☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז

קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12980
בלאט: 1 2

מי אני » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 4:09 pm

· #438614
Re: קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז
אז מ׳האט דערמאנט ״פילאזאפן״ (ווי אויך דעם חלק הפילאזאפי פון די ״בוים פראגע״)...

ס׳דא א שוועריקייט אויף דזשארדזש בערקלי׳ס דאקטרין פון (אנטאלאגישע/מעטאפיזישע) איידיעליזם (וואס ער אליין רופט אימאטעריעליזם) [אז זאכן עקזיסטירן אך ורק דורך די איידיעס וואס דורך דעם פערסיוון מיר זיי], אז עס קומט אויס פון דעם אז ווען קיינער פערסיווט נישט א זאך הערט עס אויף צו עקזיסטירן (לעומת מאטעריעליזם). זענען דא וואס לערנען אריין אין זיינע ווערטער א תירוץ אז ג-ט׳ס ווילן (וואס אונטער א ווילן ליגט אן אקט פון (אן ענין פון) קאגנישן) מאכט אז דאס בלייבט אלס אזוי ווי פערסיווט, אז ווען א מענטש אונטער די זעלבע קאנדישנס [ווי וואס אן אנדערע האט דאס פערסיווט] וועט פערסיוון די זאך, וועט ער/זי דאס פערסיוון און עס וועט עקזיסטירן פאר אים/איר פונקט אזוי. (מ׳קען דאס אויך אריינלערנען אין ניקולאס מאלעבראנך׳ס ווערטער.)

‏דאס אביסל מקשר צו זיין צו פיזיקס, איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז קאנט האט פרובירט צו מאכן א סארט פשרה אין איידיעליזם (בנוגע עפיסטעמאלאגיע), וואס מ׳רופט טראנסאדענטעל איידיעליזם, וואס עס קומט אויס פון דעם לשיטתו אז מקום וזמן זענען איידיעליסטיק (עי פריארי; מכח די חלק שייכות האינפיניט שיש בהם), משא״כ לגבי די באשטיינדלען דערין מוז נישט זיין. (אווערסימפליפייד.)

גדליה » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 6:41 pm

· #438628
אויב וואלט מקום וזמן געווען איידיאליסטיק פאלט דאך צאם קאנט'ס הסבר אויף causality צו פארענטפערן די קשיות פון דייויד יום, ווייל די גאנצע causation קומט נאר פון א שינוי במקום ובזמן און אויב איז דאס א פרייארי און תלוי אך ורק אין אונזער perception דעמאלט איז טאקע נישט דא קיין אמתע cause and effect?

מי אני » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 8:10 pm

· #438637
קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז
ווי אזוי איך פארשטיי מאכט קאנט די פשרה און ער זאגט דאס נאר בנוגע החלק העפיסטעמאלאגיע: אז אונזער פערסעפשן איז קובע אונזער וויסן [עפיסטעמאלאגיע] פון טעמפארעליטי [זמן] און ספעישיעליטי [מקום]. ער זאגט דאס נישט בנוגע אנטאלאגישע איידיעליזם; אז די עקזיסטענץ דערפון איז איידיעליסטיק. ער זאגט דאס נאר שטערקער בנוגע זמן/מקום לעומת אנדערע מושגים וכנ״ל. (וועגן דעם האב איך בפירוש געשריבן, טאקע איינגערינגלט אבער פארט, אז דאס זאגט ער לגבי עפיסטעמאלאגיע.)

נאך מער, וואס ער זאגט (לפי הבנתי) איז אז דאס [די רעפרעזענטאציעס אין אונזערע מוחות] וואס מיר פערסיוון זיי [די חלק פון עפיסטעמאלאגישע איידיעליזם], דאס קען נישט זיין דאס ממשיות׳דיגע אנטאלאגישע עקזיסטענץ פון די זאכן; אונזער (איידיעליסטיק) רעפרעזענטאציע דערפון קען נישט זיין דאס אנטאלאגישע ווארהייט דערפון. (ווי אזוי איך פארשטיי האט דאס פאראלעלן מיט זיין נומענאן/פענאמענאן דיכאטאמיע).

ביבער » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 10:12 pm

· #438647
מעל"ע: ס'איז לעצטענס ערשינען א בוך ביי דר זעלענקא פון מאנרא וואו ער קומט אויף מיט א מאטמעטישן חשבון אז לויט די געזעצן פון קוואנטום פיזיקס שטימט די עידזש פון 13.5 ביליאן גענוי מיט די ששת ימי בראשית
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Essence-Zev-Zelenko-MD/dp/0578609061">https://www.amazon.com/Essence-Zev-Zele ... 0578609061</a>

גדליה » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 10:29 pm

· #438650
מי אני

אויב רעדען מיר עפיסטאמאלגיש איז דאך אלץ נאר אין די פערסעפשענס לויט קאנט, כולל אלע מאטעריאלן אין מקום וזמן (באשטנדטיילן, ווי איר רופט עס)
מיין שאלה דא איז צו איר מיינט טאקע צו לערנען אין פשט אין בערקעלי'ס אידאליזם אדער איר זאגט דא אייער חידוש בנוגע קאנט, וואס דעמאלטס וועט נישט שטימען זיין תירוץ אויף יום.
(סמעג זיין אייער אייגענע מהלך און כהאב נישט קיין פראבלעם אויב איר געט זיך אנייצע מיט יום אויף א צווייטע וועג. אבער אין קאנט קען אייערע ווערטער נישט שטימען, אחוץ אז איהר מיינט עפעס אנדערש)

מי אני » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 10:49 pm

· #438652
קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז
בערקלי לחוד וקאנט לחוד.

