ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15129
ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
ביי מיין ברודער׳ס חתונה האב איך געשמועסט מיט מיין טאטע און קאָזין, א ביזנעסמאן, אז ולשמחה מה זה עושה? פארוואס פונקטליך טאנצט מען ביי א חתונה? ס׳איז דאך למעשה א דבר המוטל בספק איז טא אויף וואס פונקטליך טאנצט מען?
הגם די שאלה איז אויך שווער אויף אלע קולטורן איז אבער אויף די סעקולארע וועלט וואלט מען געקענט זאגן אז ער און זי פרייען זיך אויף מאכן אפיציעל דעם בונד צווישן די צוויי אשר אהבה נפשם מקדם. דאס קען מען פארשטייט זיך נישט זאגן אויף אונזער געזעלשאפט וואו די חתן כלה בדרך כלל קענען זיך בעצם ניטאמאל בכלל.
איך האב גע׳טענה׳ט אז מ׳קען נישט נוצן דאס וואס רש״י ברענגט אראפ (בראשית ו ו) מהמדרש (ב״ר כז ד) לגבי לידת הבן אז הגם ער איז מיועד למות איז בשעת חדותא חדותא ובשעת אבלא אבלא ע״ש, ווייל דארט איז למעשה דאס געבורט פאר זיך כל כולו טוב און דאס אז עס ווערט אויס לאחר זמן טוהט נישט נעגעיטן דאס טוב פונעם געבורט מעיקרא; משא״כ ביי א חתונה ודוק. דאס האב איך מיר איבערצייגט ווען איך האב געפרעגט אין דעם נושא (מיט סענסיטיוויטי) מיין פעטער וואס האט ל״ע פארלוירן א קינד (דער וועמען איך האב דערמאנט אין
מיין ארטיקל), און א טאטע וואס האט חתונה געמאכט א קינד און עס האט זיך ל״ע דערנאך נישט אויסגע׳ארבעט - דער ערשטער האט מיר געזאגט אז יעדעס מינוט וואס דאס קינד האט געלעבט איז געווען טוב און ב״ה ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט הגם ס׳איז טאקע א געוואלדיגע צער אז ער איז נישט געבליבן און געלעבט נאך לענגער, בשעת דער צווייטער האט מיר געזאגט אז הלוואי וואלט די חתונה ושידוך קיינמאל נישט פאסירט מעיקרא כלל וכלל.
דאס אז ״רוב ארבעטן זיך אויס״ אין אונזער געזעלשאפט
(אפגעזעהן צי דאס איז בכלל א דבר טוב צי נישט, וואס איז א שמועס פאר זיך וד״ל ואכמ״ל) איז אויך נישט קיין מאסגעבענדע הסבר, ווייל וואס? מ׳פרייט זיך אויף א פּראבּעבּיליטי?! ווידער זאגן אז מ׳פרייט זיך אז ״מ׳האט כאטש באקומען דעם שאנס צו פרובירן״ איז אויך שווער צו זאגן, ווייל דאס איז זיכער נישט די מושכל ראשון דערפון; הן קאַנשׁעסלי והן סאָבּקאַנשׁעסלי.
גייט דורך, ביי די חתונה וואו איך האב אפגעהאלטן דעם שמועס, מיין (דעמאלטס) 19-יעריגע ברודער און פרעגט, ״וואס איז די נידון דא?״ האב איך אים פארציילט. זאגט ער, ״פארוואס מ׳טאנצט?! ווייל ס׳איז
פאָן!״
און איך מיין ער׳ז גערעכט.
Don’t overthink it.
טיפער אין דעם קען מען זאגן אז ווי מיין שוואגער האט מיר געזאגט איז אז איה״נ, ס׳איז נישט אז מ׳איז פרייליך ובשמחה און ״דעריבער״ טאנצט מען; ס׳איז מ׳טאנצט און מ׳צינדט אָן מוזיק
כדי מ׳זאל ווערן בשמחה. די געדאנק דערין איז פארקערט: מ׳לייגט זיך אריין אין א מצב פון שמחה וואס דאס ברענגט קירוב לבבות צווישן די צוויי צדדים כדי אז דאס זאל שטארקן די קשר צווישן די חתן כלה.
(דאס איז בפרט לפי וואס דר. דזשאָרדען פּיִטערסאן זאגט [4:30-6:03] אז די געדאנק פון ״מוזיק״ און דאס טאנץ עס ברענגט צו איז אז האַרמאָניִאוס פּעטערנס טוהן אָווערלעפּען איינס אויפ׳ן צווייטן אין א מסודר׳דיגן אופן און וואו פון אפאר ווערן איינס און דאס איז די געדאנק פון טאנצן מיט א מעיט.)און דאס האט סמוכין מהש״ס והלכה (כידוע מברכות ו: כתובות יז. ואבה״ע סימן סה) בנוגע אז מ׳דארף
משמח זיין א חתן ולכאורה טאקע ווייל ער איז טרוד מיט דאס אלעס.
