☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה

כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14731

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יולי 18, 2021 5:22 pm

· #477880
כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה
כ'זיץ דא אויף מיין קליינעם נידריגן אומבאקוועמען בענקל תשעה באב ביינאכט ביים ליינען די קינות, אין דעם בית המדרש הדומה למקדש מעט, מיט האלבע אויסגעלאשענע לעקטער. מיט מיין מויל זינג איך מיט די טרויעריגע איכה ניגון, ווען אין מיין הארץ ווינדערט מיך וויפיל נאך יארן גייט מען ברויכן אזוי זיצן אויף דער ערד?! איז דען נישט נאענט צו צוויי טויזענט יאר גענוג??

יא אונז האבן געזינדיגט. די בית המקדש איז חרוב געווארן, און אונז זענען פארטריבן געווארן פון אונזער לאנד, דורך געגאנגן גלות'ן און גירושין, השמדות און חרבנות, מיר זענען אנטלאפן פון איין לאנד צום צווייטן. אבער וויפיל איז די שיעור??

די סיבה פונעם ערשטן חורבן בית המקדש, ווי חז"ל ברענגן איז געווען די דריי עבירות, ע"ז, ג"ע, שפיכות דמים, און השבתת שמיטות. אין מדרש איכה ווערט געברענגט, אז דער באשעפער האט יא מוותר געווען אויף די ג' חמורות און נישט אויף מאיסת התורה (ביטול תורה). משא"כ די צוייטע ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חינם. (ס'מיינט אבער נישט אז אז חוץ די פיר עבירות איז נישט געווען קיין שנאת חינם אדער אנדערע עבירות ווי למשל עיוות הדין, אבער דאס קען זיין גייט אויך אריין אין די עבירה פון שפיכת דמים).

די ערשטע גלות האט נאר אנגעהאלטן זיבעציג יאר, און דערנאך איז מען ארויף געגאנגן קיין ארץ ישראל ברשות כורש. מ'האט אנגעהויבן בויען דאס לאנד פון ניי, און עס זענען טאקע געווען אסאך שטרויכלונגן פון די פעלקער ארום צו בויען דעם ביהמ"ק השני. ווי מ'זעהט אבער אין ספר עזרא און נחמי', למעשה נאך זיבעציג יאר גלות האט מען זיך צוריק געזעהן אין אונזער היימלאנד
‏
‏שטעלט זיך קשיא, גאט זיסער! פארוואס אזוי לאנג? פאר איין עבירה פון שנאת חינם ברויכן מיר אדורך גיין אזויפיל יארן גיהנם? ביזט גערעכט אז מיר האבן געזינדיגט, אבער פארוואס אזוי לאנג?? די אמת איז אז ס'נישט מיין קשיא, דער בעל הקינות וואס האט מחבר געווען געווען איכה, ירמיהו הנביא, פרעגט שוין די קשיא:
לָ֤מָּה לָנֶ֨צַח֙ תִּשְׁכָּחֵ֔נוּ תַּֽעַזְבֵ֖נוּ לְאֹ֥רֶךְ יָמִֽים?
הֲשִׁיבֵ֨נוּ ה' אֵלֶ֨יךָ֙ וְֽנָשׁ֔וּבָה חַדֵּ֥שׁ יָמֵ֖ינוּ כְּקֶֽדֶם!
כִּ֚י אִם מָאֹ֣ס מְאַסְתָּ֔נוּ קָצַ֥פְתָּ עָלֵ֖ינוּ עַד מְאֹֽד!

די קינות איז געשריבן געווארן ביים ערשטן חורבן, וואס נאך בלויז זיבעציג יאר איז מען שוין געווען צוריק אין אונזער לאנד, וואס זאל אונז זאגן? כִּ֚י אִם־מָאֹ֣ס מְאַסְתָּ֔נוּ קָצַ֥פְתָּ עָלֵ֖ינוּ עַד־מְאֹֽד? דאס איז גאר ווייניג ארויסצוברענגן אונזער ווייטאג!

דעם שבת ביי שלש סעודות זעמער געזעצן מיט די משפחה, און מיין ב"ב האט זיך אנגערופן אין מיטן א שמועס אז נעקסטן יאר וועט משיח שוין אוודאי דא זיין, און מיר וועלן שוין זיין אין ארץ ישראל. פרעגט מיין זוהן זז"ג, וואס גייט זיך טוישן נעקסטע יאר פון היי יאר? פארוואס עפעס גייט מען נעקסטע יאר זיין אין ארץ ישראל מער פון היי יאר? אויב טוט מען גארנישט דערצו וויאזוי זאלן זאכן געשען? ער פרעגט דאך זייער גוט!
‏
האב איך א קנייטש געטוהן אין שטערן און געענפערט אזוי.

