גאט שטייט אויף תחיית המתים
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16714
גאט שטייט אויף תחיית המתים
א מאדנע ערשיינונג האט זיך לעצטנס באוויזן אויפ'ן האריזאנט, אלט באקאנטע אטעאיסטן און עגאנסטיקס וואס פלעגן יארן לאנג זיך שלאגן מיט ציין און נעגל קעגן יעדע זאך וואס שמעקט נאר פון רעליגיע מאכן פלוצלונג א 180 גראד דריי און ווערן מיטאמאל גרויסע פאטריאטן פאר גאט און פאנגען אן פרעדיגן "Judeo-Christian values" ווי מ'רופט עס. כ'האב אנגעפאנגען שרייבן אפאר פאראגראפן אביסל בעקגראונד היסטאריע, ווי גאט איז געשטארבן בזמנו של ניעטשע, ווי ער איז וואונדערליך אויפגעשטאנען תחיית המתים אינעם פאוסט קאוויד עפאכע קעגן יעדנ'ס ערווארטונגען, און וויאזוי Wokeism איז א דירעקטע גורם דערצו, אבער ס'האט זיך פארמעקט בטעות און כ'האב נישט קיין נערוון פונקט יעצט אויפ'ן מינוט זיך צו נעמען שרייבן נאכאמאל וועל איך עס לאזן פאר א צווייטן, סייווי איז עס אן ערשיינונג וואס פארדינט זיך א טיעפע און ברייטע אנאליז פון מערערע פערספעקטיווען. פון Douglas Murray האב איך לעצטנס געהערט אז ער אידענטיפיצירט זיך אלץ אן "Agnostic Christian", דשאו ראוגען איז שוין פונלאנג פון די פאנטרעגער, נאך אפאר חברה וואס איך געדענק שוין נישט אויפ'ן מינוט אדער זענען נישט אזוי באקאנט פאר'ן עולם, און יעצט האב איך באמערקט אז JP Sears האט ארויסגעגעבן א ווידיאו וואו ער טוט זיך אפיציעל אנשליסן אינעם מאוומענט, אויב האט איר זיך נאכנישט אנגעשטויסן אין דעם פענאמענען איז דאס א פערפעקטער עקזעמפל, הערט און שטוינט.
טשילס...! פאר מיר מיינט דאס אז מיר האלטן ביי סוף יומיא און ס׳איז העכסט צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
ס'איז זייער פשוט די פאנאמענאן. די חברה האבן אמאל נישט געגלייבט און גאט, ווייל זיי האבן נישט געהאלטן ביים פאלגן וואס די רעליגיע פאבראצירער און פאנטרעגער האבן זיי איינגעטיילט.
צווישן אונז גערעדט, די אלע פאלשע רעליגיעס זענען דאך נאר געמאכט געווארן פאר די הויפטן צו פארדינען כבוד, געלט, און שררה. קען זיין אז ביי געוויסע פונקטן און היסטאריע זענען געווען געוויסע פירערס וואס האבן עס באמת געמיינט ערנסט, אבער אין אלגעמיין, לאכן די פירערס אין זייער בעדרום פון די אלע תמימות'דיגע גולמים.
די קליגע חברה פונעם המון עם, כאפן טאקע די געים און לאכן זיך אויס, זיי געבן ארויס ביכער, ווידיאוס, און שפעטן פון די גאנצע זאך.
אמאל מאכט זיך אבער איינער, וואס ער זעט אז היינט איז ער שוין גענוג גרויס, און ער קען שוין אויסניצן רעליגיע פאר זיינעטוועגן. ער האט שוין פרישע פערדן וועמען 'ער' קען אויסמעלקן, דעריבער דערקלערט ער זיך אויך אלס מאמין!