ס׳איז אבער בוודאי קולטורעל און אזא סארט סאָשׁעל קאַנסטראָקשיניזם לגבי וואס שאפט דעם רעאליטעט, וואס מאכט דער מענטש זיך פרייען. למשל, כהיום, נאך א שיינע טוץ יארן צוזאמען מיט האשה אשר אהבתי, און מ׳וואלט געמאכט אזא סארט סעלעבּרעישאן דערפון, וואלט איך געשפרינגען און זיך געפרייט עד לב השמים, ווייל דא איז שוין טאקע דא אויף וואס די שמחה זאל חל זיין מיט א זיכערקייט (איך פארשטיי אז אלעמאל איז דא א ספק אויפ׳ן עתיד כי לא תדע מה ילד יום, אבער אינו דומה צו פריער ופשוט הוא). נו? איז פארוואס טוה איך דאס טאקע נישט (עכ״פ אויף די פארנעם פון א חתונה וכו׳)? ווייל ס׳איז נישט בתוך ווי אזוי די ארומיגע געזעלשאפט שאפט דעם רעאליטעט פון אזא פארנעם שמחה פאר אזא זאך.
די חתן טאנצט ווייל ער ווערט פיינעלי פטור פון זיין משגיח.
די מחותן טאנצט ווייל ער דארף מער נישט זיכן קיין ישיבות פאר זיין זין.
די מחותנ'סטע טאנצט ווייל זי גייט מער נישט האבן איינער זאל איר אפ'יושב'ן אינדערהיים אין גארנישט טין אחוץ עסן.
די כלה טאנצט ווייל יעצט גייט זי שוין קענען אויסהאלטן איר חשובע מאן זאל קענען זיצען אויף אייוועלט....כ'מיין אין כולל.
די כלה'ס טאטע טאנצט ווייל מען האט עים איינגערעדט אז ער באקימט א תכשיט'ל פאר אנ'יידעם.
די שוויגער טאנצט ווייל זי גייט יעצט האבן נאך איינעם צי קאנטראלן.
סארקאזם אין דער זייט.
מ'טאנצט ווייל אזוי טיט יעדער, ווער וויל דען זיין אנדערש פון יעדעם?!?!
Wow אזא אינטעלעקטואלע משפחה!
כ'מיין די ברודער איז גערעכט, צו האבן fun. איי, ס'איז אודאי דא א טיפערע פשט, דאך רוב attendees קומען צו האבן fun און לעבעדיגקייט, זיי טראכטן נישט צוויי מאל, דאס מיינט אז פאר רוב מענטשען איז די כוונה פשוט פשט פון די ווארט שמחה.
מען טאנצט כדי די צוואנציג יאר פון שפייען בלוט זאל זיך עטוואס אויסצאהלן 😈
ס'איז דא וויין מיט מוזיק וואס באמבערט, און א גרויסע רינג, זאל מען בלייבן סתם שטיין אין די זייט גלייכגילטיג?!
אויפ'ן חתן איז נישט שווער די קשיא, ער טאנצט ווייל ער גייט האבן א פרוי צו וואוינען מיט (משגל), פשוטו כמשמעו. די תאווה איז גענוג פאערפול צו הייבן איינעם אין די לופטען.
תרמבס'איז דא וויין מיט מוזיק וואס באמבערט און א גרויסע רינג, זאל מען בלייבן סתם שטיין אין די זייט גלייכגילטיג?!
על זה אנו דנין. מיינענדיג, פארוואס איז דאס אזא סארט עווענט וואס מ׳ברענגט אראפ כלי זמר און מ׳סעט אויף די מצב עס זאל זיין אזוי. דאס איז בדרך כלל ווען מען איז שוין בשמחה און מ׳וויל דאס ארויסברענגען מכח אל הפועל.
פ''וו מאכט מען א סעודת ברית, בר מצוה, וכו' ואת''ל שמחה של מצוה, מה לסעודה עם שמחה? בכלל מאכט מען נישט ביי יעדע מצוה קיינע סעודה.
לייבל שטילעראויפ'ן חתן איז נישט שווער די קשיא, ער טאנצט ווייל ער גייט האבן א פרוי צו וואוינען מיט (משגל), פשוטו כמשמעו. די תאווה איז גענוג פאערפול צו הייבן איינעם אין די לופטען.
יא. אבער טאמער טראכט ער דאך אריין דערין איז עס דאך פאר אים מוטל בספק און מעגליך יצא שכרו בהפסדו מיט די אומזיכערקייט פון דאס אלעס כנ״ל. ועוד, לכאורה איז דאך די געדאנק פון ״טרוד״ דאס אז ער איז ״אָנגעצויגן״ דערוועגן.
בכלל, פון מיין אייגענע עקספּיריענס איז מיין יום החתונה געווען דאס מערסטע אָנגעצויגענע טאג מיט אנגסט אין מיין לעבן על העתיד בכלל וגם על הבעילה בפרט.
לייבל שטילערפ''וו מאכט מען א סעודת ברית, בר מצוה, וכו' ואת''ל שמחה של מצוה, מה לסעודה עם שמחה? בכלל מאכט מען נישט ביי יעדע מצוה קיינע סעודה.
זאגסט אז די געדאנק איז, כעין
כנ״ל, אז נישט אז מ׳איז בשמחה ולכן מאכט מען די סעודה, נאר איר קאנווערס אז מ׳מאכט די סעודה כדי מ׳זאל ווערן בשמחה, וואס דאס איז ראוי אז מ׳זאל זיין מחמת המצב פון מצוה. וכעי״ז אצל (מצות) נישואי אשה.
מי אנילייבל שטילעראויפ'ן חתן איז נישט שווער די קשיא, ער טאנצט ווייל ער גייט האבן א פרוי צו וואוינען מיט (משגל), פשוטו כמשמעו. די תאווה איז גענוג פאערפול צו הייבן איינעם אין די לופטען.
