☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווען Off The Derech גייט Off Track

ווען Off The Derech גייט Off Track

357 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4150
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

טאמבל סאס » זונטאג יולי 7, 2013 10:53 pm

· #131291
ווייל ס'קען נישט זיין אז שלום דין רעדט צום זאך! אמת??

berlbalaguleh » זונטאג יולי 7, 2013 10:56 pm

· #131293
שלום דין
ווען איך זאג זיי ווארפן אוועק שמירת המצוות, מיין איך בדרך כלל -- זיי ווארפן אוועק די חיוב דערפון, און די דקדוקים דערפון, וכו'. עס איז אבער גאנץ מצוי צווישן או-טי-דיס אזעלכע וואס האבן זייער אייגענעם באגריף פון כשרות, למשל. ער'ט עסן אן א הכשר, אבער נישט קיין פלייש. אדער וועט ער עסן פלייש, אבער נישט קיין חזיר. ער'ט נישט ארבייטן שבת, אבער דרייוון וועט ער יא, וכדו'.

ס'איז דא א באקאנטע מעשה פון איינעם וואס איז געקומען פון ארץ ישראל קיין אמעריקא און ר'האט געזאגט אז זייט ער איז אין אמעריקא האט ער נאך קיינמאל נישט געגעסן א זאך וואס האט נישט די השגחה פון "או.-אר." OR" 😂

berlbalaguleh » זונטאג יולי 7, 2013 10:59 pm

· #131295
טאמבל סאס
ווייל ס'קען נישט זיין אז שלום דין רעדט צום זאך! אמת??

נעה. איך האב אנדערע ראיות. בד"וו. איך ווייס אז דיין יעצטיגע תגובה איז סארקאסטיש. כ'קען דיר איין זאך זאגן אז כ'האב געקענט שלום דיען פאר כ'האב געוואוסט פון טאמבל סאוס און קאווע שטיבל. און איך רעספעקטיר זייער שטארק זיין מיינונג. נאר מיט אמונה האט דאס גארנישט צו טון.

שלום דין » זונטאג יולי 7, 2013 11:05 pm

· #131298
berlbalaguleh
שלום דין
פשוט-קאמפליצירט
פארוואס, אויב אזוי, ווארפן רוב-רובם א"ג "או-טי-דיס" אוועק ממש אלעס, אריינגערעכנט די עיקרים? און אויב פירט אזא שריט צו אליין זיך גרונטעווען אין די אייביגע פראגעס וואס רעליגיע פרעטענדירט צו אדרעסירן, פארוואס ענדיגט קיינער פון זיי נישט ביי אן אנדערן צווייג פון אידישקייט -- אדער אפילו אן אנדערער רעליגיע? (איך פרעג אויפריכטיג, נישט רעטאריש.)


גראדע האלט איך נישט אז רוב רובם או-טי-דיס ווארפן אוועק די עיקרים אינגאנצן. רוב רובם ווארפן אוועק שמירת המצוות, דאס יא, אבער אין עצם גלויבן איז דא א ברייטע ספעקטרום. ס'דא אטעיסטן (וואס פון זיי הערט מען די מערסטע) און ס'איז דא וואס בלייבן מיט עצם אמונה אין גאט, און צומאל אויך אין עפעס א שטיקל באגריף פון תורה מה"ש. דאס אלעס זאגט אבער גארנישט בנוגע זיך אנקניפן אין א ספעציפישן גלויבן. דער בחור אדער מיידל וואס האלט נאך אין א געוויסע זין פון די אידעע פון שמירת שבת אדער כשרות (לאמיר זאגן אויף א קאנסערוואטיווע אדער רעפארמער אופן) האט נישט גענוג סיבה זיך אנצוקניפן אין דעם עצם קאנסערוואטיווע אדער רעפארמער "ציבור." ס'איז אים נישט אינטערעסאנט זייערע ראבייס און זייערע טעמפלס. אויב וויל ער לייגן תפילין צו זאגן א תפילה, טוט ער עס ביי זיך אינדערהיים, ווייל דאס וואס איז אים פארבליבן פון זיין אידישקייט איז נישט קיין ציבור'ישע אידישקייט נאר א פריוואטע רעליגיעזע געפיל. איז וואס'ט ער האבן פון גיין אין ערגעץ א טעמפל זיך הערן ווי א ראביי דרשנ'ט וועגן איזראעל און 'געי רייטס' און א חזנ'טע וואס קעקעצט מיט די עברי?

ס'הייסט לדעתך (אפילו אויב דו ביסט נישט דער עכטער "שלום דיען", וואס אזא חשד גאנב'עט צעך אריין בא מיר אין הארצן.) די או.טי.די'ס זענען פראקטישע מענטשן. נאר איך האלט אז אויב א מענטש איז געקומען צו די מסקנא אז תורה איז נישט מן השמים און אז משה רבינו האט געטראפן מאנוסקריפטן (אויף טאבלעטן אדער פאפירוס איז נישט קיין נפקא מינה.) פון האמוראבי און ר'האט עס נאכקאפירט און פארקויפט אלס תורת אמת. און אז חז"ל האבן אונז פארקויפט שקרים און באבע מעשיות, אזא מענטש דארף שוין נישט מקיים זיין קיין שום מצוות, ווייל ס'איז נאר כמעשה קוף בעלמא.


ווער זאגט אז יעדער או-טי-די קומט צו אזא מסקנא? נישט יעדער איז אזא בר הכי אויף דורכצוטוהן דאווקינס מיט היטשענס, און אפילו ווער יא, נישט יעדער שטימט מיט זייערע מסקנות. ס'דא וואס פילן אז אפשר איז דא א קערנדל פון אמת אין אונזער מסורה אבער אויך א סאך פסולת, און אז ס'נישט מעגליך היינט צו וויסן פונקטליך וואס איז אמת און וואס איז שקר, ממילא גייען זיי פשוט מיט דאס וואס זיי שפירן אין הארצן.

דרך אגב, ר' בערל, דו האסט עטליכע מאל דערמאנט האמוראבי, כאילו דאס איז עפעס פון די גרויסע קשיות אויף תורה מסיני. דו האסט אויך דערמאנט ערגעץ כאילו דאס איז געווען פון מיינע פראבלעמען. איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דאס. איך פערזענליך האב קיינמאל נישט געהאלטן אז האמוראבי'ס קאודס שטעלן ערנסט אין געפאר אמונה אין תורת משה.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 7, 2013 11:20 pm

· #131306
איך האב נאך אלס יונגל געליינט איבער האמוראבי. נאר נישט אין קאנטעקסט אז ס'איז א סתירה אדער א הקדמה צו תורת משה רבינו עליו השלום. אין הכי נמי אז נישט יעדער או.טי.די. קאנדידאט טראכט אזוי. ווייל נישט א יעדער איז א בעל מחשבה. ס'איז דא מענטשן וואס צו זייער מזל זענען זיי געבוירן און אויפגעוואקסן אין א פארמאכטע, נישט קלוגע סאסייעטי. דאס ברענגט זיי צו פראקטיצירן א מין אידישקייט וואס ווערט לעול ולמשא. ממילא לאזן זיי דאס איבער. די מענטשן קענמען נישט באשולדיגן.

שלום דין » זונטאג יולי 7, 2013 11:47 pm

· #131328
berlbalaguleh
ס'איז דא מענטשן וואס צו זייער מזל זענען זיי געבוירן און אויפגעוואקסן אין א פארמאכטע, נישט קלוגע סאסייעטי. דאס ברענגט זיי צו פראקטיצירן א מין אידישקייט וואס ווערט לעול ולמשא. ממילא לאזן זיי דאס איבער. די מענטשן קענמען נישט באשולדיגן.


שוין, יעצט רעדסטו שוין ווי דער נ-נח-ניק מיט'ן משיחיסט וואס @לעיקוואד האט דערמאנט. גאנץ חסיד'יש סאסייעטי איז בי דעפענישן פארמאכט, און אין א שטארקן זין "נישט קלוג." דער דיפערענץ צווישן, למשל, סאטמאר'ס פאנאטישקייט און חב"ד'ס "אפנקייט" איז גאר שמאל, פון דעם שטאנדפונקט פון א דרויסנדיגער.

און ווייז מיר איין קרייז צווישן אידן -- אפילו ביי די גאר מאדערנע -- וואו אידישקייט איז נישט "לעול ולמשא" פאר דעם וואס איז עס נישט מחשיב און שפירט נישט אין דעם קיין עונג רוחני?

דעת תורה » מאנטאג יולי 8, 2013 12:26 am

· #131334
@שלום דין, דו שרייבסט זייער צום זאך, 3 נקודות האב איך דיר געוואלט לייקן, איינס אז ס'רוב או טי די'ס זענען נישט קיין כופרים ואפיקורסים, א זאך וואס איך האב אייביג אזוי געהאלטן און פארשטאנען, און האסט מיר מחיה געווען מיטן עס שרייבן. צווייטנס, דאס אז ס'איז נישטא קיין גרויסע נפקותא צווישן סאטמארע צמצום און חב"ד'ס, דריטנס - וועלכע איז א מורא'דיג אמת'ע פוינט, עס איז שוין אמאל געווען אין א אשכול א שמועס דערוועגן, אז די אמת'ע קובע איז צי מען פילט א עונג רוחני אין אידישקייט, ווער עס האט נישט דאס איז די סלייטעסט רעסטריקשאן וואס די תורה שטעלט נאר פאר אויך א עול.

די סיבה פארוואס איך האב דיר נישט געלייקט, איז ווייל מיין געפיל לאזט מיר נישט לייקן א כופר. מיר האט אויסגעזען אז דו ביזט, אויב ביסטו נישט קיין כופר שרייב עס וועסט מחיה זיין אסאך אידן.

בנוגע דיר מיט חמורבי, אני הקטן האב דאס אויף געברענגט, אזוי דוכט זיך מיר האסטו געשריבן אין א ארטיקל אויף א בלאג, וואס איינער דא האט אונז מזכה געווען מיט א אידישע איבערזעצונג. דער קעפל איז געווען עפעס אז דורך שטיין אויף א בענקל מיט עירפאונס צוגעטשעפעט צום גרויסן סטיריאו האט דער שרייבער געהערט די גע'אסר'טע ראדיא, און פון דארט ביז כפירה איז שוין א קאצן שפרונג... אין יענעם ארטיקל - דוכט זיך - איז געשטאנען אז דעם שרייבער'ס ערשטע דורכברוך אין אמונה איז געקומען פון ליינען וועגן חמורבי. אויב ביסטו נישט געווען דער שרייבער פון יענעם ארטיקל, אדער אויב אין יענעם ארטיקל שטייט נישט אזוי, בין איך מבטל מיינע ווערטער כעפרא דארעא.

שלום דין » מאנטאג יולי 8, 2013 1:27 am

· #131357
דעת תורה
@שלום דין...אז די אמת'ע קובע איז צי מען פילט א עונג רוחני אין אידישקייט, ווער עס האט נישט דאס איז די סלייטעסט רעסטריקשאן וואס די תורה שטעלט נאר פאר אויך א עול.