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
@שמן למאור: איך מיין אז דו טרייבסט אביסל איבער, איך קוק עס אן אסאך פשוט'ער. אמאל האט מען זיך געדארפט שלאגן קעגן גאט ווייל די שארלאטאנען האבן איהם אויסגענוצט פאר זייערע אגענדעס, היינטיגע צייטן האבן זיי שוין אבער פונלאנג פארלוירן זייער קאנטראל. דער פויפסט איז שוין איררעלעוואנט פאר 500 יאר זייט מארטין לוטר, די רבנים זענען שוין איררעלעוואנט שוין פאר 100 יאר זייט דעם emancipation, געב עס נאך אפאר יאר און די אימאמס וועלן ווערן פונקט אזוי איררעלעוואנט, שוין נישט דא מיט וועם זיך צו שלאגן אויף יענע זייט. היינטיגע צייטן זענען די שארלאטאנען און חורבנות אנדרייער בכלל נישט אויף גאט'ס זייט, פארקערט, דער woke שארלאטאן וויל אז דו זאלסט בדווקא נישט גלייבן אין גאט, איז דאס זיך באנוצן מיט גאט זיך צו שלאגן קעגן זיי א גוטע סטראטעגיע. הגם ס'מעגליך אז איך רעד נישט צום ריכטיגן אודיענץ דא ווייל א גרויסער עולם דא איז נאך אונטער די קאנטראל פון די שארלאטאנען, געוויסע מער און געוויסע ווייניגער, געוויסע ברצון און געוויסע באונס, פארשטיי איך אז די מלחמה קעגן גאט דינט נאך א צוועק פאר זיי און ס'איז זיי שווער צו פארשטיין דעם אלגעמיינעם אמעריקאנער'ס קוקווינקל. ס'איז אזויווי די סאטמארע וואס שלאגן זיך קעגן ציונות ווייל ס'ברענגט אונטער "אידישקייט", הגם דו קענסט נאך טרעפן איינצעלנע pockets פון ציונים דא דארט אבער אין אלגעמיין איז ציונות מער נישט קיין געפאר פאר "אידישקייט". דו שיסט אויפ'ן שונא ווען ער איז שוין לאנג נישט דארט, יעצט איז ער אויפ'ן אנדערן זייט און דארט דארף מען צו שיסן.
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
איך מיין אז די גאנצע judaic-cherishin וועליוס ווערט בסך הכול געניצט דורך אלטע קאסערוועטיווס וואס האבען פארלוירען די דיבעיט ביי די יוגענט וואס איז געווארען זייער humanistic (woke), קומען זיי אפעלירען צי "די אלטימיט אמת" וואס גאט האט געגעבען..
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
די שאלה איבער רעליגיע/ג-ט האט זייער ווייניג צוטון מיט וויפיל סעלעבראטיס, יוטובערס, פאליטיקאנטן, WOKIST, גלייבן דערין to begin with, עס איז אן אביעקטיווע קאמפליצירטע נושא
(ע"ע 'דו גלייבסט אין ג-ט' ועוד..) וועלכע פלאגט פילאזאפן, פסיכאלאגן, און היסטאריקער נעמענדיג אין באטראכט אלע דיימענסיעס.
עס איז אמת אז WOKE אדער קאמיניזם האבן היבש weaponized די גאנצע נושא פון רעליגיע, לאידך גיסא די מאראל און עטיקס וואס איז אידענטיפיצירט ביי רעליגיע איז נישט באמת פארבינדן דערצו כדי עס איינצוהאלטן (-צו וואס Douglas Murray באצוט זיך..), זיך אנקעגן צושטעלן די פילאזאפיע פון די WOKE קולטור וכדו' פארלאנגט נישט פאר קיין אינטעלעקט צו וואפאניזירן ג-ט אויפן פאקערטן ריכטונג.
איבער ג-ט קען מען זיך ווייטער טענה'ן אויפן ארמטשעיר ווי אין אלע דורות און איבער די 'היינטיגע יוגנט' עט מען זיך אמפערן איבערן שאל קאווע..
האטס מיר און זייטס מיר!
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
תורה ודעת #

דשאון ראוגען איז אן אלטע קאנסערוואטיוו?! JP Sears איז קאנסערוואטיוו?! וואט אר יו סמאוקינג?
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
שוין, כ'האב אביסל געקוקט די ווידיאוס וואס דו האסט ארויפגעשטעלט. כ'זע נאכנישט די גרויסע גאט אויפוואכונג.
סך הכול אפאר חברה וואס האבן אייביג אין הארץ געגלייבט אין גאט, און יעצט ביים מיטלעידזש קריזיס קומט עס ארויס אין די עפענטליכקייט. בפרט דעם JP, ער רעדט דאך ממש די זעלבע ווי ענדרו טעיט וועגן גאט.