אז נעקסטע יאר גייט משיח קומען און גייט מיטברענגן מיט זיך אבאנטש גאלדענע אדלערס, א ווייסע אייזל, און מ'גייט איינשפאנען דעם עולם פון אמעריקע, יוראפ, און אסטראליע, ווי אויך פון די איבעריגע גלות לענדער. מ'גייט זיך הייבן אין די לופט, משיח גייט שפאנען פאראויס, און מ'גייט לאנדן אין ארץ ישראל. אויפן וועג גייט מען אויך אויפפיקן די פארלאזטע עשרת השבטים פון די אנדערע זייט סמבטיון, און ווען די פליענדיגע שטיינער גייען נאר זעהן ווי משיח'ס ווייסע אייזל'ס וויידל שאקעלט זיך, גייען זיי גלייך רוען פונקט ווי יום שכלו שבת, אלס לכבוד מלך המשיח וואס איז בבחינת מלכות בבחינת שבת!. דאס איז א שיינע פאנטאזיע...

שכינה אומרת: שובה אלי ואשובה אליכם
‏
פארוואס איז עס נישט געשעהן פאר א יאר, א יאר פריער, אדער אפילו נישט היי יאר? ווייל ס'גייט למעשה נישט געשעהן. מ'גייט נישט פליען אויף קיין גאלדענע אדלערס, משיח גייט נישט רייטן אויף קיין ווייסע אייזלן. די אלע חלומות און פאנטאזיעס איז שיין געווען אין די מיטל אלטער פאר די קליינע קינדער, בעת מ'האט זיי געלייגט שלאפן. די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר גייען זיין צוריק אין אונזער היימלאנד ארץ ישראל, איז אז מיר גייען טוהן השתדלות דערצו אז מיר גייען זיך ציען קיין ארץ ישראל, אז מיר גייען זיך בענקן אויף למעשה, נישט סתם צו קלאגן מיט אפאר שיינע שטיקלעך פון פאעטישע קינות.

אויב גייען אונז נישט טוהן קיין השתדלות ווייל דא אין גלות איז פשוט באקוועמער, די פאמיליע וואוינט דא, די ביזנעס איז דא, די רבי וואוינט דא, מיט נאך פוילע תירוצים, דאן גייט מען שיינערהייט בלייבן אין גלות ביז גאט וועט שיקן זיינע מעסעדזשעס וואס ס'נישט אייביג צו בע'טעמ'ט.

פון קלאגן יעדעס יאר מיט א פרישקייט, זיך זעצן אויף די ערד און זינגן איכה מיט פאעטישע קינות וואס די גאונים און ראשונים האבן מייסד געווען, פון זינגן יעדן סדר נאכט אדער נעילת החג לשנה הבאה בירושלים הבניוה (צו אן דעם הבנויה, כל אחד ואחד כפי מנהג החצר שלו), גייען זיך זאכן נישט טוישן, דער לאנגער גלות וועט ווייטער זיין לאנג, און נאך לענגער. עס ליגט אין אונזער הענט צו מאכן א סוף דערצו. כ'בין מקנא די אידן וואס זענען עולה קיין ארץ ישראל אויף צו בלייבן וואוינען דארט, די אידן וואס גייען טעגליך ארויף אויפן הר הבית (ביז וואו מ'מעג פארשטייט זיך), די וואס טוען טאג טעגליכע השתדלות פאר'ן אויפבלי פון אונזער היימלאנד ישראל, הלוואי ויהי חלקנו עמהם בקרוב ממש נאך פאר מ'גייט זינגן נעקסטן יו"ט לשנה הבאה בירושלים הבניוה. זאלן אונז שוין קענען זינגן דעם הלל הגדול, ונתן ארצם לנחלה כי לעולם חסדו, נחלה לישראל עבדו כי לעולם חסדו, און בקרוב זוכה זיין צו הערן די שיינע מוזיק און געזאנגן פון די לווים

