זענען מיר אנאלפאבעטן?
137 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5031
זענען מיר אנאלפאבעטן?
ווי אויך זאגט ער (ח״ב פ״ב) אז ״
ארט״ איז/קומט פון די מחשבה וואס מען קען נישט עקספרעסן; וואס איז פאר שפראך (ועיין
כאן).
***
אזוי ווי @יידל אליין דערמאנט
דא די
פלעטאניק רעלם/הייפערוראניון, איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער פילאזאף דר. קארל פאפער, אין זיין מהלך פון
דריי וועלטן (עיין
כאן ו
כאן, זאגט אז ״
שפראך״ איז די מערסטע אינטעגראלע און עיקר׳דיגע חלק אין/פון ״
וועלט 3״; ״
שפראך״
איז די
קאנטענט פון חכמה, וואס פון דעם באשטייט די ״
וועלט״. און נאר דורך שפראך נעמט מען די מחשבת חכמה פון סתם א ״
וועלט 2״ סארט
סאביעקטיווע טראכטן צו די ״
וועלט 3״ פון
אביעקטיווע חכמה.
די ״
וועלט״ פון אביעקטיווע מענטשליכע חכמה איז אביסל ענליך צו אפלטון׳ס רעלם.
***
ווי אויך איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז מארטין בובער האט געהאלטן יעדע סארט רילעישענשיפ מיט א צווייטע ענטיטי אלס א ״
דו״ [אין/מיט איר גאנצקייט], אפילו ס׳איז נישט דורך רעדן, איז אבער דאך א פארעם פון ״
שפראך״.
זענען מיר אנאלפאבעטן?
קראטילוס, אין אפלטון׳ס
קראטילוס, האלט פון
לינגוויסטיק נאטורעליזם. דאס הייסט אז א נאמען פון א זאך ומושג וכו׳, שפראך בכלל (בפרט אין זייער פארשטאנד אין עטימעלאגיע), איז נישט דאס מכח די קאנווענשאן ווי אזוי מ׳האט אנגענומען, נאר עס איז מקושר צום
צורה (אין אפלטון׳ס שטערקערע קאנסעפציע פון (רוחניות׳דיגע)
צורה ווי אריסטו) פונ׳ם זאך אין די סאונד סיסטעם פון יענע שפראך.
(פארשטייט זיך אז דאס האט פאראלעלן מיט די מיסטישע מושג פון, עכ״פ ביי מענטשן, נפש חיה הוא שמו וכו׳.)
***
ואגב, הרס״ג בהאמונות והדעות (מאמר ב פ״י):
ואם יאמר אומר מה היתה התועלת שהרחיב הלשון זאת ההרחבה שהפיל לנו אלו הספקות ולמה לא סמכה על מלות אמתות והיתה מסירה מעלינו זאת הרעה אומר כי אלו סמכה על מלה אחת היה השמוש בלשון מתמעט ולא היה מגיע להגיד בה על קצת המכוונות.
***
ואגב איז
אינטרעסאנט אז ס׳איז ל״ד אז די וואס קענען אסאך ״קללות״ האבן א קלענערע וואקאבולאר, ואפשר אפילו אז ס׳האט א פאזיטיווע קארעלעישן: קענען מער ״קללות״ = גרעסערע/ברייטערע וואקאבולאר. (טאמער נעמט מען אן אז די קאנקלושאנס פון די שטודיע ארבעט אויף פארקערט אויך, אז די וואס קענען ווייניגער ״קללות״ האבן א קלענערע וואקאבולאר, קען מען אפשר זאגן אז וועגן דעם קען זיין אז ביי אונז וואו מ׳איז מער מקפיד אויף שלא להוציא דבר מגונה שאדט דאס פאר אונזער אוועראל וואקאבולאר... הגם דער פסיכאלאג דר. ריטשערד סטיפענס, אין זיין
בוך, זאגט אז ״קללות״ ווערן גע׳סטארד אין אן אנדערן חלק פונ׳ם מח ווי די אלגעמיינע וואקאבולאר.)
(ועיין כאן.)Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
ולגבי די וויכטיגקייט פון ריכטיגע commas (און מעטא-שפראך צייכענונגען) ביים שרייבן, דערמאנט דער כוזרי (מאמר ב אות עב), בנוגע מעלת כתיבת בלשון לשה״ק, איבער דעם געברויך פון פיסוק וטעמים דערין, כדי אז די מאדעליטי פון שרייבן זאל זיין דומה צום רעדן ע״ש.