ווי אזוי איך פארשטיי ארבעט קאנט׳ס שטאנד אויף קאזעליטי בכלליות [זיין תירוץ אויף הום׳ס שוועריקייט] ענליך צו זיין גענעראלע שיטה אז די סאביעקטיווע פערסעפשנס פונ׳ם מענטש׳נס מח פארעמען אויס די אביעקטיווע רעאליטעט פון זיין/איר עקספיריענס (זיין שיטה אין פענאמענאלאגיע, אויף וואס די מארבורג חדר פון נעא-קאנטיענס האבן זיך געדינגען אויף להיפך, והבאתי במקצת כאן). אין די פאל איז די פערסעפשן וכו׳ [די ״עקספיריענס/נאטור אין גענעראל״; בהראציאנאל] דערפון אזוי שטארק אז דאס ווערט אן אביעקטיווע עי פריארי אוניווערסאלע געזעץ (אזוי ווי געזעצן פון מאטעמאטיקס); א טראנסאדענטעל פרינציפ.

הגם דאס איז בכלל נישט דוקא איידיעליזם, ווייזט דאס לכאורה אויף דעם אז דאס לכשלעצמו איז נישט ממש קיין סתירה מיט איידיעליזם פער סע. וואס איך מיין צו זאגן איז אז הגם קאנט האלט נישט פון בערקלי׳ס איידיעליזם (הגם עס זענען געווען די [גארווע און פעדער] וואס האבן אים באשולדיגט אז יא, אויף וואס ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס), זעה איך נישט אז זיין שיטה בנוגע קאזעליטי (בכלליות) זאל דוקא זיין אזא פירכה דערויף.

(איך נעם וואס איך זאג בנוגע איידיעליזם פון די סטאנפארד ענסייקלעפידיע פון פילאזאפיע. עס קען טאקע זיין אז איך בין מיך טועה בהבנת (עומק) הדברים, אזוי ווי איך האב מיר שוין אמאל מתנצל געווען.)

cictim » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 1:53 am

· #438657
ביבער
מעל"ע: ס'איז לעצטענס ערשינען א בוך ביי דר זעלענקא פון מאנרא וואו ער קומט אויף מיט א מאטמעטישן חשבון אז לויט די געזעצן פון קוואנטום פיזיקס שטימט די עידזש פון 13.5 ביליאן גענוי מיט די ששת ימי בראשית
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Essence-Zev-Zelenko-MD/dp/0578609061">https://www.amazon.com/Essence-Zev-Zele ... 0578609061</a>


<a class="postlink" href="https://youtu.be/SgHqmQH_XBo">https://youtu.be/SgHqmQH_XBo</a>

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:22 am

· #438666
מי אני

יאך פארמאג נישט א צענטעל אייער ידיעות אין דיזע ענינים, עם כל זה תורה הוא וללמוד אני צריך.
איר האט געשריבען אז קאנט מאכט א פשרה אז מקום וזמן איז איידיליזם אבער חומר נישט.
איר ציהט יעצט צוריק פון דעם? אדער איר מאכט קלארער וואס איהר האט פריער געזאגט? איך פרעג ווייל איך וויל פארשטיין.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:28 am

· #438667
קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז
ביתר ביאור, קאנט שטעלט קאזעליטי אלס א מוז מכח דעם וואס ער שטעלט אראפ דריי פאסטולעטס:

1). דאס וואס שטימט מיט געהעריגע קאנדישנס פון עקספיריענס [לויט אינטואישן וכו׳] איז מעגליך. (אזא סארט ראציאנאליזם.)

2). דאס וואס שטימט צוזאמען מיט די מאטעריאליסטישע עקספיריענס/געפילן [סענזאציעס] בשעת מעשה איז אקטועל. (אזא סארט עמפיריסיזם.)

3). אויב דאס מיטשטימונג פונ׳ם אקטועל [דהיינו (2)] איז מוכח לפי די אינטואישנס פון די גענעראלע קאנדישנס פון עקספיריענס, און ווערט פאראויסגעזאגט און דעטערמינט דערפון [דהיינו (1)], דעמאלטס איז דאס א מוז. (ווען (1) און (2) קומען זיך צאם. דאס איז כעין ביידע חלקים פון ״סאביעקטיווקייט״ [(1) און (2)] גייען מאכן די ״אביעקטיווקייט״ דאס איז שוין יא אפשר מיין אייגענע שילוב... אבל כמדומה לי שיש לי על מה לסמוך.)

דאס וואס ליגט אין (1) איז אנאליטיש [נאר עפ״י ריזען אליין] עי פריארי. דאס׳ן עס צאמשטעלן מיט (2) (וואס איז, ווי נישט, מער עי פאסטעריארי), מאכט עס אין צו א סינטעטישע [שטימט מיט׳ן מציאות ממש ג״כ] עי פריארי.

אויך איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ער מאכט א חילוק און זאגט זיין הנחה (עכ״פ ווען ער הייבט אן) בנוגע דאס אז יעדע עווענט b האט געהאט א קאוז a [דאס הייסט קאזעליטי בכלליות], ווי איידער צו זאגן אז יעדע עווענט a וועט האבן עפעס אן עפעקט b [דאס הייסט קאזעליטי מער בפרטיות]. נאכדעם וואס ער מאכט קאזעליטי אין צו א סינטעטישע עי פריארי, זעהט אויס אז ער האלט אז מ׳קען עס שוין זאגן אויף יעדע סארט קאזעליטי.

‏הגם גדליה איז גערעכט אז די קאזעליטי דעבאטע צווישן הום און קאנט איז אין די עפיסטעמאלאגישע חלק דערפון (אויך), זעה איך נאך אלס נישט ווי דאס איז להדיא שולל איידיעליזם אדער אז דאס זאל זיין א בפירוש׳ע סתירה דערמיט; אפילו בנוגע זמן. פאסטולאט (1) שטימט זיכער דערמיט, און אפילו (2) אויך; די יקום און אפילו דאס וואס מיר עקספיריענסן בפועל (אפילו זמן) איז פשוט וואס אונז פערסיוון אלס איידיעס און נישט עפעס חוץ מזה בפני עצמו.