איך האב נאכנישט באמערקט אז דאוקינס, הערריס, דענעט אדער ביל מאהר זאלן זיך דעקלערן גלויביג.
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
שמן למאורסך הכול אפאר חברה וואס האבן אייביג אין הארץ געגלייבט אין גאט, און יעצט ביים מיטלעידזש קריזיס קומט עס ארויס אין די עפענטליכקייט.
איך זעה אז דו האסט נישט קיין אהנונג ווער JP איז געוועהן אין די גוטע יארן, פאר מיר וואס איך קען איהם יא איז עס געוועהן א באמבע. ענדרו טעיט פאלט נישט ממש אריין אין דעם קאטעגאריע ווייל ער איז קיינמאל נישט געוועהן אן אפיציעלע אטעאיסט. דשאו ראוגען קען דא דער עולם יא? עטץ האטס באמערקט אז ער האט לעצטנס געמאכט א שטיקל יו-טורן? איך מיין אז איך רעד דא צום לאמפ.
שמן למאוראיך האב נאכנישט באמערקט אז דאוקינס, הערריס, דענעט אדער ביל מאהר זאלן זיך דעקלערן גלויביג.
הערריס גייט לכאורה קיינמאל נישט אנקומען דארט ווייל ער איז סטאק ערגעץ, ביל מאהר קומט נישט ממש אריין דא ווייל ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין אויסגעשפראכענער לינקער מיט אן אגענדע אונטערצוברענגען די אלטע סיסטעם. דאוקינס און דענעט זענען מער סייענטיסטן ווי אקטיוויסטן און זענען אין אן אנדערע קאטעגאריע אינגאנצן.
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
די.צד השוה פון חברה וואס האבן זיך דעקלערט גלויביג, זענען חברה וואס האבן פאדקעסטס אויף יוטוב, זענען עלטער געווארן, און רעדן וועגן פאפ קולטור און ווי גאט קען "ארויסהעלפן".
גראדע דזשאו ראגען האב איך נאכנישט באמערקט ווי ער דעקלערט מיט באקציין אז ער איז גלויביג.
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
דשאו האט זיך טאקע קיינמאל נישט דערקלערט גלויביג אבער ער האט אויפגעגעבן די מלחמה קעגן רעליגיע און באשלאסן אז גאט פארדינט זיך א זכות קיום, דאס איז פון וואס איך רעד', נישט פון קיין "אויפוואכונג" אדער ימות המשיח טייפ אוו פאנטאזיעס, פשוט א counter intuitive ערשיינונג וואס איך האב אבזערווירט לעצטנס. און לאמיר זיך נישט נארן, אפילו ווען דשאו דערקלערט זיך יא אפיציעל גלויביג מיינט עס נישט גארנישט, ירדן פיעטערסאן האלט זיך אויך פאר א קריסט טראץ דעם וואס ער האט נישט אריינגעטרויטן אין א קירכע די לעצטע 10 יאר, רעליגיע היינט איז מער א פאליטישע סטעיטמענט ווי א פאקטישע גלויבונג אדער כ'ווייס נישט וואס (הגם ס'איז אלץ געוועהן, וואטעווער 😛 ).
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
זיי שלאגן זיך ווייטער מיט רעליגיע, נאר נישט מיט די רעליגיע פון 'גאט'.
אמאל זענען די גאט'ליכע רעליגיעס געווען די וואס האבן געזוכט צו קאנטראלירן די מאסן, און די רעליגיעזע פירערס האבן אויסגענוצט גאט פאר זייערע אג'ענדעס. היינט איז אבער זייער כוח שוין נישט רעלעוואנט ווי @ ברוך שפינוזה האט געשריבן.
היינט זענען דא אנדערע רעליגיעס וואס פארנעמען די פאסטען, היינט איז עס די אטאיסטישע אויפגעוואכטע וואס זוכען צו קאנטראלירן די מענטשהייט. ממילא האט זיך ארויסגעשטעלט א אינטרעסאנטער ערשיינונג ווי די גלויביגע זענען די וואס זענען במידת מה אין די אפאזיציע צו די וואס זוכען צו קאנטראלירן.