שִׁיר מִזְמוֹר לִבְנֵי קֹֽרַח׃
גָּדוֹל ה' וּמְהֻלָּל מְאֹד בְּעִיר אֱלֹקֵינוּ הַר קָדְשֽׁוֹ׃
יְפֵה נוֹף מְשׂוֹשׂ כָּל הָאָרֶץ הַר צִיּוֹן יַרְכְּתֵי צָפוֹן קִרְיַת מֶלֶךְ רָֽב׃
אֱלֹקִים בְּאַרְמְנוֹתֶיהָ נוֹדַע לְמִשְׂגָּֽב׃
כִּֽי הִנֵּה הַמְּלָכִים נֽוֹעֲדוּ עָבְרוּ יַחְדָּֽו׃
הֵמָּה רָאוּ כֵּן תָּמָהוּ נִבְֽהֲלוּ נֶחְפָּֽזוּ׃
רְעָדָה אֲחָזָתַם שָׁם חִיל כַּיּֽוֹלֵדָֽה׃
בְּרוּחַ קָדִים תְּשַׁבֵּר אֳנִיּוֹת תַּרְשִֽׁישׁ׃
כַּֽאֲשֶׁר שָׁמַעְנוּ כֵּן רָאִינוּ בְּעִיר ה' צְבָאוֹת בְּעִיר אֱלֹקֵינוּ אֱלֹקִים יְכוֹנְנֶהָ עַד עוֹלָם סֶֽלָה׃
דִּמִּינוּ אֱלֹקִים חַסְדֶּךָ בְּקֶרֶב הֵיכָלֶֽךָ׃
כְּשִׁמְךָ אֱלֹקִים כֵּן תְּהִלָּתְךָ עַל קַצְוֵי אֶרֶץ צֶדֶק מָלְאָה יְמִינֶֽךָ׃
יִשְׂמַח הַר צִיּוֹן תָּגֵלְנָה בְּנוֹת יְהוּדָה לְמַעַן מִשְׁפָּטֶֽיךָ׃
סֹבּוּ צִיּוֹן וְהַקִּיפוּהָ סִפְרוּ מִגְדָּלֶֽיהָ׃
שִׁיתוּ לִבְּכֶם לְֽחֵילָה פַּסְּגוּ אַרְמְנוֹתֶיהָ לְמַעַן תְּסַפְּרוּ לְדוֹר אַֽחֲרֽוֹן
כִּי זֶה אֱלֹקִים אֱלֹקֵינוּ עוֹלָם וָעֶד הוּא יְנַֽהֲגֵנוּ עַל מֽוּת׃

פערינא » זונטאג יולי 18, 2021 5:31 pm

· #477881
אויב ס'איז נישט אויף א אייזעל, וואס פעלט דיר אויס די גרעסטע גאנצע מעשה? וואס איז שלעכט מיט ניו יארק? וואס איז אזוי שיין פון די לוויים מיוזיק? אויס ס'איז נישט די טראדיציאנאלע מהלך וואס פעלט מיר מיט די מאדערנע אמעריקע?

וואלווי » זונטאג יולי 18, 2021 5:47 pm

· #477883
פערינא
אויב ס'איז נישט אויף א אייזעל, וואס פעלט דיר אויס די גרעסטע גאנצע מעשה? וואס איז שלעכט מיט ניו יארק? וואס איז אזוי שיין פון די לוויים מיוזיק? אויס ס'איז נישט די טראדיציאנאלע מהלך וואס פעלט מיר מיט די מאדערנע אמעריקע?


טראדיציאנאל קען נאר זיין אן עלעקטריק אדער געז?

קען מען דען נישט האבן לייוו מיוזיק פון לווים בראדקעסטעד איבעראל?

מ'מעג נישט שניידן ווייץ אדער האדעווען בהמות מיט מאדערן מאשינערי?

ס'פאלט נישט אן פאר א רבי און חדר צו אויס משל'ן פאר די קינדער די קעשלעס הייוועי קיין ירושלים מיט HOV לעינס פאר די גרויסע משפחות ערב די שלש רגלים.

דאס אז די גאולה איז ביי רוב כלל ישראל א לעגענדע, דאס קומט פון נישט טראכטען מציאות'דיג אז מ'קען אויסגעלייזט ווערען. אז מ'בלייבט שטעקען מיט א פארצייטישע מנחם מענדל'דיגע בילד פון א ווייסע אייזל, בלייבט עס א לעגענדע.