ואם שגיתי...

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:46 am

· #438668
סאיז מיך שווער צו פארשטיין די טיפע זאכען. אבער דאס אמאל קוקט אויס אז איר זענט נישט מחלק צווישען מקום וזמן און חומר נאר איהר לערענט א מהלך אין קאנט וואס לויט דעם איז ער א איידיאיליסט? איז דאס וואס איר ווילט זאגען? סאיז מיך עפעס נישט קלאר.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:53 am

· #438669
קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז
ניין (עכ״פ נישט אינגאנצן, און נישט אזוי ווי בערקלי).

אזוי ווי איך האב פארשטאנען און געשריבן אויבן (עכ״פ וואס איך האב געוואלט ארויסברענגן) איז דאס וואס טרייבט אים צו שטעלן מקום/זמן אויפ׳ן שטאפל פון עפיסטעמילאגישע איידיעליזם איז די חלק פון טראנסאדענטעליזם וואס ער גיבט דערצו; די ״עי פריארי׳עשקייט״ פון די סארט מושגים. דאס איז לעומת די ״סתם אזוי״ זאכן דערין. הגם, לגבי די סובסטענשיעליטי פון זאכן (ווי אזוי איך פארשטיי, די חלק הנומענאן פון זאכן) נוצט ער אויך זיין סארט (עפיסטעמאלאגישע) טראנסאדענטעל איידיעליזם. (אין די פאל פון מקום/זמן דערמאנט ער אויך א סברא פון אינפיניטי וואס מ׳קען עס/זיי נישט כולל זיין בתוך עפעס.)

ס׳איז משמע (ווי אזוי איך האב פארשטאנען) אז די פרינציפ נוצט ער אויך אויף קאזעליטי; עס איז אויך טראנסאדענטעל.

ועוד יותר, די ״עי פריארי׳עשקייט״ פון די זאכן טרייבן אים צו מחלק זיין און זאגן אז די עצם אנטאלאגישע יקום איז נישט איידיעליסטיק.

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 11:15 am

· #438673
מי אני
לאמיך פראבירען מסביר זיין פארוואס קאנט און איידיליזם כפשוטו קענען נישט גיין צוזאמען הגם ס'איז דא פאראלעלן.
בערקלי נעמט אן איידעליזם, וואס מיינט דאס? אז אלץ וואס קימט פאר אין די וועלט קימט באמת אין דיין קאפ. די זעהסט א בוים אין גאס איז נישט דא קיין בוים, ס'איז א פיקטשער אין דיין מוח פון א בוים.
יעצט לאמיר זאגען א יונגערמאן מיטען נאמען דוד גייט אין גאס, און ער זעהט א בוים. פליצלינג פאלט אראפ א בלעטעל פון די בוים. ער ווינדערט זיך, ווי אזוי איז די בלעטעל אראפ געפאלען? (ער האט נישט געהערט ר' יו"ט עהרליך, קען ער נישט די מעשה פון די מלאך וכו').
שטייט לעבן אים א קלוגע מענטש דזשארדזש, זאגט עם דזשארדזש, די בלעטעל איז קיינמאל נישט אראפ געפאלען, נאר די פיקטשער אין דיין קאפ האט זיך געטוישט. פריער האסטו געזעהן א בוים, יעצט זעהסטו א געפאלענע בלעטעל.
יעצט קומט א יונגערמאן מיטען נאמען עמנואל, און הייבט אן טראכטען געואלד, וואס גייט דא פאר, דוד האט דאך א גוטע טענה, ווי אזוי איז די בלעטעל אראפ געפאלען ווען פריער איז עס געהעריג געווען באהאפטען.
גייט עמנואל און שרייבט א גאנצע חיבור צו מסביר זיין ווי אזוי די בלעטעל איז אראפ געפאלען.
מיר קענען יעצט גיין דן זיין וואס עמנואל האט געשריבען און וואס נישט, אבער איין זאך איז זיכער: ער האלט אז די בלעטעל איז אראפגעפאלען, אז נישט דארף ער נישט שרייבען קיין חיבור.
וזה חילוק ריאליזעם ואיידיאליזם על רגל אחת.
נאר וואס דען, יאך האב פארשטאנען אז איהר מיינט צו זאגען אז קאנט טיילט איין די וועלט אין איידיליזם און רעליזם, געוויסע זאכען זענען אזוי געוויסע זאכען זענען נישט. (עי פרייארי איז איידיליזם און פאסטערייארי נישט).
ס'טייטש די בלעטעל איז טאקע אמת'דיג אראפגעפאלען, און ס'איז ממש מרפסים איגרא ווי אזוי א בלעטעל פאלט אראפ. אבער די פלאץ ווי די בלעטעל געפינט זיך איז אין דיין קאפ, נישט אין די וועלט. למעשה ברויך מען אבער פארשטיין ווי אזוי די בלעטעל פאלט טאקע אין דיין קאפ, און אויף דעם זאגט קאנט לאנגע תירוצים וואס מיט אייער ברייטע ידיעות וועט איר זיכער קענען בעסער מסביר זיין ווי מיר.
למעשה שפעטער ציהט איר אביסעל צוריק פון דעם מהלך, במילא בין איך נישט אינגאנצען קלאר. טאמער קענט איר בעסער מסביר'ן וועליך מיך שטארק פרייען, אז נישט איז אויך גוט.
שוין, וועל מיר גיין אראפרייסען אביסעל גרינס פון בוים. האטס מיר און זייטס מיר.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 2:24 pm

· #438694
קוואנטום מעכאניקס און ווי אלט די וועלט איז
פיין מסביר געווען, אבער איך בין נישט זיכער אז עס איז אינגאנצן מדויק.

