☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » עיליענס
עיליענס
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7656
די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 11:56 pm
· #238111
עיליענס
ס ברייט באוויסט פון דמיונות וואס מענטשען האבען וועגען ״יא עף אויס״ אין וועגען עיליענס, מענטשען אדער באשעפענישען פון א אנדערע פלאנעט פין וועם מ דארף אפשר מורא האבען ווייל זיי זענען אסאך שטערקער אדער קליגער פין אינז. איז מיין שאלה איז דאס טאקע דמיונות אדער קען זיין אז מ וועט נאך אמאל טרעפען באשעפענישען אויף א אנדערע פלאנעט. אין אויב יא מעגליך אז זיי זענען בערך אזוי ווי אינז. וועט מען קענען קאמיוניקירען מיט זיי? אדער וועט ח״ו ווערען א מלחמה מיט זיי. אפשר האבען זיי אסאך מער טעכנעלאגיע ווי מיר האבען אין זיי וועלען זיין וויליג אינז אויסצילערנען? איז דא פראף אז עליענס עקזערסטירט נישט אדער ס קען נאך ארויסקימען זאפטיגע נייעס איין טאג. למשל אז עליענס האבען געלאנדעט מיט א ראקעט אויף אינזער וועלטל אין זיי מאכען בילדער פין אינזער פלאנעט. אדער זיי האבען איוף געשטעלט א ספעיס סטעישען אויף אינזער פלאנעט. האט שוין נאסא דורך געטוהן אלע פלאנעטן אדער מ טרעפט נאך כסדר נייע פלאנעטן?
כוכב » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:58 am
· #238118
עפעס קשיות לאז איבער פאר'ן סדר.
שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 1:03 am
· #238119
פונקט לעצטענס זיך אנגעשטויסן אין גאר א אינטערסאנטע דאקיומענטרי פון היסטערי טשענעל איבער די סוגיא פון Ufology-ufo
זיי ברענגען דארט אראפ הויכראַנגיקע אפישעלס אין די רעגירונג און ערשט האנטיגע עדות פון פארשידנע גאר באוואוסטע יו עף או אינצידענטן ווי למשל די Rendlesham Forest incident ראַזוועל ניו מעקסיקא און פינעקס אריזאנא און ווי דער געוועזנער גאווענאר פון אריזאנא Fife Symington וואס האט לעצטענס מודה געוועהן אז ער האט געוואוסט אסאך מעהר אינפארמעישאן בשעת ער איז געוועהן די גאווענאר וועגן די באוואוסטע פינעקס לייטס אינצידענט און דאך האט ער עס געמוזט באהאלטן פונעם פובליק
אלפאנס עס איז גאר א אינטערסאנטע דאקיומענטרי און עס איז כדאי צו כאפן א בליק
https://www.youtube.com/watch?v=WnwwMFajSU4
אויך איז אינטערסאנט צו ליינען די בוך פון פילאפף קארזא The Day After Roswell א ניו יארק טיימס בעסט סעללער, ער איז יאהרן לאנג געוועהן א הויכראַנגיקע אפישעל אין די אמעריקאנע מילטער וואס איז געשטארבן אין 1998 ער איז געוועהן פון די גרעסטס גלייביגע אין עיליענס און יו עף או׳ס ער גייט אזוי ווייט ווי ער טעהנט אז אסאך טעכנלאגיע ווי למשל לעזער, פייבעראַפטיקס, נאכט ווידזשעין, מייקראָו טשיפּ און נאך האט מען ערפונדען פון א געקראכטע עלעין שיפּ אין ראזוועל ניו מעקסיקא ער שווערט זיך פאר זיין טויט אז די גאווערמענט באהאלט אסאך פון אונז און אז ער איז געוועהן אינוואַלוועדט צו ברענגען די עיליען טעכנלאגיע צום באניץ
https://www.youtube.com/watch?v=jAfTY7NuceQ
https://www.youtube.com/watch?v=0N9oeT3BdcY
איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 10:54 pm
· #238213
הבל הבלים את כולם ישא הרוח.
די קעניג פין אמעריקע » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:39 pm
· #238222
איך אויך
הבל הבלים את כולם ישא הרוח.
פליז זיי דיך אביסל מער מסביר איז ״עליענס״ הבל הבלים. אדער אפשר איז גאר ״נאסא״ הבל הבלים.
איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 11:54 pm
· #238230
ניין נאסא אינישט און אזוי אויך איז די טווין טאוערס נישט געווען הבלים און די לענדינג אויף די לבנה. אויב דו פיגערסט אויס וואס די דריי האבען אין קאממאן וועסטו פארשטיין מיין פוינט.
שמערל » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:01 am
· #238231
דער קעניג פון אמעריקע איז א קרוב מיט יחזקיה המלך ירושלים?
רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:11 am
· #238233
עליענס און אן ענדליכער פארום ווי הוימענס איז נישט דוקא וואס איך וויל פארענטפערט. אסאך אינטערעסאנטער איז א ברייטערע שאלה אויב איז דא אינלעגענטס אויף די שטאפל פון היומענס אדער העכער אין די יונעווערס. (איך רעד פון באשעפנישן פון דומם, צומח, וכו', נישט פון רוחניות)
יין שרף » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:12 am
· #238234
סאך קלוגער איז שוין דא.
למשל עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 12:16 am
· #238336
איך אויך
ניין נאסא אינישט און אזוי אויך איז די טווין טאוערס נישט געווען הבלים און די לענדינג אויף די לבנה. אויב דו פיגערסט אויס וואס די דריי האבען אין קאממאן וועסטו פארשטיין מיין פוינט.
אביסעל מער א געזעצטע ענטפער האב איך געטראפען אויף די וועבסייט פין די ווייס הויז ווי זיי שרייבען
odds are pretty high that there may be life on other planets but the odds of us making contact with any of them—especially any intelligent ones—are extremely small, given the distances involved
שבת אחים » מיטוואך יוני 21, 2017 3:22 am
· #376230
The Truth Behind UFOs - National Geographic Documentary
https://m.youtube.com/watch?v=FbseV8RpMrM
בן אדם » מיטוואך יוני 21, 2017 9:56 am
· #376246
ס'מעגלי דא יו עף או'ס אדער עפעס ענליכ'ס, אבער ס'קומט פון 'אונזער' פלאנעט. און די אלע וואס גלייבן אז ס'קומט פון ערגעץ אנדערש האבן א סאושעל דיסארדער, חוץ פון האוקינס וואס איז די נארמאלסטער מענטש אויף אונזער פלאנעט דאנק גאט (אבער דאך נישט קלוגער פון די עיליענ'ס - לויט עם).
שבת אחים » מיטוואך יוני 21, 2017 10:06 am
· #376248
בן אדם
ס'מעגלי דא יו עף או'ס אדער עפעס ענליכ'ס, אבער ס'קומט פון 'אונזער' פלאנעט. און די אלע וואס גלייבן אז ס'קומט פון ערגעץ אנדערש האבן א סאושעל דיסארדער, חוץ פון האוקינס וואס איז די נארמאלסטער מענטש אויף אונזער פלאנעט דאנק גאט (אבער דאך נישט קלוגער פון די עיליענ'ס - לויט עם).
איך גלייב אויך נישט אין דעם ווילאנג איך זעה נישט קיין קאנקריט באווייזן, סאיז דאך אינטערסאנט פאר מיר צוהערן וואס יעדער האט צוזאגן וועגן די סוגיא...
האוקינג זאגט אז לויט די נומבערס און חשבונות וואלט ״געדארפט זיין לייף״ אויף לכה״פ א ביליאן פלאנעטס, און מיט דעם איז ער גערעכט, מיינט נאכנישט אז זיי זענען אינטעלעגענט און אזוי פארגעשריטען אז זיי קענען פליען צענדליגער ביליאנען ״ליכט יאהרן״ צו אונזער פלאנעט, סקען זיין אז זיי זענען קליינע ווערימליך און זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך, אדער קען זיין אז נישט... איך ווייס נישט, דו ווייסט אויך נישט, און האוקינג אויך נישט, אבער לויט וויפל פלאנעטס עס איז פארהאנען אין האביטעל-זאונעס פאר לייף וואלטן געדארפט ביליאנען פלאנעטס ווירבלען מיט לייף.
בן אדם » מיטוואך יוני 21, 2017 10:16 am
· #376252
מ'זאגט אז ס'מעגליך דא געוויסע סארטן פיש ( אין דזשאפיטער) אבער איך האב גערעדט פון די וואס ווייסען שוין און האבן שוין די אזויגערופענע קלארע ראיות.
דוכט זיך אז האוקינס גלייבט באמונה שלימה אים זיי...
חת"ס האקט
בן אדם » מיטוואך יוני 21, 2017 10:19 am
· #376253
лпم iοوԴ
קיקט אויס מ'האט געטראפען א מאמי פון א עיליען
https://www.gaia.com/lp/unearthing-nazca-members/
ס'איז פון אונזער פלאנעט
שבת אחים » מיטוואך יוני 21, 2017 10:28 am
· #376255
בן אדם
מ'זאגט אז ס'מעגליך דא געוויסע סארטן פיש ( אין דזשאפיטער) אבער איך האב גערעדט פון די וואס ווייסען שוין און האבן שוין די אזויגערופענע קלארע ראיות.
דוכט זיך אז האוקינס גלייבט באמונה שלימה אים זיי...
