☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » די כוזרי ארגומענט

די כוזרי ארגומענט

456 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14982
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

מי אני » פרייטאג יאנואר 28, 2022 12:05 pm

· #493235
אין די שמועס בכלל איז מן הראוי לציין צום מימרא פון דר. אברהם יהושע העשיל:
The surest way of misunderstanding revelation is to take it literally, to imagine that God spoke to the prophet on a long-distance telephone. Yet most of us succumb to such fancy, forgetting that the cardinal sin in thinking about ultimate issues is literal-mindedness

דאס קען אויך אָנגיין לגבי די געדאנק פון מעמד הר סיני וכדומה. ודון מינה ואוקי באתרה לגבי אָננעמען ליטערעלי בכלל.

קאצקע ציקער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 1:37 pm

· #493254
איך בין נאר נייגעריג צו אין די אראבישע קאווע שטיבל. Com געפינט זיך אויך אן אשכול צו די מאכמאדישע רעליגע איז אמת ? צו אפשר איז די יודישע רעליגיע די ריכטיגע ? און צו סאיז בכלל דא אזא זאך ווי אלא...

שמן למאור » פרייטאג יאנואר 28, 2022 1:43 pm

· #493255
זיכער:
היטלער ווייס איך פאר א פאקט אז עס איז געווען רוב פרייע, אבער פאר דעם איז אויך געווען פרייע, און מען האט געהארגעט פרייע פינקט ווי פרימע, סאו, ווי גרויס די 'גלויבן' וואלט היינט געווען, און אז עזס וואלט געווען די גרעסטע, זענען דיינע אייגענע מסקנות, אהן קיין פרוף

איך האב נישט געזאגט אז איינער איז צוגעקומען צום עולם און געזאגט 'העלא גולמים' 'ענק' זענען אלע געווען ביים בארג סיני, איי די געדענקסט נישט? האסט פשוט פארגעסן..., ניין נישט דאס האב איך געזאגט
כ'האב געזאגט אז די כריזמאטישע פירער האט געזאגט פארן עולם, אז ענקערע 'עלטער זיידעס' זענען געווען דארט און מקבל געווען די תורה, און עס איז מיט די יארן נזנח און פארגעסן געווארן, און 'איך' בין פשוט געקומען עס צו 'מחדש זיין'

סרו מהר מן הדרך, שטייט קלאר וואס עס מיינט, אז זיי האבן אזוי ווי מען ריפט עס היינט, געגאנגען אף דע די, זיי האבן געטון אן עבירה,
וואס האט דאס אבער אהער,
און שופטים שטייט, (בערך אזוי כ'האב נישט די לשון דא פאר מיר) 'דור אשר ''לא ידע'' את השם'

רובינזון קרוזו » פרייטאג יאנואר 28, 2022 1:44 pm

· #493257
קאצקע ציקער
איך בין נאר נייגעריג צו אין די אראבישע קאווע שטיבל. Com געפינט זיך אויך אן אשכול צו די מאכמאדישע רעליגע איז אמת ? צו אפשר איז די יודישע רעליגיע די ריכטיגע ? און צו סאיז בכלל דא אזא זאך ווי אלא...

אראבישע קאווע שטיבל

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=274767#p274767

שמן למאור » פרייטאג יאנואר 28, 2022 1:44 pm

· #493258
קאצקע ציקער
איך בין נאר נייגעריג צו אין די אראבישע קאווע שטיבל. Com געפינט זיך אויך אן אשכול צו די מאכמאדישע רעליגע איז אמת ? צו אפשר איז די יודישע רעליגיע די ריכטיגע ? און צו סאיז בכלל דא אזא זאך ווי אלא...

מסתמה יא,
און דארט איז מסתמה אויך דא אזא @זיכער וואס זיכט נישט די אמת, נאר זיכט צו דעפענדן איסלאם פאר כל הון דעלמא, נישט קיין חילוק צו עס שטימט יא אדער נישט...

קאצקע ציקער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 1:53 pm

· #493259
זוכער
עצי שטים
לאמיר עפעס קלאר מאכן פאר די וואס זענען אזוי 'זיכער' אין די DNA ראיה,

הער שוין אויף מיט די נארישע name calling און רעד צו דער זאך, מען רעדט א אינטעליגענטע שמועס, האק נישט אריין מיט קיין קינדערישע זלזולים, די מאכסט זיך אליין ביליג, נישט יענעם,

יעצט צום ענין, איך וויל פארשטיין פארוואס די זאגסט אז די DNA ווייזט אז זיי זענען געווען ריין,
וויאזוי זעט מען דאס פון DNA? עס ווייזט נאר אז די כהנים פארמאגן די זעלבע DNA, מסכים, זיי שטאמען פון איין מענטש, אבער וואס האט דאס מיט ריינקייט, די כהנים מעגן דאך חתונה האבן מיט ישראלים אויך,
א גר וואס האט חתונה געהאט מיט א ישראלית מען זיין טאכטער חתונה האבן מיט א כהן, האבן דאך די קינדער פון זיי גויאשע DNA?
קען פינקט אזוי זיין, אז די כהן האט מזנה געווען מיט א גויה אדער פארקערט, בקיצור וויאזוי איז בכלל מעגליך צו זען די 'ריינקייט'?

נעים קאלינג, און ווען א דארוויניסט שפרינגט כסדר צוריק צו עזרא און מיינט אז ער געכאפט דעם טוטער. איז ער פשוטער אקס אדער כלשון דארווין APE.
פון יעצט און ווייטער לאז ביטע ארויס דעם נאמען עזרא פון אלע געשפרעכן. מיר רעדן פון טיויזענט יאר פריער - פונקטליכער ב' תמ"ח.

יעצט פרעגסטו פארוואס דאס איז א ראיה אויף א ריינע קלארע איבערגאנג. PURE בלע"ז
אויב וואלטן כהנישע פרויען (אשתו של כהן) מזנה געווען און געהאט קינדער פון אנדערע מענער וואלט'ן מיר פארמאגט א ריזיגע פראצענט ישראלים מיט די כהן DNA. און אז ס'איז נישטא, צייגט אז מ'האט זיך געהאלטן ריין.

איך בין צימישט פארוואס זאלן נישט ישראלים האבן די כהן די ען עי א כהנ'ס טאכטער וואס האט חתונה מיט א ישראל און בינגא

מי אני » פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:10 pm

· #493260
קאצקע ציקער
איך בין נאר נייגעריג צו אין די אראבישע קאווע שטיבל. Com געפינט זיך אויך אן אשכול צו די מאכמאדישע רעליגע איז אמת ? צו אפשר איז די יודישע רעליגיע די ריכטיגע ? און צו סאיז בכלל דא אזא זאך ווי אלא...

דאס דערמאנט פון וואס איך האב דא געשריבן עפ״י דר. ריטשערד קעריער. ואולי איז די דיבאטע דא, וואו דער פארטיידיגער באנוצט זיך כסדר מיט פאלעמישע עד האָמינעמס און אינוועקטיוו שפראך, אן אנעקדאָטעל ראיה דערצו. הא׳מיר דערלעבט א נייע ירידה פונעם ״ודע מה שתשיב״.
קאצקע ציקער
איך בין צימישט פארוואס זאלן נישט ישראלים האבן די כהן די ען עי א כהנ'ס טאכטער וואס האט חתונה מיט א ישראל און בינגא

ווי געזאגט אויבן איז די DNA מאַרקער נאר אויף די Y קראָמאָסאָם וואס איז נאר דא ביי זכרים וואס האבן דאס באקומען פון נאר זייער טאטע.

היסטאריע » פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:12 pm

· #493261
אונדז האבן דא א עקשן וואס רעפיוזד צו ענטפערען די שאלות וואס מ'האט פרעגט אים, און זאגט איבער זיינע ווערטער מיט א מענדעליסטישע שטאלץ. ער גייט ארום און פאטשט זיך אין בייכעל און זאגט די בהמות אויף קאווע שטיבל זענען סתם גולמים. און דער אמת מיר גייט נישט אהן אויב ער גלייבט אין שטרוי, איך ווייס אז ער הייבט שוין אהן צו האבן ספיקות, אבער איך וויל נישט ער זאל ווערען א גוי, ער דארף פארשטיין די מצוה פין גלייבען מיינט נישט זאגן ליגענט.

קען איינער מאכען א סך הכל וואס ער זאגט, און די קשיות וואס מען פרעגט אים?

רובינזון קרוזו » פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:22 pm

· #493263
@זוכער
להוי ידוע די טענה וואס מען ריפט די כוזרי ארגומענט שטייט בכלל נישט אין כוזרי.
דאס אז די און גאנץ קאווע שטיבל גלייבט אז עס שטייט יא דארט, דאס אליינס איז א פירכא אויף די א.ג. כוזרי ארגומענט, ווייל די זעסט אז מען קען איינרעדן מענטשן וואס מען וויל.
כ"ש קו"ח בן בנו של קו"ח אז מען קען איינרעדן אז פאר 3000 יאר צוריק איז געוועין עפעס א מעמד.

נ.ב. דיין וועג פון רעדן פארשעמט אונז אלע די מאמינים, ווייל די מאכסט עס אויסזעהן כאילו גאנץ אידישקייט איז באזירט אויף name calling, און אויף זיך ארויסדרייען פון ענטפערען קשיא'ס.

היסטאריע » פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:37 pm

· #493267
דער כוזרי ארגומענט האט עוואלוציע געהאט. עס איז געווארען דנ"א ארגומענט.

זוכער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:40 pm

· #493268
מי אני
אין די שמועס בכלל איז מן הראוי לציין צום מימרא פון דר. אברהם יהושע העשיל:
The surest way of misunderstanding revelation is to take it literally, to imagine that God spoke to the prophet on a long-distance telephone. Yet most of us succumb to such fancy, forgetting that the cardinal sin in thinking about ultimate issues is literal-mindedness

דאס קען אויך אָנגיין לגבי די געדאנק פון מעמד הר סיני וכדומה. ודון מינה ואוקי באתרה לגבי אָננעמען ליטערעלי בכלל.

מכח גזירה שוה צי א קל ומחומר?

אגב דר. העשיל האט אזא פארשטאנד און אטאריטעט אין נבואה ווי סינדעראַללע.

זוכער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:46 pm

· #493271
רובינזון קרוזו
@זוכער
להוי ידוע די טענה וואס מען ריפט די כוזרי ארגומענט שטייט בכלל נישט אין כוזרי.
דאס אז די און גאנץ קאווע שטיבל גלייבט אז עס שטייט יא דארט, דאס אליינס איז א פירכא אויף די א.ג. כוזרי ארגומענט, ווייל די זעסט אז מען קען איינרעדן מענטשן וואס מען וויל.
כ"ש קו"ח בן בנו של קו"ח אז מען קען איינרעדן אז פאר 3000 יאר צוריק איז געוועין עפעס א מעמד.

נ.ב. דיין וועג פון רעדן פארשעמט אונז אלע די מאמינים, ווייל די מאכסט עס אויסזעהן כאילו גאנץ אידישקייט איז באזירט אויף name calling, און אויף זיך ארויסדרייען פון ענטפערען קשיא'ס.

די דארוויניסטן זענען עפעס שטארק אפגעפאטש און האבן פארלוירן ס׳לשון.