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
כ'האב געהערט אז Ayaan Hirsi Ali האט זיך אויך לעצטנס דערקלערט אלץ קריסט
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
שאלתיאל #
כ'האב געהערט אז Ayaan Hirsi Ali האט זיך אויך לעצטנס דערקלערט אלץ קריסט
א דאנק פאר'ן צושרייבן, כ'האב פשוט פארגעסן איר נאמען. זי איז אן עקס-מוסלים וואס איז שטארק אקטיוו אין די אטעאיסטישע צירקלען, איין טאג האט זי זיך דערקלערט קריסט און קיינער ווייסט נישט פארוואס. זי האט געשריבן א גאנצע מגילה וואס מ'דארף ליינען מיט סאציאלאגישע/פסיכאלאגישע גלעזער ווייל פון א פילאזאפישע/סייענטיפישע בליק קלעבט נישט איין ווארט צום צווייטן, פונקט ווי ביי די אנדערע איז עס מער א פאליטישע סטעיטמענט ווי עפעס א מורא'דיגע רעליגיעזע איבערצייגונג, בכל אופן האט עס געשאפן אן ערדציטערניש.
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
אלפא #
די שאלה איבער רעליגיע/ג-ט האט זייער ווייניג צוטון מיט וויפיל סעלעבראטיס, יוטובערס, פאליטיקאנטן, WOKIST, גלייבן דערין to begin with, עס איז אן אביעקטיווע קאמפליצירטע נושא
(ע"ע 'דו גלייבסט אין ג-ט' ועוד..) וועלכע פלאגט פילאזאפן, פסיכאלאגן, און היסטאריקער נעמענדיג אין באטראכט אלע דיימענסיעס.
עס איז אמת אז WOKE אדער קאמיניזם האבן היבש weaponized די גאנצע נושא פון רעליגיע, לאידך גיסא די מאראל און עטיקס וואס איז אידענטיפיצירט ביי רעליגיע איז נישט באמת פארבינדן דערצו כדי עס איינצוהאלטן (-צו וואס Douglas Murray באצוט זיך..), זיך אנקעגן צושטעלן די פילאזאפיע פון די WOKE קולטור וכדו' פארלאנגט נישט פאר קיין אינטעלעקט צו וואפאניזירן ג-ט אויפן פאקערטן ריכטונג.
איבער ג-ט קען מען זיך ווייטער טענה'ן אויפן ארמטשעיר ווי אין אלע דורות און איבער די 'היינטיגע יוגנט' עט מען זיך אמפערן איבערן שאל קאווע..
האטס מיר און זייטס מיר!
וואס איז די ג-ט פון וואס דו רעדסט און האלטסט אז ס'איז א קאמפליצירטע אביעקטיווע שאלה? כ'מיין אז מענטשן האבן כל מיני מיינונגען איבער וואס איז ג-ט און וואס איז אמונה, טייל קוקן עס אן אלץ מעטאפיזישע פילאסאפישע שאלה, אנדערע קוקן עס אן אלץ א שאלה פון געפיל אדער סאביעקטיווע עקספיריענס וכו'. ס'איז נישטא קיין באשטימטע דעפיניציע פון ג-ט אז מ'זאל קענען דערקלערן וואס פאר א ספעציפישע סארט שאלה ער איז און צו ס'האט צו טון מיט אזא מענטש אדער אן אנדערע.
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
שוין, זעה איך אז איך בין נישט דער ערשטער דאס צו אבזערווירן, אויף רעדדיט האט מען זיך שוין געוואונדערט דערויף מיט 3 יאר צוריק
https://www.reddit.com/r/samharris/comments/jfw40p/howwhy_did_new_atheismrational_skepticism_morph/Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
ברוך שפינוזה #
שאלתיאל #
כ'האב געהערט אז Ayaan Hirsi Ali האט זיך אויך לעצטנס דערקלערט אלץ קריסט
א דאנק פאר'ן צושרייבן, כ'האב פשוט פארגעסן איר נאמען. זי איז אן עקס-מוסלים וואס איז שטארק אקטיוו אין די אטעאיסטישע צירקלען, איין טאג האט זי זיך דערקלערט קריסט און קיינער ווייסט נישט פארוואס. זי האט געשריבן א גאנצע מגילה וואס מ'דארף ליינען מיט סאציאלאגישע/פסיכאלאגישע גלעזער ווייל פון א פילאזאפישע/סייענטיפישע בליק קלעבט נישט איין ווארט צום צווייטן, פונקט ווי ביי די אנדערע איז עס מער א פאליטישע סטעיטמענט ווי עפעס א מורא'דיגע רעליגיעזע איבערצייגונג, בכל אופן האט עס געשאפן אן ערדציטערניש.