איך (עכ״פ איך מיין...) האב נישט צוריקגעצויגן פון גארנישט. נאכאמאל, לויט דער ״אינגערמאן״ עמנואל איז הגם ער מאכט גאנצע פשעטלעך צו מקשר זיין דעם גורם פונ׳ם בלעטל׳ס פאלן צו די תוצאה פון דאס געפאל [די ״פארוואס״ און ״ווי אזוי״], מיט דעם אליין קען ער נאך אלס בעצם מסכים זיין צום ״אינגערמאן״ דזשארדזש אז דאס עצם ״פאלן״ איז למעשה נאר אין זיין קאפ; נאר אין זיין קאפ אליין דארף ער מקשר זיין א געזעץ צווישן די צוויי. אין אנדערע ווערטער, עס איז ל״ד מוכרח אז ער האלט וועגן דעם אז די בלעטל איז אראפגעפאלן בפועל ע״ד ריעליזם/מאטעריעליזם. (דער ״אינגערמאן״ דזשארדזש אליין (צוזאמען מיט אן אנדערע ״חשוב׳ע אינגערמאן״ ניקאלאס) האבן אויך אריינגעלייגט די הונטערליגענדע געזעצן/רעגולארעטיס פון נאטור (אשר קאזעליטי בכללם) בתוך די שיטה פון איידיעליזם; ס'איז אביסל ענליך צו דעם אז א איד קען מסכים זיין צו דעם אז ס'דא נאטורליכע געזעצן ממש און דאך האלטן באותו זמן אז ״אלעס ווערט געפירט ממש פון אויבן״ וכו׳ [די געזעצן אליין זענען אויך נכלל וכו']. (וואס, אגב, האט בערקלי מקשר געווען זיין איידיעליזם שיטה צו דעם אז ג-ט איז דער וואס שטעלט אריין די "פיקטשער", און ער [ספיריט] איז די אמת'ע הונטערליגענדע קאוז פון אלעס.))

יעצט, דער ״אינגערמאן״ עמנואל האלט גראדע (וועגן אסאך אנדערע סיבות, און וועגן זיין שיטה אין דעם אליין וכנ״ל וכדלהלן) אז די בלעטל איז בפועל [אנטאלאגיש] אראפגעפאלן ע״ד ריעליזם/מאטעריעליזם, וכדבריך. אבער, וואס ער איז יא מסכים צום ״אינגערמאן״ דזשארדזש איז אז די וועג ווי אזוי אונז קענען מיר בכלל עפרויטשען אונזער וויסן פון די סארט יסודות׳דיגע געזעצן, די ״פארוואס׳ן״, און ״ווי אזוי׳ן״ (נישט אז די יקום בעצם איז בפועל אזוי [אנטאלאגיש]), דאס איז מתוך אן איידיעליסטיק מהלך לעומת א פולשטענדיגע עפיסטעמאלאגישע רעאליסטישע. מיינענדיג, ווייל די אמת׳ע ריעליזם דערפון איז למעלה מהשגה און מ׳קען עס נישט דערגיין, מוז עס וועגן דעם צוקומען (אין די וויסן) צו אזא סארט איידיעליזם. דארט איז וואו די/דיין חילוק צווישן עי פריארי וכו׳ קלאפט אויס, ווייל די עי פריארי זאכן [מקום/זמן וכו׳] זענען אט די יסודות׳דיגע זאכן. ווי ערווענט פריער איז אט דאס א טעם פארוואס ער איז עס מהפך על פיה און דינגט זיך אויפ׳ן ״אינגערמאן״ דזשארדזש׳נס אנטאלאגישע איידיעליזם: עס קען נישט זיין אז אונזערע איידיעליסטיק רעפרעזענטאציעס פון דאס וויסן דערפון זאלן זיין די פאקטישע אנטאלאגישע עצם יקום דערפון.

לסיכום (לענ״ד בהבנת שיטתו של ה״אינגערמאן״ עמנואל): ער מאכט א חילוק צווישן עי פריארי זאכן וואס זענען איידיעליסטיק און אנדערע וואס זענען נישט. אבער די חילוק איז נאר אין די עפיסטעמאלאגיע/וויסן פון די זאכן. לגבי די עצם יקום און עקזיסטענץ/אנטאלאגיע איז ער א ריעליסט (עכ״פ צו א שטארקע עקסטענט).

📎 IMG_6050.jpg
דאס בארואיגט מיר אז ס׳מאכט סענס זיך צו מוטשענען אויף/אין זיינע ווערטער און שיטה.


ייש״כ פאר די דברי שבח. It means a lot.

*

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/438744">viewtopic.php?p=438744#p438744</a><!-- l -->

real fake news » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 11:40 am

· #438834
חתן בחור
למעשה האט מען דערווייל נישט אויסגעפונען ווייל סוכ״ס דארף א מענטש אייביג אנקוקען דעם סענסאר צו וויסן דעם ענטפער, און דעמאלטס איז עס מער נישט אבזערווירט געווארן בלויז דורכ׳ן סענסאר. פארשטייט זיך אז היינט איז עטיאיזם גאר פאפולער, און ממילא קענען רוב פיזיקער נישט אננעמען אז עס מוז זיין א קאנטשעס אבזערווירער, ווייל טאמער יא ווייזט דאס אז א מענטש איז ספעשל און נישט בלויז א פראסטע פיזיקעל ארגאניזם.


אויב סגענוג אז א הומען זאל אנקוקן שפעטער די סענסאר כדי סזאל הייסן אבזערווד, דעמאלטס ווען אונז אבזערוון די וועלט און זעהן אז סאיז 13B יאר אלט הייסט עס פונקט אזוי קאנטשעס אבזערווער און מדארף עס יא רעכענען ווי סהאט געהעריג עקזיסטעט.

