☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #8654

אשכול אן א טיטל #8654

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8654

— » דינסטאג אפריל 14, 2015 11:42 pm

· #266115

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מפוזרי » זונטאג מאי 3, 2015 10:19 am

· #271938
איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צום ליינען, א ייש"כ הנהנתי.
לאות שעיינתי בדבריך וועל איך צולייגן אפאר הערות:
בנוגע די שאלה פארוואס דארף מען רשות לרפאות, שרייבט הרב קוק אין משפט כהן אין א תשובה וועגן מציצה בפה, אז אזא רפואה וואס איז שוין נתאמת געווארן אז ס'קען זיכער היילן, איז מען אוודאי מחויב צו היילן אלס לא תעמוד על דם רעך. די רשות לרפאות פעלט נאר אויס פאר עפעס וואס איז נאכנישט פעסטגעשטעלט און ס'איז נאר סברת הרופאים.
בנוגע הוצאת איברים, פאר אומגעפער צען יאר צוריק האט די רבנות הראשית ארויסגעגעבן אן עפנטליכער פסק להיתר, האט זיך אנגעהויבן א געראטשקע וחזרו בהם. געדענק איך אז הרב וואלדנברג האט דעמאלס געשריבן א שארפע תשובה לאסור, פרעגט ער דארט רעטאריש צו די וואס האלטן אז ס'הייסט שוין געשטארבן וואלטן אויך מתיר געווען אשתו לעלמא. ואני מעולם תמהתי וואס פאלט אים איין אז נישט, איז דען רציחה מער קל ווי אשת איש?
אז מ'רעדט שוין פון הוצאת והשתלת איברים איז כדאי צו דערמאנען דער קוראזש-פולער פסק פון הרב אלישיב, ווען ס'האט זיך גערעדט וועגן די מעגליכקייט פון איינהאנדלן איברים פון די צום טויט פאר'משפט'ע אין כינע. ער האט עס גע'אסר'ט בכל התוקף אפילו במקום פיקוח נפש ודאי אלס חילול השם.