הפנים ווען מ׳נעמט די דארוויניסטן פאר א שטיקל טעסט, שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען געהעריגע פאנאטישע מאמינים!
גלייבן אלע דעבאנקד אוו אפגעפרעגטע טעאריעס.

קיין איין סייענטיפישע ענטפער נישט באקומען דא, קיין איין היסטארישע פאקט ווייסן זיי נישט.

איך שפיר ממש ווי איך רעד צו מיין 4 יעריג אייניקל!

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:50 pm

· #493272
[

זוכער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:51 pm

· #493273
היסטאריע
אונדז האבן דא א עקשן וואס רעפיוזד צו ענטפערען די שאלות וואס מ'האט פרעגט אים, און זאגט איבער זיינע ווערטער מיט א מענדעליסטישע שטאלץ. ער גייט ארום און פאטשט זיך אין בייכעל און זאגט די בהמות אויף קאווע שטיבל זענען סתם גולמים. און דער אמת מיר גייט נישט אהן אויב ער גלייבט אין שטרוי, איך ווייס אז ער הייבט שוין אהן צו האבן ספיקות, אבער איך וויל נישט ער זאל ווערען א גוי, ער דארף פארשטיין די מצוה פין גלייבען מיינט נישט זאגן ליגענט.

קען איינער מאכען א סך הכל וואס ער זאגט, און די קשיות וואס מען פרעגט אים?

@מי אני זאגט מיט א פעסטקייט:
אז ווען די תורה זאגט מ׳טאר נישט דינען די זון, איז טייטש אז גאט איז מודה אז די זון האט א כח, און האט א פראבלעם דערמיט.

פרעג איך: זייט ווען הייסט דאס אזוי?

ער האט דאך אוודאי נישט וואס צו ענטפערן.
זאגט ער עס איבער מיט איטאליק פאנט, ווייל דעמאלט איז עס געווארן א פאקט!

מיט אזעלכע ״חוקרים״ און ״דארוויניסטן״ רעדן מיר דא.

זוכער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:56 pm

· #493274
עצי שטים
זיכער:
היטלער ווייס איך פאר א פאקט אז עס איז געווען רוב פרייע, אבער פאר דעם איז אויך געווען פרייע, און מען האט געהארגעט פרייע פינקט ווי פרימע, סאו, ווי גרויס די 'גלויבן' וואלט היינט געווען, און אז עזס וואלט געווען די גרעסטע, זענען דיינע אייגענע מסקנות, אהן קיין פרוף

איך האב נישט געזאגט אז איינער איז צוגעקומען צום עולם און געזאגט 'העלא גולמים' 'ענק' זענען אלע געווען ביים בארג סיני, איי די געדענקסט נישט? האסט פשוט פארגעסן..., ניין נישט דאס האב איך געזאגט
כ'האב געזאגט אז די כריזמאטישע פירער האט געזאגט פארן עולם, אז ענקערע 'עלטער זיידעס' זענען געווען דארט און מקבל געווען די תורה, און עס איז מיט די יארן נזנח און פארגעסן געווארן, און 'איך' בין פשוט געקומען עס צו 'מחדש זיין'

סרו מהר מן הדרך, שטייט קלאר וואס עס מיינט, אז זיי האבן אזוי ווי מען ריפט עס היינט, געגאנגען אף דע די, זיי האבן געטון אן עבירה,
וואס האט דאס אבער אהער,
און שופטים שטייט, (בערך אזוי כ'האב נישט די לשון דא פאר מיר) 'דור אשר ''לא ידע'' את השם'

טשולדיגט:
סרו מהר מן הדרך: מיינט אפגעפארן פון וועג! ליטערללי מיינט עס געווארן גוים - אויס כלל ישראל!

פרעג איך יעצט: מיינט דאס לויט דיר, אז כלל ישראל איז געווארן אויס גלייך נאך מתן תורה?
יא אדער ניין?
אויב ניין, פארוואס איז דא אנדערש ווי אין שופטים?

(מוזט נישט ענטפערן)

מי אני » פרייטאג יאנואר 28, 2022 3:12 pm

· #493280
זוכער
@מי אני זאגט מיט א פעסטקייט:
אז ווען די תורה זאגט מ׳טאר נישט דינען די זון, איז טייטש אז גאט איז מודה אז די זון האט א כח, און האט א פראבלעם דערמיט.

פרעג איך: זייט ווען הייסט דאס אזוי?

ער האט דאך אוודאי נישט וואס צו ענטפערן.
זאגט ער עס איבער מיט איטאליק פאנט, ווייל דעמאלט איז עס געווארן א פאקט!

מיט אזעלכע ״חוקרים״ און ״דארוויניסטן״ רעדן מיר דא.

אדרבה, זאג דו מיר. אויב זאגט איינער א סטעיטמענט ״דער גאט כמוש עקזיסטירט באמת״, א מער ״אבסטראקטע״ ע״ז, וואס מיינט דאס? עס איז אַבּוויעס צו מיר אז דאס מיינט אז זיי האבן א כח - די דעפיניציע פון ״גאט״.

דו קענסט טענה׳ן אז די תורה איז דאס קיינמאל נישט מודה; עס רעדט נאר פון די זון ולבנה ושאר צבאי השמים בדומיהם. עס איז אבער נישט משמע אזוי: די תורה אסר׳ט אלע געטער, נישט נאר די צבאי השמים. און הגם אז ספר דברים איז טאקע מער נוטה אז די אנדערע געטער מעמים הסבובים עקזיסטירן טאקע נישט, איז אבער פון אסאך אנדערע כתובים בתנ״ך יא משמע אז זיי עקזיסטירן באמת; פונקט אזוי ווי די זון ולבנה. יעצט, לגבי די סטעיטמענט ״די זון עקזיסטירט באמת״ זאגט עס טאקע גארנישט מער אויסער די נאטורליכע כח פונעם זון וואס דאס ליגט אין דעם זאץ, אבער לעומת זה זאגן ״[דער גאט] כמוש עקזיסטירט באמת״ דאס זאגט אויסדרוקליך יא אז דער כמוש האט א כח; עס ליגט אנאליטיש אינעם עצם זאץ אין זיין קאפאציטעט פון ״גאט״; דאס איז דאך וואס מ׳מיינט דא. מ׳באציהט זיך נישט דא אין דעם קאנטעקסט צום ״סטאטוע״ פון כמוש; מ׳באציהט זיך צו זיין אמת׳ע עקזיסטענץ. ופשוט הוא. וואס דען מיינט מען מיט דעם?

זוכער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 3:18 pm

· #493281

אבסורד!
אלע געטטער זאל מען נישט דינען!
נאר ווייל זיי עקזעסטירן זאגט עס די תורה - נישט קיין שום אנערקענונג צו זייער כח אדער מאכט. אבסעלוט נישט!
ווען זיי עקזעסטירן נישט, איז עס בכלל נישט רעלעוואנט.

כמוש און בעל, נבו און פעור, צי מעץ ואבן און האבן אלע 0 כח!

א פאלשע באהויפטונג וואס פאסט בכלל נישט צו דעבאטירן.

ס׳פאסט דיר אבער נישט מודה צו זיין על האמת!

היסטאריע » פרייטאג יאנואר 28, 2022 4:32 pm

· #493284
זוכער
מי אני
אין די שמועס בכלל איז מן הראוי לציין צום מימרא פון דר. אברהם יהושע העשיל:
The surest way of misunderstanding revelation is to take it literally, to imagine that God spoke to the prophet on a long-distance telephone. Yet most of us succumb to such fancy, forgetting that the cardinal sin in thinking about ultimate issues is literal-mindedness

דאס קען אויך אָנגיין לגבי די געדאנק פון מעמד הר סיני וכדומה. ודון מינה ואוקי באתרה לגבי אָננעמען ליטערעלי בכלל.

מכח גזירה שוה צי א קל ומחומר?

אגב דר. העשיל האט אזא פארשטאנד און אטאריטעט אין נבואה ווי סינדעראַללע.

און די האסט הבנת הנקרא ווי פנאקיא

היסטאריע » פרייטאג יאנואר 28, 2022 4:34 pm

· #493285
זוכער
היסטאריע
אונדז האבן דא א עקשן וואס רעפיוזד צו ענטפערען די שאלות וואס מ'האט פרעגט אים, און זאגט איבער זיינע ווערטער מיט א מענדעליסטישע שטאלץ. ער גייט ארום און פאטשט זיך אין בייכעל און זאגט די בהמות אויף קאווע שטיבל זענען סתם גולמים. און דער אמת מיר גייט נישט אהן אויב ער גלייבט אין שטרוי, איך ווייס אז ער הייבט שוין אהן צו האבן ספיקות, אבער איך וויל נישט ער זאל ווערען א גוי, ער דארף פארשטיין די מצוה פין גלייבען מיינט נישט זאגן ליגענט.

קען איינער מאכען א סך הכל וואס ער זאגט, און די קשיות וואס מען פרעגט אים?

@מי אני זאגט מיט א פעסטקייט:
אז ווען די תורה זאגט מ׳טאר נישט דינען די זון, איז טייטש אז גאט איז מודה אז די זון האט א כח, און האט א פראבלעם דערמיט.

פרעג איך: זייט ווען הייסט דאס אזוי?

ער האט דאך אוודאי נישט וואס צו ענטפערן.
זאגט ער עס איבער מיט איטאליק פאנט, ווייל דעמאלט איז עס געווארן א פאקט!

מיט אזעלכע ״חוקרים״ און ״דארוויניסטן״ רעדן מיר דא.

קוק נאך רש"י אשר חלק.

קען זיין אז יענער רש"י איז נישט מאסגעבענד ווייל עס האט נישט קיין אייטאליק.

אבער לידיעתך, דער רמב"ם איז דער מחדש אז ע"ז זענען גארנישט. אין דער תורה אליין האסטו מעשיות פין כישוף. אפשר האסטו א כוזרו ארגומענט אויף דער שיטה פין רמב"ם? אפשר דנ"א?

איך גלייב אז די פארשטייסט נישט אפילו וואס מען שרייבט דא.

מי אני » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 7:51 pm

· #493295
די רש"י אין ואתחנן (זיין צווייטן פשט דארט) איז ל"ד א ראיה צו דעם אז די תורה אנערקענט אין דאס אקטועלע עקזיסטענס פון אנדערע געטער. ס'איז איידער אז הקב"ה איז דער וואס געבט זיי א כח, והיינו ווען מען דינט זיי, כדי להטעותם אחריהם. וכעין הגמרא בע"ז שציינתי לעיל.

דאס גייט אין איינקלאנג דערמיט אז די קלאסישע מפרשים האבן מפרש געווען די תורה ווען עס רעדט איבער עפעס אן אנערקענונג איבער ע"ז'ס אקטועלע עקזיסטענץ אין די סארט אופנים.