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
טאמאס האַבּס איז געווען גאנץ א שטארקע נאַמינעליסט. ער האט געהאלטן (אין א וועג) אז די איינציגסטע יוניווערסאלע זאך איז ״נעמען״ פון זאכן [דהיינו שפראך], ונפש חיה (של כל דבר) היא שמו ממש (ווי אזוי ס׳זאגט זיך אין יעדע שפראך). עכ״כ אז לייבניץ האט אים קריטיקירט דערויף אז ער גייט צו ווייט דערמיט, ווייל אויב אזוי אז דער ״אמת״ ממש פון א זאך ליגט אין איר נאמען, דאס שפראך, איז עס דעמאלטס געוואנדן אינעם מענטשליכן ווילן, וואס דעפיניציעס פון ווערטער/נעמען זענען דאך געוואנדן אין אים.
זענען מיר אנאלפאבעטן?
מי אניקען זיין אז דאס איז מענין לענין, אבער עס איז באותו ענין.
הגם איך (אזויווי יעדע רעכטדענקענדיגע מענטש) בין מסכים אז עס איז (קריטיש) וויכטיג צו בארייכערען א מענטשנ׳ס וואקאבולאר, קען מען נאך אלס נישט אוועקמאכען דעם דיאלעקט פון דאס אידישע שפראך וואס חסידישע אידן נוצן היינט. דהיינו, לכאורה איז דאס אידיש וואס אונז נוצן כלפי ריכטיג יידיש, ענליך צו AAE [African-American English] לעומת SAE [Standard American English]. וואס הגם ס׳זענען דא וואס טענה׳ן אז AAE איז א ״שוואכערע״ וכו׳ שפראך פון ״געהעריגע״ ענגליש, איז דאס פון א linguistic שטאנדפונקט נישט ריכטיג. ולכאורה ה״ה בנידון דידן.
📎 IMG_7058.jpgדאס קען אויך אפשר נוגע זיין לזה. פון
@לאשיצער’ס שטודיע
דא.
מי אניטאמאס האַבּס איז געווען גאנץ א שטארקע נאַמינעליסט. ער האט געהאלטן (אין א וועג) אז די איינציגסטע יוניווערסאלע זאך איז ״נעמען״ פון זאכן [דהיינו שפראך], ונפש חיה (של כל דבר) היא שמו ממש (ווי אזוי ס׳זאגט זיך אין יעדע שפראך). עכ״כ אז לייבניץ האט אים קריטיקירט דערויף אז ער גייט צו ווייט דערמיט, ווייל אויב אזוי אז דער ״אמת״ ממש פון א זאך ליגט אין איר נאמען, דאס שפראך, איז עס דעמאלטס געוואנדן אינעם מענטשליכן ווילן, וואס דעפיניציעס פון ווערטער/נעמען זענען דאך געוואנדן אין אים.
מי אני: איך האב אייביג (פון אלס יונגל) געהאט א חקירה צי א..."טיש"..לאמיר זאגן. האט בשורשו אזא נאמען. אדער איז דאס א רענדאם אקט. מ'האט פונקט געגעבן פאר דעם אביעקט דעם נאמען. און נישט אז דער חפץ איז פאזעססיוו פון דעם נאמען. ער וואלט פונקט אזוי געקענט הייסן..."רעדל"...! אבער, ווי ס'זעהט אויס אז אויף עפעס א מעטאפיזישן לעוול, צי זאלל דאס זיין קבלה אדער סתם פילאזאפיע האבן די נעמען פון די אביעקטן יא א שייכות מיט זייער מהות. איך מיין רש"י הק' אויפ'ן פסוק וואו אדם הראשון האט געגעבן די נעמען פאר אלע חיות און עופות ויקרא האדם כל נפש החיה הוא שמו...זאגט רש"י אז די נעמען וואס אדה"ר האט געגעבן פאר די אלע חיות און עופות זענען געווען צוגעפאסט לויט זייער שורש נשמה...!
נאך א ראיה. ווייל ביים דור הפלגה האט דער אייבישטער צומישט זייער שפראך, און די נעמען פון די פארשידענע בילדינג מאטעריאלן און ווערקצייג. אז ווען איינער האט געבעטן א געוויסן אביעקט האט דער חבר איהם געגעבן אן אנדער'ן אביעקט (פארוואס האט עס נישט געקענט זיין נייטראל/אומריכטיג/אומפארשטענדליך?) דאס האט אנגעמאכט דעם חורבן. מ'האט נישט גענוצט די ריכטיגע שורשים. ממילא איז ארויסגעקומען דער חורבן פון זייער פראיעקט...!
מי אניס׳איז אויך אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער בריטישער פילאזאף דזשארדזש מור, אין זיין דרך אין עפיסטעמאלאגיע, האט אן אריכות בעיון אין דעם אז ווי אזוי אונז ווייסן זאכן איז דורך אונזער רילעישן צו ״קאנצעפטן״, און אז דאס [זיין דעפיניציע פונ׳ם טערמין ״קאנצעפט״] מעיקרא איז העכער פון שפראך און אפילו פון טראכטן.