ער האט זיך אויך דערקלערט א קריסט 🙂
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
טשילס...! פאר מיר מיינט דאס אז מיר האלטן ביי סוף יומיא און ס׳איז העכסט צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
בעיסד אויף די טרענד זעהט אויס ווי מ'רעדט פון The second coming of Jesus, ביסט טאקע גרייט?
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
סקעפטיקער
ער האט זיך אויך דערקלערט א קריסט 🙂
אויך געזעהן, אין קורצן האט ער די שכל צו פארשטיין אז אלי'ס "conversion" איז נישט מער ווי א פאליטישע סטעיטמענט, קיין נאר איז ער נישט, נאר ער איז offended פון די פאקט אז זי קלעבט ארויף דערויף דעם קריסטליכן לעיבל ווייל די אטעאיסטישע לעיבל וואס ער באמיהט זיך אזוי שטארק ארויפצוקלעבן אויף זיך האט פארלוירן האלב פון די משמעות. אמער, אז מ'קען זיין "רעליגיעז" אן קויפן די רעליגיעזע קרעפלעך און אויטאריטעט האט דאך אטעאיזם שוין גארנישט צו פארקויפן... מיט אזא אמונה ווער דארף נאך אפיקורסת?
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
מענין לענין, האב איך נארוואס געליינט אז ס'איז דא א באוועגונג ביי פראגרעסיווע יוגנטליכע צו טרעפן אינספיראציע אין... דער מוסלעמענער קוראן!
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נחום הסופר #
מענין לענין, האב איך נארוואס געליינט אז ס'איז דא א באוועגונג ביי פראגרעסיווע יוגנטליכע צו טרעפן אינספיראציע אין... דער מוסלעמענער קוראן!
ס׳איז לאו דוקא א ״באוועגינג״. איך מיין סקומט ווייל זיי נעמען זיך אזוי שטארק אן פאר ״פאלעסטינע״, אז זיי רעדן זיך שוין איין אז ס׳איז אסאך פאן צו גיין וואוינען אין עזה...
https://x.com/laralogan/status/1729527792318976261?s=20Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
סקעפטיקער #
בעיסד אויף די טרענד זעהט אויס ווי מ'רעדט פון The second coming of Jesus, ביסט טאקע גרייט?
קום אריין קלאָר, וואס איז דאס?
Re: Re:
סקעפטיקער #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
טשילס...! פאר מיר מיינט דאס אז מיר האלטן ביי סוף יומיא און ס׳איז העכסט צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
בעיסד אויף די טרענד זעהט אויס ווי מ'רעדט פון The second coming of Jesus, ביסט טאקע גרייט?
ס׳כאפט נישט קיין נפקא מינה וויאזוי זיי טייטשן אויס דעם אור המתגלה, זיי ווייסן נישט בעסער. יעדער טייטשט אויס דעם אור לפי מה שהוא. באופן כללי זעט מען אן אויפוואכונג בכללות העולם און ביז ס׳וועט זיין דעם פולקאמער שלימות הגילוי וועט עס יעדער אפטייטשן לויט ווי ער פארשטייט.
לדוגמא, יעדער חסיד גלייבט אז ״זיין״ רבי איז אדער משיח אליין, אדער וועט ״עטליעסט״ פירן אנטקעגן משיח צדקינו. פארשטייטסעך ווען דער טאג וועט קומען וועלן אלע חסידים לויפן יעדער איינער צו זיין רבי און שטיין און ווארטן ביים טיר אז דער רבי זאל שוין ארויסקומען און ווי אנטוישט וועלן זיי זיין אז נאך 2 טעג ווארטן אויפן גאס וועלן זיי געוואר ווערן אז לא דובים ולא יער און וועלן זיך דאן מיט בושות ווענדן צום ריכטיגן ארט...