מי אני » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:41 pm

· #439007
מענין לענין באותו ענין איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דר. דוד האדזשסאן און דר. הענרי סטעפ (א פיזיקער) פרובירן צו נוצן די געדאנק פון קוואנטום אומזיכערקייט צו פארענטפערן אז די אינטערעקשנס פון די נפש און גוף, לגבי די מיינד-באדי פראבלעם [אויב זענען די נפש און די גוף צוויי אפגעזונדערטע מושגים (איינס מאטעריאל און איינס נישט), ווי אזוי איז די נפש פועל אויפ׳ן גוף?], זאלן שטימען אפילו מיט די הנחה אז די וועלט איז ״פארמאכט אונטער פיזיקעל געזעצן״. דהיינו, זיי טענה׳ן אז די קוואנטום אומזיכערקייט טוהט זיך מאנעפעסטירן אפילו אויף אונזער מעקרא לעוועל, וממילא אז אונזער אבזערוואציע מיט׳ן נפש טוהט קאלעפסן די וועיוו פאנקשען, וממילא טוהט אזוי די נפש פועל זיין אויפ׳ן חומר אן דעם וואס די פילאזאפישע מושג זאל גיין קעגן די פיזיקעל הנחה.

אנדערע טענה׳ן קעגן זיי אז די עפעקטן (אז זיי זאלן מאכן א חילוק) מאנעפעסטירן זיך נאר אויף די סאבאטאמישע לעוועל, און קענסעלן זיך אויס איינמאל מ׳קומט אן אפילו צו גאר קליינע מעקרא לעוועלן.

אגב, ס׳דא א דרך אין די געביט, אז נאר די גוף איז פועל אויפ׳ן נפש און נישט פארקערט [עפיפענאמענאליזם], וואס די דוגלים דערין טענה׳ן אז דאס טוהט בעסער שטימען מיט א וועלט וואס איז ״פארמאכט אונטער פיזיקעל געזעצן״. (מ׳טרעפט אן ענליכן געדאנק, וואס ווערט גענוצט אין פסיכאלאגיע אויך (אפשר אן די ממש ״נאר״ חלק), בנוגע Embodied Cognition.)

(הרב דר. נתן סליפקין פרובירט אויך צו נוצן די קוואנטום אומזיכערקייט, אין אנהויב פון זיין The Challenge of Creation, צו משוה זיין השגחת ה׳ מיט פיזיקעל געזעצן. ווי אויך פרובירט מען דאס צו נוצן בנוגע בחירה חופשית, ווי אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות.)

מי אני » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 7:03 am

· #460389
ועוד בנוגע די ״גערודער פון די בוים וואס פאלט אליין אין וואלד״ איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען מענין לענין באותו ענין צו זינון׳ס [i]מילעט פּאראדאקס[i]. דאס זאגט אז איין איינצעלנעם גרעין ווען עס פאלט צו די ערד מאכט נישט קיין קול/רעש אבער ווען טויזענט פאלן מאכט עס יא א רעש, קומט דאך אויס אז א טויזענט ״גארנישטס״ [בנוגע רעש] ברענגען צושטאנד אן ״עפעס״. אריסטו האט געענטפערט דערויף אז אן איינצעלנע גרעין ווען עס פאלט מאכט יא א רעש נאר אונז פשוט הערן עס נישט. ווען טויזענט פון די רעש׳ן קומען זיך צאם קען מען שוין יא הערן די סומע פון די אלע טויזענט רעש׳ן וואס מ׳קען בעצם נישט הערן.

מי אני » מוצ"ש יאנואר 9, 2021 11:43 pm

· #465356
עס איז אינטרעסאנט צו באטאנען אז דער פוילישער טעארעטישע פיזיקער דר. וואזשיע זורעק פּאָזיטירט א געדאנק וואס ער רופט קוואנטום דארוויניזם. דאס איז (אין גאר גאר קורצן און גרוֺיסליִ אָווערסימפּליפייד) אז דאס וואס די פארשידענארטיגע מעגליכע קוואנטום סטעיטס וואס זענען סוּפּערפּאָסד מעיקרא זענען אזוי איז ווייל די וועיוופאָנקשען פון די פארשידענארטיגע מעגליכקייטן [וועיוו(לענגט)ס] האבן א קאָהערענס צוזאמען. ווען דאס טוהט אינטערעקטן מיט די אנדערע וועיוופאָנקשענס פון שאר דברים וואס געפונען זיך אין (אפילו נאר) די אלגעמיינע ענווייראמענט [פאָטאנס וכדומה] באקומט דאס [די ספעציפישע קוואנטום סטעיטס פון די איינע ״זאך״/פּארטיקל וכו׳ וואס זענען צוזאמען] צוביסלעך מער און מער א דיקאָהערענס צו נאר איין מעגליכקייט וואס איז מער אויסגעשטעלט פאר די ספעציפישע ענווייראמענט׳ס סטעיטס וואס אינטערעקטן דערמיט וכו׳; עס פאלט צאם צו די פּוֺינטער סטעיט. דאס איז דורך אן ענליכע מעכאניזם פון נאטורליכע סעלעקשׁאָן און אלגעמיינע עוואלושאן/דארוויניזם דורך דאס וואס זורעק רופט ביי דעם אײַנסעלעקשען [ענוויראמענט אינדוּסט סוּפּערסעלעקשאן], וואס מאכט אז די אינפארמאציע פון די ספעציפישע סטעיט וואקסט און האלט אויס אויף ווייטער. דאס פּאָזיטירט ער איז ווי אזוי מעקראסקאפּיק קלאסישע סטאבילע סטעיטס עמערדזשען און וואקסן ארויס (נאטורליך) פון די קוואנטום סטעיט(ס).

