שעפטאלפתח בכולהו וסיים בחדאיעדער האט גורו'ס
רביה"ק, ברוך,
(מי אני איז א גורו..)
ווי בין איך?!
"דו גלייבסט אין ג-ט?"
470 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16036
יעדער האט זיך זיין יעדער און זיין וועלט..
איינע פון די צדיקים פלעגט זיך באנוצן מיטן לשון: די וועלט זאגט. האט מען עם געפרעגט: ווער איז די וועלט? וענה בקול רעש גדול: די הייליגע זוהר ובעש"ט
וגם אני בחלומי האב זיך מיין וועלט. מיין יעדער האט גורו'ס!!
יעך בין די לאזער צעווישען זיי...

ברוך שפינוזהגערעכט. און אז איך האב געטייטשט שלא לקרע כסותו ולהיות שוטה אויף דעם אז מ'האט למעשה צו עמבּרעיסן דעם לבוש החומרי, ואין למעלה מעונג, דרש'נט דאך די גמרא בשבת קיג. אויף דעם פסוק בישעיה (נח יג) וקראת לשבת ענג לקדוש ה' מכבד וכבדתו מעשות דרכיך, אויף מלבושים לכבוד שבת ע"ש. (ועכ"כ אז בדף קיט. דרש'נט די גמרא פון דעם פסוק ללבוש נקיה אף ליוה"כ ע"ש.)טריפן אום שבת איז א קיום פון א מצוות עשה דאורייתא שנאמר וקראת לשבת עונג, און ווי מיר ווייסן דאך אז שבת איז די ראשי תיבות פון שׂילאסייבין בשבת תענוג.
ולגבי דעם זוהר (ח"א קג:) וכו' זעהט מען טאקע דעם געדאנק פון Fullmetal Alchemist אז:
One is All and All is One
און אָלטימעטלי קען מען זאגן אז די מיסטיקער און ראציאנאלער לדבר אחד נתכוונו וכל אחד בגוון וסיגנון דיליה. (איך האב דאך אראפגעברענגט אז קבלה, ווי אונז האבן זי, איז טאקע דאך אינפלוענסד פונעם רמב"ם והדייעלעקט עמו.)
ייש"כ וש"י.
שעפטאלמאכסט פראגרעס....יעדער האט זיך זיין יעדער און זיין וועלט..
איינע פון די צדיקים פלעגט זיך באנוצן מיטן לשון: די וועלט זאגט. האט מען עם געפרעגט: ווער איז די וועלט? וענה בקול רעש גדול: די הייליגע זוהר ובעש"ט
וגם אני בחלומי האב זיך מיין וועלט. מיין יעדער האט גורו'ס!!
יעך בין די לאזער צעווישען זיי...
ס'איז נישטא קיין גורו'ס שמורו'ס....
ס'איז דיך מיט דיך און נאכאמאל דיך. נישטא קיין יעדער נישטא קיין לוזער, און אנהייב מיינט מען נאך אזוי אז ס'איז דא די יעדער-איך און די לוזער-איך. מיט די צייט דערשפירט מען די יעדער/איך/לוזער/הייליגער אלס אויף איין מאל, אזא אור וחושך משמשין בערבוביא כמבואר לעיל בדברי @מי אני. נאך אפאר מאל, ווערט די ערבוביא אויכעט אויס, אלעס עוועפארעיט אריין אין nothingness. אלטימעטלי, איז די nothingness די deflation into oneness, דיין גאנצע עקזיסטענס איז איין גרויסע עקזיסטענס, ס'איז נישטא קיין יעדער אדער איך, נישטא קיין דואליזם. איי עסטו פרעגען ווי בלייבט גאט שטעקען אינדערמיט? מיט די צייט ווערט דאס אויך קלאר, די ביסט גאט, די ביסט דיין אייגענע גאט, אינפינעט געטליכקייט עד אין סוף.
און דאס אלעס געשעהנט נישט דוקא טריט ביי טריט. די גאנצע גילוי ליגט אין א יעדען איינציגן גראם פסילאסייבן, פון די ערשטע קאנסאמפשאן ביז די לעצטע אטעם. איז וואס זענען די אלע מדרגות? השגות זענען נישט שטחיות, השגות איז עומק. די האסט עס עקספערימענטירט שוין די ערשטע מאל אויך, האסט די גאנצע גילוי געהאט די ערשטע מאל אויך, ס'ווערט נאר קלארער און טיפער מיט די עבודה איינמאל נאכאמאל. ס'איז גארנישט דא און ס'איז דא אלעס. און וואס מער מ'טוט אין שוועבעריי אלס מער איז מען משיג ביז ס'נישט דא קיין השגות אויך נישט. אפילו נישטא שעפטל מיט גאט.
מ'איז שעפטאל, ס'איז גאט.
Wow wow wow
כ'שרייב איצטער הויעך אויף גרינע גראז
דא אינדערהייעך, פארשטיי איך יעדע'ס ווארט!!
כ'האלט יעצט ביים איך בין גאט... העי, וואס טוהסטו דא יעצט?! יעצט בין איך גאט נישט דו! אה, ס'נישטא קיין איך, נישטא קיין דיך, נישטא אפי' קיין וואלווי מיט גאט!
אה, ניין ס'איז וואלווי, ס'איז גאט..

On a serious note...
די גאנצע מענטש איז נאר די awareness וואס ער פארמאגט. די מער aware מען איז, אלס מער איז מען, דאס איז די עקסיסטענס פון אלעס...!
די מערסטע זעהט זיך דאס אן ביי א בעד טריפ. ביי א גוטע טריפ האט מען השגות, מורא'דיג דערהויבן, מורא'דיגע טריפ, מ'טרעפט זיך טאקע מיט זיך, מ'פעיסט זיך. אבער אויב מ'ווערט "באגליקט" מיט א בעד טריפ, איז אך און וויי ווען מ'ווערט עכט זיך. נישטא ווי צו גיין, נישט קיין אנדערע עקזיסטענץ חוץ דער צופראסקעטער זיך. ס'רייסט יסורים נוראים, קענסט גארנישט טוהן נאר עקסטירען אין דעם צופראסקעטע פארם.
דאס איז אין א נאטשעל די געדאנק אז נאר זיך. מ'איז די גאנצע עקזיסטענץ פון אלעס אויף איין מאל.
פאר די אלע וואס קוקען אזוי נאך די סייקאדעלעריי, להוי ידיעה אז ס'קען גיין עכט שלעכט. אלעס איז דיך און נאר דיך. נישט אז אויב ס'גייט שלעכט איז שלעכט, אין אמת'ן אריין איז דאס שוין איינמאל גוט.
גיי זיי מסביר...

איך האב זייער ליעב שלעכטע עקספיריענסעס, סתם אזוי ווען א צווייטער באוואשט דיך ווייסטו נישט אלץ וויפיל אמת ליגט דערין, אבער ווען דו טוסט זיך אליין באוואשן דאן זעהסטו די אמת'ע זיך מיט אלע גרויליגע פארבן. וואס יא, מ'דארף שטארק נזהר זיין ס'זאל נישט ווערן ווי רבי מענדעלע וויטעבסקער זאגט פארוואס הרואה סוטה בקילקולה יזיר עצמו מן היין ווייל אז נישט קען מען חס ושלום ווערן א חכמתו מרובה ממעשיו, קל וחומר ווען מ'זעהט דעם אייגענעם קילקול אז מ'דארף זיך עפעס אונטערנעמען אויף בעסער צו ווערן, אז נישט קען מען צוקומען צו ייאוש און ס'קען עס נאך ערגער מאכן...
לשם והיתם נקיים.. כ'קען זאגן אויף זיך ווי דער ראפשיצער: כ'האב נישט געמאכט קיין ווערטל אין מיין לעבן..
ס'איז אמת, כ'בין יעצט אויף א טריפ, און כ'פארשטיי.

חדשים שלאגט פאר א הצעה, צו עפענען א נייע אפטיילונג פאר אלעס ארום סייקעדעליקס והמסתעף. עס לאזט זיך שפעקולירן אז עס גייט זיין אסאך וואס צו שרייבן דערויף, ובפרט וויאזוי דאס גייט זיך אנטוויקלען אין די היימישע לאגער און די מערכות ארום דעם. והעיקר, עס זאל זיין א מקום מיוחד צו שרייבן געדאנקען וואס מען זעט/פיעלט/שפירט/חלומ’ט/עקספיריענסט בשעת מעשה.
הנני מביא את עבדי צמ”ח.
הנני מביא את עבדי צמ”ח.
חדשיםהנה:חדשים שלאגט פאר א הצעה, צו עפענען א נייע אפטיילונג פאר אלעס ארום סייקעדעליקס והמסתעף. עס לאזט זיך שפעקולירן אז עס גייט זיין אסאך וואס צו שרייבן דערויף, ובפרט וויאזוי דאס גייט זיך אנטוויקלען אין די היימישע לאגער און די מערכות ארום דעם. והעיקר, עס זאל זיין א מקום מיוחד צו שרייבן געדאנקען וואס מען זעט/פיעלט/שפירט/חלומ’ט/עקספיריענסט בשעת מעשה.
הנני מביא את עבדי צמ”ח.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=16436
די סיבה איך האב דאס באשריבן דא, איז וויבאלד עס רירט אָן אויף א רעליגיעזע עקספּיריענס וכעין (כביכול) "שפירן ג-ט", וואס דאס איז דאך די נושא האשכול. ועכ"כ אז די געדאנק פון רעליגיעזע עקספּיריענסעס בכלל, נוצט מען דאך אלס א ראיה למציאות הא-ל.
ובזה האט מיר @חדשים געפרעגט אין אישי, אז טאמער איך האב געשפירט אז "תענוג" איז העכער "חכמה", דאן וואס איז למעשה "תענוג"? האב איך גע'ענטפערט אז ווי איך האב דארט צוגעברענגט פון דר. מעטיוּ דזשאנסאן, איז די עקספּיריענס דערפון ineffable וואס מ'קען נישט (געהעריג) ארויסברענגען מיט ווערטער, און אויך אז איך ווייס טאקע נישט. און ווי איך האב געזאגט איז דאך דאס אויך (להרמב"ם, והוא טעזע של האשכול הלז בכלל) די געדאנק לגבי די מושג פון "ג-ט" אויך. וא"כ איז דאך דאס (אפשר) די געדאנק וואס דער מאור עינים שרייבט בריש פ' וארא:
און אינטרעסאנט איז טאקע אז ווען מ'גוגל'ט דעם דעפיניציע פון "ineffable", ברענגען זיי צוויי אפטייטשן ווי "מ'קען נישט ארויסזאגן מיט ווערטער" און ווי "מ'מעג/טאר נישט ארויסזאגן מיט ווערטער" כעין די שם הוי' ב"ה: ולדרכינו עולה בקנה אחד. (ועיין במו"נ ח"א פס"א.)
ועוד יותר, אז מ'ווייסט נישט וואס "תענוג" איז, איז דאך ביי דעם אויך דא דעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע(ך). און דער נפוצות יהודה בדרוש ט' שרייבט (עפ"י סקראט) אז דאס איז סיי ביי ענין של "ג-ט" און סיי לגבי "חכמה" בכלליות. איז קומט אויס אז ווען מ'זאגט אז "תענוג" איז "למעלה מחכמה" באנו שוב לחכמה גופא. און דאס האט דאך טאקע אריסטו ודעימיה גע'טענה'ט אז מ'קען נישט אנטלויפן דערפון ולאגיק אפילו וואו מ'וויל ממש גיין קעגן דעם בהדיא - די רגע מ'וויל טאקע אָנהויבן מגדיר זיין מיט ווערטער און דיסקאָרס, וואס דיבור ושכל איז דאך דאס וואס מאכט דער מענטש מענטש, איז עס דאך בהכרח ע"י לאגיק וחכמה (ס'זאל דאך מאכן סענס). און ווי איך האב צוגעברענגט שרייבט דאך ר' יוסף אבן כספי בפירושו על המו"נ (ח"ב פי"ב):
ווי געזאגט, שפירט מען אז "אלעס איז איינס". און "אחד" איז טאקע אלקינו [ענין ומושג "ג-ט"] שבשמים ובארץ איבעראל.
די טעזע פונעם אשכול איז דאך געווען אז שמירת התורה וההלכה איז ל"ד אָנגעוואנדן דייקא באמונה בה' (עכ"פ במובן הפשוט). אבער א מעגליכע השלכה וואס די סייקעדעליק הכרה ב"אמונה" קען האבן אויף שמירת המצות במעשה, איז מקיים צו זיין התורה במעשה כדי צו צוקומען צו די סארט דביקות (עכ"פ למחצה לשליש ולרביע) ע"י עמבּאַדיִד קאַגנישאן, וואס לויטעט אז דאס וואס די גוף טוהט במעשה האט א פעולה אויף די קאגנישאן והכרה במח ובשכל פונעם מענטש. דאס איז די געדאנק פון (חינוך מצוה טז) אדם נפעל כפי פעולותיו. ועיין כאן בדברי הגרי"ד סאלאווייטשיק. (ואולי איז דאס די רמז בהירושלמי בר"ה (פ"א ה"ג) עה"פ (ויקרא כב ט) ושמרו את משמרתי אני ה', אני הוא ששמרתי מצותיה של תורה תחילה ע"ש. והיינו, אז צוצוקומען צו א הכרה אין דאס מושג פון "ג-ט", דעם "אני" פון כביכול "ג-ט", איז ע"י שמירת התורה במעשה וואס איז דאך ממש א חלק שבו כביכול ממש. אזא געדאנק פון "קוב"ה ואורייתא חד הוא", ווי אויך דעם (איכ"ר פתיחתא ב) "הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו, מתוך שהיו מתעסקין בה המאור שבה היה מחזירן למוטב". ווי אויך אז (ברכות ח.) מיום שחרב בית המקדש (והקרבת קרבנות, מיט די רעליגיעזע עקסטעסי וואס קען לכאורה סתם אזוי מער מיטקומען מיט קאָלטיק סארט וואָרשיפּ [די ווארט "קאָלט" דא מיינט נישט די סאציאלאגישע דעפינישאן דערפון אויף א גרופע]) אין לו להקב"ה בעולמו אלא ארבע אמות של הלכה בלבד ע"ש, והיינו כדי צו צוקומען צו א רעליגיעזע עקספּיריענס בענין "ג-ט" ובלא סמים.) וכמובן ליגט אונטער דעם אויך דעם געדאנק אז ס'דא למעשה אמת אין אנדערע רעליגיעס אויך, מיט די וועג ווי אזוי זייערע מעשים, עפ"י זייער רעליגיע, ברענגען זיי דאך צו צו עפעס אַן עמבּאַדיִד קאַגנישאן הרגשה והכרה דערין (ואגב, ידוע הרמב"ם בפי"א מהל' מלכים). און מ'קען זאגן אז אפילו דער סעקולארער, אומרעליגיעזער, הומאניסטישער, און עטישער אטעאיסט האט דאס אויך, און ווי איך האב דא געשריבן לבסוף:
*
ואגב, לגבי דעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע, איז מיר געווען אינטרעסאנט ווי זיי ברענגען צו, אין די קאנטעקסט פון עקספּערטיִז (און דעם באקאנטן דאָניִנג-קרוגער עפעקט):