יא. אבער טאמער טראכט ער דאך אריין דערין איז עס דאך פאר אים מוטל בספק און מעגליך יצא שכרו בהפסדו מיט די אומזיכערקייט פון דאס אלעס כנ״ל. ועוד, לכאורה איז דאך די געדאנק פון ״טרוד״ דאס אז ער איז ״אָנגעצויגן״ דערוועגן.
בכלל, פון מיין אייגענע עקספּיריענס איז מיין יום החתונה געווען דאס מערסטע אָנגעצויגענע טאג מיט אנגסט אין מיין לעבן על העתיד בכלל וגם על הבעילה בפרט.
אבער למעשה איז מען אין לאלא לענד ביי די חתונה, נאכן ייחוד שטיבל און ווייטער וואס מ'באקענט זיך. אזוי אויך שבעת ימי המשתה. סוי, קען זיין ס'איז נישט דוקא די סעקס חלק נאר דאס באקומען א פרוי בכלליות, און דאס וואס ס'איז תלוי בספק צו ס'וועט זיך אויסארבעטן איז נישט מגרע, זינט דער מושג פון א פרוי הן לגבי קאמפעניענשיפ, הן לגבי ביאה איז פון די בעסטע הנאות. דאס וואס שפעטער פארליט עס דעם טעם איז אויך אלץ תענוג תמידי אינו תעניג.
Re: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
רוב מענטשן טאנצן טאקע נישט, זיי שפאצירן ארום א רינגל ווי כאילו זיי טוהן עמיצן א גרויסע טובה, ביים צווייטן טאנץ קומען יא צוגיין די יונגווארג און צעלאזן זיך, ביי זיי האט עס טאקע נישט קיין שום סיבה...
Re: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
כקהל'ס נער ועוד לתוהו.
די ארומיגע פרייען זיך פארן סעסייעיטי מיילסטאון וואס מ'האט דערגרייכט, ב''ה יעדער איז ''נארמאל'' קיינער חלילה נישט ''אנדערש'', די חתן/מחותן האט עס אריינגעמאכט אינעם טיים פרעים וואס מ'מוז חתונה האבן/מאכן 19-23, מ'האט געטוהן א 'נארמאלע' שידוך ווי יעדעם וכו' וכו'.
פארן חתן אליין ווענדט זיך וואו אויף דער וועלט ער האלט, מיר פערזענליך האט מיין חתונה נישט גורם געווען קיין שום שמחה, נאר חששות און חרטות וכו' וד''ל, אבער א טאג בעפאר האביך מחליט געווען אז זינט די חתונה גייט סייווי פארקומען זאל איך כאטש הנאה האבן פונעם געשמאקן סאוציאלן אווענט, טרינקען און טאנצן מיט געשוויסטער און חברים וויפיל ס'גייט, וכך הווה.
מי אנילייבל שטילעראויפ'ן חתן איז נישט שווער די קשיא, ער טאנצט ווייל ער גייט האבן א פרוי צו וואוינען מיט (משגל), פשוטו כמשמעו. די תאווה איז גענוג פאערפול צו הייבן איינעם אין די לופטען.
יא. אבער טאמער טראכט ער דאך אריין דערין איז עס דאך פאר אים מוטל בספק און מעגליך יצא שכרו בהפסדו מיט די אומזיכערקייט פון דאס אלעס כנ״ל. ועוד, לכאורה איז דאך די געדאנק פון ״טרוד״ דאס אז ער איז ״אָנגעצויגן״ דערוועגן.
בכלל, פון מיין אייגענע עקספּיריענס איז מיין יום החתונה געווען דאס מערסטע אָנגעצויגענע טאג מיט אנגסט אין מיין לעבן על העתיד בכלל וגם על הבעילה בפרט.
גא"מ
מיט די שטותים וואס מיין חתן רבי האט מיך איינגערעדט האט ער מיך אוועק גענימען די תאוות הבעילה, איך קען מיך אליינס א עצה געיבן (עפ"ל 😂 ), למעשה האב איך גאנץ שנעל געטראפען די שו"ע "כל מה שאדם רוצה לעשות עם אשתו יעשה" מיד נתיישבה דעתי ואמרתי "בית יוסף ניחמתני בית יוסף ניחמתני"
הדרן עלך מסכת בעילה וסליקא פרק המשגל.
ר' מיילעך בידערמאן פארציילט אז איינער איז געקומען צו א חתונה נאך געלט, און נישט געוויסט ווער איז דער בעל שמחה, זעהנדיג איינער וואס האט אים אויסגעזען ווי דער מחותן, האט ער אים געפרעגט, איר זענט דער בעל שמחה?
דער מחותן האט אים געזאגט, לאמיר דיר ווייזן ווער עס איז דער בעל שמחה, און ער נעמט אים אין אפיס, און ווייזט אין דער קעיטערער, און זאגט, דא האסטו דער אמת'ער בכלל שמחה, איך מאך טאקע חתונה אבער פין שמחה בין איך ווייט, סיי פאר דער געלט חלק וואס איך דארף מיך אנבארגען, און דער גאנצער ארום, שוין.
איז פארדעם טאנצט מען ביי א חתונה, מען פרייט זיך מיט דער קעיטערער!!!
היסטאריע
איז פארדעם טאנצט מען ביי א חתונה, מען פרייט זיך מיט דער קעיטערער!!!
אין שמחה אלא בבשר
די אפעציעלע תירוץ איז, אז מען טאנצט ווייל עס איז די 'ערשטע' מצוה אין די תורה, און די חתן-כלה גייען עס יעצט מקיים זיין, פריה ורביה.