פערינא » זונטאג יולי 18, 2021 8:01 pm

· #477888
טראדיציאנאל מיינט מען אז מ'ווארט און מ'איז מתפלל אויף משיח'ן. א משיח פון גאט און זיינע קרבנות, א אלט מאדישע -און די איין איינציגער- השגה פון אויסלייזן און א נייע אנהייב פון ותחזינה ענינו. אויב ברענגט אים נישט גאט וואס דארף איך אים? וואס איז אזוי גוט פון ארץ ישראל און לוויים מיוזיק. איך בין זייער גוט מיט בילי זשאול בראדקעסטס אין מעדיסאן סקווער גארדען. איך דארף נישט די ספרדישע איזרעיליס. נאר אויב ס'איז דא א משיח וואס קומט אויף א חמור. נאר אויב גאט באווייזט זיך און לאדענט מיך איין. אמת'דיג, די בית המקדש מיט אירע קרבנות איז די downside פון משיח. אדער באווייזט ער זיך מיט אותות ומופתים אדער בלייב איך דא אין די קאנטרי. איך דארף נישט קיין ברייטע הייוועי אריין צו א פלאץ ווי מ'שעכט שאף. דאס איז פאר אים.

השיבנו השם

מי אני » זונטאג יולי 18, 2021 8:09 pm

· #477889
‏דא הא׳מיר אראפגעברענגט אז בעצם, לפי הרמב״ם, איז די געדאנק פון ״משיח״, ״ימות המשיח״, ״אחרית הימים״ אא״וו א ריין ראציאנאלע אידעאל צו וואס די מענטשהייט בכלליות גרייכט, ועכ״פ דארף צו גרייכן, אלס נענטער און נענטער אסימפּטאטיש. ובאמת לפי״ז איז איה״נ אז די ״טראדיציאנאלע״ קאנסעפּשאן פון ביאתו ווערט אָטיִאָס. ווען די גאנצע וועלט קומט אלס נענטער און נענטער צו תכלית פּאָטענשׁאל האדם פון השגת המושכלות וממילא הקב״ה על האמת [התפתחות בחכמה ובמאראל וכו׳ וכו׳], פאלט טאקע אלס מער און מער אוועק די ״אויבערהאנט״ וואס אידן האבן אין דעם רעגארד נגד שאר בני אדם, וממילא קען מען טעקניקעלי טאקע בלייבן וואו אימער מ׳איז אויף די וועלט; די ווארט איז טאקע נישט ״דייקא״ א״י ‏(דאס נעמט דעם ויואל משה׳ס צווייטע מאמר נאך ווייטער...). אין קורצן עס איז א סארט גלאבאליסטישע יוּטיִאָפּיִען יוּמעניסם אלס אן אידעאל.

איי וואס דער רמב״ם זאגט אין הלכות מלכים (ריש) פי״א ופי״ב? איז קען מען ענטפערן אז עס איז טעארעטיש עפ״י ראציאנאל אויב קומט אפיר א כאריזמאטישע פירער ביי אידן פאר די וועלט איז לגמרי גרייט דערפאר; עס איז נאך אלס מער טרייבּעליסט. אין אזא פאל זענען די פראקטישע הלכות אזוי ווי ער לייגט עס אראפ. די ״מאמין בו ומחכה לביאתו״ איז אויף די עצם אידעאל הנ״ל; התפתחות ותיקון העולם בכלל. (דאס איז בפרט לפי דעם וואס ער זאגט דארט אין פי״ב ה״ב; דאס איז לכאורה ״כלל הדבר״ (אחוץ דעם ענין פון דייקא ״קיבוץ״ ומלך בא״י לישראל דוקא ובנין המקדש) - ״לקרוא כולם בשם ה׳ ולעבדו שכם אחד״ והיינו השגתו באמת. והיינו לגבי די פסוקים/יעודים וואס ער צייכענט צו אינעם פריערדיגן פרק איז ווי ווייט די משלים, וואס ער זאגט אין פי״ב אז די פסוקים זענען, טוהן גייען.).

ואגב, דאס אז די וועלט ווערט מער און מער אטעאיסטיש איז ל״ד א סתירה דערצו. פונקט אזוי ווי מען פארשטייט אז דער מאראלישער אטעאיסט העוסק בחכמה ובמושכלות איז א גרעסערער ״מכיר ועובד ה׳״ ווי דער שטארק גלויביגער טעראריסט וואס הרג׳עט מענטשן בפירוש בשם רעליגיע והשם (אזא סארט ״הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו״). ודון מינה וכו׳.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 21, 2021 4:54 pm

· #478061
דער גאלדענער אדלער: איך מוז דיך אנשרייען אז דו האסט ציונ'יסטישע געדאנקען (אויב ביסטו אליין, (ח"ו) נישט נתפס געווארן לציונות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא.).

ס'הייסט? טון השתדלות פאר אויפבויען ארץ ישראל און זיך גרייטן צו די גאולה? לאז זיין דורך משיח. אבער סיי וועלכע השתדלות טאר מען נישט. ס'איז הארבער ווי די ג' חמורות. פרעג נאר ביי הרב ישראל דוד ווייס תמ"ל.