וכעי"ז בליקוטי תורה על שיר השירים מהתניא שהבאתי. והיינו אז: "תענוג" = "ג-ט". ולכן כתב המסילת ישרים (פ"א) דהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' ע"ש, וויבאלד "ג-ט" איז "תענוג" ומקורו ושורשו. ולפי"ז קומט טאקע אויס אז וויבאלד די געדאנק פון "ג-ט", דאס דערפון וואס מ'קען יא פארשטיין, איז בעצם פשוט (אַן אנדערע טערמין פאר) "דאס פּרינציפּ/קאנצעפּט פון עקזיסטענץ" (צו וואס דער אטעאיסט קען בעצם פונקט אזוי מודה זיין), איז נמצא מזה אז אלעס איז בעצם בשורשו "תענוג". און דאס איז געווען א הכרה בשעת'ן טריפּ. (ווי אויך אז ער ב"ה איז, כביכול, "חי החיים", וממילא "ג-ט" = "חיים", וואס די הכרה ביים טריפּ איז דאך געווען דאס אויך: "לעב!" ובחרת בחיים און עמבּרעיס דאס.)והוא תענוג כל התענוגים ברוך הוא וברוך שמו חי החיים
און אינטרעסאנט איז טאקע אז ווען מ'גוגל'ט דעם דעפיניציע פון "ineffable", ברענגען זיי צוויי אפטייטשן ווי "מ'קען נישט ארויסזאגן מיט ווערטער" און ווי "מ'מעג/טאר נישט ארויסזאגן מיט ווערטער" כעין די שם הוי' ב"ה: ולדרכינו עולה בקנה אחד. (ועיין במו"נ ח"א פס"א.)
ועוד יותר, אז מ'ווייסט נישט וואס "תענוג" איז, איז דאך ביי דעם אויך דא דעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע(ך). און דער נפוצות יהודה בדרוש ט' שרייבט (עפ"י סקראט) אז דאס איז סיי ביי ענין של "ג-ט" און סיי לגבי "חכמה" בכלליות. איז קומט אויס אז ווען מ'זאגט אז "תענוג" איז "למעלה מחכמה" באנו שוב לחכמה גופא. און דאס האט דאך טאקע אריסטו ודעימיה גע'טענה'ט אז מ'קען נישט אנטלויפן דערפון ולאגיק אפילו וואו מ'וויל ממש גיין קעגן דעם בהדיא - די רגע מ'וויל טאקע אָנהויבן מגדיר זיין מיט ווערטער און דיסקאָרס, וואס דיבור ושכל איז דאך דאס וואס מאכט דער מענטש מענטש, איז עס דאך בהכרח ע"י לאגיק וחכמה (ס'זאל דאך מאכן סענס). און ווי איך האב צוגעברענגט שרייבט דאך ר' יוסף אבן כספי בפירושו על המו"נ (ח"ב פי"ב):
"חכמה/שכליות" = "ג-ט". ונמצא מזה אז אונז זענען צוריק צו דעם אז "ג-ט" = "חכמה" און = "תענוג". און ביי חכמה זאגט דאך קהלת (ז כג-כד, וע"ש באבן עזרא, וידוע דאין מקרא יוצא מידי פשוטו, שבת סג.) כל זה נסיתי בחכמה אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני וגו' ועמוק עמוק מי ימצאנו. וכדכתבתי לגבי ההשוואה בזה (כביכול) בין ענין "ג-ט" וענין "חכמה".כי הַשֵׂכֶל הוא הָאֵ-ל והָאֵ-ל הוא הַשֵׂכֶל
ווי געזאגט, שפירט מען אז "אלעס איז איינס". און "אחד" איז טאקע אלקינו [ענין ומושג "ג-ט"] שבשמים ובארץ איבעראל.
די טעזע פונעם אשכול איז דאך געווען אז שמירת התורה וההלכה איז ל"ד אָנגעוואנדן דייקא באמונה בה' (עכ"פ במובן הפשוט). אבער א מעגליכע השלכה וואס די סייקעדעליק הכרה ב"אמונה" קען האבן אויף שמירת המצות במעשה, איז מקיים צו זיין התורה במעשה כדי צו צוקומען צו די סארט דביקות (עכ"פ למחצה לשליש ולרביע) ע"י עמבּאַדיִד קאַגנישאן, וואס לויטעט אז דאס וואס די גוף טוהט במעשה האט א פעולה אויף די קאגנישאן והכרה במח ובשכל פונעם מענטש. דאס איז די געדאנק פון (חינוך מצוה טז) אדם נפעל כפי פעולותיו. ועיין כאן בדברי הגרי"ד סאלאווייטשיק. (ואולי איז דאס די רמז בהירושלמי בר"ה (פ"א ה"ג) עה"פ (ויקרא כב ט) ושמרו את משמרתי אני ה', אני הוא ששמרתי מצותיה של תורה תחילה ע"ש. והיינו, אז צוצוקומען צו א הכרה אין דאס מושג פון "ג-ט", דעם "אני" פון כביכול "ג-ט", איז ע"י שמירת התורה במעשה וואס איז דאך ממש א חלק שבו כביכול ממש. אזא געדאנק פון "קוב"ה ואורייתא חד הוא", ווי אויך דעם (איכ"ר פתיחתא ב) "הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו, מתוך שהיו מתעסקין בה המאור שבה היה מחזירן למוטב". ווי אויך אז (ברכות ח.) מיום שחרב בית המקדש (והקרבת קרבנות, מיט די רעליגיעזע עקסטעסי וואס קען לכאורה סתם אזוי מער מיטקומען מיט קאָלטיק סארט וואָרשיפּ [די ווארט "קאָלט" דא מיינט נישט די סאציאלאגישע דעפינישאן דערפון אויף א גרופע]) אין לו להקב"ה בעולמו אלא ארבע אמות של הלכה בלבד ע"ש, והיינו כדי צו צוקומען צו א רעליגיעזע עקספּיריענס בענין "ג-ט" ובלא סמים.) וכמובן ליגט אונטער דעם אויך דעם געדאנק אז ס'דא למעשה אמת אין אנדערע רעליגיעס אויך, מיט די וועג ווי אזוי זייערע מעשים, עפ"י זייער רעליגיע, ברענגען זיי דאך צו צו עפעס אַן עמבּאַדיִד קאַגנישאן הרגשה והכרה דערין (ואגב, ידוע הרמב"ם בפי"א מהל' מלכים). און מ'קען זאגן אז אפילו דער סעקולארער, אומרעליגיעזער, הומאניסטישער, און עטישער אטעאיסט האט דאס אויך, און ווי איך האב דא געשריבן לבסוף:
מי אניזיין עוסק זיין אין מאראלישע/עטישע התנהגות וחכמה קען אים אולי אויך געבן די עמבּאַדיִד קאַגנישאן והרגשה הנ"ל. (וידוע אויך אז ס'איז סתם אזוי דא די מושג פון "ספּיריטואל אבער נישט רעליגיעז", ועיין באשכול זו.) און ווי צוגעברענגט, איז דאך אויך "ג-ט" = "מאראל". ולכן טאקע, אז "ג-ט" = "מאראל" און = "חכמה", ענדיגט צו דער רמב"ם דער מו"נ (ח"ג פנ"ד) אז הגם "חכמה" לשלעצמה איז מער ווי מדות ומאראל, קען אבער נישט זיין א חכם וואס איז נישט מאראליש, כיון דאחד הם לבסוף (דר. מנחם קעלנער האלט אז דער רמב"ם איז נישט גערעכט געווען דערמיט און ער ברענגט זיך א ראיה פון מארטין היידעגער), ווי אויך פארקערט אויך נישט אז אין בור ירא חטא (אבות פ"ב מ"ה, וע"ש בפיה"ש להרמב"ם).מען פארשטייט אז דער מאראלישער אטעאיסט העוסק בחכמה ובמושכלות איז א גרעסערער ״מכיר ועובד ה׳״ ווי דער שטארק גלויביגער טעראריסט וואס הרג׳עט מענטשן בפירוש בשם רעליגיע והשם (אזא סארט ״הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו״). ודון מינה וכו׳.
*
ואגב, לגבי דעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע, איז מיר געווען אינטרעסאנט ווי זיי ברענגען צו, אין די קאנטעקסט פון עקספּערטיִז (און דעם באקאנטן דאָניִנג-קרוגער עפעקט):
ולסיים (עוד), דער אינדיאנער מיסטיקער מעהער בּאַבּאַ (שעשה עצמו אלוה? 😲 ) האט גע'טענה'ט לגבי רעליגעזיע עקספּיריענסעס דורך סייעדעליקס:
אבער דאס איז דאך א טענה עפ"י חכמה, וממילא פירט דאס ווייטער אריין צי איינמאל מען נעמט סייקעדעליקס, און מען דערזעהט זיך "העכער" חכמה כנ"ל, איז דאך דאס שוין נישט קיין טענה. והוא כעין הטענה/תירוץ אז אויב נעמט מען אָן אַבּסאלוטע אַמניפּאָטענס פאר ג-ט, און וואו ער איז ניטאמאל כביכול געבינדן צו חוקי לאגיק אויך נישט, דאן איז נישט שייך צו פרעגן קיין שום קשיא פון א סתירה נגדיו - וויבאלד לאגישע סתירות זענען נישט קיין שום פראבלעם אין זיין קאנטעקסט. ולכאורה ה"ה בזה: אז מ'קומט צו צו "העכער" חכמה ולאגיק, איז דעמאלטס נישט שייך צו פרעגן א לאגישע קשיא נגדיו/נגד המושג "ג-ט", איבער אט די דרך פון צוקומען, אז עס איז א (לאגישע) סתירה מיט עצמותו מיניה וביה; לאגיק איז דאך נישט קיין פראבלעם דא. (און דאס אז מ'פארענטפערט דאס אז "עס איז נישט קיין פראבלעם", וואס דאס איז דאך ווייטער לאגיק, איז ממבטינו אין אונזער קאנטעקסט; אונז קענען טאקע נישט אנטלויפן דערפון וכנ"ל מאריסטו. ס'קען אבער אולי ווערן שטארק סעלף-רעפערענשאל ווייטער און ווייטער.)
און עס קומט אויס אז סייקעדעליקס געבט נאך א הכרה דערין איבער די גבולות עד שהרשית להתבונן, און וואו מענטשליכע לאגיק ברעכט אונטער און מ'קען נישט מתבונן/חוקר זיין ווייטער, פשוט מכח היותו אדם חומרי וקשרו ההכרחי (וואס "הכרח" איז ווייטער לאגיק) לחוקי הלאגיק.
אבער דאס קען אריינגיין אינעם באקאנטן is-ought פראבלעם פון דוד הום: דאס אז עס "איז" אזוי, און מ'זעהט/שפירט דעם געדאנק פון "ג-ט" און אינפיניטי/אין סוף דורך דעם, זאגט גארנישט אויף וואס עס "באדארף" ווען צו זיין. הגם, אויף דעם קען מען זאגן אז אינעם מושג פון "ג-ט" זענען און דארפן דעם "איז" און "באדארף" אספעקטן זיין איינס און דאס זעלבע, וויבאלד מאראל איז עצמותו ית' כנ"ל פונקט ווי חכמה. ועיין כאן בדברי דר. טערענס פּעלענהום. און דאס ליגט אויך אונטער די געדאנק פונעם מעטאפיזיקער דזשאן מקטעגערט'ס טענה קעגן גלייבן במציאות הגיהנום (די אָלטימעט שלעכטע טריפּ...) ע"י גילוי ורוה"ק.If God can be found through the medium of any drug, God is not worthy of being God
אבער דאס איז דאך א טענה עפ"י חכמה, וממילא פירט דאס ווייטער אריין צי איינמאל מען נעמט סייקעדעליקס, און מען דערזעהט זיך "העכער" חכמה כנ"ל, איז דאך דאס שוין נישט קיין טענה. והוא כעין הטענה/תירוץ אז אויב נעמט מען אָן אַבּסאלוטע אַמניפּאָטענס פאר ג-ט, און וואו ער איז ניטאמאל כביכול געבינדן צו חוקי לאגיק אויך נישט, דאן איז נישט שייך צו פרעגן קיין שום קשיא פון א סתירה נגדיו - וויבאלד לאגישע סתירות זענען נישט קיין שום פראבלעם אין זיין קאנטעקסט. ולכאורה ה"ה בזה: אז מ'קומט צו צו "העכער" חכמה ולאגיק, איז דעמאלטס נישט שייך צו פרעגן א לאגישע קשיא נגדיו/נגד המושג "ג-ט", איבער אט די דרך פון צוקומען, אז עס איז א (לאגישע) סתירה מיט עצמותו מיניה וביה; לאגיק איז דאך נישט קיין פראבלעם דא. (און דאס אז מ'פארענטפערט דאס אז "עס איז נישט קיין פראבלעם", וואס דאס איז דאך ווייטער לאגיק, איז ממבטינו אין אונזער קאנטעקסט; אונז קענען טאקע נישט אנטלויפן דערפון וכנ"ל מאריסטו. ס'קען אבער אולי ווערן שטארק סעלף-רעפערענשאל ווייטער און ווייטער.)
און עס קומט אויס אז סייקעדעליקס געבט נאך א הכרה דערין איבער די גבולות עד שהרשית להתבונן, און וואו מענטשליכע לאגיק ברעכט אונטער און מ'קען נישט מתבונן/חוקר זיין ווייטער, פשוט מכח היותו אדם חומרי וקשרו ההכרחי (וואס "הכרח" איז ווייטער לאגיק) לחוקי הלאגיק.
איך האב געקלערט אז א טעזע פון די אשכול איז אז אויף די שאלה, ״דו גלייבסט אין ג-ט?״, איז נישט שייך קיין תשובה פון ״יא״ און אויך נישט א תשובה פון ״ניין״; עס איז כעין פרעגן, ״דו גלייבסט אין /-0ם'ןק/]םןיע?״, וואס די איינציגסטע תשובה וואס איז שייך צו אזא פראגע איז ״וואס?״. ולהרמב״ם איז אט דאס די הכרה צו וואס א מענטש א חכם דארף צוקומען - טאקע אט די פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך.
ולפי״ז האב איך געקלערט א רמז אז דאס איז די פסוק מרמז מיט (דברים י יב) ועתה ישראל ״מה״ ה׳ אלקיך ״שואל״ וגו׳. און די גמרא בברכות לג: זאגט אז דאס איז געזאגט געווארן כלפי משרע״ה ע״ש. און צו אים איז געזאגט געווארן דורך ג-ט ב״ה (שמות לג כ) כי לא יראני האדם וחי. והיינו הרמז אז ביים ענין ומושג פון ״ג-ט״, וואס מ׳קען נישט משיג זיין און דן זיין דערויף, איז די תשובה אויף א ״שאלה״ בזה לבסוף דאס ווארט ״מה״.
ווי אויך קען מען מיט דעם מרמז זיין הפסוק אצל שלמה המלך (מלכים א ג ה) בגבעון נראה ה׳ אל שלמה בחלום הלילה ויאמר אלקים ״שאל מה״ אתן לך. והיינו, אז בעת שנתן הקב״ה חכמה לשלמה, בא הרמז אז מיט דעם אלעם אויף א ״שאלה״ בענין אלקים, קען די תשובה נאר זיין ״מה״. וכן מש״כ (משלי ל ד-ה) מה שמו ומה שם בנו כי תדע כל אמרת אלוק וגו׳. והיינו נמי אז בענין אמירה בענין מושג אלוק, איז נאר שייך א תשובה פון ״מה״.
ווי אויך איז ידוע אז ״המלך״ אין מגילת אסתר איז מרמז להקב״ה. ולכן אפשר לרמז (אסתר ה ו) ויאמר המלך לאסתר במשתה היין ״מה שאלתך״ וגו׳. והיינו, אז א ״שאלה״ בענין די מושג פון ״ג-ט/המלך״, קען נאר פארענטפערט ווערן מיט א תשובה פון ״מה״. און דאס איז וויבאלד די גאנצע מושג איז אינהערענטלי ״מוסתר״ ומכוסה.
מ׳קען אויך אולי טייטשן עפי״ז אז שאלת הַתַּם איז דאך (שמות יג יד) והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת ואמרת אליו בחזק יד הוציאנו ה׳ וגו׳. דא פרעגט דער שואל דעם ״מה״ און מ׳ענטפערט אים איבער ״ג-ט״ וכביכול מעשיו. דעריבער זאגט דער פסוק אין דברים (חי יג) תמים תהיה עם ה׳ אלקיך. והיינו, אז בענין מושג ה׳ אלקיך, דארף די תשובה דיינער זיין דעם ״מה״ אזוי ווי דעם שאלת התּמים.
ולכן קען מען אפשר זאגן נאך א רמז אז דעריבער הייבט זיך (ווי נישט) אָן תפילת שחרית, וואס איז כעין א גישה ודביקות צו דעם גאנצן פארנעפלטן מושג פון ״ג-ט״, מיט׳ן פסוק פון (במדבר כד ה) ״מה״ טובו אהליך יעקב. והיינו הרמז אז די מושג פון ״ג-ט״, צו וואס מ׳גייט יעצט צו עוסק צו זיין בדביקות, איז מוצנע ומכוסה מאת האדם (וואס די פסוק פון מה טובו איז מרמז לצניעותן של ישראל, וכדפירש״י שם בפ׳ בלק ע״ש), און עס הייבט זיך טאקע אָן מיט ״מה״, וואס דאס איז די איינציגסטע תשובה שייך אויף א שאלה בענין זה.
ובזה נמי אפשר לרמז (מלכים א יז חי) ״מה״ לי ולך איש האלקים. והיינו, אין איש אלא הקב״ה (סנהדרין צג.), אז א שאלה איבער ״ג-ט״, ״איש האלקים״, קען נאר פארענטפערט ווערן מיט א תשובה פון ״מה״.
מ׳קען מסתמא טייטשן נאך אסאך פלעצער בתנ״ך מיט דעם ״מה״ (ואולי גם תיבת ״הם״).
און אז מ׳קוקט דאס אלעס אָן ווי פורים תורות/טייטשן, האב איך דאך צוגעברענגט דעם טייטש בענין (מגילה ז:) מיחייב איניש לבסומי בפוריא עד דלֹא ידע, אז די ווארט "ידע" אליינס איז ר"ת ע'ד ד'לא י'דע, ווייל די געדאנק דערין איז אז תכלית הידיעה שנדע שלא נדעך. און דאס גייט בעצם ווייטער און ווייטער אינפיניטלי, וויבאלד בתוך יעדעס "ידע" איז ווייטער דא אַן "עד דלא ידע", וכן הלאה. איז דאך בפורים טאקע מרומז דעם געדאנק פון העדר הידיעה בענין זה. ובפוריא בסתם טרעפט מען (ב״מ כג:) אז מ׳דארף דרייען מיט׳ן צינג ומשנה זיין און נישט ענטפערן קלאר/ריכטיג, וע״ש במהרש״א.