חת"ס האקט
כגלייב שווער אז האוקינס גלייבט באמונה שלימה אז עליענס האבן באזוכט אונזער פלאנעט. און אויב יא אפשר ווייסט ער וואס די המון עם ווייסט נישט, ער וואלט קיינמאל נישט געגעלייבט קיין זאך אן קיין עווידענס, ער איז אסאך אסאך קלוגער פון דעם. כבין זיכער אז האוקינס גלייבט נישט אין קיין עליענס אן קיין ״אימפירקל עווידענס״, די איינציגסטע זאך וואס איך האב אים געהערט טענה׳ן אז לויט די געזעצן פון נאטור און פיזיקס איז דא גאר א גרויסע ״מעגליכקייט״ פאר לעבן אינדערויסן פון אונזער פלאנעט. ספעציעל אז סאיז דא מעהר פלאנעטס אין די יוניווערס ווי אלע טראפן וואסער אין אונזער גאנצע פלאנעט ערד, און אז סאיז דא אזוי סאך פלאנעטס מעהר ווי אונז קענען ציילן אין די goldilocks zone איז די מעגליכקייט אז ערגעץ אין אונזער יוניווערס איז דא באשעפענישן וואס לעבן....
קורקלענד » מיטוואך יוני 21, 2017 10:45 am
· #376259
שבת: פארוואס אבער שטעלט האוקינג אפ זיינע חשבונות דארט ווי מ'רעדט סך הכל פון לעבן. ציווישן אזויפיל פלאנעטן אין די גאלדילאקס זאנע וואס וואלטן געדארפט פארמאגן לעבן. וואלטן געדארפט זיין א שטיקל שאנס פאר אינטעליגענץ? אויב יא וויפיל?
אויב איך געדענק גוט האט האוקינג יא מורא פאר אינטעליגענץ פון אן אנדער פלאנעט.
שבת אחים » מיטוואך יוני 21, 2017 10:57 am
· #376260
קורקלענד
שבת: פארוואס אבער שטעלט האוקינג אפ זיינע חשבונות דארט ווי מ'רעדט סך הכל פון לעבן. ציווישן אזויפיל פלאנעטן אין די גאלדילאקס זאנע וואס וואלטן געדארפט פארמאגן לעבן. וואלטן געדארפט זיין א שטיקל שאנס פאר אינטעליגענץ? אויב יא וויפיל?
אויב איך געדענק גוט האט האוקינג יא מורא פאר אינטעליגענץ פון אן אנדער פלאנעט.
כ׳פארשטיי נישט פונקטליך דיין קשיא
צווישן שווערע ביליאנען ספישיעס אין אונזער פלאנעט זענען דאך אלע ווייט נישט אינטעליגענט, און אפילו אונז מענטשען זענען נאר גאנץ-לעצטענס קלוג געווארן און געכאפט וואס טוט זיך מיט זיך, זעהט מען פון דא אז סאיז נישט אזוי גרויסע שאנס אז סזאל פונקט זיין אינטעלעגענטע פארגעשריטנע לייף וואס זאלן קענען פארן אין די ספיד אף לייט ביליאנען יאהרן צו דערגרייכן צו אונזער פלאנעט (אויסער אז זיי פארן מיט ״טיים טרעוועל״...)
כווייס נישט פונקטליך וואס האוקינג האט מורא פון, חוץ פון קעפיטליזים ווייס איך אז ער האט שטארק מורא, און מיט דעם פארשטיי איך וואס ער זאגט, איין זאך בין איך זיכער אז האוקינג גלייבט גארנישט אן קיין עווידענס, און אפילו אז ער זאגט אז ער האט מורא פון עפעס מיינט נאכנישט אז ער האלט טאקע אז עפעס גייט געשעהן, ווען א קינד האט מורא אז א גנב גייט זיך איינברעכן ביי אים אינדערהיים מיינט נישט אז ״ער ווייסט פאר א פאקט״ אז גנבים גייען היינט נאכט זיין דא, סמיינט אז ער האט מורא אז ״אפשר״ וועלן רויבערס פונקט קומען זיך איינברעכן אין מיין הויז.
מי אני » דינסטאג אפריל 9, 2019 4:44 pm
· #428166
Re: עיליענס
אויף די נושא וואלט איך שטארק רעקאמענדירט דעם ביך Aliens רעדאגירט דורך Dr. Jim Al-Khalili, וואו ער נעמט צאם אסאך essays דורך וויסנשאפטלער (physicists, biologists וכו׳) אין די נושא.
Sent from my iPhone using Tapatalk
וואלווי » דינסטאג אפריל 9, 2019 6:52 pm
· #428177
יין שרף
סאך קלוגער איז שוין דא.
למשל עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
פיינעלי זע איך די מקור, אין די ריכטיגע קאנטעקסט, פון @געוואלדיג 'ס אינטערשריפט.
מ'טאר קיינמאל נישט אויפגעבען האפענונג...
מי אני » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:20 pm
· #435480
Re: עיליענס
אויף די נושא איז דא די באקאנטע עקוועישן פון דר. פרענק דרעיק וואס פרובירט צו געבן א מאטעמאטישן פרעימווארק פאר די פראבעביליטי פון בריאים אינדרויסן פונ׳ם ערד קוגל. עס לויטעט אז מ׳דארף צאמרעכענען [מאלטיפלייען צוזאמען] 7 אנדערע עווערידזשעס, איינער טיפער/א תולדה פונ׳ם צווייטן/פריערדיגן, אנצוקומען צו די פראבעביליטי אז עס זענען דא/עקסיזטירן עיליענס מיט וועם אונז קענען זיך פארבינדן.