נו, איז אפילו ביי דעם קען מען נישט אנטלויפן פון עוואלושאן... 😃

מי אני » דינסטאג יאנואר 26, 2021 8:28 am

· #466075
ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז ס׳דא וואס לערנען אפ אז קאנט האט אפגעלערענט לייבניץ אלס דוגל זיין בריעליסט רילעישאנעליזם בנוגע מקום. והיינו, אז ניוטאן און לייבניץ האבן זיך געהאט געקריגט איבער די וואס מקום/ספּעיס איז. ניוטאן האט געהאלטן אז עס איז אַבּסאלוט און א מציאות פאר זיך אומאפהענגיג און אנדערע זאכן, בשעת לייבניץ האט געהאלטן אז עס איז רילעישאנעל און דעם אז עס איז תלוי און אפהענגיג אין אביעקטן וואס זענען אין איר און ווערט דעפינירט לויט ווייטקייט פון איין זאך צום צווייטן. ער האט אזוי געהאלטן מכח זיין פּרינציפּ פון סאָפישענט ריִזען, ווייל ער האט גע׳טענה׳ט אז אויב איז דאס אבסאלוט און א יקום אפילו אן אביעקטן דערין איז נישט דא קיין געהעריגע סיבה אז ג-ט זאל האבן בוחר געווען אין איין וועג אויסצושטעלן די אביעקטן דערין איבער אן אנדערע וועג. שמואל קלארק האט נישט געהאלטן אז דאס גייט קעגן דאס פרינציפ.
‏(דאס איז אלעס געווען פאר איינשטיינ׳ס טעאריע פון גענעראלע רעלאטיוויטי וואס גייט, ווי נישט, קעגן דאס געדאנק פון אבסאלוטיזם; עכ״פ ניוטאנ׳ס פארמולאציע.)

קאנט האט געהאלטן אז דאס איז א סארט טראנסאדענטעל ריעליזם, דהיינו, אז לייבניץ האלט פון ריעליסט רילעישאנעליזם. מיינענדיג, אז מקום איז טאקע רילעישאנעל אזוי ווי לייבניץ, אבער עס איז נאך אלס ריעליסט אין דעם אז די אביעקטן דערין וואס שאפן דאס זענען ״עכט״ און נישט תלוי אינעם מיינד פונעם מענטש. דאס איז אז הגם די עצם רילעישאן איז שוין יא תלוי אינעם מיינד פונעם מענטש. קאנט האט אבער געהאלטן אז בערקלי האט זיך אויך טועה געווען דערין ווייל ער האט אים אפגעלערענט אז ער האלט פארט אז אונזער וויסן פון מקום איז עמפירישע אינטואישאן [א סארט עי פאסטעריארי], ומשא״כ קאנט האט גע׳טענה׳ט אז דאס מוז זיין עי פריארי (לגמרי).

מי אני » מיטוואך מערץ 17, 2021 1:38 pm

· #468660
ובנוגע ״דארוויניען/נאטורליכע סעלעקשׁאָן״ אין פיזיקס איז אינטרעסאנט צו דערמאנען דעם קאסמאלאגישע נאטורליכע סעלעקשׁאָן געדאנק פונעם טעארעטישע פיזיקער דר. ליִ סמאלין. דאס לויטעט אז יעדעס שווארצע לאך גיבט ארויס ״אויף איר אנדערע זייט [פונעם ״ווייסן״ לאך]״ א ״קינד [פיִקונד]״ יוניווערס (צי מער, ווענדענדיג זיך מעגליך אינעם שווארצן לאך גופא), וואס איז אפגעטיילט פון די יוניווערס וואס האט איר ״געבוירן״. מייינענדיג, אז אזויפיל שווארצע לעכער ווי א יוניווערס פארמאגט אזויפיל ״קינדער״ יוניווערסעס שאפט זי. אין די ״קינד״ יוניווערסעס קענען די פּאַראַמעטערס [נומערן, שטארקייט וכו׳] פון די פונדאמענטאלע פיזישע געזעצן זיין א משהו אנדערש פונעם יוניווערס וואס האט איר געבוירן. אזא סארט יוניווערס וואס האט די ריכטיגע פּאַראַמעטערס/נומערן פאר אירע געזעצן וואס דערלאזן איר מאכן מער שווארצע לעכער אא״וו ווערט ״סעלעקטירט״ און קען טאקע האבן א קיום (אין דעם געביט). אונזערס קען גאר זיין די ״פיטעסט״ פון אלע יוניווערסעס. ער טענה׳ט ווייטער אז די געדאנק איז פאָלסיפייעבּל לפי אסטראפיזיקס. ער טענה׳ט אויך אז די ״פיטעסט״ יוניווערס וואס שאפט אזויפיל קארבּאן וואס דאס/די זעלבע פראדוצירט שטערנס (וואס לעבן לענגער) וואס קענען פארוואנדעלט ווערן אין צו שווארצע לעכער איז דאס זעלבע וואס קען אנהאלטן בעסער לעבן וואס איז מיוסד (לפי וואס אונז ווייסן) אויף קארבּאן.

דער פיזיקער דר. לעאנערד זוסקינד פרעגט דערויף אז דאס גייט נישט אין איינקלאנג מיט׳ן מהלך ווי אזוי א שווארצע לאך פארלירט אינפארמאציע, וואס אין די פאל איז דאס׳ן עס איבערגעבן צום ״קינד״ יוניווערס. (זוסקינד פאר זיך האלט ענליך, נאר עס גייט דורך דעם וואס די יוניווערס האלט אין איין אינפלעיטן און עס ״טיילט זיך אפ״ אין צו ״טאַשן [פּאַקעט] יוניווערסעס [קאָלמאן דע לוּטשיא בּאָבּל נוקליעישׁאָן].) סמאלין טענה׳ט (בתוך אנדערע תירוצים) אז דאס אז עס איז נישט עקסעסיבּל צום דרויסענדן ״פּערענט״ יוניווערס מער, מיינט נישט אז ס׳איז פארלוירן.