לגבי דעם עצם שאלה פונעם פתיחת האשכול וואלט די תלמוד בבלי געזאגט אין אזא פאל "חסורי מיחסרא והכי קתני - דו גלייבסט אז מ'דארף גלייבן אין גאט?" ד.ה. צו דו גלייבסט אינעם וועליו פון גלייבן אין גאט, נישט צו פערצופאל ביזטו איבערצייגט אז ס'דא א שטארקע פראבעביליטי אז גאט עקזיסטירט. אויב באטראכט מען דעם שאלה אנעם חסורי מיחסרא איז דאך סתם אזוי שווער וואס איז די סתירה צווישן גלייבן און אויסדרוקן קאנטראווערשל געדאנקען ווייל סתם גלייבן אין גאט אן קבלת עול דערפון אלץ א וועליו האבן דאך אזעלכע אויסווארפן ווי ברוך שפינוזה און אלבערט איינשטיין אויך געגלייבט און ס'האט זיי נישט צוריקגעהאלטן פון אויסדרוקן קאנטראוורשל געדאנקען, על כרחך אז מ'מיינט דא די גלייבן אין גלייבן, לויט דעם שטימט שוין זייער גוט, ס'איז א רעטארישע שאלה ווי צו זאגן אז דו טיילסט נישט אונזערע ווירדן, סיי ביי די נושא פון גלייבן און סיי ביי די אנדערע קאנטראווערשל ענינים וואס מ'האט דארט געשמועסט. דו גלייבסט נישט אין גאט ווייל דו זעהסט די וועליו דערפון, דו גלייבסט אין גאט ווייל פערצופאל שמעקט עס דיר, פונקט ווי שפינוזה האט געגלייבט, איז גיי קוש זיך מיט שפינוזה און לאז אונז לעבן אין אונזער באבל.
נארוואס געזען, - א פערפעקטן תשובה!
ייש"כ! דר. יובל נח-הררי זאגט בעצם אט די טעזע מיינער. עפ"י הרמב"ם ודעימיה איז דאך "ג-ט" בעצם אט די "מיסטעריעזע" סארט "ג-ט" איבער וועלכע מ'קען בעצם נישט מאכן קיינע פּראפּאזישאנס. און אז מ'פרעגט א פראגע איבער "ג-ט", קען מען טאקע נישט מאכן די "טויש" צום צווייטן סארט, וואס איז פאלש.
דו באציהסט דיך צום חלק פון די "גלייבסט" בתוך די פראגע פון "דו גלייבסט אין ג-ט?". די טעזע פונעם אשכול איז מער איבער די "ג-ט" חלק פונעם פראגע "דו גלייבסט אין ג-ט?" מיינענדיג, די שוועריקייט, צי גאר אומעגליכקייט, און פארשידענארטיגע אינטערפּעטאציעס פון דעפינירן אט דעם ווארט און טערמין פון "ג-ט", וואס אט דאס איז דאך די סאָבּיעקט פונעם שואל'ס פראגע.
אבער, איה"נ, אפילו לגבי די חלק פון די "גלייבסט" חלק פונעם פראגע, האב איך אויך אָנגערירט בריש האשכול אויף וואס דו זאגסט. מיינענדיג, אז ווי איך שרייב דארט:
ולגבי דאס "גלייבן אין גלייבן", והיינו לגבי זיין שטאנד איבער אמונה אליינס, זייענדיג אז דאס איז דאך אליינס אויך א מצוה ונכלל בהשאלה אודות שמירת התורה, ריר איך אָן דערויף בסוף התגובה שם.
ברוך שפינוזהא גוטע פונקט.לגבי דעם עצם שאלה פונעם פתיחת האשכול וואלט די תלמוד בבלי געזאגט אין אזא פאל "חסורי מיחסרא והכי קתני - דו גלייבסט אז מ'דארף גלייבן אין גאט?" ד.ה. צו דו גלייבסט אינעם וועליו פון גלייבן אין גאט, נישט צו פערצופאל ביזטו איבערצייגט אז ס'דא א שטארקע פראבעביליטי אז גאט עקזיסטירט. אויב באטראכט מען דעם שאלה אנעם חסורי מיחסרא איז דאך סתם אזוי שווער וואס איז די סתירה צווישן גלייבן און אויסדרוקן קאנטראווערשל געדאנקען ווייל סתם גלייבן אין גאט אן קבלת עול דערפון אלץ א וועליו האבן דאך אזעלכע אויסווארפן ווי ברוך שפינוזה און אלבערט איינשטיין אויך געגלייבט און ס'האט זיי נישט צוריקגעהאלטן פון אויסדרוקן קאנטראוורשל געדאנקען, על כרחך אז מ'מיינט דא די גלייבן אין גלייבן, לויט דעם שטימט שוין זייער גוט, ס'איז א רעטארישע שאלה ווי צו זאגן אז דו טיילסט נישט אונזערע ווירדן, סיי ביי די נושא פון גלייבן און סיי ביי די אנדערע קאנטראווערשל ענינים וואס מ'האט דארט געשמועסט. דו גלייבסט נישט אין גאט ווייל דו זעהסט די וועליו דערפון, דו גלייבסט אין גאט ווייל פערצופאל שמעקט עס דיר, פונקט ווי שפינוזה האט געגלייבט, איז גיי קוש זיך מיט שפינוזה און לאז אונז לעבן אין אונזער באבל.
דו באציהסט דיך צום חלק פון די "גלייבסט" בתוך די פראגע פון "דו גלייבסט אין ג-ט?". די טעזע פונעם אשכול איז מער איבער די "ג-ט" חלק פונעם פראגע "דו גלייבסט אין ג-ט?" מיינענדיג, די שוועריקייט, צי גאר אומעגליכקייט, און פארשידענארטיגע אינטערפּעטאציעס פון דעפינירן אט דעם ווארט און טערמין פון "ג-ט", וואס אט דאס איז דאך די סאָבּיעקט פונעם שואל'ס פראגע.
אבער, איה"נ, אפילו לגבי די חלק פון די "גלייבסט" חלק פונעם פראגע, האב איך אויך אָנגערירט בריש האשכול אויף וואס דו זאגסט. מיינענדיג, אז ווי איך שרייב דארט:
מי אנידאס רירט אָן אויף וואס דו זאגסט: אונטער די פראגע ליגט נישט דייקא אַן עפּיסטעמיק (נייטראלע) פראגע פון וואס ער למעשה האלט, ווי איידער א מער אינסטרומענטעל סארט פראגע פון צי ער שׁערט די (ענליכע) וועליוּס פונעם שואל. און אין אזא פאל איז דאך פארט מער ראוי דאס צו געוואויר ווערן מיט'ן פרעגן די פראגע איבער שמירת התומו"צ, וואס איז (מער) בּיהעיוויארעל און אַבּזערוועבּל ובכלל מער מוגדר, ווי איידער א שאלה איבער אמונה בה' וואס מ'קען בעצם גאר בקושי מגדיר זיין צי בכלל.איך האב צוגעענדיגט אז וואס מ'קען יא פרעגן איז "צי דו ביסט (מער-ווייניגער) א שומר תורה ומצוות?" מ'קען דאס נאך מער אויסברייטערן און פרעגן, "צי דו האסט אַן אייגענע געפיהל, סיפוק אין, און פידעליטי צו אט די שמירת המצוות, אדער נאר ווייל די ווייב/געזעלשאפט וכו' צווינגען דיר אריין דערין"?
ולגבי דאס "גלייבן אין גלייבן", והיינו לגבי זיין שטאנד איבער אמונה אליינס, זייענדיג אז דאס איז דאך אליינס אויך א מצוה ונכלל בהשאלה אודות שמירת התורה, ריר איך אָן דערויף בסוף התגובה שם.
מי אניהער דא = מינוט 42:15, א צווייטע מהלך צו די שאלה.איך האב געקלערט אז א טעזע פון די אשכול איז אז אויף די שאלה, ״דו גלייבסט אין ג-ט?״, איז נישט שייך קיין תשובה פון ״יא״ און אויך נישט א תשובה פון ״ניין״; עס איז כעין פרעגן, ״דו גלייבסט אין /-0ם'ןק/]םןיע?״, וואס די איינציגסטע תשובה וואס איז שייך צו אזא פראגע איז ״וואס?״. ולהרמב״ם איז אט דאס די הכרה צו וואס א מענטש א חכם דארף צוקומען - טאקע אט די פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך.
בכלל איז יענע גאנצע שמועס זייער אינטערעסאנט און היבש אינפארמאטיוו.
צו זיין גאנץ פערזענליך, אויב פרעגט מען מיר היינט די שאלה - איז מיין תשובה:
איך גלייב אין (- די מיסטריעזן) גאט! בעיקר מכח די נאטורליכע/פסיכאלאגישע טרענד אנצופילן יענעם 'לאך' וואס בלייבט ווען מ'פרובירט אקטיוו דאס צו לייקענען.
אזוי אויך שטיי איך אינגאנצן אין און מיט רעליגיע.
הגם.. די לינק צווישן די צוויי איז נישט יעצט אינגאנצן קלאר ביי מיר (הילף ביטע?!..)
מיין אינטואציע פילט אז די נושא טראגט עפעס מער ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע..

אלפאאיך וואלט געשריבן מיין תשובה אבער מ'גייט עס פארמעקן סייווי 😛צו זיין גאנץ פערזענליך, אויב פרעגט מען מיר היינט די שאלה - איז מיין תשובה:
איך גלייב אין דעם גאט
אלפאמיין געדאנק דא איז טיפער. איך זאג אז אפילו מיט נאר צוויי "טירן"/ענטפערס, "יא אדער "ניין", איז אויך נישט בעצם שייך צו געבן אַן ענטפער אויף די פראגע, און "מיסטעריעזער" סארט ג-ט ווי דר. יובל נח הררי טערמינט דאס.הער דא = מינוט 42:15, א צווייטע מהלך צו די שאלה.
בכלל איז יענע גאנצע שמועס זייער אינטערעסאנט און היבש אינפארמאטיוו.
אגב, מיר איז אביסל שווער פארוואס ער מאכט דאס דייקא אין א דיכאטאמיע. ער דעפינירט "אטעאיזם" אלס "נישט זאגן יא צו טעאיזם". אין אזא פאל איז דאס, ווי דר. מיכאל מארטין דעפינירט דאס, נעגאטיווע אטעאיזם, און דאן איז דאס טאקע (מער-ווייניגער) דאס זעלבע ווי אגנאסטיסיזם. און דאן איז דזשערווייס טאקע גערעכט אז עס זענען נאר פארהאנען צוויי ברירות: טעאיזם, וואס איז א "יא" צום ג-ט קלעים, אדער אטעאיזם וואס איז פשוט א "נישט-יא" צום טעאיזם קלעים. אויב אבער דעפינירט מען "אטעאיזם" אלס'ן זאגן א (גראבע) "ניין" צו טעאיזם, וואס דאס איז פּאזיטיווע אטעאיזם, דאן איז יא פארהאנען א דריטע ברירה: נישט "יא" צו טעאיזם און נישט "ניין" דערצו אויך נישט - א קען זיין "יא" און/אדער א קען זיין "ניין". און ווי דר. מארטין שרייבט דארט נאך טיפער:
Agnosticism, the position of neither believing nor disbelieving that God exists, is often contrasted with atheism. However, this common opposition of agnosticism to atheism is misleading. Agnosticism and positive atheism are indeed incompatible: if atheism is true, agnosticism is false and conversely. But agnosticism is compatible with negative atheism in that agnosticism entails negative atheism. Since agnostics do not believe in God, they are by definition negative atheists. This is not to say that negative atheism entails agnosticism. A negative atheist might disbelieve in God but need not
איך וואלט אפשר פארראכטן - אז איך פיל ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע האט אסאך מער צו זיך ווי דעם נושא..
עס בויען זיך טעאריעס ביי מיר אין קאפ ארום דעם - נעמליך, אין א געוויסן זין זענען אלע ארגומענטן איבער וואס מענטשן רייסן זיך מימות עולם בס"ה א 'מעטער אוו לענגווידש' - איז דען בכלל שייך זיך צו דינגען איבער פאקטישע מציעות'ן אויף יעדע פארמאט? און אויב איז עס נישט פאקטיש - איז עס אודאי נאר 'סעמאנטיקעל'...
איך דארף נאך לערנען מער איבער דעם. @מי אני איז מכובד מיט פרטים...

ברוך שפינוזהדי פראבלעם דערמיט איז אז ווי פארשטייט זיך איז עס אומפאלציפיבאר-unfalsifiable.
איך גלייב אין דעם גאט
היבש ספאקי און ציענד, אבער אין מיין פארשטענדעניש - ס"ה נאך א ווערטער-שפיל..
איך פלעג אויך גראדע ציען דערצו (ליינענדיג געוויסע היפנאסעס ליטעראטור מיט ענליכע הייפאטעזיעס, אזוי אויך ליינענדיג קארל יונג'ס אנאליטיק פסיכאלאגיע אין וועלכע איך האב געטראפן די פינגער אפדרוקן דערפון.)
אויך קלינגט עס א משהו באקאנט מיט די 'קוואנטום' טעאריעס פון 50 דיימענסיעס און ספעיס-טיים וכו'. מעגליך סייענס וועט עס נאך איין טאג דעפינירן?! ונזכה ונחיה...
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
אלפאאיך זעה אז דו ברענגסט אהער דר. יובל נח-הררי, איז וויכטיג אנצומערקן אז ער פאקאסירט זייער שטארק אז "מען שלאגט זיך אויף געשיכטעס".אין א געוויסן זין זענען אלע ארגומענטן איבער וואס מענטשן רייסן זיך מימות עולם בס"ה א 'מעטער אוו לענגווידש'
אין דעם לאנגע שמעוס מיט לעקס פרידמאן גראבט ער טיף אין די נושא. (אויך געווען אינטערעסאנט ווי ער דערציילט איבער זיין פערזענליכע געי לעבן און אידעלאגיע.)
https://youtu.be/Mde2q7GFCrw
אלפאיא יא. אט דאס זאג איך בריש האשכול: אז "אמונה" (עכ"פ במובן הפשוט) און רעליגיע/דת, שהיא שמירת התומו"צ, זענען ל"ד מקושר איינע צום אנדערן, און "אמונה" מוז ל"ד זיין די גרונט פאר שמירת התומו"צ. ווי אזוי דען באגרונדעט מען דאס? אויף דעם האב איך געשריבן:צו זיין גאנץ פערזענליך, אויב פרעגט מען מיר היינט די שאלה - איז מיין תשובה:
איך גלייב אין (- די מיסטריעזן) גאט! בעיקר מכח די נאטורליכע/פסיכאלאגישע טרענד אנצופילן יענעם 'לאך' וואס בלייבט ווען מ'פרובירט אקטיוו דאס צו לייקענען.
אזוי אויך שטיי איך אינגאנצן אין און מיט רעליגיע.
הגם.. די לינק צווישן די צוויי איז נישט יעצט אינגאנצן קלאר ביי מיר (הילף ביטע?!..)
מיין אינטואציע פילט אז די נושא טראגט עפעס מער ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע..
מי אניאון די שאלה איז אויךצי די געפיהל וואס מ'האט בנוגע דעם "מיסטעריעזן" ג-ט, קען פארט האבן השלכות לגבי רעליגיעזע דת במעשה אָן א ג-ט "הַמְצַוֶה". (איך דארף דאס טאקע אויסברייטערן, און... עםם... "אי"ה"... עוד חזון.)הכלל, דאס "ריכטיגקייט", וממילא סיפוק וואס מ'טרעפט, פון שמירת התורה והמצות במעשה, דארף ל"ד תלוי זיין אין דעם אין וואס פונקטליך מ'גלייבט ביחס צו "ג-ט" באמונה במחשבה ובדעת. ואיה"נ אז דער רמב"ן און אנדערע מפרשים האבן משיג געווען אויפ'ן רמב"ם בספר המצות לגבי דאס וואס ער האט גערעכענט אמונה בה' אלס א מצוה, וויבאלד דאס מוז דאך ממילא זיין כדי לקיים המצוות בכלל. איז בין איך אבער נישט זיכער אז, עכ"פ כהיום, איז דאס דייקא אזוי. והא ראיה, אז איך "גלייב" מ'וועט מודה זיין אז עס איז בעצם יתכן, פּאַסיבּל הגם טאקע נישט פּראַבּעבּל, אז עס איז שייך אז מ'זאל האלטן דאס איז "ריכטיג" אָן דעם. ואפילו עכ"כ וואו מ'נעמט אָן לגבי אמונה די עקסטרעם פון אטעאיזם/אַטעאָנאָמאטיזם, קען אבער לכאורה דאך שייך זיין צו האלטן שמירת המצות אלס ריכטיג און עפעס וואס געבט אים מיענינג, און אזוי ווי דר. ראָסעל בּלעקפארד און דר. אוּדאָ שאקלענק דערמאנען. ווי אזוי? דאס קען שוין יעדעס מענטש אויסארבעטן פאר זיך, ולא הרי דרך של זה כהרי דרך של זה.
אלפאיא יא. אט דאס איז בעצם די (עכ"פ "פריע") פילאזאפישע סיסטעם פון לודוויג וויטגענשטיין (וועמען איך ציטיר טאקע בריש האשכול): אז "פילאזאפיע" איז בעצם עוסק אין די קשר צווישן פּראפּאזישאנס (שפראך) און דאס וועלט. איינמאל מ'האט א גוטע לאגישע הסבר וסיסטעם דערויף, האט מען בעצם פארענטפערט אלע פילאזאפישע פראבלעמען. (און אט דא קומט אריין די געדאנק פונעם פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך ביחס צו "ג-ט", און דעם ודומו סלה וואס מוז דעריבער זיין דערביי - די נושא האשכול.)איך וואלט אפשר פארראכטן - אז איך פיל ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע האט אסאך מער צו זיך ווי דעם נושא..
עס בויען זיך טעאריעס ביי מיר אין קאפ ארום דעם - נעמליך, אין א געוויסן זין זענען אלע ארגומענטן איבער וואס מענטשן רייסן זיך מימות עולם בס"ה א 'מעטער אוו לענגווידש' - איז דען בכלל שייך זיך צו דינגען איבער פאקטישע מציעות'ן אויף יעדע פארמאט? און אויב איז עס נישט פאקטיש - איז עס אודאי נאר 'סעמאנטיקעל'...
איך דארף נאך לערנען מער איבער דעם. @מי אני איז מכובד מיט פרטים...
צוזאמגעדרייטוממילא?אלפאאיך זעה אז דו ברענגסט אהער דר. יובל נח-הררי, איז וויכטיג אנצומערקן אז ער פאקאסירט זייער שטארק אז "מען שלאגט זיך אויף געשיכטעס".אין א געוויסן זין זענען אלע ארגומענטן איבער וואס מענטשן רייסן זיך מימות עולם בס"ה א 'מעטער אוו לענגווידש'
דאס איז זיין אגענדע בכלליות, וואס פאסט אויך גוט מיט זיינע שיטות כלפי רעליגיע.
איך האב געזען יענעם אינטערוויו.. ייש"כ
מי אניאיך גלייב אז דו ביסט באקאנט מיט דאס וואס דר, מיכאל אברהם שרייבט איבער דעם דא און אין נאך פלעצער..יא יא. אט דאס זאג איך בריש האשכול: אז "אמונה" (עכ"פ במובן הפשוט) און רעליגיע/דת, שהיא שמירת התומו"צ, זענען ל"ד מקושר איינע צום אנדערן, און "אמונה" מוז ל"ד זיין די גרונט פאר שמירת התומו"צ. ווי אזוי דען באגרונדעט מען דאס? אויף דעם האב איך געשריבן:מי אניהכלל, דאס "ריכטיגקייט", וממילא סיפוק וואס מ'טרעפט, פון שמירת התורה והמצות במעשה, דארף ל"ד תלוי זיין אין דעם אין וואס פונקטליך מ'גלייבט ביחס צו "ג-ט" באמונה במחשבה ובדעת. ואיה"נ אז דער רמב"ן און אנדערע מפרשים האבן משיג געווען אויפ'ן רמב"ם בספר המצות לגבי דאס וואס ער האט גערעכענט אמונה בה' אלס א מצוה, וויבאלד דאס מוז דאך ממילא זיין כדי לקיים המצוות בכלל. איז בין איך אבער נישט זיכער אז, עכ"פ כהיום, איז דאס דייקא אזוי. והא ראיה, אז איך "גלייב" מ'וועט מודה זיין אז עס איז בעצם יתכן, פּאַסיבּל הגם טאקע נישט פּראַבּעבּל, אז עס איז שייך אז מ'זאל האלטן דאס איז "ריכטיג" אָן דעם. ואפילו עכ"כ וואו מ'נעמט אָן לגבי אמונה די עקסטרעם פון אטעאיזם/אַטעאָנאָמאטיזם, קען אבער לכאורה דאך שייך זיין צו האלטן שמירת המצות אלס ריכטיג און עפעס וואס געבט אים מיענינג, און אזוי ווי דר. ראָסעל בּלעקפארד און דר. אוּדאָ שאקלענק דערמאנען. ווי אזוי? דאס קען שוין יעדעס מענטש אויסארבעטן פאר זיך, ולא הרי דרך של זה כהרי דרך של זה.
(איך האב נאכנישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול - אנטשולדיגט טאמער דו ברענגסט עס שוין..)
איך וואלט צוטיילט די שאלה אין 3 חלקים/לעוועלס:
1) א מציאות (כח ראשון) וואס איז דער סיבה/גורם צו אלעס וואס איז פארהאנען. (חכמה)
2) די איינציגסטע אמת׳ע מציאות/עקזיסטענס וואסיז פארהאן. (אמונה)
3) אז ער כביכול האט/וויל-האבן רילעשענס מיט אונז. (שכר ועונש)
ווען איינער פרעגט איינעם די שאלה (פונעם אשכול קעפל) באציט מען זיך בדרך כלל צו נומער 3, לענ״ד אבער, איז נומער 2 די מערסטע רעלעווענט