שמן למאור » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 7:53 pm

· #493296
זוכער
עצי שטים
זיכער:
היטלער ווייס איך פאר א פאקט אז עס איז געווען רוב פרייע, אבער פאר דעם איז אויך געווען פרייע, און מען האט געהארגעט פרייע פינקט ווי פרימע, סאו, ווי גרויס די 'גלויבן' וואלט היינט געווען, און אז עזס וואלט געווען די גרעסטע, זענען דיינע אייגענע מסקנות, אהן קיין פרוף

איך האב נישט געזאגט אז איינער איז צוגעקומען צום עולם און געזאגט 'העלא גולמים' 'ענק' זענען אלע געווען ביים בארג סיני, איי די געדענקסט נישט? האסט פשוט פארגעסן..., ניין נישט דאס האב איך געזאגט
כ'האב געזאגט אז די כריזמאטישע פירער האט געזאגט פארן עולם, אז ענקערע 'עלטער זיידעס' זענען געווען דארט און מקבל געווען די תורה, און עס איז מיט די יארן נזנח און פארגעסן געווארן, און 'איך' בין פשוט געקומען עס צו 'מחדש זיין'

סרו מהר מן הדרך, שטייט קלאר וואס עס מיינט, אז זיי האבן אזוי ווי מען ריפט עס היינט, געגאנגען אף דע די, זיי האבן געטון אן עבירה,
וואס האט דאס אבער אהער,
און שופטים שטייט, (בערך אזוי כ'האב נישט די לשון דא פאר מיר) 'דור אשר ''לא ידע'' את השם'

טשולדיגט:
סרו מהר מן הדרך: מיינט אפגעפארן פון וועג! ליטערללי מיינט עס געווארן גוים - אויס כלל ישראל!

פרעג איך יעצט: מיינט דאס לויט דיר, אז כלל ישראל איז געווארן אויס גלייך נאך מתן תורה?
יא אדער ניין?
אויב ניין, פארוואס איז דא אנדערש ווי אין שופטים?

(מוזט נישט ענטפערן)

אקעי, איך זע אז די אנדערע זאכן האסטו שוין נישט וואס צו ענפערן, גייסטו יעצט מדייק זיין אין פסוקים,
איז לאמיר דיר קודם ענטפערן אויף וואס די פרעגסט,
סרו מן הדרך, איז טייטש ''זיי האבן גענויגט פונעם דרך'' און ווי די פסוק איז זיך מסביר א רגע שפעטער, אז עס מיינט אז זיי האבן געמאכט אן עגל
און שופטים שטייט, אשר לא 'ידעו' את השם, טייטש, זיי האבן 'נישט געוויסט פונעם באשעפער',
אדרבה, פרעג נאר דיין פיר יעריגן אינגל פשט
איך זע נישט ווי דיין בלאקעדז איז צו פארשטיין די חילוק, עס זעט מיר אויס ווי די האסט נאכאלץ נישט נאכגעקוקט אין די פסוקים

צו די 'אידישקייט איז די גרעסטע רעליגיע' טענה, וויל איך צולייגן, אז פינקט ווי מען פלעגט הרגענען אידן, מיזטו אויך פארשטיין אז דוראויס די יארן, זענען פארגעקומען צענדליגע צו גאר הונדרעטער מלחמות, ווי מליאנען פון גוים זענען גע'הרג'ט געווארן, טאקע ביי די וועלט מלחמות, זענען צענדליגע מליאנען גוים פארטיליגט געווארן, (איך ווייס טאקע נישט די פראצענטן פון די רעליגיעזע, אבער אמאל זענען גוים עפ''ר געווען רעליגיעז)
גיי אפילו צירוק צו די קרייציגלער, עס איז דעמאלטס גע'הרג'ט געווארן מער גלויביגע גוים ווי אידן,

אבער נישט די אלע זאכן איז די נקודה דא, די פארפעלסט צו פארשטיין עפעס וויכטיג דא
די ביסט דא אין א מ'כלומר'שטע דעבאטע מיט אזוי געריפענע דארוואניסן, און די מוזט פאר יעדן פרייז זיגן די כופרים דא, און ממילא קענסטו נישט טראכטן גראד, און מען זעט קלאר אז די רעדסט מיט נגיעות, און די ביסט נישט דא צו ארויסקומען מיט די אמת, די זיכסט נאר צו דעפענדן דיין שוין פון פריער אפגעמאכטע מסקנה, זאל זיין וואס זאל זיין
וואס די פארשטייסט נישט איז, אז איך בין א גלויביגע איד פינקט ווי דיר, די חילוק איז אז איך זיך מיך נישט צו נאר'ן, איך זעה וואס איז דא אויפן טיש, אין איך גיי מיט דעם,

די שרייבסט אויבן אז אונז האבן א רעליגיע און די נארישע טעאריעס וואס אונז ברענגען ארויף,
איז לאמיר דיר מסביר זיין,
כדי צו זיין 'זוכער' אין עפעס, דארף מען שפילן דעוולס עדוויקעט, און ארויפברענגען פארקערטע סברות, און זען אויב מען קען עס אפווענדן, (ווי מי אני האט שוין אויבן געברענגט) און אויב קענסטו עס נישט געהעריג אפווענדן, דאן איז דיין 'שיטה' נישט אזוי פעלזן פעסט, און אפילו די אלטערנאטיווע מהלך לייגט זיך 'אסאך' וויניגער אויפן שכל ווי 'דיין מהלך', דאן ביסטו נאכאלץ נישט 'זוכער' אז דיין מהלך איז ריכטיג, סך הכל ביסטו 90% זוכער מיט זיך, נו דאס ווייס איך אויך, און אזוי ווי איך האב קלאר געשריבן במקום אחר אז איך בין בערך ביי דעם נומער,
אבער ווען די שרייסט 'פערדן' און 'אקסן' ווערט נישט די 90% מעדזיקלי 100%, עס גייט נישט אזוי,
איך בין נישט קיין פערד פארן ארויפברענגען אן אלטערנאטיוון וועג פון 'אונזער' אמונה, אפילו עס לייגט זיך נישט אזוי שטארק אויפן שכל, ווייל ווילאנג עס איז דא א אנדערע 'מעגליכע' מהלך, ביסטו נישט 100% זוכער מיט זיך

שפילער » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 8:01 pm

· #493300
Hold on גוים זענען געהארגעט געווארן ביי די קרייצציגלער?

שמן למאור » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 8:16 pm

· #493303
שפילער
Hold on גוים זענען געהארגעט געווארן ביי די קרייצציגלער?

די קרייציגלער, איז געווען א סעריע פון מלחמות פון די קריסטן קעגן די מוסלאמענער
אידן זענען נאר גע'הרג'ט געווארן אזוי בדרך אגב,

עס ווערט געשאצט צו זיין בערך 1,000,000 טויטע פון די גאנצע געשעפט, בערך 50,000 פון דעם אידן

היסטאריע » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 8:53 pm

· #493306
איך קראץ מיר אין קאפ און פראביר צו פארשטיין וואס א שייכות עס האט צו די כוזרי ארגומענט אויב די קרייץ ציגלער האבן גע'הרג'ט נאר אידן אדער אויך גוים.

אמת, איינער פין די ווינדער וואס קענען ווייזען אויף עפעס איז דער פאקט אז אידן עקזיסטירן נאך, וואס כידוע רופט דאס דער עמדין דער גרעסטער ראי' אויף, עפעס.

און דער נבואה אז אידן וועלען צוריקקומען קיין ארץ-ישראל איז צושטאנד געקומען. אבער גיי זאג דאס פאר א סאטמארער.

זוכער » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:27 pm

· #493311
עצי שטים
זוכער
עצי שטים
זיכער:
היטלער ווייס איך פאר א פאקט אז עס איז געווען רוב פרייע, אבער פאר דעם איז אויך געווען פרייע, און מען האט געהארגעט פרייע פינקט ווי פרימע, סאו, ווי גרויס די 'גלויבן' וואלט היינט געווען, און אז עזס וואלט געווען די גרעסטע, זענען דיינע אייגענע מסקנות, אהן קיין פרוף

איך האב נישט געזאגט אז איינער איז צוגעקומען צום עולם און געזאגט 'העלא גולמים' 'ענק' זענען אלע געווען ביים בארג סיני, איי די געדענקסט נישט? האסט פשוט פארגעסן..., ניין נישט דאס האב איך געזאגט
כ'האב געזאגט אז די כריזמאטישע פירער האט געזאגט פארן עולם, אז ענקערע 'עלטער זיידעס' זענען געווען דארט און מקבל געווען די תורה, און עס איז מיט די יארן נזנח און פארגעסן געווארן, און 'איך' בין פשוט געקומען עס צו 'מחדש זיין'

סרו מהר מן הדרך, שטייט קלאר וואס עס מיינט, אז זיי האבן אזוי ווי מען ריפט עס היינט, געגאנגען אף דע די, זיי האבן געטון אן עבירה,
וואס האט דאס אבער אהער,
און שופטים שטייט, (בערך אזוי כ'האב נישט די לשון דא פאר מיר) 'דור אשר ''לא ידע'' את השם'

טשולדיגט:
סרו מהר מן הדרך: מיינט אפגעפארן פון וועג! ליטערללי מיינט עס געווארן גוים - אויס כלל ישראל!

פרעג איך יעצט: מיינט דאס לויט דיר, אז כלל ישראל איז געווארן אויס גלייך נאך מתן תורה?
יא אדער ניין?
אויב ניין, פארוואס איז דא אנדערש ווי אין שופטים?

(מוזט נישט ענטפערן)

אקעי, איך זע אז די אנדערע זאכן האסטו שוין נישט וואס צו ענפערן, גייסטו יעצט מדייק זיין אין פסוקים,
איז לאמיר דיר קודם ענטפערן אויף וואס די פרעגסט,
סרו מן הדרך, איז טייטש ''זיי האבן גענויגט פונעם דרך'' און ווי די פסוק איז זיך מסביר א רגע שפעטער, אז עס מיינט אז זיי האבן געמאכט אן עגל
און שופטים שטייט, אשר לא 'ידעו' את השם, טייטש, זיי האבן 'נישט געוויסט פונעם באשעפער',
אדרבה, פרעג נאר דיין פיר יעריגן אינגל פשט
איך זע נישט ווי דיין בלאקעדז איז צו פארשטיין די חילוק, עס זעט מיר אויס ווי די האסט נאכאלץ נישט נאכגעקוקט אין די פסוקים

צו די 'אידישקייט איז די גרעסטע רעליגיע' טענה, וויל איך צולייגן, אז פינקט ווי מען פלעגט הרגענען אידן, מיזטו אויך פארשטיין אז דוראויס די יארן, זענען פארגעקומען צענדליגע צו גאר הונדרעטער מלחמות, ווי מליאנען פון גוים זענען גע'הרג'ט געווארן, טאקע ביי די וועלט מלחמות, זענען צענדליגע מליאנען גוים פארטיליגט געווארן, (איך ווייס טאקע נישט די פראצענטן פון די רעליגיעזע, אבער אמאל זענען גוים עפ''ר געווען רעליגיעז)
גיי אפילו צירוק צו די קרייציגלער, עס איז דעמאלטס גע'הרג'ט געווארן מער גלויביגע גוים ווי אידן,

אבער נישט די אלע זאכן איז די נקודה דא, די פארפעלסט צו פארשטיין עפעס וויכטיג דא
די ביסט דא אין א מ'כלומר'שטע דעבאטע מיט אזוי געריפענע דארוואניסן, און די מוזט פאר יעדן פרייז זיגן די כופרים דא, און ממילא קענסטו נישט טראכטן גראד, און מען זעט קלאר אז די רעדסט מיט נגיעות, און די ביסט נישט דא צו ארויסקומען מיט די אמת, די זיכסט נאר צו דעפענדן דיין שוין פון פריער אפגעמאכטע מסקנה, זאל זיין וואס זאל זיין
וואס די פארשטייסט נישט איז, אז איך בין א גלויביגע איד פינקט ווי דיר, די חילוק איז אז איך זיך מיך נישט צו נאר'ן, איך זעה וואס איז דא אויפן טיש, אין איך גיי מיט דעם,