אין א געוועסע זין, אבער נישט אינגאנצן. עס זענען דא גענוג וואס שפירן אן עונג רוחני אין א מצווה, אין א נשמת כל חי צו אין א בלאט גמרא צו אין אין א סדר נאכט, אבער ס'איבלט אים די חומרות און די פארמאכטקייט, און די פוסטקייט פון רביסטוועס און די ענגשאפט פון וואוינען אין א געזעלשאפט וואו יעדער שמויגער האט א דעה אויב הייבט ער אן טון עפעס וואס איז נישט קעגן הלכה נאר ס'איז "אין רוח חכמים נוחה הימנו," צו ס'איז גיין אין קאלעדז, צו וויל ער זיך אנליינען מיט ביכער, א.ד.ג., און מ'טייטלט שוין און מ'רעדט שוין און ס'שאדט שוין פאר שידוכים און דער שווער מאכט שוין א ויצעקו, און דער מאמע וויינט בכיות, און דאס ווייב הייבט אן צו דערקוטשען און פלוצלינג דער טשאטשקע פון א יונגערמאן האט שוין א שלעכטן נאמען און יעצט הייבט ער צו גריבלען און גרונטעווען ווייל ער וויל פארשטיין טאקע וואס איז וואס און יעצט פילט ער זיך שוין אן אויסגעשפילטער פונ'ם גאנצן אידישקייט, און ממילא ווען ער הייבט אן צו ליינען דאוקינס מיט היטשענס כאפט ער זיך צו דערצו, און דאס ביסל אמונה צופאלט, און דארט ענדיגט זיך עס. טאקע ער'ט יארן צוריק געשפירט א טעם און א תענוג אין דעם אלעם, אבער יעצט איז ער שוין אזוי אנגעווייטאגט מאיזה סיבה שיהיה, אז ס'איז דא א פסיכאלאגישער פתח פתוח אז דברי מינות זאלן זיך קענען ביי אים אנכאפן און ווערן איינגעווארצלט.

דעת תורה
@שלום דיןדי סיבה פארוואס איך האב דיר נישט געלייקט, איז ווייל מיין געפיל לאזט מיר נישט לייקן א כופר. מיר האט אויסגעזען אז דו ביזט, אויב ביסטו נישט קיין כופר שרייב עס וועסט מחיה זיין אסאך אידן.


איבער דעם נישט לייקן, איי דאנט טעיק איט פערסאנעלי...

דעת תורה
בנוגע דיר מיט חמורבי, אני הקטן האב דאס אויף געברענגט, אזוי דוכט זיך מיר האסטו געשריבן אין א ארטיקל אויף א בלאג, וואס איינער דא האט אונז מזכה געווען מיט א אידישע איבערזעצונג. דער קעפל איז געווען עפעס אז דורך שטיין אויף א בענקל מיט עירפאונס צוגעטשעפעט צום גרויסן סטיריאו האט דער שרייבער געהערט די גע'אסר'טע ראדיא, און פון דארט ביז כפירה איז שוין א קאצן שפרונג... אין יענעם ארטיקל - דוכט זיך - איז געשטאנען אז דעם שרייבער'ס ערשטע דורכברוך אין אמונה איז געקומען פון ליינען וועגן חמורבי. אויב ביסטו נישט געווען דער שרייבער פון יענעם ארטיקל, אדער אויב אין יענעם ארטיקל שטייט נישט אזוי, בין איך מבטל מיינע ווערטער כעפרא דארעא.


אה, איך דערמאן זיך יעצט. יא, דאס איז מיין ארטיקל געווען אין ענגליש, אבער איך האב נישט געשריבן דעם זאץ. @לעמאן דשוס האט איבערגעזעצט דעם ארטיקל, און ער'ט אריינגעלייגט דעם האמוראבי זאץ (מיט נאך געציילטע אייגענע "פארבעסערונגען") וואס איז נישט געווען אין דעם ארגינעלן ארטיקל. איך ווייס נישט פארוואס ער'ט דאס געטון. מסתם האט ער געמיינט לטובה, אבער פונקטליך וואס ווייס איך נישט.

לעיקוואד » מאנטאג יולי 8, 2013 3:36 am

· #131382
פשוט-קאמפליצירט
@לעיקוואוד

ס'איז מיר א חידוש אז איינער ווי דו, וואס איז ווי עס שיינט אויסגעקאכט אין פילאסאפיע און יהדות ליטעראטור, זאל סטאק ווערן אויף א פאר הנחות ("אין אדם מוריש שקר לבניו") און הנחות קדומות וואס מענטשן האבן כלפי אונז און כלפי די וואס פארלאזן זייערע משפחות. אונזער לעבן באשטייט אין גרויסן חלק פון געוויסע קולטורעלע ווערטן, בנוסף צו אידישקייט. עס איז פאראן א מספר מצומצים פון פאקטארס און סיבות (פסיכאלאגישע און אומשטענדן) וואס טרייבט ביידע צדדים, בלייבערס און אנטלויפערס. די מענטשן און געשעענישן קענען אויסזען גאר אנדערש; אבער ביסודם זענען די סיבות זייער ענליך. די וואס נעמען דעם שריט פון איבערלאזן די משפחה און בייטן דעם לבוש (אלע אריינגעקוועטשט אינעם כל-הנערים OTD), טוען עס בדרך כלל צוליב איינער פון גאר ווייניג סיבות. רוב פון וואס מען שמועסט דא, לכאן ולכאן, איז בבחינת פריטשינג טו דהי קווייער -- יעדער צו זיין מוזיקאלישער גרופע. כמעט קיינער דערציילט נישט דעם אמת פארוואס ער האט איבערגעלאזט זיין משפחה, פונקט ווי כמעט קיינער וואס פארטיידיגט אונז, דעם עולם חרדים, זאגט נישט דעם אמת וואס ער האלט באמת איבער דעם סיסטעם. (די אנטלויפערס פעקעדזשן זייערע שריט אין כל'ערליי פענסי פילאסאפישע אדער פסיכאלאגישע פשט'לעך, בעת די בלייבערס קריכן צו עיקרים אין יהדות, רוב פון וועלכע שפילן נישט קיין גרויסע ראלע אינעם חרדישן לעבן, ווי יעדער ווייסט.)

פאלט דיר נישט איין אז אפשר אחוץ זיין אויסגעקאכט אין פילאסאפיע אין ליטערעטור האב איך זיך גענומען דאס מיה , פאר'ן זאגען דעות און סברות און טעאריעס איבער די אמתע' סיבות פון אנדערע מענטשען, פשוט זיי צו פרעגן, צו רעדן מיט זיי, צו פראבירען צו זעהן דאס לעבן און די נושאים איבער וואס מ'רעדט פון זייער שטאנקפונדקט?

שרגא » מאנטאג יולי 8, 2013 11:31 am

· #131425
דורכלויפנדיג וואס מען שרייבט דא, לאמיך אריינווארפן מיינע דריי צענט, נישט דוקא אפצופרעגן אדער ענטפערן, נאר סתם מיין אבזערוואציע .

לויט מיין ערפארונג איז פשוט נישט אמת דאס פרובירן אראפמאלן כאילו די חרדישע OTD גייען געווענליך אראפ פון וועג צוליב "קשיות". איך האב גענוג באקאנטע פון יענע זייט און זאל קיינער נישט פרובירן איינרעדן אז דארט זיצן עפעס די גרויסע חכמים און פילאזאפן, מענטשן ואוס האבן דורכגעקייט און שטודירט דעם ענין און באזירט אויף די אינפארמאציע זענען זיי געקומען צו זייער דורכגעטראכטע מסקנא אז עס מאכט נישט קיין סענס צו פארבלייבן נאר צו גיין.

געווענליך גייט עס אויסדרוקליך פארקערט. פון וואס איך האב מיטגעהאלטן זענען דאס רוב אוועקגעפאלענע ענדערש געווען פון די שוואכערע אין קלאס, זיי האבן פאר סיי וועלכע סיבה (ווי שוואכע קאפ, דיסלעקסיע, משפחה פראבלעמען, געדולד מאנגל, צי סתם אזוי) נישט געהאט קיין חשק מיטצוהאלטן דאס לערנען און זענען ארויסגעפאלן פון מסגרת. זיי האבן געטראפן סיפוק און אטענשאן ביי די שוואכערע עלעמענטן, און צוביסלעך זענען זיי גענצליך אהין. והא ראי', א ריזיגער טייל פון די "באמעס" האט מען שוין ביי די 13-15 יאר געקענט זען אז זיי נויגן צו לינקס, און קיינער איז זיי נישט חושד אז זיי האבן שוין דעמאלט געלערנט צופיל פון מורה אדער ברוכ'ל.

איך קען גענוג וואס האבן ביי די אכצן געצויגן אויף לינקס און נאכדעם האט די צייט געטון דאס זייניגע. מען זעט עטליכע חברים מיט קליינע קאפעלעך און טשופיקעס און דאס הייבט זיי אן אויסזען ציענד, אדער איז עס שוין דעמאלט געווען זייער איינציגע מעגליכע חברותא, ווייל אלע אנדערע חברים שטופן שוין קערידזשעס. נאך עטליכע יאר האבן זיי אויסגעזען ווי יענע, אבער זייער אינהאלט איז גארנישט ווייניגער געווען, זיי האבן נאך היבש געציטערט פון אן עבירה נאר זייער סאשעל ענווייראנמענט האט זיך געטוישט און זיי האבן זיך צוביסלעך צוגעוואוינט. איך טרעף זיי עטליכע יאר שפעטער און דעמאלט הער איך צום ערשטן מאל "העי, שרגא. ווי גייט עס? נו, דו גלייבסט נאך? " אינטערעסאנט, כ'האב קיינמאל פון אים נישט געהערט קיין שום ערנסטע רעיונות, אנאליזן אדער חידושים, מער ווי דעם צייטונג האט ער נישט געליינט, אבער פלוצלינג איז ער געווארן גענוג אנאליטיקער זיך צו דערקלערן אלס אומגלויביגער. ווילסטו מיר זאגן אז די מסקנא איז ער אנגעקומען נאכ'ן אוועקגעבן אפילו 15 מינוט צו חקר'ען אדער ער האט פשוט געהערט א וויץ פון א קלוגערן חבר און דערצו געקוקט עפעס א יו-טוב קליפ, וואס ער האט געהאט ווייניג געדולד צו ענדיגן און נאך פיר מינוט האט ער געהערט גענוג צו קענען זאגן "יעעע, ס'אלעס שטתים." אוודאי איז אים דאס גרינגער ווי לעבן מיט א גילטי קאנטשענס. בלינדע און אויבערפלעכליכע סקעפטיציזם איז קיין פינטל נישט מער חכמה ווי בלינדע אויבערפלעכליכע אמונה. זיי זענען פשוט מעשה ילדות.

נישט אז עס זענען נישטא א פראצענט וואס זענען יא געבוירן מיט שכל און דאס האט זיי געפירט צו אנדערע מסקנות, אבער דאס זענען א גאנץ קליינער מיעוט. רובא דרובא האבן נישט געטראכט קיין דריי שעה אין לעבן דערפון, זיי קענען נישט מער ווי נאבאמבלען דעם נאמען דאקינס אדער העריס, און קלערן אז זיי שאקלען מוחות. האבן זיי טאקע דורכגעטון און געפארשט אלע זייטן? כאטש אביסל געהערט און פרובירט נישטערן די פארשידענע דיעות און שיטות צי זען אויב עפעס מאכט עפעס סענס? אדער זענען זיי באלד געלאפן צום מסקנא ביים גאנץ אנדערן עק. כ'מיין, עס זענען דא גענוג חכמים וואס האבן געליינט, געלערנט און שטודירט סיי אידישע און סיי סעקולערע לימודים הונדערט מאל מער פון זיי , סיי ביי חרדישע און זיכער ביי מאדערנע ארטאדאקסן, און זיי זענען געקומען צו אנדערע מסקנות (אדער השערות), ממילא זאל מען קיינעם פרובירן איינרעדן אז פונקט די געוועזענע טאטאל-פארמאכטע חסידים זענען איבערגעפילט פון חכמה און לאגיק וואס לאזט זיי פשוט נישט קלערן פון אזא מעגליכקייט. (נאר דא קומט אריין דאס וואס זיי האבן אזוי פיינט צו הערן אז נאכ'ן אויפוואקסן אזוי עקסטרעם אין דער טונקל און פלוצלינג ווערט מען פארפלייצט פון א טוץ אינפארמאציע, קענען זיי צומאל נישט קוקן דעם לעקטער אין פנים און ווערן פשוט פארבלענדעט און קענען מער גארנישט זען קלאר. זיי קענען מער נישט מאכן קיין חילוקים פון דעם ביז יענץ, זיי זעען בלויז א צעמישעניש, א ניהיליסטישע תוהו ובוהו).