1). די עווערידזש/פערצענט רעיט פון וויפיל שטערנס עס פארמירן זיך אין א(ונזער) גאלאקסי.
2). די פערצענט פון די שטערנס וואס האבן פלאנעטן ארום זיך (בכלל).
3). די פערצענט פון די פלאנעטן וואס געפונען זיך אין די ״גאלדילאקס זאהן״ ארום די שטערן [נישט צו הייס און נישט צו קאלט] (יעדע שטערן לפי ערכו); אזוי אז לעבן זאל זיך בכלל קענען אנהויבן דארט.
4). די פערצענט פון די פלאנעטן וואס טוהן טאקע דעוועלאפן לעבן.
5). די פערצענט פון לעבן אויף די פלאנעטן וואס ווערן ״קלוג״.
6). די פערצענט פון די וואס ווערן גענוג קליג אויף צו ערפינדן טעכנאלאגיע וואס קען קאמוניקירן אויף ווייטע שטרעקעס.
7). אין ווי לאנג א צייט אפשניט טוהן זיי (פרובירן צו) קאמוניקירן.
ווי מ׳קען זעהן איז אנגעהויבן פון 4 (און אפשר 3) (נאך) נישט דא קיין קלארע נומערן צו קענען רעכענען אפילו אן עסטימעיט פאר זייער חלק/פערצענט (ולכן פראבעביליטי).
https://youtu.be/sNhhvQGsMEc
https://youtu.be/1fQkVqno-uI
בנוגע די שמועס בכלל זענען די צוויי קליפס (לדעתי) היבש אינטרעסאנט. עס טוהט דורך סיבות פאר די פערמי פאראדאקס [אז די אונעווערס איז אזוי גרויס וכו׳ וכו׳ וואו זענען אלע עיליענס]. (עס דערמאנט אויך די קארדאשעוו סקעיל בנוגע ציוויליזאציעס.)
https://youtu.be/UjtOGPJ0URM
די קליפ איז מרחיב אויף דעם גרעיט פילטער און אז מ׳וועט טרעפן לעבן אינדרויסן פונ׳ם פלאנעט וועט עס ווייזן/צייגן אז מיר זענען לכאורה נאכנישט דורך דעם פילטער (דר. ניק באסטראם רעדט אויך ארום דערוועגן).
(אביסל לגבי די נושא אין יהדות: https://ohr.edu/ask_db/ask_main.php/91/Q1/.)
מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 12:47 pm
· #436396
אין וועקער 16 האט אברהם בן-ברוך געשריבן א גלענצענדע דערציילונג, עלען, וואס נוצט די פרעמיז פון אנטדעקן לעבן אינדרויסן פונ׳ם ערד-קוגל צו אנאליזירן (קריטיקן) און ארויסברענגן די לימיטס פון סייענטיזם (והמסתעף). דאס טוהט ער דורכ׳ן ארויסברענגן די חלק פונ׳ם אומוויסן, אומפרעצעדענט, און אוממעגליכקייט צוצוגלייכן צו סיי וואס, די לעבן סעמפל וואס דער סאטאליט ברענגט צוריק.
איך פערזענליך האב שטארק הנאה געהאט. דאס שרייבן סטיל איז מורא׳דיג און די סייענטיפישע רעפרענצען זענען (ווי ווייט איך ווייס) ספאט אן.
א זייטיגע נאטיץ האט מיר געכאפט בשעת׳ן לייענען די דערציילונג, וואס שפילט זיך אפ בשעת דאס ערווארטונג פונ׳ם אנקום פונ׳ם סעמפל. עס האט מיר דערמאנט פון די פילם Life וואס ווייזט די פאטענציאלע סכנה פון קומען אין קאנטאקט מיט אזא סארט נייע לעבן פארעם. אויך איז אינטרעסאנט אז פראפעסאר סטיפען האווקינג, וואס ווערט דערמאנט אינ׳ם דערציילונג, האט גערעדט בנוגע דאס סכנה וואס קען צושטאנד קומען פון קומען אין קאנטאקט מיט א מין לעבן פארעם פון אינדרויסן פון אונזערע ספערן (הגם ער האט דאס בעיקר געזאגט בנוגע קאנטאקט מיט אינטעליגענטע ברואים). (ווי אויך דערמאנט ער טראמפ אלס פרעזידענט, וואס דאס וואלט געמאכט די החלטות ווי אזוי מ׳זאל זיך אומגיין/באגיין בשעת׳ן קאנטאקט אלס מער מבוהל ועלול לטעות...)