די שרייבסט אויבן אז אונז האבן א רעליגיע און די נארישע טעאריעס וואס אונז ברענגען ארויף,
איז לאמיר דיר מסביר זיין,
כדי צו זיין 'זוכער' אין עפעס, דארף מען שפילן דעוולס עדוויקעט, און ארויפברענגען פארקערטע סברות, און זען אויב מען קען עס אפווענדן, (ווי מי אני האט שוין אויבן געברענגט) און אויב קענסטו עס נישט געהעריג אפווענדן, דאן איז דיין 'שיטה' נישט אזוי פעלזן פעסט, און אפילו די אלטערנאטיווע מהלך לייגט זיך 'אסאך' וויניגער אויפן שכל ווי 'דיין מהלך', דאן ביסטו נאכאלץ נישט 'זוכער' אז דיין מהלך איז ריכטיג, סך הכל ביסטו 90% זוכער מיט זיך, נו דאס ווייס איך אויך, און אזוי ווי איך האב קלאר געשריבן במקום אחר אז איך בין בערך ביי דעם נומער,
אבער ווען די שרייסט 'פערדן' און 'אקסן' ווערט נישט די 90% מעדזיקלי 100%, עס גייט נישט אזוי,
איך בין נישט קיין פערד פארן ארויפברענגען אן אלטערנאטיוון וועג פון 'אונזער' אמונה, אפילו עס לייגט זיך נישט אזוי שטארק אויפן שכל, ווייל ווילאנג עס איז דא א אנדערע 'מעגליכע' מהלך, ביסטו נישט 100% זוכער מיט זיך

1)
און פ׳ כי תשא שטייט סרו מהר מן הדרך!
אין שופטים ב׳ שטייט די זעלבע ווערטער סרו מהר מן הדרך!

ביידע מיינט די זעלבע זאך. אים ביי בייגע קענסטו לערנען פאלש פשט אז מ׳האט אפגעלאזט אידישקייט, ליטערללי.
אדער מיינט עס פשוט: סרו מהר מן הדרך, מ׳פאלגט נישט און מ׳וועט מוזן גיין מיט׳ן שטעקן.

2)
יא. איך האב א עכטע נגיעה!
אז תורת משה איז ארגינעל אלעס איז פון משה רבינו.

דו האסט א עכטע נגיעה! (וועלהויזן/שפינוזה, דארווין)
יעדער דארוויניסט אויף ק״ש האט א עכטע נגיעה. פינטל.

מיר אלע האבן גאר שטארקע נגיעות.

3)
איך בין 100 פראצענט ״זיכער״ אז די תורה קומט פון גאט, שנתנו למשה על הר סיני.
איך האב נישט קיין צל ספק - אלע ראיות פארקערט זענען דעבאנקד!

איך האב עס דיר אויפגעוויזן 10 מאל.

שמן למאור » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:45 pm

· #493321
היסטאריע
איך קראץ מיר אין קאפ און פראביר צו פארשטיין וואס א שייכות עס האט צו די כוזרי ארגומענט אויב די קרייץ ציגלער האבן גע'הרג'ט נאר אידן אדער אויך גוים.

אמת, איינער פין די ווינדער וואס קענען ווייזען אויף עפעס איז דער פאקט אז אידן עקזיסטירן נאך, וואס כידוע רופט דאס דער עמדין דער גרעסטער ראי' אויף, עפעס.

און דער נבואה אז אידן וועלען צוריקקומען קיין ארץ-ישראל איז צושטאנד געקומען. אבער גיי זאג דאס פאר א סאטמארער.

קוק צירוק די שמועס, עס איז פשוט פארפארן,

@זוכער האט גע'טענה'ט אז מען קען נישט איינרעדן מענטשן זאכן ממילא 'מיז' זיין אז מעמד הר סיני איז אמת

האב איך צירוק גע'טענה'ט אז אידישקייט איז ניטאמאל פון די צען גרעסטע רעליגיעס, און אז מען האט געקענט איינרעדן אז מרים איז נתעבר געווארן פון ג-ט אליין, און מילאנען גוים גלייבן עס, קען אויך זיין אז איינער האט אויסגעטראכט מעמד הר סיני, און מען האט עס אפגעקויפט
(הגם עס איז א שווערע זאך איינצורעדן, איז שוין אבער געווארן אויסגעשמועסט געוויסע מעגליכקייטן)

האט @זוכער געשריבן אז אידישקייט איז 'יא די גרעסטע רעליגיע' ווען נישט די אלע אידן וואס מען האט דורכאויס די יארן גע'הרג'ט

האב איך אנגעוויזן אז וויירשיינליך זענען מער גוים גע'הרג'עט געווארן דורכאויס די יארן ווי אידן
הגם פערצענטואל קען זיין אז ביי די אידן איז געווען מער גע'הרג'טע, אבער צו זאגן אז ווען נישט די גע'הרג'עטע אידן וואלט היינט אידישקייט געווען די גרעסטע רעליגיע, ווען מען רעכנט אויך די אלע גוים וואס זענען גע'הרג'ט געווארן, איז עס לכאורה ווייט פון אמת

אויף דעם איז דא די טענה'ריי, הגם עס איז בלויז א זייטיגע פרט

שמן למאור » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:47 pm

· #493323
זוכער
עצי שטים
זוכער
עצי שטים
זיכער:
היטלער ווייס איך פאר א פאקט אז עס איז געווען רוב פרייע, אבער פאר דעם איז אויך געווען פרייע, און מען האט געהארגעט פרייע פינקט ווי פרימע, סאו, ווי גרויס די 'גלויבן' וואלט היינט געווען, און אז עזס וואלט געווען די גרעסטע, זענען דיינע אייגענע מסקנות, אהן קיין פרוף

איך האב נישט געזאגט אז איינער איז צוגעקומען צום עולם און געזאגט 'העלא גולמים' 'ענק' זענען אלע געווען ביים בארג סיני, איי די געדענקסט נישט? האסט פשוט פארגעסן..., ניין נישט דאס האב איך געזאגט
כ'האב געזאגט אז די כריזמאטישע פירער האט געזאגט פארן עולם, אז ענקערע 'עלטער זיידעס' זענען געווען דארט און מקבל געווען די תורה, און עס איז מיט די יארן נזנח און פארגעסן געווארן, און 'איך' בין פשוט געקומען עס צו 'מחדש זיין'

סרו מהר מן הדרך, שטייט קלאר וואס עס מיינט, אז זיי האבן אזוי ווי מען ריפט עס היינט, געגאנגען אף דע די, זיי האבן געטון אן עבירה,
וואס האט דאס אבער אהער,
און שופטים שטייט, (בערך אזוי כ'האב נישט די לשון דא פאר מיר) 'דור אשר ''לא ידע'' את השם'

טשולדיגט:
סרו מהר מן הדרך: מיינט אפגעפארן פון וועג! ליטערללי מיינט עס געווארן גוים - אויס כלל ישראל!

פרעג איך יעצט: מיינט דאס לויט דיר, אז כלל ישראל איז געווארן אויס גלייך נאך מתן תורה?
יא אדער ניין?
אויב ניין, פארוואס איז דא אנדערש ווי אין שופטים?

(מוזט נישט ענטפערן)

אקעי, איך זע אז די אנדערע זאכן האסטו שוין נישט וואס צו ענפערן, גייסטו יעצט מדייק זיין אין פסוקים,
איז לאמיר דיר קודם ענטפערן אויף וואס די פרעגסט,
סרו מן הדרך, איז טייטש ''זיי האבן גענויגט פונעם דרך'' און ווי די פסוק איז זיך מסביר א רגע שפעטער, אז עס מיינט אז זיי האבן געמאכט אן עגל
און שופטים שטייט, אשר לא 'ידעו' את השם, טייטש, זיי האבן 'נישט געוויסט פונעם באשעפער',
אדרבה, פרעג נאר דיין פיר יעריגן אינגל פשט
איך זע נישט ווי דיין בלאקעדז איז צו פארשטיין די חילוק, עס זעט מיר אויס ווי די האסט נאכאלץ נישט נאכגעקוקט אין די פסוקים

צו די 'אידישקייט איז די גרעסטע רעליגיע' טענה, וויל איך צולייגן, אז פינקט ווי מען פלעגט הרגענען אידן, מיזטו אויך פארשטיין אז דוראויס די יארן, זענען פארגעקומען צענדליגע צו גאר הונדרעטער מלחמות, ווי מליאנען פון גוים זענען גע'הרג'ט געווארן, טאקע ביי די וועלט מלחמות, זענען צענדליגע מליאנען גוים פארטיליגט געווארן, (איך ווייס טאקע נישט די פראצענטן פון די רעליגיעזע, אבער אמאל זענען גוים עפ''ר געווען רעליגיעז)
גיי אפילו צירוק צו די קרייציגלער, עס איז דעמאלטס גע'הרג'ט געווארן מער גלויביגע גוים ווי אידן,

אבער נישט די אלע זאכן איז די נקודה דא, די פארפעלסט צו פארשטיין עפעס וויכטיג דא
די ביסט דא אין א מ'כלומר'שטע דעבאטע מיט אזוי געריפענע דארוואניסן, און די מוזט פאר יעדן פרייז זיגן די כופרים דא, און ממילא קענסטו נישט טראכטן גראד, און מען זעט קלאר אז די רעדסט מיט נגיעות, און די ביסט נישט דא צו ארויסקומען מיט די אמת, די זיכסט נאר צו דעפענדן דיין שוין פון פריער אפגעמאכטע מסקנה, זאל זיין וואס זאל זיין
וואס די פארשטייסט נישט איז, אז איך בין א גלויביגע איד פינקט ווי דיר, די חילוק איז אז איך זיך מיך נישט צו נאר'ן, איך זעה וואס איז דא אויפן טיש, אין איך גיי מיט דעם,

די שרייבסט אויבן אז אונז האבן א רעליגיע און די נארישע טעאריעס וואס אונז ברענגען ארויף,
איז לאמיר דיר מסביר זיין,
כדי צו זיין 'זוכער' אין עפעס, דארף מען שפילן דעוולס עדוויקעט, און ארויפברענגען פארקערטע סברות, און זען אויב מען קען עס אפווענדן, (ווי מי אני האט שוין אויבן געברענגט) און אויב קענסטו עס נישט געהעריג אפווענדן, דאן איז דיין 'שיטה' נישט אזוי פעלזן פעסט, און אפילו די אלטערנאטיווע מהלך לייגט זיך 'אסאך' וויניגער אויפן שכל ווי 'דיין מהלך', דאן ביסטו נאכאלץ נישט 'זוכער' אז דיין מהלך איז ריכטיג, סך הכל ביסטו 90% זוכער מיט זיך, נו דאס ווייס איך אויך, און אזוי ווי איך האב קלאר געשריבן במקום אחר אז איך בין בערך ביי דעם נומער,
אבער ווען די שרייסט 'פערדן' און 'אקסן' ווערט נישט די 90% מעדזיקלי 100%, עס גייט נישט אזוי,
איך בין נישט קיין פערד פארן ארויפברענגען אן אלטערנאטיוון וועג פון 'אונזער' אמונה, אפילו עס לייגט זיך נישט אזוי שטארק אויפן שכל, ווייל ווילאנג עס איז דא א אנדערע 'מעגליכע' מהלך, ביסטו נישט 100% זוכער מיט זיך

1)
און פ׳ כי תשא שטייט סרו מהר מן הדרך!
אין שופטים ב׳ שטייט די זעלבע ווערטער סרו מהר מן הדרך!