און דזשאסט פאר די פאן, לאמיר נעמען די דוגמא וואס מען האט דא דערמאנט וועגן ושתי'ס וויידל. אויב איינער זאגט ער איז ממש אלערגיש צו הערן וועגן אן אמאליגע מעשה מיט א וויידל, איז אויסער דעם וואס מען האט שוין אנגעוויזן אז ווער ס'איז אומבאקוועם דערמיט מוז עס נישט אננעמען עפ"י פשטות, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויב ווען ער וועט הערן די אידענע דערציילן די קינדערלעך וועגן א נאז וואס האט זיך פארלענגערט, צי איבער איין-אויגיקע מאנסטערס, אדער די אנדערע טויזנט מאדנע געשיכטעלעך, וועט ער אויך אויפטאנצן און זיך פשוט נישט קענען איינהאלטן פון שרייען "געוואלד! אזוינע שטותים!"? גענוג זאגן 'נישט' פאר די קינדער ביז זיי ווערן עלטער אז די מעשה'לעך זענען נאר סך הכל א מעשה ארויסצוהייבן א מוסר השכל און זיי ניצן עס צו לערנען די קינדערלעך נישט צו נעמען אליין, נישט ליגנט זאגן, זיך אויפפירן מאראליש, און אוזי ווייטער. די זעלבע קענסטו זאגן מיט די מדרשים.

און אפילו אויב זאל איינער יא וועלן דאס האלטן עפ"י פשטות. איז דען דאס א פראבלעם? איז דאס דען עפעס א פיץ מער מאדנע ווי די אנדערע טויזנט זאכן וואס עס ווערן אויסגערעכנט אין דעם גינעס אוו ווארלד רעקארדס? אז איינער האט נעגל מער ווי 20 פיס, דאס וואלט יא געמאכט סענס? צי אז עס ואוקסן איינעם גרויסע האר אויפ'ן גאנצן פנים, צי א מאן וואס שוואנגערט, צי אנדערע טויזנט סוררעאליסטישע מציאות'ן וואלט מען געגלייבט?

אה, און ביי דע וועי, לגבי דעם וויידל. פאר די יעניגע וואס האלטן זיך מוראדיג איינגעטונקען אין רעאליטעט און גלייבן נישט אז עס איז מעגליך געווען אזא מציאות און קלערן אז מען דארף זיין העכסט פאנאטיש און אומראציאנאל דאס צו קענען גלייבן? אט געב א קוק אויף דעם אינדיאנער מאן. און גוגל וועט דיר גערן צואווייזן נאך אזעלכע וויידלדיגע חברה, און טאקע מיט לעבעדיגע בילדער.

גלייבן איז צומאל א גרעסערע חכמה ווי נישט גלייבן.

יעצט צי זיי האבן א בעסער לעבן ווי אונז? "בעסער" איז רעלאטיוו. אבער פון אונזער פערספעקטיוו, קוקנדיג ארויס צו זייער סארט לעבן, איז דאס פאר קיינעם פון "אונז" נישט געווינטשן. אוודאי אויב זעט א צוואנציג יעריגער בחור דעם באם אין א דאך-לאזע קאר, אדער ווי יענער פארברענט אין טרינק-הויז ביינאכט, קען ער מקנא זיין (כאטש אויב לעבט מען יענעם לעבן פאר איין גאנצע יאר שפירט עס נישט קיין צענטל פון וואס עס קוקט אויס; די אלע תאות קוקן אויס פונדרויסן פיל גלאנציגער ווי פון אינעווייניג, אויסער דעם וואס זיי וועפן היבש אויס און עס ווערט היפש בארינג), אבער רעדנדיג פון אביסל אן עלטערן מענטש, וועט קיין שום פערציג יעריגער יונגערמאן נישט מקנא זיין דעם פערציג יעריגן איינזאמען OTD וואס "מאכט א לעבן". ווייל זיין אייגענע הנאה פון האבן א באזעצענע לעבן, א רוטינע סדר היום מיט א דזשאב און א ווארעמע משפחה מיט זיסע קינדערלעך, איז אים פיל לעכטיגער און אינהערענטלי פרייליכער. א שיינע פראצענט פון OTD זענען למעשה אויך היפש פארכמורעט וויבאלד עס איז פשוט זייער שווער ארויסצוקומען פון מאנרא-סטיל לעבן און זיך פלוצלינג איינגלידערן און אויסמישן מיט א גאר פרעמדע קולטור, מיט א שוואכן ענגליש און מאנגל אין אינפארמאציע און קולטור, וואס אפילו אין אביסל א "בעסערן" באר וועט מען אים נישט אזוי שנעל אפערן א טרינק, מילד גערעדט, און סך הכל אינדזשויט ער בעיקר דעם פאקט אז ער איז מער 'נישט' אין די קייטן פון חסידים און קען לעבן פריי און רייכערן חשיש. מען פאקוסירט אויף וואס מען איז 'נישט'. אבער לאמיר שוין רעדן פון אן OTD וואס האט א גרופע חברים און פארברענגט אין קלאבס און גייט צו גרויסע פעסטיוואלן און ממש ער "מאכט א לעבן", וואס איז שייך פאר א באזעסענעם איד אים צו מקנא זיין? פון וועלכן אספעקט קען ער הייסן אז ער האט א "בעסער" לעבן? יא, קען זיין אז דער פרייער איז אונז אויך נישט מקנא. גרענטעד. אבער רוב פון אונז זענען זיי זיכער נישט מקנא. עס איז פשוט נישטא פארוואס.

און אפילו די פראצענט פון חסידים וואס זענען אנגעליינט און זענען באמת נישט אינטערעסירט אין יעדן קוצו של יוד פון דעם "היינטיגן" חרדישן אידישקייט מיט אלע צוגעלייגטע ספייסעס און עקסטרעס (וואס אגב, די צאל פון די חברה זענען לענ"ד שטארק איבערגעטריבן, ווייל די אלע "אויפגעקלערטע" רעדן נאר מיט זייער מין און עס קוקט זיי אויס ווי יעדער דריטער האט אפענע אויגן, אבער זיי פארגעסן פון דעם ריזיגן און גרעסטן פראצענט ואוס זענען פונקט ווי זיי זענען געווען איידער'ן אנהייבן ליינען. געדענקט נאר דעם פאקט אז געווענליך זענען דאס נאר די מער אינטעליגענטע שיכט וואס האט א ברייטערן ידיעה און טיפערן בליק אויף זאכן, יעצט טראכט וויפיל פראצענט פון מענטשן ואוס דו קענסט זענען אין דעם קאטעגאריע), האבן זיי אבער אנגענומען דעם אזויגערופענעם דאפלטן לעבן און פארטיג. "דאבל" מיט דעם אז סך הכל קען ער זיך יא איינהאלטן ביים הערן די מעשה מיט'ן וויידל און ער ציטערט נישט ווען זיין קינד קריכט אריבער א פענסטער. אבער דער טיפ דארף געווענליך אויך האבן גענוג שכל צו אנאליזירן און באגרייפן אז די אלטערנאטיוו איז קיין גרויסע ישועה. זיי ווייסן אז די קשיות ליגן נישט בלויז דא און די ענטפערס ליגן נישט בלויז דארט, דאס זיך אוועקגליטשן פון סיסטעם איז נישט דער אויסלייזער און ווייטער נישט דער גאראנטיע פאר א בעסערן לעבן, ווייל די אינערליכע צעריסנקייטן און קוועקלענישן ווערן נישט פארשוואונדן ווען מען טוט זיך אויס דעם קאפל, און אויסער דעם פארשטייען זיי אז א חלק פון די פארמולע וועט צוקומען די אזוי שווערע גשמיותדיגע פעקל פון א צעריסענע טאטע מאמע געשוויסטער ווייב און קינדער אויף אייביג.

נאר אוודאי, די מיעוט מן המיעוט וואס זיצן ביי אונז, אבער ער איז אנגעגעסן און עס קרענקט אים יעדע מינוט וואס ער זיצט דא צווישן די "נעראו-מיינדעד" חסידים, ער חלש'ט נאר זיך ארויסצורייסן ווייל ער גלייבט אין סיי וועלכן העכערן כוח ווי איך גלייב אין די גרויסע-פיסיגע, זיי זענען פארווייטאגט און אנגעגעסן און זיי זענען טאקע יא מקנא די אוועקגעגליטשטע, ווייל ער האסט זיך אליין פאר'ן נישט האבן די "גבורה" איבערצולאזן די ווייב און קינדער. ער רעגט זיך אויף זיין פארבליבענע מענטשליכע באשטאטנדטייל אין זיך וואס שרייט אים אז ער איז א "לוזער" פאר'ן נישט זיין גענוג סעלפיש און טרוקן איבערלאזן זיין גאנצע סטאדע באליבטע קינדער און זיי פאראורטיילן צו לעבנסלענגליכע צער און שאנד-פלעק נאך זייער טאטנ'ס לעבעדיגע שבעה. אויף יענע קליינע פראצענט, אויף זיי איז טאקע א רחמנות. נאר בשעת יענע וואלטן אפשר טאקע געשפירט ליבערעיטעטד פון איין פראבלעם, מיין איך אז א היפשער חלק פון יענע סארט טיפ וואלט געבליבן פאר'מרה-שחורה'ט אויך נאכ'ן זיך אריבערפעקלען צום אנדערן זייט. אין דעם חלק פון א מענטשנ'ס כאראקטער שפילן דאך די גענעס א היפשע ראלע, ריכטיג? איז מעג זיך טוישן די נורטשור, אבער מיט זיין נאטור וועט ער בלייבן. אויב נעמט מען נישט די מי צו פארבעסערן וואס נאר מעגליך און זיך צופאסן לויט די יעצטיגע אומשטענדן, פרובירן וויאזוי מ'קען רעלאטיוו אויסברייטערן די גרעניצן און זיך אויסלופטערן, וועט ער זיך מעגליך אויך אין אנדערע צושטאנדן זיך קיין עצה נישט געבן מיט'ן זיך צופאסן צו די פרישע אומשטענדן וואס ברענגען קלאר פרישע שוועריגקייטן און פרישע דילעמעס.

דאס גליק איז נישט דוקא דא - און זיכער נישט דוקא דארט. עס איז אין דעם מענטש.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג יולי 8, 2013 1:03 pm

· #131452
@שלום דין
ס'איז מיר א חידוש. איך וואלט נישט געטראכט אז די וואס לאזן איבער די משפחות צוליב קשיות (אדער "איבל"), זאלן ממשיך זיין מיט ספיריטואליזם אויפ'ן זעלבן שניט, מער-ווייניגער, ווי פריער, פאר'ן טוישן דעם לבוש און איבערלאזן די משפחה. איך וואלט געמיינט אז עמיצער וואס האט זיך פאראיבלט אויף אונזער קוק אויף גאט, זיין רצון, און ווי דאס אלעס ווערט ביי אונז פארטייטשט, וואלט אלעס אוועקגעווארפן און זיך ארויסגעלאזט זוכן אויפסניי. (נישט אז זיין גאנץ לעבן זאל געווידמעט ווערן פאר דעם צוועק; אבער יא עס זאל ביי אים טראגן גענוג חשיבות צו ווידמען דערפאר א באלעבאטישן סכום רצון און ענערגיע. כ'מיין, ער האט באצאלט א טייערן פרייז פאר זיין איבל; זאל ער פאר'ן געלט כאטש באקומען עפעס ווערטפול.) עס זענען פאראן יונגעלייט וואס האבן די זעלבע קשיות/איבלען, אבער האבן נישט לכבוד דעם איבערגעקראכן די צוים. א סך פון יענע -- מען רופט זיין "מבקשים", "ברסלבער", "אויבער-חכמים" -- טוען טאקע ממש דאס: מאדיפיצירן זייער אמונה, להלכה ולמעשה, אויף אן אופן וואס איז זיי יא אנגעלייגט און מיט וואס זיי פילן זיך באקוועמער.