מענין לענין, האב איך געהערט א פשט פארוואס מען מאכט די מוזיק אזוי אויסטערליש הויך ביי חתונות,
מען ווייסט דאך אז מען בויערט די אויער פון א עבד ווייל 'אוזן זה ששמע על הר סיני 'כי לי בני ישראל עבדים' ולא עבדים לעבדים והלך זה וקנה אדון לעצמו וכ'
אויב אזוי די חתן וואס נעמט אויף זיך א ווייב 'א אדון לעצמו' מיז מען אים אויכעט בויערן די אויער, ממילא מעכט מען די מוזיק שרעקליך הויעך...
דער אמת איז מען טראכט אז עס קומט גוטע צייטן, און מען פריידט זיך. דו קענסט מאכן וויפיל לאגישע חשבונות דו ווילסט, דארף מען סטאטיסטיש זיין פריילעך..? אבער דער מענטשליכע געפיל ארבעט נישט אזוי, מען איז נישט פריילעך מיט א לאגישער חשבון, עס איז געפיל.
דער געפיל פון האפענונג וואס א מענטש האט, קען מען נישט קוואנטיפייען אין נאמבערס. ווען נישט די האפענונג וואס מענטשן האבן אפילו ווען עס שטימט נישט, וואלט מען נישט געמאכט די חתונה מתחילה. מען טוט דעם שידוך ווייל מען האפט און מען גלייבט עס וועט זיין גוט, און דעריבער קוקט מען אן די גאנצע זאך ווי א שמחה.
(וכידוע פון די איזרעילי פסיכילאגען).
איך וואלט געמאכט א אשכול פארוואס מען זיצט שבעה און מען וויינט ווען איינער שטארבט.
דער אשכול דערמאנט מיר אלטע צייטן, איך האב אמאל געשריבן דערוועגן, און טאקע אין חודש אדר, גענוי ווי יעצט...
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10140">viewtopic.php?f=10&t=10140</a><!-- l -->
מ'טאנצט ווייל מ'סעלעברירט לייף, מענטשהייט, חבר'שאפט, געזעלשאפט. יעדער איינער באקומט א טשענס, און ס'איז שוין אזוי געווארן אז די חתונה איז דער הויכפונקט פון א מענטש'נס לעבן, טוט מען דאס דעמאלט.
ס'איז בכלל נישט שייך אז א יעדער טאנצער זאל נאכפארשן צו ס'איז ממש אן אויסגעהאלטענער זיווג מעגן זיי זיך קענען זיין אויפ'ן ליבעראלסטען אויפן
ביי מצוה טאנץ וויינט מען אויב עס וועט זיך נישט אויסארבייטען, ביי די סעודה טאנצט מען אויב עס וועט זיך יא אויסארבייטען. אזוי איז מען פארזיכערט אז מען האט יוצא געוועהן.
ענליך האט מיין אנדערע שוואגער באמערקט אז עס איז סתם אזוי מערקווידיג אז אין געוויסע קרייזן וויינט מען ביים קבלת פנים, דערנאך איז מען בשמחה ביים באדעקן, דערנאך וויינט מען ווידער ביים חופה, און דערנאך איז מען ווידער בשמחה ביים טאנצן. א שטיקל עירבוב.
מי אניענליך האט מיין אנדערע שוואגער באמערקט אז עס איז סתם אזוי מערקווידיג אז אין געוויסע קרייזן וויינט מען ביים קבלת פנים, דערנאך איז מען בשמחה ביים באדעקן, דערנאך וויינט מען ווידער ביים חופה, און דערנאך איז מען ווידער בשמחה ביים טאנצן. א שטיקל עירבוב.
גאנץ חודש תשרי ארבעט אזוי, מגייט פון וויינען צו טאנצן יעדע שטיק צייט, די מערסטע בולט איז עס חול המועד הושענא רבה און הקפות....
עצי שטיםדי אפעציעלע תירוץ איז, אז מען טאנצט ווייל עס איז די 'ערשטע' מצוה אין די תורה, און די חתן-כלה גייען עס יעצט מקיים זיין, פריה ורביה.
Shake well before opening
ביי באדעקן וויינען די פרויען.
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רמב״ם במו״נ ח״ג פכ״ה צוטיילט פעולות לפי בחינת תכליתם אין צו 4 סארטן:
1). פעולה טובה - וואו מ׳וויל א געוויסע גוטע/נאבעלע תכלית און דורך די פעולה גרייכט מען דאס
2). פעולת ריק - וואו מ׳וויל א געוויסע (גוטע) תכלית אבער די פעולה האט דאס נישט געגרייכט
3). פעולת הבל - וואו מ׳וויל ניטאמאל א תכלית
4). פעולת שחוק - וואו מ׳גרייכט טאקע דורך די פעולה צו א תכלית אבער דאס איז א שוואכע תכלית פחותה
לגבי די לעצטע סוג ״פעולת שחוק״ איז די לשון הרמב״ם (עפ״י תרגומו של אבן תיבון):
ופעולת השחוק היא הפעולה אשר יכון בה תכלית פחות, רצוני לומר שיכון בה ענין בלתי הכרחי ולא מועיל תועלת גדולה, כמי שירקוד לא לכונת התעמלות או מי שיעשה מעשים שתכליתם לשחוק מהם יאמר שזאת הפעולה שחוק בלא ספק.
און עס איז אינטרעסאנט אָנצומערקן אז די לשון רש״י בחגיגה יד: ד״ה במזמוטי חתן וכלה ״מיני שחוק שמשחקין לפניהם״ ע״ש.