אביסל א זייטיגע הערה'לע,
נאכן שנעל איבערגיין די אשכול אויבערפלעכליך, האב איך באמערקט אז וועלכע מחשבה/קאמענטאר/מיינונג מיין קאפ האט געפארעמט אויף א ספעציפישן שורה האט @מי אני מיר אויסגעכאפט אזוי בתוך-כדי-דיבור - נאך מיטן בארג פון ספרים אונטער זיך.
א חוץ פון שנעלקערן מיין עגא דערמיט, בין איך באמת נייגעריג, וואס איז די אויפטו פון (מיר עכ"פ) עס איבערצוגיין אדער איבער טראכטן, בעת וואס כמעט יעדע מחשבה'לע מיינע איז שוין געטראכט/געזאגט/ און אויסגעדראשן געווארן דורך פיל גרעסערע ווי מיר (חוץ טאמער זאל מען אננעמען די 6D קאנשעסנעס - וואס דאן בין איך אפשר גאר די דאזיגע ריזן - אין א צווייטן רעאליטעט... 😂 )?
סתם עס צו לערנען פאר מיר - הערט זיך אביסל useless. (חוץ פארשטייט זיך אויב נעמט מען אן דעם געדאנק אז אלעס איז בס"ה די פראצעס פון די אינפארמאציע - לינגוויסטיק..)
ארויסצוברענגען אדער לינקען פרישע אספעקטן דערצו הערט זיך ענדערש אוממעגליך.
עס צו reorganize'ן אדער רי'דעפיינען - איז ווידער א זאך וואס ברענגט פאטענציאל מער קאמפליקאציעס ווי אויפטו.
עס איז נוגע אין כמעט יעדע אפטיילונג פון וויסענשאפט ווי איך לייג אריין מיינע קאלטע פיס, און איך גלייב אנדערע פילן צומאל ענליך, האב איך עס דא ארויפגעברענגט...

@מי אני
מקיים זיין מצות במעשה אָן אמונה איז דאך כלל נישט דער פשוט׳ע משמעות פון מקיים זיין תומ״צ, זיין א שומר תומ״צ מחמת זייטיגע סיבות קען בכלל נישט ווערן אנגערופן שמירת המצות אשר המה מצות השם נותן התורה.
ועוד, אמונה בלי שמירת התורה איז א מציאות, כמאמר חז״ל: ׳ גנבא אפום מחתרתא רחמנא קריא׳.

מי אניאיך טראכט אז א מעגליכע טעאריע דערצו ליגט און אננעמען מצבים מיט א דעטערמיניסטישן בליק, דהיינו אז אין וועלכע מצב א מענטש געפינט זיך האט ער בהחלט געדארפט דארט זיין - מכח ידיעת השם, אדער אין אנדערע ווערטער מכח די laws of nature וועלכע ער האט אזוי אונטערגעשטעלט - וואס שטעלט אוועק אז בעצם וויל גאט (-די מיסטריעזן..) אז מיר זאלן טון, האלטן, פילן, און אפי' מיינען אז מ'גלייבט, פונקט וויאזוי אונז טוען למעשה, און אין דעם זין קען מען אפי' אנקוקן ווי די 'מצות' האבן גאר א 'מצווה'.אלפאאון די שאלה איז אויךצי די געפיהל וואס מ'האט בנוגע דעם "מיסטעריעזן" ג-ט, קען פארט האבן השלכות לגבי רעליגיעזע דת במעשה אָן א ג-ט "הַמְצַוֶה". (איך דארף דאס טאקע אויסברייטערן, און... עםם... "אי"ה"... עוד חזון.)צו זיין גאנץ פערזענליך, אויב פרעגט מען מיר היינט די שאלה - איז מיין תשובה:
איך גלייב אין (- די מיסטריעזן) גאט! בעיקר מכח די נאטורליכע/פסיכאלאגישע טרענד אנצופילן יענעם 'לאך' וואס בלייבט ווען מ'פרובירט אקטיוו דאס צו לייקענען.
אזוי אויך שטיי איך אינגאנצן אין און מיט רעליגיע.
הגם.. די לינק צווישן די צוויי איז נישט יעצט אינגאנצן קלאר ביי מיר (הילף ביטע?!..)
מיין אינטואציע פילט אז די נושא טראגט עפעס מער ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע..
די ווערטער שפיל שבו איז גארנישט אנדערש ווי די לעקסיקאן פון 'שפראך שפיל' אין וועלכע מיר לעבן בכל אופן..
לגבי אנדערע רעליגיעס, לינדערט עס פונקט אזוי די פראגע - אויב נאר קומט מען צו צו דעם הכרה - שלא שייך בו סתירות.
איינער וואס גייט אקטיוו אנדערש, איז ווייטער א חלק פונעם פלאן...
אליבא דאמת פילט עס נישט צום זאך - אונז לעבן נישט באמת אין אזא טעאריע בחיי יום יום. אבער ווער זאגט אז די אלע טעאלאגישע שאלות עקסיסטירן דען יא אין די יום יום'דיגן ראלם?!
אלפאאיך האב דאס דא צוגעברענגט; אין אַן אנדערן קאנטעקסט און אין אַן אנדערן קאנטעקסט. אבער איה״נ. הרב דר. מיכאל אברהם האלט בעצם טאקע אז נישט דעסקריפּטיוו מאראליטעט קוֺידס [כעין חוקי הלכה], וגם לרבות אפילו נארמאטיוו מאראליטעט קוֺידס [כעין חוקי מאראל שהשכל מחייבן, כגון איסור גזילה ורציחה], האבן אַן עכטע משמעות ללא מחוקק ומְצַוֶה. (איך האב טאקע משוה געווען, לדוגמא דא, די ביידע סארט מאראליטעטן און א סארט דרך פון ״השתא דאתית להכי״ אויף וואס דער אטעאיסט גייט האלטן לגבי די נארמאטיווע חלק, אז מען קען דאס אולי אויסברייטערן אפילו פאר די דעסקריפּטיוו חלק אויך.) ועיין להלן בתגובה זו.איך גלייב אז דו ביסט באקאנט מיט דאס וואס דר, מיכאל אברהם שרייבט איבער דעם דא און אין נאך פלעצער..
(איך האב נאכנישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול - אנטשולדיגט טאמער דו ברענגסט עס שוין..)
אלפאייש״כ פאר די קאמפּלימענט! די געדאנק ומטרה פון לערנען חכמה און אריינקלערן פאר זיך און צוקומען לחידוש/מהלך, איז נישט אזוי ווייט אז עס זאל זיין ״מיין״ מהלך, ווי איידער פשוט צו וויסן און קליגער ווערן. ואיה״נ, טאמער ווייסט מען דעם חידוש וכדומה אָן אליינס מכוון זיין דערצו, האט דאס די זעלבע אויפטוה (און נאך מער, וויבאלד מ׳ווייסט אויך אז דער-און-דער חכם האט דאס געזאגט וכו׳).איך בין באמת נייגעריג, וואס איז די אויפטו פון (מיר עכ"פ) עס איבערצוגיין אדער איבער טראכטן, בעת וואס כמעט יעדע מחשבה'לע מיינע איז שוין געטראכט/געזאגט/ און אויסגעדראשן געווארן דורך פיל גרעסערע ווי מיר?
סתם עס צו לערנען פאר מיר - הערט זיך אביסל useless. (חוץ פארשטייט זיך אויב נעמט מען אן דעם געדאנק אז אלעס איז בס"ה די פראצעס פון די אינפארמאציע - לינגוויסטיק..)
ארויסצוברענגען אדער לינקען פרישע אספעקטן דערצו הערט זיך ענדערש אוממעגליך.
עס צו reorganize'ן אדער רי'דעפיינען - איז ווידער א זאך וואס ברענגט פאטענציאל מער קאמפליקאציעס ווי אויפטו.
עס איז נוגע אין כמעט יעדע אפטיילונג פון וויסענשאפט ווי איך לייג אריין מיינע קאלטע פיס, און איך גלייב אנדערע פילן צומאל ענליך, האב איך עס דא ארויפגעברענגט...
בְּתוֹךְ עַמִּידי ערשטע צוויי קען מען קאלעפּסן צו פשוט וכעין ״דאס פּרינציפּ/געדאנק פון עקזיסטענץ״, ולא יותר. (״סיבה״ גייט זיין מער כעין ווי דער נרבוני ודעימיה האבן דאס פארשטאנען אין די קאנטעקסט, וואס זיי האבן געגלייבט אין קדמות, אלס כעין ״שפע ונובע״ און נישט אלס agential.) די דריטע איז דאך יא (שטארק) אַנטראָפּאָמאָרפיש און agential, און צו וואס דער טעאיסט דער שואל אליינס איז נישט מודה, ווען מ׳דרוקן אים צום וואנט, ועפ״י עיקר הג׳ של הרמב״ם. (ער׳ט זיך נעמען דרייען מיט׳ן צינג מיט ״כביכול״, ״אונז קענען נישט פארשטיין״, ״אוודאי מיינט דאס נישט כפשוטו״, אא״וו אא״וו. אין אנדערע ווערטער, בעצם גארנישט געזאגט און א ליידיגע זאץ. ודומו סלה. און אז מ׳האט דאס פריער מקשר געווען צום געדאנק אז מ׳קען נישט רעדן דערביי ומסביר זיין דאס אינקאַמפּריהענסיבּל, פונקט אזוי ווי ביי געשלעכט וניבול פה, געבט דאס א נייע געדאנק ווען מען טייטש דא דערביי די (תהלים ד ה) ״אמרו בלבבכם על משכבכם ודומו סלה״ ביי די קאנטעקסט, אלס ״שׁאָט די פ** אָפּ״…)איך וואלט צוטיילט די שאלה אין 3 חלקים/לעוועלס:
1) א מציאות (כח ראשון) וואס איז דער סיבה/גורם צו אלעס וואס איז פארהאנען. (חכמה)
2) די איינציגסטע אמת׳ע מציאות/עקזיסטענס וואסיז פארהאן. (אמונה)
3) אז ער כביכול האט/וויל-האבן רילעשענס מיט אונז. (שכר ועונש)
ווען איינער פרעגט איינעם די שאלה (פונעם אשכול קעפל) באציט מען זיך בדרך כלל צו נומער 3, לענ״ד אבער, איז נומער 2 די מערסטע רעלעווענט
בְּתוֹךְ עַמִּיאט דאס איז בעצם טאקע טענת הרב דר. מיכאל אברהם צו וועלכע @אלפא האט פריער געלינקט: שמירת התורה קען נישט האבן קיין ערך משפטי/חובתי דתי אָן דאס מקיים זיין מחמת דעם.מקיים זיין מצות במעשה אָן אמונה איז דאך כלל נישט דער פשוט׳ע משמעות פון מקיים זיין תומ״צ. זיין א שומר תומ״צ מחמת זייטיגע סיבות קען בכלל נישט ווערן אנגערופן שמירת המצות אשר המה מצות השם נותן התורה.
אבער איך בין נישט זיכער ער איז גערעכט, ובפרט לפי דרך הרמב״ם ודעימיה, וועלכע ווארפן א פלאקן ממבט דתי אין דעם גאנצן קאָהערענס פון זאגן אז ״ג-ט האט דאס מחוקק ומְצַוֶה געווען״. ווי געזאגט, איז דאך דאס בעצם א ליידיגע זאץ וממבט דתי, און מ׳גייט דאס אויך נעגעיטן (און דרייען מיט׳ן צינג). ולכן טאקע איז דאך דא די פראיעקט מהרמב״ם ודעימיה צו ראציאנאליזירן די מצות. (איך ווייס וואס דער רמב״ם זאגט במו״נ ח״ג פכ״ה אינעם הקדמה צו אט דעם פראיעקט. אבער מ׳דארף ממילא זאגן אז דארט איז עס בלשון מושאל און ער מיינט נישט בעצם א ״מְצַוֶה״ ו״פועל״, לפי זיין גאנצע סיסטעם פון נעגאטיווע טעאלאגיע. ופשוט. וואס ער מיינט איז בעצם בתכלית המצות עצמן.)
ועיין לעיל במה שהבאתי מדר. עלווין ריינעס, און ווי אזוי ער האט אפגעלערענט ווי אזוי דער רמב״ם, לפי זיין פילאזאפישע סיסטעם ומהלך, האט נאטורליך פארשטאנען ״תורה מן השמים״ בלא ״א-ל המחוקק״.
און אויף הרב דר. אברהם׳ס קשיא פון מהיכן נובע ה״חוב״ ו״התחייבות״ אליה בלא מחוקק? איז קען מען דאס משווה זיין כנ״ל צו ווי אזוי גישת ה(פּאזיטיווע )אטעאיסט הומעניסט איז צו די ״התחייבות״ פון מאראלישע ״חוקים״ על הכלל. וואס מ׳גייט ענטפערן דארט, קען בעצם עפּלייען דא אויך.
בְּתוֹךְ עַמִּידי אשכול איז נישט דן צי עס איז שייך אמונה בלי שמירת התורה; נאר פארקערט, צי עס איז שייך שמירת התורה בלי אמונה.ועוד, אמונה בלי שמירת התורה איז א מציאות, כמאמר חז״ל: ׳גנבא אפום מחתרתא רחמנא קריא׳.
הגם, אז מ׳רעדט שוין, טענה׳ט דר. שאול סמילנסקי לגבי פּאסקאל׳ס געוועט, אז מ׳זעהט דאך אז אסאך רעליגיעזע מענטשן זענען עובר בשאט נפש במשך זמן רב אויף אסאך פון די מאראלישע עבירות וואס זענען רעליגיעזע מצות אויך. דאס קען נישט זיין מכח דעם אליינס אז דאס איז פשוט נאר ווייל זיי זענען שוואך נגד היצר אדער ווייל זיי זענען איראציאנאל, ווייל ווען דאס ווערט געשטראפט בדיני אדם האלטן זיי זיך יא איין אונטער די זעלבע אומשטענדן. וממילא איז דאס מכח דעם ווייל, עכ״פ דעמאלטס, גלייבן זיי נישט באמת, עכ״פ גענוג און אין אלע עיקרים בנוגע שכר ועונש וכו׳. (זאגן אז זיי האלטן הקב״ה ותרן הוא, אדער אחטא ואשוב, אדער אז עס איז וויבאלד די עונש קומט שפעהט לאחר זמן והמות, איז נישט מסתבר.)
עס קומט אויס אז אַן אימאראלישע מענטש וועט בלייבן אימאראל, וואס דאס טרעפט מען ביי אסאך, און די הסבר צו זייער זיין רעליגיעז איז נאר משפה ולחוץ און פאלש כנ״ל. און עס קומט אויס אז זייער זיין רעליגיעז מאכט דאס נאך ערגער, זייענדיג נאכדערצו צו דעם אלעם א פאָפּער נאכדערצו אויך, לגבי זיין זיין רעליגיעז ערליך אויך. ולכן, עפ״י די געוועט איז אולי יתכן אז עס לוינט זיך צו בלייבן סעקולאר ממבט א מאראלישער ג-ט כביכול, וויבאלד דעמאלטס ווען מען זינדיגט ווי יעדער איינעם איז מען כאטש נישט א פאָפּער דערצו אויך. (סיידן אויב מ׳וועט טענה׳ן אז נאר א מיעוט רעליגיעזע זענען אזוי, אדער אז זיין רעליגיעז מאכט עס מער אָנלייקלי אז ער וועט עובר זיין די סארט זאכן. אבער די עווידענס צייגט נישט דערצו.)
עכ״פ יש לטעון אז עס איז בעצם טאקע נישט שייך אמונה באמת (ווען די אמונה איז כולל בתוכה אז עס זענען דא ציוויים צו וועלכע מ׳דארף מציית זיין), ווען עס איז מער-ווייניגער קאָנסיסטענטלי וכסדר אָן שמירת התורה, ווי ביי דער גנב. ויש ליישב, ובפרט וואו דער מענטש וואלט דורכגעפאלן, אויפ׳ן זעלבן אופן, אין א מענטשליכע לעגאלע קאנטעקסט אויך.
מי אנידיין לינק איז לכאורה א טעות, עס פירט צו עפעס אינגאנצן שלא מן העניןעס האט זיך געשטעלט א פראגע אז לגבי דן זיין איבער ״מציאות״ הא-ל קען מען דאך נישט, וויבאלד אפילו ״מציאות״ און ״עקזיסטענץ״ איז רק בלשון מושאל לפי הרמב״ם במו״נ ח״א פנ״ז כלפי די מושג פון ג-ט. אבער דאן וואס באדייט דאס וואס ער שרייבט בהל׳ יסודי התורה פ״א ה״א-ה״ד:יסוד היסודות ועמוד החכמות לידע שיש שם מצוי ראשון והוא ממציא כל נמצא וכל הנמצאים משמים וארץ ומה שביניהם לא נמצאו אלא מאמתת המצאו.
גערעכט. איך האב געוואלט לינקען צו דעם און דעם טעאלאג מישעל דע סערטעא'ס מימרא, והיחס לדרך הרמב"ם בזה במו"נ ח"א פנ"ז.
ייש"כ פאר'ן אויפמערקזאם מאכן.
ייש"כ פאר'ן אויפמערקזאם מאכן.
מי אניאיך האב נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט. האלסטו אז 2 איז שכל׳דיג מוכרח און נמשך בע״כ פון 1?בְּתוֹךְ עַמִּידי ערשטע צוויי קען מען קאלעפּסן צו פשוט וכעין ״דאס פּרינציפּ/געדאנק פון עקזיסטענץ״, ולא יותר. (״סיבה״ גייט זיין מער כעין ווי דער נרבוני ודעימיה האבן דאס פארשטאנען אין די קאנטעקסט, וואס זיי האבן געגלייבט אין קדמות, אלס כעין ״שפע ונובע״ און נישט אלס agential.)איך וואלט צוטיילט די שאלה אין 3 חלקים/לעוועלס:
1) א מציאות (כח ראשון) וואס איז דער סיבה/גורם צו אלעס וואס איז פארהאנען. (חכמה)
2) די איינציגסטע אמת׳ע מציאות/עקזיסטענס וואסיז פארהאן. (אמונה)
3) אז ער כביכול האט/וויל-האבן רילעשענס מיט אונז. (שכר ועונש)
ווען איינער פרעגט איינעם די שאלה (פונעם אשכול קעפל) באציט מען זיך בדרך כלל צו נומער 3, לענ״ד אבער, איז נומער 2 די מערסטע רעלעווענט
אפילו את״ל אז יא, וועט זיין א גרויסע נפק״מ צו די השכלה ווערט נמשך בלב און מ׳לעבט מיט דעם צו עס בלייבט בלויז ידיעה/פאקט
בְּתוֹךְ עַמִּיניין. איך זאג נישט אז 1 און 2 זענען דאס זעלבע, אדער אז 2 איז לאגיש נובע פון 1. (הגם, אז מ'קען יא זאגן אז ביידע זענען דאס זעלבע, און אז זיי זאגן אז "ג-ט" איז די איינציגסטע אמת'ע מציאות און דאס גרונט פון מציאות פאר יעדעס זאך מכחו, פון וואס זייער מציאות איז נובע. אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט דוקא "כח ראשון" טעמפּאָרעלי אין צייט, נאר "כח ראשון" אין קאָזעליטי. ולכן האב איך טאקע צוגעצייכענט צום שיטת הקדמות ביהדות.) איך זאג אז ביידע, וועלכע אימער דו נעמסט אָן, קענסטו דאס באטראכטן ווי ל"ד agential כלל, און דו קענסט דאס קאָלעפּסן צו עפעס צו וואס דער אטעאיסט וואלט ל"ד זיך קעגנגעשטעלט. אין אנדערע ווערטער, ״דאס פּרינציפּ/געדאנק פון עקזיסטענץ״ - די "מיסטעריעזע" ג-ט, פון וואס דר. יובל נח-הררי (וועמען מ'קען לכאורה קלאסיפיצירן אלס אַן אטעאיסט) רעדט פון און האט נישט קיין פראבלעם מיט.מי אניאיך האב נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט. האלסטו אז 2 איז שכל׳דיג מוכרח און נמשך בע״כ פון 1?בְּתוֹךְ עַמִּידי ערשטע צוויי קען מען קאלעפּסן צו פשוט וכעין ״דאס פּרינציפּ/געדאנק פון עקזיסטענץ״, ולא יותר. (״סיבה״ גייט זיין מער כעין ווי דער נרבוני ודעימיה האבן דאס פארשטאנען אין די קאנטעקסט, וואס זיי האבן געגלייבט אין קדמות, אלס כעין ״שפע ונובע״ און נישט אלס agential.)איך וואלט צוטיילט די שאלה אין 3 חלקים/לעוועלס:
1) א מציאות (כח ראשון) וואס איז דער סיבה/גורם צו אלעס וואס איז פארהאנען. (חכמה)
2) די איינציגסטע אמת׳ע מציאות/עקזיסטענס וואסיז פארהאן. (אמונה)
3) אז ער כביכול האט/וויל-האבן רילעשענס מיט אונז. (שכר ועונש)
ווען איינער פרעגט איינעם די שאלה (פונעם אשכול קעפל) באציט מען זיך בדרך כלל צו נומער 3, לענ״ד אבער, איז נומער 2 די מערסטע רעלעווענט
אפילו את״ל אז יא, וועט זיין א גרויסע נפק״מ צו די השכלה ווערט נמשך בלב און מ׳לעבט מיט דעם צו עס בלייבט בלויז ידיעה/פאקט.
ואיה"נ. ווי איך האב דא געשריבן בריש העמוד, איז קען מען לכאורה אויך נעמען און ממשיך זיין די געדאנק און געפיהל פונעם "מיסטעריעזן" ג-ט און ״דאס פּרינציפּ/געדאנק פון עקזיסטענץ״, אריין בלב, אז דאס זאל האבן השלכות אויף קיום במעשה. (מ'קען זאגן אז בעצם טוה איך דאס. איך בין א פולקאמער שומתומ"צ, ווי עני אנדערע איד איך קען, אָן בעצם קיין קאגניטיוו דיסאנענס.)
די שפראך אינעם צוגעלינקטן תגובה איז אין לאגיק. אבער קענסט גיין גראד צום מו"נ בח"א פנ"ז, וואס איז (מער-ווייניגער) די זעלבע געדאנק: "עקזיסטענץ/מציאות" איז א לשון מושאל כלפי (דעם טערמין/געדאנק פון) "ג-ט".
איך מיין אז אין איין ווארט איז דיין נידון צו א מענטש קען מקיים זיין תומ״צ בפועל אלץ א תוצאה פון גלייבן אין ג-ט לויט ווי דער רמב״ם איזעס מסביר במו״נ פנ״ז. איז איט?
(כ׳בין נאכאלץ נישט זיכער אז אונז פארשטיי מיר זיך בנוגע נומער 2, אבער קודם לאמיר קלאר מאכן כנ״ל - העי, כ׳מיין אז האסטעס ג׳עדיט יעצט... לאמיר מעיין זיין)