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
די מייסד פון school of life האט געגעבן א טע״ד טאלק אויף די נושא וואס ער רופט אטאיזם 2.0
ריטשארד דארקונס איז שוין פארנומען יארן מיט די ״פאעזיע פון סייענס״
( מבשרי אחזה, ווען איך דערמאן זיך אז די וועלט שטייט אויף די עקזפענטשין עף די יונעווירס און גרעוויטי קומט מיך טרערן אין די אויגען)
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
אוהא מיר האבן דא ערנסטע בעלי מדריגה
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
yn.NY #
נחום הסופר #
מענין לענין, האב איך נארוואס געליינט אז ס'איז דא א באוועגונג ביי פראגרעסיווע יוגנטליכע צו טרעפן אינספיראציע אין... דער מוסלעמענער קוראן!
ס׳איז לאו דוקא א ״באוועגינג״. איך מיין סקומט ווייל זיי נעמען זיך אזוי שטארק אן פאר ״פאלעסטינע״, אז זיי רעדן זיך שוין איין אז ס׳איז אסאך פאן צו גיין וואוינען אין עזה...
https://x.com/laralogan/status/1729527792318976261?s=20
פיינע נייעס דאס. בקיצור די וועלט ווערט פריש צוטיילט צווישן קריסטן און מוסולמענער, די רעכטע ווערן קריסטן און די לינקע ווערן מוסולמענער, איין באשעפער ווייסט וואס קומט נעקסט.
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
נחום הסופר #
מענין לענין, האב איך נארוואס געליינט אז ס'איז דא א באוועגונג ביי פראגרעסיווע יוגנטליכע צו טרעפן אינספיראציע אין... דער מוסלעמענער קוראן!
דא האב איך עס געליינט
https://www.ynet.co.il/entertainment/article/ryexozur6Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
Neil degrasse Tyson...
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
פונדאַמענטאַל #
Neil degrasse Tyson...
ניעל איז סתם א לץ, ער איז א געהעריגע אטעאיסט, נאר ער ווייסט אז עס איז נישט אזוי פאפולער, מילא דרייט ער מיטן צינג.
The Rise of Faithless Christianity
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
ראסל בראנד האט זיך לעצטנס Baptized צו קריסטענטום און צו די קאטאליק קירכע. פארדעם האט ער זיך אידענציפיט אלץ בודהיסט
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
ברוך שפינוזה #
@שמן למאור: איך מיין אז דו טרייבסט אביסל איבער, איך קוק עס אן אסאך פשוט'ער. אמאל האט מען זיך געדארפט שלאגן קעגן גאט ווייל די שארלאטאנען האבן איהם אויסגענוצט פאר זייערע אגענדעס, היינטיגע צייטן האבן זיי שוין אבער פונלאנג פארלוירן זייער קאנטראל. דער פויפסט איז שוין איררעלעוואנט פאר 500 יאר זייט מארטין לוטר, די רבנים זענען שוין איררעלעוואנט שוין פאר 100 יאר זייט דעם emancipation, געב עס נאך אפאר יאר און די אימאמס וועלן ווערן פונקט אזוי איררעלעוואנט, שוין נישט דא מיט וועם זיך צו שלאגן אויף יענע זייט. היינטיגע צייטן זענען די שארלאטאנען און חורבנות אנדרייער בכלל נישט אויף גאט'ס זייט, פארקערט, דער woke שארלאטאן וויל אז דו זאלסט בדווקא נישט גלייבן אין גאט, איז דאס זיך באנוצן מיט גאט זיך צו שלאגן קעגן זיי א גוטע סטראטעגיע. הגם ס'מעגליך אז איך רעד נישט צום ריכטיגן אודיענץ דא ווייל א גרויסער עולם דא איז נאך אונטער די קאנטראל פון די שארלאטאנען, געוויסע מער און געוויסע ווייניגער, געוויסע ברצון און געוויסע באונס, פארשטיי איך אז די מלחמה קעגן גאט דינט נאך א צוועק פאר זיי און ס'איז זיי שווער צו פארשטיין דעם אלגעמיינעם אמעריקאנער'ס קוקווינקל. ס'איז אזויווי די סאטמארע וואס שלאגן זיך קעגן ציונות ווייל ס'ברענגט אונטער "אידישקייט", הגם דו קענסט נאך טרעפן איינצעלנע pockets פון ציונים דא דארט אבער אין אלגעמיין איז ציונות מער נישט קיין געפאר פאר "אידישקייט". דו שיסט אויפ'ן שונא ווען ער איז שוין לאנג נישט דארט, יעצט איז ער אויפ'ן אנדערן זייט און דארט דארף מען צו שיסן.