אונז ערליכע אידן פון די נטורי חרתא האבן שוין אויפגעהערט צו זאגן ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים...! ס'הייסט. מ'שעמט זיך נישט ארויסצוזאגן דאס ווארט ציון. פאלעסטינע באלאנגט דאך פאר די אראבערס. די רעליגיעזע ציונים האבן עס אריינגעשמוגלט אין סידור.

ס'איז דא א סידור פון אן אלטע דרוק פון די נטורי חרתא (און הרב שמאפלאן ) פון 400 יאר צוריק. דארט שטייט בכלל נישט דאס ווארט..."ציון"...ס'שטייט פאלעסטינע...!

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 21, 2021 6:25 pm

· #478073
איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?

וואלווי » מיטוואך יולי 21, 2021 6:57 pm

· #478079
קאצקע ציקער
איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?


ס'צוויי באזונדערע זאכן אין צוויי אנדערע צייטן. די משיח געדאנק איז געזאגט געווארן אויף די עתיד נאך קיבוץ גליות אדום. משא"כ ביי גלות בבל איז געווען א הבטחה אז נאך זיבעציג יאר גייט מען צירוק.

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 21, 2021 7:01 pm

· #478082
קאצקע ציקער
איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?


די געדאנק פון "אונזער" משיח און די שלש שבועות האט נאך נישט עקזיסטירט דאו.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יולי 21, 2021 7:14 pm

· #478086
Re: כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה
קאצקע ציקער
איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?
זיי האבן יא געווארט, און משיח איז טאקע געקומען צו הילף, נאר יענער משיח איז געווען א גוי מיטן נאמען "כורש", כה אמר ד' למשיחו לכורש... ( ישעיהו מ"ה )

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

מצפצף » מיטוואך יולי 21, 2021 7:32 pm

· #478090
אפילו פריער בזמן בית ראשון האט מען שוין געווארט.
גאנץ ישעי' איז דאך פול מיט דעם.

וואלווי » מיטוואך יולי 21, 2021 11:09 pm

· #478126
מצפצף
אפילו פריער בזמן בית ראשון האט מען שוין געווארט.
גאנץ ישעי' איז דאך פול מיט דעם.


ספר ישעי' איז נביאות ע"ש העתיד

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 21, 2021 11:43 pm

· #478135
וואלווי
קאצקע ציקער
איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?


ס'צוויי באזונדערע זאכן אין צוויי אנדערע צייטן. די משיח געדאנק איז געזאגט געווארן אויף די עתיד נאך קיבוץ גליות אדום. משא"כ ביי גלות בבל איז געווען א הבטחה אז נאך זיבעציג יאר גייט מען צירוק.

הייסט ווען זיי זענען צירקגעגאנגען האבן זיי געוויסט אז זיי זענען נאך אין גלות סא בשעת די צווייטע בית המקדש האט מען זיך געווינטשן אז משיח זאל שוין קימען?

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 21, 2021 11:57 pm

· #478139
קאצקע ציקער
וואלווי
קאצקע ציקער
איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?


ס'צוויי באזונדערע זאכן אין צוויי אנדערע צייטן. די משיח געדאנק איז געזאגט געווארן אויף די עתיד נאך קיבוץ גליות אדום. משא"כ ביי גלות בבל איז געווען א הבטחה אז נאך זיבעציג יאר גייט מען צירוק.

הייסט ווען זיי זענען צירקגעגאנגען האבן זיי געוויסט אז זיי זענען נאך אין גלות סא בשעת די צווייטע בית המקדש האט מען זיך געווינטשן אז משיח זאל שוין קימען?


אוי האסטו גוט געפרעגט...

מצפצף » דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:44 am

· #478145
וואלווי
מצפצף
אפילו פריער בזמן בית ראשון האט מען שוין געווארט.
גאנץ ישעי' איז דאך פול מיט דעם.


ספר ישעי' איז נביאות ע"ש העתיד

פשט אַז מ'האט שוין דעמאלט ארויסגעקוקט אויף א בעסערע עתיד, א.ק.א. משיח.

פערינא » דאנערשטאג יולי 22, 2021 8:58 am

· #478152
מצפצף
וואלווי
מצפצף
אפילו פריער בזמן בית ראשון האט מען שוין געווארט.
גאנץ ישעי' איז דאך פול מיט דעם.