אין וועלכע פין די פיר פעולות איז שרייבן אויף ק"ש?
היסטאריעאין וועלכע פין די פיר פעולות איז שרייבן אויף ק"ש?
א גוטע שאלה. במושכל ראשון וואלט איך געזאגט (מיט בּייעס) אז ס׳איז א פעולה טובה, וויבאלד די תכלית איז צו צוברענגען און שמועסן איבער אינטעלעקטואלע ענינים און דאס פארשפרייטן און עוסק זיין אין זיי. די שאלה איז נאר צי מ׳גרייכט טאקע אט די תכלית; אפשר איז דאס א פעילת ריק.
איך האב א טיעפערע קשיא וואס איז מיר שווער נאך פון אלץ קינד. (קען זיין איינער האט עס שוין געפרעגט, נישט געליינט יעדע תגובה דא).
פארוואס טאנצן מענטשען ווען זיי הערן מוזיק בכלל? פארוואס ווען אונז מענטשען הערן מוזיק אדער ווען מ׳איז בשמחה נעמט מען זיך טאנצן אפילו ביי א קליין קינד וואס קען קוים רעדן וועט זיך נעמען טאנצן ווען מ׳שפילט מוזיק?
די תירוץ איז לכאורה, אז סאיז א געוויסע reaction, פונקט ווי לאכן און וויינען וכו׳
דר. איסטוואן מאָלנאר-שזאקאקס און דר. קעיטי אָווערי
פאזיטירן אז דאס קומט צושטאנד (און טאקע
אפילו אין תינוקות) מכח דעם ווייל צו פראדוצירן מוזיק (עכ״פ ביז צו די מאדערנע עפאכע) האט אלס אויסגעפעהלט מענטשליכע תנועה: האקן, פויקן, רוקן שטריקן אא״וו. וממילא איז מוזיק פועל אויף די ״שפיגל״-ניוראנס אינעם מח, וואס זענען געאייגענט אויף נאכצומאכן דאס וואס עס שפירט און פראצעסירט, אז ווען מ׳הערט די מוזיק ״מאכט מען (כעין) נאך״ די תנועה וואס פעהלט דאס אויס צו מאכן מעיקרא.
מי אנידר. איסטוואן מאָלנאר-שזאקאקס און דר. קעיטי אָווערי
פאזיטירן אז דאס קומט צושטאנד (און טאקע
אפילו אין תינוקות) מכח דעם ווייל צו פראדוצירן מוזיק (עכ״פ ביז צו די מאדערנע עפאכע) האט אלס אויסגעפעהלט מענטשליכע תנועה: האקן, פויקן, רוקן שטריקן אא״וו. וממילא איז מוזיק פועל אויף די ״שפיגל״-ניוראנס אינעם מח, וואס זענען געאייגענט אויף נאכצומאכן דאס וואס עס שפירט און פראצעסירט, אז ווען מ׳הערט די מוזיק ״מאכט מען (כעין) נאך״ די תנועה וואס פעהלט דאס אויס צו מאכן מעיקרא.
גאנץ א גוטע טעאריע. אבער מיין קשיא אויף דעם איז אז מענטשען טאנצן נאר ווען מ׳שפילט געוויסע מעלאדיס און rhythms ביי beats פון שנעלע מוזיק. ביי שטייטע ניגונים טאנצט מען נישט. קען זיין אז ביים פראדוצירן שטייטע מוזיק נוצט מען טאקע אנדערע מאוומענטס, נאר א פידל וואס די מאוומענט איז אנדערש, און ביי שנעלע מוזיק נוצט מען drums און אנדערע Instruments מיט א שנעלערע tempo, און דעריבער שפיגלעט עס אפ א אנדערע reaction.
דער האט דא א שטיקל רעיון
<a class="postlink" href="https://www.scientificamerican.com/article/experts-dance/">https://www.scientificamerican.com/arti ... rts-dance/</a>
שמעקעדיגדער האט דא א שטיקל רעיון
<a class="postlink" href="https://www.scientificamerican.com/article/experts-dance/">https://www.scientificamerican.com/arti ... rts-dance/</a>
זיי ברענגן די זעלבע Mirror neuron טעאריע וואס הרב מי אני ברענגט פריער.
דא האט איר וויקיפידיע:
Mirror neuron
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Mirror_neuron">https://en.wikipedia.org/wiki/Mirror_neuron</a>
Neuroscience of music
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Neuroscience_of_music">https://en.wikipedia.org/wiki/Neuroscience_of_music</a>
געווענליכע טאטע מאמע פירן קינד אונטער די חופה האבן זיי אין זיך א זיכערקייט אז ס'גייט זיך אויסארבעטן איז עס ביי זיי א שלימותדיגע שמחה
Re: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
מען טאנצט ווייל מ'וויל אויספוילן מיט שמחה אז די נייע פּאָר זאל זיך אויסארבייטן
דער שפיץ חכם טאנצט ווייל ער ווייסט אז ער האט געטוהן די בעסטע וואס איז שייך און ער פילט פונקט יעדע מענטש ארום די וועלט ביי זיין אייגענע חתונה אדער ווי יעדער ארום די וועלט שפירט ביי זייער זון'ס/טאכטער'ס חתונה און ער האפט טאקע אז א שענערע חתונה קומט נישט.