ביידע מיינט די זעלבע זאך. אים ביי בייגע קענסטו לערנען פאלש פשט אז מ׳האט אפגעלאזט אידישקייט, ליטערללי.
אדער מיינט עס פשוט: סרו מהר מן הדרך, מ׳פאלגט נישט און מ׳וועט מוזן גיין מיט׳ן שטעקן.

2)
יא. איך האב א עכטע נגיעה!
אז תורת משה איז ארגינעל אלעס איז פון משה רבינו.

דו האסט א עכטע נגיעה! (וועלהויזן/שפינוזה, דארווין)
יעדער דארוויניסט אויף ק״ש האט א עכטע נגיעה. פינטל.

מיר אלע האבן גאר שטארקע נגיעות.

3)
איך בין 100 פראצענט ״זיכער״ אז די תורה קומט פון גאט, שנתנו למשה על הר סיני.
איך האב נישט קיין צל ספק - אלע ראיות פארקערט זענען דעבאנקד!

איך האב עס דיר אויפגעוויזן 10 מאל.

1) די חילוק איז זייער פשוט, דארט שטייט סרו מהר מן הדרך וזהו, אין שופטים שטייט נאך אסאך זאכן, ווי למשל 'אשר לא ידעו את השם' וכ' א גאנצע טוץ פון פסוקים ביזן סוף קאפיטל (צום צווייטן מאל)

2)אז דו ביסט זיך מודה אז די האסט נגיעות שטייען מיר שוין ערגעץ,
איך וועל דיר אויסזאגן א סוד, איך בין אויך א שותו''מ און איך האב אויך א נגיעה אז 'אידישקייט איז די אמת'ע רעליגיע'
איך בין נאכנישט אגעקומען צו מאכן א גוגל סירטש אויף שפינוזא/וועלהויזן/דארווין, איך שטעל מיך פאר אז זיי זענען משכילים אדער משהו כזה, אבער באמת ווייס איך ווייניגער איבער זיי וויפול די ווייסט, אראניש איז אז די ריפסט מיר א דארוויניסט און איך ווייס נאכנישט וואס דאס איז בכלל,
נאר וואס יא? איך זיך מיך נישט צו נאר'ן, און איך פראביר צו לאזן מיינע נגיעות אין א זייט ווען איך אנעלאזיר פאקטן און שכל'דיגע טענה'רייען צו זען מיט א נאטראלן בליק צו איז וואס יענער זאגט מאסגעבנד צו נישט

3) ווי מען זעט קלאר פון דיין שרייבן איז דיין 100% קלארקייט באזירט אויף דיין שטארקע געפיל אז די ווילסט אז אזוי זאל זיין די מציאות, אבער שכל'דיג האטסו נאכנישט אפגעענטפערט אלע טענות וואס זאל דיר מאכן זיין באמת 100%

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 2:33 am

· #493384
עצי שטים
זוכער
עצי שטים
זיכער:
היטלער ווייס איך פאר א פאקט אז עס איז געווען רוב פרייע, אבער פאר דעם איז אויך געווען פרייע, און מען האט געהארגעט פרייע פינקט ווי פרימע, סאו, ווי גרויס די 'גלויבן' וואלט היינט געווען, און אז עזס וואלט געווען די גרעסטע, זענען דיינע אייגענע מסקנות, אהן קיין פרוף

1) די חילוק איז זייער פשוט, דארט שטייט סרו מהר מן הדרך וזהו, אין שופטים שטייט נאך אסאך זאכן, ווי למשל 'אשר לא ידעו את השם' וכ' א גאנצע טוץ פון פסוקים ביזן סוף קאפיטל (צום צווייטן מאל)

2)אז דו ביסט זיך מודה אז די האסט נגיעות שטייען מיר שוין ערגעץ,
איך וועל דיר אויסזאגן א סוד, איך בין אויך א שותו''מ און איך האב אויך א נגיעה אז 'אידישקייט איז די אמת'ע רעליגיע'
איך בין נאכנישט אגעקומען צו מאכן א גוגל סירטש אויף שפינוזא/וועלהויזן/דארווין, איך שטעל מיך פאר אז זיי זענען משכילים אדער משהו כזה, אבער באמת ווייס איך ווייניגער איבער זיי וויפול די ווייסט, אראניש איז אז די ריפסט מיר א דארוויניסט און איך ווייס נאכנישט וואס דאס איז בכלל,
נאר וואס יא? איך זיך מיך נישט צו נאר'ן, און איך פראביר צו לאזן מיינע נגיעות אין א זייט ווען איך אנעלאזיר פאקטן און שכל'דיגע טענה'רייען צו זען מיט א נאטראלן בליק צו איז וואס יענער זאגט מאסגעבנד צו נישט

3) ווי מען זעט קלאר פון דיין שרייבן איז דיין 100% קלארקייט באזירט אויף דיין שטארקע געפיל אז די ווילסט אז אזוי זאל זיין די מציאות, אבער שכל'דיג האטסו נאכנישט אפגעענטפערט אלע טענות וואס זאל דיר מאכן זיין באמת 100%
[/quote]

1) סרו מהר מן הדרך = אפגעטאן פון דעם וועג. OTD! פינטל.
כ׳ווייס נישט וואס לאזט דיך נישט זאגן אז ביים עגל איז געווארן אויס כלל ישראל.

דו זאגט דאך עניוועי אז כלל ישראל איז געווארן אויס. דו זאגט נאר אז ס׳האט פאסירט נאך יהושע, רוק עס ארויף מיט 100 יאר ושלום על ישראל.

2) יעדער האט א נגיעה. נישט יעדער האט די קוראזש מודה צו זיין האמת.

דא זאגסטו גאנץ קלאר דיין מיינונג.

אינטרעסאנט אז דו ווייסט בכלל נישט פון שפינוזה און ווילהויזן אבער נאכזאגן זייער דעבאנקד אפיקורסות ביזטו א מומחה. כזקן ורגיל.

איתמהה?

טמיר » זונטאג יאנואר 30, 2022 3:03 am

· #493386
Re: די כוזרי ארגומענט
דער זוכער הייבט אהן אריינגיין בגדר טראלל, מיט מער שאנסן פאר די לעבל מיט יעדע פארבייגענדע מינוט

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 7:13 am

· #493392
טמיר
דער זוכער הייבט אהן אריינגיין בגדר טראלל, מיט מער שאנסן פאר די לעבל מיט יעדע פארבייגענדע מינוט

אגרי!
אז מ׳זאגט דא עפעס א ווארט לטובת תורת משה און קעגן דעבאנקד אפיקורסות איז מען נישט סתם א טראלל.
למען האמת כ׳האב געזאגט פאר׳ן מנהל אין אישי; ער קען מיר גערן אפשפארן, שיס אויס דעם דיססענט און ס׳וועט הערשן א שלום אין שטיבל.

היסטאריע » זונטאג יאנואר 30, 2022 8:38 am

· #493394
וויי און ווינד פאר תורת משה אויב די ביסט דער וואס מאכט עס אטענטיש.

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 9:48 am

· #493401
היסטאריע
וויי און ווינד פאר תורת משה אויב די ביסט דער וואס מאכט עס אטענטיש.

כ׳מיין דו ביזט דער וואס טראללט.

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:24 am

· #493404
היסטאריע
וויי און ווינד פאר תורת משה אויב די ביסט דער וואס מאכט עס אטענטיש.

אויב דו ווילסט הערן וואס כ׳האב צו זאגן:
1) איך האב געוואוסט אז אויב איך וועל אפענטפערן און דעפענדן תורת משה, תורה מן השמים, דעבאנקד ביקורת המקרא וכו׳ - וועל איך ווערן באשריגן און פארשטיינערט ווי ביי די פאשטון שבטים אין אפגאניסטאן. דאס איז אלעס געווען ווי געפלאנט.

2) איך האב אבער היפש געציטערט אויך. איך האב זיך געראכטן אז מ׳וועט אפירקומען מיט מעכטיגע קאנטרע אטאקעס, אז איך וויל באמת בלייבן מאכטלאז און מוזן איינזעהן אז איך האב אריינגעטראטן אין צו גרויסע שיך, איך ווייס אז איך בין נישט דער רמב״ן אדער רבי יחיאל פון פאריז וואס האבן זיך פארמאסטן און געקענט מתווכח זיין מיט די נוצרישע גלחים 800 יאר צוריק. - און עס האט זיי געקאסט א פרייז דאס געווינען.

3) מיין איינציגע סופרייז איז געווען - בו בזמן וואס איך זאג אפן אז איך איך האב א נגיעה, איך דעפענד תורת משה און דערקלער קלאר מיין שטעלונג און וואס איך האלט, זענען מיינע אפאנענטן צעבלאזענע פחדנים. זיי קעמפן קעגן מעמד הר סיני; וועלן אפווענדן יעדע ראיה וואס איך ברענג; וועלן ברענגען יעדע אפיקורסישע האוקס - אבער גלייכצייטיג זאגן איך האב נישט קיין שום נגיעה! עכט וויל איך יא גלייבן אבל מה אעשה אז נישט קיין פרוף.

עפטער אלל, אויסער פראבירן מיט כח צו פארדרייען קלארע פסוקים מיט פוסטע אמעראצות; פארדרייען באקאנטע היסטארישע כראנאלאגישע געשעענישן; אראפמאלן משה רבינו און אהרן הכהן אלץ רוצחים און מערדער וכו׳; נאכבאמבלען אבסורד׳ן און אלטע אויסגעדראשענע דעבאנקד טעאריעס איז גארנישט אויפגעוויזן געווארן. אלע פראגן וואס איך האב געשטעלט קעגן די דעבאנקד לאקשן זענען נאר גרעסער געווארן - און איך בין געווארן א טראלל. ווי ערווארטעט.

איך בין גרייט פאר א אפענע דעבאטע מיט יעדן איינעם;
אפן מיט מיין נאמען; איך בין נישט קיין פחדן.
מיט עני אפאנענט וואס איז גרייט ארויסצוקומען אפן.
מיט א $10,000 בעט.

1) ווער איז ס׳איז גרייט פאר א דועל זאל מיר לאזן מעלדן אין אישי.
2) ביידע וועלן איינלייגן $10,000
3) מ׳וועט זיך פארהערן מיט אפענע קארטן.