מי אני » מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 11:16 pm

· #483396
דער פיזיקער דר. דזשאן ארטשיבּאלד וויִלער האט געהאלטן ענליך צום טעזע פונעם אשכול. ער האט געהאלטן פון א גירסא פונעם ענטראפּיק פּרינציפּ וואס ער האט גערופן דעם פּאַרטיסיפּעטאָרי ענטראפּיק פּרינציפּ. דאס לויטעט טאקע אז כדי די יוּניווערס זאל קענען עקזיסטירן פעהלט אויס א קאַנשעס אַבּזערווער וואס זאל קאלעפּסן די וועיוו-פאָנקשען.

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 12:52 pm

· #485870
ומענין לענין אבל באותו ענין רעדט דא [19:00-21:15] דר. ראבּערט לאָרענס קוהן מיט דער פיזיקער דר. פּאָל דעיוויִס איבער דאס וואס ליגט אין דר. וויִלער׳ס דילעיד-טשוֺיס [טראכטן] עקספּערימענט אז די אַבּזערוועישענס כהיום שאפן אליין א רעלעווענטע און אקטועלע קאַנסטרעיניג עפעקט עפ״י קוואנטום מעכאניקס אויפ׳ן עבר. קוהן איז עס דערנאך מקשר צו קאַנשעסנעס (ער שמועסט שפעטער דערפון מיט דר. בּערנארד קאַר [23:05-2414] אינעם קאנטעקסט פונעם ענטראפּיק פּרינציפּ בכלל).

מי אני » מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:08 pm

· #491813
דער אפאלגעטיקער דר. וויליאם לעין קרעיג זאגט:
I think this [the Copenhagen Interpretation of Quantum Physics] actually implies the existence of God if you adopt this interpretation. Because, you see, the finite observer looking into the box can himself be given a quantum physical description. As a physical object, he can be described by quantum physics. That means he exists in an indeterminate superposition of states unless somebody else observes him. But then the same thing is true of that person, and you get a chain where nobody is collapsed! There is no reality, and yet classical reality obviously exists. Here we are! So what collapses the ultimate indeterminacy of the whole universe? Ultimately it leads to a kind of ultimate observer who collapses the indeterminacy in the universe and therefore is implied by the Copenhagen Interpretation. Otherwise it would never get collapsed and nothing would ever truly exist. So this Copenhagen Interpretation, I think, ultimately implies the existence of such a being which is necessary to collapse the indeterminacy of the universe and halt the infinite regress of measurers. That is the answer to the measurement problem – you halt it with a non-physical observer. Because the observer is non-physical he cannot be described by the equations of quantum mechanics. Therefore that is why the chain of observation stops with the ultimate observer who transcends the physical world and collapses the indeterminacy in the universe

So this is actually, I think, a good argument for the existence of God if you embrace this Copenhagen Interpretation of quantum physics

ער זאגט בסתם אז ״יודע הכל״ מיינט נישט בעצם ״רואה הכל״ (ועיין במו״נ ח״א פ״ד).

מי אני » זונטאג מערץ 20, 2022 4:56 pm

· #496730
הרב דר. משה רט, אין זיין בוך ״פנטזיהדות״, נוצט דעם געדאנק פון איידיעליזם לגבי סיפורי התנ״ך ואגדות חז״ל. והיינו בקיצור, אז בעצם איז דאך אלעס בעצם נאר אינעם מח/שכל וכח המדמה פונעם מענטש. די חילוק אין איידיעס איז בעצם נאר אין קוואליטעט; וועלכעס איז מער אינסטענטיעיטעד בפראקטיק אלס א השפעה פאר׳ן מענטש. און די מיתוסים פון רעליגיע זוכן טאקע צו געבן די געדאנקן/איידיעס דערפון א ממשיות׳דיגן/פראקטישן אינסטענטיעישאן כנ״ל. והיינו, די סיפורים וכו׳ של תנ״ך ואגדה זענען טאקע אויף די ״גבול״ וואס אונז רופן ״מציאות״ און וואס אונז רופן א ״געדאנק״ - ווייל בעצם זענען זיי דאך איינס און דאס זעלבע. דאס איז בכלל אין איינקלאנג מיט דעם אז בימיהם ווען עס איז געשריבן געווארן איז אט די חילוק סתם אזוי נישט געווען אזוי בולט ווי היינט.

מי אני » דאנערשטאג יולי 14, 2022 12:44 pm

· #504143
‏@חתן בחור׳ס טעזע אין די אשכול איז די געדאנק פונעם אידישן פיזיקער דר. אלכסנדר פּאלטארעק (עפ״י וואן-ניוּמען׳ס און וויִלער׳ס געדאנק בתוך דעם קאָפּענהאגען פירוש אז עס פעהלט אויס א קאַנשעס אבּזערווער צו קאָלעפּסן די וועיוו-פאָנקשען).

סבא דבהתא » דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:20 pm

· #504145
קען זיין אז דאס איז געווען די חטא עץ הדעת די דעת קען זיין איז די אפטייטש פון consciousness, און פארן חטא איז די וועלט געווען מער א דבר רוחני אין סופערפאזיציע

מי אני » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 5:46 pm

· #507591
דר. יואל וואלאוועלסקי שרייבט:
Few of us, I think, are disturbed anymore by a conflict between science and religion as it plays itself out in the first chapter of the Torah. We are not bothered by the issue of the scientific age of the earth, as we understand the word "day" differently when reading the Creation story. We understand that this chapter was never meant as a science or history-of-the-world textbook, and we should also realize that all attempts to show how the Torah text corresponds to, say, the Big Bang theory, punctuated evolution, or the particle or wave theory explanation of light are doomed to ridicule a generation from now as these scientific theories are transformed and revised, as are all scientific theories

חתן בחור » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 6:52 pm

· #507605
מ׳קען טאקע זעהן ווי דער ספר הברית האט דאס פרובירט צו טוהן בימיו, און ווי צוריקגעשטאנען עס קוקט היינט אויס.