מי אני: איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דער פילאזאף דזשארדזש מור ווילל דא זאגן. נאר איך ווייס אז מיין הארץ ציעט מיך (און איך פיהל א ספעציעלע חיות)צו טרעפן דעם שורש פון ווערטער אין פארשידענע שפראכן. (איך מיין דאס ווערט אנגערופן עטימאלאגיע. נישט עפיסטאמאלאגיע.) אפילו די רילעישאנשיפ פון איין שפראך צו די אנדערע. און וויאזוי דאס ווארט האט זיך אנטוויקלט. אדער איז אריבערגעקומען צו די שפראך...!
למשל. (סוירפרייזינגלי). אויף אונגאריש און ספאניש איז דא א סאך ווערטער וועלכע האבן דעם זעלבן שורש. נאר זיי ווערן ארויסגעזאגט אנדערש.
א דאקומענט/צעטל הייסט אויף ביידע שפראכן די זעלבע...Cedula...Ora...(means a watch/time)...! ס'איז דא נאך צענדליגער ווערטער.
אין ספאניש הייסט נעמען די מאס..."מדידה"...פונקט אזוי ווי אין לשה"ק...!
אין אידיש איז דא זייער א סאך ווערטער וועלכע שטאמען פון פראנצויזיש. מ'קען עס לאגיש מסביר זיין. ווייל די אידן האבן א סאך יארן געוואוינט אין פראנקרייך. פונקט אזוי ווי סאיז דא א סאך סלאווישע ווערטער אין אידיש. נאר די פראנצויזישע ווערטער זענען שוין אריינגעגאנגען אין אידישן לעקסיקאן און זענען פארבויגן געווארן אז מ'דערקענט זיי שוין כמעט נישט...!
אויף ספאניש הייסט א ..."סכנה"..."פעליגרא"..."Peligro"...קענמען אפשר זאגן אז ס' שטאמט פון דעם שורש...פליג-רע...!(הפלגה רעה)...!
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
📎 IMG_7151.jpg
אין דעם גאנצן שמועס האב איך געטראכט אז לפי״ז איז דאס א רמז בהמשך הכתובים (תהלים לד יד-טו) נצור לשונך מרע ושפתיך מדבר מרמה סור מרע ועשה טוב. והיינו, אז וויבאלד די ״לשון״ ביי עניני ״רע״ איז מער, וואס אז עס זענען דא מער ווערטער דערביי איז דאס מקושר מיט דעם אז ס׳דא מער קאנצעפטן דערביי, איז דעריבער ערשט ״סור מרע״ וואס ביי דעם איז מער און דערנאך ועשה טוב.
זענען מיר אנאלפאבעטן?
מי אנידער מו״נ (ח״ב פ״ל) שרייבט, שהלשונות הסכמיות לא טבעיות כמו שכבר חשבו זה ע״כ ע״ש (וע״ש בשם טוב ובקרשקש). דאס איז אפשר אביסל בניגוד צו דאס וואס מ׳האט פריער דערמאנט איבער דר. נועם טשאמסקי׳ס יסוד פון אוניווערסאלע גראממאר. הגם, מ׳קען פשוט משוה זיין אז די הונטערליגענדע בעיסיק יסוד פון שפראך, טשאמסקי׳ס טעזע, איז יא טבעי; דער רמב״ם רעדט בנוגע די אקטועלע שפראך וואס מ׳נוצט און דאס איז הסכמי/עפ״י קאנווענשען (ולכאורה משמע כן מהמפרשים הנ״ל, שדבריו הם בניגוד להחושבים לגבי מליצות הרכביות וכו׳. עס איז אויך משמע דארט אז ער רעדט מער אינ׳ם קאנטעקסט צו ״שמות״ (ווי איידער ממש ״לשונות״ בכלליות) זענען מוטבע אינ׳ם זאך, צו אז עס איז א הסכם וואס מענטשן מאכן אפ ע״ש).
טשאמסקי האט אויך געמאכט א שטיקל קשר צווישן דאס אז מ׳ווערט געבוירן מיט א שטיקל אינעיט יכולת און קענטעניס אין שפראך, מיט דאס ווערן געבוירן מיט אן אינעיט ידיעה אין חכמה; דאס איז דאך די נושא האשכול בין הקשר למילים וקאנצעפטן/חכמה. דהיינו, טשאמסקי באציט זיך צו וואס ער רופט
אפלטון׳ס פראבלעם, וואס דאס איז
מענאָ׳ס פּאראדאקס/די פּאראדאקס פון וויסן. אפלטון, אין זיין
מענאָ, ענטפערט (בשם סקראט) אויף די פראגע אז ווי אזוי קען מען אנהויבן צו וויסן עפעס ווען מ׳ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז ״וויסן״? אין אנדערע ווערטער, אויב ווייסטו שוין עפעס [בכלל] דארפסטו עס נישט פארשן [אויף צו וויסן בכלל], און אויב ווייסטו עס נישט [בכלל] ווי אזוי קענסטו עס פארשן אז דו ווייסט ניטאמאל בכלל דערפון?