ספר ישעי' איז נביאות ע"ש העתיד

פשט אַז מ'האט שוין דעמאלט ארויסגעקוקט אויף א בעסערע עתיד, א.ק.א. משיח.


ממש אזוי ווי בזמן הזה.

קיינער און ארץ ישראל וואונטש זיך נישט היינט צוטאגס אז ס'זאל בלייבען סטאטוס קוואו. יעדער וויל בעסער.

וואלווי » דאנערשטאג יולי 22, 2021 3:51 pm

· #478173
מצפצף
וואלווי
מצפצף
אפילו פריער בזמן בית ראשון האט מען שוין געווארט.
גאנץ ישעי' איז דאך פול מיט דעם.


ספר ישעי' איז נביאות ע"ש העתיד

פשט אַז מ'האט שוין דעמאלט ארויסגעקוקט אויף א בעסערע עתיד, א.ק.א. משיח.


עתיד מיינט עתיד לבא ביי די גאולה שלימה

פון נאך די עליית בבל ביז חורבן בית שני איז נישט געווען קיין גלות. נביאות ישעי' מיינט נישט מענטשען אויפ'ן גאס בשעת קרעכצען נאך א שווערע טאג ארבעט ווייל ס'פעלט אביסל באקוועמליכקייטן. די נביאה איז בלשון כללי אז אפי' די לאנגע גלות אדום האט אויך א סוף.

וואלווי » דאנערשטאג יולי 22, 2021 3:57 pm

· #478175
קאצקע ציקער
וואלווי
קאצקע ציקער
איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?


ס'צוויי באזונדערע זאכן אין צוויי אנדערע צייטן. די משיח געדאנק איז געזאגט געווארן אויף די עתיד נאך קיבוץ גליות אדום. משא"כ ביי גלות בבל איז געווען א הבטחה אז נאך זיבעציג יאר גייט מען צירוק.

הייסט ווען זיי זענען צירקגעגאנגען האבן זיי געוויסט אז זיי זענען נאך אין גלות סא בשעת די צווייטע בית המקדש האט מען זיך געווינטשן אז משיח זאל שוין קימען?


זיי זענען נישט געווען אין גלות

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 22, 2021 4:37 pm

· #478177
זעהט אויס אז אין סיגוט האט מען אנדערש אפגעטייטשט דעם "שובה אלי ואשובה אליכם" קער זיך צוריק קיין סיגוט זאגט גאט, און איך וועל מיך צוריקקערן צו ענק.

הנה ימים באים נאום ד' ושבתי... קיין וואו אהין? ס'הייסט?! קיין סיגוט!!!

נישט נאר א אונזער היימלאנד וואס הייסט סיגוט פארמאגן זיי, נאר אויך גאר א עיר האבות!! אך! ביז היינט האב איך געמיינט אז עיר האבות איז חברון, יעצט ווער איך געוואר אז כ'האב געמאכט א גרויסן טעות! עיר האבות איז סיגוט! אין סיגוט האבן אויך געוואוינט רעפארמערס? די לשונות דערמאנען מיך פון די וואס האבן געזאגט, בערלין איז אונזער ירושלים!!

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 22, 2021 6:02 pm

· #478179
וואלווי
קאצקע ציקער
וואלווי
קאצקע ציקער
איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?


ס'צוויי באזונדערע זאכן אין צוויי אנדערע צייטן. די משיח געדאנק איז געזאגט געווארן אויף די עתיד נאך קיבוץ גליות אדום. משא"כ ביי גלות בבל איז געווען א הבטחה אז נאך זיבעציג יאר גייט מען צירוק.

הייסט ווען זיי זענען צירקגעגאנגען האבן זיי געוויסט אז זיי זענען נאך אין גלות סא בשעת די צווייטע בית המקדש האט מען זיך געווינטשן אז משיח זאל שוין קימען?


זיי זענען נישט געווען אין גלות

איז וואס האבן זיי דעמאלטס געטראכט אויף וואס גייט ארויף די אלע פסוקים פון גאולה ?

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 22, 2021 6:46 pm

· #478183
דער גאלדענער אדלער
זעהט אויס אז אין סיגוט האט מען אנדערש אפגטייטשט דעם "שובה אלי ואשובה אליכם" קער זיך צוריק קיין סיגוט זאגט גאט, און איך וועל מיך צוריק קערן צו ענק.

הנה ימים באים נאום ד' ושבתי... קיין וואו אהין? ס'הייסט?! קיין סיגוט!!!