נו, די מענטשן וועמען דער איבל האט געשטופט אריבערצולויפן אויף יענער זייט גרעניץ קענסטו, בכמות ובאיכות, בעסער ווי איך.


@לעיקוואוד
מיינע ידיעות איבער אזעלכע מענטשן קומען פון די וואס איך קען פערזענליך אדער מיט וועמען ס'איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן. איך וואלט, על סמך מיינע ווייניג ידיעות, נישט געזאגט אז די זאכן וואס כ'האב אויסגערעכנט האבן געשפילט בכלל א ראלע. דאס איז זיכער נישט גענוג חומר פאר א סטאטיסטיק. היות אבער אז קיין סטאטיסטיקס אויף דעם זענען נישטא (אויף ווי ווייט איך ווייס), קען איך נאר רעדן אויפ'ן סמך פון וואס איך ווייס. זעט אויס אז מיר האבן אנדערע חברים...


@שרגא
געוואלדיג. איך זע די זאך פונקט ווי דו. יישר כוח און א קוש דיר [אין פיסקל] אויף די פינגער-שפיצן.

מורינו הרב » מאנטאג יולי 8, 2013 3:54 pm

· #131489
שלום דין
(ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע".


שקר.

נחום כץ » מאנטאג יולי 8, 2013 3:57 pm

· #131490
ששש. שריי נישט.
איך גיי עס גיין אויסטשעקן. אז דו ווילסט קען איך זיין דיין ווינג מען.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 8, 2013 4:05 pm

· #131494
מורינו הרב
שלום דין
(ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע".


שקר.


לא קשיא, הא בקאלאני א' הא בקאלאני ב'.

רש"י: הא בקאלאני א', ושניהם על מקומות אחרים מעידים.

תוס': אומר רבינו תם, לא היה צריך לזה, אלא כדי שלא יאמרו.

מהרש"א: מש"כ תוס' לא היה צריך לזה, התכוונו, שהגמרא לא היה צריך לתרץ את הסתירה, על דרך הא והא. וטעם הדבר, כי שלום דין נאמן יותר, כיון שהנופאים והנואפות מספרים - כי כן דרך הנהנים, לשתף תענוגם - ודוקא לחברים שמחוץ למחנה יהודה, ולא ל(מורינו)הרב, והטעם ידוע. ולזה כתבו התוספות "אלא כדי שלא יאמרו", והכוונה, שאינו מן הנכון שהגמרא יודה שההולכים בלי פיאות (unpious) נאמנים יותר, וד"ל.

זר זהב » מאנטאג יולי 8, 2013 5:52 pm

· #131531
שרגא !!!!!!!

👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

מ. גליקמאן » מאנטאג יולי 8, 2013 6:06 pm

· #131538
געליינט @שרגא'ס תגובה אדאנק@זר זהב'ס עס צוצייכענען, און געגעבן דעם פארדינטן לייק.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 8, 2013 6:47 pm

· #131559
@שרגא וואלט געדארפט צוטיילן זיין תגובה אויף צוויי.
אויף א גרויס חלק קומט זיך א לייק. אבער אויף די חלק אז דארט איז פונקט אזוי שווער צו זיין פרייליך, בין איך מטיל ספק.

בדחן » מאנטאג יולי 8, 2013 6:50 pm

· #131561
שרגא, גוט און צום פינטל.

10952 » מאנטאג יולי 8, 2013 7:18 pm

· #131574
זר זהב
שרגא !!!!!!!

👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍


וגם אני בחלומי, שפתים יושק!

איך האב מיין ק"ש קאנטע געעפענט ערשט א טאג-צוויי צוריק, אלעס צוליב דעם אשכול וואס האט מיר אזוי אינטערעסירט. איך האב ניטאמאל געוואוסט אז דער געהענגל טרויבען וועט פעטער ווערן מיט אזא זאפטיגע ארטיקל דורך @שרגא.

מאראנצןזאפט » מאנטאג יולי 8, 2013 7:24 pm

· #131576
אנשטאט א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען איז אונזער קאווע שטיבל פארוואנדלט געווארן אין ענדלאזע וויכוחים איבער פארשידענע סארטן פרטיות'דיגע לעבנסשטייגערן.
די געפעכטן זענען זינלאז. יעדער איז געבינדן צו זיין ספעציפישן מהלך החיים מיט הונדערט טעמים און 200 לשיטתות.
עס איז ביי מיר פונקט ווי א ויכוח פון קליינע קינדער ווער האט א בעסערן טאטע, ווען א טאטע איז א טאטע, און יעדער איז סטאק מיט זיין טאטן.

ובכלל איז דאס נישט ניתן להתוכח, און פונקט ווי ר' שלום ארי' קען מיך נישט אויפווייזן אז עס איז נישטא קיין באשעפער ח"ו וכו' קען איך אים נישט אויפווייזן אז ס'איז יא דא, וידועים דברי החזו"א דבזמנינו לא נאמרה הך דינא דמורידין ולא מעלין כל שאין ניסים גילויים ורוח הקודש ונבואה.

ההחרש לא אוכל, איך בין טאקע נישט בדחן, אבער יעדער זאך האט זיך זיין גבול.

קוקט וויפיל ניקים האבן זיך מחי' געווען מיט ר' שרגא'ס ווארעמע דיבורים, נאר נישט יעדער האט די גאטס צו עפענען א פיסק, ווי אויך לאזט אמאל די עדינות נישט, הגם ס'דא צו זינגען און צו זאגן.

איכה היתה לזונה, קריה נאמנה?! פאר דעם זענען מיר דא? צו דיסקוסירן צו תורתינו הקדושה איז עפעס א ווילד-פרעמדע מארמאנישער רעליגיע? אז יעדער פורק עול זאל האבן א פלאטפארמע? אלעס ווייל מיר זענען נישט אייוועלט און מיר זענען נישט בודק די ציצית? ס'דארף דאך האבן עפעס א גבול? מארגן איז עס פרידא וויזל און איבערמארגן שמריה ראזנבערג אליין? ווילאנג יענער וועט נישט שרייבן אנוכי ה' אלוקיך אשר "לא" הוצאתיך מארץ מצרים מוז יעדער שווייגן? ווייל מ'שטיינס געזאגט עטליכע עליטע וועלן אים פארשרייען און באריסטא וועט זיך נישט וועלן מישן.

אני הקטן בין נישט קיין גאסט דא, און איך רעכן מיר נישט פאר די פאנאטישסטער דא, און איך האב פרובירט צו קאנטריביוטן א פארציע פאר אונזער שטיבל. זייט וויסן אז איך בין אין קאנטאקט מיט מינימום א מנין ניקים דווקא פון די שארפסטע אויסדערוועלטסטע שרייבערס דא, און זיי האבן מיר געבעטן צו זיין דער שליח ציבור: אז עס עקלט זיי די או.טי.די. סומאטוכע עד דכדוכה של נפש, עס פארגרוילט די חן פון אונזער שטיבל! ובזה את נפשינו הצלנו, און זאלן די גבאים אין אכט נעמען די מיינונג אויך!

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 8, 2013 7:25 pm

· #131578
אוי
📎 IMG_977.jpg

10952 » מאנטאג יולי 8, 2013 7:35 pm

· #131585
מאראנצןזאפט
אנשטאט א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען איז אונזער קאווע שטיבל פארוואנדלט געווארן אין ענדלאזע וויכוחים איבער פארשידענע סארטן פרטיות'דיגע לעבנסשטייגערן.
די געפעכטן זענען זינלאז. יעדער איז געבינדן צו זיין ספעציפישן מהלך החיים מיט הונדערט טעמים און 200 לשיטתות.
עס איז ביי מיר פונקט ווי א ויכוח פון קליינע קינדער ווער האט א בעסערן טאטע, ווען א טאטע איז א טאטע, און יעדער איז סטאק מיט זיין טאטן.
ובכלל איז דאס נישט ניתן להתוכח' און פונקט ווי ר' שלום ארי' קען מיך נישט אויפווייזן אז עס איז נישטא קיין באשעפער ח"ו וכו' קען איך אים נישט אויפווייזן אז ס'איז יא דא, וידועים דברי החזו"א דבזמינינו לא נאמרה הך דינא דמורידין ולא מעלין כל שאין ניסים גילויים ורוח הקודש ונבואה.

ההחרש לא אוכל, איך בין טאקע נישט בדחן, אבער יעדער זאך האט זיך זיין גבול.

קוקט וויפיל ניקים האבן זיך מחי' געווען מיט ר' שרגא'ס ווארעמע דיבורים, נאר נישט יעדער האט די גאטס צו עפענען א פיסק, ווי אויך לאזט אמאל די עדינות נישט, הגם ס'דא צו זינגען און צו זאגן.


פארוואס קלערט איר נישט אז וואס איז ביי אייך נישט אינטערעסאנט איז מעגליך ביי א צווייטן יא אינטערעסאנט און אפשר מער דערפון? איך פערזענליך האב געעפענט מיין קאנטע דא בלויז צוליב דעם אשכול דא. איים אין לאוו וויט דיס. ענדליך רעדט מען פון וואס אינטערעסירט מיר!

איך קען אייך פארשטיין גאנץ גוט אבער... מיר שטערט אויך צומאל ווען איך הער א גרופע פופציג יעריגע אידן זיך טענה'ן איבער ארען-זאמעלייב... עס גרוילט מיר. אלזא, איך בין אייך אן לכף זכות...

צווייטנס, די סיבה פארוואס נישט אלע שרייבן ווי שרגא איז נישט צוליב עדינות הנפש.... עס איז לכאורה ליבערשט דערפאר ווייל שרגא האט זעהט אויס א קדקוד א פיינעם און ער האט עס פיין אבזערווירט.... איך וואלט זייער געוואלט אז ער זאל שרייבן חלק ב'.

קול דודי » מאנטאג יולי 8, 2013 7:39 pm

· #131587
שרגא
דורכלויפנדיג וואס מען שרייבט דא, לאמיך אריינווארפן מיינע דריי צענט, נישט דוקא אפצופרעגן אדער ענטפערן, נאר סתם מיין אבזערוואציע .

לויט מיין ערפארונג איז פשוט נישט אמת דאס פרובירן אראפמאלן כאילו די חרדישע OTD גייען געווענליך אראפ פון וועג צוליב "קשיות".

לויט מיין ערפארונג איז פונקט פארקערט. איך קען זייער ווייניג וואס האבן אויסגעקליבן אן אנדערן דרך בעפאר זיך אמפערן מיט שווערע אמונה קשיות, עפ"י רוב פאר אסאך יארן. אבער "ערפארונג" איז מיינינגסלאז, וויבאלד אייגענע ערפארונג איז אייביג פארבינדן מיט גרויס סעלעקש"ן בייע"ס.

איך בין באקאנט מיט נאר איין סייעניפיש סטאדי וועגן דעם, געמאכט בערך 25 יאר צוריק, ווי די מסקנא איז מער ווי מיין ערפארונג, נישט דיינס.