מ׳רעדט נישט בנוגע פארשן א זאך טיפער/מער; מ׳רעדט פון בכלל.אויף דעם טוהט סקראט אויף זיין טעאריע פון
אנאמנעסיס. דאס לויטעט אז א מענטש׳נס ״נשמה״ האט שוין אין זיך כל החכמה כולה (עכ״פ המושכלות; אפלטון׳ס ״צורות״) און די מענטש דארף זיך עס פשוט ״דערמאנען״ ווייל מ׳פארגעסט דאס מכח הלידה; מ׳דארף נישט לערנען און פארשן פונדאסניי ווייל ער ווייסט שוין אלעס ״בכלל״ מעיקרא.
דאס איז, להבדיל, ענליך צום באקאנטע גמרא אין נדה ל:טשאמסקי איז דאס מקשר אביסל צו זיין געדאנק פון דאס אינעיט
אוּניווערסאלע גרעממער, און דעריבער איז דאס זיך אויסלערנען שפראך פאר א מענטש/קינד גרינג, הגם עס איז בעצם דא אן ״ארימקייט פון סטימיולוס״ דערצו (פראפארציאנאל) מכח דעם אז ער ווערט נישט ממש בפירוש אויסגעלערענט שפראך וכל המסתעף.
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
📎 IMG_7256.jpg
***
ובכלל לגבי די אשכול איז מן הראוי לציין צום מחלוקת המפרשים על אריסטו בריש פון זיין On Interpretation צו דעם דיבור גייט גראד ארויף אויף/צו דעם דבר וואס ער באדייט צו, צו דאס גייט באמצעות פון מחשבה אינדערמיט.
אל-פאראבּי האט אפגעלערענט אריסטו אז מחשבה ולאגיק שבה ארבעט יא מכח דיבור, אבער די דיבור איז יסודות׳דיג די זעלבע ביי יעדן מענטש (וכעין טשאמסקי׳ס אוניווערסאלע גרעממער), הגם וויאזוי עס זאגט זיך ארויס איז אנדערש ותלוי לפי הלשון הפרטי וואס דער מענטש טוהט שפרעכן.
מ׳קען צולייגן צו דעם שמועס מיט נאך א סניף טיפער. וויליאם פון אקאם האט געהאלטן אז מחשבה ארבעט אויך מיט א ״מענטאלע שפראך״ און דאס איז די העכסטע סארט ״שפראך״, וואס איז אייניג ביים גאנצע מענטשהייט, אנדערש ווי סתם קאנווענשאנעל שפראך. פון די ״מענטאלע שפראך״ קומט ארויס (מיט א מדריגה אראפ, אומקלארער וכו׳) קאנווענשאנעל רעדענדיגע שפראך. ער האט געהאלטן אז אין די ״מענטאלע שפראך״ איז נישט דא קיין סינאנימען, צוויי אנדערע ווערטער וואס מיינען די זעלבע זאך, אדער עקוויוועקעישאנס, צוויי זאכן וואס האבן די זעלבע (סארט) ווארט. ולפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז די ״ווארט״ דא אויך. דהיינו, צו ״אויפדעקן״ ווי מער ווערטער/קאנצעפטן אינעם ״מענטאלע שפראך״, וואס דארט איז יעדעס זאך/קאנצעפט/״ווארט״ אפגעזונדערט און יוּניִק ממש פאר זיך.
ולאידך גיסא קצת האט דער ענגלישער שרייבער עדווארד פארסטער געזאגט, ״ווי אזוי ווייס איך וואס איך טראכט ביז איך זעה וואס איך זאג?״ ובעקבותיו הלך דר. דניאל דעננעט.
דאס גייט צוזאמען מיט׳ן פאראדאקס וואס דער עקזיסטענשעליסט פילאזאף דר. זשאן-פּאָל סארטרע האט פארגעשטעלט. דהיינו, אונז קענען נישט אידענטיפיצירן אונזערע ווערטער אלס ריכטיג אן זיי מדמה זיין צו אונזער מחשבה דערויף. אבער אונז קענען זיי נישט מדמה זיין צו אונזער מחשבה דערויף אן וויסן ווי אזוי ארויסצוברענגען די מחשבה [בדיבור]. (דאס ווערט אפשר אביסל בעסער עפ״י די מהלך פון וויליאם פון אקאם אז ״מענטאל שפראך״ איז עפעס העכער פון דעם פון געהעריגע שפראך.)
ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דעם לשון פונעם רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״א סופ״כ)
(אינעם קאנטעקסט אז דאס וואס מ׳נוצט למשל א לשון זמני או מקומי, למשל ״פאר די וועלט איז באשאפען געווארען״ וכדומה, איז נישט קיין ראיה אז זמן ומקום זענען נישט מהנבראות און אז עס איז אלס געווען/אינפיניט פון פריער):
ועוד שהלשונות הם הסכמיים כמו שהתבאר ובהיות הענין כן הנה לא תהיה טענה עלינו אם לא הניח הלשון לשוללות מה תיבה תורה עליו כי הוא בלתי צריך להשתמש בו אחר היות המציאות על מה שהוא עליו והוא מבואר גם בקצת העניינים הנמצאים אין שם לבעלי הלשון וישתמשו בהם החכמים בשמות מושאלים על צד קצת דמיון ואם היה הענין כן, במה שנאמר קודם ואחר וחוץ ושם הנה לא תהיה טענה עלינו מהוראתם אצל ההמון כי אנחנו הנחנום זולת הכוונה ההיא
עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו דר. זשאק דערידאַ׳ס טעאריע פון דיִקאנסטראקשען. וואס פון א חלק דערפון קומט ארויס אז די געדאנק פון ״אמת״ ליגט בתוך ״שפראך״ כשלעצמו, אבער איז נישט עפעס וואס מ׳קען געהעריג דערצו צוקומען אפילו מתוכו. אין אנדערע ווערטער, א ווארט וואס טוהט קארעספאנדען צו עפעס א מאטעריאלן ״דרויסענדע״ חפצא קען נאר אנטשיידן, און פארשטאנען, ווערן דורך א צווייטן ווארט ובפרט דאס וואס איז די ווארט׳ס פארקערטע [כמו אנטאנים]. אוי דאס אליין דורך איר פארקערטע וחוזר חלילה. עכ״פ די מיינונג/אנטשיידונג, וממילא ״אמת״, דערפון וועט אלס פארבלייבן בתוך ״שפראך״ אליין.
אינעם ארטיקל אויף די טעמע אין וועקער 16 האט
@יידל דערמאנט די פילם
ערייוועל (באזירט אויפ׳ן נאוועלא פונעם שרייבער טעד טשיענג). אין דעם איז דא די געדאנק אז וויבאלד די פּראטאגאניסט לערענט זיך די שפראך פון די עקסטרע-טערעסטריעלס, וואס זייער קאנסעפּשאן פון צייט/הילוך הזמן איז נישט אזוי ווי אונזערס דהיינו סעקווענשׁאלי, נעמט זי זיך אויך זעהן הילוך הזמן אזוי.
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער אינדיאנער שפראך-פילאזאף בּהאַרטרעהאַרי האט געהאלטן, בתוך זיין טעאריע פון
ספאָטאַ דערין, אז די ״מיינונג״ פונעם שפראך און דאס ארויסרעד מעיקרא אינעם מח איז למעלה מהזמן, אנדערש פון שפראך גופא.
*
📎 8AB041B6-C583-434E-A2DD-5838E7498F0A.jpegועוד במשנתו.
אין דעם געדאנק פון לעקסיקעל עמבּיגיוּאיטי, וואס צו דעם העלפט קאממאס און פּאָנקטוּעישאן, איז דא אן אינטרעסאנטע פּאָזעל אין ענגליש וואס גייט אזוי:
📎 E43A1289-700F-487C-B956-0C00ED0BCE12.jpeg
ווי אזוי מאכט מען סענס פון דעם זאץ?
דער תירוץ איז אז עס רעדט זיך פון צוויי סטודענטן, דזשעימס און דזשאן, וואס האבן געדארפט שרייבן איבער א מענטש וואס האט געהאט א קאָלד. דזשאן האט געשריבן ״א מענטש האט א קאָלד [איין מאל had]״ און דזשעימס האט געשריבן ״א מענטש האט געהאט א קאָלד [צוויי מאל had had]״. די לעהרער/ין איז געווען מער צופרידן פון דזשעימס׳נס ענטפער.
די וועג ווי אזוי די אויבנ-דערמאנטע זאץ מאכט מער סענס מיט פּאָנקטוּעישאן איז אזוי:
📎 9702C3B8-1957-43D3-B43C-DFDA08A8036C.jpeg
אין אידישע איבערזעצונג:
דזשעימס, בשעת דזשאן האט געהאט ״האט״, האט געהאט ״האט געהאט״; ״האט געהאט״ האט געהאט א בעסערע עפעקט אויפ׳ן לעהרער/ין.