Nanach » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:47 am

· #493409

לאמיר קלאר מאכן ווי ווייט איך ווייס איז קיינער דא (פון די וואס האבן דא געשמועסט מיט דיר) נישט קיין כופרים, מקסימום רעדט מען פון אגאניסטיק.
רוב היטן די תורה, נאר מען האט קשיות וואס מען וויל קלאר מאכן.
איך קען רעדן פאר מיר, איך היט געהעריג אלעס (איך רעד נישט ווען איך פאל אדורך, איך רעד לכתחילה/בשיטה) פון היימישע השגחות ביז ר”ת, פון טהרת המשפחה מיט אלע הרחקות ביז נישט רעדן דברי חול שבת.
איך האב געלערנט תנ"ך נישט לקנטר נאר כדי צו לערנען, און עס האט מיר אנגעהויבן באדערן קשיות (עס איז אן אריכות די השתלשלות, איך גיי נישט יעצט אריין אין דעם) זיכענדיג תשובות בין איך געוואר געווארן אז רוב קשיות ווערן געפרעגט פון די מבקרי המקרא, ביז היינט בין איך נישט קלאר אין זייער גאנצע מהלך איך קען נאר מער ווייניגער די חלקים וואס האט מיר געבאדערט.
היות איך פיר זיך בשלימות ווי א ערליכע איד, און איך זעה מיר נישט טוישן די לעבן (עכ”פ יעצט) וויל איך זייער שטארק גלייבן מיט אמונה פשוטה, און יעדע מאל איינער קומט ארויף פארענטפערן ווער איך עקסייטעד, און האף אז איינער גייט מיר עס פארענטפערן.
דערווייל דרייט מען זיך מיט דיר אין סירקלס, די פארענטפערסט גארנישט צום זאך, רוב מאל זעט אויס פון דיין תשובה אז די האסט נישט פארשטאנען די קשיא, ווערט די עולם (עכ”פ איך) זייער פראסטרעיטעט/אנטוישט.
ווען נישט איך בין אזוי דעספערט צו אנקומען צום אמת, וואלט איך דיר שוין לאנג איגנארירט.
דרך אגב די הערסט נישט אויף צו ברענגען דרוויניזם. ערשטנס עס איז נישט קיין סתירה צו גלייבן אין א קריעטער אין גלייבן אין עוועלאשען. צווייטענס די שמועס דא דרייט זיך ארום תורה מסיני (ביקורת המקרא) וואס האט נישט קיין שייכות מיט דרוויניזם.
מען קען האלטן אז תורה איז נישט מסיני, אין אויכט נישט זיין איבערצייגט אין דארווין. וואס יא? מיין רבי אין חדר האט געזאגט נישט אלעס קען מען פארשטיין/וויסן

Nanach » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:52 am

· #493410
היסטאריע
וויי און ווינד פאר תורת משה אויב די ביסט דער וואס מאכט עס אטענטיש.

איך האב ממש דאס געפילט פאריגע וואך ביים ליינען די תגובות,
אויב דאס איז די בעסטע דעפענס..... הרב @זוכער איי עם סארי טא טעל יא אבער האסט מיר היבש אפגעשוואכט מיין אמונה, מיט דיין נארישע טענות.

און פארקערט קען מען זאגען אויף @מי אני ביים זעהן אזא אינטעליגענטע איד וואס איז א פרומע איד ווי געברענגט דא, איז מיר עס מחזק אז זיכער איז יא דא עפעס אין אונזער אמונה

שמן למאור » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:31 pm

· #493424
זוכער
עצי שטים
זוכער
עצי שטים
זיכער:
היטלער ווייס איך פאר א פאקט אז עס איז געווען רוב פרייע, אבער פאר דעם איז אויך געווען פרייע, און מען האט געהארגעט פרייע פינקט ווי פרימע, סאו, ווי גרויס די 'גלויבן' וואלט היינט געווען, און אז עזס וואלט געווען די גרעסטע, זענען דיינע אייגענע מסקנות, אהן קיין פרוף

1) די חילוק איז זייער פשוט, דארט שטייט סרו מהר מן הדרך וזהו, אין שופטים שטייט נאך אסאך זאכן, ווי למשל 'אשר לא ידעו את השם' וכ' א גאנצע טוץ פון פסוקים ביזן סוף קאפיטל (צום צווייטן מאל)

2)אז דו ביסט זיך מודה אז די האסט נגיעות שטייען מיר שוין ערגעץ,
איך וועל דיר אויסזאגן א סוד, איך בין אויך א שותו''מ און איך האב אויך א נגיעה אז 'אידישקייט איז די אמת'ע רעליגיע'
איך בין נאכנישט אגעקומען צו מאכן א גוגל סירטש אויף שפינוזא/וועלהויזן/דארווין, איך שטעל מיך פאר אז זיי זענען משכילים אדער משהו כזה, אבער באמת ווייס איך ווייניגער איבער זיי וויפול די ווייסט, אראניש איז אז די ריפסט מיר א דארוויניסט און איך ווייס נאכנישט וואס דאס איז בכלל,
נאר וואס יא? איך זיך מיך נישט צו נאר'ן, און איך פראביר צו לאזן מיינע נגיעות אין א זייט ווען איך אנעלאזיר פאקטן און שכל'דיגע טענה'רייען צו זען מיט א נאטראלן בליק צו איז וואס יענער זאגט מאסגעבנד צו נישט

3) ווי מען זעט קלאר פון דיין שרייבן איז דיין 100% קלארקייט באזירט אויף דיין שטארקע געפיל אז די ווילסט אז אזוי זאל זיין די מציאות, אבער שכל'דיג האטסו נאכנישט אפגעענטפערט אלע טענות וואס זאל דיר מאכן זיין באמת 100%

1) סרו מהר מן הדרך = אפגעטאן פון דעם וועג. OTD! פינטל.
כ׳ווייס נישט וואס לאזט דיך נישט זאגן אז ביים עגל איז געווארן אויס כלל ישראל.

דו זאגט דאך עניוועי אז כלל ישראל איז געווארן אויס. דו זאגט נאר אז ס׳האט פאסירט נאך יהושע, רוק עס ארויף מיט 100 יאר ושלום על ישראל.

2) יעדער האט א נגיעה. נישט יעדער האט די קוראזש מודה צו זיין האמת.

דא זאגסטו גאנץ קלאר דיין מיינונג.

אינטרעסאנט אז דו ווייסט בכלל נישט פון שפינוזה און ווילהויזן אבער נאכזאגן זייער דעבאנקד אפיקורסות ביזטו א מומחה. כזקן ורגיל.

איתמהה?[/quote]

זוכערל:

1) די גייסט ווייטער קאפ אין וואנט מיט דיין 'סרו מהר' טענה, איז לאמער עס פראבירן צום דריטן מאל אויסצוקלארן, און אויב פארשטייסטו נישט יעצט, דאן וועסטו מיזן קודם פטור ווערן פון דיינע בליינד ספאטס, פארן גיין ווייטער,

ביים עגל שטייט טאקע און פסוק 'סרו מהר מן הדרך' אבער די פסוק פירט אויס א רגע שפעטער, אז די 'סרו' איז געווען אז זיי האבן פשוט און פראסט 'געזונדיגט' זיי האבן נישט פארגעסן מאמד הר סיני, עס שטייט נישט אז כלל ישראל 'לא ידעו את השם' אדער אז כלל ישראל איז געווארן אויס, עס שטייט בלויז 'סרו מן הדרך'
און בד''וו שבט לוי האט נישט געזונדיגט כמבואר בפסוקים

אבער און שופטים שטייט 'דור אשר לא ידעו את השם' זיי האבן נישט געוויסט פונעם באשעפער, יעצט די קענסט אריינלערנען פשטים און גאר מאכן א גזירה שוה 'סרו סרו' אז עס איז נישט געווארן אויס כלל ישראל, אבער דאס איז אלעס דיין אייגענע בייעסט אפיניען, אדרבה איך האב געזיכט אין אלע מפרשים צו איינער זאגט אויב עס איז יא אדער נישט געבליבן ערליכע אידן אויך, ולא מצאתי, אדרבה ווייז מיר צו, כ'וועל מיך פרייען צו זען, אבער ביז דאן איז עס בלויז דיין ווארט קעגן ווער עס וויל זאגן אנדעשט

2) אזוי ווי אייביג פיקסטו און די טשאסט וואס די ווילסט יא ברענגען און וואס די ווילסט נישט ברענגען,
די ברענגס א טעאריע וואס איך האב געשריבן, וואס איך האב דיר 'קלאר' מסביר געווען שפעטער אז איך 'האלט נישט' אז אזוי איז געווען, איך ברענג עס נאר ארויף, ווייל ווילאנג מען קען נישט אפווענדן אנדערע מהלכים קען מען נישט זיין 'זוכער' אין דיין אייגענע מהלך, און דאס איז פשוט די וועג ציצוקומען צום אמת, אויב מען שפילט דעווילס עדוויקיט און מען ברענגט ארויף אלע קעגנזייטיגע צדדים און מען ווענד עס שכל'דיג אפ
און אזוי ווי איך האב געזאגט, יא! איך בין יא מודה אז איך האב א נגיעה, און מיין נגיעה איז אז אידישקייט זאל זיין אמת, אדרבה, אויב ווילסטו וויסן וואס איך האלט באמת, קענסטו פשוט קוקן אין די אשכול וואס איך האב קלאר געשריבן וואס איך האלט, און די מיזט נישט ברענגען זאכן וואס איך שרייב קלאר אז איך האלט 'נישט' אזוי
עיין כאן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/15090">viewtopic.php?f=47&t=15090</a><!-- l -->
(זע בעיקר זייט צוויי, ווי איך רעד איבער אידישקייט)
און ניין איך בין נישט אנגעליינט מיט דארווין אדער וואטעווער נאמען די ברענגסט, איך האב בלויז געשריבן פון מיין שכל ארויס, די זאגסט אז איך שרייב פינקט נאך זייערע שיטות, קען זיין, איך ווייס נישט, זעט אויס אז זיי האבן אויך געהאט א שכל הישר

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 2:31 pm

· #493444
נו לאמיר אפיר נעמען די מפורשים אויף לא ידעו את ה׳ און ווי עס טראגט אונז.

ביסטו רעדי מודה צו זיין על האמת, אז דו ביסט געווען Wראנג?

געגאנגען

📎 5FE1931F-F8E8-48C6-9E6E-68E58EEB6B7B.jpeg
📎 4D61AF4A-AEC7-4FE3-8F50-5582F0F2F2BC.jpeg

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 3:31 pm

· #493448
Nanach
זוכער
היסטאריע
וויי און ווינד פאר תורת משה אויב די ביסט דער וואס מאכט עס אטענטיש.

אויב דו ווילסט הערן וואס כ׳האב צו זאגן:
1) איך האב געוואוסט אז אויב איך וועל אפענטפערן און דעפענדן תורת משה, תורה מן השמים, דעבאנקד ביקורת המקרא וכו׳ - וועל איך ווערן באשריגן און פארשטיינערט ווי ביי די פאשטון שבטים אין אפגאניסטאן. דאס איז אלעס געווען ווי געפלאנט.

2) איך האב אבער היפש געציטערט אויך. איך האב זיך געראכטן אז מ׳וועט אפירקומען מיט מעכטיגע קאנטרע אטאקעס, אז איך וויל באמת בלייבן מאכטלאז און מוזן איינזעהן אז איך האב אריינגעטראטן אין צו גרויסע שיך, איך ווייס אז איך בין נישט דער רמב״ן אדער רבי יחיאל פון פאריז וואס האבן זיך פארמאסטן און געקענט מתווכח זיין מיט די נוצרישע גלחים 800 יאר צוריק. - און עס האט זיי געקאסט א פרייז דאס געווינען.