און יעדער אנדערש טאנצט ווייל מ'איז נישט מחלק פון א עכטע חתונה. וואסארא שמחה ס'איז דא ביי עכטע חתונה איז דא דא אויכעט דא. פשוט אפילו אויב ס'איז נישטא א שמחה ממש איז אונזערע לעבען אויסגעשטעלט אז מ'איז נישט מחלק.
פארוואס דארף יעדע חתן די זעלבע שטאפיר?
פארוואס דארף יעדע ארימאן חתונה מאכן ווי א גביר?
פארוואס קויפט מען מתנות ביי די שידוך ברעכן כאילו ס'איז שוין דא געפילן און ליבשאפט?
פארוואס דארף יעדער וואוינען וואו די מיידל וויל וואוינען?
פארוואס וואגט זיך קיינער נישט רעדן מיט א כלה אדער מחותן צו מחותן אויב מ'וויל בורט קאנטראל אפאר חדשים. מאכן זיכער אז די בליינד דייט ארבייט זיך אויס?
פארוואס מאכט יעדער שבע ברכות על אפם ועל חמתם?
מ'האט פארגעשריבן א סיסטעם און יעדער גייט עס דורך, און ס'איז דא א סאשעל קאנטראקט, קיינער נוצט נישט די שכל אדער פרעגט קשיות. אויב יא וואלט א שידוך נישט געשען לכתחלה ביים דיינונג רום טיש נאך צוויי שעה זיצונגען.
די manual שטייט דא אין וויליאמסבורג/חסידים לאנד ארבייט שידוכים און זיווג מיט א כאילו הקרב חטאת סיסטעם, און קיינער טאר נישט טוישען. אויב ס'איז דא פלאץ פאר individualism וואלט די שידוך נישט געשען, וואלט די חתונה נישט געווען וואלט די סיסטעם רעדלעך זיך נישט געדרייט. ס'איז א דארווין מאמענט. די סיסטעם מוז ווײטער פארן. מ'מוז שפילען די גאנצע פראדוקציע ווי א עכטע חתונה. אז חתונה ארום די וועלט טאנצט מען טאנצט דא אויך.
א חתונה קומט מיוזיק? איז דא מיוזיק.
א חתונה קומט מיט פיש, זיפ, פלייש. יעדער האט עס. נישט דא איינער זאל זאגן איך וויל א אנדערע אויסשטעל.
יעדער וויל בלומען ווי יעדען
מתנות ווי יעדען
א שטריימעל ווי יעדען
קליידער די קאליר ווי יעדען
יעדער שפילט זעלבע פרייליך
זעלבע בעל בתיש
ווייל in order ס'זאל זיך דרייען ווייטער מוז מען די גאנצע געים שפילען, יעדער מוז האבן די זעלבע רולס, כאילו! אזוי אז די קינדער זאלן נישט פרעגן שאלות און טראכטן.
מיינט עס נישט אז די טאנץ איז נישט עכט. ס'איז עכט! איינמאל מ'גייט אריין און חתונה mood שפילט מען מיט fully פוןַ א ארענטליכע פלאץ. די טאנצערס איז נישט פעיק. און אז ס'קומט א פרעמדער טאנצט ער אויך מיט טאקע. נישט ווייל ער וויל זיין פארט פון די סיסטעם. ווייל די שליסל פון חתונה איז אנגעצינדן און די עמאציאנאלע הרגישם פון א כאילו עכטע חתונה ברענט פארכאפט עס עכט און א חתונה טאנץ. מ'טאר נישט טראכטען אויב יא צושטערט מען די געים.
דער עולם איז איינגעלאדענט צו וואטשעןַ די מאווי The Truman Show
אבער ס'איז At Your Risk צו כאפן די עמקות פון די גאנצע מהלך. Knowledge is Pain. הציץ ונפגע.
נ.ב. אויב קוקט איר די מאווי אויף מיין רעקאמענדאציע און איר פארשטייט מיט דעם פארוואס מ'טאנצט ביי א חתונה און די סאשעל קאנטראקט. ביטע גוט איבער די סוד ווייטער פאר דער וואס איז ראוי צו פארשטיין און לאזט מיר וויסן אויב איר agreed מיט מיר. אז נישט וויל איך טאקע הערן פארוואס.
יאסל ראקאווערדער עולם איז איינגעלאדענט צו וואטשעןַ די מאווי The Truman Show
אבער ס'איז At Your Risk צו כאפן די עמקות פון די גאנצע מהלך.
נ.ב. אויב קוקט איר די מאווי אויף מיין רעקאמענדאציע און איר פארשטייט מיט דעם פארוואס מ'טאנצט ביי א חתונה און די סאשעל קאנטראקט. ביטע גוט איבער די סוד ווייטער פאר דער וואס איז ראוי צו פארשטיין און לאזט מיר וויסן אויב איר agreed מיט מיר. אז נישט וויל איך טאקע הערן פארוואס.
די שרייבער און פראדוצירער פון The Truman Show זיצן און שמייכלן זיך אונטער און האבן הנאה פון די quoted שורות וואס זיי האבן אריינגערוקט אינעם סקריפט אין די לעצטע רגע. עס מאכט די שאו פילן so much more real... 😃
איך מיין עס גראדע גאנץ ערנסט. די טרומאן שאו איז נישט קיין משל אויף חרדיזם נאר אויף די גאנצע בריאה. דאס איז די genius פון דער מאווי.
.
הוגה
איך מיין עס גראדע גאנץ ערנסט. די טרומאן שאו איז נישט קיין משל אויף חרדיזם נאר אויף די גאנצע בריאה. דאס איז די genius פון דער מאווי.
.
