויך) ארויסצוברענגן מיט׳ן זאגן ״שאינו בבחינת זמן ושעה כלל אלא למעלה מהזמן ושליט ומושל עליו כנודע״, אז וויבאלד די אור ה׳ וואס איז אין אים/איר איז למעלה מן הזמן, וועגן דעם קומט אויך אויס אז די חטא ותשובתו זענען סיימאלטעניאס, איז ממילא איז ער אין אלגעמיין (אויף די גרויסע חטא פון ע״ז) מעיקרא נישט חוטא און טוהט תשובה נאך דעם וואס ווענדט זיך שוין יא אין זמן. (ואפשר ליגט אויך די כוונה ברמז אין דעם לשון פונ׳ם אור ה׳ המלובש בנפשם, וואס ווי באקאנט איז אור (ומהירותו) מקושר צו די מושג פון זמן.)

הרב דר. נחום אליעזר ראבינאוויטש ז"ל איז אויך מסביר דעם רמב"ם אזוי ענליך בנוגע זיין עיקר פון בחירה חופשית ותשובה. והיינו, ווייל מושג ה"זמן" איז מקושר אליבא דהרמב"ם (עפ"י אריסטו) בתנועה שהיא בעלול ועילה. אבער אלס עלול ועילה אליינס קען דאך זמן בעצם פונקט אזוי גיין אהין ווי צוריקצווועגס (ווי אויבן דערמאנט). קומט אויס אז די אפשרות הבחירה פונעם מענטש, וואס איז מקשר דעם עלול צום עילה במעשיו, איז ע"כ קובע ומכריח די ריכטונג פונעם הילוך הזמן שלא יוכל להתהפך. אבער די געדאנק פון תשובה איז דאך דאס סותר מיט דעם אז עס איז מהפך זיינע עוונות וואס זענען יא געווען אינעם עבר - "זמן" גייט צוריקצווועגס מיט דעם וואס די עתיד איז פועל אויפ'ן עבר. דאס איז בעצם די זעלבע קשיא ווי ידיעה מכחשת הבחירה. ולכן וועגן די אנגעבליכע סתירה איז דער רמב"ם מפרש ענין בחירה חופשית בהל' תשובה.