שרגא

כ'מיין, עס זענען דא גענוג חכמים וואס האבן געליינט, געלערנט און שטודירט סיי אידישע און סיי סעקולערע לימודים הונדערט מאל מער פון זיי , סיי ביי חרדישע און זיכער ביי מאדערנע ארטאדאקסן, און זיי זענען געקומען צו אנדערע מסקנות (אדער השערות)

די ווייסט אז א איבערוויגענדע מערהייט פון "חכמים" זענען נישט רעליגיעז, יא? ס'איז ממש א מיעוטא דמעוטא וואס זענען יא.

שרגא

און דזשאסט פאר די פאן, לאמיר נעמען די דוגמא וואס מען האט דא דערמאנט וועגן ושתי'ס וויידל. אויב איינער זאגט ער איז ממש אלערגיש צו הערן וועגן אן אמאליגע מעשה מיט א וויידל, איז אויסער דעם וואס מען האט שוין אנגעוויזן אז ווער ס'איז אומבאקוועם דערמיט מוז עס נישט אננעמען עפ"י פשטות, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויב ווען ער וועט הערן די אידענע דערציילן די קינדערלעך וועגן א נאז וואס האט זיך פארלענגערט, צי איבער איין-אויגיקע מאנסטערס, אדער די אנדערע טויזנט מאדנע געשיכטעלעך, וועט ער אויך אויפטאנצן און זיך פשוט נישט קענען איינהאלטן פון שרייען "געוואלד! אזוינע שטותים!"?

אה קאם אן!! לערנט מען אויס דאס קינד אז איינער וואס גלייבט נישט אינעם לאנגן נאז איז א כופר, סיידן א הייליגער מענטש וואס לעבט שוין נישט האט שוין אמאל אריין געלערנט פשט א א "לאנגער נאז" מיינט פשט א "שווערן געראך"? פרוביר צו זאגן אין בית המדש אז די מדרש פון וושתי איז א פערי טעיל (הא!) מיט א מוסר השכל, אקעי?

שרגא

אה, און ביי דע וועי, לגבי דעם וויידל. פאר די יעניגע וואס האלטן זיך מוראדיג איינגעטונקען אין רעאליטעט און גלייבן נישט אז עס איז מעגליך געווען אזא מציאות און קלערן אז מען דארף זיין העכסט פאנאטיש און אומראציאנאל דאס צו קענען גלייבן? אט געב א קוק אויף דעם אינדיאנער מאן. און גוגל וועט דיר גערן צואווייזן נאך אזעלכע וויידלדיגע חברה, און טאקע מיט לעבעדיגע בילדער.

אה קאם אן עגעין! דאס וויידל איז געוואקסן פלוצלינג ווען ער האט נישט געוואלט עסן די מאמעס סאפער?

שרגא

דאס גליק איז נישט דוקא דא - און זיכער נישט דוקא דארט. עס איז אין דעם מענטש.

דאס איינציג שטיקל אמת פון די גאנצע מגילה. ס'איז נישט דווקא אין ערגעץ. אבער לעבן א לעבן אין וואס מ'גלייבט נישט באמת איז עפ"י רוב אן אומגליק.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 8, 2013 7:43 pm

· #131589
@מאראנצןזאפט צינד אן די עירקאנדישאן. בארוהיגט אייך.

דיין פראבלעם איז אז דו ווייסט ווער דער ניק איז, ס'איז פקיע שמיא. ווען די זעלבע ווערטער וואלטן געווען אונטער א צווייטער ניק, וואס קיינער ווייסט נישט ווער ס'איז, דאן וואלט די שקליא וטריא געפארן ווייטער על מי מנוחות. ווען מ'ווייסט ווער ס'שטייט אונטער די ווערטער, ווערט (כמעט) אלעס אויף מעסער שטעך.

אויב טרעפט איינער דברי לעג אויף תורתינו הקדושה, דארף ער דאס באריכטען פאר די מנהלים.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 8, 2013 7:48 pm

· #131591
10952
זר זהב
שרגא !!!!!!!

👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍


וגם אני בחלומי, שפתים יושק!

איך האב מיין ק"ש קאנטע געעפענט ערשט א טאג-צוויי צוריק, אלעס צוליב דעם אשכול וואס האט מיר אזוי אינטערעסירט. איך האב ניטאמאל געוואוסט אז דער געהענגל טרויבען וועט פעטער ווערן מיט אזא זאפטיגע ארטיקל דורך @שרגא.

פארוואס דארפט איר, מר. 5953529221 א באזונדערע ניק פאר דעם אשכול?

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 8, 2013 7:48 pm

· #131593
טייערע אידן! א שאד זיך צו טענה'ן.

די קשיות און די נסיונות זענען גרויס, און ווייניג קענען קלאר אפענטפערן. אבער חז"ל האבן דאס שוין טויזענטער יארן צוריק פאראויסגעזאגט, אז בעפאר ביאת המשיח וועט זיין שווער זיך צו האלטן מיט די אמונה שלימה און עס וועט זיין אסאך נסיונות דערין. איך פארשטיי אויך נישט אלעס, אבער איך בין זיך מחזק אז גדולי וטובים ממני האבן בעסער געוואוסט און זיי האבן יא געהאט ענטפערס פאר די קשיות. א שאד זיך צו פארפאטשקען די וועלט און יענע וועלט נאר ווייל מען מיינט מען לעבט בספק, אויף יענע זייט וואנט איז אויך נישט אלעס אזוי פארשטענדליך, און מיר אלע ווייסן עס.

חז"ל האבן אויף אונז מכוון געווען! לאמיר זיך מחזק זיין די לעצטע צייט, משיח איז אראונד די קארנער, יעדער זאל תשובה טאן בעוד מועד, און אנהייבן גלייבן אמונת אומן אין וועמען אונזערע טאטעס און זיידעס און רבי'ס וחכמים האבן געגלייבט אן קיין קשיות, נאר וויסן אז הוא עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, ובמופלא ממך אל תדרוש, אז אשריך בעוה"ז ובעוה"ב.

לעיקוואד » מאנטאג יולי 8, 2013 7:49 pm

· #131594
מאראנצןזאפט

איך וויל נאר מסביר זיין איין נקודה. ווי רוב פארשטיין דא, איז די שאלה נישט צו די תורה"'ק איז ווילד פרעמד ווי א מארמאנישער רעליגע אדער נישט, אדער צו דאס איז די אמת אדער נישט. עכ"פ נישט ארום דעם דינגט מען זיך. די שמועס דא איז וועגן יודען, אחינו בשרינו, חברים מיט וועלעכע מיר זענען געגאנגען צוזאמען אין חדר, צוזאמען זיך געשאקלט ביים רבי'ן'ס טיש, די וואס מרופט מיט אזא שם המכונה "או טי די", זיי זענען נישט עפעס א ווילדע סעקטע וואס האט זיך ארויסגעשפראצט פון ערגעץ, דאס זענען א חלק פון אונז, וואס שעירען מיט אונז אלעס.

אויב איך האב אביסעל א מענטשליכע פילינג פאר אנדערע מענטשען, ובפרט פאר אזעלע וואס זענען ממש שייך צו מיין קהילה, מיין קרייז, מיין קלאס, וואס פאר דעם דארף מען נישט זיין עפעס אן עקסטער גרויסע הומעניטיריען, פשוט עס זאל זיין אביסעל מענשטליכע פילינג פאר א חבר, זעה איך נישט וויאזוי דסא זאל ארבעטן אז ברגע וואס איינער איז מכריז אויף זיך די מסוגל'דיגע ראשית תיבות OTD ווערט פליצלינג אלעס אויס, פליצלינג איז ער א פרעמדער ביי זיינע אייגענע ברודער, פליצלינג זאל מען אויף עם מכריז זיין אזוי אז ער האט נישט קיין חלק אין אונז און ער פארעקלט אונז די לופט פאר דער איין סיבה וואס ער גלייבט נישט אין וואס זיי גלייבען. יא, עס איז א טראגעדיע ווען איינער פארלירט זיין אמונה און זיין שמירת התורה והמצוות, אבער אויך וויפיל מיר קוקען דאס אן א טראגעדיע דארף דאס אונז נאר שטערקער מעורר זיין ברודערליכע געפילען כלפי אזעלכע וואס דאס איז געשעהן צו זיי.

פון מיין- אפשר קליינקעפיגע- בליק, איז נישט דא קיין ערגערע זאך וואס א מענטש קען הערן ווי דאס אז פליצלינג איז ער שוין אזא שרעקליכע זאך מטאר אפילו נישט רעדן פון עם, פלילצינג איז ער עפעס א חפץ טמא וואס מדארף מבער זיין און זיך מאכען כאילו ער עקזעסטירט נישט. און אז איך טראכט אויף איינער נישט אלץ עפעס א ראשי תיבות נאר אלץ א ברודער, א חבר, א אבר פון מיר, זעה איך נישט ווי עס קען ארויסקומען אזא מין טענה אז עס פאסט נישט אפילו צו רעדן פון עם און וואס גייט עם אריבער.

עס איז פארשטענדליך אז א מאמין האט נישט ליב צו הערן כאילו עס איז דא א צד אז דער כופר איז גאר גערעכט, און איך מיין מען דארף דא זייער קלאר מאכען, די שמועס איבער או טיד די איז איבערהויפט נישט קיין שמועס איבער די גערעכטיגקייט פון רעליגיע אדער פון די חרדישע געזעהלשאפט. וועגן דעם זענען פאראהן אנדערע אשכולות ווי מהאט צונומען די נקודות אסאך קלארער און בעסער. די גערעדע דא איז פון איין זאך. פון מענטשען. פון היימישע חסידישע יונגעלייט און מיידלעך, וואס מסיבתם הם האבען מחליט געווען אפצולאזען דער דרך החיים לטובת א צווייטער . די ווייניגסטע וואס מיר קענען טוהן איז אויסהערן, נישט זיי קורא זיין בשם חדש און שלום על ישראל, נאר הערן די מענשליכע געשיכטע, וואס איז א חלק פון אונזער געשיכטע, מיר קענען זיך נישט מתעלם זיין פון דעם וואס זייער געשיכטע איז א חלק פון אונזער געשיכטע. דאס איז אונז, א חלק פון אונז, אחינו בשרינו. בני איש אחד אנחנו.

לאמיר נישט לאזן די- פארשטענדליכע- צורך אונזערע מצדיק זיין אונזער אמונה און לעבנסשטייגער, כל חד לפום שיעורא דיליה, אונז בלינד מאכען כלפי די פשוטע מענטשליכע מציאות דא. לאמיר נישט לאזען אונזער פרעזענליכע צרכים צו זיין גערעכט און נישט ארויסקומען לאזער גורם זיין מיר זאלן וועגן דעם מפקיר זיין אונזערע ברודערס און שוועסטערס. יא, די נעמען וואס דו האסט אויסגערעכנט, זיי זענען נישט עפעס מאנסטערס, זיי זענען אונז, א חלק פון אונז.

איך רעד נישט דא פון טוישען אונזער סיסטעם לכבוד די טענות, אדער אנדערע ענינים מענינים שונים וואס פאר יעדער איינע פון זיי האט מען שוין מקדיש געווען אשכולות מאשכולות שונים. נאר פשוט די מענטשליכע געשריי. לאמיר נישט אוועקווארפען און הרגנ'ען א חלק פון אונז.

דאס איז אלץ בנפרד פון די משונה'דיגע עוולה וואס גייט דא פאר, במקרה הזה ובעוד מקרים אחרים, וואס מענטשען האבען נישט קיין פראבלעם אוועקכאפן עלטערן פון קינדער פאר קליינקעפיגע סיבות. ווען מען קען דען מתקן זיין די עוולה אליינס איז כדאי וועגן דעם די ערגסטע דיבורים און יא, זיך שמוציג מאכן די הענט אביסעל. נישט אלעס דארף זיין באקוועם. עס זענען דאס זאכען וואס זענען חשוב'ער ווי באקוועמליכקייט.