3) מיין איינציגע סופרייז איז געווען - בו בזמן וואס איך זאג אפן אז איך איך האב א נגיעה, איך דעפענד תורת משה און דערקלער קלאר מיין שטעלונג און וואס איך האלט, זענען מיינע אפאנענטן צעבלאזענע פחדנים. זיי קעמפן קעגן מעמד הר סיני; וועלן אפווענדן יעדע ראיה וואס איך ברענג; וועלן ברענגען יעדע אפיקורסישע האוקס - אבער גלייכצייטיג זאגן איך האב נישט קיין שום נגיעה! עכט וויל איך יא גלייבן אבל מה אעשה אז נישט קיין פרוף.

עפטער אלל, אויסער פראבירן מיט כח צו פארדרייען קלארע פסוקים מיט פוסטע אמעראצות; פארדרייען באקאנטע היסטארישע כראנאלאגישע געשעענישן; אראפמאלן משה רבינו און אהרן הכהן אלץ רוצחים און מערדער וכו׳; נאכבאמבלען אבסורד׳ן און אלטע אויסגעדראשענע דעבאנקד טעאריעס איז גארנישט אויפגעוויזן געווארן. אלע פראגן וואס איך האב געשטעלט קעגן די דעבאנקד לאקשן זענען נאר גרעסער געווארן - און איך בין געווארן א טראלל. ווי ערווארטעט.

איך בין גרייט פאר א אפענע דעבאטע מיט יעדן איינעם;
אפן מיט מיין נאמען; איך בין נישט קיין פחדן.
מיט עני אפאנענט וואס איז גרייט ארויסצוקומען אפן.
מיט א $10,000 בעט.

1) ווער איז ס׳איז גרייט פאר א דועל זאל מיר לאזן מעלדן אין אישי.
2) ביידע וועלן איינלייגן $10,000
3) מ׳וועט זיך פארהערן מיט אפענע קארטן.

לאמיר קלאר מאכן ווי ווייט איך ווייס איז קיינער דא (פון די וואס האבן דא געשמועסט מיט דיר) נישט קיין כופרים, מקסימום רעדט מען פון אגאניסטיק.
רוב היטן די תורה, נאר מען האט קשיות וואס מען וויל קלאר מאכן.
איך קען רעדן פאר מיר, איך היט געהעריג אלעס (איך רעד נישט ווען איך פאל אדורך, איך רעד לכתחילה/בשיטה) פון היימישע השגחות ביז ר”ת, פון טהרת המשפחה מיט אלע הרחקות ביז נישט רעדן דברי חול שבת.
איך האב געלערנט תנ"ך נישט לקנטר נאר כדי צו לערנען, און עס האט מיר אנגעהויבן באדערן קשיות (עס איז אן אריכות די השתלשלות, איך גיי נישט יעצט אריין אין דעם) זיכענדיג תשובות בין איך געוואר געווארן אז רוב קשיות ווערן געפרעגט פון די מבקרי המקרא, ביז היינט בין איך נישט קלאר אין זייער גאנצע מהלך איך קען נאר מער ווייניגער די חלקים וואס האט מיר געבאדערט.
היות איך פיר זיך בשלימות ווי א ערליכע איד, און איך זעה מיר נישט טוישן די לעבן (עכ”פ יעצט) וויל איך זייער שטארק גלייבן מיט אמונה פשוטה, און יעדע מאל איינער קומט ארויף פארענטפערן ווער איך עקסייטעד, און האף אז איינער גייט מיר עס פארענטפערן.
דערווייל דרייט מען זיך מיט דיר אין סירקלס, די פארענטפערסט גארנישט צום זאך, רוב מאל זעט אויס פון דיין תשובה אז די האסט נישט פארשטאנען די קשיא, ווערט די עולם (עכ”פ איך) זייער פראסטרעיטעט/אנטוישט.
ווען נישט איך בין אזוי דעספערט צו אנקומען צום אמת, וואלט איך דיר שוין לאנג איגנארירט.
דרך אגב די הערסט נישט אויף צו ברענגען דרוויניזם. ערשטנס עס איז נישט קיין סתירה צו גלייבן אין א קריעטער אין גלייבן אין עוועלאשען. צווייטענס די שמועס דא דרייט זיך ארום תורה מסיני (ביקורת המקרא) וואס האט נישט קיין שייכות מיט דרוויניזם.
מען קען האלטן אז תורה איז נישט מסיני, אין אויכט נישט זיין איבערצייגט אין דארווין. וואס יא? מיין רבי אין חדר האט געזאגט נישט אלעס קען מען פארשטיין/וויסן

איך האב אויפגעוויזן בראיות ברורות אז דינען פסילים עץ ואבן איז אייביג געווען די זעלבע פארבאטן ביי כלל ישראל פון מעמד הר סיני ב׳ תמ״ח. ס׳איז קיינמאל נישט געווען קיין צד אז ע״ז האט עפעס א כח. דברים און שמות זענען אקוראט די זעלבע ומבורא אחד ניתנו.
און אפעקטיוו געפלאצט דעם באבל פון ביקורת המקרא.

אבער אנשטאט ענטפערן צום דבר, ווער איך א טראלל!

ברוך בענדיט » זונטאג יאנואר 30, 2022 3:52 pm

· #493449
Re: די כוזרי ארגומענט
אינטרעסאנט.. ממש א גזירת הכתיב וואס זיי שרייבן...
די קענסט מיר מסביר זיין וואס עס שטייט ווייטער אין פסוק וגם את המעשה....?
אין בבלי וואלט עס ניטאמאל געווען א ה"א....
קוק מצידת דוד וגם את המעשה. לא ידעו גם את המעשה, כי נשכח מהם:

<a class="postlink" href="https://www.sefaria.org/Metzudat_David_on_Judges.2.10.2">https://www.sefaria.org/Metzudat_David_on_Judges.2.10.2</a>

Sent from my Pixel using Tapatalk

שמן למאור » זונטאג יאנואר 30, 2022 5:20 pm

· #493454
זוכער
נו לאמיר אפיר נעמען די מפורשים אויף לא ידעו את ה׳ און ווי עס טראגט אונז.

ביסטו רעדי מודה צו זיין על האמת, אז דו ביסט געווען Wראנג?

געגאנגען

📎 5FE1931F-F8E8-48C6-9E6E-68E58EEB6B7B.jpeg

יא זיי האבן נישט געהאט קיין יראת שמים, און קוק א פסוק ווייטער פארוואס,
וגם את המעשה וכ' עיין מצידות 'כי נשכח מהם' ווי @ברוך בענדיט ברענגט שוין צו

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 5:39 pm

· #493456
עצי שטים
זוכער
נו לאמיר אפיר נעמען די מפורשים אויף לא ידעו את ה׳ און ווי עס טראגט אונז.

ביסטו רעדי מודה צו זיין על האמת, אז דו ביסט געווען Wראנג?

געגאנגען

📎 5FE1931F-F8E8-48C6-9E6E-68E58EEB6B7B.jpeg

יא זיי האבן נישט געהאט קיין יראת שמים, און קוק א פסוק ווייטער פארוואס,
וגם את המעשה וכ' עיין מצידות 'כי נשכח מהם' ווי @ברוך בענדיט ברענגט שוין צו

איך האב דיר יעצט געברענגט 2 ראיות אז כלל ישראל איז נעווער געווארן אויס

די עבירה פון סרו מהר מן הדרך, שטייט ביים עגל אויך.
דער חטא פון לא ידעו את השם, מיינט לויט מפורשים אז זיי האבן נישט געהאט קיין יראת שמים. אדער לא ידעו בידיעה משכלת - (כאילו היינט האט איינער יא?!)

דיין מהלך איז פשוט פארקרומט און פאלש. און אויף דעם בויעט מען בריקן אז כלל ישראל איז געווארן אויס. ברודער טייערער דו ביסט דעבאנקד.

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 5:43 pm

· #493457
ברוך בענדיט
אינטרעסאנט.. ממש א גזירת הכתיב וואס זיי שרייבן...
די קענסט מיר מסביר זיין וואס עס שטייט ווייטער אין פסוק וגם את המעשה....?
אין בבלי וואלט עס ניטאמאל געווען א ה"א....
קוק מצידת דוד וגם את המעשה. לא ידעו גם את המעשה, כי נשכח מהם:

<a class="postlink" href="https://www.sefaria.org/Metzudat_David_on_Judges.2.10.2">https://www.sefaria.org/Metzudat_David_on_Judges.2.10.2</a>

Sent from my Pixel using Tapatalk

יא. מיר גייען ווייטער מיטן מהלך פון מצודות: די ידיעה משכלת איז נשכח מהם.
אדער יראת שמים איז נשכח מהם.
קיינמאל איז כלל ישראל נישט געווארן אויס.

שטייט אפשר אז זיי האבן נישט געהאלטן שבת, אדער נישט מקריב געווען קרבנות?

מי אני » זונטאג יאנואר 30, 2022 5:48 pm

· #493458
עצי שטים
יא זיי האבן נישט געהאט קיין יראת שמים, און קוק א פסוק ווייטער פארוואס,
וגם את המעשה וכ' עיין מצידות 'כי נשכח מהם' ווי @ברוך בענדיט ברענגט שוין צו

דאס איז ל״ד א ראיה דערצו, ווייל עס קען פשוט באדייטן אז זיי האבן נישט געוואוסט אזא ״הלכה למעשה״. אבער די עצם המשכה איז נאך דא.

יעצט, דאס איז לכאורה גאנץ ברור אז די קלאסישע מפרשים, וועלכע האבן דאך די הנחות לגבי תנ״ך בכלליות, וועלן מפרש זיין על זה הדרך אז ס׳איז נישט נשכח געווארן (עכ״פ לגמרי); עס איז אלס געווען א המשכה. ועוד יותר, אז אפילו לפי המבקרים איז (בערך) דאס געווען די כוונה פון די מחברי הספרים (וואס זענען פון איין חדר). וואס די מבקרים טענה׳ן (בערך אין בּראָד סטרוֺיקס), אזא עפ״י עיון, איז אז אונז זעה׳מיר אז די מחברים האבן געמוזט מודה זיין אז עס איז געווען גאנץ אַן ערענסטע ערענסטע שכחה ביים פאלק. זיי טענה׳ן אז דאס איז ווייל דאס איז בעצם קיינמאל נישט געווען (עכ״פ געהעריג) די טראדיציע(ס) פונעם פאלק על הכלל כולו (אפילו בעצם בזמן הכותבים וואו מ׳האט דאס געוואלט מער רעפארמירן וכו׳). וממילא האבן עס די מחברים טאקע פארטייטשט עפ״י א היסטאריאגרעפי וואו דאס איז אלס געווען א מאָטיִף ביים פאלק וואו זיי האבן פארגעסן את הדרך ילכו בה און ״געגאנגען אט״ד״.

איך ווידערהאל: עס איז נישט מוכרח.

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 6:03 pm

· #493459
דא למשל שטייט אז דעם ערשטן שבת האט מען שוין מחלל געווען!
איין פערזאן פון 600 אלפים האט מחלל געווען דעם שבת - און דער ספרי זאגט נישט מער און נישט ווינציגער נאר קיינער האט נישט געהאלטן שוין דעם ערשטן שבת!