ס'האט א מוסר השכל פאר די גאנצע בריאה, פאר חרדיזם איז עס די סוד הבריאה ממש.
יא יא. אחוץ פון דעם געדאנק פון וואס כ׳האב
צוגעברענגט אויבן לגבי
סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם און אז די קאַנסטראָקטס וואס מענטשן אין די געזעלשאפט האבן אין אייניג שטעלט
טאקע אויס דאס עצם רעאליטעט פאר׳ן אינדיווידואל, גייט דאס אויך אין איינקלאנג מיט דאס געדאנק פון
רוֺיל טעאריע אין סאציאלאגיע. והיינו, אז אקטיוויטעטן פון מענטשן ווערן נקבע לויט די ראלעס וואס דאס געזעלשאפט פארלאנגט און שטעלט צו צום אינדיווידואל אין די רעלאטיוו אומשטענדן און דאס וואס דו דארפסט ״אויסשפילן״. אין אונזער קאנטעקסט: יעצט האסטו דאס ראלע פון א ״מחותן״ און אזוי-און-אזוי קומט עס אז דו דארפסט דיך אויפפירן; יעצט האסטו דאס ראלע פון א ״חתן״ און אזוי-און-אזוי קומט עס אז דו דארפסט דיך אויפפירן. וכהנה וכהנה. און ״עס קומט״ אז דו דארפסט דיך פרייען און זיין בשמחה.
מי אנייא יא. אחוץ פון דעם געדאנק פון וואס כ׳האב
צוגעברענגט אויבן לגבי
סאָשעל קאַנסטראָקשעניזם און אז די קאַנסטראָקטס וואס מענטשן אין די געזעלשאפט האבן אין אייניג שטעלט
טאקע אויס דאס עצם רעאליטעט פאר׳ן אינדיווידואל, גייט דאס אויך אין איינקלאנג מיט דאס געדאנק פון
רוֺיל טעאריע אין סאציאלאגיע. והיינו, אז אקטיוויטעטן פון מענטשן ווערן נקבע לויט די ראלעס וואס דאס געזעלשאפט פארלאנגט און שטעלט צו צום אינדיווידואל אין די רעלאטיוו אומשטענדן און דאס וואס דו דארפסט ״אויסשפילן״. אין אונזער קאנטעקסט: יעצט האסטו דאס ראלע פון א ״מחותן״ און אזוי-און-אזוי קומט עס אז דו דארפסט דיך אויפפירן; יעצט האסטו דאס ראלע פון א ״חתן״ און אזוי-און-אזוי קומט עס אז דו דארפסט דיך אויפפירן. וכהנה וכהנה. און ״עס קומט״ אז דו דארפסט דיך פרייען און זיין בשמחה.
זייער שיין. האסט געשריבן דערויף אבער היינט פארטאגס האב איך עס געהערט טיפער. איך האב געכאפט אז אויב למשל איז א average מענטש ארום די וועלט 40 צו 60 פראצענט סאשעל קאנסטראקט וכו' זעמיר אונז 95 פראצענט אזוי. ממש כל כולו קא-דעפענדענסי. וויאזוי איך האב געשריבן @הוגה וועגן די מאווי. פאר די גאנצע וועלט איז עס אפשר א רמז לדבר און טיפע חומר למחשבה אבער פאר אונז איז עס א wake up call.
שוין, דארף איך יעצט ליינען מער וועגן רויל טעאריע אויך (rule, role or royal?).
אזוי אגב @הוגה קען איך אייך פרעגן פארוואס אייער לאגא איז א בילד פון די לעגענדארישע טוען רב גרויז שליט"א? (נישט אז א לעגאנדישע טוען איז א מעלה. ס'איז א מציאות און עס גייט סייווי נישט אן אז אונז ווייס מיר אז טוענת איז א גארבידזש ביזנעס און מ'קען שמועסן ערגעץ אנדערש פארוואס)
יאסל ראקאווער
שוין, דארף איך יעצט ליינען מער וועגן רויל טעאריע אויך (rule, role or royal?).
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Role_theory">https://en.wikipedia.org/wiki/Role_theory</a>
יאסל ראקאוועראגב @הוגה קען איך אייך פרעגן פארוואס אייער לאגא איז א בילד פון די לעגענדארישע טוען רב גרויז שליט"א?
איך האב גארנישט מיט הרב גרויז. סתם גענומען דער בילד אלץ די ווערטער בקרן דרומית מערבית.
יאסל ראקאווערזייער שיין. האסט געשריבן דערויף אבער היינט פארטאגס האב איך עס געהערט טיפער. איך האב געכאפט אז אויב למשל איז א average מענטש ארום די וועלט 40 צו 60 פראצענט סאשעל קאנסטראקט וכו' זעמיר אונז 95 פראצענט אזוי. ממש כל כולו קא-דעפענדענסי. וויאזוי איך האב געשריבן @הוגה וועגן די מאווי. פאר די גאנצע וועלט איז עס אפשר א רמז לדבר און טיפע חומר למחשבה אבער פאר אונז איז עס א wake up call.
עפ״י די קאנצעפט/טעאריע איז לכאורה פשוט אז ווי מער דאס געזעלשאפט איז פועל אויף ווי מער אספעקטן פון אן אינדיווידואל׳ס לעבן, אזוי ווי עס איז טאקע אויסגעשטעלט אינעם טייט-ניט און שטארק
קאלעקטיוויסט אינסולארן חרדי׳שן געזעלשאפט, אלס מער שׁעירד קאַנסטראָקטס זענען דא און אלס מער וועט זייער אינפלוענס זיין אויף דעם אינדיווידואל׳ס פּערסעפּשאן פון רעאליטעט.