Pretty much
מי אנייו מעיד מיי דעי 😛 ווייל מיין קאפ האט זיך שוין אנגעהויבן צו דרייען....Pretty much
בְּתוֹךְ עַמִּיאיצטער זע איך איין מיין טעות און כ׳בין מודה צום שיגרא דלישנא פונעם המון עם (אבער פארשטייטסעך אז נאר נאכן אנעמען 1 און 2, סאוי בעסיקלי איז דאס א סעט און מ׳איז דן על הכלל כלו...)איך וואלט צוטיילט די שאלה אין 3 חלקים/לעוועלס:
1) א מציאות (כח ראשון) וואס איז דער סיבה/גורם צו אלעס וואס איז פארהאנען. (חכמה)
2) די איינציגסטע אמת׳ע מציאות/עקזיסטענס וואסיז פארהאן. (אמונה)
3) אז ער כביכול האט/וויל-האבן רילעשענס מיט אונז. (שכר ועונש)
ווען איינער פרעגט איינעם די שאלה (פונעם אשכול קעפל) באציט מען זיך בדרך כלל צו נומער 3, לענ״ד אבער, איז נומער 2 די מערסטע רעלעווענט
בְּתוֹךְ עַמִּיזאגסט, אז איך האב... עםם... מקיים געווען א "מצוה" מיט'ן דיר מחיה זיין... 😉 🙂יו מעיד מיי דעי 😛 ווייל מיין קאפ האט זיך שוין אנגעהויבן צו דרייען....
לגבי דיינע פונקטן פון 1 און 2, וויל איך ארויסברענגען אז הגם במושכל ראשון קען אויסזעהן אז די חילוק ביניהם איז אז פונקט 1 נעמט אָן "בריאה", בשעת פונקט 2 איז יא מער אין איינקלאנג מיט קדמות, איז דאס ל"ד אזוי. קדמות, און א קאנסעפּשאן פון דאס מושג "ג-ט" וואס איז בכלל נישט agential, לייקענט נישט (דוקא) אז אלעס איז מ"כח" ג-ט. נאר עס איז נישט "מעשיו" של הקב"ה, נאר מער קצת כעין אזוי ווי א שׁאָטן וואס איז נובע פונעם מענטש כסדר, אָן דעם וואס דער מענטש "טוהט עפעס" דייקא דערצו אדער איז קודם מזה בזמן. והיינו, "ג-ט" = שורש המציאות, און, כדבריך בפונקט 2, "די איינציגסטע אמת׳ע מציאות/עקזיסטענס וואסיז פארהאן", און אלעס אנדערש וואס האט עקזיסטענץ ומציאות, איז דאס אלס א (ל"ד "דירעקטע") שפע פונעם שורש המציאות און "פּרינציפּ/איידיע פון עקזיסטענץ".
כמובן, זענען די שאלות וואס שטעלן זיך לפי דעם, אז, ראשית כל, ווי אזוי באגרונדעט מען תומ"צ לפי די קאנסעפּשאן פון "ג-ט"? ועיין לדוגמא במה שהבאתי (בסוף התגובה) מדר. יצחק מלמד. און, ווי דר. משה הלברטל ברענגט ארויס, איז אט דאס טאקע געווען (א חלק פון) די פראבלעם פון די נבוכים בימי הרמב"ם און צו וועמען זיין ספר איז געווענדעט, און די פראיעקט פון זיין ספר: זייער נוטה צו זיין צו די פילאזאפישע צד פון קדמות, וממילא ההשלכות וקושיות וואס דאס האט בנוגע דת, פון אזא סארט ג-ט וואס איז נישט אקטיוו אין די וועלט כלל.
און ווי דר. הלברטל ברענגט ארויס, ארבעט טאקע די אלגעמיינע סטראקטור פונעם ספר אזוי. והיינו, אז נאכ'ן שולל בח"א אלע תוארים פון "ג-ט" און אוועקשטעלן זיין גאר שטארקע נעגאטיווע טעאלאגיע, לייגט דאס דאך א יסוד פון וואו צו קענען טייטשן און רידעפינירן דעם רעליגיעזן "ג-ט" עפ"י קדמות. דערנאך, בסוף ח"א, מאכט ער אוועק דעם קאלאם הוכחה פאר מציאות הא-ל, וואס גייט ממש ועפ"י חידוש. דערנאך איז ער אבער יא מוכיח "ג-ט", בריש ח"ב, עפ"י דרך קדמות. דערנאך איז ער עוסק ממש בקדמות נגד חידוש, און הגם אפענערהייט זאגט ער אז ער נעמט אָן חידוש (וואס, כידוע, האבן דער נרבוני און אבן כספי ועוד, נישט געהאלטן אז דאס האלט ער באמת), טוהט ער אבער דערנאך פארמולירן (און רידעפינירן?) סיי נבואה, סיי השגחה, און סיי טעמי המצות אז דאס אלעס זאל שטימען לפי דרך קדמות און אָן אַן "אקטיווע, דירעקטע, און פּערזענליכע" ג-ט כלל. די "ג-ט" פון קדמות. ועיין במש"כ לעיל.
אַן אנדערע שאלה וואס שטעלט זיך לפי דעם, איז אז מוז מען אליינס געבן אַן אנטאלאגישע (אפגעזונדערטע?) "ישות" ממש פאר אט דעם "פּרינציפּ/איידיע פון עקזיסטענץ"? (וואס, כנ"ל, איז דאך סתם אזוי שווער צו זאגן אויף דעם גאנצן מושג פון "ג-ט" אז עס "עקזיסטירט".) דאס איז כעין ווי פרעגן, טוהט "עקזיסטענץ" עקזיסטירן? ועיין לעיל (די תגובה וואס דו האסט טאקע געפרעגט איבער און באמערקט דעם לינק דארט בטעות) בדברי בזה, ווי איך דערמאן די פראבלעם דערין, ובפרט לפי קאנט.
מי אניאיינער האט מיר געפרעגט לפי מהלך זו, וואס וועט זיין די דין פאר אזא איינער לגבי זיין זיין כשר לעדות? והיינו, ווייל דער רמב״ם פסק׳נט בהל׳ עדות פי״א ה״י:און דער טור בחו״מ סימן לד ברענגט דאס צו (און לייגט צו "והמינין"):המוסרין והאפיקורוסין והמומרים לא הצריכו חכמים למנותן בכלל פסולי עדות שלא מנו אלא רשעי ישראל אבל אלו המורדין הכופרין פחותין הן מן העכו"ם שהעכו"ם לא מעלין ולא מורידין ויש לחסידיהן חלק לעולם הבא ואלו מורידין ולא מעלין ואין להן חלק לעולם הבא.און דער מחבר פסק׳נט דאס דארט בסעיף כב (הגם ער ברענגט נישט צו דעם לשון פון ״מין״ אדער ״כופר״):כתב הרמב"ם האפיקורסין והמינין והמומרין לא הוצרכו חכמים למנותן בכלל פסולי עדות שלא מנו אלא רשעי ישראל אבל אלו המורדין הכופרין פחותין הן מן העכו"ם שהעכו"ם לא מעלין ולא מורידין ויש לחסידיהן חלק לעולם הבא ואלו מורידין ולא מעלין ואין להן חלק לעולם הבא.איז ראשית כל מן הראוי לציין צו וואס איך האב דא געשריבן בנוגע דאס וואס דער משנ״ב פסק׳נט באו״ח סימן קען ס״ק ב בנוגע איסור לאפיקורוס להיות הש״ץ ע״ש.המוסרים והאפיקורסים והמומרים פחותים מהעכו"ם ופסולים לעדות
ועוד, לגבי דעם דארף מען דאך מגדיר זיין ״מין״, ״אפיקורוס״, ו״כופר״ עפ״י מה שהגדירם הרמב״ם בהל׳ תשובה פ״ג ה״ז-ה״ח:איז לגבי ״מין״, וואס האט דאך צו טוהן מיט עניני מציאות הא-ל, הא׳מיר אָנגעפאנגען אז מ׳קען דאך ניטאמאל דן זיין דערויף - נישט פאזיטיוו און נישט נעגאטיוו. וואס די דוקא נעגאטיוו חלק איז דאס וואס שטערט דעם רמב״ם.חמשה הן הנקראים מינים: האומר שאין שם אלוק ואין לעולם מנהיג, והאומר שיש שם מנהיג אבל הן שנים או יותר, והאומר שיש שם רבון אחד אבל שהוא גוף ובעל תמונה, וכן האומר שאינו לבדו הראשון וצור לכל, וכן העובד כוכב או מזל וזולתו כדי להיות מליץ בינו ובין רבון העולמים. כל אחד מחמשה אלו הוא מין.
שלשה הן הנקראים אפיקורסין: האומר שאין שם נבואה כלל ואין שם מדע שמגיע מהבורא ללב בני האדם, והמכחיש נבואתו של משה רבינו, והאומר שאין הבורא יודע מעשה בני האדם. כל אחד משלשה אלו הן אפיקורוסים. שלושה הן הכופרים בתורה: האומר שאין התורה מעם ה', אפילו פסוק אחד, אפילו תיבה אחת, אם אמר משה אמרו מפי עצמו, הרי זה כופר בתורה, וכן הכופר בפירושה והוא תורה שבעל פה, והמכחיש מגידיה, כגון צדוק ובייתוס, והאומר שהבורא החליף מצוה זו במצוה אחרת, וכבר בטלה תורה זו אע"פ שהיא היתה מעם ה', כגון ההגרים. כל אחד משלשה אלו כופר בתורה.
רצה @מי אני לפטור כל ה׳עטיעסטס מן הדין, אבל לא הוא, דלא קרוב זה על זה כלל....
דער עיקר נקודה איבער וואס מ׳רופט געווענליך א מענטש אן עטיעסט איז זיין מיינונג אז דער עולם ומלואה איז נמצא/פירטסעך שלא בכוונה פון א געוויסע ענטעטי (כלשון הרמב״ם: האומר שאין שם אלוקי ואין לעולם מנהיג). משא״כ במו״נ פנ״ז איז דער רמב״ם מבאר אז דאס ווארט ׳מציאות׳ איז צו אָרעם צו דעפענירן דעם ענטעטי. (ס׳ווערט אינערגעץ נישט דערמאנט דארט א בחינה פון נישט עקזיסטענץ ח״ו, די איינציגסטע לשון וואס מ׳קען זיך דארט טועה זיין (יא, יא; פאר א סיבה האט מען דעם ספר נישט געלאזט לערנען...) איז ״נמצא ולא במציאות״ און דאס קומט נישט זאגן אז ס׳עקזיסטירט נישט ח״ו ער זאגט דאך ׳נמצא׳, ס׳מיינט אז ס׳איז א ׳נמצא׳ וואס דאס רעגולער ווארט ׳מציאות׳ טוט דאס נישט (ריכטיג) דעסקרייבן.
אויב איינער גלייבט אין דעם ענטעטי כפי המבואר במו״נ שם אבער גלייבט נישט אז עריז מנהיג בכוונה ה״ה נקרא מין ווייל ער פיט אריין אין די קרייטעריע פון ׳האומר... ואין לעולם מנהיג׳.
(אנטשולידג מיר ביטע פארן נישט מגיב זיין צו דיין פריערדיגע תגובה כאטש ס׳לכאורה די זעלבע/ענליכע ענינים, ווייל ס׳צו קאמפלעצירט/נישט גענוג קלאר געשריבן פאר אזא עם הארץ ווי מיר צו פארשטיין)
ניין, ניין, און נאכאמאל ניין.
וואס דער רמב"ם זאגט דארט איז אז "מציאות" איז א מקרה (אינעם פילאזאפישן טערמין פון "עקסידענט") על עצם (אינעם פילאזאפישן טערמין פון "סאָבּסטאנץ"). יעצט, קומט אויס אז ביי ג-ט וואו עס איז נישטא קיינע מקרים על עצמותו, קע מען נישט זאגן און עס קען נישט פאסן דאס טערמין "מציאות/עקזיסטענץ". ווען מ'נוצט דאס כלפי ג-ט איז עס equivocal און א לשון מושאל לגמרי, און האט נישט קיין שחר לפי וואס דער טערמין באדייט - אט דאס מיינט ער "נמצא ולא במציאות". (עס איז מער-ווייניגער דאס זעלבע ווי זאגן, לדוגמא, כלפיו אז ער איז אַ(ן אינפיניט) "בעל כח".) וממילא, ווי צוגעברענגט, איז קען מען נישט זאגן לגביו "אז ער עקזיסטירט" אין א פּאזיטיווע סענס - קענסט צום מערסטענסט זאגן אז "עס איז נישט אז ער עקזיסטירט נישט". און ביי דעם איז א מיעוט אחר מיעוט נישט לרבות. כמובן, שניידט דאס ביידע וועגן: קענסט פונקט אזוי אויך נישט זאגן סתם "אז ער עקזיסטירט נישט" - אין א נעגאטיווע סענס.
יעצט, ווי געזאגט מערערע מאל, איז דער ג-ט פונעם רמב"ם (במורה) נישט קיין "מנהיג" כלל - דאס גייט ווייטער האבן אט דעם זעלבן נעגאטיוון טעאלאגישן פראבלעם כנ"ל. וק"ו הוא: ומה אז ביי מציאות ממש קען מען דאס נישט זאגן כלפיו אין א פּאזיטיוון סענס, איז כ"ש לגבי הנהגה וואס איז נאך מער א מושג בגוף ווי דעם. אויף דעם גייט אויך ארויפגיין אז ער איז א "מנהיג ולא בהנהגה". ווי מ'קען זעהן בחוש איז ביי די ביידע דאס בעצם געווארפן ווערטער, און ווי געזאגט עפ"י וויטגענשטיין ווייל דאס קען נישט אריינגיין בגדר שפראך כלל, וממילא ודומו סלה.
איז לפי"ז וואס, וואו און ווען איז יא די פראבלעם פון "מין", ו"האומר שאין שם אלוק ואין לעולם מנהיג"? איז די פראבלעם לגבי די פּאזיטיווע אטעאיסט וואס זאגט א גראבע "ניין" דערויף אין א נעגאטיווע סענס, וואס דאס קען מען דאך אויך נישט זאגן אויף די מושג פון "ג-ט" וכנ"ל. ווי איך האב געזאגט, נישט פּאזיטיוו און נישט נעגאטיוו. איז די "נעגאטיוו" דוקא איז דאס וואס שטערט אים. ועוד, ווי געזאגט, איז עס אויך דעם בּיהעיוויארעל "האומר" דבר זה, וואס דאס ברענגט דאך אונטער (ביי רוב רובם מענטשן) די ציית למצות וחוקי התורה, וואס דאס איז דאך (לפי אים) ריכטיג און וואס מ'דארף טוהן במעשה.
אבער איינער וואס זאגט דאס נישט אויף ג-ט אין א פּאזיטיווע סענס אז ער איז (אין א פּאזיטיווע סענס) "מנהיג בכוונה", וואס מ'קען דאך אויך נישט זאגן אויפ'ן מושג פון "ג-ט", איז נישט בכלל זה כלל. (ואפשר גאר פארקערט: איינער וואס זאגט דאס אויף ג-ט אין א פּאזיטיוון סענס ווי דו האסט דאס געזאגט, איז מגשם ג-ט, עובר אויפ'ן דריטן עיקר, וואס ווי דער רמב"ם שרייבט בח"א פל"ו, איז דאס ערגער ווי ע"ז ע"ש. ער איז גאר דער מין להרמב"ם וידוע הראב"ד שהשיג עליו בהל' תשובה פ"ג ה"ז בזה.) הכלל, די פראבלעם איז נישט בנוגע דער נעגאטיווער אטעאיסט. (ואפילו לפי דר. ריטשערד דאקינס, מלך הכופרים בזמנינו, און זיין טעאיסטיק ספּעקטרום, זענען רוב אטעאיסטן מער נעגאטיווע אטעאיסטן, און זאגן נאר "נישט יא", ווי איידער די פּאזיטיווע סארט, וואס זאגן א גראבע "ניין" צו טעאיזם - עס איז דאך דא בהם סקעפּטיסיזם אין דעם אליין.)