שרגא » מאנטאג יולי 8, 2013 8:28 pm

· #131600
מורינו הרב
שלום דין
(ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע".


שקר.


איך גלייך זייער נישט דעם הכחשה... נאך א גאנצע רייע באשולדיגונגען האסטו ארויסגעקליבן איין שורה און נאר דאס האלטסטו איז שקר?... זעמיר דאך אויף צרות.
נאר באמת, דארף מען אליין פארשטיין אז נאכדעם וואס איינער קומט מיט אזא לאנגע רייע פון עבירות, איז צום ערווארטן אז מען האט אריינגעבלענדט אויך אביסל זאלץ און צוקער צו באפעפערן דעם ענין. די קלאגע ליינט זיך פשוט שענער.
נאר לאמיר א רגע זיך אפגעבן מיט יענעם זאץ אליין:
דאס אז אטלאנטיק-סיטי און מאנהעטטענער סטריפ-קלאבס און די ראקעוועי ביטשעס זענען אנגעפילט מיט חרד'ישע אידן (וועלכע רעדן זיך נאך איין ווי טיפשים אז מיט באהאלטן די פיאות אונטער די בעיס-באל קעפס דערקענט מען נישט דעם בארא-פארקער צו וו"ב-ער אפשטאם) איז א דבר ידוע פאר יעדן גוי אין דעם גאנצן טריי-סטעיט געגנד. דאס אז די זונות איבער דעם גאנצן געגנט גיבן אן אז זייערע קליענטן זענען פראפארציאנאל א ריזיגן חלק חרד'ישע אידן, איז אויכט א זאך וואס יעדער ווייסט. דאס אז אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל (ווער רעדט נאך פון די באנגעלאו קאלאניס) טוט זיך אפ א שאקירנדע מאס ניאוף צווישן שטריימל-בעקיטשע אידן מיט פארשייטלטע און פארשפיצלטע נשים צדקניות, איז אויכעט, ווי דו רופסט עס אן, "כידוע". דאס אז יעדער איינציגע 'היפסטער' גוי'טע אויפ'ן גאס קען פארציילן פון אייגענע פאסירונגען ווי חסיד'ישע מענער האבן זיי פרובירט מפתה צו זיין, איז מעשים בכל יום אין יעדן באר און קלאב אין צפון וויליאמסבורג.

קודם וואלט איך נישט ערווארטעט פון איינעם מיט אן אפענעם קאפ צו סטערעאטיפן א גאנצע געזעלשאפט. נאר איך פארשטיי אז ער האט פשוט געוואלט צוריקשלאגן א צווייטנס באשולדיגונג אויף זייער גרופע. צווייטנס גלייב איך נישט אז סיי ווער האט שוין געהערט פון מער ווי לאמיר זאגן צען-צוואנציג זונות. נו, וואספארא פיצעלער נומער איז דאס קעגן אזא הערליך-ריזיגן מספר חרדישע ברוקלינער אידן? כ'מיין דאס אז חרדים זענען אויך צוזאמגעשטעלט פון מענטשליכן רעסעפי לייקנט קיינער נישט, איז אוודאי פאראן א פראעצנט שקצים ואוס קענען זיך נישט גובר זיין דעם ריזיגן יצר.

און די ווערטער "יעדער איינציגע 'היפסטער' גוי'טע אויפ'ן גאס קען פארציילן פון אייגענע פאסירונגען ווי חסיד'ישע מענער האבן זיי פרובירט מפתה צו זיין", שרייט ווידער אליין ארויס די ראדיקאלקייט פון דעם סטעיטמענט. יא, מען האט שוין זיכער געהערט עטליכע שיינע מעשיות, און זיכער זענען דא, ווי אין יעדן קולטור, גרויסע בהמות אן קיין שום מענטשליכקייט, און ביי אונז קומט צו די פראבלעם פון נישט וויסן די סדר העולם און ווען און וויאזוי עס איז יא נארמאל און ווען און וויאזוי נישט. אבער צו ארויפשליידערן דעם נאסן ליילעך ווי גלייך יעדער חרדישער איד ווערט אפגעפסלט וועגן אפשר 0.1 פון א קהלה, איז היפש אבסורד.

און צו ארויסציען פון די אלע זאכן א מסקנא אז חרדים זענען אויף דעם זעלבן לעוול אין דעם ענין, אדער אנדערע תאוות, איז א שקר גמור. וויל דען איינער לייקענען אז צווישן חרדישע אידן וועלן לאמיר זאגן 85 פראצענט (פיין, רוק ארום דעם נומער אביסל ארויף אדער אראפ) זיך איינהאלטן מיט אלע כוחות און נישט וועלן עובר זיין , בשעת פון די אוועקגעפאלענע איז דאס א גיווען און יעדער זוכט כסדר געלעגנהייטן?

אגב, די ווערטער "וועלכע רעדן זיך נאך איין ווי טיפשים אז מיט באהאלטן די פיאות אונטער די בעיס-באל קעפס דערקענט מען נישט דעם בארא-פארקער צו וו"ב-ער אפשטאם" דערמאנט מיך פון די שנאה וואס איך האב שוין געהערט פון די אפגעפארענע וועלכע שעלטן ווען זיי זעען א חסידישן איד ערגעץ אין די מרחקים אדער למשל אין אטלאנטיק סיטי. איי געס אז אין א געוויסן זין באדערט אים אז יענער פרובירט אנכאפן דעם שטעקן פון ביידע זייטן, ער בלייבט אין חרדישן לעבנסשטייגער אבער גלייכצייטיג "מאכט ער א לעבן".
אבער למעשה דער זעלבער טענה'ער כאפט אויך אן דעם שטעקן פון ביידע זייטן, ווייל פון איין זייט טענה'ט ער "ענק זענען אזוי פארמאכט און צוגעבינדן און קענען נישט אינזשויען לייף", פון די אנדערע זייט שעלט ער ווען ער זעט איינער וויל טאקע יא זיך אביסל לופטערן און אינדזשויען לייף (און גלייכצייטיג נישט איבערלאזן דאס ווייב און קינדער).

שרגא » מאנטאג יולי 8, 2013 8:36 pm

· #131604
קאווע טרינקער
@שרגא וואלט געדארפט צוטיילן זיין תגובה אויף צוויי.
אויף א גרויס חלק קומט זיך א לייק. אבער אויף די חלק אז דארט איז פונקט אזוי שווער צו זיין פרייליך, בין איך מטיל ספק.


מען האט נישט די דאגות פון דא, סאו די זאכן וואס באדערן יעצט וועלן אוועקפאלן. אבער דארט אין יענעם סארט לעבן קומען צו פונקט אזוי א גאנצע רייע אנדערע פראכלעמען און עס פאלן אוועק אנדערע גוטע חלקים וואס אונזער לעבנסשטייגער שטעלט צו (ווי איך מיין כ'האב שוין אמאל אביסל ערגעץ אויסגעשמועסט דא אין שטיבל)

שלום דין » מאנטאג יולי 8, 2013 9:07 pm

· #131612
@שרגא: מיין ארגומענט איז בכלל נישט געווען אז חסידים זענען אלע אדער אפילו רוב אדער אפילו א גרויסן פראצענט בעלי תאווה און דרייען זיך אלע אויף מקומות מטונפים. נאר אז מ'זעט זיי אן בחוש אין די פלעצער (ווי א קליינער פראצענט עס זאל נישט זיין), ממילא קען קיינער נישט זאגן אז ס'געפונען זיך נישט קיין בעלי תאווה צווישן חסידים, און אז או-די-דיס זענען די וואס עס פעלט א כח המעצר. ס'דא וואס טענה'ן אז זיי געפונען זיך פראצענטיאל מער פון אנדערע, צוליב דעם וואס זייער לעבנסשטייגער איז מער רעסטריקטעד, ממילא שטופט זיך עס ערגעץ ארויס, ווייל א גוי צו א פרייער האט אנדערע פלעצער פאר די תאווות. די זונות און סטריפערס עכ"פ טענה'ן אזוי -- ס'שוין געווען באשריבן עטליכע מאל. דאס מיינט נישט אז מ'קומט באשולדיגן א גאנצע געמיינדע אידן. דאס מיינט נישט מער ווי אויף אנצוווייזן אז חסידים זענען פונקט ווי יעדן.

איך האב געמיינט אז דאס איז א דבר פשוט, אבער זעט אויס אז נישט יעדער האט פארשטאנען.

דרך אגב, איך ווייס נישט ווי עס נעמט זיך דא די סענסיטיווקייט. אויף או-טי-דיס איז מען פארנומען מיט באשמוצן אן קיין שום גרעניץ, נישט נאר אויף א כלל נאר אויך אויף יחידים וועמען מ'איז פורט בשמם ואין פוצה פה ומצפצף. פלוצלינג ווערט געזאגט אפאר ווערטער, נישט אויף צו קריטיקירן נאר אויף אנצוווענדן קריטיק וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף או-טי-דיס, און פלוצלינג הייבט זיך אן א רעש און א געטומל און מען פארנעמט עס ממש נישט. ווי איינער האט געזאגט אמאל דא (דאכט זיך @יואליש): אז ס'איז נישט קיין שיר השירים מיינט נאכנישט אז ס'איז אן איכה.

אז מ'רעדט שוין: פאר די וואס רעדן זיך אפ אז מ'רעדט דא צופיל פון דעם גאנצן או-טי-די ענין, איך קען גראדע פארשטיין אז ס'איז אומאנגענעם. גיט א קוק וויפיל האבן זיך בעלעקט (און באלייקט) שרגא'ס תגובה, כאילו דער עולם לעכצט נאך עפעס א גוטן פארטיידיגונג נאך די אלע אטאקעס פון די או-טי-דיס, עפעס וואס זאל קענען צוריקשמייסן פאר די מחריביך ומהרסיך. גראדע האלט איך אז שרגא האט געשריבן דברים של טעם אויף געוויסע ערטער (איך האב געוואלט מגיב זיין באריכות, כ'האב אבער נישט געהאט קיין צייט דערווייל). טראכטס אבער אריין, אויב מען שפירט זיך אזוי פארקלעמט פון אפאר איינצעלנע וואס שטעלן אהער אן אנדערן צד, אויב וועט מען פארטרייבן און שטיל מאכן, ווי שטארק ווייזט דאס אן אויף א ציבור'ישע שוואכקייט אין וויאזוי זיך צו באנעמען מיט די ענינים. ס'איז אפשר נישט מיין פלאץ זיך אנצורופן; אין א געוויסע זין בין איך אפשר א גאסט און נישט קיין תושב און ממילא קומט אפשר צו רעספעקטירן דעם רוב'ס געפילן און אוועקשטיין פון הייקעלע ענינים. אויב פארטרייבט מען אבער די מיינונגען וואס זענען אומאנגענעם איז עס אבער סוף כל סוף אייער אייגענער פארלוסט מער פון אלעמען. אז מען וויל נישט הערן, קען איך פארשטיין. אבער מיט דעם מוז מען אויך מכיר זיין אז מען פארמאכט זיך בידים די אויערן פון א קעגנזייטיגע מיינונג, און קיין אמת קען פון דעם נישט ארויסקומען.