נישט נאר א אונזער היימלאנד וואס הייסט סיגוט פארמאגן זיי, נאר אויך גאר א עיר האבות!! אך! ביז היינט האב איך געמיינט אז עיר האבות איז חברון, יעצט ווער איך געוואר אז כ'האב געמאכט א גרויסן טעות! עיר האבות איז סיגוט! אין סיגוט האבן אויך געוואוינט רעפארמערס? די לשונות דערמאנען מיך פון די וואס האבן געזאגט, בערלין איז אונזער ירושלים!![ף

ס'רעדסטו? די פארשאלטענע משכילים? וואס גלייכסטו צו?
היינט איז דא א נסיון פון צו טראכטן פון ארץ ישראל, די קדושה האט שוין לאנג פוקע געווען.... היינטיגע אינגערליייט.... מ'דארף מער אריינבאקן אין די אינגווארג זאלן זיך קאכן אין ויואל משה....

פאר מער קרעפ זענט איר מכובד צו ליינען אייוועלט.

תרמב » דאנערשטאג יולי 22, 2021 8:32 pm

· #478187
דו האסט נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא מושג מליצות? ס’איז סאך הכל א מליצה געבויעט אויף פסוקים.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 22, 2021 9:38 pm

· #478190
ס׳נאר אינטערעסאנט אז ס׳פאלט קיינעם נישט ביי איז די פסוק אליינס איז אויך נישט מער ווי א מליצה. איינער איז שטעקן געבליבן ביים ויואל משה, דער צווייטער איז שטעקן געבליבן ביי ישעיה, אין מיינע אויגן זענען ביידע אייניג גערעכט/אומגערעכט קלוג/נאריש.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:19 pm

· #478200
Re: כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה
וואו איז די מליצה?? ירמי' הנביא זאגט נביאות פאר די אידן אין מיטן די טינקעלע צייטן פארן חורבן בית ראשון ווי רוב ארץ ישראל איז שוין געווען חרוב. און די נביאה איז געקומען פון גאט אז ירמיהו זאל אראפ שרייבן דעם פסוק אינעם ספר ווייל באחרית הימים גייט דער פסוק פולקאם מקויים ווערן. פונקט אזוי ווי די אנדערע פורענות וועלן מקויים ווערן נאענט צו יענע צייט ווען די נביאה איז געשריבן געווארן פונקט אזוי וועט די נחמה פון שיבת ציון אויך פולקאם מקויים ווערן.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:45 pm

· #478205
דער גאלדענער אדלער
זעהט אויס אז אין סיגוט האט מען אנדערש אפגטייטשט דעם "שובה אלי ואשובה אליכם" קער זיך צוריק קיין סיגוט זאגט גאט, און איך וועל מיך צוריק קערן צו ענק.

הנה ימים באים נאום ד' ושבתי... קיין וואו אהין? ס'הייסט?! קיין סיגוט!!!

נישט נאר א אונזער היימלאנד וואס הייסט סיגוט פארמאגן זיי, נאר אויך גאר א עיר האבות!! אך! ביז היינט האב איך געמיינט אז עיר האבות איז חברון, יעצט ווער איך געוואר אז כ'האב געמאכט א גרויסן טעות! עיר האבות איז סיגוט! אין סיגוט האבן אויך געוואוינט רעפארמערס? די לשונות דערמאנען מיך פון די וואס האבן געזאגט, בערלין איז אונזער ירושלים!!


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/459771">viewtopic.php?p=459771#p459771</a><!-- l -->

קאצקע ציקער » פרייטאג יולי 23, 2021 2:37 pm

· #478239
למעשה פארשטיי איך נישט פארוואס אין די וועלט קען (זאל) מען נישט בויען א דריטע בית המקדש שוין היינט און ווייטער ווארטן אויף ביאת המשיח

און אז מען רעדט שוין יא , האבן די יודן געפראוועט תשעה באב בשעת די צווייטע בית המקדש איז געשטאנען?

דערהויבענע איד » פרייטאג יולי 23, 2021 2:53 pm

· #478240
קאצקע ציקער
למעשה פארשטיי איך נישט פארוואס אין די וועלט קען (זאל) מען נישט בויען א דריטע בית המקדש שוין היינט און ווייטער ווארטן אויף ביאת המשיח

ס'דא א גרופע - וואס ביי די היינטיגע קאריגטעזירטע וועלט הייסן זיי מזרח'יסטן - וואס איז עוסק אין בויען די כלים פאר די בית המקדש - זיי האבן שוין גרייט אפאר - ,און זיי זאגן אז זיי מאכן השדתלות צו בויען די בית המקדש.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יולי 23, 2021 2:53 pm

· #478241
קאצקע ציקער

און אז מען רעדט שוין יא , האבן די יודן געפראוועט תשעה באב בשעת די צווייטע בית המקדש איז געשטאנען?