מי אניווען ס׳קומט צו דעם ענין איז מיין שפראך און ווערטער אויסוואל צו אָרעם צו מרחיב בדיבור זיין און אזוי אויך איז מיין שכל צו פארשטיין די ׳ווערטער׳ און ׳טערמינען׳ וואס אנדערע האבן געניצט צו באגרעניצט, סאוי העריז די דיעל:ניין, ניין, און נאכאמאל ניין.
וואס דער רמב"ם זאגט דארט איז אז "מציאות" איז א מקרה (אינעם פילאזאפישן טערמין פון "עקסידענט") על עצם (אינעם פילאזאפישן טערמין פון "סאָבּסטאנץ"). יעצט, קומט אויס אז ביי ג-ט וואו עס איז נישטא קיינע מקרים על עצמותו, קע מען נישט זאגן און עס קען נישט פאסן דאס טערמין "מציאות/עקזיסטענץ". ווען מ'נוצט דאס כלפי ג-ט איז עס equivocal און א לשון מושאל לגמרי, און האט נישט קיין שחר לפי וואס דער טערמין באדייט - אט דאס מיינט ער "נמצא ולא במציאות". (עס איז מער-ווייניגער דאס זעלבע ווי זאגן, לדוגמא, כלפיו אז ער איז אַ(ן אינפיניט) "בעל כח".) וממילא, ווי צוגעברענגט, איז קען מען נישט זאגן לגביו "אז ער עקזיסטירט" אין א פּאזיטיווע סענס - קענסט צום מערסטענסט זאגן אז "עס איז נישט אז ער עקזיסטירט נישט". און ביי דעם איז א מיעוט אחר מיעוט נישט לרבות. כמובן, שניידט דאס ביידע וועגן: קענסט פונקט אזוי אויך נישט זאגן סתם "אז ער עקזיסטירט נישט" - אין א נעגאטיווע סענס.
אלע ווערטער וואס איך האב געמאכט באָלד זאגט מיר אז די רעדע איז פון ״עפעס״ וואס אן עטיעסט גלייבט נישט דערינען... אין אנדערע ווערטער א מין (האומר שאין שם אלוקי) קעניש שרייבן דעם פערעגראף אזוי ווי דו האסטעס געשריבן. איזעס דיר נישט גענוג חילוק?
און נאכאמאל ניין.
"עפעס" = נמצא במציאות. אט דאס מיינט עס דאך דא און דאס איז די טייטש דערפון. און אין א פאזיטיוון סענס קען מען דאס נישט עפּלייען צו "ג-ט". און דאס עפּלייט פונקט אזוי צום געדאנק פון "עצם" דא, וואס איז "ולא במציאות". אין אנדערע ווערטער, ווי כ'האב צוגעברענגט אז דער טעאלאג (א מאמין נוצרי (וואס, כידוע, איז ביי דת הנוצרים ענין "אמונה" בעצם שטערקער צו זייער קריִד ווי ביי יהדות)) מישעל דע סערטוא האט געזאגט, וועט דער טעאיסט דאס אויך נעגעיטן נאכ'ן דאס זאגן.
איך גיי נוצן דיינע ווערטער פון "אן עטיעסט וואס גלייבט נישט דערינען": עס איז דא א חילוק צווישן "אַן עטיעסט וואס גלייבט נישט דערינען", וואס איז ל"ד א פראבלעם דא (דער נעגאטיווער אטעאיסט), און "אַן עטיעסט וואס גלייבט אז דייקא נישט דערינען" (דער פּאזיטיווער אטעאיסט), וואס איז יא א פראבלעם דא להרמב"ם. אין אנדערע ווערטער, א חילוק צווישן "לאו דוקא" און "דוקא לאו" - די ערשטע קען מען דערהייבן, אבער נישט דאס צווייטע.
און אין ווייטער אנדערע ווערטער, דו טענה'סט אז דער אטעאיסט פאקוסירט אומריכטיגערהייט נאר אויף די נעגאטיווע חלק פון "ולא במציאות". בשעת דו פאקוסירסט, פונקט אזוי אומריכטיגערהייט, נאר אויף די פּאזיטיווע חלק פון "נמצא" - דאס וואס דו מאכסט אין בּאָלד. זאג איך דיר אז מ'דארף אָננעמען ביידע צוזאמען, וואס דאס מיינט: נישט א פאזיטיווע "יא" און נישט א נעגאטיווע "ניין".
אגב, דו פארשטייסט אליינס אז די ווארט "ער" דא, וואס דו האסט אויך געמאכט אין בּאָלד, איז אויך א לשון מושאל, און דו אליין גייסט דאס אויך נעגעיטן נאכ'ן זאגן. ודון מינה אשארא, און אויף די ווארט "עפעס" וואס דו נוצט דא אויף... עםם... אים פונקט אזוי אויך.
ואחר כל זה, גלייב איך אז דו פארשטייסט וואס איך האב פריער געשריבן:

מי אניווייל ווי דו שרייבסט איז שפראך צו אָרעם צו דעפינירן דעם ענטיטי (ואפילו די ווארט "ענטיטי" אליינס דא אויך נישט). וא"כ, וויאזוי פונקטליך ווילסטו א פּאזיטיווע "יא" ענטפער אויף א שאלה/סטעיטמענט דערינען בענין זה, וואס גייט דאך זיין א זאץ אויסגעשטעלט מיט "שפראך" וואס דו ביסט מודה קען דאס נישט דעפינירן (ואפילו די ווארט "דאס" אליינס דא אויך נישט)? אטו בשופטני עסקינן? (ואולי איז דאס דאס וואס ליגט אונטער דעם מימרא פון "איך בין א נאַר און איך גלייב." והיינו, אז מ'ענטפערט "יא" אויף דזשיבּעריש סטעיטמענטס, וואס יעדעס סטעיטמענט אין דעם נושא, זייענדיג אז שפראך קען דאס נישט דערהייבן, איז אָלטימעטלי דזשיבּעריש ממבטו פון שפראך וכנ"ל. וממילא ענטפערן דערויף אז "יא", וואס איז דאך אויך מיט שפראך, איז נאַראָנעס.)איך האב געקלערט אז א טעזע פון די אשכול איז אז אויף די שאלה, ״דו גלייבסט אין ג-ט?״, איז נישט שייך קיין תשובה פון ״יא״ און אויך נישט א תשובה פון ״ניין״; עס איז כעין פרעגן, ״דו גלייבסט אין /-0ם'ןק/]םןיע?״, וואס די איינציגסטע תשובה וואס איז שייך צו אזא פראגע איז ״וואס?״. ולהרמב״ם איז אט דאס די הכרה צו וואס א מענטש א חכם דארף צוקומען - טאקע אט די פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך.
אלפאהרב אלפא, איר האט שוין געלערנט חומש/גמרא מיט א ביאור? עס איז דא כל מיני ביאורים אויף די זעלבע ווערטער. מען קען נעמען די זעלבע שטיקל און עס מסביר זיין מיט אנדערע ווערטער. יעדע ביאור קומט מיט זיין שניט. דו האסט גאר א געשמאקע וועג זיך מסביר צו זיין און אפילו אנדערע האבן שוין אראפגעברענגט די זעלבע געדאנק איז עס אינו דומה ווען עס קומט מיט דיין הסבר און קוק ווינקל. מי אני צו א צווייטער קען שרייבן ”יא יא” צו ”איה”נ,” דאס מיינט אז אין די עסענס איז עס איין געדאנק, אבער עס געט אסאך צו ווען דו ברענגסט עס ארויס אויף דיין וועג.אביסל א זייטיגע הערה'לע,
נאכן שנעל איבערגיין די אשכול אויבערפלעכליך, האב איך באמערקט אז וועלכע מחשבה/קאמענטאר/מיינונג מיין קאפ האט געפארעמט אויף א ספעציפישן שורה האט @מי אני מיר אויסגעכאפט אזוי בתוך-כדי-דיבור - נאך מיטן בארג פון ספרים אונטער זיך.
א חוץ פון שנעלקערן מיין עגא דערמיט, בין איך באמת נייגעריג, וואס איז די אויפטו פון (מיר עכ"פ) עס איבערצוגיין אדער איבער טראכטן, בעת וואס כמעט יעדע מחשבה'לע מיינע איז שוין געטראכט/געזאגט/ און אויסגעדראשן געווארן דורך פיל גרעסערע ווי מיר (חוץ טאמער זאל מען אננעמען די 6D קאנשעסנעס - וואס דאן בין איך אפשר גאר די דאזיגע ריזן - אין א צווייטן רעאליטעט... 😂 )?
סתם עס צו לערנען פאר מיר - הערט זיך אביסל useless. (חוץ פארשטייט זיך אויב נעמט מען אן דעם געדאנק אז אלעס איז בס"ה די פראצעס פון די אינפארמאציע - לינגוויסטיק..)
ארויסצוברענגען אדער לינקען פרישע אספעקטן דערצו הערט זיך ענדערש אוממעגליך.
עס צו reorganize'ן אדער רי'דעפיינען - איז ווידער א זאך וואס ברענגט פאטענציאל מער קאמפליקאציעס ווי אויפטו.
עס איז נוגע אין כמעט יעדע אפטיילונג פון וויסענשאפט ווי איך לייג אריין מיינע קאלטע פיס, און איך גלייב אנדערע פילן צומאל ענליך, האב איך עס דא ארויפגעברענגט...
א מיינונג פון איין מאן.
(מ”י אנ”י מיט די כולל = אלפ”א).
חדשיםדאס איז טאקע א פראבלעם.. דאס אז עס זענען דא אסאך ביאורים מאכט נאר שווערע צו טרעפן א 'ריכטיגע' פשט (whatever עס מיינט אין חומש/גמרא..) מען פארדינט נישט קיין סאך פון דרשות אין פשט'לעך וועלכע ווערן שפעטער פארוואנדלט אין פשוט פשט.אלפאהרב אלפא, איר האט שוין געלערנט חומש/גמרא מיט א ביאור? עס איז דא כל מיני ביאורים אויף די זעלבע ווערטער. מען קען נעמען די זעלבע שטיקל און עס מסביר זיין מיט אנדערע ווערטער. יעדע ביאור קומט מיט זיין שניטאביסל א זייטיגע הערה'לע,
נאכן שנעל איבערגיין די אשכול אויבערפלעכליך, האב איך באמערקט אז וועלכע מחשבה/קאמענטאר/מיינונג מיין קאפ האט געפארעמט אויף א ספעציפישן שורה האט @מי אני מיר אויסגעכאפט אזוי בתוך-כדי-דיבור - נאך מיטן בארג פון ספרים אונטער זיך.
א חוץ פון שנעלקערן מיין עגא דערמיט, בין איך באמת נייגעריג, וואס איז די אויפטו פון (מיר עכ"פ) עס איבערצוגיין אדער איבער טראכטן, בעת וואס כמעט יעדע מחשבה'לע מיינע איז שוין געטראכט/געזאגט/ און אויסגעדראשן געווארן דורך פיל גרעסערע ווי מיר (חוץ טאמער זאל מען אננעמען די 6D קאנשעסנעס - וואס דאן בין איך אפשר גאר די דאזיגע ריזן - אין א צווייטן רעאליטעט... 😂 )?
סתם עס צו לערנען פאר מיר - הערט זיך אביסל useless. (חוץ פארשטייט זיך אויב נעמט מען אן דעם געדאנק אז אלעס איז בס"ה די פראצעס פון די אינפארמאציע - לינגוויסטיק..)
ארויסצוברענגען אדער לינקען פרישע אספעקטן דערצו הערט זיך ענדערש אוממעגליך.
עס צו reorganize'ן אדער רי'דעפיינען - איז ווידער א זאך וואס ברענגט פאטענציאל מער קאמפליקאציעס ווי אויפטו.
עס איז נוגע אין כמעט יעדע אפטיילונג פון וויסענשאפט ווי איך לייג אריין מיינע קאלטע פיס, און איך גלייב אנדערע פילן צומאל ענליך, האב איך עס דא ארויפגעברענגט...
ווען איך קום אבער אויף מיט א פשט וועלכע פילט זיך צום זאך און דערנאך טרעף איך עס און א פריערדיגע איז עס א קאמפלימענט.
ווען דאס געשעט צופיל מאל (אזויווי אין דעם פאל דא - אדער אין פילאסאפיע בכלליות) איז עס א סימן אז איך בין געבוירן שפעט אין היסטאריע...
חדשיםעס איז א נקודה!דו האסט גאר א געשמאקע וועג זיך מסביר צו זיין און אפילו אנדערע האבן שוין אראפגעברענגט די זעלבע געדאנק איז עס אינו דומה ווען עס קומט מיט דיין הסבר און קוק ווינקל. מי אני צו א צווייטער קען שרייבן ”יא יא” צו ”איה”נ,” דאס מיינט אז אין די עסענס איז עס איין געדאנק, אבער עס געט אסאך צו ווען דו ברענגסט עס ארויס אויף דיין וועג.
אבער לענ"ד גייט דאס אריין בבחינת ''בני הזהר עשות ספרים הרבה... ולהג הרבה יגיעת בשר'' עס דארף טאקע זיין די ארבייט פון יעדן יחיד איבערצוטייטשן אין אננעמען די ווערטער אויף 'זיין אייגענע שפראך'. ארויסצושרייבן ווען עס איז שוין געשריבן לייגט נאר צו אומוויכטיגע שיכטן פון קאמפלעקציטעט.
פאר אייגענע תלמידים, אדער אויף א פרישע פלאטפארמע ווי דא לדוגמא, דארף אודאי זיין דער איינער וואס אינטראדוסט עס מיט זיין שפראך. וד"ל
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=531058#p531058
ס'איז ידוע פון אסאך מקורות אז נביאה איז כפי די תכונות וידיעות פונעם נביא (חולדה הנבואה.. ירמיהו.. רמב"ם אין אפאר פלעצער)
ס'וואונדערט ווי אזוי וואלט די תורה, נ"ך, אויסגעזעהן אויב יעדער פון די נביאים וואלט געהאט אייוואסקא פארדעם?
אתמהה

דיין ארגומענט איז געבויעט אויפ׳ן מו״נ פנ״ז, דעריבער וואלטיך ערשט געוואלט גרינטלעך פארשטיין דעם פרק. (אויב ווילסטו געבן א שיעור דערויף, איים אין....)
במושכל ראשון פארשטיי איך (לערן איך אפ) דעם מו״נ אז די רעדע איז איבער מציאות vs מהות (כאטש ס׳ליגט אפשר נישט אזוי אינעם לשון). דעריבער דאס וואס מ׳קען ענטפערן א קלארע ׳יא׳, איז נאר בנוגע מציאתו ית׳ אבל מהותו לא נודע...
׳אינו במציאות׳ וועט לפי זה מיינען אז ער טראגט נישט דעם זעלבן מהות וואס מציאות פארמאגט