דאס איז אן ארטיקל וואס רעדט ארום דערוועגן אין דעם געביט פון קאנטאקט און ברענגט אויך ארויס דעם געדאנק, בנוסף צו אנדערע שוועריקייטן וכו׳ (הגם, אויך, בעיקר בנוגע קאנטאקט מיט אינטעליגענטע ברואים מיט וועמען מ'וויל קאמוניקירן). ווי אויך קאנטראסטן זיי די אפטימיסטישע און פעסימיסטישע קוק-ווינקלן פון קאנטאקטן אזא מין לעבן פארעם. זיי דערמאנען די פילם Arrival, וואס יידל האט דערמאנט אין זיין ארטיקל אין די דאזיגע וועקער בנוגע שפראך.
(די געדאנק אז אפילו די גאר ״הארטע״ סייענסעס, ווי למשל מאטעמאטיקס, איז אויך מיוסד און תלוי אינ׳ם סאביעקטיוון באוואוסטזיין פונ׳ם מענטש [בכלליות], ווערט מבואר באריכות אין דר. וויליאם בייער׳ס בוך The Blind Spot.)
ונבנתה העיר » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 1:21 pm
· #436398
שאלתיאל » מאנטאג יולי 24, 2023 8:48 pm
· #532129
סקעפטיקער » מאנטאג יולי 24, 2023 9:38 pm
· #532136
איך זעה דא א שטיקל מישמאש צווישן עליענס און UFO. אפילו נניח אז עס עקזיסטירט לעבן אויף אנדערע פלאנעטן, איז זייער נאריש צו גלייבן אז זיי האבן נישט וואס צוטוהן נאר אונז צו קומען באזוכן מיט פליענדע טעלערלעך וכו' בעת וואס קיין איין פארגעשריטענע מאשין האט נאכנישט באוויזן זיי געהעריג אויפצוכאפן און זעהן פון ווי זיי קומען און צו ווי זיי גייען, און נאך אסאך שטותים און נארישקייטן וואס קלעבן נישט איינס צום צווייטן, די אלע אומאידענטעפיצירטע אביעקטן זענען נישט קיין עליענס! אויב גייט מען איין טאג טרעפן באווייזן פאר לעבן אויף אנדערע פלאנטעטן וועט עס לכאורה צוגיין אויף גאר א צווייטן אופן
שאלתיאל » דינסטאג יולי 25, 2023 5:22 am
· #532160
Re: עיליענס
סקעפטיקער
איך זעה דא א שטיקל מישמאש צווישן עליענס און UFO. אפילו נניח אז עס עקזיסטירט לעבן אויף אנדערע פלאנעטן, איז זייער נאריש צו גלייבן אז זיי האבן נישט וואס צוטוהן נאר אונז צו קומען באזוכן מיט פליענדע טעלערלעך וכו' בעת וואס קיין איין פארגעשריטענע מאשין האט נאכנישט באוויזן זיי געהעריג אויפצוכאפן און זעהן פון ווי זיי קומען און צו ווי זיי גייען, און נאך אסאך שטותים און נארישקייטן וואס קלעבן נישט איינס צום צווייטן, די אלע אומאידענטעפיצירטע אביעקטן זענען נישט קיין עליענס! אויב גייט מען איין טאג טרעפן באווייזן פאר לעבן אויף אנדערע פלאנטעטן וועט עס לכאורה צוגיין אויף גאר א צווייטן אופן
למיטב הבנתי טענה'ט קיינער נישט אויף זיכער אז ס'איז עליענס. די געטועכץ איז בעיקר ארום דעם אז די מיליטער אדער אנדערע זיכערהייט אגעונטורן באהאלט צענדליגע דאקומענטעישענס און אפי' שטיקלעך פון אזעלכע UFO's (אדער אפי' טויטע באשעפענישן ווי דייוויד גורטש טענה'ט) דאס גייט מען יעצט אויספארשן אין קאנגרעס. די מאקסימום טענה לעת עתה איז אז עס איז נישט געמאכט דורך מענטשליכע אינטילגענציע
Sent from my SM-A546E using Tapatalk
שאלתיאל » דינסטאג יולי 25, 2023 7:14 am
· #532162
Re: עיליענס
סקעפטיקער
איך זעה דא א שטיקל מישמאש צווישן עליענס און UFO. אפילו נניח אז עס עקזיסטירט לעבן אויף אנדערע פלאנעטן, איז זייער נאריש צו גלייבן אז זיי האבן נישט וואס צוטוהן נאר אונז צו קומען באזוכן מיט פליענדע טעלערלעך וכו'
ס'איז בערך אזוי נאריש ווי צו גלייבן אז אונז האבן נישט וואס צו טון נאר צו פראבירן אנצוקומען צו זייער פלענעט מיט פליענדיגע שיפן 😉