מי אני » מאנטאג מערץ 18, 2024 9:54 am

· #555298
ומענין לענין באותו ענין, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן וויאזוי הרב גדליה נדל זצ"ל איז משווה חידוש העולם מיט קדמות. ער טוהט דאס דורך אלס דעם צי "זמן" איז א נברא לשלעצמו און הקב"ה איז למעלה ממנו. וממילא מבחינתינו איז העולם מחודש, משא"כ מבחינת הקב"ה כביכול איז טאקע העולם קדמון. דאס פארענטפערט פארוואס עס באדייט נישט קיין שינוי בו ית' דאס אז די וועלט איז באשאפן געווארן ווען "פריער" איז דאס נישט געווען. (ווי אויך איז דאס ענליך צום תירוץ פארוואס ידיעת ה' איז נישט מכחיש הבחירה.)
הרמב״ם סבור שהעולם מחודש. הבריאה התפתחה בזמן, יום אחד, יום שני וכו', ואף הזמן עצמו התחיל פעם, נברא. אריסטו ראה מסביבו את העולם החומרי. יש חומר. מתי התחיל להיות? שום דבר לא הוביל אותו לתשובה. אם כן, הניח שתמיד היה. תמיד היה זמן, ותמיד היה עולם. אבל אנחנו איננו אומרים כך. העולם התחדש, ואז גם התחדש הזמן.

אמנם ענין החידוש אינו פשוט כלל. מוסכם על הכל שהקב״ה הוא בעל השלמויות כולן, ואינו משתנה. לא נעמוד כאן על ההוכחות לכך, אבל גם אנשי התורה וגם הפילוסופים מודים בזה. אם כן, קיימת השאלה: אם העולם מחודש, מדוע הוא נברא כאשר נברא? האם עד אז לא רצה הבורא לברוא, ואז רצה? אם כן חל שינוי ברצונו, וזוהי סתירה לאומתו שהוא בלתי משתנה.

נתבונן בענין בריאת הזמן. ישנן שתי אפשרויות להבין זאת: האחת - הזמן הוא מציאות עצמאית. השניה - הזמן אינו אלא צורת חשיבה אנושית, האדם מסדר את המאורעות בסדר מסוים, והוא קורא לזה קודם ולזה מאוחר, אך אין מציאות ממשית של זמן. אותה השאלה קיימת גם לגבי החלל: האם הוא מציאות עצמאית, או שאינו אלא האופן שבו מסדר האדם במחשבתו את העצמים. היו חכמים חשובים שסברו כאפשרות השניה, ולפי שיטתם אין טעם לדבר על זמן לפני היות האדם. עם בריאת האדם התחדשה צורת החשיבה הזאת הנקראת זמן, ואי אפשר לדבר על זמן שעבר לפני בריאת האדם. לעומת זאת לפי האפשרות הראשונה - וכך סבר הרמב״ם - הזמן הוא מציאות כשלעצמה, שהיתה גם לפני היות האדם, והאדם יכול לשחזר אחורנית כמה זמן עבר בין מאורעות שונים לפני היותו, למשל, כמה זמן עבר מבריאת העשבים עד שנברא האדם. לפי שיטה זו הזמן הוא מציאות ממשית, ואף על פי שאיננו יכולים למשש אותה או לתפוס אותה בחוש, אנו תופסים אותה בחוש פנימי. מציאות זו נבראה כמו שנברא החומר, וכמו שנבראו השכלים הנבדלים, המלאכים, שגם אותם אין אנו משיגים בחושים. [באמת לכשנעמיק נוכל למצוא שגם מה שאנו משיגים בחושים אינו ממשי, אלא החושים יוצרים אצלינו את המחשבה אודות ממשות מוחשית. כל העולם המוחשי קיים רק במחשבה שלנו, ויש דרכים להוכיח זאת].

אולם, יש להבין כי לגבי הבורא, שברא את הזמן ואת החלל ואת החומר, לא תופסת השאלה מה היה לפני שברא. כי הוא וחכמתו ורצונו חד הם, ואין במציאותו בכח ובפועל, אלא הכל קיים בפועל. מבחינתו הבריאה היתה קיימת תמיד, כי חכמתו או רצונו שגזרו שתהא קיימים בפועל תמיד. הבורא ״אינו מצוי בזמן״ (הל׳ יסודי התורה א יא), וגם כשהזמן נוצר - מבחינתו אין עבר הווה ועתיד, אלא הכל הווה. גם בשאלת הידיעה והבחירה אנו אומרים כך, ״לא מחשבותי מחשבותיכם״, התפיסה של הקב״ה את המציאות אינה בתפיסתינו. אנו חושבים על העבר ומתכננים את העתיד, אנו מרגישים שיש לנו בחירה חופשית לעשות בעתיד כך או כך. ואילו הקב״ה יודע בבת אחת כל מה שהיה וכל מה שיהיה, אצלו גם העתיד הוא הווה. מבחינתו - הכל צפוי, מבחינתינו - הרשות נתונה. וכך נאמר: מבחינת הקב״ה - העולם קדמון, ומבחינתינו - העולם מחודש. התורה נכתבה בשבילינו, ובשבילינו ״בראשית״ היא גם ראשית הזמן, ומשם ואילך אפשר לדבר על עבר הווה ועתיד ומנין שנים, אבל מבחינתו ית׳ ״בראשית״ היא הסיבה. העולם קיים במחשבתו או ברצונו כביכול, והוא קיים בפועל, כולו בבת אחת.
בלאט: 1 2