ס׳איז אבער במציאות נישט ריכטיג צו לערנען אז גאנץ כלל ישראל האט נישט געהאלטן שבת. כאטש דער ספרי זאגט קלאר אזוי.

אקוראט מיט אלעם איז אזוי. דער תרגום זאגט גאנץ א קאלטן פירוש אויף לא ידעו את ה׳ און נעמט עס נישט אן ווי א פאקטישע איבערריס.

שמן למאור » זונטאג יאנואר 30, 2022 6:13 pm

· #493461
זוכער
ברוך בענדיט
אינטרעסאנט.. ממש א גזירת הכתיב וואס זיי שרייבן...
די קענסט מיר מסביר זיין וואס עס שטייט ווייטער אין פסוק וגם את המעשה....?
אין בבלי וואלט עס ניטאמאל געווען א ה"א....
קוק מצידת דוד וגם את המעשה. לא ידעו גם את המעשה, כי נשכח מהם:

<a class="postlink" href="https://www.sefaria.org/Metzudat_David_on_Judges.2.10.2">https://www.sefaria.org/Metzudat_David_on_Judges.2.10.2</a>

Sent from my Pixel using Tapatalk

יא. מיר גייען ווייטער מיטן מהלך פון מצודות: די ידיעה משכלת איז נשכח מהם.
אדער יראת שמים איז נשכח מהם.
קיינמאל איז כלל ישראל נישט געווארן אויס.

שטייט אפשר אז זיי האבן נישט געהאלטן שבת, אדער נישט מקריב געווען קרבנות?

עס שטייט קלאר אז 'די מעשה' איז נשכח געווארן

בן נון » זונטאג יאנואר 30, 2022 6:48 pm

· #493463
לאמיר צולייגן מיינע צוויי סענט
ע”פ חקירה איז לכאורה נישט שייך צו אויפווייזן אז מתן תורה איז בפועל פארגעקומען אזוי אויך איז שווער צו זאגן אז עס איז נישט פארגעקומען וואס יא עס איז נישט דא קיין שום הארטע אומצוויידייטיגע פאקטן צו באשטעטיגן אז עס איז יא אדער נישט פארגעקומען
די כוזרי ארגומענט איז פיל מיט לעכער והא ראיה אז רוב גוים בזמן מתן תורה זענען געווען עובדי ע”ז עץ ואבן אדער ווי עס איז באקאנט די מעשה פון ר’ יהונתן אייבישיץ מיטן גלח וואס זיי האבן געמאכט א גאנצע שטאט זען פליענדיגע מלכים אויפן הימל פשט דרכן שטיין און קוקן און זאגן אז זיי זעהן און קיינער האט נישט געוואלט זיין דער נאר וואס זעט נישט די מאלכים עכ”פ עס איז זייער גרינג איינצורעדן מענטשן און זיי מאכן גלייבן און אפי’ זען חלומות בהקיץ לדגמא נעם שבתי צבי’ס חסידים זיי האבן געזען אותות ומופתים עד אין חקר און אזוי ווייטער עס קען האבן געשען בזמן עזרא הסופר אדער אפי’ בזמן משה רבינו
איך וועל דא דערמאנען א אינערעסאנטע שטיקל ליקוטי מהר”ן ווי ר’ נחמן שרייבט אז ווען כלל ישראל זיכט ווען תירוצים אפי’ בשעת מתן תורה וואלטן זיי געקענט מיט לאגיק אופענפערן די גאנצע מעמד נאר די גרויסקייט איז אז זיי האבן אוועקגעווארפן זייער שכל און געגלייבט בתמימות און משה
איינער וואס זאגט אז ער גלייבט מכוח חקירה פאפט זיך אליין אין לעבט אין א באבל פון קאנפראמעשענל בייעס ממילא איז די צד פון גיין נאר מיט חקירה אוממעגליך פאר איינער וואס וויל בלייבן א שומר תורה
אבער מצד שני גיין מיטן קאפ אין וואנט און גלייבן ווי א נאר איז אויך נישט גוט ווייל מיט וואס ביסטו בעסער ווי די מוסלים און די נוצרים און עבדי הבעל
נאר מען דארף זיך האלטן מיט אמונה מכוח אמת דהייני וויבאלט איך ווייס אז אידישקייט איז אמת מכוח סירקאמסטענטשעל עוועדענס ממילא גלייב איך אהן חקירה ווי באלט מיר האבן א 3000+ יעריגע מסורה מען האט א מערת המכפילה מען האט מקוואות פון זמן בית ראשון ועוד ממילא גלייב איך

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 7:24 pm

· #493465
עצי שטים
זוכער
ברוך בענדיט
אינטרעסאנט.. ממש א גזירת הכתיב וואס זיי שרייבן...
די קענסט מיר מסביר זיין וואס עס שטייט ווייטער אין פסוק וגם את המעשה....?
אין בבלי וואלט עס ניטאמאל געווען א ה"א....
קוק מצידת דוד וגם את המעשה. לא ידעו גם את המעשה, כי נשכח מהם:

<a class="postlink" href="https://www.sefaria.org/Metzudat_David_on_Judges.2.10.2">https://www.sefaria.org/Metzudat_David_on_Judges.2.10.2</a>

Sent from my Pixel using Tapatalk

יא. מיר גייען ווייטער מיטן מהלך פון מצודות: די ידיעה משכלת איז נשכח מהם.
אדער יראת שמים איז נשכח מהם.
קיינמאל איז כלל ישראל נישט געווארן אויס.

שטייט אפשר אז זיי האבן נישט געהאלטן שבת, אדער נישט מקריב געווען קרבנות?

עס שטייט קלאר אז 'די מעשה' איז נשכח געווארן

על שני עדים יקום דבר.
יעצט רעדסטו פון מעשה שנשתכח.
די מעשה לויטן מצודות מיינט ידיעת משכלת און לפי התרגום די מעשה פון יראת השם.

טרעף ביטע אז מ׳האט נישט געהאלטן שבת אחר מות יהושע
טרעף אז מ׳האט נישט מקריב געווען קרבנות אחר מות יהושע.

דיין פשעטל איז צעפאלן ווי א זייפן בלאז. ס׳איז דורכאויס פאלש. יעצט ליגט אויף @עצי שטים די בורדן אף פרוף!

איך האב געברענגט 2 עדות - א תרגום און א מצודות.

ברוך בענדיט » זונטאג יאנואר 30, 2022 7:29 pm

· #493466

מע רעדט דאך יעצט אויפן צד אז דער גאנצע ענין פון על שני עדים יקום דבר איז נישט אמת [emoji28][emoji28][emoji28]

Sent from my Pixel using Tapatalk

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 7:44 pm

· #493469
בן נון
לאמיר צולייגן מיינע צוויי סענט
ע”פ חקירה איז לכאורה נישט שייך צו אויפווייזן אז מתן תורה איז בפועל פארגעקומען אזוי אויך איז שווער צו זאגן אז עס איז נישט פארגעקומען וואס יא עס איז נישט דא קיין שום הארטע אומצוויידייטיגע פאקטן צו באשטעטיגן אז עס איז יא אדער נישט פארגעקומען
די כוזרי ארגומענט איז פיל מיט לעכער והא ראיה אז רוב גוים בזמן מתן תורה זענען געווען עובדי ע”ז עץ ואבן אדער ווי עס איז באקאנט די מעשה פון ר’ יהונתן אייבישיץ מיטן גלח וואס זיי האבן געמאכט א גאנצע שטאט זען פליענדיגע מלכים אויפן הימל פשט דרכן שטיין און קוקן און זאגן אז זיי זעהן און קיינער האט נישט געוואלט זיין דער נאר וואס זעט נישט די מאלכים עכ”פ עס איז זייער גרינג איינצורעדן מענטשן און זיי מאכן גלייבן און אפי’ זען חלומות בהקיץ לדגמא נעם שבתי צבי’ס חסידים זיי האבן געזען אותות ומופתים עד אין חקר און אזוי ווייטער עס קען האבן געשען בזמן עזרא הסופר אדער אפי’ בזמן משה רבינו
איך וועל דא דערמאנען א אינערעסאנטע שטיקל ליקוטי מהר”ן ווי ר’ נחמן שרייבט אז ווען כלל ישראל זיכט ווען תירוצים אפי’ בשעת מתן תורה וואלטן זיי געקענט מיט לאגיק אופענפערן די גאנצע מעמד נאר די גרויסקייט איז אז זיי האבן אוועקגעווארפן זייער שכל און געגלייבט בתמימות און משה
איינער וואס זאגט אז ער גלייבט מכוח חקירה פאפט זיך אליין אין לעבט אין א באבל פון קאנפראמעשענל בייעס ממילא איז די צד פון גיין נאר מיט חקירה אוממעגליך פאר איינער וואס וויל בלייבן א שומר תורה
אבער מצד שני גיין מיטן קאפ אין וואנט און גלייבן ווי א נאר איז אויך נישט גוט ווייל מיט וואס ביסטו בעסער ווי די מוסלים און די נוצרים און עבדי הבעל
נאר מען דארף זיך האלטן מיט אמונה מכוח אמת דהייני וויבאלט איך ווייס אז אידישקייט איז אמת מכוח סירקאמסטענטשעל עוועדענס ממילא גלייב איך אהן חקירה ווי באלט מיר האבן א 3000+ יעריגע מסורה מען האט א מערת המכפילה מען האט מקוואות פון זמן בית ראשון ועוד ממילא גלייב איך

1) חקירה איז יאקע נישט קיין מהלך. איך האב עס קלאר געשריבן.

דער כוזרי אבער איז פיינע פרוף.
2) אין אדם מעיד שקר לבניו. דאס איז אונזער יסוד.
אז מיין טאטע האט מיר געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין טאטע וואס האט געהערט פון זיין טאטע - איז די גרעסטע פרוף.
דאס זאג איך ווייטער פאר מיין קינד! און ער פאר זיין קינד. פינטל.

די מעשה פון רבי יונתן האט נישט קיין מקור, און ס׳איז לכאו׳ איינס פון נאך 100׳טער וואס מ׳לייגט אן אויף אים.

3) דער מציאות אז קיין שום פאלק / רעליגיע אמן די היסטאריע האט נישט קיין איווענט וואס זאגט אז 600 אלפים האבן עס געוויטנעססד איז 100 פראצענטיגע פרוף פאר איינער וואס האט נישט קיין ספעציעלע נגיעה נישט צו גלייבן.

די קריסטן און מוסולמענער זענען באזירט אןיף עדות׳ן פון 1 אדער עטליכע מענטשן. נישט קיין מספר עצום פון עדות.

אתה. הראית. לדעת. דו ביזט באוויזן געווארן. פארן אביעקטיווער מענטש - איז עס גאר גאר שטארק.

מאנטריאל » זונטאג יאנואר 30, 2022 7:44 pm

· #493470
Re: די כוזרי ארגומענט
די מצוה פון סוכות שטייט בפירוש אין ספר שופטים ( געדענק איך נישט פונקט ווי) אז מען האט קיינמאל נישט מקיים געווען די מצוה פון סוכה.
ערגעץ ביז סוף בית ראשון בערך. דוק ותשכח

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10