Sent from my SM-A546E using Tapatalk
סקעפטיקער » דינסטאג יולי 25, 2023 4:12 pm
· #532211
שאלתיאל
סקעפטיקער
איך זעה דא א שטיקל מישמאש צווישן עליענס און UFO. אפילו נניח אז עס עקזיסטירט לעבן אויף אנדערע פלאנעטן, איז זייער נאריש צו גלייבן אז זיי האבן נישט וואס צוטוהן נאר אונז צו קומען באזוכן מיט פליענדע טעלערלעך וכו'
ס'איז בערך אזוי נאריש ווי צו גלייבן אז אונז האבן נישט וואס צו טון נאר צו פראבירן אנצוקומען צו זייער פלענעט מיט פליענדיגע שיפן 😉
Sent from my SM-A546E using Tapatalk
אבער ווען מיר זאלן אנקומען אהין וועלמיר גלייך פרובירן שאפן קשרים מיט זיי, נישט זיכער מאכן צו אנקומען און תיכף אנטלויפן אז נאר די מערסטע נאאיווע זאלן וויסן דערפון
צקון לחש » דינסטאג יולי 25, 2023 5:33 pm
· #532215
https://youtu.be/5ir1hhpkwbo?t=535
דאבל-יו: איך זאג דיר גארנישט הא הא הא
berlbalaguleh » דינסטאג יולי 25, 2023 7:19 pm
· #532220
שאלתיאל
סקעפטיקער
איך זעה דא א שטיקל מישמאש צווישן עליענס און UFO. אפילו נניח אז עס עקזיסטירט לעבן אויף אנדערע פלאנעטן, איז זייער נאריש צו גלייבן אז זיי האבן נישט וואס צוטוהן נאר אונז צו קומען באזוכן מיט פליענדע טעלערלעך וכו' בעת וואס קיין איין פארגעשריטענע מאשין האט נאכנישט באוויזן זיי געהעריג אויפצוכאפן און זעהן פון ווי זיי קומען און צו ווי זיי גייען, און נאך אסאך שטותים און נארישקייטן וואס קלעבן נישט איינס צום צווייטן, די אלע אומאידענטעפיצירטע אביעקטן זענען נישט קיין עליענס! אויב גייט מען איין טאג טרעפן באווייזן פאר לעבן אויף אנדערע פלאנטעטן וועט עס לכאורה צוגיין אויף גאר א צווייטן אופן
למיטב הבנתי טענה'ט קיינער נישט אויף זיכער אז ס'איז עליענס. די געטועכץ איז בעיקר ארום דעם אז די מיליטער אדער אנדערע זיכערהייט אגעונטורן באהאלט צענדליגע דאקומענטעישענס און אפי' שטיקלעך פון אזעלכע UFO's (אדער אפי' טויטע באשעפענישן ווי דייוויד גורטש טענה'ט) דאס גייט מען יעצט אויספארשן אין קאנגרעס. די מאקסימום טענה לעת עתה איז אז עס איז נישט געמאכט דורך מענטשליכע אינטילגענציע
Sent from my SM-A546E using Tapatalk
למעשה: זענען די ספעקולאציעס געגאנגען אין צוויי דיירעקשאנס. איינס. אז רוסלאנד (אין די '50גער,זעכציגער און זיבעציג'ער יארן) האט געשיקט פארגעשריטענע שפיאנאזש מאשינען צו אויסשפירן די מיליטערישע סודות פון אמעריקע און ענגלאנד. די צווייטע. אז די אמעריקאנע נעיווי אליינס האט ארויפגעשיקט די "פליענדיגע טעללערס". צוערשט איבער אמעריקע צו אויספראבירן זייער סוקסעס ראטע. און נאכדעים צו שיקן זיי קיין רוסלאנד און כינע.
לויט די היינטיגע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע פון כינע וואלט געווען לאגיש צו זאגן אז דאס אלעס קומט פון כינע. ווייל זיי זענען זייער שטארק "סניעקי". צו דערגיין מיליטערישע סודות פון אמעריקע. נאר אין די אויבנדערמאנטע תקופה איז נאך טשיינע געווען בבחינת (א שלאפנ'דיגער ריז). און זיי זענען געווען זייער שטארק צוריקגעשטאנען טעכנאלאגיש (און מיליטעריש).
איין זאך איז זיכער. מענטשן האבן געזעהן, און מ'האט אפילו אפגעכאפט פיקטשערס פון אזעלכע פליענדיגע אביעקטן וועלכע זענען ענליך צו טעלערס. די שאלה איז נאר אויב דאס זענען פראדוקטן פון מענטשליכע טעכנאלאגיע. אדער קומט עס גאר פון אן אנדער'ן פלאנעט.