דאס זעלבע איז לכאורה לגבי ראלעס און דאס עקסטער שטארקע דגוש וואס אזא סארט קאלעקטיוויסט
געמיינשאפט ווי אונזערס (לעומת אנדערע) לייגט אויף זיי.
וואס מען דארף באמת אדרעסירן בנוגע דאס טאנצן ביי אונזערע חתונות, איז פארוואס עפעס דארף אן עלעגאנטע פייערונג ווי א חתונה זיין ווי א צולאזטע צו'יוזש'טע נייט קלאב...
פארוואס זענען מיר נישט בשמחה מיט עלעגאנטע באלאנסירטע טענץ?
לכאו' קומט דאס טאקע צו ערפילן דעם צורך פון נייט קלאבס, אבער וואספארא פנים האט עס...
דארפן טאקע די חתן כלה און שושבינין ווערן אויסגע'הרג'עט און פארשוויצט?...
און די מוזיק באמבערן אזש טויב צו ווערן...
צקון לחשוואס מען דארף באמת אדרעסירן בנוגע דאס טאנצן ביי אונזערע חתונות, איז פארוואס עפעס דארף אן עלעגאנטע פייערונג ווי א חתונה זיין ווי א צולאזטע צו'יוזש'טע נייט קלאב...
פארוואס זענען מיר נישט בשמחה מיט עלעגאנטע באלאנסירטע טענץ?
לכאו' קומט דאס טאקע צו ערפילן דעם צורך פון נייט קלאבס, אבער וואספארא פנים האט עס...
דארפן טאקע די חתן כלה און שושבינין ווערן אויסגע'הרג'עט און פארשוויצט?...
און די מוזיק באמבערן אזש טויב צו ווערן...
העי! מיין איינציגסטע אאוטלעט, ווילסטו אויך צינעמען?!
היה לא תהיה.
ערנסט גערעדט, ווייל די גויים טאנצן שטאט מיינט נישט אז דאס איז די ריכטיגע אדער אום ריכטיגע וועיג פון טאנצן, זייער קולטור איז שטאטע טענץ, אינזער קולטור איז שנעלע טענץ, דעיס האט גארנישט מיטן סיסטעם ציטין.
זייט מיר 😲 מוחל אבער טאנצען ווילסטו אויך קאנטראלירן? נישט גענוג מ'דארף טאנצען נאר וויאזוי צו טאנצען ווילסטו אויך. משוגע מכול וכול.
אויך צווישן דיינע שירות ליינט מען אז וואס ס'באדערט דיר אז we don't shape and mold אונזער אינגווארג מער און איינקלאנג מיט וויאזוי די האלטסט א בעסערע גאטשע דארף זיין. דאס איזַ סיסטעם ביזנעס ממש. ס'איז קלאר נישט דיין פראבלעם אז מ'שוויצט זיך אויס. ווייל די זאגסט אז זיי דארפן טאנצען ווי בייַ די הקפות. דעמאלס וועט דיר נישט באדערן. נעבעך. ביי די ווען ס'שטייט און חזל ואינו משמחו, האלטסטו אז חזל האבן פארשטאנען אזוי; כל הנהנה מסעודות חתן ואינו משמח את עצמו עובר בחמשה וכו'
אז די אינגווארג ווילען כשר'ע נייט קלאוב טענץ ווילן זיי עס. ווילסט עס אוועק נעמען? אפילו אזוי צו טראכטען איז נעבעך.
די קא-דעפענדענסי איז שרעקליך.
קהל'ס נערצקון לחשוואס מען דארף באמת אדרעסירן בנוגע דאס טאנצן ביי אונזערע חתונות, איז פארוואס עפעס דארף אן עלעגאנטע פייערונג ווי א חתונה זיין ווי א צולאזטע צו'יוזש'טע נייט קלאב...
פארוואס זענען מיר נישט בשמחה מיט עלעגאנטע באלאנסירטע טענץ?
לכאו' קומט דאס טאקע צו ערפילן דעם צורך פון נייט קלאבס, אבער וואספארא פנים האט עס...
דארפן טאקע די חתן כלה און שושבינין ווערן אויסגע'הרג'עט און פארשוויצט?...
און די מוזיק באמבערן אזש טויב צו ווערן...
העי! מיין איינציגסטע אאוטלעט, ווילסטו אויך צינעמען?!
היה לא תהיה.
דאס דערמאנט אין א וועג פון וואס
@קטלא קניא האט
געשריבן:
אין אַ װעלט װי פֿאַרברענגן אױף שמחות פֿאַרנעמט דאָס פּלאַץ װאָס בײַ אַנדרע פֿאַרנעמט דער קינאָ, דער טעאַטער, דער קאָנצערט זאַל און אַנדרע פֿאַרװײַלונג צוזאַמגעשטעלט, און װי דער אײַנפֿאַכער מאָנאָטאָנישע לעבן דרײט זיך אַרום שבת און יום טובֿ, הכנסת ספֿר תורה'ס, הספּידים און אַ פֿײַער לעשער נישט הײַנט געדאַכט און נישט קײַן סאַך מער, פֿאַרשטײט זיך פֿאַרװאָס עלטערן חאַלעשן צו װערן באָבעס און זײדעס און פֿאַרװאָס בחורים פּײגערן אױפֿן שטרײַמל און מײדלעך אױפֿן גרױסן בױך.