דו האסט אן אינטרעסאנטע take אבער איך האלט נישט אז ס׳איז טאקע אזוי Let’s agree to disagree
אבער כ׳האב זייער שטארק ליב דיין מעטאפאר: ״דו שיסט אויפ׳ן שונא ווען ער איז שוין לאנג נישט דארטן״
א גרויסן דאנק!
גאר א ניצבארע אופן ארויסצוברענגען אזא וויכטיגע פּוינט
איז עס דיין חידוש?
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
[ציטאט אראפגענומען]
איך זעה דא א סטראגל וואס אסאך מוטשענען זיך דערמיט (וגם אני בתוכם). רעליגיע - בעיקר די ספיריטואליטי שבו - האט אסאך פאזיטיווע פסיכאלאגישע אפעקטן אויף א מענטש. דאוקינס טענה'ט אז דאס איז ריין פסיכאלאגיש און זאגט גארנישט איבער די אמת און איבער מציאות. די פראבלעם איז אבער אז איינמאל מ'זאל דאס אננעמען פארלירט מען א גרויסע פראצענט פון די פאזיטיווע בענעפיטן. דא איז די שוועריגקייט צו טרעפן א וועג צו ברידזשן די ראציאנאלע מיינד און די רעליגיעזע עקספיריענסן, און די מהלכים דערצו זענען פארשידנארטיג, דאוקינס טענה'ט אז די אמת איז איבער אלעם, אבער אלי וויל יא טרעפן א וועג צו מאכן סענס פון רעליגיע כדי צו בענעפיטירן דערפון.
איך וואונדער מיך נאר פארוואס דארף זי צוקומען צו קריסטנום און גלייבן זייער פאקטישע קלעימס, פארוואס נישט גלייבן אין רעליגיעזע פלוראליזם אדער ענליך און זיין געבינדן צו ווייניגער שוועריגקייטן?
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
מ'קען פרעגן צו ספיריטואליטי (אין די מערסט ברייטע סענס) און די פסיכאלאגישע בענעפיטס איז א פראדוקט פון רעליגיע אדער איז רעליגיע א פראדוקט און אן עקספרעשן פון ספיריטואליטי ווייל עינינו הרואות אז ס'איז דא א ספיריטואל אויפוואכונג אין די וועסט וואס איז אינדערויסן פון רעליגיע ראם
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
שאלתיאל #
מ'קען פרעגן צו ספיריטואליטי (אין די מערסט ברייטע סענס) און די פסיכאלאגישע בענעפיטס איז א פראדוקט פון רעליגיע אדער איז רעליגיע א פראדוקט פון ספיריטואליטי ווייל עינינו הרואות אז ס'איז דא א ספיריטואל אויפוואכונג אין די וועסט וואס איז אינדערויסן פון רעליגיע ראם
לכאורה די צווייטע

סאו איז רעליגיע נישט די עקסלוסיוו וועג צו ספירוטואליטי (?)
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
שאלתיאל #
סאו איז רעליגיע נישט די עקסלוסיוו וועג צו ספירוטואליטי (?)
עס איז ביידע צוזאמען. א קשר מיט א העכערע פאוער איז די אפטייטש פון ספיריטואליטי. אויב האלט מען נישט פון א העכערע פאוער (אדער אז מ'קען האבן א קשר צו עס) פארלירט די געפיל די משמעות. אבער עס איז די געפיל וואס ברענגט די געדאנק פון א קשר צו א העכערע פאוער
Re: גאט שטייט אויף תחיית המתים
סקעפטיקער #איך וואונדער מיך נאר פארוואס דארף זי צוקומען צו קריסטנום און גלייבן זייער פאקטישע קלעימס, פארוואס נישט גלייבן אין רעליגיעזע פלוראליזם אדער ענליך און זיין געבינדן צו ווייניגער שוועריגקייטן?
קאמפעני, פעים, געלט יו נעים איט