שאלתיאל » מיטוואך יולי 26, 2023 5:19 pm
· #532317
שאלתיאל
די נושא פון UFos אין אמעריקע ווערט מער און מער פארדעכטיגט לעצטנס. ביטע האלטן אַן אויג.
https://nymag.com/intelligencer/2023/06/the-ufo-whistleblower-is-back-with-more-crazy-claims.html
דייוויד גורטש האט היינט עדות געזאגט פאר א ספעציעלע קאנגרעס פארהער. בתוך הדברים האט ער נאכאמאל איבערגעחזר'ט איבער זיין טענה אז עס איז געפינען געווארן ''nonhuman biologics" אין קראך ערטער פון UFOs און אז דער מיליטער האט אנגעהאלטן א לאנגיעריע געהיימע פראיעקט ווי זי האט אנגעזאמעלט און פראבירט צו בעק-אינדזשונירן UFOs. אויך האט ער געטענה'ט אז ער האט אינפארמאציע איבער מענטשן וואס זענען ''געשעדיגט אדער פארוואנדעט געווארן'' דורכאויס די פראוון פון די גאווערמענט צו באהאלטן אינפארמאציע איבער UFOs.
https://twitter.com/CBSNews/status/1684300263195017217
דאס איז זיין ארגינעלע אינטערוויו צו newsnation ווי ער האט אראפגעלייגט זיינע אומגלויבליכע טענות
https://youtu.be/JLZzDhDYMcw
יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 5:00 pm
· #535975
יעצט אין די נייעס אז מ'האט געטראפן א 3 פינגערדיגע באשעפעניש. די די ענ עי איז נישט באקאנט. דער מוח איז גאר גרויס. די ביינער גאר שטארק אין לייכט. זעט אויס אז מיר וועלן זיך באקענען אסאך מער מיט די דרויסענדיגע שכנים בקרוב ממש
יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 5:02 pm
· #535976
יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 5:02 pm
· #535977
צוזאמגעדרייט » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 5:26 pm
· #535978
Re: עיליענס
וואס האט דריי פינגער'ס צו טון מיט עליען באשעפענישן?
חמלה גדולה » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 5:36 pm
· #535980
יום טוב ליפמאן צונז » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:17 pm
· #536005
צוזאמגעדרייט
וואס האט דריי פינגער'ס צו טון מיט עליען באשעפענישן?
ס'האט נישט דווקא צוטין. דער מציאות איז אז די "די ענ עי" קענען זיי נישט פון אונזער וועלט ממילא איז מסתבר אז זיי זענען פון א פרענדע וועלט (עליענס בלע"ז) שפעטער איז אינטערעסאנט פאר די נייגעריגע, מיט וואז זענען זיי אנדערש ווי היימישע מענטשן. איז איינע פון די זאכן אין דער מין וואס מהאט געטראפן, איז אז ס'האט נאר 3 פינגערס.
סקעפטיקער » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:22 pm
· #536006
יום טוב ליפמאן צונז
יעצט אין די נייעס אז מ'האט געטראפן א 3 פינגערדיגע באשעפעניש. די די ענ עי איז נישט באקאנט. דער מוח איז גאר גרויס. די ביינער גאר שטארק אין לייכט. זעט אויס אז מיר וועלן זיך באקענען אסאך מער מיט די דרויסענדיגע שכנים בקרוב ממש
extraordinary claims require extraordinary evidence
סקעפטיקער » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:30 pm
· #536008
זיי האבן אן אויסשטעל פונקט ווי מענטשן, א קאפ מיט א אויגן און נאז, הענט און פוס, אבער ער האט נישט קיין DNA! ביי מיר אינדערהיים האב איך אויך אזאנס, מיינע קינדער רופן עס דאלי
שאלתיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 11:50 am
· #536032
Re: עיליענס
נאס"א'ס CEO ביל נעלסאן האט נארוואס איבערגעגעבן א פרעס קאנפערענץ איבער די ערשטע ריפארט פון זייער ספעשל טיעם וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט צו פארשן די נושא פון Ufo אדער Uap ( א מער ברייטערע הגדרה וואס רעכנט אריין אלע אומאידענפיציטירטע אבזעווירונגען און לאוו דווקא פליענדע אביעקטן)
אויב פארשטיי איך גוט זאגט ער עטליכע זאכן:
זיי האבן געלערנט אז ס'איז דא אסאך צו לערנען (טאקע? ממש א חידוש נפלא)
1. ער האלט אז ס'איז פארהאן לעבן אינדערויסן פון אונזער פלענעט צוליב די ריזיגע צאל פון טריליאנען גאלאקסיעס וואס זענען דא און ס'איז מסתבר אז צווישן זיי איז פארהאן א habitable פלענעט וואס איז צוגעפאסט פאר לעבן אזווי ווי אונזערע. ער האלט אויך אז נאס"א וועט דאס עווענטועל אנטדעקן אין די צוקונפט.
2. עס זענען פארהאן אסאך עדות'ן פון *רילייעבל מקורות* וואס האבן באריכטעט איבער UFOs. רוב פון זיי קען מען ערקלערן אבער עס זענען פארהאן טייל פעלער וואס זענען דערווייל נישט ערקלערט געווארן
3. דערווייל ווייסט נישט פון ווי זיי קומען און איז נישטא קיין סיבה צו קאנקלודן אז דאס זענען עליענס אבער מ'קען נישט שולל זיין די אפציע
https://youtu.be/idJKLP5hcuQ
שאלתיאל » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 11:59 am
· #536033
Re: עיליענס
ביי דע וועי וואס האלט די עולם איבער די נושא?