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
מי אניאין דעם געדאנק פון לעקסיקעל עמבּיגיוּאיטי, וואס צו דעם העלפט קאממאס און פּאָנקטוּעישאן, איז דא אן אינטרעסאנטע פּאָזעל אין ענגליש וואס גייט אזוי:
📎 E43A1289-700F-487C-B956-0C00ED0BCE12.jpeg
ווי אזוי מאכט מען סענס פון דעם זאץ?
דער תירוץ איז אז עס רעדט זיך פון צוויי סטודענטן, דזשעימס און דזשאן, וואס האבן געדארפט שרייבן איבער א מענטש וואס האט געהאט א קאָלד. דזשאן האט געשריבן ״א מענטש האט א קאָלד [איין מאל had]״ און דזשעימס האט געשריבן ״א מענטש האט געהאט א קאָלד [צוויי מאל had had]״. די לעהרער/ין איז געווען מער צופרידן פון דזשעימס׳נס ענטפער.
די וועג ווי אזוי די אויבנ-דערמאנטע זאץ מאכט מער סענס מיט פּאָנקטוּעישאן איז אזוי:
📎 9702C3B8-1957-43D3-B43C-DFDA08A8036C.jpeg
אין אידישע איבערזעצונג:
דזשעימס, בשעת דזשאן האט געהאט ״האט״, האט געהאט ״האט געהאט״; ״האט געהאט״ האט געהאט א בעסערע עפעקט אויפ׳ן לעהרער/ין.
אביסל מער קלאר:
דזשעימס, - בשעת דזשאן האט געהאט ]געשריבן] ״האט״ - [יעצט צוריק צו דשעימס, האט דשעימס פון די אנדערע זייט] האט געהאט [דהיינו געשריבן] ״האט געהאט״; [די דאפעלטע שרייבן]״האט געהאט״ [וואס דשעימס האט געשריבן] האט געהאט א בעסערע עפעקט אויפ׳ן לעהרער/ין.
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
ענליך צו די פריערדיגע איז אויך דא:
Buffalo buffalo Buffalo buffalo buffalo buffalo Buffalo buffalo.
און:
That that is is that that is not is not is that it it is.
----------------------------------------------------------------------------------
די ערשטע ליינט זיך אזוי:
Buffalo buffalo, Buffalo buffalo buffalo, buffalo Buffalo buffalo.
באפעלאו באפעלאו('ס) [די בהמה באפעלאו פונעם שטאט באפעלאו, ניו יארק], [וואס] באפעלאו באפעלאו באפעלאו [אנדערע בהמות פונעם שטאט באפעלאו], באפעלאו [טוען טשעפען], באפעלאו [טוען (צוריק) טשעפען], באפעלאו באפעלאו [די אנדערע באפעלאו פונעם שטאט באפעלאו)
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Buffalo_buffalo_Buffalo_buffalo_buffalo_buffalo_Buffalo_buffalo">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Buffalo ... lo_buffalo</a>
די צווייטע איז אזוי:
That that is, is. That that is not, is not. Is that it? It is.
עס האט נאך דריי מהלכים.....
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/That_that_is_is_that_that_is_not_is_not_is_that_it_it_is">https://en.m.wikipedia.org/wiki/That_th ... t_it_it_is</a>
כ'געדענק נאך ווי דעם אשכול האט מיר געכאפט לייענענדיג עס אזוי 6-7 יאר צוריק.
📎 Charlie Huenemann.jpg דר. טשארלס הונעמאן.
***
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/464373">viewtopic.php?p=464373#p464373</a><!-- l -->
***
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/464726">viewtopic.php?p=464726#p464726</a><!-- l -->
דער אמעריקאנער פילאזאף דר. ריטשערד ראָרטי האט געזאגט ענליך צו דעם געדאנק פונעם סאַפּיר-וואָרף היפאטעזיע אויף צו טענה׳ן קעגן דעם קארעספּאנדענס טעאריע פון אמת וואס לויטעט אז ״אמת״ באדייט עפעס/א פּראפּאזישאן וכו׳ וואס רילעיט צו אן אקטועלע פאקטישע מציאות אינעם דרויסענדיגן וועלט פון וואס מ׳רעדט. ראָרטי האט גע׳טענה׳ט אז דאס גאנצע וועג וויאזוי מענטשן קענען רילעיטן צום ״דרויסענדיגן״ וועלט איז אך ורק ע״י שפראך. ולא זו בלבד נאר עכ״כ אז ״שפראך״ מאכט און שאפט פאר׳ן מענטש זיין/איר דרויסענדיגער מציאות. דאס מערסטע וואס א מענטש קען האבן איז א פערזענליכע ״ענדגילטיגע וואקאבולאר״ וואס טוהט פאר אים שאפן אט זיין מציאות, און עס קען און טוהט זיך טוישן דורכאויס זיין/איר לעבן.