כ׳מיין ס׳איז א מחלוקת ראשונים שוין.

בן נון » פרייטאג יולי 23, 2021 4:24 pm

· #478243
קאצקע ציקער
למעשה פארשטיי איך נישט פארוואס אין די וועלט קען (זאל) מען נישט בויען א דריטע בית המקדש שוין היינט און ווייטער ווארטן אויף ביאת המשיח

זאג נאר פון אל-אקצא האט איר שוין געהערט אמאל
אז מרעט שוין משה פייגלין האט געהאט א פלאן עס אויסצוגרובן אין שיקן קיין סאדיא אראביע ואנחנו לא זכינו

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יולי 25, 2021 2:43 pm

· #478286
Re: כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה
@קאצקע ציקער

"[quote="קאצקע ציקער"]למעשה פארשטיי איך נישט פארוואס אין די וועלט קען (זאל) מען נישט בויען א דריטע בית המקדש שוין היינט און ווייטער ווארטן אויף ביאת המשיח"



ווער זאגט מ'קען נישט? חוץ די פאר מזרחי'שע גרופעס וואס זענען כסדר עוסק אין צושטעלן די כלים, קליידער פונעם בית המקדש וכדומה, און כסדר שטיצן דאס ארויפגיין אויפן הר הבית, און עווענטועל אויפבויען דעם בית המקדש. זענען מן הסתם נישטא צופיל נאך, ווער ס'שטיצט עס. אויס מורא פון אידן און נישט אידן צוגלייך.

דהיינו, די רעגירונג בפשטות האט מורא פון א וועלטליכע שטורעמישע רעאקציע ובפרט פון די מוסלמענישע באפעלקערונג. וואס באמת איז עס מן הסתם א פאלשע מורא, וואו מען האט געזעהן און אליין מיטגעהאלטן ווען פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געריקט די אמעריקאנער עמבעסי פון תל אביב קיין ירושלים און די מוסלמענישע וועלט און וועלטליכע מידיא אפאראטן האבן געשריגן אז ס'וועט קומען צו א דריטע וועלט מלחמה. צו ווען פרעזידענט טראמפ האט אנערקענט אז גולן באלאנגט פאר ארץ ישראל, צו נאך אנדערע לייסטונגן וואס פרעזידענט טראמפ יר"ה האט געטוהן לטובת ארץ ישראל. האבן די מידיא מיט וועלטס פירער געהאלטן און איין האמערן אז ס'וועט זיין אויס וועלט.

און וואסערע רעאקציע איז געקומען?? שלום! פארוואס? ווייל ווען מ'טוט די ריכטיגע זאך קומט נאר ארויס גוטס. (וואס איז ארויס געקומען פון אלע מיני שלום געפלוידעריי מיט די פאלעסטינער? נאר טעראר! פארוואס?? ווייל ס'נישט דער אמת. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך, נישט אין דעם אשכול.) נאכדעם זענען פארהאן פון די פרומערע סארט די אזויגערופענע חרדים, וואס וועלן אויך זיכער פארפירן, היות מ'גייט בויען דעם בית המקדש דעם הייליגסטן בנין אויף דער וועלט אויף וואס מ'ווארט שוין מיט בענקעניש פאר נאענט צו צוויי טויזענט יאר, און סתם מענטשן פשוטע אידן, בויען עס אהן א נביא?!?! צו אנדערע גרופעס חרדים וואס וועלן זיין פארנומען מיט מרידה באומות?!?! צו אז די בית המקדש ברויך אראפ קומען ווי א פייער פון הימל, וכו' וכו' אין קץ לדברי רוח!

און אז מ'רעכנט צוזאם אלע מוטלאזע פאנטאזירטע תירוצים איז די מסקנא אז מ'קען עס נישט בויען.

זאל נאר אבער אויפשטיין און ערוועהלט ווערן א פרעימעיאר מיט עהרליכקייט און אהבת ישראל ווי קעניג דוד און זאל פארמאגן אידישע שטאלץ ווי שלמה המלך און קוראזש ווי גענעראל יואב, דאן וועט שוין די ביהמ"ק געבויעט ווערן. ווען אונז וועלן עהרוועלן אזא פירער וועט שוין אויך מיינען אז אונז האלטן דערביי און ס'וועט טאקע געשעהן.
‏



Sent from my SM-G991U using Tapatalk