איך מיין אז דא האבן זיך שוין אנגעזאמלט א מכובד'יגע הויפן פון 'Uaps אויפפאלנדע אבזערוואציעס פון אביעקטן אדער אנדערע אויפפאלנדע באמערקונגען וואס ברענגען ארויף ערנסטע פראגע צייכענעס וואס איז מער נישט שייך סתם אפצופטר'ן אלץ אילוזיעס אדער קאנסיפראציעס (ווי די מיליטער און יעצט נאס"א זענען אויך מודה)
פון דער אנדערע זייט איז די געדאנק פון לעבן אויף אן אנדערע פלענעט טעארעטיש בכלל נישט אפגעפרעגט און איז היבש מסתבר, דערפאר איז די אפציע פון עליענס טעארעטיש מעגליך. די גרויסע פראגע איז צו די Uap's האבן א פארבינדונג מיט עליענס, אפגעפרעגט איז עס זיכער נישט און מיין פערזענליכע מיינונג/געפיל (האפענונג?) איז אז די ביידע זענען פארבינדן. יעצט דארף מען ווארטן זיי זאלן נעמען די גאטס און זיך באווייזן און מאכן א לחיים איאיינעם.
צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 12:34 pm
· #536035
Re: עיליענס
איך זעה נישט די שייכות צווישן עליענס וואס וואוינען ביליאנען ליכט יארן אוועק צו אפאר אומגעווענליכע אביעקטן וואס מען האט האלבוועגס געזעהן.
אומפארשטענדליכע פינטלעך אויפן ראדאר ("העכער מיליטערישע ערטער") און אפאר קראציגע ווידעאס, מ'האט שוין געהערט אזאנס.
עידות'ן זענען פאראן טויזענטער אבער רוב פון זיי ביפאר מען האט געהאט סמארט פאונס זיי אפצוכאפן, ממילא האט מען נישט געדארפט האבן קיין באווייז. ס'איז געווען צוזאמען מיטן עפאכע פון אפענע מופתים און כישוף... ס'איז ביי מיר איין טשולנט פון חלומות און עטענטשאן זיכעריי וואס מען קען שוין היינט נישט קריגן אזוי גרונג.
צום עצם עליען פראגע. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז מיר זאלן זיין די איינציגע אין אזא גרויסע אוניוועס, אגב איז דאס די מיינונג פון רוב סייענטיסטן און פילעזאפן.
כ'האב געהערט אמאל א גוטע משל. שטעלט אייך פאר מען נעמט ארויס א קריגל וואסער פונעם ים און מען זעהט נישט קיין פיש דערין, מיינט דאס אז דאס גאנצע ים איז ליידיג פון פיש? אוואדאי נישט. אונז האבן בלויז געזען א שפיי אין ים אנקעגען וואס עס איז אלץ דא.
מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 6:31 pm
· #536116
לגבי די דרעיק עקוועישאן, איז דא די סילוּריען היפאטעזיע[/i] פון דר. געווין שמיט און דר. אדם פרענק. דאס לויטעט אז בעצם וואלט געווען שייך אז פון 350 מיליאן יאר צוריק זאל האבן געווען אויף אונזער פלאנעט אַן אינטעליגענטע ציוויליזאציע מיט טעכנאלאגיע און אינדוסטרי; לדוגמא עס איז שוין געווען גענוג פאַסילייזד ברענשטאף צו קענען נוצן. די שאלה איז צי אונז וואלטן געקענט דירעקט זעהן און דערקענען אינעם פאַסיל רעקארד אז עס איז געווען אזא ציוויליזאציע. דאס איז אז מ׳זעהט ביי די דיינאסארס, וועלכע האבן געלעבט אויף די וועלט פאר אַן ערך פון א 165 מיליאן צייט אפשניט, איז פּראפּארציאנאל דא זייער ווייניג פאַסילס פון זיי און דירעקטע עווידענס וואס זיי האבן אפגעטוהן אויפ׳ן ענווייראמענט אין דזשיאלאדזשיק רעקארד. משא״כ אונזער אינדאָסטריעל צייט אפשניט לעת עתה איז נאר בערך 300 יאר אלט; א שפיי לגבי די דזשיאלאדזשיק רעקארד. ועוד, אז ווי לענגער אַן אינדאָסטריעל ציוויליזאציע גייט אָן, אלס מער איז מוכרח אז זיי פראדוצירן טעכנאלאגיע און אינדאָסטרי וואס זאל זיין מער סאָסטעינעבּל, און נישט האבן אזא שטארקע אימפּעקט אויף די ענווייראמענט וכו׳.
זיי שלאגן פאר וועגן ווי אזוי דאס טעארעטיש צו מעסטן וכו׳.
דאס איז אַן אינטרעסאנטע קליפּ אין די נושא.
סקעפטיקער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 10:01 pm
· #536119
סקעפטיקער » דאנערשטאג מאי 2, 2024 4:23 pm
· #560504
Re: עיליענס