📎 B37C657C-AEF3-4C9F-959E-F8160BACC8E6.jpeg
מי אני אפלטון׳ס פראבלעם, וואס דאס איז מענאָ׳ס פּאראדאקס/די פּאראדאקס פון וויסן. אפלטון, אין זיין מענאָ, ענטפערט (בשם סקראט) אויף די פראגע אז ווי אזוי קען מען אנהויבן צו וויסן עפעס ווען מ׳ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז ״וויסן״? אין אנדערע ווערטער, אויב ווייסטו שוין עפעס [בכלל] דארפסטו עס נישט פארשן [אויף צו וויסן בכלל], און אויב ווייסטו עס נישט [בכלל] ווי אזוי קענסטו עס פארשן אז דו ווייסט ניטאמאל בכלל דערפון? מ׳רעדט נישט בנוגע פארשן א זאך טיפער/מער; מ׳רעדט פון בכלל.
אויף דעם טוהט סקראט אויף זיין טעאריע פון אנאמנעסיס. דאס לויטעט אז א מענטש׳נס ״נשמה״ האט שוין אין זיך כל החכמה כולה (עכ״פ המושכלות; אפלטון׳ס ״צורות״) און די מענטש דארף זיך עס פשוט ״דערמאנען״ ווייל מ׳פארגעסט דאס מכח הלידה; מ׳דארף נישט לערנען און פארשן פונדאסניי ווייל ער ווייסט שוין אלעס ״בכלל״ מעיקרא. דאס איז, להבדיל, ענליך צום באקאנטע גמרא אין נדה ל:
דער ספר העיקרים אין מאמר א פט״ז:
יש מן הקדמונים מי שהכחיש הידיעה, ואמר שאי אפשר לאדם שישיג לידע דבר על אמתתו.
וזה משני פנים, אם בעבור שכל ידיעה לא תגיע אלא מידיעה קודמת, ואותה הידיעה הקודמת כבר היתה דרושה והגיעה גם כן מידיעה קודמת לה, וכן אותה הקודמת כבר היתה דרושה ולא תגיע אלא מידיעה קודמת לה, וישתלשל הענין אל בלתי תכלית, ובבלתי תכלית לא תקיף בו ידיעה.
ואם בעבור שהדבר שיודע בהקש לא ימלט מחלוקה, אם שיהיה נודע קודם לכן, ולא יצטרך אם כן אל הקש, ואם לא היה נודע, מהיכן ידע האדם שידע אותו על ידי הקש.
ומאלו הב' פנים בטלו הידיעה, וחשבו שאי אפשר שתגיע לאדם ידיעה בשום דבר נעלם.
אבל המאמתים מן הפילוסופים בטלו טענותיהם, בשאמרו כי הראשונה לא תתחייב, כי לא ישתלשל הדבר אל בלתי תכלית כמו שחשבו, לפי שאין כל ידיעה מגעת תמיד מידיעה שהיתה דרושה, כי כבר תגיע מידיעה בלתי דרושה ובלתי מגעת בהקש, אלא מידיעה שהיא לאדם ביסודיות השכל, כלומר שמטבע השכל שתמצא בו ידיעה מה לא הגיעה מידיעה אחרת, וקראו אותה ידיעה שהיא ביסוד השכל מושכלות ראשונות, רצה לומר שהם ראשונות שלא הגיעו מידיעה אחרת, אבל נוצרו עמו בטבע, ואותן המושכלות הן יסודות לחכמה, כי מהן תשתלשל הידיעה.
ואל הטענה השנית אמרו שלא יתחייב גם כן שמה שלא היה נודע לא יהיה נודע לעולם.
כי כבר יודע על ידי הקש, אלא שקודם ההקש היה הדבר ידוע בכח בהקדמות, ועל ידי ההקש שב ידוע בפעל, ושהשכל יגזור שהגעת הידיעה על דרך זו היא הגעה וידיעה גמורה. ואלו השני דרכים שעל ידם תגיע ותשלם הידיעה הם שנמצאו בשכל האנושי משעת היצירה, מבלי שירגיש וידע כיצד הגיעו לו.
די טענה השנית איז ענליך צום פאראדאקס. די ענטפער איז אויך א משהו ענליך צו סקראט׳ס מהלך. ער זאגט דארט א משהו ענליך צום געדאנק פון
פּריסאָפּאַזישינאליזם, מיט דעם וואס ער זאגט דארט אז די מושכלות הראשונות פונעם מענטש איז געגראַוּנדעד און אריינגעגעבן דורך הקב״ה, ע״ש.