בדחן » מאנטאג יולי 8, 2013 9:16 pm

· #131614
שרגא האט באוויזען צו טיען וואס אנדערע האבן פראבירט אבער עס איז זיי נישט געלונגען, ער האט אראפגענימען דעם פאלטשן שלייער אינטער וואס אט"ד באהאלטן זיך, כאילו זיי זענענן מוח מענטשן, און עס קימט א געוויסע סארט ארקענוג ווייל ווי נישט ווי זענענן זיי טראכטער און זיי טיען וואס זיי טיען מכח מחשבה,

דאס האט ער - לדעתי - אויפגעוויזען און אראפגעשטעלט אז די מערסטע מיט וואס זיי קענענן זיך אויפטיען אז זיי זענענן גרעסערע בעלי תאווה וויא צווייטער און האבן א קלענערע כח המעצר.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 8, 2013 9:33 pm

· #131617
שרגא
קאווע טרינקער
@שרגא וואלט געדארפט צוטיילן זיין תגובה אויף צוויי.
אויף א גרויס חלק קומט זיך א לייק. אבער אויף די חלק אז דארט איז פונקט אזוי שווער צו זיין פרייליך, בין איך מטיל ספק.


מען האט נישט די דאגות פון דא, סאו די זאכן וואס באדערן יעצט וועלן אוועקפאלן. אבער דארט אין יענעם סארט לעבן קומען צו פונקט אזוי א גאנצע רייע אנדערע פראכלעמען און עס פאלן אוועק אנדערע גוטע חלקים וואס אונזער לעבנסשטייגער שטעלט צו (ווי איך מיין כ'האב שוין אמאל אביסל ערגעץ אויסגעשמועסט דא אין שטיבל)


למשל?
דארט איז שכר לימוד מער טייער? זיי צאלן נישט נישט שכר לימוד פאר 14 קינדער.
ביי אונז איז דא סעקשאן 8? זיי קענען וואוינען וואו זיי ווילן, דארט ווי ס'איז ביליג.
קיופאנס פאר כפרות?
קליידער זענען סאך ביליגער ביי זיי.

און בכלל, ס'כדאי איבערצוחזר'ן (שוין ערגעץ געשריבן דא, כ'האב נישט קיין געדולד צו זוכן יעצט) א יסוד גדול.
ווען א מענטש איז נישט צופרידען מיט א זאך וואס ער האט אליינס אויף זיך געברענגט (א ווייב, א הויז, א ביזנעס, א מהלך החיים), פראבירט ער זיך צו מסדר זיין, אז ס'זאל יא קלאפן. ער וועט פארלייגן כוחות און צייט אויסצוגראדן אז די זאך זאל ווייטער פארן. סיי ווייל ער וויל נישט שפירען אז "ער" איז א דורכפאל, ממילא האט ער א טרייבקראפט וואס שטיפט אים צו מאכן דאס בעסטע דערפון. און סיי ווייל דאס איז באמת די ריכטיגע וועג צו טוהן. נישט צו אנטלויפן פון פראבלעמען, נאר צו זיי אויסבייגן צוריק אויף גראד. אויב ס'מעגליך.

משא"כ ווען מ'לעבט אין א בחינה פון "בספר נכתבים כל מעשיך", אלעס וואס דו דארפסט טוהן איז שוין פון פאראויס פארשריבן דורך דעם סיסטעם הכללי (הקללי), איז ווען ס'מאכט זיך א פראבלעם, ביסט נישט צופרידען מיט דיין מצב אין וואס אנדערע האבן דיר אריינגעשטעלט, איז אסאך שווערער צו משכנע זיין דעם געליטענער צו זיך ספראווענען מיט די פראבלעם וואס ער האט בכלל נישט אנגעדרייט. ממילא, אנשטאט גייען און זיך מוטשנען פיקסען יענעמ'ס פראבלעמען, וואס איז נישט אפילו זיכער אז ס'שייך צו פיקסען, ווערט דער מענטש מער אנגעגעסען אויף די סיסטעם וואס איז באמת שולדיג.

יעצט ווען דו ברענגסט א ראיה אז גוים מוטשענען זיך אויך מיט פראבלעמען, איז דאס נישט קיין צוזאמשטעל. זיי מוטשענען זיך אויף פראבלעמען וואס זיי אליינס האבן אנגעדרייט (גע'cheat אויף א חברתה; צוגעזאגט צופיל געלט פאר א חברתה; נישט געקומען צו פארטי; זיך פארעדט שיכור'ערהייט), אין אזא פאל פראבירט דער מענשט זיך אן עצה צו געבן, כדי נישט צו פילען שולדיג. און אז דער מענטש ווייסט אז ס'זיין פראבלעם, דאן איז דאס גרינגער צו דערהייבן.

שרגא » מאנטאג יולי 8, 2013 9:40 pm

· #131621
שלום (אין אלע דריי אופנים),
גוט אז דו קלארסט אויס דיינע רייד, נאר זעט אויס דער עולם האט זיך ממש דערשראקן אז אלס OTD ווייסטו עפעס גרויסע סודות וועגן אונז און באמת זענען מיר אלע מושחתים.
אויף דיינע לעצטע ווערטער "דאס מיינט נישט מער ווי אויף אנצוווייזן אז חסידים זענען פונקט ווי יעדן." וואלט איך נאך גראדע ארגומענטירט אז מיר זענען 'נישט' ווי יעדן. צווישן חרדישע אידן זענען בלי שום ספק פארהאן א פיל פיל קלענערע פראצענט וואס גייען ארויס מיט פרעמדע פרויען. איך מיין וועסט אויך מודה זיין אז אויב ביים אלגעמיינעם אמעריקאנער פאלק איז די ראטע פון פארהייראטע מענער און פרויען וואס טשידן 50 פראצענט, איז די נומער ביי אונז אפשר צען פראצענט, און כ'וואלט געזאגט פרויען ניטאמאל צוויי פראצענט. קענסט טענה'ן אויף די נומערן אבער זיכער אסאך אסאך נידריגער ווי ביים אלגעמיינעם פאלק.

די סענסיטיווקייט דארפסטו אליין פארשטיין. כ'מיין קומסט דאך פון אונזער חדר און שכל האסטו, דארף מען דיר דען דאס מסביר זיין? כ'מיין דארפסט ענדערש זיין שאקירט אז מען פירט בכלל א שקלא וטריא מיט דיר (זאג דעם אמת: האסט נישט געקלערט מ'וועט דיר חוסם זיין באלד נאך דעם ערשטן תגובה וואס שרייבסט מיט דיין נאמען?)

שרגא » מאנטאג יולי 8, 2013 9:49 pm

· #131623
און אז מ'רעדט שוין, לאמיך ענטפערן פאר דעם וואס פרעגט מיך אין אישי צי מען דארף זיין OTD צו נעמען דראגס. איך ווייס נישט פארוואס ער פרעגט מיך, אבער לאמיך דיר זאגן וואס איך האלט. עס איז בערך ווי די פריערדיגע נושא פון תאוות.
יא, אין די לעצטע יארן איז [ליידער] געווארן זייער אריינגעכאפט דער ענין פון דראגס אויך צווישן היימישע מענטשן. אבער ווען איך זאג "זייער", מיינט דאס רעלאטיוו צו 20 יאר צוריק ווען די פראצענט איז מסתמא געווען כמעט נישט עקזיסטירנד. די נומערן ווייס איך נישט ווייל קיינער אדווערטייזט נישט, אבער איך ווייס גענוג צו שאצן אז עס איז מער ווי עס דארף זיין.
אבער ווייטער איז די פראצענט קלאר כרחוק מזרח ממערב פון די אלגעמיינע גאס, און מן הסתם איז עס נאך העכער ביי די OTD חברה, וואס זענען אפט מער עלול זיך צו נעמען דערצו צוליב פארשידענע פארשטענדליכע סיבות.
און אפילו צווישן די דראג-נעמער אליין איז דא א ריזיגער חיילוק פון היימישע ביז די אלגעמיינע גאס און OTD. ווייל ביי אונז איז עס בעיקר רייכערן מאריוואנא און אפשר נעמען טאבלעטן, אבער ביי דעם שטעלט זיך עס אפ (מען האט דאך א ווייב און קינדער און די אנדערע זענען פשוט כמעט נישט מעגליך צו באהאלטן די סימפטאמען אויב מ'ווערט צוגעבינדן), ווידער ביי די אנדערע איז דא א גרעסערע פראצענט וואס טוען אלע אנדערע משוגענע און מסוכנ'דיגע דראגס.
א יאר צוריק האב איך אליין מיטגעהאלטן אן OTD וואס האט זיך אביסל געסעטלט דאס לעבן און האט זיך געטראפן מיט ציין וואס איז שרעקעדיג צו קוקן דערויף, א ריזיגע חלק איז ממש שווארץ און די איבריגע פעלט. אלעס פון שמעקן די ווייסע שטויב. עס דארף אים קאסטן צענדליגער טויזנטערס דאס צו פאררעכטן. באמת א רחמנות אויף דעם [סעמי-אומ]שולדיגן שעפעלע.
סאו איך האף פארשטייסט דעם חילוק.

פידלער » מאנטאג יולי 8, 2013 9:58 pm

· #131626
@שרגא

"דאס גליק איז נישט דוקא דא - און זיכער נישט דוקא דארט. עס איז אין דעם מענטש."

The Right Kind of People

By: Edwin Markham

Gone the city, gone the day,
Yet still the story and the meaning stay:
Once where a prophet in the palm shade based,
A traveler chanced at noon to rest his mules.
“What sort of people may they be,” he asked,
“in this proud city on the plains o’erspread?”
“Well, friend, what sort of people whence you came?”
“What sort?” the packman scowled; “why, knaves and fools!”
“You’ll find the people here the same,” the wise man said.
Another stranger in the dusk drew near,
And pausing, cried, “What sort of people here
in your bright city where yon towers arise?”
“Well, friend, what sort of people whence you came?”
“What sort?” the pilgrim smiled, “Good, true, and wise.”
“You’ll find the people here the same,” the wise man said.

מאראנצןזאפט » מאנטאג יולי 8, 2013 10:24 pm

· #131636
לעיקוואד, דברים ערבים ומתוקים לחיך און ישר כוח פאר דיין הודאה צו מיר אין אישי אז דער שמועס טראגט נישט די צורה עס ואלט ווען געדארפט און אז קאווע באקומט א צווייטע פנים מיט די סארטן נושאים און שמועסן.

דעת תורה » מאנטאג יולי 8, 2013 11:27 pm

· #131654
לעיקוואד, ס'איז א דבר פשוט אז א כופר און אפיקורס ווערט אויטאמאטיש פאראכטעט און אראפגעקוקט ביי אלע זיינע ארומיגע, סיי מדין התורה און סיי פשוט. קיין גענצליכע "משומדים" איז נישטא היינט, אבער א אטעאיסט איז דער עקווילאנט דערפון. פונקט ווי איך גלייב אז דו פארשטייסט אז איינער זאל זיך גיין שמד'ן חלילה, וועלן זיינע אלע ארומיגע תיכף אפהאקן מיט אים מיט א עקל, אפשר זיך זעצן שבעה און מער נישט דערמאנען זיין נאמען.

אזא איינער האט פארברענט אלע בריקן מיט זיין עבר, און ס'איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז קיינער קוקט מער נישט אויף זיין זייט, ער איז ווי א פרעמדער געוויקס וואס זיינע עלטערן זענען זיך מצער יעדע רגע פארן אים געבוירן. (דער אייבישטער זאל אפהיטן, אבער אויב חלילה וחלילה אזא ערשיינונג זאל זיך מער פארשפרייטן, קען עס מאכן טאקע א טויש אין דעם אינסטינקטיוון געפיל, אבער לעת עתה איז דאס דער מציאות, דער אייבישטער זאל העלפן ס'זאל ווייטער אויך אנהאלטן).

לעומת זה, סתם א רעגולערער באם פון אמאל, אפילו ער ווערט נכשל מיט עבירות לתיאבון, און אפילו גראבע, איז דאך לא כפר בעיקר - לא הוציא עצמו מן הכלל, ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא, וועט דער צוגאנג טאקע זיין אינגאנצן אנדערש.

diff » מאנטאג יולי 8, 2013 11:49 pm

· #131661
הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט, תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי

10952 » דינסטאג יולי 9, 2013 12:01 am

· #131670
קאווע טרינקער
10952
זר זהב
שרגא !!!!!!!

👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍


וגם אני בחלומי, שפתים יושק!

איך האב מיין ק"ש קאנטע געעפענט ערשט א טאג-צוויי צוריק, אלעס צוליב דעם אשכול וואס האט מיר אזוי אינטערעסירט. איך האב ניטאמאל געוואוסט אז דער געהענגל טרויבען וועט פעטער ווערן מיט אזא זאפטיגע ארטיקל דורך @שרגא.

פארוואס דארפט איר, מר. 5953529221 א באזונדערע ניק פאר דעם אשכול?


איך האב פשוט נישט געהאט קיין קאנטע דא בכלל, אבער איך פלעג לייענען אביסל דא דארט. ליינענדיג דעם אשכול האב איך באשלאסן 'עד כאן. איך עפן זיך א קא"ש אקאונט...

diff » דינסטאג יולי 9, 2013 12:31 am

· #131691
It seems that the otd problem is heavenly sent to us because we’ve gone too far. Once one in a family was a Chasid or Porush. But now that all communities live together, everybody must copy the other, there seems no end. And to top it we have no kehilla voting rights

Feel pity that they were chosen and hope they’ll come back when mission accomplished

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 4:29 am

· #131753
@אנאנים תורה
ניין, איך פארשטיי נישט אזוי. איך גיי זיך נישט יעצט דינגען מיט פרטי הלכות, איך און דו ווייסען אז מיט אביסעל לערנען מעיין זיין און מפלפל זיין קען מען גאנץ גרינג ווייזען אז די הלכות פון 'כופרים' און 'משומדים' פון וואס איר רעדט זענען נישט רעלעווענט דא, אבער דאס איז אן עקסטערע הלכה'דיגער שמועס און איך רעד נישט דערפון דא. נאר פון די פראסטע פשוטע מענטשליכע געפיל. דאס וואס דו שרייבסט איז בכלל נישט א דבר פשוט עס איז פונקט פארקערט פון א דבר פשוט. דבר פשוט איז פארקערט. אז אזא איינער פון וועם מיר רעדן דא איז א חלק פון אונז און בלייבט א חלק פון אונז. ווער עס איז טאקע אזא 'צדיק' און האט זיך אינגאנצען מצליח געווען אויסצורייסען פון זיך יעדער מענטשליכער געפיל עס איז ביי עם פשוט מח שליט על הלב מיט עם דארף מען טאקע נאר רעדן הלכה'דיג ווייזען די צדדים וכו'. אבער איך בין אייך נישט חושד אויף אזוינע רשעות. איך גלייב אז אויך אין אייך ארבעטן נאך די פשוטע מענטשליכע געפילען. אלזא, שטעל זיך פאר מ'רעדט טאקע פון דיין ברודער, אדער פון דיין בעסטער חבר פון ישיבה, אדער בכלל איינער מיט וועם דו האסט אן אמתער גוטע קשר, וועסטו שוין זעהן אז דאס איז די פשוטע געפיל און מאראל.

דעת תורה » דינסטאג יולי 9, 2013 11:05 am

· #131791
נעם עני משל. א משומד פארשטייסטו? א רוצח? אויב פארט מען אויף איראן זיך האלזן מיט אכמעדינעזשאד? פון עני משל איז דאס די נמשל.

פוינט איז, אז לכאורה האסטו אויך דיינע גדרים ביי וועלכע פאל דו וואלסט פארשטאנען א פלוצלונגדיגע גענצליכע התנכרות צו א בעסטן חבר, אויב נישט טאטאלע שנאה.

און לו יצוייר אז דו אלס פילאזאף און טראכטער, מענטשן ליבהאבער און איך ווייס וואס נאך, וואלסט טאקע נישט געהאט קיין שום מצב וואס דו וואלסט אזוי גע'עקט, פארשטייסטו אבער - אלס מענטשן קענער - אז 99.99 מענטשן זענען אנדערש, ווייל למעשה האבן זיי נישט יורד געווען צו אזא עמקות. אויב ווילסטו טוישן די אינסטינקט פון מענטשן דורך שכל, איז דא אסאך פלעצער ווי דו קענסט עס טאן. די פעלער זענען א חלק פונעם פעקעזש דיעל וואס הייסט מענטש.

בנוגע וויאזוי א היימישער חרדי'שער איד פילט אין באצוג צו אזא עקלדיגע זאך ווי כפירה, גלייב איך אז דו ביסט מסכים מיט מיר אז דו ביסט נישט אין א פאזיציע צו קענען דאס פילן. א סוער ארבעטער ווערט נישט אויס מענטש ביים דערפילן א סוער גערוך. ודו"ק.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 11:29 am

· #131798
אין איין שורה:
לא כפירה הוא דחמירא להו לדעת תורה וחבריו, אלא שפיכות דמים הוא דקיל להו.

דעת תורה » דינסטאג יולי 9, 2013 11:38 am

· #131800
דריי דיך נישט ארויס. ענטפער מיר: איז דא א פאל ווי דו וואלסט פונקט אזוי זיך אויפגעפירט?

לו יצוייר אז נישט, פארשטייסטו אבער אז דאס איז א טבעיות ביי כמעט אלע מענטשן, א אינסטינקטיווע רעאקציע אין געוויסע גאר עקסטרעמע פעלער?

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 11:43 am

· #131805
איך דריי מיך נישט ארויס, איך פראביר ארויסברענגען א פשוטער זאך.

אויב האסטו נאכנישט געכאפט, בין איך גראדע דא דער וואס רעדט פון פשוטע טבעית'דיגע אינסטיקטיווע געפילען, און דו קומסט דווקא בשם שטרענגע פילאסאפיעס און אמונות. די טבעית'דיגער געפיל פון א מענטש איז אז ער פילט מיט מיט זיינס א חבר א משפחה וכו', גראדע אפילו ווען ער איז א רוצח א נואף אדער א מאלעסטער, וכותלי האשכול הארוך ביותר בתולדות השטיבל יוכיחו. דו קומסט דא בשם אומ-מענטשליכע שיטות און אמונות און פסוקים און הלכות, און פארדעם האב איך דיר פאראפראזירט דאס וואס די גמרא קומט אויס ביי אזא סארט פאל ווען די 'אינסטינקטיווע' קנאות לדבר ה' ואמונתו איז גורם צו שפיכות דמים, אז די פראבלעם דא איז נישט די קנאות, די פראבלעם איז אז עס פעלט פשוטע מענטשליכקייט.

דעת תורה » דינסטאג יולי 9, 2013 11:48 am

· #131808
אקעי, איך כאפ שוין ווי אונז זעמיר מחולק. דו האלטסט אז נישט נאר דו, נאר אלע אנדערע מענטשן וועלן קיינמאל קיינמאל קיינמאל יהיה מה שיהיה זיך נישט אזוי אויף פירן, בשום אופן, נאר א רעליגיע קען מאכן מענטשן אזוי עקטן. איך האלט גראדע אז אין פילע פעלער - נישט צופיל - וועט יעדער מענטש מעצם טבעו זיך אויפפירן אזוי.

גוט, לאמיר עס לאזן ביי דעם דעמאלט.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 11:52 am

· #131809
איך האב אבער עמפירישע עווידענס פאר מיין פאזיציע. און איך האב דיר געטשעלענדזשט צו טראכטען כאילו אז מר'עדט דא טאקע פון דיין זוהן אדער בעסטער חבר. איך מיין וועסט מיר לפחות מודה זיין אז אויך לו יצוייר דו וועסט אפהאקען מיט דיין בעסטער חבר אויך אז ער ווערט ל"ע א כופר, וועט דאס נישט זיין פון 'אינסטינקט' נאר אדרבה מתוך התגברות און אזא אמונה שליט על הלב.

איך האלט גראדע נישט אז "רעליגיע" איז דאס וואס איז די פראבלעם איז דא. די פראבלעם איז די צומישעניש וואס מענטשען צומישען דא די -פארשטענדליכע- צורך מגין זיין אויף זייער אמונה און לעבנסשטייגער, און וויאזוי זיך מתייחס זיין צו איינער וואס איז בוחר אין א צווייטער וועג. מענטשען ווערן שטארק פארלוירען ווען זיי באגעגענען זיך מיט עפעס וואס שטעלט א פראגע צייכען איבער זייער סעקטע, זייער וועג, אדער זייער אמונה. און, ווי חכמי הנפש האבען אונז געלערנט, ווען איינער האט נישט קיין צופרידענשטעלנדע רוהיגער ענטפער, פראבירט ער מנצח זיין מיט כעס און אלימות. עס איז אבער, ווי שוין פריער געשריבען, פשוט א צומישעניש. דאס וואס איינער איז זיך מחליט צו גיין אויף אן אנדערע וועג איז זיין בחירה און זיין רעכט, עס מיינט נישט אז ער קומט יעצט אונז אונטערצוברענגען אדער עפעס. די גאנצע פחד וואס איז גורם צו די סארט התנהגות איז פשוט א צומישעניש.

דעת תורה » דינסטאג יולי 9, 2013 12:01 pm

· #131812
דאס איז התינח אויב די זעלבע רעאקציע ווערט אפלייד צו א כופר בפרהסיא ווי צו סתם א בעל עבירה, א באם, צו א אפגעפארענער, איינער וואס ווערט א 'באדערענער"... (יארן צוריק איז דאס געווען אין סטייל). אבער לויט מיין אבזערוואציע איז די צוגאנג גענצליך אנדערש. פארט בין איך נישט גענוג באקאנט מיט אלע פעלער איך זאל קענען קובע זיין מסמרות.

לעיקוואד » דינסטאג יולי 9, 2013 12:07 pm

· #131814
אייערע פאקטן זענען נישט ריכטיג. דער עיקר 'געשריי' ווערט נאר פאר'ן אויסטוהן די קאפל און אפשניידען די פאות. כפירה גייט גאנץ ווייניג אן. און מען מאכט גאנץ ווייניג א חילוק צווישען די פאר או טי די' ס וואס שרייען זיי זענען אטעיסטן און די רוב וואס שרייען דאס בכלל נישט.

דער חילוק וואס דו רעדסט פון איז צווישען סתם 'באמעס' ליידיגייערס פאצן, און ערנסטע באזעצענע מענטשען וואס פאסן א באשלוס צו גיין אין א צוייטער וועג. דאס איז פאר די פשוטע סיבה אז א שאבאבניק ווייסט דאך אז ער איז נישט בסדר און ער איז א ליידיגייער וואס גייט בשרירות לבו, ער איז נישט מאיים אויף קיינער נישט, און ווען ער האט א צרה לויפט ער צו'ם רבין מיט א קוויטעל, משא"כ די אנדערע וואס זענען ערנסטע נארמאלע מענטשען פונקט ווי אנדערע נאר זיי האבען מחליט געווען אז דאס איז נישט פאר זיי.

און פארגעס נישט, די וואס פועל'ן דא צו צונעמען משפחות וכו' בשם 'כפירה' זענען די זעלבע וואס זענען דאס גרייט צו טוהן, און טוהן דאס טאקע , פאר סיבות אזוי וויכטיג ווי געהערן פאר די נישט ריכטיגע חסידות אדער נישט גיין די ריכטיגע סארט שיך.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 9, 2013 12:09 pm

· #131815
לעיקוואד
אין איין שורה:
לא כפירה הוא דחמירא להו לדעת תורה וחבריו, אלא שפיכות דמים הוא דקיל להו.

ס'איז אלץ ווילאנג מ'רעדט נישט פון זיין בערעלע אדער יאסעלע, ודו"ק. ווייל דאמאלס פאלן אלע שיינע דיבורים און דיעות אוועק.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8