פאר איך גיי צוגיין דערצו, וויל איך צום ערשט פארשטערקערן דיין קשיא - א שטאל מאן ארגומענט (דאס פארקערטע פונעם באקאנטן שטרוימאן ארגומענט). והיינו, אז לשון הרמב"ם בפי' המשנה שלו בהקדמתו לפרק חלק, וואו ער איז מבאר זיין ערשטע עיקר ויסוד, איז:
איז, ראשית כל, סתם אזוי ידוע, אז, ווי איך האב געשריבן בריש האשכול און דא אביסל מער מבאר געווען, זענען די עיקרים אין די פירוש המשנה געשריבן געווארן פאר די ל"ד סאפיסטיקירטע מאסן, און זענען ל"ד וואס דער רמב״ם האט טאקע באמת געהאלטן. בדיוק זיכער נישט. זאת ועוד, אז ווי איך האב צוגעברענגט פונעם גר"ח איז ״כלל גדול אצלינו שאין להקשות על סתירה שבין ספר היד לספר מורה נבוכים״ (ודלא כהמשך חכמה). ולכאורה ה"ה לגבי להקשות מפירוש המשנה על המו"נ.
און יעצט צום גוף השאלה דיינער, וואס דערנאך 'עמיר צוריקומען צום פירוש המשנה והיד החזקה. ווען מ'רעדט איבער "מציאות" כלפי "ג-ט", וממבטו של הרמב"ם, איז "מציאותו" הוא הוא "מהותו", ואין לחלק ביניהם. און אז דו קענסט נישט משיג זיין, וממילא רעדן (אין א פּאזיטיוון סענס) איבער, "מהותו", צו וועלכע דו ביסט מודה, דאן ה"ה לגבי "מציאותו". וע"ש בהפירוש על פ"א ה"א בהל' יסודי התורה:
ווי איך האב שוין פריער געזאגט, איז זיין ביאור דערויף בפנ"ז (אין גאר קורצן) עפ"י די חילוק בפילוסופית הביניים צווישן "עצם" און די 9 סארט "מקרים" וואס קענען פאַלן אויף דעם "עצם". און ווי דער חובת הלבבות בשער היחוד פ"ז איז דאס מבאר:
(עס איז מן הראוי לציין אז דער נרבוני און דער מורה המורה ברענגן אראפ אז עפ"י אבן רשד איז "מציאות" נישט א מקרה נוסף על העצם. און דאס רירט שוין אויך אָן, ווי איך האב שוין געזאגט, אויף וואס קאנט האט געזאגט לגבי "מציאות", אז ס'איז נישט קיין פּרעדיקעט של דבר מה. אבער דער רמב"ם האט יא אזוי געהאלטן. ואגב, דער מורה המורה דערמאנט טאקע מיין קשיא בנוגע די אינפיניט ריגרעס פון "צי מציאות/עקזיסטענץ עקזיסטירט?" וכן הלאה והלאה, וואס ער זאגט ווערט נאר שווער טאמער איז "מציאות" א מקרה ע"ש. ואגב, די תירוץ פון אבן כספי בחילוק הלשונות איז מיר אביסל שווער, וויבאלד אבן סינא, אבן רשד, און דער רמב״ם האבן אלע גערעדט דעם זעלבן שפראך פון אראביש, און אין דעם איז געשריבן געווארן דער מו״נ. ווי אויך קומט עס מיר פאר אביסל שווער ווי ״מציאות״ בלשה״ק האט אַן אנדערע משמעות און עס איז א דבר נוסף, ווי די זעלבע ווארט אין אראביש.)
לשבר את האוזן, וועל איך נוצן די משל וואס דו האסט פריער געשריבן:
און יעצט קומט מען צוריק צום פירוש המשנה והיד מיט וואס מ'האט אָנגעהויבן. והיינו, אז ווי איך ברענג דא ארויס מיט מאטעמאטישע סימבּאלן במשנתו של הרמב"ם, זאגט דער (פּאזיטיווער) אטעאיסט צום גאנצן געדאנק פון מציאות אלקות א 0. וואס דאס מיינט אז עס איז נישטא (ער זאגט נישט קיין 1-, ווייל ער זאגט נישט אז עס איז דא "ווייניגער" מציאות ווי גארנישט אין דעם). משא"כ דער (פילאזאפישער) מאמין הייבט אָן מיט א פּאזיטיוון ענטפער אויף דעם, אַן 1, וואס דאס איז די "יא" מיט וואס ער (און דו) הייבן אָן. אבער גראד דערנאך איז דאך דא די פראבלעם אז אפילו "מציאות" קען מען למעשה נישט זאגן אויף דעם קאנצעפּט וכנ"ל, וויבאלד הוא הוא מהותו ועצמותו וואס מ'קען נישט זאגן קיין פּאזיטיוו דערביי. ולכן ווערט דאס געפאַלויט מיט א 1- דאס צו קוואַליפיצירן און בעצם נעגעיטן. די חילוק איז אבער אז ביי דעם איז דאס למעשה אויסדרוקליך נישט דער 0 וואס דער (פּאזיטיווער) אטעאיסט זאגט דערביי! און דאס איז ווייל די 1- וואס ער לייגט דערנאך צו איז נישט דער "ניין", וואס דאס איז די 0, וואס דער אטעאיסט זאגט. עס איז פשוט א "נישט-יא" (1-) צום פריערדיגן "יא" (1). וואס דאס למעשה טוהסטו אויך. (און נאר דאס טוהט אויך דער נעגאטיווער אטעאיסט, וועמען איך פארטיידיג ממבט הרמב"ם.) דאס איז דער "נמצא (1) ולא במציאות (1-)".
כמובן, איז אט די צווייטע שלב פונעם 1-, און "נישט-יא" צום פריערדיגן "יא", און פארשטיין אז דאס איז נישט דאס זעלבע ווי א גראבע "ניין" (און 0), היבש פילאזאפיש דקות'דיג און סאפיסטיקירט, ולאו כל מוחא סביל דא. (דער רמב"ם הייבט טאקע אָן פנ"ז מיט'ן שרייבן "יותר עמוק מן הקודם". און ווי דער אפודי איז דאס דארט מפרש: ר״ל העומק בזה הפרק הוא שיבאר ששלשה תוארים יסכימו כל העולם שאפשר שיאמרו בו יתעלה [מציאות, אחדות, וקדמות], ואיננו כן לפי האמת ולפי הדיקדוק ע"ש. וכן פירש שם השם טוב וז"ל: ואמר הרב שזה יותר עמוק מן הקודם למה שהכל מסכימין שיש לו אלה הג׳ תוארים, והוא כי הוא ית׳ נמצא וכי היא אחד וכי הוא קדמון, רצה לבאר כי אפילו אלו השלשה תוארים לא יצדקו עליו שהוא נמצא ולא שהוא אחד ולא שהוא קדמון ע"ש. וכן פירש שם אבן כספי, און ווי ער ענדיגט דארט צו: הנה כוונת זה הפרק ביאור המנע ממנו ית׳ אף אלו השמות התוארים היחידים שכל העולם מפליג שהוא מחוייב להניחם עליו ע"ש.) ולכן, בפירוש המשנה וביד החזקה, וואס דאס איז פאר די מאסן וכל הקהל הקודש (הצריכין ג"כ לקיים התורה, והבסיס להם על זה הוא רק בפּאזיטיווע מְצַוֶה בפועל וכו'), שרייבט ער נאר די ערשטע שלב פון דעם "יא", וואס ביי דעם גרידא איז דאס דאך יא פּאזיטיוו. פאר די מער סאפיסטיקירטע חכמים איז ער מסביר במו"נ דעם נעקסטן צווייטן שלב - די הכרה צו וועלכע מ'דארף טאקע צוקומען.
אין א "בּאָמפּער סטיקער": וואס איך וויל אויך ארויסברענגען איז אז עס איז דא א (גרויסע) חילוק צווישן נישט זאגן (אדער זאגן ״נישט״ צו) "אני מאמין באמונה שלימה", און צווישן יא זאגן "אני כופר בכפירה שלימה". זיי זענען נישט דאס זעלבע דא. ודי בזה.
ואגב, עס איז דא נאכאמאל מן הראוי לציין צו וואס כ'האב פריער צוגעברענגט פון דר. געווין היימאן. והיינו, ער ברענגט ארויס אז פּאזיטיווע אטעאיזם, און זאגן א גראבע "ניין" צו טעאיזם, האט נאר געקענט צושטאנד קומען דורך די חולקים על הרמב"ם, און די טעאלאגן/מאמינים וועלכע האבן נישט געוואלט גיין אזוי ראדיקאל אין דעם נעגאטיווע טעאלאגיע ווי דער רמב"ם. (ובכגון דא, די וועלכע האבן נישט געקענט פארדייען צו אויך זאגן די נעגעישאן פון "מציאות" כלפי "ג-ט".) ווייל, עפ"י דרכו של הרמב"ם, ווי קען א מענטש, עכ"פ וואס פארשטייט זיין שיטה, זאגן א גראבע "ניין"? אויף פונקטליך וואס זאגט ער "ניין"?! עס האט דאך נישט קיין שחר. אָלטימעטלי טוהט דאך דער טעאיסט פונקט אזוי דאס נעגעיטן, מיט א "נישט-יא". והגם זיי זענען נישט דאס זעלבע כנ"ל, איז דברי הפּאזיטיווער אטעאיסט נאך אלס בלי שחר, ווען ער וויל גיין קעגן דער טעאיסט. אין אנדערע ווערטער, טאמער איז די איינציגסטע קאנסעפּשאן פון ״ג-ט״ וואס איז דא, דעם מיסטעריעזע vague ״יא נישט-יא״ ג-ט הנ״ל, דאן וואו פונקטליך איז חל דערויף א גראבע ״ניין״? (און אחוץ זיין א רשע און ראָנג, איז ער נאך א טיפש אויך לדעת הרמב"ם.)
***
אז איך האב צוגעשטעלט דעם ענין פון העדר הדיבור בעניני אישות לענין, להבדיל, העדר הדיבור בעניני אלקות, קען מען מיט דעם אפשר זאגן א רמז אינעם מימרא פונעם שרייבער אַסקער וויילד:
***
איך האב געקלערט א רמז בענין זה, אז די גמרא זאגט בקידושין סה.
און גאר אַן ענליכן לשון שרייבט ער אין די ערשטע פיר הלכות בהל' יסודי התורה (דער כסף משנה באמערקט דארט טאקע אז די ווארט "שם" וואס ער ווארפט אריין איז מצחות לשון ערבי ותחת [אות] ה״א הידיעה ע"ש. וואס זיין פירוש המשנה איז געשריבן געווארן בלשון ערבי, כמו ספרו המו"נ, לעומת המשנה תורה וואס איז יא, אפילו אריגינעל, געשריבן געווארן בלשה"ק). עכ"פ זעה'מיר לכאורה אז ער נוצט יא זייער א פּאזיטיווע לשון, בקום ועשה, אין וואס מ'דארף יא גלייבן כלפי מציאותו, ודלא כדברי?!היסוד הראשון, מציאות הבורא יתברך. והוא שיש שם נמצא שלם בכל דרכי המציאות, והוא עלת מציאות הנמצאים כולם, בו קיום מציאותם וממנו קיומם. ואלו יעלה על הלב העדר מציאותו, נתבטלה מציאות כל הנמצאים, ולא נשאר נמצא שיתקיים מציאותו. ואם נעלה על לבנו העדר הנמצאים כולם זולתו, לא יתבטל מציאות השם יתברך ולא תגרע. כי הוא מסתפק במציאותו, ודי לו בעצמו, ואינו צריך במציאותו לזולתו. וכל מה שזולתו מן השכלים, רצוני לומר המלאכים וגופי הגלגלים, ומה שיש בתוכם, ומה שיש למטה מהם, הכל צריכים במציאותם אליו. וזה היסוד הראשון מורה עליו דיבור (שמות כ ב) אנכי ה' אלקיך.
איז, ראשית כל, סתם אזוי ידוע, אז, ווי איך האב געשריבן בריש האשכול און דא אביסל מער מבאר געווען, זענען די עיקרים אין די פירוש המשנה געשריבן געווארן פאר די ל"ד סאפיסטיקירטע מאסן, און זענען ל"ד וואס דער רמב״ם האט טאקע באמת געהאלטן. בדיוק זיכער נישט. זאת ועוד, אז ווי איך האב צוגעברענגט פונעם גר"ח איז ״כלל גדול אצלינו שאין להקשות על סתירה שבין ספר היד לספר מורה נבוכים״ (ודלא כהמשך חכמה). ולכאורה ה"ה לגבי להקשות מפירוש המשנה על המו"נ.
און יעצט צום גוף השאלה דיינער, וואס דערנאך 'עמיר צוריקומען צום פירוש המשנה והיד החזקה. ווען מ'רעדט איבער "מציאות" כלפי "ג-ט", וממבטו של הרמב"ם, איז "מציאותו" הוא הוא "מהותו", ואין לחלק ביניהם. און אז דו קענסט נישט משיג זיין, וממילא רעדן (אין א פּאזיטיוון סענס) איבער, "מהותו", צו וועלכע דו ביסט מודה, דאן ה"ה לגבי "מציאותו". וע"ש בהפירוש על פ"א ה"א בהל' יסודי התורה:
וואו מ'קען גראד זעהן, טוהט די געדאנק פון "לא נוכל להשיג מהותו", וואס "מציאותו הוא מהותו", קוואַליפייען און בּעיסיקלי נעגעיטן דעם "נאמר שהוא מצוי" הבא אחריו. האסט דאך יעצט געזאגט אז מ'קען דאס נישט משיג זיין! דאס איז בעצם וואס דער רמב"ם זאגט בפנ"ז, וואו ער איז מער מסביר בעיון דעם פילאזאפישן אונטערגרונט (און דאס איז בעצם עפ"י אבן סינא, וכדפירש שם הנרבוני ושאר מפרשיו) פארוואס טאקע מ'קען נישט זאגן אויף "ג-ט" אז ער איז "מצוי", און וואס באדייט דאס פונקט. (ואגב, עיין בפירוש ר' יוסף אבן כספי על פנ"ח, וואו ער שרייבט אז מציאות בלא מהות מאכט טאקע בעצם נישט קיין סענס. ער מאכט דארט אויך א חילוק אז מ'זאל נישט זאגן אויף ג-ט "מחוייב" המציאות, נאר איידער "הכרחי" המציאות ע"ש.)לא נוכל להשיג מהותו אלא נאמר שהוא מצוי ומציאותו הוא מהותו ואינה תוספת על מהותו.
ווי איך האב שוין פריער געזאגט, איז זיין ביאור דערויף בפנ"ז (אין גאר קורצן) עפ"י די חילוק בפילוסופית הביניים צווישן "עצם" און די 9 סארט "מקרים" וואס קענען פאַלן אויף דעם "עצם". און ווי דער חובת הלבבות בשער היחוד פ"ז איז דאס מבאר:
יעצט, דעם צווייטן עיקר פון יחוד ה' באדייט אז דאס מושג פון "ג-ט" איז פשטות הגמור, אין דעם אז עס איז נישטא קיין שום מאָלטיפּליסיטי אין דעם כלל. וממילא איז נאר דא דערביי "עצם" ולא שום "מקרה" (אין דעם פילאזאפישן טערמין/באדייט הנ"ל) כלל. אבער דער רמב"ם האט געהאלטן אז "מציאות" איז אויך א "מקרה" וואס פאַלט אויף אַן "עצם", וממילא קען דאס נישט עפּלייען כלפי (די מושג פון) "ג-ט" וואס איז נאר אַן "עצם". אבער למעשה האט ער דאך הוכחות וואס ווייזן יא אהין צו "ג-ט" און וואס צייגן אז ״ג-ט״ איז גאר מחוייב המציאות. וממילא מוז מען זאגן "נמצא ולא במציאות". און אט דאס זאגט מישעל דע סערטעא אויך.וכבר אמר הפילוסוף כי סוגי הסוגים הם עשרה והם עצם וכמה ואיך ומצטרף ואנה ומתי ומצב וקנין ופועל ונפעל.
(עס איז מן הראוי לציין אז דער נרבוני און דער מורה המורה ברענגן אראפ אז עפ"י אבן רשד איז "מציאות" נישט א מקרה נוסף על העצם. און דאס רירט שוין אויך אָן, ווי איך האב שוין געזאגט, אויף וואס קאנט האט געזאגט לגבי "מציאות", אז ס'איז נישט קיין פּרעדיקעט של דבר מה. אבער דער רמב"ם האט יא אזוי געהאלטן. ואגב, דער מורה המורה דערמאנט טאקע מיין קשיא בנוגע די אינפיניט ריגרעס פון "צי מציאות/עקזיסטענץ עקזיסטירט?" וכן הלאה והלאה, וואס ער זאגט ווערט נאר שווער טאמער איז "מציאות" א מקרה ע"ש. ואגב, די תירוץ פון אבן כספי בחילוק הלשונות איז מיר אביסל שווער, וויבאלד אבן סינא, אבן רשד, און דער רמב״ם האבן אלע גערעדט דעם זעלבן שפראך פון אראביש, און אין דעם איז געשריבן געווארן דער מו״נ. ווי אויך קומט עס מיר פאר אביסל שווער ווי ״מציאות״ בלשה״ק האט אַן אנדערע משמעות און עס איז א דבר נוסף, ווי די זעלבע ווארט אין אראביש.)
לשבר את האוזן, וועל איך נוצן די משל וואס דו האסט פריער געשריבן:
בְּתוֹךְ עַמִּיאבער, איך גלייב(…) אז אויב איך וועל דיר דרוקן צום וואנט און פרעגן: "איז דער באשעפער עפעס?" וועסטו ענטפערן (בערך): "יא, אבער..." און זיך נעמען דרייען מיט'ן צונג וכדומה. דאס איז ווייל, ווי כ'האב געזאגט, איז די טייטש פון דאס ווארט "עפעס" = "נמצא במציאות", וואס דאס קען מען נישט זאגן אויף "ג-ט" (פונקט אזוי ווי די ווארט "ער", וואס דו האסט אויך געמאכט אין בּאָלד און דו וואלסט פונקט אזוי נעגעיטעד; און איך גלייב דאס זעלבע וואלט געווען לגבי נוצן די ווארט "עס" כלפיו). די "אבער..." און דרייען מיט'ן צונג איז בעצם א קוואַליפיקעישאן און נעגעישאן פון אט דעם "יא" מיט וואס דו האסט אָנגעהויבן מיט, וואס איז געווען מחמת הוכחות/אמונה וואס דו האסט שוין געהאט פון פריער אין דעם קאנצעפּט.אלע ווערטער וואס איך האב געמאכט בּאָלד זאגט מיר אז די רעדע איז פון ״עפעס״ וואס אן עטיעסט גלייבט נישט דערינען
און יעצט קומט מען צוריק צום פירוש המשנה והיד מיט וואס מ'האט אָנגעהויבן. והיינו, אז ווי איך ברענג דא ארויס מיט מאטעמאטישע סימבּאלן במשנתו של הרמב"ם, זאגט דער (פּאזיטיווער) אטעאיסט צום גאנצן געדאנק פון מציאות אלקות א 0. וואס דאס מיינט אז עס איז נישטא (ער זאגט נישט קיין 1-, ווייל ער זאגט נישט אז עס איז דא "ווייניגער" מציאות ווי גארנישט אין דעם). משא"כ דער (פילאזאפישער) מאמין הייבט אָן מיט א פּאזיטיוון ענטפער אויף דעם, אַן 1, וואס דאס איז די "יא" מיט וואס ער (און דו) הייבן אָן. אבער גראד דערנאך איז דאך דא די פראבלעם אז אפילו "מציאות" קען מען למעשה נישט זאגן אויף דעם קאנצעפּט וכנ"ל, וויבאלד הוא הוא מהותו ועצמותו וואס מ'קען נישט זאגן קיין פּאזיטיוו דערביי. ולכן ווערט דאס געפאַלויט מיט א 1- דאס צו קוואַליפיצירן און בעצם נעגעיטן. די חילוק איז אבער אז ביי דעם איז דאס למעשה אויסדרוקליך נישט דער 0 וואס דער (פּאזיטיווער) אטעאיסט זאגט דערביי! און דאס איז ווייל די 1- וואס ער לייגט דערנאך צו איז נישט דער "ניין", וואס דאס איז די 0, וואס דער אטעאיסט זאגט. עס איז פשוט א "נישט-יא" (1-) צום פריערדיגן "יא" (1). וואס דאס למעשה טוהסטו אויך. (און נאר דאס טוהט אויך דער נעגאטיווער אטעאיסט, וועמען איך פארטיידיג ממבט הרמב"ם.) דאס איז דער "נמצא (1) ולא במציאות (1-)".
כמובן, איז אט די צווייטע שלב פונעם 1-, און "נישט-יא" צום פריערדיגן "יא", און פארשטיין אז דאס איז נישט דאס זעלבע ווי א גראבע "ניין" (און 0), היבש פילאזאפיש דקות'דיג און סאפיסטיקירט, ולאו כל מוחא סביל דא. (דער רמב"ם הייבט טאקע אָן פנ"ז מיט'ן שרייבן "יותר עמוק מן הקודם". און ווי דער אפודי איז דאס דארט מפרש: ר״ל העומק בזה הפרק הוא שיבאר ששלשה תוארים יסכימו כל העולם שאפשר שיאמרו בו יתעלה [מציאות, אחדות, וקדמות], ואיננו כן לפי האמת ולפי הדיקדוק ע"ש. וכן פירש שם השם טוב וז"ל: ואמר הרב שזה יותר עמוק מן הקודם למה שהכל מסכימין שיש לו אלה הג׳ תוארים, והוא כי הוא ית׳ נמצא וכי היא אחד וכי הוא קדמון, רצה לבאר כי אפילו אלו השלשה תוארים לא יצדקו עליו שהוא נמצא ולא שהוא אחד ולא שהוא קדמון ע"ש. וכן פירש שם אבן כספי, און ווי ער ענדיגט דארט צו: הנה כוונת זה הפרק ביאור המנע ממנו ית׳ אף אלו השמות התוארים היחידים שכל העולם מפליג שהוא מחוייב להניחם עליו ע"ש.) ולכן, בפירוש המשנה וביד החזקה, וואס דאס איז פאר די מאסן וכל הקהל הקודש (הצריכין ג"כ לקיים התורה, והבסיס להם על זה הוא רק בפּאזיטיווע מְצַוֶה בפועל וכו'), שרייבט ער נאר די ערשטע שלב פון דעם "יא", וואס ביי דעם גרידא איז דאס דאך יא פּאזיטיוו. פאר די מער סאפיסטיקירטע חכמים איז ער מסביר במו"נ דעם נעקסטן צווייטן שלב - די הכרה צו וועלכע מ'דארף טאקע צוקומען.
אין א "בּאָמפּער סטיקער": וואס איך וויל אויך ארויסברענגען איז אז עס איז דא א (גרויסע) חילוק צווישן נישט זאגן (אדער זאגן ״נישט״ צו) "אני מאמין באמונה שלימה", און צווישן יא זאגן "אני כופר בכפירה שלימה". זיי זענען נישט דאס זעלבע דא. ודי בזה.
ואגב, עס איז דא נאכאמאל מן הראוי לציין צו וואס כ'האב פריער צוגעברענגט פון דר. געווין היימאן. והיינו, ער ברענגט ארויס אז פּאזיטיווע אטעאיזם, און זאגן א גראבע "ניין" צו טעאיזם, האט נאר געקענט צושטאנד קומען דורך די חולקים על הרמב"ם, און די טעאלאגן/מאמינים וועלכע האבן נישט געוואלט גיין אזוי ראדיקאל אין דעם נעגאטיווע טעאלאגיע ווי דער רמב"ם. (ובכגון דא, די וועלכע האבן נישט געקענט פארדייען צו אויך זאגן די נעגעישאן פון "מציאות" כלפי "ג-ט".) ווייל, עפ"י דרכו של הרמב"ם, ווי קען א מענטש, עכ"פ וואס פארשטייט זיין שיטה, זאגן א גראבע "ניין"? אויף פונקטליך וואס זאגט ער "ניין"?! עס האט דאך נישט קיין שחר. אָלטימעטלי טוהט דאך דער טעאיסט פונקט אזוי דאס נעגעיטן, מיט א "נישט-יא". והגם זיי זענען נישט דאס זעלבע כנ"ל, איז דברי הפּאזיטיווער אטעאיסט נאך אלס בלי שחר, ווען ער וויל גיין קעגן דער טעאיסט. אין אנדערע ווערטער, טאמער איז די איינציגסטע קאנסעפּשאן פון ״ג-ט״ וואס איז דא, דעם מיסטעריעזע vague ״יא נישט-יא״ ג-ט הנ״ל, דאן וואו פונקטליך איז חל דערויף א גראבע ״ניין״? (און אחוץ זיין א רשע און ראָנג, איז ער נאך א טיפש אויך לדעת הרמב"ם.)
***
אז איך האב צוגעשטעלט דעם ענין פון העדר הדיבור בעניני אישות לענין, להבדיל, העדר הדיבור בעניני אלקות, קען מען מיט דעם אפשר זאגן א רמז אינעם מימרא פונעם שרייבער אַסקער וויילד:
והיינו, אז אלס איז אלקות. און אלקות אליין איז דעם פּרינציפּ און כח פון עקזיסטענץ.Everything in the world is about s*x except s*x. S*x is about power
***
איך האב געקלערט א רמז בענין זה, אז די גמרא זאגט בקידושין סה.
און די גמרא פירט אויס אז אין חוששין לקידושיו, וויבאלד מ׳לערענט דאס ארויס דבר דבר מממון אז ס׳דארף זיין צוויי עדים דייקא ע״ש. האב איך געקלערט אז די גמרא זאגט דארט בע״ב אז לא איברי סהדי אלא לשיקרי ע״ש, און די גמרא זאגט בשבת נה: אז חותמו של הקב״ה איז אמת ע״ש. ולכן, לגבי ״המקדש״, והיינו הקב״ה (ויקרא יט ב) כי קדוש אני ה׳ אלקיכם, וואס חותמו איז ״אמת״ נגד שקר, וואס די ענין פון עדים איז רק מחמת השקר ולהעמיד האמת, איז ביי א שאלה אין דעם (ביי עד ״אחד״, וואס אפילו דעם תואר פון ״אחדות״ קען מען אויך נישט זאגן כלפי ג-ט אין א פּאזיטיוון עסענס, ווי דער רמב״ם זאגט דארט בפי״ז הנ״ל), איז ביי רב יהודה געווען ״אין ולא ורפיא בידיה״, לרמז אז ביי דעם מושג פון ג-ט והקב״ה ארבעט דאס מיט ״יא נישט-יא״ (דאס מיינט די ״לא״ דא - נישט א ״ניין״) וכנ״ל. (און דאס איז טאקע ביי דעם אז אין דבר שבערוה פחות משנים, וואס אונז הא׳מיר צוגעגליכן ענין העדר הדיבור בענין ערוה צו דאס אלעס. ולכן פירש״י שם דבכל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה. ועיין לעיל שהבאתי דברי הרב דר. נתן סליפקין לבאר ענין ״קדושה״ לפי הרמב״ם.)המקדש בעד אחד אין חוששין לקידושיו. בעו מיניה מרב יהודה שניהם מודים מאי, אין ולא ורפיא בידיה
איך ווייס אז ׳דו׳ ביזט נישט זיכער צו דו עקזעסטירט 🙂 , אבער ׳איך׳ בין יא זיכער אז אויף קאווע שטיבל איז דא א ניק @מי אני וואס דערינטער געפינט זיך [מצוי] א חשוב׳ע איד וואס איך ווייס (כמעט) גארנישט איבער אים [מהות].
איה״נ, אז דו קענסט טענה׳ען אז אתה ומהותך זענען נישט איינס און דאס זעלבע, אבער איך זע נישט אז דאס זאל גורע זיין פון עס צו ניצן פאר עטליעסט א משל