***
📎 3E16E284-02BF-460F-BD4F-40286D18EEC0.jpegדזשאן סטוארט מיל.
דער רלב״ג אין איוב פרק לט רירט אויך אָן אויף
מענאָ׳ס פּאראדאקס:
כי האדם נברא משולל מכל חכמה ולזה הוא נפלא איך יתכן לו שילמד חכמה לפי שכל למידה ולימוד יצטרך האדם בו לידיעה קודמת כמו שהתבאר בראשון מספר המופת ואחר שאין לו ידיעה קודמת הוא מן הפלא איך יתכן שיהיה לו ידיעה ואולם השם יתברך שם בו כלים להגיע אליו החכמה והחוש והדמיון והכח המחשב והזוכר כמו שהתבאר בספר הנפש.
זשואן לוּאיִס וויוועס, אין זיין פולמוס קעגן דייעלעקטישענס, האט געהאלטן אז די אלגעמיינע נעיטיוו שפרעכער פון א שפראך זענען אירע ״האַרן״: זיי זענען די וואס מאכן אפ איר גראמאטיק און לעקסיקאן.
To speak new words in new ways is not a cosmetic activity. It is a way of becoming a new person. It involves learning new things and seeing the world in new ways. “A name,” Socrates said, “is an instrument of teaching and of distinguishing natures.” Twenty-three hundred years later Bertrand Russell made the same point: “Language serves not only to express thought but to make possible thoughts which could not exist without it”
דר. ניִל פּאָסטמאן.
איך האב אראפגעשלינגען די גאנצע קישן און מיין עצירות האט נאכנישט נאכגעלאזט, טוה איך עפעס נישט גיט דא?
ספעציעל פרודעצירט פאר: דאס אידישע פלאץ!!!
די שופר איז פאר די נפיחות.
📎 93E236CA-54DE-4B37-A21C-6468EFBB89FB.jpeg
במשנתו של אלעקסיאוס מעינאנג.
זיי שרייבן:
📎 7258412D-93C9-4516-A9B5-2FE8E1DACD1A.jpeg מי אנידער מו״נ (ח״ב פ״ל) שרייבט, שהלשונות הסכמיות לא טבעיות כמו שכבר חשבו זה ע״כ ע״ש (וע״ש בשם טוב ובקרשקש).
דא האב איך צוגעברענגט:
מי אניס׳איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רלב״ג אין מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״א פט״ו) וויל ברענגען א ראיה קעגן קדמות העולם פון דעם וואס מיר זעהן ווי חכמה ווערט נשלם באורך הזמן. און אויב איז דאס צייט און מענטשהייט אלס געווען איז דאך וויבאלד טבע האדם
והשתוקקותו לקנות חכמה וואלט מען שוין געדארפט ווען האלטן מער. ער ברענגט אן ענליכע ראיה פון שפראכן אז דאס איז
הסכמי דורך מענטשן ולא טבעי. וממילא מוז זיין אז שפראכן האבן זיך אנגעהויבן און זענען מחודש דורך דאס מין האדם הקודמו וואס אן דעם קען ער נישט אנגיין. איז דאס א ראיה דערצו אז די מין האדם וואס איז געווען קודמו מיט א פיניט זמן איז אליין מחודש געווארן א פיניט זמן פאר דעם ע״ש.
דער קול יהודה איז
מפרש דעם כוזרי במאמר א אות נה-נו אז ער ברענגט דאס זעלבע ראיה/טענה ווי דעם רלב"ג .
***
📎 IMG_4521.jpeg
דר. בּורהוס פרעדעריק סקינער.
הרב חיים הירשנזון זצ״ל שרייבט אין זיין מושגי שוא והאמת (פל״ב):📎 IMG_5881.jpeg
דר. נועם טשאמסקי
זאגט לגבי
קאַנשׁעסנעס און שפראך:
I think that language is one of the requirements for consciousness. I'm a kind of an old-fashioned conservative, and I believe what was basically proposed by classical Greece, Aristotle, most explicitly classical India, that there's no way of distinguishing language and thought. They're basically the same thing
Language is what constructs thought. Thought, in any sense in which we understand the term, is what's constructed by language. So I don't think language is one of the requirements for consciousness, only in the sense that thought is
If we're not an organism that can propose questions, reflect on them, propose answers, there's nothing, there's no questions there. There's nothing to say about consciousness. You can't even pose a question about it
Re: זענען מיר אנאלפאבעטן?
יידל #
לעצטע וואך האב איךגעטראפן אן אלטן באקאנטן. זיך צושמועסנדיג אזוי, איז...
דערמאנט מיר דעם שארפן ווארט פון לודוויג וויטגענשטיין:
די גבול פון מיין שפראך איז גורם די גבול פון מיין וועלט
The limits of my language, mean the limits of my world”